Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אינגערמאן פון קרית ברסלב ערוועלט צום "ליבערטי פלענינג באורד"

    פון קרית ברסלב קומט אריין די גוטע נייעס, אז איינע פון די חשוב'ע תושבים מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו איז אויסגעקליבן געווארן דורך די טאון באאמטע צו ווערן א חלק פון זייער "פלענינג באורד". מען זעט די סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט; עס זענען קוים דורך צוויי יאר זינט אנשי שלומינו האבן זיך אנגעהויבן ארויסציען קיין ליבערטי, וואו מען האט אויפגעשטעלט א שטעטל אויפן רבינ'ס נאמען. זומער שנת תשע"ט זענען ארויסגעקומען די ערשטע צען משפחות, מען האט גלייך געעפנט א חדר און א סקול פאר די קינדער ווי מען איז מחנך די קינדער מיט אמונה און יראת שמים אויפ'ן וועג פון רבי'ן, און זינט דאן קומען כסדר צו פרישע משפחות צום שטעטל, און קינדער צו די מוסדות קע"ה. אלע וואונדערן זיך, "וואס איז דער סוד פונעם ברסלב'ער שטעטל? ווי אזוי בליט עס אזוי שיין? יעדע וואך ציען זיך ארויס נאך משפחות, עס האלט שוין ביי קרוב צו הונדערט משפחות כן ירבו; וואס איז זייער סוד? וואס איז פשט אז אינגעלייט פון שטעטל זיצן שוין ביי מיטינגען פון די רעגירונג?", דער ענטפער איז "תפילה"! אין דעם שטעטל גייט אלעס נאר דורך תפילה; נישטא קיין שטיינדל אין שטעטל וואס זאל נישט ליגן אונטער דעם תפילה. חשוב'ע ליינער, גלייבט נישט וואס מיר שרייבן, גייט אליינס אריבער אין שטעטל, און כאפט א שמועס מיט די איינוואוינער, וועט איר זיך איבערצייגן אז וואס איר ליינט איז אמת, איר וועט שטיין מיט אן אפענעם מויל ווען איר וועט הערן די וואונדערליכע "מעשיות פון תפילה" פון פשוט'ע אינגעלייט; אינגעלייט וואס ארבעטן ביטער שווער צו ברענגען פרנסה - האבן די השגה וואס צדיקים האבן משיג געווען נאך שווערע עבודות. דאס איז דער כח פון הייליגן רבי'ן וואס לאזט זיך אראפ צו אונז גאר פשוטע מענטשן און ברענגט אונז צו די הויכע זאכן. דער נייער פלעניג באורד מיטגליד מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו איז א תלמיד פון ראש ישיבה, ער האט זיך מוסר נפש געווען ביי די דרייצן יאר צו קומען לערנען אין ישיבה תפארת התורה, זיינע עלטערן - אזוי ווי אלע עלטערן וואס הערן לשון הרע אויפן ישיבה - האבן נישט געוואלט ער זאל דארט לערנען, מען האט אים זייער געפייניגט אויף פארשידענע אופנים, ווען זיי האבן איינגעזען אז גארנישט העלפט נישט, דער בחור מנחם איז שטארק ווי א לייב, ער וויל לערנען נאר אין ברסלב - האבן זיי אים אריינגעלייגט אין תפיסה ער זאל נישט קענען קומען אין ישיבה, ביז די שטאט האט זיך אריינגעמישט, מיט די הילף פון עסקנים און מיט די הילף פון א גרויסע לאיער האט מען אים אריינגעלייגט אין ישיבה. געווענליך איז מען געוואוינט אז די אלע שושקעס, די וויכטיג מאכערס וואס שטופן זיך אריין ביי די הויכע פענסטערס - זענען אינגעלייט וואס לערנען נישט און דאווענען קוים, זיי טראכטן אז אזוי וועלן זיי טרעפן סיפוק פאר זייער הונגעריגע נשמה, די בארד און פיאות ווערט נעבעך קערצער און ווייניגער. א.א.וו. אין ברסלב איז עס אנדערש, דייקא די פלייסיגע אינגעלייט וואס פארפעלן נישט זייערע שיעורים כסדרן, זיי לערנען בהתמדה רבה, - די אינגעלייט וואס האבן שיינע פיאות מיט א פולע בארד - זענען די עסקנים און טוערס. אונזער מו"ה מנחם הי"ו האט נישט לאנג צוריק זוכה געווען צו מסיים זיין די ניין און ניינציגסטע מאל ששה סדרי משנה. דער אייבישטער זאל העלפן אז מו"ה מנחם הי"ו זאל מצליח זיין אין דעם נייעם אמט, און קענען העלפן אידישע קינדער א גאנץ לעבן בכלל, ובפרט זאל ער קענען שטיין צו הילף פאר'ן ברסלבער שטעטל, עס זאל זיך קענען בויען אן א שטער, און ער זאל נושא חן זיין בעיני אלקים ואדם. 🎦 מוהרא"ש ביים שבע ברכות אין ישיבה פאר מנחם נ"י, מוצש"ק תרומה תשע"ג

    < זעה מער ל שבט תשפ"ב 📝
  • בית החיים אין קרית ברסלב ליבערטי

    נאך א רינגל אין די קייט פון פעולות אראפצושטעלן אלע געברויכן וואס א אידישע קהלה דארף האבן, האט דער ראש ישיבה געבעטן מען זאל אויפשטעלן א "בית החיים" אין שטעטל, יעדע מענטש דארף איין טאג פארלאזן די וועלט, איז דאס פון די גאר וויכטיגע זאכן. די הנהלה האט אראפגערופן הרה"ח ר' חיים שלמה וויינשטאק הי"ו, א גרויסע מומחה אין צוגרייטן בתי חיים, און איז פון די לאנגיעריגע אקטיווע מיטגלידער אינעם סאטמארן חברא קדישא שוין איבער פופציג יאר לאורך ימים, און האט שוין געהאלפן אסאך קהילות קדושות מיט אהערשטעלן בתי חיים אין פארשידענע געגענטער. אויך האט ער געהאט די זכיה אנטייל צו נעמען אין די פעולות פון מקדש זיין דעם בית החיים אין קרית יואל, נאכן פטירה פונעם הייליגן סאטמארער רבי זי"ע. ר' חיים שלמה איז אראפגעקומען אין שטעטל, און איבערגעגאנגען מיט די הנהלה פילע שטחים וואס מען קען אפשר נוצן. ער האט באטראכט פון אלע ריכטונגען וועלכעס איז מער פאסיג פאר א בית החיים, ער האט גענומען סעמפלס פון די ערד, און דורכגעטון וואו עס איז פראקטישער, בעסער פינאנציעל, און גרינגער לעגאל אויפצושטעלן א בית החיים. אויך האט מען דורכגעשמועסט מיט ר' חיים שלמה נ"י פילע הוראות וואס עס איז נוגע ווען מען מאכט א נייע בית החיים, און האט פארשפראכן צו שטיין צו הילף פארן ראש ישיבה מיט אלעס וואס עס וועט נאר אויספעלן. צום סוף איז געבליבן צוויי שטחים וואס זענען פאסיג פאר א בית החיים, פון וועלכע דער ראש ישיבה האט אויסגעקליבן דעם גרויסן שטח אויף רעדקליף ראוד ביים אריינגאנג פון שטעטל. אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען אויס די לעגאלע חלקים, אזוי אויך זיצט מיט אינדשענירן, אויסצוארבעטן וויאזוי אהערצושטעלן דעם בית החיים אויפן בעסטן אופן בעזרת השם יתברך.

    < זעה מער כט שבט תשפ"ב 📝
  • היכל הקודש בראכפעלד מודיעין עלית

    די פייער פון הפצה וואס ברענט ביי די פרישע מקורבים איז נישט צום באשרייבן. "פארוואס האב איך נישט געוויסט פון ברסלב ביז יעצט?! איך וואלט מיך געשפארט אזוי פיל שברי לב און עגמת נפש ווען איך ווייס פון הייליגן רבין ביז יעצט" זאגן זיי. און זיי באשליסן אז "איך וועל נישט האלט דעם סוד ביי מיר, איך וועל זיך מוסר נפש זיין און געבן די געלעגענהייט פאר נאך אידן צו וויסן און געניסן פון די גוטע הייליגע עצות פון הייליגן רבין". די מפיצים גייען ארום מיט גרויס פלייס אין די שטובער און אין די שולן, מען איז מפיץ די הייליגע ספרים, קונטרסים, סידיס, קארטלעך, א.א.וו. און אזוי קומט צוביסלעך צו נאך און נאך טייערע בחורים און אינגעלייט וואס הייבן אן צו לעבן מיט הייליגן רבין, שוין א שטיק צייט וואס די שיינע חבורה אין שטאט גייען אן מיט גרויס הצלחה עס קומען זיך כסדר צוזאם א שיינע קיבוץ אידן זענען זיך מחזק זיין מיט די עצות פון הייליג'ן רבי'ן, אויף די וועג וויאזוי דער ראש ישיבה חזר'ט עס מיט אונז. די טייערע בחורים קומען זיך צוזאם יעדע מיטוואך נאכט, מען זינגט צוזאמען די שיינע אידישע ניגונים וואס איז נתחבר געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, דערנאך שמועסט מען אינאיינעם שיינע מעשיות פון תפילה און הפצה. די אינגעלייט האבן געמאכט א קביעות זיך צוזאם צו קומען יעדע צווייטע וואך זונטאג נאכט, מען זינגט צוזאמען און מען שמועסט זיך אדורך וואס מיר באקומען דא אין היכל הקודש, און וויאזוי מען קען ווייטער אנגיין מיט די אלע הייליגע עצות וואס מיר באקומען. און דערנאך הערט מען א שיעור פונעם ראש ישיבה וואס ווערט געגעבן פאר די אינגעלייט יעדן ליל ששי אין וויליאמסבורג. אויך די חשובע פרויען קומען זיך צאם יעדע צווייטע וואך, וואו מען איז זיך מחזק אינאיינעם צו טוהן די רצון ה' ווי דער הייליגער רבי זיינע תלמידים האבן אונז געלערענט, בפרט מיט די הדרכות אין שלום בית וואס דאס איז געווען ביים רבי'ן א יסוד היסודות. דערנאך הערט מען א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א געגעבן געווארן ספעציעל פאר די חשובע פרויען. יעדע שבת קודש נאכמיטאג קומען זיך צאם אלע אנשי שלומינו ווי מען פראוועט אינאיינעם א געהויבענעם שלש סעודות, ווי מען זינגט די זמירות אינאיינעם בדיבוק חברים, און מען הערט שיינע דברי תורה והתחזקות פונעם הייליגן רבין. אנשי שלומינו האפן און זענען מתפלל מען זאל שוין עפענען א געהעריגע בית המדרש אין שטאט, מיט א ספר תורה ווי מען וועט קענען דאווענען אלע תפילות שבת קודש. אנשי שלומינו אין בראכפלעד מודיעין עילית זענען זיך צוזאם געקומען און אפגעראכטן א שיינע יארצייט סעודות אין טאג פון יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע, ווי מען האט גע'חזר'ט די זיסע עצות וואס ער האט איבערגעלאזט בירושה פאר גאנץ כלל ישראל, בפרט האט מען זיך מחזק געווען מיט די זיסע עצה פון "רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך", וואס דאס איז א עצה פאר אלע פראבלעמען וואס מען האט נאר אין לעבן. ביים יארצייט האט מען געהערט שיינע דיבורים פון מו"ה אברהם משה בארדוגא הי"ו, וואס האט געהאט די זכיה צו משמש זיין בקודש ביי מוהרא"ש זי"ע, וואס האט פארציילט גאר שיינע מעשיות וואס ער האט פערזענליך מיטגעלעבט ביי מוהרא"ש, און ארויסגעברענגט וויאזוי יעדער איינער וואס איז נאר געקומען צו מוהרא"ש האט אנגעהויבן לעבן א נייע סארט לעבן, א לעבן פון אמונה, א לעבן פון תורה ויראת שמים, אן ערליכע לעבן אין שטוב, און אזוי ווייטער, און אז דאס איז געווען די שטרעבן פון מוהרא"ש זיין גאנץ לעבן, וויאזוי מען קען צוריקברענגן נאך א איד צום אייבערשטן. מו"ה שלמה ווייס הי"ו האט מסיים געווען ברבים ששה סדרי משנה, און גלייך דערנאך האט מען געהערט א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס ער האט געזאגט פאראיאר ביים סעודת הילולא - פון וואס דער עולם איז ארויס מלא חיזוק. נאכ'ן סעודה האבן זיך אנשי שלומינו ארויסגעלאזט קיין יבנאל צום הייליגן ציון פון מוהרא"ש זי"ע, וואו מען האט גע'פועל'ט ישועות און רפואות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל. 💬 א בריוו פון ראש ישיבה צום חבורת היכל הקודש בראכפעלד מודיעין עילית

    < זעה מער כח שבט תשפ"ב 📝
  • פרישע אלבום פון ניגונים פון ראש ישיבה ווערט צוגעגרייט

    עס איז אונז א פרייד צו לאזן וויסן פארן חשובן ציבור, אז די ארבעט אויפן לאנג ערווארטעטער אלבום אין דער סעריעס פון "טאנץ מיט אמונה" גייט אן אין פולן שוואונג, און עס איז שוין בעז"ה נענטער ווי ווייטער די ערשיינונג פונעם העליכן אלבום. טראץ דעם וואס די פריערדיגע אלבומס זענען אויך אריינגעלייגט געווארן גרויסע כחות, סיי אין די מוזיק, סיי אין די ניגונים, סיי אין די אינהאלט איז אבער ביי דעם נייעם אלבום אריינגעלייגט געווארן נאך פיל מער כחות. מען האט ב"ה באוויזן צוזאם צושלעפן די בעסטע מוזיקאנטן אין די אידישע מארקעט פון אמעריקע און ארץ ישראל, עס וועט זינגען דערויף א הערליכע כאר, אזוי אויך ווערן צוגעגרייט הערליכע ניגונים, ועל כולם א גאר גאר רייכע תוכן פון ניגונים, וואס וועקן אויף א מענטש זיך צוריקצוקערן צום אייבערשטן, בלאזן אריין א חיות אין אידישע קינדער, און געבן אריין א ליבשאפט צום אייבערשטן און זיין תורה. "טוב לאדם להרגיל את עצמו להחיות את עצמו בכל פעם על ידי איזה ניגון לשמח את נפשו ולדבק את עצמו לה' יתברך" (שיחות הר"ן רע"ג) 💿 הערליכע סידיס וואס וועלן אייך מחיה זיין

    < זעה מער כה שבט תשפ"ב 📝
  • פילע שיינע הפצה קארטלעך שוין דא צו באקומען

    צווישן די פילע ספרים קונטרסים און סידיס אויפן ברסלב סענטער וועבסייט שטארט ארויס אן אייגענארטיגע קאלעקשאן פון "הפצה קארטלעך", במשך די לעצטע יארן ערשיינט כסדר נייע און פרישע קארטלעך מיט וואס די מפיצים פלעגן ארומגיין און פארשפרייטן צווישן אידן. &nbsp; די וועלט בלייבט נישט שטיין. דער בעל דבר ארבעט אויף קעסל און כלים אריינצושלעפן אידן אין זיין נעץ, זה לעומת זה עשה אלקים, דער אייבערשטער האט אראפ געשיקט דעם הייליגן רבין וואס האט די עצות און מיטלען זיך צו שלאגן מיטן סמ"ך מ"ם, און זיינע תלמידים די הייליגע מפיצים רוען אויך נישט. פאר עטליכע אינגעלייט פון אנשי שלומינו איז בייגעפאלן א געדאנק צו מאכן פארשידענע "קארטלעך", די מפיצים וועלכע גייען ארום און פארטיילן עס פון מענטש צו מענטש זאגן אז דאס האט שוין געראטעוועט אומצאליגע אידישע קינדער פון אריינפאלן אין טיפן אפגרינד ר"ל. &nbsp; צוליב די גרויסע פארלאנג, האט דער "ברסלב סענטער געשעפט" ארויפגעלייגט א שיינע קאלעקשאן פון "הפצה קארטלעך", וואס ווערט כסדר אפדעיטעד מיט פרישע ווערסיעס, מיט וואס פילע אידן פון איבער די וועלט זענען זיך מחיה ווען זיי קענען עס באשטעלן אויפן וועבסייט, און עס באקומען צוגעשיקט צו זייער טיר פאר די מינימאלע פרייז פון $2.99 א פעקל פון 100 הערליך קאלירטע ציענדע קארטלעך. &nbsp; די קארטלעך זענען געמאכט פאר פארשידענע צייטן, אדער מענטשן, עס זענען דא קארטלעך פאר פסח, און פורים, אזוי אויך א קארטל פאר פרויען, א קארטל אויף ענגליש, און עטליכע קארטלעך וואס איז גוט פאר יעדעם א גאנץ יאר. &nbsp; קלויבט אייך אויס וואס איר דארפט און באקומט עס דעליווערט צום טיר בעזרת השם. &nbsp; 💳 א ברסלבע חסיד ווערט נישט נערוועז פון זיין ווייב 💳 א ברסלבע חסיד הייבט אויף די טעלעפאן ווען זיין ווייב רופט 💳 א ברסלבע חסיד רעדט שיין צו זיין ווייב 💳 זיך גט'ן איז נישט די עצה 💳 א כשרן פסח 💳 פורים אויף קול ברסלב 💳 הפצה קארטלעך פאר פרויען 💳 זייט אייך מחיה - עצתו אמונה &nbsp; 💳 ענגליש חיזוק יומי קארטל &nbsp;

    < זעה מער כד שבט תשפ"ב 📝
  • מען גרייט זיך צום ענדיגן דעם מקח פונעם בנין קרן הדפסה היכל הקודש

    גאר פרייליכע נייעס קומט אריין פון די אפיסעס פון "קרן הדפסה היכל הקודש" אז אין געציילטע וואכן גייט מען שוין ענדיגן דעם מקח אויפן נייעם בנין, אויף וואס מען קוקט שוין אזוי שטארק ארויף פאר די לעצטע האלבע יאר, כדי צו קענען מרחיב זיין גבולי הקדושה ביתר שאת וביתר עז. &nbsp; יעצט אז מען האלט שוין ברוך השם דא, בעט מען אנשי שלומינו זאלן אנטקעגן קומען די עסקנים פון "קרן הדפסה" און געבן פאר דעם גרויס צדקה, ווייל עס פעלט נאך ארום הונדערט טויזענט דאלער צו קענען שליסן דעם דיעל. &nbsp; אין דעם בנין וועט מען מיט אייבערשטנ'ס הילף נאך אסאך מער פארברייטערן די הייליגע ארבעט פון דרוקן פאר פארשפרייטן די הייליגע ספרים. יעצט האט מען די איינמאליגע געלעגענהייט צו קויפן א זכות אין דעם בנין, און די אלע הפצה אקטיוויטעטן וואס וועלן ארויסקומען פון דעם נייעם בנין וועט גיין אויף אייער זכות. &nbsp; פארן פארן קיין אומאן האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן א בריוו ווי ער בעט אנשי שלומינו אנטייל צו נעמען אין די קויפן דעם בנין, אט איז אויסצוגן פון דעם בריוו: &nbsp; "הודו לה' כי טוב אז מיר זענען אריין אין קאנטראקט צו קויפן א גרויסער בנין פאר קרן הדפסה היכל הקודש, וואו מען וועט פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ליכטיגקייט פאר די גאנצע וועלט. &nbsp; איך בעט אייך אלע, נעמט א חלק אין די מצוה; זייט א שותף אין די הייליגע ארבעט. טייערע חברים תלמידי היכל הקודש, נעמט א חלק אין די גרויסע ירושה, נעמט א חלק אינעם נייעם בנין לקרן הדפסה וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט. &nbsp; מוהרא"ש שרייבט אפאר טעג פאר זיין הסתלקות: איך האב איבערגעלאזט א ירושה 'שאלות ותשבות אשר בנחל' זיבעציג טויזנט בריוו,&nbsp; בעט איך אלע אנשי שלומינו, העלפט מיר דרוקן אלע בענדער אשר בנחל, &nbsp; יעדער זאל נעמען א באנד צו דרוקן, "וְזֶה הַיְרוּשָׁה הַיְחִידִית שֶׁהִשְׁאַרְתִּי מִמֶּנִּי", דאס איז די איינציגסטע ירושה וואס איך לאז איבער נאך מיר; זאלסטו העלפן דרוקן אשר בנחל, וועסטו האבן א חלק אין די ירושה" &nbsp; רופט אריין און נעמט א שותפות אינעם בנין Ext 103 718-387-2691 פתח לנו שער בעת נעילת שער!&nbsp; &nbsp; 💳 מען קען זיך משתתף זיין אנליין דא 📰 א הערליכע בראשור צום קאמפיין "המזכים" לטובת דעם בנין פון קרן הדפסה 🤡 גרייט אייך אויף פורים מיט ברסלב סענטער

    < זעה מער כד שבט תשפ"ב 📝
  • ברסלב סענטער נעמט שוין ענדליך אן ספאנסערשיפּס

    דער ברסלב סענטער וועבסייט וועלכע גייט שוין אן פאר עטליכע יאר, און וואקסט און פארברייטערט זיך מיט יעדן טאג, מיט אקטיווע פלענער צו פארטאפלען און פארשענערן און צולייגן נאך און נאך אפציעס.&nbsp; &nbsp; איינע פון די גרויסע און קאסטבארע פראיעקטן איז א "ברסלב סענטער טעלעפאן עפפ" וואס האלט שוין ברוך השם ביי די לעצטע שטאפלען, און וועט גאר בקרוב מיט אייבערשטנס הילף פארטיג ווערן. &nbsp; דער וועבסייט וואס ווערט אפדעיטעד יעדן טאג ב"ה מיט נייעס, בריוו, שאלות, בילדער, שיעורים, קליפס, גליונות און נאך קאסט גאר אסאך אויפצוהאלטן, פאר א מינימאלע פרייז קען מען קויפן דער זכות פון א טאג "פרנס היום", וואך "פרנס השבוע", און חודש "פרנס החודש" וואס וועט באצאלן די הוצאות פון אויפהאלטן דעם וועבסייט. &nbsp; וואס קען זיין א גרעסערע צדקה פון געבן פאר הפצה? דער וועבסייט איז פון די גרעסעטע הפצה אפאראטן וואס איז נאר פארהאן, דער וועבסייט ציעט צו זיך שווערע טויזנטער באזוכער פון די איבער גאנצע וועלט, פילע וועלכע האבן נישט די געלעגענהייט צו קומען פערזעליך אין א בית המדרש היכל הקודש, און הערן פערזענליך א שיעור פון ראש ישיבה, זיצן ביי זיך אין אפיס און שלינגען מיט דורשט די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א פון די שיעורים און בריוו און באקומען חיות און הדרכה וואס באלייכט זיי זייער לעבן. &nbsp; איר קענט יעצט גיין צום מעין פעידזש פונעם וועבסייט און טרעפן דעם פרישן קנעפל "זייט אייך משתתף" ווי איר וועט קענען מנדב זיין וויפיל איר קענט כברכת השם אשר נתן לך. &nbsp; די גרעסערע נדבות ווי פרנס השבוע און פרנס החודש קען מען אויך באצאלן אין פעימענטס. &nbsp; ווען איר געבט אייער נדבה, געדענקט אויסצוקלויבן אייער טאג/וואך/חודש. אין די צייט פון א יארצייט פון די עלטערן/זיידעס/צדיקים לויט אייער באגער, אדער אין צייט פון א שמחה אדער במקום סעודות הודאה, און טוט א נחת רוח פאר רבונו של עולם מיטן שטיצן דעם וועבסייט וואס איז מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן אויף אזא פארנעם.

    < זעה מער כג שבט תשפ"ב 📝
  • שבת התוועדות פרשת ויקרא הבעל"ט

    ווי שוין געמאלדן וועט דער שבת התוועדות סיום סדר מועד פארקומען שבת פרשת ויקרא הבעל"ט, ווען מען וועט זיך צוזאמנעמען אינאיינעם אויף גאר א געשמאקע שבת, צוגעשטעלט אויף א הערליכן און געשמאקן פארנעם, אין די פראכטפולע קראון פלאזא סטעמפארד האטעל. די עסקנים האבן געמאלדן אז עס ווארט א הערליכע שבת, מען וועט פארברענגען בשבת אחים, דאווענען אינאיינעם, עסן די סעודות שב"ק און זינגען זמירות שב"ק, הערן דרשות התחזקות, פון וואס מען וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף באקומען התחזקות און כח אנצוגיין פאר זיך און פאר די גאנצע פאמיליע פאר א לאנגע צייט. די עסקנים האבן אפגעדינגען דעם גאנצן האטעל מיט אלע צימערן, פון וואס פילע צענדליגע זענען שוין אויסגעכאפט געווארן. די "עירלי ביורד ספעשל" פון $985 פאר א פארפאלק, ענדיגט זיך דעם היינט זונטאג פרשת משפטים, נאכדעם וועט די פרייז ארויפגיין צו $1085 פער קאפל. רופט שוין 347-415-2888 זיך צו פארזיכערן מיט די ביליגע פרייז. מען קען איבערגעבן דאס געלט ביי: קרית יואל/מאנסי: מו"ה אלי קנאל הי"ו וויליאמסבורג/בארא פארק: מו"ה ליפא שווארץ הי"ו קרית ברסלב: מו"ה ארי פיש הי"ו השבת נועם הנשמות! 📰 ספר קדושת ישראל

    < זעה מער כא שבט תשפ"ב 📝
  • ספר "קדושת ישראל" פון מוהרא"ש הערליך איבערגעדרוקט שוין דא צו באקומען

    הודו לה' כי טוב, אז נאך אסאך יאר זינט מוהרא"ש זי"ע האט צום ערשטן מאל געדוקט דעם הייליגן ספר "קדושת ישראל" אויפן בעסטן און שענסטן אופן וואס מען האט דעמאלטס געקענט, איז עס יעצט איבערגעדרוקט געווארן מיט די היינטיגע מעגליכקייטן גאר גאר שיין. נאך שווערע ארבעט פון עטליכע חדשים, וואס מען האט איבערגעטייפט דעם גאנצן ספר, מען האט פריש מנקד געווען און פריש איבערגעקוקט אלע מראי מקומות און מגיה געווען פון אלע טעותים וואס האט זיך נאר געקענט מאכן, האט מען יעצט ב"ה מצליח געווען, אז עס איז ארויסגעקומען א הערליכע ספר, סיי דער דרוק, און סיי דער הערליכע דעקל וואס ציעט צום אויג. דער ספר "קדושת ישראל" רעדט זייער שטארק איבערן ענין פון "קדושת הברית", אלע וואס האבן געלערענט דעם הייליגן ספר זענען עדות, אז דער ספר איז ממש "ביטול הבחירה". כאטש אלע ספרים פון מוהרא"ש זענען זייער שטארק, איז אבער דער ספר ממש אן אויסנאם. עס ווערט פארציילט אז מוהרא"ש האט געזאגט פאר דער וואס האט געדרוקט דעם ספר צום ערשטן מאל, "וועסט האבן דערויף גאר אסאך מניעות... ביסט גרייט דערויף?"... דער פריש איבערגעדרוקטע ספר "קדושת ישראל" קען מען שוין קויפן אויפן וועבסייט, ווי מען קען עס באקומען דעליווערט צום טיר ביז געציילטע טעג. אזוי אויך זענען דא פילע נייע ספרים אויפן וועבסייט צווישן אנדערע קען מען יעצט טרעפן: 📖 ספר קדושת ישראל $16.99 📖 ספר אשר בנחל אידיש חלק ו' $2.99 📖 ספר אשר בנחל אידיש חלק ה' $2.99 📖 ספר אשר בנחל אידיש חלק ד' $2.99 📖 ספר ארך אפים - אוצר הסבלנות $2.99 📚 קונטרס אן אנגעמענע לעבן $1.49 📚 קונטרס The Sky Is The Limit $1.99 📚 קונטרס קלאפ זיך נישט אראפ $1.49 📚 קונטרס עס וועט דיר נאך לעטיג ווערן $1.49 📚 קונטרס לאז נישט נאך $1.49 📚 קונטרס הכרת הטוב $1.49 📚 קונטרס דערלעבט ברך השם $1.49 📚 קונטרס דער ריכטיגער שלום $1.49 📚 קונטרס דער אוצר איז ביי דיר $1.49 📚 קונטרס הייבט אייך אידעלעך $1.49 &nbsp;

    < זעה מער יח שבט תשפ"ב 📝
  • צום יארצייט י"ז שבט: פרעזענטאציע פון די לענבנס געשיכטע פון מוהרא"ש

    הקדמה דא וועט איר בעזרת השם קענען מיטהאלטן א הערליכע פרעזענטאציע פון די לעבן פון מוהרא"ש זכרונו לברכה. מיר וועלן בעזה"ש דורכגיין זיינע אינגע יארן אין ירושלים עיה"ק, זיינע בחורישע יארן אין די בראנקס, ווי ער האט געטראפן א ברסלבע ספר, וואס האט געטוישט זיין לעבן. וואס עס האט פאסירט נאך זיין חתונה, ווען בחורים האבן אנגעהויבן צו קומען צו אים און געבעטן עצות און הדרכה. מיר וועלן דורכשפאצירן פילע שטורמישע קאפיטלען פון דאס לעבן פון מוהרא"ש, וואס האט גענומען פאר זיך זיין ציל אין לעבן אריינצוברענגען די זיסע און געשמאקע לימודים פון הייליגן רבין צו יעדן איד אויף דער וועלט. מיר וועלן מיטהאלטן וואס עס איז אריבער אויף מוהרא"ש אין די זעכציג יאר וואס אלעס האט זיך געדרייט ארום דעם איינע מחשבה "וויאזוי קען איך העלפן נאך א איד זיך דערנענטערן צום אייבערשטן?". קאפיטל א': מוהרא"ש'ס נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט &nbsp; זיינע עלטערן מוהרא"ש זי"ע איז געבוירן געווארן אין שטאט תל אביב אום כ"א אייר יאר ת"ש לפ"ק, צו זיינע הייליגע עלטערן הגה"צ רבי מנחם זאב שיק זצ"ל, דער טאקאיער רב, און צו זיין מאמע הרבנית הצדקת מרת מלכה ע"ה די טאכטער פון הגאון רבי חיים שלמה זלמן מאשקאוויטש זצ"ל, דער טאקאיער רב. זיינע עלטערן זענען קורצליך פריער אנגעקומען פון אונגארן פון וואו זיי זענען אנטלאפן, נאכדעם וואס די מצב דארט איז געווארן אומדערטרעגליך. &nbsp; אין ירושלים מוהרא"ש'ס עלטערן האבן געזען אז תל אביב איז נישט א פאסיגע פלאץ וואו אויפצוציען אן ערליכער דור, האבן זיי זיך געצויגן קיין ירושלים עיה"ק, ווי פילע ערליכע אידן האבן געוואוינט. ווען דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל אין יאר תש"ה, האט דער סאטמערער רבי געשטעלט מוהראש'ס טאטע אלץ ראש ישיבה פון "ישיבה יטב לב" וואס ער האט דאן געגרינדעט אין ירושלים. ביי די דריי יאר אלט, איז מוהרא"ש אריינגעגאנגען אינעם באקאנטן ירושלימער חדר "תלמוד תורה עץ חיים", וואס איז געגרינדעט געווארן דורך הגאון רבי שמואל סאלאנט זי"ע. &nbsp; די חדר יארן אין כיתה ג' האט מוהרא"ש געהאט א מלמד א ברסלבער חסיד, רבי יעקב קאלמאנאוויטש ז"ל וואס מען האט גערופן "רבי יענקל מלמד", רבי יענקל איז געווען א תלמיד מובהק פון רבי אברהם שטערנהארץ ז"ל (אן אייניקל פון הייליגן רבי נתן). דער מלמד רבי יענקל פלעגט יעדן פארטאגס זיך מתבודד זיין אסאך שעות, און בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדן תלמוד עקסטער אז ער זאל מצליח זיין אין תורה און יראת שמים.&nbsp; ער האט טאקע זייער מצליח געווען מיט די תלמידים, וואס האבן געדענקט זייער גאנצע לעבן וואס מען האט געלערנט ביי אים, און קיינער פון זיי זענען נישט ארויס לתרבות רעה. &nbsp; א מלחמה אין אלט שטאט אין יאר תש"ח האט אויסגעבראכן די מלחמה צווישן די אראבער און די ציונים, די מצב אין גאסן פון אלט שטאט ירושלים איז געווארן שרעקליך, מען האט נישט געקענט ארויסגיין אויפן גאס, אפילו די חדרים זענען פארמאכט געווארן. דאן איז די גאנצע משפחה אוועק פון אלט שטאט, און זיך אויפגעהאלטן אין א קליין האטעל אין צענטער פון שטאט. &nbsp; די עבודה פון צדיקים דארט האט מוהרא"ש געזען די הייליגע עבודה פון פילע צדיקים וואס זענען געקומען דארט זיך אויפהאלטן, ווי הרב הקודש רבי מרדכי חיים זי"ע דער סלאנימער רב, דער פריערדיגער תולדות אהרן רבי זי"ע, און זיין שווער דער בעל שומרי אמונים זי"ע. אויך האט מוהרא"ש געהאט די געלעגענהייט צו זען אין ירושלים דער ירושלימער רב רבי יוסף צבי דושינסקי זי"ע, הגה"ק רבי זעליג ראובן בענגיס זי"ע ראב"ד ירושלים, און דער גרויסער מתמיד רבי גרשון לפידות זצ"ל. &nbsp; סיפורי צדיקים מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט צו הערן סיפורי צדיקים. ביים עלטער פון צוועלף יאר, איז זיין מלמד געווען דער גרויסער ירושלימער מגיד רבי שבתי יודעלעוויץ ז"ל, וואס האט זייער אויפגעפלאמט די תלמידים מיט זיינע זיסע מעשיות און משלים. &nbsp; ווער און וויאזוי איז מען א צדיק? ווען מוהרא"ש פלעגט הערן מעשיות פון צדיקים, פלעגט אים אבער קוועטשן צוויי זאכן. איינס, פארוואס האט דער אייבישטער אויסגעוועלט דווקא אין די נשמות אז זיי זאלן זיין די צדיקים? איז עפעס דא פראטעקציע ביים אייבערשטן? און צווייטענס, מען פלעגט פארציילן ווי די צדיקים האבן "געזען אין הימל" - מוהרא"ש פלעגט טראכטן: "וויאזוי גייט מען ארויף אין הימל?", די צוויי קשיות האבן אים שטארק געדרוקט אין זיינע אינגע יארן. &nbsp; זאלסט זיין א מנהיג ישראל פארן בר מצוה איז מוהרא"ש אריין מיט זיין מאמע צו הרה"ק מבעלזא זי"ע וואס האט אים אנגעווינטשן מיט א זעלטענע ברכה "זאלסט זיין א ירא שמים, און א מנהיג ישראל".&nbsp; &nbsp; א פשוטע בר מצוה מיט טייערע תפילין כאטש וואס צוליב גרויס ארימקייט האט מען געפארוועט נישט מער ווי א קליינע בר מצוה מיט צוויי-דריי חברים. האט אים אבער זיין מאמע געקויפט מיט מסירת נפש, גאר טייערע מהודר'דיגע תפילין פונעם בארימטן סופר רבי יהודה ישכר בער ראטה ז"ל, וואס איז אים געווען גאר טייער. &nbsp; אין וויליאמסבורג נאכן ווארטן אפאר יאר, האט ער מיט זיין מאמע ענדליך באקומען פאפירן קענען צו פארן קיין אמעריקע. אום חודש אלול תשי"ג זענען זיי אנגעקומען קיין וויליאמסבורג, ווי זיי האבן זיך מסתופף געווען ביים הייליגן צדיק דער סאטמארער רבי זי"ע אין די ימים נוראים פון שנת תשי"ד. דאן האט מוהרא"ש געהערט דאס ווארט פון סאטמארער רבי "איין זאך האב איך מורא פארן בית דין של מעלה, אז איך האב נישט גענוג געטון פאר אונזערע ספרדישע ברודער". וואס איז אים אריין אין די ביינער. &nbsp; ישיבה קטנה אלץ יונגע בחור האט מוהרא"ש זי"ע געלערענט א האלבע יאר אין די נייטרא ישיבה אין מאונט קיסקא, דערנאך איז ער אריין אין ישיבה "ערוגת הבושם צעהלים" אין וויליאמסבורג. וואוינענדיג אין די בראנקס, פלעגט מוהרא"ש דארפן אויפשטיין זייער פרי פארטאגס, און נעמען די באן קיין וויליאמסבורג, וואס האט גענומען צוויי שעה. דער מגיד שיעור דארט איז געווען הרה"צ רבי רפאל בלום זצ"ל, דער קאשויער רב. קאפיטל ב': מוהרא"ש טרעפט א נייע אור &nbsp; צוויי שעה אויפן טרעין אויף די לאנגע וועגן פלעגט מוהרא"ש אלץ מיטנעמען א ספר אדער א מעשה ביכל וואס ער האט געטראפן אין ספרים שאנק ביי זיין טאטן. אין איינער פון די טעג אנפאנג ווינטער שנת תשט"ז האט מוהרא"ש אין איילעניש צו כאפן דעם טרעין קיין וויליאמסבורג, געכאפט א ספר "משיבת נפש". דער ספר איז אנגעקומען צו מוהרא"ש'ס טאטע אין די הענט נאך אין ירושלים דורך א מפיץ, וואס האט עס אריינגעלייגט אין ספרים שאנק. &nbsp; מען קען רעדן צום אייבערשטן אויפן טרעין האט מוהרא"ש ארויסגענומען דעם ספר'ל פון טאש און אנגעהויבן אריינצוקוקן דערין, און האט געשפירט "דער ספר רעדט צו מיר!", אויך ווען ער איז שוין אנגעקומען אין ישיבה האט מוהרא"ש נישט געקענט אראפלייגן דעם ספר פון זיין האנט, ער האט במשך דעם טאג איבערלערענט דעם ספר עטליכע מאל. &nbsp; וואס איז דאס ברסלב? ער האט זיך נאכגעפרעגט ווער עס האט געמאכט דעם ספר און זיין ברודער הגאון רבי בנימין ז"ל האט אים געזאגט אז דאס איז א ברסלבער ספר, און האט אים צוגעוויזן די אנדערע ספרים וואס דער הייליגער רבי און רבי נתן האבן מחבר געווען, די ליקוטי מוהר"ן, ליקוטי הלכות, און אזוי ווייטער. מוהרא"ש האט נישט גערוט ביז ער האט באוויזן צו לייגן זיין האנט אויף די אנדערע ספרים פון רבין, צו וואס ער איז געווארן צוגעקלעבט. און דא האט ער געטראפן די ענטפערס אויף זיינע שאלות וואס האט אים געדרוקט, מוהרא"ש האט געטראפן וואס דער הייליגער רבי נתן שרייבט אין ליקוטי הלכות הלכות ברכת השחר, אז מענטשן מיינען אז צדיקים ווערן נאר די וואס האבן א ספעציעלע הייליגע נשמה, אבער דער אמת איז - שרייבט רבי נתן - אז יעדער איד לויט וויפיל ער פלאגט זיך און שטארקט זיך מיטן רעדן צום אייבעשטן, אזוי ווערט מען א אמת'ע צדיק. און אויף זיין צווייטע שאלה וויאזוי גייט מען ארויף אין הימל, האט ער געזען אין ספר "השתפכות הנפש",&nbsp; אז דורך אסאך רעדן צום אייבערשטן, באקומט מען א ריינע מח, און מען ווערט דבוק אין אייבערשטן, ביז מען קומט אן גאר הויך. &nbsp; תמימות ופשיטות מוהרא"ש האט אנגענומען און געפאלגט יעדע הנהגה און עצה וואס ער האט געזען ביים רבין מיט א תמימות און פשיטות. מוהרא"ש פלעגט רעדן צום אייבערשטן יעדן טאג אסאך שעות, וואס האט אים געברענגט צו ווערן א גרויסער מתמיד, אנדערש ווי ביז יעצט וואס ער האט נישט געהאט קיין געדולד צו לערנערן, און אזוי אויך האט עס אים געברענגט א קלארע און ריינע אמונה. &nbsp; זאגן ח"י פרקים משניות אזוי אויך זעענדיג דעם שיחה אין שיחות הר"ן סימן קפ"ה, האט ער גענומען אויף זיך דאס זאגן ח"י פרקים משניות יעדן טאג מיט א מורא'דיגע עקשנות, און האט זיך נישט גערירט פון פלאץ ביז ער האט זוכה געווען צו ענדיגן. &nbsp; משמש זיין צדיקים אלץ בחור אין ישיבה האט מוהרא"ש זוכה געווען צו זען און באדינען פארשידענע צדיקים וואס ער האט זיך אסאך אפגעלערנט פון זייערע הייליגע וועגן, צווישן זיי דער נאוואמינסקער רבי זי"ע, און דער רבי רבי דוד יצחק אייזיק, דער סקאליער רבי זי"ע, און דער צאנז-קלויזענבורגער רבי זי"ע. טראץ פארשידענע מניעות וואס ער האט געהאט אויסצושטיין פאר פארשידענע ריכטונגען, האט ער זיך געשטארקט אין ווייטער געגאנגען מיט זיין הייליגע עבודה. &nbsp; א נדר צו פארשפרייטן די ספרים מוהרא"ש האט זיך זייער געפלאגט צו טרעפן פארשידענע בענדער פונעם הייליגן ספר "ליקוטי הלכות", ער האט עס ארומגעזוכט אין יעדע ספרים געשעפט וואס עס איז נאר מעגליך געווען, און כאטש ער האט צום סוף מצליח געווען עס צו טרעפן, האט ער צוגעזאגט צו זיך אז ווען דער אייבישטער וועט אים העלפן און ער וועט חתונה האבן, וועט ער דרוקן אלע ספרים פון הייליגן רבין, און עס פארשפרייטן אויף די וועלט פאר קאסט פרייז. &nbsp; ראש השנה ביים קיבוץ אין יאר תש"כ האט ער זיך צום ערשטן מאל באטייליגט ביים קיבוץ פון אנשי שלומינו אויף ראש השנה. דער מנין איז דאן באשטאנען אין דער ברסבלער בית המדרש אין דער איסט סייד, ווי עס האבן זיך באטייליגט נישט מער פון פופצן מענטשן. און טראץ די פילע שווערקייטן פון אלע זייטן, אויסערדעם וואס ער האט נישט געהאט וואס צו עסן און וואו צו שלאפן, אבער איז געווען זייער פרייליך צו מקיים זיין דעם רצון פון רבין. דארט האט זיך מוהרא"ש באקענט מיטן ברסלבן חסיד הרה"ח רבי בנימין זאב חעשין זצ"ל, פון וועם מוהרא"ש האט אסאך מקבל געווען דאן. &nbsp; אין ישיבה פון רבי משה נאך ראש השנה, איז מוהרא"ש אריין אין ישיבה "תפארת ירושלים" פון הגאון רבי משה פיינשטיין זי"ע, ווי מוהרא"ש האט געלערנט זייער פלייסיג א גאנצן טאג מיט א מורא'דיגע עקשנות, וואס גארנישט האט אים נישט געקענט אוועקרוקן פון זיין ספר. &nbsp; מוהרא"ש ווערט א חתן כ' סיון תשכ"א איז מוהרא"ש געווארן א חתן. די כלה איז געווען א טאכטער פון רבי אשר ישעיה ראטענבערג זצ"ל דער קאסאנער רבי. די חתונה האט מען באשטימט אויף חודש שבט תשכ"ב. צוליב די גרויסע הערצה וואס הגאון רבי משה פיינשטיין האט געהאט אויף דעם בחור דער גרויסער מתמיד פון ישיבה מוהרא"ש זי"ע, איז רבי משה ארויס פון זיין וועג, און זיך געקומען משתתף זיין ביי די חתונה. &nbsp; נסיון העוני נאך די חתונה איז מוהרא"ש אריבערגעגאנען שווערע נסיונות פון ארימקייט, עס איז געווען צייטן וואס עס איז ממש נישט געווען וואס צו עסן. מוהרא"ש האט נישט געוואלט אפלאזן זיינע שיעורים וואס האבן אים אנגעפילט דעם טאג, און איז געגאנגען נאך געלט פון טיר צו טיר צו קענען קויפן עסן און באצאלן רענט. גייענדיג נאך געלט איז אים אויסגעקומען צו זיך באקענען מיטן הייליגן צדיק הרה"ק רבי אברהם יושע העשיל זי"ע דער קאפישניצער רבי, אזוי אויך מיט הרה"ק רבי מרדכי שלמה דער באיאנער רבי זי"ע. קאפיטל ג': מוהרא"ש איז מפיץ דעם רבי'ן &nbsp; אשר בנחל אין יאר תשכ"ד האבן זיך פלוצלינג אנגעהויבן צו ווענדן צו מוהרא"ש בחורים און אינגעלייט און אים געבעטן ער זאל זיי העלפן אין עבודת השם, מוהרא"ש פלעגט זיי פרעגן "ווער שיקט ענק? פארוואס קומט עטס צו מיר?" אויך האט אים אנגעהויבן אנצוקומען בריוו מיט שאלות. ערב חנוכה תשכ"ד האט מוהרא"ש אנגעהויבן צו שרייבן בריוו פון התחקות וואס פון דעם איז ארויסגעקומען די פילע בענדער "אשר בנחל". &nbsp; דער ברסלבע בית המדרש אין בארא פארק ביז דאן איז דער איינציגסטער ברסלבע בית המדרש אין גאנץ אמעריקע געווען אין דער "איסט סייד", וואס האט אנגעהאלטן פון יאר תשט"ו ביז תשכ"ד, וואס דאן איז דער געגענט געווארן אויסגעשפילט, מוהרא"ש האט דאן געהאלפן גרינדן דעם ברסלבן בית המדרש אין בארא פארק אויף די זעכצנטן עוועניו קארנער פיר און פערציגסטער סטריט. נאך פארשידנע פינאנציעלע שווערקייטן איז מען אריבער צום זעכצנטער עוועניו קארנער צוויי און פופציג סטריט וואס מען האט גענוצט עטליכע יאר, ביז מען האט געקויפט דער בית המדרש ברסלב אויפן זעכצנטער עוועניו קארנער פינעף און פופציגסטער סטריט, וואס איז נאך אפן ביזן היינטיגן טאג. מוהרא"ש פלעגט דארט פארלערנען א שיעור אין ליקוטי מוהר"ן יעדע מיטוואך נאכט. אזוי אויך פלעגט מוהרא"ש אליינס רייניגן דאס בית המדרש, אן דעם וואס קיינער זאל וויסן דערפון. &nbsp; שרייב! איין נאכט האט זיך מוהרא"ש געחלומט ווי דער רבי מיט רבי נתן שמועסן, און דער רבי זאגט אים "שרייב שרייב, איך וועל דיר מגלה זיין שיינע זאכן!" מוהרא"ש האט זיך דאן גענומען שטארק אין די ארבעט פון דרוקן און פארשפרייטן דעם רבינס ספרים, ער האט געדרוקט דעם ספר "מכניע זדים", "משיבת נפש", און כדי דאס צו קענען באצאלן, האט ער זיך פארדינגען צו ארבעטן אינעם דרוקעריי. צוליב וואס ער האט געדוקט די ספרים אזוי ביליג האט זיך אנגעהויבן א מחלקות קעגן מוהרא"ש, אבער מוהרא"ש האט זיך געשטארקט און ארומגעגאנגען פארשפרייטן די ספרים פאר פעניס ממש, אזוי אויך האט ער אויסגעלערנט נאך חברים אזוי צו טון. זייענדיג געדרוקט אין געלט איז אים אונטערגעקומען א געלעגענהייט צו ווערן א מלמד אין חדר, ווי ער האט זייער מצליח געווען, און האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין די תלמדים. &nbsp; די ערשטע מאל ביים ציון אין אומאן אום חודש תמוז תשכ"ו האט זיך געמאכט א געלעגענהייט פאר מוהרא"ש זיך אריבערצוכאפן צום הייליגן ציון פון רבין אין אומאן, אויף וואס מוהרא"ש האט זייער אסאך מתפלל געווען, טראץ די פילע שטיינער וואס זענען אים געשטאנען אין וועג, האט מוהרא"ש מצליח געווען אנצוקומען צום און זיך משטטח זיין ביים הייליגן ציון ווי ער האט געבעטן דעם אייבערשטן זאל אים העלפן איבערקומען אלע שווערקייטן. &nbsp; ברסלבע חסידים אין ארץ ישראל פון דארט איז מוהרא"ש געפארן קיין ארץ ישראל, ווי מוהרא"ש האט באגעגענט דעם גרויסן צדיק רבי לוי יצחק בענדער ז"ל, וואס האט אים זייער מקרב געווען, און מוהרא"ש האט גאר אסאך גערעדט מיט אים און מקבל געווען פון אים שיחות און תורות וואס זענען געווען מקובל ביי אנשי שלומינו. וואס מוהרא"ש האט אלעס אפגעשריבן. אויך האט זיך מוהרא"ש דעמאלטס געטראפן מיט הרה"ח רבי שמואל הורוויץ ז"ל א פייערדיגע ברסלבע חסיד, וואס איז געווען דבוק אין אייבערשטן. פון וועם מוהרא"ש האט אסאך מקבל געווען. אזוי אויך האט מוהרא"ש אסאך גערעדט מיט הרה"ח רבי גדליה אהרן קעניג ז"ל. אום שנת תשכ"ט איז מוהרא"ש נאכאמאל אנגעקומען צום הייליגן ציון פון רבין. אין די יארן תש"ל תשל"א האט מוהרא"ש געשריבן זייער אסאך ספרים. אום ראש השנה תשל"ב איז שוין געווען א גרויסע קיבוץ פון אנשי שלומינו, פילע נייע מקורבים האבן זיך משתתף געווען. אום זומער תשל"ג איז ארויסגעקומען צום ערשטן מאל דער ערשטער באנד פון ספר "אשר בנחל". אום ראש השנה תשל"ד, איז געווען דער ערשטער מאל אין אסאך יארן וואס עס איז געווען א מנין פון אנשי שלומינו אין אומאן. קאפיטל ג: היכל הקודש &nbsp; מען קויפט א בנין אין יאר תשל"ד האט מוהרא"ש געקויפט דעם בנין פון ישיבה ומתיבתא היכל הקודש. אום ווינטער תשל"ה האט מוהרא"ש געדרוקט די ספרים "שמירת הזמן", "סדר דרך הלימוד", "ארך אפים" מיט גרויס מסירת נפש. ראש השנה תשל"ו האט זיך מוהרא"ש משתתף געווען ביים קיבוץ הקדוש אין ירושלים עיר הקודש. ערב שבועות תשל"ו איז ארויס פון דרוק דעם ספר "מקור השמחה", אויך האט מוהרא"ש איבערגעדרוקט אלע רבינ'ס ספרים דעם יאר. אויף שבת חנוכה תשל"ז איז געעפענט געווארן דער בית המדרש "מתיבתא היכל הקודש חסידי ברסלב" אין בארא פארק. &nbsp; אומאן ראש השנה מוהרא"ש, הערנדיג אז עס אפשר דא א מעגליכקייט צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה תשל"ח האט מתפלל געווען און געטון אלעס וואס מעגליך עס דורכצופירן. דערפאר איז מוהרא"ש געפארן מיט א גאנצע גרופע אנשי שלומינו קיין וויען עסטרייך, און זיך איבערגעגעבן פאר אייבערשטן, און האט צום סוף מצליח געווען נאר צו זיין ערב ראש השנה ביים הייליגן ציון, אבער די פאליציי האט זיי געכאפט ערב ראש השנה און צוריק געשיקט. אום חשון תשל"ט איז ארויסגעקומען לאור עולם דער הייליגער ספר "שפת הנחל" א פירוש אויפן ספר הקדוש ליקוטי מוהר"ן. &nbsp; צדיקים ביי מוהרא"ש אויף שבת פרשת בשלח איז הרה"ח רבי גדליה אהרן קעניג זצ"ל פון צפת איינגעשטאנען ביי מוהרא"ש, און האט שטארק מחזק געווען מוהרא"ש ווייטער אנצוגיין און דרוק און פארשפרייטן די הייליגע ספרים. פרשת כי תבא תשל"ט איז דער הייליגער רימניצער רבי זי"ע איינגעשטאנען אין די געגענט פון בית המדרש היכל הקודש, און האט געדאווענט און זיך געטובלט אין די מקוה און אויפגענומען מענטשן ביי מוהרא"ש אין בית המדרש. אנפאנג יאר תש"מ איז מוהרא"ש געפארן אויף א לענגערע נסיעה קיין ארץ ישראל מיט די גאנצע משפחה, ווי מוהרא"ש האט מתפלל ביי פילע ציונים און מקומות הקודשים אין ארץ ישראל. אזוי אויך האט ער זיך געטראפן און אסאך גערעדט אין עבודת השם מיט הרה"ח רבי לוי יצחק זצ"ל, און הרה"ח רבי שמואל שפירא זצ"ל. דער רבי רבי משה מרדכי דער לעלובער רבי האט געהערט אז דער מחבר פון ספר הקדוש "פעולת הצדיק" איז אין ארץ ישראל, האט זייער געבעטן מוהרא"ש צוליב וואס ער האט נישט געקענט ארויסגיין פון בעט צוליב זיין געזונט צושטאד זאל קומען צו אים. און זיי האבן אסאך גערעדט אין עניני עבודת השם. אין יאר תש"מ האט מוהרא"ש געשריבן אסאך נייע ספרים, צווישן זיי "נר להצדיק" אויף חנוכה, "ברית שלום" אויף ברית מילה, און "שמירת הברית", און נאך אסאך קונטרסים און ספרים. קאפיטל ד': דער ברסלבער שטאט יבנאל &nbsp; תלמידים אין ארץ ישראל מוהרא"ש האט דאן שוין געהאט אסאך תלמידים אין ארץ ישראל בפרט אין אשדוד. איינער פון די חשובע תלמידים איז דאן אריבער וואוינען אין יבנאל. &nbsp; א ברסלבע שטאט ביי איינע פון די באזוכן אין ארץ ישראל איז מוהרא"ש אריבער צו אים אין יבניאל, און מוהרא"ש איז זייער געפאלן דאס פלאץ. זינט דאן פלעגט מוהרא"ש כסדר באזוכן יבנאל, און א צייט שפעטער האט ער געזאגט פאר די תלמידים אין ארץ ישראל זיי זאלן זיך אריבערציען קיין יבניאל ווייל ער וויל דארט מאכן א ברסלבע שטעטל. די איינוואוינער אין יבניאל האבן זייער שיין אויפגענומען די פרישע איינוואויער, און ביז א יאר האבן שוין דארט געוואוינט איבער הונדער ברסלב'ע חסידים. מוהרא"ש האט געבויעט דארט פאר זיך א הויז און אונטער דעם א שול, אזוי אויך האט ער געבויעט מוסדות פאר די קינדער, און אלע געברויכן פאר א קהילה. אין די תקופה האט מוהרא"ש א גאנצן טאג נאר געטראכט פון יבנאל, מוהרא"ש האט געזאגט אז עס שטייט אין חז"ל אז משיח וועט קומען די ערשטע צו שבט נפתלי, יבנאל איז אין שבט נפתלי און משיח וועט קומען די ערשטע קיין יבנאל. &nbsp; מקוה מלכה יעצט האט מוהרא"ש אויפגעבויעט די בארימטע "מקוה מלכה", עס זענען געווען זייער אסאך מניעות פאר דעם מקוה. און מיט א אומגעהויערע מאס פון תפילות און מסירת נפש האט מען מצליח געווען און געבויט די מקוה. מוהרא"ש אליינס איז געווען דער ערשטער זיך צו טובלען אין דעם מקוה. מוהרא"ש האט געזאגט אויף דעם מקוה אז "ווער עס טובלט זיך דארט וועט האבן קינדער". עס זענען דא טוינטער מעשיות בלי גוזמה פון אידן וואס זענען דארט געהאלפן געווארן מיט קינדער. איינע פון די באקאנטע מעשיות איז געווען מיט א פאר פאלק וואס דער דאקטער האט זיי געזאגט "אויב וועט וואקסן האר אויף מיין האנט פלאך וועסטו האבן קינדער". מוהרא"ש זיי געגעבן א ברכה, און זיי האבן געהאט צוויי קינדער. &nbsp; ספרדישע אידן מוהרא"ש האט ספעציעל מקרב געווען די ספרדישע אידן, מוהרא"ש האט זייער ליב געהאט זייער אמונה פשוטה, און תמימות, און זענען זייער גוטע כלים צו דינען דעם אייבערשטן.&nbsp; מוהרא"ש האט זייער אסאך געטון פאר די ספרדישע אידן אין ארץ ישראל, עס האט אים זייער וויי געטון ווי די ערב רב האבן אויסגריסן מיט די גרעסטע מאס רציחה דאס אידישקייט פון די טייערע ספרדישע אידן, און האט געזאגט&nbsp; "איך וויל ברענגען א מיליאן ספרדישע אידן קיין אומאן!" &nbsp; דער גרויסער שול אין יבנאל מוהרא"ש האט זייער געוואלט בויען א שיינע גרויסע שול אין יבנאל, וואס מ'זאל קענען זען ביז טבריה, אבער אויך פאר דעם איז געווען גאר אסאך מניעות. עס האט גענומען איבער צוואנציג יאר ביז מוהרא"ש האט זוכה געווען צו שטיין ביים חנוכת הבית. ווי ער האט דאן געזאגט "עס האטס נישט קיין אנונג וויפיל תפילות עס ליגן אריינגעלייגט אין דער בנין אז זאל קענען געבויעט ווערן". קאפיטל ה': דער ראש ישיבה ווערט נתקרב &nbsp; חסידישע ניגונים דער ראש ישיבה האט געהאט א חבר מו"ה יודל טירנויער הי"ו, וואס האט געלערענט ביים קארלסבורגער רב ז"ל און זיי פלעגן אסאך פארברענגען אינאיינעם. בפרט פלעגן זיי אסאך רעדן איבער שיינע חסידישע ניגונים, וואס עפענען אויף דאס הארץ. &nbsp; היכל הקודש אין וויליאמסבורג אין יענע תקופה האבן תלמדי היכל הקודש אין וויליאמסבורג זיך אנגעהויבן אביסל זיך צוזאם קלויבן.&nbsp; אין יאר תשס"א האט מען זיך אנגעהויבן צוזאם געקומען ביי אנשי שלומינו אין די הייזער. און אין יאר תשס"ג האט מען געעפענט די ערשטע מאל א קליין בית המדרש'ל אין א סטארעדזש פון א געשעפט ווי מען האט געפראוועט אינאיינעם שלש סעודת. &nbsp; ברסלבע ניגונים איין טאג האט ר' יודל געזאגט פארן ראש ישיבה, אז ברסלב האט דא נישט ווייט פון זיין הויז א בית המדרש'ל ווי ער וועט קענען הערן די שיינע ברסלבע ניגונים, וואס האט זייער געצויגן דעם ראש ישיבה. &nbsp; די ליפן שאקלען זיך אויך האט מען אין יענע תקופה גערופן אמאל דעם ראש ישיבה'ס זיידע דער קארלסבורגער רב זצ"ל צו א שמחה אין שטוב פון מוהרא"ש, דער ראש ישיבה האט דאן משמש געווען זיין זיידע, און האט דעמאלטס געהאט די געלעגענהייט צו זען מוהרא"ש צום ערשטן מאל, און קוקענדיג אויף מוהרא"ש האט ער געזען ווי ווי מוהרא"ש "רעדט צום איבערשטן" א גאנצן צייט, זיינע ליפן שאקעלן זיך אן אויפהער. &nbsp; דער מפיץ רבי נתן יאקאבאוויטש אנהייב זומער תשס"ד איז דער גרויסער תלמוד פון מוהרא"ש דער מפיץ רבי נתן יאקאבאוויטש שליט"א ארומגעגאנגען און פארשפרייט די הייליגע ספרים ווי ער טוט שוין פאר די לעצטע דרייסיג יאר, אבער דעמאלטס האט דער אייבישטער צוגעפירט אז ער אנגעטראפן דעם ראש ישיבה און אים פארגעשלאגן צי ער דארף א שיינע ספר, דער ראש ישיבה אבער האט אים געבעטן א טעיפ פון ברסלבע ניגונים. דער מפיץ רבי נתן, האט איבערגעדרייט זיין גאנצע קאר, ביז ער האט געטראפן אונטער אלע זיינע באקסעס א טעיפ פון ברסלבע ניגונים, און מיטגעגעבן דערמיט פארן ראש ישיבה א קליין ספר'ל "אשר בנחל חלק כ"ז". &nbsp; א ספר אין בוזעם טאש יענעם זומער האט דער אייבישטער צוגעפירט אז דער ראש ישיבה איז געווארן א כיתה ט' מלמד אין א קעמפ, דארט האט ער געטראפן אין זיין בוזעם טאש דער ספר'ל, און כאטש ער האט דאן נאכנישט געוויסט ווער עס האט עס געשריבן, איז ער איז געווארן ממש ווי צוגעקלעפט צום ספר. דער ראש ישיבה האט איבערגעלערענט דעם ספר גאר אסאך מאל. בעיקר - זאגט דער ראש ישיבה - האט אים געכאפט זעענדיג וואס מוהרא"ש שרייבט דארט פיל מאל אז כאטש מ'לעבט דא אויף דער וועלט, מ'עסט מ'שלאפט, קען מען אזוי אויך זיין אן אמת'ער ערליכע איד און א גרויסער צדיק. נאך יענעם זומער האט דער ראש ישיבה צוביסלעך אנגהויבן קומען שטילערהייט אין ביהמ"ד היכל הקודש ביי שלש סעודות. און כאטש ער האט דאן געהערט פון די גרויסע וויכטיגקייט ביים רבין צו קומען אויף ראש השנה, האט ער עס נאך יענעם ראש השנה נישט געקענט אויספירן. &nbsp; מלמד אין חדר אין יאר תשס"ה איז דער ראש ישיבה געבליבן א מלמד אין וויליאמסבורג, כאטש דער ראש ישיבה האט נישט געהאט קיין חשק, האט דער מוסד אים בשום אופן נישט געוואלט ארויסלאזן, זעענדיג ווי דער פרישער מלמד בלאזט אריין אין די תלמדים א נייע חיות. די קינדער לעבן און וואקסן און שטייגן אויף א מורא'דיגע פארנעם.&nbsp; דאן פלעגט דער ראש ישיבה זיין א מלמד אין די פארמיטאג שעות, און נאכמטאג פלעגט ער לערנען אינעם קארלסבורגער כולל. ווי מער דער ראש ישיבה האט געלערענט דעם הייליגן רבין ספרים איז אים זיין הארץ געווארן מער אויפגעפלאמט צום אייבערשטן, און האט אריינגעגעבן דעם פלאם און די חיזוק פון די הייליגע ספרים אין די קינדער. די קינדער האבן צום ערשטן מאל אין זייער לעבן אנגעהויבן צו הערן אזעלעכע זאכן ווי דער אייבישטער ווארט אויף יעדן איד, מען קען רעדן צום אייבערשטן אויף פלעין אידיש, די גרויסע כח פון זאגן משניות, די עצה פון מעביר סדרה זיין אנגעהויבן פון אנהייב וואך. מען האט געזען ווי די קינדער האבן אנגעהויבן ליב צו האבן די תורה, און זיך פרייען מיט אידישקייט. יענעם יאר האט מוהרא"ש אנגעהויבן קומען קיין וויליאמסבורג אין די מוצאי שבת מברכים'ס, ווי דער ראש ישיבה האט צום ערשטן מאל געהערט שיעורים פון מוהרא"ש, און דערנאך האט שוין דער ראש ישיבה אנגעהויבן צו פארן יעדן ליל שישי קיין בארא פארק צו די בארימטע שיעורים פון מוהרא"ש. &nbsp; איך פאר קיין אומאן ראש השנה תשס"ו האט דער ראש ישיבה באשלאסן "איך פאר קיין אומאן אויף ראש השנה, זאל זיין וואס זאל זיין!". &nbsp; מנהל אין ישיבה זעענדיג די גרויסע הצלחה וואס דער ראש ישיבה האט געהאט אלץ מלמד, האט דער רב פון די קהלה געבעטן דעם ראש ישיבה זאל ווערן די מנהל פון זיין ישיבה, פון די אנדערע זייט האט די חדר בשום אופן נישט געוואלט אויסלאזן דעם ראש ישיבה פון צו זיין א מלמד, אזוי איז געווארן אז דער ראש ישיבה איז געבליבן א מלמד פארמיטאג, און נאכמיטאג איז ער געווען מנהל אין די ישיבה. די ישיבה האט אנגעהויבן באקומען גאר א גוטע נאמען, עס האבן אנגעהויבן צוקומען נאך און נאך בחורים. &nbsp; ישיבה תפארת התורה ערב יום כיפור תשס"ט האט דער ראש ישיבה באקומען בריוו פון מוהרא"ש אז עס איז צייט זאל עפענען אליינס א ישיבה, און עס מוז נישט הייסן ברלסב, אבער ער זאל לערנען מיט די בחורים אויפן וועג פון הייליגן רבין. די ישיבה - וואס מוהרא"ש האט א נאמען געגעבן "ישיבה תפארת התורה" איז דורכגעגאנגען אסאך גלגולים און פלעצער - אבער דער צד השוה איז געווען, אז אין די נייע ישיבה האט מען געלערנט אויפן וועג פון הייליגן רבין אזוי ווי מוהרא"ש האט עס איבערגעגעבן. און אזוי זענען נתרבה געווארן ספסלי ביהמ"ד ווען אסאך בחורים מבקשים זענען געקומען לערנען. זומער איז די ישיבה געווען געווען אין בארא פארק, מוהרא"ש איז דעמאלס געקומען די ערשטע מאל אין ישיבה און געזאגט פאר די בחורים א שיינע שיעור התחזקות. אויף זומער האט זיך די ישיבה אריבערגעצויגן צו א קעמפ אין סוואן לעיק, ווי מוהרא"ש איז צוויי מאל געווען אויף א שבת, און געגעבן עטליכע שיעורים פאר די בחורים. &nbsp; א תהלים מיט א ליקוטי מוהר"ן ביי איין שבת האט דער ראש ישיבה געהאלפן מוהרא"ש זיך אויספאקן, און איז געווארן איבעראשט זעענדיגט אז דער גרויסער צדיק מוהרא"ש נעמט מיט מיט זיך אויפן וועג א "תהלים מיט א ליקוטי מוהר"ן". &nbsp; תלמוד תורה היכל הקודש אסרו חג פסח תש"ע האט דער ראש ישיבה געזען אז עס איז וויכטיג צו עפענען א תלמוד תורה פאר די אינגלעך, מוהרא"ש האט באגלייט די גאנצע זאך, און אנגעווינטשן פארן ראש ישיבה, און געזאגט אז ווען מ'עפענט, איז נישטא קיין וועג צוריק, מען קען נישט פארמאכן. אנשי שלומינו האבן זייער שטארק צוגעהאלפן דעם פרישן חדר מיט אלעם וואס מעגליך, מען האט געקאכט לאנטש, און געהאלפן מיט די טראנספארטאציע. ווען מען האט געקויפט דעם ערשטן חדר באס וואס איז געשטאנען דערויף "מוסדות היכל הקודש וויליאמסבורג" האט מוהרא"ש געזאגט אז יעצט איז מקויים געווארן וואס ער האט געזאגט פארן גבאי פונעם ברסלבע שול אין ווילאמסבורג מיט פופציג יאר צוריק ווען ער האט זיך אפגערעדט אז מען פלאגט זיך מיט מנין, "עס וועט קומען א צייט ווען עס וועלן ארומפארן אין די וויליאמסבורגע גאסן ברלבע חדר באסעס". &nbsp; מיינע דיבורים איין טאג האט מוהרא"ש געטראפן א בחור פון ישיבה תפארת התורה ביי אים אין ביהמ"ד אין בארא פארק, ווי ער הערט עפעס אויס אויפן טעלעפאן, מוהרא"ש האט אים אים געפרעגט "וואס הערסטו?", האט ער געזאגט אז ער האלט מיט א שיעור פון ראש ישיבה דורכן טעלעפאן, מוהרא"ש האט אים געבעטן דעם טעלעפאן, און נאכן הערן אפאר מינוט האט מורא"ש זייער הנאה געהאט און געזאגט "עס איז ממש מיינע דיבורים!" איין מאל האט מוהרא"ש געזאגט פאר ראש ישיבה, "נעם יעדע שיעור וואס איך געב און מאך דערפון טויזנט דרשות"! &nbsp; בית פיגא סקול תשרי תשע"א האט מוהרא"ש געשריבן דעם באקאנטן היסטארישן בריוו פארן ראש ישיבה ער זאל עפענען א סקול פאר די מיידלעך. דער ראש ישיבה, וואס האט זיך נאך זייער געפלאגט מיט די פרישע ישיבה, די פרישע חדר, האט אבער געפאלגט מוהרא"ש מיט מסירת נפש אין אריינגעשפרינגען אין דעם פראיעקט פון עפענען א ברסלבע סקול. &nbsp; איך וועל קומען ברענגען שידוכים יענעם זומער זומער האט דער ראש ישיבה געזאגט פאר מוהרא"ש אז עס גייט נישט קיין שידוכים אין ישיבה, האט מוהרא"ש געזאגט פארן ראש ישיבה "איך וועל קומען חמשה עשר באב אין ישיבה, און ברענגען שידוכים". יענעם חמשה עשר באב איז מוהרא"ש אריבערגעקומען אין קעמפ, און געזאגט א שיינע שיעור פאר די בחורים. ביים סוף פון שיעור האט מוהרא"ש געזאגט אז ווער עס וועט זאגן יעדן טאג גאנץ מסכת תענית פאר פערציג טעג ביז ראש השנה וועט טרעפן זיין שידוך. מער האבן די בחורים נישט געדארפט הערן, עס איז נישט געווען צו וועם צו רעדן אין ישיבה, אלע זענען געזעצן איבערגעבויגן שעודת אויף שעות איבער די גמרא מסכת תענית, און זיכער געמאכט אז מען ענדיגט יעדן טאג דעם מסכת. מוצאי ראש השנה תשע"ב האבן זיך אנגעהויבן די שידוכים, הר"ר יחזקאל סאמעט שליט"א איז געווען דער ערשטער חתן, און פון דעמאלסט און ווייטער האט זיך אנגעהויבן א פלייץ פון שידוכים איינער נאכן צווייטן. &nbsp; דער בנין אויף סקילמאן מ'האט זייער שטארק געזוכט דעמאלסט א געהעריגע פלאץ פאר די מוסדות. ביז מ'האט געטראפן דעם יעצטיגן פאלץ אויף 27 סקילמאן סטריט, מוהרא"ש איז געקומען עס קוקן, און נאך פארן איבערבויען, האט ער געזאגט פאר ראש ישיבה אז ער זעט ווי עס שוין אויסגעוואקסן, עס איז צו קליין. וואס לויט די דעמאלטסיגע השגות האט מען עס נישט פארשטאנען, אבער היינט זעט מען טאקע ווי מיט קוים עטליכע יאר שפעטער איז עס שוין טאקע צו קליין. &nbsp; קרן הדפסה אויף שבת חנוכה תשע"א האט מען באנייט דעם בנין אויף סקילמאן, וואו מען האט אויך צוגעלייגט דארט א "הדפסה צימער" וואס איז זיך צואוואקסן היינט אין דעם גרויסן "קרן הדפסה היכל הקודש", די ריזיגער אימפעריע וואס האט שוין געדרוקט ביזן היינטיגן טאג מיליאנען ספרים, קונטרסים און גליונות. אזוי אויך האלטן זיי אויף דעם גאר פאפולערן "ברסלב סענטער" וועבסייט, וואס באקומט טאג טעגליך טויזנטער באזוכער פון איבער די גאנצע וועלט. מוהרא"ש ווען ער האט געזען דעם הדפסה צימער מיט די פרינטינג מאשינען, איז געווען זייער פרייליך און געזאגט אז "רבי נתן וואלט זיך מחיה געווען מיט אזא מאשין!" מוהרא"ש איז אסאך מאל געקומען באזוכן אין ישיבה ביי פארשידענע געלעגענהייטן, צו שיעורים, צו שמחות, און געגעבן שיעורי התחקות. &nbsp; הפצה פון דא און ווייטער איז די הפצה געגאנגען אויף אן אומגלויבליכע פארנעם. יעדער איינער האט גענומען די הפצה צו א שטאפל ווייטער, מען האט אנגעהוין מאכן א גליון, וואס פון דעם איז עס ארויסגעוואקסן שפעטער צו פילע הערליכע גליונות. מען האט אנגעהויבן צו פארשפרייטן די "חיזוק יומי" מעסעדזשעס וואס גייט איבער די גאנצע וועלט צו צענדליגע טויזנטער אידן, און ווערט איבערגעטייטשט צו עטליכע שפראכן. פון האט זיך די הפצה פארשפרייט מיט יעדן טאג מער און מער. קאפיטל ו': מוהרא"ש'ס פטירה &nbsp; איך וועל פארשפרייטן מוהרא"ש ווען מוהרא"ש איז ארויף לחיי העולם הבא יענעם שווערן דאנערשטאג איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צו מוהרא"ש'ס מיטה אין צוגעזגט פאר מוהרא"ש אז ער וועט פארשפרייטן מוהרא"ש אויף די גאנצע וועלט. &nbsp; דער ציון הקדוש אין יבנאל מ'האט באערדיגט מוהרא"ש אין יבניאל אויפן פלאץ וואס ער האט זיך אויסגעוועלט ביים לעבן. טויזנטער אידן קומען כסדר צו פארן צום הייליגן ציון אין יבניאל, און זאגן עדות אויף די גרויסע התעררות לתשובה וואס מען שפירט ביי דעם הייליגן פלאץ. &nbsp; טרעפן א שידוך אזוי אויך קומען פילע בחורים און מיידלעך צו פארן, און זאגן אויס תהלים לזכות פון מוהרא"ש און פועלן שידוכים, ווי מוהרא"ש האט געהייסן אויסקריצן אויף זיין מצבה "יעדע בחור און יעדע מיידל וואס וועלן אויסזאגן גאנץ תהלים פאר זיין זכות, זאגט ער צו אז ער וועט זיך לייגן אין די לענג און אין די ברייט צו טרעפן זיין שידוך". דער ראש ישיבה קומט יעדעס יאר מיט די בחורים צום הייליגן ציון, און פועלט גרויסע ישועות, בפרט מיט שידוכים. &nbsp; די ירושה פון מוהרא"ש מוהרא"ש האט אונז אבער נישט איבערגעלאזט, ווי ער שרייבט אין זיין צוואה, האט ער אונז איבערגעלאזט מיט א גאר גרויסע ירושה זיינע הייליגע ספרים, און די עצות און חיזוק פון מוהרא"ש באגלייט אונז ביזן היינטיגן טאג, ווען די תלמידים לערנען די הייליגע ספרים, און געבן עס איבער ווייטער פאר נאך און נאך אידן. היינט געפינט זיך אין יעדע אידישע שטאט אין די וועלט א שול היכל הקודש, אזוי אויך זענען שוין דא פינף חדרים פאר אינגלעך, און עטליכע מיידל סקולס פון היכל הקודש, ווי די קינדער פון קליינערהייט, לערנען און חזר'ן די ריינע אמונה מיט געטרייע איבערגעגעבענע מלמדים און טיטשערס, וואס זענען תלמידי היכל הקודש. &nbsp; מיר האבן נישט פאפאסט מוהרא"ש. ווי דער ראש ישיבה זאגט אייביג "דארט ווי מען רעדט די דיבורים פון מוהרא"ש, פון רבין און פון רבי נתן, דארט געפינען זיי זיך"! &nbsp;

    < זעה מער יז שבט תשפ"ב 📝
  • סעודת הילולא אין וויליאמסבורג פון מוהרא"ש זי"ע

    די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע איז אויסגענוצט געווארן דורך אידן איבער דער גארער וועלט בכלל, און דורך אנשי שלומינו בפרט, זיך צו דערמאנען די ליכטיגע זכרונות פון מוהרא"ש און צו איבער'חזר'ן זיינע הייליגע לימודים און עס אנהאלטן אויך אויף ווייטער. אין לויף פון זיין גאנצן הייליגן לעבן האט מוהרא"ש נאר געוואלט איין זאך, און אויף דעם האט ער געארבעט טאג און נאכט, צו מגלה זיין דעם אייבערשטנ'ס נאמען דא אויף דער וועלט. יעדער איד אין די גאנצע וועלט זאל וויסן אז עס איז דא א רבי וואס קען זיך אראפ לאזן צו דיר, און אריינברענגען אויך אין דיר אז דער אייבערשטער איז שטענדיג מיט דיר, און אין סיי וועלכע מצב א איד געפונט זיך נאר קען ער אייביג זיין נאנט צום אייבערשטן, און ער קען זיך שטענדיג צוריק קערן צו אים. יעצט, אין די צייט פון די יומא דהילולא קדישא, דערמאנען זיך אידן ווי אזוי זיי האבן באקומען חיזוק פון די הייליגע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש במשך די אלע יארן, און נוצן אויס די צייט ווייטער ממשיך צו זיין צו לערנען די הייליגע ספרים און צו מקיים זיין וואס דארט שטייט, און מיט דעם זיך איינקויפן א פרייליך און גליקליך לעבן ברוחניות ובגשמיות. דורכאויס די גאנצע וואך, ובפרט אין די טאג פון יארצייט, האבן פילע אידן פוקד געווען דעם ציון הקדוש אין יבנאל און זיך אויסגעבעטן בדבר ישועה ורחמים, אזוי ווי מוהרא"ש האט צוגעזאגט אין זיין צוואה אז ווער עס וועט מתפלל זיין ביי זיין קבר וועט ער זיך משתדל זיין צו איינרייסן און פועל'ן פאר יענעם א ישועה. פילע האבן זוכה געווען אויסצוזאגן גאנץ תהלים בלי הפסק ביים ציון הק', אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען און דאס געהייסן אויסקריצן אויף זיין מצבה "יעדער בחור אדער מיידל וואס וועט דארט אויסזאגן גאנץ תהלים לזכותו, וועלן זיי זיכער געהאלפן ווערן מיט א שידוך בקרוב ובניקל". מוהרא"ש האט געשריבן אין זיין צוואה "אזוי ווי ביי מיין לעבן זענען אידן נתעורר געווארן צו תשובה דורך מיר, די זעלבע וועט אויך זיין נאך מיין הסתלקות, ווער עס וועט קומען צו מיין קבר וועט נתעורר ווערן תשובה צו טון און זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן". און דאס האט זיך ספעציעל געקענט זען יעצט ביי די יומא דהילולא, די געוואלדיגע התעוררות וואס האט געהערשט אויפ'ן פלאץ, ווען פילע אידן האבן שופך שיח געווען און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ ביים ציון הק'. איבעראל ווי עס געפונען זיך אנשי שלומינו, איז מען זיך צוזאם געקומען און זיך דערמאנט אין די הייליגע לימודים וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, און זיך אויפגעפרישט מיט די עצות און התחקות פון הייליגן רבין. דאהי אין אמעריקע איז פארגעקומען דער צענטראלער סעודת הילולא דינסטאג נאכט אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג. וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען פילע הונדערטער אידן פון איבעראל זיך צו שטארקן אינאיינעם אין דעם געהויבענעם טאג. מען האט געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט ווי שטארק מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה וואס מיר האבן באקומען אז מיר האבן געהאט מוהרא"ש מיט אונז וואס האט אונז געלערנט די הייליגע לימודים פון רבי'ן, און די לימודים זענען ווייטער חי וקים, מיר דארפן עס נאר ווייטער לערנען און חזר'ן. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ווען ס'קומט צו רעדן פון מוהרא"ש, איז דאס זייער שווער, מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געגעבן אין לעבן, ער האט אזוי סאך געהאלפן אזויפיל אידן איבער די וועלט, אז ס'איז ממש נישט מעגליך דאס אראפצוברענגען און איבערדערציילן, כל המוסיף גורע, וויפיל מ'וועט רעדן וועט קיינמאל נישט זיין גענוג. דעריבער איז דער עיקר צו רעדן פון די לימודים און די עצות פון מוהרא"ש, ווי אזוי מיר קענען זיך שטארקן אין זיי און דאס ווייטער פארשפרייטן. דאס זענען די גרעסטע מופתים פון מוהרא"ש, און דאס איז וואס מיר דארפן חזר'ן כסדר. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט אויפ'ן רבי'ן, אז "די עיקר מופתים וואס מ'האט געזען ביים רבי'ן איז געווען אז יעדער איד וואס איז געקומען צום רבי'ן, ער האט אויסגעהערט און גענומען די עצות פון רבי'ן, איז געווארן איבערגעדרייט צו א נייער מענטש, ער איז געווארן אן אמת'ער ערליכער איד". דאס איז אן אמת'ער מהניג, דער וואס קען העלפן אידן, ער קען אין זיי אריינברענגען א ריינע אמונה, ער קען אין זיי אריינברענגען א שטארקייט און א פרישקייט זיך שטענדיג אויפצוהויבן און זיך שטארקן צו דינען דעם אייבערשטן. דער ראש ישיבה האט געבעטן אנשי שלומינו מען זאל זיך שטארקן אין הפצה, און אפילו אויב דו קענסט נאך נישט אליינס גיין הפצה, כאטש זיי מחזק די מפיצים, ווען דו זעסט א מפיץ קומען, שטעל דיך אויף און נעם אים אויף מיט א שמחה, און פרעג אים וואס פארא גוטע ספרים ער האט מיט זיך יעצט. נאך די דרשה האט מען געבענטשט ברכת המזון, דערנאך האט מען געהערט טרעפליכע ווערטער פון הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט עס איז נישט גענוג אז רבי נתן איז מפיץ, דער ראש ישיבה איז מפיץ, יעדער דארף האבן א שייכות מיט הפצה, ער האט געבעטן מען זאל צוגיין צו די עסקנים פונעם קרן הדפסה און אפשמועסן מיט זיי וויפיל מען וועט געבן יעדע וואך אדער חודש. בפרט האט מען יעצט די געלעגענהייט צו קויפן א זכות אינעם נייעם בנין וואס דער קרן הדפסה קויפט יעצט אפ. דערנאך האט מען געזען א דרשה פון מוהרא"ש פאר בחורים אין די מ' יארן ווי ער ברענגט ארויס די זכיה וואס מען האט צו קענען מפיץ זיין דעם רבינס ספרים, און געזאגט פאר די בחורים אז נאך זייער חתונה ווען זיי וועלן אלע גיין וואוינען ווי דער באשעפער וועט זיי שיקן זאלן זיי יעדער עפענען א היכל הקודש ביי זיך אין שטאט. דערנאך האט מען געזען א פרעזענטאיצע פון די לעבן פון מוהרא"ש, ווי מען איז דורכגעגאנגען זיינע קינדער יארן אין ירושלים עיה"ק, זיינע בחורישע יארן אין די בראנקס, ווי ער האט געטראפן א ברסלבע ספר, וואס האט געטוישט זיין לעבן. וואס עס האט פאסירט נאך זיין חתונה, ווען בחורים האבן אנגעהויבן צו קומען צו אים און געבעטן עצות און הדרכה. מען האט דורכשפאצירט פילע שטורמישע קאפיטלען פון דאס לעבן פון מוהרא"ש, וואס האט גענומען פאר זיך זיין ציל אין לעבן אריינצוברענגען די זיסע און געשמאקע לימודים פון הייליגן רבין צו יעדן איד אויף דער וועלט. מען האט מיטהאלטן וואס עס איז אריבער אויף מוהרא"ש אין די זעכציג יאר וואס אלעס האט זיך געדרייט ארום דעם איינע מחשבה "וויאזוי קען איך העלפן נאך א איד זיך דערנענטערן צום אייבערשטן?". דערנאך איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט פרישע קבלות טובות זיך צו שטארקן ווייטער מיט די לימודים פון מוהרא"ש און ארויסהעלפן דאס פארשפרייטן איבער די וועלט. דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע זיך ווייטער האלטן אינאיינעם און ממשיך זיין צו דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א. לזכר עולם יהיה צדיק! 💳 צו נעמען א חלק אין די הדפסה והפצה 📸 בילדער פון יארצייט סעודה אין וויליאמסבורג 📸 בילדער פון יארצייט סעודה אין מאנטשעסטער 🗞️ פרעזענטאציע פון די לענבנס געשיכטע פון מוהרא"ש 📰 יארצייט פון מוהרא"ש תשפ"א 📰 ספר תורה ווערט געשריבן לעילוי נשמת מוהרא"ש 🎞️ מוזיק ווידיא: צוואת מוהרא"ש 🛒 שובבי"ם - ספרים סידיס און קונטרסים

    < זעה מער יז שבט תשפ"ב 📝
  • "מיין שול קאמפיין" לטובת בית המדרש "עצתו אמונה", ומקוה טהרה "מקוה מלכה"

    אין קרית ברסלב ליבערטי איז דעם פארלאפענעם מוצאי שבת בשלח-שירה פארגעקומען א העכסט עלעגאנטע און רייכע מלוה מלכה לטובת דעם נייעם בית המדרש עצתו אמונה ומקוה טהרה-מקוה מלכה, די דריטע רינגעלע אין קייט פון בתי מדרשים אינעם שטעטל קרית ברסלב. גאר אסאך האט צוגעגעבן די ווארימע בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אינמיטן די וואך לטובת די קאמפיין. מוצאי שבת קודש ארייינקומענדיג אין בית המדרש אויף האשקי האט אפגעווארט גאר א רייכע סעודת מלוה מלכה, מכל טוב וטוב, צוגעשטעלט דורכ'ן חשוב'ער גבאי און מנהל בית התבשיל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, אלע משתתפים זענען ווארעם אויפגענומען און באגריסט געווארן דורך די חשוב'ע עסקנים. העסקן מו"ה ארי פיש הי"ו האט געעפנט דעם מעמד מיט טרעפליכע ווערטער, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע זכות און זכי' צו שטיצן אזא מקום קדוש, וואס האט אנגעווארימט דעם ציבור זיך צו עפענען די טאשן זיך צו משתתף זיין מיט סכומים הגונים לטובת דעם בית המדרש און מקוה. דערנאך האט אויפגעטרעטן דער גבאי פונעם בית המדרש עצתו אמונה הר"ר יואל שניצלער שליט"א, וועלכער האט זייער שיין ארויסגעברענגט אז ווען עס קומט צו שטיצן א מקום תורה ותפלה זענען די חשבונות נישט פראפארציאנאל, נאר די זכותים מערן זיך אומצאליג, און דאס טוט באשטיין פאר'ן מענטש צו מצליח זיין בבני, חיי ומזוני רוויחי און סייעתא דשמיא. דער חשוב'ער דיין פון קרית ברסלב ליבערטי שליט"א האט זיך מטריח געווען און באשיינט דעם מעמד, און האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע ווערטער,&nbsp; דער דיין שליט"א האט ארויסגעברענגט די חשיבות פון זיך צוזאמקומען בשבת אחים צו א סעודת מלוה דמלכה, דערנאך האט דער דיין שליט"א ארויסגעברענגט די חשיבות פון געבן צדקה פאר צוועקן וואס זענען נישט אזוי דראמאטיש, נאר פשוט מ'וויל געבן צדקה צו שטיצן א מקום תורה וכדומה. דער דיין האט צוגעענדיגט מיט'ן פסוק וואס מ'האט געליינט דעם שב"ק "ויהי ידיו אמונה", די הענט זאלן שטיצן דעם בית המדרש "עצתו אמונה". דערנאך האט מען געזונגען זמירות לכבוד סעודת מלוה דמלכה באגלייט בשירה וזמרה דורכ'ן בעל מנגן ר' שמעון לאקס הי"ו. אן איבערראשנדיגע מאמענט פאר אלע משתתפים איז געווען ווען מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו, פון די חשוב'ע עסקנים פאר די מוסדות הקדושים און אן עסקן לכל דבר שבקדושה אין קהילת היכל הקודש, האט אריינשפאצירט אין זאל, און איז ספעציעל געקומען צו פארן קיין קרית ברסלב צו באשיינען דעם מעמד; ר' אהרן האט ווי שטענדיג מיט זיינע הארציגע דברים היוצאים מן הלב אנגעווארעמט די הערצער אנטייל צו נעמען אינעם "מיין שול" קאמפיין, ר' אהרן האט אין געציילטע ווערטער ארויסגעברענגט ווי ווייט דער ראש ישיבה געבט זיך אוועק פאר אונז, און ווי מיר דארפן אנטקעגן קומען צו העלפן דעם ראש ישיבה למעלה מיכולתינו. דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט ווארעמע ווערטער מו"ה יואל ראזענבערג הי"ו חבר הנהלת הקרי', וועלכער האט ארויסגעברענגט די גרויסע סייעתא דשמיא וואס באגלייט די שטעטל מיום הווסדה ביז יעצט, און אז דורך העלפן בויען דעם בית המדרש און נאך קען מען זיך רוקן צו די ווייטערדיגע פראיעקטן וואס זענען דא אויפ'ן טיש. צום שלוס האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש פונעם קאמפיין מו"ה דוד לאקס ה"ו ארויסברענגענדיג די תועלת פון האבן א בית המדרש אין מקוה יעדער אין יעדע געגנט, און אז דורכ'ן געבן דא וויפיל מ'קען העלפט מען זיך אליינס גאר אסאך. נאכן בענטשן איז זיך די ציבור צוגאנגען, שפירנדיג פרייליך מיט'ן נעמען א חלק אינעם קאמפיין אין דאס אויפבוי פונעם הערליכן בית המדרש עצתו אמונה. נעמט אייך חלק אין דאס אויפבויען דעם בית המדרש-מקוה טהרה, ווענדט אייך צו מו"ה דוד לאקס הי"ו 347-799-3361, אדער צו הר"ר יעקב משה אינדארסקי שליט"א 845-662-3207. ויהי ידיו אמונה! 💳 זיך צו משתתף זיין פאר ביהמ"ד/מקוה דורך "טשערידי" 📰 היינט דינסטאג נאכט, יארצייט פון מוהרא"ש 🛒 שיינע קאלעקשאן פון שיינע ספרים און נאך זאכן צום יארצייט פון מוהרא"ש 📸 היסטארישע בילדער פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים 🎦 היסטארישע ווידיאס פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים ▶️ פילע שיעורים פון מוהרא"ש ביי פארשידענע געלגענהייטן 🎞️ מוזיק ווידיא: צוואת מוהרא"ש 🛒 שובבי"ם - ספרים סידיס און קונטרסים

    < זעה מער טז שבט תשפ"ב 📝
  • נייע ספר תורה לעלוי נשמת מוהרא"ש זי"ע שוין אנגעהויבן צו שרייבן

    שטייענדיג ערב די יארצייט פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע (וואס פאלט אויס מארגן נאכט אור ליום י"ז שבט), האט די קהלה אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה לעלוי נשמת מוהרא"ש זי"ע. אזוי ווי דער אייבישטער האט געהאלפן אז עס פארמערן זיך כסדר בתי מדרשים "היכל הקודש" אין אלע היימישע געגענטער און מען דארף האבן נאך ספרי תורה. אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט געבעטן אז מען זאל געבן די געלעגנהייט פאר אלע אנשי שלומינו צו קענען אנטייל נעמען אין די הייליגע מצוה פון כתיבת ספר תורה. וואס איז מסוגל פאר פרנסה, ווי דער היילגער רבי שרייבט אין ספר המדות (ממון לו) "לכתוב ספר תורה מסוגל לפרנסה". דער סופר מומחה וירא שמים איז הרב ישראל גרומאן שליט"א, פון די חשובי אנשי שלומינו פון ארץ ישראל. ווען דער ראש ישיבה איז געווען אין ארץ ישראל, האט דער ראש ישיבה אריינגעשריבן דער ערשטער ווארט "בראשית" אינעם ספר תורה, וואס מען האפט צו ענדיגן ביז בערך א יאר. דער כתיבת ספר תורה איז נאך א פראיעקט לטובת אנשי שלומינו דורכן באקאנטן "רענט קאמפיין" וואס ווערט געפירט מיט גרויס איבערגעגעבענקייט דורך די חשובע עסקנים מו"ה שבתי דוד מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וואס טראגן דעם עול און העלפן באצאלן די חודשליכע רענט פאר די הייליגע ישיבה. עס זענען דא א שיינע אויסוואל פון זכותים וואס מען קען קויפן: 🪶 א גאנצע ספר - $2,500 (5 ספרים) 🪶 א פרשה - $1,200 (50 פרשיות) 🪶 א ספעצילע פרשה - $1,800 (בשלח, יתרו, ואתחנן, און וזאת הברכה)&nbsp; 🪶 זכות עמוד - $500 (42 עמודים) רופט שוין צו קויפן א זכות אינעם נייעם ספר תורה 845-379-2626 (מ'קען באצאלן מיט פעימענטס) ועתה כתבו לכם את השירה הזאת! &nbsp; 📰 דינסטאג נאכט יתרו יארצייט פון מוהרא"ש 🛒 שיינע קאלעקשאן פון שיינע ספרים און נאך זאכן צום יארצייט פון מוהרא"ש 📸 היסטארישע בילדער פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים 🎦 היסטארישע ווידיאס פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים ▶️ פילע שיעורים פון מוהרא"ש ביי פארשידענע געלגענהייטן 🎞️ מוזיק ווידיא: צוואת מוהרא"ש &nbsp; 🛒 שובבי"ם - ספרים סידיס און קונטרסים &nbsp;

    < זעה מער טו שבט תשפ"ב 📝
  • בנין פון די מוסדות אין שטעטל אריבער גרונטליכע רענאוואציעס

    היינט ווען מען קומט באזוכן די מוסדות, זעט מען די הייליגע מוסדות אין שטעטל איינקוואטירט אינעם גרויסן פרעכטיגן בנין אויף טשעסטנאט ראוד. א שיינע דריי שטאקיגע ציגעלנע בנין, שיין און שטארק, ווי די קינדער לערנען און פארברעגען במשך די וואך מיט הרחבת הדעת. א יאר צוריק האט מען דאס נאך נישט געהאט. מען האט ניטאמאל געחלומט פון אזא בנין, ווען דער ראש ישיבה האט געעפענט דאס שטעטל, האט מען נישט געוויסט וואו מען וועט פלאצירן די מוסדות, מען האט געהאט גאר גרויסע פלענער, די פלענער זענען באשטאנען פון תפילות, תפילות פון אלע איינוואוינער פון שטעטל, תפילות פון קינדער תינוקות של בית רבין וויסנדיג אז דער אייבערשטער וועט שוין האבן זיינע וועגן וויאזוי מען וועט האבן א בנין פאר די מוסדות. צוערשט איז מען מען געווען אין בעיסמענטס צוזייט און צושפרייט צווישן עטליכע לאקאלן, און אזוי האט מען דורכגעשטופט דעם ערשטן יאר, ווען מען האט מחנך געווען די טייערע קינדערלעך אויפן הייליגן אויסגעטרעטענעם וועג פון די פריערדיגע צדיקים, און אויסגעלערענט די קינדער אז וואס זיי דארפן נאר דארף מען בעטן דעם אייבערשטן. די קינדער האבן מתפלל געווען כסדר אז מען זאל האבן א גוטע פלאץ פאר די תלמוד תורה און די סקול. דער אייבערשטער&nbsp; דער שומע תפלת כל פה האט צוגעהערט די תפילות, און אומגעראכטן צוגעשיקט א פאסיגע פלאץ, גרויס און שיין, נאנט צום שטעטל, א פולקאם גרייטע בנין, מיט פילע קלאס צימערן, א קאך, א גרויסע לאנטש רום, און אלע געברויכן וואס מען דארף נאר האבן.&nbsp; דער בנין איז געבויט מיט מסירת נפש פאר בערך הונדערט יאר צוריק דורך די אידן וואס האבן געוואוינט אין דעם געגענט, און האבן גענוצט דעם פלאץ צו לערנען און דאווענען און אלע אידישע געברויכן. ליידער איז די געגענט געווארן אויסגעשפילט מיט די צייט, און דער בנין האט געפּוסטעוועט. דאן איז עס ארויפגעקומען אויף די מארקעט פאר א גאר גוטע פרייז, און ברוך השם, אז דער בנין איז דאן אריבער צו די הייליגע מוסדות, וואס האבן עס תיכף אריינגענומען אין באנוץ פאר די וואקסנדע מוסדות. אזוי ווי עס האט נאך געדארפט האבן פארשידענע רענאוואציעס, צוליב דעם וואס דער בנין איז שוין נישט געווען אין באנוץ פאר לענגערע צייט, האט מען זיך תיכף גענומען צו די ארבעט, און מו"ה שבתי מזרחי הי"ו האט זיך צוגעכאפט און אפגעקויפט דער זכות פונעם בנין מיט די רענאוואציעס. יעצט ווען די ארבעט איז שוין ב"ה פארטיג געווארן, האט מען ארויפגעלייגט שיינע גרויסע אותיות אינדערויסן פונעם בנין וואס טראגט מיט שטאלץ די ווערטער "תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, בהתייסדות כ"ק מוהרא"ש ז"ל, בנשיאות הראש ישיבה שליט"א" און אין צענטער א שיינע ברסלבע קרוין. אין דעם בנין וועט מען ווייטער לערנען מיט אידישע קינדער אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט נאר דער אייבערשטער, און ערציען די קינדער לתורה לחופה ולמעשים טובים ביז משיח'ס טאג.

    < זעה מער יד שבט תשפ"ב 📝
  • יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע

    די קומענדיגע וואך מיטוואך, י"ז שבט, געפאלט די זיבעטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע. מיט יעדן טאג נענטער צום יארצייט דערקענט זיך די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג. מוהרא"ש פלעגט זאגן "ביים יומא דהילולא פון א צדיק, קומט ארויס און מען זעט וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט", מען זעט ווי די לימודים און עצות וואס ער האט געלערנט מיט אידישע קינדער ביים לעבן, זענען ווייטער חי וקים, זיי זענען מחזק און מעורר אלץ מער און מער אידישע קינדער איבער די וועלט, און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן, נאך מער און שטערקער ווי ביי זיין הייליג לעבן. מיר געדענקן זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר אונז אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט אונז געשטארקט אין יעדן מצב און אונז מחזק געווען צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין. און דעריבער איז דער טאג אזוי גרויס, ווען מען נעמט זיך צוזאם און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען איז ווייטער ממשיך צו גיין אין זיינע וועגן. פילע אנשי שלומינו אין ארץ ישראל וועלן זיך משתטח צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש אין יבנאל אין די טעג ארום די יארצייט, אנדערע אידן בכל מקומות מושבותיהם וואס האבן נישט די מעגליכקייט אריבערצופארן צום ציון הקדוש, וועלן זיך צוזאמנעמען אין די לאקאלע בתי מדרשים און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן, און לערנען די הייליגע עצות פון זיינע פילע ספרים וואס ער האט אונז איבערגעלאזט בירושה. די צענטראלע סעודת הילולא וועט פארקומען אי"ה דינסטאג יתרו ביינאכט, אום 8:00, אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג, אויף 27 סקילמאן סטריט. אזוי אויך וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען אין שטעט איבער די וועלט אין די בתי מדרשים היכל הקודש, ווי מען וועט זיך מחזק זיין און הערן וואס מ'קען ארויסנעמען פון אזא גרויסן טאג. אנשי שלומינו וועלן אויך אויסנוצן דעם געהויבענעם טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן אין יעדע אידישע שטוב. מ'וועט זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם בית הדפוס "קרן הדפסה היכל הקודש" וואו מ'דרוקט טויזנטער ספרים און קונטרסים טאג טעגליך, און מען פארשפרייט עס צו אידן איבעראל, און וועקט זיי אויף אנצוהייבן לעבן מיטן אייבערשטן פון פריש. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. הוא ימליץ טוב בעדינו! &nbsp; 🛒 שיינע קאלעקשאן פון שיינע ספרים און נאך זאכן צום יארצייט פון מוהרא"ש 📸 היסטארישע בילדער פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים 🎦 היסטארישע ווידיאס פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים ▶️ פילע שיעורים פון מוהרא"ש ביי פארשידענע געלגענהייטן 🎞️ מוזיק ווידיא: צוואת מוהרא"ש

    < זעה מער יא שבט תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 976 to 990 of 1670 results

1 2 ... 63 64 65 66 67 68 69 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com