Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • דער ראש ישיבה קערט זיך צוריק פון א שיינע נסיעה צו מקומות הקדושים

    יעצט בעת מיר שרייבן די שורות, מיטוואך אווענט, איז דער ראש ישיבה שליט"א אויפן פליגער און וועט לאנדן בעזהשי"ת אין די קומענדיגע שעות, מיטברענגענדיג פילע זעק ישועות און רפואות פאר אנשי שלומינו און גאנץ כלל ישראל. דא וועלן מיר געבן דעם צווייטן העלפט פונעם באריכט פונעם נסיעה, ווי מיר האבן געענדיגט ביים פאריגן באריכט אנפאנג וואך. ווי געמאלדן איז מען מאנטאג נאכט אנגעקומען צום הייליגן ציון פונעם צדיק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, וואו מען האט מתפלל געווען מיט גרויס התעוררות. דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען פאר'ן אנקומען צום ציון אז מ'דערציילט גאר גרויסע ניסים און ישועות וואס אידן פועל'ן אויס אין קערעסטיר, און מ'זאל זען גוט אויסצונוצן דאס פלאץ זיך אויסצובעטן בדבר ישועה ורחמים. ווייטער איז מען געפארן צום שטאט מאדע, וואו עס ליגן די גרויסע צדיקים דער הייליגער קול ארי' זי"ע, דער לבושי מרדכי זי"ע, און נאך. פון דארט איז מען געפארן ווייטער קיין קאלוב, צום הייליגן רבי אייזיקל קאלובער זי"ע. דארט האט מען געדאווענט מעריב. ביינאכט איז מען אנגעקומען צום שטאט סיגוט ווי מען האט געדאווענט מעריב אינעם נייעם הערליכע סאטמארן בית המדרש, דערנאך איז מען געגאנגען צו די ציונים פון די הייליגע צדיקים פונעם הייליגן יטב לב זי"ע, און דער עצי חיים זי"ע, ווי מען האט מתפלל געווען און געפועלט אלעס גוטס. דערנאך איז מען צוריק צום סאטמארן בנין הכנסת אורחים ווי מען האט געגעסן א שיינע סעודה, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ "חסדי ה', בך בטחו" צום גרויסן טאג כ"א כסלו. אויסער די אלע הייליגע ציונים האט מען זיך אפגעשטעלט ביי נאך פילע קברי צדיקים אויפ'ן וועג. אויפ'ן באס צווישן איין ציון און א צווייטן, האט דער ראש ישיבה שליט"א כסדר גערעדט און פארגעלערנט, ס'איז געווען גאר שיינע שמועסן אויפ'ן וועג. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פון די גרויסקייט פון די צדיקים וואו מ'איז געפארן, נאכגעזאגט מימרות פון זיי און געזינגען אינאיינעם זייערע ניגונים. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז אנשי שלומינו פארשטייען נישט צומאל פארוואס מ'דארף פארן צו קברי צדיקים, מיר זענען דאך צוגעוואוינט צו רעדן צום אייבערשטן אלעמאל און איבעראל, מיר ווייסן אז מ'קען זיך אלץ אויסבעטן ביים אייבערשטן אלעס וואס מ'וויל, אבער דער הייליגער רבי זאגט אז ביי קברי צדיקים קען מען גרינגער און שנעלער פועל'ן, אפילו ווען מ'איז נישט ראוי געהאלפן צו ווערן. ביי קברי צדיקים מאכט מען אזוי ווי א שנעלערע וועג, גרינגער און שנעלער געהאלפן צו ווערן. ביי יעדן ציון האט מען געזאגט אינאיינעם תהלים, מ'האט געמאכט א סדר אנצוהויבן תהלים ביים ערשטן ציון, און ווייטער ממשיך געווען ביים צווייטן ציון, ביז מ'האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים אין לויף פון די נסיעה. דאס איז אויסער די תפלות און התבודדות וואס יעדער האט זיך אויסגעבעטן ביי די אלע הייליגע צדיקים. עס האט זיך דערקענט אז עס פארן א חבורה פון היכל הקודש, ווען יעדער איז געווען פארנומען צו ענדיגן זיינע שיעורים אויפ'ן וועג, יעדער מיט זיין חומש, משניות, גמרא, און אזוי ווייטער. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט יעדן טאג דעם טעגליכן שיעור אינעם דף הקהלה, שטייענדיג אויפ'ן באס, מיט וואס דער עולם האט זיך מחי' געווען, ווי אויך האט ער פארגעלערנט ווייטער שיעורי התחזקות. די אלע שיעורים און דרשות פון ראש ישיבה, און נאך פילע אפדעיטס קען מען הערן אויפ'ן "קול ברסלב" (נומער 6 פונעם מעין מעניו) טעלעפאן ליין. על ידי השתטחות על קברי צדיקים, הקב"ה עושה לו טובות, אף על פי שאינו ראוי לכך (ספר המידות, אות צדיק, קעג). דא אויפן וועבסייט קען מען זען פילע בילדער און קליפס פון די שיינע נסיעה. 📚 דער נייער "סדר הדלקת נר חנוכה" פאר בלויז $2.99 🕎 אין ברסלב סענטער סטאר איז יעצט אלעס 10% ביליגער לכבוד חנוכה 🎁בעסטע חנוכה מתנה: מתנה קארטל פון "ברסלב סענטער" 💳 BreslevCenter.com gift card

    < זעה מער כ כסלו תשפ"ב 📝
  • מ'קען שוין באשטעלן דעם פריש איבערגעדרוקטן "הלקת נר חנוכה" דא אויפן וועבסייט

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די פרייליכע נייעס ביי אנשי שלומינו בכלל, אז דער נייער איבערגעארבעטער "סדר הדלקת נר חנוכה" איז נארוואס ארויס פון דרוק, און איז שוין דא צו באקומען דא אויפן וועבסייט. דער "סדר הדלקת נר חנוכה היכל הקודש" ווערט יאר יערליך צוכאפט ביי אנשי שלומינו, און איז שוין איבערגעדרוקט געווארן פילע מאל, אבער דאס מאל איז עס פריש איבערגעטייפט געווארן, און איבערגעארבעט געווארן מיט שיינע גרויסע געשמאקע אותיות מאירת עינים, וואס וועט זיין א תענוג רוחני פאר אלע וואס קויפן דאס איין. דער קונטרס אנטהאלט די גאנצע סדר הדלקת נר חנוכה, בארייכערט מיט גאר שיינע געשמאקע שטיקלעך וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן אין זיינע פילע היילגע ספרים, שיינע געדאנקען און חיזוק ווערטער וואס וועקן אויף אויסצונוצן די גרויסע צייט ביים צידן די הייליגע חנוכה ליכט, און רעדן איבער די גרויסע עת רצון און אז מ'קען דעמאלטס פועלן גאר גרויסע זאכן. אזוי אויך אנטהאלט דער ספר פילע גאר ווארימע תפילות וואס מוהרא"ש האט געשריבן ספעציעל אויף חנוכה. תפילות אויף פארשידענע ענינים ווי גוטע קינדער, שידוכים, פרנסה, און נאך. תפילות וואס עפענען אויף דאס הארץ צום אייבערשטן, און פועלן גאר גרויסע ישועות. נאך אן ארבעט פון עטליכע חדשים,&nbsp; מען קען קויפן דעם נייעם איבערגעמאכטן "סדר הדלקת נר חנוכה" דא אויפן וועבסייט, און עס באקומען דעליווערט צום טיר. באשטעלט שוין היינט, כדי עס זאל נאך אנקומען באצייטענס בעפאר חנוכה. אין די לעצטע טעג זענען אויך צוגעקומען נאך פארשידענע נייע אייטעמס אויפן וועבסייט. צווישן זיי פארשידנע "הפצה קארטלעך": ווי "הייב אויף די טעלעפאן", "זייט אייך מחיה", "רעד שיין צו דיין ווייב", "חיזוק פאר די אידישע שטוב", "ווער נישט נערוועז פון דיין ווייב", די אלע קארטלעך זענען בלויז $4.99 פאר א פעקל פון הונדערט שטיק. אזוי איך פארשידענע קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע, ווי "הכי מאושר" ($1.49), "חיים טובים" ($1.49), "כבוד הבעל - כבוד האשה - כבוד חמיו" ($1.99), "הרצון קובע" ($1.49), און נאך פיל, ווי מ'קען זיין אינעם וועבסייט אונטערן קעפל "פרישע סחורה". אין די זעלבע צייט גייט אן דער גרויסער חנוכה ספעשל אויפן וועבסייט, ווען אלעס קען מען יעצט באקומען פאר 10 פראצענט ביליגער - אלעס אריינגערעכענט, אן קיין אויסנאמען. 📚 דער נייער "סדר הדלקת נר חנוכה" פאר בלויז $2.99 🕎 אין ברסלב סענטער סטאר איז יעצט אלעס 10% ביליגער לכבוד חנוכה 🎁בעסטע חנוכה מתנה: מתנה קארטל פון "ברסלב סענטער" 💳 BreslevCenter.com gift card

    < זעה מער יט כסלו תשפ"ב 📝
  • דער ראש ישיבה לאזט זיך ארויס אויף א קורצע נסיעה צו די מקומות הקודשים אין אייראפע

    דער ראש ישיבה האט זיך ארויסגעלאזט אויף א קורצע נסיעה צו די ציון פון די צדיקים וקדושים אין אייראפע, אין באגלייטונג פון בערך 40 תלמידים פון ניו יארק און ארץ ישראל, וועלכע האבן אריינגעברענגט ביים לעצטן קאמפיין פאר די ישיבה גרעסערע סכומים. מען האט זיך ארויסגעלאזט פון ניו יארק זונטאג אווענט, און מען איז אנגעקומען קיין וויען עסטרייך מאנטאג אינדערפרי, אויפן פליגער איז דער ראש ישיבה געזעצן און געשריבן בריוו פאר שאלות א גאנצע צייט. אין וויען אין עירפארט האט מען זיך צוזאם געטראפן מיט די חבורה פון תלמידים פון ארץ ישראל. דאן איז מען געגאנגען אין וויען אין מקוה, געדאווענט אינעם לאקאלן בית המדרש, ווי דער ראש ישיבה האט עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל, און מוציא געווען אלע מיטרייזענדע, דערנאך האט מען געגעסן א נארהאפטיגע פרישטאג. נאכן עסן האט מען זיך ארויסגעלאזט מיט א באס קיין סלאוואקיע צום שטאט פרעשבורג צום ציון פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע. עס האט געהערשט א גרויס התעוררות ביים ציון, מען האט געזאגט תהלים, און מתפלל געווען יעדער וואס ער דארף, און מען האט געזונגען ווארימע ניגונים. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין אונגארן, צום שטאט איהעל, צום ציון פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע, ווי מען האט מתפלל געווען מיט גרויס התעוררות און געזונגען מיט גרויס ווארעמקייט. דערנאך איז מען געפארן קיין ליסקא, זיך אויסבעטן ביים הייליגן צום ציון פון רבי הערשעלע ליסקער זי"ע. יעצט בשעת מען שרייבט די שורות איז מען ביים ציון פונעם צדיק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, ווי מען איז מתפלל און מען פועלט גרויסע ישועות. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען זיין צוריק אין ניו יארק אום מיטוואך אווענט. על ידי השתטחות על קברי צדיקים, הקב"ה עושה לו טובות, אף על פי שאינו ראוי לכך. (ספר המידות, אות צדיק, קעג)&nbsp; 📸 נאכטמאל אין קערעסטיר 🎞️ ניגוני התעוררות ביים ציון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע 🎞️ ניגוני התעוררות ביים ציון הרה"ק רבי הערשלע ליסקער זי"ע 🎞️ תהלים ביים ציון הרה"ק בעל חתם סופר זי"ע

    < זעה מער יח כסלו תשפ"ב 📝
  • חנוכה אין ברסלב סענטער: 10% הנחה אויף אלעס

    לכבוד חנוכה טוט דער ברסלב סענטער ארויסשטעלן א סעיל אויף אלעס אינעם ברסלב סענטער וועבסייט, ווי אנשי שלומינו האבן יעצט די געלעגענהייט איינצוקויפן פון אלעם גוטן, אנגעהויבן פון קונטרסים, סידיס, בילדער, ספרים און נאך פיל סחורה, פאר 10 פראצענט הנחה פון די גאנץ יעריגע ביליגע פרייז. פון היינט זונטאג פרשת וישב, קענט איר באזוכן דעם וועבסייט, און איינקויפן מכל טוב וטוב, איר דארפט נישט אריינלייגן קיין שום קאוד, נאר בשעת'ן באצאלן, וועט איר אויטאמאטיש זען א 10% הנחה אויף אייער גאנצער ארדער. ביי דער געלעגענהייט זענען מיר פרייליך צו מעלדן, אז אין די נאנטע טעג וועלן צוקומען נאך א גאר גרויסע אויסוואל פון ספרים וואס איז ספעציעל באשטעלט געווארן פון די מדפיסים פון ארץ ישראל, און איז געווען אויפגעהאלטן ביי די פארטן פאר עטליכע חדשים, אבער איז ברוך השם נארוואס אנגקעקומען צום ווערהאוז פונעם וועבסייט, ווי מען איז מסדר אלע ספרים, און וועט בקרוב ארויפגעשטעלט ווערן פארן ציבור הרחב אנשי שלומינו וואס ווארטן שוין דערויף א לאנגע צייט. צווישן די ספרים ציילן זיך פילע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע אויף פילע ענינים ווי סידורים, שבת, תהלים, זוהר הק', פירוש אויפן ליקוטי מוהר"ן, ספרים פאר פרויען, און נאך אסאך, אזוי אויך איז דא אן אויסוואל פון ספרים פון סיפורים פון מוהרא"ש באגלייט מיט אויג פארכאפענדע בילדער וואס זענען ארויסגעקומען אין ארץ ישראל דורך עטליכע לאנגיעריגע תלמידים פון מוהרא"ש. אויך פילע בענדער "אשר בנחל" אויף לשון הקודש, אזוי אויך די ספרים פון הייליגן רבין און רבי נתן אויף פארשידענע סייזעס און פארמאטן לויט די געשמאק פון יעדעם עקסטער. לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה' 🛒 דער ברסלב סענטער סטאר &nbsp;

    < זעה מער יז כסלו תשפ"ב 📝
  • שאטל אין שטעטל "קרית ברסלב" שוין צוריק אין באנוץ

    ווי שוין באריכטעט אין די פארגאנגענהייט, איז איינגעשטעלט געווארן בערך א יאר צוריק א "שאטל" באס סערוויס פארן באנוץ פון די איינוואוינער און באזוכער אינעם שטעטל "קרית ברסלב" ליבערטי. דאס איז געווען ווען מיט די פילע פרישע צוגעקומענע ציבור וואס זענען געקומען וואוינען אין שטעטל איז די געגנט ווי דער עולם וואוינט געווארן זייער אויסגעשפרייט און ווייט, און דער ראש ישיבה האט דאן באשלאסן אז עס איז וויכטיג צו האבן צוגעשטעלט א גרינגע און ביליגע טראנספארטאציע סיסטעם, סיי אויף אנצוקומען פון איין זייט שטעטל צו די אנדערע, און סיי אויף ארויסצופארן פון שטעטל איינצוקויפן אין די לאקאלע געשעפטן. די שאטל איז געווען טאקע געווען אין באניץ ביז לעצטענס, בפרט אין די זוממער חדשים איז עס גאר גוט געווארן אויסגענוצט, סיי דורך די איינוואוינער וואס וואוינען אין שטעטל א גאנץ יאר, און אויך פאר די משפחות וואס קומען ארויס אין די זוממער חדשים וויילן אין שטעטל, פון וואס אלע האבן זייער הנאה געהאט. די לעצטע צייט האט זיך אבער געמאכט געוויסע קאמפליקאציעס מיטן שאטל, וואס האט צוגעברענגט אז מען זאל עס נישט קענען נוצן, וואס דאס האט שווער געמאכט צו קענען אנקומען פון איין פלאץ צום אנדערן. דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער געוואלט אז די שאטל זאל צוריק אריין גיין אין דינסט ווי אמשנעלסטן, און ברוך השם אז דער שאטל איז שוין פארראכטן געווארן, צו יעדעמ'ס צופרידנהייט. אזוי אויך האט מען נויטיג דארפט אויפנעמען א דריייווער פארן שאטל, און שכח אייבערשטער מען האט געטראפן א גאר א גוטע און איבערגעגעבענע דרייווער. יעצט קען מען שוין מעלדן די גינסטיגע נייעס, אז ברוך השם דער שאטל איז שוין צוריק אויפן ראוד און באדינט ווייטער דעם ציבור, נאך בעסער און שענער פון וואס עס איז געווען ביז יעצט.

    < זעה מער יד כסלו תשפ"ב 📝
  • עמוירדזשענסי "ורפא ירפא" קאמפיין - לרפואת יצחק בן פיגלא

    אין די יעצטיגע טעג ווערן אידן אנגעווארעמט צו א גאר קריטישע עמערזשענסי קאמפיין אונטערן נאמען "ורפא ירפא", מיט'ן ציל צו שאפן געלט צו קענען ראטעווען דאס לעבן פון אונזער טייערער חבר ר' יצחק בן פיגלא לרפואה שלמה במהרה. אונזער טייערער באליבטער חבר ר' יצחק איז ליידער אנגעשטעקט געווארן מיט די וויירוס אויף גאר א שווערע פארנעם מיט צוויי חדשים צוריק, פון וואס זיינע לונגען זענען זייער שטארק אפגעשוואכט געווארן, און ער איז יעצט צוגעבינדן צו אן עקמא מאשין צו קענען אטעמען. די משפחה און עסקנים האבן שוין אריין געלייגט איבערמידליכע כוחות און טוען ווייטער אלעס וואס מעגליך אים צו היילן, אבער פארשטייט זיך אז דאס שלעפט אריין אין ריזיגע געלטער, ביז עס איז געקומען צו א מצב וואס מען האט זיך שוין אריינגעלייגט אין שווערע חובות און מען זעט זיך נאך ווייטער מיט גאר גרויסע הוצאות וואס מען דארף באצאלן צו קענען אריינברענגען די ריכטיגע גרויסע ספעציעליסטן צו קענען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ברענגען צו זיין גאנצע רפואה ווי אמשנעלסטן. עס מוז קריטיש געשאפן ווערן די סומע פון $250,000 צו קענען ווייטער אנגיין אז מיר זאלן נישט דארפן זיך אפשטעלן חס ושלום צוליב געלט. מיר פארגעסן נישט ווי ר' יצחק האט געהאלפן אזויפיל פילע אידישע קינדער מיט זיין געוואלדיגע עקספערטיז, ווי פילע פון אונז קענען מעיד זיין. ער האט אוועקגעגעבן זיין לעבן צו העלפן אנדערע אידן מיט זיין גאנצע הארץ, ער האט געראטעוועט פילע חולי ישראל, און יעצט איז די צייט אים ארויסצוהעלפן. ומכאן הקריאה יוצאת: טייערע אידן, עפנט אייער הארץ און קעשענע און געבט א ווארעמע נדבה אין די הצלת נפשות קאמפיין, מיט וואס מען וועט ווייטער טון וואס מען קען נאר צו ברענגען די ערווארטעטע ישועה און רפואה ווי שנעלער. דער "ורפא ירפא" קאמפיין לויפט די וואך. מ'קען מנדב זיין אויפ'ן טעלעפאן 718-540-5728, אדער קען מען געבן אויפן וועבסייט charidy.com/vrapoi ווי מען קען זיך משתתף זיין לכבוד פילע טעימס. דער עיקר דארף מען געדענקען ווייטער צו מתפלל זיין און נישט פארגעסן פון בעטן דעם אייבערשטן פאר א גאנצע רפואה פאר יצחק בן פיגלא, ער זאל זיין געזונט און שטארק ברמ"ח אבריו ושס"ה גידיו, פאר לאנגע געזונטע יארן. רפאנו ה' ונרפא! 💳 דעם ראש ישיבה שליט"א'ס פיעדזש אויפן קאמפיין 📚 קונטרס get well soon פאר בלויז $1.49 📅 דער ראש ישיבה רופט מען זאל זיך משתתף זיין

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ב 📝
  • פרישע פאלדינג מאשין קומט אן אין בית הדפוס

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס אז "קרן הדפסה היכל הקודש" האט געקויפט א פרישע מאשין וואס וועט אסאך פארגרינגערן די ארבעט אינערהאלב דעם בית הדפוס. די רעדע איז פון א נייע מאשין וואס איז ספעציעל געמאכט צו קענען דרוקן גליונות אויף גאר א גרינגן און שנעלן פארנעם, די מאשין דרוקט זייער שנעל און טוט אויך קנייטשן גליונות. ביז יעצט האט מען גענוצט א מאשין וואס קען נישט פארנעמען אזוי סאך גליונות אויף איינמאל, וואס דאס האט גורם געווען אז דרוקן די גליונות זאל נעמען זייער אסאך צייט, יעצט מיטן נייעם מאשין וועט מען מיטן אייבערשטנ'ס הילף קענען דרוקן אזויפיל ווי זעכצן טויזנט (!) גליונות א שעה. דער מאשין איז נתנדב געווארן דורך משפחת בריגער החשובה. דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן מיט אלעס גוטס, דער זכות וועט זיי זיכער באגלייטן אויף דער וועלט און יענע וועלט. אלע אידן וואס וועלן ליינען א גליון און נעמען התחזקות דערפון, וועט גיין אויף זייער קרעדיט בזה ובבא. אויב נויטיגט איר זיך אין א ישועה, קענט איר אלץ מנדב זיין פארן בית הדפוס, און געהאלפן ווערן מיט די ישועה וואס איר דארפט, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט צוגעזאגט. צו מנדב זיין רופט אין "קרן הדפסה" #103 718-387-2691 אדער שיקט א אימעל צו donate@kerenhadfusa.org. על ידי הפצת ספרי רבינו נביא את משיח צדקינו &nbsp;

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ב 📝
  • מקוה מלכה אין ביהמ"ד עצתו אמונה ליבערטי ווערט אט אט פארטיג

    אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי אויפן טווין ברידזש ראוד, געפונט זיך דער פערטער בית המדרש פון שטעטל "בית המדרש עצתו אמונה". אין דעם ביהמ"ד דאווענען מדי שבת בשבתו א שיינער ציבור פון עטליכע מנינים אידן, ווי מען ווארימט זיך אן מיט די דיבורים פון הייליגן רבין און זיינע הייליגע עצות. א גאר געשמאקע אטמאספער פון אחדות געפונט זיך אין דעם בית המדרש, אלע מתפללים שפירן זיך ווי א חלק פון בית המדרש, און יעדער פריידט זיך צו ארויסצוהעלפן און נעמען א חלק אין די הצלחה פונעם בית המדרש. דער ביהמ"ד ווערט געפירט דורכן באליבטן גבאי הר"ר יואל מנחם גרשון שניטצלער שליט"א, וועלכע לערנט פאר יעדן שב"ק דער שיעור אין סיפורי מעשיות און שלש סעודות, ווי ער איז מהנה דעם ציבור מיט די דיבורים געשעפט פונעם קוואל פונעם הייליגן רבין און זיינע תלמידים. דער מגיד שיעור הר"ר יעקב משה אינדארסקי שליט"א, לערנט פאר אין ביהמ"ד יעדן שב"ק און מוצש"ק א שיעור אין א דף גמרא בטוב טעם ודעת, און טאקע פאריגן שב"ק האט מען געפראוועט דעם סיום אויף מסכת ראש השנה, מיט די באטייליגונג פון די בחורים די תלמידים פון ישיבה קטנה וועלכע לערנען ביים מגיד שיעור הר"ר יעקב משה שליט"א. דער ביהמ"ד האט דער ראש ישיבה פארארדענט צו עפענען צוליב די פילע אידן וואס וואוינען אינעם געגענט, וועלכער איז זייער ווייט צו גיין צו סיי וועלכע אנדערע בית המדרש. בפרט ביינאכט ווען עס איז שטאָק פינסטער, אדער אין די גאר קאלטע ווינטער נעכט אין די הויכע שנייען. כאטש ביז יעצט איז מען זיך באגאנגען מיט א צייטווייליגע מקוה, האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן צו בויען אין דעם ביהמ"ד געהעריגע מקוה פאר שבת קודש. נאכן ארבעטן אויף די מקוה שוין עטליכע חדשים, איז מען שוין יעצט כמעט פארטיג. מען האט געמאכט א פראכטפולע באקוועמע מקוה, וואס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף באנייען אויף דעם קומענדיגן יום טוב חנוכה הבע"ט. היינט, מאנטאג וישלח איז שוין ב"ה אנגעקומען די שיינע פראקטישע מקוה בענק, וואס איז נארוואס פארטיג געווארן. דא איז דאס פלאץ זיך צו באדאנקען פון די חשובע עוסקים במלאכת הקודש, וואס האבן אריינגעלייגט גאר אסאך כחות טאג און נאכט פאר די הצלחה פון דעם נייעם מקוה, מו"ה יואל ראזענבערג הי"ו, הר"ר יעקב משה אינדארסקי שליט"א, און מו"ה אברהם דוד לאקס הי"ו. דער אייבישטער זאל זיי באצאלן מיט אלעם גוטן. מה מקוה מטהר את הטמאים

    < זעה מער יב כסלו תשפ"ב 📝
  • סיום מסכת ראש השנה געפייערט דורך אנשי שלומינו

    פארגאנגעם שבת קודש פרשת ויצא האבן אנשי שלומינו איבער די גאנצע וועלט געפייערט דעם סיום מסכת ראש השנה וואס איז געלערענט געווארן אינאיינעם זינט אנהייב חודש אלול העל"ט ווען מען האט יעדן איינציגן טאג - געלויבט דעם אייבערשטן - געלערענט א בלאט גמרא. דער ראש ישיבה שליט"א וועלכע לערנט פאר דעם דף גמרא יעדן טאג בטוב טעם ודעת מיט א גאר געשמאקן און קורצן וועג, איז אלץ מיט א בלאט פאראויס, אזוי אז עס זאל שוין זיין ארויפגעלייגט יעדן טאג אינדערפרי דעם בלאט פון יענעם טאג. טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט האלטן מיט דעם געשמאקן שיעור פון ראש ישיבה וואס ווערט אלץ ארויפגעלייגט דא אויף אונזער וועבסייט. אויך איז מען זיך מחיה מיט די קורצע חיזוק ווערטער וואס ווערט אלץ געזאגט נאכן שיעור, ווי דער ראש ישיבה נעמט ארויס וואס די גמרא וויל פון אונז הלכה למעשה, אויף טאג טעגליך. אזוי אויך רעדט דער ראש ישיבה אלץ איבער חינוך, און וויאזוי מען קען מצליח זיין אויפצוציען ערליכע שיינע דורות אין די היינטיג וועלט. פאריגע וואך דאנערשטאג נאכט, ביים בארימטן שיעור וואס ווערט פארגעלערענט יעדן ליל שישי ספציעל פאר די אינגעלייט, האט מען צוגעשטעלט א שיינע סעודה לכבוד דעם סיום, און דער ראש ישיבה האט געזאגט זייער שיינע דיבורים נאכן מסיים זיין דעם מסכת ברבים. דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער דעם וואס מ'זאגט נאכן סיום "אנו עמלים ומקבלים שכר, והם עמלים ואינם מקבלים שכר", אז יעדע איינער אויף דער וועלט פלאגט זיך, נישטא קיינער אויף דער וועלט וואס עס גייט אויף אים נישט דורך. עס איז נישטא קיין עצה וואו צו אנטלויפן אויסער צום אייבערשטן און צו די תורה. מ'קען אויפטוישן די פלאג וואס איז מיר באשערט, אנשטאט עס זאל גיין אויף פיס ווייטאג, רוקן ווייטאג, חובות, שלום בית, גייט עס אויף זיך פלאגן אויף די תורה, "אנו עמלים ומקבלים שכר" מיר פלאגן זיך, מיר שטעלן אויף א שטוב מיט קינדער, מען מאכט נישט ח"ו א "משפחה פלאן" ר"ל ווי די גויים, וואס מען האט סייווי גארנישט דערפון. ווייל דו וועסט ממילא זיך דארפן פלאגן פונקטליך וויפיל עס איז דיר באשערט. מיר פלאגן זיך מיט הייליגע זאכן מיט מקיים זיין די הייליגע תורה וואס דאס בלייבט מיט אונז אויף אייביג. דער ראש ישיבה האט שטארק געבעטן אנשי שלומינו מ'זאל זיך נעמען אויף זיך צו לערנען יעדן טאג דעם נייעם מסכת תענית וואס מ'הייבט יעצט אן, "אז דו וועסט "זאגן" דעם דף גמרא יעדן טאג, קען זיין אז דו וועסט לערנען יעדן טאג דעם דף, אז דו וועסט וועלן "לערנען" דעם דף וועסטו זען וואס עס וועט זיך אויסלאזן דערפון" האט דער ראש ישיבה געזאגט, זוך נישט קיין שלימות, פאלג דעם צדיק וואס האט געזאגט (שיחת הר"ן סימן ע"ו) "אין צריכים בלימוד רק האמירה לבד". דער ראש ישיבה האט דערנאך אסאך גערעדט איבער שלום בית, "אז דו האסט פייגעלעך אין קאפ, אז דער און יענער האט א בעסערע ווייב, אדער א בעסער שלום בית, דארפסט עמוירדזשענסי א בלאט גמרא, דאס וועט דיך אויסהיילן", אזוי וועסטו וויסן אז דו האסט די בעסטע ווייב, דו וועסט זיך פרייען אהיים צו קומען און לעבן א הייליג לעבן. ▶️ דער ראש ישיבה לערנט שוין פאר מסכת תענית ▶️ דער סיום און שיעור אין ישיבה ▶️ גאנץ מסכת ראש השנה געשמאק פארגעלערענט דורכן ראש ישיבה שליט"א 📚 קונטרס "חנוכה שמח" $1.49

    < זעה מער יא כסלו תשפ"ב 📝
  • ברסלב סענטער'ס "מתנה קארטל" - בעסטע געשאַנק צו געבן

    שטייענדיג אין די ערב חנוכה טעג, ווען מען גרייט זיך צו פייערן דעם פרייליכן יום טוב חנוכה, איז "ברסלב סענטער" פרייליך צו מעלדן פאר אנשי שלומינו, אז נאך דעם גרויסן פארלאנג פון באזוכער אויפן וועבסייט, האט מען ב"ה באוויזן אהערצושטעלן א "מתנה קארטל" (גיפט קאַרד) וואס מ'קען קויפן אויפן וועבסייט, וואס מען קען שיקן אלץ א מתנה, אדער הכרת הטוב צו משפחה פריינט און באקאנטע. אזא מתנה וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיכער דערפרייען יעדן וואס באקומט דאס. ער קען דאס נעמען און נוצן צו קויפן אלצדינג אויפן וועבסייט, אנגעהויבן פון די פולע הונדערטער קונטרסים, ספרים, בילדער, סידיס, און נאך אויף אידיש, ענגליש, אדער לשון הקודש. דאס איז א מתנה וואס וועט טוישן זיין/איר לעבן, פאר די פאר דאלער, וועט ער/זי געוואר ווערן אז דער באשעפער האט אים/איר אויך ליב, דער באשעפער ווארט אויף אים/איר אויך, און אז דער באשעפער האט פון אים/איר אויך נישט פארגעסן. ער/זי וועט באקומען חיזוק און חיות ווייטער אנצוגיין, און זיין פרייליך מיט אלע גוטע מתנות וואס דער אייבישטער האט אים/איר געגעבן אין לעבן. דער "ברסלב סענטער" וועבסייט, האט זיך גאר שטארק באקאנט געמאכט אין די אידישע מארקעט אין אלגעמיין, און ביי אנשי שלומינו בפרט, מיט די בעסטע סערוויס, און גאר צוגעגליכענע פרייזן. עס ווערט כסדר צוגעלייגט נאך און נאך אייטעמס לויט די פארלאנג פון די קאסטומערס, ווי איר קענט זען מיט די אייגענע אויגן. כמעט יעדן טאג קומען צו פרישע קונטרסים אדער ספרים. און אנשי שלומינו נוצן אויס דעם געשמאקן און מסודר'דיגע וועבסייט, און באשטעלן כסדר דארט די פילע ספרים און אנדערע ארטיקלען, וואס קומט דערנאך אן צום טיר גאר שנעל. מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן פון די פילע קאסטומערס, ווי גרינג עס איז צו נוצן, דעם גרויסן שיינעם אויסוואל. בפרט איז מען גאר צופרידן פון דעם "פרי דעליווערי" סערוויס (אויף ארדערס פון $35 און העכער), וואס ווערט גוט אויסגענוצט דורך די פילע צופרידענע קונדן. אויך איז געווארן צוגעלייגט א פרישע "הילף" קנעפל ביים וועבסייט, דורך וועלכע באזוכער וועלן קענען אנפרעגן און באקומען ענטפערס אויפן פלאץ איבער אלעס אנבאלאנגט דעם וועבסייט. 🛒 דרוקט דא, און קויפט א "מתנה קארטל"

    < זעה מער ז כסלו תשפ"ב 📝
  • שיינע שידוך געשלאסן ביי א תלמיד הישיבה

    קרעדיט: הר"ר נתנאל פארקאש שליט"א א גרויס שמחה הערשט אין ישיבה צום פרייליכע בשורה פונעם שידוך שליסן פון הב' משה שמואל שטעסל נ"י פון קרית יואל וואס איז א חתן געווארן צו הכלה תחי' א טאכטער פונעם באקאנטן משפיע פון ירושלים הרה"צ שמעון שפירא שליט"א. דער חתן נ"י האט זוכה געווען אויסצונוצן זיינע אינגע יארן און אנגעפילט זיינע טעג מיט תורה ומעשים טובים, ער האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס, און ענדיגן מסכת תענית 101 מאל. דאס איז אויסער זיינע פילע שיעורים אין אלע חלקים פון די תורה, וואס ער לערנט פלייסיג יעדן טאג. אויסער דעם איז דער חתן נ"י אסאך עוסק אין הפצה, און איז זוכה צו פארשפרייטן דעם רבינ'ס אור אז נאך אידן זאלן באקומען פונעם זיסן קוואל באר מים חיים פון וואס ער איז זוכה צו טרונקען. אזוי ווי מוהרא"ש האט געבעטן און צוגעזאגט אז ווער עס וועט אויסזאגן גאנץ תהלים ביי זיין ציון לזכותו וועט ער פועלן פאר זיי זייער שידוך. איז טאקע דער חתן געווען ביים ציון הק' פון מוהרא"ש אין יבניאל, ווי ער האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים, און ווי נאך טויזנטער אידן האט ער טאקע זוכה געווען צו טרעפן א גוטע שידוך זייער שנעל. זאל דער אייבישטער העלפן אז דער שידוך זאל עולה יפה זיין, און זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, אמן. 📰 איין וואך צוריק: דער חתן ענדיגט 101 מסכת תענית 🎞️ דער שיעור פון ראש ישיבה ווען דער חתן האט געענדיג מסכת תענית 101 מאל

    < זעה מער ו כסלו תשפ"ב 📝
  • הערליכע סיום הלכות שבת אָפּגעראָכטן ביים ראש ישיבה אינדערהיים

    עס הערשט א גרויס שמחה ביי די בחורים אין ישיבה תפארת התורה. מען האט זוכה געווען צו פראווען א שיינע סיום אויף א שיינע חלק פון הלכות שבת. צום דעם פרייליכן געלעגענהייט האט מען האט געפראוועט א שיינער סיום ביים ראש ישיבה אינדערהיים. דער ראש ישיבה געווען זייער אויפגעלייגט ביים גאנצן סיום, און שטארק מחזק געווען די בחורים מען זאל ווייטער אנגיין און לערנען פלייסיג. דער שיעור האט דער ראש ישיבה מייסד געווען מיט עטליכע יאר צוריק, דער ערשטער מגיד שיעור איז געווען דער דיין שליט"א וואס וואוינט שוין היינט אין קרית ברסלב, דעם זמן האט הרה"ג ר' אלחנן ראטה שליט"א איבערגענומען דעם שיעור. דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן און ארויסגעברענגט אז דער רבי בעט יעדן טאג דארף מען טון צוויי זאכן: מען דארף יעדן טאג לערנען הלכה, און רעדן צום אייבערשטן. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז נאר אזוי קען מען זיך רופן&nbsp; א ברסלב'ע חסיד. דער ראש ישיבה מסביר געווען אז כאטש דער רבי האט גערעדט פון אסאך זאכן, אבער די צוויי זאכן איז דער יסוד. רעדן צום אייבערשטן בינדט צו א איד צום אייבערשטן, און לערען הלכות לערנט אויס דעם איד וואס דער אייבישטער וויל א איד זאל טון. די צוויי זאכן מוזן גיין אינאיינעם, מען דארף לעבן מיט אמונה, און לעבן מיט הלכה. דער ראש ישיבה האט געזאגט אויף די בחורים פונעם שיעור "זיי זענען העלדן פון די קהילה! דאס איז אונזער ישיבה!". דער שיעור ווערט פארגעלערענט אין די הייליגע ישיבה תפארת התורה יעדן טאג דורכן חשובן מגיד שיעור הרה"ג אלחנן ראטה שליט"א 4:15 און ציעט זיך ביז 5:00, ווען דער ראש ישיבה שליט"א זאגט זיין טעגליכע בארימטער חיזוק שיעור, וואס די רעקארדינגס דערפון גייען ארום אין די גאנצע וועלט, און איז מחיה צענדליגע טויזנטער אידן טאג טעגליך. דערנאך האט דער מנהל המוסדות הר"ר מרדכי אינדיג אויפגעטרעטן, און ארויסגעברענגט אז אויב מיר האבן שוין יא אזא ראש ישיבה, דארפן מיר אים פאלגן, און אזוי וועלן מיר מצליח זיין אין אלעם ברוחניות ובגשמיות. דערנאך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פונעם מנהל פון ישיבה הר"ר נתנאל פארקאש שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט די וויכטיגקייט פונעם שיעור, און פון לערנען הלכות שבת. אויך האט מען געהערט טרעפליכע ווערטער פונעם מגיד שיעור הר"ר אלחנן ראטה שליט"א, וואס האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע שמחה אז מען האלט שוין דא, מען האט מסיים געווען נאך א מקצוע אין די וויכטיגע הלכות פון הלכות שבת. ▶️ דרשה פון ראש ישיבה ביים סיום 📸 בילד פונעם סיום

    < זעה מער ה כסלו תשפ"ב 📝
  • הכנסת ספר תורה דעם שבת קודש אין היכל הקודש פרעמישלאן קרית יואל

    א גרויס שמחה הערשט אין בית המדרש היכל הקודש פרעמישלאן, ווען דעם שבת קודש פרשת ויצא הבא עלינו לטובה וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף אריינגעגעבן ווערן א נייע ספר תורה. דער נייער ספר תורה איז געשריבן געווארן לעילוי נשמת דעם אומפארגעסליכן הרה"ח ר' ראובן וויינבערג ז"ל, וואס כאטש עס זענען געווען שולן נענטער צו זיין הויז פלעגט אלץ קומען דאווענען נאר אין בית המדרש היכל הקודש.&nbsp; אין די עלטער פון 96 יאר אין די גרעסטע פרעסטן פון ווינטער, און אין די גרעסטע היצן פון זומער פלעגט ער קומען מיט די גרעסטע שמחה אין בית המדרש אלעס נאר כדי צו קענען זאגן נאך א קדיש, נאך א קריאת שמע, און ענטפערן נאך אן אמן. ר' ראובן וויינבערג זכרונו לברכה איז געווען א מסירת נפש איד וואס איז אויפגעוואקסן אין רוסלאנד אונטער די קאמוניסטישע רשעים, און האט מיט אלע שוועריקייטן זוכה געווען צו היטן אידישקייט מיט די גרעסטע מסירת נפש, ער האט זוכה געווען אויפגעשטעלט א הערליכע אידישע דור פון קינדער און אייניקלעך וואס לעבן מיטן אייבערשטן, און היטן די תורה. ר' ראובן איז באוויסט געווען אין בית המדרש היכל הקודש מיט זיין ספר פנים יפות ווי ער פלעגט אויפנעמען יעדן איד מיט א גרויסע שמייכל. די מתפללים קענען נישט פארגעסן ווי ער פלעגט זיך אלץ אינטערעסירן וואס ער און די משפחה טוען, און כמים פנים אל פנים איז ר' ראובן געווען שטארק באליבט אין בית המדרש היכל הקודש פרעמישלאן, ווי ער פלעגט באשיינען דעם בית המדרש פאר לאנגע יארן, מיט האלטן די תפילות שבת ויום טוב, סיפורי מעשיות, שלש סעודות, ווי ער פלעגט זיך צוהערן מיט דורשט צו די דברי אלקים חיים די ווערטער פון הייליגן רבין מיט וואס ער פלעגט זיך מחי' זיין, און טרונקען די הייליגע דיבורים וואס מען רעדט אין בית המדרש היכל הקודש. יעצט האט זיין אייניקל ר' נחום וויינבערג הי"ו וואס האט אים אלץ אזוי געטריי באדינט ביים לעבן, זוכה געווען ענדיגן שרייבן א ספר תורה לעילוי נשמתו פון זיין גרויסן זיידן, און איז עס מנדב זיין פאר דעם הייליגן בית המדרש ווי דער זיידע איז געווען א שטענדיגער מתפלל. ווי דער פלאן איז וועט אם ירצה השם דעם שבת קודש פרשת ויצא, געפראוועט ווערן א שיינער הכנסת ספר תורה, ווי דער נייער ספר תורה וועט אי"ה ארויסגיין פארן ליינען פון שטוב ווי ר' ראובן האט געוואוינט אויף מעזיבוזש רד. און וועט גיין צום בית המדרש היכל הקודש אויף פרעמישלאן רד. מיט שמחה, טענץ און געזאנג, ווי דער ספר תורה וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף גענוצט ווערן פאר קרית התורה מדי שבת בשבתו. &nbsp;

    < זעה מער ד כסלו תשפ"ב 📝
  • קרן הדפסה ווירבלט מיט ארבעט פון ארויסגעבן פילע ספרים און קונטרסים

    א רוף צו אנשי שלומינו איבערצוקוקן די אוצרות מיט יעדן דורכגייענדן טאג, קומען ארויס פילע פרישע קונטרסים און ספרים וואס מען דרוקט פריש איבער פון אנפאנג, סיי די אותיות, סיי מיט הגה, און אויך מיט א הערליכע פרישע דעקל וואס ציעט מען זאל עס נעמען. אין לויף פון די ארבעט אין קרן הדפסה נאכדעם וואס מען האט שוין זוכה געווען אז הונדערטער קונטרסים זענען געדרוקט געווארן, האט מען שוין געהאט פילע פעלער ווען נאכדעם וואס דער קרן הדפסה האט ארויסגעגעבן לאור עולם א פרישע קונטרס אדער ספר, איז אפיר געקומען איינער וואס האט געזאגט אז ער האט ביי זיך די גאנצע ספר אין א טעקסט פארמאט וואס מען וואלט געקענט נוצן איבערצודרוקן דעם ספר, אסאך שנעלער און ביליגער. דערפאר איז דער קרן הדפסה ארויסגעקומען אין א רוף צו אנשי שלומינו: "אל תמנע טוב מבעליו!", געבט ארויס אייער אוצרות! טייערע ידידים, איר האט ביי זיך אין באזיץ פיילס פון ספרים אדער קונטרסים פון מוהרא"ש, וואס מען קען דערמיט באלייכטן די וועלט? איר קענט פארשפארן פיל צייט פון דארפן פריש איבערטייפן דעם גאנצן קונטרס! אויף וועם ווארט איר? פארבינדט אייך שוין צום קרן הדפסה דורכן שיקן אן אימעיל צו office@kerenhadfusa.org. אין אנדערע נייעס זענען במשך די לעצטע וואך זענען ארויסגעקומען נאך פילע ספרים און קונטרסים ביים קרן הדפסה, צווישן זיי: ברכת הפרנסה, האלט זיך שטארק, סדר דרך הלימוד, רק רגע, יסוד האמונה, הצלחה לתמיד צעיר, אידישקייט איז שיין, תן חיוך, און נאך פיל. כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים

    < זעה מער ד כסלו תשפ"ב 📝
  • וויכטיגע מעלדונג: שבת אין קראון פלאזא וועט מעגליך אפגערוקט ווערן מיט א וואך

    אנשי שלומינו זענען אין גרויס שפאנונג צום גרויס שבת התוועדות סיום בבלי סדר מועד וואס וועט בעז"ה פארקומען אום חודש אדר ב' הבעל"ט אינעם הערליכן קראון פלאזא האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקוט. די עסקנים נעמען אויף די קאלס פונעם ציבור וואס רעזערווירן צימערן אין גרויסן, און די זעלבע צייט קומען פאר זיצונגען ווי מען גרייט צו א הערליכן פראגראם, וואס וועט בעזר השם מהנה זיין דעם ציבור אויפן העכסטן פארנעם. עס איז נארוואס ארויסגעקומען א וויכטיגע אלערט פון די עסקנים: צוליב טעכנישע סיבות, איז שטארק מעגליך אז מען וועט נישט קענען פראווען דעם גרויסן שבת ווי געפלאנט פרשת פקודי. מען איז געזיצן די וואך מיט די פארוואלטונג פונעם האטעל, און מען איז דן צי מען וועט קענען אנהאלטן דעם שבת פרשת פקודי, אז נישט וועט מען עס בעז"ה פאראויס רוקן מיט א וואך צו פרשת ויקרא הבעל"ט. צי עס וועט זיין שבת פרשת פקודי אדער שבת פרשת ויקרא, גרייטן זיך אלע אנשי שלומינו צו מיט לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, און מען איז מסיים איין מסכתא נאכן צווייטן. די אלע וואס האבן נאך נישט באשטעלט א צימער קענען רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו 917-232-9070. פאלגט נאך די ווייטערדיגע מעלדונגען איך בין א ש"ס איד!

    < זעה מער כט חשון תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 1021 to 1035 of 1666 results

1 2 ... 66 67 68 69 70 71 72 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com