Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • די בחורים גרייטן זיך אויף פורים תשפ"ב

    די הייליגע ברסלב'ע ישיבה איז שוין גאר שטארק באקאנט אין די היינטיגע טעג, עס איז ברייט באוואוסט די גרויסע פעולות פון די הייליגע ישיבה, סיי וואס מען קען זען אויף די טייערע בחורים, הכרת פניהם ענתה בם, די תורה און תפלה, די יראת שמים און מדות טובות, וואס זיי האבן זיך איינגעקויפט בין כותלי הישיבה; און סיי די געוואלדיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט יעדן טאג אין ישיבה, און ווערט געהערט דורך פילע צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, וועלכע זענען זיך מחי' מיט די דרשות, און גלייכצייטיג מיט די "חיזוק יומי" טעגליכע קורצע אויסצוגן פון די דרשות, - וואס גאר אסאך אידן זאגן עדות אז די דרשות האבן געטוישט זייער לעבן צום גוטן אין אלע הינזיכטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות. פילע זענען זיך מחיה מיט די הערליכע ניגונים פון אמונה וואס האט איינגענומען די וועלט, אזוי אויך שעפן פילע אידן זייער גאנצע אידישקייט און לעבן פון די הייליגע בריוו פון די קונטרסים "עצתו אמונה", וואס ווערט פארשפרייט און צוכאפט דורך טויזנטער אידן וועכנטליך.   עס איז זייער מערקווירדיג דער גרויסער חילוק וויאזוי עס האט אויסגעזען מיט יארן צוריק ווען די ישיבה איז געעפנט געווארן, ביז היינט. אין אנהויב האט מען פארטריבן די בחורים און נישט געוואלט הערן בכלל פון די ישיבה, נישט באגרייפנדיג די געוואלדיגע תועלת וואס די הייליגע ישיבה ברענגט פאר די בחורים און פאר יעדן איינעם, און אצינד איז דאס פונקט פארקערט, ווען עס הערשט אזא צמאון א דארשט אויף די ישיבה, לא צמא ללחם ולא צמא למים, אידן שפירן פאר א גרויסע זכי' צו קענען האבן א חלק אין די געוואלדיגע פעולות פון די הייליגע ישיבה, לשמוע את דבר ה'.   די נאכפראגע איז שוין אזוי שטארק אז פארגאנגענעם יאר האט מען בשום אופן נישט געקענט נאכקומען דער פארלאנג, פון אלע זייטן האט מען געבעטן אז די בחורים זאלן ארויפצוקומען צו זיי אום פורים, און דאס איז ב"ה געווען גאר שיינע הכנסה פאר די הייליגע ישיבה.   אזוי ווי די צייט זייער באגרעניצט. וועט מען נישט קענען ארויפגיין צו קיינעם נאר מיט א פאראויס באשטימטע אפוינטמענט. רופט 917-232-9070 צו באשטעלן די בחורים צו קומען משמח זיין ביי אייך אום פורים.   ליהודים היתה אורה ושמחה!   📰 ברסלב פריים שלאגט ווארצלען 📸 פורים קטן תשפ"ב אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי 📖 ספרים אויף פורים פון מוהרא"ש זי"ע 🛒 ספרים און קונטרסים אויף פורים 📰 פורים המשולש תשפ"א אין ישיבה 🎧 דרשה ביים סעודת שושן פורים תשפ"א 📰 פורים תשפ"א אין היכל הקודש אין ירושלים 📰 דער ראש ישיבה רעדט צו די קינדער איבער זיך פארשטעלן פורים 📜א בריוו פון ראש ישיבה וויאזוי עס איז דורך פורים אין ישיבה   📰 ספר "איש יהודי" אויף מגילת אסתר פון ראש ישיבה שליט"א  

    < זעה מער טו אדר א' תשפ"ב 📝
  • גרויסע חלוקה אין קרית ברסלב דורכן בית התבשיל מיט די צוזאמען-ארבעט פון רבי ישעי'לעס קאך פון וויליאמסבורג

    דעם זונטאג איז פארגעקומען א גרויסע חלוקה אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי פון גאר אסאך שפייז פראדוקטן פון וואס פילע איינוואוינער אינעם שטעטל האבן נהנה געווען, צווישן די אייטעמס זענען געווען, פלייש, אייער, מזונות, פרוכט, גרינצייג, ברויט, מעל, סיריעל, דזשוס, מיליכיגס, נאש און נאך פילע זאכן. &nbsp; די גרויסע חלוקה איז צושטאנד געקומען בס"ד מיט די הילף פון די בארימטע "רבי ישעי'לעס קאך" פון וויליאמסבורג וואס ווערט געפירט דורכן איש החסד הרה"ח ר' שמעון פאזען הי"ו און אזוי אויך מיט די הילף פון הרה"ח ר' חיים יודא שווארץ הי"ו וואס קומען כסדר צו הילף פארן בית התבשיל אין שטעטל און געבן זיך אוועק בלב ונפש מיט אלעם וואס מעגליך צו פארשאפן זאכן צו קענען טיילן ביי די חלוקות אין קרית ברסלב. &nbsp; דער בית התבשיל'ס מיסיע איז צו פארזיכערן בסייעתא דשמיא, אז אלע אין שטעטל, נישט קיין חילוק זייער פינאנציעלער צושטאנד זאלן קענען צושטעלן פאר זייערע משפחות עסן צו דער זעט. פאר דעם צוועק, ארבעט מען אינאיינעם מיט די אויבנדערמאנדטע עסקנים פון וויליאמסבורג, און מען געבט אוועק שעות און מען הארעוועט אריין צו פארשאפן די פארשידנע מאכלים וואס מען קען נוצן אין א אידישע שטוב און מען לאדענט עס אן אויף טראקס און קארס, און מען דרייווט עס ארויס צו שטעטל ווי מען טיילט עס אויס בחנם פאר כל דכפין, צו אלעמענס צופרידנהייט. &nbsp; עקסטער פון דעם גייט אן וועכענטליך דער פראיעקט פונעם בית התבשיל פון "צאלן גראסערי ארדערס" פאר נויטבאדערפטיגע משפחות פון אנשי שלומינו. דער ראש ישיבה שליט"א טיילט אויס דאס געלט אין די אקאונטס פון משפחות וואס דארפן דאס האבן, און דאס ציעט אריין אין הוצאות פון איבער צוויי טויזענט דאלער יעדע וואך. דאס געלט קומט נישט פון קיין גרויסע עשירים און נדבנים, נאר ווערט אויפגעטריבן פון קליינע נדבות פון אנשי שלומינו וואס רופן זיך כסדר אן ווארעם צו די אפיעלס פונעם איבערגעגעבענעם מנהל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, און אזוי ווערט שטילערהייט צוגעשטעלט אלע גראסערי געברויכן פון צענדליגע משפחות וועכענטליך בדרך כבוד. &nbsp; צו האבן די זכיה אנטייל צו נעמען אין די הייליגע ארבעט פונעם בית התבשיל, און העלפן אידן לייגן ברויט און מילך אויפן טיש, קען מען זיך אלץ ווענדן צו מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, אויף 845-637-5667, אדער קען מען געבן אויף בית התבשיל אנליין פלאטפארמע פיר און צוואנציג שעה אין טאג. &nbsp; מיר ענדיגן דעם באריכט מיט די ווערטער וואס דער ראש ישיבה שרייבט איבערן בית התבשיל: "אנא עפענט ענקערע הערצער אים צו העלפן קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די מצווה. ובזכות די מצווה זאלט איר האבן שפע ברכה והצלחה." &nbsp; לשובע ולא לרזון, לברכה ולא לקללה &nbsp; 💳 לינק צו מנדב זיין אנליין פארן בית התבשיל &nbsp; 📸 בילדער 📰 א בקשה פון ראש ישיבה שליט"א ביים ציון אין קערעסטיר

    < זעה מער יד אדר א' תשפ"ב 📝
  • בחורי הישיבה גייען ארויס פון שובבי"ם מיט פולע קעשענעס

    &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען די בחורים פאר די שובבי"ם טעג מיט די ווערטער וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן: "ווען מען גייט ארויס פון די חנוכה טעג, מען האט געצינדן די הייליגע חנוכה ליכט, מען גייט אריין אין שובבי"ם, דארף מען זיך משלים זיין מיט תשובה, תורה, תפלה, ומעשים טובים, אזוי וועט מען אריינגיין אין אדר און אין פורים מיט שמחה ווי חז"ל זאגן "משנכנס אדר מרבין בשמחה", און פרייליך קען מען נאר זיין ווען מען טוט תשובה". דער ראש ישיבה האט יעדן טאג ביים שיעור חיזוק, געפאדערט און געמאנט פון די תלמידים, זיך צו נעמען אין די הענט אריין און נישט דורכלאזן די טעג מיט גארנישט, נאר אויסנוצן די צייט צו די מאקסימום, מיט תורה און תפלה. דער ראש ישיבה האט מעורר געווען אז מען דארף נוצן די מתנה וואס דער רבי האט אונז געגעבן דער "סדר דרך הלימוד", אז מען זאל שטענדיג לערנען נישט קיין חילוק צי מען האט דעם קאפ אויפן פלאץ אדער נישט, צי מען פארשטייט אדער נישט, צי מען געדענקט אדער נישט. די בחורים האבן טאקע אפגעראכטן די הייליגע שובבי"ם טעג אין ישיבה אויף אזא וועג ווי טרעפט נישט אין גאנצע וועלט. די בחורים האבן אויסגענוצט די צייט ווי עס דארף צו זיין, מיט תשובה און מעשים טובים. אלע בחורים האבן געענדיגט יעדן טאג גאנץ מסכת תענית, וואס דאס אליינס קומט אן צו א סך הכל פון איבער "פופציג טויזענט בלאט גמרא", דאס איז אויסער די טויזענטער פרקים משניות, טויזענטער קאפיטלעך תהלים, און נאך שיעורים וואס יעדער בחור האט זוכה געווען צו ענדיגן. און אזוי גייען די בחורים צו צום שבת ראש חודש אדר, מיט פילע קעשענעס מיט תשובה, תורה און תפלה, וואס נאר אזוי איז מען זוכה צו די ריכטיגע שמחה. משנכנס אדר מרבין בשמחה! 🛒 פורים קאלעקשאן אויף ברסלב סענטער &nbsp;

    < זעה מער יג אדר א' תשפ"ב 📝
  • נייע אפטיילונג "נוסח שבת ויום טוב" אויף קול ברסלב

    אין נאך א רינגעלע אין דעם הערליכע קייט פון דברי חיזוק, שיעורים, דרשות, ניגונים, סיפורים, שמועסן, און פיל מער, וואס מען קען הערן אויפ'ן בארימטן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, פון וואס די צענדליגע טויזנטער צוהערער פון די גאנצע וועלט שעפן חיות, ווי שוין ברייט באריכטעט דא נישט לאנג צוריק, איז יעצט צוגעקומען א פרישע אפטיילונג אויפן ליין: "נוסח שבת ויום טוב", פון וואס פילע אידן האבן זיך שוין מחי' געווען און וועלן זיך נאך מחי' זיין. &nbsp; מען קען עס טרפען אויפן סיסטעם דורכן דרוקן 1️⃣ פאר אידיש, 5️⃣ פאר היכל נגינה, און 4️⃣ פאר נוסח. דא וועט איר טרעפן א הערליכער אויסוואל פון נוסח לשבת ויום טוב, אין צוגאב צו די נוסח פון ימים נוראים וואס איז שוין געווען ביז יעצט אויפ'ן ליין. &nbsp; דערווייל האט מען שוין ארויפגעלייגט צו קענען הערן די נוסח פון קבלת שבת, קידוש שבת קודש, שוכן עד שבת צופרי, שחרית לשבת, ממקומך, ברכות הפטורה, און ראש חודש בענטשן; אויף יום טוב האט מען שוין געלייגט מערבית און קידוש; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען בקרוב צולייגן נאך אסאך שיינע נוסחות, פון וואס פילע וועלן מיטן אייבערשטנס הילף שטארק הנאה האבן. &nbsp; אויך קען מען דארט הערן "זמירות" פאר שבת קודש און מוצאי שבת קודש, אזוי ווי מען זינגט עס אין ברסלב, מיט נאך שיינע ניגונים וואס מען קען זינגען לכבוד שבת קודש. מען הערט צוריק ברוך השם פילע גוטע גריסן פון אידן וואס האבן גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם נייעם אפטיילונג. &nbsp; כבד את ה' מגרונך! 📰 200 אינהאלטספולע אינטערוויוס אויף "קול ברסלב" 🛒 קול ברסלב הפצה קארטלעך 📖 שבת קאלעקשאן אויף ברסלב סענטער

    < זעה מער יב אדר א' תשפ"ב 📝
  • פרישע בית המדרש "מקור השמחה" אין קרית ברסלב ליבערטי

    אזוי ווי - געלויבט דעם אייבערשטן - דער שטעטל קרית ברסלב ליבערטי וואקסט קע"ה, סיי אין שטח, און סיי מיט איינוואוינער, דערפאר גרייטן זיך אין די טעג די איינוואוינער פונעם פרישן געגענט אינעם שטעטל אויף מאַרקס גאס צום עפענונג פונעם נייעם בית המדרש היכל הקודש, וואס וועט ווערן גערופן "בית המדרש מקור השמחה". ביז דערווייל האט מען געדאווענט אויף צייטווייליג אין שטוב פון האברך מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, וואס האט אוועק געגעבן זיין דירה מ'זאל עס קענען נוצן אויף דערווייל פארן בית המדרש, און אין די קומענדיגע וואכן וועט מען מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיך אריינצוען&nbsp; דאווענען אינעם נייעם בית המדרש וואס ווערט געבויעט אונטערן דירה פון האברך מו"ה רפאל פורסט הי"ו. מו"ה רפאל הי"ו האט זיך מתנדב געווען אוועקצוגעבן א חלק פון זיין דירה, און מ'האט שוין אנגעהויבן עס איבערצובויען מיט אלע געברויכן פאר א בית המדרש. אלע מתפללים און לייגן צו א פלייצע צום הצלחה פונעם אויפבוי פונעם בית ה'. די אחדות און הארץ וואס אנשי שלומינו ווייזן ארויס איינע צום צווייטן, איז די סיבה פארוואס עס איז אזוי געשמאק אריינצוקומען און דאווענען און לערנען אינעם בית המדרש. פון ווי עס וועט ארויסגיין פילע שעות פון תורה ותפלה והתבודדות, שיחות התחזקות, און גמילת חסדים.

    < זעה מער ט אדר א' תשפ"ב 📝
  • מארגן דאנערשטאג וועלן אנשי שלומינו מסיים זיין מסכת מועד קטן

    אנשי שלומינו פרייען זיך בשמחת התורה צום סיום מסכת מועד קטן וואס איז געלערנט געווארן ביי אנשי שלומינו על סדר הש"ס, ווען מען האט יעדן איינציגן טאג - געלויבט דעם אייבערשטן - געלערענט א בלאט גמרא. דער ראש ישיבה שליט"א וועלכע לערנט פאר דעם דף גמרא יעדן טאג בטוב טעם ודעת מיט א גאר געשמאקן און קורצן וועג, איז אלץ מיט א בלאט פאראויס, אזוי אז עס זאל שוין זיין ארויפגעלייגט אויפן טעלעפאן און אויף דעם וועבסייט יעדן טאג אינדערפרי דעם בלאט פון יענעם טאג. טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט האלטן מיט דעם געשמאקן שיעור פון ראש ישיבה וואס ווערט מפורסם. אויך איז מען זיך מחיה מיט די קורצע חיזוק ווערטער וואס ווערט אלץ געזאגט נאכן שיעור, ווי דער ראש ישיבה נעמט ארויס וואס די גמרא וויל פון אונז הלכה למעשה, אויף טאג טעגליך. אזוי אויך רעדט דער ראש ישיבה אלץ איבער חינוך, און וויאזוי מען קען מצליח זיין אויפצוציען ערליכע שיינע דורות אין די היינטיג וועלט. יעצט ווען מען האלט דא איז די צייט צו דערמאנען די ווערטער פון ראש ישיבה ביים פריערדיגע סיום ווען ער האט שטארק געבעטן אנשי שלומינו מ'זאל זיך נעמען אויף זיך צו לערנען יעדן טאג דעם נייעם מסכת וואס מ'הייבט יעצט אן, "אז דו וועסט "זאגן" דעם דף גמרא יעדן טאג, קען זיין אז דו וועסט לערנען יעדן טאג דעם דף, אז דו וועסט וועלן "לערנען" דעם דף וועסטו זען וואס עס וועט זיך אויסלאזן דערפון" האט דער ראש ישיבה געזאגט, זוך נישט קיין שלימות, פאלג דעם צדיק וואס האט געזאגט (שיחת הר"ן סימן ע"ו) "אין צריכים בלימוד רק האמירה לבד". דער ראש ישיבה זאגט כסדר אז לערנען א בלאט גמרא אינדערהיים איז שטארק מסוגל אויף שלום בית, "ווען די ווייב זעט ווי איר מאן לערנט, האט זיך אויף וועם ארויפצוקוקן"! מארגן ביים שיעור ליל שישי וועט מען זיך וואשן צו א סעודה און מען וועט פראווען א סעודה לכבוד דעם סיום, ווי דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט פאסיגע ווערטער, און מחזק זיין און מעודד זיין מען זאל ווייטער גיין און נישט נאכלאזן. 🎦 סיום מסכת מגילה, ליל שישי בשלח תשפ"ב ▶️ געשמאקע שיעורים אין גמרא פון ראש ישיבה 🛒 יעדן טאג פרישע סחורה אויף וועבסייט

    < זעה מער ח אדר א' תשפ"ב 📝
  • "עצתו אמונה פארברענג" אין וויליאמסבורג

    דאס פייער פון הייליגן רבי'ן ברענט וואס א טאג שטערקער און שטערקער איבער די גאנצע וועלט, די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן ווערן מער און מער פארשפרייט, אזויפיל אידן איבער דער גארער וועלט זענען זיך מחי' מיט די ספרים, קונטרסים, און גליונות, מען באקומט גאר אן אנדערע סארט בליק אין לעבן, און אלעס טוישט זיך אזוי שיין צום גוטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, ווען מען איז זוכה צו שפירן די זיסקייט פון הייליגן באשעפער, וואס דער רבי ברענגט אריין אין אונז. ספעציעל די שיעורים און בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, זענען גאר שטארק אויפגעכאפט ביי אלע אידישע קינדער, די עצות פון הייליגן רבי'ן, ווי מוהרא"ש האט עס געלערנט מיט אונז, ווערן אראפגעלייגט אויף אזא שיינע קלארע און גרינגע וועג אין די שיעורים און בריוו, ספעציעל געאייגנט פאר'ן היינטיגן דור, מיט די היינטיגע נסיונות און שוועריקייטן; דאס געבט א וועג פאר יעדן איד אין יעדן מצב זיך צו קענען דערהאלטן מיט א שטארקייט, איבערקומען אלע איבערגייעכצער, און צוריק קומען צום אייבערשטן. אין פילע שטעט איבער די גאנצע וועלט עפענען זיך כסדר נאך און נאך בתי מדרשים "היכל הקודש", וואו עס קומען זיך צוזאם חברים וואס טרינקען אלע פונעם זעלבן הייליגן און לויטערן קוואל, און זענען זיך מחזק אינאיינעם מיט די זיסע עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, לויט ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז. און די זעלבע איז מיט די חבורות היכל הקודש; כאטש וואס מען וואוינט ווייט, זענען אבער די הערצער נאנט, אין גאר אסאך שטעט קומען זיך צוזאם תלמידי היכל הקודש איין מאל א וואך, מען זינגט ניגוני אמונה, מען דערציילט מעשיות פון תפלה, מעשיות פון הפצה, מעשיות ווי אזוי מען האט זוכה געווען מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן, און ווי אזוי די גאנצע לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן, און אזוי שטארקט מען זיך צוזאמען אין עבודת ה'. גלייכצייטיג מאכט מען ביי די חבורות פילע סיומים, וואס מען איז זוכה צו לערנען און מסיים זיין דורכ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן. קנאת סופרים תרבה חכמה, מען לערנט זיך איינער פון צווייטן ווי אזוי זיך צו שטארקן אין תורה און תפלה, אין אמונה און יראת שמים, און אזוי ווייטער מיט אלע גוטע זאכן. אין ארץ ישראל זענען שוין דא היינט וועכנטליכע חבורות אין אלע היימישע געגנטער, און די זעלבע איז אין ענגלאנד און אין קאנאדא, און אין נאך פילע אידישע געגנטער איבער די גאנצע וועלט. דאס איז אבער נישט געווען ביז היינט אין אמעריקע, און דעריבער איז גרויס די פרייד ביי אנשי שלומינו אז מען האט אנגעהויבן מאכן חבורות אויך אין אמעריקע. די וואך איז פארגעקומען די ערשטע "עצתו אמונה פארברענג" אין שטוב פון איינער פון די חברים אין וויליאמסבורג, א שיינער ציבור אנשי שלומינו איז זיך צוזאמגעקומען דעם מאנטאג נאכט צו פארברענגען אינאיינעם פאר א שעה, מען האט געזינגען ניגוני אמונה, די אידישע ניגונים וואס שלעפן צוריק א איד צום אייבערשטן, מען האט געשמועסט פון שיינע מעשיות פון תפלה און הפצה, און זיך געטיילט איינער מיט'ן אנדערן מיט די טייערע און ליכטיגע ירושה פון הייליגן רבי'ן. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט ער ווייטער אנהאלטן יעדע וואך, מען וועט זיך צוזאמקומען און זיך מחזק זיין, און שעפן פרישע כוחות אנצוגיין מיט'ן דינען דעם אייבערשטן בשמחה ובטוב לבב. איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק! 🎭 פורים קאלעקשאן אויף ברסלב סענטער &nbsp;

    < זעה מער ז אדר א' תשפ"ב 📝
  • היכל הקודש בית שמש צואוואקסט זיך

    אין שטאט בית שמש אין ארץ ישראל געפונט זיך גאר א שיינע קיבוץ פון אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וואס זענען מקושר צום הייליג'ן רבי'ן, און פאלגן זיינע עצות וואס ער לערנט אונז. &nbsp; אזוי ווי דער ציבור אנשי שלומינו וואוינען אויסגעשפרייט אינעם גרויסן שטאט בית שמש, איז כמעט נישט מעגליך מען זאל זיך קענען צוזאם קומען יעדן שבת אלע אינאיינעם, צוליב דעם האט מען איינגעטיילט די חבורה אין צוויי, און יעדע וואך קומט מען זיך צוזאם ביי שלש סעודות אין צוויי באזונדערע פלעצער, ווי מען איז זיך מחזק מיט די עצות וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז, עס זיצן צוזאמען אנשי שלומינו, מען וואשט זיך צו שלש סעודות, מען זינגט צוזאמען זמירות, און דערנאך זינגט מען צוזאמען די אידישע ניגונים פון אמונה, און מען לערנט פאר די עצות און התחזקות וואס מען לערנט אין היכל הקודש. &nbsp; פארלאפענעם שבת פרשת משפטים האט מען שוין אויך געדאווענט אינאיינעם פרייטאג צונאכטס ביים חבורה אין שטוב פון מו"ה יצחק ראטה הי"ו. אויך אינמיטן די וואך קומט מען זיך צוזאם. יעדע דאנערשטאג נאכט הערט מען אויס א שיעור פונעם ראש ישיבה, אויך יעדע מאנטאג נאכט קומט מען זיך צוזאם, און מען רעדט שיחות חברים, און מען איז זיך מחזק און די אינגעלייט און בחורים פארציילן מעשיות פון תפילה און מעשיות פון הפצה וואס זיי האבן מיטגעלעבט. &nbsp; מיין פייערל וועט טליען ביז משיח'ס טאג

    < זעה מער ו אדר א' תשפ"ב 📝
  • איבער 200 אינטערוויוס אויף קול ברסלב אפגעצייכענט

    לכבוד דעם צוויי הונדערטסטן אינטערוויו אויפן פאפולערן קול ברסלב האטליין, האט דער באקאנטער איש החסד מו"ה ארי פיש הי"ו אינטעריוויוט הרב יואל טייטלבוים שליט"א וואס איז מהנה א גאנץ יאר די צענדליגע טויזנטער צוהערער טאג טעגליך פון קול ברסלב מיט די כסדרדיגע גאר אינהאלטספולע אינטערוויוס, ווי ער געבט איבער פון זיין ערפארונג וואס עס מיינט צוצושטעלן די אינטערוויוס טאג טעגליך, נאכדעם וואס ער איז א גאנצן טאג אן איבערגעגעבענער מלמד און מנהל, פאר די טייערע צאן קדשים אינעם תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב, אויסער דעם לייגט ער אריין גרויסע כוחות ארויפצוברענגען כמעט טאג טעגליך נייע באלערנדע און דראמאטישע אינטערוויוס וואס הייבן אויף די געמיטער און דערנענטערן אידישע קינדער צום אייבערשטן. הר"ר יואל פארציילט, אז דער געלונגענער און מערסט פאפולערסטער ווינקל אויפן האטליין פון אינטערוויוס איז געבוירן געווארן דורך א זאך וואס האט צו אונזערע אויגן געקענט אויסגעזען ווי א גרויסער דורכפאל. פאר צוויי יאר צוריק איז געווען אפגעשמועסט צו אינטערוויוען עטליכע אנשי שלומינו פאר א פראיעקט וואס מו"ה ישראל סאמעט הי"ו האט געוואלט צושטעלן אויפצושפילן צום יארצייט פון מוהרא"ש, און דער אייבערשטער האט אזוי צוגעפירט אז אסאך פון די וואס האבן זיך געהאט צוגעגרייט איז מען נישט אנגעקומען. דאס אלעס האט דער אייבערשטער אזוי צוגעפירט בהשגחה פרטית און האט געעפנט די טירן צו דעם גאר געלונגענעם אפטיילונג וואס האט שוין מחזק און מקרב געווען טויזנטער אידן, ועוד ידם נטויה בסייעתא דשמיא. דער "קול ברסלב" ליין באקומט אריין טעגליך צענדליגע טויזנטער רופער פון איבער די גאנצע וועלט וואס זוכן זיך אויפצופרישן און זיך מחי' זיין מיט די הייליגע ווערטער פון הייליגן רבין אין די פילע געשמאקע אפטיילונגען, וואס בלאזט אריין א פרישע גייסט אנצוגיין אין לעבן, און זיך שטארקן אין אלע מצבים. אנגעהויבן מיט די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א וואס זענען א וועג ווייזער פאר פילע אידישע קינדער, וואס מאכן זיכער נישט אויסצולאזן קיין איין שיעור, וועלדיג הערן ריכטיגע הדרכה אין לעבן, צו דינען דעם אייבערשטן און וויסן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן אין אונזער שווערע דור, און האבן א גליקליך לעבן ברוחניות און בגשמיות. אויסערדעם ווילן מענטשן אויך מיטהאלטן וואס עס טוט זיך אין די קארידארן פון היכל הקודש, ווי אזוי זאכן גייען צו, ווי אזוי זאכן ווערן געמאכט, ווי אזוי מענטשן נעמען אויף די לימודים, ווי אזוי גייט דאס ארויס אויף דער וועלט, און אזוי ווייטער. און דער חלל צילט דער אינטערוויוס אפטיילונג צו ערפילן, וואו מען שטעלט צו אינטערוויוס מלא תוכן, וואו מ'הערט גאר אסאך אינטערעסאנטע אינפארמאציע אין פילע תחומים. יעצט איז אפגעצייכענט געווארן א חשובער מאמענט, ווען די אינטערוויוס האבן אריבערגעשפרייזט דעם נומער צוויי הונדערט אינטערוויוס וואו מ'קען הערן וואס טוט זיך פון הונטער די קוליסן אין אלע צענטערן פון היכל הקודש איבער די וועלט. "קול ברסלב" האט לאקאלע טעלעפאן נומער אין אלע לענדער ווי אידן געפונען זיך איבער די גאנצע וועלט. אמעריקע (ניו יארק) 212-444-9191, אפסטעיט ניו יארק 845-351-0910, קאנאדא 438-300-8080, ענגלאנד 03303502361, ארץ ישראל 0797040066. די אינטערוויוס קען מען טרעפן דורך דרוקן&nbsp; 1️⃣ פאר אידיש, 7️⃣ פאר פאמיליע ווינקל, און 5️⃣ פאר אינטערוויוס.&nbsp; דאס איז אין צוגאב צו די פילע פארשידנארטיגע אינטערעסאנטע אפטיילונגען אויף "קול ברסלב", צוגעפאסט פאר יעדן איינעם, יעדער זאל זיך קענען טרעפן זיין געשמאקע ווינקל מיט וואס זיך מחי' צו זיין. &nbsp; 📰 מפתח פון די ערשטע הונדער אינטערוויוס 🛒 קול ברסלב הפצה קארטלעך &nbsp; פאלגענד איז די ליסטע פון די פילע אינטערעסאנטע אפטיילונגען פון "קול ברסלב" ווי יעדער קען זיך טרעפן מיט וואס צו מחי' זיין לויט ווי זיין הארץ באגערט: &nbsp; דרוקט ① פאר אידיש, און דערנאך: &nbsp; 0️⃣ אפדעיטס און נייעס &nbsp; 1️⃣ חיזוק יומי &bull; נייע שיעורים ◀❶ חיזוק יומי פון ראש ישיבה שליט"א ◀❷ חיזוק יומי פון מוהרא"ש זי"ע ◀❸ שארטקאטס צו די נייעסט שיעורים ◀◀❶ טעגליכע שיעור ◀◀❷ וועכענטליכע שיעור ◀◀❸ בבלי ◀◀❹ חיזוק פון בבלי ◀◀❺ ירושלמי ◀◀❻ רמב"ם ◀❼ קאראנע&nbsp; ◀❾ ענינא דיומא ◀◀❶ ראש השנה ◀◀❷ יום כיפור ◀◀❸ סוכות ◀◀❹ חנוכה ◀◀❺ פורים ◀◀❻ פסח ◀◀❼ ל"ג בעומר ◀◀❽ שבועות ◀◀❾ תשעה באב ◀◀❿ ט"ו באב &nbsp; 2️⃣ שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א ◀❶ טעגליכע דרשות ◀❷ וועכענטליכע דרשות ◀❸ מועדים וזמנים ◀❹ משניות ◀❺ שו"ת און בריוו ◀❻ שולחן ערוך ◀❼ גמרא בבלי ◀❽ שיעורי נ"ך ◀❾ גמרא ירושלמי ◀❿ חיזוק קאלס ◀⓫ משנה תורה להרמב"ם &nbsp; 3️⃣ שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע ◀❶ בראשית ◀❷ שמות ◀❸ ויקרא ◀❹ במדבר ◀❺ דברים ◀❻ מועדים וזמנים ◀❼ פארשידענע דרשות ◀❽ שיעורים אין ליקוטי מוהר"ן ◀❾ שמועסן פון פריערדיגע יארן &nbsp; 4️⃣ מלמדים שטיבל &bull; אנדערע שיעורים ◀❶ שיעורים פון הרב יצחק לעזער שליט"א ◀❷ מלמדים שטיבל &bull; שיעורי חינוך &bull; אינטערוויוס ◀◀① מלמדים שטיבל ◀◀② חינוך שמועסן פון די גמרא שיעורים פון ר"י ◀◀③ חינוך שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א ◀◀④ חינוך שיעורים אין ת"ת היכל הקודש וומ"ס ◀◀⑤ אינטערוויוס מיט מלמדים און מחנכים ◀❸ הלכה &nbsp; 5️⃣ היכל ניגנה ◀⓿ אלע ניגונים שאפל רענדאם&nbsp; ◀❶ ווארימע ניגונים ◀❷ גראמען ◀❸ לעבעדיגע ניגונים ◀❹ נוסח ◀❺ סינגלס ◀❻ ניגונים אן מוזיק לימי הספירה &nbsp; 6️⃣ שיעורים מיטצוזאגן ◀❶ משניות ◀❷ תהילים &bull; תיקון הכללי &bull; תפילת הדרך &bull; פרשת המן ◀❸ חומש ◀❹ בבלי, ירושלמי, תוספתא נצחי ◀❺ ליקוטי מוהר"ן &nbsp; 7️⃣ פאמיליע ווינקל ◀❶ מעשיות פון תפלה ◀❷ סיפורי מעשיות ◀❸ סיפורי צדיקים ◀❹ הפצה בליצן ◀❺ אינטערוויוס ◀❻ לאנטש ברעיק שמועסן ◀❼ שיחת חברים &nbsp; 9️⃣ נדבות &bull; אנווייזונגען &bull; הוקאפ &bull; מערכת ◀❶ נדבות ◀❷ אנווייזונגען ◀❸ צו באקומען חיזוק יומי&nbsp; ◀❹ די טעלעפאן נומערן פון קול ברסלב ◀❺ לייוו הוקאפ ◀❾ לאזן א מעסעדזש &nbsp; שמעו ותחי נפשכם!

    < זעה מער ה אדר א' תשפ"ב 📝
  • שיינע בר מצוה אין בית המדרש

    נעכטן מיטוואך איז פארגעקומען א הערליכע שמחת בר מצוה אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, ווען הב' ישעי' נ"י א זון פונעם מנהל הר"ר אברהם משה שטראסער הי"ו איז אריין לעול התורה והמצות. דער קלוגער בחור איז פון די תלמידים פון די הייליגע ברסלב'ע תלמוד תורה אין קרית ברסלב ליבערטי, ווי מען לייגט אריין אין די קינדער אז דער עיקר אין לעבן אז נאר תורה מצות און מעשים טובים, און נאר אז מען לעבט מיטן אייבערשטן וועט מען האבן א גוטע לעבן, און מען דארף זוכן צו געפעלן נאר דעם אייבערשטן, און אים קען מען צופרידן שטעלן, און מענטשן קען מען סיי ווי נישט צופרידן שטעלן. &nbsp; דערפאר איז ביי די קינדער א בושה צו פראווען א בר מצוה אויף אן אזוי גערופענע "נארמאלע" וועג, אין א זאל, מיט א קעיטערער, מיט מיניטשורס א.א.וו. וואס בסך הכל וועט מען זיך קענען איינרעדן אז מען וועט ווערן ארויפגעקוקט ביי זיינע חברים, אבער פון די אנדערע זייט וועט מען צאפן דאס בלוט פונעם טאטן וואס דארף אויסבלוטיגן מיט שווערע חובות פאר זיין תכשיט'ל. וואס דערמיט איז מען ר"ל עובר אויפן באפעל פון אייבערשטן "כבד את אביך ואת אמיך". &nbsp; די טייערע קינדער וואס לעבן מיטן אייבערשטן בעטן זייערע עלטערן אז זיי זאלן מאכן זייער בר מצוה וואס פשוטער און וואס קלענער, ווייל זיי פרייען זיך נאר מיטן טון דעם אייבערשטנס רצון און ווילן נאר אים געפעלן, און זיי זענען העכסט צופרידן מיטן פראווען א בר מצוה אין בית המדרש, און זיך פרייען מיט דעם וואס זיי ווערן יעצט שוין מחוייב במצוות, און זיי הייבן אן צו לייגן תפילין א.א.וו. &nbsp; א שיינע ציבור אנשי שלומינו זענען געקומען און זיך מיטגעפרייט מיטן בעל שמחה וואס איז אזוי געטריי איבערגעגעבן צו די הייליגע מוסדות, און האבן געווינטשן דעם הבר מצוה בחור זאל ווייטער שטייגן בתורה ויראת שמים. &nbsp; ומשפע מצות תפילין יתמשך עלי להיות לי חיים ארוכים ושפע קודש &nbsp; 📸 בילדער 💬 הדרכה פאר א בר מצוה בחור 🎭 פורים קאלעקשאן אין ברסלב סענטער (ניי! "מגילת אסתר - גנזי המלך") &nbsp;

    < זעה מער ג אדר א' תשפ"ב 📝
  • ספר אוצר שלום בית

    אין די יעצטיגע טעג האט מען איבערגעדרוקט פון פריש דעם הייליגן ספר "אוצר שלום בית", וואס איז איינע פון די פאפולערסטע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע. דער ספר איז שוין איבערגעדרוקט געווארן הונדערטער מאל במשך די יארן, און איז שוין פארשפרייט געווארן אין די הונדערטער טויזנטער איבער די גאנצע וועלט, און האט שוין מחזק געווען פילע טויזענטער אידישע קינדער מיט עצות און חיזוק צו טרעפן די גליק ביי זיך אינדערהיים, און צו וויסן וויאזוי מען קען איבערדרייען די שווערסטע מצב אין שטוב צו ממש א גן עדן אויף דער וועלט. &nbsp; דער ספר איז א ליקוט פון פופצן הערליכע קונטרסים: ▪️ כבוד הבעל, ▪️ כבוד האשה, ▪️ שלום בביתך, ▪️ שלום באהלך, ▪️ שלום בבית, ▪️ שלימות הבית, ▪️ טוב בבית, ▪️ חיזוק הבית, ▪️ נישואין מוצלחים, ▪️ זוג מאושר, ▪️ זוג מוצלח, ▪️ תפסיקו לריב, ▪️ חיים משותפים, ▪️ למה להתגרש?!, ▪️ שלום במשפחה. &nbsp; ווי באקאנט איז ביים הייליגן רבין געווען "שלום בית" גאר א וויכטיגע יסוד, דער רבי האט געזאגט אז דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך זייער אויף פארפעלקער און אינגעלייט צו צוברעכן די ליבשאפט, און אזוי ארום זיי פארכאפן אין זייער נעץ. די זעלבע איז פארקערט, ווען עס איז דא ליבשאפט צווישן די פאר פאלק, אזוי קען מען זיין אן אמתער ערליכע איד, און אזוי אויך וואקסן די קינדער אויף געזונט און ערליך. &nbsp; דער ספר וועט בעזר השם געבן די ריכטיגע הדרכה און עצות וויאזוי צו עררייכן שלום אין שטוב, און וועט ערלקערן פארוואס זיך גט'ן ח"ו איז נישט די עצה, און די ריכטיגע עצות וואס צו טון וויאזוי צוריק צו ברענגען די ריכטיגע אהבה אחוה שלום ורעות צווישן די פארפאלק. &nbsp; דער ספר און נאך פילע ספרים און קונטרסים איז דא צו באקומען ביים קרן הדפסה היכל הקודש, אזוי אויך קען מען עס קויפן פיר און צוואנציג שעה אויפן ברסלב סענטער געשעפט וועבסייט, וואס וועט עס אייך שיקן אין שטוב, איבעראל אין די גאנצע וועלט. &nbsp; לא מצא הקדוש ברוך הוא כלי מחזיק ברכה אלא השלום &nbsp; 📖 אוצר שלום בית פאר בלויז $2.99 🛒 ספרים, קונטרסים, קארטלעך, אין אידיש, ענגליש איבער "שלום בית" 🎦 הערליכע שיעור פון ראש ישיבה איבער שלום בית - תולדות תשפ"ב 📚 נייע ספרים לעצטענס געדרוקט אין קרן הדפסה

    < זעה מער א אדר א' תשפ"ב 📝
  • אינגערמאן פון קרית ברסלב ערוועלט צום "ליבערטי פלענינג באורד"

    פון קרית ברסלב קומט אריין די גוטע נייעס, אז איינע פון די חשוב'ע תושבים מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו איז אויסגעקליבן געווארן דורך די טאון באאמטע צו ווערן א חלק פון זייער "פלענינג באורד". מען זעט די סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט; עס זענען קוים דורך צוויי יאר זינט אנשי שלומינו האבן זיך אנגעהויבן ארויסציען קיין ליבערטי, וואו מען האט אויפגעשטעלט א שטעטל אויפן רבינ'ס נאמען. זומער שנת תשע"ט זענען ארויסגעקומען די ערשטע צען משפחות, מען האט גלייך געעפנט א חדר און א סקול פאר די קינדער ווי מען איז מחנך די קינדער מיט אמונה און יראת שמים אויפ'ן וועג פון רבי'ן, און זינט דאן קומען כסדר צו פרישע משפחות צום שטעטל, און קינדער צו די מוסדות קע"ה. אלע וואונדערן זיך, "וואס איז דער סוד פונעם ברסלב'ער שטעטל? ווי אזוי בליט עס אזוי שיין? יעדע וואך ציען זיך ארויס נאך משפחות, עס האלט שוין ביי קרוב צו הונדערט משפחות כן ירבו; וואס איז זייער סוד? וואס איז פשט אז אינגעלייט פון שטעטל זיצן שוין ביי מיטינגען פון די רעגירונג?", דער ענטפער איז "תפילה"! אין דעם שטעטל גייט אלעס נאר דורך תפילה; נישטא קיין שטיינדל אין שטעטל וואס זאל נישט ליגן אונטער דעם תפילה. חשוב'ע ליינער, גלייבט נישט וואס מיר שרייבן, גייט אליינס אריבער אין שטעטל, און כאפט א שמועס מיט די איינוואוינער, וועט איר זיך איבערצייגן אז וואס איר ליינט איז אמת, איר וועט שטיין מיט אן אפענעם מויל ווען איר וועט הערן די וואונדערליכע "מעשיות פון תפילה" פון פשוט'ע אינגעלייט; אינגעלייט וואס ארבעטן ביטער שווער צו ברענגען פרנסה - האבן די השגה וואס צדיקים האבן משיג געווען נאך שווערע עבודות. דאס איז דער כח פון הייליגן רבי'ן וואס לאזט זיך אראפ צו אונז גאר פשוטע מענטשן און ברענגט אונז צו די הויכע זאכן. דער נייער פלעניג באורד מיטגליד מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו איז א תלמיד פון ראש ישיבה, ער האט זיך מוסר נפש געווען ביי די דרייצן יאר צו קומען לערנען אין ישיבה תפארת התורה, זיינע עלטערן - אזוי ווי אלע עלטערן וואס הערן לשון הרע אויפן ישיבה - האבן נישט געוואלט ער זאל דארט לערנען, מען האט אים זייער געפייניגט אויף פארשידענע אופנים, ווען זיי האבן איינגעזען אז גארנישט העלפט נישט, דער בחור מנחם איז שטארק ווי א לייב, ער וויל לערנען נאר אין ברסלב - האבן זיי אים אריינגעלייגט אין תפיסה ער זאל נישט קענען קומען אין ישיבה, ביז די שטאט האט זיך אריינגעמישט, מיט די הילף פון עסקנים און מיט די הילף פון א גרויסע לאיער האט מען אים אריינגעלייגט אין ישיבה. געווענליך איז מען געוואוינט אז די אלע שושקעס, די וויכטיג מאכערס וואס שטופן זיך אריין ביי די הויכע פענסטערס - זענען אינגעלייט וואס לערנען נישט און דאווענען קוים, זיי טראכטן אז אזוי וועלן זיי טרעפן סיפוק פאר זייער הונגעריגע נשמה, די בארד און פיאות ווערט נעבעך קערצער און ווייניגער. א.א.וו. אין ברסלב איז עס אנדערש, דייקא די פלייסיגע אינגעלייט וואס פארפעלן נישט זייערע שיעורים כסדרן, זיי לערנען בהתמדה רבה, - די אינגעלייט וואס האבן שיינע פיאות מיט א פולע בארד - זענען די עסקנים און טוערס. אונזער מו"ה מנחם הי"ו האט נישט לאנג צוריק זוכה געווען צו מסיים זיין די ניין און ניינציגסטע מאל ששה סדרי משנה. דער אייבישטער זאל העלפן אז מו"ה מנחם הי"ו זאל מצליח זיין אין דעם נייעם אמט, און קענען העלפן אידישע קינדער א גאנץ לעבן בכלל, ובפרט זאל ער קענען שטיין צו הילף פאר'ן ברסלבער שטעטל, עס זאל זיך קענען בויען אן א שטער, און ער זאל נושא חן זיין בעיני אלקים ואדם. 🎦 מוהרא"ש ביים שבע ברכות אין ישיבה פאר מנחם נ"י, מוצש"ק תרומה תשע"ג

    < זעה מער ל שבט תשפ"ב 📝
  • בית החיים אין קרית ברסלב ליבערטי

    נאך א רינגל אין די קייט פון פעולות אראפצושטעלן אלע געברויכן וואס א אידישע קהלה דארף האבן, האט דער ראש ישיבה געבעטן מען זאל אויפשטעלן א "בית החיים" אין שטעטל, יעדע מענטש דארף איין טאג פארלאזן די וועלט, איז דאס פון די גאר וויכטיגע זאכן. די הנהלה האט אראפגערופן הרה"ח ר' חיים שלמה וויינשטאק הי"ו, א גרויסע מומחה אין צוגרייטן בתי חיים, און איז פון די לאנגיעריגע אקטיווע מיטגלידער אינעם סאטמארן חברא קדישא שוין איבער פופציג יאר לאורך ימים, און האט שוין געהאלפן אסאך קהילות קדושות מיט אהערשטעלן בתי חיים אין פארשידענע געגענטער. אויך האט ער געהאט די זכיה אנטייל צו נעמען אין די פעולות פון מקדש זיין דעם בית החיים אין קרית יואל, נאכן פטירה פונעם הייליגן סאטמארער רבי זי"ע. ר' חיים שלמה איז אראפגעקומען אין שטעטל, און איבערגעגאנגען מיט די הנהלה פילע שטחים וואס מען קען אפשר נוצן. ער האט באטראכט פון אלע ריכטונגען וועלכעס איז מער פאסיג פאר א בית החיים, ער האט גענומען סעמפלס פון די ערד, און דורכגעטון וואו עס איז פראקטישער, בעסער פינאנציעל, און גרינגער לעגאל אויפצושטעלן א בית החיים. אויך האט מען דורכגעשמועסט מיט ר' חיים שלמה נ"י פילע הוראות וואס עס איז נוגע ווען מען מאכט א נייע בית החיים, און האט פארשפראכן צו שטיין צו הילף פארן ראש ישיבה מיט אלעס וואס עס וועט נאר אויספעלן. צום סוף איז געבליבן צוויי שטחים וואס זענען פאסיג פאר א בית החיים, פון וועלכע דער ראש ישיבה האט אויסגעקליבן דעם גרויסן שטח אויף רעדקליף ראוד ביים אריינגאנג פון שטעטל. אין די יעצטיגע טעג ארבעט מען אויס די לעגאלע חלקים, אזוי אויך זיצט מיט אינדשענירן, אויסצוארבעטן וויאזוי אהערצושטעלן דעם בית החיים אויפן בעסטן אופן בעזרת השם יתברך.

    < זעה מער כט שבט תשפ"ב 📝
  • היכל הקודש בראכפעלד מודיעין עלית

    די פייער פון הפצה וואס ברענט ביי די פרישע מקורבים איז נישט צום באשרייבן. "פארוואס האב איך נישט געוויסט פון ברסלב ביז יעצט?! איך וואלט מיך געשפארט אזוי פיל שברי לב און עגמת נפש ווען איך ווייס פון הייליגן רבין ביז יעצט" זאגן זיי. און זיי באשליסן אז "איך וועל נישט האלט דעם סוד ביי מיר, איך וועל זיך מוסר נפש זיין און געבן די געלעגענהייט פאר נאך אידן צו וויסן און געניסן פון די גוטע הייליגע עצות פון הייליגן רבין". די מפיצים גייען ארום מיט גרויס פלייס אין די שטובער און אין די שולן, מען איז מפיץ די הייליגע ספרים, קונטרסים, סידיס, קארטלעך, א.א.וו. און אזוי קומט צוביסלעך צו נאך און נאך טייערע בחורים און אינגעלייט וואס הייבן אן צו לעבן מיט הייליגן רבין, שוין א שטיק צייט וואס די שיינע חבורה אין שטאט גייען אן מיט גרויס הצלחה עס קומען זיך כסדר צוזאם א שיינע קיבוץ אידן זענען זיך מחזק זיין מיט די עצות פון הייליג'ן רבי'ן, אויף די וועג וויאזוי דער ראש ישיבה חזר'ט עס מיט אונז. די טייערע בחורים קומען זיך צוזאם יעדע מיטוואך נאכט, מען זינגט צוזאמען די שיינע אידישע ניגונים וואס איז נתחבר געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, דערנאך שמועסט מען אינאיינעם שיינע מעשיות פון תפילה און הפצה. די אינגעלייט האבן געמאכט א קביעות זיך צוזאם צו קומען יעדע צווייטע וואך זונטאג נאכט, מען זינגט צוזאמען און מען שמועסט זיך אדורך וואס מיר באקומען דא אין היכל הקודש, און וויאזוי מען קען ווייטער אנגיין מיט די אלע הייליגע עצות וואס מיר באקומען. און דערנאך הערט מען א שיעור פונעם ראש ישיבה וואס ווערט געגעבן פאר די אינגעלייט יעדן ליל ששי אין וויליאמסבורג. אויך די חשובע פרויען קומען זיך צאם יעדע צווייטע וואך, וואו מען איז זיך מחזק אינאיינעם צו טוהן די רצון ה' ווי דער הייליגער רבי זיינע תלמידים האבן אונז געלערענט, בפרט מיט די הדרכות אין שלום בית וואס דאס איז געווען ביים רבי'ן א יסוד היסודות. דערנאך הערט מען א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א געגעבן געווארן ספעציעל פאר די חשובע פרויען. יעדע שבת קודש נאכמיטאג קומען זיך צאם אלע אנשי שלומינו ווי מען פראוועט אינאיינעם א געהויבענעם שלש סעודות, ווי מען זינגט די זמירות אינאיינעם בדיבוק חברים, און מען הערט שיינע דברי תורה והתחזקות פונעם הייליגן רבין. אנשי שלומינו האפן און זענען מתפלל מען זאל שוין עפענען א געהעריגע בית המדרש אין שטאט, מיט א ספר תורה ווי מען וועט קענען דאווענען אלע תפילות שבת קודש. אנשי שלומינו אין בראכפלעד מודיעין עילית זענען זיך צוזאם געקומען און אפגעראכטן א שיינע יארצייט סעודות אין טאג פון יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע, ווי מען האט גע'חזר'ט די זיסע עצות וואס ער האט איבערגעלאזט בירושה פאר גאנץ כלל ישראל, בפרט האט מען זיך מחזק געווען מיט די זיסע עצה פון "רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך", וואס דאס איז א עצה פאר אלע פראבלעמען וואס מען האט נאר אין לעבן. ביים יארצייט האט מען געהערט שיינע דיבורים פון מו"ה אברהם משה בארדוגא הי"ו, וואס האט געהאט די זכיה צו משמש זיין בקודש ביי מוהרא"ש זי"ע, וואס האט פארציילט גאר שיינע מעשיות וואס ער האט פערזענליך מיטגעלעבט ביי מוהרא"ש, און ארויסגעברענגט וויאזוי יעדער איינער וואס איז נאר געקומען צו מוהרא"ש האט אנגעהויבן לעבן א נייע סארט לעבן, א לעבן פון אמונה, א לעבן פון תורה ויראת שמים, אן ערליכע לעבן אין שטוב, און אזוי ווייטער, און אז דאס איז געווען די שטרעבן פון מוהרא"ש זיין גאנץ לעבן, וויאזוי מען קען צוריקברענגן נאך א איד צום אייבערשטן. מו"ה שלמה ווייס הי"ו האט מסיים געווען ברבים ששה סדרי משנה, און גלייך דערנאך האט מען געהערט א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס ער האט געזאגט פאראיאר ביים סעודת הילולא - פון וואס דער עולם איז ארויס מלא חיזוק. נאכ'ן סעודה האבן זיך אנשי שלומינו ארויסגעלאזט קיין יבנאל צום הייליגן ציון פון מוהרא"ש זי"ע, וואו מען האט גע'פועל'ט ישועות און רפואות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל. 💬 א בריוו פון ראש ישיבה צום חבורת היכל הקודש בראכפעלד מודיעין עילית

    < זעה מער כח שבט תשפ"ב 📝
  • פרישע אלבום פון ניגונים פון ראש ישיבה ווערט צוגעגרייט

    עס איז אונז א פרייד צו לאזן וויסן פארן חשובן ציבור, אז די ארבעט אויפן לאנג ערווארטעטער אלבום אין דער סעריעס פון "טאנץ מיט אמונה" גייט אן אין פולן שוואונג, און עס איז שוין בעז"ה נענטער ווי ווייטער די ערשיינונג פונעם העליכן אלבום. טראץ דעם וואס די פריערדיגע אלבומס זענען אויך אריינגעלייגט געווארן גרויסע כחות, סיי אין די מוזיק, סיי אין די ניגונים, סיי אין די אינהאלט איז אבער ביי דעם נייעם אלבום אריינגעלייגט געווארן נאך פיל מער כחות. מען האט ב"ה באוויזן צוזאם צושלעפן די בעסטע מוזיקאנטן אין די אידישע מארקעט פון אמעריקע און ארץ ישראל, עס וועט זינגען דערויף א הערליכע כאר, אזוי אויך ווערן צוגעגרייט הערליכע ניגונים, ועל כולם א גאר גאר רייכע תוכן פון ניגונים, וואס וועקן אויף א מענטש זיך צוריקצוקערן צום אייבערשטן, בלאזן אריין א חיות אין אידישע קינדער, און געבן אריין א ליבשאפט צום אייבערשטן און זיין תורה. "טוב לאדם להרגיל את עצמו להחיות את עצמו בכל פעם על ידי איזה ניגון לשמח את נפשו ולדבק את עצמו לה' יתברך" (שיחות הר"ן רע"ג) 💿 הערליכע סידיס וואס וועלן אייך מחיה זיין

    < זעה מער כה שבט תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 961 to 975 of 1666 results

1 2 ... 62 63 64 65 66 67 68 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com