Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • קאנסול פון אוקריינא אין מאלדאווע באשטעטיגט אפענע גרעניצן פאר חסידי ברסלב

    ווי שוין עטליכע מאל באריכטעט ווערט אין די טעג אסאך ארומגערעדט איבער די פארשידענע וועגן וויאזוי מען קען אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה נאכדעם וואס די לופטפעלדער אין אוקראינע זענען נאך דערווייל פארשפארט.   אזוי ווי דער נענטסטער עירפארט אינדרויסן פון אוקריינא צו אומאן איז אין שטאט "קישינעוו" אינעם לענדל "מאלדאווא". איז פאריגע וואך אפגעהאלטן געווארן א זיצונג אין קישינעוו, ווי דער אוקריינישער קאנסול, דער מאלדאווער הויפט-רב הר"ר פנחס זאלצמאן שליט"א מיט נאך עטליכע ברסלב'ע עסקנים און כלל טוער האבן זיך צוזאם געזעצט און דורכגעשמועסט די מצב פון די גרעניצן, מען האט ערקלערט פארן קאנסול ווי וויכטיג עס איז פאר די טויזנטער חסידי ברסלב זיך צו געפונען אין אומאן אויף ראש השנה, און מען האט דורכגעשמועסט די זיכערהייט סיטואציע, און די מצב ביים גרעניץ וואס איז געווען לעצטענס שטארק פראבלעמאטיש.   דער אוקריינישער קאסול אין מאלדאווע האט דערקלערט איז פון אוקריינא'ס זייט איז דער לאנד גרעניץ פולקאם אפו, און זיין אפיס איז גרייט צו העלפן סיי ווער עס דארף הילף זייענדיג אין מאלדאווע.   לויט ווי הרב פנחס זאצלמאן זאגט איז דער זיצונג דורך מיט גרויס הצלחה, און ער איז איבערצייגט אז די רעגירונגען פון ביידע לענדער זענען פולקאם וויליג צו העלפן זיכער מאכן אז בעז"ה אז אלעס זאל דורכגיין מיט הצלחה.   אנשי שלומינו זענען מתפלל אז מען זאל טאקע קענען אנקומען צום הייליגן רבין מיט אייבערשטנ'ס הילף אויף ראש השנה און פועלן א גוט געבענטשט יאר.

    < זעה מער כה תמוז תשפ"ב 📝
  • סיום הש"ס פון דרייצן יעריגע בחור ערשטוינט אלעמען

    א הערליכע סיום איז פארגעקומען אין קעמפ "אילן החיים" פארגאנגענעם מיטוואך פרשת בלק, ווען הבחור בנימין זאב זוסמאן נרו יאיר וואס וואוינט אין קרית ברסלב ליבערטי האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. &nbsp; בנימין זאב האט אנגעפאנגען צו לערנען ש"ס כסדרן צוויי אהאלב יאר צוריק, בשעת גאנץ כלל ישראל האט נאכאמאל אנגעהויבן לערנען ש"ס א דף א טאג, בנימין זאב האט נאך דאן געוואוינט אין קרית טאש אין קאנאדא, און האט דארט גוט אויסגעניצט די צייט און געלערנט איין בלאט נאכן צווייטן אזוי ווי דער ראש ישיבה לערנט אונז אויס, אסאך טעג פלעגט ער לערנען איינס אדער צוויי בלאט, און אסאך טעג האט ער געלערנט אסאך מער בלעטער גמרא. &nbsp; יעצט האט ער זוכה געווען צו מסיים זיין גאנץ ש"ס, אלס אינגער בחור פון דרייצן יאר, א זאך וואס מען הערט נישט אזוי אפט, און דאס איז גאר גרויסע נייעס, וואס ווייזט פאר יעדן איד אז די תורה איז אפן פאר יעדן איינעם, אנגעהויבן פונעם קלענסטן און געענדיגט ביים גרעסטן, יעדער קען זוכה זיין צום כתרה של תורה. &nbsp; דער ראש ישיבה איז ספעציעל געקומען זיך באטייליגן ביים סיום וואס איז געפראוועט געווארן אין קעמפ, צוזאמען מיט אלע קינדער וואס האבן צוגעקוקט וויאזוי זייער חבר האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס, און געמאכט א קנאת סופרים, אז אלע זאלן שטרעבן אויך זוכה צו זיין דערצו &nbsp; צוערשטא האט דער אינגער "חתן תורה" הב' בנימין זאב געמאכט דעם סיום, דערנאך האט מען געזינגען צוזאמען ניגונים פון תורה, דערנאך האט זיין טאטע מו"ה אשר לעמל זוסמאן הי"ו גערעדט אפאר ווארימע ווערטער פון הארץ, און געדאנקט דעם אייבערשטן ברבים פאר די לעכטיגע מתנה וואס ער האט אים געשאנקען אז זיין זון האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס. &nbsp; דערנאך האט מען געהערט א הערליכע שמועס פונעם ראש ישיבה, וואס האט ארויסגעברעגנט לשבח פון בנימין זאב וואס לערנט אזוי פלייסיג יעדן טאג, און אויך הערט מען צוריק גוטע גריסן אז די קינדער לערנען גוט, און מען שפילט גוט, און מען לעבט באחדות איינער מיט'ן צווייטן, און דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן מיט א מורא'דיגע לשון "איך בין זיכער אז מוהרא"ש קוקט אראפ פון הימל און האט מורא'דיגע נחת אז ער האט איבערגעלאזט אזא שיינע קהילה, אזא שיינע תלמוד תורה, אזא שיינע מחנה." &nbsp; ביים סוף האט דער ראש ישיבה געזאגט "קינדער, קוים איז מען געקומען אין קעמפ, און מען גייט שוין באלד אהיים, מען גרייט זיך שוין צו פארן אויף אומאן צום הייליגן רבי'ן, דארפט עטץ זען אויסניצן די צייט צו זאגן פרקים משניות און דפים גמרא. אין קעמפ דארף מען זיך פארטראגן מיט יעדן קינד, מען דארף זיין "ברסלב - לב-בשר" א ווייך הארץ צו א צווייטן איד." &nbsp; דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט: "פארוואס פאסט מען שבעה עשר בתמוז? נאר וועגן מען האט זיך נישט ליב געהאט, מען דארף ליב האבן א צווייטן אפילו יענער איז נישט דיין סטייל, ער טוט אן זיין גלעזער אויף די פיאות, און דו טוסט אן די גלעזער אינטער די פיאות, אים דארפסטו אויך ליב האבן". "א איד איז אמאל געקומען צו זיין רבי אז ער האט געענדיגט לערנען גאנץ ש"ס, האט אים דער רבי געזאגט "און וואס האט ש"ס 'דיר' געלערנט? מען דארף זען צו האבן גוטע מדות דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אלע לערנען תורה א גאנץ לעבן, נישט אפלאזן די משניות און די גמרא." &nbsp; תורת השם תמימה משיבת נפש

    < זעה מער כב תמוז תשפ"ב 📝
  • לעצטע אפדעיטס פון פלען איט רייט איבער אומאן ראש השנה תשפ"ג

    קרעדיט מו"ה אלי קנאל הי"ו - פלען איט רייט 845-678-3555 &nbsp; אונזער פריערדיגע באריכט פון "פלען איט רייט" איבער די פלענער פון פלייטס אנצוקומען קיין אומאן האט געהאט א געוואלדיגע אפקלאנג ביים חשוב'ן ציבור אנשי שלומינו. עס זענען כסדר געווען ווענדונגען פון אנשי שלומינו וואס האבן געבעטן מיר זאלן לאזן וויסן וואס עס זענען געווארן פון די פלענער פונעם טשארטער, און אזוי אויך אלע אנדערע טיקעט אפציעס. &nbsp; די "ברסלב סענטער" שטאב זענען כסדר געשטאנען אין פארבידונג מיט די חשובע טראוועל אגענטור "פלען איט רייט", וואס מיר קענען עדות זאגן וואס פאר א כוחות זיי לייגן אריין, און פרובירן דאס בעסטע צוצושטעלן פאר אנשי שלומינו, אז זאלן קענען פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, מיט די מערסטע מנוחת הנפש וואס מעגליך. &nbsp; יעצט ווען עס איז שוין דא פרישע באשטעטיגטע אפדעיטס, זענען מיר פרייליך זיי מיטצוטיילן מיטן ציבור. &nbsp; צום ערשט דארפן מיט צו אונזער גרויס באדויער באריכטן, אז דער דער פלאן פונעם טשארטער דירעקט קיין ריישא און דערנאך פארן מיטן באן קיין אומאן איז געווארן געקענסעלט. דאס איז צוליב דעם וואס דער עירליין איז נישט גרייט געווען צו ריפאנדן אין פאל ח"ו מען קען נישט פארן, א תנאי צו וואס "פלען איט רייט" האט זיך נישט געוואלט צושטעלן. אבער ברוך השם אז עס זענען דא פילע אנדערע אפציעס וואס מען קען נעמען. &nbsp; צום ערשט זענען דא די אינדיווידואלע טיקעטס. &nbsp; פון פלען איט רייט קומט א שטארקע רעקאמענדאציע צו פארן דורך פוילן. מען קען נעמען א פלייט קיין ווארשא (12 שעה ביז אומאן), קראקא (11 שעה) און ריישא (9.5 שעה) &nbsp; דערנאך איז דא דער עירפארט אין יאס, ראמעניע דער וועג קיין אומאן נעמט 7.5 שעה (דורך ראמעניע, מאלדאווע, אוקריינא) דאס הייסט אז מען גייט אריבער צוויי גרעניצן, דער וועג וואס מיידט אויס מאלדאווע נעמט 10.5 שעה. &nbsp; דער לעצטער אפציע (נישט רעקאמענדירט, צוליב דער נאכגעלאזטער מצב דארט) איז קישינוב, מאלדאווע. וואס נעמט 6.5 שעה ביז אומאן. &nbsp; מען קען רופן אין אפיס פון "פלען איט רייט" פאר מער אינפארמאציע איבער די אינדיווידואלע טיקעטס וואס זענען ריפאנדעבל ביז צוויי טעג פאַרן פאָרן. אזוי אויך טוט "פלען איט רייט" שטארק רעקאמנדירן פאר די וואס נעמען די אינדיווידואלע טיקעטס צו נעמען א טיקעט אהיים דאנערשטאג נאך ראש השנה. &nbsp; די נעקסטע אפציע זענען די גרופּ-טיקעטס.&nbsp; &nbsp; די מעלה פון די גרופּ-טיקעטס איז אז קומט שוין מיט קלארע פאראויס-באשטימטע פרייזן, קראקע-פוילן איז $925; ריישא-פוילן איז $1,365, נאכדעם קען מען נעמען א טיקעט וואס פארט אריין דורך יאס-ראמעניע, און צוריק פון קישינוב-מאלדאווע פאר $1,199. &nbsp; פאר די גרופ-טיקעטס דארף מען געבן א $350 דיפאזיט ביים באשטעלן, און ביז דרייסיג טעג פארן ארויספליען דארף די גאנצע באלאנץ שוין זיין אויסגעצאלט. עס רעפאנדעבל נאר ביז 30 טעג פארן ארויספליען (אויסער $250). און דערנאך וועט מען גארנישט קענען ריפאנדן אפילו אין פאל מ'וועט ח"ו נישט קענען פארן. דיסקלעימער: איבעראל ווי עס שטייט אינעם באריכט ווי לאנג עס געדויערט דער וועג קיין אומאן איז עס נאר בערך, אויך רעכענט עס נישט אריין די צייט פון ווארטן ביים גרעניץ, אזוי אויך איז עס נאר אויב מען פארט מיט א "קאר", ווייל מיט א באס נעמט עס לענגער. &nbsp; ערליכע אידן און אוודאי חסידי ברסלב ווייסן אז אלעס וואס מיר ווילן קענען מיר באקומען נאר דורך תפילה, און בפרט דער נסיעה צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, וואס דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך פון אלע זייטן דאס צו שטערן, קען מען עס נאר איבערקומען דורך אסאך אסאך תפלה.

    < זעה מער כא תמוז תשפ"ב 📝
  • איבערבליק פון די וואך - א שמועס מיט די צוויי ברסלב'ע ברודער

    א נייע גאר אינטערעסאנטע אפטיילונג איז נארוואס געעפענט געווארן אויפן בארימטן קול ברסלב טעלעפאן ליין מיטן נאמען "איבערבליק פון די וואך - א שמועס מיט די צוויי ברסלב'ע ברודער". &nbsp; דאס וועט בעז"ה אנגיין יעדע וואך, א גאר אינטערעסאנטע אינהאלטספולע שמועס מיט די צוויי חשובע ברודער מ"ה יואל הי"ו און מו"ה אברהם הערש הי"ו וועבערמאן, דער שמועס וועט מען מען אי"ה קענען טרעפן אויף טעלעפאן ליין דורך דרוקן 7 דערנאך 8 פון די מעין מעניו, דער שמועס וועט זיך קאנצעטרירן איבערצוגיין די נייעס פון היכל הקודש, און נייעס פון די וועלט, מיט אינטערוויוס פון פארשידענע מענטשן. &nbsp; כדי צו געבן אביסל צו טועם זיין דער נייער שמועס, וועלן מיר אין קורצן איבערגיין דעם שמועס פון די וואך וואס האט גענומען בערך פערציג מינוט. &nbsp; מען האט צום ערשט איבערגעשמוסט די געשמאקע שיעור פונעם ראש ישיבה יעדע נאכט 8:30 אינעם ספר סיפורי מעשיות וואס ציעט אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט. אויך האט מען גערעדט פון די געשמאקע דף שיעור פונעם ראש ישיבה יעדן אינדערפרי פארן דאווענען טיעף אין וואלד, וואס דערנאך איז דא א חיזוק שמועס. ר' יואל וועלכע באטייליגט זיך אין דעם שיעור אינדערפרי האט נאכגעזאגט פון ראש ישיבה א ווארט; איינער האט געפרעגט וויאזוי מען האנדעלט מיט א קליין קינד וואס דארף א גאנצן טאג "האגס". ר' אברהם הערש וועלכע קומט כסדר צום שיעור ביינאכט האט איבערגעזאגט א ווארט פון ראש ישיבה אין די מעשה פון "דער חכם מיטן תם", דער רבי פארציילט אז מען האט געוואלט מאכן לצנות, האט דער תם געפרעגט "דו מיינסט אן ליצנות"? ווען מען האט געזאגט יא, האט ער עס אנגענומען. דאס איז דער תם האט דער ראש ישיבה געזאגט. ער טראכט נישט איבער. דער ראש ישיבה האט פארציילט איינער האט אים געפרעגט האסט נישט מורא דיין זון זאל זיך דרייען מיט בחורים וואס האבן קורצע ערמל, האט דער ראש ישיבה געזאגט, מיין זון וועט זיך נישט אנטון קורצע ערמל ווייל א בחור גייט אזוי, איך האב סאך מער מורא ער זאל זיך דרייען מיט בחורים וואס גייען אנגעטון מיט לאנגע ערמל אבער זענען פול מיט ליצנות. &nbsp; מען האט פארציילט איבער די סיום הש"ס פון הב' בנימין זאב זוסמאן א בחור'ל פון קוים דרייצן יאר, וואס איז פארגעקומען אינעם נייעם ברסלב'ער אינגל קעמפ "אילן החיים" מיט די באטיילינגונג פון ראש ישיבה, מען האט ארויפגעברעגט דעם טאטן מו"ה אשר לעמל הי"ו צום שמועס, וואס האט איבערגעגעבן א באריכט פונעם סיום, ער האט פארציילט די גאנצע השתלשלות פונעם סיום הש"ס, וויאזוי עס האט זיך אנגעהויבן ביים סיום הש"ס צוויי יאר צוריק. און ווי ער איז נתפעל געווארן פון די דרך ארץ פון די קינדער, אויך וויאזוי מען זעט די ליבשאפט פון די מלמדים צו די קינדער. ער האט פארציילט אז דער ראש ישיבה האט גערעדט ביים סיום צו די קינדער איבער אהבת חברים, די קינדער זאלן זיך פארגינען, מען זאל זיך דורכקומען איינער מיטן צווייטן. און אויב איינער ווערט פארשעמט זאל מען אפשווייגן. &nbsp; ר' יואל האט נאכגעזאגט נקודות פועם שיעור אינדערפרי, מען האט גערעדט פונעם זוהר מיטן פירוש פון ראש ישיבה, איינער האט געפרעגט פארוואס דער ראש ישיבה שרייבט איבער ביי "תא חזי", יעדעס מאל די זעלבע זאך, אז "דער זוהר הקודש עפענט די אויגן און מען הייבט אן זען דעם אייבערשטן" האט דער ראש ישיבה געענטפערט אז די גאנצע זוהר איז באמת נאר איבער ווי די אייבערשטער איז גרויס, און די שיינקייט פון אידישקייט, און די זיסקייט פון די מצוות, און אינמיטן איז דא קשיות און תירוצים, אבער מען זאל נישט פארגעסן פונעם עיקר. &nbsp; מען האט פארציילט איבער די נייע פראמאשען אז מען קען באקומען די זוהר מיטן פירוש פון ראש ישיבה אויף די פאסט בחנם פאר דריי חדשים פאר ווער עס שרייבט זיך איין צו באקומען דעם קרית ברסלב בלעטל ביז חמשה עשר באב. &nbsp; מען האט דערמאנט אז דער ראש ישיבה גייט שרייבן א פירוש אויפן הייליגן ספר ליקוטי מוהר"ן, און אז דער ראש ישיבה זאגט אז ער האט נאך אפילו נישט אנגעהויבן מיט וואס ער וויל נאך טון. &nbsp; מען האט גערעדט איבער דעם וואס מען האט צוטיילט די ישיבה פון בית המדרש, אינגעלייט זענען אויבן, און די בחורים אונטן. און זונטאג האבן פילע אינגעלייט וואס ארבעטן נישט געוואלט קומען מיטהאלטן אין ישיבה, און דער ראש ישיבה האט זיי ארויס געשיקט זאגענדיג אז דאס איז נאר פאר די בחורים. מען האט גערעדט איבער דעם צי ווען דער ראש ישיבה פארשיקט איינעם מיינט עס אז מען דארף טאקע אוועקגיין, און מען האט געבעטן אז די צוהערער זאלן אריינשיקן זייער מיינונג דורכן אימעיל. &nbsp; מען האט גערעדט איבער די שמחות אין שטעטל, עס איז געווען א וואך נאכט און א ברית ביי מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, חתן הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א.&nbsp; &nbsp; דערנאך האט מען געשמועסט אז דער גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו האט חתונה געמאכט א טאכטער. מען האט פארציילט איבער די שמחה פון די חתונה, און די "מעשה פון תפלה" אז ער האט געקענט חתונה מאכן אן קיין חובות. מען האט פארציילט איבער די שיינע שבע ברכות פארן בעל שמחה, ווי דער ראש ישיבה האט געגעבן א שיעור. און ארויסגעברענגט די הכרת הטוב וואס היכל הקודש האט פאר גבאי, וואס געבט זיך אוועק מיט די אויסשטעלן די גליונות, איבערטייטשן, די חדר, און די בית המדרש. פון דא איז מען אביסל אריין אין א שמועס איבער נישט מאכן קיין חובות ביי שמחות. &nbsp; מען האט נאכגעזאגט פון ראש ישיבה אז חוזק מאכן פון טייערע שמחות איז "לצנותא דעבודה זרה" וואס איז א מצוה. ר' יואל האט פארציילט איבער משוגע'נע פעקלעך פון אן אפשערן וואס "נארמאלע" מענטש האבן געמאכט, און וויאזוי א ברסלבע אינגל נעמט עס אויף ווען ער זעט עס. &nbsp; מען האט גערעדט איבער די נייעס אז דער אמעריקאנער פרעזידענט איז יעצט געפארן קיין ארץ ישראל, און וואס מען קען זיך ארויסלערנען פון דעם. מען האט גערעדט איבער דעם וואס פארא רעש עס טוט זיך אין הימל ווען א איד טוט א מצוה, לייגט תפילין. &nbsp; מען האט ארויפגעברעגנט אויפן טעלעפאן מו"ה יוחנן שור הי"ו פון ירושלים, מען האט אים געפרעגט איבער די שמחה פון מו"ה שמעון עזור פערל הי"ו, ער האט פארציילט ווי ער האט נאך קיינמאל נישט געזען אזא פרייליכע בעל שמחה, ער האט פארציילט איבער די שיינע שבע ברכות צו וואס דער עולם האט זיך זייער ווארים צוגעשטעלט, אנשי שלומינו האבן זיך זייער ליב. ער האט געזאגט אז דער ראש ישיבה האט זייער משבח געווען ביים שיעור מו"ה שמעון עוזר און זיין ווייב פאר אלעם וואס זיי טוען פאר הפצה אין ארץ ישראל, וואס אנשטאט אויסוועפן, ווערט עס נאר שטארקער. און אפילו די וואך פון די שמחה איז אלעס ווייטער אנגעגאנגען. אלעס אן א ישר כח, אן באצאלט, אויב עפעס באקומט ער נאר קריטיק. &nbsp; מען האט אים געפרעגט איבער פרעזידענט ביידענ'ס באזוך. ער האט געפרעגט "וועמען אינטערעסירט ביידען בכלל?", מען האט אים געפרעגט צי עס מאכט נישט קיין טרעפיק? האט ער געזאגט אז פונקט פארקערט, מענטש פארן נישט, ווייל די נייעס שרעקט אָן איבער די געפערליכע טרעפיק וואס גייט זיין... מען האט גערעדט איבער די הילולא פונעם הייליגן אור החיים הקודש.&nbsp; &nbsp; ר' יוחנן האט פארציילט אז דער ביהמ"ד היכל הקודש אין ירושלים איז פריש, עס איז דא א נייע שיעור אין א דף גמרא יעדע נאכט דורך מו"ה משה שמואל שטעסל, און אויך אז דער בית המדרש איז שוין אפן אויך אינדערוואכן, מען דאווענט מנחה מעריב, און מען לערנט זיך יעדער זיינע שיעורים. &nbsp; צום סוף האט מען געבעטן דעם עולם זאל אריינשיקן זייערע הערות און קאמענטארן צום אימעיל אויף bbbreslev@gmail.com.

    < זעה מער יח תמוז תשפ"ב 📝
  • קרן הדפסה שטארק פארנומען אין די זומער טעג

    יעצט אין די הייסטע זומער טעג, פלאקערט דער יצר הרע אין גאס און דער סמ"ך מ"ם זוכט מכשיל זיין אידישע קינדער, און דערמיט זיי צוברעכן און זיי מאכן טראכטן אז זיי זענען שוין דערנאך, און דערמיט אריינכאפן נאך א אידישע נשמה אין זיין נעץ. יעצט איז די צייט וואס מען קען זיך בשום אופן נישט אן עצה געבן אן דעם צדיק וואס האט די חיזוק און עצות וויאזוי ניצל צו ווערן פון די שלעכטע געוואוינהייט פון מוזן אלעס זען. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע האט זיך אראפ געלאזט צו אונז, און געשריבן עטליכע קונטרסים איבער דעם, און זאגט אונז וואס מיר זאלן טון מען זאל נישט פארכאפט ווערן ח"ו אינעם גרוב וואס דער יצר הרע גרייט אונז אן. און אפילו מיר זענען שוין חלילה דורכגעפאלן מיט קוקן אדער טון שלעכטע זאכן און מיר שפירן ווי דער סטרא אחרא האט אונז שוין אין זיין טאש, געבן אונז די קונטרסים און ספרים פון הייליגן רבין מעסערלעך מיט וואס מיר קענען "אויפשניידן" דעם טאש פונעם סמ"ך מ"ם און ארויסקריכן צו אונזער פרייהייט. &nbsp; די הייליגע קונטרסים אויף שמירת עינים וואס האט שוין אויפגעראכטן אומצאליגע אידן, און ראטעוועט כסדר פילע אידישע נשמות פון די טיפסטע אפגרונד. &nbsp; יעצט זענען אלע ספרים פון סטאק אויסגעכאפט געווארן דורך די מפיצים וואס זאגן אז דאס זענען די בעסט גייענדיגע קונטרסים אין די זומער חדשים, פון ערליכע אידן וואס דראפען זיך אויף די גראדע ווענט, און זוכן וויאזוי מען קען זיך אן עצה געבן. דערפאר זענען שוין די ספרים "ריינע אויגן" אויסגעגאנגען ביים בית הדפוס, און מען האט תיכף פריש געדרוקט עטליכע טוינט שטיק וואס מען קען שוין פריש באקומען. &nbsp; דער ספר "ריינע אויגן" איז א ליקוט פון אכט קונטרסים פון מוהרא"ש: געזונטע אויגן, היט דיינע אויגן, הייליגע אויגן, זויבערע אויגן, לויטערע אויגן, ליכטיגע אויגן, ריינע אויגן, שיינע אויגן. &nbsp; אויך קען מען עס קויפן אויפן ברסלב סענטער וועבסייט פאר בלויז $2.99 &nbsp; 📖 ריינע אויגן &nbsp; 🛒 20 ספרים און קונטרסים איבער שמירת עינים &nbsp;

    < זעה מער טו תמוז תשפ"ב 📝
  • חנוכת הבית פארן קרן הדפסה היכל הקודש

    ברוך שהחיינו וקיימנו, מיט גרויס פרייט גרייט מען זיך שוין ענדליך אויף דעם חנוכת הבית פארן נייעם הערליכן גיגאנטישן בנין קרן הדפסה היכל הקודש אין ליבערטי, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט באשטימט דער דאטום פון זונטאג, ראש חודש אלול הבעל"ט אלץ די פאסיגע טאג צו פייערן דעם חנוכת הבית. &nbsp; ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו פארגאנגענעם מאנטאג פרשת חקת "די פאסיגע צייט פאר'ן חנוכת הבית פונעם נייעם בנין "קרן הדפסה היכל הקודש" - איז ראש חודש אלול, זונטאג פרשת שופטים." &nbsp; "זונטאג איז א טאג וואס די אלע וואס ארבעטן קענען דאס מיטהאלטן, אויך קען עס זיין א ראש חודש סעודה, און אויך א הכנה צום רבינ'ס ראש השנה." &nbsp; "די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין רבינ'ס ראש השנה (כמובא בחיי מוהר"ן, סימן תה); די בעסטע פלאץ וואו זיך צו גרייטן אויף ראש השנה - וועט זיין אינעם נייעם בנין וואו מען דרוקט הונדערטער טויזנטער ספרים צו ברענגען אלעמען קיין אומאן." &nbsp; "איך בעט דיר זייער, טייל נישט קיין טייערע מתנות. אנשי שלומינו דארפן נישט די זאכן, בפרט די וואס געבן פאר הדפסה, די וואס האבן אן הרגשה אינעם רבינ'ס זאך - די דארפן נישט טייערע זאכן. איך זאג דיר, עס איז א שאד די צייט, א שאד די געלט." &nbsp; אין אפיס פון בית הדפוס קאכט און רודערט מיט די צוגרייטונג צום זעלטענעם מסיבה, וואס מאכט זיך נישט יעדן טאג, ווען עס איז אנגעקומען דער גרויסער מאמענט צו באנייען דעם גרויסע שיינעם בנין נאר פאר דעם ציהל פון דרוקן ספרים און קונטרסים, גליונות און נאך, און פארשפרייטן דעם אייבערשטענ'ס נאמען אויף די גאנצע וועלט. &nbsp; דער מסיבה פארשפרעכט מיטן אייבערשטנ'ס הילף גאר שיין, מיט א הערליכע רייכע פראגראם, וואס לוינט נישט צו פארפאסן. אויך וועט מען צווישן אנדערע באערן די וואס האבן צושטייער געגעבן פארן אפקויף פונעם בנין. &nbsp; די אלע נדבנים וואס האבן נאך נישט אויסגעצאלט זייער התחייבות, אדער די וואס ווילן זיך נאך משתתף זיין, קענען זיך פארבינדן מיט'ן גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו, אויף 347-578-4449. &nbsp; מער פרטים וועט מען מעלדן אין די קומענדיגע טעג בעזרת השם יתברך.

    < זעה מער יד תמוז תשפ"ב 📝
  • געלונגענער מיטינג אין קרן הדפסה מיט די שרייבער פון די גליונות

    א גאר פראדאקטיווע מיטינג איז פארגעקומען אין בית הדפוס פארגאנגענעם זונטאג חקת, מיט אלע ארויסגעבער פון די וועכנטליכע גליונות וואס קומט ארויס אין די קהילה, צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; מען איז געזיצן מיט די אינגעלייט וואס געבן ארויס די פילע שיינע גליונות "גליון היכל הקודש", וואס קומט שוין ארויס כמעט צוועלף יאר צום גוטן, "עצתו אמונה", "קרית ברסלב בלטעל", "סיפורי מעשיות", און צום לעצט דער נייער "זוהר מיטן ראש ישיבה". די אלע גליונות ווערן ארויסגעגעבן דורך געטרייע איבערגעגעבענע אנשי שלומינו וואס געבן אוועק זייערע טאלאנטן, זייער שלאף, זייער צייט, און שרייבן יעדע וואך די פילע אינהאלטספולע בלעטער וואס איז מחיה און מעודד צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט. די אלע גליונות ווערט געדרוקט אין די טויזטער וועכענטליך. און ווערן אויך איבערגעטייטשט צו נאך שפראכן, וואס ווערן אויך פארשפרייט אין די טויזנטער. &nbsp; דער ראש ישיבה איז מעורר אז אנשטאט ליינען די אזוי גערופענע "אידישע" צייטונגען און מאגאזינען וואס איז אין בעסטן פאל א צייט שטופער, און רוב מאל איז עס ליידער פול מיט השקפה וואס די שרייבער האבן צוזאם געקליבן פון נישט גוטע מקורות, פון פרייע ביכער און פון די אינטערנעט, און מיט זייערע בעסטע כוונות בלייבט עס פיל מיט געדאנקען פון די גויאישע קעפ, ווי צום ביישפיל, "תכלית" מיינט "געלט", און "נשמה" מיינט "מענטל העלט"... &nbsp; דאס איז א גרויסע שאד, ווייל דאס מאכט אסאך דעמעדזש אויף אונזערע נשמות, בפרט אויף אונזערע קינדער, ווען זיי ליינען די ארטיקלען נאך דערצו געשריבן אויף אידיש, גייט די באהאלטענע גיפט פון די גוי'אישע געשרייבעכצער אריין אין זייערע ריינע מוחות. &nbsp; דער אמת איז אבער אז אלע חכמות און עצות האבן די צדיקים ארויסגענומען פון די הייליגע תורה, פון חז"ל, פון זוהר הקודש, ווי די צדיקים אין אלע דורות האבן אונז געלערנט און אראפ געשריבן אין זייערע ספרים. &nbsp; דערפאר טוען אפגעהיטענע עלטערן אכטונג געבן וואס מען נעמט אריין אין שטוב. און דער פארלאנג צו באקומען די ריינע גליונות פון היכל הקודש ווערט מיט יעדע וואך מער. און אויפן פארלאנג פון די פילע אנשי שלומינו טוט דער קרן הדפסה אנפירן א גרויסע "סובסקריבשאן" אפאראט, ווי מען טוט וועכענטליך ארויסשיקן די פילע גליונות צו הונדערטער משפחות אויף די פאסט. &nbsp; ביים מיטינג האט מען איבערגעשמועסט מיט די איבערגעגעבענע אינגעלייט, וואס לייגן אריין שעות על גבי שעות שלא על מנס לקבל פרס, מיט די איינע כוונה, אז אידן זאלן האבן שבת קודש אויסגאבעס און ארטיקלען אנגעפילט מיט אמונה און מיט די מסורה פון די צדיקים, וויאזוי מען קען זיכער מאכן בסייעתא דשמיא אז די גליונות ווערן פארטיג אין צייט אנפאנג וואך, אזוי אז די אלע משפחות וואס ווארטן אזוי ארויס בכליון עינים ערב שבת קודש אויף די ערליכע ליין מאטריאל זאלן נישט בלייבן אויסגעשפילט. &nbsp; דער מיטינג איז פארריבער מיט גרויס הצלחה, ווען ביים סוף האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיינע מתנה דער ספר הקדוש "ליקוטי מוהר"ן" מיט בריוו אריינגעשריבן אינעם ערשטן עמוד, פאר די אינגעלייט וואס געבן אוועק זייערע טייערע צייט צו אהערשטעלן יעדע וואך די שיינע גליונות. &nbsp; הֶן־עָם לְבָדָד יִשְׁכֹּן וּבַגּוֹיִם לֹא יִתְחַשָּׁב

    < זעה מער יג תמוז תשפ"ב 📝
  • הערליכע זומער מיטן ראש ישיבה אין קרית ברסלב ליבערטי

    דער זומער איז שוין ב"ה דא, און דער קול תורה פון די אלע תלמידים פון די הייליגע ישיבה תפארת התורה הערט זיך שוין מיטן פולן קראפט אין די קעטסקיל בערג. &nbsp; אין די לעצטע דריי יאר זינט דער שטעטל איז געווארן אויפגעשטעלט, איז דער קעמפ געווארן א חלק פון שטעטל. אבער אזוי ווי דער שטעטל איז זיך קיין עין הרע צואוואקסן, און כדי נישט צו פארדרייען דעם סדר אין בית המדרש, די מנינים שחרית, דער כולל אינגעלייט וואס לערנען דארט א גאנץ יאר, און אזוי ווי דער קרן הדפסה האט זיך נארוואס אריינגעצויגן אינעם נייעם גרויסן בנין, האט דער ראש ישיבה געהייסן אז דער ביז יעצטיגער בנין פונעם קרן הדפסה אונטערן בית המדרש זאל פארוואנדעלט ווערן פאר א בית המדרש פאר די חשובע בחורים. מען האט אונטערגענומען די נויטיגע רענאוואציעס צו טוישן דעם אויסשטעל פון דעם בנין אז עס זאל זיין פאסיג פאר די בחורים זאלן דארט קענען זיצן און לערנען, מען האט אריינגעלייגט טישן און בענק, און אריינגעברענגט אן ארון הקודש און אזוי ווייטער. &nbsp; במשך דעם זומער נוצן אויס די פילע געסט פון אלע ארומיגע שטעטלעך אין די קעטסקיל בערג דאס וואס דער ראש ישיבה וויילט אין זייער סביבה, און כאפן זיך כסדר אריבער אין שטעטל צו מיטהאלטן די שיעורים. &nbsp; דער ראש ישיבה לערנט פאר פארשידענע שיעורים במשך דעם טאג, אנגעהויבן אכט אזייגער אינדערפרי ווען דער ראש ישיבה לערנט פאר דעם שיעור אין גמרא, דער ראש ישיבה לייגט צו שיינע זאכן וואס מען קען זיך ארויסלערנען אויף למעשה פונעם דף, מיט די הקדמות פון הייליגן רבין, וואס האט אלע טעמים.&nbsp; &nbsp; אבער דער טעגליכן "סיפורי מעשיות" שיעור וואס ווערט פארגעלרענט יעדן טאג אום 8:30 אווענט, איז דער הויכפונקט פון די שיעורים וואס איז א מאגנעט וואס ציעט צו הונדערטער בחורים און אינגעלייט פון נאנט און ווייט, וואס דערקוויקן זיך דאס הארץ מיט די שיינע חיזוק און הדרכה מיט וואס דער שיעור ווערט דורכגעפלאכטן.&nbsp; &nbsp; דער אנגעפילטער סדר היום ענדיגט זיך מיט א ווארימע תפלת מעריב תיכף נאכן שיעור. &nbsp; עֵת הַזָּמִיר הִגִּיעַ וְקוֹל הַתּוֹר נִשְׁמַע בְּאַרְצֵנוּ!&nbsp;

    < זעה מער יב תמוז תשפ"ב 📝
  • ספעשל פראמאושען: באקומט דעם "זוהר" גליון בחנם, דורך א סובסקריבשאן פארן קרית ברסלבל בלעטל

    דער אלעמען באקאנטער ברסלבע צייטונג "קרית ברסלב בלעטל" דארף שוין נישט קיין גרויסע הקדמות. מיר באריכטן דא פון צייט צו צייט איבער די פילע אויסברייטערונגען און פארשענערונגען פארן הערליכן פאמיליע מאגאזין וואס איז מלא תוכן ויראת שמים. אינעם לעצטן וואך אליינס איז צוגעקומען נאך א צוויי הערליכע וועכענטליכע פראיעקטן אין די קינדער אפטיילונג, איינס "א מעשה פון תפלה פאר קינדער" ווי קינדער וועלן אריינשיקן א מעשה'לע פון תפלה מיט א בילד פון די מעשה, וואס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף נאך שטערקער אריינבאקן אין די קינדער די זאך פון תפלה, און אמונה. זייט ביי זייט איז צוגעלייגט געווארן נאך א רובריק מיטן נאמען "נאך וועם הייס איך", ווי די קינדער וועלן אריינשיקן וועכענטליך אביסל איבער דעם צדיק אדער צדקת נאך וועמען זיי הייסן, און ווי זיי שטרעבן און האפן צו וואקסן אן ערליכער איד און גיין אין די וועגן פון אונזערע זיידעס און רבי'ס. דאס וועט בעזרת השי"ת אריינגעבן א שטאלץ אין אונזערע קינדער איבער אונזער הייליגער אפשטאם און א בענקעניש צו גיין אין זייערע וועגן. &nbsp; נאכדעם וואס דער וואונדערליכע בלעטל איז אריבער אן אומגלויבליכער סוקסעספולער יאר, ווען מיט סייעתא דשמיא איז מען ארויסגעקומען יעדע וואך מיט א גאר רייכער תוכן, וואס האט געהאלט אין איין פארשענערט און פארבעסערט ווערן, (ועוד ידם נטיה בסייעתא דשמיא...) טוט דער קרן הדפסה וואס דרוקט און פארשפרייט דאס ארויסקומען מיט א מעכטיגע פראמאשען. אז די אלע וואס וועלן זיך איינשרייבן צו באקומען דעם הערליכן צייטונג אויף די פאסט, פון יעצט ביז חמשה עשר באב הבעל"ט, וועלן באקומען אן עקסלוסיוו מתנה בחנם, די נייע קונטרס "א שטיקל זוהר מיטן ראש ישיבה שליט"א" פאר דריי חדשים צוזאמען מיט זייער סובקריבשאן. &nbsp; די נייע גליון "חזית איש" א שטיקל זוהר הקודש מיטן ראש ישיבה, וואס האט אנגעהויבן ערשיינען מיט עטליכע וואכן צוריק, האט שוין געשלאגן טיפע ווארצלען ביי אנשי שלומינו, די מפיצים זאגן אז עס ווערט ממש צוכאפט פון זייער הענט. אנשי שלומינו טרונקען מיט דורשט די הייליגע ווערטער פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אין זוהר הקודש, נאך דערצו ווען עס קומט באגלייט מיט די זיסע פירוש פונעם ראש ישיבה, וואס געבט אונז צו פארשטיין לעובדא ולמעשה די ווערטער פונעם הייליגן זוהר. &nbsp; טראצדעם וואס עס איז דא א גאר שטארקע פארלאנג פון אנשי שלומינו אז מען זאל זיך קענען איינשרייבן צו באקומען דער הערליכער גליון פון זוהר הקודש מיטן ראש ישיבה. צוליב טעכנישע סיבות, געט מען איבער, וועט מען זיך דערווייל נישט קענען איישרייבן עס צו באקומען באזונדער. אבער אלע נייע סובסקריבשאן פאר קרית ברסלב בלעטל ביז חמשה עשר באב תשפ"ב הבעל"ט וועלן עס אי"ה באקומען בחנם פאר דריי חדשים. &nbsp; כאפט אריין, שרייבט אייך שוין איין, רופט אדער טעקסט 845-640-1743, אדער דורך וואטסעפ 845-747-0832 פארגעסט נישט צו בעטן דעם פראמאשען.

    < זעה מער יא תמוז תשפ"ב 📝
  • קרית ברסלב באקומט ברוך השם פרישע פערמיטן צו בויען הייזער

    ווי געמאלדן א צייט צוריק איז מען אדורך אסאך שוועריקייטן צו בויען פרישע הייזער פאר אנשי שלומינו אויף די ליידיגע שטחים אין שטעטל, נאכדעם וואס די באאמטע האבן זיך געשטעלט אין די לענג און אין די ברייט דאס זאל נישט צושטאנד קומען, צוליב וואס זיי האבן - ווי עס שיינט - געוואלט מקיים זיין דאס וואס חז"ל זאגן "עשיו שונא ליעקב", און אויך ווייל דער אייבערשטער האט ליב צו הערן אונזער קול פון תפילה. זיי האבן זיך יעדע מאל ארויסגעדרייט מיט אנדערע לעכערליכע תירוצים פארוואס זיי געבן נישט דאס מאל קיין פערמיטן. דאס לעצטע מאל איז געווען דער תירוץ אז מען דארף זען אויב עס איז דא גענוג וואסער אין די געגנט פאר די משפחות וואס וועלן וואוינען אין די פרישע הייזער. נאכדעם וואס מען האט זיי דאס אויך צוגעשטעלט און געוויזן אז דער אייבערשטער האט גענוג וואסער פאר יעדן, האבן זיי זיך נישט געשעמט נאר ווייטער זיך פרובירט ארויסצודרייען מיט קינדערישע אויסריידן, וואס האט געהויבן ברעמען פון יעדעם זעענדיג די זינלאזע תירוצים מיט וואס זיין דרייען זיך ארויס. יעצט נאך אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל קענען האבן נאך הייזער פאר אנשי שלומינו וואס ווארטן שוין אזוי לאנג צו קומען וואוינען אינעם הייליגן ברסלב'ן שטעטל - קומט אריין די פרייליכע נייעס אז די באאמטע האבן זיך געבראכן און געגעבן ערלויבעניש צו אנהייבן בויען נאך הייזער. אן אינטערסאנטע זאך האט זיך אפגעשפילט ביים לעצטן טאון מיטינג, ווען עס האט געפעלט איינע פון די באאמטע וואס אָן אים האט מען נישט געקענט באקומען די ערלויבעניש פאר די הייזער, ער האט זיך פרובירט צו פארבינדן עלעקטראניש אבער עס האט עפעס נישט געארבעט. די געטרייע הנהלה מעמבערס וואס זענען אנוועזנד געווען ביים מיטינג האבן שטילערהייט געריסן תפילות אז מען זאל יא קענען באקומען די פערמיטן, און מען זאל נישט ארויסגיין נאכאמאל מיט ליידיגע הענט נאכדעם וואס ס'איז שוין אזויפיל מאל דורכגעפאלן, ביים סוף האט דער נס פאסירט און זיין פארבינדונג איז אדורך בשלום און ער האט געקענט מיטהאלטן דעם מיטינג און געגעבן די ערלויבעניש וואס האט נאך פון אים אויסגעפעלט. די שטחים וואו מען גייט בויען פרישע הייזער זענען ווי פאלגענד; איינס איז אויף די רעדקליף גאס, ביים שטח וואו עס איז געווען די פארם א צייט צוריק. אויך גייט מען בויען נאך א גרויסע דעוועלאפמענט פון פרישע דירות אויף די טווין ברידזש גאס, הארט נעבן די אכט הייזער וואס איז געבויעט געווארן פאר א יאר צוריק, דארט וועט זיין פארשידנארטיגע דירות, עס וועט זיין אפאר גרעסערע דירות וואס וועט פארקויפט ווערן לויט די ליסטע וואס דער ראש ישיבה האט, אויך וועט געבויעט ווערן אסאך "פורנישד" חתן כלה דירות, וואס וועט זיין ספעציעל אהערגעשטעלט פאר פרישע קאפלס מיט אלעס וואס א דירה דארף צו האבן, ווי למשל בעטן, טיש און בענקלעך, פרידזשידער, אויוון און אזוי ווייטער, כדי צו זיך קענען אריינציען אן דארפן אויסגעבן ריזיגע געלטער וואס נישט יעדער האט בשעת מען מאכט חתונה א קינד. אויך גייט מען בויען נאך א דירה אויף די גארדן האַוז גאס, און נאך אפאר דירות אויף האשקי ביים ווינקל פון די שטיגליץ גאס. לאמיר נישט פארגעסן פאר קיין איין רגע אז דאס אלעס איז נאר צושטאנד געקומען ווייל מיר ווייסן פון די לעכטיגע עצה פון רעדן צום אייבערשטן, און דאס האבן אנשי שלומינו געטון, מען האט געבעטן דעם אייבערשטן עס זאל זיין פרישע דירות אין שטעטל, און תפילה העלפט אזוי ווי מען קען דא זען באשיינפערליך. עס איז צום האפן אז דאס וועט ברענגען חיזוק אויף תפילה פאר אלע אנשי שלומינו, צו זען אז ווען מען בעט דעם אייבערשטן העלפט דער אייבערשטער, ביים אייבערשטן איז נישט קיין חילוק צו מען בעט א קלייניקייט אדער גאר אזא גרויסע זאך ווי א הויז. &nbsp;

    < זעה מער ח תמוז תשפ"ב 📝
  • קול ברסלב לייגט צו לאקאלע נומערן פאר בעלגיע און ארגענטינא

    די ליניעס פונעם טעלעפאן ליין "קול ברסלב" ווערן פארפלייצט טאג טעגליך מיט צענדליגע טויזנטער רופן פון איבער די גאנצע וועלט, פון אידן וועלכע ווילן שעפן חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן. די פילע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, די פילע דרשות, שיעורי תורה, שיעורי התחזקות, ניגונים, פערזענליכע געשיכטעס, מעשיות פון תפלה, אינטערסאנטע אינטערוויוס, קינדער אפטיילונג, שיעורים מיטצוזאגן ובלכתך בדרך, ווי אויך די באזונדערע ליין "קוואל פון חיזוק" פאר פרויען און מיידלעך וואס איז פול מיט גאר אינהאלטספולע אינטערעסאנטע אפטיילונגען, און נאך פיל מער; זענען א קוואל פון לעבן פאר אזויפיל אידן וואס זוכן אביסל ליכטיגקייט און ווארעמקייט, זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן און צו מצליח זיין אין לעבן ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; פילע פארלאנגען קומען כסדר אריין פון אידן אין פארשידענע לענדער איבער די וועלט וואס זענען זיך מחי' מיט די טעלעפאן ליניעס, אבער עס קאסט זיי פיל געלט צו קענען רופן די נומערן אויף אמעריקא, און זיי בעטן מען זאל זיי צושטעלן באזונדערע לאקאלע נומערן אין זייערע לענדער עס זאל זיי זיין גרינגער אנצוקומען צו די הערליכע זאכן אויפ'ן ליין. &nbsp; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט א חשובער נדבן אויסגעצאלט דאס צושטעלן פרישע לאקאלע נומערן אין בעלגיע און ארגענטינא, פון וואו עס קומט לעצטנס אריין גאר אסאך רופן צו "קול ברסלב", דאס איז אין צוגאב צו די לאקאלע נומערן וואס איז שוין דא ביז יעצט אין אמעריקא, א באזונדערע נומער פאר אפסטעיט ניו יארק, ארץ ישראל, ענגלאנד, און קאנאדא. &nbsp; די לאקאלע נומערן אין בעלגיע זענען "קול ברסלב" 3235003461, "קוואל פון חיזוק" 3235003462. די נומערן אין ארגענטינא זענען "קול ברסלב" 541152354370, "קוואל פון חיזוק" 451152354380. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט דאס פיל פארגרינגערן פאר די ארטיגע אידן זיך צו קענען מחי' זיין מיט'ן לויטערן קוואל פון הייליגן רבי'ן. &nbsp; עס קומען כסדר אריין פילע דאנק מעסעזשעס פון אידן וואס זייער לעבן איז אויפגעראכטן געווארן א דאנק די טעלעפאן ליניעס. פון די גאר ברייטע אויסוואל פון אזויפיל אינטערעסאנטע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, איז דא גענוג פאר יעדן איינעם צו טרעפן זיין ווינקל פון וואס ער האט די מערסטע הנאה, און וואס איז אים מחזק און געבט אים מוט צוריק צו קומען צום אייבערשטן אין אלע אומשטענדן. אויב האט איר נאכנישט אויספרובירט דעם ליין, איז יעצט די צייט דאס צו טון, איר וועט זיך מחיה זיין מיט יעדע אויסוואל באזונדער, און האבן א געוואלדיגע ניצן דערפון אין אלע אספעקטן אין לעבן. &nbsp; "קול ברסלב" נומערן ☎️ אמעריקע (ניו יארק) 212-444-9191 ☎️ אפסעטיט ניו יארק 845-351-0910 ☎️ קאנאדא 438-300-8080 ☎️ ענגלאנד 03303502361 ☎️ ארץ ישראל 0797040066 ☎️ בעלגיע 3235003461 ☎️ ארגענטינא 541152354370 &nbsp; די "קוואל פון אמונה" (פרויען ליין)&nbsp; ☎️ אמעריקע (ניו יארק) 212-444-9169 ☎️ אפסעטיט ניו יארק 845-351-9060 ☎️ קאנאדא 438-320-9090 ☎️ ענגלאנד 03303502363 ☎️ ארץ ישראל 0797040069 ☎️ בעלגיע 3235003462 ☎️ ארגענטינא 451152354380 &nbsp; שמעו ותחי נפשכם! &nbsp;

    < זעה מער ז תמוז תשפ"ב 📝
  • סיום מסכת יבמות והתחלת מסכת כתובות קומענדיגן ליל שישי

    נאך גאנצע פיר חדשים וואס די גאנצע קהלה זקנים עם נערים האבן אלע מיטגעהאלטן דעם שיעור און געלערענט א דף גמרא יעדן אייציגן טאג, קומט מען אין די טעג אן ברוך השם צו פייערן דעם סיום אויף דעם שיינעם לאנגען מסכת יבמות. &nbsp; דער סיום וועט געפראוועט ווערן בעז"ה ברוב עם מיט א סעודה לכבודה של תורה דעם ליל שישי, אינאיינעם מיטן ערשטן שיעור ליל שישי פון דעם זומער, וואס גייט פארקומען אין בית המדרש היכל הקודש, אויף 181 האשקי רד. אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי. &nbsp; ברוך השם אז אלע האבן מיטגעלערענט מסכת יבמות, מען האט זיך אנגעשטרענגט אפילו אין שווערע טעג האט מען זיכער געמאכט נישט צו פארפאסן דעם בלאט. עס איז דורך פיר חדשים, ווען דער שיינער מסכת יבמות, האט אונז באגלייט יעדן איינציגן טאג. דער ראש ישיבה בעט אין א בריוו די וואך אז אלע זאל זען יעצט אנצוהייבן דעם קומענדיגן מסכת כתובות, און נישט קיין חילק צו מען פארשטייט יא, אדער נישט, זאל מען זאגן דעם בלאט גמרא, און מיט דעם זוכה זיין צו א שמירה עליונה, ווי דער רבי זאגט אין סיפורי מעשיות "ווי לאנג דער דף איז אויף דיר מגין דארפסטו פון קיינעם קיין מורא האבן", דאס גייט ארויף אויף לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, וואס היט דעם מענטש. &nbsp;

    < זעה מער ז תמוז תשפ"ב 📝
  • הערליכע נייער וועכענטליכער קאלום אין קרית ברסלב בלעטל מהנה אומצאליגע ליינער

    ווי די פילע ליינער פונעם הערליכן וועכענטליכן ברסלבער צייטונג "קרית ברסלב בלעטל" וועלכע ערשיינט וועכענטליך אנגעפילט מיט הערליכע ארטיקלען, נייעסלעך, חידות, בילדער, און שיינע ארטיקלען מלא תוכן און יראת שמים, איז אין די לעצטע וואך צוגעקומען א הערליכער רובריק, וואס האט אין די ערשטע וואכן געהייסן "גאסט ארטיקל", געשריבן דורך א מייסטער שרייבער מיט א גאלדענעם פעדער אונטערן פענאמען "שמאי שטראוז", אבער ווי נאר עס איז איינמאל אריין, האט זיך ציבור געלאזט הערן פה אחד, אז מען מוז זען אז דער קאלום זאל ווייטער אנהאלטן, דער ציבור אינג און אלט האט געבעטן אז מען גלייכט זייער זיין געשמאקע שפראך, ווי ער טוט ארויסברענגען די לימודים און עצות פון הייליגן רבין אויף א פרישע וועג.&nbsp; &nbsp; ווי באקאנט איז איינע פון די עיקרים פון היכל הקודש "הפצה", ווי מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן, דו ווייסט דאך אליינס ווי לאנג דו האסט זיך געפלאגט און זיך געמוטשעט און זיך נישט געקענט אן עצה געבן אין לעבן, איך האף אז דו האסט נישט פארגעסן ווי דו ביסט געלאפן צו יעדע "באבא", יעדע "הענט ליינער" אדער "כתובה קוקער", און ווי דו ביסט ארויס דערנאך פון דארט בפחי נפש, וואס אויסער אויסמעלקן דיין געלט, האט ער דיר גארנישט דעליווערט, ניטאמאל א פרק משניות, אדער מעביר סדרה זיין. יעצט ווען עס גייט דיר ברוך השם גוט, האסט געטראפן דעם הייליגן רבין, וואס זיינע ווערטער רעדן צו דיין הארץ, א רבי וואס האט עצות אויף די פראבלעמען פון דור; דו פילסט זיך אן מיט אוצרות פון אמונה, תורה, שלום בית, חינוך, דו פיסלט א סיפוק אין לעבן. פלעגט מוהרא"ש אונז פארהאלטן "פארוואס זאלסטו נישט טראכטן פון א צווייטן?", מוהרא"ש פלעגט זיך בעטן מען זאל פארקוקן אויף די אייגענע באקוועמליכקייטן און נישט זיין 'סעלפיש'. איינער האט זיך אוועקגעגעבן פאר דיר, און געטיילט טויזנטער קונטרסים און ספרים, ביז דער אייבישטער האט אזוי געדרייט אז עס איז אנגעקומען צו דיר, טו דו אויך עפעס פאר א צווייטן. &nbsp; דערפאר זיצט נישט דער ראש ישיבה רואיג, נאר דרייט איבער א וועלט און טוט אלע מיני פעולות אז די עצות פון הייליגן רבין זאלן אנקומען צו אלע מיני אידן, עס איז שווער אויסצורעכענען אלע וועגן פון הפצה וואס ווערן געטון, ספרים, סידיס, גליונות, חיזוק יומי, וועבסייט, עפפס, ניגונים, מוזיק ווידיאס, און נאך אסאך. דערפאר האט די רעדאקציע פונעם קרית ברסלב בלעטל באשלאסן, נאכן הערן ווי שטארק דער ארטיקל האט אן אפקלאנג, אז מען וועט בעטן דעם חשובן שרייבער אז ער זאל ווייטער מהנה זיין דעם ציבור און ווייטער לאזן פליסן זיין פּערלנעם פענע, און האבן די זכיה אז נאך אידן וועלן באקומען חיזוק און אינספיראציע צו נעמען די ווערטער פון הייליגן רבין צום נעקסטן לעוול הלכה למעשה. אזוי האט מען טאקע געטון, און אין די לעצטע וואכן גייט אריין דער הערליכער ארטיקל אונטערן קאלום "צום פינטל", ווי דער שרייבער נעמט דעם ציבור מיט מיט זיך אויף א רייזע, און ברענגט ארויס מיט זיין געשליפענעם שפראך א נקודה'לע צוויי אויף למעשה, וואס מען קען אהיים נעמען נאכן צומאכן דעם בלעטל. &nbsp; אזוי זיצן די חשובע מערכת פונעם צייטונג און שלאפן נישט טאג און נאכט, נאר לייגן אריין כחות עצומות צו פארבעסערן, פארגרעסערן און פארשענערן דעם שיינעם בלעטל, וואס איז אנגעפילט מיט אמונה פון דעקל צו דעקל. &nbsp; ליינט און האט הנאה!

    < זעה מער ה תמוז תשפ"ב 📝
  • אנשי חיל קאמפיין געקרוינט מיט גרויס הצלחה; ראש ישיבה צינדט אן פרישע קאמפיין מיט נייע גאולס

    אין די פארגאנגענע צוויי וואכן האבן אנשי שלומינו מיטן אייבערשטנס הילף זיך אנגעשטרענגט און ארויסגעוויזן זייער הכרת הטוב פארן ראש ישיבה שליט"א וואס איז זיך מקריב טאג און נאכט פאר אונזער הצלחה נצחית, מיר זאלן אנקומען נענטער צום תכלית פארוואס דער אייבישטער האט אונז אראפגעשיקט אויף דער וועלט. &nbsp; עס האבן זיך געשאפן איבער 550 טיעמס, וואס האבן אראפגעשטעלט פאר זיך א ציל וויפיל זיי ווילן שאפן, און קרוב צו 350 האבן עס ברוך השם דערגרייכט, רוב פון זיי אסאך מער פון זייער ציל, (איבער 100 האבן דערגרייכט דאפעלט פון זייער ציל), דער סך הכל איז אריינגעקומען דער סכום פון איבער $675,000 דורך איבער עלף טויזענט נדבות. &nbsp; לויט די שטעט, איז אריינגעקומען ווי פאלגענד:&nbsp; 👍🏻 קרית ברסלב, איבער $220,000 👍🏻 וויליאמסבורג, איבער $120,000 👍🏻 בארא פארק, איבער $90,000 👍🏻 פרויען פאראיין, איבער $80,000 👍🏻 קרית יואל, איבער $60,000 👍🏻 מאנסי, איבער $20,000 👍🏻 לעיקוואוד, איבער $20,000 👍🏻 ירושלים, איבער $10,000 👍🏻 סטעטען איילענד, כמעט $9,000 👍🏻 בני ברק, כמעט $8,000 👍🏻 דשערסי סיטי, איבער $5,000 👍🏻 יבנאל, כמעט $4,000 👍🏻 בית שמש, כמעט $3,000 👍🏻 חיפה, איבער $2,000 👍🏻 צפת-טבריה, כמעט $1,000 👍🏻 ברכפלד, מודיעין עילית, כמעט $700 &nbsp; די טיעמס העכער צען טויזענט דאלער זענען: 👍🏻 מו"ה יאסי פרערא, איבער $21,000 👍🏻 מו"ה יעקב און מו"ה ישעי' האלצער, איבער $19,000 👍🏻 ראש ישיבה, איבער $15,000 👍🏻 מו"ה שבתי מזרחי, איבער $14,000 👍🏻 מו"ה אברמי פריעדריך, איבער $11,000 👍🏻 מו"ה משה ווייזער, איבער $10,000 &nbsp; אלע זענען עדות אויף די גרויסע מהפיכה וואס איז געווארן אין די אידישע וועלט, ווען מיט קוים עטליכע יאר צוריק האט מען בכלל נישט געוויסט וואס ברסלב איז, מען האט בלויז געהערט לשון הרע'ס וואס דער סמ"ך מ"ם האט געזוכט צו פארשפרייטן קעגן הייליגן רבין, און מיט דעם פארשווארצן דעם פנים פון ברסלב, אזוי ארום וועט ער האבן אלעמען אין טאש, ווען מען וועט נישט וועלן הערן ח"ו די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין, וואס הייבט אויף און ברענגט צוריק יעדן איד צום אייבערשטן, אין סיי וועלכע מצב. &nbsp; אבער נאכדעם וואס די הפצה פון די ישיבה פארמערט זיך מיט יעדן טאג, און די דיבורים פון הייליגן רבין ווערן פארשפרייט אויף אלע מיני אופנים, און ערליכע אידן וואס זוכן דעם אמת הייבן אן צו לערנען די הייליגע ספרים און הערן די לויטערע דיבורים מער און מער, און נאך דעם וואס מען פרובירט עס אויס, מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן, מען הייבט אן זאגן ח"י פרקים משניות, מען הייבט אן צו מכבד זיין און טייער האלטן די ווייב, און אזוי ווייטער, זעט מען בחוש ווי זאכן אין לעבן הייבן זיך אן דראסטיש צו טוישן צום גוטן, מען ווערט א בעסערע איד, מען באקומט קאנפידענץ, מען הייבט אן לעבן מיטן אייבערשטן. און נאכדעם באקומט מען א קאל פון א חבר, א קרוב, א שכן וואס בעט א נדבה פאר די הייליגע מוסדות, געבן אידן מיט א שמחה און מיט א ברייטע האנט. &nbsp; יעצט ווען דער קאמפיין איז געקומען צום שלוס, האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן זייער א שיינע בריוו, ווי ער באדאנקט זיך פאר אנשי שלומינו, און זאגט ווי איבערגענומען ער איז פון די געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט פון אנשי שלומינו. ווי דער ראש ישיבה שרייבט אינעם בריוו: "יעצט ווען מיר האבן געהאט די קאמפיין האב איך פריש געזען די העלדישקייט פון אנשי שלומינו, ווי יעדער איינער האט עוסק געווען אין צדקה; מען האט געטון פאר די מוסד, מיר זאלן נישט זינקען אין חובות - מיט אזא געטריישאפט, איך מוז דיר זאגן איך בין זייער איבערגענומען פון די גאנצע זאך." &nbsp; דערנאך שרייבט דער ראש ישיבה איבער א נייע קאמפיין וואס ער בעט אז אלע אנשי שלומינו זאל זיך אנשליסן. די זיסע דיבורים פון ראש ישיבה רעדן פאר זיך: "יעצט הויבן מיר אן א נייעם קאמפיין. קומענדיגע וואך גייען מיר קויפן נייע שטחים, מיר גייען אריין אין א נייע מסכתא, מסכת כתובות; וויל איך דו זאלסט זיך אנשליסן, דו זאלסט אויך האבן א חלק אין די מקח, דאס איז א גוטע מקח. דער אייבערשטער זאגט (משלי ד, ב): "כִּי לֶקַח טוֹב נָתַתִּי לָכֶם", איך האב א גוטע דיעל, "תּוֹרָתִי", מיין תורה, "אַל תַּעֲזֹבוּ", לאזט דאס נישט אפ, "עֵץ חַיִּים הִיא" (שם ג, יח), דאס איז א בוים פון לעבן; ווער עס לערנט תורה האט לעבן, עס פעלט אים נישט בזה ובבא." דער ראש ישיבה שרייבט ווייטער: "איך וויל זייער שטארק זאלסט מאכן א גאול פון לערנען לכל הפחות איין בלאט גמרא יעדן טאג; אן קיין מעשיות, אן קיין תירוצים." &nbsp; עס איז אוודאי צום האפן אז אנשי שלומינו וועלן זיך צוכאפן און אנשליסן אינעם פרישן קאמפיין, און זיכער מאכן אנצוקומען צו זייער "גאול", און פולקאם אנפילן זייער "פעידזש" יעדן אייציגן טאג. &nbsp; כי לקח טוב נתתי לכם, תורתי אל תעזובו &nbsp;

    < זעה מער ד תמוז תשפ"ב 📝
  • אלע בעטן שוין אויספארקויפט אינעם בנין אין אומאן

    אויף די גרויסע נאכפראגע פון פילע אידן וואס ווילן נעמען א בעט אינעם בנין היכל הקודש אין אומאן אויף דעם קומענדיגן ראש השנה תשפ"ג הבעל"ט, ווילן מיר מעלדן אז עס איז מער נישטא צו באקומען קיין בעטן, אלע פלעצער זענען שוין ארויסגעדינגען. &nbsp; וויכטיגע מעלדונג פאר די אלע וואס האבן געגעבן א דעפאזיט פאר א בעט; עס איז שוין דורך די לעצטע מינוט צו באצאלן דעם גאנצן באלאנס. פון יעצט וועט מען אי"ה צוריקגעבן די דעפאזיטס פאר די אלע וואס האבן נאכנישט אויסצאלט זייער גאנצע באלאנס. &nbsp; פאר די אלע וועלכע האבן שוין יא אויסגעצאלט זייער באלאנס, וועלן מיר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פרובירן צוצושטעלן דעם שבת ויום טוב אין אומאן אויף א געשמאקע פארנעם. ווי באקאנט געפינט זיך אוקריינע יעצט אין א מלחמה צושטאנד, זאכן זענען פיל שווערער צו שאפן און ברענגען ווי א געווענליכע יאר. געוויסע ווייטערע שטעט וואס זענען יעצט אויפ'ן פראנט פון די מלחמה, זענען די פלעצער פון וואו מען פלעגט ברענגען פילע נויטיגע געברויכן און יעצט קען מען גארנישט באקומען פון דארט. מיר זענען מתפלל און מיר זענען זיך משתדל דאס מערסטע וואס מעגליך אז אלעס זאל זיין צוגעשטעלט על צד היותר טוב צו יעדנ'ס צופרידנהייט. &nbsp; ראש השנה שלי עולה על הכל!

    < זעה מער א תמוז תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 856 to 870 of 1659 results

1 2 ... 55 56 57 58 59 60 61 ... 110 111
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com