Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען מיטוואך נאכט אין וויליאמסבורג אין בעפארברייטונג צום מסיבה לטובת כולל היכל הקודש

    קרעדיט: מו"ה משה ארי' שניצלער הי"ו דער בארימטער כולל היכל הקודש, דער שפיגעלע פון מוסדות היכל הקודש, דארף נישט קיין גרויסע ערקלערונגען. אין דעם כולל גייט מען נישט ווייל מ'דארף געפעלן פאר די ווייב'ס חבר'טעס אדער ווייל דער שווער וויל אן איידעם א כולל אינגערמאן. דא זיצן אינגעלייט וואס זענען באמת תורתם אומנתם, וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזען אויף זיי אן אמת'ע פאטענציאל צו זיין די קומענדיגע דור פון דיינים, מורי הוראה, שוחטים, א.א.וו. וואס זיצן באמת באהלה של תורה, און ווייסן נאר פון די ד' אמות של הלכה. ווי יאר יערליך גרייט מען זיך פאר א גרויסארטיגע מסיבה לטובת דעם הייליגן כולל אין וויליאמסבורג וואס וועט בעז"ה פארקומען אין שטוב פון מו"ה אליעזר שטרויס הי"ו, און בכדי צו אנצואווארעמען דעם ציבור אנשי שלומינו, טוט דער כולל רופן דעם ציבור צו א "מסיבת הכנה" מיטן ציל אויפצוארבעטן די מאקסימום שטיצע צום בעפארשטייענדן טיי אווענט. דער מסיבה וועט בעז"ה פארקומען דעם  מיטוואך פרשת תולדות 8:00 אין שטוב פון מו"ה יחזקאל סאמעט הי"ו אויף 562 ווילאָבי עוו. #3 (צווישן מארסי און טאָמפּקינס עוו.). פיינע געשמאקע מאכלים קאלטס און ווארעמס - בשר ודגים וכל מטעמים וועט בעז"ה סערווירט ווערן. דער בארימטער "כולל היכל הקודש" ווערט פינאנצירט דורך די גוטהארציגע נדבות פון אנשי שלומינו, וואס פארשטייען די חשיבות פון די אינגעלייט תלמידי חכמים ולומדי תורה, אידן וואס ווילן האבן די זכיה צו מנדב זיין פארן כולל, קענען דריקן אויף דעם לינק thekolel.com, אדער קען מען רופן מו"ה משה ארי' שניטצלער הי"ו אויף 347-675-8187 אדער 347-585-6166.  

    < זעה מער כה חשון תשפ"ב 📝
  • "הדלקת נר חנוכה היכל הקודש" ווערט פריש איבערגעדרוקט דורכן "קרן הדפסה"

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די פרייליכע נייעס ביי אנשי שלומינו בכלל און ביי די מפיצים בפרט, אז דער "קרן הדפסה היכל הקודש" גייט אט אט צום דרוק אויפן נייעם איבערגעארבעטן "סדר הדלקת נר חנוכה". דער "סדר הדלקת נר חנוכה היכל הקודש" וואס ווערט יאר יערליך צוכאפט ביי אנשי שלומינו, אנטהאלט די סדר הדלקת נר חנוכה, מיט שיינע שטיקלעך פון מוהרא"ש זי"ע צוזאם גענומען פון די פילע ספרים, שיינע געדאנקען און חיזוק ווערטער וואס וועקט אויף א איד אויסצונוצן די גרויסע צייט ביים צינדן די הייליגע חנוכה ליכט, און איבער די גרויסע עת רצון וואס מ'קען דעמאלטס פועלן גאר גרויסע זאכן. אויך אנטהאלט עס פילע גאר ווארימע תפילות אויף פארשידענע ענינים ווי אויף גוטע קינדער, אויף שידוכים, פרנסה, וואס מוהרא"ש האט געשריבן אויף חנוכה. די תפילות עפענען אויף דאס הארץ צום אייבערשטן, און פועלן גאר גרויסע ישועות. נאך אן ארבעט פון עטליכע חדשים, האלט מען שוין אט דא אז מען גרייט זיך שוין צו גיין צום דרוק. מען האט אלעס פריש איבערגעארבעט, דער דעזיין, די אויסשטעל, די אותיות, און מיט א גוטע הגה. אויפן שטייגער ווי מען האט איבערגעמאכט די "הגדה של פסח", און דער "תיקון ליל שבועות". פארשטייט זיך אז דאס ציעט אריין אין גרויסע הוצאות. מען קען נעמען א חלק און דעם גרויסן איינמאליגן זכות. פאר בלויז $500 קענט איר האבן א זכות אינעם ספר. צו מנדב זיין רופט דעם "קרן הדפסה" אויף 718-387-2691 #103, אדער שיקט א אימעל צו donate@kerenhadfusa.org. &nbsp; 🎦 מוהרא"ש ביים צינדן חנוכה ליכט &nbsp;

    < זעה מער כב חשון תשפ"ב 📝
  • היסטארישער דורכברוך: ספר "קדושת ישראל" פון מוהרא"ש ווערט פריש איבערגעדרוקט

    קרעדיט: יהושע העשיל דובדבני געלויבט דעם אייבערשטן, אז נאך אסאך יארן וואס מען האט אלץ איבערגעדרוקט קאפיעס פונעם ערשטן דרוק פונעם ספר "קדושת ישראל", האט מען יעצט פולקאם איבערגעמאכט דעם ספר פון אנהייב. מען האט פריש געטייפּט די הייליגע ווערטער, הערליך אויסגעשטעלט מיט שיינע קלארע אותיות, פריש מנקד געווען, דורכגעגאנגען א גוטע הגה, אזוי אויך האט מען גוט איבערגעקוקט אלע מראי מקומות, זיכער צו מאכן אז עס איז גוט צוגעצייכענט, וואס דאס אליינס איז געווען אן ארבעט פון עטליכע חדשים. דאס האט מען געמאכט מיטן ציל עס זאל ארויסקומען ווי יעדע חסידיש ספר, וואס זאל אנקומען איבעראל. דער ספר "קדושת ישראל" רעדט זייער שטארק איבערן ענין פון "קדושת הברית", אלע וואס האבן געלערענט דעם הייליגן ספר זענען עדות, אז דער ספר איז ממש "ביטול הבחירה". כאטש אלע ספרים פון מוהרא"ש זענען זייער שטארק, איז אבער דער ספר ממש אן אויסנאם. עס ווערט פארציילט אז מוהרא"ש האט געזאגט פאר דער וואס האט געדרוקט דעם ספר צום ערשטן מאל, "וועסט האבן דערויף גאר אסאך מניעות... ביסט גרייט דערויף?"... פאר טויזנט שקל (בערך $315) קען מען ווערן שותף מיטן דרוקן דעם הייליגן ספר (מען וועט קענען אריינלייגן א נאמען און לע"נ ביים סוף ספר) פאר צען טויזנט שקל (בערך $3150) קען מען אפקויפן דעם נאמען פונעם מהדורה. צו מנדב זיין קען מען דרוקן אויף דעם לינק מרכז הפצה היכל הקודש פאר קעש נדבות קען מען רופן 011-52-7644-664

    < זעה מער כא חשון תשפ"ב 📝
  • פילע פרישע קונטרסים ארויפגעקומען אויפן וועבסייט

    אין די יעצטיגע צייט פון הסתרת פנים, ווען דער אייבישטער כביכול באהאלט זיך, און וויל מען זאל אים אויפזוכן, שיקט דער אייבישטער אין די זעלבע צייט זה לעומת זה, די גרויסע צדיקים אין יעדן דור וואס זענען מפרסם און מגלה דעם אייבערשטן אויף אלע מיני אופנים וואס נאר מעגליך. אין אונזער דור האבן מיר געהאט דעם צדיק מוהרא"ש, וואס איז זיין גאנץ לעבן ארום געגאנגען מיט די איינע מחשבה: "וואס קען איך טון אז נאך א איד זאל לעבן מיטן אייבערשטן? אז נאך איינער זאל אויך באקומען דעם גן עדן נאך אויף דער וועלט?" פאר דעם צוועק האט זיך מוהרא"ש אוועקגעגעבן זיין גאנצע לעבן און איז געזיצן און געשריבן אן א שיעור ספרים, קונטרסים, בריוון, אלעס מיט דעם ציל, אז מען זאל טרעפן דעם אייבערשטן, יעדער אין זיין לעבן. מוהרא"ש האט געשריבן קונטרסים און ספרים אויף יעדן נושא וואס מ'קען נאר טראכטן. אזוי אז די ספרים רעדן צו יעדעס אידיש קינד אין יעדן מצב. דער "קרן הדפסה היכל הקודש", וואס זייער ציל איז צו גיין אין די וועגן פון מוהרא"ש, דרוקט כסדר איבער נאך און נאך ספרים און קונטרסים, און ווי נאר די ספרים ווערן פריש אוועליבל אויפן מארקעט, ווערן זיי תיכף ארויפגעלייגט אויפן "ברסלב סענטער געשעפט" עס זאל זיין צו באקומען פאר אלעמען איבער די גאנצע וועלט. אין די לעצטע צייט האט מען זיך גענומען מיט א פרישע אייפער און ברען איבערצודרוקן די פילע קונטרסים פון מוהרא"ש וואס איז מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן אין אידיש, ענגליש, לשון הקודש און נאך. בלויז אין די לעצטע טעג זענען צוגעקומען פילע פרישע קונטרסים אויפן וועבסייט וואס ווערן פארקויפט פאר בלויז איינס און א האלב - צוויי דאלער. צווישן זיי:&nbsp; 📚 Match Made in Heaven 📚 A Voice Calls Out To G-d 📚 חנוכה שמח 📚 תקון שובבי"ם 📚 דערשרעק זיך נישט 📚 דער הייליגער רבי נתן 📚 פורים שמח 📚 שמחת פורים &nbsp; כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים 📰 ברסלב סענטער געשעפט "דעליווערי בחנם" ארדערס העכער 35 דאלער &nbsp;

    < זעה מער כ חשון תשפ"ב 📝
  • פרישע דורכברוך אויף היי יאר תשפ"ב: א נייע מצה בעקערי אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי

    ביי אונז האלט מען נאך אינמיטן חודש חשון, און קוים וואס מיר טראכטן אז אין איבער א חודש קומט חנוכה. ביי אונז קומט נאך א לאנגע ווינטער ביזן יום טוב פסח הבעל"ט... ביים ראש ישיבה שליט"א איז שוין אבער באלד פסח. צוליב דעם וואס די קהילה איז זיך ברוך השם אזוי שיין צואוואקסן, האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן אז עס איז צייט אריינצושפרינגען אין א נייעם פרישן קאסטבארן פראיעקט פון בויען און אהערשטעלן א נייעם און מהודר'דיגע ברסלב'ע מצה בעקערי אינעם שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, וואס וועט מיטן אייבערשטנס הילף צושטעלן געשמאקע פיינע מצות לכבוד יום טוב פסח פארן געברויך פונעם גאנצן ציבור אנשי שלומינו. אין די צייט האט מען שוין אנגעהויבן אנגרייטן די פלאץ פארן מצה בעקעריי, מען גייט בעז"ה בויען א גרויסן ציגלנעם אויוון, אין וואס מען וועט נאך מיטן אייבערשטנ'ס הילף אנהייבן צו באקן מצות נאך פאר היי יאר פסח הבעל"ט. דער בעקעריי וועט בעז"ה האבן די שטרענגע השגחה פונם דיין שליט"א, וואס וועט זיכער מאכן אז די מצות זענען געבאקן מיט די העכסטע מאס כשרות שטאפלען, מיט אלע חומרות והידורים וואס עס פעלט זיך אויס. 🎞️ דער ראש ישיבה באקט מצות - ניסן תשע"ט

    < זעה מער יט חשון תשפ"ב 📝
  • שיינעם באזוך פונעם ראש ישיבה שליט"א אין תלמוד תורה אין קרית ברסלב ליבערטי

    פארגאנגענעם מיטוואך לך לך איז דער ראש ישיבה שליט"א געקומען אויף א באזוך זיך אומצוקוקן און שעפן נחת פונעם הערליכן שטעטל. דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט שחרית מיט'ן ערשטן מנין אין בית המדרש אויף האשקי, און גלייך דערנאך איז דער ראש ישיבה אריבער אין חדר, און האט אפגעווארט די קינדער בשעת זיי זענען אראפגעקומען פון די באסעס. דער ראש ישיבה שליט"א איז אריין אין כיתה ד' צום חשובן מלמד הר"ר הערשל שניטצלער שליט"א, בשעת דער מלמד איז געזיצן און געלערנט מיט די קינדער. דער ראש ישיבה שליט"א האט דארט אנגערופן עטליכע עלטערן, און זיי געזאגטווי וואויל זייערע קינדער זענען און ווי שיין דרך ארץ'דיג זיי פירן זיך אויף. דער ראש ישיבה האט דערנאך איבערגעשמועסט איבערגעגאנגען מיטן מלמד וויאזוי זיך צו פירן בפרטיות מיט יעדן קינד אין קלאס. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריין אין נורסערי צום מלמד הר"ר יעקב יאקאבאוויטש שליט"א, ווי דער ראש ישיבה האט געטיילט פאר אלע קינדערלעך א טשאקאלאד, און געטאנצן מיט זיי מיטן ניגון "א מחיה חדר...", "א מחיה רבי יאקאבאוויטש...", און אזוי ווייטער. נאכדעם איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבער צו בית פיגא סקול און געגעבן א שיעור פאר די תלמידות און גערעדט איבער די וויכטיגקייט פון אידישע קינדער זיך צו פירן מיט דרך ארץ, און אז ביים הייליגן רבי'ן איז געווען א יסוד 'דרך ארץ' און מיר דארפן זיך פירן אינעם רבינ'ס וועג. דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די מיידלעך, "איך האב געברענגט פאר ענק די בעסטע טיטשער'ס, האט שכל און הערט אויס וואס זיי זאגן. די שכל וועט עטץ מיטנעמען נאך די חתונה!". דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א איבערגעגאנגען מיט די לערערינס וויאזוי זיך צו באגיין מיט יעדע תלמידה באזונדער, און אראפגעשטעלט וואס די יסודות זענען פון בית פיגא סקול. אויך האט זיך דער ראש ישיבה אומגעקוקט אויף די ארבעט אינעם בנין וואס ווערט יעצט געמאכט, ווי מען לייגט צו פרישע קלאסן פאר די געברויך פונעם תלמוד תורה. דער באזוך האט גאר שטארק אויפגעפרישט די איינגעשטעלטע, די תלמידים ותלמידות, וואס האבן באקומען פרישע חיות ווייטער אנצוגיין, און זיך מחדש זיין מיט די עצות והדרכות וואס דער ראש ישיבה לערנט מיט אונז.

    < זעה מער יח חשון תשפ"ב 📝
  • פילע צענדליגע צימערן שוין ארויסגענומען ביים שבת התוועדות אין קראון פלאזא האטעל

    ווי שוין באריכטעט גרייטן זיך אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש מיט גרויס פרייד צום געהויבענעם "שבת התוועדות" וואס וועט פארקומען מוצש"ק פרשת פקודי, ראש חודש אדר ב', אינעם פּראַכטפולן "קראַון פּלאַזאַ האָטעל" אין סטעמפאָרד קאָנעטיקוט - צום גרויסן שמחה פון אנשי שלומינו וואס זענען ברוך השם זוכה און לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, אפגעזען אין וועלכע אומשטענדן דער אייבישטער האט אים אריינגעלייגט, און זענען מסיים גאנץ סדר מועד על סדר הש"ס. די עסקנים האבן אפּגעדונגען דעם גאַנצן האָטעל מיט אלע צימערן, פון וואס פילע צענדליגע זענען שוין געווארן אויסגעכאפט אין די קורצע וואך זינט מען האט מפרסם געווען די נייעס איבערן געהויבענעם שבת. אנשי שלומינו ווערן געבעטן מען זאל זיך צואיילן און בוקן א צימער, ווייל ווי עס זעט אויס וועט נישט זיין גענוג צימערן צו אקאמאדירן אלע וואס ווילן זיך באטייליגן, און בפרט אז מען וויל צוערשט געבן די געלעגענהייט פאר אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש זאלן קענען ארויסנעמען א צימער, בעפאר מען עפענט אויף די בוקינגס פארן ברייטן ציבור וואס וויל אויך האבן די זכיה מיטצוהאלטן אזא שיינעם און געהויבענעם שבת אינאיינעם מיטן ראש ישיבה. צוליב דעם גרויסן פארלאנג פון אנשי שלומינו תושבי ארץ הקודש, וואס ווילן נישט פארפאסן אזא שיינעם "שבת התוועדות" מיטן סיום דערנאך, האט דער באקאנטער רייזע אגענטור "פּלען איט רייט" ערלעדיגט בס"ד גאר א גוטע פלייט פון ארץ ישראל קיין ניו יארק פאר גאר א גוטע פרייז. פאר מער פרטים קען מען רופן מו"ה אלי קנאלל אויף 718-506-4341‬. ווי שוין איבערגעגעבן ווערט צוגעגרייט בעז"ה א הערליכע שבת ווי מען וועט פארברענגען בשבת אחים, דאווענען אינאיינעם, עסן די סעודות שב"ק און זינגען זמירות שב"ק, הערן דרשות התחזקות, פון וואס מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסנעמען התחזקות און כח אנצוגיין פאר זיך פאר די בני בית און די קינדער פאר א לאנגע צייט. ביז שבת חנוכה איז דא אן "עירלי ביורד ספעשל" פון $985 פאר א קאפל. צו באשטעלן רופט מו"ה שמעון פיש הי"ו 917-232-9070

    < זעה מער טו חשון תשפ"ב 📝
  • ברסלב סענטער געשעפט שטעלט פאר "דעליווערי בחנם" פאר ארדערס העכער 35 דאלער

    אין די יעצטיגע טעג ווען די פרייזן פון דעליוועריס אין די אלגעמיינע וועלט זענען זייער הויך, איז אונז א גרויס פרייד צו מעלדן אז שאפּ.ברסלב-סענטער.קאם שטעלט צו "פרי דעליווערי" איבער גאנץ אמעריקע פאר ארדערס פון פינף און דרייסיג דאלער און העכער. דער וועבסייט האט זיך שטארק באקאנט געמאכט אין די אידישע מארקעט בכלל און ביי אנשי שלומינו חסידי ברסלב בפרט מיט די העכסט פּראפעסיאנאלע געשמאקע אויסשטעל, שנעלע דעליווערי, און בפרט מיט די גאר גאר עפארדעבל פרייזן. די פרייזן פון די קונטרסים לויפן אין די געגענט צווישן "איינס-און-א-האלב" און "צוויי" דאלער פאר רוב רובם פון די קונטרסים. דאס איז מיטן ציל אז יעדער איד איבער גאנץ יונייטעד סטעיטס זאלן קען באקומען 17-23 קונטרסים פאר די נישטיגע סכום פון פינף און דרייסיג דאלער - שוין אריינגערעכעט דעליווערי. די שטאב פון קרן הדפסה ארבעט שווער צוצושטעלן אלע הדפסה והפצה געברויכן פאר אנשי שלומינו, מען דרוקט און מען שטעלט ארויף אויפן וועבסייט פילע נייע קונטרסים טאג טעגליך. צווישן די גאר פאפולערע אידישע און ענגלישע קונטרסים וואס זענען געדרוקט געווארן לעצטענסט ציילן זיך אויפבויען קינדער - You Are Not A Failure - דערהאלט זיך ברודער - A Peaceful Home - וואו לויפסטו - Perenting With Pride - דער באשעפער איז מיט דיר - קדושת שובבי"ם - שומר הברית עם תיקון הכללי - דער באשעפער דארף דיך יא - Self Confidence - געב נישט אויף - א רואיג לעבן - גלייב אין דיר - א רבי וואס קען מיך העלפן - The Secret of Success - אוצר הקדושה - Don't Worry. און נאך אסאך. די גוטע גריסן וואס מען הערט צוריק, ווי אידישע שטובער ווערן אויפגעראכטן, בחורים און מיידלעך טרעפן צוריק דעם וועג צום אייבערשטן, אידישע קינדער הייבן אן צו באקומען א קשר מיטן אייבערשטן, מען רעדט צו אים און מען לערנט זיין הייליגע תורה, דאס געט די כחות ווייטער אנצוגיין מיט די הייליגע ארבעט פון דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע ספרים, וואס ווערט צוכאפט אין די גאנצע אידישע וועלט. לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה'

    < זעה מער יד חשון תשפ"ב 📝
  • רענאוואציעס אין בית המדרש היכל הקודש - דענמאן ראוד, ליבערטי

    קרית ברסלב ליבערטי. - דער בית המדרש היכל הקודש אויפן דעמען גאס, גייט יעצט אריבער א פולע רענאוויצע. עס ווערט אבערגעבויעט דער גאנצער בית המדרש גאר שיין, מען פרישט איבער די ווענט און די פלאר, מען לייגט נייע לייטס, און אזוי אויך מאכט מען איבער די בית הכסא'ס. דער בית המדרש איז גאר שיין באקאנט מיט איר געשמאקייט און אייגנארטיגקייט. עס ווערט געניט אנגעפירט דורכ'ן געטרייען גבאי'ן מו"ה מרדכי היימליך הי"ו, וואס ער מאכט זיכער אז אלעס אין בית המדרש זאל קלאפן על צד היותר טוב, און אלע מתפללים זאלן זיך שפירן העכסט באקוועם. דער אייבערשטער זאל אים באצאלן מיט אלעס גוטס. די קאסטבארע בוי ארבעט ווערט דורכגעפירט דורך א פירמע וואס געהערט פאר איינע פון אנשי שלומינו הרוצה בעילום שמו, וואס טוט די ארבעט מיטן גאנצן הארץ, דער אייבערשטער זאלן אים צוריק געבן מיט אלעם גוטס. 📸 לעצטיגע בילדער פון די רענאוואציעס &nbsp;

    < זעה מער יג חשון תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו פרייען זיך בשמחת המפיץ הר"ר שמעון עוזר פערל שליט"א פון ירושלים

    פאריגע וואך מאנטאג נאכט איז געגאנגען אונטער די חופה די טאכטער פונעם גרויסן מפיץ דער ראש וראשון לכל דבר בהפצה הר"ר שמעון עוזר פערל שליט"א, ווי פילע אידן פון איבער גאנץ ארץ ישראל זענען זיך געקומען משתתף זיין און זיך מיטפרייען מיטן בעל שמחה. עס האט זיך אנגעזען זייער אסאך אידן וועם דער מחותן האט נאך קיינמאל געזען, וואס זענען געקומען פשוט איבער געבן זייער הכרת הטוב פאר ר' שמעון עוזר. ר' שמעון עוזר מיט זיין בני בית זענען איבערגעגעבן פאר'ן הייליגן רבין, פאר הפצה, פאר די הייליגע קהלה היכל הקודש מיט זייער גאנצע הארץ און נשמה, ביי זיי אין שטוב האט זיך אנגעהויבן די קהלה ווען קודם איז מען בלויז געקומען צו שלש סעודות. דערנאך האט ער געעפענט דעם דרוקעריי וואס שטייט בראש פון אלע בתי הדפוס היכל הקודש אין ארץ ישראל וואס געפונט זיך ביז היינט ביי אים אין שטוב אין זיין דייניג רום. ווי ער מיט זיין שטוב זענען מתרגם און דרוק יעדע וואך די גליונות און עצתו אמונה, וואס ווערט דערנאך פארשפרייט אין די טויזנטער איבער די לענג און ברייט פון ארץ ישראל, און האט שוין מקרב געווען אומצאליגע אידן לאבינו שבשמים. עס דארף ווערן אונטערגעשטראכן די מסירת נפש פונעם מחותן און זיין בני בית, ווען אין די גאנצע וואך פון די חתונה און די שבע ברכות האט מען ווייטער מתרגם געווען און געדרוקט די גליונות ווי געהעריג ביי זיי אין שטוב, און אזוי אויך איז די שבת שבע ברכות טאקע פארגעקומען ביי זיי אין שטוב אינעם דיינינג רום-בית הדפוס. נעכט זונטאג איז פארגעקומען א געהויבענע שבע ברכות אין ביהמ"ד אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים לכבוד דעם מחותן הר"ר שמעון עוזר. אנשי שלומינו האבן געוואלט ארויסווייזן אות הכרת הטוב פארן מחותן, וואס מען האט צוערשט געטראכט צו געבן א שיינע פלעק, וכו', אבער מען האט דערנאך באשלאסן אז עס איז א שאד אידיש געלט, און אנשטאט האט מען פשוט געגעבן פאר מחותן גלאטע צוויי א האלב טויזנט שקל, פשוט ארויסצואווייזן אביסל הכרת הטוב פאר זיינע פילע פעולות לטובת אנשי שלומינו. מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און זיך משמח געווען לכבוד שמחת חתן וכלה. שמחות אין די זעלבע צייט גרייט מען זיך צו די חתונה וואס וועט פארקומען מארגן דינסטאג נאכט אין בית שמש, ווען מו"ה יצחק ראטה הי"ו, דער מנהל בית הדפוס בית שמש וועט אונטערפירן זיין טאכטער אונטער די חופה מיט די חתן הב' אברהם כהן ני"ו וואס איז שוין א לענגערע צייט פון די גרויסע מפיצים אין בית שמש, און פלעגט אלץ נעמען גליונות פון בית הדפוס און צושפרייטן אין אלע שולן פון שטאט. דער חתונה קומט פאר בעז"ה מארגן נאכט אין אולם פארהאנד, אויף רחוב רשב"י, אין בית שמש, ווי אנשי שלומינו וועלן זיך קומען מיטפרייען בשמחת המפיצים. 📸 דער שיינע שבע ברכות

    < זעה מער יב חשון תשפ"ב 📝
  • רענאוואציעס אין בית המדרש היכל הקודש בלומינג-גראוו מאכט שטארקע פארשריט

    גאר א שיין ווינקל געפונט זיך אינעם שטילן שטעטל בלומינג-גראוו, וואס איז בגלילות קרית יואל. פאר פיר יאר צוריק האבן זיך א קבוצה אינגעלייט פון אנשי שלומינו אריבער געצויגן צום שטיל שטעטל בלומינג-גראוו, וואס איז בגלילות קרית יואל. מען האט תיכף געעפענט א שיין ווינקל א בית המדרש היכל הקודש, און זייט דעמאלט איז דער בית המדרש אפן לשם ולתפארת. עס קומען אלץ צו פרישע מקורבים, וואס זענען זיך מחיה מיט אזא געשמאקן ווינקל, וואס די גאנצע לופט איז אנגעפולט פון פרייליכקייט, מען רעדט דעם רבינ'ס דיבורים און מען איז עס מקיים. אויסער די פילע אידן פון בלומינגגראוו וואס נוצן דעם בית המדרש יעדן שבת קודש ווי מען דאוונט אינאיינעם, און מען הערט די געשמאקע דיבורי התחזקות פון רבי'ן, דורכן גבאי הר"ר בערל לעווי שליט"א, ווערט אויך דער ביהמ"ד באנוצט דורך פילע אידן אינדערוואכן וואס קומען פון אלע געגנטער ארום ווי קרית יואל, מאנרא, טשעסטער, און וואודבארי. יעדע נאכט קומט מען זיך צוזאם און דער גבאי פון ביהמ"ד לערנט פאר דעם דף גמרא פונעם טאג. אזוי אויך יעדן ליל שישי האלט מען מיט דעם שיעור פון ראש ישיבה שליט"א אין דעם ביהמ"ד און מען איז זיך מחזק אינאיינעם. אסאך פון די אינגעלייט וואס האבן דארט געוואוינט און געדאוונט אין דעם בית המדרש, האבן זיך אריבערגעצויגן קיין קרית ברסלב ליבערטי, אבער דער בית המדרש איז גארנישט געווארן ווייניגער צוליב דעם, נאר אדרבה מיט די צייט האט מען נאך צוגעבויעט א מקוה, און אזוי אויך קומען כסדר צו מתפללים. און יעצט גייט אן די רענאווציעס אין בית המדרש, וואס מאכט גרעסער דעם בית המדרש, און נאך פילע פארבעסערונגען ווערט אריינגעלייגט אינעם בית המדרש. צווישן די זאכן וואס מען טוט איז: מען פארדאפלט די גרויסקייט פונעם בית המדרש, מען העכערט דעם דאך, מען לייגט שיינע ליכטיגע לייטס, מען לייגט איבער א פראכטפולע פלאר, מען אינסטאלירט א נייעם שיינעם ארון הקודש, אזוי אויך לייגט מען צו עטליכע בית הכסא'ס, און מען מאכט אינגאנצן איבער דעם מזרח וואנט. אויך האט מען דארט געמאכט א פרישע חידוש אין די וועלט פון הפצה, מען האט אינסטאלירט א באקס אינדרויסן פון בית המדרש, און יעדע ערב שבת קודש קען מען דארט טרעפן די נייעסטע גליונות און אויסגאבעס פון יענע וואך. אזוי איז מען מזכה פילע אידן פון די גאנצע אומגעגנט זיי זאלן אנשטאט נעמען די אדווערטייזמענט ביכלעך - וואס אפילו עס איז געשריבן אויף אידיש איז עס פול מיט שטותים און הבלים - נעמען זיי יעדע וואך די הייליגע קונטרסים וואס זענען מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן, און זענען זיך מחזק מיט פשטות יהדות, אמונה אינעם אייבערשטן. דעם פארגאנגענעם יום טוב סוכות, בפרט שמחת תורה איז אריבער דארט אין בית המדרש גאר דערהויבן און פרייליך, דאס יאר איז געווען די דריטע יאר וואס דער בית המדרש איז געווען אפן שמחת תורה. די מתפללים האבן צוזאמען געטאנצן מיט גרויס שמחה, מען האט געטאנצן אין זיך געפריידט מיט די תורה, מען האט געשפירט אז מען האט א שייכות מיט די תורה, נאכדעם וואס מען האט זוכה געווען צו מסיים זיין די גאנצע תורה צוויי מאל די חומש און איין מאל די תרגום אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט אריינברענגען אין אונז און ווי דער ראש ישיבה טוט ווייטער דאס חזר'ן מיט אונז. גדול יהיה כבוד הבית הזה 📚 נייע קונטרס פון ראש ישיבה "אויפבויען קינדער" פאר בלויז $1.49 📚 נייע קונטרס פון מוהרא"ש "דערהאלט זיך ברודער פאר בלויז $1.49

    < זעה מער יא חשון תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו רופן זיך ווארעם אן צום "המזכים" קאמפיין לטובת דעם נייעם בנין פארן קרן הדפסה

    אנשי שלומינו נעמען אויף מיט גרויס ווארימקייט די עסקנים פון קרן הדפסה וואס זענען עוסק טעג און נעכט מיט דרוקן די הייליגע קונטרסים און ספרים, וואס ווערט פארשפרייט אויף די גאנצע וועלט. און זענען לעצטענס אריינגעשפרינגען אינעם טייערן פראיעקט פון אפקויפן א פרישע פלאץ פארן דרוקעריי, וואס וועט ערמעגליכן ארויפצוברענגען דעם הדפסה מיט נאך עטליכע שטאפלען ארויפצו, און אזוי ארום קענען נאכקומען דעם גרויסן פארלאנג פון די די מפיצים וועלכע לאזן נישט נאך, און בעטן און פארלאנגען נאך און נאך קונטרסים, גליונות און ספרים, צו פארפלייצן און פארשפרייטן איבעראל אויף דער גאנצער וועלט וואו נאר עס געפונען זיך אידישע קינדער. מען זעט פון טאג צו טאג ווי די פארלאנג פאר די הייליגע ספרים, קונטרסים, און סידיס ווערט כסדר נאר גרעסער און שטערקער, פילע פרישע מקורבים ווערן אליינס מפיצים, אזוי אז מען דארף שוין עמוירזשענסי אריינשפרינגען אינעם נייעם פראיעקט כדי צו נאכיאגן דעם גרויסן פארלאנג, וויבאלד דער גרויסער בנין פון קרן הדפסה אונטערן בית המדרש איז שוין פשוט קליין געווארן. ברוך השם אנשי שלומינו רופן זיך אן ווארים, און מען באשטייערט זיך מיט שיינע סכומים פארן מולטי מיליאן דאלער פראיעקט. בעלי פרנסה קויפן זיך גרעסערע זכותים, א שטייגער ווי דער שם הבנין פאר $250,000, דער גרויסער חדר הדפסה וואס מען קען האבן פאר $50,000 (שוין פארקויפט), דער קלענערער חדר הדפסה פאר $36,000, אדער דער שער הבנין פאר $25,000 (5 שערים - צוויי שוין פארקויפט). עס דארף אנגעמערקט ווערן, אז פילע זכותים זענען שוין פארקויפט געווארן, און ווערט אויספארקויפט מיט יעדן טאג מער און מער. כאפט אריין ווילאנג מען קען נאך, ווייל דאס איז אן איינמאליגע געלעגענהייט וואס קומט נישט פאר יעדן טאג. מען זעט ווי אנשי שלומינו שטרענגען זיך אן יותר מכפי היכולת און מען קויפט זיך זכותים נצחיים, ווי אבני היסוד פאר $10,000, אבני זהב פאר $5,000, אבני כסף פאר $1,800 און אבני נחושת פאר $500. צו קויפן א זכות קען מען דרוקן דא אדער רופן אין קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט 103 אדער אויף וואַצעפּ 1-518-966-2370 אדער אויף אימעיל newbuilding@kerenhadfusa.org. ועל ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו

    < זעה מער ח חשון תשפ"ב 📝
  • פרישע אומזיסטע חתונות אין ישיבה

    &nbsp; די חתונה סעזאן איז יעצט אין איר פולסטן שוואונג, יעדע נאכט קומען פאר ברוך ה' צענדליגע חתונות אין אלע היימישע געגנטער, פאמיליע און גוטע פריינד האלטן מיט יעדן טאג נאך פרייליכע חתונות ביי זייערע נאנטע, עס דערפריידט דאס הארץ צו זען אזויפיל אידישע שטיבער וואס ווערן אויפגעשטעלט יעדן טאג לשם ולתפארת. פון די אנדערע זייט טוט אבער וויי דאס הארץ אז אזויפיל פון די שמחות זענען נעבעך אויסגעמישט מיט פיל צער און עגמת נפש, רוב רובם פון די מחותנים קענען זיך נישט ערלויבן צו באצאלן די חתונה, אויף דעם גאר טייערן "סטאנדארט" ווי עס ווערט היינט געמאכט. מ'דארף צוזאמקראצן, זיך אנבארגן, און ליידער אפילו גנב'ענען ר"ל, נישט קענענדיג באצאלן אלעס וואס מ'דארף צושטעלן אז ס'זאל זיין אן אזוי גערופענע - "נארמאלע" חתונה. דעריבער איז גאר דערפרישנד צו זען די חתונות וואס קומען כסדר פאר אין ישיבה, הערליכע פרייליכע געשמאקע חתונות, וואס די חתונה נאכט קאסט נישט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים, אויסער די פילע אנדערע הוצאות וואס מ'געבט נאר אויס וויפיל עס פעלט באמת אויס, נישט וואס מ'דארף נאר צו געפעלן פאר "יענעם". מ'קען דאס נישט גלויבן און באגרייפן ביז ווען מ'זעט דאס מיט די אייגענע אויגן. די משפחות פון די מחותנים, וועלכע האלטן מיט די חתונות אין ישיבה, קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פארוואס מענטשן זענען אזוי קינדיש צו פארשווענדן געלט פאר נארישקייטן וואס קיינער האט גארנישט דערפון, אין די צייט וואס מ'זעט מיט די פליישיגע אויגן אז מ'קען אהערשטעלן אזעלכע שיינע געשמאקע חתונות פאר ממש אומזיסט, און יעדער האט אזוי שטארק הנאה דערפון. דאס איז אויסער דעם וואס די חתונות ענדיגן זיך באצייטנס, א זאך מיט וואס יעדער איז זיך גאר שטארק מחי', מ'קען גיין שלאפן נארמאל, און אנהויבן דעם סדר היום דעם קומענדיגן טאג ווי געווענליך. די לאנגווייליגע רעדעס און משלים מיט וואס די מספידים רופן אויס יעדן צום מצוה טאנץ, איז שוין אן אלטע פראבלעם וואס יעדער האט ביים זיך באטייליגן ביי א נאנטע משפחה שמחה. א זאך וואס מ'האט אויך צוריקגעברענגט צום ארגיענעלן וועג ווי אונזערע זיידעס פלעגן עס טון, דער שמש מאכט א "יעמוד יעמוד" אויפצורופן די זיידעס און די מחותנים צו גיין טאנצן לקראת הכלה. די חתונות ברענגען צוריק דעם אמאליגן בא'טעמ'טן גלאנץ וואס א אידישע שמחה האט געהאט, מ'קרויזט אויס אלע נארישקייטן וואס ווערן צוגעלייגט צו די חתונות יעדן צווייטן טאג, און נאכדעם וואס צוויי דריי נארנים טוען עס, כדי צו ווייזן פאר יעדן ווי מעכטיג זיי זענען, ווערט עס שוין ווי א "מסורה" וואס מ'טאר זיך פון דעם נישט אוועקרירן. די עלטערע זיידעס וואס באטייליגן זיך ביי די חתונות פון זייערע אייניקלעך אין ישיבה, דרוקן זיך כסדר אויס מיט נאסטאלגיע ווי אזוי די חתונות האבן אזא אידישן טעם, ממש ווי אמאל, אן אמת'ע געשמאקע שמחה, אן די אלע צוגעלייגטע נייע זאכן. פארגאנגענע וואך מיטוואך איז געגאנגען אונטער די חופה החתן מו"ה אשר קרויס הי"ו, פון די חשובע תלמידים פון ישיבה, א זון פון מו"ה משה קרויס שליט"א, פון די חשוב'ע אנשי שלומינו פון מאנטשעסטער, עב"ג בת מו"ה יואל טייטלבוים שליט"א, גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל פרעמישלאן. די שמחה איז פארגעקומען אין ישיבה, מיט די באטייליגונג פון קרובים און גוטע פריינד, און מיט א הערליכן געשמאקן אידישן חן, וואס האט דערפריידט און באצויבערט אלע משתתפים. דער אייבערשטער זאל העלפן אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, מיט בני חיי ומזוני רויחי וסייעתא דשמיא. שמח תשמח רעים האהובים! 📰 שבע ברכות מיט סיום מסכת אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו &nbsp;

    < זעה מער ז חשון תשפ"ב 📝
  • בית התבשיל היכל הקודש העלפט ארויס פילע אנשי שלומינו

    איינע פון די שענסטע שטיינער אויפן קרוין פון "היכל הקודש" איז בלי ספק דער מוסד "בית התבשיל" וואס ווערט אנגעפירט דורכן איבערגעגעבענעם עסקן לכל דבר שבקדושה מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו. איינע פון די ספעציעלע גאנציעריגע פראיעקטן פונעם בית התבשיל "מפעל עונג שבת ויום טוב" וואס שטעלט צו גאנצע שבת ארדערס פאר די פילע כלי קודש, בני תורה און עניים. וואס באשטייט פון אלעס וואס מ'דארף לכבוד שבת: גרעיפ דזשוס, פיש, פלייש, חלות, קעיק, פרוכט, דיפס, פערפל, לאקשן, קוגל, נאש, א.א.וו. בהרחבה גדולה, אז די תלמידי חכמים און נויטבאדערפטיגע זאלן האבן פון אלעם גוטן און קענען לערנען בהרחבת הדעת. אויך שטעלט דער בית התבשיל צו יעדע וואך פילע חלוקות פון פילע געשמאקע מאכלים, חלות, קעיק און אלע אנדערע מאכלי שבת קודש. אזוי אויך איז דא עטליכע גרויסע חלוקות לכבוד יום טוב און נאך ווי עס ווערט פארטייטלט אסאך מאכלים ווי גרעיפ דזשוס, גרינצייג, פיש, פלייש, מילכיגס און נאך אין די ווערט פון צענדליגע טויזנטער דאלאר. דער בית התבשיל איז דער אדרעס פאר פילע נצרכים פון אנשי שלומינו וואס מאכט זיכער מיטן אייבערשטנ'ס הילף אז עסן זאל נישט פעלן אין אלע מצבים וואס עס זאל נאר נישט אונטערקומען. מוהרא"ש זי"ע ביי שיעורים פלעגט גאר שטארק רעדן פון די גרויסע מצוה פון אויפשטעלן און שטיצן א בית התבשיל וואס געבט צו עסן פאר הונגעריגע. דער בית התבשיל האט א וועכענטליכע בודזשעט פון $2,500 און ימים טובים איז דער בודזשעט איבער $10,000 וואס ווערט צוזאם געשטעלט כסדר פון נדבות פון אנשי שלומינו וואס האבן די ווארעמקייט און געפיל און געבן צדקה פאר הונגעריגע אידן. צו נעמען א חלק אין די גרויסע מצוה קען מען רופן 718-306-2448 💳 צו נעמען א חלק אנליין לינק

    < זעה מער ו חשון תשפ"ב 📝
  • שמחה משולשת: שבע ברכות, חנוכת הבית, סיום מסכת אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו

    נעכטן אווענט זענען זיך פילע אנשי שלומינו פון קרית יואל און ארום זיך צוזאם געקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין בלומינג גראוו, ווי עס איז פארגעקומען א שיינע מסיבה, וואס האט כולל געווען דריי גרויסע שמחות, צום ערשטן האט עס געדינט אלץ "שבע ברכות" פאר'ן חתן אשר נ"י פון די חשובע תלמידים פון ישיבה, א זון פון הר"ר משה קרויס שליט"א פון חשוב'ע אנשי שלומינו פון מאנטשעסטער, וואס איז געווארן אן איידעם ביי הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל פרעמישלאן, וואס האט חתונה געהאט די וואך אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג; דערנאך איז דאס געווען די שמחה פון חנוכת הבית המדרש נאכדעם וואס מען האט שטארק פארגרעסערט און פארשענערט דעם בית המדרש היכל הקודש אין בלומינג גראוו; אין די זעלבע צייט האט מען געפראוועט דעם סיום מסכת ביצה, וואס מען האט יעצט געענדיגט ביים שיעור וואס ווערט פארגעלערענט טאג טעגליך אין בית המדרש אין א דף גמרא, דורכ'ן גבאי פון בית המדרש היכל הקודש בלומינג גראוו הר"ר בערל לעווי שליט"א. א שיינע ציבור האט זיך פארזאמעלט אין בית המדרש לכבוד דעם געלעגענהייט מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, דער ראש ישיבה שליט"א וואס איז געקומען צו פארן האט אויפגעטרעטן מיט גאר א שיינעם שיעור, און פארציילט פילע אינטערעסאנטע עפיזאדן, און שטארק ארום גערעדט איבער די גרויסקייט פון לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, די גרויסקייט פונעם "סדר דרך הלימוד", דאס איז "זאגן" די הייליגע ווערטער פון די גמרא אפילו מען פארשטייט נישט. דער ראש ישיבה האט געבעטן אנשי שלומינו מען זאל יעצט אנהייבן די נייע מסכת ראש השנה און לערנען יעדן טאג א בלאט, און געזאגט "זייט נישט משלים קיין בלעטער! נעם היינט די גמרא און לערן א בלאט גמרא!". אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שטארק ארום גערעדט איבער שלום בית, און ארויסגעברעגנט אז אז עס איז נישט מעגליך צו האבן אמת'ן שלום בית, דאס הייסט אז דער מאן און די פרוי זאלן זיך באמת שעצן איינעם דעם צווייטן, און האבן א אמת'ע ליבשאפט איינע צום צווייטן, נאר ווען מען פאלגט נאך דעם צדיק, מען קען טרעפן אזעלכע וואס געוועלטיגן אין שטוב, דורך ארויפצווינגען אדער פארדרייען דעם קאפ פון דעם ווייב, און זי זאל נישט האבן קיין ברירה. אבער אויב זעט מען איינעם מיט אמת'ע שלום בית, איז עס נאר דורך א צדיק. דער ציבור איז זיך צוגאנגען מיט געהויבענע געמיטער, און מיט פרישע קבלות פון לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און שעצן און רעדן שיין צו די ווייב. 📸 בילדער פונעם מסיבה ▶️ דרשה פון ראש ישיבה שליט"א ביים מסיבה

    < זעה מער ה חשון תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 1096 to 1110 of 1723 results

1 2 ... 71 72 73 74 75 76 77 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com