Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • פרישע אומזיסטע חתונות אין ישיבה

      די חתונה סעזאן איז יעצט אין איר פולסטן שוואונג, יעדע נאכט קומען פאר ברוך ה' צענדליגע חתונות אין אלע היימישע געגנטער, פאמיליע און גוטע פריינד האלטן מיט יעדן טאג נאך פרייליכע חתונות ביי זייערע נאנטע, עס דערפריידט דאס הארץ צו זען אזויפיל אידישע שטיבער וואס ווערן אויפגעשטעלט יעדן טאג לשם ולתפארת. פון די אנדערע זייט טוט אבער וויי דאס הארץ אז אזויפיל פון די שמחות זענען נעבעך אויסגעמישט מיט פיל צער און עגמת נפש, רוב רובם פון די מחותנים קענען זיך נישט ערלויבן צו באצאלן די חתונה, אויף דעם גאר טייערן "סטאנדארט" ווי עס ווערט היינט געמאכט. מ'דארף צוזאמקראצן, זיך אנבארגן, און ליידער אפילו גנב'ענען ר"ל, נישט קענענדיג באצאלן אלעס וואס מ'דארף צושטעלן אז ס'זאל זיין אן אזוי גערופענע - "נארמאלע" חתונה. דעריבער איז גאר דערפרישנד צו זען די חתונות וואס קומען כסדר פאר אין ישיבה, הערליכע פרייליכע געשמאקע חתונות, וואס די חתונה נאכט קאסט נישט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים, אויסער די פילע אנדערע הוצאות וואס מ'געבט נאר אויס וויפיל עס פעלט באמת אויס, נישט וואס מ'דארף נאר צו געפעלן פאר "יענעם". מ'קען דאס נישט גלויבן און באגרייפן ביז ווען מ'זעט דאס מיט די אייגענע אויגן. די משפחות פון די מחותנים, וועלכע האלטן מיט די חתונות אין ישיבה, קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פארוואס מענטשן זענען אזוי קינדיש צו פארשווענדן געלט פאר נארישקייטן וואס קיינער האט גארנישט דערפון, אין די צייט וואס מ'זעט מיט די פליישיגע אויגן אז מ'קען אהערשטעלן אזעלכע שיינע געשמאקע חתונות פאר ממש אומזיסט, און יעדער האט אזוי שטארק הנאה דערפון. דאס איז אויסער דעם וואס די חתונות ענדיגן זיך באצייטנס, א זאך מיט וואס יעדער איז זיך גאר שטארק מחי', מ'קען גיין שלאפן נארמאל, און אנהויבן דעם סדר היום דעם קומענדיגן טאג ווי געווענליך. די לאנגווייליגע רעדעס און משלים מיט וואס די מספידים רופן אויס יעדן צום מצוה טאנץ, איז שוין אן אלטע פראבלעם וואס יעדער האט ביים זיך באטייליגן ביי א נאנטע משפחה שמחה. א זאך וואס מ'האט אויך צוריקגעברענגט צום ארגיענעלן וועג ווי אונזערע זיידעס פלעגן עס טון, דער שמש מאכט א "יעמוד יעמוד" אויפצורופן די זיידעס און די מחותנים צו גיין טאנצן לקראת הכלה. די חתונות ברענגען צוריק דעם אמאליגן בא'טעמ'טן גלאנץ וואס א אידישע שמחה האט געהאט, מ'קרויזט אויס אלע נארישקייטן וואס ווערן צוגעלייגט צו די חתונות יעדן צווייטן טאג, און נאכדעם וואס צוויי דריי נארנים טוען עס, כדי צו ווייזן פאר יעדן ווי מעכטיג זיי זענען, ווערט עס שוין ווי א "מסורה" וואס מ'טאר זיך פון דעם נישט אוועקרירן. די עלטערע זיידעס וואס באטייליגן זיך ביי די חתונות פון זייערע אייניקלעך אין ישיבה, דרוקן זיך כסדר אויס מיט נאסטאלגיע ווי אזוי די חתונות האבן אזא אידישן טעם, ממש ווי אמאל, אן אמת'ע געשמאקע שמחה, אן די אלע צוגעלייגטע נייע זאכן. פארגאנגענע וואך מיטוואך איז געגאנגען אונטער די חופה החתן מו"ה אשר קרויס הי"ו, פון די חשובע תלמידים פון ישיבה, א זון פון מו"ה משה קרויס שליט"א, פון די חשוב'ע אנשי שלומינו פון מאנטשעסטער, עב"ג בת מו"ה יואל טייטלבוים שליט"א, גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל פרעמישלאן. די שמחה איז פארגעקומען אין ישיבה, מיט די באטייליגונג פון קרובים און גוטע פריינד, און מיט א הערליכן געשמאקן אידישן חן, וואס האט דערפריידט און באצויבערט אלע משתתפים. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, מיט בני חיי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא. שמח תשמח רעים האהובים! 📰 שבע ברכות מיט סיום מסכת אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו  

    < זעה מער ז חשון תשפ"ב 📝
  • בית התבשיל היכל הקודש העלפט ארויס פילע אנשי שלומינו

    איינע פון די שענסטע שטיינער אויפן קרוין פון "היכל הקודש" איז בלי ספק דער מוסד "בית התבשיל" וואס ווערט אנגעפירט דורכן איבערגעגעבענעם עסקן לכל דבר שבקדושה מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו. איינע פון די ספעציעלע גאנציעריגע פראיעקטן פונעם בית התבשיל "מפעל עונג שבת ויום טוב" וואס שטעלט צו גאנצע שבת ארדערס פאר די פילע כלי קודש, בני תורה און עניים. וואס באשטייט פון אלעס וואס מ'דארף לכבוד שבת: גרעיפ דזשוס, פיש, פלייש, חלות, קעיק, פרוכט, דיפס, פערפל, לאקשן, קוגל, נאש, א.א.וו. בהרחבה גדולה, אז די תלמידי חכמים און נויטבאדערפטיגע זאלן האבן פון אלעם גוטן און קענען לערנען בהרחבת הדעת. אויך שטעלט דער בית התבשיל צו יעדע וואך פילע חלוקות פון פילע געשמאקע מאכלים, חלות, קעיק און אלע אנדערע מאכלי שבת קודש. אזוי אויך איז דא עטליכע גרויסע חלוקות לכבוד יום טוב און נאך ווי עס ווערט פארטייטלט אסאך מאכלים ווי גרעיפ דזשוס, גרינצייג, פיש, פלייש, מילכיגס און נאך אין די ווערט פון צענדליגע טויזנטער דאלאר. דער בית התבשיל איז דער אדרעס פאר פילע נצרכים פון אנשי שלומינו וואס מאכט זיכער מיטן אייבערשטנ'ס הילף אז עסן זאל נישט פעלן אין אלע מצבים וואס עס זאל נאר נישט אונטערקומען. מוהרא"ש זי"ע ביי שיעורים פלעגט גאר שטארק רעדן פון די גרויסע מצוה פון אויפשטעלן און שטיצן א בית התבשיל וואס געבט צו עסן פאר הונגעריגע. דער בית התבשיל האט א וועכענטליכע בודזשעט פון $2,500 און ימים טובים איז דער בודזשעט איבער $10,000 וואס ווערט צוזאם געשטעלט כסדר פון נדבות פון אנשי שלומינו וואס האבן די ווארעמקייט און געפיל און געבן צדקה פאר הונגעריגע אידן. צו נעמען א חלק אין די גרויסע מצוה קען מען רופן 718-306-2448 💳 צו נעמען א חלק אנליין לינק

    < זעה מער ו חשון תשפ"ב 📝
  • שמחה משולשת: שבע ברכות, חנוכת הבית, סיום מסכת אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו

    נעכטן אווענט זענען זיך פילע אנשי שלומינו פון קרית יואל און ארום זיך צוזאם געקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין בלומינג גראוו, ווי עס איז פארגעקומען א שיינע מסיבה, וואס האט כולל געווען דריי גרויסע שמחות, צום ערשטן האט עס געדינט אלץ "שבע ברכות" פאר'ן חתן אשר נ"י פון די חשובע תלמידים פון ישיבה, א זון פון הר"ר משה קרויס שליט"א פון חשוב'ע אנשי שלומינו פון מאנטשעסטער, וואס איז געווארן אן איידעם ביי הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל פרעמישלאן, וואס האט חתונה געהאט די וואך אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג; דערנאך איז דאס געווען די שמחה פון חנוכת הבית המדרש נאכדעם וואס מען האט שטארק פארגרעסערט און פארשענערט דעם בית המדרש היכל הקודש אין בלומינג גראוו; אין די זעלבע צייט האט מען געפראוועט דעם סיום מסכת ביצה, וואס מען האט יעצט געענדיגט ביים שיעור וואס ווערט פארגעלערענט טאג טעגליך אין בית המדרש אין א דף גמרא, דורכ'ן גבאי פון בית המדרש היכל הקודש בלומינג גראוו הר"ר בערל לעווי שליט"א. א שיינע ציבור האט זיך פארזאמעלט אין בית המדרש לכבוד דעם געלעגענהייט מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, דער ראש ישיבה שליט"א וואס איז געקומען צו פארן האט אויפגעטרעטן מיט גאר א שיינעם שיעור, און פארציילט פילע אינטערעסאנטע עפיזאדן, און שטארק ארום גערעדט איבער די גרויסקייט פון לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, די גרויסקייט פונעם "סדר דרך הלימוד", דאס איז "זאגן" די הייליגע ווערטער פון די גמרא אפילו מען פארשטייט נישט. דער ראש ישיבה האט געבעטן אנשי שלומינו מען זאל יעצט אנהייבן די נייע מסכת ראש השנה און לערנען יעדן טאג א בלאט, און געזאגט "זייט נישט משלים קיין בלעטער! נעם היינט די גמרא און לערן א בלאט גמרא!". אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שטארק ארום גערעדט איבער שלום בית, און ארויסגעברעגנט אז אז עס איז נישט מעגליך צו האבן אמת'ן שלום בית, דאס הייסט אז דער מאן און די פרוי זאלן זיך באמת שעצן איינעם דעם צווייטן, און האבן א אמת'ע ליבשאפט איינע צום צווייטן, נאר ווען מען פאלגט נאך דעם צדיק, מען קען טרעפן אזעלכע וואס געוועלטיגן אין שטוב, דורך ארויפצווינגען אדער פארדרייען דעם קאפ פון דעם ווייב, און זי זאל נישט האבן קיין ברירה. אבער אויב זעט מען איינעם מיט אמת'ע שלום בית, איז עס נאר דורך א צדיק. דער ציבור איז זיך צוגאנגען מיט געהויבענע געמיטער, און מיט פרישע קבלות פון לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און שעצן און רעדן שיין צו די ווייב. 📸 בילדער פונעם מסיבה ▶️ דרשה פון ראש ישיבה שליט"א ביים מסיבה

    < זעה מער ה חשון תשפ"ב 📝
  • שבת התוועדות סיום סדר מועד אין קראון פלאזא האטעל קומענדיגן ראש חודש אדר ב

    קרעדיט: מו"ה אהרן פיש הי"ו נאכן שבת התוועדות סיום הש"ס פאר צוויי יאר צוריק אין סטעמפארד האטעל, האבן אנשי שלומינו תיכף געבעטן אז אזעלכע שבתים זאלן געפראוועט ווערן מער אפט; און מען האט טאקע געפלאנט אזא שבת פאריאר ווינטער, וואס צוליב דעם אלוועלטליכן "קאוויד" אויסברוך איז עס למעשה דאן נישט צושטאנד געקומען. געלויבט דעם אייבערשטן אז יעצט נאך איבער צוויי יאר ווארטן, איז געמאלדן געווארן דער פריידיגער בשורה אז מען גרייט זיך שוין ווידער צו א גרויסער שבת התוועדות מיט אלע אנשי שלומינו אינאיינעם, וואס וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר צוזאמען מיטן פונעם פרייליכן סיום סדר מועד וואס וועט פארקומען בעזרת השי"ת שב"ק פרשת פקודי אינעם הערליכן קראון פאלאז סטעמפארד האטעל. די שמחה איז גאר גרויס ביי אנשי שלומינו ווען מען איז ב"ה ארויפגעשפרינגן אויפן שנעל פארענדן באן, און מען לערנט יעדן טאג א בלאט נאך א בלאט, און עס גלייבט זיך קוים אז מען האט שוין ברוך השם דורכגעלערענט אין די בערך צוויי יאר זינט פאריעריגן סיום הש"ס די מסכת פון ברכות, שבת, עירובין, פסחים, שקלים, יומא, סוכה, און טאקע היינט זונטאג פרשת לך איז דער סיום אויף מסכת ביצה. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען אין די קומענדיגע וואכן ביזן שבת התוועדות ענדיגן די איבעריגע מסכות הש"ס פון סדר מועד: ראש השנה, תענית, מגילה און מועד קטן, וואס אינאיינעם איז עס א קיימא לן פון 768 דפים, וואס איז נאנט צו א דריטל פון גאנץ ש"ס. די עסקנים האבן געמאלדן אז עס ווארט א הערליכע שבת ווי מען וועט פארברענגען בשבת אחים, דאווענען אינאיינעם, עסן די סעודות שב"ק און זינגען זמירות שב"ק, הערן דרשות התחזקות, פון וואס מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסנעמען התחזקות און כח אנצוגיין פאר זיך פאר די בני בית און די קינדער פאר א לאנגע צייט. די עירלי ביורד ספעשל פרייז ביז שבת חנוכה - וועט זייט $985 פאר א קאפל, וואס מען קען באשטעלן דורכן רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו 917-232-9070. א בלאט גמרא דאס איז מיין לעבן, א בלאט גמרא דאס איז מיין שטרעבן! 📸 מוצאי שב"ק ביים שבת התוועדות סיום הש"ס טבת תש"פ אין קראון פלאזא האטעל 🎦 דרשה פון ראש ישיבה ביים שבת התוועודת טבת תש"פ אין קראון פלאזא 🎞️ פארשטלונג פון בארימטער קאמפאזיטער יוסי גרין ביים שבת התוועדות טבת תש"פ 🎞️ די גאר געהויבנע ריקודין ביים סיום הש"ס טבת תש"פ אין קראון פלאזא

    < זעה מער ד חשון תשפ"ב 📝
  • נייע געשמאקע שיעור אין א פרק משניות טעגליך פארגעלערענט דורכן ראש ישיבה שליט"א

    קרעדיט: מו"ה שמואלי וועבער הי"ו ווי באקאנט איז איינע פון די שטארקסטע יסודות וואס מוהרא"ש זי"ע האט אראפ געלייגט אין די הייליגע ישיבה תפארת התורה, איז דער שיעור משניות. ווי עס ווערט גע'פסק'נט להלכה אז דאס דארף זיין דער ערשטער שיעור פון א איד, "וְשִׁעוּר מִשְׁנָיוֹת קוֹדֵם לְכָל דָּבָר, וְעַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה לִנְשָׁמָה, מִשְׁנָה אוֹתִיּוֹת נְשָׁמָה" (קשו"ע סימן א', סעיף ה) וואס דער מקור דערפון איז פון הייליגן אר"י ז"ל. אנשי שלומינו געדענקען ווי מוהרא"ש פלעגט כסדר חזרן מיט אונז די גרויסקיין פון זאגן ח"י פרקים משניות, אז עס רייניגט די נשמה, עס נעמט ארויס דעם מענטש פון די טיפע בלאטע ווי ער איז נעבעך אריינגעפאלן, און איז פשוט משנ"ה דעם מענטש לטובה.&nbsp; מען זעט טאקע אלץ אנשי שלומינו מיט א משניות אין די האנט, ווי מוהרא"ש פלעגט כסדר זאגן "א סימן אז מען איז אין היכל הקודש, אז מען האט א משניות אין טאש". אין די הייליגע ישיבה לערנען טייל בחורים יעדן טאג אכצן פרקים משניות כסדרן און ענדיגן יעדן חודש גאנץ ששה סדרי משנה. אנדערע לערנען יעדן טאג אכצן מאל דעם זעלבן פרק, און דערנאך קומענדיגע טאג אכצן מאל דעם קומענדיגן פרק, אזוי אז נאך איינס און א האלב יאר ענדיגן זיי אויף איין מאל אכצן מאל ששה סדרי משנה. דערפאר האט דער ראש ישיבה אויף די בקשה פון די טייערע בחורים וואס ווילן בשעת'ן זאגן פארשטיין וואס זיי לערנען, אנגעהויבן פארצולערנען ששה סדרי משנה אויפן סדר, יעדן טאג א פרק, וואס ווערט ווי אלע שיעורים פונעם ראש ישיבה פארגעלערענט מיט א מורא'דיגע געשמאקע קלארע שפראך, און נאך דערצו מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן וואס לייגט צו אלע טעמים צום שיעור. דער שיעור קומט פאר טעגליך אום 2:15 מיטאג, און תיכף נאכן שיעור אום 3:00 דאווענט מען מנחה אין ישיבה. דאס איז אויסער די פילע אנדערע שיעורים וואס דער ראש ישיבה לערנט פאר טעגליך אין ישיבה, ווי דער דף שיעור אינדעפרי, דער חיזוק שיעור אין סיפורי מעשיות נאכמיטאג, און די פילע שיעורים פאר אינגעלייט, פרויען, און קינדער, וואס מען קען מיטהאלטן דא אויף אונזער וועבסייט, מיט וואס פילע טויזנטער זענען זיך מחיה דערמיט טאג טעגליך, און דערנענטערט זיי צום הייליגן באשעפער. "תאמר ח"י פרקים משניות בלי שום פירוש בכל יום, כדי שתגמור בכל חודש הששה סדרים משניות, כן תנהוג כל ימי חייך, משניות הוא תיקון לנשמה" (ליקוטי תורה להרה"ק רבי מרדכי מטשערנאבל זי"ע) 🛒 סעט טאשן משניות $12 ▶️ האלט מיט דעם שיעור דא

    < זעה מער א חשון תשפ"ב 📝
  • הערליכע באריכט פונעם שיינעם יום טוב סוכות ביים ראש ישיבה שליט"א

    קרעדיט: הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א גאר א שיינער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו בצל הקודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, ווען מיר האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פונעם יום טוב, וואס דאס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר. עס איז נישט מעגליך אראפצושרייבן אויפ'ן פאפיר די געפילן פון הארץ פון די אלע וואס האט מיטגעלעבט דעם יום טוב מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, מיר וועלן פרובירן אבער אין קורצן איבערצוגעבן ווי אזוי דער יום טוב איז אריבער, און אביסל פון וואס מיר האבן זוכה געווען צו הערן און מקבל זיין פונעם ראש ישיבה שליט"א. ערשטע טעג יום טוב די ערשטע טעג יום טוב זענען אריבער מיט גאר געהויבנקייט מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג, ביידע טעג האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית פאר'ן עמוד מיט גרויס התעוררות און געשמאק, די הלל און די הושענות זענען געווען גאר דערהויבן. נאכ'ן דאווענען איז צוגעשטעלט געווארן א ברייטע קידוש אין די שיינע סוכה אין הויף פון די שול, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט גאר שיינע דברי התחזקות לכבוד יום טוב. דעם ערשטן טאג האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון די תפלה פון הייליגן חיד"א וואס איז געדרוקט אין מחזורים צו זאגן ביי פתיחת הארון אום סוכות, מ'בעט דארט דעם אייבערשטן מ'זאל געראטעוועט ווערן פונעם מזל צדק, ווי אויך ווערט געברענגט אין זוהר הקדוש אין די אידרא אז רבי שמעון בן יוחאי האט עדות געזאגט אויף זיך אין זיין לעצטן טאג פון לעבן אז ער האט זיך א גאנץ לעבן געהיטן פון "צדק", האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט וואס מ'קען ארויסנעמען פון דעם התחזקות אויפ'ן לעבן, אז מ'זאל זיך זייער אכטונג געבן פון "צדק גערעכט", נישט צו - וועלן זיין אלץ גערעכט. ווען א מענטש וויל נאר אלץ אויספירן און ווייזן אז ער איז גערעכט, וועט ער קיינמאל נישט קענען מצליח זיין, ער וועט אלעמאל האבן צוטון מיט יעדן איינעם. דערפאר דארף מען אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז מ'זאל זיך קענען אראפבייגן דעם קאפ, לאזן יענעם זיין גערעכט, און אזוי וועט מען קענען אריבערגיין אלעס בשלום. דעם צווייטן טאג ביים קידוש האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם וואס דער הייליגער רבי זאגט אין ספר המדות (רפואה ח"ב, ד) אז צו קוקן אויפ'ן אתרוג איז א רפואה פאר די אויגן, האט דער ראש ישיבה שליט"א געטייטשט אז דאס קען אויך מיינען אז מ'זאל האבן גוטע אויגן, מ'זאל קוקן גוט אויף יעדן איינעם. דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן רפ"ב) אז ווען מ'קוקט גוט אויף א מענטש, מ'זוכט אויף אין אים זיינע גוטע נקודות, די גוטע זאכן וואס ער האט אין זיך, דאן וועט ער ווערן אינגאנצן גוט. און דאס הויבט זיך אן ביי זיך אליין, א מענטש טאר זיך נישט אראפקלאפן, מ'דארף נאר קוקן גוט אויף זיך אליין, און אז מ'קוקט גוט אויף זיך וועט מען שוין אויך קוקן גוט אויף די משפחה און אויף אנדערע מענטשן. מוצאי די ערשטע טעג נאך מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט א בלאט גמרא, און ביים סוף ארומגערעדט שיינע זאכן ווי אזוי אויסצונוצן דעם יום טוב ווי עס דארף צו זיין. און דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן אויף ברסלב ליבערטי צו וויילן דארט ביז נאך שבת חול המועד. חול המועד סעודת הילולא דאנערשטאג חול המועד האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט הלל און הושענות פאר'ן עמוד אין שטעטל, מיט מתיקות און געשמאק. דאנערשטאג נאכט חול המועד איז פארגעקומען די סעודת הילולא צו די יארצייט פון הייליגן רבי'ן. די סעודה איז פארגעקומען אין די גרויסע סוכה אין הויף פון בית המדרש אין שטעטל, עס איז געגאנגען א שווערע רעגן, אבער מיט אסאך תפלות האט די רעגן אביסל נאכגעלאזט און מ'האט געגעסן עסן די סעודה אין די סוכה. דערנאך האט מען אנגעהויבן זינגען ווארעמע ניגונים, אבער דאן האט זיך די רעגן זייער געשטארקט, דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ווי עס זעט אויס האט דער עולם שטארק מתפלל געווען אז מ'זאל קענען עסן אין די סוכה, אבער מ'האט נישט געבעטן אז מ'זאל אויך קענען רעדן אין די סוכה, מען האט געבענטשט ברכת המזון און מ'איז אריין אין בית המדרש ממשיך צו זיין מיט די ניגונים און דרשה. דער ראש ישיבה שליט"א האט אנגעהויבן די דרשה אז ביי מוהרא"ש איז אויך אמאל אזוי געווען אז ס'האט אנגעהויבן רעגענען ביי די יארצייט סעודה פון רבי'ן, און מ'האט געדארפט שנעל בענטשן און אריינגיין אין שול, און מוהרא"ש האט דעמאלט בארואיגט דעם ציבור, זאגנדיג די גרויסע זאכן וואס חז"ל זאגן אונז ווען עס רעגנט, אז דער אייבערשטער איז מוחל די עבירות, און נאך גרויסע ברכות וואס עס קומט מיט'ן רעגן. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריין אין א שמועס פון הייליגן רבי'ן, מ'זעט אז כאטש וואס דער רבי איז שוין נסתלק געווארן איבער 210 יאר צוריק, לעבט ער אבער נאכאלץ מיט אונז, זיינע תורות און זיינע לימודים זענען חי וקיים, די גאנצע וועלט לעבט אויף די חיזוק פון הייליגן רבי'ן. און דער עיקר איז די שטארקע אמונה וואס דער רבי ברענגט אריין אין אונז, מיר זאלן שפירן אז דער אייבערשטער איז מיט אונז אין יעדן מצב, יעדער מענטש נישט קיין חילוק ווער און וואס ער איז קען רעדן צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויסדערציילן זיין גאנצע הארץ פאר'ן אייבערשטן אזוי ווי מ'רעדט זיך אויס צו א נאנטן פריינד. דאס איז א געוואלדיגע מתנה וואס דער רבי האט אונז געגעבן, און כאטש וואס אין אנהויב איז נישט גרינג צו רעדן צום אייבערשטן, אבער אז מ'שטארקט זיך מיט עקשנות צו רעדן צום אייבערשטן קומט מען אן צו אלעס. נאכדעם האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פונעם סדר דרך הלימוד וואס דער רבי האט אונז געגעבן וואס אויף דעם וועג קען יעדער איד זוכה זיין צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה. ווייטער האט מען גערעדט די עצות פון הייליגן רבי'ן ווי אזוי צו לעבן מיט א ווייב און קינדער, ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן אין יעדן פרט אין לעבן, און אזוי ווייטער אלע געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן. מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה אז מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן, יעדער מענטש אויף דער וועלט מוטשעט זיך, כאטש פון אינדרויסן קען זיך דאכטן ווי יעדן גייט גוט און נאר פאר מיר גייט עס נישט ווי איך וויל, איז אבער דער אמת אז יעדער האט זיינע אייגענע שוועריקייטן און נסיונות אין לעבן, ברוחניות און בגשמיות, און מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, קען יעדער איד זיך שטעלן אויף די פיס און זייער שיין מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות. און מיר דארפן זען דאס איבערצוגעבן אויף אנדערע אידן, מ'קען דאך אזוי גרינג ראטעווען אזויפיל אידן וואס מוטשען זיך אזוי שטארק אין לעבן, בלויז מיט דעם וואס מ'געבט זיי טועם צו זיין די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי מוהרא"ש האט עס איבערגעגעבן. נאך די דרשה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ און זיך געפריידט בשמחת בית השואבה פאר לאנגע שעות. פרייטאג חול המועד האט דער ראש ישיבה שליט"א ווידער געדאווענט הלל און הושענות פאר'ן עמוד, וואס איז געווען גאר שיין. שבת חול המועד שבת חול המועד האט דער ראש ישיבה שליט"א געוויילט אין שטעטל, פילע משפחות זענען געקומען צו פארן מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם שבת, וואס איז געווען ממש מעין עולם הבא. אינדערפרי איז געווען גאר א געשמאקע דאווענען מיט הלל און הושענות. נאכ'ן דאווענען איז געווען א שיינע קידוש אין די סוכה, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פון די הושענות "אום נצורה" וואס מ'זאגט אום שבת, יעדע שטיקל פון די הושענות איז מען זיך מחי' מיט נאך א חלק פונעם שבת, מ'עסט דריי סעודות שבת, מ'עסט גוטע זאכן אום שבת, און אזוי ווייטער. אויך זאגט מען דארט "הושענא יושבת וממתנת עד כלות השבת", העלף די אידן וואס ווארטן שוין אז דער שבת זאל איך ענדיגן; פילע מוטשען זיך מיט דעם, איז דען דאס א מעלה אז מ'ווארט שוין קוים אז דער שבת זאל זיך ענדיגן? האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט אז דאס זייער פשוט, א איד וויל טון מלאכות, ער וויל רייכענען, ער וויל ערלעדיגן זיינע זאכן, ער האלט זיך אבער צוריק ווייל ס'איז שבת קודש, ער ווארט אז דער שבת זאל זיך ענדיגן אז ער זאל קענען טון זיינע געברויכן, ווייל ער וויל חס ושלום נישט מחלל שבת זיין, דאס איז די שענסטע און חשובסטע זאך ביים אייבערשטן. שבת נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומשפאצירט אין שטעטל, און ביי שלש סעודות אין די סוכה האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם אז דא אין שטעטל איז נישטא וואס צו טון, אין שטאט איז כסדר דא זאכן צו זען, דא בויעט מען, דא פארט מען, דא מאכט מען, אבער אין שטעטל זעט מען נאר גראז און ביימער, די איינציגסטע זאך וואס מ'קען טון איז רעדן צום אייבערשטן, לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן. די תורה דערציילט אונז ווי אזוי משה רבינו האט גערעדט מיט'ן אייבערשטן, און דער הייליגער רבי מאכט אז מיר פשוטע אידן זאלן דאס אויך קענען טון. מוצאי שבת האט מען געגעסן אינאיינעם סעודת מלוה מלכה אין די סוכה פון די שול, נאך די זמירות האט מען א לענגערע צייט געזינגען אינאיינעם שיינע ווארעמע ניגונים, און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, מען דארף זיך אפלערנען פון די אושפיזין, פון יוסף הצדיק, וואס ער האט שטענדיג גערעדט צום אייבערשטן, שם שמים שגור בפיו, ווען איינער פרעגט דיר "וואס הערט זיך?", דארף די ענטפער זיין, "ברוך ה', געלויבט דער אייבערשטער, עס גייט מיר זייער גוט". מוהרא"ש ברענגט אין סידור עת רצון פון הייליגן בעל שם טוב זי"ע אז די סיבה פארוואס מיר זענען אזוי לאנג אין גלות איז ווייל מ'איז נישט מאריך אין די ברכה פון אהבה רבה, און מוהרא"ש שרייבט דארט אז מ'זאל מאריך זיין אין די ווערטער "והאר עינינו בתורתך ודבק לבנו במצותיך", בעטן דעם אייבערשטן מ'זאל זיין אן ערליכער איד. האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט אז ער האט געהערט פון א ברסלב'ער חסיד אז מ'דארף אויך מאריך זיין אין די ערשטע פאר ווערטער פון די ברכה, "אהבה רבה אהבתנו ה' אלוקינו", מ'דארף גוט ארייננעמען אין זיך אז דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד, דער אייבערשטער האט מיר זייער ליב, ער ווארט און קוקט ארויס אויף מיר, און דאס וועט ברענגען מ'זאל זיין אמת'ע ערליכע אידן. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה מאריך געווען אין די גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, פון שמחה, און פון טאנצן הקפות מיט גרויס שמחה. נאך שבת איז דער ראש ישיבה שליט"א צוריק געפארן קיין וויליאמסבורג אויף די צווייטע טעג יום טוב. זונטאג חול המועד נאכ'ן דאווענען איז געווען א סעודה אין די סוכה ביים בית המדרש אין וויליאמסבורג, דער ראש ישיבה שליט"א האט אסאך ארום גערעדט איבער די וויכטיגקייט פון לעבן מיט א צדיק; אז מ'האט געטראפן א צדיק וואס לערנט אונז א וועג אין לעבן, וואס לייכט אונז אויף די אויגן, וואס געבט אונז די ריכטיגע וועג ווי אזוי זיך אומצוגיין אין אלע אומשטענדן אין מצבים אין לעבן, דארף מען זיך האלטן ביי אים אויף אייביג, און אזוי וועט מען זייער מצליח זיין בזה ובבא. הושענה רבה זונטאג נאכט, ליל הושענה רבה, האט מען גלייך נאך מעריב געליינט משנה תורה, און דערנאך איז פארגעקומען א סעודה אין די סוכה. ביי די סעודה האט מען געזינגען אינאיינעם ווארעמע ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט עטליכע דיבורים איבער די גרויסקייט פון הושענה רבה, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס מ'קען אויפטון מיט איין קאפיטל תהלים, מיט איין ווארט צום אייבערשטן, ער האט מעורר געווען אז מ'זאל אויסנוצן דעם הייליגן טאג, ווען מ'דערמאנט זיך זאל מען בעטן נאך א תפלה צום אייבערשטן אז עס זאל קומען א זיס ליכטיג יאר. אפילו מ'האט שוין אפגעזיגלט די יאר פאר'ן מענטש, קען מען נאך מתפלל זיין אז אויב איז חס ושלום אנגעשריבן געווארן עפעס שלעכטס, זאל מען צערייסן דעם שלעכטן צעטל, מ'זאל אונז ארויסשיקן נאר גוטע קוויטלעך פון הימל. אויף די צווייטע טעג יום טוב זענען פילע אנשי שלומינו אריינגעקומען אויף וויליאמסבורג מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג פון יום טוב בצל הקודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. הושענא רבה איז געווען א גרויסע התעוררות ביים דאווענען, ביי הלל און נענועים, און דערנאך ביי די הושענות, דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען און מחזק געווען אנשי שלומינו אויף פארשידענע ענינים. פאר די ערשטע הושענא האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון די גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, אפילו ווען מ'קען זיך נישט אויסשמועסן דאס גאנצע הארץ מיט'ן אייבערשטן, זאל מען אבער שרייען צום אייבערשטן, "הושענא העלף מיר", מ'זאגט איבער נאכאמאל און נאכאמאל הושענא און הושענא, אזוי דארף מען איבערזאגן טויזנט מאל פאר'ן אייבערשטן, "העלף מיר, העלף מיר, העלף מיר". דער רבי זאגט אז ווען א איד זאגט ארויס איין אמת'דיג ווארט פאר'ן אייבערשטן עפנט דאס אים אויף אלע טירן און טויערן און לייכט אים אויף דער וועג צום אייבערשטן, א מענטש ווייסט אבער נישט ווען די אמת'דיג ווארט קומט ארויס, מ'מיינט אז ס'איז דוקא ווען די הארץ איז אנגעווארעמט מיט געפילן, פאקטיש קען אבער זיין פונקט פארקערט, דוקא ווען מ'שפירט גארנישט, און מ'זאגט ארויס א ווארט צום אייבערשטן, מ'זאגט פאר'ן אייבערשטן דעם אמת אז מ'איז אזוי פארמאכט, מ'שפירט נישט קיין התעוררות צום אייבערשטן, דוקא די אמת'ע ווערטער עפנט אלעס אויף פאר'ן מענטש. פאר די צווייטע הושענא האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם וואס מ'פירט זיך אראפצונעמען די רינגלעך פונ'ם לולב אום הושענא רבה, ווען א מענטש איז געבינדען ביים יצר הרע, ער קען זיך נישט שטארקן איבער זיינע שלעכטע נאטורן און געוואוינהייטן, ער שפירט זיך ממש געבינדען ביי די שלעכטס, קען מען בעטן דעם אייבערשטן, "אזוי ווי איך האב אויפגעבינדען דעם לולב, בינד מיך אויף פון מיין שלעכטע קייטן וואס איך בין געבינדען ביים יצר הרע". דער רבי זאגט אז די מויל איז ווי א מאמע, אזוי ווי א מאמע לאזט קיינמאל נישט אפ איר קינד, אפילו ווען ער האט זיך פארשמירט און זעט נישט אויס גוט, די זעלבע איז ביי יעדן מענטש, נישט קיין חילוק וויפיל ער האט זיך פארשמירט און איז געפאלן, זאל ער אבער אויפמאכן זיין מויל און רעדן צום אייבערשטן, וועט ער זוכה זיין אלעס צו פאררעכטן. "הושענא ציון המצוינת", מיר האבן זוכה געווען צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס ציון אום ראש השנה, דארף מען זיך זייער פרייען מיט דעם און בעטן אויף ווייטער אז מ'זאל יעדעס יאר זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, און אויך א גאנץ יאר זאל מען לעבן מיט'ן הייליגן רבי'ן. "הושענא פנת יקרת", מיר האבן אזא הייליגע טייערע ווינקל "היכל הקודש", דארף מען בעטן דעם אייבערשטן אז מ'זאל קיינמאל נישט אוועקגיין פון היכל הקודש, דער יצר הרע וויל נאר אוועקשלעפן א איד פון הייליגן רבי'ן, ווייל ער ווייסט אז אויב א איד האלט זיך ביים רבי'ן, וועט ער אנקומען צו אלעס וואס ער דארף אנקומען אין זיין לעבן. ביי די דריטע הושענא האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם זוהר הקדוש וואס זאגט "צווחין ככלבין הב הב", אז אידן קומען אין שול אין די הייליגע טעג און בעטן נאר אויף גשמיות'דיגע זאכן, "זיי שרייען ווי הינט געב געב", האט מוהרא"ש געטייטשט לויט ווי חז"ל דערציילן אז אמאל אין א הונגער יאר האט רבינו הקדוש געטיילט עסן, אבער נאר פאר ווער ס'לערנט תורה, האט זיין תלמיד רבי יונתן בן עמרם זיך פארשטעלט און זיך אריינגעשטופט צו בעטן עסן, רבינו הקדוש האט אים געפרעגט אויב ער לערנט עפעס, האט ער געזאגט אז נישט, האט ער אים נישט געוואלט געבן, האט רבי יונתן געזאגט "פרנסנו ככלב", געבט מיר צו עסן אזוי ווי מ'געבט פאר א הונט צו עסן, האט אים רבי טאקע געגעבן און אויך געזאגט אז יעדער קען שוין קומען נעמען עסן. דאס איז פשט אין זוהר, אז א איד קומט בעטן דעם אייבערשטן געזונט, פרנסה, נחת, שידוכים, און אזוי ווייטער אלע געברויכן, ער שפירט אבער אז ער איז נישט גענוג חשוב ביים אייבערשטן, ער האט נישט גענוג זכותים געהאלפן צו ווערן, בעט מען דעם אייבערשטן ער זאל אונז שפייזן און העלפן אזוי ווי מ'העלפט א הונט. דער אמת איז אבער אז ס'איז נישטא קיין גשמיות ביי אידישע קינדער, א איד דארף האבן געלט צו קענען פירן א אידיש לעבן, צו קענען שיקן זיינע קינדער לערנען תורה, חתונה מאכן די קינדער, קויפן כשר עסן, פאר אלע מצוות, צושטעלן שבת ויום טוב, און אזוי ווייטער אלע גשמיות'דיגע געברויכן וואס א איד בעט, איז נאר עבודת ה'. דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט די באקאנטע מעשה פון הרה"ק רבי משה לייב סאסובער זי"ע, וואס איין פרייטאג צו נאכטס האט אים גענומען א לאנגע צייט אנצוהויבן לכו נרננה, און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט געוואלט ראטעווען א אידישע פאמיליע פון א בארבארישער פריץ וואס האט זיי געשלעפט צוגעבינדען צו זיין וואגן, האט ער צוליב דעם געקושט דאס גוי'איש קינד פונעם פריץ און אזוי אויפגעוועקט זיין רחמנות צו באפרייען די נעבעכדיגע אידישע משפחה. און דערנאך האט דער צדיק געשפירט אז ער קען נישט אנהויבן זאגן לכו נרננה מיט א מויל וואס האט געקושט א גוי, אבער נאכדעם האט ער זיך דערמאנט וואס ס'שטייט אין פרק שירה אז דער הונט זאגט אויך לכו נרננה, האט ער זיך מחזק געווען אז אויב דער הונט קען דאס זאגן, קען ער עס אויך זאגן. האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעפירט אז ס'איז דא אזא פאלשע ענוה ביי מענטשן, פונקט ווען עס קומט צום לערנען און דאווענען, ווען עס קומט צו דינען דעם אייבערשטן, ווערט מען אן עניו, מ'טראכט אז מ'איז נישט ראוי פאר דעם, אז דער אייבערשטער דארף עס נישט האבן, דארף מען זיך שטארקן אז מ'איז דאך נישט ערגער פונעם הונט, נישט קיין חילוק וואס מ'האט געטון, נישט קיין חילוק וואס מ'איז, אבער דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעם. ביי די לעצטע הושענא, ווען מ'דערמאנט די זכותים פון אלע צדיקים, האט דער ראש ישיבה גערעדט אז אויב וויל מען זיין א איד דארף מען געדענקען אז אן א צדיק קען מען דאס נישט באווייזן, א איד מוז האבן א צדיק וואס זאל אים מעורר זיין און מחזק זיין און אים צוקלעבן צום אייבערשטן, און נאר אזוי קען מען מצליח זיין. און נישט נאר פאר זיך אליין, נאר אויך איבערגעבן פאר די גאנצע משפחה, אז די גאנצע הויז זאל זיך דרייען ארום דעם צדיק, אזוי ווי מ'זעט אין אלע דורות אז נאר די וועלכע האבן זיך געהאלטן ביי א צדיק האט מצליח געווען מיט די קינדער און אייניקלעך אז זיי זאלן זיך האלטן ערליך און בלייבן מיט די ריינע אמונה ביים אייבערשטן. נאכ'ן דאווענען איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט גרויס התעוררות פון די געהויבענע תפילות און הושענות. אלע שיעורים אין לויף פון חול המועד און הושענא רבה, קען מען זען אויף אונזער וועבסייט "ברסלב סענטער" אויך קען מען עס הערן אויפן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין. שמיני עצרת און שמחת תורה די צווייטע טעג יום טוב, האט מען געטאנצן די הקפות מיט גרויס פרייד, מען האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה, אז מען האט זוכה געווען די גאנצע יאר צו לערנען אסאך די הייליגע תורה, און אז עס קומט א פרישע יאר וואס מען וועט אנפילן מיט אסאך לימוד התורה און מיט מצות ומעשים טובים. די גרויסע שמחה און פרייד וואס האט געהערשט ביי די הקפות איז נישט מעגליך אראפצושרייבן, מ'האט געזינגען און געטאנצן און זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה מיט א געוואלדיגע פרייד, ס'האט זיך אנגעזען אז די אידן לערנען תורה די גאנצע יאר, און זיי האבן זיך באמת מיט וואס צו פרייען. צווישן איין הקפה און די צווייטע האט דער ראש ישיבה שליט"א געזינגען ווארעמע ניגוני אמונה מיט די תינוקות של בית רבן, די געטרייע מלמדים האבן אויסגעטיילט גוטע זאכן פאר די קינדער וואס האבן שיין מיטגעזינגען. אין לויף פון אלע הקפות האט דער ראש ישיבה שליט"א כסדר מחזק געווען אז מ'זאל נישט זיצן אין די זייט, נאר אריינקומען טאנצן און זיך פרייען מיט די הייליגע תורה, "עס קומט א לאנגע ווינטער, ס'וועט נאך זיין אסאך צייט צו שלאפן, יעצט איז די צייט צו טאנצן מיט די הייליגע תורה", "אז מ'שוויצט ביי די הקפות, וועט מען זיך איינשפארן נישט צו דארפן שוויצן א גאנץ יאר", "ווער ס'האט זוכה געווען צו ענדיגן דאס יאר חמשה חומשי תורה זאל אריינקומען טאנצן מיט די תורה", "אויב וועסטו בלייבן זיצן אין די זייט קען מען דיר נאך חושד זיין אז דו האסט נישט געלערנט דאס יאר", "ווער ס'נעמט זיך פאר אז די קומענדיגע יאר וועט ער לערנען תורה, זאל אויך אריינקומען טאנצן", און אזוי ווייטער. אינמיטן די הקפות שמיני עצרת ביינאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א דערציילט פון הרה"ק רבי הערשעלע זידיטשויבער זי"ע, וואס איז איינמאל געווען זייער אפגעשוואכט פון די תפלות און הושענות פון הושענא רבה, ער איז געליגן אין בעט און נישט געהאט קיין כח צו טאנצן די הקפות, אבער אינצווישן האט ער זיך געגעבן א כאפ און געזאגט, "וואס איז מיט מיר? אויבן אין הימל איז יעצט דא אזא גרויסע שמחה, און איך ליג דא אין בעט?!", און ער איז ארויסגעשפרינגען פון בעט און געגאנגען טאנצן די הקפות מיט די הייליגע תורה. און אזוי ווייטער ביי די הקפות שמחת תורה ביינאכט און אינדערפרי איז די שמחה געווען גאר גרויס, די ווענט האבן מיטגעטאנצן, מ'האט געשפירט גאר א גרויסע שמחה אין די לופטן. ביי די זעקסטע הקפה האט מען געזינגען דעם ניגון וואס מוהרא"ש האט פארפאסט אין אידיש, "וואס האב איך מיט יענעם, איך ווייס אז נאר משניות וועל איך מיט מיר מיטנעמען, וכו'", ווי אויך דער פרייליכער ניגון "א בלאט גמרא דאס איז מיין לעבן, א בלאט גמרא דאס איז מיין שטרעבן, איך בין א ש"ס איד, וכו'", און אזוי ווייטער פילע פרייליכע ניגונים. דרשות פון די צווייטע טעג יום טוב ביים קידוש שמיני עצרת אינדערפרי נאכ'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון די גרויסקייט פון לימוד התורה, מוהרא"ש פלעגט כסדר חזר'ן וואס חז"ל זאגן אין ירושלמי אז ווער עס נעמט אויף זיך דעם עול תורה, רעכנט אים דער אייבערשטער אזוי ווי ער האט קיינמאל נישט געזינדיגט. יעצט אז מ'האלט אנהויב יאר, דארף מען זיך פארנעמען צו לערנען דאס יאר די הייליגע תורה, און דאס וועט הייליגן און אויסרייניגן דעם מענטש פון אלע שלעכטס און אים ברענגען צו אלע מדריגות. ספעציעל דער ענין פון מעביר סדרה זיין די פרשת השבוע יעדע וואך, א זאך וואס איז ליידער זייער נאכגעלאזט ביי אסאך מענטשן, און די סיבה דערצו איז ווייל מען וויל עס טון דוקא פרייטאג, און מען יאגט נישט אן דאס צו פארענדיגן. ווען מען זאל ווען אבער טון אזוי ווי דער שלחן ערוך פסק'נט, אז פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין די וואכעדיגע פרשה, וואלט עס יעדער איד געקענט באווייזן. זונטאג לערנט מען ביז שני און מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער די גאנצע וואך, און ווען עס קומט סוף וואך האט מען געענדיגט די גאנצע סדרה. אויסער דער חיוב וואס ס'איז דא צו לערנען די פרשה יעדע וואך שנים מקרא ואחד תרגום, איז מען אויך זוכה צו די געוואלדיגע הבטחה וואס חז"ל זאגן צו, "כל המשלים פרשיותיו עם הציבור, משלימין לו ימיו ושנותיו", ווען א איד איז מעביר סדרה איז ער זוכה צו א גוטע לאנגע לעבן. מיט'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן קען יעדער איד זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, אפילו מ'פארשטייט נישט און מ'געדענקט נישט, זאל מען זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט פון שלום בית, וואס איז געווען א גרויסער יסוד ביים הייליגן רבי'ן. שמיני עצרת פארנאכטס האט מען זיך געזעגנט פון די סוכה, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט אז מ'דארף דאנקען דעם אייבערשטן אז מ'האט געהאט אזא שיינע יום טוב, מ'האט זוכה געווען צו זיצן אין די סוכה, מ'האט זוכה געווען צו שאקלען לולב, און יעצט דארף מען מיטנעמען דעם יום טוב אויף א גאנץ יאר, אזוי ווי מ'זיצט זיבן טעג אין א דירת עראי און דערנאך גייט מען צוריק אריין אינעם דירת קבע, דאס איז די גאנצע לעבן, מ'לעבט זיבעציג יאר אויף דער וועלט, דאס איז נאר די דירת עראי, און נאכדעם גייט מען ארויף אויף יענע וועלט, און וואס מ'האט זיך דא צוגעגרייט דאס נעמט מען מיט אויף די אייביגע דירה. דער ראש ישיבה שליט"א האט אויך אסאך גערעדט פון לימוד התורה יעדן טאג, וואס דאס איז די וויכטיגסטע זאך. ס'זענען דא מענטשן וואס ווערן צעבראכן נאך יום טוב, דער יום טוב איז שוין אריבער און מ'גייט צוריק צו די וואכעדיגע טעג, דער אמת איז אבער אז די ימים טובים זענען ווי גאז פאר א קאר צו קענען פארן, יעדע שטיק צייט קומט נאך א יום טוב וואס געבט כוחות און ענערגיע צו קענען גיין ווייטער מיט א פרישקייט, דארף מען נעמען די התחדשות וואס מ'האט באקומען דעם סוכות, עס זאל אונז באגלייטן אויפ'ן לאנגען טרוקענעם ווינטער, אינמיטן ווינטער איז אויך דא א שטיקל גאז סטאנציע, עס קומט חנוכה און מ'פרישט זיך אויף נאכאמאל צו קענען ווייטער ממשיך זיין. און אויב בלייבט מען שטעקן אינמיטן וועג, מ'איז אויסגעלאפן פון גאז און מ'איז נישט נעבן א גאז סטאנציע, קען מען רופן "חברים" זיי זאלן ברענגען גאז, מ'דארף זיך דרייען מיט ערליכע און גוטע חברים, מ'דארף גיין צום צדיק, און זיך אנפילן מיט פרישקייט צו קענען אנגיין אין עבודת ה'. שמחת תורה פארנאכטס נאך מנחה איז געווען נעילת החג, דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט אז דער רבי האט געזאגט אמאל פאר רבי נתן נאך שמחת תורה אז ער איז זייער פרייליך אז ער האט זוכה געווען צו טאנצן און זיך פרייען ביי די הקפות, און דער רבי האט אים געפרעגט אויב אינמיטן די יאר שפירט ער נאך די שמחה פון שמחת תורה, אז ער פריידט זיך אז ער האט געטאנצן און זיך געפריידט מיט די תורה. דער רבי האט זייער געוואלט מיר זאלן זיין פרייליך א גאנץ יאר, ווען א איד איז פרייליך האט ער א קלארע קאפ און ער קען דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין, זיך פרייען מיט די תורה און מצוות, זיך פרייען מיט יעדע גוטע זאך וואס מ'טוט. און דאס דארף מען אריינברענגען אויך אין די קינדער, צדיקים האבן געטייטשט "הנסתרות לה' אלוקינו", אז א מענטש איז א באהאלטענער צדיק איז דאס נאר פאר'ן אייבערשטן, די קינדער האלטן דאס נישט מיט, אבער "והנגלות לנו ולבנינו", אז מ'דאווענט און מ'לערנט ווען די קינדער זעען און האלטן מיט, וועלן זיי זיך אויך אפלערנען פון דעם און אויך זיין ערליכע אידן. מ'דארף ברענגען די קינדער אין שול, מ'דארף אריינברענגען א שמחה און געשמאק אין א שבת טיש, אין א יום טוב, און אין אלע מצוות, אז די קינדער זאלן שפירן און מיטהאלטן אז דינען דעם אייבערשטן איז א געשמאקע און פרייליכע זאך, און אזוי וועלן זיי נישט וועלן אפלאזן דעם אייבערשטן זייער גאנץ לעבן. דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר. מי שלא ראה שמחה זו, לא ראה שמחה מימיו! 📸 הושענא רבה ביים ראש ישיבה ▶️ נייע שיעור דורכן ראש ישיבה יעדן טאג א פרק משניות ▶️ דרשות פון ראש ישיבה במשך חול המועד סוכות תשפ"ב 🎦 שמחות בית השואבה תשב"פ אין היכל הקודש ירושלים עיה"ק ▶️ יארצייט פון הייליגן רבין תשפ"ב אין קרית ברסלב ליבערטי מיטן ראש ישיבה &nbsp;

    < זעה מער ל תשרי תשפ"ב 📝
  • נייעס פון די מפיצים אין ארץ ישראל

    אין ארץ ישראל גייט אן די הפצה אויף גאר א שטארקע פארנעם, טויזנטער גליונות ווערן געדרוקט וועכנטליך, און ווערן פארשפרייט אין אלע עקן לאנד. היינט צוטאגס איז שוין דא עטליכע לאקאלן וואו מען דרוקט אליינס די גליונות יעדע וואך, איינס איז אין ירושלים, עקסטער איז דא דרוקערייען אין בני ברק, צפת, יבנאל, און בית שמש. לעצטנס האט מען אין ארץ ישראל גאר שיין איבערגעמאכט דעם בארימטן "גליון היכל הקודש" אויף אן הערליכן נייעם אויסשטעל און גאר פראפעסיאנאלע גרעפיקס, וואס דאס האט גאר שטארק פארשענערט דעם גליון, און ציעט מער פאר מענטשן עס צו וועלן נעמען. דער גליון ווערט איבערגעטייטשט יעדע וואך פון אידיש צו לשון קודש, און דאס צושפרייט דערנאך מען איבעראל. אזוי אויך ווערן דארט איבערגעטייטש יעדע וואך פון אידיש צו לשון קודש די "גליון סיפורי מעשיות", דער קונטרס "אשר היה אל יואל". ראש השנה און יום כיפור האט מען איבערגעטייטש די דרשות תקיעת שופר און דרשת כל נדרי. אין יבנאל איז דא א חשובער אינגערמאן פון אנשי שלומינו וואס גייט ארום יעדן ערב שבת צו אלע משפחות אנשי שלומינו וואס וואוינען אין יבנאל, און טיילט אויס אלע גליונות וואס קומט ארויס אינערהאלב מוסדות היכל הקודש, בפרט דעם קונטרס "עצתו אמונה" אויף לשון הקודש, וואס אויף דעם ווארטן שוין אלע יעדע וואך ווען עס גייט שוין ארויס קומען און מען וועט קענען שעפן אביסל חיזוק און עצות פאר די וואך. גאר אסאך אידן פון ארץ ישראל זענען צוגעקומען צום ראש ישיבה שליט"א אין אומאן זיך באדאנקען פאר די חיזוק און עצות וואס זיי האבן פון די שיעורים, און פון בריוון אין עצתו אמונה וואס קומט ארויס יעדע וואך. במשך די טעג וואס מען האט געוויילט אין אומאן האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעוויזן גאר א שטארקע חביבות פאר די מפיצים פון ארץ ישראל, דער ראש ישיבה שליט"א איז געגאנגען צום שלאף צימער פון די מפיצים און דארט געקלאפט א מזוזה אויפן טיר און זיך אנגערופן צו איינער פון די מפיצים אין ירושלים, "איך ווארט שוין א גאנץ יאר זיך צו טרעפן מיט דיר, איך בין געקומען ספעציעל צו דעם צימער קלאפן א מזוזה ווייל ענק זענען מפיצים!". און דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרייט צו איינער פון די אמעריקאנע אידן און זיך אנגערופן: "דארפסט איינזינקען פאר בושה פאר דעם אינגערמאן פון ארץ ישראל, זיי האבן געמאכט דארט א מהפכה, זיי זענען מקרב בחורים און דערנאך מאכט מען זיי פאר מפיצים, נישט סתם מען ברענגט בחורים און דערנאך בלייבן זיי זיצן נעבן דעם ראש ישיבה און טוען גארנישט..." אויך האט מען געהערט אז דער ראש ישיבה שליט"א האט ספעציעל אנגערופן ערב ראש השנה עטליכע חשובע מפיצים פון ארץ ישראל וואס האבן נישט געקענט קומען אויף אומאן, און זיי ווארעם אנגעוואונטשן א גוט געבענטשט יאר, און זיי געגעבן א ברכה זיי זאלן ווייטער האבן כח ממשיך צו זיין מיט די הייליגע עבודה פון מפיץ זיין דעם הייליגן רבינ'ס עצות אין גאנץ ארץ ישראל אן קיין שטער. מען קען נעמען א חלק אין הפצה אין ארץ ישראל דורך געבן אויפן וועבסייט פון "נדרים פלאס" מוסד נומער 2812745 &nbsp;

    < זעה מער כט תשרי תשפ"ב 📝
  • פרישער ווינטער זמן אין ישיבה קטנה היכל הקודש

    יעצט נאך סוכות, הויבט זיך אן - מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף - דער נייער זמן אין ישיבה קטנה היכל הקודש ברסלב. די פרישע בחורים, וואס קומען יעצט ארויס פון די הייליגע תלמוד תורה היכל הקודש אין וויליאמסבורג, און האבן ברוך ה' זייער שיין מצליח געווען אין חדר, ווי עס זאגן עדות אלע וועלכע זעען די טייערע קינדער פון די תלמוד תורה, אז אזעלכע קינדער איז שווער צו טרעפן, קינדער וואס לעבן מיט'ן אייבערשטן, קינדער וואס זענען צו גאט און צו לייט, קינדער ביי וועמען דער הייליגער רבי איז איינגעקריצט ביי זיי אין די ביינער און זיי לעבן מיט די אלע הייליגע עצות, ממש לשם ולתפארת. אלס מגיד שיעור איז אויפגענומען געווארן הרה"ג מוה"ר אלחנן רוטה שליט"א וואס איז ברייט באקאנט מיט זיין כח ההסברה, פון וואס די בחורים וועלן זיכער הנאה האבן, און וועלן שטייגן על במתי התורה והיראה. דער מנהל פון די ישיבה קטנה איז מוה"ר נתנאל פארקאש שליט"א, וואס וועט אי"ה באגלייטן די בחורים טאג טעגליך, אז זיי זאלן מצליח זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם. מיר זענען מתפלל צום אייבערשטן אז די בחורים זאלן גאר שיין מצליח זיין דעם קומענדיגן זמן, לערנען און דאווענען און זיך שטארקן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז. מעלין בקודש! &nbsp;

    < זעה מער כח תשרי תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו קויפן א נייעם בנין פארן בארימטן קרן הדפסה היכל הקודש

    קרעדיט: מו"ה לייבי ראטה הי"ו עס איז אומגלויבליך ווי שטארק דער קרן הדפסה אפאראט האט זיך פארשפרייט אין די לעצטע צייט. אבער ווען מען זעט די מפיצים וועלכע לאזן נישט נאך, און בעטן און פארלאנגען נאך און נאך קונטרסים, גליונות און ספרים מיט וואס זיי פארפלייצן דער גאנצער אידישער וועלט, און לאזן נישט נאך, פארשטייט מען וויאזוי דער גרויסער וואוקס איז צושטאנד געקומען. ווי די מפיצים געבן איבער ווערט די פארלאנג פאר די ספרים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים כסדר נאר גרעסער און שטערקער, פילע פרישע מקורבים ווערן אליינס מפיצים, אזוי אז מען קען פשוט נישט נאכיאגן דעם גרויסן פארלאנג, און אזוי איז דער גרויסער בנין פון קרן הדפסה אונטערן בית המדרש פשוט קליין געווארן אין די קורצע צייט. עס האלט ביי א מצב אז מען איז פשוט געצווינגען אריינצוגיין אינעם פרישן פראיעקט פון שאפן פלאץ צו פלאצירן די פילע פרישע מאשינען און ספרים וואס ווערן כסדר געדרוקט. און ברוך השם אז אנשי שלומינו ווייסן אז היכל הקודש מיט הפצה איז איין און דער זעלבע זאך, און שפירן פאר א זכיה צו האבן א חלק אינעם נייעם גרויסן מולטי מיליאן דאלער פראיעקט, און רופן זיך אן ווארים צום רוף פון די עסקנים פון קרן הדפסה צו נעמען א חלק אין אפקויפן און אהערשטעלן דעם נייעם בנין. אין די טעג וואס אנשי שלומינו האבן געוויילט אין אומאן פארגאנגענעם ראש השנה, האט זיי אפגעווארט אן אנגענעמע איבערראשונג. מען האט געהערט די פרישע נייעס, אז דער "קרן הדפסה היכל הקודש" איז נארוואס אריינגעגאנגען אין א קאנטראקט אפצוקויפן א פרישע גרויסער בנין, און דער נייער "המזכים" קאמפיין איז אריין אין שוואונג. אנשי שלומינו האבן זיך אביסל באקענט מיט די גרויסע אקטיוויטעטן פונעם קרן הדפסה, מען האט געזען די בילדער פון די פילע מאשינען מיט וואס דער קרן הדפסה אפערירט, מען האט געזען די פלענער פאר די פילע פרישע מאשינען וואס קרן הדפסה פלאנט איינצוקויפן אין די נאנטע צוקונפט בעזרת השם יתברך. פילע האבן זיך אויפן פלאץ אנגערופן מיט גאר שיינע סכומים. און פילע רופן כסדר אריין זיך צו נאכפרעגן וועלכע זכותים זענען נאך אוועליבל. אינגעלייט בעלי פרנסה קויפן זיך איין גרעסערע זכותים א שטייגער ווי דער שם הבנין פאר $250,000, דער גרויסער חדר הדפסה וואס מען קען האבן פאר $50,000, דער קלענערער חדר הדפסה פאר $36,000, אדער דער שער הבנין פאר $25,000. מען זעט ווי אנשי שלומינו שטרענגען זיך אן יותר מכפי היכולת און מען קויפט זיך זכותים נצחיים, ווי אבני היסוד פאר $10,000, אבני זהב פאר $5,000, אבני כסף פאר $1,800 און אבני נחושת פאר $500. צו קויפן א זכות קען מען רופן די קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט 103 אדער אויף וואַטסעפּפּ 1-518-966-2370 אדער אויף אימעיל newbuilding@kerenhadfusa.org ועל ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו

    < זעה מער כז תשרי תשפ"ב 📝
  • שיינע חול המועד טעג מיטן סעודת הילולא פון רבין אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי

    דאנערשטאג אינדערפרי, דער ערשטער טאג חול המועד סוכות איז דער ראש ישיבה ארויסגעקומען אין שטעטל. שחרית האט מען שוין געדאווענט אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א, דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט הלל און הושענות וואס האט יעדן געעפענט דאס הארץ צו תשובה. פארנאכטס פאר מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט דעם שיעור גמרא (ביצה כד), וואס די גמרא זאגט דארט צווישן אנדערע "גמרא גמור זמורתא תהא", אז מען זאגט די הייליגע גמרא צושניידט עס אלע קליפות. צום סוף פונעם שיעור האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן פונעם ציבור אנשי שלומינו אז מען זאל בעטן דעם אייבערשטן עס זאל נישט רעגענען, מען זאל זיך קענען וואשן צום סעודת הילולא. נאך מעריב איז פארגעקומען דער גרויסער סעודת הילולא פונעם הייליגן רבי'ן אינעם גרויסן סוכה אין חצר פון בית המדרש. עס זענען געקומען צו פארן פילע אנשי שלומינו פון אנדערע שטעט מיטצוהאלטן דעם גרויסן מעמד. טראץ די רעגנדיגע וועטער וואס א גאנצן טאג איז געגאנגען א שלאקס רעגן, האט זיך דער רעגן ברוך השם איינגעשטילט פאר א קורצע צייט בשעת די סעודה, מען האט געזונגען צוזאמען שיינע ניגונים פון יום טוב סוכות, אינמיטן האט ווידער אנגעהויבן שטארק צו רעגענען, דעריבער האט מען גלייך געבענטשט און ממשיך געווען דאס זינגען אין בית המדרש. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געגעבן גאר א שיינעם שמועס. דער ראש ישיבה האט פארציילט אז ביי מוהרא"ש זי"ע איז אויך אמאל געווען א שטארקע רעגן בשעת מען איז געזיצן אין די סוכה ביומא דהילולא, און מוהרא"ש האט דעמאלטס נאכגעזאגט דעם חז"ל (אין מסכת תענית) אז אין א טאג וואס עס רעגענט, איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות, במילא איז דאס א פרייליכע טאג - נישט פארקערט. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט וואס די הילולא פונעם רבי'ן האט א שייכות מיט אונז, און וואס מיר דארפן מיטנעמען פון אזא גרויסן טאג. "מען דארף זען זיך נישט צו לאזן נערן. זע צו זיין אויף א פלאץ וואס מען גיבט דיר זאכן אין די האנט לעובדא ולמעשה. באקומסטו א סעט חמשה חמשי תורה? באקומסט א משניות א גמרא? איז גוט. וואס האסטו פון זיין אויף א פלאץ וואס מען זאגט אויף יענעם אז ער איז א צדיק אמת, אבער דיר קען ער גארנישט געבן?". דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, מען האט געטאנצן פאר אפאר שעה אין א ציה. שבת קודש חול המועד איז דער ראש ישיבה געווען אין שטעטל. אינדערפרי נאך שחרית האט מען געמאכט קידוש אין די סוכה, דער ראש ישיבה שליט"א האט ארום גערעדט פון דעם שטיקל וואס מען זאגט שבת ביי די הושענות, "הושענא, העלף אונז ווייל מיר וואשן זיך דריי סעודות שבת", "העלף אונז ווייל מיר עסן גוטע זאכן שבת", און אזוי ווייטער, ווי מען זעט ווי מען דארף זיך מחיה זיין מיט יעדן גוטע נקודה וואס מען האט, און קוקן גוט אויף זיך, אזוי קען ער נאכדעם קוקן גוט אויף א צווייטן. ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם וואס מען זעט אין די פסוקים פון די הייליגע תורה ווי משה רבינו רעדט שטענדיג צום אייבערשטן, און דאס צילט דער הייליגער רבי, צו מאכן אז מיר פשוטע מענטשן, זאלן דאס אויך טון. מוצאי שבת אושפיזא דיוסף, האט מען געגעסן צוזאמען מלוה מלכה אינעם סוכה פון בית המדרש. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז מען דארף זיך אפלערנען פון יוסף הצדיק, וואס האט שטענדיג גערעדט צום אייבערשטן, "שם שמים שגור בפיו", אז איינער פרעגט דיר "וואס הערט זיך?" דארף זיין דער ענטפער "ברוך השם, געלויבט דער אייבערשטער", עס גייט מיר זייער גוט. די שיינע טעג חול המועד מיט די יארצייט פון הייליגן רבין, וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלע וואס האבן עס מיטגעהאלטן.📸 הושעא רבה תשפ"ב ביים ראש ישיבה 🎦 חול המועד סוכות תשפ"ב מיטן ראש ישיבה 🎦 שמחת בית השואבה אין היכל הקודש ירושלים עיה"ק 🎦 יארצייט פון הייליגן רבין חוה"מ סוכות תשפ"ב אין קרית ברסלב ליבערטי &nbsp; 📅 עס איז גאר אנדערש יום טוב נאכן מקורב ווערן צום רבי'ן &nbsp;

    < זעה מער כד תשרי תשפ"ב 📝
  • מען גרייט זיך מיט גרויס שמחה צום פרייליכן יום טוב סוכות

    קרעדיט: הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א מיט גרויס געהויבנקייט גרייטן זיך אנשי שלומינו צו צום געהויבענעם יום טוב סוכות הבעל"ט, וואס ווערט געפראוועט מיט גרויס שמחה און התרוממות. אלע שולן פון היכל הקודש פון אלע שטעט וועלן בעז"ה זיין אפן ביי אלע תפילות. היינט זונטאג נאכט וועט דער ראש ישיבה שליט"א געבן א ספעציעלע שיעור פאר די אברכים ובעלי בתים "הכנה צום הייליגן יום טוב סוכות", וויאזוי מען זאל אויסנוצן דעם הייליגן יום טוב ווי עס דארף צו זיין אז מען זאל קענען מיטנעמען מיט זיך דעם יום טוב אויף א גאנץ יאר. דער שיעור וועט קענען ווערן מיטגעהאלטן אין אלע שטעט ווי עס זענען דא שולן פון היכל הקודש, פאר מער פרטים פרעגט די לאקאלע גבאים פון שול. &nbsp; זמנים פון יום טוב סוכות ביים ראש ישיבה ערשטע טעג: שחרית ביידע טעג וועט זיין אום צען אזייגער, און מנחה אום 7:00 אין וויליאמסבורג. יארצייט פון הייליגן רבין: דאנערשטאג נאכט חול המועד אין ביהמ"ד היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי, 181 האשקי רד. אינעם גרויסן סוכה אין הויף פון ביהמ"ד - מען וועט זיך וואשן צו א סעודה. דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה געבן א שיינע שמועס מיט דברי הדרכה און חיזוק. עס וועט מהנה זיין בעזהשי"ת א שיינע קאפעליע. נאכ'ן בענטשן וועט מען בעז"ה טאנצן בתופים ובמחולות אין ביהמ"ד לכבוד שמחת בית השואבה.&nbsp; הושענא רבה: מען וועט ליינען משנה תורה תיכף נאך מעריב, און שחרית וועט זיין בעז"ה אום 8:30 אין ווילימסבורג שמיני עצרת: שחרית, 10:00 - מנחה 7:30. דערנאך זיך געזעגענען פון די סוכה שמחת תורה: שחרית 9:00 - מנחה 7:00. &nbsp; א קורצע באריכט איבער יום כיפור ביים ראש ישיבה: גרויס התעוררות האט געהערשט ביים ראש ישיבה שליט"א אין בית המדרש אין וויליאמסבורג. פילע זענען געקומען פון אלע געגנטער אויף יום כיפור מיטצוהאלטן דעם יום טוב, די תפלות זענען געווען מיט גרויס ווארעמקייט, וואס האט איבערגעלאזט א געוואלדיגע רושם אויף אלע מתפללים, דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט פאר'ן עמוד אלע תפלות, די געשמאק און געפיל האט איבערגענומען אלע ביינער, און מיר האבן זיכער גע'פועל'ט א זיס ליכטיג יאר. פאר כל נדרי האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט קורצע דברי התחזקות והתעוררות ווי אזוי אריינצוגיין און אויסנוצן דעם הייליגסטן טאג פון יאר. ביי פויזע צווישן שחרית און מוסף, האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט א בלאט גמרא מיט געשמאק, דאס איז געווען א באזונדערע לימוד אז אפילו אום יום כיפור דארף מען אויך לערנען די שיעורי תורה. &nbsp; אנשי שלומינו העלפן זיך ארויס לכבוד יום טוב דער בית התבשיל פון קרית ברסלב ליבערטי, אנגעפירט דורך האברך החשוב מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, איז שוין ברייט באקאנט מיט זייערע געוואלדיגע פעולות, צו געבן צו עסן פאר אידישע קינדער, ספעציעל לכבוד שבת ויום טוב. די פעולות פונעם בית התבשיל גייען ארויס פיל ווייטער פון די גרעניצן פון שטעטל, אין אלע געגענטער זענען אנשי שלומינו נהנה פונעם בית התבשיל, וואס שטעלט צו כסדר גרויסע חלוקות פון עסן, וואס העלפט גאר שטארק ארויס יעדן איינעם. יעצט לכבוד יום טוב האט דער בית התבשיל באצאלט די גראסערי ארדערס אויף יום טוב פאר פילע אידן וואס נויטיגן זיך דערין, וואס פון איין זייט איז דאס די גרעסטע זאך, צו געבן עסן פאר אידישע קינדער, מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ביים עסן קען מען נישט אפנארן קיין מענטשן, אז מ'געבט צו עסן פאר א איד איז דאס זיכער די גרעסטע מצוה פון צדקה, אבער פון די אנדערע זייט פארשטייט יעדער אז דאס קאסט אפ גרויסע געלטער, און פילע אידן ווילן האבן א שותפות אין די הייליגע צדקה. אידישע קינדער רופן זיך אן זייער ווארעם און העלפן ארויס דעם בית התבשיל צו קענען ווייטער אנגיין מיט זייערע הייליגע ארבעט, ספעציעל יעצט צו קענען צושטעלן פאר אידן צו קענען אריינברענגען דעם יום טוב מיט שמחה און הרחבת הדעת. מען קען נעמען א חלק אין די מצוה דורך אריינרופן מיט א ברייטהארציגע נדבה אויף 718-306-2448. ושמחת בחגך והיית אך שמח 📰 יארצייט פון הייליגן רבין חוה"מ סוכות תשפ"ב 📰 געהויבענע ראש השנה תשפ"ב אריבער אין אומאן 📚 קונטרס שמחת תורה פון מוהרא"ש אויף אידיש - $1.49 📚 קונטרס סדר הקפות נוסח ברסלב אידיש - $1.99 📖 סעט משניות $12.99 📚 פראקטישע לוח ברסלב אידיש $1.99 🎞️ שחרית סוכות תשפ"א ביים ראש ישיבה &nbsp; &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער יג תשרי תשפ"ב 📝
  • יארצייט סעודה פון הייליגן רבין, דאנערשטאג נאכט חוה"מ סוכות אין שטעטל

    קומענדיגע וואך חול המועד סוכות וועלן זיך חסידים ואנשי מעשה צוזאם קומען אין אלע שטעט און שולן איבער די וועלט, צו פראווען דעם 211'סטע יארצייט פון הייליגן רבין זי"ע, וואס פאלט אויס דעם צווייטן טאג חול המועד סוכות, אין טאג פון אושפיזא דמשה רעיא מהימנא, ווי מען וועט שמועסן און חזרן דעם הייליגן רבינס עצות און חיזוק, און זיך מחזק זיין אויף ווייטער צו לעבן מיט די הייליגע עצות, און זיך טיילן מיט די גרויסע ירושה וואס דער רבי האט אונז איבערגעלאזט. אין ביהמ"ד היכל הקודש קרית ברסלב ליבערטי אויף 181 האשקי רד. וועט מען זיך אי"ה צוזאם קומען דאנערשטאג נאכט דעם ערשטן טאג חול המועד, אור ליום י"ח תשרי, אום 8:00 ווי מען וועט פראווען דעם יארצייט אינעם גרויסן סוכה וואס איז געווארן אויפגעשטעלט אין הויף פון ביהמ"ד ווי מען וועט זיך וואשן צו א שיינע סעודה לכבוד די הילולא פונעם הייליגן רבין זי"ע. דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה געבן א שיינע שמועס פול מיט דברי הדרכה און חיזוק, אזוי אויך וועט מהנה זיין בזהשי"ת א שיינע קאפעליע. נאכן בענטשן וועט מען בעז"ה טאנצן בתופים ובמחולות אין ביהמ"ד לכבוד שמחת בית השואבה. תאו והתכנשו להילולא דרבינו 🎞️ שחרית סוכות תשפ"א ביים ראש ישיבה 📰 יארצייט סעודה אין וויליאמסבורג סוכות תשע"ט 📰 היינט דינסטאג שיעור התחזקות פאר אינגעלייט - הכנה ליום הקדוש 📚 קונטרס שמחת תורה פון מוהרא"ש אויף אידיש - $1.49 📚 קונטרס סדר הקפות נוסח ברסלב אידיש - $1.99 📖 סעט משניות $12.99 📚 פראקטישע לוח ברסלב אידיש $1.99 📰 געהויבענע ראש השנה תשפ"ב אריבער אין אומאן &nbsp;

    < זעה מער ח תשרי תשפ"ב 📝
  • שיעור התחזקות פאר אינגעלייט פאר ערב יום כיפור מארגן דינסטאג

    מארגן דינסטאג נאכט ערב יום כיפור וועט דער ראש ישיבה געבן א שיעור פאר די אינגעלייט, ווי מען הערן חיזוק צום הייליגן טאג יום כיפור הבא עלינו לטובה, וואס דארף זיין אונזער עבודה פארן אייבערשטן אינעם הייליגן טאג, און וויאזוי מיר דארפן אויפנעמען דעם טאג און וויאזוי מען זאל דאס ווייטער איבערגעבן פאר אונזערע טייערע קינדער. מען וועט הערן דיבורים פון הייליגן רבין אויפן וועג וויאזוי מוהרא"ש זי"ע האט עס איבערגעגעבן, און מיט דעם וועט מען זיך בעז"ה צוגרייטן צום הייליגן טאג יום הקדוש. דער שיעור וועט בעז"ה פארקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. אום 9:00 ביינאכט. מען וועט עס אויך קענען מיטהאלטן בעז"ה אין ביהמ"ד היכל הקודש אין שטעטל אויף 181 האשקי רד. און אזוי אויך אין אלע אנדערע שטעט אין ניו יארק ווי אנשי שלומינו געפונען זיך. כי ביום הזה יכפר עליכם לטהר אתכם 📚 קונטרס שמחת תורה פון מוהרא"ש אויף אידיש - בלויז $1.49 📚 קונטרס סדר הקפות נוסח ברסלב אידיש - $1.99 📖 סעט משניות $12.99 📚 פראקטישע לוח ברסלב אידיש $1.99

    < זעה מער ז תשרי תשפ"ב 📝
  • גאר געהויבענע טעג אריבער אויף אנשי שלומינו אין אומאן ראש השנה הבעל"ט

    די פענע איז צו ארים און די שפראך צו קורץ צו קענען שילדערן דעם געהויבענעם יום טוב ראש השנה וואס איז אריבער אויף אנשי שלומינו אין אומאן פארגאנגענעם ראש השנה. מיר וועלן בלויז פרובירן צו געבן א קורצע טעכנישע באריכט פון די הייליגע טעג. דער בנין אין אומאן אין די בלויז עטליכע יאר זינט דער דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אונטערגענומען דעם גרויסן פראיעקט פון צושטעלן א בנין רחבת ידים פאר אנשי שלומינו אין אומאן, וואס טראץ דעם וואס עס איז נאכנישט פולקאם פארטיג איז עס שוין קע"ה אויסגעוואקסן. דער בנין וואס אנטהאלט אין זיך אלע געברויכן, א גרויסע ביהמ"ד, א קאך, מקוה מיט שויערס, און עטליכע שטאק מיט צענדליגע שלאף צימערן, געבט צו א געוואלד מיט הרחבת הדעת פאר אלע וואס קומען אהין, און איז ווייט אוועק פון די הו-הא פון פושקינא, און איז צוגעשטעלט פאר די טייערע קינדער וואס ווערן באגלייט דורך די גאנץ יעריגע געטרייע מלמדים. די עסקנים האבן אריינגעלייגט גאר אסאך כח און צייט צו צושטעלן דעם בנין מיט אלע געברויכן. עס איז ב"ה געווען גענוג וואסער פאר די מקוה, שויערס און בית הכסא, די לעקטער איז ב"ה געווען אנגעצינדן במשך אלע טעג - מיט די הילף פון א גענעראטאר, עס איז געווען צוגעשטעלט פיינע פרישע געשמאקע סעודות צו דער זעט, די שלאף צימערן מיט די בעטן זענען געווען שיין און זויבער, די מלמדים האבן אנגעפירט מיט א "חדר" ווי מען האט געגעסן, געדאווענט, געלערענט, און זיך געשפילט מיט מיט די צאן קדשים. דער בית המדרש איז געווען הערליך צוגעשטעלט ליכטיג און זויבער. היי יאר האט מען בלית ברירה געגעסן די סעודות אין בית המדרש צוליב וואס דער לאנטש רום איז געווען צר מהיכל ארייצונעמען דעם ריזיגן ציבור וואס איז געשלאפן אינעם בנין. עס קומט זיך א גרויסע הכרת הטוב פאר די עסקנים וואס האבן באוויזן צו פארוואנדלען דעם ביהמ"ד אין אן עס זאל אין געציילטע מינוטן, און דערנאך צוריק אויפגערוימט דעם בית המדרש צו די תפילות. פדיון נפש ליל זכור ברית אום 1:00 איז דער ציבור זיך צוזאם געקומען אין בית המדרש צו זאגן אינאיינעם סליחות וואס האט זיך געצויגן פאר צוויי שעה. דערנאך איז דער ציבור אריבער דעם ראש ישיבה שליט"א פאר פדיון נפש, און מען האט זיך אנגעווינטשן להכתב בכתיבה וחתימה טובה. אינדערפרי נאך שחרית איז ווייטער געווען א גרויסער ציבור ביי פדיון נפש ביים ראש ישיבה שליט"א, דאס איז אויסער די טישלעך אין אומאן אין די אומגעגענט פונעם ציון הקדוש ביי וואס פילע טויזנטער האבן געגעבן פדיון נפש, וואס דאס געלט האט דער ראש ישיבה באשטימט מען זאל עס נוצן צו מפיץ זיין די עצות און חיזוק פון הייליגן רבין. התעוררות ביים ציון די התעוררות וואס טוט זיך ביים הייליגן ציון איז נישט מעגליך צו באשרייבן פאר דער וואס איז נישט דארט געווען. פיר און צוואנציג שעה אין טאג איז דער הייליגער ציון באלאגערט פון אידן וואס קומען צום הייליגן ארט פון וואו טויזנטער תפילות ווערן געענטפערט. מען קומט אהין און מען גייט ווי אריין אין אן אנדערע וועלט, מען זעט נישט קיינעם און מען הערט נישט קיינעם, ביים ציון פון הייליגן רבין זעט מען נאר דעם אייבערשטן, און דאס הארץ עפענט זיך אויף, מען וויינט זיך אויס צום אייבערשטן, און מען פועלט ישועות, מען גייט ארויס מיט א לייכטע געמיט און פארזיכערט אז די תפילות זענען אנגענומען געווארן ביים אייבערשטן. דער ראש ישיבה שליט"א איז געגאנגען מיט אנשי שלומינו צום ציון יעדן טאג גלייך אינדערפרי, אזוי אויך ביידע טעג יום טוב האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעלאזט צום ציון פארטאגס תיכף נאכן פארלערנען דעם שיעור גמרא. סעודות שבת ויו"ט אנשי שלומינו וואס זענען געווען אין אומאן זאגן אז בלויז פאר די סעודות שבת ויו"ט אליינס וואלט זיך שוין געלוינט צו קומען דעם לאנגן שווערן נסיעה. די געהויבענע זמירות און ניגונים וואס איז געזינגען געווארן אינאיינעם וועלן לאנג געדענקט ווערן ביי אלע באטייליגטע. דרשות און שיעורים דער ראש ישיבה שליט"א האט עטליכע מאל אויפגעטרעטן מיט דרשות און שיעורים. צום ערשט איז יעדן טאג פארגעלערענט געווערן די שיעור אין א בלאט גמרא, וואס איז א חק ולא יעבור ביי אנשי שלומינו, און איז בארימט מיט די געוואלדיגע קלארקייט און שיינע שמועסן וואס דער ראש ישיבה שליט"א געט יעדן טאג נאכן שיעור. ביידע טעג ראש השנה האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דעם בלאט גמרא אום 5:30 פארטאגס מיט די באטייליגונג פון א ריזיגן ציבור. דער ראש ישיבה האט געזאגט ביידע טעג א קורצע תקיעת שופר דרשה. און גערעדט איבערדעם וואס אנשי שלומינו דארפן זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן, און שטארק מעורר געווען אז מען זאל נישט האבן קיין שווער הארץ איינער אויפן צווייטן. דעם ערשטן טאג ראש השנה נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון די לעצטע תורה וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט אויף דער וועלט (געדרוקט אין ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן ח) אז כאטש מוסר זאגן איז א מצוה, איז נישט יעדער ראוי צו זאגן מוסר, נאר איינער וואס קען מוסר זאגן ווי משה רבינו האט געזאגט פאר די אידן נאכן חטא העגל (גיטין לו ע"ב) "עדיין חביבותא הוא גבן" "דער אייבערשטער האט ענק נאך אלץ ליב", דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט מיר זאלן קומען נעמען פון רבין דעם חיזוק נאכאמאל אנצוהייבן פון פריש, און וויסן אז דער אייבערשטער ווארט אויף אונז און דארף אונזער עבודה. דעם צווייטן טאג האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט פון דעם אז ווען מיר קומען צום רבין דארפן מיר פאלגן דעם רבין. ביים רבין איז שלום בית געווען פון די וויכטיגסטע זאכן, און נאר אזוי קען מען זיין אן ערליכער איד. דער ראש ישיבה האט ארום גערעדט ווי שטארק מען איז מחויב צו טייער האלטן און שעצן די ווייב, און העלפן אין שטוב, און "אויב די ווייב שרייט, נעם עס נישט פערזעליך" האט דער ראש ישיבה געזאגט "זי איז איבערגעשטרענגט - בעט איר איבער און העלף איר ארויס".&nbsp; שאטל די גבאים פונעם "רענט קאמפיין", און די "פלען איט רייט" רייזע אגענטור, האבן צוגעשטעלט א זייער נוצבארע סערוויס, עס איז געווען צוויי שאטל באסעס וואס האבן קורסירט צווישן דעם בנין פון היכל הקודש (וואס איז א האלבע שעה ווייט צו גיין צופיס) און דעם הייליגן ציון, דער שאטל איז אנגעגאנגען פיר און צוואנציג שעה ארום דעם זייגער אין די וואכן טעג, ווען יעדע פופצן מינוט איז געווען א באס סיי ביים ציון הק', און סיי ביים בנין היכל הקודש, מיט וואס דער עולם האט זיך מחיה געווען אנצוקומען צום הייליגן ציון ווי מען האט זיך אויסגעבעטן א גוט יאר. המזכים קאמפיין צו רעדן איבערן "קרן הדפסה היכל הקודש" איז א שאד יעדעס ווארט. ביי יעדן תלמוד פון היכל הקודש איז א פשוטע זאך אז "קהלית היכל הקודש" מיט "הפצה" איז איין זאך, ווי דער ראש ישיבה שליט"א חזרט כסדר אז "דו האסט באקומען אזא שיינע לעבן, דו ביסט געוואר געווארן א וועג צו לעבן מיטן אייבערשטן, פארוואס טיילסטו עס נישט מיט מיט דיינע חברים?". און טאקע אנשי שלומינו טוען אין הפצה אויף אלע וועגן, אבער דער גולת הכותרת איז דער "קרן הדפסה היכל הקודש" וואס איז דער הויפטקווארטיר פון הפצה, פון וואו די טויזנטער גליונות ספרים קונטרסים סידיס גייען כסדר ארויס.&nbsp; ראש השנה אין אומאן האט דער ראש ישיבה געזען אלץ דער פאסיגסטער צייט צו מאכן א קאפמיין פארן קרן הדפסה וואס האט זיך שטארק פארברייטערט אינאיינעם מיטן וואוקס קע"ה פון אנשי שלומינו צו קענען נאכקומען דעם ריזיגן פארלאנג פון אלע מפיצים. אנשי שלומינו האבן גאר ווארים אויפגענומען די עסקנים פון קרן הדפסה, און געקויפט זכותים אדירים אינעם נייעם בנין וואס ווערט יעצט אפגעקויפט. &nbsp; תפלות הונדערטער אידן זענען געקומען צו גיין איבער א האלבע שעה וועג נאר כדי צו הערן די ווארימע תפילות פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס איז באקאנט מיט די הארציגע שיינע תפילות וואס ווערט באגלייט פון די בחורים און קינדער, וואס ווארעמט אן די הערצער, און דערנענטערט אידישע קינדער צום אייבערשטן. &nbsp; "ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש" - מוצאי יום טוב גלייך נאך הבדלה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערידיגע טענץ, און מען האט זיך זייער געפריידט אויף די גרויסע זכיה אז מיר האבן צובראכן אלע מניעות און שוועריקייטן און זוכה געווען צו וויילן ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה, און באקומען די אלע תיקונים וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט. אכלו משמנים ושתו ממתקים כי חדות ה' הוא מעוזכם 🎞️ עטליכע קליפס פון אומאן ראש השנה תשפ"ב 📸 שיינע בילדער פון אנשי שלומינו אין אומאן ראש השנה תשפ"ב &nbsp; 📜 מיין זון גייט אוועק פון אונזער מסורה, און גייט קיין אומאן &nbsp;

    < זעה מער ו תשרי תשפ"ב 📝
  • שיינע אבער קילע וועטערס ערווארטעט אין אומאן אויף ראש השנה

    בעת מיר שרייבן די שורות זענען שווערע צעדליגע טויזנטער אידן אויף די וועגן אדער אין די לופטן, אויפן וועג צו וויילן ביים הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן. געלויבט דעם אייבערשטן, אז דערווייל דערנענטערט מען זיך צום הייליגן קיבוץ פון ראש השנה אין אומאן מיט גרויס הצלחה, טראץ די אלע שווערע שטיינער אינמיטן די וועג, די שטארקע אומקלארקייט איבער לאקדאונס, די שרעק "עס דרייט זיך א נייע סטרעין, מען גייט פארשפארן", די "וואקסין" סאמאטוכע, "זאל איך נעמען די וואקסין אדער נישט"? די טייערע טיקעט פרייזן, די קאמפליצירטע קאוויד רעגולאציעס וואס האבן זיך יעדן טאג געטוישט, א.א.וו. דאס אלעס נאך פאר מען רעדט א ווארט איבער די פריוואטע מניעות וואס האט נישט איבערגעהיפט קיינעם. יעצט דאקען די אלע צענדליגע טויזנטער אידן דעם אייבערשטן אז האבן נישט געקוקט אויף גארנישט, נאר געפאלגט דעם צדיק מיט תמימות ופשיטות און איבערגעשפרינגען אלע טשעלענדשעס און לאזן זיך ארויס מיט שמחה צום שטאט אומאן ווי זיי וועלן אראפ לייגן אלע זייערע זעק צרות און פראבלעמען און אהיים קומען בעז"ה נאך ראש השנה מיט פולע באגאזשן ישועות און רפואות, און זוכה זיין צום גרויסן תיקון וואס דער רבי האט צוגעזאגט פאר די וואס וועלן זיין ביי זיין ציון א גאנץ יאר, און נאך מער ראש השנה. יעצט ווען מען האלט שוין מיט קוים עטליכע טעג פאר ראש השנה, איז שוין לעבעדיג אין אומאן, נאכדעם וואס איבער צען טויזנט אידן געפונען זיך שוין אין שטאט פאר לאנגע וואכן, האט אבער דער גרעסטער שטראם פון אידן זיך נארוואס אנגעהויבן. א שטראם וואס פלאנט נישט נאכצולאזן (אויסער פארשטייט זיך שבת קודש) ביז מאנטאג ערב ראש השנה תשפ"ב שפעט נאכמיטאג, ווען דער שטראם וועט זיך פלוצלינג אפשטעלן, ווען פילע טויזנטער אידן וועלן אנהייבן שטראמען אין די פילע שולן אנגעטון אין ווייסע קיטלען אדער בעקישעס כמנהג המקום. אויף די פארלאנג פון די פילע וועלכע ווילן וויסן וואס דער וועטער וועט זיין אין די טעג פון ראש השנה. ברענגען מיר דא אראפ די וועטער באריכטן פון אומאן פאר די קומענדיגע טעג. עש"ק נצבים 66&deg; / 50&deg; מער ווייניגער זוניג 🌤️ שב"ק נצבים 64&deg; / 42&deg; לייכטע רעגן 🌧️ זונטאג וילך 62&deg; / 40&deg; לייכט פארוואלקענט ⛅ ער"ה תשפ"ב 60&deg; / 39&deg; לייכט פארוואלקענט ⛅ א' דראש השנה 63&deg; / 42&deg; לייכט פארוואלקענט ⛅ ב' דראש השנה 68&deg; / 48&deg; לייכט פארוואלקענט ⛅ דאנערשטאג 71&deg; / 51&deg; מער ווייניגער זוניג 🌤️ ווי מען זעט, וועט דער וועטער זיין היבש קיל, בפרט ביינאכט ווען דער טעמפעראטור קען אראפגיין אזוי ווייט ווי 39 פערנהייט. בייטאג קען מען ערווארטן עטוואס מער אנגענעמע וועטערס צווישן 60 און 70 פערנהייט. עס איז שטארק ראטזאם מיטצונעמען א שאל, א סוועטער וכדו' פאר די קילע נעכט. לעצטע דערמאונוגנען: היי יאר דארף מען אויסער דעם פאספארט, א מאסק פארן פליגער, אוקריינישע אינשורענס, וואקסין אדער טעלעפאן מיטן עפפ. אזוי אויך איז שטארק וויכטיג צו זיין באצייטענס אין עירפארט, סיי ווייל צוליב די פילע רעגולאציעס קען דאס אריינטשעקן נעמען לענגער ווי געווענליך, און אזוי אויך זענען די פילגער קיין אומאן שטארק איבערגעפילט. כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכך! 💳 פדיון נפש לינק 📰 דער נייער "קרית ברסלב בלעטל" שענער, בעסער און גרעסער! 📌 גליון היכל הקודש ראש השנה תשפ"ב 📌 דרשת תקיעת שופר פון ראש ישיבה ראש השנה תשפ"א 📰 לעצעט אפדעיטס פון די נסיעה קיין אומאן

    < זעה מער כה אלול תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1051 to 1065 of 1666 results

1 2 ... 68 69 70 71 72 73 74 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com