Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • סיום מסכת יבמות והתחלת מסכת כתובות קומענדיגן ליל שישי

    נאך גאנצע פיר חדשים וואס די גאנצע קהלה זקנים עם נערים האבן אלע מיטגעהאלטן דעם שיעור און געלערענט א דף גמרא יעדן אייציגן טאג, קומט מען אין די טעג אן ברוך השם צו פייערן דעם סיום אויף דעם שיינעם לאנגען מסכת יבמות.   דער סיום וועט געפראוועט ווערן בעז"ה ברוב עם מיט א סעודה לכבודה של תורה דעם ליל שישי, אינאיינעם מיטן ערשטן שיעור ליל שישי פון דעם זומער, וואס גייט פארקומען אין בית המדרש היכל הקודש, אויף 181 האשקי רד. אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי.   ברוך השם אז אלע האבן מיטגעלערענט מסכת יבמות, מען האט זיך אנגעשטרענגט אפילו אין שווערע טעג האט מען זיכער געמאכט נישט צו פארפאסן דעם בלאט. עס איז דורך פיר חדשים, ווען דער שיינער מסכת יבמות, האט אונז באגלייט יעדן איינציגן טאג. דער ראש ישיבה בעט אין א בריוו די וואך אז אלע זאל זען יעצט אנצוהייבן דעם קומענדיגן מסכת כתובות, און נישט קיין חילק צו מען פארשטייט יא, אדער נישט, זאל מען זאגן דעם בלאט גמרא, און מיט דעם זוכה זיין צו א שמירה עליונה, ווי דער רבי זאגט אין סיפורי מעשיות "ווי לאנג דער דף איז אויף דיר מגין דארפסטו פון קיינעם קיין מורא האבן", דאס גייט ארויף אויף לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, וואס היט דעם מענטש.  

    < זעה מער ז תמוז תשפ"ב 📝
  • הערליכע נייער וועכענטליכער קאלום אין קרית ברסלב בלעטל מהנה אומצאליגע ליינער

    ווי די פילע ליינער פונעם הערליכן וועכענטליכן ברסלבער צייטונג "קרית ברסלב בלעטל" וועלכע ערשיינט וועכענטליך אנגעפילט מיט הערליכע ארטיקלען, נייעסלעך, חידות, בילדער, און שיינע ארטיקלען מלא תוכן און יראת שמים, איז אין די לעצטע וואך צוגעקומען א הערליכער רובריק, וואס האט אין די ערשטע וואכן געהייסן "גאסט ארטיקל", געשריבן דורך א מייסטער שרייבער מיט א גאלדענעם פעדער אונטערן פענאמען "שמאי שטראוז", אבער ווי נאר עס איז איינמאל אריין, האט זיך ציבור געלאזט הערן פה אחד, אז מען מוז זען אז דער קאלום זאל ווייטער אנהאלטן, דער ציבור אינג און אלט האט געבעטן אז מען גלייכט זייער זיין געשמאקע שפראך, ווי ער טוט ארויסברענגען די לימודים און עצות פון הייליגן רבין אויף א פרישע וועג.&nbsp; &nbsp; ווי באקאנט איז איינע פון די עיקרים פון היכל הקודש "הפצה", ווי מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן, דו ווייסט דאך אליינס ווי לאנג דו האסט זיך געפלאגט און זיך געמוטשעט און זיך נישט געקענט אן עצה געבן אין לעבן, איך האף אז דו האסט נישט פארגעסן ווי דו ביסט געלאפן צו יעדע "באבא", יעדע "הענט ליינער" אדער "כתובה קוקער", און ווי דו ביסט ארויס דערנאך פון דארט בפחי נפש, וואס אויסער אויסמעלקן דיין געלט, האט ער דיר גארנישט דעליווערט, ניטאמאל א פרק משניות, אדער מעביר סדרה זיין. יעצט ווען עס גייט דיר ברוך השם גוט, האסט געטראפן דעם הייליגן רבין, וואס זיינע ווערטער רעדן צו דיין הארץ, א רבי וואס האט עצות אויף די פראבלעמען פון דור; דו פילסט זיך אן מיט אוצרות פון אמונה, תורה, שלום בית, חינוך, דו פיסלט א סיפוק אין לעבן. פלעגט מוהרא"ש אונז פארהאלטן "פארוואס זאלסטו נישט טראכטן פון א צווייטן?", מוהרא"ש פלעגט זיך בעטן מען זאל פארקוקן אויף די אייגענע באקוועמליכקייטן און נישט זיין 'סעלפיש'. איינער האט זיך אוועקגעגעבן פאר דיר, און געטיילט טויזנטער קונטרסים און ספרים, ביז דער אייבישטער האט אזוי געדרייט אז עס איז אנגעקומען צו דיר, טו דו אויך עפעס פאר א צווייטן. &nbsp; דערפאר זיצט נישט דער ראש ישיבה רואיג, נאר דרייט איבער א וועלט און טוט אלע מיני פעולות אז די עצות פון הייליגן רבין זאלן אנקומען צו אלע מיני אידן, עס איז שווער אויסצורעכענען אלע וועגן פון הפצה וואס ווערן געטון, ספרים, סידיס, גליונות, חיזוק יומי, וועבסייט, עפפס, ניגונים, מוזיק ווידיאס, און נאך אסאך. דערפאר האט די רעדאקציע פונעם קרית ברסלב בלעטל באשלאסן, נאכן הערן ווי שטארק דער ארטיקל האט אן אפקלאנג, אז מען וועט בעטן דעם חשובן שרייבער אז ער זאל ווייטער מהנה זיין דעם ציבור און ווייטער לאזן פליסן זיין פּערלנעם פענע, און האבן די זכיה אז נאך אידן וועלן באקומען חיזוק און אינספיראציע צו נעמען די ווערטער פון הייליגן רבין צום נעקסטן לעוול הלכה למעשה. אזוי האט מען טאקע געטון, און אין די לעצטע וואכן גייט אריין דער הערליכער ארטיקל אונטערן קאלום "צום פינטל", ווי דער שרייבער נעמט דעם ציבור מיט מיט זיך אויף א רייזע, און ברענגט ארויס מיט זיין געשליפענעם שפראך א נקודה'לע צוויי אויף למעשה, וואס מען קען אהיים נעמען נאכן צומאכן דעם בלעטל. &nbsp; אזוי זיצן די חשובע מערכת פונעם צייטונג און שלאפן נישט טאג און נאכט, נאר לייגן אריין כחות עצומות צו פארבעסערן, פארגרעסערן און פארשענערן דעם שיינעם בלעטל, וואס איז אנגעפילט מיט אמונה פון דעקל צו דעקל. &nbsp; ליינט און האט הנאה!

    < זעה מער ה תמוז תשפ"ב 📝
  • אנשי חיל קאמפיין געקרוינט מיט גרויס הצלחה; ראש ישיבה צינדט אן פרישע קאמפיין מיט נייע גאולס

    אין די פארגאנגענע צוויי וואכן האבן אנשי שלומינו מיטן אייבערשטנס הילף זיך אנגעשטרענגט און ארויסגעוויזן זייער הכרת הטוב פארן ראש ישיבה שליט"א וואס איז זיך מקריב טאג און נאכט פאר אונזער הצלחה נצחית, מיר זאלן אנקומען נענטער צום תכלית פארוואס דער אייבישטער האט אונז אראפגעשיקט אויף דער וועלט. &nbsp; עס האבן זיך געשאפן איבער 550 טיעמס, וואס האבן אראפגעשטעלט פאר זיך א ציל וויפיל זיי ווילן שאפן, און קרוב צו 350 האבן עס ברוך השם דערגרייכט, רוב פון זיי אסאך מער פון זייער ציל, (איבער 100 האבן דערגרייכט דאפעלט פון זייער ציל), דער סך הכל איז אריינגעקומען דער סכום פון איבער $675,000 דורך איבער עלף טויזענט נדבות. &nbsp; לויט די שטעט, איז אריינגעקומען ווי פאלגענד:&nbsp; 👍🏻 קרית ברסלב, איבער $220,000 👍🏻 וויליאמסבורג, איבער $120,000 👍🏻 בארא פארק, איבער $90,000 👍🏻 פרויען פאראיין, איבער $80,000 👍🏻 קרית יואל, איבער $60,000 👍🏻 מאנסי, איבער $20,000 👍🏻 לעיקוואוד, איבער $20,000 👍🏻 ירושלים, איבער $10,000 👍🏻 סטעטען איילענד, כמעט $9,000 👍🏻 בני ברק, כמעט $8,000 👍🏻 דשערסי סיטי, איבער $5,000 👍🏻 יבנאל, כמעט $4,000 👍🏻 בית שמש, כמעט $3,000 👍🏻 חיפה, איבער $2,000 👍🏻 צפת-טבריה, כמעט $1,000 👍🏻 ברכפלד, מודיעין עילית, כמעט $700 &nbsp; די טיעמס העכער צען טויזענט דאלער זענען: 👍🏻 מו"ה יאסי פרערא, איבער $21,000 👍🏻 מו"ה יעקב און מו"ה ישעי' האלצער, איבער $19,000 👍🏻 ראש ישיבה, איבער $15,000 👍🏻 מו"ה שבתי מזרחי, איבער $14,000 👍🏻 מו"ה אברמי פריעדריך, איבער $11,000 👍🏻 מו"ה משה ווייזער, איבער $10,000 &nbsp; אלע זענען עדות אויף די גרויסע מהפיכה וואס איז געווארן אין די אידישע וועלט, ווען מיט קוים עטליכע יאר צוריק האט מען בכלל נישט געוויסט וואס ברסלב איז, מען האט בלויז געהערט לשון הרע'ס וואס דער סמ"ך מ"ם האט געזוכט צו פארשפרייטן קעגן הייליגן רבין, און מיט דעם פארשווארצן דעם פנים פון ברסלב, אזוי ארום וועט ער האבן אלעמען אין טאש, ווען מען וועט נישט וועלן הערן ח"ו די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין, וואס הייבט אויף און ברענגט צוריק יעדן איד צום אייבערשטן, אין סיי וועלכע מצב. &nbsp; אבער נאכדעם וואס די הפצה פון די ישיבה פארמערט זיך מיט יעדן טאג, און די דיבורים פון הייליגן רבין ווערן פארשפרייט אויף אלע מיני אופנים, און ערליכע אידן וואס זוכן דעם אמת הייבן אן צו לערנען די הייליגע ספרים און הערן די לויטערע דיבורים מער און מער, און נאך דעם וואס מען פרובירט עס אויס, מען הייבט אן רעדן צום אייבערשטן, מען הייבט אן זאגן ח"י פרקים משניות, מען הייבט אן צו מכבד זיין און טייער האלטן די ווייב, און אזוי ווייטער, זעט מען בחוש ווי זאכן אין לעבן הייבן זיך אן דראסטיש צו טוישן צום גוטן, מען ווערט א בעסערע איד, מען באקומט קאנפידענץ, מען הייבט אן לעבן מיטן אייבערשטן. און נאכדעם באקומט מען א קאל פון א חבר, א קרוב, א שכן וואס בעט א נדבה פאר די הייליגע מוסדות, געבן אידן מיט א שמחה און מיט א ברייטע האנט. &nbsp; יעצט ווען דער קאמפיין איז געקומען צום שלוס, האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן זייער א שיינע בריוו, ווי ער באדאנקט זיך פאר אנשי שלומינו, און זאגט ווי איבערגענומען ער איז פון די געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט פון אנשי שלומינו. ווי דער ראש ישיבה שרייבט אינעם בריוו: "יעצט ווען מיר האבן געהאט די קאמפיין האב איך פריש געזען די העלדישקייט פון אנשי שלומינו, ווי יעדער איינער האט עוסק געווען אין צדקה; מען האט געטון פאר די מוסד, מיר זאלן נישט זינקען אין חובות - מיט אזא געטריישאפט, איך מוז דיר זאגן איך בין זייער איבערגענומען פון די גאנצע זאך." &nbsp; דערנאך שרייבט דער ראש ישיבה איבער א נייע קאמפיין וואס ער בעט אז אלע אנשי שלומינו זאל זיך אנשליסן. די זיסע דיבורים פון ראש ישיבה רעדן פאר זיך: "יעצט הויבן מיר אן א נייעם קאמפיין. קומענדיגע וואך גייען מיר קויפן נייע שטחים, מיר גייען אריין אין א נייע מסכתא, מסכת כתובות; וויל איך דו זאלסט זיך אנשליסן, דו זאלסט אויך האבן א חלק אין די מקח, דאס איז א גוטע מקח. דער אייבערשטער זאגט (משלי ד, ב): "כִּי לֶקַח טוֹב נָתַתִּי לָכֶם", איך האב א גוטע דיעל, "תּוֹרָתִי", מיין תורה, "אַל תַּעֲזֹבוּ", לאזט דאס נישט אפ, "עֵץ חַיִּים הִיא" (שם ג, יח), דאס איז א בוים פון לעבן; ווער עס לערנט תורה האט לעבן, עס פעלט אים נישט בזה ובבא." דער ראש ישיבה שרייבט ווייטער: "איך וויל זייער שטארק זאלסט מאכן א גאול פון לערנען לכל הפחות איין בלאט גמרא יעדן טאג; אן קיין מעשיות, אן קיין תירוצים." &nbsp; עס איז אוודאי צום האפן אז אנשי שלומינו וועלן זיך צוכאפן און אנשליסן אינעם פרישן קאמפיין, און זיכער מאכן אנצוקומען צו זייער "גאול", און פולקאם אנפילן זייער "פעידזש" יעדן אייציגן טאג. &nbsp; כי לקח טוב נתתי לכם, תורתי אל תעזובו &nbsp;

    < זעה מער ד תמוז תשפ"ב 📝
  • אלע בעטן שוין אויספארקויפט אינעם בנין אין אומאן

    אויף די גרויסע נאכפראגע פון פילע אידן וואס ווילן נעמען א בעט אינעם בנין היכל הקודש אין אומאן אויף דעם קומענדיגן ראש השנה תשפ"ג הבעל"ט, ווילן מיר מעלדן אז עס איז מער נישטא צו באקומען קיין בעטן, אלע פלעצער זענען שוין ארויסגעדינגען. &nbsp; וויכטיגע מעלדונג פאר די אלע וואס האבן געגעבן א דעפאזיט פאר א בעט; עס איז שוין דורך די לעצטע מינוט צו באצאלן דעם גאנצן באלאנס. פון יעצט וועט מען אי"ה צוריקגעבן די דעפאזיטס פאר די אלע וואס האבן נאכנישט אויסצאלט זייער גאנצע באלאנס. &nbsp; פאר די אלע וועלכע האבן שוין יא אויסגעצאלט זייער באלאנס, וועלן מיר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פרובירן צוצושטעלן דעם שבת ויום טוב אין אומאן אויף א געשמאקע פארנעם. ווי באקאנט געפינט זיך אוקריינע יעצט אין א מלחמה צושטאנד, זאכן זענען פיל שווערער צו שאפן און ברענגען ווי א געווענליכע יאר. געוויסע ווייטערע שטעט וואס זענען יעצט אויפ'ן פראנט פון די מלחמה, זענען די פלעצער פון וואו מען פלעגט ברענגען פילע נויטיגע געברויכן און יעצט קען מען גארנישט באקומען פון דארט. מיר זענען מתפלל און מיר זענען זיך משתדל דאס מערסטע וואס מעגליך אז אלעס זאל זיין צוגעשטעלט על צד היותר טוב צו יעדנ'ס צופרידנהייט. &nbsp; ראש השנה שלי עולה על הכל!

    < זעה מער א תמוז תשפ"ב 📝
  • געשלאסן מקח ב"ה אויף נייע ברסלב קאנטרי "אילן החיים"

    גאר גוטע נייעס קומט אריין פאר אנשי שלומינו. פארגאנגענעם וואך האט מען ברוך השם געשלאסן דעם מקח אויף א הערליכן קאנטרי - הארט נעבן דעם ברסלב'ן שטעטל אין ליבערטי, וואס וועט ערמעגליכן משפחות פון אנשי שלומינו וואס וואוינען א גאנץ יאר אין שטאט - ארויסצוקומען אויף די זומער טעג, און צוזאמען פארברענגען מיט משפחות פון אנשי שלומינו און זיך מחזק זיין אינאיינעם פאר די ניין זומער וואכן. &nbsp; פון ווען עס האט זיך געעפענט די ישיבה "תפארת התורה" אין וויליאמסבורג אין יאר תשס"ט, איז מען ארויס יעדעס יאר זומער אין קאנטרי, סיי די בחורים און אזוי אויך די משפחות, די ערשטע יאר איז עס געווען אויף א קליינע פארנעם, צוביסלעך איז דאס יעדעס יאר געווארן גרעסער, געוויסע יארן האבן נישט צופיל משפחות געקענט קומען צוליב דעם וואס ס'איז פשוט נישט געווען גענוג דירות, אבער אלץ האט מען פרובירט זיך אריינצושטופן דעם קאפ און מיטהאלטן וויפיל עס איז געווען מעגליך, אפילו נאר אויף א שבת. &nbsp; די לעצטע צוויי יאר זינט דער שטעטל איז געווארן אן אראפגעשטעלטע פלאץ מיט א בית המדרש, מקוה און אזוי ווייטער, איז דער ראש ישיבה מיט די בחורים געקומען אויף זומער אין שטעטל, און אנשי שלומינו וואס וואוינען אין שטאט האבן פרובירט צו דינגען דירות אין שטעטל וויפיל עס איז געווען מעגליך. אין יעדן לעכל, אין יעדן פלאץ וואס מען קען נאר טראכטן - האט מען דארט פלאצירט א משפחה, וואס האט אבער פאסירט איז, אז נישט יעדער האט געהאט פלאץ, און בלית ברירה האט מען אנגעהויבן גיין אין אנדערע קאנטריס, דאס האט גאר שטארק געשטערט פאר'ן ראש ישיבה, צו זען תלמידים וואס האבן געלערנט אין ישיבה, און דערנאך האט זיי דער ראש ישיבה חתונה געמאכט, און ווען עס קומט זומער זיצט מען ניין וואכן אין א די סביבה וואס איז נישט די בעסטע (מילד גערעדט), און ווי חז"ל זאגן שוין אז א מענטש ווערט נאכגעשלעפט נאך די סביבה; אויב אלע ארום טרונקען זיך אן יעדן שבת, הייבט מען אויך אן טרונקען; אויב די סביבה מאכט ליצנות פון צדיקים, הייבט מען אויך אן צוביסליך טראכטן אזוי. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה זיך אריינגעווארפן אין דעם גרויס'ן פראיעקט פון אפקויפן א קאנטרי וואס האט אפגעקאסט די סכום פון כמעט צוויי מיליאן דאלער, אלעס צוליב דעם איינעם צוועק, אז אנשי שלומינו זאלן האבן א ריינעם ווינקל וואס מען וועט רעדן נאר א איידעלע שפראך, מען וועט רעדן פון עצות וואס די צדיקים לערנען אונז און אזוי ווייטער. דער ראש ישיבה האט קורא שם געווען דעם נייעם קאנטרי "אילן החיים". &nbsp; עס איז ערווארטעט מיטן אייבערשטענ'ס הילף צו זיין א שיינעם געשמאקן זומער, ווי מען וועט זיך מחזק זיין אינאיינעם צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן. &nbsp; (קרעדיט: קרית ברסלב בלעטל) &nbsp; ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה &nbsp;

    < זעה מער ל סיון תשפ"ב 📝
  • אידישע קהילה אין קישינוב ערלעדיגט צו פארגרינגערן די גרעניץ אריבערגאנג פון מאלדאווא קיין אקוריינא

    ווי שוין באריכטעט זענען די עירפארטס אין אוקריינא אפגעשלאסן שוין עטליכע חדשים זינט דער אנהייב פון די מלחה צווישן אוקריינא און רוסלאנד. ווי ערווענט זענען די גרעניצן אויף דער ערד געהעריג אפן. עס וואלט געווען צו ערווארטן אז דער הויפט וועג אנצוקומען קיין אומאן זאל ווען זיין דורך קישינוב אין מאלדאווע, וואס פונעם דארטיגן אינטערנאציאנאלן עירפארט נעמט דער וועג קיין אומאן בלויז בערך פינף שעה. &nbsp; למעשה אבער, קומען רוב אידן וואס ווילן פארן קיין אומאן דורך פוילן, רומעניע, סלאוואקיע און אונגארן, וואס די וועגן פון דארט נעמט זייער זייער לאנג, א נסיעה וואס געדויערט צווישן צען און צוואנציג שעה געוואנדן פון וועלכע שטאט. דער סיבה דערצו איז וויבאלד דער גרעניץ פונקט צווישן אוקריינא און מאלדאווא איז געווען זייער פראבלעמאטיש, פילע זענען צוריק געשיקט געווארן צו זייער היימלאנד, און אפילו די וואס זענען צום סוף דורכגעלאזט געווארן זענען אויפגעהאלטן געווארן שעות איבער שעות און זענען געווארן אויסגעפארשט און אויסגעפרעגט כאילו ווער ווייסט וואס זיי ווילן דארט טון. דאס האט אוועקגענומען די אפעטיט פון די אלע אידן פון זיך צו באנוצן מיט דעם גרעניץ. &nbsp; געלויבט דער אייבערשטער אז די וואך איז ארויפגעקומען א פרייליכע דורכברוך. נאכדעם וואס די אידישע קהילה אין קישינוב האט אויסגענוצט איר גוטע קשרים מיט די אוקריינישע רעגירונג, וואס האט נאך פילע פארהאנלונגען אנגעפירט דורכ'ן הויפט רב פון מאלדאווע הרה"ג ר' פנחס זאלצמאן שליט"א, געפועלט אז מען וועט בעז"ה שטארק פארגרינגערן דאס דורכגיין. ווי זיי זאגן האבן זיי געגעבן צו פארשטיין די אוקריינע רעגירונג די וויכטיגקייט פון דורכלאזן גרופעס אידן וואס ווילן קומען צו די קברי צדיקים, און ווי זיי זאגן האבן זיי געטראפן אן אפענע אויער אין די הויכע פענסטער, וואס האבן פארשפראכן אז די גרעניץ דורכגאנג וועט געעפענט ווערן פאר גרופעס. &nbsp; מיט דעם אלעם דארף מען געדענקען אז איידער מען מאכט פלענער צו פארן אהין, איז זייער רעקאמאנדירט זיך צו פארבינדן צו א פארלעסליכן טראוועל אגענטור וואס קען זיך אויס מיט די געזעצן און מיט די מצב אין די פלעצער כדי צו פארמיידן קאפ-וויי און עגמת נפש. &nbsp; אידישע קינדער זענען ווייטער מתפלל אז מען זאל שוין זוכה זיין צו די גאולה און עס וועט זיין "לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה", עס זאל שוין הערשן שלום אויף דער וועלט בביאת משיח צדקינו בב"א &nbsp; אנשי שלומינו ווערן געבעטן ווייטער צו מתפלל זיין אז מען זאל קענען אנקומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה און אויסבעטן א גוט געבענטשט יאר. &nbsp;

    < זעה מער כט סיון תשפ"ב 📝
  • חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש

    דעם זונטאג קרח איז פארגעקומען די שיינע "חומש סעודה" אין די ברסלבע חדר אין וויליאמסבורג, די זיסע קינדערלעך פון כיתה א' האבן געפייערט דעם פרייליכן מעמד, ווען זיי האבן זוכה געווען צו ענדיגן לערנען די הייליגע עברי, און זיי הויבן שוין אן לערנען די הייליגע חומש. &nbsp; די הערצער פון די פילע עלטערן, זיידעס און באבעס, וואס זענען זיך געקומען משתתף זיין ביים שיינעם חומש סעודה זענען געווען איבערגעפילט מיט ווארעמקייט און נחת זעענדיג די זיסע ריינע נשמה'לעך מיט די קרוינדעלעך אויף זייערע קעפעלעך זינגען אזוי זיס און הארציג די הייליגע ניגונים, און זאגן די הייליגע פסוקים פון פרשת ויקרא, ווי דער מנהג איז ביים מעמד התחלת חומש. &nbsp; דער חשובער מלמד הר"ר נחמן ניישטיין שליט"א האט גערעדט און ארויסגעברענגט די גרויסע שמחה אז מען האלט שוין דא ביים ענדיגן לערנען די הייליגע עברי, ער האט באדאנקט די חשובע עלטערן וואס האבן אזוי שיין מיטגעארבעט א גאנץ יאר מיט די קינדער און גע'חזר'ט מיט זיי די הייליגע עברי, ווי אויך האט ער גערעדט איבער די וויכטיגקייט זיכער צו מאכן אז יעדעס קינד קען גוט די עברי, וואס דאס איז ממש דער יסוד ער זאל קענען אויפוואקסן אן ערליכער איד. דערנאך האט דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א אויפגעטרעטן מיט עטליכע ווערטער, און ביים סוף האט דער ראש ישיבה שליט"א געטיילט פאר די טייערע קינדער זייער "ערשטע אייגענע סידור", וואס זיי האבן איבערגענומען מיט גרויס פרייד. &nbsp; * היינט מאנטאג, האט זיך די זעלבע זאך אפגעשפילט אין שטעטל, ווי די קינדער האבן געפראוועט זייער חומש סעודה, כמעשהו בוויליאמסבורג, כך מעשהו אין שעטל, ווי די עלטערן און זיידעס זענען געקומען שעפן נחת פון די טייערע קינדער. &nbsp; הר"ר יוסף שניטצלער שליט"א האט אויפגעטרעטן און זיך באדאנקט אין נאמען פון די מוסדות פארן חשובן מלמד הר"ר בערל שניצלער וואס האט אריינגעארבעט גאר אסאך כחות די גאנצע יאר, ווי מען זעט ווי די גאנצע כיתה קען ברוך השם די עברי זייער פיין. &nbsp; דערנאך האט מען ארויפגערופן א זיידע פון איינע פון די קינדער הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א וואס האט געזאגט אז אין די וואכעדיגע סדרה זעט מען ווי קרח האט געוואלט געבן אסאך געלט פאר משה רבינו, וואס מ'וואלט דערמיט געקענט בויען שיינע בנינים פאר די קינדער. אבער משה רבינו האט דאס נישט געוואלט, ער האט ענדערש געוואלט פשוט אבער מחנך זיין די קינדער מיטן אייבערשטן. דא האט הר"ר אהרן געזאגט דער בנין איז טאקע נישט אזוי שיין, אבער די אמונה וואס מ'לייגט אריין אין די קינדער, וועט זיי בעזר השם באגלייטן זייער גאנץ לעבן, ווען זיי וועלן אלץ מקיים זיין דעם שויתי השם לנגדי תמיד, אלץ וועלן זיי וויסן אז דער באשעפער איז ביי זיי, מיט זיי און נעבן זיי, און אלץ וואס מען דארף קען מען אים און דארף מען אים בעטן. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געטיילט פאר די זיסע קינדערלעך זייער ערשטע אייגענע סידור, וואס די קינדער האבן דערנאך מיט שטאלץ עס געוויזן פאר זייערע עלטערן און זיידעס. &nbsp; * &nbsp; די ברסלב'ע תלמוד תורה איז באקאנט פאר אלעמען אז דארט לייגט מען דער עיקר דגוש אויף אויסלערנען די קינדער "אמונה", אז אמונה זאל נישט זיין נאך א זאך וואס זיי ווייסן, און מען נעמט עס נאר ארויס איין-צוויי מאל א יאר ווי למשל פסח ביינאכט, אדער פורים נאכמיטאג, נאר אז זיי זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן, די אמונה זאל זיין ביי זיי קלאר און זיכער, זיי זאלן אויפוואקסן פון די יונגסטע עלטער וויסנדיג אז דער באשעפער איז ממש דא מיט זיי אייביג און איבעראל, ווי אויך לייגט מען א געוואלדיגע געוויכט אז די קינדער זאלן וויסן זייער חשיבות אז זיי זענען געבוירן געווארן אלס אידן, און האבן באקומען די הייליגע תורה פונעם אייבערשטן, און נאר אויב מען פאלגט דעם אייבערשטן קען מען האבן א גוטע לעבן, אפילו אויף דער וועלט. &nbsp; אין דעם תלמוד תורה געט מען שטארק אכטונג אז די קינדער זאלן אויפוואקסן געזונט אויך בנפש, ווי יעדער מלמד גיבט אכטונג נישט צו פארשעמען קיין קינד. מען לערנט אויס די קינדער וויאזוי מען לעבט מיט אנדערע מענטשן זיך רעכענען מיט א צווייטנ'ס געפילן. מען איז מחנך די קינדער מיט שמחת המצוות, מען פארציילט פאר די קינדער אזעלעכע מעשיות פון צדיקים וואס רעדן צו קליינע קינדער, און מען לערנט זיי אויס אז אויך זיי קענען זיין א צדיק, און קענען וואקסן ערליכע אידן. &nbsp; ברוך השם, עס זענען ארויסגעקומען הערליכע פירות, עס זענען שוין דא פילע אינגעלייט תלמידים פון די הייליגע תלמוד תורה, אינגעלייט וואס זענען יראי השם, וואס לעבן מיטן אייבערשטן, און פירן ערליכע אידישע שטיבער על דרך ישראל סבא. &nbsp; אין העולם מתקיים אלא בזכות הבל תינוקות של בית רבן!

    < זעה מער כח סיון תשפ"ב 📝
  • לאנג ערווארטעטער נייער ברסלב סענטער שאפ עפפ ערשינען פארן פובליק

    מיט קוים א וואך צוריק האבן מיר דא באריכטעט אז מען האלט שוין אט אט ביים לאונטשן דעם לאנג פארצויגענעם פראיעקט פונעם ברסלב סענטער שאפ עפפ. געלויבט דער אייבערשטער, אז די דעוועלאפמענט פונעם עפפ איז געגאנגען שנעלער ווי געראכטן, און היינט קענען מיר שוין מעלדן, אז יא, דער עפפ איז שוין אוועילעבל פארן ציבור צום נוצן. &nbsp; דער עפפ איז א סערוויס וואס ווערט צוגעשטעלט צו דאונלאודן בחנם סיי אויפן "גוגל פלעי" מארקעט, און סיי אויפן "עפל עפפ" סטאר. &nbsp; דער עפפ איז ברוך השם ארויסגעקומען זייער שיין, געשמאק, און גרינג, מען קען זייער גרינג זען דעם אויסוואל אויף פארשידענע מיני אופנים, מען קען זוכן "קאלעקשאנס", מען קען זוכן "קאטעגאריעס" און נאך, מען קען סארטירן די אייטעמס אויף פארשידענע מיני אופנים, לויט די א"ב, לויט די פרייז, לויט די פאפולערקייט, און אזוי ווייטער. &nbsp; אלע אויסוואלן זענען זייער שיין קלאר און גרויס, מיט א געשמירטע שנעלע עקספיריענס בעזרת השם יתברך, איר וועט דארט טרעפן די פילע ספרים, קונטרסים, סידיס, יו-עס-בי'ס, בילדער, און נאך זאכן אויף אידיש, לשון הקודש, ענגליש. אלעס ווערט פארקויפט פאר גאר גוטע פרייזן. צום ביישפיל עס זענען דא 168 קונטרסים וואס ווערן פארקויפט פאר בלויז $1.49 א שטיק, 20 קונטרסים (אביסל דיקערע) פאר $1.99 א שטיק. און איבער אלעם, אויב קויפט מען פאר איבער $35 איז די דעליווערי (אין די פאראייניגטע שטאטן) געצנליך בחנם! &nbsp; דא איז א לינק צו ביידע עפפ פלאטפארמעס, פאלגענד איז א לינק צום עפפ אויפן "גוגל פלעי" סטאר, און אט איז די לינק צום עפפ ביים "עפל" סטאר. &nbsp; 📚 מעשה'לע פאר קינדער #1

    < זעה מער כז סיון תשפ"ב 📝
  • שטארקע בריוו פון ראש ישיבה פלאמט אויף אנשי שלומינו צום "אנשי חיל" קאמפיין

    היינט האט דער ראש ישיבה געשריבן זייער א שיינע בריוו, ווי ער שמועסט זיך זייער שיין אויס מיטן ציבור, און שרייבט אז ער פארשטייט אז עס קומט אן שווער צו בעטן פון חברים, מען שעמט זיך, דער ראש ישיבה בעט אבער אז מען זאל פארשטיין ווי שווער עס איז אים, ווי ער דארף דרייען און בארגן ריזיגע געלטער. און דאס אלעט טוט ער נאר פאר אונזערע קינדער, פאר אונזערע מוסדות. &nbsp; דער ראש ישיבה ברענגט ארויס, אז ער פאר זיך אליינס בארגט קיינמאל קיין געלט, ווי מוהרא"ש פלעגט אלץ ווארענען אז מען זאל נישט בארגן קיין געלט. און אפילו ווען עס קומט צו צדקה זאל מען געבן נאר וויפיל מען האט, אפילו א קלייניקייט. נאר אז עס קומט אז מען דארף בויען די קהילה און מוסדות, פאר דעם בארגט ער יא. &nbsp; &nbsp;דער ראש ישיבה שרייבט אז מען זאל אריינטראכטן וואס דאס מיינט, און ווי שווער דאס איז ווען מען דארף דרייען מיט איבער צוויי מיליאן דאלער חובות. דער ראש ישיבה שרייבט ווייטער און ברענגט ארויס אז וואס איז דאס ערגסטע וואס קען פאסירן? מען וועט זאגן "איך האב נישט", "איך געב נישט פאר ברסלב", "איך האב שוין געגעבן", פארדעם זאל מען נישט רופן קיינעם? &nbsp; דער ראש ישיבה פירט אויס דעם בריוו מי די ווערטער: "איך בעט דיר, העלף מיר; איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך פארלאז זיך בכלל נישט אויף דיר, איך פארלאז זיך נאר אויפן באשעפער, אבער אז דו וועסט זיין דער גוטער שליח וועט זיין גוט פאר דיר בזה ובבא" &nbsp; איר קענט זיך נאך משתתף זיין אינעם קאמפיין, און האבן א חלק אין די הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן דעם אייבערשטנ'ס נאמען אויף דער וועלט. charidy.com/breslev.

    < זעה מער כד סיון תשפ"ב 📝
  • ברסלב סענטער שאפ "גיפט רעפינג" בחנם

    אין א פרישע סערוויס פונעם גרויס ברסלב סענטער אנליין געשעפט, האט מען צוגעלייגט אן אפציע צו קענען קויפן ספרים און קונטרסים פונעם וועבסייט, וואס מען וויל שיקן אלץ א מתנה צו סיי וועלכע געלגענהייט, צו א בר מצוה פון א קרוב, וכודומה, אז מען קען צולייגן אן אפציע מען זאל שיין "רעפּן" דעם ספר, אזוי אויך קען מען באשטעלן מען זאל צושרייבן א וואונטש קארטל וואס וועט בעז"ה ווערן צוגעלייגט צום ספר, דאס אלעס פאר גענצליך בחנם, עס וועט נישט קאסטן קיין צענט דער סערוויס. &nbsp; נאכדעם וואס איר האט אויסגעוועלט אלע אייערער אייטעם וואס איר דארף וועט איר טרעפן דער רעפניג סערוויס אינעם "קאַרט", ווי איר דארף טשעקן דעם קעסטל "For $0.00 please wrap the products in this order." מיט וואס איר וועט צולייגן דעם "גיפט רעפּינג סערוויס". &nbsp; דער ברסלב סענטער שאַפּ שיקן ארויס פילע ארדערס יעדן טאג צו די פילע צופרידענע קאסטומערס פון איבער די גאנצע וועלט. און פאר ארדערס העכער פינף און דרייסיג דאלער, באקומען מען דעליווערי בחנם איבער גאנץ אמעריקע. &nbsp; אין די זעלבע צייט גייט דער קרן הדפסה אן מיט א שטארקייט מיטן דרוקן אינעם נייעם בנין, מען פארשפרייט כסדר צענדליגע טויזנטער נייע ספרים קונטרסים גליונות סידיס און קארטלעך, די פילע טייערע מפיצים קומען כסדר אריבער צו איבערפילן זייערע באגאזשן מיט די פילע סחורה וואס דער בית הדפוס פראדוצירט יעדן טאג, מיט וואס מען איז מחיה און מהנה אומצאליגע אידן איבער די וועלט. &nbsp; מענטשן גייען דורך אויף דעם עולם שבעה מדורי גהנום ווען מען פארגעסט פונעם אייבערשטן, טייל מאל דאכט זיך פאר א מענטש אז ער האט שוין נישט קיין וועג ארויס פון זיין פלאנטער, ער זעט נישט קיין שום שאנס פון האפענעונג. אבער פלוצליג שיקט דער אייבישטער צו זיין גוטער שליח אין פארעם פון א "ברסלבע מפיץ" וואס קלאפט אויפן טיר, דער מפיץ איז דארט מיט א גאנצע אויסוואל פון קונטרסים: "ס'איז גוט", "א רבי וואס קען מיך העלפן", "אידישקייט איז שיין", "איינער פארשטייט מיך", "געב נישט אויף", "גלייב אין דיר", "דו ביסט נישט פארלוירן", "די וועג ארויס", "דו האסט אויך אן עצה", "דער באשעפער דארף דיך יא", "דיין שידוך וועט אנקומען", "זיך גט'ן איז נישט דער עצה", "עס וועט דיר נאך ליכטיג ווערן", "רעד צום באשעפער", און אזוי ווייטער, ווי מענשטן זאגן, בלויז פון קוקן אויף די קעפלעך פון די קונטרסים שפירט זיך שוין ווי א גלעזל קאלט וואסער אינעם הייסן זון. ווער רעדט נאך ווען מען קויפט פאקטיש א קונטרס'ל פונעם מפיץ און מען לערנט דאס דורך, איז דאס שוין ממש ביטול הבחירה, מענטשן לעבן אויף תחיית המתים, מען וועקט זיך אויף פונעם חלשות, און מען קומט צוריק צום אייבערשטן. &nbsp; אין די צייט ווילן מיר דערמאנען צו נעמען א חלק אינעם קאמפיין פאר די הייליגע מוסדות וואס גייט יעצט אן מיטן פולסטן פארע, ב"ה אז דער קאמפיין האט א שטארקע הצלחה, דער אייבישטער זאל העלפן ווייטער. באזוכט יעצט טשערידי/ברסלב און נעמט א חלק אין בויען די הייליגע מוסדות ברוח נדיבה. אין דעם זכות וועט דער אייבישטער אייך געבן פון אלעם גוטן!

    < זעה מער כג סיון תשפ"ב 📝
  • טשערידי קאמפיין "אנשי חיל" שוין אנגעפאנגען

    היינט דינסטאג פונקט מיטאג צוועלף אזייגער האט זיך אנגעהויבן דער יערליכער קאמפיין פאר די הייליגער ברסלבע מוסדות אויפן טשערידי פלאטפארמע. דער היי יעריגער קאמפיין האט באקומען דער נאמען "אנשי חיל" און איז געווארן איבערגעארבעט אויף א נייעם פארמאט. גלייך ווען מען האט געעפענט היינט האט שוין דער קאמפיין געהאלט איבער הונדערט און פופציג טויזנט דאלער פון "פּרי-קאמפּיין" אקטיוויטעטן. אזוי אויך האט מען געטוישט דער ציל פונעם קאמפיין. דער קאמפיין האט גענומען פאר זיך א גאָול צו האבן לכל הפחות 400 טיעמס וואס האבן דערגרייכט זייער אייגן באשטימטע גאול. &nbsp; ברוך השם אז סיי דער ציבור אנשי שלומינו וואס האט געמאכט א טיעם, און סיי די נדבנים פון אלע שיכטן פון גאנץ כלל ישראל זענען גאר שטארק ווארעם, און יעצט ווען מיר שרייבן די שורות דינסטאג מיטאג, האט שוין דער קאמפיין דערגרייכט איבער צוויי הונדערט טויזנט דאלער נדבות, און 65 טיעמס האבן שוין דערגרייכט זייער ציל. &nbsp; דער קאמפיין וועט אנהאלטן בעז"ה פאר די קומענדיגע צוויי טעג, היינט דינסטאג און מארגן מיטוואך, ווען אנשי שלומינו וועלן ארויסווייזן הכרת הטוב פאר די פלאץ וואס העלפט זיי א גאנץ יאר, און בעטן אלע זייערע חברים, שכנים, קרובים, און ביזנעס שותפים צו באשטייערן לכבודם. וואס מיט דאס געלט וועט דער ראש ישיבה בעז"ה ווייטער בויען די הייליגע מוסדות, אין די פילע שטעט און לענדער איבער די וועלט, מוסדות פאר אינגלעך פאר מיידלעך, פאר בחורים, פאר אינגעלייט, פאר פרויען און פאר די געברויכן פון די קהלה. חדרים, מיידל סקולס, בתי מדרשים, כוללים, מקוואת און מקוואת טהרה, מצה בעקעריי, שחיטה, בית החיים, אומאן, אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, דזשערסי סיטי, לאנדאן, מאנטשעסטער, ירושלים, בני ברק, בית שמש, אשדוד, צפת, יבנאל, און אזוי ווייטער. מיט דאס געלט וועט מען בעזרת השם ווייטער ציען ערליכע דורות, און לייגן דער עיקר דגוש אויף די אמונה, מען זאל וויסן אז דער אייבישטער איז דא, און אויפבויען געזונטע קינדער, וואס ווייסן וואס לעבן איז, און וויאזוי מען געבט זיך אן עצה אין לעבן. &nbsp; טייערע ליינער: איר זענט זיך מחיה מיטן וועבסייט? איר שעפט חיזוק פון די "חיזוק יומי"? איר ליינט די גליונות און עצתו אמונה מיט דורשט? איר ווילט אוודאי נעמען א חלק אין די געוואלדיגע זכותים! דא האט איר די געלעגענהייט, באזוכט יעצט טשערידי/ברסלב פעידזש און זוכט אויף אייערס א ידיד אדער קרוב און זייט מחזק די הייליגע מוסדות מיט א ברייטע האנט. דער זכות וועט דער אייבישטער אייך באצאלן מיט זיין ברייטע האנט, און דער זכות וועט אייך באגלייטן לעד ולנצח נצחים! &nbsp; אט האט איר א חלק פון די טיעמס אויפן קאמפיין: קאמפיין בכלליות לזכות פונעם ראש ישיבה Light of Emuna Translation Team &nbsp; היכל הקודש/אמעריקע: ⠀וויליאמסבורג ⠀בארא פארק ⠀קרית יואל ⠀מאנסי ⠀קרית ברסלב ליבערטי ⠀לעידיס אקזילערי ⠀בית פיגא סקול ⠀לעיקוואוד ⠀סטעטען איילענד &nbsp; היכל הקודש/ארץ ישראל ⠀בני ברק ⠀ירושלים ⠀יבנאל ⠀חיפה ⠀בית שמש ⠀צפת - טבריה &nbsp; אויסער דעם איז דא נאך כמעט 500 טיעמס, און איז נישט מעגליך זיי אלע אויסצורעכענען, אבער איר קען זיי אויפזוכן אויפן טשערידי פיעדזש דורך מאכן א סוירטש. &nbsp; וְאַתָּ֣ה תֶחֱזֶ֣ה מִכׇּל־הָ֠עָ֠ם אַנְשֵׁי־חַ֜יִל יִרְאֵ֧י אֱלֹקים אַנְשֵׁ֥י אֱמֶ֖ת

    < זעה מער כב סיון תשפ"ב 📝
  • אלערט: צייט צו טשעקן דעם פאספארט!

    קרעדיט: מו"ה אלי קנאל הי"ו - פּלען איט רייט 845-678-3555 &nbsp; ווי דער געזעץ לויטעט אין רוב מדינות, דארף דער פאספארט זיין גילטיג ווען מען קומט אן אויף נאך זעקס חדשים. דערפאר קוקט איבער אייערע פאספארטן און אויב לויפט עס אָפּ בעפאָר למספרם אפריל 2023 איז יעצט דער ריכטיגער צייט אריינצוגעבן צו מאכן א פרישע פאספארט, שטייענדיג פונקט 13 וואכן איידער מען וועט בעזרת השם פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון. &nbsp; דער אמעריקאנער סטעיט דעפּאַרטמענט זאגט, אז די ווארט צייט צו באקומען א פאספארט אין די יעצטיגע טעג שטייט ביי "צווישן 8 און 11 וואכן". דאס מיינט אז אויב מען אפּלייעט יעצט, וועט עס בעזרת השם אנקומען פונקט אין צייט. &nbsp; פאר נאך זעכציג דאלער שטעלן זיי צו "עקפּעדייט פאספארט" סערוויס, וואס דאס איז ערווארטעט צו דויערן צווישן 5 און 7 וואכן. אזוי אז אויב מאכט זיך סיי וועלכע פראבלעם, קען מען עס נאך בעז"ה מסדר זיין ביז ראש השנה. &nbsp; * &nbsp; ברוך השם אז די פלענער וואס מיר האבן ארויסגעשטעלט פון "פלען איט רייט" פאריגע וואך האט געהאט א געוואלדיגע אפקלאנג, און אנשי שלומינו האבן זיך זייער געפרייט צו באקומען א שטיקל קלארקייט איבער וואס מען קען יא אדער נישט ערווארטן פארן קומענדיגן ראש השנה. &nbsp; דערווייל איז נאך נישטא קיין פרישע אפדעיטס איבער די טשארטער, אדער די טראנספארטאציע מיטן באן, וכדומה. די שטאב פון פלען איט רייט זענען אין די טעג שטארק פארנומען צו באשטעטיגן און אויסארבעטן די פילע דעטאלן פון די אלע פלענער. &nbsp; אנשי שלומינו זאלן ווייטער מתפלל זיין צום אייבערשטן, אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן על צד היותר טוב, מען זאל קענען פארן און קומען געזונטערהייט, און אויספועלן פאר זיך, פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל אלעס גוטס.

    < זעה מער כא סיון תשפ"ב 📝
  • רענאוואציעס ביים ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל אויף העיס קאורט

    איבעראל ווי דער אייבישטער באשטערט אז איינע אדער עטליכע פון אנשי שלומינו זאלן זיך באזעצן, נעמט נישט קיין לאנגע צייט, און אנשי שלומינו טון מקיים זיין דעם רצון פון מוהרא"ש זי"ע וואס האט געשריבן אין די לעצטע טאג וואס ער האט זיך געפונען אויף דעם עולם "איך וויל אז יעדער פון אנשי שלומינו זאלן עפענען א שול היכל הקודש אין זיין שטאט, אין זיין געגענט". &nbsp; אנשי שלומינו זוכן צו קומען דאווענען אין א שול ווי מען רעדט נאר הייליגע דיבורים, מען חזרט כסדר אמונה, מען קען רעדן אפן פונעם אייבערשטן. עס נעמט נישט לאנג, און עס ווערן מקורב נאך און נאך אידן צום אייבערשטן. אידן לעכצן נאך א גוט ווארט, מען וויל הערן אז דער אייבישטער וויל דיך יא, דו האסט נאך א האפענונג. &nbsp; אין קרית יואל גייט שוין דער בית המדרש אויף העיס קט. כמעט צוואנציג יאר. אנפאנג פון יאר תשס"ג האבן זיך אנשי שלומינו אין קרית יואל זיך צוזאם גענומען, הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א האט אראפגעגעבן א גרויסע חלק פון זיין הויז און עס מקדיש געווען פאר א בית המדרש. מען האט עס דעמאלטס שיין איבערגעבויט, עס זאל זיין פאסיג פאר א בית המדרש. מען האט איינגעקויפט אלע צרכי בית המדרש, אן ארון הקודש, באלעמער, עמוד, ספרים שענק, ספרים, און אזוי אויך האט מען ארויסגעשטעלט אין גאס א שיינע גרויסע סיין "בית המדרש היכל הקודש דחסידי ברסלב, בנשיאות כ"ק מרן מוהרא"ש שליט"א", וואס איז אין זיינער צייט געווען דער איינציגסטער בית המדרש אינדרויסן פון יבנאל וואס האט געטראגן דעם נאמען "היכל הקודש" און "מוהרא"ש" מיט שטאלץ. &nbsp; אין די אלע יארן איז שוין ארויס פון דעם בית המדרש, אן א מאס און אן א שיעור תורה, תפלה, אמונה, שלום בית, חינוך, און אזוי ווייטער, און אזוי גייט עס נאך ווייטער אן, ווען יעדע וואך קומען ארויף פילע אנשי שלומינו און שכנים און זענען זיך מחיה מיט די הייליגע דיבורים וואס ווערן געזאגט דורכן גבאי פונעם בית המדרש הר"ר יואל פארקאש שליט"א וואס איז דולה ומשקה מתורתו פון הייליגין רבין און זיינע הייליגע תלמדים ווי איבערגעבן דורך מוהרא"ש זי"ע, און געבט אריין חיות און אלע באטייליגטע. &nbsp; נאך אזויפיל יאר וואס דער בית המדרש אין אין באנוץ זעט זיך שוין די ווענט און פלאר פון בית המדרש אן אפגענוצטקייט. עס זעט זיך אן א שטארקע נויטיגקייט צו איבערפעינט די ווענט, איבערסקרעיפן די פלארס, און לייגן א נייע סיין אויפן גאס - נאכדעם וואס דער אלטער סיין האט שוין אפגעדינט, און איז אראפגעפאלן א צייט צוריק ביי א שטורעם. &nbsp; די קאסטן פון די רענאוואציעס קען אריינציען אין טויזנטער דאלערס. ברוך השם אנשי שלומינו זענען ווארעם און לאזן זיך קאסטן צו איבערבויען דעם אייבערשטנ'ס הויז. אבער עס פעלט נאך עטליכע טויזנט דאלער צו קענען גיין ווייטער. ווער עס וויל נעמען א חלק קען זיך ווענדן צו מו"ה קלמן אליעזר מזרחי הי"ו אויף 845-492-1502. &nbsp; ועשי לי מקדש ושכנתי בתוכם!

    < זעה מער כ סיון תשפ"ב 📝
  • פלען איט רייט מעלדן פלענער צו צושטעלן וועגן קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ג הבעל"ט

    מיט גרויס התרגשות גרייטן זיך אנשי שלומינו צו צום קומענדיגן ראש השנה הבעל"ט. טראצדעם וואס מען האלט אין אזא אומזיכערע צייט, מדינות שלאגן זיך ארום איינע מיטן צווייטן, ציעט יעדעמס הארץ און קען נישט אויפהערן בענקען צו זיין ביים הייליגן רבין אין אומאן אויפן קומענדיגן ראש השנה. &nbsp; אנשי שלומינו בעטן ביים אייבערשטן צו זוכה זיין צו מקיים זיין דעם רבינ'ס בקשה "קיינער טאר נישט פעלן" און באקומען די אלע תיקונים וואס דער רבי האט צוגעזאגט, פאר דער וואס קומען צו זיין ציון. און ווי גרעסער די מניעות זענען, אלץ מער איז מען זוכה צו באקומען ביים הילייגן רבין. &nbsp; אין די טעג, קומט אריין דער אלעמען באקאנטער טראוועל אגענטור "פלען איט רייט" וואס צייכענט זיך אויס מיט זייער גוטע סערוויס בכלל, און בפרט ווען עס קומט צו אומאן ראש השנה, גייען זיי נאך אסאך מער ארויס פון וועג, און טוען אלעס וואס נאר מעגליך צו צושטעלן וועגן פאר אנשי שלומינו צו קענען פארן צום רבין. פאלגענד איז די מודעה וואס פלען איט רייט האט ארויסגעלייגט: &nbsp; היות מיר קענען נישט פאָראויסזאָגן אויב עס וועט זיך עפעס טוישן ביז ראש השנה, האבן מיר ארויסגעלייגט די פלענער לויט די יעצטיגע אומשטענדן. די ערשטע זאך, דארף מען וויסן אז אלע עירפארטס אין אוקראינע זענען דערווייל פארשפארט, אבער די גרעניץ קיין אוקראינע איז נישט פארשפארט, מען קען אריינקומען מיט א קאר, טרעין, אדער באס, דערפאר לייגן מיר ארויס די אפציעס וואס מיר גייען בעז"ה צושטעלן צו קענען קיין אומאן אויף היי יאר ראש השנה תשפ"ג. &nbsp; די אָפּציעס זענען דערווייל ווי פאלגענד: &nbsp; 1) דער נענסטער עירפארט צו אומאן אינדרויסן פון אוקריינא (מיט א קאר) איז אין יאַס, רומעניע, פון דארט קען מען נעמען דעם וועג דורך מאָלדאָוואַ וואס נעמט בערך 7 שעה מיט א קאר. אויב וויל מען אויסמיידן מאָלדאָוואַ און דארפן אריבערגיין נאך א גרעניץ, קען מען פארן א לענגערע וועג בלויז אין די אוקראינישע טעריטאריע. דער וועג געדויערט 11 שעה מיט א קאר, און 12 שעה מיט א באס. &nbsp; דער פּראָבלעם פון יאַס, רומעניע איז, אַז דער עירפארט איז זייער קליין, און איז נישט געאייגענט פאר אסאך מענטשן, ווי אויך איז שווער צוצושטעלן טראנפארטאציע פון דארט.&nbsp; &nbsp; 2) נאך א נאנטע עירפארט צו אומאן איז אין קישינוב, מאָלדאָוואַ. דער וועג נעמט אַרום 8 שעה מיט א קאר, אָדער 12 שעה מיט א באס - חוץ פון די צייט ביים גרעניץ. (דער וועג נעמט אזוי לאנג, טראץ וואס עס גאנץ נאנט צו אומאן, צוליב וואס מען דארף ארומפארן די גאנצע "טראנסניסטריע" טעריטאריע פון מאלדאווע). &nbsp; די חסרון פון מאלדאווע איז אַז דאס איז אן אומסטאבילע און פּרימיטיווע לאנד, די שאסייען זענען נישט געבויעט פאר די געברויכן פון אזויפיל מענטשן, די אינפאראסטראקטור איז אַלט און צופאלן, די ראודס זענען צוהאקט, ווי אויך האבן אסאך געהאט פראבלעמען ביי זייער גרעניץ אין די לעצטע חדשים. מיט דעם אלעם האפן מיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף צוצושטעלן טראנפארטאציע אויך פון דארט.&nbsp; &nbsp; 3) נאך אַן אפציע (רעקעמאנדירט דורך אונז) זענען די עירפארטס אין פוילן. די פוילישע עירפארטס זענען דאס מערסטע צוגעפּאַסט צו קענען אקאמאדירן אסאך מענטשן בעז"ה, אויך איז דא דארט א באקוועמע באַן סיסטעם אריין קיין אוקריינא, וואָס מיר אַרבעטן שווער צוצושטעלן דורך די באן א וועג געשמאקע קיין אומאן לתועלת הציבור. מער אינפארמאציע דערוועגן וועט אי"ה נאָכפאָלגן. &nbsp; די נענסטע עירפארט אין פוילן צו אומאן איז ריישא, פון דארט נעמט די וועג 9 שעה מיט קאר אָדער 16 שעה מיט א באס (חוץ די צייט ביים גרעניץ - מיט א באן וועט עס געדויערן אי"ה אסאך שנעלער). &nbsp; אביסל ווייטער זענען די עירפארטס אין קראקע אָדער לובלין, פון ביידע נעמט די וועג אַרום 12 שעה מיט קאר אָדער 17 שעה מיט באס (חוץ די צייט ביים גרעניץ.) &nbsp; דערנאך איז דא דער גרויסער עירפארט אין פוילנ'ס הויפטשטאט ווארשע, וואס איז אַרום נאך איין שעה ווייטער. &nbsp; עירפארטס אין אנדערע אַרומיגע לענדער: בודאַפּעסט, אונגארן: מיט דירעקט פלייטס פון ניו יארק! די וועג קיין אומאן פון דארט נעמט 14 שעה מיט קאר אָדער 20 שעה מיט א באס. (חוץ די צייט ביים גרעניץ.) &nbsp; וויען, עסטרייך: אויך דירעקט פלייטס פון ניו יארק. די וועג פון דארט נעמט 16 שעה מיט קאר, אָדער 25 שעה מיט אַ באס (חוץ די צייט ביים גרעניץ). &nbsp; סלאָוואַקיע האט אַ קליינע עירפארט אין שטאט קאַשוי וואס געדויערט 13 שעה מיט א קאר און 17 שעה מיט א באס. (חוץ די צייט ביים גרעניץ) &nbsp; פלען איט רייט וויל קלארשטעלן אז זיי זענען דא בלויז צוצושטעלטן טראנספארטאציע און אינפארמאציע. אָבער דער באַשלוס אַריינצוגיין אַין א לאנד אין א מלחמה צושטאנד איז אויף אייער אחריות. כאָטש די געגענטער וואָס מיר דארפן דורכפארן זענען נישט ממש אין די מלחמה זאָנע, זענען זיי פארט אין אַ לאַנד וואס איז יעצט אין א מלחמה צושטאנד. &nbsp; פאלגענד זענען די אפציעס פון די סערוויס וואס מיר שטעלן צו דאס יאר:&nbsp; &nbsp; 1) מיר וועלן פארקויפן איינצעלע טיקעטס צו פארשידענע עירפארט אין די אַרומיגע לענדער (נישט קיין גרופ טיקעט). &nbsp; ביי דעם קענען מיר נישט גאראנטירטן די טראנפארטאציע אנצוקומען צום עירפארט; און מען דארף געדענקען אז היינט זענען רוב טיקעטס "נישט ריפאנדעבל", (אַלע קאָוויד ריפאנד פאליסיס זענען שוין עקספייערט, און דערפאר וועט די טרעוול אינשורענס נישט דעקן א נייע טיקעס אין פאל מען פארפאסט די פליגער). ווי אויך דארף מען געדענקען אז די געזעצן אריינצוגיין אין די לענדער האלטן זיך אין איין טוישן. &nbsp; 2) בעזר השם וועלן מיר היי יאר אויך צושטעלן אַ דירעקט טשאַרטער פלייט קיין ריישא מיט טראנפארטאציע פונעם עירפארט קיין אומאַן דורך א באקוועמע באַן, מיט בעטן, עסן וכדו'. דער באן איז נאך נישט באשטעטיגט אבער מיר האפן עס צו באשטעטיגן אי"ה אין די קומענדיגע צוויי וואכן. &nbsp; אויב די סיטואציע וועט זיך טוישן, וועלן מיר מעגליך טוישן די טשאַרטער קיין קישינוב, מאָלדאָוואַ (אדער גאר קיין אוקריינע) מיט באסעס קיין אומאַן. &nbsp; 3) מיר וועלן בעז"ה פארקויפן "גרופּ-טיקעטס" צו די איינע פון די עירפארטס אין די ארומיגע לענדער, מיט טראנספארטאציע פון דארט קיין אומאן פאר א מינאמאלע אָפּצאָל. (די אפציע וועט זיין גרייט אי"ה אין צוויי וואכן ארום). &nbsp; וויכטיג צו געדענקען פאר די וואס ווילן זיין צוריק אויף מיטוואך צום גדליה:&nbsp; מיר פרובירן צו ארבעטן אויף די בעסטע אופנים צו קענען צושטעלן די בעסטע וועגן פון און צוריק צום לופטפעלד, מיר קענען אבער נישט נעמען דעם אחריות דערויף. דאס הייסט, אז אפילו מיר שטעלן צו די טראנפארטציע, איז מעגליך אז די וועג וועט נעמען לענגער, אדער מען קען ווערן אויפגעהאלטן ביים גרעניץ, און עס איז נישט מעגליך מיר זאל פארזיכערן אז איר וועט קענען כאפן אייער פליגער באצייטענס. און מיר וועלן נישט באצאלן פאר פרישע טיקעטס. &nbsp; מיר קענען בלויז נעמען אחריות אויף די טשארטער, וואס דארט האבן מיר די מעגליכקייט בעז"ה אויפצוהאלטן דעם פליגער אויב מען זעט אז די וועג אדער דער דורכגאנג ביים גרעניץ געדויערט לענגער ווי ערווארטעט.&nbsp; &nbsp; מיר ראטן דערפאר צו נעמען לכתחילה א פליגער אויף דאנערשטאג, אויב איר נעמט נישט דעם טשארטער. (נעמט אין אכט: אז עס וועט זיין זייער שווער צו כאפן א פרישע פליגער, אויב איר פארפאסט אייער פליגער מיטוואך, צוליב די ווייניג פליגערס וואס פליען) &nbsp; הצלחה, און בשורות טובות.&nbsp; &nbsp; ביז דא איז די מעלדונג פון "פלען איט רייט" מיט די פילע דעטאלן און אפציעס וואס זיי האבן ארויסגעשטעלט, פון וואס יעדער קען זיך אויסוועלן די אפציע וואס איז אים דאס מערסטע צוגעפאסט. מיר האפן בעז"ה צו האלטן אינפארמירט אנשי שלומינו דא אויף אונזער וועבסייט, יעדעס מאל עס ווערט סיי וועלכע אפדעיט בנוגע דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן. &nbsp; ווי שוין באריכטעט גייט ווייטער אן די בוי ארבעט ביים בנין פון אנשי שלומינו אין אומאן, און מיט'ן תפילות וועט דער אייבערשטער העלפן אז אויך היי יאר, וועלן מיר זוכה זיין צו זיין ביים רבינ'ס ציון אויף ראש השנה, און אויספועלן א גוט יאר. &nbsp; מי יתן לי אבר כיונה, אעופה ציון הקדוש אומנה!

    < זעה מער יז סיון תשפ"ב 📝
  • א שטיקל זוהר מיטן ראש ישיבה

    דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט די וואך אין א בריוו אז ער בעט שוין דעם אייבערשטן פאר איבער צען יאר ער זאל זוכה זיין צו שרייבן א פירוש אויפן הייליגן זוהר. דער אייבערשטער האט געהאלפן אז יעצט איז עס ברוך השם צושטאנד געקומען בפועל. &nbsp; דאס יאר יאר ל"ג בעומר איז דער ראש ישיבה שליט"א געווען אין מירון ביים הייליגן ציון פון תנא האלוקי רשב"י דער מחבר פונעם הייליגן זוהר הקודש, און דארט אין מירון האט דער ראש ישיבה שליט"א געמאכט א סיום אויפן תיקוני זוהר, וואס דער ראש ישיבה לערנט כסדר. אין א בריוו פון מירון דעם יאר האט דער ראש ישיבה געשריבן א חידוש וואס איז אים בייגעפאלן אויפן תיקוני זוהר. &nbsp; נאך ל"ג בעמור האט דער ראש ישיבה געזאגט פארן "מכון עצתו אמונה" אז ער וויל אנהייבן שרייבן יעדע וואך א שטיקל אויף זוהר, אז עס זאל ארויסקומען יעדע וואך, צוערשט האט דער ראש ישיבה געטראכט אז מען זאל עס מיטלייגן מיטן וועכענטליכן עצתו אמונה גליון, אבער דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן אז ער וויל אז עס זאל ערשיינען באזונדער אלץ א גליון פאר זיך. &nbsp; דער פירוש פונעם ראש ישיבה איז א נייע פירוש, וואס צילט צו ווייזן פאר יעדן איד וואס דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי וויל אונז לערנען אינעם זוהר. דער היילגער זוהר איז פול מיט חיזוק ווי שטארק דער אייבערשטער פריידט זיך מיט יעדן איד, און ווי גרויס און חשוב יעדע מצוה איז, וואס פאר א רעש יעדע גוטע מחשבה אדער רצון פון א איד מאכט ביים אייבערשטן, און אזוי ווייטער. אויף דעם שניט לויפט דער פירוש, אלעס איז מיטן ציל עס זאל ליכטיג מאכן פאר אידישע קינדער. &nbsp; דער ראש ישיבה זאגט, אז צומאל טוען היינטיגע מפרשים צולייגן א ווארט דא אדער דארט, וואס אנשטאט דער שטיקל זוהר זאל מחזק זיין און מעודד זיין קען עס ח"ו טון דאס פארקערטע, און וואס מאכן שפירן כאילו דער זוהר רעדט נישט צו זיי. צום ביישפיל אז דער זוהר הקודש שרייבט איבער די גרויסקייט פון א מצוה, קענען זיי צומאל זיך צופייערן און צושרייבן "א מצוה לשמה", אדער "א מצוה ווי עס דארף צו זיין". דער ראש ישיבה שליט"א וויל אז די חיזוק פון הייליגן רבי שמעון זאל גרייכן צו יעדן איד, און זאל אים אויפהייבן, און אים ווייזן דעם וועג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן. &nbsp; די פייערדיגע מפיצים פון ארץ ישראל האבן זיך תיכף צוגעכאפט דערצו, און געטענה'ט למה נגרע, און האבן זיך תיכף גענומען צו די עבודה, און מען טייטשט עס שוין איבער יעדע וואך אויך אויף לשון הקודש. &nbsp; די איינגעשריבענע פריים מעמבערס וואס באקומען אלעס וואס דער קרן הדפסה דרוקט, באקומען עס שוין צוגעשיקט צום טיר יעדע וואך. אויך קען מען עס באקומען יעדע וואך ביי די מפיצים. &nbsp; בהאי חיבורא דאיהו ספר הזהר, יפקון ביה מן גלותא" (זוהר נשא צ)

    < זעה מער טז סיון תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 931 to 945 of 1723 results

1 2 ... 60 61 62 63 64 65 66 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com