Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שיינע קידוש לרגל הולדת הבת ביי מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו אין ביהמ"ד היכל הקודש פרעמישלאן

    קרעדיט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א פארגאנגענעם שבת קודש קרח נאכן דאווענען, איז פארגעקומען א קידוש אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אויף די פרעמישלאן גאס אין קרית יואל, צום געבורט פון א מיידל ביי האברך החשוב מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו, בן הרה"ח ר' בנציון יושע שליט"א, וחתן הרה"ח משה שמואל סאמעט שליט"א. דער קידוש  ביי וועלכע עס האבן זיך באטייליגט פילע קרובים וידידים פונעם בעל שמחה - איז געפראוועט געווארן אויף א באשיידענעם אופן אויפן וועג ווי דער ראש ישיבה שליט"T לערנט אויס. ספעציעל האט זיך אנגעזען די באטייליגונג פון הגה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ורב דביהמ"ד בית שמואל בנימין דקיט"ל דסאטמאר חדב"ן הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א, וואס האט אויך אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי ברכה און האט ארויסגעברענגט ווי געשמאק דער לופט פון ביהמ"ד איז, און האט זיך אויסגעדרוקט "מען שפירט דא אין ביהמ"ד א ריינע לופט, מען שפירט דא אן אטמאספערע פון אמונה, עס איז א פלאץ וואס מען רעדט נאר פון אמונה". דער בעל שמחה מו"ה ישראל יעקב הי"ו איז פון די קביעות'דיגע מתפללים אין ביהמ"ד וואס שפירט אלץ פאר א זכיה ווי ער קען צולייגן א פלייצע און העלפן אין בית המדרש. דער אייבישטער זאל העלפן דער בעל שמחה זאל זען אסאך אידיש נחת פון אלע קינדער געזונטערהייט.

    < זעה מער ג תמוז תשפ"א 📝
  • א וועלט פון חיזוק קאמפיין שטעלט פאר "פּריים סאָנדעי" זונטאג חוקת הבעל"ט

    קרעדיט מו"ה יצחק יונה זאבעל הי"ו ווי שוין באריכטעט, וועט דער ראש ישיבה שליט"א זיך ארויסצולאזן אויף א נסיעה קיין אייראפע, מיטן אייבערשטנס הילף, קומענדיגן ווינטער; דער נסיעה ווערט יעצט אויסגעארבעט און אויספלאנירט מיט אלע דעטאלן בס"ד. מען גייט בעז"ה פארן אויף א קנאפע וואך צו פילע קברי צדיקים אין אייראפע, וואס וועט בעז"ה זיין א נסיעה צום געדענקען. אזוי אויך איז ווי שוין געמאלדן וועלן די אלע וואס האבן באוויזן אריינצוברענגען פינף טויזנט דאלער און העכער קענען מיטפארן. דערפאר האבן פילע טיעם מעמבערס געבעטן "למה נגרע", זיי ווילן נאך עטליכע טעג צו קענען אנקומען צום ציל.&nbsp; דערפאר האט "א וועלט פון חיזוק" קאמפיין באשטימט דעם קומענדיגן זונטאג פרשת חוקת הבא עלינו לטובה, ווען אסאך ארבעטן נישט, אלץ "פּריים זונטאג", און וועט געבן נאך איין שאנס פאר אלע צו קענען אנקומען צום ציל, און קענען מיטצופארן מיטן נסיעה. נאך א פריידיגע אנטוויקלונג האט מען געמאלדן אז אויך די וואס וועלן אנקומען צום ציפער פון צוויי און א האלב טויזנט דאלער וועלן באקומען א שאנס צו ארייניגיין אין א גורל. זונטאג נאכט וועט אפגעהאלטן ווערן נאך א גורל, וואס וועט האבן פיר פרישע געווינער, פאר אלע וואס וועלן האבן אנגעקומען ביז זונטאג נאכט צו לכל הפחות צוויי און א האלב טויזענט דאלער, און דער געווינער וועט באקומען פון א חשובער נדבן די איבעריגע סכום ביז פינף טויזנט דאלער פאר זייער טיעם, און אזוי ארום וועלן זיי אויך באקומען די זכות צו קענען מיטפארן מיט די נסיעה.&nbsp; מטעם דער קאמפיין איז מען זייער דאנקבאר פאר אלע מענער און פרויען וואס האבן אריינגעלייגט אסאך הארץ צייט און כח אויפצוטרייבן נדבות פון אחינו בני ישראל, אזוי אויך איז מען זייער מכיר טוב פאר אלע נדבים פון איבער די גאנצע וועלט וואס האבן זיך אזוי שיין ביישטייערט, און מחזק געווען די עסקנים וואס האבן גערופן פאר נדבות. געלויבט דעם אייבערשטן אז מען איז אנגעקומען צו דעם שיינעם סכום און איבערגעשטיגן אלע ערווארטונגען. ווי געזאגט, וועט מען מיטן אייבערשטנ'ס הילף ממשיך זיין מיטן קאמפיין ביז זונטאג נאכט, און דער אייבישטער וואס האט געהאלפן ביז אהער וועט ווייטער העלפן אז יעדער וואס וויל וועט קענען אנקומען זייער ציל, און אזוי ארום ארויסהעלפן פאר די הייליגע מוסדות זאלן ווייטער קענען אנגיין מיטן פארשפרייטן די הייליגע אמונה און די הייליגע עצות לכל דורש ומבקש. ינתן גם מחר לעשות כדת היום 💳 צו נעמען אנטייל אינעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 🔗 צו עפענען אן אייגענע "טעים" אינעם קאמפיין 📰 אומגלויבליכע אפרוף צום "וועלט פון חיזוק" קאמפיין לטובת די הייליגע ברסלבע מוסדות 🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א 📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן

    < זעה מער ל סיון תשפ"א 📝
  • א וועלט פון חיזוק: ציל געהעכערט צו $400,000 - כינוסים יעדער אין זיין שטאט

    קרעדיט: מו"ה ארי פיש הי"ו ווי דער ציבור האלט מיט, גייט דער קאמפיין אן מיט גרויס הצלחה ברוך השם. עס קומען אריין ממש יעדע מינוט שיינע באשטייערונגען פון אלע עקן וועלט. בפרטיות זענען שוין דא 11 טיעמס וואס האבן שוין ב"ה מצליח געווען אריבערצוגיין דעם $5,000 וואס איז אריינגעקומען פון די איבערגעגעבענע אינגעלייט מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, מו"ה יוסי פרערא הי"ו, מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, מו"ה אברהם פריעדריך הי"ו, מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, מו"ה אברהם ראטה הי"ו, מו"ה ישעי' בערגער הי"ו, מו"ה יוסף פריעדמאן הי"ו, מו"ה שמואליק בלעדי הי"ו, מו"ה יצחק אייזיק ראטה (קרית ברסלב) הי"ו און מו"ה מאטי פאנעטה הי"ו, וואס האבן זיך אוועקגעגעבן שעות און כחות אריינצוברענגען שיינע סכומים.&nbsp; בנוסף זענען דא 20 טיעמס פון טייערע איבערגעגעבענע אינגעלייט וואס האלטן שוין צווישן $2,500 ביז $5,000. נאך דעם זענען דא נאך איבער 400 טיעמס פון טייערע איבערגעגעבענע מענער אדער פרויען וואס יעדער לייגט אריין אסאך צייט און כח פאר די הצלחה פונעם קאמפיין און רופן ארום צו זייערע קרובים און באקאנטע און געבן זיי די געלעגענהייט צו האבן די זכיה צו געבן פאר די הייליגע מוסדות היכל הקודש, וואס איז דער מוסד בה"א הידועה, וואס איז מחזק, מעודד און משמח יעדער איד פון דער וועלט באשר הוא שם. יעדער איד אָן אַן אויסנאם וואס זוכט חיזוק אויף סיי וואס פארא ענין, זאל עס זיין אין אידישקייט, ער פילט אז ער דארף א "בוסט", ער וויל אויפפרישן זיין קשר צווישן זיך און דער אויבערשטער, אדער ער דארף חיזוק אין שלום בית, ער זאל נישט אויפגעבן אז זיין ווייב איז נישט ווי ער האט געחלומט, אדער סיי וואס פארא פלאנטער מען זאל נאר נישט אריינפאלן, ווייסט מען אז "היכל הקודש" איז דער אדרעס וואו מען קען זיך אויפפרישן, ער שאפט זיך איין פון די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש אדער פון ראש ישיבה, צי ער קומט אריין אין איינע פון די פילע שולן פון היכל הקודש און הערט א שיעור חיזוק, אדער רופט ער אריין צום קול ברסלב טעלעפאן ליין און וועלט אויס פון די פילע אפטיילונגען, צי נעמט ער ארויס א סידי און הערט א ניגון פון התחזקות פון ראש ישיבה, אדער ווענדט ער זיך צו אונזער וועבסייט "ברסלב סענטער" ווי ער טרעפט א ריזיער אויסוואל צו זען און הערן, פילע שיעורים בריוון און ארטיקלען, און אזוי ווייטער. אזוי אז יעדער איד קען טרעפן חיזוק און פרישקייט פון היכל הקודש וואס איז צוגעפאסט צו אים אין זיין מצב, און ווען מען געבט זיי די געלעגענהייט פרייען זיי זיך צו קענען מחזק זיין דעם הייליגן צוועק. בסייעתא דשמיא איז דער קאמפיין ב"ה שוין אריבערגעגאנגען דעם ערשטן ציל פון $300,000 און מיט נאך א גוטע צען שעה צו גיין, איז ארויפגערוקט געווארן דער ציל צו $400,000 דאלער. וואס מען האפט בעזר השם אז מען וועט שנעל דערגרייכן. אין אן עקסטערע נייעס, איז געמאלדן געווארן אז היינט נאכט אום 12:30 וועלן ארויסגעצויגן ווערן בעז"ה 4 געווינער פון אלע וואס זייערע טיעמס האבן דערגרייכט לכה"פ $2,500 (צווישן די מאן און ווייב אינאיינעם) וואס וועלן צובאקומען די איבעריגע סכום ביז $5,000 צו זייער טיעם, און וועלן בעז"ה קענען מיטפארן מיט די גרויסע נסיעה מיט'ן ראש ישיבה. די פיר גורלות זענען נתנדב געווארן דורך "פעסט בוילד", און "די ענד עס אפּליינעסעס" און נאך צווי אנאנימע נדבנים. אזוי אויך ווערן אלע טיעם מעמבערס איינגעלאדנעט צו א גרויסע אווענט, יעדער אין זיין שטאט, ווי די קאמפּיין וועט אויפשטעלן א מעכטיגע הויפטקווארטיר, ווי מען וועט זיך מחזק זיין בשבת אחים, עס וועט בעז"ה זיין עסן צו טועם זיין, אזוי אויך וועט זיין צוגעשטעלט קאמפיוטערס און טעלעפאנען, און עס וועט געגעבן ווען די מעגליכקייט אויפצוטרייבן נאך סכומים.&nbsp; &nbsp; מען וועט זיך צוזאם קומען היינט נאכט אום 8:00 אום: בארא פארק: ביהמ"ד היכל הקודש, 1012 41 סט. וויליאמסבורג: ביהמ"ד היכל הקודש, 27 סקילמאן סט. מאנסי: 988 טשעסטנאט רידזש רד. ספרינג וואלי קרית יואל: ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו, 24 מעריוואלד רד. סאוט קרית ברסלב: ביהמ"ד היכל הקודש, 181 האשקי רד. בעזר השם נעשה ונצליח &nbsp; 💳 צו נעמען אנטייל אינעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 🔗 צו עפענען אן אייגענע "טעים" אינעם קאמפיין 📰 אומגלויבליכע אפרוף צום "וועלט פון חיזוק" קאמפיין לטובת די הייליגע ברסלבע מוסדות 🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א 📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן

    < זעה מער כט סיון תשפ"א 📝
  • אוקריינע דערלייכטערט פארשידנע קאוויד רעגולאציעס אריינצוקומען

    קרעדיט: מו"ה אלי קאנלל הי"ו - פּלען איט רייט 845-678-3555 געלויבט דער אייבישטער אז מען גרייט זיך שוין צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט. פילע גרייטן שוין צו די "מתנות" וואס מען וועט ברענגען פארן הייליגן רבין, דער פלאנט בעז"ה צו ענדיגן עטליכע מסכתות אין ש"ס, אנדער ענדיגן תיקוני זוהר, און פילע אנדערע לימודים. אזוי אויך קויפט שוין דער עולם די טיקעטס אין גרויסן. אין אומאן גרייט מען זיך שוין צו צו די פילע מאסן וואס וועלן מיטן אייבערשטנ'ס הילף קומען, אלע הכנסת אורחים'ס קויפן זיך שוין איין ריזיגע קוואנטומס פון עסן צו געבן פאר די צענדליגע טויזנטער אידן. ועל כולם, גיסן אידישע קינדער טויזנטער תפילות, אז אלעס זאל דורכגיין בשלום און מען זאל טאקע זוכה זיין דאס יאר אנצוקומען צום הייליגן רבין און קענען צוברעכן אלע מניעות און שוועריקייטן. יעצט קומט אריין די גוטע נייעס, אז די קאבינעט אין דער אוקריינער רעגירונג האט באשטעטיגט עטליגע טוישונגען אין די רעגולאציעס וואס וועלן פארגרינגערן פאר אויסלענדישע בירגער אריינצוקומען קיין אוקריינע. וואַקסין: די וואס ברענגען באווייז אז זיי זענען וואקסינירט (מיט א וואקסין וואס דער אוקריינער רעגירונג באשטעטיג - אריינגערעכענט, פּפייזער, דזשאנסאן ענד זשאנסאן, עסטרע זענעקע, מאדערנע) וועלן אריינגעלאזט ווערן אן קיין שום טעסט. טעסט: נישט וואקסינירטע וועלן ווי ביז יעצט דארפן ברענגען א נעגאטיוו קאוויד טעסט. אבער אנשטאט ווי ביז יעצט האט מען געדארפט האבן דוקא א "פּי-סי-אַר" טעסט (וואס נעמט כאטש עטליכע שעה צו באקומען די רעזולטאטן), וועט מען ערלויבן אויך "רעפּיד" טעסטס (וואס מען באקומט די רעזולטאטן אין עטליכע מינוט). דער טעסט וועט דארפן גענומען ווערן - ווי ביז איצט - אין די 72 שעה פארן אנקומען קיין אוקריינע. קינדער: קינדער אונטער 12, וועלן נישט דארפן האבן קיין שום טעסט אדער וואקסין. אינשורענס: דער פארלאנג צו האבן אוקריינישע אינשורענס בלייבט דערוויל אין קראפט. מען זעט ווי תפילות ישראל עושה רושם, און די רעגולאציעס ווערן נאר מער און מער פארגרינגערט. און מען בעט און מען האפט ווייטער אז מען זאל טאקע זוכה זיין אנצוקומען קיין אומאן אויף ראש השנה און זיין ביים הייליגן רבין, און באקומען די געוואלדיגע הבטחות וואס ער האט צוגעזאגט פאר די וואס קומען צו אים אויף ראש השנה. הראש השנה שלי עולה על הכל 📰 מען קויפט שוין טיקעטס אויף ראש השנה 📰 אינפארמאציע איבער אראפנעמען דעם אוקריינישן שווארצן זיגל פון פאספארטן 📰 אינפארמאציע איבער רעזערווירן א בעט אין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ב 📰 פארשריט אינעם בנין פון ראש ישיבה אין אומאן צוצולייגן נאך צימערן אויף ראש השנה תשפ"ב 📰 אוקראַינא זאגט אז זי וועט אריינלאזן וואקסינירטע אויף קומענדיגע ראש השנה תשפ"ב 📰 אומגלויבליכע אפרוף צום "וועלט פון חיזוק" קאמפיין לטובת די הייליגע ברסלבע מוסדות 💳 צו נעמען אנטייל אינעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 🔗 צו עפענען אן אייגענע "טעים" אינעם קאמפיין 📰 הכרת הטוב פאר די עסקנים וואס האבן אנטייל גענומען אינעם קאמפיין 🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א 📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער כח סיון תשפ"א 📝
  • גרויסע שמחה הערשט אין קהילת היכל הקודש צום שידוך שליסן אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א

    קרעדיט: מו"ה יעקב פיש ני"ו מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן ביי אנשי שלומינו די פרישע נייעס איבער דעם שידוך פון החתן נתנאל ני"ו דער זון פון המפיץ הגדול הרב יואל פארקאש שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל עב"ג די חשובע כלה תחי' די טאכטער פונעם ראש ישיבה שליט"א. דער שידוך איז געווארן געשלאסן אין א מזל'דיגע שעה פארגאנגענעם ליל שישי אין שטוב פון גרויסן זיידן הרה"ח רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען אין וויליאמסבורג, מיט די באטייליגונג פון די זיידעס כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א וואס איז געקומען צו פארן פון בארא פארק, און הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א דער זיידע פונעם חתן וואס איז געקומען צו פארן פון קרית יואל. דער ראש ישיבה שליט"א האט מכבד געווען זיין שווער הגה"צ ר מררדכי אהרן שליט"א מיט קריאת התנאים. די חשובע זיידעס שליט"א האבן געזאגט שיינע דברי ברכה און אנגעווינטשן פאר חתן כלה. די עדות זענען געווען מו"ה אייזיק אפפעל&nbsp; ני"ו און מו"ה יעקב פיש ני"ו, ערב קבלן איז געווען הרב מרדכי אינדיג ני"ו און מו"ה העניך אינדיג ני"ו. סיי דער חתן און סיי די כלה זענען תלמידים פון די הייליגע מוסדות היכל הקודש ברסלב און זענען גוט אויסגעלערענט וואס דאס לעבן איז, זיי דארפן גארנישט אויסער אויפשטעלן א אידישע שטוב על דרך ישראל סבא, זיי דארפן נישט קיין תנאים און קיין בלומען, עס אינטערעסירט זיי נישט קיין מתנות און קיין פוירניטשור, זיי טראכטן נישט פון קיין זאל און קיין זינגער, עס מאכט זיי נישט פרייליך די שטריימל און די קליידער; זיי זענען איבער-גליקליך אז דער אייבישטער האט זיי געהאלפן אז זיי האבן געטראפן זייער שידוך אין א מזל'דיגע שעה, און זיי גייען אנהייבן זייער לעבן אויף די וועג פון אונזערע עלטערן און רבי'ס זכותם יגן עלינו. אלע אנשי שלומינו זענען זייער פרייליך מיט די נייעס, און וואונטשן פאר'ן ראש ישיבה פילע הויפענעס אידיש נחת, פון די פארפאלק זאל זיך ווייטער ציען הייליגע אידישע דורות וואס וועלן באלייכטן די וועלט. עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול חתן וקול כלה 📸 מעמד לחיים ווארט תנאים פון החתן נתנאל פארקאש עב"ג בת הראש ישיבה - ליל שישי שלח תשפ"א 📰 שידוך פון עלסטן זון פון ראש ישיבה הרב שלמה שליט"א עב"ג בת הרב יואל טייטלבוים שליט"א - אדר א' תשע"ט 📰 חתונה פון הרב שלמה שליט"א זון פון ראש ישיבה שליט"א - סיון תשע"ט 🗞️ מ'קען חתונה מאכן אָן בארגן אדער גנב'נען 🎞️ די פייערדיגע טענץ ביים חתונה פון עלטסטן זון פון ראש ישיבה שליט"א

    < זעה מער כז סיון תשפ"א 📝
  • אומגלויבליכע אפרוף צום "וועלט פון חיזוק" קאמפיין לטובת די הייליגע ברסלבע מוסדות

    קרעדיט: מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו מיר האלטן נאך 21 שעה איידער דער אנהייב פונעם "וועלט פון חיזוק" קאמפיין, אבער די ווארעמקייט פון ציבור גיסט זיך איבער אלע ברעגעס. עס זענען שוין יעצט דא 348 טעימס, עס זענען שוין אריינגעקומען איבער 1,000 נדבות, און דער סכום פון נדבות האלט שוין ביי $76,578. אויפן האטליין פון ברסלב סענטער זענען ארויפגעגאנגען עטליכע אינטערוויוס ווי מען קען הערן זייער שיינע טיפס און עצות איבער פאנדרעיזינג, אזוי אויך פארשידענע אפדעיטס און נייעס איבער דעם קאמפיין. דער פייער ביים ציבור זעט זיך אן איבעראל. ביי די מענער זעט מען ווי עס שרייבן זיך כסדר איין צענדליגע נייע טעימס, מ'זעט אפילו אינגעלייט וואס זענען פארנומען ביז איבערן קאפ, אדער וואס האבן בכלל נישט קיין פאנדרעיזינג סקיללס; ביי די פרויען איז דא א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט, די פרויען האבן זיך צוזאם גענומען און ארבייטן אויף שיינע סכומים, מען העלפט זיך ארויס, און מען האט מסדר געווען א ראפעל. אין ארץ ישראל פלאקערט: די אינגעלייט זענען ארום געפארן פון שטאט צו שטאט איבעראל ווי אנשי שלומינו וואוינען, און מען ווארעמט אן דעם ציבור, מען איז שוין געווען אין ירושלים, בני ברק, בית שמש, טבריה, צפת, מען האט דארט איינגעשריבן דעם עולם אין טעימס, ועוד ידם נטויה. אויך זענען דא געוואלדיגע פעולות אין לאנדאן, און אייראפע און אין נאך פילע שטעט איבער די וועלט. פון די אנדערע זייט געבן אנשי שלומינו איבער אז אויך די קרובים ידידים שכנים פון וועמען מ'בעט נדבות רופן זיך אלע זייער שיין אן. דער עולם איז זייער ווארעם, רוב רובם זאגן קלאר, אז אויך זיי הערן אויס דעם ראש ישיבות דרשות און נעמען פון דארט חיות און חיזוק אנצוגיין. מען פריידט זיך צו האבן די געלעגענהייט כאטש איין מאל א יאר צו געבן פאר די הייליגע מוסדות. מען זעט ווי ממש יעדע סעקונדע קומען אריין נדבות פון איבעראל איבער די וועלט, שיינע סכומים, מענטש שטרענגען זיך אן און זעען פאר זיך די גרעסטע זכיה צו קענען מנדב זיין פאר א פלאץ פון ווי עס גייט ארויס אזויפיל אמונה, אזויפיל תורה, אזויפיל קדושה וטהרה, אזויפיל חיזוק, אזויפיל שלום בית, אזויפיל עצות, אזויפיל שכל, אזויפיל תפילות והתבודדות, אזויפיל שמחה, וכו' וכו'. אונזער סדר געווענליך איז אז מיר ברענגען אראפ אלע טיעמס פאר וועמען צו געבן, אבער ב"ה בעת מיר שרייבן די שורות זענען שוין איינגעשריבן 348 טעימס און וואקסט פון מינוט צו מינוט (בשעת מיר זענען מגיה דעם באריכט 10 מינוט שפעטער האלט עס שוין ביי 357) דערפאר איז פשוט אוממעגליך אראפ צו ברענגען אזא לאנגע ליסטע פון נעמען. דעריבער איז אונזער בקשה צו אלע וואס ליינען דעם באריכט, נעמט זיך די פאר מינוט, און זוכט אויף אייערע באקאנטע און קרובים ביים "סוירטש" קנעפל און געבט לכבודם וויפיל איר קענט, און מער וויפיל איר קענט. און מיט דעם וועט איר האבן דער זכות פון בויען די הייליגע מוסדות וואס וואקסט און בליעט בליעה"ר, און דער זכות וועט אייך זיכער ביישטיין דער אייבישטער וועט אייך באצאלן און צוהערן אייערע תפילות וואס איר בעטן אים. חזק ויאמץ לבך וקוה אל ה' 💳 צו נעמען אנטייל אינעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 🔗 צו עפענען אן אייגענע "טעים" אינעם קאמפיין 📰 הכרת הטוב פאר די עסקנים וואס האבן אנטייל גענומען אינעם קאמפיין 🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א 📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן &nbsp;

    < זעה מער כו סיון תשפ"א 📝
  • מסיבת הכרת הטוב פאר די באטייליגטע אין די קאמפיין פאר די מוסדות

    קרעדיט הר"ר אשר יעקב בלום הי"ו, און הר"ר יואל טייטלבוים הי"ו מאנטאג נאכט איז מען זיך צוזאם געקומען אין וויליאמסבורג צו זייער א שיינע מסיבה, אין שטוב פון מו"ה ליפא שווארטץ הי"ו. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון העלפן די הייליגע מוסדות, און געבעטן מען זאל צוזאם נעמען געלט פון די באקאנטע און קרובים, אויך האט דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג הי"ו און מו"ה ארי פיש הי"ו אנפירער פון דעם קאמפיין אויפגעטרעטן. דערנאך האט מען געטיילט שיינע מתנות אלץ הכרת הטוב פאר די עסקנים וואס האבן אריינגעברענגט סכומים ביים פאריאריגן פרוטה'לעך קאמפיין, דערנאך האט מען געזינגען שיינע ווארימע ניגונים אינאיינעם. אין קרית יואל איז פארגעקומען א הערליכע מסיבת הכרת הטוב דינסטאג נאכט אין שטוב פון מו"ה זושא שטראה הי"ו מראשי הקהילה ביהמ"ד ישמח משה אין קרית יואל, ווי ער מיט זיין זון מו"ה שלמה הי"ו האבן צוגעשטעלט א הערליכע מסיבה, עס איז זיך צאמגעקומען א שיינע ציבור וואס האבן די זכיה ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות פון קרית יואל און מאנסי, מ'האט געשמאק פארברענגט אינאיינעם כאיש אחד בלב אחד, מ'האט ארויסגעברענגט שיינע געדאנקען איבער די גרויסע זכיה און די מתנה וואס מיר האבן אז מיר קענען העלפן די הייליגע פלאץ וואס געט אונז "לופט צו אטעמען" און שכל וויאזוי צו קענען האבן א גוטע לעבן מיט אייבערשטן אויף דער וועלט. עס האבן אויך אויפגעטרעטן מו"ה ארי פיש הי"ו, און הר"ר יואל טייטלבוים הי"ו וואס האבן ארויסגעברענגט די חשיבות פון אלע אינגעלייט וואס העלפן ארויס דעם הייליגן פלאץ. דערנאך האט מען געטיילט מתנות און פּלעקס פאר די אינגעלייט וואס האבן ארויסגעהאלפן דעם קאמפיין פאר די מוסדות בשנת תש"פ. ורוח הקודש אומרת כן יפרה וכן יפרוץ 📰 דער קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" תשפ"א 📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן 🔗 עפענט אייער אייגענע "טעים" 💳 דער טשערידי קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 📜 ישר כח פארן העלפן די קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 📸 די עקסנים אין ארץ ישראל נעמען אנטייל אינעם קאמפיין 📸 מסיבת הכרת הטוב אין ווילימאסבורג 🎞️ מסיבת הכרת הטוב אין וויליאמסבורג 🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א

    < זעה מער כג סיון תשפ"א 📝
  • מען קויפט שוין טיקעטס קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ב

    קרעדיט מו"ה משולם פינטער הי"ו, און מו"ה אלי קנאלל הי"ו אזוי ווי מען האלט שוין בערך דריי חדשים איידער די לאנג אויסגעווארטעטע נסיעה קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט, ווי מען וועט זיך אויסבעטן פאר זיך און די משפחה א גוט געבענטש יאר; האבן מיר אויפן פארלאנג פונעם ציבור צוזאם גענומען אינפארמאציע איבער קויפן עירליין טיקעטס, צו פארן היי יאר פון ניו יארק קיין קיעוו אויף ראש השנה תשפ"ב הבא עלינו לטובה. צוליב דעם "קאָוויד" מצב אין וואס די וועלט געפונט זיך נאך, אזוי אויך וויבאלד ראש השנה געפאלט מאנטאג נאכט, און עס זענען דא ווייניג פלייטס וואס פארן ארויס גענוג שפעט נאכן זמן מוצש"ק איז דא א מאנגל אין טיקעטס אויף די פאר פליגערס וואס פארן ארויס שפעט מוצש"ק ביז זונטאג אינדערפרי, דאס איז אויסער וואס דער ציבור וואס פארט דאס יאר איז אסאך מער ווי אין די פארגאנגע יארן, און איז גורם אז די פרייזן פון די ווייניג עירליין טיקעטס פון מוצש"ק וואס זענען עוועיליבל זאל ארויף גיין. א גוטע אפשען איז צו קויפן אויף די פלייטס פון מיטוואך און דאנערשטאג, בעפאר שבת קודש, וואס פון די פלייטס איז נאך דערווייל דא א גרויסע אויסוואל.&nbsp; דער טרעוועל אגענטור "פלען איט רייט" האט אראנדזשירט א "טשארטער" וואס וועט בעז"ה פארן מוצש"ק 1:30 פארטאגס פון ניו יארק (זמן מוצש"ק אין ניו יארק איז בערך 8:35), מען פארט בעז"ה צוריק פון קיעוו מוצאי יום טוב פארטאגס. די פרייז פארן טשארטער איז $1750. אויב עס וועט זיין א פארלאנג פון גענוג מענטשן צו מאכן נאך א טשארטער אויף דאנערשטאג מיטאג, וועט מען בעזרת השם יתברך אויך צושטעלן א פליגער אויף דאנערשטאג מיטאג. מען קען מאכן א טיקעט ביי פלען איט רייט מיטן אפשען אז אויב עס וועט באשטעטיגט ווערן דער דאנערשטאג טשארטער וועט מען קענען רוקן דעם טיקעט בחנם. פאר מער פרטים רופט "פּלען-איט-רייט" 845-678-3555 עקסטענשאן 5. וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרום 📰 אינפארמאציע איבער אראפנעמען דעם אוקריינישן שווארצן זיגל פון פאספארטן 📰 אינפארמאציע איבער רעזערווירן א בעט אין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ב 📰 פארשריט אינעם בנין פון ראש ישיבה אין אומאן צוצולייגן נאך צימערן אויף ראש השנה תשפ"ב 📰 אוקראַינא זאגט אז זי וועט אריינלאזן וואקסינירטע אויף קומענדיגע ראש השנה תשפ"ב 💬 קען איך נוצן מעשר געלט צו פארן אויף אומאן? 📜 ענדיגן דעם בנין אין אומאן 📸 נסיעה צו אומאן ראש השנה תשע"ג מיט מוהרא"ש זי"ע 📚 ראש השנה ביי צדיקים 🎞️ דער ראש ישיבה קוקט זיך פאר דאס דאווענען מיט די קינדער כאאר 🎹 איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן 📸 אומאן ראש השנה תשע"ב, נאכגעפאלגט מיט נסיעה צום בית המדרש הבעש"ט אין מעזבוז 💬 וואו איז דער מקור צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה? 📜 זיך אויפפירן מיט דרך ארץ ביים הייליגן רבינ'ס ציון 📜 יעצט ענדיגן דעם בנין אין אומאן 🎹 אומאן ראש השנה! 🎹 ראש השנה אין אומאן 🎹 איך לויף קיין אומאן צום רבין

    < זעה מער כב סיון תשפ"א 📝
  • מען מאכט גרויס פארשריט אין די בוי ארבעט ביים פינפטן שטאק אינעם בנין אין אומאן

    קרעדיט: מו"ה העניך אינדיג הי"ו אין די לעצטע יארן האט מען ב"ה אויפגעבויט א הערליכע זעקס שטאקיגע בנין, וואס זאל דינען פאר אנשי שלומינו פאר די טעג וואס מען וויילט ביים הייליגן רבין אין אומאן אויף ראש השנה, מען האט אריינגעלייגט דערין אסאך מחשבה וויאזוי אויסצושטעלן דעם בנין. אינעם בעיסמענט געפינט זיך דער שיינע מקוה מיט שויערס, דער קאך, מיטן לאנטש רום, העכער דעם איז דער ריזיגער בית המדרש, און דערויף איז דא גאנצע פיר שטאק מיט פילע צימערן צום שלאפן. יעדעס יאר האט מען ב"ה פארבעסערט און פארברייטערט דאס פלאץ, ביז יעצט האט מען שוין געענדיגט צוויי שטאקן פון שלאף צימערן; מ'האט אינסטאלירט א העכסט סאפיסטיקירטע פילטער סיסטעם פאר די מקוה; מען האט געגראבן אייגענע זעקס וואסער קוועלער אויפן שטח, וואס פראדוצירן אינאיינעם בערך צען טויזענט גאלאן וואסער א טאג; מען האט אינסאלירט ריזיגע וואסער טענק וואס קענען אנטהאלטן איבער זעכציג טויזנט גאלאן וואסער צוליב וואס די שטאטישע וואסער סיסטעם אין אומאן טוט נישט צושטעלן אזוי סאך וואסער אויף איין מאל פאר די צענדליגע טויזטער אידן קע"ה וואס קומען אויף ראש השנה צום הייליגן רבין, אסאך געביידעס פארלירן דאס וואסער סופליי אין די פארנומענע ערב שבת און ערב יו"ט טעג, ווען מ'נוצט גאר אסאך וואסער. די טענק פילט מען אן אין די וואכן בעפאר ראש השנה, און וועט האפענטליך בעז"ה געבן גענוג וואסער פאר אלע הונדערטע אידן וואס וועלן זיך באנוצן מיט דעם בנין אויף גאנץ יום טוב. היי יאר - אויפן פארלאנג פון ראש ישיבה שליט"א - האט מען זיך גענומען צו די ארבעט צו פארענדיגן די איבעריגע שטאקן פונעם נייעם בנין. צוליב דער רבוי העם בלי עין הרע וואס ווערט ערווארטעט, האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט - האט מען נישט קיין ברירה, מען מוז שוין צוענדיגן נאך שטאקן אינעם בנין. מען האט היי יאר אריינגעלייגט אסאך געלט און כח אינעם דריטן שטאק פון די שלאף צימערן, דערווייל האט מען שוין ב"ה געענדיגט ציען די עלעקטריק און פלאמבינג, מען האט שוין באשטעלט די טיילס, אזוי אויך האט מען שוין באשטעלט די בעטן פאר די צימערן. פילע אנשי שלומינו האנדלען זיך שוין איין א טיקעט צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געבעטן אז יעדער זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער האט צוגעזאגט געוואלדיגע הבטחות אויף דעם. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", "ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן". ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אונטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. ווען א מענטש הערט אזעלכע געוואלדיגע הבטחות, וויל ער דאך זיכער קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מען זעט טאקע אז יעדעס יאר קומען צו נאך טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן. ווילט איר נאך אפרעכטן דעם קומענדיגן ראש השנה מיטן ראש ישיבה אינאיינעם, אויף א גאר געהויבענעם פארנעם? רופט שוין צו רעזערווירן אייער בעט, רוב בעטן זענען שוין פארדינגען, וכל הקודם זכה: רופט הר"ר יחזקאל סאמעט הי"ו 347-452-1936, אדער הר"ר העניך אינדיג הי"ו 845-248-1651 וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון! 📰 מען פארדינגט שוין בעטן פאר ראש השנה תשפ"ב מיטן ראש ישיבה

    < זעה מער כא סיון תשפ"א 📝
  • גרויסע צוגרייטונגען צום קאמפיין "א וועלט פון חיזוק"

    די עסקנים פון די יערליכע קאמפיין פאר די הייליגע מוסדות זיצן די טעג און גרייטן זיך צום עפענונג פונעם קאמפיין וואס וועט פארקומען קומענדיגע וואך אין די טעג פון מאנטאג, דינסטאג און מיטוואך פרשת קרח הבעל"ט. מען זיצט אויף מיטינגען און מען ארבעט אויס אלע דעטאלן וויאזוי ארויסצוברענגען די שטערקסטע כחות, און אריינצוברענגען די מערסטע הכנסה פאר די הייליגע מוסדות. יעצט ביים שרייבן די שורות האלט שוין דער ציפער פון אנשי שלומינו וואס האבן געעפענט א פעידש אינעם קאמפיין ביי 135, און דער נומער גייט ארויף מיט יעדע מינוט דורך פיל אנשי שלומינו וועלכע ווילן האבן די זכיה אז אידן זאלן געבן לכבודם נדבת לבם פאר די הייליגע מוסדות, און מיט דעם ארויסהעלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער האבן די כחות און די מעגליכקייט זיך צו קענען קאנצעטרירן אויף פירן די מוסדות און אריינברענגען די ליכטיגע לימודים אין די גאנצע וועלט, און ער זאל נישט דארפן טראגן די פינאנציעלע עול אויף זיינע פלייצעס וואס רויבט צו די שלוות הנפש און די צייט. בשם ה' נעשה ונצליח 📰 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א 🔗 דרוקט דא און עפענט אויפ אייער אייגענע "טעים" 💳 דער טשערידי קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 📜 ישר כח פארן העלפן די קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 📅 נעם אנטייל אינעם קאמפיין, א וועלט פון חיזוק

    < זעה מער כ סיון תשפ"א 📝
  • דער ראש ישיבה ביי קביעת מזוזות ביים בית הדפוס אין קרית ברסלב ליבערטי

    פארגאנגענעם ערב שבת קודש איז דער ראש ישיבה אריבער געקומען צום בנין פון קרן הדפסה ווי ער האט מיט געהאלטן די אקטיוויטעטן פונעם קרן הדפסה. צום ערשט האט דער ראש ישיבה געלייגט מזוזות אויף די נייע טירן, דערנאך האט דער ראש ישיבה זיך אומגעקוקט אויף די פילע מאשינען און געהערט א באריכט איבער די נייע מאשינען וואס קומען צו בעזרת השם. מען האט אויסגעשמועסט מיטן ראש ישיבה איבער נאך פארשידענע געדאנקען מיט וואס מ'קען העלפן די מפיצים. אזוי אויך האט מען געוויזן פארן ראש ישיבה איבער די ארבעט וואס ווערט יעצט דורכגעפירט אינעם בית הדפוס איבערצומאכן די עלעקטריק אינעם בנין, כדי עס זאל קענען דערהייבן די פילע פרישע מאשינען וואס מ'גייט מיטן אייבערשטנס הילף אריינברענגען. דער קרן הדפסה איז דער צענטער פון ווי די פילע הדפסה און הפצה אקטיוויטעטן גייען ארויס. פון דא ווערט געדרוקט טויזנטער קאפיעס פון די פולע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש וואס ווערט פארשפרייט דורך די חשובע מפיצים, און ברענגט אריין די ליכטיגקייט און עצות פון הייליגן רבין צו טויזנטער שטובער. אזוי אויך ווערט דא געמאכט די צענדליגע טויזנטער קאפיעס פון די פילע גליונות און קונטרסים וואס ווערט פארשפרייט כסדר אין די בתי מדרשים און אזוי אויך געשיקט אויף די פאסט דורך סובסקריבשאנס און דורכן נייעם אויפגעכאפטן וועבסייט. &nbsp; 📸 דער ראש ישיבה ביים באזוך אין קרן הדפסה - עש"ק נשא 📰 וועלט בארימטער גליון היכל הקודש גרייכט פינף הונדערטסטער גליון

    < זעה מער טז סיון תשפ"א 📝
  • צענדליגע טויזנטער אידן זענען זיך מחי' מיט "קול ברסלב"

    די ליניעס פונעם טעלעפאן ליין "קול ברסלב" ווערן פארפלייצט טאג טעגליך מיט צענדליגע טויזנטער רופן פון איבער די גאנצע וועלט, פון אידן וועלכע ווילן שעפן חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן. די פילע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, די פילע דרשות, שיעורי תורה, שיעורי התחזקות, ניגונים, פערזענליכע געשיכטעס, מעשיות פון תפלה, און נאך פיל מער, זענען א קוואל פון לעבן פאר אזויפיל אידן וואס זוכן אביסל ליכטיגקייט און ווארעמקייט, זיך צו דערנענטערן צום אייבערשטן און צו מצליח זיין אין לעבן ברוחניות ובגשמיות. ביים אריינרופן דעם ליין דרוקט מען 1 פאר אידיש, און דערנאך קען מען הערן אויף נומער 0 אלע פרישע זאכן וואס ווערן טעגליך ארויפגעלייגט אויפ'ן ליין. נומער 1 - קורצע דברי חיזוק פאר'ן טאג: דאס מערסט אויפגעכאפטע קנעפל אויפ'ן סיסטעם איז די באקאנטע "חיזוק יומי" פון ראש ישיבה שליט"א און מוהרא"ש זי"ע. נישט יעדער האט צייט צו הערן לאנגע שיעורים. טויזנטער אידן זענען זיך מחי' מיט די צוויי דריי מינוט חיזוק, דאס געבט זיי די כוחות אנצוהויבן יעדן טאג מיט א פרישקייט. אונטער נומער 1 געפונט זיך אויך די קנעפלעך אנצוקומען שנעל צו די לעצטע שיעורים, ווי אויך געפונט זיך דארט די אפטיילונג פון "עניני דיומא", וואו מ'קען הערן א גרויסע אויסוואל פון שיעורים, שמועסן, מעשיות, און נאך, איינגעטיילט לויט די ימים טובים און יומי דפגרא. נומער 2 - א גאר רייכע אויסוואל פון שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א: איינגעטיילט לויט די יארן: טעגליכע און וועכנטליכע שיעורים, מועדים וזמנים, פארגעליינטע בריוו, חיזוק קאלס, שיעורים אין גמרא בבלי און ירושלמי, שיעורים אויף גאנץ נ"ך, משנה תורה להרמב"ם, און נאך גאר פיל. די שיעורים האבן שוין אויפגעראכטן אזויפיל אידן איבער די גאנצע וועלט, וועלכע האבן דארט געפונען זייער סיפוק אין לעבן, א מהלך פון לעבן מיט'ן אייבערשטן געאייגנט פאר יעדן איינעם מקטן ועד גדול, אין אלע תחומים אין לעבן. נומער 3 א ריזיגער אויסוואל פון שיעורים פון מוהרא"ש זי"ע: איינגעטיילט אויף די פרשיות השבוע און מועדים וזמנים, א קוואל פון שפורדלדיגע וואסער וואס שטילט דאס דארשט פון אידן הצמאים לדבר ה', די דיבורים זענען מחי' און מחזק אין אלע אומשטענדען. נומער 4 - פארשידענע שיעורים: וועכנטליכע שיעורים פון הרה"צ מוה"ר יצחק לעזער שליט"א, מיט וואס פילע אידן זענען זיך מחי' און מחזק. ווי אויך דער חינוך אפטיילונג, לענגערע און קורצע שיעורים אין חינוך, ווי אויך א מלמדים שטיבל, וואו מלמדים שמועסן זיך דורך מיט עצות און טיפס ווי אזוי זיך אפצוגעבן מיט די קינדער אויפ'ן ריכטיגן וועג, זיי אויפצובויען צו ווערן אמת'דיגע ערליכע אידן. נומער 5 - היכל נגינה. פילע הונדערטער הערליכע ניגונים אויף אידיש, ווארעמע און לעבעדיגע, נוסח און גראמען, מיט אדער אן מוזיק, צוגעפאסט פאר יעדנ'ס געשמאק. ניגונים פון אמונה און תשובה, וואס הערן זיך אזוי געשמאק צום אויער, און רעדן צום הארץ פון יעדן איד, צוריק צו קומען צום אייבערשטן פון סיי וואו מ'געפונט זיך נאר. נומער 6 - מיטצוזאגן אויפ'ן וועג: א גרויסער אויסוואל פון שיעורים כסדרן - תהלים, משניות, חומש, טעגליכע "בי"ת נצחי" בבלי ירושלמי תוספתא, תיקון הכללי, תפלת הדרך, פרשת המן. דער נומער ווערט כסדר אפדעיטעט מיט פרישע שיעורים. פילע אידן באנוצן זיך מיט דעם קנעפל צו קענען לערנען זייערע שיעורים זייענדיג אויף די וועגן און שטעגן. נומער 7 - פאמיליע ווינקל. מעשיות פון תפלה, אידן דערציילן זייערע פערזענליכע געשיכטעס ווי אזוי זיי זענען געהאלפן געווארן דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן אויף אידיש אלעס וואס זיי האבן געדארפט. ספורי מעשיות, דער ראש ישיבה שליט"א דערציילט די מעשיות פון הייליגן רבי'ן, באגלייט מיט מוזיק, פון וואס די קינדער האבן גאר שטארק הנאה. ספורי צדיקים, א גרויסער אויסוואל פון ספורי צדיקים דערציילט פאר קינדער. הפצה בליצן, פערזענליכע געשיכטעס וואס אידן דערציילן איבער זייערע מיטלעבענישן ביים טון הפצה, צו געבן פאר נאך אידן טועם צו זיין פון דעם לויטערן קוואל פון הייליגן רבי'ן. אינטערוויוס, גאר רייכע און אינטערעסאנטע אינטערוויוס מיט פילע אידן (א מפתח פון די ערשטע 100 רייכע אינטערוויוס), איבער אלץ און אלעמען. לאנטש ברעיק, וועכנטליכע שמועסן זיך אויסצולופטערן, מיט א ברסלב'ע געשמאק. שיחות חברים, די חשובע חברים מקשיבים שמועסן זיך דורך און זענען זיך מחזק אינאיינעם. דאס איז געדעקט א גרויס חלק פונעם ליין, בנוסף צו נאך פארשידנס וואס קומט צו כסדר צום ליין. עס קומען כסדר אריין פילע דאנק מעסעזשעס פון אידן וואס זייער לעבן איז אויפגעראכטן געווארן א דאנק דעם טעלעפאן ליניע. פון די גאר ברייטע אויסוואל פון אזויפיל אינטערעסאנטע אפטיילונגען אויפ'ן ליין, איז דא גענוג פאר יעדן איינעם צו טרעפן זיין ווינקל פון וואס ער האט די מערסטע הנאה, און וואס איז אים מחזק און געבט אים מוט צוריק צו קומען צום אייבערשטן אין אלע אומשטענדן. אויב האט איר נאכנישט אויספרובירט דעם ליין, איז יעצט די צייט דאס צו טון, איר וועט זיך מחיה זיין מיט יעדע אויסוואל באזונדער, און האבן א געוואלדיגע ניצן דערפון אין אלע אספעקטן אין לעבן. די נומערן צו רופן "קול ברסלב" זענען: ניו יארק 212-444-9191 אפסטעיט 845-351-0910 קאנאדא 438-300-8080 ענגלאנד 03303502361 ארץ ישראל 0797040066&nbsp; ישמע חכם ויוסף לקח! 📰 הונדערט אינטערוויוס אפגעצייכענט אויף קול ברסלב - אדר תשפ"א 📰 מסודר'דיגע מפתח פון די ערשטע 100 אינטערוויוס אויף קול ברסלב 📰 מפתח פון "קול ברסלב" אפדעיטס וועכענטליך אין "עצתו אמונה"

    < זעה מער טו סיון תשפ"א 📝
  • עירוב אין קרית ברסלב באקומט מהודר'דיגע הכשר

    נאכדעם וואס דער ראש ישיבה מיט עטליכע געטרייע תלמידים האבן אריינגעלייגט אומגעהויערע כחות, האט מען ברוך השם זוכה געווען אז מען האט געענדיגט דער גאנצער עירוב ארום דעם גאנצן שטעטל. הרה"ג ר' יחיאל שטיינמעץ שליט"א א גרויסע מומחה בעניני עירובין, האט איבערגעקוקט דעם גאנצן עירוב, און באשטעטיגט אז אלעס איז געמאכט געווארן כדת וכדין און מען קען נוצן דעם עירוב יעדן שבת קודש. אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה איז געשטעלט געווארן עטליכע ערליכע משגיחים יראי ה', וואס טוען זייער ארבעט מיט די גרעסטע מאס געטריישאפט, יעדע משגיח קוקט דורך זיין חלק פונעם עירוב יעדע וואך בעפאר שבת קודש, און מאכט זיכער אז איז געבליבן כשר למהדרין מן המהדרין. דער וועד העירוב האט זיך איינגעקויפט אן "עירוב טראק", אין פאל מען זעט אז דער עירוב דארף תיקונים אויף הויכע ערטער, צום ביישפיל אויף עלעטריק שטאנגען, איז זייער וויכטיג צו פארמאג אזא טראק, וואס העלפט זייער שטארק ארויס צו גרייכן צו די שפיצן פון די זוילן. עס איז א גרויסע זכיה אנטייל צו נעמען אין די גרויסע מצוה פון תיקון עירובין, עס פארמאגט גרויסע סגולות - בפרט אויף צו געהאלפן ווערן מיט קינדער. דאס אויפהאלטן דעם עירוב, און עס פאררעכטן ווען עס פעלט אויס, ציעט אריין אין גרויסע הוצאות, ווער עס וויל נעמען א חלק אין די געוואלדיגע מצוה קען זיך ווענדן צום ראש ישיבה שליט"א. מִצְוָה לַחֲזֹר אַחַר שִׁתּוּפֵי מְבוֹאוֹת וּמְבָרֵךְ עָלָיו עַל מִצְוַת עֵרוּב (שלחן עורך אורח חיים סימן שצ"ה, סעיף א) 🎞️ זיכוי הפת אויפן עירוב אין שטעטל - ערב פסח תשפ"א 📰&nbsp; מעמד זיכוי הפת פארן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי פארגאנגעם ערב פסח 📰 נייע עירוב טראק אין שטעטל - כסלו תשפ"א 📸 דער ראש ישיבה שליט"א ביים מאכן די ברכה אויפן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי ערב פסח תשפ"א 📸 דער עירוב טראק פירט דורך פארעכטיגונג ארבעט 📸 מאפע פון עירוב אין שטעטל געשריבן דורכן ראש ישיבה&lrm; שליט"א 💬 וואס קענען מיר טון געהאלפן צו ווערן מיט קינדער? 📜 אלע בודקים זאלן זיך באטייליגן ביים זיכוי הפת אויפן עירוב 📜 כולל אינגעלייט זאלן העלפן בודק זיין דעם עירוב 📜 אכטונג געבן צו טראגן נאר אין די גרעניצן פונעם עירוב 📜 אין זכות פון העלפן פאר'ן עירוב וועסטו האבן געזונטע ערליכע קינדער

    < זעה מער יד סיון תשפ"א 📝
  • וועלט בארימטער גליון היכל הקודש גרייכט פינף הונדערטסטער גליון

    צען יאר צוריק ווען דער מנהל פונעם ברסלב'ער תלמוד תורה, הרב מרדכי אינדיג הי"ו, האט אפגעטייפט אפאר שיינע שטיקלעך פון רבינ'ס ווערטער אויף א גליון, האט ער נישט גע'חלומ'ט ווי ווייט דאס וועט דערגרייכן. אבער עס האט נישט גענומען קיין סאך צייט, ביז די גריסן האבן אנגעהויבן צו קומען, מענטשן - ברסלב'ע חסידים און אפילו אידן פון אנדערע שולן - האבן זיך זייער צוגעכאפט דערצו, מען האט זייער הנאה געהאט פון די פשוטע שפראך פונעם גליון, פון די געשמאקע עצות און חיזוק, און בפרט פון די תורות אויף די פרשה מיט א למעשה'דיגער מוסר השכל. און וויבאלד דער געדאנק אז רוב שולן לייגן ארויס גליונות פון פילע קהילות איז שוין דאן געווען א אנגענומענע זאך כמעט איבעראל, האבן אנגעהויבן אריינצוקומען בקשות פון פארשידנע קהלות קדושות אז מען זאל עס ברענגען אויך ביי זיי אין בית המדרש. אזוי האט זיך אנגעהויבן די הפצה פון די גליונות. א הפצה וואס האט נישט זיינ'ס גלייכן, אן הפצה וואס האלט שוין אן פאר גאנצע צען יאר אן אפשטעל. יעדע וואך און יעדע יום טוב, ערשיינט דער גליון אנגעפאקט מיט א רייכער תוכן און שיינע שפראך, און איז מחיה און מחזק צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט בלי שום גוזמא. מען הערט כסדר גריסן ווי דער גליון האט געשטעלט אויף די פוס גאנצע משפחות. מען באקומט פידבעק ווי עס מאכט דער שבת טיש ביי פילע משפחות, מען זאגט נאך די תורות ביים טיש, און מען דערציילט די מעשיות פאר די משפחה.&nbsp; היינט צו טאגס ווערט דער גליון צושיקט פאר צענדליגע טויזנטער אימעיל אדרעסן איבער די גאנצע וועלט, עס ווערט געדוקט יעדע וואך אין דריי שפראכן, אין אידיש, לשון הקודש און ענגליש, און אידן איבער די וועלט מאכן גוזמאות פון קאפיעס וואס ווערט דערנאך אראפ געלייגט אין שולן דורך די מפיצים. די מפיצים זענען זיך מחיה מיט די גליונות, זיי זאגן אז עס איז פון די גרינגסטע זאכן מפיץ צו זיין, ווייל ווי אויבן דערמאנט, זענען גליונות אין שולן א זייער אנגענומענע זאך היינט צו טאגס, און רוב שולן האבן גליונות פון פילע קהילות קדושות בישראל, און די מפיצים זאגן אז אויב זיי פארפאסן נאר איין וואך פון לייגן די גליונות אין א שול באקומען זיי תיכף נאך שבת א רוף פון די גבאים "וואו ביסטו געווען? מען האלט אין איין זוכן דעם ברסלבער גליון!".מיט די צייט איז דער גליון געווארן בארייכערט און פארברייטערן מיט פארשידענע שיינע קאלומס. היינט צו טאגס באשטייט דער גליון פון די פאלגענדע קאלומס: "א ווארט אויף די פרשה", ווי עס ווערט געברענגט קורצע שיינע געדאנקען, וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די פרשה, חיזוק אויפן טאג טעגליכן לעבן. "מוהרא"ש דערציילט" דא ווערט געברענגט גאר אינטערעסאנטע שמועסן פון מוהרא"ש זי"ע, יעדע וואך אויף פארשידענע ענינים באגלייט מיט גאר אינטערעסאנע עובדות און סיפורים. ביים ווינקל ערשיינט א קורצע קעסטל "א גוט ווארט" דארט ווערט געברענגט א קורצע און אינספרירינדע שטיקל צו ערוועקן די נשמה פון א מענטש ארויסגענומען פון "עצתו אמונה". אויפן צווייטן זייט וועט געווענליך זיין א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א בענינים העומדים על הפרק, און אויפן דריטן זייט אן אינטערעסאנטע אקטועלע שאלה געוואנדן צום ראש ישיבה שליט"א, מיט א וואונדערליכע תשובה פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס העלפט דעם שואל אין זיין פראבלעם און ווייזט אים דער וועג וויאזוי ארויסצוגיין פון זיין פראבלעם און וואס צו טון על פי תורה. דערנאך קומט דער קאלום "די לעבנס געשיכטע פון הייליגן רבי'ן" וואס לויפט שוין איבער הונדערט וואכן, ווי עס ווערט דערציילט אין קורצן דאס לעבן פון הייליגן רבי'ן און אלץ וואס איז אויף אים אדורך, ארויסגענומען פון ספר "פעולת הצדיק". דערנאך אויפ'ן לעצטן זייט ערשיינט דער רובריק "נייעס אינערהאלב מוסדותינו הקדושים" וואו עס ווערט באריכטעט אין קורצן די לעצטע נייעסן און אפדעיטס מהנעשה והנשמע אין די הייליגע מוסדות. פון דעם גליון זענען זיך צואוואקסן פילע שיינע גליונות פון אנשי שלומינו, מיט וואס פילע זענען זיך מחיה, און טייל קען מען אפילו באקומען אויף די פאסט. כהיום קומען ארויס אויף א וועכענטליכע פארנעם די פאלגענדע גליונות פון היכל הקודש 1) גליון היכל הקודש (אין דריי שפראכן) 2) קרית ברסלב בלעטל 3) גליון סיפורי מעשיות (אין צוויי שפראכן) 4) עצתו אמונה (דריי שפראכן) 5) שיחות פון ראש ישיבה (צוויי שפראכן) 6) א גריס פון בית פיגא 7) גליון אשר היה אל יואל (צוויי שפראכן) 8) בית נצחי. די גליונות "היכל הקודש", "קרית ברסלב בלעטל", "עצתו אמונה", און "בית נצחי" קען מען באקומען צוגעשיקט אויף די פאסט פאר א צוגענגליכענע פרייז דורכן קרן הדפסה (718-387-2691 עקסטענשאן 3, אדער subscribe@kerenhadfusa.org). 📰 ערשטע באנד עצתו אמונה אין ענגליש ערשינען 📰 ברסלב סענטער געשעפט אפן 📰 די מפיצים פון בית שמש, עפענען אן אייגענעם בית דפוס 📰 צו באקומען גליון "עצתו אמונה" ענגליש אויף די פאסט 📰 וועכענטליכע עצתו אמונה באקומט נייע אפטיילונגען פאר קינדער 📰 אידישע שטובער ווערן אויפגעלאכטן וועכענטליך מיט פילע גליונות און אויסגאבעס ארויסגעגעבן דורך היכל הקודש 📌 די גליונות צו דאונלאדן אויפן וועבסייט 🔗 זיך איינצושרייבן צו באקומען די גליונות אויף אימעיל 📧 זיך איינצושרייבן צו באקומען די גליונות אויף די פאסט 📜 דאס גרויסקייט פון איבערטייטשן דעם גליון אויף ענגליש 📜 דער גליון פון שטעטל לעבט אויף דעם שבת טיש 📸 ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו לייגט ארויס באקסעס מפיץ צו זיין די גליונות

    < זעה מער יג סיון תשפ"א 📝
  • א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א

    געלויבט דעם אויבערשטן אז די "טשערידי" קאמפיינס פון די לעצטע יארן זענען געקרוינט געווארן מיט גרויס הצלחה. די קאמפיינס זענען ברוך השם געווען א שטארקע הילף פאר דער ראש ישיבה שליט"א אז ער זאל קענען ווייטער אנגיין מיט די הייליגע ארבעט פון אויפשטעלן מוסדות החינוך, צו מחנך זיין די קומענדיגע דורות אויפן ערליכן וועג ווי דער הייליגער רבי זי"ע האט אונז געלערנט אויף די יסודות וואס מוהרא"ש זי"ע האט אונז אוועק געשטעלט, אזוי אויך מיט די ארבעט פון פארשפרייטן דאס לעכטיגקייט פון הייליגן רבי'ן אויף דער גאנצער וועלט. היי יאר מאכט מען בעזרת השם יתברך א פרישע קאמפיין, אבער דאס מאל מיט פילע חידושים און נייע געדאנקען. דער נאמען פונעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" - רעדט שוין פאר זיך אליינס.&nbsp; ווי יעדער זעט גייען די שיעורים און דרשות פון ראש ישיבה שליט"א אריין צוביסלעך אין די וועלט מער און מער, און זייט פאריאר ביי די פרוטה'לעך קאמפיין איז די נאמען פון די הייליגע מוסדות שוין געווארן נאך אסאך מער באקאנט. הונדעטער טויזענטער מענטשן פון איבער דער גאנצער וועלט האלטן מיט די דרשות און שיעורים פון ישיבה וואס ווערן פארשפרייט אויף אלע סארטן וועגן, אידן הייבן אן צו לעבן מיט די עצות און חיזוק וואס מען הערט פון דער ראש ישיבה שליט"א. פילע וואס האבן בכלל נישט געוואוסט פון ברסלב צו זאגן, אדער וואס האבן גאר געהאט א אנדערע סארט רושם אויף ברסלב - ווייסן שוין היינט דער אמת וואס ברסלב איז, און שפירן אז זייער לעבן איז אינגאנצן געטוישט געווארן צום גוטן אין זכות פון די שיעורים און דרשות פון דער ראש ישיבה שליט"א. עס איז נישט מעגליך צו ציילן וויפיל אידן האבן אנגעהויבן באקומען א פערזענליכן קשר מיטן אייבערשטן; וויפיל אידן האבן אנגעהויבן זיך צו פרייען מיט זייערע אידישקייט, און זייער דאווענען און תורה ומצוות האבן אנגעהויבן צו לייכטן ביי זיי; ווער קען ציילן וויפיל פסוקים חומש, פרקים משניות און בלעטער גמרא זענען דורכגעלערענט געווארן דורך די חיזוק וואס זיי האבן באקומען פונעם ראש ישיבה שליט"א; וויפיל אידישע שטובער האבן אנגעהויבן צו בליען און שיינען פון ווען די עלטערן האבן באקומען א געפיל איינע צום צווייטן ווען זיי האבן "פריש חתונה געהאט" דורך די שכל פון די שיעורים; וויאזוי קען מען שאצן וויפיל תפילות און תהלים זענען געזאגט געווארן דורך אומצאליגע מענער פרויען און קינדער; ווער ווייסט וויפיל אידישע נשמות זענען געראטעוועט געווארן פון שאול תחתית און פון נישט ערליכע מענטשן - דורך די וואכזאמקייט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט זיי געגעבן; אפילו מען וועט שרייבן פאר גאנצע טעג און וואכן וועט מען נישט קענען אויסצורעכענען אויפן שפיץ גאפל די גרויסע זכותים וואס מען קויפט זיך איין דורכן שטיצן די הייליגע ישיבה. די אלע וואס האבן נאר אמאל געטרינקען פון די "אונגארישע וויין" וועלן זיכער פארשטיין דאס וויכטיגקייט פון שטיצן די הייליגע מוסדות, און וועלן זיך איבערשטרענגען מיט אלע כוחות ארויסצוהעלפן דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער קענען אנגייין אין זיין וועג אריין צו בלאזן פרישע לופט פון חיזוק און עצות אין אונז אלע. מיטן אראפנעמען די פינאנציעלע עול פונעם ראש ישיבה שליט"א און מנדב זיין געלט אויסצוהאלטן די ישיבה און מוסדות החינוך וועלן מיר זייער שטארק ארויסהעלפן דער ראש ישיבה שליט"א צו קענען ווייטער פירן די מוסדות מיט א רואיגקייט און יישוב הדעת און מיר וועלן אלע הנאה האבן ווייטער פון די אלע שיעורים און דרשות עצות און חיזוק וואס וועט אונז העלפן האבן א שיינע לעבן. יעצט איז די צייט אז יעדע וואס שפירט הכרת הטוב צום ראש ישיבה שליט"א זאל נעמען א "ציל" וויפיל געלט זיי ווילן אויפטרייבן מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פון זייערע קרובים און באקאנטע, דרוקט דא און פילט אויס דעם פארם צו פארמירן אייער "טעים". דער איצטיגער קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" וועט אי"ה לויפן כ"ז כ"ח און כ"ט סיון (מאנטאג דינסטאג און מיטוואך קרח) הבעל"ט. און יעצט קומען מיר צו צו די גרויסע חידושים פונעם היי יעריגן קאמפיין: צום ערשט וועלן אלע וואס גרייכן דעם ציל פון פינף טויזנט דאלער האבן די געלעגענהייט מיטצופארן אויף א היסטארישע נסיעה קיין אייראפע מיטן ראש ישיבה שליט"א וואס וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגן יאר חודש כסלו תשפ"ב. באזונדער גרייט מען זיך צום גאר רייכן דינער וואס וועט אפגעהאלטן ווערן אין די לעצטע שעות פונעם קאמפיין וואס בלויז מיט'ן מאכן א טיעם וועט מען באקומען אן איינטריט טיקעט בחנם. (רעגולער פרייז איז $250) דער רייכער אווענט וועט אפגעהאלטן ווערן אינעם גרויסן "דאבל טרי הילטאן האטעל" אין פעירפיעלד ניו דזשערסי, דער אווענט וועט זיך אנהייבן אום 6:00 אווענט, ווי עס וועט סערווירט ווערן גאר א ברייטע און געשמאקע מאלצייט און וועט באגלייט ווערן מיט באקאנטע זינגערס ווי ליפא שמעלצער, חיים מאיר ערפס און די שירה כאר, און מיט זיי וועט מיטשפילן דער באקאנטער בענד פון מענדי הערשקאוויטש. די עסקנים אנטשפרעכן א גאר רייכער פראגראם וואס לוינט זיך צו קומען. &nbsp; 📸&nbsp; מען גרייט זיך צום גרויסן אווענט "א וועלט פון חיזוק" 🎞️ הכרת הטוב פאר די וואס האבן געהאלפן די קאמפיינס 🎞️ פינף און צוואנציג מיליאן פרוטהלעך קאמפיין - טיי אווענטס 📸 מען פארקויפט די ראפעל לטובת מוסדותינו הקדושים אין ביהמ"ד שומר שבת אין בארא פארק 🎞️ ליפא שמעלצער נעמט זיך אונטער צו ענדיגן שיחת הר"ן ביזן קאמפיין אווענט 🔗 צו פארמירן אייער "טעים" 📜 יעדער זאל צולייגן א האנט צום קאפיין 📸 די "הארץ קאמפיין" - א מיטינג מיט "טשערידי דאט קאם" 📰 "מיין לעבן" קאמפיין - תשע"ט 📰 "פרוטה'לעך קאמפיין" - תש"פ &nbsp; 🎦 הערליכע שפיל דורך די תלמידים

    < זעה מער יב סיון תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1111 to 1125 of 1659 results

1 2 ... 72 73 74 75 76 77 78 ... 110 111
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com