Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • פערציג חתונות בחנם אפגעצייכענט

    אין די יעצטיגע טעג איז געווארן אפגעצייכעט דער פערציגסטע חתונה אין בית המדרש. דאס איז א נומער וואס דארף ווערן באצייכענט מיט גאלדענע אותיות. דאס זענען פערציג חתונות וואס אכציג מחותנים און אכציג מחותנת'טעס, פערציג חתנים און פערציג כלות, פון אלע סארטן און אלע מינים, טייל זענען רייכע, טייל ארימע, צווישן זיי זענען דא כאניאקעס, רבישע, פרומע, באלעבטישע, בעסערע, צופלויגענע און צוזאם גענומענע און אלעס אינצווישן, וואס האבן אבער באשלאסן אז זייער חתונה וועט פארקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב.   די חתונות אין בית המדרש זענען א סערוויס וואס ווערט צוגעשטעלט דורך די קהלה פאר געצליך בחינם; מענטשן מיינען אז ווען מען זאגט אז די חתונות זענען בחנם, איז עס א גוזמא, מען טראכט וויבאלד מען בעט "בלויז דריי-און-א-האלב טויזענט דאלער א זייט" וואס איז ממש בחנם קעגן אדערע זאַלן, דרוקט מען זיך אויס אז עס איז "בחנם". אבער ניין, ווען מען זאגט אז די חתונות זענען בחנם מיינט מען עס ממש אין פילן זין פון ווארט. די קהלה שטעלט צו די סערוויס פון א גאנצע חתונה נאכט, טישן, בענקלעך, עסן, מוזיק, בלומען, און מצוה טאנץ און אזוי ווייטער פאר קיין איין פעני אויף א גאלדענעם טאץ. די מחותנים און חתן כלה דארפן בלויז אריינשפאצירן אויפן אפגעשמועסטן דאטום און פראווען די שמחה און קוועלן פון נחת ווען מען שטעלט אויף א פרישע אידישע שטוב, אן קיין הארץ דרוקעניש פון חובות און בזיונות.   מענטשן וואונדערן זיך, מען רעדט שוין יארן אין די אידישע עסקנות וועלט וואס שפעקולירט און פלאנירט טאג און נאכט מיט עצות און געדאנקען וויאזוי מען קען ראטעווען די אכציג-נייציג פראצענט פון אידן וואס ברעכן אונטער ביים חתונה מאכן די קינדער.   מען האט שוין פרובירט תקנות, חתונה מאלס, אסיפות, דרשות, הסברות, עקספאוס, האט-ליינס, מארקעטינג פארמעסטן, ניגונים, כח היחיד, כח הרבים, גמליאל קאמפיין, כלל ישראל אסיפות, און מען וואונדערט זיך פארוואס מען קען נישט פועלן לכל הפחות צו האלטן די חתונות ביי די סטאנדארטן פון נעכטן? פארוואס מיט יעדע חודש שפעטער "מוז" מען שוין אויסגעבן נאך "נאר עטליכע טויזנט דאלער" נישט חלילה זיך אויפצורייסן, נאר פשוט צו הייסן א "נארמאלע" מענטש? מען קוקט זיך צו מיט אנגסט, און מען זעט ווי עס וואקסן ארויס יעדן טאג פרישע נייע "מנהגים" וויאזוי א "נארמאלע אידישע שמחה" דארף אויסזען, דאס הארץ טוט וויי ווען מען שרייבט כסדר צו פרישע סעיפים אינעם "שלחן ערוך של הנארמאלע" פונקטליך וואספארא נייע מתנות מען איז שוין יעצט מחייב צו געבן, און אין די זעלבע צייט קומען כסדר צו נייע "ימים טובים" ווען מען "מוז" קויפן מתנות. אזוי אויך אויף די קליידער געבט מען חלילה נישט אויף, די מארקעטערס שלאפן נישט און באווייזן אריינצולייגן פרישע סעיפים אינעם שלחן ערוך פונקטליך וויפיל קליידער, שיך און שטריימלעך מען מוז קויפן, וויפיל מאל מען מעג אנטון א קלייד במשך די ימי השמחה, מען ארבעט אויס די פרטי ההלכה וויפיל מוז דער שטריימל קאסטן, עקסטער פארן חתן, און מען איז מחזק די נייע תקנה אז די מחותנים מוזן זיך אויך קויפן א פרישע שטריימל ביי יעדן קינד'ס חתונה. די חכמי כעלעם זיצן ביי אסיפות וואס באשליסן וואס פארא מעבל "אידישע" פוירניטשור נארמאלע מענטשן קויפן. די מעניו וואס מען "מוז" געבן פארנעמט גאנצעטע בענדער אין "הלכות נארמאלקייט", עס איז אראפגעשריבן בפרטי פרטיות פונקטליך וואס פארא מעניו "באלעבאטישע" מענטשן מוז געבן ביי די ווארט, תנאים, לחיים, קידוש, קבלת פנים, און די חתונה, חלילה נישט אויסלאזן די שמאגערס באורד, און מיט וואס צו "מכבד זיין" ביים לאנגווייליגן "גראמען", אזוי אויך זיצן די "פארטי פלענערס" און ארבעטן אויס די וויכטיגע מעניוס פון די באווארפן, די פילע שבע ברכות, און שבת שבע ברכות. אפגערעדט איז די חתונה נאכט, ווי יעדע נייע "מנהג" מוז מען מקיים זיין ביז מסירת נפש, מען מוז האבן א קעניגליכע זאל, יעדער מוז באקומען סערווירט א גאנצע פארציע אפילו רוב גייט אין מיסט, מען מוז באשטעלן מינימום קאפלס, מען מוז האבן אן "עכטע" לייוו בענד, זינגערס און שפילערס און לייטינג וואס מאכן זיך און יעדעם משוגע, מען מוז טאנצן אזוי און אזוי, און דערנאך מוז איינער א "גראמער" גראגערן אין קאפ ביז צוויי אזייגער פארטאגס.   קהילת היכל הקודש האט נישט קיין "כח הרבים" אדער "כח היחיד", היכל הקודש האט עפעס אנדערש, דאס איז דא דער "כח הצדיק". מוהרא"ש האט יארן גערעדט דערפון און האט אין זיינער צייט געקענט אויסקוקן ווי א קול קורא במדבר, אבער ניין, דער צדיק'ס כח גייט נישט לאיבוד, ער האט איינגעזייט און איינגעפלאצט פאר פופציג יאר, און ברוך השם יעצט וואקסט ארויס די שיינע פירות וואס בליעט אזוי שיין לשם ולתפארת.   דער צדיק לערנט אונז אויס צו קוקן אויף וואס עס איז וויכטיג אין לעבן. מען זאל קוקן וואס דער אייבישטער וויל. און דער אייבישטער וויל אז מען זאל חתונה האבן, און וואס פשוטער און גרינגער אלס שנעלער קען מען בעזר השם טון שידוכים און חתונה האבן. דער צדיק קלארט אונז אויס די אמונה, און ווען מען ווייסט אז דער אייבישטער איז דא, ליגט שוין נישט די קאפ אין געפעלן פאר מענטשן, מען געבט נישט אויס קיין געלט - אפילו ווער עס דארף נישט בארגן - נאר כדי אז די אזוי גערופענע "חברים" זאלן כלומר'שט האלטן פון מיר.   דעפאר איז דאס א גרויסע שמחה ווען מען האלט דא אז מען האט אפגעצייכעט דער פערציגסטע חתונה אין בית המדרש, און מיטן כח פונעם צדיק מוהרא"ש זי"ע וועלן מיר ווייטער מצליח זיין צו אויפשטעלן א דור וואס וועט גיין לויט די מסורה אין די וועגן פון די פריערדיגע צדיקים.  

    < זעה מער יח אלול תשפ"ב 📝
  • שיינע שבע ברכות אין שטוב פון ראש ישיבה לכבוד משפחת אפפעל הי"ו

    קרעדיט הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א &nbsp; נעכטן מאנטאג אווענט איז פארגעקומען א שבע ברכות ביים ראש ישיבה אין שטוב לכבוד די חשובע משפחת מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו וואס האט געפירט זיין זון דער חתן גדלי' אונטער די חופה עב"ג הכלה תחי' בת מו"ה יואל ג'ברא הי"ו פון וויליאמסבורג. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן א שיינע שמועס ביים שבע ברכות און זיך אויסגעדרוקט אז היינט מאכן מיר שוין נישט קיין שבע ברכות פאר יעדע חתן כלה אין די קהילה, עס איז דא קע"ה דא אסאך שמחות, און עס איז פשוט נישט שייך. אבער פאר משפחת אפפעל - האט דער ראש ישיבה געזאגט - מוזן מיר מאכן, ווייל זיי האבן זיך אוועק געגעבן אלע יארן פאר די קהלה בלב ונפש. &nbsp; עס איז שווער אויסצורעכענען די פילע פעולות וואס די חשובע משפחה האט אלץ געטון פאר די קהילה, צום ערשטן איז די לעידיס אקזילערי וואס מרת אפעל תחי' האט געגרינדעט שוין מיט בערך צען יאר צוריק, ווי די חשובע פרויען זענען זיך מחזק איינע דעם צווייטן, און אזוי אויך מאכט מען כסדר פארטיס אריינצוברענגען נדבות פאר די ישיבה. &nbsp; ר' אייזיק איז אלץ געשטאנען צו די רעכטע האנט פון ראש ישיבה שליט"א, ווען מען האט איבערגעבויעט דער בנין אויף סקילמאן סט. איז א גרויסע חלק פון די ארבעט געטון געווארן דורך ר' אייזיק'ס צוויי רעכטע הענט. &nbsp; ר' אייזיק פירט אן דעם פאנדרעיזינג אפאראט פאר די נייע מוסדות היכל הקודש ברסלב על טהרת הקודש אין ירושלים עיר הקודש, וואס וואקסט און בליעט קע"ה יעדן טאג. &nbsp; בפרט דארף מען ארויסברענגען דעם זאל "עטרת אפעל" וואס די חשובע משפחת אפעל האט אויפגעבויעט, וואס שפארט טויזנטער דאלערס ביי די שמחות פון אנ"ש סיי חתונות, שבע ברכות, און בר מצות. יעצט ווען ער האט זוכה געווען צו פירן זיין זון אונטער די חופה צייכענט מען אפ די פערציגסטע אין בית המדרש, וואס האט שוין געשפארט פאר אנשי שלומינו לכל הפחות א האלבע מיליאן דאלער. &nbsp; זאל דער אייבישטער באצאלן פאר די חשובע מחותנים פאר אלע גוטע מעשים וואס זיי טוען, זיי זאלן זען פיל שמחה ונחת ביי דעם קינד און ביי אלע אנדערע קינדער געזנוטערהייט.

    < זעה מער יז אלול תשפ"ב 📝
  • נייע מוזיק ווידיא: טאטע ברענג מיר קיין אומאן

    א הערליכע מוזיק ווידיא לכבוד די הייליגע יום טוב ראש השנה הממשמש ובא איז נארוואס ערשינען דורכן ראש ישיבה, אויפן ווידיא זעט מען דעם ראש ישיבה שליט"א מיט תלמידים גייען ארויף אויף א פליגער, דער ראש ישיבה נעמט דעם מיקראפאן פונעם פלייט אין די האנט און רופט אויס "מיר פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, פארוואס? דער הייליגער רבי האט געזאגט איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, איך ווייס וואס ראש השנה איז. די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, אפילו מענטשן וואס וועלן קומען צו מיר א גאנץ יאר וואס איך קען זיי נישט מתקן זיין, ראש השנה קען איך יעדעם איינעם העלפן. מיר דארפן זיך זייער פרייען אז מיר פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, א סעיף טריפ!" &nbsp; דערנאך פליט דער גאנצער עולם אפ מיט ראש ישיבה, און פליענדיג אין די לופטן זינגט מען אפ אויף א מייסטערהאפטיגן אויפן דעם נייעם ניגון "טאטע ברענג מיר קיין אומאן", די ווערטער פונעם ניגון זענען ווי פאלגענד: דעם הייליגן רבינ'ס ראש השנה, &nbsp; פון באשעפער א מתנה, &nbsp; צי מיט באנען צי עראפלאנען, &nbsp; גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען, אלע סארטן און אלע מיני, &nbsp; אידן דערהויבנע און צוריסענע, &nbsp; סיי מוצלחים און סיי צושניטענע, &nbsp; קומען צום רבין אויף ראש השנה, טאטע העלף איך זאל דארט זיין! &nbsp; טאטע ברענגט מיך קיין אומאן! &nbsp; לאמיר בעטן נאך איין תפלה, &nbsp; דאס איז די בעסטע סגולה! טאטע העלף איך זאל דארט זיין! &nbsp; טאטע ברענגט מיך קיין אומאן! &nbsp; טאטע געב אונז א גרינגע נסיעה, &nbsp; אן קיין איין מניעה, הראש השנה שלי, עולה על הכל, &nbsp; ומי שזוכה להיות אצלו צריך לשמוח מאוד, הראש השנה שלי, הוא חידוש גדול, &nbsp; הראש השנה שלי, עולה על הכל, טאטע העלף איך זאל דארט זיין! &nbsp; טאטע ברענגט מיך קיין אומאן! &nbsp; לאמיר בעטן נאך איין תפלה, &nbsp; דאס איז די בעסטע סגולה! טאטע העלף איך זאל דארט זיין! &nbsp; טאטע ברענגט מיך קיין אומאן! &nbsp; טאטע געב אונז א גרינגע נסיעה, &nbsp; אן קיין איין מניעה! דער נייער ניגון ברענגט ארויס פארוואס מיר פארן קיין אומאן, צוליב די געוואלדיגע הבטחות וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט צו פאררעכטן אלע וואס קומען צו אים, און ברענגט ארויס אז די אייציגסטע וועג איבערצוקומען אלע שווערקייטן איז נאר דורך בעטן נאך איין תפלה און נאך איין תפלה ביים אייבערשטן "טאטע ברענג מיך קיין אומאן, טאטע געב מיר א גרינגע נסיעה". &nbsp; מען קען זען דעם נייעם מוזיק ווידיא אויף די ברסלבע וועבסייטס. עפן דעם מוזיק ווידיא און זינג מיט "טאטע העלף איך זאל דארט זיין! טאטע ברענגט מיך קיין אומאן! לאמיר בעטן נאך איין תפלה, דאס איז די בעסטע סגולה! טאטע העלף איך זאל דארט זיין! טאטע ברענגט מיך קיין אומאן! טאטע געב אונז א גרינגע נסיעה, אן קיין איין מניעה!" און מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר זיך אלע זען קומענדיגע וואך ביים הייליגן רבין אין אומאן. &nbsp; מי שזוכה להיות אצלו צריך לשמוח מאוד מאוד

    < זעה מער טז אלול תשפ"ב 📝
  • רענט קאמפיין וועט בעז"ה היי יאר אויך צושטעלן שאטעלס צום ציון

    קרעדיט מו"ה שבתי מארקוס הי"ו &nbsp; טראץ דעם וואס היי יאר קומט אן שווערער צושטעלן די שאטלס, צוליב די מצב אין אוקריינע ווען עס זענען דא ווייניגער ארבייטער, ווייניגער ספרינטערס, און די געז איז אסאך טייערער, מיט דעם אלעם איז געלונגען פאר די איבערגעגעבענע עסקנים פונעם רענט קאמפיין מו"ה שבתי מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו אנצוהאלטן די שאטל ספרינטערס כדי אז אנשי שלומינו זאל קענען קומען און גיין פון און צום הייליגן ציון שנעלערהייט אין די וואכנטעג וואס מען וועט בעז"ה וויילן אין אומאן. &nbsp; ברוך השם, אז נישט נאר וואס מען איז עס ממשיך ווייטער נאר מען האט נאך צוגעלייגט נאך א ווען, און היי יאר וועלן זיך געפונען דריי ספרינטער ווענס אויפן ראוד וואס וועלן כסדר פארן אהין-און-צוריק במשך די גאנצע צייט, דער ערשטער ווען וועט בעז"ה ארויספארן פונעם בנין היכל הקודש טעגליך אום 5:00 פארטאגס תיכף ווי נאר די נאכט קורפיו ווערט געענדיגט, און 5:20 וועט בעז"ה ארויספארן דער צווייטער, און 5:40 דער דריטער, און אזוי וועט דער סדר ווייטער אנהאלטן בעז"ה אין אלע שעות פון טאג, און די זעלבע זאך וועט דער ערשטער ספרינטער שוין ווארטן ביים באשטימטן ווינקל נעבן הייליגן ציון אום 5:00 פארטאגס צום בנין היכל הקודש, דער צווייטער אום 5:20, און דער דריטער אום 5:40, אזוי וועט עס אנהאלטן בעז"ה במשך אלע שעות פון טאג, ביז אום 10:40 ווען די לעצטע ווענס וועלן ארויספארן. &nbsp; אזוי ווי די קאסטן זענען היי יאר גאר שטארק געשטיגן, האט די רענט קאמפיין געשאפן אז דער באקאנטער רייזע אגענטור וואס איז שוין גוט באקאנט פאר אנשי שלומינו "פלען איט רייט" זאל ספאנסערן די שאטלס. אנשי שלומינו זענען גאר דאנקבאר פאר די איבערגעגעבענע פירמע "פלען איט רייט" וואס יומם ולילה לא ישבותו און געבן זיך איבער פאר אלע געברויכן צו ברענגען אנשי שלומינו קיין אומאן און צושטעלן אלעס וואס פעלט זיך אויס, סיי טיקעסט צום פליען, און אזוי אויך צוליב דעם לאנגען וועג שטעלן זיין צו וועגן מיט אלע געברויכן אויפן גאנצן וועג פון די עירפארטס ביז אומאן. יעצט האבן זיי צוגעלייגט א פרישע סערוויס מיטן ספאנסערן די פארברייטערטע פלאטע פון ספרינטערס וואס וועלן טראגן און ברענגען אנשי שלומינו אין אומאן גופא. &nbsp; די רענט קאמפיין געבט איבער אז זיי וועלן בעזרת השם אויך צושטעלן אין אומאן פרוזבול שטרות אז מען זאל קענען אויספילן דעם שטר וואס די הלכה פארלאנג אז מען דארף אונטערשרייבן ביים סוף פון יעדע שמיטה יאר, אזוי אז אפילו אויב איינער איז דיר שולדיג געלט זאל מען עס נאך מעגן צוריק בעטן. &nbsp; אלע אנשי שלומינו זענען שטארק מכיר טוב פאר די איבערגעגעבענע עסקנים פונעם רענט קאמפיין וואס מאכן זיכער בסייעתא דשמיא אז די רענט פון די הייליגע ישיבה אין וויליאמסבורג ווערט פולקאם באצאלן יעדע חודש. דער בית המדרש וואס פון דארט גייט ארויס די הייליגע דיבורים פון הייליגן רבין דורכן ראש ישיבה, און מיט דעם נעמען זיי אראפ דעם פינאנציעלן עול פון ראש ישיבה, אז ער זאל קען אויסנוצן די טייערע צייט מיט זיך מיטן פירן די קהילה, מוסדות, און זיך אפגעבן מיט אנשי שלומינו און מיט הפצה, דרשות, ספרים, עצות און חיזוק. אזוי אויך זינט אנשי שלומינו האבן געגרינדעט דעם נייעם בית המדרש אין בארא פארק, האבן זיי זיך אונטערגענומען אויפן בקשה פונעם ראש ישיבה צו באצאלן די רענט פונעם מקדש מעט. &nbsp; אנשי שלומינו וועלן זיכער אנטקעגן קומען די עסקנים און מנדב זיין מיט א ברייטע האנט פארן רענט קאמפיין, און מיט דעם נעמען א חלק אין אלע גוטע מעשים וואס קומט ארויס דערפון. &nbsp; הראש השנה שלי עולה הכל, איש בל יעדר! &nbsp;

    < זעה מער טו אלול תשפ"ב 📝
  • נייער אלבום "איך בין נישט אליין" שוין דא צו באקומען

    מיט גרויס שמחה נעמען אויף אנשי שלומינו די נייעס אז דער נייער אלבום איז שוין ארויסגעקומען. דאס איז שוין די פערטע אין די סעריע פון "טאנץ מיט אמונה" אלבומס, די ניגונים זענען נישט סתם ניגונים, דאס זענען ניגונים פון התבודדות; רוב ניגונים זענען געמאכט געווארן ביים שמועסן מיט'ן אייבערשטן, און בשעת'ן בענקען צום אייבערשטן. &nbsp; די נייע סידי "איך בין נישט אליין" האט צען ניגונים, הערליך אראפ געזונגען דורכן ראש ישיבה שליט"א מיט די באגלייטונג פון גאר פראפעסיאנאלע מוזיק, מענער און קינדער כאארס, און אלע ניגונים זענען פול מיט חיזוק אויף אלע נקודות וואס מען לערנט אין היכל הקודש. &nbsp; דער ערשטער ניגון "תפילה". דער ניגון דערמאנט אז מען זאל וויסן אז עס איז דא מיט וועם צו שמועסן, "דער באשעפער הערט מיך אויס, איך בין נישט אליין, איך האב וואו צו גיין, דער באשעפער הערט מיך שטענדיג אויס". &nbsp; דער צווייטער ניגון איז "תורה". דער ניגון איז געבויט אויפן שיחה אין שיחות הר"ן, סימן עו; דאס גרויסקייט פון לערנען, "אין צריכין בלימוד רק האמירה", דער עיקר איז לערנען, זאגן די ווערטער פון תורה, אפילו אן פארשטיין. &nbsp; דער דריטער ניגון איז "שלום בית". דער ניגון זאגט אונז וואס איז אן עובד השם? דער וואס העלפט אין שטוב. ווער איז אן ערליכער איד? דער וואס פירט זיך מיט שלום און מיט ליבשאפט אין שטוב. &nbsp; דער פערטער ניגון איז "אמונה". דער ניגון זאגט אונז וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, מיר זאלן חזר'ן אמונה, אלעס איז דער אייבערשטער; דאס בארואיגט פון אלע שרעקעדיגע נייעס וכדומה. &nbsp; ניגון נומער פינף איז "ממלא כל עלמין". דער ניגון ברענגט ארויס דאס שיינקייט פון לעבן מיט'ן אייבערשטן, ווען מען ווייסט אז דער אייבישטער איז ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות מבלעדיך יתברך כלל, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם. עס איז גארנישט פארהאן אויסער דער אייבישטער. מוהרא"ש זאגט, דער ניגון וועט משיח זינגען מיט די גאנצע וועלט, יעדער וועט וויסן אז אלעס איז נאר אייבערשטער, די גאנצע בריאה איז אייבערשטער. &nbsp; דער זעקסטער ניגון איז "תיקון הכללי". דער ניגון שרייט אויס די עצה און תיקון פאר ווער עס איז נעבעך אראפגעפאלן אין פגם הברית, צו זאגן די צען קאפיטלעך תהילים, טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ; דאס פאררעכט דעם מענטש, מען ווערט אפגעוואשן פון אלעם שלעכטס, מען ווערט ריין. &nbsp; ניגון נומער זיבן "קינדער". דער ניגון זינגען ערליכע משפחות וואס גייען נאך די תורה, די צדיקים; מען גייט נישט נאך די לינקע גאס פון נישט ברענגען קינדער מיט'ן טענה אז מען קען נישט האבן צייט פאר זיך אויב מען האט א גרויסע משפחה, דער ניגון זינגט: "א מחי' גרויסע משפחה, יעדע קינד ברענגט נאר הצלחה". &nbsp; ניגון אכט איז "אליינס מיט'ן באשעפער". מענטשן זענען צעבראכן, און זאגן 'איך בין אליין, איך האב נישט קיינעם', מען פארגעסט אז מען איז נישט אליין, מען איז אליינס מיט'ן אייבערשטן, און אז מען איז אליינס מיט'ן באשעפער, מען שמועסט זיך אויס מיט'ן אייבערשטן אליינס, דעמאלט איז אליין א גוטע זאך. מען קען טראכטן שלעכט 'איך בין אליין', מען קען אבער טראכטן טיפער, 'איך בין אליינס מיט'ן באשעפער', דאס איז שוין א גרויסע מדריגה. &nbsp; דער ניינטער ניגון איז "שכוח אייבערשטער". דער ניגון איז דער מקור הישועות, ווייל ווען מען זינגט און זאגט: "שכוח אייבערשטער פאר מיין לעבן, שכוח אייבערשטער פאר מיין ווייב און קינדער" - דאס עפנט אויף די הימלען און עס גיסט ישועות און רפואות; ווי מער מען זינגט "שכוח אייבערשטער", מען רעכנט אויס נאך און נאך פרטים - ווערט מען נענטער צום אייבערשטן. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן ב): "כִּי כָל מַה שֶּׁיּוֹדְעִין וּמַכִּירִין אוֹתוֹ יִתְבָּרַךְ בְּיוֹתֵר", ווי מער מען דאנקט דעם אייבערשטן, "סְמוּכִין אֵלָיו בְּיוֹתֵר", ווערט מען מער און מער נענטער. &nbsp; דער צענטער ניגון הייסט "כל הנשמה". דער ניגון רעדט אויך איבער "תודה והודאה", דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף יעדע אטעם, אויף יעדע פרט אין לעבן. &nbsp; עס איז א סידי וואס איז נישטא זיינס גלייכן, אלע ניגונים זענען געבויט אויף די ווערטער פון הייליגן רבין, און מען ארויסנעמען דערפון לימודים למעשה, מען חזר'ט מיט זיך אז איך בין נישט אליינס דער אייבישטער איז מיט מיר, מען דאנקט דעם אייבערשטן פאר די גוסט וואס ער געבט אונז, מען הערט נאכאמאל אז מען דארף רעדן שיין צו די ווייב, מען הערט ווי דער ראש ישיבה רעדט פון סדר דרך הלימוד. &nbsp; אויך מיט די פראפעשאנעליזם האט עס זיך נישט מיט וואס צו שעמען פון אנדערע אלבומס. מען האט נישט געשוינט קיין מיה און פלאג צו אויסקלויבן צום אלבום פון דאס בעסטע און דאס שענסטע וואס איז פארהאן.&nbsp; &nbsp; אט איז די ליסטע פון מוזיקאנטן, שפילער און זינגער פארן נייעם הערליכן אלבום:&nbsp; 🎵 ארעינדזשמענטס: סענדי ראטה 🎵 מענער כאאר: אברמי צוויבל 🎵 קינדער כאאר: שיר ושבח 🎵 קיבארד: סענדי ראטה, דוד ביתן, שמואל סאן 🎵 דראמס: אבי אבידני 🎵 גיטאר: יוני קיזר 🎵 בעיס: אבי יפרח 🎵 מיקס און מעסטער: אלי מלמד &nbsp; מען קען עס הערן אויף די ברסלבע וועבסייטס, אזוי אויך וועט מען עס קענען באקומען ביי די מפיצים. &nbsp; 💿 איך בין נישט אליין אויף ברסלב סענטער 💿 איך בין נישט אליין אויף ברסלב עניטיים

    < זעה מער יב אלול תשפ"ב 📝
  • ישיבה תפארת התורה זיך צוריק געקערט קיין וויליאמסבורג

    געלויבט השם יתברך אז עס איז דורך א הערליכע זומער מיט די בחורים אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, די בחורים האבן אויסגענוצט די זומער וואכן מיט טויזנטער בלעטער גמרא, משניות, און נאך פילע לימודים, אזוי אויך האט עס געדינט אלץ א "ריהעב פון אמונה", מען האט זיך אנגעשעפט מיט אמונה אקסיזשען פאר'ן גאנצן קאלטן ווינטער. &nbsp; יעצט ווען דער זומער סעזאן האט זיך שוין געענדיגט, איז די ישיבה גלייך ממשיך מיטן סדר היום אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. וואו די בחורים זיצן ווייטער און לערנען פלייסיג א גאנצן טאג, און אזוי אויך קומען ווייטער פאר די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א טעגליך און וועכנטליך מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף. אזוי אויך זענען די בחורים ממשיך מיט'ן לערנען יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, וואס וועט בעז"ה אנהאלטן ביז ראש השנה, און מיט דעם זענען די בחורים מקיים די סגולה וואס מוהרא"ש האט געגעבן פאר די בחורים אין יאר תשע"א, ווען ער האט באזוכט אין קעמפ, אז ווער עס וועט ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית פאר פערציג טעג אין די רייע, אנגעהויבן פון חמשה עשר באב, וועט טרעפן זיין שידוך. און אזוי האלטן די בחורים אן דעם איינפיר זייט דעמאלט, און מיט דעם זעען זיי ברוך ה' אפענע ישועות. די בחורים טרעפן גוטע שידוכים איינ'ס נאכ'ן צווייטן. &nbsp; דער סדר היום אין ישיבה אין וויליאמסבורג איז ווי פאלגענד: אכט אזייגער אינדערפרי הויבט זיך אן די שיעורים; דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר א בלאט גמרא יעדן טאג, זונטאג איז דאס ניין אזייגער. דעם שבת'דיגן בלאט גמרא לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר מוצאי שבת קודש גלייך נאכ'ן זמן. &nbsp; נאכ'ן שיעור גמרא געבט דער ראש ישיבה שליט"א געווענליך א שמועס פאר די מלמדים; עצות און חיזוק ווי אזוי צו זיין א גוטע מלמד. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מלמדים דארפן יעדן טאג הערן חיזוק, ווייל זייער אמט אז זייער אן אחריות'דיגער. צען אזייגער דאווענט מען שחרית, נאכדעם לערנען די בחורים יעדער פאר זיך זייערע שיעורים; חומש רש"י, ח"י פרקים משניות, גמרא, און אזוי ווייטער. &nbsp; נאכדעם צוויי אזייגער לערט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א שיעור אין גמרא רש"י ביז הלכה. דריי אזייגער דאוונט מען מנחה. א פערטל נאך פיר לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א הערליכער שיעור אין ירושלמי און רמב"ם. &nbsp; פינף אזייגער לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאר די טעגליכע וועלט בארימטע שיעורי התחזקות, געפלאכטן מיט דיבורים פון הייליגן רבי'ן און פון מוהרא"ש. &nbsp; אין ווייניגער פון צוויי וואכן וועט די גאנצע ישיבה בעזרת השם פארן קיין אומאן אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א; ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, "והיה פלא אצלי, מאחר שהמקרבים שלי מאמינים לי, ולמה לא יזהרו כל האנשים המקרבים אלי שיהיו כלם על ראש השנה, איש לא יעדר. כי כל ענין שלי הוא רק ראש השנה", און עס איז מיר א וואונדער אויף די מענטשן וואס גלייבן אין מיר, און זיי זענען מקורב צו מיר, פארוואס זאלן זיי נישט מודיע זיין פאר אלעמען אז מען זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה? קיינער טאר נישט פעלן, ווייל מיין גאנצע זאך איז ראש השנה". &nbsp; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען אויסנוצן די צייט אין אומאן ווי עס דארף צו זיין, און פועל'ן פאר זיך, פאר די משפחה, און פאר גאנץ כלל ישראל, א שנת גאולה וישועה, א זיס ליכטיג יאר מיט אלעס גוטס ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; כי הם חיינו ואורך ימינו!

    < זעה מער יא אלול תשפ"ב 📝
  • פסק פון דומ"ץ קרית ברסלב שליט"א איבער טראגן א פאספארט אום שבת ויום טוב

    אין די יעצטיגע טעג איידער אנשי שלומינו לאזן זיך אין וועג אריין מיטן אייבערשטנ'ס הילף קיין אומאן כדי צו מקיים זיין דעם רצון פון הייליגן רבין וואס האט געבעטן און געמאנט אז אלע זאלן קומען צו אים אויף ראש השנה, "קיינער טאר נישט פעלן", און צוליב דעם וואס די אוקריינע רעגירונג פארלאנגט פאר זיכערהייט סיבות אז יעדער וואס געפונט זיך אויפן גאס סיי וואו אין אוקריינא דארף האבן מיט זיך זיין פאספארט, וואס די פאליציי קען צו יעדע מינוט בעטן אז מען זאל זיי עס ווייזן. טוט זיך א דיון אין די הלכה'דיגע וועלט איבער'ן איסור מוקצה פון מטלטל זיין א פאספארט אום שבת ויום טוב, &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט פארבעטן הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א דומ"ץ קרית ברסלב, ער זאל דורכטון דער נושא און ארויסגעבן זיין פסק הלכה וואס מען זאל טון אין אזא פאל. &nbsp; דער דיין הייבט אן זיין תשובה מיטן ארויסברענגען אז צוליב דעם וואס הגאון ר' אליעזר יודא קעניג שליט"א האט מתקן געווען א מהודר'דיגע עירוב פונעם בנין היכל הקודש צום הייליגן רבינ'ס ציון דארף מען דא נישט דן זיין איבער די הלכה פון טראגן אום שבת קודש. &nbsp; דערנאך גייט דער דיין אריין אין א דיון איבערדעם אז א פאספארט גייט אריין אינעם גדר פון מוקצה אלס "כלי שמלאכתו לאיסור" צוליב דעם וואס עס איז רייזע שריפטן און איז געמאכט פאר א זאך וואס מען טאר נישט טון אום שבת קודש, אבער דערפאר - שרייבט דער דיין - איז עס נאך מותר צו מיטנעמען מיט זיך אום שבת ווייל א כלי שמלאכתו לאיסור מעג מען מטלטל זיין "לצורך גופו ומקומו", און דא דארף מען עס האבן צו קענען ווייזן פאר די פאליציי. &nbsp; אבער דא - ווייזט דער דיין צו - קען צוקומען א פרישע איסור מוקצה, דאס איז "מוקצה מחמת חסרון כיס" וואס מיינט אז א טייערע זאך וואס מען היט אפ אז מען זאל זיך נישט סתם ארומשפילן דערמיט, איז מוקצה אום שבת, און דאס איז שוין הארבער, ווייל א מוקצה מחמת חסרון כיס איז נישט מותר לצורך גופו ומקומו. &nbsp; אבער - פירט דער דיין אויס - ביי אונזער פאל ווען מען דארף עס צוליב וואס מען מוז עס ארומטראגן מיט זיך כסדר כדי צו קענען פשוט גיין פון איין פלאץ צום צווייטן, איז עס נישט מוקצה מחמת חסרון כיס, ווייל מוקצה מחמת חסרון כיס גייט נישט אן ביי א כלי שמלאכתו להיתר, דער דיין ווייזט צו אין די הערות א תשובה פונעם "עמק התשובה" אז אן אתרוג פושקע האט די הגדרה פון "מוקצה מחמת חסרון כיס" אבער פארט אום שבת קודש סוכות איז עס מותר, ווייל דאן איז עס באשטימט פארן אתרוג וואס איז מותר צו מטלטל זיין, דעפאר אין אונזער פאל, ווען מען דארף האבן דעם פאספארט לצורך א זאך וואס איז מותר - ארומגיין אין שטאט ווען עס איז דא אן עירוב - פאלט אראפ דערפון דער "מוקצה מחמת חסרון כיס", און עס איז מותר צו מטלטל זיין. &nbsp; דער דיין ענדיגט צו אז פארט זאל מען נישט סתם אזוי מטלטל זיין דעם פאספארט, סיי צוליב וואס שבת קודש טאר מען נישט מטלטל זיין אפילו א זאך וואס איז נישט מוקצה סתם אזוי. אזוי אויך ארומגיין מיט א פאספארט קען אויסזען ווי א וואכענדיגע זאך ("עובדא דחול"), און קען אויסזען ווי מ'איז ח"ו מזלזל אינעם הייליגן שבת ("זילותא דשבת"), דערפאר זאל מען אריינלייגן דעם פאספארט אין טאש, און עס נאר ארויסנעמען ווען די פאליציי פארלאנגט אז מען זאל עס ווייזן. ביי די בילדער אפטיילונג קען מען זעהן דעם אפגעשריבענעם פסק פונעם דיין שליט"א אין לשון הקודש &nbsp; השומר שבת הקדוש ברוך הוא מוחל לו עונותיו

    < זעה מער י אלול תשפ"ב 📝
  • נייע הערליכע וועבסייט "ברסלב עניטיים" מיטצוהאלטן אלע שיעורים פון ראש ישיבה

    קרעדיט: מו"ה אברמי אייזנער הי"ו &nbsp; אין א געוואלדיגע פרישע דורכברוך קומט יעצט אריין די נייעס, אז נאך כמעט א יאר ארבעטן, האט זיך היינט געעפענט פארן ציבור הרחב דער נייער הערליכער וועבסייט "ברסלב עניטיים", דער ברסלב עניטיים האט מען ספעציעל געמאכט פאר אידן וואס זענען אפגעהיטן און ווילן נישט און האבן נישט קיין צוטריט צו קיין ווידיא סייטס ווי צום ביישפיל יוטוב, זאלן אבער קענען מיטהאלטן די שיעורים פון ראש ישיבה אויף די זעלבע פראקטישע וועג, און אפילו נאך בעסער. &nbsp; די וועבסייט איז גענצליך אליין געבויט "קאסטום מעיד" צו די געברויכן פון די שיעורים פון ראש ישיבה, מען האט געלייגט א שטארקע דגוש אז די עקספיריענס פונעם וועבסייט זאל זיין פליסיג און געשמאק, די שיעורים זאלן זיין גרינג צו טרעפן אין ממש סעקונדעס, מען האט אריינגעלייגט גאר אסאך ארבעט אז דער גאנצער הלוך ילך פונעם וועבסייט זאל לויפן זייער שנעל, דער סוירטש ענדזשין זאל זיין עפעקטיוו, אזוי אויך האט מען זיכער געמאכט בסייעתא דשמיא אז ווען מען טוישט די שפראך צו לשון הקודש זאל זיך נישט נאר טוישן די שפראך פונעם גאנצן וועבסייט, נאר עס זאלן ארויפקומען נאר די שיעורים פון לשון הקודש, און די זעלבע זאך ביי ענגליש. אזוי אויך האט מען אריינגעלייגט כחות אז מען זאל קענען דאונלאדן די שיעורים צו זיך אויפן אייגענעם דעווייס, און אז די דאונלאוד זאל גיין גאר גיך. למשל צו דאונלאודן א "חיזוק יומי ווידיא" נעמט בלויז עטליכע סעקונדעס. &nbsp; כדי דער וועבסייט זאל בעזרת השם אנגיין אומגעשטערט און זיין דאס מערסטע אפ-טו-דעיט מיט יעדע פרישע שיעור, זענען דא צען געטרייע וואלונטירן וואס זענען כסדר גרייט יעדן טאג אז יעדע נייע שיעור ווי נאר עס ווערט געזאגט דורכן ראש ישיבה, זאן מען דאס בעז"ה תיכף ארויפלייגן. &nbsp; דורך עפענען אן אקאונט אינעם וועבסייט קען מען צושרייבן קאמענטירן צום שיעור, אזוי אויך קען מען "סעיוון" א שיעור צו הערן שפעטער, אזוי אויך יעדעס מאל מען גייט אריין אינעם וועבסייט וועט מען קענען זען ביים שיעור צי ער האט עס שוין אויסגעהערט, אויב עס איז רויט האט מען עס&nbsp; נאכנישט געזען, אויב עס איז גרין מיינט עס אז מען האט שוין געזען דעם שיעור. אזוי אויך קען מען מנדב זיין א שיעור, און אלע וואס וועלן הערן דעם שיעור וועט עס גיין אויף זיין זכות. אזוי אויך אין טאג פון א יארצייט, אדער לכבוד א שמחה, קען מען מנדב זיין א שיעור. &nbsp; מען קען שוין ארויפגיין אויפן נייעם וועבסטייט און זיך דערקוויקן דאס הארץ מיט די געשמאקע דיבורים פון ראש ישיבה, וואס וועט אויפוועקן די נשמה צום אייבערשטן. &nbsp; דער שטאב פון "ברסלב עניטיים" געבט איבער אז מען ארבעט אויף נאך פארשידענע נוצבארע און פראקטישע אפציעס פארן וועבסייט. פאלגט נאך פאר ווייטערדיגע אפדעיטס. breslevanytime.com&nbsp;

    < זעה מער ט אלול תשפ"ב 📝
  • הערליכע זומער אריבער מיט אנשי שלומינו אין שטעטל

    געלויבט דעם אייבערשטן אז עס איז דורך א הערליכע זומער ווי אנשי שלומינו האבן פארברענגט מיטן אייבערשטן אינעם ברסלבן שטעטל. &nbsp; אלע האבן ברוך השם גוט אויסגענוצט די צייט, די אינגעלייט און די בחורים און אפילו די אינגעלך האבן אריינגעכאפט טויזנטער פרקים משניות, טויזנטער בלעטער בבלי ירושלמי תוספתא, מען איז דורך חומש שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י יעדע וואך, און נאך פילע לימודים, אלע אינעם שטעטל סיי די מענער און סיי די פרויען סיי די בחורים און סיי די מיידלעך האבן אריינגעכאפט אסאך התבודדות, מען האט פארברענגט אינעם שויס פונעם באשעפער'ס בריאה און אסאך גערעדט און זיך אויסגעשמועסט מיטן אייבערשטן אין די פעלדער און וועלדער, אזוי אויך נעמט מען מיט זיך טצענדליגע טויזנטער קאפיטלעך תהלים. &nbsp; עס איז דורך א זומער ב"ה מיט פילע אידישע שמחות קע"ה, אין שטעטל איז א שמחה יעדעס אינגל אדער מיידל וואס עס ווערט געבוירן. ביי ערליכע אידן ווייסט מען עס קינדער איז א ברכה. אזוי אויך זענען געשלאסן געווארן ברוך השם אסאך שידוכים ברוך השם, אסאך בחורים און מיידלעך זענען אויפגעראכטן געווארן ווען מען האט אין א מזל'דיגע שעה געבראכן טעלער, דאס אליינס אז זיי גייען אויפשטעלן א אידישע שטוב מאכט זיי שוין גענוג פרייליך אז מען דארף שוין נישט געבן קיין טייערע מתנות, קויפן טייערע ברענד נעים קליידער אדער פוירניטשער, דינגען א טייערע זאל, שפילער, זינגער און בדחן זיי זאלן זיין פרייליך מיט זייער חתונה.&nbsp; &nbsp; די אינגעלייט און די ווייבלעך האבן זיך אפגעגעבן מיט זייער אייגענע משפחה, מען האט אוועקגעווארפן די פארשאלטענע "סאשעל מידיע" וואס בארויבט אונזער טייערע צייט, מען איז אהיים געקומען צו די משפחה געשמועסט און פארברענגט, און זיך אפגעגעבן מיט די קינדער, זיי מיטגענומען אין שול דאווענען נעבן זיך און זיי אריינגעגעבן א געשמאק אין אידישקייט מיטן געבן פאר זיי גוטע זאכן פארן דאווענען שיין און ענטפערן אמן. &nbsp; מען האט אויסגענוצט די פילע געלעגענהייט זיך אריבערצוכאפן צו איינע פון די פילע שיעורים פון ראש ישיבה, איינער אינדערפרי א בלאט גמרא, אנדערע נאכמטיג צום שיעור אין סיפורי מעשיות, אדער ליל שישי דער שיעור פאר אינגעלייט, מען האט געשלינגען מיט דורשט די הייליגע ווערטער און מען האט זיך איינגעקויפט שכל, עצות און חיזוק פון הייליגן רבין אויף דעם זעלבן וועג ווי מוהרא"ש האט עס מקבל געווען. &nbsp; אזוי אויך האבן זיך אנגעזען אין שטעטל כסדר פילע געסט וואס האבן זיך אריבערגעכאפט פון קרית יואל, מאנסי, ברוקלין אדער אפילו פון ארץ ישראל צו וויילן מיטן ראש ישיבה אין שטעטל אויף א שיעור, אדער א טאג וואך אדער שבת, גליקליך זענען געווען די וואס האבן באוויזן צו עסן א "סעודה מיטן ראש ישיבה" און האבן מיטגענומען הדרכה אויף למעשה וויאזוי מען פירט א שבת טיש מיט די ווייב און קינדער, ווי מען לאזט זיך אראפ, מען פארציילט מעשיות, מען זינגט זמירות, און מען פריידט זיך מיט יעדע מינוט פון שבת. &nbsp; יעצט ווען מען גייט צוריק אהיים, נעמט מען מיט די אלע עצות און חיזוק צו זיך אין שטוב, ווי מען וועט ווייטער טון למעשה אלעס וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז, מען וועט רעדן צום אייבערשטן, רעדן שיין צו די ווייב, זיך אפגעבן מיט די חינוך פון די קינדער, לערנען יעדן טאג כאטש אביסל, און זיך פרייען מיטן שלא עשני גוי.

    < זעה מער ח אלול תשפ"ב 📝
  • עפארדעבל פלאן אנצוקומען צום הייליג'ן רבי'ן אויף ראש השנה תשפ"ג

    ווי שוין באריכטעט אין "ברסלב סענטער" פאריגע וואך אונטערן קעפל "פלען איט רייט טרעוול שטעלט ארויס די פרטים איבער די באנען פון פוילן קיין אומאן" האט פלען איט רייט געמאלדן אז זיי האבן אויסגעארבעט בסייעתא דשמיא א גרויסארטיגע פלאן אויפן בעסטן וועג וואס איז נאר מעגליך לויט די מצב אין אוקראינע, וויאזוי צו ברענגען אלע אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש פון די עירפארטס אין פוילן ביז קיין אומאן צום בנין פון היכל הקודש. &nbsp; יענע פלאן וואס קאסט $898 פער מענטש ביידע וועגן, רעכענט אריין באסעס וואס וועלן אפווארטן אלע איינגעשריבענע ביים עירפארט אין פוילן, דערנאך א פלאץ צו דאווענען, א מקוה מיט שויערס, פולע מאלצייטן פון פרישטאג מיטאג און נאכטמאל מיט איבערבייס דורכאויס די גאנצע רייזע, א וועג מיטן באן און מיט א באס ביז אומאן, און אויפן וועג צוריק די זעלבע זאך פלאס אן אפשטעל איבערנאכט אין א האטעל איבערצושלאפן ביז אינדערפרי. &nbsp; אויפן פארלאנג פון פילע אנשי שלומינו וואס האבן געבעטן אז מען זאל אויך צושטעלן אן עפארדעבל פלאן, האט מען אויסגעארבעט אז מען וועט קענען צושטעלן א טיילווייזע סערוויס פאר בלויז $399 פער מענטש, פאר דעם וועט מען באקומען ביידע וועגן א רייזע מיטן באן פון פוילן ביז אוקריינא, און דערנאך א באס ביז אומאן פאר ביידע וועגן. די מעלה פון דעם פלאן אז עס וועט זיין אסאך ביליגער, אבער פון די אנדערע זייט וועט מען זיך דארפן אליינס באזארגן מיט א פלאץ וואו צו זיין נאכדעם וואס מען קומט אן קיין פוילן ביז דער באן קומט (אויב מען קומט אן אסאך פריער) אדער וועט מען דארפן זוכן א וועג אנצוקומען באצייטענס צום באן (אויב מען קומט אן שפעטער), אויך וועט מען זיך דארפן פארשאפן עסן אויף די גאר לאנגע וועג, אזוי אויך וועט מען נישט האבן קיין ביהמ"ד און מקוה, און די זעלבע זאך אויפן וועג צוריק. &nbsp; אויף יעדן פאל, דארף מען דאנקען דעם אייבערשטן אז מען קען קומען צום הייליגן רבין אויף דער וועג צי אויף יענער וועג. &nbsp; דער הייליגער רבי נתן האט אמאל געזאגט אז "אפילו מען זאל מיר אויסלייגן מעסערס אויף די גאנצע וועג ביזן הייליגן רבינס ציון אין אומאן, וואלט איך אויך נישט מוותר געווען אויף דעם הייליגן נסיעה", כל שכן וכל שכן אז מען קען היינטיגע צייטן אנקומען גרינג צום הייליגן רבין (אויב קוקט מען עס אן רעלאטיוו צום הייליגן רבי נתן'ס צייטן, ווען מען האט געדארפט פארן וואכן מיט פערד-און-וואגן), רייסט זיך ארויס פון מויל "אשרינו מה טוב חלקינו, אז מיר האבן א רבין וואס פארשטייט אונז". &nbsp; אין זכות פון פאלגן דעם הייליגן צדיק וועט ער זיכער ממליץ טוב זיין פאר אונז ביים יום הדין פארשריבן צו ווערן בספרן של צדיקים גמורים. &nbsp; אזוי ווי פלעצער זענען זייער בארגרעניצט, מען דארף באשטעלן די באסעס, די באנען, האטעל צימער, עסן און טרונקען לויטן געברויך, דארף מען זיך וואס שנעלער איינשרייבן.&nbsp;מען קען זיך איינשרייבן ביי מו"ה אפרים פעלדמאן הי"ו 845-587-2421 אדער ביי מו"ה משה בלוי הי"ו 917-636-9026.&nbsp; אשרינו מה טוב חלקינו שזכינו להתקרב לרבינו

    < זעה מער ה אלול תשפ"ב 📝
  • בית פיגא שולע געעפנט אין ירושלים עיר הקודש צום נייעם אלול זמן

    זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו. דער פסוק פון הלל זאגן אנשי שלומינו אין ירושלים עיר הקודש, ווען נאך א לאנגע צייט פון האפן און בעטן דעם אייבערשטן האט מען יעצט זוכה געווען אז די תפילות זענען נתקבל געווארן און מען האט געעפענט דער נייער שולע "בית פיגא ברסלב", ווי די קינדער פון אנשי שלומינו וועלן האבן די זכיה צו לערנען פון גאר איבערגעגעבענע לערערינס תלמידות היכל הקודש, וואס ווייסן וויאזוי מען דארף מחנך זיין אידישע נשמות, און פון קליינווייז אן וועלן זיי שוין וויסן אז "אכן יש השם במקום הזה", יא דער אייבערשטער איז דא אין דעם פלאץ ווי איך שטיי, "ואנכי" אויב טראכט מען פונעם איך, "לא ידעתי" פארגעס איך דערפון (אזוי פלעגט מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגן פאר די קינדער ווען ער איז געווען א מלמד אלס אינגערמאן). &nbsp; פאר נישט לאנג צוריק האט זיך געעפענט דער תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים מיט דריי קינדער אין שטוב פון מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו וואס האט אראפגענומען א צימער פון זיין דירה, וואס האט א באזונדערע אריינגאנג פון די גאס, און א חצר פאר די קינדער צו שפילן.&nbsp; &nbsp; מען האט דעמאלט אויפגענומען א מלמד מומחה א תלמיד פונעם ראש ישיבה, וואס האט גענומען שימוש וויאזוי צו לערנען מיט קינדער ביים ראש ישיבה אין וויליאמסבורג. ביז יעצט קומען כסדר צו נאך קינדער צום תלמוד תורה, און מען מען שוין אויפגענומען נאך א מלמד מומחה. די עלטערן און די קינדער צוגלייך זענען ברוך השם זייער שטארק צופרידן, די קינדער זענען זייער פרייליך יעדן טאג צו גיין אין חדר, ווי דער איבערגעגעבענער מלמד ווארט זיי אפ, און געבט זיך אפ מיט זיי מיט ווארימקייט, און פרעדיגט אריין אין זיי אמונה אינעם אייבערשטן, אויף אזא וועג אז זיי זאלן דאס קענען מיטנעמען אויפ'ן גאנצן לעבן בעזרת השם יתברך. &nbsp; נאכדעם וואס די עלטערן האבן געזעהן די הצלחה פון זייערע אינגלעך אין תלמוד תורה, זענען זיי געקומען צום מנהל פרעגן וואס וועט זיין מיט די מיידלעך זיי ווילן אויך באקומען די שיינע חינוך פון אמונה. &nbsp; די הנהלה האט איבערגעשמועסט מיטן ראש ישיבה, און איבערגעגאנגען אלע אפציעס בנוגע עפענען דעם נייעם פיגא שולע, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אויפ'ן נייעם אלול זמן קען מען עפענען בשעה טובה ומצלחת. &nbsp; ביים ליל שישי שיעור פארגאנגענעם וואך פרשת עקב האט דאס דער ראש ישיבה דערמאנט און ארויסגעברענגט די חסדים פונעם אייבערשטן וואס ער טוט מיט אונז אז מען האלט שוין ברוך השם ביים פערטן בית פיגא שולע. דער ערשטער איז געווען וויליאמסבורג, דאס צווייטע איז קרית ברסלב ליבערטי, דער דריטער איז אין קרית יואל, און יעצט עפענט זיך אויף דער פערטער בית פיגא שולע קעה"ר צו די פרייד פון אלע אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן אז דאס זאל גאר שטארק מצליח זיין, עס זאל ארויס קומען פון די שולע ערליכע הייליגע תלמידות וואס לעבן מיט אמונה און ווייסן אז אידישקייט איז די שענסטע און געשמאקסטע זאך אויף דער וועלט. &nbsp; אויב ווילט איר האבן א חלק אין דעם חדר און אין דעם סקול אין ירושלים עיה"ק קען מען זיך אלעמאל פארבינדן מיטן גבאי מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו אויף 646-302-8957. &nbsp; רבות בנות עשו חיל ואת עלית על כולנה

    < זעה מער ד אלול תשפ"ב 📝
  • געשלאסן מקח אויף א נייע בנין פאר די קהילה אין קרית ברסלב

    פרישע נייעס קומט אריין פון די הנהלת הקהילה, א פרישע מקח איז נארוואס געשלאסן געווארן אפצוקויפן א גרויסער בנין פון כמעט 5 טויזענט סקווער פיס. &nbsp; עס רעדט זיך פון א שיינער בנין אויף די "טווין ברידזש" גאס, וואס וועט זיין צום באנוץ פאר פארשידענע באדערפענישן פון די קהילה, צום ביישפיל דער אלעמען באקאנטער "באזאר" וואס האט זיך שוין איינגעקויפט גאר א גוטע נאמען אלס א קליידער געשעפט מיט וואס אלע זענען זיך מחיה, מען טרעפט דארט קליידונג פאר ממש קליינגעלט, און מיט דעם האט מען שוין געשפארט גאר גרויסע געלטער פון אלע משפחות אנשי שלומינו. &nbsp; ביז יעצט איז די באזאר געווען איינקוואטירט אין שטוב פון מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו, אבער אזוי ווי עס ווערט ב"ה גרעסער דער שטעטל, און צוזאמען מיט דעם וואקסט דער באזאר, דארף מען האבן פאר דעם מער פלאץ צו קענען בעסער איינקויפן און האבן גענוג פלאץ אויסצושטעלן אלע סארטן קליידער פון אלע סייזעס, דערפאר האט דער ראש ישיבה צוזאמען מיט די הנהלה באשלאסן צו באשטימען דעם בנין פאר די באזאר. &nbsp; ווי אויך וועט דארט פלאצירט ווערן א "קאמפיוטער קיאסק", וואס אין די קורצע צייט וואס דער שטעטל שטייט שוין האט שוין דער קיאסק ארומגעוואנדערט פילע מאל פון איין פלאץ צום צווייטן, און האט זיך נאך דערווייל נישט געקענט מסדר זיין אויף א וועג עס זאל זיין באקוועם און געשמאק פאר אנשי שלומינו צו קומען איינקויפן מיט די ווייב אויף א רואיגע און געשמאקע אופן. &nbsp; ווי געזאגט וועט א חלק פונעם בנין געווידמעט ווערן פארן קיאסק, מען וועט אהערשטעלן דאס פלאץ גאר שיין און פראקטיש, דער ראש ישיבה שטעלט דאס אהער מיטן ציל אז מען זאל זיך קענען אן עצה געבן אויך אן די פארשידענע מכשירים וואס זענען מחובר צו אינטערנעט, ווי סמארטפאונס טעבלעטס אייפעדס וכדומה, נאר מען זאל קענען האלטן די שטוב ריין און האבן א פלאץ ווי מען קען איינקויפן אנליין און באקומען אימעיל אויף א כשר'ע וועג. &nbsp; ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה

    < זעה מער ג אלול תשפ"ב 📝
  • חנוכת הבית בנין הגדול והמפואר קרן הדפסה קרית ברסלב ליבערטי

    א גאר געהויבענעם מעמד חנוכת הבית איז פארגעקומען נעכטן זונטאג שופטים נאכמיטאג נאכדעם וואס דער אייבישטער האט געהאלפן אז עס איז מקויים געווארן דער פסוק כי עתה ה' הריחב לנו ופרינו בארץ, עס איז אונטערגעקומען אפצוקויפן א גרויסע קאמערשאל געביידע מיט אלע נויטיגע איינרינכטונגען פאסיג פארן גרויסן הפצה פאבריק, און מען האט יעצט זוכה געווען צו באנייען דעם גרויסן בנין לשמחת לב אלע אנשי שלומינו. &nbsp; כדי דאס צו קענען אפקויפן האט זיך געפאדערט גרויסע סכומים, או אנשי שלומינו וואס רוב רובם זענען נתקרב געווארן טאקע דורך די הייליגע ספרים, דורך די לעכטיגע דיבורים זענען זייער ווארעם דערפאר. זיי שפירן א געוואלדיגע הכרת הטוב פארן רבונו של עולם אז נאכדעם וואס זיי האבן געזוכט א צדיק וואס פארשטייט זיי, און נאך יארן פון נישטערן האבן זיי זוכה געווען צו טרעפן דעם אור פון הייליגן רבין דורך די קונטרסים, שפירן זיי פאר א חיוב צו העלפן נאך אידן טרעפן זייער גליק. און אנשי שלומינו האבן זיך טאקע זייער ווארעם אנגערופן און האבן מנדב געווען ברוח נדיבה. יעצט ווען מען האט שוין געהאלטן דא, האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז עס איז נישטא קיין פאסיגערע דאטום דערפאר ווי ראש חודש אלול, ווען מען גרייט זיך שוין צו פארן צום הייליגן רבין, און אזוי אויך איז די פאסיגסטע פלאץ אינעם גרויסן זאל פונעם פאבריק ווי די הפצה גייט אן כסדר, די טראקס מיט פאפיר קומען כסדר אן פון איין זייט, און די מפיצים קומען אויפפיקן פארטיגע ספרים און קונטרסים פון די אנדערע זייט. &nbsp; מען האט פרובירט אוועקצוריקן די פילע מאשינען כדי צו מאכן פלאץ פאר די טישן און בענקלעך אבער פארט איז נישט געווען גענוג פלאץ דערפאר האט מען בלויז געקענט רופן אלע נדבנים וואס האבן צושטייער געגעבן גרעסערע סכומים, כדי זיי זאלן קענען זען מיט די אייגענע אויגן וואס דארט טוט זיך אפ. &nbsp; מען האט סערווירט פארן גרויסן ציבור געלאדענטע געסט א געשמאקע סעודה, און מען האט הנאה געהאט פון א געשאמקע פראגראם. &nbsp; דער יושב ראש איז געווען מו"ה העניך אינדיג הי"ו איינע פון די ענערגישע חברי הנהלה וואס האט איינגעלייטעט דעם מסיבה מיט פאסיגע ווערטער. אויפן אויבן אן האט זיך אנגעזען דער כהן שדעתו יפה מו"ה יואל הכהן ראזענבערג הי"ו וואס האט געהאט די זכיה צו מייסד זיין און באגלייטן דעם קרן הדפסה פונעם ערשטן טאג, און האט יעצט זוכה געווען אפצוקויפן דעם שם הבנין וואס טראגט מיט שטאלץ דעם נאמען "בנין יואל הכהן ראזענבערג". &nbsp; צום ערשט איז ארויפגעקומען מו"ה יואל שניצלער הי"ו וואס האט פארציילט די השתלשלות פונעם דרוקן און שרייבן די אלע בריוו און שאלות ותשובות פון ראש ישיבה וואס ווערט געדרוקט אין "עצתו אמונה" און אין "איש אמונות" וואס האט שוין אויפגעלעבט און מחיה מתים געווען טויזנטער אידן. &nbsp; דערנאך האט מען געהאט די געלעגענהייט צו הערן די ווערטער פונעם גרויסן מפיץ מו"ה ראובן בירנבוים הי"ו וואס האט אראפגעלייגט וואס דער קרן הדפסה מיינט פון די פערספעסטיוו פון א מפיץ, ער האט פארציילט גאר אינטערעסאנטע און באלערענדע עפיזאדן וואס ער איז דורכגעגאנגען במשך די יארן וואס ער גייט הפצה. &nbsp; דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון דרוקן די ספרים, און ווי שטארק מוהרא"ש פריידט זיך בעולם העליון ווען ער זעט אזא גרויסע הפצה פאבריק וואס קומט ארויס פון דא אן א שיעור ספרים גליונות און קונטרסים, דער ראש ישיבה האט גערעדט פון די פילע נייע פראיעקטן אין וואס די הפצה האט זיך אריינגעלייגט לעצטענס. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה געטיילט פאסיגע מתנות פאר אלע וואס האבן זיך משתתף געווען מיט שיינע סכומים פארן בנין, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געקלאפט א מזוזה אויפן טיר, אזוי אויך אלע הויפט נדבנים זענען נתכבד געווארן מיט אנקלאפן א מזוזה אויף איינע פון די טירן. &nbsp; דער ציבור איז זיך צוגאנגען פונעם מסיבה מיט א פרישע בליק אויף הפצה און אויף מפיצים. דער מסיבה וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלע משתתפים.

    < זעה מער ב אלול תשפ"ב 📝
  • חתונה זאל "עטרת אַפּפּעל" ווערט פריש איבערגעמאכט

    אין די יעצטיגע טעג פרישט מען איבער דעם חתונה זאל אין ישיבה "עטרת אפפעל" דער חתונה זאל וואס האט שוין חתונה געמאכט צעדליכע גליקליכע חתנים און כלות בחנם אין כסף, אזוי ווי איר ליינט, די מתוחנתים האבן נישט געדארפט ארויסנעמען קיין רויטן פעני פאר די חתונה נאכט.&nbsp; &nbsp; אנפאנג האט מען נאך געדארפט האבן "חיזוק" מען זאל נישט קוקן אויף אנדערע, און מען זאל טון וואס איז ריכטיג. היינט ברוך השם האלט עס שוין אז עס איז שוין אן אנגענומענע זאך אז מען מאכט חתונה די קינדער אזוי ווי מען האט געטון אין אלע פריערדיגע דורות אויף א באשיידענעם אופן אין בית המדרש. די מחותנים זאגן אז עס איז פשוט נישטא די ווערטער זיך צו באדאנדען פאר דעם סערוויס פון קענען חתונה מאכן די קינדער אויף אזא וועג. זיי זענען אמת'דיג פרייליך ביי די שמחה, זיי שעפן נחת ווי זייערע קינדער הייבן אן צו בויען זייער אייגענע היים, אָן דעם וואס עס דרוקט ביים הארץ, און אָן דעם וואס מען זאל זיך דארפן אנטרוקען מיט וויין כדי צו פארגעסן פון די פילע הארץ עסענישן וואס די "שמחה" האט זיי געקאסט. אזוי אויך אלע באטייליגטע אַפּרישיעטן אזא שמחה, אויסער דעם וואס ביי די חתונות איז די לופט פשוט עפעס פרייליך, פראוועט מען נישט קיין צייט פארברענגענישן, אלעס גייט מיט א זייגער, און נאכדעם איז מען מקיים דעם הייליגן מנהג פון "מצוה טאנץ" אויף א געהויבענע פארנעם, ווען דער שמש רופט אויס די מחתונים און די זיידעס אָן קיין נערוון-קריכענדע גראמען און פאלשע חנופה'דיגע רימערייען צו וואס קיינער האט נישט קיין צייט און געדולד. ביי אזא שמחה קומען די זיידעס אראפ פון עולם העליון אן דעם וואס מען זאל אויסרופן, און זיי שעפן נחת פון זייערע קינדער וואס לעבן מיטן תכלית און זוכן נישט צו ווייזן פאר זייערע אזוי גערופענע חברים זייערע פאלשע עשירות. &nbsp; נאכן נוצן אזויפיל יאר איז שוין דאס פלאץ געווארן אביסל אפגענוצט, און דער חשובער נדבן פונעם זאל מו"ה אייזיק אפּעל הי"ו, האט זיך יעצט פריש אריינגעלייגט איבערצופרישן דעם זאל. מען וועט בעז"ה איבערמאכן די ווענט הערליך שיין. דער איבערגעמאכטער זאל וועט שוין בעז"ה גענוצט ווערן אנגעהויבן קומענדיגע וואך ווען אין די עטליכע וואכן ביז ראש השנה גייען בעז"ה פארקומען נאך פילע חתונות אין בית המדרש. &nbsp; עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים &nbsp;

    < זעה מער א אלול תשפ"ב 📝
  • פלען איט רייט טרעוול שטעלט ארויס די פרטים איבער די באנען פון פוילן קיין אומאן

    מען האלט שוין ווייניגער פון פינף וואכן צום גורל'דיגן טאג ראש השנה, דער פחד'יגער יום הדין, וואס דער אייבישטער אליינס דער מלך מלכי המלכים זעצט זיך משפט'ן אלע זיינע ברואים, מען גייט מיר דן זיין וואס וועט זיין מיט מיר דעם קומענדיגן יאר, עס כאפט א שרעק, לב יודע מרת נפשו, וויאזוי האט מיין יאר אויסגעזען? ווער ווייסט וואס ווארט מיך אפ קומענדיגעס יאר? &nbsp; יעדער איד זוכט אין די טעג מרבה צו זיין מיט זכותים, מען לערנט מער, מען זאגט מער תהלים, און מען זוכט ווי מען קען פארמערן מיט מצוות און מעשים טובים. אין די זעלבע צייט וויל מען אויך דינגען דעם בעסטן לאָיער וואס זאל מיר פארטרעטן ביים געריכט. מען זוכט אַן אַדוואָקאַט וואס וועט זיך אננעמען פאר מיר, און פועל'ן אז מען זאל מיר געבן נאך א שאנס. &nbsp; ווען מען הערט די הבטחה פון הייליגן רבין אז ער וועט זיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט פאר די אלע וואס קומען צו אים קיין אומאן אויף ראש השנה, קוקט מען שוין נישט אויף גארנישט. וואס טוט נישט א מענטש פאר די טובה פון זיין משפחה? ווי שטארק וועט מען זיך אנשטרענגען צו ברענגען פרנסה אין שטוב? בפרט ווען מען ווייסט אז דא איז אנגעהאנגען נישט נאר זיין פרנסה נאר פשוט זיין לעבן, און נאך מער אויך זיין רוחניות'דיגע לעבן. מען געדענקט וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט אז נישט קיין חילוק ווער און נישט קיין חילוק וואו א מענטש זאל ח"ו נישט ליגן וועט ער אים ארויסשלעפן פון זיין בלאטע ווי ער איז נעבעך אריינגעפאלן, און ער וועט זוכה זיין צו א תשובה שלימה, דורכדעם וואס מען קומט צו זיין ציון. &nbsp; פון איין זייט איז טאקע שווער צו פארן, בפרט היי יאר ווען אוקריינא איז אין א מלחה צושטאנד, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אז ווי עס זעט אויס וועט מען קענען פארן, די אוקריינע רעגירונג האט געזאגט אז פון זייער זייט וועט די גרעניץ זיין גענצליך אפן פאר אלע וואס קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, נאר זיי בעטן אז מען זאל נישט קומען זייער פרי, און אויך אז מען זאל זיך האלטן צו די פארשידענע מלחמה-צייט געזעצן. &nbsp; צוליב דעם האט די שטאב פון "פלען איט רייט" אויסגעארבעט א פולקאמע פלאן וואס וועט בעזר השם קענען ברענגען אלע תלמדים פון היכל הקודש קיין אומאן, אויפן בעסטן שטייגער מעגליך, לויטן יעצטיגן מצב. &nbsp; מיר אין "ברסלב סענטער" זענען כסדר אין קאנטאקט מיט די געטרייע שטאב פון פלען איט רייט, און מיר זענען פרייליך צו מעלדן די אפדעיטס. ווי מיר הערן, האבן שוין רוב רובם פונעם ציבור געקויפט טיקעטס וואס פארן ארויס ערגעץ אין די דינסטאג נצבים נאכמיטאג צייט, און קומען אן צו עטליכע עירפארטס אין פוילן אין די נאכמיטאג שטונדן פון מיטוואך, און מען קומט צוריק קיין ניו יארק דאנערשטאג וילך במשך דעם טאג. &nbsp; יעצט קומט אריין די גוטע נייעס, אז עס איז ברוך השם געלונגען פאר פלען איט רייט צוצושטעלן פארן גאנצן חבורה א גאר געשמאקע וועג פון די עירפארטס אין פוילן ביז קיין אומאן, אויף די בעסטע וועג וואס איז מעגליך לויט די אומשטענדן, ווי עס וועט בעז"ה ווערן צוגעשטעלט פארן ציבור אלע געברויכן פארן לאנגען נסיעה, ווי באנען, באסעס, מקוה, דאווענען, עסן, און שלאפן, און אזוי ווייטער. &nbsp; די לאנגע רייזע פון ניו יארק קיין אומאן &nbsp; דינסטאג פ' נצבים ווי געזאגט פארט מען ארויס פון ניו יארק בשעה טובה ומצלחת בעז"ה דינסטאג נאכמיטאג.&nbsp; &nbsp; מיטוואך פ' נצבים פלען איט רייט וועט בעז"ה צושטעלן באסעס וואס וועלן אפווארטן דעם עולם במשך מיטוואך נאכמיטאג פון די עירפארטס אין ווארשא, קראקא, און ריישא יעדער לויט זיין סקעדזשולד פלייט, וואס וועלן נעמען דעם ציבור צו א געשמאקע לאקאציע אין די געגענט פון ליזענסק, דארט וועט זיין צוגעשטעלט א פיינע פרישע מקוה מיט שויערס, און א נארהאפטיגע זעטיגע נאכטמאל. &nbsp; מיטוואך פ' נצבים ביינאכט ביינאכט נאכדעם וואס אלע באסעס וועלן שוין האבן אנגעקומען פון די אלע עירפארטס און יעדער וועט זיך אויפפרישן און האבן אפגעגעסן, און געדאווענט מנחה און מעריב וועט זיין צוגעשטעלט באסעס וואס וועלן נעמען דעם עולם צו די באן סטאנציע. &nbsp; פון דארט וועט מען זיך ארויפזעצן אויף א באקוועמע טרעין וואס וועט נעמען דעם עולם אויף א לאנגע זיבן שעה'דיגע רייזע קיין אוקריינא. אויפן באן וועט זיין צוגעשטעלט לייכטע איבערבייס מיט א ברייטע האנט.&nbsp; &nbsp; דאנערשטאג פ' נצבים די באן וועט בעז"ה אנקומען צום דעסטינאציע אין אוקריינא דאנערשטאג נצבים אין די צופרי שעה'ן, ווי מען וועט זיך אפשטעלן און עס וועט דארט ווערן צוגעשטעלט א ברייטע נארהאפטיגע פרישטאג. &nbsp; נאכן פרישטאָג וועט זיין צוגעשטעלט א ריזיגע פלאטע פון באקוועמע קאוטש באסעס בהרחבה, אויף א וועג פון בערך צוויי שעה קיין אומאן, ווי מען וועט ענדליך זוכה זיין נאך די פילע תפילות צום אייבערשטן צו איבערטרעטן די שוועל פונעם הייליגן ציון אין די פארמיטאג שעה'ן פון דאנערשטאג פרשת נצבים מיטן אייבערשטנ'ס הילף. דער וועג אהיים נאכן מיטלעבן דעם געהויבענעם ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן, ווי מען וועט פארברענגען אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א אין אומאן, מען וועט הערן די לעכטיגע שיעורים, מען וועט מיטנעמען מיט זיך די ווארימע תפלות, שיעורים און דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, און פועלן פאר זיך, פאר די משפחה, און פאר גאנץ כלל ישראל א גוט געבענטש יאר, וועט מיטן איבערשטנ'ס הילף זיין צוגעשטעלט א געשמאקע וועג צוריק אהיים צו די בענקעדיגע משפחה וואס ווארט שוין אין ניו יארק. &nbsp; מוצאי יום טוב (דינסטאג פ' וילך ביינאכט) מוצאי יום טוב וועט מען נאך איבערשלאפן אין אומאן אינעם בנין פון היכל הקודש צוזאמען מיט אלע אנשי שלומינו, ווי מען וועט זיך פרייען אויף די גרויסע זכיה אז מען האט זוכה געווען צו וויילן דעם ראש השנה תשפ"ג במחיצתו פונעם הייליגן ציון, און איבערגעקומען אלע שווערע מניעות און שטיינער, און מקיים געווען דעם רצון פון הייליגן רבין בתמימות ובפשיטות. מיטוואך פ' וילך (צום גדליה) אינדערפרי צום גדליה פארטאגס וועט אפווארטן א גרויסע פלאטע פון צענדליגע באסעס פארן גאנצן עולם, און מען זיך ארויסלאזן אויפן צוויי שטונדענדיגן רייזע ביזן באן סטאנציע. און אין די פארמיטאג שעות פון צום גדליה וועט מען זיך ארויפזעצן אויפן באקוועמען באן, וואס וועט בעז"ה אנקומען פארנאכטס אין ליזענסק. &nbsp; מיטוואך פ' וילך ביינאכט אין ליזענסק וועט זיין צוגעשטעלט א ברייטע און געשמאקע נאכטמאל אויסצופאסטן, און דערנאך וועט מען זיך לייגן שלאפן אין א באקוועמע האטעל. &nbsp; דאנערשטאג פ' וילך אינדערפרי&nbsp; דאנערשטאג וילך אינדערפרי וועט זיין צוגעשטעלט א פיינע מקוה, בית המדרש, און פרישטאג, און פון דארט וועט כסדר ארויספארן באסעס צו די עטליכע לופטפעלדער אין פוילן פון וואו דער עולם וועט צוריק פארן קיין ניו יארק בשעה טובה ומוצלחת. &nbsp; דאנערשטאג פ' וילך נאכמיטאג דער עולם וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אנקומען בשלום קיין ניו יארק אין די דאנערשטאג נאכמיטאג שעה'ן מיט פילע זעק ישועות און רפואות און א שנה טובה ומבורכת. פרייז און רעגיסטראציע דער פרייז פאר די אלע סערוויסעס, די באנען, באסעס, עסן, טרונקען, בעטן, האטעל אינאיינעם איז $889 פער מענטש. א קינד וואס דארף נישט קיין עקסטערע בעט אין די האטעל אויפן וועג צוריק וועט דארפן צאלן $839. &nbsp; אזוי ווי פלעצער זענען זייער בארגרעניצט, מען דארף באשטעלן די באסעס, די באנען, האטעל צימער, עסן און טרונקען לויטן געברויך, דארף מען זיך וואס שנעלער איינשרייבן. &nbsp; מען קען זיך איינשרייבן ביי מו"ה אפרים פעלדמאן הי"ו 845-587-2421 אדער ביי מו"ה משה בלוי הי"ו 917-636-9026. &nbsp; איש בל יעדר!

    < זעה מער כח אב תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 826 to 840 of 1666 results

1 2 ... 53 54 55 56 57 58 59 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com