Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • חנוכה אין ברסלב סענטער: 10% הנחה אויף אלעס

    לכבוד חנוכה טוט דער ברסלב סענטער ארויסשטעלן א סעיל אויף אלעס אינעם ברסלב סענטער וועבסייט, ווי אנשי שלומינו האבן יעצט די געלעגענהייט איינצוקויפן פון אלעם גוטן, אנגעהויבן פון קונטרסים, סידיס, בילדער, ספרים און נאך פיל סחורה, פאר 10 פראצענט הנחה פון די גאנץ יעריגע ביליגע פרייז. פון היינט זונטאג פרשת וישב, קענט איר באזוכן דעם וועבסייט, און איינקויפן מכל טוב וטוב, איר דארפט נישט אריינלייגן קיין שום קאוד, נאר בשעת'ן באצאלן, וועט איר אויטאמאטיש זען א 10% הנחה אויף אייער גאנצער ארדער. ביי דער געלעגענהייט זענען מיר פרייליך צו מעלדן, אז אין די נאנטע טעג וועלן צוקומען נאך א גאר גרויסע אויסוואל פון ספרים וואס איז ספעציעל באשטעלט געווארן פון די מדפיסים פון ארץ ישראל, און איז געווען אויפגעהאלטן ביי די פארטן פאר עטליכע חדשים, אבער איז ברוך השם נארוואס אנגקעקומען צום ווערהאוז פונעם וועבסייט, ווי מען איז מסדר אלע ספרים, און וועט בקרוב ארויפגעשטעלט ווערן פארן ציבור הרחב אנשי שלומינו וואס ווארטן שוין דערויף א לאנגע צייט. צווישן די ספרים ציילן זיך פילע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע אויף פילע ענינים ווי סידורים, שבת, תהלים, זוהר הק', פירוש אויפן ליקוטי מוהר"ן, ספרים פאר פרויען, און נאך אסאך, אזוי אויך איז דא אן אויסוואל פון ספרים פון סיפורים פון מוהרא"ש באגלייט מיט אויג פארכאפענדע בילדער וואס זענען ארויסגעקומען אין ארץ ישראל דורך עטליכע לאנגיעריגע תלמידים פון מוהרא"ש. אויך פילע בענדער "אשר בנחל" אויף לשון הקודש, אזוי אויך די ספרים פון הייליגן רבין און רבי נתן אויף פארשידענע סייזעס און פארמאטן לויט די געשמאק פון יעדעם עקסטער. לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה' 🛒 דער ברסלב סענטער סטאר  

    < זעה מער יז כסלו תשפ"ב 📝
  • שאטל אין שטעטל "קרית ברסלב" שוין צוריק אין באנוץ

    ווי שוין באריכטעט אין די פארגאנגענהייט, איז איינגעשטעלט געווארן בערך א יאר צוריק א "שאטל" באס סערוויס פארן באנוץ פון די איינוואוינער און באזוכער אינעם שטעטל "קרית ברסלב" ליבערטי. דאס איז געווען ווען מיט די פילע פרישע צוגעקומענע ציבור וואס זענען געקומען וואוינען אין שטעטל איז די געגנט ווי דער עולם וואוינט געווארן זייער אויסגעשפרייט און ווייט, און דער ראש ישיבה האט דאן באשלאסן אז עס איז וויכטיג צו האבן צוגעשטעלט א גרינגע און ביליגע טראנספארטאציע סיסטעם, סיי אויף אנצוקומען פון איין זייט שטעטל צו די אנדערע, און סיי אויף ארויסצופארן פון שטעטל איינצוקויפן אין די לאקאלע געשעפטן. די שאטל איז געווען טאקע געווען אין באניץ ביז לעצטענס, בפרט אין די זוממער חדשים איז עס גאר גוט געווארן אויסגענוצט, סיי דורך די איינוואוינער וואס וואוינען אין שטעטל א גאנץ יאר, און אויך פאר די משפחות וואס קומען ארויס אין די זוממער חדשים וויילן אין שטעטל, פון וואס אלע האבן זייער הנאה געהאט. די לעצטע צייט האט זיך אבער געמאכט געוויסע קאמפליקאציעס מיטן שאטל, וואס האט צוגעברענגט אז מען זאל עס נישט קענען נוצן, וואס דאס האט שווער געמאכט צו קענען אנקומען פון איין פלאץ צום אנדערן. דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער געוואלט אז די שאטל זאל צוריק אריין גיין אין דינסט ווי אמשנעלסטן, און ברוך השם אז דער שאטל איז שוין פארראכטן געווארן, צו יעדעמ'ס צופרידנהייט. אזוי אויך האט מען נויטיג דארפט אויפנעמען א דריייווער פארן שאטל, און שכח אייבערשטער מען האט געטראפן א גאר א גוטע און איבערגעגעבענע דרייווער. יעצט קען מען שוין מעלדן די גינסטיגע נייעס, אז ברוך השם דער שאטל איז שוין צוריק אויפן ראוד און באדינט ווייטער דעם ציבור, נאך בעסער און שענער פון וואס עס איז געווען ביז יעצט.

    < זעה מער יד כסלו תשפ"ב 📝
  • עמוירדזשענסי "ורפא ירפא" קאמפיין - לרפואת יצחק בן פיגלא

    אין די יעצטיגע טעג ווערן אידן אנגעווארעמט צו א גאר קריטישע עמערזשענסי קאמפיין אונטערן נאמען "ורפא ירפא", מיט'ן ציל צו שאפן געלט צו קענען ראטעווען דאס לעבן פון אונזער טייערער חבר ר' יצחק בן פיגלא לרפואה שלמה במהרה. אונזער טייערער באליבטער חבר ר' יצחק איז ליידער אנגעשטעקט געווארן מיט די וויירוס אויף גאר א שווערע פארנעם מיט צוויי חדשים צוריק, פון וואס זיינע לונגען זענען זייער שטארק אפגעשוואכט געווארן, און ער איז יעצט צוגעבינדן צו אן עקמא מאשין צו קענען אטעמען. די משפחה און עסקנים האבן שוין אריין געלייגט איבערמידליכע כוחות און טוען ווייטער אלעס וואס מעגליך אים צו היילן, אבער פארשטייט זיך אז דאס שלעפט אריין אין ריזיגע געלטער, ביז עס איז געקומען צו א מצב וואס מען האט זיך שוין אריינגעלייגט אין שווערע חובות און מען זעט זיך נאך ווייטער מיט גאר גרויסע הוצאות וואס מען דארף באצאלן צו קענען אריינברענגען די ריכטיגע גרויסע ספעציעליסטן צו קענען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ברענגען צו זיין גאנצע רפואה ווי אמשנעלסטן. עס מוז קריטיש געשאפן ווערן די סומע פון $250,000 צו קענען ווייטער אנגיין אז מיר זאלן נישט דארפן זיך אפשטעלן חס ושלום צוליב געלט. מיר פארגעסן נישט ווי ר' יצחק האט געהאלפן אזויפיל פילע אידישע קינדער מיט זיין געוואלדיגע עקספערטיז, ווי פילע פון אונז קענען מעיד זיין. ער האט אוועקגעגעבן זיין לעבן צו העלפן אנדערע אידן מיט זיין גאנצע הארץ, ער האט געראטעוועט פילע חולי ישראל, און יעצט איז די צייט אים ארויסצוהעלפן. ומכאן הקריאה יוצאת: טייערע אידן, עפנט אייער הארץ און קעשענע און געבט א ווארעמע נדבה אין די הצלת נפשות קאמפיין, מיט וואס מען וועט ווייטער טון וואס מען קען נאר צו ברענגען די ערווארטעטע ישועה און רפואה ווי שנעלער. דער "ורפא ירפא" קאמפיין לויפט די וואך. מ'קען מנדב זיין אויפ'ן טעלעפאן 718-540-5728, אדער קען מען געבן אויפן וועבסייט charidy.com/vrapoi ווי מען קען זיך משתתף זיין לכבוד פילע טעימס. דער עיקר דארף מען געדענקען ווייטער צו מתפלל זיין און נישט פארגעסן פון בעטן דעם אייבערשטן פאר א גאנצע רפואה פאר יצחק בן פיגלא, ער זאל זיין געזונט און שטארק ברמ"ח אבריו ושס"ה גידיו, פאר לאנגע געזונטע יארן. רפאנו ה' ונרפא! 💳 דעם ראש ישיבה שליט"א'ס פיעדזש אויפן קאמפיין 📚 קונטרס get well soon פאר בלויז $1.49 📅 דער ראש ישיבה רופט מען זאל זיך משתתף זיין

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ב 📝
  • פרישע פאלדינג מאשין קומט אן אין בית הדפוס

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס אז "קרן הדפסה היכל הקודש" האט געקויפט א פרישע מאשין וואס וועט אסאך פארגרינגערן די ארבעט אינערהאלב דעם בית הדפוס. די רעדע איז פון א נייע מאשין וואס איז ספעציעל געמאכט צו קענען דרוקן גליונות אויף גאר א גרינגן און שנעלן פארנעם, די מאשין דרוקט זייער שנעל און טוט אויך קנייטשן גליונות. ביז יעצט האט מען גענוצט א מאשין וואס קען נישט פארנעמען אזוי סאך גליונות אויף איינמאל, וואס דאס האט גורם געווען אז דרוקן די גליונות זאל נעמען זייער אסאך צייט, יעצט מיטן נייעם מאשין וועט מען מיטן אייבערשטנ'ס הילף קענען דרוקן אזויפיל ווי זעכצן טויזנט (!) גליונות א שעה. דער מאשין איז נתנדב געווארן דורך משפחת בריגער החשובה. דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן מיט אלעס גוטס, דער זכות וועט זיי זיכער באגלייטן אויף דער וועלט און יענע וועלט. אלע אידן וואס וועלן ליינען א גליון און נעמען התחזקות דערפון, וועט גיין אויף זייער קרעדיט בזה ובבא. אויב נויטיגט איר זיך אין א ישועה, קענט איר אלץ מנדב זיין פארן בית הדפוס, און געהאלפן ווערן מיט די ישועה וואס איר דארפט, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט צוגעזאגט. צו מנדב זיין רופט אין "קרן הדפסה" #103 718-387-2691 אדער שיקט א אימעל צו donate@kerenhadfusa.org. על ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו &nbsp;

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ב 📝
  • מקוה מלכה אין ביהמ"ד עצתו אמונה ליבערטי ווערט אט אט פארטיג

    אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי אויפן טווין ברידזש ראוד, געפונט זיך דער פערטער בית המדרש פון שטעטל "בית המדרש עצתו אמונה". אין דעם ביהמ"ד דאווענען מדי שבת בשבתו א שיינער ציבור פון עטליכע מנינים אידן, ווי מען ווארימט זיך אן מיט די דיבורים פון הייליגן רבין און זיינע הייליגע עצות. א גאר געשמאקע אטמאספער פון אחדות געפונט זיך אין דעם בית המדרש, אלע מתפללים שפירן זיך ווי א חלק פון בית המדרש, און יעדער פריידט זיך צו ארויסצוהעלפן און נעמען א חלק אין די הצלחה פונעם בית המדרש. דער ביהמ"ד ווערט געפירט דורכן באליבטן גבאי הר"ר יואל מנחם גרשון שניטצלער שליט"א, וועלכע לערנט פאר יעדן שב"ק דער שיעור אין סיפורי מעשיות און שלש סעודות, ווי ער איז מהנה דעם ציבור מיט די דיבורים געשעפט פונעם קוואל פונעם הייליגן רבין און זיינע תלמידים. דער מגיד שיעור הר"ר יעקב משה אינדארסקי שליט"א, לערנט פאר אין ביהמ"ד יעדן שב"ק און מוצש"ק א שיעור אין א דף גמרא בטוב טעם ודעת, און טאקע פאריגן שב"ק האט מען געפראוועט דעם סיום אויף מסכת ראש השנה, מיט די באטייליגונג פון די בחורים די תלמידים פון ישיבה קטנה וועלכע לערנען ביים מגיד שיעור הר"ר יעקב משה שליט"א. דער ביהמ"ד האט דער ראש ישיבה פארארדענט צו עפענען צוליב די פילע אידן וואס וואוינען אינעם געגענט, וועלכער איז זייער ווייט צו גיין צו סיי וועלכע אנדערע בית המדרש. בפרט ביינאכט ווען עס איז שטאָק פינסטער, אדער אין די גאר קאלטע ווינטער נעכט אין די הויכע שנייען. כאטש ביז יעצט איז מען זיך באגאנגען מיט א צייטווייליגע מקוה, האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן צו בויען אין דעם ביהמ"ד געהעריגע מקוה פאר שבת קודש. נאכן ארבעטן אויף די מקוה שוין עטליכע חדשים, איז מען שוין יעצט כמעט פארטיג. מען האט געמאכט א פראכטפולע באקוועמע מקוה, וואס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף באנייען אויף דעם קומענדיגן יום טוב חנוכה הבע"ט. היינט, מאנטאג וישלח איז שוין ב"ה אנגעקומען די שיינע פראקטישע מקוה בענק, וואס איז נארוואס פארטיג געווארן. דא איז דאס פלאץ זיך צו באדאנקען פון די חשובע עוסקים במלאכת הקודש, וואס האבן אריינגעלייגט גאר אסאך כחות טאג און נאכט פאר די הצלחה פון דעם נייעם מקוה, מו"ה יואל ראזענבערג הי"ו, הר"ר יעקב משה אינדארסקי שליט"א, און מו"ה אברהם דוד לאקס הי"ו. דער אייבישטער זאל זיי באצאלן מיט אלעם גוטן. מה מקוה מטהר את הטמאים

    < זעה מער יב כסלו תשפ"ב 📝
  • סיום מסכת ראש השנה געפייערט דורך אנשי שלומינו

    פארגאנגעם שבת קודש פרשת ויצא האבן אנשי שלומינו איבער די גאנצע וועלט געפייערט דעם סיום מסכת ראש השנה וואס איז געלערענט געווארן אינאיינעם זינט אנהייב חודש אלול העל"ט ווען מען האט יעדן איינציגן טאג - געלויבט דעם אייבערשטן - געלערענט א בלאט גמרא. דער ראש ישיבה שליט"א וועלכע לערנט פאר דעם דף גמרא יעדן טאג בטוב טעם ודעת מיט א גאר געשמאקן און קורצן וועג, איז אלץ מיט א בלאט פאראויס, אזוי אז עס זאל שוין זיין ארויפגעלייגט יעדן טאג אינדערפרי דעם בלאט פון יענעם טאג. טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט האלטן מיט דעם געשמאקן שיעור פון ראש ישיבה וואס ווערט אלץ ארויפגעלייגט דא אויף אונזער וועבסייט. אויך איז מען זיך מחיה מיט די קורצע חיזוק ווערטער וואס ווערט אלץ געזאגט נאכן שיעור, ווי דער ראש ישיבה נעמט ארויס וואס די גמרא וויל פון אונז הלכה למעשה, אויף טאג טעגליך. אזוי אויך רעדט דער ראש ישיבה אלץ איבער חינוך, און וויאזוי מען קען מצליח זיין אויפצוציען ערליכע שיינע דורות אין די היינטיג וועלט. פאריגע וואך דאנערשטאג נאכט, ביים בארימטן שיעור וואס ווערט פארגעלערענט יעדן ליל שישי ספציעל פאר די אינגעלייט, האט מען צוגעשטעלט א שיינע סעודה לכבוד דעם סיום, און דער ראש ישיבה האט געזאגט זייער שיינע דיבורים נאכן מסיים זיין דעם מסכת ברבים. דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער דעם וואס מ'זאגט נאכן סיום "אנו עמלים ומקבלים שכר, והם עמלים ואינם מקבלים שכר", אז יעדע איינער אויף דער וועלט פלאגט זיך, נישטא קיינער אויף דער וועלט וואס עס גייט אויף אים נישט דורך. עס איז נישטא קיין עצה וואו צו אנטלויפן אויסער צום אייבערשטן און צו די תורה. מ'קען אויפטוישן די פלאג וואס איז מיר באשערט, אנשטאט עס זאל גיין אויף פיס ווייטאג, רוקן ווייטאג, חובות, שלום בית, גייט עס אויף זיך פלאגן אויף די תורה, "אנו עמלים ומקבלים שכר" מיר פלאגן זיך, מיר שטעלן אויף א שטוב מיט קינדער, מען מאכט נישט ח"ו א "משפחה פלאן" ר"ל ווי די גויים, וואס מען האט סייווי גארנישט דערפון. ווייל דו וועסט ממילא זיך דארפן פלאגן פונקטליך וויפיל עס איז דיר באשערט. מיר פלאגן זיך מיט הייליגע זאכן מיט מקיים זיין די הייליגע תורה וואס דאס בלייבט מיט אונז אויף אייביג. דער ראש ישיבה האט שטארק געבעטן אנשי שלומינו מ'זאל זיך נעמען אויף זיך צו לערנען יעדן טאג דעם נייעם מסכת תענית וואס מ'הייבט יעצט אן, "אז דו וועסט "זאגן" דעם דף גמרא יעדן טאג, קען זיין אז דו וועסט לערנען יעדן טאג דעם דף, אז דו וועסט וועלן "לערנען" דעם דף וועסטו זען וואס עס וועט זיך אויסלאזן דערפון" האט דער ראש ישיבה געזאגט, זוך נישט קיין שלימות, פאלג דעם צדיק וואס האט געזאגט (שיחת הר"ן סימן ע"ו) "אין צריכים בלימוד רק האמירה לבד". דער ראש ישיבה האט דערנאך אסאך גערעדט איבער שלום בית, "אז דו האסט פייגעלעך אין קאפ, אז דער און יענער האט א בעסערע ווייב, אדער א בעסער שלום בית, דארפסט עמוירדזשענסי א בלאט גמרא, דאס וועט דיך אויסהיילן", אזוי וועסטו וויסן אז דו האסט די בעסטע ווייב, דו וועסט זיך פרייען אהיים צו קומען און לעבן א הייליג לעבן. ▶️ דער ראש ישיבה לערנט שוין פאר מסכת תענית ▶️ דער סיום און שיעור אין ישיבה ▶️ גאנץ מסכת ראש השנה געשמאק פארגעלערענט דורכן ראש ישיבה שליט"א 📚 קונטרס "חנוכה שמח" $1.49

    < זעה מער יא כסלו תשפ"ב 📝
  • ברסלב סענטער'ס "מתנה קארטל" - בעסטע געשאַנק צו געבן

    שטייענדיג אין די ערב חנוכה טעג, ווען מען גרייט זיך צו פייערן דעם פרייליכן יום טוב חנוכה, איז "ברסלב סענטער" פרייליך צו מעלדן פאר אנשי שלומינו, אז נאך דעם גרויסן פארלאנג פון באזוכער אויפן וועבסייט, האט מען ב"ה באוויזן אהערצושטעלן א "מתנה קארטל" (גיפט קאַרד) וואס מ'קען קויפן אויפן וועבסייט, וואס מען קען שיקן אלץ א מתנה, אדער הכרת הטוב צו משפחה פריינט און באקאנטע. אזא מתנה וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיכער דערפרייען יעדן וואס באקומט דאס. ער קען דאס נעמען און נוצן צו קויפן אלצדינג אויפן וועבסייט, אנגעהויבן פון די פולע הונדערטער קונטרסים, ספרים, בילדער, סידיס, און נאך אויף אידיש, ענגליש, אדער לשון הקודש. דאס איז א מתנה וואס וועט טוישן זיין/איר לעבן, פאר די פאר דאלער, וועט ער/זי געוואר ווערן אז דער באשעפער האט אים/איר אויך ליב, דער באשעפער ווארט אויף אים/איר אויך, און אז דער באשעפער האט פון אים/איר אויך נישט פארגעסן. ער/זי וועט באקומען חיזוק און חיות ווייטער אנצוגיין, און זיין פרייליך מיט אלע גוטע מתנות וואס דער אייבישטער האט אים/איר געגעבן אין לעבן. דער "ברסלב סענטער" וועבסייט, האט זיך גאר שטארק באקאנט געמאכט אין די אידישע מארקעט אין אלגעמיין, און ביי אנשי שלומינו בפרט, מיט די בעסטע סערוויס, און גאר צוגעגליכענע פרייזן. עס ווערט כסדר צוגעלייגט נאך און נאך אייטעמס לויט די פארלאנג פון די קאסטומערס, ווי איר קענט זען מיט די אייגענע אויגן. כמעט יעדן טאג קומען צו פרישע קונטרסים אדער ספרים. און אנשי שלומינו נוצן אויס דעם געשמאקן און מסודר'דיגע וועבסייט, און באשטעלן כסדר דארט די פילע ספרים און אנדערע ארטיקלען, וואס קומט דערנאך אן צום טיר גאר שנעל. מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן פון די פילע קאסטומערס, ווי גרינג עס איז צו נוצן, דעם גרויסן שיינעם אויסוואל. בפרט איז מען גאר צופרידן פון דעם "פרי דעליווערי" סערוויס (אויף ארדערס פון $35 און העכער), וואס ווערט גוט אויסגענוצט דורך די פילע צופרידענע קונדן. אויך איז געווארן צוגעלייגט א פרישע "הילף" קנעפל ביים וועבסייט, דורך וועלכע באזוכער וועלן קענען אנפרעגן און באקומען ענטפערס אויפן פלאץ איבער אלעס אנבאלאנגט דעם וועבסייט. 🛒 דרוקט דא, און קויפט א "מתנה קארטל"

    < זעה מער ז כסלו תשפ"ב 📝
  • שיינע שידוך געשלאסן ביי א תלמיד הישיבה

    קרעדיט: הר"ר נתנאל פארקאש שליט"א א גרויס שמחה הערשט אין ישיבה צום פרייליכע בשורה פונעם שידוך שליסן פון הב' משה שמואל שטעסל נ"י פון קרית יואל וואס איז א חתן געווארן צו הכלה תחי' א טאכטער פונעם באקאנטן משפיע פון ירושלים הרה"צ שמעון שפירא שליט"א. דער חתן נ"י האט זוכה געווען אויסצונוצן זיינע אינגע יארן און אנגעפילט זיינע טעג מיט תורה ומעשים טובים, ער האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, און ענדיגן מסכת תענית 101 מאל. דאס איז אויסער זיינע פילע שיעורים אין אלע חלקים פון די תורה, וואס ער לערנט פלייסיג יעדן טאג. אויסער דעם איז דער חתן נ"י אסאך עוסק אין הפצה, און איז זוכה צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס אור אז נאך אידן זאלן באקומען פונעם זיסן קוואל באר מים חיים פון וואס ער איז זוכה צו טרונקען. אזוי ווי מוהרא"ש האט געבעטן און צוגעזאגט אז ווער עס וועט אויסזאגן גאנץ תהלים ביי זיין ציון לזכותו וועט ער פועלן פאר זיי זייער שידוך. איז טאקע דער חתן געווען ביים ציון הק' פון מוהרא"ש אין יבניאל, ווי ער האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים, און ווי נאך טויזנטער אידן האט ער טאקע זוכה געווען צו טרעפן א גוטע שידוך זייער שנעל. זאל דער אייבישטער העלפן אז דער שידוך זאל עולה יפה זיין, און זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, אמן. 📰 איין וואך צוריק: דער חתן ענדיגט 101 מסכת תענית 🎞️ דער שיעור פון ראש ישיבה ווען דער חתן האט געענדיג מסכת תענית 101 מאל

    < זעה מער ו כסלו תשפ"ב 📝
  • הערליכע סיום הלכות שבת אָפּגעראָכטן ביים ראש ישיבה אינדערהיים

    עס הערשט א גרויס שמחה ביי די בחורים אין ישיבה תפארת התורה. מען האט זוכה געווען צו פראווען א שיינע סיום אויף א שיינע חלק פון הלכות שבת. צום דעם פרייליכן געלעגענהייט האט מען האט געפראוועט א שיינער סיום ביים ראש ישיבה אינדערהיים. דער ראש ישיבה געווען זייער אויפגעלייגט ביים גאנצן סיום, און שטארק מחזק געווען די בחורים מען זאל ווייטער אנגיין און לערנען פלייסיג. דער שיעור האט דער ראש ישיבה מייסד געווען מיט עטליכע יאר צוריק, דער ערשטער מגיד שיעור איז געווען דער דיין שליט"א וואס וואוינט שוין היינט אין קרית ברסלב, דעם זמן האט הרה"ג ר' אלחנן ראטה שליט"א איבערגענומען דעם שיעור. דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט אז דער רבי בעט יעדן טאג דארף מען טון צוויי זאכן: מען דארף יעדן טאג לערנען הלכה, און רעדן צום אייבערשטן. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז נאר אזוי קען מען זיך רופן&nbsp; א ברסלב'ע חסיד. דער ראש ישיבה מסביר געווען אז כאטש דער רבי האט גערעדט פון אסאך זאכן, אבער די צוויי זאכן איז דער יסוד. רעדן צום אייבערשטן בינדט צו א איד צום אייבערשטן, און לערען הלכות לערנט אויס דעם איד וואס דער אייבישטער וויל א איד זאל טון. די צוויי זאכן מוזן גיין אינאיינעם, מען דארף לעבן מיט אמונה, און לעבן מיט הלכה. דער ראש ישיבה האט געזאגט אויף די בחורים פונעם שיעור "זיי זענען העלדן פון די קהילה! דאס איז אונזער ישיבה!". דער שיעור ווערט פארגעלערענט אין די הייליגע ישיבה תפארת התורה יעדן טאג דורכן חשובן מגיד שיעור הרה"ג אלחנן ראטה שליט"א 4:15 און ציעט זיך ביז 5:00, ווען דער ראש ישיבה שליט"א זאגט זיין טעגליכע בארימטער חיזוק שיעור, וואס די רעקארדינגס דערפון גייען ארום אין די גאנצע וועלט, און איז מחיה צענדליגע טויזנטער אידן טאג טעגליך. דערנאך האט דער מנהל המוסדות הר"ר מרדכי אינדיג אויפגעטרעטן, און ארויסגעברענגט אז אויב מיר האבן שוין יא אזא ראש ישיבה, דארפן מיר אים פאלגן, און אזוי וועלן מיר מצליח זיין אין אלעם ברוחניות ובגשמיות. דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פונעם מנהל פון ישיבה הר"ר נתנאל פארקאש שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פונעם שיעור, און פון לערנען הלכות שבת. אויך האט מען געהערט טרעפליכע ווערטער פונעם מגיד שיעור הר"ר אלחנן ראטה שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה אז מען האלט שוין דא, מען האט מסיים געווען נאך א מקצוע אין די וויכטיגע הלכות פון הלכות שבת. ▶️ דרשה פון ראש ישיבה ביים סיום 📸 בילד פונעם סיום

    < זעה מער ה כסלו תשפ"ב 📝
  • הכנסת ספר תורה דעם שבת קודש אין היכל הקודש פרעמישלאן קרית יואל

    א גרויס שמחה הערשט אין בית המדרש היכל הקודש פרעמישלאן, ווען דעם שבת קודש פרשת ויצא הבא עלינו לטובה וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף אריינגעגעבן ווערן א נייע ספר תורה. דער נייער ספר תורה איז געשריבן געווארן לעילוי נשמת דעם אומפארגעסליכן הרה"ח ר' ראובן וויינבערג ז"ל, וואס כאטש עס זענען געווען שולן נענטער צו זיין הויז פלעגט אלץ קומען דאווענען נאר אין בית המדרש היכל הקודש.&nbsp; אין די עלטער פון 96 יאר אין די גרעסטע פרעסטן פון ווינטער, און אין די גרעסטע היצן פון זומער פלעגט ער קומען מיט די גרעסטע שמחה אין בית המדרש אלעס נאר כדי צו קענען זאגן נאך א קדיש, נאך א קריאת שמע, און ענטפערן נאך אן אמן. ר' ראובן וויינבערג זכרונו לברכה איז געווען א מסירת נפש איד וואס איז אויפגעוואקסן אין רוסלאנד אונטער די קאמוניסטישע רשעים, און האט מיט אלע שוועריקייטן זוכה געווען צו היטן אידישקייט מיט די גרעסטע מסירת נפש, ער האט זוכה געווען אויפגעשטעלט א הערליכע אידישע דור פון קינדער און אייניקלעך וואס לעבן מיטן אייבערשטן, און היטן די תורה. ר' ראובן איז באוויסט געווען אין בית המדרש היכל הקודש מיט זיין ספר פנים יפות ווי ער פלעגט אויפנעמען יעדן איד מיט א גרויסע שמייכל. די מתפללים קענען נישט פארגעסן ווי ער פלעגט זיך אלץ אינטערעסירן וואס ער און די משפחה טוען, און כמים פנים אל פנים איז ר' ראובן געווען שטארק באליבט אין בית המדרש היכל הקודש פרעמישלאן, ווי ער פלעגט באשיינען דעם בית המדרש פאר לאנגע יארן, מיט האלטן די תפילות שבת ויום טוב, סיפורי מעשיות, שלש סעודות, ווי ער פלעגט זיך צוהערן מיט דורשט צו די דברי אלקים חיים די ווערטער פון הייליגן רבין מיט וואס ער פלעגט זיך מחי' זיין, און טרונקען די הייליגע דיבורים וואס מען רעדט אין בית המדרש היכל הקודש. יעצט האט זיין אייניקל ר' נחום וויינבערג הי"ו וואס האט אים אלץ אזוי געטריי באדינט ביים לעבן, זוכה געווען ענדיגן שרייבן א ספר תורה לעילוי נשמתו פון זיין גרויסן זיידן, און איז עס מנדב זיין פאר דעם הייליגן בית המדרש ווי דער זיידע איז געווען א שטענדיגער מתפלל. ווי דער פלאן איז וועט אם ירצה השם דעם שבת קודש פרשת ויצא, געפראוועט ווערן א שיינער הכנסת ספר תורה, ווי דער נייער ספר תורה וועט אי"ה ארויסגיין פארן ליינען פון שטוב ווי ר' ראובן האט געוואוינט אויף מעזיבוזש רד. און וועט גיין צום בית המדרש היכל הקודש אויף פרעמישלאן רד. מיט שמחה, טענץ און געזאנג, ווי דער ספר תורה וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף גענוצט ווערן פאר קרית התורה מדי שבת בשבתו. &nbsp;

    < זעה מער ד כסלו תשפ"ב 📝
  • קרן הדפסה ווירבלט מיט ארבעט פון ארויסגעבן פילע ספרים און קונטרסים

    א רוף צו אנשי שלומינו איבערצוקוקן די אוצרות מיט יעדן דורכגייענדן טאג, קומען ארויס פילע פרישע קונטרסים און ספרים וואס מען דרוקט פריש איבער פון אנפאנג, סיי די אותיות, סיי מיט הגה, און אויך מיט א הערליכע פרישע דעקל וואס ציעט מען זאל עס נעמען. אין לויף פון די ארבעט אין קרן הדפסה נאכדעם וואס מען האט שוין זוכה געווען אז הונדערטער קונטרסים זענען געדרוקט געווארן, האט מען שוין געהאט פילע פעלער ווען נאכדעם וואס דער קרן הדפסה האט ארויסגעגעבן לאור עולם א פרישע קונטרס אדער ספר, איז אפיר געקומען איינער וואס האט געזאגט אז ער האט ביי זיך די גאנצע ספר אין א טעקסט פארמאט וואס מען וואלט געקענט נוצן איבערצודרוקן דעם ספר, אסאך שנעלער און ביליגער. דערפאר איז דער קרן הדפסה ארויסגעקומען אין א רוף צו אנשי שלומינו: "אל תמנע טוב מבעליו!", געבט ארויס אייער אוצרות! טייערע ידידים, איר האט ביי זיך אין באזיץ פיילס פון ספרים אדער קונטרסים פון מוהרא"ש, וואס מען קען דערמיט באלייכטן די וועלט? איר קענט פארשפארן פיל צייט פון דארפן פריש איבערטייפן דעם גאנצן קונטרס! אויף וועם ווארט איר? פארבינדט אייך שוין צום קרן הדפסה דורכן שיקן אן אימעיל צו office@kerenhadfusa.org. אין אנדערע נייעס זענען במשך די לעצטע וואך זענען ארויסגעקומען נאך פילע ספרים און קונטרסים ביים קרן הדפסה, צווישן זיי: ברכת הפרנסה, האלט זיך שטארק, סדר דרך הלימוד, רק רגע, יסוד האמונה, הצלחה לתמיד צעיר, אידישקייט איז שיין, תן חיוך, און נאך פיל. כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים

    < זעה מער ד כסלו תשפ"ב 📝
  • וויכטיגע מעלדונג: שבת אין קראון פלאזא וועט מעגליך אפגערוקט ווערן מיט א וואך

    אנשי שלומינו זענען אין גרויס שפאנונג צום גרויס שבת התוועדות סיום בבלי סדר מועד וואס וועט בעז"ה פארקומען אום חודש אדר ב' הבעל"ט אינעם הערליכן קראון פלאזא האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקוט. די עסקנים נעמען אויף די קאלס פונעם ציבור וואס רעזערווירן צימערן אין גרויסן, און די זעלבע צייט קומען פאר זיצונגען ווי מען גרייט צו א הערליכן פראגראם, וואס וועט בעזר השם מהנה זיין דעם ציבור אויפן העכסטן פארנעם. עס איז נארוואס ארויסגעקומען א וויכטיגע אלערט פון די עסקנים: צוליב טעכנישע סיבות, איז שטארק מעגליך אז מען וועט נישט קענען פראווען דעם גרויסן שבת ווי געפלאנט פרשת פקודי. מען איז געזיצן די וואך מיט די פארוואלטונג פונעם האטעל, און מען איז דן צי מען וועט קענען אנהאלטן דעם שבת פרשת פקודי, אז נישט וועט מען עס בעז"ה פאראויס רוקן מיט א וואך צו פרשת ויקרא הבעל"ט. צי עס וועט זיין שבת פרשת פקודי אדער שבת פרשת ויקרא, גרייטן זיך אלע אנשי שלומינו צו מיט לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, און מען איז מסיים איין מסכתא נאכן צווייטן. די אלע וואס האבן נאך נישט באשטעלט א צימער קענען רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו 917-232-9070. פאלגט נאך די ווייטערדיגע מעלדונגען איך בין א ש"ס איד!

    < זעה מער כט חשון תשפ"ב 📝
  • מעמד כתיבת ספר תורה, בשילוב סיום מס' תענית 101 מאל אין ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל פרעמישלאן

    נעכטן דינסטאג אווענט זענען זיך צוזאם געקומען א גרויסער עולם אנשי שלומינו תושבי קרית יואל והגלילות צום גרויסן מעמד פון מצות כתיבת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך די חשובע משפחת וויינבערג שיחיו לע"נ זייער אומפארגעסליכן פאטער און זיידע הרה"ח הישיש ר' ראובן ב"ר נתן נטע וויינבערג ז"ל וועלכע פלעגט זיין פון די חשובע מתפללים אין בית המדרש פאר א לאנגע צייט ביז צו זיין פטירה, חול המועד פסח תש"פ. דער ראש ישיבה שליט"א איז זיך פערזענליך געקומען באטייליגן ביים מעמד, און האט אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז יעצט ווען מען שרייבט א ספר תורה, איז די צייט זיך צו פרייען מיט די וואס לערנען בפועל די הייליגע תורה, דער ראש ישיבה האט ארויפגערופן הבחור החשוב משה שמואל שטעסל הי"ו מתלמידי הישיבה וואס האט שוין זוכה געווען אין די פארגאנגענהייט צו ענדיגן גאנץ ש"ס, און האט היינט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ מסכת תענית 101 מאל. דערנאך האט דער ראש ישיבה שטארק ארום גערעדט איבער די גרויסע מתנה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן, דער "סדר דרך הלימוד", וואס איז געמאכט פאר יעדן איד אין אלע מצבים. "נישט קיין חילוק וועלכע עידזש, נישט קיין חילוק וויאזוי דיין מח טראכט, נישט קיין חילוק ווי גוט דו פארשטייסט, נישט קיין חילוק אפילו ווי גוט דו קענסט עברי, דער סדר דרך הלימוד איז געמאכט פאר דיר!" האט דער ראש ישיבה געזאגט. מוהרא"ש פלעגט זאגן: ווער עס פאלגט דעם הייליגן רבין און לאזט זיך נישט נערן, נאר נעמט אן דעם סדר דרך הלימוד און איז זוכה דורכצוזאגן כל התורה כולה, וועט מען נישט לייגן א גוף אין די ערד נאך די הונדערט און צוואנציג, נאר מען וועט אריינלייגן א הייליגע "ספר תורה" אין "ארון הקודש" און מען וועט פארמאכן דעם "פרוכת". פארוואס האבן די ברכות פון יעקב געדארפט צוגיין מיט אזא געפאפּטע וועג, מיט "גניבה"? פלעגט מוהרא"ש זאגן, אז מען וועט פרעגן א איד נאך זיין פטירה "קבעת עתים לתורה", וועט ער זאגן "וויאזוי האב איך געקענט מאכן א קביעות יעדן טאג? איך בין געווען טרוד מיט פרנסה, חובות, געזונט, א ווייב מיט קינדער?" וועט מען אים זאגן אז דו האסט זיך געדארפט גנב'נען צייט, א משנה'לע דא, א גמרא'לע דארט, א קאפיטל יעצט, א פרק שפעטער. "קבעת" זאגט דער הייליגער רבי "איז א לשון פון גנב'ענען", מען דארף "קובע זיין - גנב'ענען" צייט צו לערנען. ווען יעקב האט באקומען די ברכות פון יצחק, "ויתן לך אלקים" זאגט דער חז"ל אין מדרש רבה, אז ער האט באקומען "מטל השמים" איז חומש, "משמני הארץ" איז משניות, "דגן" איז גמרא, "תירוש" איז אגדה. וועט א מענטש פרעגן "וויאזוי קען איך זוכה זיין צו די ברכות? איך בין אזוי פארנומען!", דערפאר האט ער עס געדארפט באקומען אויף אזא "געגנבעטע" וועג, מיר זאלן זיך לערנען דערפון, אז מען קען עס באקומען די ברכות נאר דורך זיך גנבענען צייט צו לערנען. און אז איז איז זוכה און ער האט חומש, משניות, גמרא, און מדרש, דער איז א געבענטשטער מענטש אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. דער ראש ישיבה האט נאך אסאך מאריך געווען איבער די חשיבות פון מעביר סדרה זיין אנגעהויבן פון זונטאג, פון שלום בית, און נאך פארשידענע ענינים, פון וואס דער גאנצער ציבור האט שטארק הנאה געהאט און ארויסגענומען גאר אסאך חיזוק אויף למעשה. דערנאך האט מען געהאט די געלעגענהייט אריינצושרייבן אן אות אין די נייע ספר תורה, ווי דער מנהג איז, און מען איז זיך צוגאנגען מיט פרייליכע געמיטער. 📰 הרה"ח ר' ראובן וויינבערג ז"ל מחשובי מתפללי ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו 📸 דער געהויבענער מעמד בהשתתפות דעם ראש ישיבה שליט"א ▶️ דער גאנצער שיעור פון ראש ישיבה ביים מעמד

    < זעה מער כח חשון תשפ"ב 📝
  • בית המדרש היכל הקודש ירושלים הערליך רענאווירט

    דער בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים איז פלאצירט אין צענטער פון די היימישע מאה שערים געגענט, נעבן דעם באקאנטן "ככר השבת" אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, ווי אנשי שלומינו קומען זיך צונויף ביי יעדן געלעגענהייט, שבתים ימים טובים, שיעורים, ווי מען איז זיך מחיה און מחזק מיט די דיבורים פון הייליגן רבין און מוהרא"ש, און מען לעבט מיט די הייליגע עצות לעובדה ולמעשה. אויך איז דער בית המדרש איז א גרויסע צענטערפונקט פון מפיצים. אנשי שלומינו אין ירושלים עיה"ק צייכענען זיך אויס מיט זייער הפצה במסירת נפש. די פרישע מקורבים ווערן גאנץ שנעל אליינס מפיצים, און זענען זוכה איבערצוגעבן דעם געשמאקן לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבין פאר נאך אידן פון זייער גאנצע אומגעגענט. היינט צו טאגס האט זיך שוין פארשפרייט די פעולות ההפצה פון ירושלים אויף אלע היימישע שטעט איבער די לענג און ברייט פון ארץ ישראל, ווי מען שיקט ארויס די גליונות אהין יעדע וואך פון ירושלים, און מען דרוקט עס איבער אין די פילע הדפסה צענטערן אין אלע שטעט ווי ערליכע אידן וואוינען, און ווערט צוכאפט דורך אלעמען יעדע וואך. דער בית המדרש אין ירושלים גייט שוין אן פאר איבער א יאר צום גוטן ב"ה, און עס האט שטארק נויטיג אויסגעפעלט א גוטע איבערפרישונג. אין די לעצטע וואכן האבן אנשי שלומינו אין ירושלים אוועקגעגעבן אסאך צייט און כח, און מען האט איבערגעמאכט דעם גאנצן בית המדרש לשם ולתפארת. און געלויבט דעם אייבערשטן אז נאך אן ארבעט פון עטליכע וואכן, האט מען יעצט געענדיגט הערליכע רענאווירן דעם גרויסן בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים עיר הקודש. מען האט שטארק פארברייטערט די הפצה ווינקל, פון וואו עס ווערט פארשפרייט פילע טויזנטער ספרים, קונטרסים, סידיס וכו' פאר די פילע דורשים ומבקשים. מען האט פריש איבערגעפעינט די ווענט, מען האט געלייגט א נייעם פרישן דאך, מען האט אינסטאלירט שיינע לעכטיגע לייטס, און מען האט ארויפגעזעצט א שיינע "ברסלב" קרוין אין צענטער פון מזרח וואנט העכערן ארון הקודש. כי מציון תצא תורה, ודבר ה' מירושלים

    < זעה מער כז חשון תשפ"ב 📝
  • בשעת'ן קויפן אויף עמאַזאָן געבט איר צדקה פאר די הייליגע ספרים

    יא איר האט גוט געליינט. איר קענט אנשטעלן אייער עמעזאן אקאונט, אז בשעתן קויפן ביי זיי, וועלן זיי אראפגעבן א קליינע פראצענט פון אייער איינקויף פארן "קרן הדפסה". וויאזוי ארבעט דאס? עמעזאן האט לעצטענס איינגעפירט ביי זייער וועבסייט, אז מען קען אויסוועלן א "טשעריטי" וואס זיי וועלן אוועקגעבן א האלבע פראצענט פון די איינקויף פרייז פאר יענעם ארגאניזאציע. די גאנצע זאך קאסט "גארנישט" פארן קאסטומער וואס קויפט איין, די פרייזן פון די פראדוקטן אויף עמעזאן בלייבן די זעלבע. נאר עמעזאן נעמט אראפ א קליינע פראצענט פון זייער אייגענע ריווח, און גיבט דאס פארן ארגאניזאציע וואס דער קאסטומער האט אויסגעוועלט. אויף די נאכפראגע פון אנשי שלומינו וואס קויפן איין אויף עמעזאן און ווילן נישט אז זייער געלט זאל גיין פאר עפעס א "טשעריטי", נאר ווילן געבן זייער געלט פאר אמת'ע צדקה, בפרט ווילן אנשי שלומינו שטיצן דעם "קרן הדפסה" היכל הקודש, וואס איז פון די גרעסטע צדקות וואס איז שייך, דהיינו דרוקן די הייליגע ספרים, און זיי פארשפרייטן אויף די גאנצע וועלט. דערפאר איז א שמחה צו מעלדן אלע אונזערע ליינער, אז דער "קרן הדפסה" איז פולקאם רעגיסטרירט ביי עמעזאן אלץ א "טשעריטי", און מען קען שוין אויסוועלן ביי עמעזאן סמייל "קרן הדפסה ברסלב". &nbsp; די גאנצע זאך איז זייער גרינג: 1.גיי צו עמעזאן דורך https://smile.amazon.com 2. קלויב אויס Keren Hadfusa of Breslev &nbsp; און פון דא און ווייטער, יעדעס מאל וואס דו קויפסט ביי עמעזאן דורך Amazon Smile, נעמסטו אויטאמאטיש א חלק אין די הייליגע ארבעט פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'נס ספרים און עצות פאר אידישע קינדער אויף די גאנצע וועלט, און מיט דעם דערנענטערן אידישע קינדער צום באשעפער.

    < זעה מער כו חשון תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 1081 to 1095 of 1723 results

1 2 ... 70 71 72 73 74 75 76 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com