Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך ארויס אויף א געהויבענע נסיעה קיין פוילן

    אין א בריוו היינט שרייבט דער ראש ישיבה צו אנשי שלומינו אז ער לאזט זיך ארויס אויף א רייזע צו די מקומות הקדושים אין פויל היינט נאכט. אינעם בריוו שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א אז ער וועט מתפלל זיין פאר אנשי שלומינו ביי די הייליגע קברי צדיקים וואו ער גייט באזוכן.   צום ערשט וועט דער ראש ישיבה צופארן צום ציון פון הייליגן צאזער רב, וואס היינט כ"ה ניסן געפאלט זיין יומא דהילולא, ווי דער ראש ישיבה שליט"א מיט א ציבור פון אנשי שלומינו וואס זענען מיטגעפארן וועלן אויספועלן אלעס גוטס בעזר השם יתברך.   דערנאך וועט דער ראש ישיבה שליט"א פארן מתפלל זיין ביים הייליגן ראדאשיצער רב'ס ציון, אזוי אויך ביים ציון הקדוש פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע פון ליזענסק, און צום ציון פון הרה"ק רבי מענדלע רימינובער זי"ע, וואו דער ראש ישיבה שליט"א וועט איינרייסן און פועלן ביים אייבערשטן אלעס גוטס.   מיר האפן צו געבן פארשידענע אפדעיטס פונעם געהויבענעם נסיעה, פאר די פילע פון אנשי שלומינו וואס האבן נישט געהאט די זכיה מיטצופארן.

    < זעה מער כו ניסן תשפ"ג 📝
  • וועכענטליכע עצתו אמונה וועט באקומען א הערליכע דעקל

    מיט לויב און דאנק צום הייליגן באשעפער אויף זיינע פילע חסדים האבן אנשי שלומינו נארוואס אפגעצייכנט זיבן יאר, א גאנצע שמיטה, זינט דעם ליכטיגן טאג ג' ויקרא תשע"ו לפ"ק, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט באוויליגט צו נעמען אויף זיך צו שרייבן יעדן טאג א מכתב יומי, און פרטיות'דיג בריוון און שאלות ותשובות תלמידים און לכל דורש ומבקש. וואס איז שוין היינט צוטאגס תודה לא-ל באוויסט אין די גאנצע וועלט מיט'ן נאמען "עצתו אמונה" און "איש אמונות", דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער, דער ראש ישיבה שליט"א זאלן האבן די כוחות און מעגליכקייט צו שרייבן ווייטער און אונז ברענגען נאנט צום אייבערשטן און צו די תורה. &nbsp; ברוך ה' יעצט ווען מען האלטן שוין ביי קונטרס נומער 295, האט מען אויפ'ן פארלאנג פונעם ראש ישיבה שליט"א באקליידעט דעם קונטרס מיט א פרישע נייעם הערליכן דעקל, וואס וועט אוודאי ברענגען א פרישקייט צו ליינען די הערליכע בריוון פאר יונג און אלט. &nbsp; אזוי אויך האט מען לויטן פארלאנג פונעם ראש ישיבה צוגעלייגט צוויי און צוואנציג בריוון, וועלכע לויפט אויף פארשידענע נושאים לויט די סדר הא"ב, כדי צוצולייגן חומר צו ליינען אין די רואיגע יום טוב צייט און חול המועד. &nbsp; אט איז דער בריוו ווי דער ראש ישיבה בעט מען זאל לייגן א נייע שיינע דעקל: &nbsp; טייערער ליבער ..., שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, אזויפיל אידן זענען זיך מחי' מיט די שיינע בריוו פון עצתו אמונה, אזויפיל מענטשן נעמען דאס פאר זייער וועג ווייזער, פאר זייער מורה דרך; גאנצע שטובער האבן אויפגעהערט ליינען מאגאזינען, זיי נעמען מער נישט אריין קיין שום ליין מאטריאל. &nbsp; איך זאג דיר נאכאמאל, די מטרה מיינע פון דרוקן די בריוו איז נאר פאר אנשי שלומינו. איך וויל רעדן צו אלע מיינע תלמידים און צו אלע שטובער, טאטעס און מאמעס, דאס איז מיין וועג ווי איך קען אנקומען צו זיי, (על כל פנים ווער עס וויל מיך אויסהערן). אז די מפיצים ווילן דאס מפיץ זיין - קענען זיי דאס טון, און אז נישט - איז נישט; די בריוו שרייב איך פאר מיינע תלמידים ותלמידות. &nbsp; וואויל איז דיר אז דו ארבעסט אזוי געטריי אז דאס זאל זיין שיין און בא'טעמ'ט. &nbsp; איך וויל דיר בעטן זאלסט מאכן א נייעם דעקל, א קאלירטע דעקל פאר די וועכנטליכע קונטרסים, און יעדע יאר פסח זאלסטו בייטן דעם דעקל, אזוי אז עס זאל זיך אויפפרישן ביי אנשי שלומינו, עס זאל זיין פריש. &nbsp; מערכת עצתו אמונה וואונטשט פאר אלע אנשי שלומינו און ליינער א חג כשר ושמח, מיט אמונה און תקוה אז מיר וועלן נאך היי יאר זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח אין ירושלים עיר הקודש, אמן.

    < זעה מער יא ניסן תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו פרייליך צו מסיים זיין מסכת נזיר און אנהייבן מסכת סוטה על סדר הש"ס

    עס איז באקאנט דער מדרש דער נאר גייט אריין אין בית המדרש און זעט די אלע ספרים און טראכט "איך וועל קיינמאל נישט קענען דאס אלעס ענדיגן, דאס איז נישט פאר מיר", אבער דער וואס איז קלוג זאגט "איין דף קען איך לערנען? וועל איך טון דאס וואס איך קען", דער מדרש איז געזאגט געווארן אויף אסאך מצבים און לעבן וואס דער נאר הייבט נישט אן ווייל ער וויל אלעס אויף איינמאל, אבער אויב וויל מען טון קלוג, טוט מען אביסל נאך אביסל ווי דער רבי זאגט "מעט גם גן טוב", בפרט ווען עס קומט צו לימוד התורה, וואס דער מדרש רעדט דאך ממש פון דעם דארף מען זיין קלוג און זיך רוקן טעגליך איין בלאט אויף אמאל, און עס נעמט נישט לאנג און ער וואקסט אויף א גרויסע תלמוד חכם. &nbsp; יעדער איד האט אמאל גע'חלומ'ט פון ענדיגן ש"ס, אבער דער סמ"ך מ"ם מאכט עס אויסזען פאר אונז ווי אן אוממגעליכע זאך, סיי ווי גרויס דער ש"ס איז, און סיי אז מען דארף דורכאקערן און פארשטיין אזויפיל קאמפליצירטע מושגים, ער רעדט אונז איין אז ווילאנג מיר פארשטייען נישט יעדע זאך ביזן גרונט הייסט עס נישט געלערענט. דאס איז גורם אז אפילו די וואס הייבן שוין יא אן פאלן גאנץ שנעל ארויס ווען מען קומט אן צו די שווערע סוגיות פון ש"ס, אדער ווען עס מאכט זיך א שווערע דורכגאנג, אדער מען מאכט א שמחה, ימים טובים טובים טעג, דאס איז גורם פאר אסאך ארויסצופאלן פון וועג. &nbsp; דערפאר פלעגט מוהרא"ש כסדר חזר'ן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער פון שיחות הר"ן סימן ע"ו ווי דער רבי שטעלט אוועק זיין "סדר דרך הלימוד" ווי דער רבי שרייבט "ווען מען לערנט דארף מען נישט מער ווי זאגן די ווערטער און דו וועסט עס שוין ממילא פארשטיין ביים צווייטן מאל אדער ביים דריטן מאל, און אויב דו וועסט עס נישט פארשטיין אויך דעמאלטס", פירט דער רבי איז "איז וואס? די מעלה פון לערנען אסאך איז אסאך גרעסער". מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ זאגן, קענסט איבערטייטשן די ווערטער פון הייליגן רבי'ן אין וועלכע שפראך דו ווילסט, קוק אריין אינעוויניג אין חיי מוהר"ן וועסטו זען דעם הייליגן רבי'ס סדר דרך הלימוד, וואס האט שוין געמאכט אזוי סאך אידן זיך צוריק קערן צו די תורה, און צום סוף זענען זיי טאקע אויסגעוואקסן א דאנק דעם סדר דרך הלימוד פאר גרויסע תלמידי חכמים. &nbsp; פאר אלע אנשי שלומינו וואס זענען מיטגעפארן מיט'ן באן פון ש"ס די לעצטע דריי און א האלב יאר, איז דער מאמענט ווען מען ענדיגט דעם שיינעם מסכת נזיר א גרויסע שמחה, זיי זענען דורך 1,183 טעג פון לערנען יעדן טאג א בלאט פון ש"ס, און זענען דורך כמעט 45 פראצענט פון ש"ס. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז עס איז גוט אז אלע זאלן פראווען א סיום אינדערהיים מיט די משפחה, און די פרייען מיט די הייליגע תורה וואס דער הייליגער באשעפער האט אונז געגעבן, דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע מתנה די הייליגע תורה, און די אלע ברכות וואס קומט פאר אונז דורכדעם. &nbsp; די אלע וואס האבן נאכנישט אנגעהויבן דערווייל ש"ס, אדער פאר די וואס זענען ארויסגעפאלן אינמיטן וועג, זאגט דער ראש ישיבה אז יעצט איז א גוטע געלעגענהייט ארויפצוטאנצן אויפן באן ווען דער באן קומט יעצט אן צום פרישן סטאנציע מיט'ן אנהייבן פונעם שיינעם קורצן מסכת "סוטה" וואס מען הייבט אן מארגן ערב שבת הגדול. דאס איז א געוואלדיגע געלעגענהייט זיך אויפצופרישן און אנהייבן צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא צוזאמען מיט אלע אנשי שלומינו, וואס ווי דער רבי זאגט איז דאס א שמירה פאר מענטש ווי דער רבי דרוקט זיך אויס "אז דער בלאט איז אויף דיר מגין, דארפסטו פון קיינעם קיין מורא האבן". עס איז א שאד צו ווארטן מיט ש"ס נאך דריי יאר ביז מען וועט אנהייבן דער נייער סדר פון ש"ס, זאג נישט "כשאפנה אשנה שמא לא תפנה" וואס ווייסט א מענטש וואס וועט זיין מארגן? דערפאר איז זייער גוט אנצוהייבן יעצט מיט'ן ציבור מסכת סוטה, און זיי וועלן ענדיגן ש"ס אין זיבן א האלב יאר פון יצעט ווען זיין וועלן ענדיגן מסכת נזיר. &nbsp; מה אהבתי תורתך כל היום היא שחתי

    < זעה מער ח ניסן תשפ"ג 📝
  • סדר הלימודים אין ישיבה תפארת התורה גייט ווייטער אן אויך דורכאויס בין הזמנים

    ווען איר קומט אריין אין די טעג אינעם הייליגן ברסלב ישיבה תפארת התורה אין וויליאמסבורג, וועט זיך אייך דאכטן אז יעצט איז אינמיטן זמן, דער ישיבה גייט אן ווי געהעריג, דער ראש ישיבה און די בחורים דאווענען און לערנען, דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר די געשמאקע שיעורים, פונקט ווי א גאנץ יאר. אין די צייט וואס אנדערע ישיבות פארמאכן זיך אויף גאנץ חודש צו "בין הזמנים", טוט מען אין ישיבה תפארת התורה נישט אנערקענען דעם טערמין בין הזמנים אויף צו גיין ליידיג און פארברענגען די צייט. &nbsp; פון די אנדערע זייט טוט דער ראש ישיבה שליט"א מוטיגן אז אלע בחורים אפילו די וואס וואוינען אין אויסלאנד אדער אנדערע פעלער זאלן טון אלעס וואס זיי קענען צו זיין אינדערהיים אויף פסח זעלבסט. דער ראש ישיבה זאגט אז פסח איז א צייט וואס מען דארף זיין אין שטוב, אבער די וואכן פאר פסח און נאך פסח דארף מען נישט גיין ליידיג.&nbsp; &nbsp; אלע צדיקים פלעגן בלוטיגן אויף דעם אזוי גערופענעם "בין הזמנים" צייט וואס די בחורים נישט האבנדיג קיין סדר, ווערן זיי משוגע פונעם טאג און וואס ליידיג גיין קען ברענגען, דארף מען נישט מסביר זיין. &nbsp; צדיקים האבן געזאגט אז א איד דארף שטענדיג לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן, נישט קיין חילוק צי עס איז חודש טבת, ניסן, אב אדער תשרי. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דער טערמין "בין הזמנים" גייט ארויף נאר אויף די צייט בין מיתה לקבורה, אבער אויסער דעם איז נישט פארהאן אזא זאך ווי בין הזמנים. &nbsp; די תלמידים פון ישיבה תפארת התורה דארף מען נישט צווינגען צו קומען אין ישיבה בין הזמנים פונקט ווי א גאנץ יאר, די תלמידים ווערן נתחנך מיט אהבת התורה און אהבת השי"ת, זיי פרייען זיך און זענען דאנקבאר פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס שטרענגט זיך אן יעדן טאג אפילו אין די פארנומענע ערב פסח טעג און האלט אפן די ישיבה און געט די געשמאקע שיעורים ווייטער ווי א גאנץ יאר. &nbsp; כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ

    < זעה מער ז ניסן תשפ"ג 📝
  • Habayis Magazine: Making Pesach Meaningful and Enjoyable

    Exciting news for English-speaking readers: The brand new &ldquo;Habayis Magazine&rdquo; published by Heichal Hakodesh will with Hashem&rsquo;s help soon be available for all to enjoy. With an array of uplifting and insightful articles written by esteemed authors, this magazine promises to offer something unique and inspiring. &nbsp; The first edition of &ldquo;Habayis Magazine&rdquo; is set to debut just in time for Pesach, bringing joy and light into our homes.. It includes articles on all topics from joyful reminiscing to practical tips for Pesach preparations. &nbsp; One article by D. Wildey explores the power of fond memories from our childhood as we grow older. Another piece by S. L. Fried offers tips and tricks for getting organized ahead of Pesach so that we can fully enjoy the yom tov without feeling overwhelmed or stressed out. &nbsp; Y. Silver shares insights on &ldquo;The power of tefillah&rdquo; in helping us connect to Hashem on a deeper level, while B. Wildey provides some "Pesach Pearls" - nuggets of wisdom to guide us through this auspicious time. &nbsp; Readers will also get an exclusive glimpse into Lakewood's largest Matzah Bakery as Rabbi Aron Meyor discusses his role as Mashgiach in an interview with S. Feldman. &nbsp; For those who love a good story, S. Lesser translates the first story of Sippurei Maasios "The Lost Princess". This particular tale is sure to enchant readers young and old alike! And lastly but certainly not least, Z. Gelbwachs writes about what it means to be a hero according to teachings passed down from the Rebbe; how Emunah helps us serve Hashem better, and cope with day-to-day life challenges. All throughout Habayis Magazine's pages run themes such as Emunah, Simcha Shel Mitzvah, and how to help us serve Hashem better. &nbsp; We hope you will enjoy this first issue of &ldquo;Habayis Magazine&rdquo;! &nbsp;

    < זעה מער ו ניסן תשפ"ג 📝
  • ברסלב מצה בעקעריי גרייט זיך צו ערב פסח

    די ברסלב שמורה מצה בעקערי אין שטעטל קרית ברסלב גרייט זיך צו באקן "ערב פסח מצות" צום ערשטן מאל. מען קען זיך נאך איינשרייבן צו קומען אנטייל נעמען אין דעם געהויבענעם און פרייליכן מאמענט ווען מען וועט באקן מיט שמחה און געזאנג די מצות מצוה לכבוד דעם הייליגן יום טוב פסח, דער יום טוב פון אמונה. ווי מען געט איבער, וועט דער ראש ישיבה שליט"א זיך באטייליגן די גאנצע צייט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז אפילו די וואס נעמען נישט קיין ערב פסח מצות, אדער קומען נישט בפועל ארבעטן איז כדאי מען זאל אריבער ברענגען די קינדער, זיי זאלן קענען שפירן וואס דאס הייסט א שמחה של מצוה, ווען ברסלבע אידן באקן מצות איז פרייליך און אויפגעלייגט. און דאס וועט זיין א גאר א גוטע חינוך פאר די קינדער וואס וועט זיי באגלייטן זייער גאנצע לעבן. &nbsp; אלע אידן פון אפסטעיט זענען געלאדענט אנטייל צו נעמען און צו באשטעלן ערב פסח מצות, עס לויט זיך צו קומען אפילו אפילו פון&nbsp; קרית יואל אדער מאנסי. עס וועט זיין אן עקספירענס וואס לוינט זיך נישט צו פארפאסן. &nbsp; די בעקעריי וועט זיין אפן ערב פסח פון איינס אזייגער חצות, און אלע וואס ווילן באשטעלן זאל רופן וואס שנעלער די ספעציעלע מצה בעקערי נומער אויף 845-747-0444 און זיך רעגיסטרירן צו ארבעטן און קויפן ערב פסח מצות.

    < זעה מער ה ניסן תשפ"ג 📝
  • ברסלב שטעטל קויפט איין א פרישע שאטל באס נאכצוקומען אומגעהויערע וואוקס

    קרית ברסלב - דער פרישער אינגער שטעטל האט לעצטענס איינגעקויפט א פרישע שאטל באס כדי מען זאל קענען בעסער סערווירן די איינוואויער נאכדעם וואס דער ערשטער באס איינגעקויפט קויפ א יאר צוריק האט נישט געקענט נאכקומען דעם געברויך פונעם וואקסענדער ציבור בלי עין הרע. &nbsp; דער באס ווערט גענוצט דורך אלע איינווואוינער אנצוקומען צו פילע דעסטינאציעס, בפרט ווערט עס גענוצט דורך די נשים צדקניות וויבאלד זיי פארמאגן נישט קיין קארס, און אזוי אויך אויב עס מאכט זיך אז א קינד דארף גיין אין חדר שפעטער קומט עס זייער צוניץ. דער באס לויפט אויף א באשטימטע רוט און מאכט פילע סטאפס ביי אסאך וויכטיגע דעסטינאציעס, צום חדר, סקול, געשעפטן, שאפינג סעטנערס, און דאקטוירים. &nbsp; דאס קומט צוליב דעם וואוקס פונעם ציבור וואס וואקסט כסדר בלי עין הרע, נאכדעם וואס עס קומען כסדר צו פרישע פאמיליעס, און די ערשטע באס האט שוין נישט געקענט נאכקומען דעם געברויך. &nbsp; דער פרישער באס ווערט געזען ווי א געוואלדיגע פאזיטיווער אנטוויקלונג, וואס וועט אסאך ארויסהעלפן דעם חשובן ציבור וואס איז ארויסגעקומען וואוינען אינעם שיינעם שטעטל ווי מען לעבט מיטן אייבערשטן, און אלע נוצן אויס דעם אייבערשטנ'ס נאטור ארויסצוגיין כסדר כאפן א שפאציר צווישן די גראז און ביימער צו רעדן צום אייבערשטן.

    < זעה מער ד ניסן תשפ"ג 📝
  • בית התבשיל טייטל אויס טויזטער דאלער ווערט אין קיופאנס לכבוד יום טוב

    דער וואויל באקאנטער בית התבשיל אנגעפירט דורכן געטרייען און איבערגעגעבנעם ר' שלמה יאקאבאוויטש, האט די וואך אויסגעטיילט פאר אנשי שלומינו טויזנטער דאלאר ווערט אין קיופאנס צו פארשידענע געשעפטן. די קיופנאס וועלכע שטעלן צו צווישן 20% און 50% דיסקאונט צו פילע וויכטיגע סטארס, האט מען אויף די אנווייזונג פון ראש ישיבה שליט"א געטיילט לכל דכפין, ווער עס האט געבעטן, כדי אז אלע וואס דארפן עס האבן זאלן האבן א שמחת יום טוב און הרחבת הדעת. &nbsp; דער פראיעקט וואס איז געווארן צוגעשטעלט דורך בית התבשיל היכל הקודש ווערט געשאצט צו קאסטן שווערע טויזנטער דאלאר, שטעלט צו קיופאנס צו פילע פראדוקטן וואס מען דארף איינקויפן יעצט פאר יום טוב, דאס רעכענט אריין דער ספרים סטאר אין שטעטל, דער פיש סטאר אין שטעטל, דריי גודס אין שעטעל, שיך פאר קינדער אין שטעטל, קינדער וועש ביי קינדער קארנער אין קרית יואל, חסידישע מלבושים דזשי דזשי - גלויבער - דזשי בי פון איבעראל, עטליכע פירמעס הוט סטארס אין וויליאמסבורג, און עטליכע געשעפטן פון פרויען קליידער אין ווילאמסבורג. &nbsp; די קיופאנס וועלן זיין זייער נוצבאר פאר פילע משפחות פון אנשי שלומינו מען זאל קענען איינקויפן וואס מען דארף טראץ דעם וואס די אינפלאציע איז שטארק געשטיגן, און אסאך קענען זיך נישט ערלויבן צו איינקויפן לכבוד יום טוב. &nbsp; עקסטער ווערט אויסגעטיילט דורכן ראש ישיבה שווערע טויזנטער דאלער אין גראסערי וואס ווערט אריינגעלייגט דירעקט אינעם אקאונט פון פילע תלמידי חכמים און נויטבאדערפטיגטע משפחות, וואס דערמיט וועלן זיי קענען איינקויפן אלעס מכל טוב וטוב לכבוד יום טוב. &nbsp; נאכדעם קומט קומענדיגע וואך א גאר גרויסע חלוקה אין שטעטל פון אלע פסח געברויכן וואס וועט זיין אפן פאר ברייטן ציבור, אויך די וואס וואוינען אין אנדערע שטעט, די חלוקה וועט אנטהאלטן צווישן אנדערע פרוכט, גרינצייג, אייער, פאטעיטע, גרעיפ דזשוס און וויין. די פונקטליכע פלאץ און צייט ווערט נאך יעצט אויסגעארבעט, פרטים יבואו בעזרת השם יתברך. &nbsp; די אלע פראיעקטן קומען צו ערפילן דעם בית התבשיל'ס ציל, אז אלע זאלן האבן וואס זיי דארפן לכבוד יום טוב און מען זאל קענען דינען דעם אייבערשטן מיט הרחבת הדעת, אן דעם וואס די חובות זאלן ח"ו דרוקן אויפן הארץ. &nbsp; צו העלפן דעקן די גרויסע הוצאות, קען מען רופן ר' שלמה יאקאבאוויטש אויף 845-637-5367 &nbsp; דער בית התבשיל איז אן ארגאניזאציע וואס ווערט אויסגעהאלטן דורך נדבות פון אחינו בית ישראל וואס זענען מנדב מיט הארץ און געפיל. ביטע עפענט אייער הארץ און געבט צו שטייער פאר דעם הייליגן ארגאניזאציע "בית התבשיל היכל הקודש. מען קען מנדב זיין אנליין אויף https://secure.cardknox.com/beishatavshildbreslev אדער קען מען רופן דעם גבאי ר' שלמה יאקאבאוויטש אויף 845-637-5367. &nbsp; כל דכפין ייתי וייכול

    < זעה מער א ניסן תשפ"ג 📝
  • נייער השבת אבידה שטיבל אין שטעטל העלפט ארויס שפארן אידיש געלט

    אין א פארזוך צו העלפן משפחות וואס קענען נוצן אביסל הילף, און פארמינערן די שעדליכע פאלגן פון לעבן אין חובות האבן עטליכע משפחות אין שטעטל געגרינדעט א השבת אבידה שטיבל. דער געדאנק איז געקומען פון א דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א אין ירושלים עיה"ק. &nbsp; אינעם דרשה האט דער ראש ישיבה שליט"א דערציילט איבער א אינגערמאן אין ארץ ישראל וואס אנשטאט צו בארגן און זיך מאכן חובות, פלעגט ער אהיים נעמען די איבערגעליבענע חלה פון שלש סעודות פון בית המדרש, וואס דאס האט מען געגעסן ביי אים א גאנצע וואך. אזוי אויך פלעגט ער נעמען פונעם שמש די וועש וואס פלעגט איבער געלאזט ווערן אין מקוה עס צו נוצן ביי זיך אינדערהיים, אנשטאט צו קויפן פרישע דורך בארגן און נישט באצאלן. &nbsp; די מעשה האט געמאכט דעם ראש ישיבה טראכטן אז אפשר וואלט מען עס געקענט נאכמאכן דא, עס איז אזא שאד ווי אזויפיל טייערע העמעדער און וועש גייען אין מיסט יעדע וואך. דער ראש ישיבה האט געבעטן אויב עס איז דא א משפחה וואס איז גרייט צו נעמען אויף זיך די גרויסע מצוה. משפחת שטראסער האט זיך דאן אונטער גענומען אהיים צו נעמען די וועש, עס שיין אויסוואשן, און עס דערנאך ארויסלייגן אז ווער עס דארף עס זאל עס קענען נעמען. &nbsp; שפעטער האט משפחת טייטלבוים איבערגענומען דעם פראיעקט, זיי האבן אנגהויבן צוזאם צו נעמען די איבערגעבליבענע וועש, און אלע מיט א נאמען געבן זיי צוריק צו זייערע אייגענטומער, און אלע אנדערע וואשן זיי שיין אויס, און לייגן עס ארויס אינעם השבת אבידה שטיבל, און יעדע שטיק צייט וועט מען מאכן אן אויספארקויפן און יעדער וואס וויל וועט קענען קומען קויפן. &nbsp; יעצט, איז שוין די השבת אבידה שטיבל אפן, מען נעמט שוין אן אלע זאכן וואס ווערן געטראפן, די וואוילע משפחות וואס שטייען אונטער דעם פראיעקט האפן, אז משפחות וואס ווילן זיך שפארן געלט, כדי נישט אריינצופאלן אין חובות וועלן קענען האבן דערפון א שטארקע נוצן. &nbsp; אויב איר טרעפט סיי וועלכע פארלוירענע חפץ, קען מען עס אריינברענגען צום השבת אבידה שטיבל און מקיים זיין די גרויסע מצוה פון די תורה פון השבת אבידה, פאר סיי וועלכע פראגע איבערן השבת הבדיה שטיבל, אדער אויב איר ווילט ארויסהעלפן מיטן פראיעקט קען מען רופן אויף 845-243-0604. די אדרעס וואו מען קען אריינטראגן די חפצים איז אויף 121 טווין ברידזש רד. ליבערטי. &nbsp; דער השבת אבידה שטיבל איז א פרישע רינגל אינעם גרויסן קייט פון חסד און אחדות וואס קומט פאר אינעם שטעטל, ווי מען שטרעבט און מען שעפט חיות פון העלפן א איד אויף סיי וועלכע אויפן. &nbsp; התורה חסה על מממונם של ישראל

    < זעה מער א ניסן תשפ"ג 📝
  • פראוועט א געהויבענע סדר מיטן באקאנטן הגדה "אור זרוע" פון מוהרא"ש זי"ע

    אזוי ווי מיר דערנענטערן זיך מיט שנעלע טריט צום הייליגן יום טוב פסח, דער יום טוב פון אמונה, גרייטן זיך אידישע קינדער צום הייליגין יום טוב מיט פילע הכנות. מען קויפט איין מצות, וויין, פיש, פלייש און אלעס אינדערצווישן. אבער וואס קען זיין א בעסערע הכנה צום הייליגן סדר ווי לערנען דעם הייליגן הגדה "אור זורע" געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע? דער יעצטיגער מהדורה פון די הגדה איז גאר שיין אין הערליך געדרוקט מיט קלארע געשמאקע גרויסע אותיות, און צוגעשריבן דערצו די הערליכע ווערטער פון אמונה און די באדייט פון די הייליגע מצות פון די סדר נאכט געשריבן דורכן גרויסן צדיק מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; די הגדה אנטהאלט די גאנצע סדר נאכט מיט פילע שיינע ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע ווי ער טייטשט אריין די ווערטער פונעם בעל ההגדה אויף לעובדה ולמעשה, און לייגט אריין די ווערטע אין מויל מען זאל קענען איבערגעבן די הייליגע אמונה פאר די קינדער און די ווייטערדיגע דורות. &nbsp; די הגדה האט מען שוין עטליכע מאל איבערגעדרוקט און עס איז אלץ גלייך צוכאפט געווארן פון די מפיצים ווי נאר עס איז ארויסגעקומען. אבער יעצט איז דא א פרישע געלעגענהייט זיך איינצוקויפן דעם שיינעם הגדה. דער קרן הדפה האט לכבוד פסח געדרוקט א פרישע שפימענט פון די הגדה, אויף א גאר א שיינעם פארמאט, וואס וועט זיכער צוגעבן צום געשמאקן סדר נאכט. &nbsp; איר קענט יעצט קויפן די הגדה פונעם וועבסייט, מאכט זיכער נישט אפצושטופן. יעצט איז נאך דא גענוג צייט אז עס זאל נאך אנקומען צו אייך אהיים גענוג פרי פארן הייליגן יום טוב, אז איר זאלט קענען לערנען דערין יעדן טאג אביסל ביזן הייליגן סדר נאכט, און אזוי ארום זיין אנגעזאפט מיט די הייליגע אמונה וואס איר וועט קענען איבערגעבן ביים סדר. &nbsp; 📖 הגדת אור זרוע לשון הקודש 📖 הגדת אור זרוע אידיש

    < זעה מער כח אדר תשפ"ג 📝
  • Second Volume of Best-Selling Light of Emunah Now Available

    The highly-anticipated second volume of the Rosh Yeshiva&rsquo;s sefer &ldquo;The Light Of Emuna&rdquo; - which is &ldquo;Atzusoi Emunah עצתו אמונה&rdquo; translated in English - is now available in stores and online. Following the success of the first volume, which became a best-seller and wasmet with great enthusiasm from English-speaking Jews worldwide and received rave reviews, readers are eager to delve into the second volume of the Rosh Yeshiva&rsquo;s thought-provoking insights. &nbsp; In "Light of Emunah Volume 2," the Rosh Yeshiva continues to provide readers with answers to life's biggest questions, drawing from the Rebbe&rsquo;s extensive wisdom. The book tackles topics such as relationships, self-improvement, and spirituality, and offers practical advice that readers can apply to their daily lives. &nbsp; One of the standout features of the book is the Rosh Yeshiva&rsquo;s ability to address a wide range of struggles that people face in their lives. From dealing with difficult emotions to finding purpose and meaning in life, the book provides readers with a roadmap to navigate these challenges and come out stronger on the other side. &nbsp; Readers who have already picked up the second volume of "Light of Emuna" have been raving about its content, calling it "insightful," "life-changing," and "an absolute must-read." &nbsp; Don't miss out on this opportunity to deepen your connection to Hashem and to gain valuable insights into the power of Emuna. Order your copy today and join the many readers who have already been transformed by this remarkable series! &nbsp; 📖 The Light of Emunah - Volume 2 &nbsp; צווייטער באנד עצתו אמונה שוין ערשינען &nbsp; דער הערליכער ספר פונעם ראש ישיבה שליט"א "The Light Of Emuna" - וואָס איז "עצתו אמונה" איבערגעזעצט אויף ענגליש - איז שוין דא צו באקומען ביי די מפיצים און אָנליין. &nbsp; נאך די גרויסע הצלה פונעם ערשטן באנד, וואס איז געווארן א בעסט-סעלער און איז באגריסט געווארן מיט גרויס ענטוזיאזם דורך די ענגליש-רעדנדע אידן איבער דער וועלט, פון וועם מען האט צוריק געהערט געוואלדיג גריסן, ווי די פילע ליינער קענען שוין קוים ווארטן צו לערנען דעם צווייטן באנד. &nbsp; אין "לייט אף אמונה חלק ב'", גיט דער ראש ישיבה ווייטער גאר שיינע תשובות צו די מערסט קאמפליצירטסטע שאלות אין לעבן, אלעס ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים. דער ספר באהאנדעלט פילע שאלות פון ווי שלום בית, נפשיות'דיגע פראבלעמען, חינוך, און פראקטישע עצות וואס די לייענער קענען פאקטיש אויספירן צו פארבעסערן זייער לעבן. &nbsp; אויב ליינט איר ענגליש, פארפאסט נישט די געלעגענהייט צו קויפן דעם ספר און מיט דעם וועסטו קענען שפירן אן אמת'ע קרבת אלוקים, און שפירן די "ליכטיגקייט פון אמונה"! &nbsp;

    < זעה מער כח אדר תשפ"ג 📝
  • הערליכע מעמד חנוכת הבית און קביעת מזוזה אין בית המדרש היכל הקודש לאנדאן

    לאנדאן - היינט זונטאג האבן אנשי שלומינו בייגעוואוינט א זעלטן שיינעם מעמד אינעם בית המדרש ווען מען האט מחנך געווען דעם פארגרעסערטן בית המדרש און מען האט קובע געווען די מזוזה ביים הויפט טויער פון בית המדרש. די גבאים וואס געבן זיך אפ מיט גרויס געטריישאפט פארן וואוילזיין פונעם בית המדרש האבן געלאדענט דעם גרויסן תלמוד חכם הרה"ג ר' מאיר מארקאוויטש שליט"א, דומ"ץ סאטמאר לאנדאן ער זאל מפאר זיין ביים מעמד און ארויפלייגן די מזוזה. &nbsp; דער קביעת המזוזה האט נאגעפאלגט מיט א לחיים, ווי אנשי שלומינו האבן געהאט די געלגענהייט צו הערן עטליכע טייערע דיבורים פונעם דיין הרב מארקאוויטש שליט"א. &nbsp; דער דיין האט דערמאנט די גרויסקייט פון די מזוזה וואס דער רמב"ם שרייבט אז דאס קומט צו דערמאנען א איד יעדעס מאל וואס מ'גייט דורך די טיר אז עס איז דא א באשפער אויף דער וועלט, וואס דאס איז דער יסוד פון א איד. &nbsp; דערנאך האט ער געזאגט אויף די סדרה "אדם כי יקריב מכם קרבן לה'," אז א מענטש דארף זען זיך מקרב צו זיין צום אייבערשטן נאנט ווערן צום רבונו של עולם, און ארויסגעברענגט ווי א מענטש דארף זיין נאנט צום אייבערשטן אין יעדע מצב און איבעראל. &nbsp; דערנאך האט ער גערעדט איבער דעם אז אויב מען וועט אנהאלטן די אחדות וועט מען וואקסן און שטייגן בסעייתא דשמיא. &nbsp; אויך האט ער ארומגערעדט איבערדעם ווי מען זעט אז וואס א יאר שפעטער זעט מען מער און מער איין אז מען מוז צוקומען צו די חיזוק און עצות פון הייליגן רבין, אויך האט ער גערעדט איבער די וויכטיגקייט פון דעם אז מען שטייט ביי א גרינדונג פון א בית המדרש דארף מען זיך פארנעמען מיט א שטארקייט אז מען רעדט נישט ביים דאווענען וואס דורכדעם איז מען זוכה צו אלע גוטע ברכות, און די תפילות ווערן אנגענומען ביים אייבערשטן. &nbsp; ער האט פארציילט אז פאריאר ווינטער האט ער געהאט איינמאל א געפערליכער עגמת נפש, אין אן ערב שבת ער איז אריין אין בית המדרש שבת מיט א שווערע געמיט, ער האט פרובירט זיך צו שטארקן - ווי נישט ווי עס איז שבת, ביים דאווענען זעט ער אז אויפן טיש נישט ווייט פון אים ליגט עפעס א צעטל, נאכן דאווענען האט ער געזען אז עס איז געווען א גליון וואס האט אראפגעברענגט א שטיקל פון הייליגן רבין וואס האט אים מחזק געווען אויף דער ענין ממש וואס ער איז דעמאלטס דורכגעגאנגען, און הער האט געזען אז ממש מן השמים האט מען אים צוגעשיקט דעם שטיקל פון הייליגן רבין ער זאל זיך קענען שטארקן אין זיין מצב. &nbsp; אויך האט מען געהערט שיינע ווערטער פון הרב חיים יוסף ארגעל שליט"א וועכלער איז אן אייניקל פון הייליגן רבין, וואס האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון הייליגן רבין, און די געוואלדיגע קרבת אלקים וואס א מענטש באקומט ווען מען לערט און מען פאלגט דעם הייליגן רבין. &nbsp; די פילע אנשי שלומינו פון לאנדאן וואס האבן זיך באטייליגן ביי דעם שיינער מעמד, זענען ארויס געשטארקט און געמוטיגט פון די שיינע ווערטער. דערנאך האבן זיך די גבאים באדאנקט פאר אלע וואס האבן געהאט א חלק אינעם בויען פון בית המדרש, און פאר די וואס האבן צוגעהאלפן צום שיינעם מעמד. &nbsp; דער בית המדרש היכל הקודש אין לאנדאן איז און וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ווייטער זיין א לייכט טורעם פאר די ערליכע לאנדאנער אידנטום, וואס ווער אימער עס דארף נאר א דאזע חיזוק וועט וויסן אז עס איז דא אן אדערס, עס איז דא א שול ווי מען קען הערן גוטע ווערטער וואס מאכן גרינגער אויפן הארץ, א פלאץ ווי מען קען טרעפן עצות און חיזוק וויאזוי צו דינען דעם אייבערשטן אין יעדן מצב. &nbsp; ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם!

    < זעה מער כו אדר תשפ"ג 📝
  • פיר יאר פון כולל היכל הקודש אפגעצייכעט

    מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן ווערט יעצט אפגעצייכענט פיר יאר זינט די גרינדונג פונעם כולל היכל הקודש, די כולל וואס האט זיך אנגעהויבן זייער קליין אסרו חג פסח תשע"ט מיט צוויי אינגעלייט, האט מצליח מיט גרויסע נסים, און יעצט האלט מען שוין ביי קרוב צו צוואנציג אינגעלייט, מיט א יערליכע בודזשעט פון קרוב צו א האלב מיליאן דאלער. &nbsp; ווי באקאנט איז דער כולל אוועקגעשטעלט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א בלויז פאר אינגעלייט וואס איז באמת תורתם אומנתם, וואס זייער גאנצער ציל אין לעבן איז צו לערנען און זיך משלים זיין אין די הייליגע תורה, און אויסוואקסן דיינים צו קענען פסק'ענען פאר כלל ישראל, צו קענען ענטפערן שאלות פאר אידישע קינדער.&nbsp; &nbsp; וויבאלד די קהלה צואוואקסט זיך ברוך ה' אויף גאר א שנעלע ראטע, דארף מען דרינגענד האבן נאך דיינים אין די קהלה. די אינגעלייט לערנען מיט א סדר, מקצוע נאך מקצוע, און פארהערן זיך יעדע שטיק צייט ביי גדולי הרבנים שליט"א, און רוקן זיך ברוך ה' שיין און שנעל מיט גרויס סוקסעס. &nbsp; פארשטייט זיך אז דאס קאסט אפ גרויסע געלטער, דער ראש ישיבה שליט"א וויל צאלן די אינגעלייט אויף אן אופן אז זיי זאלן קענען לעבן מיט הרחבת הדעת און דער גאנצער קאפ און מח זאל זיין פארנומען נאר מיט די הייליגע תורה. &nbsp; עס נעמט א דורכשניט פון זעקס יאר פון ווען א אינגערמאן קומט אריין אין כולל ביז ער איז גרייט צו פסק'ענען, דאס מיינט, אז פאר יעדן איינציגן דיין וואס די קהילה דארף האבן אין זעקס יאר ארום, דארף מען שאפן הונדערט טויזנט דאלער. &nbsp; יעצט, פיר יאר נאך די התייסדות הכולל, ווערט געמאלדן די פריידיגע נייעס אז די כולל נעמט אן "יששכר זבולון שותפות". דאס איז א ספעציעלע שותפות וואו דער נדבן וועט האבן די מעגליכקייט צו וויסן ווער פון די יונגעלייט אין כולל איז "זיין אינגערמאן". און וואס קען דען זיין א שענערע זאך פון דעם וואס איר וועט וויסן אין זעקס יאר ארום אז אלע וואס פרעגן שאלות פון "אייער" דיין, איז דאס אלעס אויף אייער אקאונט, וצדקתו עומדת לעד. אלע וואס שרייבן אונטער א "שטר שותפות יששכר זבולון" וועלן אויך האבן א חתימה פון די ראש ישיבה אויף דעם. &nbsp; עטליכע יונגעלייט האבן זיך אפגערעדט פאר'ן גבאי הכולל אז זיי ווילן זייער שטארק ארויסהעלפן די כולל, זיי ווייסן און פארשטייען די וויכטיגקייט און גרויסקייט פון דעם, אבער זיי האבן נישט קיין געלט צו געבן, האט דער גבאי זיי געזאגט אז דו וועסט גיין נאך געלט וועסטו אין צוויי דריי וואכן צאמשטעלן א טויזנטער, און ברוך השם ס'איז טאקע אזוי געווען. אדרבה, איבערצייגט אייך אליין. &nbsp; דער ראש ישיבה זאגט בשם צדיקים, און אזוי שטייט אין ספה"ק אשר בנחל, אז ווען א מענטש גייט נאך געלט, קומט ער אפ ד' מיתות בית דין. אויך האט די ראש ישיבה געשריבן לעצטנס א בריוו אז ווען מ'גייט נאך געלט ווערט מען אויסגעלייטערט, מ'קומט ארויס ריין. אלע וואס וועלן גיין נאך געלט פאר די כולל וועלן באקומען א ספעציעלע אנערקענונג פון די כולל. פאר פרטים, ביטע זיך פארבינדן מיט'ן גבאי הכולל. און די כולל איז גרייט צו זיין בייהילפיג מיט סיי וואספארא הילף צו גיין נאך געלט, צ.ב.ש. מ'קען באקומען א בייטל פושקע. מ'קען באקומען נעמען פון בעלי שמחה אנצורופן אויפ'ן טעלעפאן. מקען באקומען אדרעסן אין אייער שטאט צו אויפפיקן געלט פאר די כולל, און אזוי ווייטער. &nbsp; אין די זעלבע צייט ווענדט זיך די כולל מיט א בקשה, אויב איר ווייסט פון א פלאץ וואו מ'עפנט סיסטעמאטיש פאר משולחים, ביטע מודיע זיין אז די כולל זאל קענען גיין בעטן פאר אונזער חשוב'ע הייליגע צוועק. ושכרכם הרבה מאוד!

    < זעה מער כג אדר תשפ"ג 📝
  • בית התבשיל גרייט זיך מיט גרויסע חסד פראיעקטן אויף פסח

    ווי עס איז אייך שוין זיכער באקאנט, טוט די הנהלת בית התבשיל היכל הקודש פארטיילן שווערע טויזענטער דאלער פאר אומצאליגע נויטבאדערפטיגע משפחות בקרב קהלתינו הק׳, במשך א גאנץ יאר כדי עס זאל זיין אין שטוב רואיגקייט און ישוב הדעת. &nbsp; יעצט פאר יום טוב איז איבעריג ארויסצוברענגן וויפיל עס קאסט אפ א פסח אין א אידישע שטוב, ווען יעדע ריר שלעפט אריין אין אומגעהויערע הוצאות. ליידער אין פילע אידישע שטיבער קען מען נישט נהנה זיין פון דעם עונג יו״ט און פילן דעם זמן חירותנו צוליב דעם שרעקליכן עול הכספי וואס דרוקט אויף די פלייצעס פון דעם ראש המשפחה. &nbsp; היי יאר איז ליידער דער ליסטע שטארק געשטיגן, און מיר מוזן שאפן צענדליגע טויזענטער דאלער מער ווי די פארגאנגענע יארן, סיי צוליב די צוגעקומענע נויטבאדערפטיגע און סיי צוליב וואס מיר זענען געצווינגען צו העכערן די נתינות, כדי צו פארזיכערן אז די נצרכים קענען זיך ערלויבן אויך צו האבן א כשר׳ן פרייליכן יו״ט. &nbsp; דאס אלעס קען נאר אנגיין דורכדעם וואס מיר וועלן אויפטרייבן גרעסערע סכומים פון אלע נדיבי לב, וואס מיט זייער ברייטהארציגקייט און ווארימע געפיל וועלן זיי מקיים זיין דעם "כל דכפין ייתי ויכול", און קויפן זכותים צו העלפן אונזערע אייגענע ברודער, שכנים, קרובים, וידידים אריינברענגען דעם פסח, און דערמיט פארזיכערן אן עונג יו״ט פאר אומצאליגע פאמיליעס. &nbsp; מער ווי אלע יארן ביז יעצט, איז היי יאר קריטיש וויכטיג די נדבות, ווייל אפילו מיטל-קלאס פארדינער קענען אויך נישט דעקן דעם יו״ט, צוליב די שארפע אינפלאציע וועלכע בוזשעוועט. ווי מיר זענען אלע עדות עס טאג טעגליך, ספעציעל אין די גראסערי, ווי מען ווערט יעדע וואך פריש שאקירט מיט וויפיל די פרייזן זענען געשטיגן, און צו קענען איינרישען א יו״ט מיט אזעלכע פרייזן אן די הילף און תמוכה פונעם בית התבשיל איז כמעט אוממעגליך. &nbsp; די הנהלת בית התבשיל איז געזיצן מיטן ראש ישיבה און דורכגעגאנגען וואס מ'קען טון ארויסצוהעלפן, דער ראש ישיבה האט געבטן די הנהלה פונעם בית התבשיל זאל שאפן לכל הפחות $75,000 אין קעש וואס דער ראש ישיבה שליט"א וויל אליינס פארטיילן פאר די אלע משפחות וואס ער ווייסט אז זיי נויטיגן זיך דערין. &nbsp; אזוי האט דער ראש ישיבה געבעטן דעם בית התבשיל צו אראנדזשירן גרויסע חלוקות אויף יום טוב פסח ווי מען זאל פארטיילן לכל הקהל הקודש בהרחבה פלייש, פיש, פאטעיטעס, גרעיפ דזשוס, אייער, צוויבל, און נאך אסאך זאכן עס זאל זיין פון וואס צו מאכן דעם יום טוב אין שטוב. &nbsp; דער ראש ישבה שליט"א האט געזאגט אז די חלוקות זאלן זיין פאר כל הקהל הקודש, כדי זאל נישט זיין קיין בושה, און די וואס דארפן עס זאל קענען נעמען בדרך כבוד. &nbsp; דאס אלעס עס ציעט אריין אין אומגעהויערע הוצאות. און מען בעט ווער עס קען זאל נעמען א חלק. ווייל די קאסע איז ממש ליידיג, און מען דארף ריזיגע סכומים פאר די אלע גרויסע פראיעקטן. ביטע רופט אייך אן ווארעם און רופט דעם גבאי ר' שלמה יאקאבאוויטש הי"ו אויף 845-637-5367, אזוי אויך קען מען געבן אנליין אויף דעם לינק. &nbsp; נעמט אייך אונטער א גאנצע משפחה אויף יום טוב פאר $1,800 אדער פאר $360 קענט איר האבן דעם ליל הסדר פאר א משפחה אויף אייער זכות, און פאר $180 קענט איר באצאלן א סעודת יום טוב פאר א משפחה. &nbsp; ווי דער גבאי ר' שלמה געבט אונז איבער מוז ער היי יאר שאפן לכל הפחות $75,000 צו קענען נאכקומען די אלע גרויסע חסד פראיעקטן און זיכער מאכן אז יעדע שטוב איז פארזארגט מיט אלע הצטרכות לכבוד פסח הבעל״ט. &nbsp; מיר ווענדן זיך צום ברייטן ציבור אנ״ש: העלפט אונז ארויס אין די הייליגע קריטישע ארבעט! און בשכר זה זאל אייך דער רבוש״ע אייך באשערן מיט עושר ואושר, אך טוב וחסד כל ימי חייכם, איר זאלט זיך שטענדיג געפינען אויפן צד הנותן און קיינמאל נישט דארפן צוקומען לידי מתנת בשר ודם, מיר זאלן זוכה זיין צו זיצן אינאיינעם, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים בירושלים הבנויה.&nbsp;

    < זעה מער כב אדר תשפ"ג 📝
  • מענער שיך אין שטעטל צו באקומען פאר צוואנציג פראצענט פונעם פרייז

    אויפן פארלאנג פון ראש ישיבה שליט"א, גרייט זיך די נייע שיך געשעפט אין שטעטל צו פארקויפן שיך לכבוד יום טוב פאר די איינוואוינער פון שטעטל פאר א הנחה פון "אכציג פראצענט". די נייע שיך געשעפט "אָפּער שו" וואס האט זיך לעצטענס געעפענט אין שטעטל האט שוין ארויסגעשטעלט אן אפיצעלער מודעה אז מענער קענען קומען אין די קומענדיגע צוויי וואכן פון פרשת ויקרא איינקויפן שיך פאר זיך און פאר די בחורים מיט א דיסקאונט פון 80%, און מען דארף באצאלן בלויז 20% פון די ריכטיגע פרייז. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט זיין זון הר"ר אלחנן חיים רוטה שליט"א, צו פירן דעם גרויסן חסד פראיעקט, און שאפט דאס געלט צו קענען דעקן די גרויסע הוצאות דערפון. &nbsp; די שיך געשעפט "אָפּער שו" געפונט זיך אויף 73 האָשקי רד. און ווערט געפירט דורך מו"ה יואל וועבערמאן הי"ו וואס געבט זיך אפ מיט גרויס געטריישאפט מיט יעדן קאסטומער. צו קויפן שיך קען מען אים רופן אויף 845-662-8423. &nbsp; אט איז די בריוו וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן פאר ר' יואל איבער דעם חסד פראיעקט: &nbsp; "זיי מודיע אז מען וועט קענען קויפן ביי דיר שיך לכבוד פסח פאר אנשי שלומינו פון שטעטל פאר אכציג פראצענט דיסקאונט. א שיך וואס קאסט צום ביישפיל הונדערט פינף און צוואנציג וועט מען קענען קויפן ביי דיר פאר פינף און צוואנציג דאלער, איך וועל דיר געבן די איבריגע הונדערט פאר יעדע פאר שיך." &nbsp; "די יאר וועט זיין די ערשטע יאר, איך האף צום אייבערשטן דאס צו קענען טון אלע יארן; לאמיר אנהויבן מיט מענער שיך פאר בחורים און אינגעלייט."

    < זעה מער כא אדר תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 871 to 885 of 1838 results

1 2 ... 56 57 58 59 60 61 62 ... 122 123
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com