Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אויפן ציון אין קערעסטיר ווארעמט אן הערצער

      מיט עטליכע וואכן צוריק ווען דער ראש ישיבה האט זיך געפונען מיט אנשי שלומינו אויפן נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, האט דער ראש ישיבה שליט"א זיכער געמאכט אז מען שטעלט זיך אפ ביים ציון פונעם הייליגן צדיק דער מופת הדור רבי וואס איז באקאנט מיטן לשון חיבה "רבי ישעי'לע קערעסטירער" זי"ע, וואס ווי באקאנט האט ער כל ימיו עוסק געווען אין די הייליגע מצוה פון געבן צו עסן פאר אידן "לשובע ולא לרזון". ביים הייליגן ציון, איז געווען א געוואלדיגע התעוררות, ווי אנשי שלומינו און דער ראש ישיבה שליט"א האבן איינגעריסן ביים אייבערשטן פאר ישועות און רפואות. נאכדעם וואס מען איז ארויסגעקומען פון הייליגן ציון, און אויסגעפועלט אלעס גוטס, האט דער ראש ישיבה געשריבן א בריוו פאר אנשי שלומינו, אז מען זאל גיין אין די וועגן פון הייליגן צדיק און שטיצן דעם בית התבשיל וואס טוט טאקע אט דאס, געט צו עסן פאר אידישע קינדער מיט א ברייטע האנט, און מאכט זיכער בס"ד אז אידן האבן צו עסן בהרחבה. אט איז דער בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן: "בס"ד, י"ט כסלו, פה קערעסטיר אצל ציון הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש האברך היקר שלמה יאקאבאוויטש ני"ו מקרית ברסלב איז עוסק אין די גרויסע מצווה פון העלפן משפחות נצרכים זאל האבן עסן לשבת ולחול. אנא עפענט ענקערע הערצער אים צו העלפן קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די מצווה. ובזכות די מצווה זאלט איר האבן שפע ברכה והצלחה. החותם למען המצווה ביים ציון פון הרה"ק זי"ע וואס האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין די מצוה" דער בית התבשיל האט א וועכענטליכע בודזשעט פון $2,500 און ימים טובים איז דער בודזשעט איבער $10,000 וואס ווערט צוזאם געשטעלט כסדר פון נדבות פון אנשי שלומינו וואס האבן די ווארעמקייט און געפיל און געבן צדקה פאר הונגעריגע אידן. צו נעמען א חלק אין די גרויסע מצוה קען מען רופן 718-306-2448. לשובע ולא לרזון 💳 לינק צו מנדב זיין אנליין פארן בית התבשיל 📰 דער ראש ישיבה קערט זיך צוריק פון א שיינע נסיעה צו מקומות הקדושים

    < זעה מער יח טבת תשפ"ב 📝
  • הערליכע קונטרס אויף אידיש "סדר הנסיעה קיין ארץ ישראל" שוין דא צו באקומען

    &nbsp; צוליב דעם גרויסן פארלאנג, האט דער ברסלב סענטער סטאר ארויסגעלייגט אויפן וועבסייט פארן ציבור דער נייער קונטרס "סדר הנסיעה לארץ ישראל והתייסדות בית המדרש היכל הקודש בירושלים ובני ברק פרשת ויגש ה'תשפ"ב", געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א. אין דעם קונטרס לייגט דער ראש ישיבה אראפ די גאנצע השתלשלות פון די דראמאטישע נסיעה, אנגעהויבן פונעם ארויספארן פון ניו יארק ביזן קומען צוריק, די באזוכן צו די חבורות היכל הקודש אין ארץ ישראל, דאס אהערשטעלן די בתי מדרשים אין ירושלים עיה"ק און אין בני ברק, די געהויבענע שבת מעין עולם הבא מיט אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש אין ירושלים, דער מלוה מלכה מוצש"ק אין א זאל אין ירושלים, די באזוכן ביי די מקומות הקדושים אין צפת און טבריה, דער געהויבענע באזוך ביים ציון התנא הרשב"י אין מירון, דער באזוך אין שטאט יבניאל און די התעוררות ביים ציון פון מוהרא"ש. דער ראש ישיבה פארציילט דארט גאר אסאך אינטערעסאנטע עפיזאדן פון דעם באזוך, און פון די שמועסן וואס ער האט געהאט מיט אנשי שלומינו פון וואס מען קען ארויסנעמען גאר אסאך חיזוק און עצות פארן לעבן. מען קען עס קויפן אויפן וועבסייט פארן ביליגן פרייז פון $1.49 און עס באקומען דעליווערט אין די גאנצע וועלט צום טיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף על ידי השתוקקות לארץ ישראל, נשפע פרנסה גדולה (ספר המידות) 📰 הערליכע נייע איבערגעבויעטער "ברסלב סענטער" אנליין סטאר, מחיה די פילע קאסטומערס 📚 דער נייער קונטרס "סדר הנסיעה לארץ ישראל והתייסדות בית המדרש היכל הקודש בירושלים ובני ברק פרשת ויגש ה'תשפ"ב" פאר בלויז $1.49 📚 דער נייער קונטרס צו זען און דאונלאודן אויף ברסלב סענטער 📰 דער באזוך פונעם ראש ישיבה קיין ארץ ישראל

    < זעה מער יז טבת תשפ"ב 📝
  • הערליכע נייע איבערגעבויעטער "ברסלב סענטער" אנליין סטאר, מחיה די פילע קאסטומערס

    אין די לעצטע האלבע יאר זינט דער ברסלב סענטער וועבסייט האט געעפענט דער אנליין סטאר, האבן שוין פילע הונדערטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט נהנה געווען פון דעם געוואלדיגן סערוויס, וואו מען קען אריינשפאצירן אינעם הערליכן סטאר פיר און צוואנציג שעה א טאג און זיך ארומקוקן אויף די פילע פּאליצעס און זיך אנזעטיגן פונעם רייכן אויסוואל און שיינער סדר פון ספרים, סידיס, קונטרסים, קארטלעך, דרשות, בילדער און נאך פילע פראדוקטן אויף אידיש, ענגליש, לשון הקודש און נאך, פילע ספרים פון הייליגן רבין, פון רבי נתן, פון מוהרא"ש, און פון ראש ישיבה, אויף אלע ענינים פאר מענער, פרויען, קינדער, ימים טובים, מידות טובות, תפילות, סגולות, שלום בית, שמירת עינים, און נאך אסאך, וואס די אלע צופרידענע קאסטומערס האבן אריינגעלייגט אין זייער "וועגעלע" און איינגעקויפט פאר שפאט ביליגע פרייזן, און עס באקומען צוגעשיקט צום טיר אין בלויז עטליכע קורצע טעג. דער שטאב פונעם ברסלב סענטער סטאר איז אבער נישט געשלאפן אין די לעצטע האלבע יאר, מען איז געזיצן מיט געלונגענע וועב דעוועלאפערס און פאראכטן, איבערגעמאכט, צוגעלייגט,&nbsp; פארבעסערט און פארשענערט איבעראל ווי עס האט נאר אויסגעפעלט. ברוך השם, דער נייער הערליכער איבערגעמאכטער געשעפט איז שוין פארטיג געווארן צו יעדנ'ס צופרידנהייט, און די טירן פונעם נייעם סטאר איז שוין ב"ה ברייט אפן, און איז ברוך השם פארנומען מיט ערפילן און שיקן די פילע ארדערס פון די קאסטומערס איבער די גאנצע וועלט. 🛒 דיספלעי דער נייער סטאר האט פארשידענע נייע סערוויסעס וואס איז שטארק נוצבאר פאר אלעמען. צוערשט איז דער גאנצער אויסשטעל הערליך איבערגעמאכט געווארן, דער דיספלעי פון די אייטעמס זענען אסאך שענער און מער מסודר. 🛒 סוירטש עס איז פארבעסערט געווארן אויבן דער וויכטיגער "זוך" (סוירטש) קנעפל 🛒 וואלוטע דערנעבן איז צוגעלייגט געווארן פאר די אינטערנאציאנאלע קאסטומערס א "וואלוטע" (קאָרענסי) קנעפּל, מיט וואס איינקויפער פון ענגלאנד, קאנאדע, און ארץ ישראל וועלן אויסוועלן זייער לאקאלע וואלוטע, און אזוי ארום וויסן וויפיל זיי צאלן פאר יעדע זאך אין זייערע געלטער. 🛒 לאָגין דערנעבן איז ארויפגעקומען די איבערגעמאכטע "לאגין" קנעפל, ווי מען וועט קענען זען אלע פריערדיגע ארדערס, און אפדעיטן אדרעסן. 🛒 קאַרט דערנעבן איז דא דער נייער פארבעסערטער "וועגעלע" (קאַרט) קנעפל, ווי אלעס אינעם וועגעלע גייט אריין הערליך, קלאר און מסודר, ווי מ'קען צולייגן, אראפנעמען און אפילו אויסוועלן די שיפּינג אפּציעס. אזוי אויך ווייזט עס אויפן פלאץ וויפיל נאך מען קען קויפן אנצוקומען צו 35 דאלער און באקומען "אומזיסטע דעליווערי". 🛒 אייטעם וויו דער גאצער "אריינלייגן אין וואגן" (עד טו קאַרט) קנעפל גוט און פראקטיש איבערגעמאכט געווארן, ווי מ'קען ביי יעדע אייטעם מיט א דרוק זען א "שנעלע בליק" (קוויק וויו) אויפן אייטעם, און מיט א קליק אויפן "עד טו קארט" ליגט עס שוין אינעם וואגן. 🛒 פילטערס צוליב די פילע נייע אייטעמס אינעם סטאר וואס איז נאר געווארן מער און מער האבן די פילע קאסטומערס געבעטן אז מען דארף וויכטיג האבן "פילטערס". אזוי האט מען טאקע געטון, ביי יעדע "אייל" (פעידזש) אין געשעפט אויף די לינקע זייט, געפינט זיך א גאנצע ליסטע פון גרייטע "פילטערס" פון וואס מען קען אויסוועלן, און אלעס איז געוואנדן אין די אייטעמס פון יענעם אפטיילונג. צום ביישפיל אז מען געפינט זיך אינעם געגענט פון קונטרסים&gt;אידיש וועט מען זען פילטערס ווי אומאן, אמונה, בטחון, בחורים, חיזוק, חינוך, חנוכה, פורים, פסח, ראש השנה, שמחת תורה, נוסח התפלה, פרנסה, רפואה, שבת, שובבי"ם, שידוכים, שלום בית, שיעורים כסדרן, תשובה, און נאך, און מיט א קליק אויפן מייזל קומט ארויף דער אויסוואל פון דעם ספעציפישן נושא. 🛒 טשעט עקסטער איז צוגעלייגט געווארן א "שמועס" (טשעט) קנעפל, ווי מען קען אנפרעגן דעם שטאב סיי וואספארא שאלה און בעטן אויב מען דארף סיי וועלכע הילף אינעם געשעפט. * דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל קענען ווייטער אויספירן דעם תפקיד וואס דער וועבסייט האט גענומען אויף זיך, צו פארשפרייטן און ערמעגליכן אלע אידן פון די גאנצע וועלט וואס געפינען זיך אָנליין, זאלן האבן פון וואו צו שעפן ריינע וואסער פונעם שפרודלדיגן קוואל פון הייליגן רבין, און קענען טרעפן דעם וועג צום אייבערשטן און באקומען עצות און חיזוק אויף די וועג וואס די צדיקי אמת האבן אונז איבערגעגעבן. כמים קרים על נפש עייפה 🛒 קומט אריין אינעם נייעם געשעפט, און באקענט זיך מיט אלע נייע איינריכטונגען 🛒 צענדליגע נייע אייטעמס אין די לעצטע עטליכע וואכן 🛒 שובבי"ם קאלעקשאן

    < זעה מער טז טבת תשפ"ב 📝
  • מען הויבט אן זיך גרייטן צום רבינ'ס ראש השנה

    מיר האלטן טאקע קוים נאך חנוכה, אבער ביי ברסלב'ע חסידים לעבט מען א גאנץ יאר מיט'ן הייליגן רבי'ן, און מ'געדענקט וואס דער רבי האט געוואלט אז יעדער זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער האט געזאגט אויף דעם גאר גרויסע זאכן, "די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אויף מיין ראש השנה", "אפילו די וועמען איך קען נישט העלפן א גאנץ יאר, קען איך אבער יא העלפן אום ראש השנה", "יעדער דארף קומען צו מיר אויף ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן!", און אזוי ווייטער האט דער הייליגער רבי געגעבן גאר שטארקע הבטחות פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט אויסבעטן פאר זיי א זיס ליכטיג יאר. טאקע דערפאר ווייל דעם רבינ'ס ראש השנה איז אזוי גרויס, איז דא זה לעומת זה גאר שטארקע מניעות און שוועריקייטן, יעדער אויף זיין אייגנארטיגן אופן, אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, ובפרט אין די לעצטע צוויי יאר וואס צוליב דער מצב העולם איז געווען גאר שווער צו קומען און גיין סיי וואו פון איין לאנד צום צווייטן איבער די וועלט. ברסלב'ע חסידים האבן אבער אלץ געוואוסט אז די איינציגסטע וועג אנצוקומען צום הייליגן רבי'ן איז נאר מיט אסאך תפלה, בעטן און בעטן און נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטן אז מ'זאל זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה. עס איז אבער א שאד צו ווארטן אויף די לעצטע מינוט, שוין פון אנהויב יאר קען מען אנהויבן אוועקלייגן תפלות אז מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אזוי ווי דער רבי אליין האט זיך אויסגעדרוקט, "גלייך נאך ראש השנה בייג איך שוין צו די אויער און איך הער שוין דעם שמש קלאפן אויפ'ן פענסטער צו וועקן צו סליחות", יעדן טאג בעט מען דעם אייבערשטן מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, אזוי אז ווען עס קומט נענטער צו ראש השנה גייט שוין אלעס ווי געשמירט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף. אויך בגשמיות קען מען זיך שוין אנהויבן גרייטן אויף ראש השנה, פילע אנשי שלומינו לייגן אוועק יעדע וואך במשך די יאר א סומע געלט, אז אנקומענדיג נענטער צו ראש השנה זאל מען שוין האבן גרייט די שפעזן אויף די הייליגע נסיעה. די בארימטע טרעוול פירמע "פלען איט רייט" האט יעצט אנגעהויבן א נייע סערוויס וואס זיי שטעלן צו פאר'ן ברייטן ציבור, אז מ'קען שוין פון יעצט אנהויבן אריינלייגן ביי זיי צוביסלעך עפעס געלט אויפאמאל, און זיי וועלן דאס האלטן ביז בעפאר ראש השנה, ווען מ'וועט זיך קענען אויסקלויבן צו פארן מיט סיי וועלכע פליגער וואס ס'וועט זיין עוועליבל צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה. די נייעס איז שיין באגריסט געווארן דורך פילע אנשי שלומינו וואס האבן שוין לאנג ארויסגעקוקט אויף אזא סארט סערוויס, און דאס וועט זיי פיל פארגרינגערן נישט צו דארפן שאפן די גאנצע סומע גלייך פאר יום טוב. מ'קען אריינרופן צו "פלען איט רייט" אויפ'ן נומער 845-678-3555, און דרוקן עקסטענשאן 109, וואס איז ספעציעל צוגעשטעלט געווארן פאר דעם נייעם סערוויס. פרוטה ופרוטה מצטרפת &nbsp;

    < זעה מער טו טבת תשפ"ב 📝
  • הערליכע באזוך פון ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל

    שוין א לענגערע צייט וואס אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש, ווארטן און בענקען אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זיי קומען באזוכן און מחזק זיין. כאטש וואס מ'וואוינט ווייט, האלט מען מיט אלע שיעורים פון ישיבה, מען לערנט די ספרים, מען לערנט די בריוו, מ'לעבט מיט די געוואלדיגע עצות און לימודים, און מ'שטארקט זיך מיט די חיזוק און התעוררות, פון דעסטוועגן האבן זיי געהאפט און געגארט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל פערזענליך אמאל אריבערקומען און זיי מחזק זיין. צוליב דעם מצב העולם איז זייער שווער געווען דאס אויסצופירן למעשה, אבער מיט פילע תפילות און השתוקקות האט דער אייבערשטער געהאלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א האט באקומען רשות צו פארן קיין ארץ ישראל, און ער האט זיך ארויסגעלאזט דעם פארגאנגענעם מיטוואך אויף די נסיעה, מיט איין באגלייטער וואס איז מיט אים מיטגעגאנגען. אויפ'ן וועג האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן פילע בריוו פאר אידן וואס ווארטן אויף עצה ותושיה אין אלע ענינים. דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן אין ארץ ישראל פון דאנערשטאג ויגש ביז זונטאג ויחי, און די גאנצע צייט איז געווען איין לאנגע קייט פון ארומפארן און מחזק זיין פילע חבורות און בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל. אנגעהויבן אין בני ברק, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט אפגעשטאט א באזוך אינעם נייעם בית המדרש היכל הקודש אין שטאט, נאכדעם וואס מ'קומט זיך שוין צוזאם פאר א לענגערע צייט מיט חבורות זיך מחזק צו זיין אינאיינעם. דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן א שיעור און שטארק מחזק געווען די בני ברק'ער אידן. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין בית שמש וואו ער האט געגעבן דעם וועכנטליכן ליל שישי שיעור, פילע אידן זענען זיך צוזאמגעקומען פון נאנט און ווייט, און זיך מחי' געווען מיט די ווערטער פון הייליגן רבי'ן. דאן איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבערגעגאנגען צו א שמחת שבע ברכות פון החתן חיים הי"ו בן מו"ה נפתלי יאקאבאוויטש שליט"א, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט אויך גערעדט אפאר ווערטער. פון דארט איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין ירושלים עיה"ק, וואו ער האט געוויילט אויף שבת קודש. אנשי שלומינו פון ירושלים עיה"ק, אין צוגאב צו די נאך פילע אנשי שלומינו פון איבער גאנץ ארץ ישראל וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם שיינעם שבת, געבן איבער אז אזא שיינער שבת האבן זיי נאך קיינמאל נישט געהאט, די תפילות, די שיעורים, די באטעס, און אזוי ווייטער דער גאנצער שבת, וואס איז אפגעראכטן געווארן אין בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים, איז געווען ממש מעין עולם הבא; דאס האט זיי אריינגעגעבן פרישע כוחות וואס וועט זיי טראגן און האלטן פאר גאר א לאנגע צייט. מוצאי שב"ק זענען געקומען צו פארן נאך פילע אנשי שלומינו וועלכע האבן נישט געקענט קומען אויף שבת, דעריבער האט מען געדארפט ארויסנעמען א גרעסערע זאל וואס זאל קענען ארייננעמען די פילע הונדערטער אידן. א שיינע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן לכבוד מלוה מלכה, מען האט געזינגען די זמירות און נאך ווארעמע ניגונים, און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט גערעדט פאר א לענגערע צייט און מחזק געווען דעם עולם מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. זונטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט די גמרא שיעור אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים, און מסיים געווען מסכת תענית וואס מ'לערנט יעצט אין די ראמען פונעם דף הקהלה. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א אריינגעשריבן אן אות אין עטליכע פרישע ספרי תורה וואס אנשי שלומינו הויבן יעצט אן צו שרייבן. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין מירון, צום ציון פון הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, אינאיינעם מיט א גרויסע קבוצה פון אנשי שלומינו. מען האט זיך אויסגעבעטן ביים ציון הקדוש אלע גוטע ישועות, און דערנאך איז מען ארויף אויפ'ן דאך פון די מערה וואו מען האט געזינגען אינאיינעם ווארעמע ניגונים און דערנאך זיך ארויסלאזט אין פרייליכע טענץ. פון דארט איז מען געפארן צום ציון הקדוש פון רבי מאיר בעל הנס אין טבריה, וואו מען האט געדאווענט מנחה און דערנאך מתפלל געווען און זיך אויסגעבעטן ביים אייבערשטן אלעס גוטס. דאן איז מען געפארן קיין יבנאל, צום ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע. מען האט געזאגט תהלים מיט גרויס התעוררות, דער ראש ישיבה שליט"א האט מחזק געווען די בחורים אויסצוזאגן דארט גאנץ תהלים בלי הפסק, אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז יעדער בחור און מיידל וואס וועט אויסזאגן תהלים ביי זיין קבר, וועט ער זיך משתדל זיין זיי זאלן טרעפן זייער שידוך בקרוב ובניקל. פון דארט איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן צום לופט פעלד אויפ'ן וועג אהיים קיין ניו יארק. אנשי שלומינו פון ארץ ישראל האבן זיך גאר שטארק מחי' געווען מיט דעם באזוך, און דאס וועט זיי בלייבן אין די ביינער פאר א לאנגע צייט. אלע דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל, קען מען זען אדער דאולאודן דא אויפן וועבסייט, אזוי אויך קען מען עס הערן אויפן "קול ברסלב" האטליין. מער דעטאלן איבער די געהויבענע וועט בעז"ה נאכפאלגן. חזק חזק ונתחזק! 🎞️ פילע קליפס פונעם באזוך פון ראש ישיבה אין ארץ ישראל ▶️ דער שיעור פון ראש ישיבה אין בני ברק

    < זעה מער יג טבת תשפ"ב 📝
  • סעודת הילולא פון רבי נתן זי"ע

    א גרויסער ציבור אנשי שלומינו זענען זיך צוזאם געקומען דעם מאנטאג נאכט אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג צום יארצייט פון הייליגן רבי נתן, דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבי'ן. דער עולם האט זיך געוואשן צו די סעודה, וואס איז אויך געווען לכבוד די סיום מסכת תענית. דער חשובער מגיד שיעור הרה"ג מו"ה אלחנן רוטה שליט"א האט געזאגט דעם הדרן, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דברות קודש, שטארקע דברי התחזקות פון הייליגן רבי'ן און פון רבי נתן זי"ע. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז ס'האט זיך זייער שיין אויסגעשטעלט דאס יאר אז די יארצייט סעודה איז אינאיינעם מיט א סיום מסכתא, ווייל דאס איז איינע פון די גרעסטע עצות פון הייליגן רבי'ן, דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערנט אז נישט קיין חילוק ווי ווייט א מענטש איז געפאלן, זאל ער זיך אנכאפן אין די הייליגע תורה, לערנען יעדן טאג תורה, און דאס וועט אים זיכער ארויסשלעפן פון אלעם שלעכטס, און וועט אים פירן אויפ'ן ריכטיגן וועג, דאס וועט אים ברענגען די גרעסטע הצלחה ברוחניות ובגשמיות. אין די זעלבע צייט געבט אונז דער הייליגער רבי אויך דער וועג וויאזוי מיר זאלן קענען זוכה זיין לכתרה של תורה. דער רבי האט אונז געגעבן דער מתנה דער זיסער סדר דרך הלימוד, זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. מיר דארפן לערנען די ספרים פון הייליגן רבי'ן און פון רבי נתן, ובפרט היינטיגע צייטן ווען מיר האבן די ספרים פון מוהרא"ש זי"ע, וואס האט אראפגעשריבן זייערע עצות אויף אזא גרינגע וועג אז יעדער זאל עס קענען פארשטיין און מקיים זיין, דארפן מיר עס לערנען און חזר'ן און טון, וועלן מיר מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. ווי אויך דארפן מיר נאכמאכן רבי נתן וואס איז אים געגאנגען אין לעבן צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר נאך אידן, מיר דארפן מאכן הפצה און זיכער מאכן אז יעדער איד אויף דער וועלט ווייסט אז ס'איז דא א רבי וואס קען אים העלפן, א רבי וואס האט אויך פאר אים א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, און מצליח זיין אין לעבן ברוחניות ובגשמיות. דער ראש ישיבה שליט"א האט דערציילט פון די לעצטע טעג פון הייליגן רבי נתן פאר זיין הסתלקות, וואס פון דעם קען מען ארויסנעמען אסאך חיזוק און התעוררות צו וואס א איד דארף שטרעבן. נאך ברכת המזון איז מען זיך צוגאנגען מיט פרישע כוחות זיך צו שטארקן אין עבודת ה' מיט די עצות וואס רבי נתן האט אונז איבערגעגעבן פון הייליגן רבי'ן, און מיט א קבלה טובה עוסק צו זיין מער אין הפצה, יעדער איינער אויף זיין וועג. ווי יעדעס יאר, איז אויך היי יאר אויך פארגעקומען דער גרויסער אפיעל פארן "קרן הדפסה" ביים טאג פון יארצייט פון הייליגן רבי נתן, וואס האט גענומען אויף זיך דער ציל צו דרוקן און צושטעלן די ספרים, קונרסים, סידיס, קארטלעך פאר די מפיצים, און מקיים זיין די צוואה פון הייליגן רבי נתן "דער עיקר וואס איר זאלט עוסק זיין איז צו דורקן די ספרים, עס זאל זיין יפוצו מעיינותיך חוצה". דער ציבור האט זיך טאקע אנגערופן מיט שיינע סכומים און מיט דעם גענומען א חלק אין די הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן דעם רבי'נס אור פאר נאך אידן. אין די זעלבע צייט איז מען זיך אויך צוזאם געקומען אין די שולן פון היכל הקודש אין אלע אנדערע שטעט און לענדער ווי אנשי שלומינו וואוינען, ווי מען האט זיך געוואשן צו א סעודה און זיך מחזק געווען מיט די הייליגע ווערטער פון רבין, פון רבי נתן, און זייערע תלמידים. אזוי אויך האט מען געמאכט אפיעלס און געגעבן פארן ציבור די געוואלדיגע געלעגענהייט צו מחזק זיין די וואס דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים. ▶️ סעודת הילולא פון רבי נתן אין וויליאמסבורג 📸 סעודת הילולא פון רבין נתן אין בלומינג גראוו 🎞️ סעודת הילולא פון רבי נתן אין קרית ברסלב תורתו מגן לנו! &nbsp;

    < זעה מער יא טבת תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו שטיצן הדפסה והפצה אינעם יארצייט פון הייליגן רבי נתן

    גאר פרייליכע נייעס הערט מען פון קרן הדפסה היכל הקודש אז מען האט שוין געשאפן קרוב צו דריי הונדערט טויזענט דאלער פאר'ן נייעם בנין וואס מען איז יעצט אין קאנטראקט אין קרית ברסלב ליבערטי. מען דארף שאפן בערך נאך דריי הונדערט און צוואנציג טויזענט דאלער, צו קענען ענדיגן דעם מקח ווי אמשנעלסטן. היינט אין טאג פונעם יארצייט פון הייליגן רבי נתן זכותו יגן עלינו, רופט זיך אנשי שלומינו אן ווארים, און נעמען א חלק אינעם איינמאליגן זכות, וואס דאס מאכט זיך נישט יעדן טאג. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו פלעגט שטענדיג ביים יארצייט פון רבי נתן מעורר זיין אנשי שלומינו מען זאל אנטייל נעמען אין דעם גרויסן זכות פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים און זיינע תלמידים אויף די גאנצע וועלט. אנשי שלומינו טוען טאקע דאס, און זענען זיך משתתף און קויפן זיך זכותים אדירים אינעם נייעם הערליכן בנין וואס ווערט יעצט אפגעקויפט. צו קויפן א זכות קען מען רופן אין קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט 103 אדער אויף וואַצעפּ 1-518-966-2370 אדער אויף אימעיל newbuilding@kerenhadfusa.org. אזוי אויך קען מען קויפן זכותים אינעם בנין אויפן אנליין פּלאַטפאָרמע דורך דרוקן דעם לינק דא אייער עובדא זאל זיין יפוצו מעיינותיך חוצה. &nbsp;

    < זעה מער י טבת תשפ"ב 📝
  • דורכברוך: באשטעלט דעם גליון היכל הקודש פאר אייער לאקאלער שול

    &nbsp; מיט צען יאר צוריק ווען דער מנהל פונעם ברסלב'ער תלמוד תורה, הרב מרדכי אינדיג הי"ו, האט אפגעטייפט אפאר שיינע שטיקלעך פון רבינ'ס ווערטער אויף א גליון, האט ער נישט גע'חלומ'ט ווי ווייט דאס וועט דערגרייכן. עס האט נישט גענומען קיין סאך צייט, ביז די גריסן האבן אנגעהויבן צוריק צו קומען, מענטשן - ברסלב'ע חסידים און אלגעמיינע חסידישע אידן פון אלע קרייזן און שטעט - האבן זיך זייער צוגעכאפט דערצו ווי א דורשטריגער צו קאלטע וואסער, מענטשן גלייכן זייער די פשוטע שפראך פונעם גליון, מען ליינט מיט אינטערעסע די געשמאקע עצות און חיזוק, און מען גרייט זיך צום שבת טיש מיט די שיינע תורות אויף די פרשה מיט א למעשה'דיגער מוסר השכל. דער געדאנק אז שולן לייגן ארויס גליונות פון פילע קהילות איז שוין דאן געווען א שטארק אנגענומענע זאך, און עס האבן תיכף אנגעהויבן אריינצוקומען בקשות פון פארשידענע קהלות קדושות אז מען זאל עס ברענגען אויך ביי זיי אין בית המדרש. אזוי האט זיך אנגעהויבן די הפצה פון די גליונות. א הפצה וואס האט נישט זיינ'ס גלייכן, א הפצה וואס האלט שוין אן פאר איבער צען יאר אָן אפשטעל. יעדע וואך, יעדע יום טוב, ערשיינט דער גליון אנגעפילט מיט א רייכער תוכן און שיינע שפראך, און איז מחיה און מחזק צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט בלי שום גוזמא. היינט צו טאגס ווערט דער גליון געדריקט אין טויזנטער קאפיעס, און אזוי אויך ווערט עס צושיקט פאר צענדליגע טויזנטער אימעיל אדרעסן איבער די גאנצע וועלט, אזוי אויך ווערט עס איבערגעטייטש און געדרוקט יעדע וואך אין דריי שפראכן, אין אידיש, לשון הקודש און ענגליש, און אידן איבער די וועלט מאכן גוזמאות פון קאפיעס וואס ווערט דערנאך אראפ געלייגט אין לאקאלע שולן, יעדער אין זיין שטאט און געגנט. די מפיצים זענען זיך מחיה מיט די גליונות, זאגנדיג אז דאס איז פון די גרינגסטע זאכן מפיץ צו זיין, ווייל ווי שוין דערמאנט, זענען גליונות אין שולן א זייער אנגענומענע זאך, און רוב שולן האבן גליונות פון פילע קהילות קדושות בישראל, און די מפיצים זאגן אז אויב זיי פארפאסן נאר איין וואך פון לייגן די גליונות אין זייערע קביעות'דיגע שולן באקומען זיי תיכף נאך שבת א רוף פון די גבאים "וואו ביסטו געווען? מען האלט אין איין זוכן דעם ברסלבער גליון!".היינט צו טאגס באשטייט דער גליון פון די פאלגענדע שיינע קאלומס: "א ווארט אויף די פרשה", ווי עס ווערט געברענגט קורצע שיינע געדאנקען, וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די פרשה, חיזוק אויפן טאג טעגליכן לעבן. "מוהרא"ש דערציילט" ווי מען ליינט גאר אינטערעסאנטע שמועסן פון מוהרא"ש זי"ע, יעדע וואך אויף אן אנדערע ענין באגלייט מיט גאר אינטערעסאנע עובדות און סיפורים. ביים ווינקל ערשיינט א קורצע קעסטל "א גוט ווארט" דארט ווערט געברענגט א קורצע און אינספרירינדע ווערטער וואס ערוועקט דעם אידישן נשמה - ארויסגענומען פון "עצתו אמונה". אויפן צווייטן זייט וועט געווענליך זיין א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף אן אקטועלן ענין, און אויפן דריטן זייט אן אינטערעסאנטע שאלה אויף למעשה געוואנדן צום ראש ישיבה שליט"א, מיט א וואונדערליכע תשובה פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס העלפט דעם שואל אין זיין פראבלעם און ווייזט אים דער וועג וויאזוי ארויסצוגיין פון זיין פראבלעם און וואס צו טון על פי תורה. דערנאך קומט דער קאלום "די לעבנס געשיכטע פון הייליגן רבי'ן" וואס לויפט שוין איבער הונדערט וואכן, ווי עס ווערט דערציילט אין קורצן דאס לעבן פון הייליגן רבי'ן און אלץ וואס איז אויף אים אדורך, ארויסגענומען פון ספר "פעולת הצדיק". דערנאך אויפ'ן לעצטן זייט ערשיינט דער רובריק "נייעס אינערהאלב מוסדותינו הקדושים" וואו עס ווערט באריכטעט אין קורצן די לעצטע נייעסן און אפדעיטס מהנעשה והנשמע אין די הייליגע מוסדות. מען קען זיך איינצושרייבן צו באקומען דעם גליון (אזוי אויך די אנדערע גליונות, "עצתו אמונה", "קרית ברסלב בלעטל", "בית נצחי", "גליון סיפורי מעשיות") יעדע וואך אויף די פאסט קען מען דעם קרן הדפסה אויף 718-387-2961 עקסטענשאן 3 אדער קען מען שיקן אן אימעיל צו subscribe@kerenhadfusa.org. אין א פרייליכע אנטוויקלונג, איז יעצט צוגעלייגט געווארן די אפציע אז גבאים און מפיצים וואס ווילן באקומען א גרעסערן קוואנטום פונעם בארימטן גליון היכל הקודש צוגעשיקט יעדע וואך צום טיר פאר א גאר א מינימאלער אפצאל, קענען יעצט רופן דעם קרן הדפסה אויף 718-387-2961 עקסטענשאן 102, ווי מען וועט זיך קענען איינשרייבן. פאר בלויז $2.99 א וואך וועט מען באקומען 5 גליונות צום טיר, און 10 גליונות פאר בלויז $3.99, 50 גליונות פאר בלויז $11.99, און 100 גליונות פאר בלויז $21.99. רופט אריין 718-387-2961 עקסטענשאן 102 און שמועס איבער אייער ספעציפישער געברויך, און מען וועט אייך בעז"ה צופרידן שטעלן על צד היותר טוב בעזרת השם יתברך 📜 דאס גרויסקייט פון איבערטייטשן דעם גליון אויף ענגליש 📜 דער גליון פון שטעטל לעבט אויף דעם שבת טיש 📰 סובסקריבשאן ספעשל: באקומט 4 וואכן דעם גליון בחנם 📰 "קרית ברסלב בלעטל" גרעסער און שענער

    < זעה מער ט טבת תשפ"ב 📝
  • סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן, מארגן מאנטאג אווענט אין וויליאמסבורג

    קומענדיגן דינסטאג עשרה בטבת, ווערט אפגעצייכעט דער 178'סטער יארצייט פונעם גרויסן תלמיד פון הייליגן רבי'ן - דער הייליגער רבי נתן זי"ע. דער הייליגער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויפן הייליגן רבי נתן: "מען דארף דאנקען רבי נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר א בלעטל שמות" (חיי מוהר"ן, סימן ש"ע). אזוי אויך האט דער רבי געזאגט ביי א געלעגענהייט, "קיינער פארשטייט מיר נישט נאר נתן, און נפתלי א ביסל". דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו איבער די גרויסקייט פון רבי נתן זי"ע: "רבי נתן איז געווען א תלמוד חכם מופלג, ער איז געווען א שטארקע מתמיד און בקי בש"ס ופוסקים, רבי נתן האט געקענט אויסעווייניג גאנץ ש"ס מיט אלע תוספות. ביי זיין בר מצוה איז ער א חתן געווארן מיט א טאכטער פון הגאון הצדיק הרב ר' דוד צבי אויערבאך זכרונו לברכה וואס איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט - שאריגראד, קרעמניץ, מאהליב; זיין שווער האט געזאגט: "מען האט מיר אנגעטראגן אסאך תלמידי חכמים פאר מיין טאכטער, אבער אזא גלאטע האלז ווי נתנ'לע האב איך נאך נישט געזען". "בעפאר רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געווען ביי גרויסע צדיקים; ער איז געווען ביים הייליגן רבי ברוך'ל ממעזיבוזש זכותו יגן עלינו, אויך איז ער געפארן צום הייליגן רבי ר' זושא מהאניפאלי זי"ע. ער איז געפארן צום צדיק הרה"ק ר' מרדכי מקרעמניץ זי"ע, צו הרה"ק ר' שלום מפראהביטש און צו הרה"ק ר' אברהם דוב מחמעלניק זי"ע; אלע צדיקים האבן אים זייער מקרב געווען, און זיך מיט אים משעשע געווען. "צום סוף איז ער מקורב געווארן צום גרויסן צדיק הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, אבער ער האט זיך נישט געקענט דורך קומען מיט די בארדיטשובע חסידים. דער הייליגער קדושת לוי פלעגט אים זייער ליב האבן מיט א באזונדערע ליבשאפט, ער פלעגט אים רופן בלשון חיבה "מיין נתנ'לע", אבער וויבאלד רבי נתן איז געווען א גרויסער מתמיד און א גרויסער למדן, האט ער נישט געקענט דערליידן די פארברענגען וכו' מיט די סעודות וכו', ער האט דאס אנגעקוקט ווי מען פארברענגט סתם די צייט. ער פלעגט ארום גיין מיט ספיקות און בלבולים וואס צו טון, 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד?' 'ווי אזוי איז מען זוכה צו דינען דעם אייבערשטן?' ער האט נישט געקענט טרעפן א תירוץ אויף דעם. "ביז איין מאל איז ער געזיצן מיט די תלמידים פון הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע ביי סעודת מלוה דמלכה, מען האט געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל, און ר' נתנ'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל אז ער דארף גיין איינקויפן בייגל, איז ער געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט געטראכט צו זיך: 'אויף דעם בין איך באשאפן געווארן, צו גיין קויפן בייגל?' ער איז געווארן זייער צעבראכן פון דעם, ער איז אריין געקראכן אין א פארמאכטע שול דורכן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און ער איז איינגעשלאפן. "ער חלומ'ט זיך ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלינג זעט ער א מענטש זאגט אים די ווערטער: "דראפע דיר און האלט זיך, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות". "שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער גלייך געכאפט אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים "דראפע דיר און האלט זיך", איז נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי. (זעט דעם גאנצן בריוו פון ראש ישיבה "ווער איז געווען רבי נתן זצ"ל"?) אי"ה קומענדיגן מארגן מאנטאג נאכט ויחי, אור ליום עשרה בטבת, וועט מען פראווען דעם יארצייט סעודה אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסוברג, אויף 27 סקילמאן סט.&nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א, וועלכער וועט שוין זיין צוריק בעז"ה פונעם געהויבענעם נסיעה קיין ארץ ישראל וועט זיך בעז"ה משתתף זיין און זאגן א שיינע שמועס ביים יארצייט סעודה, ווי מען וועט זיך מחזק זיין צו גיין ווייטער אין די הייליגע וועגן וואס ער האט אונז אויסגעלערענט, נוצן די עצות און הדרכה, און עס ווייטער פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט. אזוי אויך וועט מען אויסנוצן דעם געלעגענהייט צו שטיצן און מחזק זיין דעם קרן הדפסה וועלכע דרוקט און פארשפרייט די ספרים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, וואס דאס איז געווען דער שאיפה דעם גאנצן לעבן פון רבי נתן זי"ע, צו דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע עצות פאר די גאנצע וועלט. כל הקהל מזומנים 🎞️ דברות קודש פון מוהרא"ש זי"ע ביים יארצייט פון רבי נתן תשע"ג 📚 קונטרס "דער הייליגער רבי נתן" $1.99 📖 כל כתבי רבינו - כתבי רבי נתן $24.99

    < זעה מער ח טבת תשפ"ב 📝
  • ברעיקינג ניוס: דער ראש ישיבה שליט"א אויף א בליץ באזוך אין ארץ ישראל

    אין גאר פרייליכע בשורה פאר אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, קומט יעצט אריין די גאר פרייליכע נייעס אז דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אריבערגעכאפט קיין ארץ ישראל ווי ער וועט זיך אויפהאלטן פאר עטליכע טעג. דער ראש ישיבה שליט"א איז ארויסגעפארן פון ניו יארק נעכטן נאכט, און וועט גיין צום ציון פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל, און אזוי אויך וועט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכן אנשי שלומינו אין עטליכע שטעט איבער ארץ ישראל און איבערגעבן שיעורי התחזקות פאר אנשי שלומינו. היינט דאנערשטאג ויגש פלאנט דער ראש ישיבה שליט"א אפצושטאטן באזוכן אין אפאר געגענטער ווי עס געפונען זיך פרישע חבורות פון תלמידי היכל הקודש, ווי דער ראש ישיבה וועט זיי מחזק זיין און געבן פאר זיי א שיעור. היינט ביינאכט וועט פארקומען דער וועכנטליכער ליל שישי שיעור אין שטאט בית שמש, מען וועט זיך צאמקומען און הערן דעם שיעור התחזקות אין שטוב פון איינע פון די חשובע אנשי שלומינו אין שטאט. פרטים וועט נאכפאלגן אם ירצה השם. 📸 דער ראש ישיבה אין שטוב פון מו"ה נתן לעוו הי"ו מנהל בית הדפוס בני ברק, דאנערשטאג ויגש תשפ"ב 🎞️ דער ראש ישיבה אין שטוב פון מו"ה נתן לעוו הי"ו מנהל בית הדפוס בני ברק, דאנערשטאג ויגש תשפ"ב 🎞️ מיטוואך נאכט ויגש תשפ"ב, דער ראש ישיבה אויפן פליגער אויפן וועג קיין ארץ ישראל

    < זעה מער ה טבת תשפ"ב 📝
  • ארבעט צו פארענדיגן געביידע פון אנשי שלומינו אין אומאן זעצט פאר

    ווי שוין גוט באקאנט פאר אנשי שלומינו, ווערט אין די לעצטע יארן שוין באנוצט דער שיינער נייער זעקס שטאקיגער בנין, וואס דינט ווי א לייכט טורעם פאר טויזנטער אידן אין אומאן, וואס מאכן זיכער צו קומען צו אלע תפלות ווייל זיי ווילן געניסן פון די ווארימע דאווענען און דרשות פונעם ראש ישיבה, וואס איז א מאגנעט וואס ציעט צו הונדערטער אידן וואס זוכן צו וואקסן און שטייגן אין עבודת ה' און זוכן צו הערן ווערטער פון אמת'ע צדיקים וואס מפיהם אנו חיים. דאס איז אויסער די עטליכע הונדערט אנשי שלומינו, וואס שטייען איין אין דעם בנין, און געניסן דארט פון אלע סערוויסעס, ווי צימער מיט בעטן, א ווארימע מקוה מיט שויערס, א קאך וואס שטעלט צו אלע סעודות שבת, יום טוב וימי החול. טראצדעם וואס מען נוצן שוין דעם בנין שוין עטליכע יאר, איז עס נאך קיימאל אינגאצן פערטיג געווארן, נאר איז געווארן מיט יעדעס יאר אביסל מער צוגעענדיגט. און יעצט בסייעתא דשמיא, גרייט מען זיך דורכצופירן די ארבעט פון פארעדיגן און פארפולקמען דעם בנין מבית ומבחוץ, כדי עס זאל זיך קענען האלטן שטארק און שיין, פאר לאנגע יארן מיטן אייבערשטנ'ס הילף. אינעם בילד קען מען זען איינע פון די דיזיינס וואס איז אהערגעשטעלט געווארן פאר די דרויסענדע חלק פונעם בנין, וויאזוי מען האפט עס צו מאכן און פארעדניגן בעזרת השם יבתרך. זאל דער אייבישטער אונז געבן די זכיה אז מיר זאלן ווייטער קענען געניסן פון די עצות און ליכטיגע וועטער וואס מיר באקומען פונעם ראש ישיבה וואס געט אונז איבער די ווערטער וואס ער האט מקבל געווען פון מוהרא"ש וואס האט אונז געלערענט די וועגן פון הייליגן רבין. אזוי אויך זאל אונז דער אייבישטער געבן די זכיה מיר זאלן נאך לאנגע יארן זוכה זיין צו קענען קומען קיין אומאן אויף יעדעס יאר ראש השנה געזונטערהייט, און מקיים זיין די בקשה וואס הייליגער רבי האט געבעטן און מבטיח געווען צו געבן א תיקון פאר דער וואס קומט צו אים אויף ראש השנה, אפילו וועם ער קען נישט מתקן זיין א גאנץ יאר. אומאן ראש השנה!

    < זעה מער ד טבת תשפ"ב 📝
  • שבת קודש פרשת ויקרא הבעל"ט - ענדגילטיג באשטימט אלץ שבת התוועדות בעזהשי"ת

    מיט גרויס צופרידנהייט נעמען אויף אנשי שלומינו, אז דער דאטום פארן גרויסן "שבת הוועדות" "שבת סיום סדר מועד" וועט בעזרת השם פארקומען ברוב פאר והדר קומענדיגן חודש אדר ב' שבת קודש פרשת ויקרא הבעל"ט אינעם הערליכן געשמאקן האטעל "קראון פלאזא" אינעם שטעטל סטעמפארד, קאנעטיקוט. ווי שוין באריכטעט, ווערט צוגעגרייט א הערליכע געשמאקע שבת קודש פראגראם פונעם אנקומען ערב שבת קודש, ביז מוצש"ק ביים אהיים פארן, געשמאקע סעודות כיד המלך, הערליכע דרשות, שיינע ריינע צימערן, באטעס, און מעמדים וואס וועלן אריינגיין אין די ביינער פון אלע אנשי שלומינו מענער פרויען און קינדער, און וועט מקרב זיין די הערצער צום אייבערשטן מיט אהבת תורה און יראת שמים, וואס וועט געדענקט ווערן דורך די באטייליגטע אויף לאנגע חדשים שפעטער. פילע האבן זיך שוין איינגעשריבן און זיך פארזיכערט בס"ד א צימער פאר זיך און די משפחה. די אלע וואס האבן נאך נישט אנגעיאגט, קענען נאך אריינכאפן און רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו 917-232-9070. האלט אייך געשפאנט פאר ווייטערדיגע מעלדונגען!

    < זעה מער ג טבת תשפ"ב 📝
  • א נייער פאליציי קאמאנדיר באשטימט אין די אומאן געגענט

    אין די לעצטע טעג איז מר. אלעקסאנדער גאנדיוו געשטעלט געווארן צו דינען אלץ נייער פאליציי קאמאנדיר אינעם פאליציי אפטיילונג וואס דעקט די גאנצע געגענט פון שטאט אומאן און ארום. דער פרישער באשטעטיגונג קומט נאדעם&nbsp; וואס דער פאליציי אמט איז דורך פארשידענע קאנטראווערסיעס, וואס האט זיך געענדיגט מיטן פלוצלימדיגן פארשיקונג פונעם פריערדיגן קאמאנדיר מר. מאטוויטשוק וואדים וואלידמיראוויטש, טראצדעם וואס די סיבה פאר זיין אפזאגונג איז ביז יעצט נאכנישט פארעפעטליכט געווארן, קומט אריין פארשידענע באריכטן אז דאס קומט צוליב זיין פארבינדונג מיט פילע קארופציע סקאנדאלן, אין וואס לכל הפחות עטליכע פעלער איז דא שטארקע באווייזן אז ער איז געווען פארמישט דערין. מיר אלע תלמידי וחסידי ברסלב זענען מתפלל בשלומה של מלכות, און האפן אז די מצב אין אומאן זאל זיך פירן על מי מניחות, און מיר זאלן קענען פארן און קומען צום ציון פון הייליגן רבין בכל עת מצוא, און זיך אויסבעטן אלעס גוטס ביים הייליגן באשעפער.

    < זעה מער ג טבת תשפ"ב 📝
  • שיינע מלוה מלכה להודות ולהלל מוצש"ק מקץ-חנוכה אין איבערגעבויעטן בנין התלמוד תורה אין קרית ברסלב ליבערטי

    דער גאנצער שטעטל קרית ברסלב ליבערטי אנשים נשים וטף און נאך פילע פון אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט זענען זיך צוזאם געקומען אינעם גרויסן זאל פונעם ניי פריש איבערגעבויעטן בנין התלמוד תורה אין קרית ברסלב ליבערטי, דעם מוצאי שבת קודש חנוכה, צו א גרויסע סעודת הודאה להודות ולהלל צום אייבערשטן, ווי מוהרא"ש שרייבט אין אשר בנחל אז מ'זאל זיך צוזאם קומען ליל ה' דחנוכה צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד און נס אז מיר קריגן נישט אויפן רבין און נאך מער אז מיר זענען זיך מחיה מיט די עצות און זיסע לעבן - צוליב דעם זענען געקומען א גרויסע צאל אנשי שלומינו און האבן אפגעגעבן א שבח והודאה צום באשעפער אויף די שכל אין לעבן און הדרכה וואס מיר באקומען פון ראש ישיבה שליט"א וואס ציעט ווייטער דעם גאלדענעם קייט די תורה וואס ער האט געלערנט פון מוהרא"ש, וואס האט אונז געלערנט דעם וועג פון הייליגן רבין. "ווי שיין איז דער אויבן אן, מיט די חשובע מלמדים ומרביצי תורה" האט דער ראש ישיבה געזאגט, "דער שענסטער אויבן אן זענען אונזערע מלמדים!". די סעודה איז פארגעקומען ווי געזאגט אינעם בנין וואס מען האט אפגעקויפט פאר די תלמוד תורה. דער בנין איז געבויעט געווארן פאר איבער הונדערט יאר צוריק מיט מסירת נפש דורך אידן וואס זענען דאן געקומען פון אייראפע, זיי האבן געבויעט א ריזיגן ביהמ"ד שטארק און שיין, אבער איין טעות האבן זיי געמאכט, זיי האבן נאכגעלאזט די חינוך הבנים והבנות, די קינדער האט מען געלאזט גיין שארן די שניי און צוזאם נעמען די בלעטער... די שיינקייט פון היכל הקודש, איז אז מ'גיבט זיך אפ מיט די קינדער. צום ביישפיל, איין אינגערמאן פארציילט, אז גייענדיג איין טאג אויפן גאס דא אין שטעטל צוזאמען מיט זיין קליין אינגעלע, זענען אים אנטקעגן געלאפן א גאנצע מחנה הינער, רופט זיך אן דער קליינער "טאטי, איך האב נישט מורא, מיין רבי האט מיר אויסגעלערענט אז 'השם לי', דער אייבערשטער איז מיט מיר, 'ולא אירא', איך האב נישט מורא פון קיינעם, קיינער קען מיר גארנישט טון!" אויף דעם איז מען געקומען דאנקען דעם באשעפער עד הנה עזרונו רחמיך. מען האט זיך געוואשן צו א שיינע סעודה, מען האט געזונגען זמירות, און געהערט עטליכע שיינע דרשות.&nbsp; הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א איז געווען דער יושב ראש, מען האט געהערט א שיינע דרשה פון הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א וואס האט גערעדט דער דבר המוסדות, און ארויסגעברענגט וואס איז אונזער ציל. אוזער ציל איז אריינצוברענגען אמונה נישט נאר אין אונז, נאר געדענקען אז עס זענען דא נאך אידן אויף דער וועלט, און יעדער קען העלפן צו פארשפרייטן אמונה פאר נאך אידן. דערנאך האט מען געהערט שיינע ווערטער פונעם אדמיניסטראטאר מו"ה רפאל פארסט הי"ו, וואס האט ארויסגעברענגט אז מיר דאנקען השי"ת אז מיר האבן געטראפן דעם פך שמן חתום בחותמו של כהן גדול, וואס מיט דעם צינדן מיר אן די 8 ליכט, די אכט מוסדות, די חדרים, מיידל סקולס, ישיבות, כוללים אין וויליאמסבורג, קרית יואל און קרית ברסלב. דערנאך האט הר"ר יואל מנחם גרשון שניטצלער שליט"א באדאנקט פאר אלע וואס האבן געהאלפן דרוקן די הייליגע בריוו "עצתו אמונה". דערנאך האט מען געהערט שיינע דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט גערעדט איבער חינוך הבנים והבנות, און אז אן דעם איז גארנישט דא, איבער די חשיבות פון די מלמדים פון היכל הקודש, וואס זענען נישט קיין פשוטע מלמדים, זייערע הענט זענען געבינדן, מוהרא"ש לאזט נישט שלאגן, שרייען, און ארויסווארפן, זיי מוזן ארבעטן זייער שווער, מיט אלע סארטן קינדער. "די מלמדים זענען די טייערסטע וואס היכל הקודש פארמאגט". ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים 📸 דער ציבור ביים מלוה מלכה

    < זעה מער א טבת תשפ"ב 📝
  • ליכטיגע חנוכה טעג אין ישיבה

    די געהויבענע טעג פונעם יום טוב חנוכה, ווערן אויסגענוצט געווארן אין ישיבה מיט א שטארקייט, די בחורים לערנען זייער פלייסיג, אויסנוצענדיג די השפעות פונעם הייליגן יום טוב אויפ'ן בעסטן פארנעם. ביי די שיעורים אין חנוכה האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך ארומגערעדט פון די חיזוק וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די נסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט די אידישע קינדער בימים ההם בזמן הזה, ווי אזוי די קליינע הייפעלע פון די הייליגע חשמונאים האבן באזיגט די גרויסע און מעכטיגע מיליטער פון די יוונים, ווי אזוי זיי האבן צוריק אויפגעבויעט דעם צעבראכענעם בית המקדש, און כאטש וואס די יוונים האבן מטמא געווען אלע אויל, האט דער אייבערשטער אבער געהאלפן אז מ'האט געטראפן א קליין קריגעלע אויל וואס איז געווען גענוג נאר פאר איין טאג, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז ס'האט געברענט פאר אכט טעג. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז כאטש וואס ס'איז דאך געווען אזויפיל צרות דעמאלטס, דער גאנצער בית המקדש איז געווען צעבראכן און טמא, וואלטן דאך די חשמונאים געקענט מאכן אויף דעם א טרויער טאג, האבן זיי זיך אבער זייער געפריידט און געמאכט א פרייליכער יום טוב מיט די קליין ביסל טהור'ע אויל וואס זיי האבן געטראפן. דאס לערנט אונז אז אפילו א מענטש שפירט ביי זיך אז ער אינגאנצן צעבראכן און טמא, זאל ער נישט אויפגעבן און אריינפאלן אין א יאוש, נאר ער זאל זיך שטארקן און אויפזוכן דאס קליין קריגעלע טהור'ע אויל וואס ער האט נאך יא, און זיך פרייען דערמיט. יעדער איד איז פול מיט מצוות ומעשים טובים, חז"ל זאגן אז אפילו פושעי ישראל זענען מלאים מצות כרמון, און זיך זייער פרייען אז ער איז זוכה צו עסן כשר'ס, ער היט שבת, ער גייט מיט ציצית, ער טוט אן תפלין, ער האט א בארד און פאות, און אזוי ווייטער האט יעדער איד גענוג און נאך גוטע זאכן מיט וואס ער קען זיך זייער פרייען. און אז ער וועט זיך פרייען מיט די ביסל גוטס וואס ער האט אין זיך, וועט דאס שוין ברענגען אז ער וועט ווערן אינגאנצן גוט. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה שליט"א ביי די שיעורים ארויסגענומען אסאך התחזקות פונעם יום טוב חנוכה, וואס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר. די גאר הערליכע און אינהאלטסרייכע דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, פול מיט עצות און הדרכות ווי אזוי זיך צו קענען אן עצה געבן אין לעבן ברוחניות ובגשמיות, און מצליח זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם. זענען שוין היינט ברייט באקאנט איבער די גאנצע וועלט. מ'קען מיטהאלטן יעדן טאג אלע שיעורים דא אויפן וועבסייט ביי די אלבומם/שיעורים אפטיילונג. אזוי אויך קען מען הערן אלע שיעורים אויף בארימטן "קול ברסלב" ליין, 212-444-9191, אזוי אויך האט דער קול ברסלב האטליין א גאר אינהאלטסרייכע אפטיילונג ספעציעל פאר חנוכה, ווי מ'קען הערט פילע שיעורים, דרשות, און מעשיות, לכבוד חנוכה. דרוקט 1 פאר אידיש, 1 און 9 פאר עניני דיומא, און דערנאך 4 פאר די חנוכה אפטיילונג. בני בינה ימי שמונה קבעו שיר ורננים! 🎞️ הדלקת הנרות ביים ראש ישיבה אינדערהיים 📚 די הייליגע שובבי"ם טעג - 18 קונטרסים, יעדע פאר בלויז $1.49

    < זעה מער כז כסלו תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 1006 to 1020 of 1670 results

1 2 ... 65 66 67 68 69 70 71 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com