Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • נייעס פונעם נייעם בנין קרן הדפסה

    די טייערע בחורים פון די סאטמארע ישיבה אין מאנסי געפונען זיך די טעג אין געגענט פונעם שטעטל ווי זיי פארברענגען פאר צוויי וואכן אין א זומער קעמפ, ווי מען לערנט און מען דאווענט און מען שעפט זיך אן מיט פרישע כחות. נעכטן אינדערפרי זענען זיי געקומען באזוכן צום נייעם ריגיזן בנין פון קרן הדפסה צוזאמען מיט די סטעף די מגידי שיעור און משגיחים. מען האט זיי געגעבן א שטיקל טור אינעם "אמונה פאבריק", און צוגעוויזן ווי אזוי עס גייט צו דאס דרוקן די טויזנטער הייליגע ספרים גליונות און קונטרסים. מען האט זיי פארקויפט פילע ספרים און קונטרסים. די טייערע בחורים זענען געווען זייער פרייליך צו האבן די געלגענהייט צו קענען קויפן די ברסלבע ספרים, די בחורים האבן געזאגט אז די דיבורים פון הייליגן רבין רעדט צו זייער הארץ, און פלאמט אויף זייער נשמה צום אייבערשטן.   נאכמיטאג האט מען געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה שליט"א איז געקומען באזוכן אינעם נייעם בנין וואס מען האט זיך נארוואס אריינגעצויגן. דער ראש ישיבה איז ארויס פון התפעלות פונעם נייעם רחבות'דיגן בנין, ער איז ארום געגאנגען און אויסגעפרעגט די עוסקים במלאכת הקודש, ער איז אריין צו יעדן אפיס און געפרעגט ווי די ארבעט גייט, דער ראש ישיבה האט זיך אומגעקוקט אויף די פילע ריזיגע פרינטיג מאשינען זיך אינטערעסירט אויף יעדע סארט מאשין וואס דאס איז וואס דאס מאכט. אויך האט ער באטראכט די ריזיגע מאגאזינען פון ספרים און קונטרסים וואס זענען אנגעגרייט פאר די מפיצים, און האט זיך נאכגעפרעגט איבער וויאזוי עס גייט צו דאס פארקויפן די ספרים פאר די טייערע מפיצים.   דער ראש ישיבה איז געווען זייער גוט אויפגעלייגט, ער האט זיך זייער געפרייט זעענדיג דעם נייעם שיינעם בנין, ווי מען קען שוין ברוך השם פארברייטערן דאס דרוקן די הייליגע ספרים. דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן צו אנשי שלומינו וואס זענען מיטגעקומען: "ווער געדענקט נאך ווען די הדפסה האט זיך אנגעהויבן אין ישיבה מיט א פרינטער אין א קלאזעט...?"   אויך האט זיך דער ראש ישיבה ספעציעל נאכגעפרעגט איבערן ברסלב סענטער וועבסייט געשעפט, און זיך אינטערעסירט וויאזוי עס גייט צו די ארדערס, און וואס מען האט אלץ דארט.   אין די זעלבע צייט קומט די גוטע נייעס אז מען גרייט זיך בעז"ה צו א גרויסע שיינע מעמד חנוכת הבית פונעם נייעם בנין פון קרן הדפסה וואס וועט בעז"ה פארקומען דעם זומער הבעל"ט. פרטים יבואו בעזרת השם יתברך.   "אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, ס'זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה'" (פון די לעצטע ווערטער פון הייליגן רבי נתן ערב שב"ק עשרה בטבת)

    < זעה מער טו סיון תשפ"ב 📝
  • נייע BTTC סיסטעם גייט שטארק פארגרינגערן בעז"ה דעם טשערידי קאמפיין

    נאך א שווערע האראוואניע, האבן די געטרייע אינגעלייט העוסקים בצרכי ציבור באמונה באוויזן בסייעתא דשמיא אויסצוארבעטן א געוואלדיגע נייע סיסטעם וואס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף מאכן ממש א רעוואלוציע אינעם פעלד פון באקומען און געבן נדבות פארן צוקונפטיגטן "אנשי חיל" טשערידי קאמפיין. &nbsp; מיטן נייעם סיסטעם וואס האט באקומען דעם נאמען BTTC (ברסלב טעקסט טו טשערדי), וועט מען בעז"ה קענען טון אלעס וואס מען קען טון אויפן טשערידי וועבסייט, נאר דא וועט מען עס קענען טון דורך א בלויזע פשטוער טעקסט. &nbsp; דער סיסטעם וואס איז ב"ה גוט אויסגעארבעט געווארן, וועט אלעס בעז"ה טון פאר אייך. איר וועט קענען אזוי ארום ארויפלייגן נדבות מיט קרעדיט קארדס דורך אייער פשוטן טעלעפאן, אדער איר וועט קענען זאגן פאר אייערע גוט הארציגע נדבנים וויאזוי זיי זאלן מנדב זיין דורך דעם פשוטן און גרינגען טעקסט סיסטעם. &nbsp; אויך וועט איר אדער סיי ווער עס איז אינטערעסירט קענען מיטהאלטן די אפדעיטס פון די גאנצע קאמפיין אדער פון איין געוויסע טיעם, אזוי אויך וועט איר קענען באקומען א ליסטע פון אלע אייערע לעצטע נדבות וואס איר האט באקומען (אז איר ווילט זיי באדאנקען...) און נאך געשמאקע אפציעס, ווי איר וועט בעז"ה ליינען ווייטער. &nbsp; וויאזוי ארבעט עס? אויב "יואל ווייס" וויל געבן $5 פאר אייער טיעם? שיקט א פשטוער טעקסט דאס ווארט charge, דערנאך ספעיס, דערנאך דער סומע פונעם נדבה (אן קיין דאלער סימבאל, אָן קיין פּינטל), דערנאך ספעיס, דערנאך די גאנצע קרעדיט קארד נומער (אָן ספּעיסעס וכדומה), דערנאך ספעיס, דערנאך די עקספּיירעישאן דאטום (אין 4 ציפערן), דערנאך ספעיס, דערנאך די נאמען פונעם נדבן. &nbsp; ביישפיל טעקסט מעסעדזש: charge 5 123456789012345 0126 Yoel Weiss &nbsp; דער סיסטעם וועט תיכף אין די זעלבע סעקונדע אויפכאפן פון וועלכע טעלעפאן נומער עס קומט, און אויפן יענעם טיעם טשארדזשן דעם קרעדיט קארד $5, און צושרייבן דערצו דעם נאמען פונעם נדבן אויף אייער פעידזש. &nbsp; אויב דער נדבן וויל אליינס שיקן זיין נדבה דורך זיין אייגענעם טעלעפאן דארף ער שיקן די זעלבע מעסעדזש, נאר צום סוף פנעם מעסעדזש דארף ער מאכן א ספעיס און לייגן אייער טעלעפאן נומער (אן קיין ליינס אדער ספעיסעס) און דער סיסטעם וועט עס לייגן אויף אייער אקאונט ווי פריער דערמאנט. &nbsp; נאך גוטע אפציעס: שיקט א טעקסט AS (וואס באדייט all status) און באקומט צוריק א מעסעדזש וואו די גאנצע קאמפיין האלט &nbsp; שיקט GD (דאס מיינט get donors) און באקומט די ליסטע פון די לעצטע נדבנים צו אייער טיעם &nbsp; שיקט TS (וואס מיינט team status) און באקומט צוריק א מעסעדזש מיט די סומע וואס איר האט שוין אויפגעטריבן &nbsp; שיקט א מעסעדש TSE 7181234567 (וואס מיינט team status external) און באקומט א מעסעדזש וויפיל דער טיעם פון 7181234567 האט שוין אויפגעטריבן &nbsp; מען ארבעט אויף נאך גוטע אפציעס וואס מען זאל קענען טון מיטן טעקסט סיסטעם. &nbsp; צו יעדע צייט קענט איר שיקן דאס ווארט commands צום טעלעפאן נומער 929-442-2968 און איר וועט באקומען א ליסטע פון אלע זאכן וואס מ'קען טון דורכן BTTC ברסלב טעקסט טו טשערדי סיסטעם &nbsp; בשם השם נעשה ונצליח

    < זעה מער יד סיון תשפ"ב 📝
  • ברסלב סענטער געשעפט קומט בקרוב ארויס מיט א נייע טעלעפאן עפּפּ

    א גאר סוסקסעפולע יאר איז דורך אינעם ברסלב סענטער געשעפט, ווען כסדר קומען אריין פילע ארדערס פון איבער די גאנצע וועלט וואס באשטעלן ספרים, קונטרסים און נאך פילע פראדוקטן. וואס הצד השווה שבהן אז אלעס איז מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן, אויף אלע מיני אופנים. און מיטן אייבערשטענ'ס הילף שיקט מען ארויס די אלע ארדערס סיי לאקאל און סיי אינטערנאציאנאל. &nbsp; היינט, מיט די טעכנאלאגישע פארשריט, האבן פילע אידן אין זייער ביזנעס א סמארט פאון, וואס דאס איז ביי זיי די גרינגסטע און פראקטישסטער וועג וויאזוי מען קויפט זיך איין אלע פראדוקטן. אזוי ווי עס גייט היינט, האבן אלע ערנסטע וועבסייט אן "עפפ". דערפאר האט זיך געהערט פילע פארלאנגען, אז מען זאל נעמען דעם וועבסייט א שטאפל ווייטער, און דערפאר האט זיך די שטאב פון ברסלב סענטער גענומען צו די ארבעט פון אהערן שטעלן א גוטע און פראקטישע "עפּפּ" פארן ברסלב סענטער געשעפט. &nbsp; מען האט ברוך השם באוויזן צו רעקרוטירן גאר געלונגענע וועב דייזיינערס פון איבער די וועלט, און מען האט מיט זיי אינאיינעם שווער געארבעט אהערצושטעלן בעזרת השם א שיינע און געשמאקע עפפ, וואס זאל זיין שיין צום אויג און גרינג צום נוצן. &nbsp; אויך וועט מען זיך קענען דערויף איינשרייבן צו באקומען דערפון א "נאטיפיקאציע" יעדעס מאל א פרישע קונטרס אדער סיי וועלכע נייע פראקדוקט קומט ארויס לאור עולם, אזוי אז מען זאל נישט ארויספאלן און האבן די געלעגענהייט עס איינצוהאנלדען פאר זיך און די משפחה ווילאנג עס איז נאך דא. &nbsp; און ברוך השם, אז נאך א לאנגע צייט, איז דער עפפ שוין כמעט פארטיג. פאלגט נאך ווייטערדיגע מעלדונגען, דא אויפן וועבסייט &nbsp; 📰 ברסלב סענטער געשעפט עפענט אירע טויערן &nbsp; 📚 מעשה'לע פאר קינדער #1 &nbsp;

    < זעה מער יג סיון תשפ"ב 📝
  • נייע סידי אין די סעריע פון טאנץ מיט אמונה ערווארטעט בעז"ה אויף חודש תמוז הבעל"ט

    יעדן טאג איז מען עדות צו פילע עפיזאדן ווי די עצות פון הייליגן רבין גייען אריין אין די וועלט און העלפן כסדר אומצאליגע אידן אין פילע תחומים פון לעבן. פילע קערן זיך צוריק צום אייבערשטן, באקומען זעלבסט זיכערקייט, שלום בית, זענען זוכה אנצוהייבן צו לערנען די הייליגע תורה, די חינוך פון די קינדער טוישט זיך צום גוטן, מען ווערט פטור פון שווערע עדיקשאנס, מען קען שוין היטן די אויגן, און נאך אסאך. &nbsp; דערפאר גייט דעם ראש ישיבה שליט"א אין לעבן צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינס עצות פאר נאך אידן, און אזוי זאלן נאך אידן קענען געניסן פון דעם באר מים חיים, פונעם נחל נובע מקור חכמה. &nbsp; ווי באקאנט, איז יעדע מענטש אנדערש, איינער קען מקבל זיין פון א שיעור, איינער דארף א גליון, אן צווייטער וועט נאר קענען נתקרב ווערן דורך א ספר, אנדערע קענען זיך קאנעקטן דורך שמועסן פון א טעלעפאן ליין, ס'איז אפילו דא אזעלעכע וואס עס פעלט זיי אויס מוזיק ווידיאס. דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך אראפ צו אלע סארטן מענטשן צו געבן פאר יעדעם א געלעגענהייט ער זאל אויך קענען געניסן פון די שיינע גוטע עצות. &nbsp; אסאך מענטש זאגן אז א מוזיק אלבום רעדט די שטערקסטע צו זייער הארץ, זיי לייגן אריין דעם סידי אינעם קאר, און לאזן עס אזוי שפילן צענדליגע מאל. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה זיך נישט געפוילט און אנגעהויבן ארויסגעבן מוזיק סידיס, יעדע ניגון איז ממש ווי א שיעור, וואס לייגט אראפ איינע פון די עצות פון הייליגן רבין וויאזוי מען קען דערגרייכן דעם תכלית פארוואס מען איז געקומען אויף דער וועלט. ברוך השם די סידיס גייען זייער שטארק, אזוי ווייט אז כאטש מען קוים א קורצע צייט נאכדעם וואס די פריערדיגע אלבום "איך דארף נישט קיינעם" איז ארויס לאור עולם, זענען שוין אידישע קינדער הונגעריג פאר נאך. &nbsp; דערפאר האט דער ראש ישיבה שליט"א געשטעלט מו"ה אברהם צוויבל הי"ו, א גרויסע מומחה אין פראדוצירן אלבומס, ער זאל ארבעטן דערויף בס"ד אז עס זאלן כסדר ארויסקומען פרישע אלבומס. &nbsp; אין א שמועס מיטן פראדוצירער פארציילט ער פאר "ברסלב סענטער" אז מען ארבעט יעצט פעסט אויפן א נייע סידי פונעם פאפולערן סעירע "טאנץ מיט אמונה", וואס וועט אנטהאלטן פילע הערליכע ניגונים הארציג אראפגעזינגען. &nbsp; די מוזיק ווערט אראנדזשירט דורכן מייסטער אראנדזשירער מו"ה סענדי ראטה הי"ו, וואס האט באשטעלט די בעסטע אידישע אינסטרומענט שפילער פון ארץ ישראל, אריינגערעכענט, גיטאר, בעיס, און דראמס, וואס האבן אראפגעלייגט א געוואלדיגע דזשאב. &nbsp; צווישן די גאר געלונגענע טרעקס ציילן זיך עטליכע נייע יצירים ווי "קינדער איז א ברכה", "מכבד זיין די ווייב", "אליינס מיטן באשעפער", "ממלא כל עלמין". וואס וועט בעז"ה אריינגיין אין די ביינער פון אלע צוהערער. &nbsp; מען האפט בעז"ה אז דער נייער סידי וועט זיין אינדרויסן אויף ראש חודש תמוז הבעל"ט.

    < זעה מער י סיון תשפ"ב 📝
  • הערליכע יום טוב שבועות אין קרית ברסלב ליבערטי מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    גאר א דערהויבענער און פרייליכער יום טוב שבועות האבן אנשי שלומינו מיטגעהאלטן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אינעם ברסלב'ער שטעטל קרית ברסלב ליבערטי. &nbsp; די חשובע איינוואוינער פון שטעטל האבן ברייט געעפנט זייערע הערצער און טירן פאר די פילע הונדערטער משפחות וואס זענען געקומען צו פארן אויף יום טוב, מקבל צו זיין די הייליגע תורה פון פריש, אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; ערב יום טוב האט זיך אנגעזען א שטארקע פארקער אין די גאסן פון שטעטל ווען די געסט זענען אנגעקומען, אויך האט מען געזעהן פילע משפחות האבן זיך פלאצירט אין מאבילס וואס זענען געווארן אראפגעלייגט אין פארנט פון די הייזער. שבועות ביינאכט נאך די סעודה איז זיך דער ציבור צוזאמגעקומען אין בית המדרש צו תיקון ליל שבועות, יעדער האט געלערנט זיינע שיעורים, און בערך צוויי אזייגער האט דער גאנצער עולם געזאגט דעם תיקון אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. ווי עס איז איינגעפירט אין היכל הקודש זאגט מען דעם קורצן תיקון, וואס איז דער ערשטער און לעצטער פסוק פון יעדע פרשה פון די תורה און ספרי הנ"ך, און דערנאך די תרי"ג מצוות, אינצווישן האט מען געזינגען ווארעמע בענקעדיגע ניגונים, "והאר עינינו בתורתך ודבק לבינו במצותיך", און נאך הארציגע ניגונים אויף אידיש, מיט תפלות און רצונות צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און צו זיין הייליגע תורה. &nbsp; נאכ'ן תיקון האט דער ראש ישיבה שליט"א מעורר געווען אז מען זאל אויסנוצן די צייט ביז'ן עלות זיך אויסצובעטן ביים אייבערשטן, און דערנאך האט מען געטאנצן מיט גרויס פרייד. &nbsp; בקדרותא דצפרא איז מען געגאנגען אין מקוה, און דערנאך זיך געגאנגען לייגן צו קענען דאווענען שחרית מיט א רואיגן קאפ. מען האט געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט פאר'ן עמוד שחרית ביידע טעג יום טוב. מען האט געזונגען אהבה רבה מיט א געוואלדיגע התעוררות, און דערנאך האט מען געזאגט הלל אינאיינעם מיט גרויס התרגשות. דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלייט דער הייליגער פיוט "אקדמות" מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש, און אויך געליינט די קריאת התורה מיט די עשרת הדברות מיט גרויס התלהבות. צו מוסף איז צוגעגאנגען מו"ה הערשל שניטצלער הי"ו, א חשובער מלמד אין שטעטל. &nbsp; נאכ'ן דאווענען איז געווען צוגעשטעלט א גרויסער מילכיגער קידוש, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער דעם וואס מ'עסט מילכיגס, און נאכטגעזאגט א שיין פשט פון מוהרא"ש אז מען עסט מילכיגס ווי א קליין קינד וואס קען נאר עסן מילך, צו ווייזן אז מיר זענען יעצט ווי ניי געבוירן, מ'קען אלץ אנהויבן פון פריש מקבל צו זיין די הייליגע תורה און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן, און אפילו די מילך איז שוין פארדארבן, קען מען יעצט מאכן דערפון געשמאקע קעז, דאס מיינט אז אפילו א איד שפירט זיך אינגאנצן פארדארבן, זאל ער זיך נישט אראפקלאפן, נאר זיך אויפהויבן און צוריק קומען צום אייבערשטן און צו די תורה, און ער וועט זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן.&nbsp; נאכמיטאג, נאך מנחה, האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעזאגט די "שטר תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים", ווי דער מנהג, און דערנאך האט ער ארומגערעדט וואס דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט זיין ביי אים אין די דריי צייטן ראש השנה, שבת חנוכה, און שבועות, וועט געראטעוועט ווערן פון דעם שווערן עונש פון עולם התוהו. יעדע פון די צייטן באקומט מען אנדערע סארט מתנות פון הייליגן רבי'ן, און יעצט אום שבועות באקומט מען דעם סדר דרך הלימוד. זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. דער צווייטער טאג מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו, דער גבאי פונעם בית המדרש, און דער רעדאקטאר פונעם וועכנליכן הערליכן צייטונג "קרית ברסלב בלעטל". &nbsp; ביים קידוש נאכ'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם וואס דער רבי זאגט אין די זיבעטע מעשה פון סיפורי מעשיות איבער דעם בלעטל וואס האט באשיצט, וואס דאס גייט ארויף אויפ'ן לימוד פון א בלאט גמרא יעדן טאג, וואס דאס באשיצט דעם מענטש פון אלעם בייזן. אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די גרויסקייט פון זאגן תהלים, און אז אין די פסוקים קען מען אריינפלעכט אייגענע תפלות אויף אידיש, מען בעט דעם אייבערשטן אלעס וואס מען דארף.&nbsp; נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען צו מנחה און נעילת החג, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט די שטר כתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים, און דערנאך גערעדט דברי חיזוק ווי אזוי מיטצונעמען דעם יום טוב אויפ'ן גאנצן יאר. &nbsp; ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש, אום מוצאי יום טוב איז מען זיך צוזאמגעקומען אין שול צו טאנצן און זיך פרייען. פאר לאנגע שעות האט מען געטאנצן בתופים ובמחולות, לעבעדיג און לוסטיג מיט לויב און געזאנג צום אייבערשטן. &nbsp; דער געהויבענער יום טוב וועט בלייבן אין די ביינער ביי אלע באטייליגטע פאר לאנגע יארן, די התחזקות און התעוררות וועט געדענקט ווערן פאר זייער לאנג, און מיט די הייליגע לימודים פון רבי'ן וועלן מיר אלע זוכה זיין צו זיין גרויסע ערליכע אידן. &nbsp; דאס איז א גאר קורצע באריכט אויפן שפיץ גאפל, א הערליכע לענגערע באריכט, וועט זיין בעז"ה ערב שבת קודש אינעם וועכענטליכן בארימטן "גליון היכל הקודש". &nbsp; שישו ושמחו בשמחת התורה!

    < זעה מער ט סיון תשפ"ב 📝
  • נייע אפטיילונג "לעובדא ולמעשה" אויף "קול ברסלב" ליין

    גאר שיינע גריסן הערט מען צוריק פון די נייע אפטיילונג אויף "קול ברסלב" מיט'ן נאמען "לעובדא ולמעשה", וואס האט זיך אנגעהויבן מיט עטליכע וואכן צוריק. &nbsp; דער נייער אפטיילונג איז געווידמעט צו הערן וועכנטליך פון די גבאים פון אלע בתי מדרשים היכל הקודש איבער די וועלט, וואס מען האט דארט גערעדט שיינע דיבורים וואס קענען ארויסהעלפן און מחזק זיין נאך אידישע קינדער, צו וויסן וואס זיי האבן צו טון לעובדא ולמעשה, און גלייכצייטיג צו הערן אביסל נייעס און אנטוויקלונגען וואס האבן זיך אפגעשפילט אין יענע געגנט, און נאך פארשידענע אינטערעסאנטע נושאים וואס קומען אריין מענין לענין. &nbsp; דאס איז גאר א שיינע און קאלירפולע אפטיילונג, פילע טויזנטער צוהערער זענען זיך מחי' דערמיט וואך איין וואך אויס, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט עס נאך מער און שענער פארברייטערט ווערן צו די צופרידנהייט פון די מקשיבים. &nbsp; אנצוקומען צו דעם אפטיילונג דארף מען דרוקן 1 פאר אידיש, 7 פאר פאמיליע ווינקל, און נאכאמאל 7 פאר'ן אפטיילונג לעובדא ולמעשה. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם!

    < זעה מער ח סיון תשפ"ב 📝
  • בארא פארק גרייט זיך צו אנטפאנגען דעם ראש ישיבה שליט"א צום ליל שישי שיעור

    דער וועכענטליכע בארימטע "ליל שישי שיעור" פון ראש ישיבה שליט"א איז א מאגנעט וואס ציעט יעדע וואך פילע הונדערטער אינגעלייט וואס באקומען פון דעם שיעור הדרכה און עצות וויאזוי אנצוגיין ווייטער און אנצוהייבן פון פריש דינען דעם אייבערשטן. וויאזוי נישט צו צופאלן פונעם סמ"ך מ"ם וואס פרובירט אונז נאר צו מאכן טראכן אז מיר זענען איין שטיק דורכפאל, און כיאלו חס ושלום דער אייבישטער דארף אונז נישט. ער פרובירט אפצושוואכן די ליבשאפט צווישן מאן און די ווייב עס זאל נאר ווערן א שטיקל וויכוח, און אזוי פרובריט ער אראפצואווארפן אידישע קינדער אין מ"ט שערי טומאה. &nbsp; דערפאר קומען זיך צוזאם הונדערטער אינגעלייט צו הערן די ווערטער פון ראש ישיבה יעדע וואך, וואס חזרט מיט אונז די הייליגע ווערטער פון די פריערדיגע צדיקים, די היילגיע עצות און חיזוק פון הייליגן רבין, וואס האט עס געשריבן דווקא פאר אונזער דור, אויפן וועג וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, און מען הערט פון פריש יעדע וואך ווי דער אייבישטער האט מיך יא ליב, און אז איך קען נאך יא תשובה טון, און תשובה איז בכלל נישט קיין בער. אויך הערט מען חיזוק פון ראש ישיבה נישט צו ווערן צופאלן ווען די ווייב זאגט א ווארט, בלייבן געבן נאר גוטע ווערער, און זיין א נותן און נישט קיין מקבל, און אזוי מאכן רוען די שכינה אין שטוב. &nbsp; יעצט ערב שבועות וועט דער ראש ישיבה מיטן אייבערשטנ'ס הילף קומען קיין בארא פארק, און וועט בעזר השם לאזן הערן דעם דבר ה' עצות און חיזוק פון די הייליגע תורה, וויאזוי אויך אונז אין אונזער שווערע מצב קענען אויך מקבל זיין די תורה, און אויך באקומען די אלע גוטע מתנות און סגולות וואס קומט מיטן לערנען די הייליגע תורה. &nbsp; דער שיעור וועט פארקומען אינעם בית המדרש אויף 4801 11 עוו. אום 9:00 אווענט. &nbsp; צהלי ורוני יושבת בארא פארק!

    < זעה מער ג סיון תשפ"ב 📝
  • מען בויעט ווייטער דער זעקסטער שטאק אין בנין פון אנ"ש אין אומאן

    ווי די איינוואוינער אין אומאן געבן איבער, שפירט ב"ה בכלל נישט דארט קיין מלחמה. די זעלבער זאך הערט מען פון די פילע אידן וועלכע פארן כסדר אויף די מקומות הקדושים אין אוקראינע אין די יעצטיגע טעג, אז די ווערטשאפט אין יענע געגענט פון אוקראינא איז ממש רואיג; עס זענען נאך טאקע נישטא קיין אפענע עירפארטס אין אוקראינע, מען דארף דערווייל פארן צו איינע פון די מערב אייראפעאישע לענדער און פון דארט אריינפארן מיט א קאר, אבער ווי מען זאגט זענען די וועגן פון פוילן, אונגארן, רומעניע און מאלדאווע קיין אומאן זייער רואיג און שטיל. &nbsp; דער ראש ישיבה געזאגט אז אזוי ווי עס זעט אויס וועט מען בעזהשי"ת קענען פארן קיין אומאן אויפן קומענדיגן ראש השנה, דערפאר זאל מען צוגרייטן דעם בנין געהעריג מיט אלע געברויכן אויף ראש הנשה, סיי דער בית המדרש, די קאך, די מקוה, די וואסער, עסן, א.א.וו. &nbsp; און טאקע אין די טעג גייט שוין די ארבעט אן העפטיג איינצורישן דעם בנין פאר אנשי שלומינו מיט אלע געברויכן, מען גרייט אן די וואסער סיסטעם, מען באשטעלט דאס עסן, מען פאררעכט וואס עס פעלט אויס, בקיצור - מען גרייט צו דעם בנין אויפצונעמען די הונדערטער אידן תלמידי היכל הקודש זאל האבן א פיינע אכסניא בעזהשי"ת אין די טעג וואס מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף וויילן אין אומאן אויף קומענדיגע ראש השנה תשפ"ג. &nbsp; אזוי אויך, צוליב די גרויסע צאל פון פרישע מקורבים ב"ה ווי מען האט געזען פונעם גרויסן געדרענג פונעם פארגאנגענעם יאר, ווען מען האט געדארפט אפזאגן זייער אסאך אנשי שלומינו, נאכדעם וואס עס איז שוין נישט מעגליך געווען אריינצונעמען נאך מענטשן, האט דער ראש ישיבה געהייסן אז מען דאס יאר ענדיגן בויען דער זעקסטער שטאק אינעם בנין, וואס מען פלאנט מיטן אייבערשטנ'ס הילף פולקאם צו ענדיגן אויף ראש השנה תשפ"ג. דאס וועט זיין דער פערטער שטאק פון שלאף צימערן פונעם בנין. &nbsp; ערליכע אידן און ברסלבע חסדים בפרט ווייסן און געדענקען אז קיין שום זאך קענען מען דערגרייכן אן תפלה, און זיכער נישט אזא גרויסע זאך ווי זיין ביים רבין אויף ראש השנה, וואס דער רבי האט געזאגט דערויף "וואס זאל איך אייך זאגן, קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאנען, קיינער טאר נישט פעלן", איז זיכער אז מען דארף דערויף תפלה. און דאס איז געזאגט געווארן אפילו אין א געווענדליכע יאר. אין אזא יאר, ווען דער סמ"ך מ"ם פרובירט זיך צו פארלייגן אויף די לענג און אין די ברייט אפצוהאלטן דאס קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, דארף מען זיכער מאכן נישט אויסלאזן קיין געלגענהייט פון בעטן דעם אייבערשטן אז מען זאל האבן די זכיה אויך דאס יאר אנצוקומען צום הייליגן רבינ'ס ציון. און מיט תפלה קען מען אלעס פועלן.

    < זעה מער ב סיון תשפ"ב 📝
  • גרויסע הכנות צום "אנשי חיל" קאמפיין, א וואך נאך שבועות

    ווי יאר יערליך טוען די געטרייע עסקנים פון אנשי שלומינו אנגעפירט דורך מו"ה אהרן פיש הי"ו, און הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א אראנדזשירן דעם יערליכן טשערידי קאמפיין לטובת די הייליגע מוסדות. &nbsp; אויף די בקשה פון ראש ישיבה שליט"א וועט דער היי יעריגע קאמפיין לויפן אויף א נייע צוגאנג. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז וויל אז יעדער איינער פון די קהילה זאל האבן א חלק אין די קאמפיין, דאס הייסט אז יעדער זאל נעמען א רעאליסטישער ציל צו וואס ער קען בעזרת השם דערגרייכן. דער היי יעריגער קאמפיין וואס וועט טראגן דעם נאמען "אנשי חיל" וועט נישט האבן א ציל פון געלט וויפיל מען וויל אויפטרייבן, נאר א עס וועט האבן דער ציל אז לכל הפחות 400 "טיעמס" זאלן אנקומען צום ציל וואס זיי האבן גענומען אויף זיך. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט, אז ער וויל מיט דעם צייגן אז יעדע סכום וואס א איד געבט פאר צדקה איז חשוב און טייער. &nbsp; אין די לעצטע וואכן, זענען די עוסקים בצרכי ציבור באמונה ארום געפארן בטירחא דגופא צו אלע שטעט ווי אנשי שלומינו וואוינען, און האבן אנגעווארימט דעם ציבור, הקדוש ברוך הוא ישלם שכרם. מען האט מסביר געווען די וועג וויאזוי דער קאמפיין וועט ארבעטן און געגעבן די געלגענהייט מען זאל זיך נעמען א גאול וויפיל מען וויל דערגרייכן, ביז יעצט זענען שוין אונטער געשריבן געווארן איבער 180 שטרות פון אנשי שלומינו וואס האבן גענומען א ציל בסייעתא דשמיא. &nbsp; עס דארף באטאנט ווערן אז די הייליגע מוסדות שטייען יעצט אין א גאר קריטישע מאמענט, מען דארף יעצט גאר נויטיג האבן פרישע בנינים אין אלע חלקים פון די קהלה און די מוסדות, מען בויעט יעצט פרישע מקוואות טהרה, בתי מדרשים, חדרים פאר אינגלעך, מיידל שולעס, און אלע אנדערע געברויכן פאר די הייליגע קהלה. דער ראש ישיבה שליט"א בעט נישט מען זאל געבן פון די אייגענע געלט, ער בעט מען רופן די קרובים און באקאנטע זיי זאלן צושטייער געבן. מען האט געזען אין די פארגאנגענע יארן ווי אנשי שלומינו האבן זיך איבערגעגעבן און אויפגעטריבן גאר שיינע סכומים, מען האט געזען ווי רוב רובם אידן זענען מכיר טובה דעם ראש ישיבה און די הייליגע מוסדות, און ווארטן ארויס מען זאל זיי רופן, און האבן מיט גרויס ווארימקייט אויפגענומען די גבאי צדקה וואס האבן געבעטן מען זאל זיי העלפן צוזאם שטעלן דאס געלט וואס זיי האבן זיך אונטער גענומען. &nbsp; מיט אייבערשטנ'ס הילף ערווארט מען אויך היי יאר מען זאל שטארק מצליח זיין מיטן קאמפיין, און אנשי שלומינו וועלן ווידער אמאל געבן די געלעגענהייט פאר גאנץ כלל ישראל צו נעמען א חלק אין דעם הייליגן אמונה פארבריק "היכל הקודש" וואס באלייכט די גאנצע וועלט מיט אירע הערליכע פעולות פון פארשפרייטן אמונה, חיזוק, פאר יעדן איד.

    < זעה מער א סיון תשפ"ב 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א וועט זאגן א שיעור אין קרית יואל היינט דינסטאג

    קרית יואל איז פרייליך מיט די נייעס אז דער ראש ישיבה שליט"א קומט קיין קרית יואל פראווען א סעודת ראש חודש און מחזק זיין אנשי שלומינו און געבן א שיעור הכנה צום יום טוב שבועות. &nbsp; אין קרית יואל גייען אן דריי הערליכע שולן פון היכל הקודש, ווי מען דאווענט אלע דריי תפילות, אלע שכנים פון די שולן ווייסן אז דארט קען מען אלעמאל אריינקומען און הערן א גוט ווארט און באקומען חיות אנצוגיין. &nbsp; אין בלומינג גראוו שול קומט מען צוזאם יעדע ליל שישי מיט צו האלן דעם שיעור פון ראש ישיבה, און אזוי אויך גייט לעצטענס אן מיט א שטארקייט דער "עצתו אמונה" פארברענג יעדע דינסטאג נאכט, ווי מען פארברענגט אינאיינעם מען חזרט און מען לערנט דעם רבינס דיבורים. &nbsp; אינעם ביהמ"ד היכל הקודש אויף העיס קאורט געפונט זיך א ברסלבע ספרים געשעפט וואס איז אפן יעדן טאג, וואו פילע אידן קומען כסדר אריין און קויפן זיך איין ספרים פון הייליגן רבין און פון זיינע תלמדים. &nbsp; אזוי אויך איז קרית יואל בארימט מיט די פילע מפיצים וואס גייען ארויס פון דא, די אינגעלייט גייען ארום אין די היצן און אין קעלט און געבן איבער דעם רבינס ספרים פאר אנדערע אידן. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א וועט אי"ה קומען היינט נאכט 8:30 צו מנחה אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 8 פרעמישלאן וועי, און גלייך דערנאך וועט אי"ה זיין דער שיעור. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם

    < זעה מער א סיון תשפ"ב 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א קומט קיין לעיקוואוד מאנטאג נאכט ראש חודש סיון

    מארגן מאנטאג נאכט ראש חודש סיון וועט בעזרת השם יתברך פארקומען אין לעיקוואד א סעודת ראש חודש און א שיעור הכנה לחג השבועות. דער ראש ישיבה שליט"א קומט בעז"ה ספעציעל צו פארן, און וועט מחזק זיין אנשי שלומינו און תושבי לעיווקאוד. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א וועט אי"ה אנקומען אום 9:00 צום נייעם בית המדרש אין צענטער פון שטאט לעיקוואוד אויף 215 איסט 5טע סטריט (אין בעק פון בנין), ווי מען וועט צוערשט דאווענען מעריב, און דערנאך וועט מען זיך וואשן צו א סעודת ראש חודש, און דערביי וועט דער ראש ישיבה שליט"א משמיע זיין א שיינע שיעור איבער דעם ענין "וויאזוי גרייט מען זיך צו צום יום טוב שבועות". &nbsp; פאר דעם הייליגן יום טוב שבועות איז איינגעפירט אין אלע שולן און ישיבות אז מען רופט אראפ א גוטע רעדנער וואס מיט א זיסע שפראך זאל ער דראמטיש אראפ לייגן די מתיקות התורה, די גרויסקייט פון די הייליגע תורה, און אז מען קען זיין א איד נאר דורך לערנען די הייליגע תורה. די בעלי דרשנים - וואס מיינען באמת נאר גוטס - לייגן עס אראפ מיט אזא געשמאק, אזש מען שפירט ווי מען וויל נאר זיך צוקלעבן צו די תורה. דער אבער פראבלעם ווערט, ווען מען שטעלט זיך אויף נאך די דרשה, און מען וויל טאקע אנהייבן לערנען, מען נעמט א חברותא, מען מאכט זיך א שיעור, מען פרובירט זיך אריינצולייגן ראשו ורובו אין די גמרא, אבער... עפעס גייט עס נישט ביי מיר "פארוואס שפיר איך נישט די געשמאק פון די תורה?", הייבט מען אן טראכטן, "איז טאקע די תורה געגעבן געווארן נאר פאר 'רבי חיים' און די עטליכע יחידי סגולה פונעם דור?", "קען איך שוין נישט האבן מער קיין שייכות מיט די תורה?", אזוי שפירן זיך אידישע קינדער צובראכן און מיואש נישט וויסנדיג אז די תורה איז געגעבן געווארן פאר "יעדעם איד, אין יעדן דור, אין יעדן מצב". &nbsp; דער ראש ישיבה וועט בעז"ה קומען מחזק זיין אלעמען און ווייזן דעם וועג וויאזוי אויך דו קענסט לעבן מיט די תורה, און אויפווייזן אז דער איביישטער האט געגעבן די תורה אויפן הר סיני פאר גאנץ כלל ישראל, אפילו מיט טירדות פון פרנסה, משפחה, צרות און יסורים, אפילו מיט א פארשטאפטע קאפ, אדער מען האט ליידער געזינדיגט וואס לאזט נישט פארשטיין די הייליגע תורה. מיט דעם אלעם - זאגט דער הייליגער רבי - קענסטו אויך לערנען. און אדרבה, די הייליגע תורה וואס דו וועסט לערנען 'אזוי ווי דו זעסט אויס', דאס וועט דיר ברענגען פרנסה, שלום בית, שלוות הנפש, עס וועט עפענען דיין קאפ, עס וועט דיר ארויסנעמען פון דיינע עבירות, און אויסהיילן דיינע שוואכע נערוון. &nbsp; דער ראש ישיבה וועט געבן צו פארזוכן פאר די צוהערער פון די זיסע עצות און חיזוק וואס דער הייליגער רבי געבט אונז, און מען וועט בעז"ה ארויסגיין מיט א פרישקייט אנצוהייבן דינען דעם אייבערשטן פון דאסניי, און אנהייבן צו געדענקען אז דער אייבישטער איז אייביג מיט אונז, נעבן אונז און אין אונז, און מען קען אייביג צוריק קומען צו אים. &nbsp; צהלי ורוני יושבת לעיקוואוד! &nbsp;

    < זעה מער כח אייר תשפ"ב 📝
  • קרית ברסלב גרייט זיך צו די פילע געסט צום בעפארשטייענדן יום טוב שבועות

    עס טוט זיך אויף טישן און בענק אין קרית ברסלב, די הכנות צום יום טוב שבועות גייט אן מיטן גאנצן פארע, דאס ערשטע זענען אלע חשובע איינוואוינער פון שטעטל, זיי רישן איין זייערע הייזער, גרייטן צו בעטן, קאכן סעודות, און גרייטן זיך אריינצונעמען וויפיל געסט עס איז נאר מעגילך. די גבאים פון די שולן טוען זייער חלק, זיי מאכן זיכער אז דער שול קען אריינעמען די הונדערטער הונדערט געסט, זיי זאלן האבן וואו צו זיצן, די מקוה זאל זיין מסודר, די הנהלה פונעם בית התבשיל איז איבערגעפולט מיט ארבעט, זיי ארבעטן העפטיג אז עס זאל נישט פעלן פון אלעם גוטן סעודת יום טוב פאר אלעמען, בפרט די חשובע משפחת מזרחי ארבעט אווער-טיים נעמט אויף די רופער וואס בעטן אן אכסניא, און ענטפערט אלעמען בסבר פנים יפות און פרובירט דאס בעסטע יעדעם צופרידן צו שטעלן. &nbsp; די אלע וואס ווילן נאך קומען אויף יום טוב זאל רופן ווי אמשנעלסטן צו די געטרייע משפחת מזרחי שיחיו פון שטעטל אויף 845-248-3218, כדי מען זאל נאך קענען טרעפן אכסניות וואו צו איינשטיין אויף יום טוב. &nbsp; דער ציבור אנשי שלומינו קען שוין קוים אויסווארטן מיטצוהאלטן דעם שיינעם יום טוב אין שטעטל, דאס געשמאקע דאווענען, דער תיקון ליל שבועות אינאיינעם, שחרית, אהבה רבה, הלל, אקדמות, די דרשות פון ראש ישיבה שליט"א, דאס זינגען איאיינעם ניגונים פון אמונה, ניגונים וואס עפענען אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. &nbsp; דאס וועט זיין א יום טוב פון קבלת התורה, אלע וועלן פריש נעמען אויף זיך צו פאלגן און לערנען די הייליגע תורה, נישט אויסלאזן קיין טאג אן לערנען חומש, משניות, גמרא, בבלי, ירושלמי, תוסתפא, רמב"ם, טור, שולחן ערוך און אזוי ווייטער. יעדער וועט זיך באנייען די התקרבות צום רבין פון פריש, הערן די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין פונדאסניי, אנהייבן רעדן צום אייבערשטן, און זיך פרייען מיט זיין הייליגע תורה. דער יום טוב אנטשפרעכט צו בלייבן אין די ביינער ביי אלעמען פאר א לאנגע צייט! &nbsp; עליונים ששו ותחתונים עלזו בקבלת תורה מסיני

    < זעה מער כה אייר תשפ"ב 📝
  • פאטהאולס אין קרית ברסלב פארראכטן ב"ה אין צייט פאר יום טוב שבועות

    דער שווערער ווינטער העבר עלינו לטובה ברוך השם מיט אסאך שנייען און שטורעמעס האט איבערגעלאזט די וועגן און די ראודס אין שטעטל שטארק צו'מזיק'ט. פילע טייער שאפס אין געגענט האבן שיין פארדינט פון די לעכער וואס די רעדער האבן באקומען פון די פילע טיפע גרובער וואס האבן זיך געשאפן אין שטעטל במשך דעם ווינטער. &nbsp; צוזעענדיג דעם מצב האבן זיך די חברי ההנהלה געוואנדן צום טאון, צו שתד'לען ביי זיי מען זאל דאס אלעס וואס שנעלער קומען פאררעכטן, בפרט ווען מען זעט ווי דער הייליגער יום טוב שבועות איז שוין כמעט דא, און מען דארף קיינעם נישט מסביר זיין וואס דאס מיינט א "יום טוב שבועות אין שטעטל", עס קומען צו פארן הונדערטער געסט פון איבעראל, דער שטעטל ווערט איבערגעפולט פון אנשי שלומינו וואס ווילן נישט פארפאסן אזא געהויבענעם יום טוב פון צו זיין במחיצות פונעם ראש ישיבה, וואס וועט אונז אלע אנווארימען צום אייבערשטן און צו די הייליגע תורה. &nbsp; דער אייבישטער האט געהאלפן אז די שטאטישע באאמטע האבן זיך צוגעהערט, און האבן אראפגעשיקט ארבעטער וואס זאלן איבערגיין מיט די עסקנים אלע גאסן, מען האט נישט אויסגעלאזט קיין איין ווינקל אין שטעטל, און זיי אנגעצייכענט איבעראל ווי עס דארף ווערן פארראכטן. &nbsp; מיט צוויי וואכן צוריק האבן זיך טאקע אנגערוקט א גאנצע שטאב ארבעטער מיט טראקס, און אלע אנדערע כלים מיט וואס מען פאררעכט די וועגן, און זיי האבן זיך גענומען צו די ארבעט, און אזוי האט זיך עס געצויגן ביז היינט, ווען דער לעצטער פאט-האול איז ברוך השם געווארן פארראכטן צו די צופרידנהייט פון אלע איינוואוינער און באזוכער. &nbsp; אבער, מאכט נישט קיין טעות; דער ברסלבער שטעטל באשטייט נישט פון שיינע ראודס. עס איז בכלל נישט איבער שיינע הייזער, אדער פאר ווער עס זוכט עפארדעבל דירות. אוודאי מיט תפלה העלפט דער אייבישטער אז מען באקומט דאס אלעס און נאך אסאך מער. די אידן וואס קומען ארויס וואוינען אין שטעטל קומען פאר איין זאך, מען זוכט א ריינע ערליכע ווינקל. א שטאט ווי רעדן צום אייבערשטן, פארציילן מעשיות פון תפלה איז אן ארויפגעקוקטע זאך, מען שעמט זיך נישט צו רעדן צום אייבערשטן און פון אייבערשטן. דאס ציעט די אלע אידן אהער, און נאר דאס פארקויפט דאס פלאץ. &nbsp; ברוך השם, די אחדות וואס דאס שטעטל פארמאגט איז עפעס וואס איז נישט צום באשרייבן, אין די קורצע דריי יאר זינט דער שטעטל האט זיך געגרינדעט, פונקציאנריט שוין דאס שטעטל מיט אלעס וואס א אידישע שטעטל דארף האבן. אלע סארטן חסד ארגאניזאציעס, הפצה אקטיוויטעטן, בית מדרשים, מקוואות, הצלה, טראנספארטאציע. ועל כולם, א שטעטל ווי מען לעבט און מען אטעמט אמונה, א פלאץ ווי מען שטרעבט און מען טראכט נאר וויאזוי קען איך העלפן נאך א איד צו לעבן מיטן אייבערשטן.

    < זעה מער כד אייר תשפ"ב 📝
  • דער לאנג ערווארטערטער ביכל "מעשה'לעך פאר קינדער #1" איז שוין דא צו באקומען

    זינט עס איז ארויס די נייעס בעפאר דעם יום טוב פסח הבעל"ט אז דער נייע ביכל גייט שוין אט צום דרוק, האט נישט אויפגעהערט צו קומען די בקשות פונעם ציבור, אלע האבן זיך נאכגעפרעגט "ווען קומט שוין ארויס דער נייער ביכל, מיינע קינדער ווארטן שוין דערויף!". &nbsp; דערפאר איז יום בשורה הוא לנו, מען קען שוין מעלדן מיט פרייד פאר אלעמען אז היינט איז ברוך השם אנגעקומען פונעם דרוק פון ארץ ישראל דער ערשטער שיפמענט פון די נייע ביכל צום די גרויסע שמחה פון די קינדער וואס קענען שוין קוים ווארטן. &nbsp; דער נייער ביכל אנטהאלט די פאלגענדע צען דראמאטישע מעשיות: זאגן תהלים מיט תמימות און פשיטות, ווייל איך בין א ברסלבער הייב איך זיך אויף, בעטן נאר פונעם אייבערשטן, שכוח אייבערשטער אז עס איז נאר די קו, פארשטיין די הייליגע תורה, אסאך מצוות, אויסגעריסן דעם טמא'נעם צלם, אפגעהיטענע אויגן, הפצה הפצה הפצה, דאס גרויסקייט פון א צדיק. ווי איר זעט אליינס, כאפט שוין אן א הרהור תשובה נאר פונעם זען די קעפלעך פון די מעשיות, די ערציילונגען זענען פול מיט חיזוק אויף אמונה, תפלה, אמונת צדיקים, טון מצוות ומעשיות טובים לעובדה ולמעשה, שמירת עינים, מידות טובות, תמימות און נאך, וואס דער ראש ישיבה האט אליינס געשריבן, און אריינגעלייגט דערין פילע מעסעדזשעס פון יראת שמים וואס וועט אריינגיין אין די קינדער נאך אין די וויגן, און וועט מיטוואקסן מיט זיי אלע זייערע יארן. &nbsp; די מדפיסים זענען שוין אין די טעג פארנומען אנצוגרייטן דער צווייטער ביכל אין די סעריע וואס וועט אנטהאלטן די פאלגענדע צען שיינע מעשיות, זיך קיינמאל נישט פארלירן, וויאזוי ווערט מען א צדיק?, איך גיי צום רבין, ביים ציון פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, די פישעלעך טאנצן אריין אינעם שיף, פטור געווארן פון די הינט, ווי אזוי דארף מען בעטן דעם אייבערשטן?, א געפיל אין רבין, זיך דערהאלטן, לאז דיך נישט נארן. &nbsp; די גאנצע ארבעט ווערט דורכגעפירט מיט די כסדר'דיגע הדרכה און איבערזיכט פון ראש ישיבה שליט"א דורך די געטרייע און איבערגעגעבנע "מכון עצתו אמונה" וואס האט אריינגעלייגט טעג און וואכן אז עס זאל מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען א הערליכע געלונגענע ביכל. מען האט אויפגענומען גאר ערפארענע דרוקערס, מעלערס און גראפיקער, מען האט עס געדרוקט אויף גאר גוטע קוואליטעט פאפיר, און עס לעמינעטעד עס זאל זיך האלט לענגער פאר די אינגע קינדער וואס וועלן זיך מחיה זיין מיט די הערליך פאכמאניש געמאלענע בילדער. &nbsp; מען קען שוין באקומען דעם ביכל ביים קרן הדפסה, ביי די מפיצים, און אויפן וועבסייט. &nbsp; 🛒 מעשה'לעך פאר קינדער #1 בלויז $8.99

    < זעה מער כג אייר תשפ"ב 📝
  • סיומי הש"ס דורך תלמידי היכל הקודש ירושלים געפראוועט מיטן ראש ישיבה שליט"א

    מיר וועלן דא ממשיך זיין מיטן באריכט, וואס מיר האבן געענדיגט נעכטן. &nbsp; זונטאג אווענט בשעת דער ראש ישיבה האט געגעבן דעם שיעור אין בית המדרש אין ירושלים, זענען זיך די פרויען פון אנשי שלומינו זיך צוזאם געקומען אינאיינעם מיט די ווייב פונעם ראש ישיבה. די פרויען האבן פארברענגט און גערעדט אינאיינעם שיינע מעשיות פון תפילה און נאך. &nbsp; נאכ'ן שיעור איז פארגעקומען א "התחלת כתיבת ספר תורה", דער ראש ישיבה האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות אין א פרישע ספר תורה וואס גייט יעצט אנגעהויבן צו ווערן געשריבן פאר די קהילה. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה אריבער צו די אכסניא אין ירושלים, ווי ער האט אויפגענומען די חשובע גבאים פון בית המדרש היכל הקודש ירושלים, און דורכגעשמועס מיט זיי וויכטיגע פרטים וויאזוי צו פירן דעם הייליגן בית המדרש. אין די נאכט שעות האט דער ראש ישיבה געשריבן נאך פילע פרישע בריוון תשובות פאר אנשי שלומינו וואס ווארטן אויף ענטפערס פאר זייערע שאלות. &nbsp; מאנטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט,א געדאווענט שחרית אין בית המדרש היכל הקודש צוזאמען מיט פילע פון אנשי שלומינו, נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א סיום הש"ס, נאך א בחור פון אנשי שלומינו כמר שמואל פאלאק נרו יאיר האט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס. דער ראש ישיבה האט געזאגט אפאר ווערטער פארן ציבור, און ארום גערעדט די חשיבות פון ענדיגן ש"ס וואס דאס ברענגט אויף א מענטש אלעס גוטס. &nbsp; שפעטער איז דער ראש ישיבה אריבער צום תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים און פארציילט פאר די קינדער וויאזוי דער הייליגער רבי איז צוגעקומען צו ווערן אזוי גרויס, דאס איז נאר ווייל אין די יונגע יארן האט ער אסאך גערעדט צום אייבערשטן, און ער האט געבעטן דעם אייבערשטן זאל אים ווייזן אז ער הערט אים אויס, און דער אייבערשטער האט אים טאקע געוויזן. &nbsp; די קינדער האבן פארציילט פארן ראש ישיבה שיינע מעשיות פון תפילה וואס זיי האבן געהאט, אויך האבן די קינדער געהאט א געשמאקע שמועס מיטן דער ראש ישיבה. דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט צו זען ווי די קינדער האלט זיך פרייליך און פריש. &nbsp; במשך דעם טאג האט דער ראש ישיבה אויפגענומען אסאך מענטשן וואס האבן געוואלט זיך אדורך רעדן פריוואט מיט'ן ראש ישיבה און הערן א עצה וויאזוי ארויסצוגיין פון זייער פראבלעם, וואס דאס האט גענומען גאר אסאך צייט. &nbsp; ביינאכט איז פארגעקומען א פרישער א סיום הש"ס. דאס מאל איז עס געווען הבחור שמואל אייזיק פערל נרו יאיר בן מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים, וואס האט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס. דערנאך האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיינע שמועס איבער די גרויסקייט פון לערנען תורה און נאך. מיט דעם שמועס האט זיך דער ראש ישיבה געזעגענט פון אנשי שלומינו אין ארץ ישראל. דער ראש ישיבה זאגט אז ער האט זייער הנאה געהאט יעדע מינוט צו זיין אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, "וואס ברענען צום אייבערשטן און ווילן נאר אז נאך א איד זאל אויך וויסן פון די ליכטיגע עצות און אנהייבן לעבן א זיס לעבן". &nbsp; דער באזוך וועט זיכער געדענקט ווערן פאר א לאנגע צייט, אנשי שלומינו אין ארץ ישראל האבן זיך אנגעשעפט מיט פרישע כוחות צו ווייטער לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און זיי ווייטער מפיץ זיין צווישן כלל ישראל. &nbsp; אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו! &nbsp;

    < זעה מער כב אייר תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 946 to 960 of 1723 results

1 2 ... 61 62 63 64 65 66 67 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com