Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • געשלאסן מקח אויף א נייע בנין פאר די קהילה אין קרית ברסלב

    פרישע נייעס קומט אריין פון די הנהלת הקהילה, א פרישע מקח איז נארוואס געשלאסן געווארן אפצוקויפן א גרויסער בנין פון כמעט 5 טויזענט סקווער פיס.   עס רעדט זיך פון א שיינער בנין אויף די "טווין ברידזש" גאס, וואס וועט זיין צום באנוץ פאר פארשידענע באדערפענישן פון די קהילה, צום ביישפיל דער אלעמען באקאנטער "באזאר" וואס האט זיך שוין איינגעקויפט גאר א גוטע נאמען אלס א קליידער געשעפט מיט וואס אלע זענען זיך מחיה, מען טרעפט דארט קליידונג פאר ממש קליינגעלט, און מיט דעם האט מען שוין געשפארט גאר גרויסע געלטער פון אלע משפחות אנשי שלומינו.   ביז יעצט איז די באזאר געווען איינקוואטירט אין שטוב פון מו"ה מרדכי אהרן היילפרין הי"ו, אבער אזוי ווי עס ווערט ב"ה גרעסער דער שטעטל, און צוזאמען מיט דעם וואקסט דער באזאר, דארף מען האבן פאר דעם מער פלאץ צו קענען בעסער איינקויפן און האבן גענוג פלאץ אויסצושטעלן אלע סארטן קליידער פון אלע סייזעס, דערפאר האט דער ראש ישיבה צוזאמען מיט די הנהלה באשלאסן צו באשטימען דעם בנין פאר די באזאר.   ווי אויך וועט דארט פלאצירט ווערן א "קאמפיוטער קיאסק", וואס אין די קורצע צייט וואס דער שטעטל שטייט שוין האט שוין דער קיאסק ארומגעוואנדערט פילע מאל פון איין פלאץ צום צווייטן, און האט זיך נאך דערווייל נישט געקענט מסדר זיין אויף א וועג עס זאל זיין באקוועם און געשמאק פאר אנשי שלומינו צו קומען איינקויפן מיט די ווייב אויף א רואיגע און געשמאקע אופן.   ווי געזאגט וועט א חלק פונעם בנין געווידמעט ווערן פארן קיאסק, מען וועט אהערשטעלן דאס פלאץ גאר שיין און פראקטיש, דער ראש ישיבה שטעלט דאס אהער מיטן ציל אז מען זאל זיך קענען אן עצה געבן אויך אן די פארשידענע מכשירים וואס זענען מחובר צו אינטערנעט, ווי סמארטפאונס טעבלעטס אייפעדס וכדומה, נאר מען זאל קענען האלטן די שטוב ריין און האבן א פלאץ ווי מען קען איינקויפן אנליין און באקומען אימעיל אויף א כשר'ע וועג.   ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה

    < זעה מער ג אלול תשפ"ב 📝
  • חנוכת הבית בנין הגדול והמפואר קרן הדפסה קרית ברסלב ליבערטי

    א גאר געהויבענעם מעמד חנוכת הבית איז פארגעקומען נעכטן זונטאג שופטים נאכמיטאג נאכדעם וואס דער אייבישטער האט געהאלפן אז עס איז מקויים געווארן דער פסוק כי עתה ה' הריחב לנו ופרינו בארץ, עס איז אונטערגעקומען אפצוקויפן א גרויסע קאמערשאל געביידע מיט אלע נויטיגע איינרינכטונגען פאסיג פארן גרויסן הפצה פאבריק, און מען האט יעצט זוכה געווען צו באנייען דעם גרויסן בנין לשמחת לב אלע אנשי שלומינו. &nbsp; כדי דאס צו קענען אפקויפן האט זיך געפאדערט גרויסע סכומים, או אנשי שלומינו וואס רוב רובם זענען נתקרב געווארן טאקע דורך די הייליגע ספרים, דורך די לעכטיגע דיבורים זענען זייער ווארעם דערפאר. זיי שפירן א געוואלדיגע הכרת הטוב פארן רבונו של עולם אז נאכדעם וואס זיי האבן געזוכט א צדיק וואס פארשטייט זיי, און נאך יארן פון נישטערן האבן זיי זוכה געווען צו טרעפן דעם אור פון הייליגן רבין דורך די קונטרסים, שפירן זיי פאר א חיוב צו העלפן נאך אידן טרעפן זייער גליק. און אנשי שלומינו האבן זיך טאקע זייער ווארעם אנגערופן און האבן מנדב געווען ברוח נדיבה. יעצט ווען מען האט שוין געהאלטן דא, האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז עס איז נישטא קיין פאסיגערע דאטום דערפאר ווי ראש חודש אלול, ווען מען גרייט זיך שוין צו פארן צום הייליגן רבין, און אזוי אויך איז די פאסיגסטע פלאץ אינעם גרויסן זאל פונעם פאבריק ווי די הפצה גייט אן כסדר, די טראקס מיט פאפיר קומען כסדר אן פון איין זייט, און די מפיצים קומען אויפפיקן פארטיגע ספרים און קונטרסים פון די אנדערע זייט. &nbsp; מען האט פרובירט אוועקצוריקן די פילע מאשינען כדי צו מאכן פלאץ פאר די טישן און בענקלעך אבער פארט איז נישט געווען גענוג פלאץ דערפאר האט מען בלויז געקענט רופן אלע נדבנים וואס האבן צושטייער געגעבן גרעסערע סכומים, כדי זיי זאלן קענען זען מיט די אייגענע אויגן וואס דארט טוט זיך אפ. &nbsp; מען האט סערווירט פארן גרויסן ציבור געלאדענטע געסט א געשמאקע סעודה, און מען האט הנאה געהאט פון א געשאמקע פראגראם. &nbsp; דער יושב ראש איז געווען מו"ה העניך אינדיג הי"ו איינע פון די ענערגישע חברי הנהלה וואס האט איינגעלייטעט דעם מסיבה מיט פאסיגע ווערטער. אויפן אויבן אן האט זיך אנגעזען דער כהן שדעתו יפה מו"ה יואל הכהן ראזענבערג הי"ו וואס האט געהאט די זכיה צו מייסד זיין און באגלייטן דעם קרן הדפסה פונעם ערשטן טאג, און האט יעצט זוכה געווען אפצוקויפן דעם שם הבנין וואס טראגט מיט שטאלץ דעם נאמען "בנין יואל הכהן ראזענבערג". &nbsp; צום ערשט איז ארויפגעקומען מו"ה יואל שניצלער הי"ו וואס האט פארציילט די השתלשלות פונעם דרוקן און שרייבן די אלע בריוו און שאלות ותשובות פון ראש ישיבה וואס ווערט געדרוקט אין "עצתו אמונה" און אין "איש אמונות" וואס האט שוין אויפגעלעבט און מחיה מתים געווען טויזנטער אידן. &nbsp; דערנאך האט מען געהאט די געלעגענהייט צו הערן די ווערטער פונעם גרויסן מפיץ מו"ה ראובן בירנבוים הי"ו וואס האט אראפגעלייגט וואס דער קרן הדפסה מיינט פון די פערספעסטיוו פון א מפיץ, ער האט פארציילט גאר אינטערעסאנטע און באלערענדע עפיזאדן וואס ער איז דורכגעגאנגען במשך די יארן וואס ער גייט הפצה. &nbsp; דערנאך האט מען געהאט די זכיה צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון דרוקן די ספרים, און ווי שטארק מוהרא"ש פריידט זיך בעולם העליון ווען ער זעט אזא גרויסע הפצה פאבריק וואס קומט ארויס פון דא אן א שיעור ספרים גליונות און קונטרסים, דער ראש ישיבה האט גערעדט פון די פילע נייע פראיעקטן אין וואס די הפצה האט זיך אריינגעלייגט לעצטענס. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה געטיילט פאסיגע מתנות פאר אלע וואס האבן זיך משתתף געווען מיט שיינע סכומים פארן בנין, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געקלאפט א מזוזה אויפן טיר, אזוי אויך אלע הויפט נדבנים זענען נתכבד געווארן מיט אנקלאפן א מזוזה אויף איינע פון די טירן. &nbsp; דער ציבור איז זיך צוגאנגען פונעם מסיבה מיט א פרישע בליק אויף הפצה און אויף מפיצים. דער מסיבה וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלע משתתפים.

    < זעה מער ב אלול תשפ"ב 📝
  • חתונה זאל "עטרת אַפּפּעל" ווערט פריש איבערגעמאכט

    אין די יעצטיגע טעג פרישט מען איבער דעם חתונה זאל אין ישיבה "עטרת אפפעל" דער חתונה זאל וואס האט שוין חתונה געמאכט צעדליכע גליקליכע חתנים און כלות בחנם אין כסף, אזוי ווי איר ליינט, די מתוחנתים האבן נישט געדארפט ארויסנעמען קיין רויטן פעני פאר די חתונה נאכט.&nbsp; &nbsp; אנפאנג האט מען נאך געדארפט האבן "חיזוק" מען זאל נישט קוקן אויף אנדערע, און מען זאל טון וואס איז ריכטיג. היינט ברוך השם האלט עס שוין אז עס איז שוין אן אנגענומענע זאך אז מען מאכט חתונה די קינדער אזוי ווי מען האט געטון אין אלע פריערדיגע דורות אויף א באשיידענעם אופן אין בית המדרש. די מחותנים זאגן אז עס איז פשוט נישטא די ווערטער זיך צו באדאנדען פאר דעם סערוויס פון קענען חתונה מאכן די קינדער אויף אזא וועג. זיי זענען אמת'דיג פרייליך ביי די שמחה, זיי שעפן נחת ווי זייערע קינדער הייבן אן צו בויען זייער אייגענע היים, אָן דעם וואס עס דרוקט ביים הארץ, און אָן דעם וואס מען זאל זיך דארפן אנטרוקען מיט וויין כדי צו פארגעסן פון די פילע הארץ עסענישן וואס די "שמחה" האט זיי געקאסט. אזוי אויך אלע באטייליגטע אַפּרישיעטן אזא שמחה, אויסער דעם וואס ביי די חתונות איז די לופט פשוט עפעס פרייליך, פראוועט מען נישט קיין צייט פארברענגענישן, אלעס גייט מיט א זייגער, און נאכדעם איז מען מקיים דעם הייליגן מנהג פון "מצוה טאנץ" אויף א געהויבענע פארנעם, ווען דער שמש רופט אויס די מחתונים און די זיידעס אָן קיין נערוון-קריכענדע גראמען און פאלשע חנופה'דיגע רימערייען צו וואס קיינער האט נישט קיין צייט און געדולד. ביי אזא שמחה קומען די זיידעס אראפ פון עולם העליון אן דעם וואס מען זאל אויסרופן, און זיי שעפן נחת פון זייערע קינדער וואס לעבן מיטן תכלית און זוכן נישט צו ווייזן פאר זייערע אזוי גערופענע חברים זייערע פאלשע עשירות. &nbsp; נאכן נוצן אזויפיל יאר איז שוין דאס פלאץ געווארן אביסל אפגענוצט, און דער חשובער נדבן פונעם זאל מו"ה אייזיק אפּעל הי"ו, האט זיך יעצט פריש אריינגעלייגט איבערצופרישן דעם זאל. מען וועט בעז"ה איבערמאכן די ווענט הערליך שיין. דער איבערגעמאכטער זאל וועט שוין בעז"ה גענוצט ווערן אנגעהויבן קומענדיגע וואך ווען אין די עטליכע וואכן ביז ראש השנה גייען בעז"ה פארקומען נאך פילע חתונות אין בית המדרש. &nbsp; עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים &nbsp;

    < זעה מער א אלול תשפ"ב 📝
  • פלען איט רייט טרעוול שטעלט ארויס די פרטים איבער די באנען פון פוילן קיין אומאן

    מען האלט שוין ווייניגער פון פינף וואכן צום גורל'דיגן טאג ראש השנה, דער פחד'יגער יום הדין, וואס דער אייבישטער אליינס דער מלך מלכי המלכים זעצט זיך משפט'ן אלע זיינע ברואים, מען גייט מיר דן זיין וואס וועט זיין מיט מיר דעם קומענדיגן יאר, עס כאפט א שרעק, לב יודע מרת נפשו, וויאזוי האט מיין יאר אויסגעזען? ווער ווייסט וואס ווארט מיך אפ קומענדיגעס יאר? &nbsp; יעדער איד זוכט אין די טעג מרבה צו זיין מיט זכותים, מען לערנט מער, מען זאגט מער תהלים, און מען זוכט ווי מען קען פארמערן מיט מצוות און מעשים טובים. אין די זעלבע צייט וויל מען אויך דינגען דעם בעסטן לאָיער וואס זאל מיר פארטרעטן ביים געריכט. מען זוכט אַן אַדוואָקאַט וואס וועט זיך אננעמען פאר מיר, און פועל'ן אז מען זאל מיר געבן נאך א שאנס. &nbsp; ווען מען הערט די הבטחה פון הייליגן רבין אז ער וועט זיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט פאר די אלע וואס קומען צו אים קיין אומאן אויף ראש השנה, קוקט מען שוין נישט אויף גארנישט. וואס טוט נישט א מענטש פאר די טובה פון זיין משפחה? ווי שטארק וועט מען זיך אנשטרענגען צו ברענגען פרנסה אין שטוב? בפרט ווען מען ווייסט אז דא איז אנגעהאנגען נישט נאר זיין פרנסה נאר פשוט זיין לעבן, און נאך מער אויך זיין רוחניות'דיגע לעבן. מען געדענקט וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט אז נישט קיין חילוק ווער און נישט קיין חילוק וואו א מענטש זאל ח"ו נישט ליגן וועט ער אים ארויסשלעפן פון זיין בלאטע ווי ער איז נעבעך אריינגעפאלן, און ער וועט זוכה זיין צו א תשובה שלימה, דורכדעם וואס מען קומט צו זיין ציון. &nbsp; פון איין זייט איז טאקע שווער צו פארן, בפרט היי יאר ווען אוקריינא איז אין א מלחה צושטאנד, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, אז ווי עס זעט אויס וועט מען קענען פארן, די אוקריינע רעגירונג האט געזאגט אז פון זייער זייט וועט די גרעניץ זיין גענצליך אפן פאר אלע וואס קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, נאר זיי בעטן אז מען זאל נישט קומען זייער פרי, און אויך אז מען זאל זיך האלטן צו די פארשידענע מלחמה-צייט געזעצן. &nbsp; צוליב דעם האט די שטאב פון "פלען איט רייט" אויסגעארבעט א פולקאמע פלאן וואס וועט בעזר השם קענען ברענגען אלע תלמדים פון היכל הקודש קיין אומאן, אויפן בעסטן שטייגער מעגליך, לויטן יעצטיגן מצב. &nbsp; מיר אין "ברסלב סענטער" זענען כסדר אין קאנטאקט מיט די געטרייע שטאב פון פלען איט רייט, און מיר זענען פרייליך צו מעלדן די אפדעיטס. ווי מיר הערן, האבן שוין רוב רובם פונעם ציבור געקויפט טיקעטס וואס פארן ארויס ערגעץ אין די דינסטאג נצבים נאכמיטאג צייט, און קומען אן צו עטליכע עירפארטס אין פוילן אין די נאכמיטאג שטונדן פון מיטוואך, און מען קומט צוריק קיין ניו יארק דאנערשטאג וילך במשך דעם טאג. &nbsp; יעצט קומט אריין די גוטע נייעס, אז עס איז ברוך השם געלונגען פאר פלען איט רייט צוצושטעלן פארן גאנצן חבורה א גאר געשמאקע וועג פון די עירפארטס אין פוילן ביז קיין אומאן, אויף די בעסטע וועג וואס איז מעגליך לויט די אומשטענדן, ווי עס וועט בעז"ה ווערן צוגעשטעלט פארן ציבור אלע געברויכן פארן לאנגען נסיעה, ווי באנען, באסעס, מקוה, דאווענען, עסן, און שלאפן, און אזוי ווייטער. &nbsp; די לאנגע רייזע פון ניו יארק קיין אומאן &nbsp; דינסטאג פ' נצבים ווי געזאגט פארט מען ארויס פון ניו יארק בשעה טובה ומצלחת בעז"ה דינסטאג נאכמיטאג.&nbsp; &nbsp; מיטוואך פ' נצבים פלען איט רייט וועט בעז"ה צושטעלן באסעס וואס וועלן אפווארטן דעם עולם במשך מיטוואך נאכמיטאג פון די עירפארטס אין ווארשא, קראקא, און ריישא יעדער לויט זיין סקעדזשולד פלייט, וואס וועלן נעמען דעם ציבור צו א געשמאקע לאקאציע אין די געגענט פון ליזענסק, דארט וועט זיין צוגעשטעלט א פיינע פרישע מקוה מיט שויערס, און א נארהאפטיגע זעטיגע נאכטמאל. &nbsp; מיטוואך פ' נצבים ביינאכט ביינאכט נאכדעם וואס אלע באסעס וועלן שוין האבן אנגעקומען פון די אלע עירפארטס און יעדער וועט זיך אויפפרישן און האבן אפגעגעסן, און געדאווענט מנחה און מעריב וועט זיין צוגעשטעלט באסעס וואס וועלן נעמען דעם עולם צו די באן סטאנציע. &nbsp; פון דארט וועט מען זיך ארויפזעצן אויף א באקוועמע טרעין וואס וועט נעמען דעם עולם אויף א לאנגע זיבן שעה'דיגע רייזע קיין אוקריינא. אויפן באן וועט זיין צוגעשטעלט לייכטע איבערבייס מיט א ברייטע האנט.&nbsp; &nbsp; דאנערשטאג פ' נצבים די באן וועט בעז"ה אנקומען צום דעסטינאציע אין אוקריינא דאנערשטאג נצבים אין די צופרי שעה'ן, ווי מען וועט זיך אפשטעלן און עס וועט דארט ווערן צוגעשטעלט א ברייטע נארהאפטיגע פרישטאג. &nbsp; נאכן פרישטאָג וועט זיין צוגעשטעלט א ריזיגע פלאטע פון באקוועמע קאוטש באסעס בהרחבה, אויף א וועג פון בערך צוויי שעה קיין אומאן, ווי מען וועט ענדליך זוכה זיין נאך די פילע תפילות צום אייבערשטן צו איבערטרעטן די שוועל פונעם הייליגן ציון אין די פארמיטאג שעה'ן פון דאנערשטאג פרשת נצבים מיטן אייבערשטנ'ס הילף. דער וועג אהיים נאכן מיטלעבן דעם געהויבענעם ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן, ווי מען וועט פארברענגען אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א אין אומאן, מען וועט הערן די לעכטיגע שיעורים, מען וועט מיטנעמען מיט זיך די ווארימע תפלות, שיעורים און דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, און פועלן פאר זיך, פאר די משפחה, און פאר גאנץ כלל ישראל א גוט געבענטש יאר, וועט מיטן איבערשטנ'ס הילף זיין צוגעשטעלט א געשמאקע וועג צוריק אהיים צו די בענקעדיגע משפחה וואס ווארט שוין אין ניו יארק. &nbsp; מוצאי יום טוב (דינסטאג פ' וילך ביינאכט) מוצאי יום טוב וועט מען נאך איבערשלאפן אין אומאן אינעם בנין פון היכל הקודש צוזאמען מיט אלע אנשי שלומינו, ווי מען וועט זיך פרייען אויף די גרויסע זכיה אז מען האט זוכה געווען צו וויילן דעם ראש השנה תשפ"ג במחיצתו פונעם הייליגן ציון, און איבערגעקומען אלע שווערע מניעות און שטיינער, און מקיים געווען דעם רצון פון הייליגן רבין בתמימות ובפשיטות. מיטוואך פ' וילך (צום גדליה) אינדערפרי צום גדליה פארטאגס וועט אפווארטן א גרויסע פלאטע פון צענדליגע באסעס פארן גאנצן עולם, און מען זיך ארויסלאזן אויפן צוויי שטונדענדיגן רייזע ביזן באן סטאנציע. און אין די פארמיטאג שעות פון צום גדליה וועט מען זיך ארויפזעצן אויפן באקוועמען באן, וואס וועט בעז"ה אנקומען פארנאכטס אין ליזענסק. &nbsp; מיטוואך פ' וילך ביינאכט אין ליזענסק וועט זיין צוגעשטעלט א ברייטע און געשמאקע נאכטמאל אויסצופאסטן, און דערנאך וועט מען זיך לייגן שלאפן אין א באקוועמע האטעל. &nbsp; דאנערשטאג פ' וילך אינדערפרי&nbsp; דאנערשטאג וילך אינדערפרי וועט זיין צוגעשטעלט א פיינע מקוה, בית המדרש, און פרישטאג, און פון דארט וועט כסדר ארויספארן באסעס צו די עטליכע לופטפעלדער אין פוילן פון וואו דער עולם וועט צוריק פארן קיין ניו יארק בשעה טובה ומוצלחת. &nbsp; דאנערשטאג פ' וילך נאכמיטאג דער עולם וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אנקומען בשלום קיין ניו יארק אין די דאנערשטאג נאכמיטאג שעה'ן מיט פילע זעק ישועות און רפואות און א שנה טובה ומבורכת. פרייז און רעגיסטראציע דער פרייז פאר די אלע סערוויסעס, די באנען, באסעס, עסן, טרונקען, בעטן, האטעל אינאיינעם איז $889 פער מענטש. א קינד וואס דארף נישט קיין עקסטערע בעט אין די האטעל אויפן וועג צוריק וועט דארפן צאלן $839. &nbsp; אזוי ווי פלעצער זענען זייער בארגרעניצט, מען דארף באשטעלן די באסעס, די באנען, האטעל צימער, עסן און טרונקען לויטן געברויך, דארף מען זיך וואס שנעלער איינשרייבן. &nbsp; מען קען זיך איינשרייבן ביי מו"ה אפרים פעלדמאן הי"ו 845-587-2421 אדער ביי מו"ה משה בלוי הי"ו 917-636-9026. &nbsp; איש בל יעדר!

    < זעה מער כח אב תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו אין קרית ברסלב באזוכן און העלפן די אידישע ארעסטאנטן אין די תפיסות אין די אומגעגענט

    אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה שליט"א האט א חשובער אינגערמאן אין שטעטל מו"ה משה עקשטיין הי"ו געעפענט א פרישע ארנאניזאציע, וואס וועט האבן די ציל ארויסצוהעלפן און ארגאניזירן באזוכן אידישע קינדער וואס שמאכטן לא עלינו אין די תפיסות ארום קרית ברסלב ליבערטי, וואס די אידן דארט קוקן שטארק ארויס אויף באזוכער. &nbsp; ווען מען קוקט זיך ארום אויף די מאפע פון ליבערטי והגלילות זעט מען מער ווי איין תפיסה אין די געגענט ווי עס זיצן אידישע קינדער לא עלינו, עס זענען איז דא מענטשן וואס האבן אסאך באזוכער צוליב דעם וואס ער האט משפחה און פריינד און זיי וואוינען נישט צו ווייט, אבער עס איז אויך דא אזעלכע וועלכע זייערע קרובים וואוינען זייער ווייט, און די אנדערע זייט אמעריקע אדער גאר אין אויסלאנד. אויך זענען דארט פארהאן איינזאמע אידישע קינדער וואס האבן נישט קיין קרוב און קיין גואל, און עס קען אויסקומען אז עס קען דורך גיין א לאנגע צייט וואס קיינער קוקט זיך נישט אום אויף זיי, זיי זעען בלויז די גרינע ווענט פון די תפיסה פיר און צוואנציג שעה אין טאג, און אין די זעלבע צייט ער דארף זיך קענען אויסקומען מיט די נידעריגע פארברעכער וואס זיצן דארט צוזאמען מיט אים. &nbsp; ווי דערמאנט האט דער ראש ישיבה געבעטן פון מו"ה משה הי"ו ער זאל זיך אריינלייגן דערין. און ווי ר' משה גיבט איר האט ער אנגעקניפט פארבינדונגען מיט אידן וואס טוען אין די ענינים א לענגערע צייט און קענען זיך אויס מיט די ביוראקאטישע געזעצן פון יעדן תפיסה אינעם געגענט באזונער, ווען מען קען גיין און וואס מען קען ברענגען, צי מען דארף זיך איינשרייבן, וויפיל באזוכער זיי מעגן האבן, און אזוי ווייטער. &nbsp; ווען מען פרעגט מענטשן צי וואלטן אפשר געוואלט קומען באזוכן, ענטפערן אסאך מענשטן "איך ווייס נישט וואס צו רעדן און איך האב נישט וואס צו רעדן, במילא איז דאס נישט פאר מיר", אבער ווער עס איז שוין אמאל געגאנגען באזוכן אין א תפיסה ווייסט די מענטשן דארפן בלויז א אידישע הארץ מיט אן אפענעם אויער וואס זאל זיי אויסהערן, זיי ווילן פשוט מיט איינעם מיטטיילן זייערע מיטמאכענישן, זיי ווילן איינער זאל זיי אויסהערן, און אזוי אביסל זיי פארלייכטערן זייערע שווערע אומשטעדן אין וועלכע זיי געפונען זיך. און דאס איז א געוואלדיגע מצוה וואס מען קען נישט באשרייבן. &nbsp; ווער עס וויל טון די גרויסע מצוה פון גיין באזוכן אין א תפיסה זאל ביטע רופן מו"ה משה עקשטיין הי"ו, און אפשמועסן מיט אים וועם, ווען און וואו מען קען באזוכן. אין דעם זכות זאל דער אייבישטער העלפן איר זאל קיינמאל נישט מיטמאכן די אלע שוועריקייטן.

    < זעה מער כז אב תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו בעטן זיך אויס ישועות ביים ציון פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביומא דהילולא

    תלמידי היכל הקודש זענען נישט קיין פרעמדע געסט ביים ציון הקדוש אין קרית יואל, כמעט יעדעס מאל ווען מען גייט נאר ארויף צום הייליגן ציון זעט מען דארט אנשי שלומינו חסידי ברסלב, וואס לאזן נישט אויס קיין געלעגענהייט א גאנץ יאר, ארויפצוקומען צו דעם הייליגן פלאץ דער ציון פונעם הייליגן סאטמארן רבין זי"ע, אן ארט וואס איז מסוגל לישועות. &nbsp; דער הייליגער רבי האט אסאך גערעדט איבער די גרויסקייט פון גיין מתפלל זיין ביי קברי צדיקים. דער רבי שרייבט אין ספר המידות אז ווען מען איז מתפלל ביי א ציון פון א צדיק ווערט מען געהאלפן אפילו מען איז נישט ראוי דערצו. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע פלעגט רעדן און מעודד זיין די תלמידים וואס וואוינען אינעם הייליגן שטאט קרית יואל, און אזוי טוט אויך דער ראש ישיבה שליט"א כסדר, אז מען זאל נישט זיין קיין בטלנים, און נישט פארגעסן פונעם גרויסן אוצר וואס זיי האבן אין זייער "בעק יארד", און אלעמאל ווען מען דארף א ישועה זאל מען זיך אריבערכאפן צום הייליגן ציון און דארט בעטן דעם אייבערשטן. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט רעדן זייער גרויס איבערן הייליגן סאטמארע רבי'ן זי"ע, און פלעגט זאגן אז נאר אין זיין זכות איז געראטעוועט געווארן דאס אידישע פאלק נאכן גרויסן חורבן, מען זאל נישט חלילה פארכאפט ווערן פונעם סמ"ך מ"ם וואס האט אריינגערברענגט אין די וועלט די ציוניסטישע געדאקנען פון כחי ועוצם ידי, ער פלעגט זאגן אז עס האט געפעלט א האר אז אלע ממש זאלן פארכאפט ווערן דערפון, ווען נישט דער גרויסער צדיק דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע איז געשטאנען ממש איינער אליינס קעגן די גאנצע וועלט און אויסגעשריגן די ריינע אמונה, אז עס איז דא א באשעפער וואס פירט די וועלט, און מעודד געווען די צובראכענע אידן וואס זענען ארויסגעקומען נאכן וועלט מלחה און האבן אלעס אלעס פארלוירן, אז זיי זאלן נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן. אזוי האט ער אויפגעבויעט כלל ישראל פונדאסניי, איבערגעפלאנצט די יסודות פון די פריערדיגע צדיקים אויפן טריפה'נעם אמעריקע, און אויף זיינע יסודות לאנען מיר זיך אן ביזן היינטיגן טאג ווען מען בויעט פרישע קהילות און מוסדות אין די גאנצע וועלט און בפרט אין אמעריקע. &nbsp; יעצט אין דעם געהויבנענעם טאג זעט מען ווי אנשי שלומינו נוצן אויס דעם עת רצון און קומען ארויף צום ציון אין טאג פונעם יארצייט און מען טוט וואס מוהרא"ש האט אויסגעלערענט אז ביי א ציון פון א צדיק דארף מען נישט שטופן ח"ו מענטשן און זוכן צו זיין דווקא ביים מצבה, נאר מען זוכט זיך אויס א שטילע ווינקל פון ווי מען קען זען דעם ציון און מען זאגט קאפיטלעך תהלים, און מען בעט זיך אויס בינו לבין קונו אלע בקשות אויף מאמע לשון, מיט פשוטע ווערטער. און טאקע אנשי שלומינו פארציילן גאר אסאך מופתים וואס מען פועלט ביים הייליגן ציון אין קרית יואל. &nbsp; אזוי אויך נוצן די טייערע איבערגעגעבענע מפיצים אויס דעם הייליגן טאג און זיי קומען ארויס און נעמען צוזאם געלט פאר צדקה און טיילן אויס די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע וואס חזרט די זעלבע זאכן וואס דער הייליגער סאטמארע רבי האט געלערענט, אז מען זאל זיך קלאמערן צו די ריינע אמונה, און אז מען זאל זיך חס ושלום נישט איינרעדן קיין איין רגע אז די מדינה האט געברענגט עפעס נוצן פארן אידישן פאלק, נאר מען זאל וויסן אז די מדינה שטייט פאר איין זאך, זיי פרובירן אויסצומעקן די אמונה פון אידישע קינדער, זיי מאכן "רבנים" - אדער ווי מוהרא"ש פלעגט רופן די רבנות מטעם: "רע-בנים" - מיטן איינעם ציל אראפ צו פירן ריינע טייערע אידישע נשמות פון אידישקייט און פון אייבערשטן.די מפיצים פארציילן אז מען נעמט זיי אויף זייער שיין אין קרית יואל, מען געבט זיי צדקה מיט א ברייטע האנט, און מען נעמט די הייליגע ספרים מיט גרויס שמחה. בפרט נעמט דער ציבור דער נייער לוח ברסלב פון תשפ"ג וואס איז נארוואס ארויסגעקומען, וואס האט די טייערע ווערטער פון מוהרא"ש ביי יעדע זמן אויפצואוועקן די נשמה איבער די גרויסקייט פונעם יום טוב אדער צייט אין יאר וואס מען איז. &nbsp; תורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו! &nbsp;

    < זעה מער כו אב תשפ"ב 📝
  • סיום הש"ס פון הילד נחמן נתן ני"ו א זון פון ראש ישיבה שליט"א

    א גאר רירענדע מעמד סיום הש"ס איז פארגעקומען פארגאנגענעם ליל ששי (פרשת עקב) ווען הילד החשוב נחמן נתן נרו יאיר א זון פון ראש ישיבה שליט"א האט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ ש"ס נאך אפאר יאר הארעווען און לערנען יעדן טאג בלעטער גמרא פון די אייגענע צייט, פאר אדער נאך חדר. &nbsp; אלע קינדער פון אינגל קעמפ זענען זיך געקומען מיטפרייען מיט נחמן נתן'ס שמחה, קודם האט מען געזינגען עטליכע שיינע ניגונים איבער די גרויסקייט פון די תורה, דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן הייליגע ווערטער פונעם טאטן פונעם חתן התורה - דער ראש ישיבה שליט"א וואס האט גערעדט מלא התרגשות פונעם גרויסן זכי' וואס ער האט אז זיין זון - נאך פאר די בר מצוה - האט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, און האט ארויסגעברענגט אז דאס איז געווען דער רצון פון הייליגן רבי'ן אז אלע זאלן ענדיגן ש"ס, און אז דער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אז דורכדעם וואס א איד איז זוכה צו ענדיגן ש"ס איז מען ממשיך אויף זיך א צלם אלקים. דער ראש ישיבה האט פארציילט אז מוהרא"ש האט טאקע אזוי איינגעפירט אין תלמוד תורה אין יבנאל אז אלע אינגלעך זאלן ענדיגן ש"ס אויף די בר מצוה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געשריבן א שיינע בריוו ווי ער לאדענט איין דעם עולם צום סיום אט איז דער בריוו: &nbsp; איך וויל דיר איינליידענען צו די סיום הש"ס פון מיין זון הילד נחמן נתן נרו יאיר היינט נאכט אום ניין אזייגער, וואס וועט פארקומען אינאיינעם מיט די וועכנטליכער ליל שישי שיעור אין ישיבה, אין שטעטל. די ווייבער שול וועט זיין אפן. &nbsp; איך וואונטש דיר דו זאלסט אויך זוכה זיין צו אזא זאך, זיצן ביי דיין זון'ס סיום הש"ס און ביים סיום הש"ס פון דיינע אייניקלעך. די הרגשה איז נישט צום באשרייבן; וואס נאך דארפן עלטערן מער פון נחת ביי די קינדער, זען ווי זיי לערנען און דאווענען. &nbsp; כי הם חיינו ואורך ימינו &nbsp;

    < זעה מער כה אב תשפ"ב 📝
  • דראמאטישע הערליכע פלעי פאר פרויען און מיידלעך היינט זונטאג, מארגן מאנטאג, און איבערמארגן דינסטאג

    די נייעס איבער די גאר דראמאטישע העכסט אינטערעסאנטע פלעי, "דער חכם מיט'ן תם", וואס ווערט אהערגעשטעלט אין די יעצטיגע טעג בעז"ה דורך די "בית פיגא ברסלב" תלמידות, איז זייער שנעל צעשפרייט געווארן פון מויל צו אויער ביי פרויען און מיידלעך. כאטש וואס מ'האט צוגעגרייט צו מאכן דריי מאל די פלעי, לויפן אבער אויס די טיקעטס גאר שנעל. &nbsp; אין לויף פון די יארן האט די סקול שוין אויפגעשפילט גאר שיינע פארשטעלונגען פון די מעשיות וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, אבער דאס מאל אנטשפרעכט עס צו זיין גאר א פראפעסינאלע געלונגענע פלעי, וואס וועט איבערשטייגן אלע פריערדיגע, עס וועט האלטן געשפאנט די צושויער פאר לאנגע שעות, און זיי באגלייטן אויף שפעטער פאר גאר א לאנגע צייט. &nbsp; אין די פריערדיגע יארן איז די שפיל געווען דער געשפרעך פון טאג פאר א לאנגע צייט ביי די פרויען, די שפיל "דער בערגער און דער ארימאן" איז ארויסגעקומען שפעטער און איז פארקויפט געווארן אויף די אידישע מארקעט, און איז געווארן פון די בעסטע פארקויפטע פלעיס, און ביז יעצט ווערט נאך פארקויפט טויזנטער שטיק דערפון. ווי מען הערט צוריק פון די קאסטומערס וואס האבן עס געקויפט, האט דער שפיל איבערגעלאזט א געוואלדיגע רושם אויף די צוהערער. איינער האט געשריבן: "איך האב שוין געזען אסאך פלעיס, און אפילו מער פראפעשאנעל, אבער וואס די פלעי האט געמאכט מיט מיר האב נאך קיינמאל געהאט, נאכ'ן זען די פלעי בין איך אריין אין מיין צימער און פשוט אנגעהויבן רעדן צום אייבערשטן ווי מען רעדט צו א חבר'טע - צום ערשטן מאל אין מיין לעבן!! א גרויסן דאנק בית פיגא סקול פאר די פלעי!" &nbsp; די פארשטעלונג וועט זיין פון די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט אין די ניינטע מעשה אינעם הייליגן ספר "סיפורי מעשיות". די מעשה פאר זיך איז גאר א דראמאטישע ערציילונג, עס הויבט זיך אן מיט צוויי קינדער וואס האבן געלערנט אין איין חדר, איינער איז געווען א חכם און דער צווייטער א תם. אין לויף פון די געשיכטע באגלייטן מיר די לעבנ'ס געשיכטע פון ביידע קינדער ביז צו זייער עלטער, ווי אזוי דער גרויסער חכם, דער וועלט בארימטער פראפעסאר, דער ריזן עושר, איז צוביסלעך איינגעגאנגען און איז געווארן א בעטלער און אריינגעפאלן טיף אין די בלאטע, און דער תם וואס האט גארנישט געהאט און גארנישט געקענט, א שוסטער וואס קען קוים מאכן שיך, א בלוטיגער ארעמאן, האט זייער שיין מצליח געווען. &nbsp; אין לויף פון די סצענעס וועט מען מיטהאלטן לעבעדיג די פרייליכע און טרויעריגע מאמענטן, אנגעצויגענע און רואיגע מצבים, און זען וואס איז דער סוד פון הצלחה אויף דער וועלט, ווי אזוי קענען מיר מצליח זיין אין לעבן, אפילו אויב מיר קענען גארנישט און מיר פארמאגן גארנישט. &nbsp; די פלעי וועט אי"ה פארגעשטעלט ווערן אין די פראכפולע אודיטאריום פון די בנין המוסדות אין ליבערטי, אויף 39 טשעסטנאט סטריט, היינט זונטאג ראה (למס' אוגוסט 21) אום 1:30 מינטאג, מארגן מאנטאג און איבערמארגן דינסטאג (למס' אוגוסט 22 און 23) אום 7:30 אווענט. די פרייז פאר א טיקעט איז $25. מ'קען קויפן טיקעטס דורכן במשך דעם טאג 347-786-1767 אדער 347-263-2467 . &nbsp; פאר טראנספארטאציע פאר גרופעס קען מען רופן פון 6 ביז 10 נאכמיטאג אויף 845-381-6585. מאכט זיכער צו קויפן טיקעטס פון פאראויס, ווייל ס'וועט נישט בלייבן צופיל טיקעטס צו קויפן ביים טיר. &nbsp; לבית יעקב אלו הנשים! &nbsp;

    < זעה מער כד אב תשפ"ב 📝
  • לוח ברסלב תשפ"ג איז שוין דא צו באקומען

    דער ברסלבער לוח געפונט זיך אין טאש פון יעדן תלמוד היכל הקודש, אויף יעדע זייט איז דא הערליכע מאמרים פון מוהרא"ש זי"ע איבער די זמן פון יאר וואס מ'שטייט, וואס וועקט אויף דעם מענטש איבער די אוצרות וואס מען קען אריינכאפן אין דעם וואך אדער חודש. &nbsp; אזוי אויך איז צוגעצייכענט יעדן טאג אלע שיעורים כסדרן, דער בלאט גמרא, ירושלמי און תוספתא פאר יענעם טאג, וואס איז א ממש א הכרח פאר יעדן תלמוד היכל הקודש צו וויסן. &nbsp; דער לוח איז געווארן נאך מער אויפגעכאפט אין די לעצטע יארן, ווען דער קרן הדפסה האט אריינגעלייגט גרויסע כחות און הערליך איבערגעמאכט דעם לוח מיט שיינע געשמאקע קלארע אותיות, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א געהייסן צולייגן די נ"ך און רמב"ם פונעם טאג, אזוי אז דער לוח וועט זיכער צוגעבן פאר יעדעם אסאך הרחבת הדעת. &nbsp; און אזוי ווי אין די לעצטע יארן האט דער קרן הדפסה אריינגעלייגט גרויסע כחות אז דער לוח היי יאר זאל ארויסקומען בסייעתא דשמיא א דבר נאה ומתוקן אן קיינע גרייזן. &nbsp; דער נייער לוח פארן יאר תשפ"ג הבעל"ט קען מען שוין באשטעלן אויפן ברסלב סענטער געשעפט, און איז דא צו באקומען אין אידיש אדער לשון הקודש פאר בלויז $1.99 צו די צופרידענהייט פון אנשי שלומינו. &nbsp; היום אם בקולו תשמעו 📖 לוח ברסלב תשפ"ג 📖 ספרי מוהרא"ש אויף ראש השנה &nbsp;

    < זעה מער כא אב תשפ"ב 📝
  • אינטערוויו: אומגלויבליכע בי-פּעי ("ברסלב פּעי") סיסטעם ווערט געעפענט

    עס איז היינט אנגעקומען צו אונזערע אויערן די נייעס אז מ'האט נארוואס געענדיגט בויען א גאר סאפיסטיקרט נייע "וואַלעט" סיסטעם מיטן נאמען "בי-פּעי". דאס איז אונז געווען א געוואלדיגע חידוש, מיר האבן געוואלט וויסן וואס דאס איז און פארוואס מען האט דאס געמאכט. דערפאר האבן מיר זיך תיכף פארבינדן צו העסקן הדגול וואס איז שוין גוט באקאנט ביי אנשי שלומינו צו שטיין אונטער יעדע גוטע זאך מו"ה אהרן פיש הי"ו, וואס ארבעט שוין אויף דעם פראיעקט שוין עטליכע חדשים צום גוטן. &nbsp; מיר זענען תיכף צוגעטרעטן צום ענין, און מיר האבן געשטעלט פראגן, וואס מיר וועלן זיך פרייען מיטצוטיילן די אינפארמציע מיט אלע אנשי שלומינו. &nbsp; א גוטן ר' אהרן, מיר האבן געהערט איבער עפעס א נייע "בי-פּעי" סיסטעם וואס דו האסט געמאכט. קענסט מיר אפשר זאגן אין איין ווארט וואס דאס איז? &nbsp; בי-פּעי איז פשוט א גרינגע וועג צו געבן געלט פאר סיי וועלכע צוועק פון אנשי שלומינו, עפעס אזוי ווי "גוגל פּעי", אבער אונזער סיסטעם ארבעט נישט אויף די אינטערנעט. עס איז א טעקסט בעיסד סיסטעם. &nbsp; פאר איינער וואס האט נישט קיין קאמפיוטער, און ווייסט נישט וואס מיינט גוגל פּעי. וואס איז דאס בי-פּעי? &nbsp; א גרינגע סיסטעם, וואס נאכן עפענען אן אקאונט, קענסט מיט א פשוטע טעקסט פון ממש אפאר אותיות מנדב זיין סיי וועלכע סכום פאר סיי וועלכע צוועק פון אנשי שלומינו. &nbsp; דו זאגסט אז עס איז א גרינגע סיסטעם. וואס מיינט דאס גרינג? &nbsp; לאמיר דיר געבן א פשוטע ביישפיל דו שטייסט יעצט ביי א ציון פון א צדיק, און דו וויסלט געבן איין דאלער צדקה פאר הדפסה. ביז יעצט האסטו געדארפט קאלן דעם גבאי און אים משוגע מאכן פאר דעם איין דאלערדיגן נדבה וואס דו וואלסט קיינמאל נישט געטון. יעצט קענסטו עס טון אין ווייניגער פון פינף סעקונדעס. &nbsp; געוואלדיג. דאס זעט אויס א מורא'דיגע געדאנק, וויאזוי שרייב איך מיך איין? &nbsp; ממש זייער גרינג. שיק דאס ווארט join צו 8453852400 און פאלג אויס די פשוטע אנווייזונגען וואס דו וועסט באקומען אויף טעקסט.&nbsp; &nbsp; פיין איך האב מיך שוין איינגעשריבן, וויאזוי נוץ איך דעם סיסטעם ווען איך וויל געבן געלט? &nbsp; לאמר נוצן דעם פריערדיגן ביישפיל, איך וויל געבן א דאלער פאר קרן הדפסה, שרייב א טעקסט צו די אויבן דערמאנטע נומער: די קאוד פון קרן הדפסה&nbsp; וואס איז KH02, די סכום געלט (1) די קרעדיד קארד נומערן א ספעיס מיט די עקפערעישאן דאטום. צום ביישפיל: kh02 1 01234567890123456 0226 &nbsp; איך וועל דארפן יעדעס מאל שרייבן אזא לאנגע טעקטס, די גאנצע קרעדיט קארד נומערן מיט די עקספיירעישאן דאטום? &nbsp; ניין, ניין. עס איז געמאכט אז מען קען אוועקלייגן ("סעיוון") א קרעדיט קארטל אויפן סיסטעם עס צו קענען נוצן יעדעס מאל. איין מאל א קארטל איז געסעיווד דארפסטו נאר נוצן די לעצטע פיר ציפערן (דיזשיטס) פונעם קארטל. &nbsp; וויאזוי סעיוו איך א קארטל? &nbsp; שרייב save די קארטל נומערן מיט די עקספערעשן דעיט. &nbsp; צום ביישפיל: save 01234567890123456 0226 &nbsp; יעצט ווען דו ווילסט מנדב זיין ווי אויבנדערמאנט, וועסטו דארפן שרייבן זייער א קורצע טעקסט. &nbsp; צום ביישפיל: kh02 1 3456 &nbsp; קען איך סעיוון מער ווי איין קארטל? &nbsp; יא. וויפיל קארטלעך דו ווילסט. ווען דו שרייבט list cc צום סיסטעם באקומסטו צוריק א ליסטע מיט אלע קארטלעך וואס דו האסט אויפן סיסטעם. &nbsp; וואס טו איך ווען איך וויל אויסמעקן א קארטל? &nbsp; שרייב delete מיט די לעצטע פיר ציפערן, צום ביישפיל delete 3456&nbsp; &nbsp; אויב איך צולייגן נאך א טעלעפאן נומער וואס זאל קענען נוצן די זעלבע אקאונט? &nbsp; טעקסט add מיט די אנדערע טעלעפאן נומער. &nbsp; צום ביישפיל: add 8451234567 &nbsp; אויב איך וויל נאכדעם אראפנעמען יענע צוגעלייגטע נאמבער? &nbsp; שרייב delete מיט יענע טעלעפאן נומער. &nbsp; נישט צום גלייבן, וואס מ'קען אלץ טון מיט א פשוטע טעקסט. וואס נאך קען מען טון מיטן סיסטעם? &nbsp; מ'קען זען רעפארטס וויפיל געלט מ'האט שוין מנדב געווען דורך אונזער סיסטעם און פאר וועם. טעקסט RLD (וואס שטייט פאר Report List Donations) מיט א נומער פון וויפיל טעג צוריק דו ווילסט זען, און וועט צורק קומען א דעטאלירטע ריפארט פונקטליך אלע דיינע נדבות ווען, וויפיל און א סך הכל. &nbsp; צום ביישפיל ווען איך וויל א באריכט פון מיינע נדבות פון די לעצטע זיבן טעג שרייב RLD 7 &nbsp; בכלל יעדעס מאל דו געסט געלט וועסטו באקומען א רעסיט אויף אימעיל, אזוי אויך איינמאל א חודש וועלן אלע באנוצער באקומען א רעפארט. און סוף יאר וועט מען באקומען א לעגאלע רעסיט מיט די פונקטליכע פרטים פון אלע נדבות וואס זענען געגעבן געווארן במשך דעם גאנצן למספרם יאר, נוצנדיג אונזער סיסטעם, וואס מען וועט קענען נוצן ביים פיילן דעם טעקס ריטוירן. &nbsp; איך הער אונטער די קוליסן אז עס זענען דא נאך פילע נייע אפציעס אויף וואס מען ארבעט, קענסט מיר אפשר געבן עפעס פרטים? &nbsp; אויף דערווייל איז דאס גענוג, אי"ה ביז צוויי וואכן וועל איך געבן פרישע אפדעיטס וואס פארא נייע אפציעס עס וועט צוקומען, און וואו זאכן האלטן. &nbsp; א גרויסע ישר כח אהרן פאר דיין טייערע צייט וואס דו געסט אוועק פאר אנשי שלומינו שלא על מנת לקבל פרס. עס איז אומגלויבליך די רעוואלוציע וואס אזא סיסטעם קען ברענגען. אידן ווילן געבן צדקה, און אזא סיסטעם וועט בעזרת השם יתברך זיכער צוגעבן אז מען זאל קענען געבן צדקה מיט הרחבת הדעת, וואס וועט זיכער ברענגען אלע גוטע השפעות. &nbsp;

    < זעה מער כ אב תשפ"ב 📝
  • בנין היכל הקודש ווערט שוין צוגעגרייט פאר ראש השנה תשפ"ג הבא עלינו לטובה

    אין די יעצטיגע טעג טוט זיך העפטיגע הכנות אינעם בנין היכל הקודש אין אומאן אין בעפארברייטונגען צום קומענדיגן ראש השנה תשפ"ג, מען ארבעט פון אלע זייטן אהערצושטעלן דעם בנין ווי עס דארף צו זיין. &nbsp; ביי די טרעפ ארויף צו אלע שטאקן ווערט אינסטאלירט גוטע און שטארקע רעילינגס עס זאל זיין אפגעהיטן מען זאל חס ושלום נישט געשעדיגט ווערן ווען מען גייט ארויף און אראפ פון די שלאף צימערן צום בית המדרש און צוריק. אויך ווערט אין די טעג צוגעגרייט דער עלעוועיטאר וואס וועט שטארק פארגרינגערן דאס ארויף גיין און אראפקומען ביים אנקומען אין בנין און ביים אהיים פארן. &nbsp; צוליב די יעצטיגע מלחמה צושטאנד אין אוקריינא, טאר ביינאכט נישט געזען ווערן קיין שום לעכטיגקייט, וועט אין אלע צימערן אינסטאלירט ווערן "ווינדאוי שעידס" כדי עס זאל נישט ארויס שיינען די לעכטיגקייט ביינאכט. אזוי אויך פילט מען שוין אן די וואסער טענק עס זאל זיין גענוג וואסער פאר די גאנצע צייט וואס מען איז דארט. &nbsp; די חשוב'ע עסקנים וואס זענען געשטעלט געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א ארבעטן גאר שווער אויף אלע פראנטן אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב, טראץ דעם וואס דאס יאר איז נישט אזוי גרינג צו באקומען אלעס, דאך פרובירט מען פון אלע זייטן אהערצושטעלן דעם בנין מיט אלעס ארום מיט די בעסטע און שענסטע וואס קען נאר זיין. &nbsp; און ווי שוין געמאלדן קען מען שוין דינגען זיצן אין בית המדרש אויף ראש השנה ביים גבאי מו"ה נחמן נתן קרויס הי"ו, מען קען אים רופן אויף 347-404-8738. &nbsp; דער עיקר פון אלעם איז צו בעטן דעם אייבערשטן מען זאל אנקומען און צוריק קומען בשלום, און קענען אהיימקומען מיט ישועות ורפואות פאר זיך און די גאנצע משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל.

    < זעה מער יט אב תשפ"ב 📝
  • סיום הש"ס דורך הב' מרדכי לייב טירנויער

    פאריגע וואך דאנערשטאג נאכט איז געווען א יום טוב ביי די תלמידי הישיבה ווען א הב' מרדכי לייב טירנויער הי"ו האט זוכה געווען נאך זיין ווייניגער פון א יאר זיין אין ישיבה צו מסיים זיין גאנץ ש"ס. &nbsp; דער עולם איז זיך צוזאם געקומען מען האט זיך מיטגעפרייט, דער ראש ישיבה האט געזאגט א שיינע שיעור און האט ארויסגעברעגנט ווי א בחור האט זוכה געווען אין די קורצע צייט אזויפיל צו לערנען, יעדע חודש ענדיגט ער משניות, תיקוני זוהר, און ליקוטי מוהר"ן. &nbsp; אויסערדעם וואס ער איז פון די גרעסטע מפיצים, וואס גייט ארום כסדר און פארשפרייט די זיסע עצות וואס ער האט געטראפן, אז אויך אנדערע אידן זאל זוכה זיין צו געניסן פונעם נחל נובע מקור חכמה, און קענען לעבן דעם זיסן לעבן מיט די תורה מיט די אייבישטער וואס ער האט זוכה געווען דורך א ספר. &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז מיינטס נישט אז נאך די אלע זאכן די פילע בלעטער גמרא, פרקים משניות און די אלע אנדערע לימודים וואס ער לערנט יעדן טאג, און אויסער דעם וואס ער גייט יעדן טאג אסאך הפצה אז ער האט נישט קיין צייט צו שפילן, שמועסן און פארברענגען. ער איז א בחור וואס מאכט פרייליך אלע ארומיגע, קען אויסהערן א צווייטן, שמועסן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט מכבד געווען דעם חתן הש"ס מרדכי לייב צו זינגען א ניגון וואס ער האט פארפאסט צו זיין סיום הש"ס. &nbsp; לחיבת הקודש וועלן מיר דא אראפברענגען דעם גאנצן ניגון ווארט ביי ווארט. מען קען עס מיטהאלטן סיי אויפן וועבסייט דא ביי די אפטיילונג פון די שיעורים, אזוי אויך אויפן טעלעפאן קול ברסלב ביי די שיעורים פון די אינגעלייט. &nbsp; ❞ראוי לאדם שיעבור וילך בזה העולם בכל הספרים הקדושים וללמוד כולם כדי שיכול להתפאר בעולם הזה שהיו בכל מקום בעולם הזה וסיפר עמנו הרבה הרבה בענין זה שטוב ללמוד במהרות ובלי לדקדק ואמר שאין צריכין בלימוד רק האמירה לבד לומר הדברים כסדר וממילא יבין &nbsp; איז געקומען מוהרא"ש - און לעובדה ולמעשה פאר אונז געמאכט פאר גאנצע פופציג יאר - פון דעם געשריבן און גערעדט געווען שטארק מיט דעם - אפילו גאר אסאך פון אים געלאכט תלמדי חכמים - שוין געווארן און נאך אסאך וועט &nbsp; תורה הקדושה, תורה הקדושה אביי ורבא, אביי ורבא קדישא &nbsp; הייב אן זאגן - די גמרא הער אויף קלאגן - אז עס האט נישט קיין סברא דער רבי זאגט מען דארף נישט פארשטיין אן קיין חזרה - מיט א ניגון א חשבון א קלארע - ווען אין קבר וועסט ליגן דעמאלטס מיט דיר די תורה וועט מיטגיין &nbsp; ס'האט נישט גענומען לאנג - דאך עס שפירט נישט וואר און הדרן עלך זינג איך אויף תלמוד בבלי נאך פיל יגיעות און מניעות - במשך אפאר יאר ביי מיין סיום הש"ס צום באשעפר זינג איך הללו &nbsp; פיל גוט אידן געקומען צו מיר - געמאכט מיט די הענט נע, מ'האט נישט געהאלטן - געגעבן א לאך חברותות אינגעלייט - היינט קענט עטס רעדן צו די ווענטנאר מיטן סדר דרך הלימוד זאגן אסאך &nbsp; ווייל ס'איז שווער - פון אנהייב אלעס צו פארשטיין דעמאלטס פאלג די צדיקים - און נעם דעם רבניס וועג אז דו לערנסט טיף - די שווערע סוגיות דו בויעסט אויף מיט חן קענסטו דאס נוצן - ווען עס גייט דורך שווערע טעג &nbsp; תורה הקדושה, תורה הקדושה אביי ורבא, אביי ורבא קדישא &nbsp; תהלים חומש משניות כמה וכמה פעמים - בבלי ירולשמי תוספתא נ"ך רמב"ם מדרש טור שולחן ערוך - זוהר הקדוש תיקוני זוהר און רבינ'ס זאך &nbsp; די כח פון תורה איז אזוי גרויס - האט דער רבי צו רבי נתן געגעבן א שריי &nbsp; אפילו א מענטש וואס ליגט טיף אין שאול - לערנען כך וכך צוריק קומען ווי ניי❝ &nbsp;

    < זעה מער יח אב תשפ"ב 📝
  • זיצן ווערן שוין פארקויפט אין ביהמ"ד היכל הקודש אין אומאן

    טראץ אלע סארט נייעסן וואס מען הערט כסדר אהער און אהין, וועט מען יא קענען פארן אויף אומאן דאס יאר אדער חס ושלום נישט, זענען ברסלב'ע חסידים זיך קיינמאל נישט מייאש, מען בעט דעם אייבערשטן נאכאמאל און נאכאמאל אז מיר זאלן זוכה זיין אויך דאס יאר צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, אזוי ווי ער האט געבעטן און פארלאנגט פון אונז, און מיט תפלה וועלן מיר זיכער פועל'ן צו פארן בשלום און צוריק קומען בשלום, און פועל'ן אלעס גוטס ברוחניות ובגשמיות. &nbsp; אין די יעצטיגע טעג הויבט מען שוין אן צו פארדינגען זיצן אין בית המדרש היכל הקודש אין אומאן. דער בית המדרש וועט אי"ה זיין אפן פאר יעדן איינעם, אפילו פאר ווער ס'האט נישט געדינגען א בעט אינעם בנין. &nbsp; מאכט זיכער צו דינגען אייער זיץ ווי פריער, ווי לאנג עס איז דא אן אויסוואל פון גוטע זיצן, צו קענען דאווענען מיט א רואיגקייט און התעוררות, אויסצו'פועל'ן א זיס לעכטיג יאר. מ'קען דינגען א זיץ דורכ'ן רופן 347-404-8738. לאזט א מעסידזש און מ'וועט אייך אי"ה צוריק רופן. &nbsp; וכל באי עולם עוברין לפניך כבני מרון! &nbsp;

    < זעה מער יז אב תשפ"ב 📝
  • בחורים אין ישיבה לערנען 40 מאל מסכת תענית ביז ראש השנה

    מארגן פרייטאג ואתחנן, חמשה עשר באב, הייבט זיך אן די יערליכע מסכת תענית טומל אין ישיבה, די בחורים ווערן צוגענאגלט צו די בענקלעך, די אויגן צוגעשמידט צו א גמרא מסכת תענית, מען לערנט פלייסיג מיט חשק, און מ'ענדיגט יעדן טאג נאכאמאל גאנץ מסכת תענית. &nbsp; אין יאר תשע"א, פאר חמשה עשר באב, האט מוהרא"ש געזאגט פאר'ן ראש ישיבה אז ער גייט אריבערקומען אין קעמפ אום חמשה עשר באב, א טאג וואס איז מסוגל פאר שידוכים, און ער וועט פועל'ן שידוכים פאר די בחורים. ביי די סעודה לכבוד חמשה עשר באב האט מוהרא"ש גערעדט א לאנגע צייט צו די בחורים, און ביים סוף פון די דרשה האט מוהרא"ש געזאגט אז אלע בחורים פון זיבעצן יאר און העכער וואס וועלן ענדיגן יעדן טאג מסכת תענית אין די פערציג טעג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וועלן זיי אי"ה טרעפן זייער שידוך גלייך נאך ראש השנה. &nbsp; אלע בחורים האבן זיך צוגעכאפט דערצו און האבן דורכגעלערנט מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה און גלייך נאך ראש השנה האבן אנגעהויבן ווערן חתנים אין ישיבה, און אין לויף פונעם ווינטער זמן תשע"ב, האבן אלע בחורים געטראפן זייער שידוך, זיי האבן ב"ה שיין חתונה געהאט און אויפגעשטעלט ערליכע אידישע שטובער לשם ולתפארת. &nbsp; זייט דעמאלט האלט עס ווייטער אן יאר יערליך, די פרישע בחורים ענדיגן מסכת תענית פערציג מאל פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, און ב"ה פילע שידוכים זענען געשלאסן געווארן אין דעם זכות אין לויף פון די יארן. אויך פילע בחורים פון אנדערע ישיבות, וואס האלטן מיט די דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, האבן זיך אויך צוגעכאפט צו דעם, זיי האבן אויך געלערנט מסכת תענית פערציג מאל, און זענען ב"ה אויך געהאלפן געווארן מיט שיינע שידוכים. &nbsp; אנהויב די וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א נאכאמאל מעורר געווען די בחורים זיך צוצוגרייטן די מסכת תענית, ווייל פרייטאג חמשה עשר באב וועט מען אנהויבן לערנען גאנץ מסכת תענית יעדן טאג ביז ראש השנה. פארשטייט זיך אז די בחורים האבן קוים געקענט ווארטן אויף דעם טאג, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט דאס יאר אויך קומען פילע חתנים אין ישיבה. &nbsp; אין אנדערע נייעס האבן פילע אנשי שלומינו אנגעהויבן די וואך דעם פרישן מחזור אין לימוד תוספתא, און אין נ"ך, ווי געמאלדן פארגאנגענע וואך. אויסער די פילע שיעורים וואס מען לערנט יעדן טאג, האבן זיך פילע אויך צוגעכאפט צו די צוויי לימודים, לכבוד דעם וואס מען האט עס יעצט אנגעהויבן פון פריש. &nbsp; אין שמחה כשמחת התורה!

    < זעה מער יד אב תשפ"ב 📝
  • בית התבשיל רופט צו א רייכער באנקעט קומענדיגן זונטאג עקב

    בית התבשיל צוויי ווערטער, אבער וויפיל ווערטער מען וועט רעדן איבער דעם וועט נישט זיין גענוג. ווען אונטער די צוויי אומשילדיגע ווערטער ליגט א גאנצע וועלט, א וועלט פון חסד, א וועלט פון גמילת חסדים. א לייכט זויל וואס פארשפרייט א שיין אין די גאנצע קהילה. &nbsp; איינע פון די שענסטע רינגעלעך אין די גאלדענע קייט פון חסד וואס אונזער קהלה איז ב"ה באשאנקען געווארן איז בלי ספק די מאסיווע פאריעקט פונעם "בית התבשיל", אין אמת'ן אריין איז די נאמען בית התבשיל נישט די פאסיגע נאמען פאר די אקטיוויטעטן וואס גייט ארויס פון אונטער די צוויי ווערטער בית התבשיל ווייל ס'איז נישט בלויז א בית התבשיל ווי מען גיט צועסן פאר מענטשן, נאר עס איז אסאך אסאך מער פון דעם. &nbsp; "בית התבשיל" איז אמאל געווען א זאך וואס איז נוגע געווען בפרטיות פאר עטליכע פון אסאך, אבער, דא ביי אונז אין קהלה איז עס על הכלל כולו יצא יעדער איינער האט הנאה דערפון. &nbsp; די אונטערנעמונג פונעם בית התבשיל איז דירעקט נישט קיין גרינגע זאך, בלויז די פאקט אז אין די לעצטע פאר וואכן פון נאך פסח האט בית התבשיל שוין אויסגעטיילט און גראסערי די סומע פון $50,000 איז שוין גענוג ארויסצוברענגן די שווערע עול וואס ליגט אויף זייערע פלייצעס. &nbsp; די בית התבשיל איז ווי א שירעם וואס נעמט אריין אונטער זיך יעדע זאך וואס האט צו טון מיט חסד, יעדע זאך וואס קען ארויסהעלפן אנשי שלומינו. &nbsp; "בית התבשיל" שפארט פאר אנשי שלומינו מדי שבת בשבתו יעדע איינציגע שבת שווערע געלטער פאר מאכלי שבת. דער "בית התבשיל" האט בלויז פאריאר אין די איין קאליכיגע יאר אויסגעטיילט עסן וכו' אין די ווערט פון $250,000! עס איז א ציפער וואס הערט זיך ווי א גוזמא אבער יא! ס'איז א מציאות. &nbsp; אבער לאמיר גיין אביסל ווייטער, די פסח חלוקה אליינס האט אפגעשפארט איבער $75,000 פאר אנ ש. וואס דאס איז חוץ די "חלוקה" וואס בית התבשיל שטעלט צו פאר א יעדע יו"ט. &nbsp; "בית התבשיל" שטעלט צו מדי שבת בשבתו קאלטע וואסער פאר אנשי שלומינו בשעת'ן זיך שלעפן אין די היצן זיך שופך שיח צו זיין פאר'ן הייליגע באשעפער דאס קאסט אפ $10,000 א יאר, אזוי נישט מיר נישט דיר א פראיעקט וואס געהערט בכלל נישט צו א "בית התבשיל" האט מען אויך אריינגענומען אינעם באן פון גמילת חסדים. &nbsp; די עול צו טראגן איז אומבאשרייבליך שווער, אבער צו זעהן די לעכטיגע שמייכליך פון אנשי שלומינו איז אלעס ווערד, וויפיל מאל האבן שוין די עסקנים געדארפט בארגען געלט בלויז זיכער צו מאכן די עקזיסטענץ פונם הייליגע ארגעניזאציע! &nbsp; עס ווערט געברענגט פון די הייליגע חפץ חיים אז א בריק שטייט אויף זוילן וואס שטעקן זיך אריין ביז אונטער די וואסער, אויב עס איז נישט דא קיין זוילן איז נישט דא קיין בריק. זאגט די חפץ חיים די זעלבע איז ביי גמילת חסדים, חסד איז א בריק, די כח האחדות זענען די זוילן, די פונדעמענט, די איינציגסטע וועג אז עס זאל קענען זיין גמילת חסדים, איז נאר מיט א כח האחדות, ווען יעדער איינער העלפט צו דערצו. &nbsp; ב"ה צו די הנאה פון אנשי שלומינו גייען מיר שוין אן פאר איבער 4 יאר, ווען יעדער איינער האט הנאה אדער פון די חלוקות אדער פון די אנדערע פראיעקטן. אבער יעצט איז דער בית התבשיל געקומען צו א מצב אז מען קען שוין נישט מער און זיי ווענדן זיך צו די ווארעמע הערצער פון אנשי שלומינו, מאכט אייך צו די אויגן פאר א מינוט און טראכט וויאזוי ס'וואלט אויסגעקוקט אונזער הייליג קהילה אן קיין בית התבשיל, נישטא קיין חלוקות, נישטא קיין וואסער זיך שלעפנדיג אין די היצן צום ביהמ"ד, נישטא גארנישט. &nbsp; דער בית התבשיל לאנדעט איין אלע אנשי שלומינו צו א קאלירפולע פארברענג א "רייכער באנקעט" וואס לוינט זיך נישט צו פארפאסן, דער מסיבה וואס וועט פארקומען קומענדיגן זונטאג עקב ביים בית התבשיל אויף 136 דענמען ראוד וועט בענעפיטירן דעם וואוילטעיגן בית התבשיל, עס זאל קענען ווייטער אנגיין מיט די עבודת הקודש. א ברייטע נאכטמאל וועט סערווירט ווערן, אזוי אויך וועט וועט פארטיילט א מתנה פאר אלע באטייליגטע, און א פארברענג מיטן ראש ישיבה שליט"א וועט נאכפאלגן. &nbsp; די הנהלה פונעם בית התבשיל בעט אלע אנשי שלומינו זיך צו קומען פערזענליך באטייליגן און ארויסווייזן הכרת הטוב צו די הייליגע אונטערנעמונג. דער בית התבשיל מוז יעצט דרינגענד שאפן פינף און זיבעציג טויזנעט דאלער. ביטע העלף זיי אנצוקומען צום ציל פון $75,000. זיי דיר משתתף מיט די כח הרבים וואס וועלן צוזאמען פארזיכערן די עקזיסטענץ פון די בית התבשיל און נאר מיט די כח האחדות וועלן מיר עס טאקע באווייזן. &nbsp; ובזכות זה זאל דיר דער אייבערשטער בענטשן מיט אלע גוטע זאכן. &nbsp;

    < זעה מער יג אב תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 841 to 855 of 1670 results

1 2 ... 54 55 56 57 58 59 60 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com