Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • וועד האש"ל פארמירט אין שטעטל; גרייט זיך אויפצונעמען די פילע געסט

    אין שטעטל טוט זיך פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צו קענען אקאמאדירן די פילע געסט וואס מעלדן זיך צו קומען פראווען דעם הייליגן יום טוב שבועות און אפרעכטן דעם יום טוב פון "קבלת התורה" אויף די בערג פון קרית ברסלב ליבערטי. די פילע איינוואוינער פון שטעטל זענען מוכן ומזומן אויפצונעמען די פולע געסטן. אלע גרייטן צו זייערע הייזער און צימערן, און פולן אן זייערע שטובער מיט בעטן און מאטראצן צו מאכן פלאץ פאר די פילע אנשי שלומינו וואס וועלן קומען צוזאמען מיט זייערע משפחות וויילן אויף יום טוב אין שטעטל, צוזאמען מיטן ראש ישיבה שליט"א. עס האט זיך פארמירט א "וועד האש"ל" אין שטעטל, וואס געבט זיך אפ מיט אלעם נויטיג צו קענען אויפנעמען די געסט מיט אלע געברויכן, ווי גענוג בעטן, צימערן, עסן, און אזוי ווייטער. מען ארבעט אינאיינעם מיטן בית התבשיל, מיט די הנהלה פון שטעטל, מיט די באזאר אין שטעטל, צוצושטעלן אלעס וואס פעלט נאר אויס. אזוי האבן זיי גענומען אויף זיך די אויפגאבע אז אלע אנשי שלומינו וואס ווילן קומען אויף יום טוב, און זוכן אן אכסניא, וועלן זיי בעז"ה צושטעלן פיינע דירות פאר די אלע משפחות. דער נומער פון וועד האש"ל איז 718-306-2448 גְּדוֹלָה הַכְנָסַת אוֹרְחִים יוֹתֵר מִקַּבָּלַת פְּנֵי הַשְּׁכִינָה (שבת קכ"ז) 📰 דער ראש ישיבה וועט בעז"ה וויילן שבועות אין שטעטל 📸 די קינדער פון חדר מאכן א ברכה אויף די ביימער, זונטאג תזו"מ תשפ"א 📸 א קריאת שמע ליינען אין שטעטל, אלול תש"פ 📸 ברסלב באזאר 📸 נייע באס פאר די מוסדות אין שטעטל 🎞️ די זיסע קינדערלעך אין שטעטל לייגן אראפ א דאווענען חנוכה תשפ"א 📸 הושענה רבה תשפ"א אין שטעטל - עס ווערט פארטיילט הושענות פונעם פעלד פון מו"ה יואל מענדלאוויטש הי"ו 🎞️ הושענא רבה תשפ"א אין שטעטל מיטן ראש ישיבה שליט"א 🎞️ שמחת בית השואבה אין שטעטל סוכות תשפ"א 📰 קורצע תיקון ליל שבועות ווערט פריש איבערגעדרוקט דורך די קרן הדפסה 🎞️ זיכוי הפת אויפן עירוב אין שטעטל - ערב פסח תשפ"א 📜 דאווענען אום יום טוב שבועות מיט ברסלב'ע חסידים 📸 קמחא דפסחא ע"י בית התבשיל קרית ברסלב ליבערטי - פסח תשפ"א

    < זעה מער ז אייר תשפ"א 📝
  • בעט רעזערוואציעס אין אומאן ווערן שוין אנגענומען אויף ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט

    כאטש וואס מיר שטייען נאך פיר און א האלב חדשים ביז'ן הייליגן ראש השנה הבעל"ט, קוקן אונזערע אויגן שוין ארויס מיט בענקעניש צום הייליגן רבינ'ס ציון אין שטאט אומאן. מען איז מתפלל מען האפט און מען בעט דעם אייבערטשן צו קענען זיך מסתופף זיין בצלא דמהימנותא פון הייליגן רבין, און זיך דארט אויסוואשן דאס הארץ און קעען עפענען א נייע בלעטל אין לעבן ביים הייליגן ציון אין אומאן, מען איז מתפלל צום רבונו של עולם צו איבערקומען אלע שוועריקייטן און מניעות וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט אונטערצושטעלן אונז אפצוהאלטן פון אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה. בפרט יעצט ווען מען שטייט נאך אזא שווערע יאר, שפירט מען אז מען קען שוין נישט מער, דאס הארץ איז איבערגעפילט, מען שרייט צו אייבערשטן "מי יתן לי אבר כיונה, אעופה ציון הקדוש אומנה", מען בעט דעם באשעפער אנקומען צום הייליגן ציון אין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ב וואו מען וועט איבערלאזן אלע פעקלעך שטיינער וואס ליגט אויף אונזער הארץ, און אוועקגיין פון דארט מיט א לייכטע הארץ, און אהיים נעמען פולע זעק ישועות ברוחניות ובגשמיות. קוקענדיג פאראויס אויף ראש השנה שנת תשפ"ב ערווארט מען היי יאר אן אויסטערלישע גרויסע ציבור אין אומאן. מען זאגט פאר ציפערן געסט וואס אומאן האט נאך קיינמאל געזען. אלע הכנסת אורחים'ס אין שטאט האבן שוין אנגעהויבן זיך אנצוגרייטן אויף ראש השנה, און קוקן איבער אלע אפציעס זיך צו קענען פארברייטערן, און ארייננעמען די פארגרעסערטע צאל אידן וואס פלאנען בעז"ה צו קומען. פילע נייע וואלקן-קראצער האטעלן ווערן געבויט אויף אלע זייטן מיט די גרעסטע מאס שנעלקייט. וויסנדיג אז עס איז קריטיש צו האבן נאך צענדליגע טויזנטער בעטן אויף קומענדיגע ראש השנה הבעל"ט. דער ראש ישיבה שליט"א האט געהייסן מען זאל היי יאר פארדאפלען דאס פלאץ אין בנין דורך פולקאם ענדיגן אלע זעקס שטאקן און אויסמעבלען אלע צימער מיט אלע צוגעהערן און בעטן, כדי צו קענען נאכקומען די גרויסע ערווארטעטע פארלאנאג בעז"ה. אויך ווערט שוין געמאכט פלענער צו צובויען א נייע עס זאל נעבן דעם בנין, צוליב וואס די ביז יעצטיגע לאנטש רום איז שוין אזוי אויך געווען אינגאנצן איבערגעפולט, און מיט די יעצטיגע פארדאפלטע צימערן איז עס שוין ממש קריטיש. דאס איז אויסער דעם וואס דאס פלאץ פונעם אלטן לאנטש רום דארף גאר וויכטיג אוועקגעגעבן ווערן א חלק דערפון צו פארברייטערן די מקוה פלאץ, און אביסל צו פארגרעסערן די קיך, און נאך א שטיק דערפון דארף גיין פאר די נייע קאווע-צימער וואס מען וויל דארט לייגן. די וועד האש"ל היכל הקודש אומאן, האט שוין אנגעהויבן אנצונעמען רעזערוואציעס פאר בעטן. יעצט נעמט מען אן אלע וואס האבן געהאט חזקות אויף א בעט פון די פארגאנגענע יארן. און זיי האבן געלאזט וויסן אז די וואס האבן שוין פאריאר איינגעצאלט פאר א בעט, דארפן היי יאר צאלן בלויז $300 פאר א בעט. אבער מען דארף זיך צואיילן, ווייל די דעדליין אנצוהאלטן די חזקות איז ביז שבועות הבעל"ט. און תיכף נאך שבועות וועט מען אנהייבן צו פארדינגען פאר די פילע פרישע תלמידים וואס בעטן זיך מען זאל זיי אננעמען. וכל הקודם זכה. צו רעזערווירן א בעט קען מען רופן הר"ר יחזקאל סאמעט הי"ו אויף 347-452-1936, אדער הר"ר העניך אינדיג הי"ו אויף 845-248-1651. אינעם פרייז איז אריינגערעכעט א'כילה ש'תיה ל'ינה פאר די גאנצע וואך פון ראש השנה, פרישטאג, נאכטמאל, סעודות שב"ק און יו"ט, און א בעט מיט בעטגעוואנט צו שלאפן. דער בנין פארמאגט א הערליכער ריזיגער בית המדרש צום דינסט פון אלע געסט אינעם בנין, ווי מען קען לערנען די שיעורים מיט הרחבת הדעת. אויך האט דער בנין אן אייגענעם הערליכן הרחבה'דיגע געשמאקע ווארימע ריינע מקוה. דער עיקר מיט וואס דער פלאץ צייכענט זיך אויס, איז די תפילות, סעודות, שיעורים, און דרשות אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, וואס ווערט אפגעראכטן אויף א גאר געהויבענעם פארנעם, וואס בלייבט איינגעקריצט אין די ביינער ביי אלע באטייליגטע, און נעמען מיט חיזוק אויף א גאנץ יאר, וואס ווערט עס האט עס נאר איינמאל טועם געווען, וועט שוין קיינמאל מוותר זיין דערויף. מִי יִתֶּן לִּי אֵבֶר כַּיּוֹנָה אָעוּפָה צִיּוֹן הַקָּדוֹשׁ אוּמַנָה! 📰 אוקראַינא זאגט אז זי וועט אריינלאזן וואקסינירטע אויף קומענדיגע ראש השנה תשפ"ב 📰 🧱 פלענער פארן בנין אין אומאן וואס איז שוין אויסגעוואקסן 📰 פלאן פון נייע אינטערנאציאנאלע עירפארט אין אומאן אויפן טיש ביים אוקריינער רעגירונג 📰 דער ראש ישיבה שליט"א כאפט זיך אריבער קיין אומאן 📰 הערליכע געהויבענע ראש השנה תשפ"א ביים קיבוץ פון הייליגן רבי'ן 💬 קען איך נוצן מעשר געלט צו פארן קיין אומאן? 🎹 איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן 📸 אומאן ראש השנה תשע"ב, נאכגעפאלגט מיט נסיעה צום בית המדרש הבעש"ט אין מעזבוז 💬 וואו איז דער מקור צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה? 📜 זיך אויפפירן מיט דרך ארץ ביים הייליגן רבינ'ס ציון 📜 יעצט ענדיגן דעם בנין אין אומאן 🎞️ דער בנין געזען פון א העליקאפטער פליענדיג העכער אומאן 🎹 אומאן ראש השנה! 🎹 ראש השנה אין אומאן 🎹 איך לויף קיין אומאן צום רבין

    < זעה מער ו אייר תשפ"א 📝
  • ווערט געזוכט א קעמפ פאר די ישיבה פאר זומער תשפ"א

    אין די זומער וואכן ווען די גאסן אין די גרויסע שטעט ווערט אומדערטרעגליך איבערצוטראגן בגשמיות און ברוחניות, סיי די היצן זענען גאר שטארק, און סיי די אויגן "טוען זייער וויי", די גויים גייען אנגעטון אויף א געפערליכע נידעריגע וועג, ממש אזוי ווי... גוים טוען. אידישע קינדער דראפען זיך אויף גראדע ווענט צו קענען היטן די אויגן. דערפאר האט דער ראש ישיבה אריבערגעפירט די ישיבה צו א קעמפ אין די אלע זומערס אין די פארגאנגענע יארן, ווי די בחורים האבן אויסגענוצט די זומער וואכן אינעם ריינעם קעמפ צו לערנען אסאך תורה, און אסאך רעדן צום אייבערשטן צויישן די גראז און ביימער. פילע קעמפס האבן שוין געהאט די זכות צו האבן די ברסלבע בחורים פארברענגען די זומער וואכן ביי זיי, אויך האט מען געהאט די זכיה עטליכע מאל אז מוהרא"ש איז ארויסגעקומען און געזאגט א דרשה פאר די תלמידים. בפרט געדענקען די בחורים גוט איין מאל בשנת תש"ע וואס מוהרא"ש זי"ע האט געוויילט א גאנצע שבת אין קעמפ, וואו די בחורים האבן געהאט די געלעגענהייט צו דאווענען און הערן פילע דברי תורה און עסן די סעודות שבת קודש אינאיינעם מיט מוהרא"ש זי"ע. מען קען נישט שרייבן איבער דעם קעמפ אָן דערמאנען כאטש בקיצור וואס איז אריבער אין קעמפ זומער תשע"א ביי האריקעין איירין. מוהרא"ש איז דאן ארויסגעקומען אין קעמפ יענעם חמשה עשר באב, און האט געזאגט ביים דרשה פאר די בחורים אז זיי זאלן ענדיגן גאנץ מסכת תענית - 30 בלאט, יעדן טאג פאר פערציג טעג ביז ראש השנה, און בזכות דעם וועלן זיי טרעפן זייער שידוך גרינג און שנעל. פון יענעם טאג, איז נישט געווען צו וועם צו רעדן אין קעמפ. די בחורים זענען געזעצן א גאנצן טאג מיט די גמרות און זיך נישט געלייגט שלאפן ביז זיי האבן געענדיגט די גאנצע מסכת. דאן איז אונטערגעקומען דער נסיון פון האריקעין איירין. עס האט אזאנס גע'מבול'ט, די וואסער פון די דערנעבענדיגע טייך האט זיך כסדר געהויבן מיט יעדע מינוט, ביז דער גאנצער קעמפ איז געווארן ווי איין ריזיגער ברייטער טייך מיט עטליכע פוס וואסער, מען האט אין איילעניש געמוזט אנטלויפן פון קעמפ, די בחורים האבן געכאפט בלויז צוויי זאכן, זיי זענען געלאפן מיט זייערע תפילינ'ס און מיט זייערע גמרות מסכת תענית. פילע זענען אנגעקומען צו א פייער סטאנציע וואו זיי זענען געזיצט אויף דער ערד און ... יא, זיי האבן געלערנט מסכת תענית. זיי האבן עס געמאכט. דער סמ"ך מ"ם האט נישט אויסגעפירט, און אויך אינעם גאנצן איבערקערעניש האבן זיי געענדיגט דעם גאנצן מסכת. נאך ראש השנה, האבן זיך טאקע אנגעהויבן די שמחות. איינס נאך די אנדערע זענען די בחורים געווארן חתנים, נאכדעם וואס אין די יאר פריער תשע"א, איז כמעט נישט געווען קיין חתנים, זענען אין די עטליכע חדשים פון יאר תשע"ב געווען גאר גאר אסאך חתנים, אלעס אין זכות פון פאלגן א צדיק, און טון וואס ער הייסט.&nbsp; און דאס ווערט איבערגעחזרט יעדעס יאר, די בחורים לערנען פלייסיג גאנץ זומער, און כסדר קומען פאר סיום הש"ס'ן אין קעמפ ווי אינגע בחורים האבן זוכה געווען לברך על המוגמר, און פראווען זייער סיום הש"ס צוזאמען מיט זייער משפחה, און מיטן ראש ישיבה. אבער ווען עס קומט חמשה עשר באב, הייבט זיך אָן יעדעס יאר "אפעראציע מסכת תענית", ווי די בחורים ווערן ממש צוגעקלעבט צו די גמרות, און די סגולה פון די צדיק איז א נצחיות, און דער אייבערשטער שיקט צו גוטע שידוכים פאר די בחורים איינע נאך די אנדערע. פאר דעם יאר תשפ"א, האט נאך די ישיבה דערווייל נישט געטראפן קיין קעמפ. דער ראש ישיבה איז העפטיג פארנומען די טעג מיט זוכן א פאסיגע פלאץ פאר די טייערע בחורים. דער ראש ישיבה זאגט אז ער זוכט צו האבן בלויז א קליינע קעמפ. עס דארף נישט האבן מער פון איין באנגעלאו פארן ראש ישיבה, מיט באנגעלאוס פאר נאך ארום 35 בחורים, דער ראש ישיבה זאגט אז היי יאר וויל ער נאר נעמען די בחורים וואס האבן נישט קיין טעלעפאן. דער ראש ישיבה איז ארויס מיט א בקשה אז ווער עס ווייסט פון א קעמפ צו פארדינגען זאל זיך ביטע ווענדן צום ראש ישיבה. "אִם הָיִיתָ זוֹכֶה לִשְׁמֹעַ אֶת קוֹל הַשִּׁירוֹת וְהַתִּשְׁבָּחוֹת שֶׁל הָעֲשָׂבִים... כַּמָּה יָפֶה וְנָאֶה כְּשֶׁשּׁוֹמְעִין הַשִּׁירָה שֶׁלָּהֶם" (שיחות הר"ן, קסג) &nbsp; 💬 בעסער רעדן צום אייבערשטן אין פעלד, אדער ענדערש אינדערהיים? 📜 גיי שפאצירן צווישן גראז און שמועס זיך אויס מיטן אייבערשטן 🎧 חמשה עשר באב תשע"א אין קעמפ. מוהרא"ש ברענגט שידוכים 📸 מוצש"ק מטות מסעי תש"פ - מלוה מלכה אין קעמפ 📸 קעמפ תשע"ד 📸 דער ראש ישיבה שליט"א טיילט נאכטמאל אין קעמפ אין יאר תשע"א 📸 די בחורים האקן שטיקער אויף מסכת תענית אין קעמפ ▶️ ס'קומט שידוכים מיט מסכת תענית 📸 מוהרא"ש אויף א שבת אין קעמפ בשנת תש"ע 📸 מוהרא"ש באזוכט אין קעמפ דינסטאג מטות-מסעי תשס"ט 📸 תשס"ט - ערשטער זומער אין קעמפ 📜 די געוואלדיגע זכות פון צושטעלן א קעמפ פאר די זומער טעג 📰 דער "יערליכער סיום הש"ס אין קעמפ" פון הרב יעקב משה אינדארסי שליט"א 📰 בחורים לערנען פערציג מאל מסכת תענית ביז ראש השנה 🎦 דראמא: דער קעמפ ווערט אוועקואירט ביים האריקעין איירין 📰 נאך נייעס פון קעמפ 📜 נאך בריוו איבער קעמפ

    < זעה מער ג אייר תשפ"א 📝
  • קורצע תיקון ליל שבועות ווערט פריש איבערגעדרוקט דורך די קרן הדפסה

    צוליב די גרויסע פארלאנג ווערט יעצט פריש הערליך איבערגעדרוקט דעם "תיקון ליל שבועות", וואס וועט איבערגעפרישט ווערן הערליך און שיין. אלע יארן בעפאר שבועות פלעגט מוהרא"ש רעדן פון דעם, אז דער עיקר תיקון איז ווי עס שטייט בפשטות אז מען זאל זאגן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה, און די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע ספר פון נ"ך, און דאס וואס מיר האבן אזא לאנגע תיקון ליל שבועות איז שפעטער צוגעקומען דורך די צדיקים וועלכע האבן צוגעלייגט נאך אסאך זאכן צו זאגן במשך די נאכט. למעשה שטעלט זיך ארויס אז פיל מענטשן האבן נישט קיין געדולד צו זאגן אזא לאנגער תיקון, און זיי זאגן דערפאר גארנישט. דעריבער - פלעגט מוהרא"ש זאגן - דארף מען וויסן אז אויב מען קען נישט זאגן די גאנצע תיקון, זאל מען כאטש זאגן דער עיקר תיקון וואס דאס איז דער ערשטער און לעצטער פסוק, אזוי אויך - האט מוהרא"ש געזאגט - איז כדאי צו זאגן די תרי"ג מצות שבועות ביינאכט, און מיט דעם זיך צוגרייטן צו מקבל זיין אויף זיך צו מקיים זיין די אלע תרי"ג מצות וואס דער אייבערשטער האט געגעבן אום יום טוב שבועות. (זעה בריוו פון מוהרא"ש זי"ע אונטן פונעם נייעס) ווען דער בית הדפוס האט צום ערשטן מאל געדרוקט דער קורצער "תיקון ליל שבועות" וואס האט אנטהאלטן נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון אלע סדרות און ספרי התנ"ך, האט מוהרא"ש זייער הנאה געהאט, זאגענדיג אז דאס וועט ברענגען אז פיל אידן זאלן אנהייבן זאגן דעם תיקון ליל שבועות, און זוכה זיין דורך דעם צו די אלע גרויסע תיקונים. און זינט דעמאלטס האט מען עס שוין איבערגעדרוקט פיל מאל. שטייענדיג יעצט פאר דעם הייליגן יו"ט שבועות, גרייט מען זיך עס פריש איבערצוארבעטן אויף א הערליכע פארמאט, אויף דעם זעלבן אופן ווי מען האט איבערגעדרוקט דעם הגדה "אור זרוע" בעפאר דעם פארגאנגענעם יום טוב פסח. פראגע "וואס דער מנהג איז אין ברסלב צו זאגן ביי תיקון ליל שבועות?" &nbsp; ענטפער פון מוהרא"ש זי"ע (איבערגעזעצט אויף אידיש) &nbsp; בעזה"י יום ה' לסדר במדבר ג' סיון ה'תשע"ב שלום וברכה אל שמואל נ"י איך האב ערהאלטן דיין בריוו. א ישר כח אויף די תפלות וואס דו בעטס פאר מיין שנעלע ערהוילונג, דער אייבישטער זאל העלפן אז אלע דיין תפלות זאלן נתקבל ווערן ברחמים וברצון פארן אייבערשטן. מיר פירן זיך נאר צו זאגן די פסוקים פון תנ"ך שבועות ביינאכט. דאס הייסט אז מען הייבט אן די ערשטע פסוק און מען ענדיגט מיטן לעצטן פסוק פון יעדן פרשה, אזוי אויך פון אלע ספרים פון נ"ך, און מ'זאגט בכלל נישט משניות, ווייל דאס ווערט נישט געברענגט אין זוהר, און נאכדעם זאגט מען די גאנצע תרי"ג מצוות, און דאס איז עס. אין די איבעריגע צייט רעדט מען אסאך צום אייבערשטן, און מ'בעט דעם אייבערשטן אז מ'זאל זוכה זיין צו מקבל זיין די תורה פונדאסניי, ווייל שבועות ביינאכט איז א גרויסער עת רצון אין הימל. פארטאגס פארן עלות גייט מען זיך טובל'ן אין מקווה, וואס דאן איז מען ממשיך אויף זיך די מח פון שער החמישים, און מען דאווענט וותיקון, דערנאך מאכט מען קידוש, און מען עס א מילכיגע סעודה, און מען לייגט זיך שלאפן, און מיטאג צייט שטייט מען אויף און מען עס די יום טוב'דיגע פליישיגע סעודה. דער עיקר זאלסטו זייער זייער שטארק זיך אנשטרענגען צו זיין פרייליך אויף דעם גרויסן זכי' אז דו האסט זוכה געווען צו געבוירן ווערן א איד, און דו ביסט נישט קיין גוי, וואס דאס איז די גרעסטע שמחה, און ב"ה דאס אידישע פאלק האט מיט וואס זיך צו פרייען אז מיר האבן זוכה געווען צו מקבל זיין די תורה אויף בארג סיני, און אויך יעצט וועלן מיר פריש מקבל זיין די תורה פונדאסניי. דער אייבישטער וואס הערט די תפלות פון אידישע קינדער, זאל אויסהערן די תפלות וואס איך בעט און מתפלל פאר דיר שטענדיג אז דו זאסלט מצליח זיין אין אלעס וואס דו טוסט. &nbsp; המאחל לך ברכה והצלחה מן השמים &nbsp; "על ידי שהוא ער בליל שבועות, ממשיך על עצמו הארת השגחה שלימה ממנו יתברך". (ליקוטי הלכות משא ומתן הלכה ד')&nbsp; 📜 דאווענען שבועות מיט ברסלב'ע חסידים, און איבער די קורצע תיקון ליל שבועות 📰 דער ראש ישיבה וועט בעז"ה וויילן אום שבועות תשפ"א אין שטעטל קרית ברסלב 📰 דער ראש ישיבה באזוכט דעם בית הדפוס אין שטעטל ניסן תשפ"א 📰 קרן הדפסה דרוקט איבער "הגדה של פסח אור זרוע אויף אידיש" ניסן תשפ"א 📜 צוגרייטן מילכיגס פאר די מילכיגע סעודה, און באצירן דעם בית המדרש 📖 דער קורצער "תיקון ליל שבועות" דער ערשטער דרוק

    < זעה מער ב אייר תשפ"א 📝
  • בעז"ה וועט דער ראש ישיבה וויילן אום שבועות תשפ"א אין שטעטל

    די איינוואוינער פון שטעטל קרית ברסלב ליבערטי נעמען אויף מיט גרויס פרייד די נייעס אז דער ראש ישיבה שליט"א פלאנט מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו וויילן ביי זיי אין שטעטל אויפן קומענדיגע יום טוב שבועות. פילע אנשי שלומינו וואס האבן קיינמאל פארפאסט א שבועות מיטן ראש ישיבה אין וויליאמסבורג ווילן אויך היי יאר נישט אויפגעבן דעם געהויבענעם געשמאקן שיינעם יום טוב מיטן ראש ישיבה, און מעלדן זיך איין ביי די איינוואוינער וואס זענען וואויל באקאנט מיט די ווארימע הכנסת אורחים. וואך איין וואך אויס איז דער שטעל פול מיט פילע געסט וואס קומען באזוכן דעם שיינעם פלאץ און האלטן מיט א שבת אין קרית ברסלב ליבערטי, און זיי קענען זיך נישט גענוג אפווינדערן פונעם שיינעם און ריינעם שטעטל, ווי אלע לעבן א פשוטע און פרייליכע לעבן, און לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבין. זיי קוקן צו מיט ווינדער ווי אלע איינוואוינער אפילו די קליינע קינדער זעט מען אלץ אדער כאפן א שפאציר און שמועסן זיך אויס מיטן אייבערשטן, אדער איז מען אין בית המדרש מיט א ספר אין האנט, זאל עס זיין תהלים, א חומש, א משניות צי א תהלים. צוליב וואס עס ווערן ערווארטעט א ריזיגער פלייז פון פילע אנשי שלומינו פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס וועלן קומען מיטהאלטן דעם יום טוב אין שטעטל איז דער ראש ישיבה ארויסגעקומען מיט א רוף צו די איינוואוינער אין קרית ברסלב אז מען זאל נאך מער און נאך ברייטער עפענען די טירן און אריינעמען וויפיל געסט נאר מעגליך אויף יום טוב. מְרוֹמָם הוּא אֱלָהִין, בְּקַדְמָא וּבַתְרַיְתָא, צְבִי וְאִתְרְעִי בָן, וּמְסַר לָן אוֹרַיְתָא 📸 ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג באצירט לכבוד שבועות תש"פ 📸 ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל פרעמישלאן ווערט באצירט מיט בלומען שבועות תשע"ט 📸 ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל העיס אויסגעצירט לכבוד שבועות תשע"ח&lrm; 📰 הערליכע יום טוב אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי ראש השנה תשפ"א 📰 הערליכע יום טוב אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי יום כיפור תשפ"א 📰 געהויבענע יום טוב אין שטעטל מיטן ראש ישיבה שליט"א פסח תשפ"א 📰 שיינע שיעור הכנה לחג השבועות תשע"ט 📰 שיינער יום טוב שבועות און שבת באווארפן ביים ראש ישיבה תשע"ט 📖 די קורצע תיקון ליל שבועות פון קרן הדפסה היכל הקודש 📰 הערליכע יום טוב שבועות אין ביהמ"ד היכל הקודש בארא פארק מיט הרה"ג ר' יצחק לעססער שליט"א 📰 תיקון ליל שבועות ווערט איבערגעדרוקט

    < זעה מער ל ניסן תשפ"א 📝
  • סיום מסכת שקלים היינט נאכט אין מאנסי

    יעצט - געלויבט השי"ת - פייערן אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש מיט גרויס פרייד דעם סיום אויף מסכת שקלים וואס מען האט געלערענט. ביי די יעצטיגע מסכתא איז דער שמחה אסאך גרעסער, ווען דער דאזיגער מסכתא איז געלערענט געווארן אין די פארנומענע ערב יום טוב און פסח טעג, וואס טראץ די גרויסע טירדות האבן די תלמידי היכל הקודש נישט אויפגעגעבן און נישט מוותר געווען פון לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, וואס איז ביי זיי א חוק קבוע יעדן טאג ווי לייגן תפילין (ווי דער ראש ישיבה ברענגט אלץ נאך פון ספר "יש נוחלין" פון א זון פון של"ה הק'). עס איז א געוואלדיגע שמחה ביי אלע אנשי שלומינו ווען דער באן פארט ווייטער, מען רוקט זיך פון סטאנציע צו סטאנציע און מען פאלט ברוך השם נישט אראפ, מען רוקט זיך ברוך השם ווייטער און ווייטער אינאיינעם מסכתא נאך מסכתא, און מען האט שוין ב"ה געענדיגט דערם פינפטער מסכת אין ש"ס. נאך גרעסער איז די שמחה ווען מען האט זוכה געווען און געפאלגט דעם הייליגן רבין און מען האט גענומען די מתנה פון הייליגן רבין דער "סדר דרך הלימוד" (עיין שיחות הר"ן סימן ע"ו) פון "זאגן" די ווערטער פון די תורה, וואס נאר א דאנק דעם האט מען געקענט אנהאלטן דעם לימוד יעדן איינציגן טאג, נישט קיין חילוק צי מען האט געהאט דעם קאפ אויפן פלאץ אדער נישט, צי מען האט געהאט צייט אדער נישט, האט מען געוויסט אז איך מוז לכל הפחות אפזאגן דעם דף פאר איך לייג מיך שלאפן. יעצט ווען מען איז אנגעקומען צום גרויסן טאג פון ענדיגן דעם מסכת, וועט דער ראש ישיבה פראווען א גרויסע סיום מסכת שקלים אין מאנסי אין שטוב פון מו"ה אלי קנאלל הי"ו, אויף 988 טשעסטנאט רידזש רד. (GPS: 988 Chestnut Ridge Rd, Spring Valley, NY 10977), ווי אנשי שלומינו אין מאנסי וועלן האבן די געלעגענהייט צו הערן א דרשה פון ראש ישיבה שליט"א און זיך מחזק צו זיין און זיך אויפפרישן מיט די הייליגע רבינס עצות. מעריב וועט זיין בעז"ה 8:30 און דערנאך וועט מען זיך וואשן צום סיום מסכת און סעודת ראש חודש. * אין מאנסי ברענט דעם רבינס פייער אויף א גרויסע פארנעם, אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם אין פילע לאקאציעס יעדער אין זיין געגענט, ווי מען דאווענט, עס קומען פאר שיעורים, און מען איז זיך מחזק אינאיינעם אין פארשידענע געלעגענהייטן. מען קומט זיך צוזאם יעדע וואך צו שלש סעודות ביי מו"ה זושא פריעדמאן הי"ו אין שטוב אויף 6 קאָלינס עוועניו. במשך די וואך קומען פאר שיעורים אין שטוב פון מו"ה אלי קנאלל הי"ו אויף 988 טשעסטנאט רידזש ראוד. אלע תפלות שב"ק יעדע וואך און שיעורים קומען פאר אין ביהמ"ד היכל הקודש מאנסי אויף 32 דאלסאן ראוד. די מפיצים פארפלייצן די גליונות איבער גאנץ מאנסי. מען קען זיך משתתף צו זיין אין די הוצאות פון הפצה דרוך רופן 845-445-9314. &nbsp;כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ, וּבָהֶם נֶהְגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה. ▶️ שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א אין גמרא אויף לייוו קעמרע 📸 דער ראש ישיבה ביים סעודת הילולא פון רבי נתן אין מאנסי 📸 טיי אווענט אין מאנסי פארן כולל בהשתתפות דער ראש ישיבה 📸 מוהרא"ש ביים חנוכת הבית פון ביהמ"ד היכל הקודש מאנסי תשע"ב 💬 קענט איר מיר געבן חיזוק אנצוגיין מיט מיין שיעור אין גמרא? 📰 דער ראש ישיבה געבט א שיעור פאר אנשי שלומינו אין מאנסי 📰 סיום מסכת פסחים, און התחלת מסכת שקלים 📰 סיום פון מסכת עירובין און התחלת מסכת פסחים - כסלו תשפ"א 🎦 אידיש נחת איז מהנה דעם ציבור ביים סיום עירובין התחלת פסחים - כסלו תשפ"א 🎦 משה קרויס מיט אידיש נחת זינגט "ולמדתם אותם" ביים סיום עירובין - כסלו תשפ"א 📰 מען גרייט זיך צום סיום מסכת שבת - אב תש"פ 🎦 סיום מסכת שבת - אב תש"פ 📰 שבת התוועדות סיום והתחלת הש"ס, טבת תש"פ ▶️ דרשה פון ראש ישיבה ביים סיום הש"ס - טבת תש"פ 🎹 מוזיק ווידיא: יוסי גרין פארציילט וויאזוי ער האט געענדיגט ש"ס

    < זעה מער כט ניסן תשפ"א 📝
  • מסודר'דיגע מפתח פון די ערשטע 100 אינטערוויוס אויף קול ברסלב

    עס איז שוין לאנג דא א גרויסע נאכפראגע ביים ציבור צו האבן א געשריבענע מפתח, נאכדעם וואס עס קומען כסדר צו פרישע אינטערוויוס כמעט אויפ א טעגליכן פארנעם, און פילע האב פארפאסט פילע פון די גאר אינטערעסאנטע און באלערענדע אינטערוויוס, און עס האט גענומען זייער לאנג צו הערן אויפן מעניו די ליסטע פון אלע אינטערוויוס, די ליסטע אליינס נעמט אויסצוהערן בערך א האלבע שעה, און צוליב טעכנישע סיבות קען עס נישט האבן קיין אפשען צו מישן, אזוי ארום איז זייער שווער צו וויסן וועלכע אינטעריוויו איז וואס. אויסער די לעצטע פאר נייע אינטערוויוס. דערפאר האט מען מסדר געווען און אפגעשריבן אלע אינטערוויוס אויף א שיינע מסודרדיגע וועג, כדי עס זאל זיין א דבר השווה לכל נפש. שמעו ותחי נפשכם!&nbsp; די נומער פון "קול ברסלב" זענען: ניו יארק 212-444-9191 אפסטעיט 845-351-0910 קאנאדא 438-300-8080 ענגלאנד 03303502361 ארץ ישראל 0797040066 דעם "אינטערוויו אפטיילונג" טרעפט מען דורך דרוקן 1️⃣ 7️⃣ 5️⃣ פון מעין מעניו שִׁמְעוּ וּתְחִי נַפְשְׁכֶם 📰 הונדערט אינטערוויוס אפגעצייכענט אויף קול ברסלב - אדר תשפ"א 📰 ברסלב סענטער וועסבייט גרייכט איבער 100,000 קליקס א חודש 1 &bull; ר' ברוך אפעלדארפער&nbsp;&bull;&nbsp;אמונה, תפלה, שלום בית, געטוישט דורכן ראש ישיבה 2 &bull; ר' נחום כ"ץ &bull; איינדרוקן פון שבת סיום הש"ס &bull; השמורים קארטלעך 3 &bull; ר' אברהם חיים וויזעל &bull; געטוישט זיין לעבן 30 יאר נאך די חתונה 4 &bull; ר' יוסי גרין &bull; דער קונטרס וואס ער האט געטראפן 30 יאר צוריק און זינט דאן קיינמאל אראפגעלייגט &bull; איבער זיינע ניגונים 5 &bull; הב' לייבי ראטה &bull; וואס האט אים געמאכט גיין אין ישיבה? &bull; געפילטערט זיין פאון 6 &bull; ר' אייזיק אפעל &bull; 3 טיפס אין חינוך וואט געטוישט זיין לעבן 7 &bull; ר' יעקב יאקאבאוויטש &bull; איבער די חיזוק יומי קארטלעך 8 &bull; ר' יעקב משה אינדארסקי &bull; וויאזוי צו ענדיגן יעדעס יאר ש"ס &bull; אן עצה פטור צו ווערן פון חובות 9 &bull; ר' מנחם שטיינבערג &bull; וויאזוי מ'האלט זיך פריש &bull; וויאזוי רעדט מען צו קינדער נאך אן אנטיסעמיטישע אטאקע 10 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; וויאזוי זיין זון בערל האט געענדיגט ש"ס &bull; שמעוס מיט המסיים בערל 11 &bull; ר' יצחק מענדלאוויטש, בני ברק &bull; חיזוק יומי המתורגם 12 &bull; ר' אהרן וועבערמאן און ר' יעקב פיש &bull; אינטערעסאנטע מעשיות פון צוויי מפיצים 13 &bull; ר' אלימלך שארף &bull; וואס דארף א דיין צוקומען צום סדר דרך הלימוד? &bull; טיפס אין חינוך 14 &bull; המלמד ר' יחזקאל סאמעט &bull; שיינער חינוך שמועס 15 &bull; ר' אברהם יושע וועבערמאן &bull; זיינע קינדערישע יארן אין די ברסלבע מוסדות 16 &bull; ר' אברהם הערש וועבערמאן &bull; הפצה און נאך 17 &bull; המלמד ר' הערשי שניטצלער &bull; וויאזוי זיך אן עצה געבן מיט שווערע קינדער, און נאך 18 &bull; ר' יואל טייטלבוים &bull; וויאזוי ער איז נתקרב געווארן צום רבין &bull; דער סאטמאר רבי בעל ברך משה בעט אים צו מתפלל זיין פאר אים ראש השנה אין אומאן 19 &bull; ר' ישראל מאיר ראטענבערג &bull; וויאזוי א ביזנעסמאן איז געראטעוועט געווארן פון טויט א דאנק הפצה 20 &bull; ר' חיים ברייער &bull; איבער זיינע בחורישע יארן אין ישיבה 21 &bull; ר' אברהם יעקב סופר, צפת &bull; וויאזוי ער איז פריש מקורב געווארן צו ברסלב 22 &bull; המלמד ר' נחמן נתן קרויס &bull; שלעכטע קינדער האבן נישט קיין פלאץ אין חדר &bull; א שארפע מעסעדזש צום טאטן טוישט דאס קינד צום גוטן 23 &bull; א שמועס מיט 2 בחורים לכבוד פורים 24 &bull; ר' יואל שניטצלער &bull; וויאזוי ער איז נתקרב געווארן דורך מוהרא"ש און דורכן ראש ישיבה 25 &bull; הב' גדליה אפעל &bull; מעשה פון תפלה פון נייע שיך 26 &bull; א אינגעמאן פון מאנטריאל איז נתקרב געווארן דורך א צעטל וואס ר' יצחק יונה זאבעל האט געשריבן 27 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; פארוואס זאל מען גיין הפצה? וויאזוי מעג מען פארכאפן מענטשן? 28 &bull; ר' יודל דעפריס &bull; א טעקנישן פון טעסלא פארענפערט קשיות פון סדר דרך הלימוד 29 &bull; ר' ישראל שלום זעלקאוויטש &bull; זיין זון האט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס &bull; ברסלבע חדר און סקול &bull; א שמועס מיט הב' המסיים אברהם אליה 30 &bull; הילד שלום שניטצלער &bull; וואו ער האלט אין ש"ס 31 &bull; ר' גדליה דוד בלום, בית שמש &bull; וויאזוי גליונות האבן געעפענט שולן און געמאכט שידוכים 32 &bull; א שמועס מיט א טאטע און זיין זון &bull; "ישר כח אייבערשטער" ווען דער לעדל דרייט זיך איבער 33 &bull; ר' שלום שניטצלער &bull; קאראנע און הפצה 34 &bull; ר' אייזיק אפעל &bull; סענדוויטש מעשה 35 &bull; ר' יוסי שניטצלער &bull; וויאזוי זיך צו גרייטן אויף פסח אין קאראנע 36 &bull; ר' מנשה איצקאוויטש &bull; וואס טוט א באס דרייווער ביים רויט לייט? &bull; הפצה 37 &bull; פורימ'דיגע אינטערוויו, איטערוויו פון א זיידע און אייניקל אין 45 יאר ארום 38 &bull; ר' יחיאל הורוויץ &bull; עצות פון רבין טרייסטן אים נאך די פטירה פון זיין קינד 39 &bull; ר' יצחק משה רייך &bull; עצות פאר די פחד פון קאראנע 40 &bull; ר' משה אריה שניטצלער און ר' יואל טייטלבוים &bull; וואזוי מען מאכט שמחה מיט שמחה 41 &bull; ר' ישראל סאמעט &bull; די מוזיק ווידיאס וואס ער מאכט 42 &bull; ר' אברהם שעכטער, ארץ ישראל &bull; מוהרא"ש'ס ציון 43 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; וויאזוי צו לעבן א געשמאקע לעבן פון גן עדן 44 &bull; ר' מענדל באלאבאן &bull; א וואונדערליכע שידוך פון א בחור און א מיידל וואס זענען געווארן מקורב 45 &bull; ר' יעקי פיש &bull; די שיינקייט פון הפצה &bull; פארגינען &bull; א פאליציאנט ווערט געהעכערט אין ראנג דורך הפצה 46 &bull; ר' אהרן וועבערמאן &bull; 25 מיליאן פרוטה'לעך קאמפיין 47 &bull; ר' אשר יעקב בלום &bull; אונטערן די קוליסן פון קרן הדפסה 48 &bull; ר' אהרן וועבערמאן, ר' יעקב פיש, יאסי פרערא &bull; פרוטה'לעך קאמפיין, עצות 49 &bull; ר' אייזיק אפעל &bull; פרוטה'לעך קאמפיין, היסטארישע קאפיטלען 50 &bull; הערשי דערציילט אן אינטערעסאנטע חלום פון מוהרא"ש 51 &bull; ר' יואל שניטצלער &bull; עצתו אמונה חלק ג', קרישקעלעך 52 &bull; ר' ישעיה איידליס &bull; וויאזוי שאפט מען שפילצייג פאר די קינדער? 53 &bull; סדר דרך הלימוד 54 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; וויאזוי יעדער קען האבן א חלק אין די תורה 55 &bull; ר' אליה קרויס, טאהש &bull; געווינער פון $25,000 ראפעל פון די מוסדות 56 &bull; ר' יחיאל הורוויץ, לאנדאן &bull; קול ברסלב געווארן אויפגעכאפט אין לאנדאן &bull; פאליציי נאכגעלאפן ראש ישיבה 57 &bull; ר' יואל מנחם גרשון שניטצלער &bull; עצתו אמונה &bull; שיינע אלטע אידישע ניגונים 58 &bull; ר' שמואל אליעזר פערל, לאנדאן &bull; הפצה מיט בזניונות, האט מקרב געווען אידן צום אייבערשטן 59 &bull; ר' שמאי וועקס &bull; דער כח פון ראש ישיבה'ס דרשות 60 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; אומאן &bull; א מעשה מיט א בחור 61 &bull; ר' מיכל ראזענפעלד &bull; וויאזוי דעם רבינ'ס עצות זאלן נישט ווערן אלט 62 &bull; ר' יואל מנחם גרשון שניטצלער &bull; אידישע ניגונים, חלק ב' 63 &bull; דער שדכן ר' ישראל קרויס &bull; וויאזוי עס גייט שידוכים און שלום בית 64 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; די שיינע בר מצה פון זיין זון 65 &bull; הב' רפאל הכהן כ"ץ &bull; זיין סיום הש"ס &bull; מתנות וואס ער האט פון ישיבה &bull; פארוואס ער האט באוואשן א טאטע פון א בחור 66 &bull; הב' שלומי שווארטץ &bull; וויאזוי בני ברק איז נענטער צו וויליאמסבורג ווי קרית יואל &bull; פשטות יהדות 67 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; וויפיל געלט האט מוהרא"ש געהאט? 68 &bull; ר' ישראל פארסט &bull; אינטערעסאנטע איבערלעבעניש 69 &bull; ר' שלום פון קאנאדא &bull; ווינטער נעכט 70 &bull; ר' ישראל שלום זעלקאוויטש &bull; ברסלבע דייעט 71 &bull; ר' פנחס מרדכי טייטלבוים &bull; עצה אפצושטעלן א פאליצייאישע אויספארשונג 72 &bull; ר' יואל מנחם גרשון שניטצלער &bull; מיטנעמען חנוכה א גאנץ יאר &bull; די היינטיגע חשמונאים 73 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; דער חילוק פון לעבן מיט א צדיק אדער אן דעם 74 &bull; ר' יצחק פאפענהיים &bull; וויאזוי היכל הקודש ירושלים האט זיך געעפענט &bull; הפצה 75 &bull; מגיד שיעור הרב יואל פאללאק &bull; וויאזוי זיין קלאס האט אויסגעזען פאר און דערנאך 76 &bull; זיסע אינטערוויו מיט קינדער פון ברסלבע חדר 77 &bull; ר' פנחס מרדכי טייטלבוים &bull; סידור קידושין, ברכה אחריתא 78 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; די סוגיא פון "מסורה" &bull; וואס בחורים מאכן מיט 79 &bull; ר' יואל מנחם גרשון שניטצלער &bull; סרח בת אשר &bull; עצתו אמונה 80 &bull; המפיץ הגדול ר' נתן יאקאבאוויטש &bull; הפצה 81 &bull; ר' שלום פון קאנאדא &bull; הפצה אין קאנאנדא 82 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; סדר דרך הלימוד, אינטערעסאנטע עפיזאדן 83 &bull; ר' יוסף לייב קויפמאן מיט זיין אינגל חיים שלמה &bull; אויפן וועג צו ענדיגן ש"ס 84 &bull; ר' יעקב איידליס &bull; וויאזוי מיטצונעמען עצות פון ראש ישיבה אויף א גאנץ לעבן 85 &bull; הרה"ח שמואל קליין &bull; צו וואס זעצט זיך אן עלטער זיידע אריין אין ישיבה? 86 &bull; ר' בערל לעווי &bull; יעדער קען טון חסד של אמת 87 &bull; ר' יעקב פיש &bull; די 70 שפראכן וואס ער האט זיך אויסגעלערענט 88 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; שובבי"ם 89 &bull; ר' שלום פון קאנאדא &bull; הפצה &bull; פשוט'ע חתונות 90 &bull; אינטערוויו מיט א אינגערמאן פון בני ברק וואס איז געזיצן אין תפיסה פארן נישט גיין אין מיליטער, וואס ער האט דארט געטון, און וויאזוי ער איז ארויס 91 &bull; ר' הערשי שניטצלער &bull; מעשה פון אם ירצה השם 92 &bull; ר' יחיאל הורוויץ &bull; עצה בדוק ומנוסה אויפצוהערן רייכערן 93 &bull; ר' שלום פון קאנאדא &bull; הפצה און חינוך 94 &bull; ר' משה רייך, לעיקוואוד &bull; דינען השי"ת מיט פאטעיטע טשיפס און זכר באנדלעך 95 &bull; ר' שמואל אליעזר פערל &bull; וואו קען מען טרעפן עסן אין מאנסי? 96 &bull; ר' משה אריה שניטצלער &bull; 3 מתנות פון מוהרא"ש 97 &bull; ר' יואל שניטצלער &bull; ספר עצתו אמונה, וויאזוי עס האט זיך אנגעהויבן, און איבער סובסקריבשאנס 98 &bull; הילד שמעון פארקאש ב"ר מ"ד &bull; איבער זיין סיום הש"ס 99 &bull; ר' אהרן עקיבא קויפמאן, בית שמש &bull; וויאזוי זעט אויס א שבת טיש מיט די עצות פון ראש ישיבה 100 &bull; ר' משה אריה שניטלער &bull; אפצייכענונג פון 100 אינטערוויוס, און וואס זיי טוען אויף &bull; וויאזוי מ'ווערט פטור פון ענקזייעטי &nbsp;

    < זעה מער כו ניסן תשפ"א 📝
  • עלף יאר אפגעצייכנט צו די עפענונג פון "תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב" וויליאמסבורג

    אין די יעצטיגע טעג ווערט אפגעצייכנט עלף יאר פון עס האט זיך געעפנט דער תלמוד תורה "היכל הקודש ברסלב" אין וויליאמסבורג. אין די לעצטע יארן, האט שוין די תלמוד תורה געהאט א ווייט גרייכנדע אפקלאנג, אלס א פלאץ וואו די קינדער ווערן נתחנך מיט תורה תפלה און יראת שמים על דרך ישראל סבא, מיט די אלע הייליגע עצות פון הייליגן רבי'ן, אויפן וועג ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז געלערנט. הכרת פניהם ענתה בם. ווי עס זאגן עדות אלע עלטערן, זעט מען אויף די קינדער א געוואלדיגע חן, אן איידלקייט און ערליכקייט וואס מען טרעפט נישט געווענליך. דאס קומט נאר פון די הייליגע תורה וואס די קינדער לערנען פלייסיג וואס די תורה איז אילת אהבים ויעלת חן, ובנוסף וואס די קינדער רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך. די קינדער זענען שטענדיג פארנומען צו דערציילן "מעשיות פון תפלה", זאכן וואס זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן און דער אייבערשטער האט זיי געהאלפן. די הארץ ווערט איבערגענומען ווען מען הערט ווי די תמימות'דיגע קינדער, דערציילן ווי זיי בעטן דעם אייבערשטן בתמימות ופשיטות און ווי דער אייבערשטער העלפט זיי שטענדיג. עטליכע קינדער האבן דערציילט פאר'ן מלמד נאך פסח, אז זיי האבן נישט געוואלט מוטשען זייערע עלטערן צו באקומען א גוטע אפיקומן, אנשטאט דעם מוטשען זיי ענדערש דעם אייבערשטן, און דער אייבערשטער וועט זיי זיכער העלפן. ווען עס ווערט איינגעבאקן אין די יונגע הערצער צו לעבן מיטן אייבערשטן, וועט דאס מיטוואקסן מיט זיי אלע יארן, און זיי וועלן שוין קיינמאל נישט אוועקגיין פונעם אייבערשטן. אין יעדן מצב וואס זיי וועלן זיין, וועלן זיי וויסן אז זיי האבן זיך צו וועם צו ווענדן, דער אייבערשטער גייט מיט זיי שטענדיג, און ער וועט זיי קיינמאל נישט פארלאזן. עס דערמאנט זיך די התחלה פון די תלמוד תורה, מיט עלף יאר צוריק ווען די ההנהלה איז געזיצן ביי מוהרא"ש חול המועד פסח אין יאר תש"ע איבערצוגיין אלע דעטאלן איבער די תלמוד תורה, האט מוהרא"ש דערציילט דעמאלט וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג ווען מען האט געגרינדעט די ערשטע ברסלב'ע בית המדרש אין וויליאמסבורג. בימים ההם איז ברסלב געווען א נייע זאך וואס ווייניג האט בכלל געהערט דערפון, מען האט זיך דאן זייער געמוטשעט מיט מנין. מאכט זיך אמאל אז דער גבאי פון בית המדרש האט זיך אויסגערעדט פאר מוהרא"ש - וואס איז נאך געווען דאן א פרישער יונגערמאן - אז מען מוטשעט זיך זייער מיט צוזאמשטעלן מנין יעדן שבת אין בית המדרש. האט מוהרא"ש זיך צושמייכלט און זיך אנגערופן, "זארגט נישט, דא אין וויליאמסבורג וועט נאך זיין א ברסלב'ע תלמוד תורה", און ווען עס איז דעמאלט אריבערגעפארן דארט באסעס פון פארשידענע תלמוד תורה'ס, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן צו אים, "דו זעסט די באסעס? אזוי וועלן ארום פארן באסעס וואס וועט שטיין אויף זיי "תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב". פאר דעם גבאי'ן איז דאס געווען ווי א ווילדער חלום, און ער האט זיך אנגערופן צו מוהרא"ש, "איר חלומ'ט בהקיץ", יעצט - האט מוהרא"ש אויסגעפירט - זעט מען אז די חלום איז ברוך ה' מקוים געווארן. מיטן אייבערשטנ'ס הילף האט זיך די תלמוד תורה גאר שטארק פארברייטערט און פארבעסערט במשך די יארן, צו די צופרידענהייט פון אלע עלטערן. כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ! &nbsp; 📅 מכתב יומי פון ראש ישיבה (דריטע בריוו) איבער די ערשטע יארן פונעם חדר 📸 חומש סעודה פון ת"ת היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג - סיון תשע"ט 📰 חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש ברלסב וויליאמסבורג - סיון תשע"ט 📜 גארנישט איז נישט העכער פון מחנך זיין אידישע קינדער 📰 דער ראש ישיבה איז מחנך די קינדער וואס מיינט "א מעכטיגע פארשטעלאכטס" 📰 ווער ס'העלפט דעם רבין דערלייגט נישט 🎞️ חומש סעודה - תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב - א קרח תשע"ח 📸 א חנוכה מסיבה אין ברסלבע חדר אין וויליאמסבורג 📸 די לעכטיגע ברסלב קינדער טאנץ ל"ג בעומר אין חדר

    < זעה מער כה ניסן תשפ"א 📝
  • מעמד זיכוי הפת פארן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי פארגאנגעם ערב פסח

    ערב פסח אינדערפרי האט דער ראש ישיבה צוזאם גערופן ביי אים אין שטוב אלע בודקים פונעם עירוב, וואס זענען זיך מוסר נפש א גאנץ יאר בודק צו זיין דעם עירוב, און גייען ארום זיכער מאכן אז דער עיבור איז כשר, און מען קען טראגן אינעם גאנצן שטעטל. דער ראש ישיבה האט מסביר געווען פאר די בודקים וויאזוי עירובי חצרות ארבעט. שבת קודש מעג נישט טראגן נאר אין איין רשות היחיד, און אפילו מען נעמט ארום די שטאט מיט א צוים, זענען דא אין א שטאט אסאך רשיות, דערפאר דארף מען אויפהייבן א פת און מזכה זיין דערמיט אלע איינוואוינער, דאן ווערן עס גערעכעט ווי יעדער האט א שייכות מיט דעם הויז, אזוי ווערט עס ווי איין משפחה. דאס ווערט גערופן "עירובי חצרות". דער ראש ישיבה האט געבעטן הר"ר מרדכי אהרן האלפערין הי"ו זאל געבן פון די פת פון פאראיאר פאר די בודקים, אלץ הכרת הטוב פאר זייער איבערגעגעבענקייט פארן עירוב. נאכדעם האט דער ראש ישיבה געמאכט די ברכה אויפן עירוב, און געזאגט פאר הר"ר מרדכי אהרן הי"ו זאל עס אויפהייבן און מזכה זיין פאר אלע איינוואוינער דורך זאגן "איך בין מזכה דעם פת פאר די גאנצע שטאט", נאכדעם האט דער ראש ישיבה געזאגט די לשון "בהדין עירובא" און עס איבערגעטייטש אויף אידיש. שְׂמֵחִים לְשָׁמְרוֹ וּלְעָרֵב עֵרוּבוֹ 📰 געהויבענע יום טוב פסח אריבער אין שטעטל מיטן ראש ישיבה שליט"א 📰 דער בית המדרש אין קרית ברסלב ליבערטי ווערט הערליך צוגעענדיגט 📰 נייע עירוב טראק אין שטעטל - כסלו תשפ"א 📰 עירוב אין שטעטל מאכט ב"ה פארשריט - אייר תש"פ 📸 דער ראש ישיבה שליט"א ביים מאכן די ברכה אויפן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי ערב פסח תשפ"א 📸 דער עירוב טראק פירט דורך פארעכטיגונג ארבעט 📸 מאפע פון עירוב אין שטעטל געשריבן דורכן ראש ישיבה&lrm; שליט"א 💬 וואס קענען מיר טון געהאלפן צו ווערן מיט קינדער? 📜 אלע בודקים זאלן זיך באטייליגן ביים זיכוי הפת אויפן עירוב 📜 כולל אינגעלייט זאלן העלפן בודק זיין דעם עירוב 📜 אכטונג געבן צו טראגן נאר אין די גרעניצן פונעם עירוב 📜 אין זכות פון העלפן פאר'ן עירוב וועסטו האבן געזונטע ערליכע קינדער

    < זעה מער כד ניסן תשפ"א 📝
  • געהויבענע יום טוב פסח אריבער אין שטעטל מיטן ראש ישיבה שליט"א

    שטיינעדיג נאך די געהויבענע יום טוב טעג, זענען די איינוואוינער פון קרית ברסלב ליבערטי נאך גענצליך אונטערן רושם פונעם די געהויבענעם פסח העבר עלינו לטובה, ווען מען האט געהאט די זכיה זיך צו געפונען במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט געוויילט אין שטעטל א גאנץ יום טוב, און מחיה געווען דעם ציבור מיט די הערליכע שיעורים אין גמרא, און די בארימטע שיעורים אין התחזקות אויפן לעבן. אויך האט מען נהנה געווען במשך דעם יום טוב פון די ווארימע הארציגע תפלות וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט פארן עמוד. אנגעהויבן האט זיך עס מיט די הכנות צום יום טוב ווען דער ראש ישיבה איז געקומען צוזאמען מיט'ן דיין שליט"א צוויי וואכן פאר יום טוב און געלערענט מיטן ציבור אנשי שלומינו הלכות פון פסח, בפרט די פארשידענע הלכות וואס מאכן זיך מער אין א שטעטל ווי אין שטאט, פון וואו אלע תושבים קומען. ערב פסח אינדערפרי איז פארגעקומען די מעמד זיכוי הפת פארן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי ביים ראש ישיבה אינדערהיים. (זע באזונדערע באריכט דערוועגן) די ערשטע טעג יום טוב האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט אין די "האָשקי" שול. שבת קודש (ערב פסח) אינדערפרי פארן דאווענען באשמורות הבוקר איז דער עולם אויפגעשטאנען און זיך געיאגט אין בית מדרש צו קענען אריינכאפן נאך צו לערנען אפאר פרקים משניות און דפים גמרא, אויך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט א קורצע שיעור פארן דאווענען אינעם ספר "פעולת הצדיק". אום 6:30 האט מען זיך געשטעלט שחרית, כדי מען זאל נאך קענען אניאגן צו זיין אינדערהיים באצייטענס און עסן פארן סוף זמן אכילת חמץ. נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען זינגען זמירות שלש סעודות, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דברי תורה, און ארויסגעברענגט די זכיה וואס מען האט יעצט אז מען גייט היינט ביינאכט זיך זעצן צום סדר, און זוכה זיין צו עסן די הייליגע מצה, מרור, ארבע כוסות, א.א.וו. אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער דעם אז א איד דארף געדענקען אז פון יעדע צרה קומט ארויס צום סוף נאר גוטס; צום ביישפיל - האט דער ראש ישיבה פארציילט - אז ווען מען האט ארויס געווארפן זיינע קינדער פון חדר, עס האט דאן אויסגעזעהן ווי א גרויסע צרה, היינט שטעלט זיך ארויס אז עס געווען די גרעסטע טובה - לכבוד דעם האט מען געעפענט א ברסלבע תלמוד תורה. דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט דער הייליגע בריוו פון רבי שמשון אוסטראפליער, דער ראש ישיבה האט מאריך געווען אינעם ענין וואס דער הייליגער רבי שמשון שרייבט אינעם בריוו אז די גאולה איז די סוד פון אש"ר, אז דאס גייט ארויף אויף די לימוד פון "אשר בנחל", וואס אין דעם איז תלוי די גאולה. ביידע טעג שחרית איז אריבער גאר דערהויבן און ווארעם, יום טוב נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט א שיעור און ארום געשמועסט פון דעם וואס מוהרא"ש פלעגט אלץ חזר'ן, אז מען דארף זיך פרייען מיט די גרויסע מצוה פון נישט עסן קיין חמץ, און אז מען עסט נאר מצה, וואס דאס היט אפ דעם מענטש א גאנץ יאר פון עבירות. חול המועד אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט שיינע שיעורים אין גמרא, אריינגעפלאכטן מיט מוסר און התחזקות, ביינאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט די בארימטע שיעורים אין התחזקות (מען קען עס מיטהאלטן דא אויפן וועבסייט). צו וואס פילע זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט. שביעי של פסח ביינאכט איז מען זיך צאמגעקומען אין די "דענמען" שול. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארום גערעדט אז מען דארף שטענדיג דאנקען דעם אייבערשטן, וואס דאס איז מסוגל דער אייבערשטער זאל אונז ווייטער משפיע זיין נאך אסאך גוטס.&nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט, אז ווען מען באדאנקט זיך פאר א מענטש וועט דיך יענער געווענליך נאכגעבן און דיר צוליב טון. דאס איז די פשוט די נאטור פון רעדן שיין, עס ברענגט גוטס; די זעלבע איז כביכול ביים אייבערשטן, אז מען דאנקט דעם אייבערשטן געבט דער אייבערשטער נאך און נאך גוטס. אזוי אויך להבדיל ביי מענטשן, אפילו אויב מען האט זיך באנארישט, מען האט געהאט טענות, קריטיק, און מען האט זיך פארהאנקערט מיט אים, פרוביר צו טוישן דיין צוגאנג, הייב אן אים צו באדאנקען, און געבן קאמפלימענטס, וועסטו זען ווי פלוצלינג נעמען זיך זאכן צו טוישן, און דו וועסט זיך קענען דורכקומען מיט אים סוף כל סוף. דער ראש ישיבה שליט"א האט פארטיילט וויין פאר די מסובים, דער ראש ישיבה האט געזאגט א נאמען און אים געשיקט א גלעזל. שביעי של פסח אינדערפרי, מה נהדר היה, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעליינט די שירת הים בקול בכי&lrm;. מיטל נאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט אינעם "דענמען" שול, צווישן מנחה מעריב האט דער ראש ישיבה געזאגט גאר א שיינער שמועס, דער ראש ישיבה האט גערעדט איבערן ענין אז צומאל שיקט דער אייבישטער א צרה אויף א מענטש ווייל נאר אזוי וועקט ער זיך אויף, און קומט צוריק צו אים. דער יום טוב האט זיך געענדיגט מיט די סעודה פון "נעילת החג - סעודת משיח". דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט די מקובל'דיגע מעשה פון די נסיעה פונעם בעל שם טוב קיין ארץ ישראל, ווי ער איז געווען אין א גרויסע סכנה אויפן וועג, און ער איז געווארן געראטעוועט דורך די הייליגע אלף בית. מוהרא"ש זאגט אז דאס מיינט, אז א מענטש וויל רעדן צום אייבערשטן און ער ווייסט נישט וואס צו רעדן, זאל ער דורך גיין די אלף בית, אלף איז אמונה, בית איז בטחון, גימל איז געלט, און אזוי ווייטער, דורכדעם וועט זיך עפענען זיין מויל, און ער וועט קענען רעדן צום אייבערשטן. דער הייליגער יום טוב פסח מיטן ראש ישיבה שליט"א וועט זיכער בלייבן איינגעקריצט אין די ביינער ביי אלע וואס האבן עס מיטגעהאלטן, די אלע שיעורים און התחזקות אויף אמונה - אזוי אויך התחזקות אויף לימוד התורה יעדן טאג, וועט זיי ווייטער באגלייטן טאג טעגליך פאר א לאנגע צייט.&nbsp; כַּאֲשֶׁר זָכִינוּ לְסַדֵּר אוֹתוֹ כֵּן נִזְכֶּה לַעֲשׂוֹתוֹ 📸 שריפת חמץ אין תלמוד תורה קרית ברסלב ליבערטי - ערב פסח תשפ"א 📸 שחרית חול המועד פסח אין קרית ברסלב ליבערטי תשפ"א 📸 דער ראש ישיבה ביי שריפת חמץ ערב פסח תשפ"א 📸 דער ראש ישיבה ביי זיכוי הפת אויפן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי, ערב פסח תשפ"א 📸 שחרית וסיום מסכת תמיד - דאנערשטאג צו ערב פסח תשפ"א 📜 נישט עסן קטניות אום פסח 📜 אלע בודקים זאלן זיך באטייליגן ביים זיכוי הפת אויפן עירוב 📰 מעמד זיכוי הפת פארן עירוב אין קרית ברסלב ליבערטי פארגאנגעם ערב פסח 📰 דער בית המדרש אין קרית ברסלב ווערט פארענדיגט 📰 קרית ברסלב גראסערי 📰 הגדה של פסח אור זרוע אויף אידיש ▶️ דער ראש ישיבה לערנט פאר שיעורי התחזקות חול המועד פסח תשפ"א ▶️ דער ראש ישיבה לערנט פאר די טעגליכע שיעור גמרא&nbsp;

    < זעה מער כג ניסן תשפ"א 📝
  • דער בית המדרש אין קרית ברסלב ליבערטי ווערט הערליך צוגעענדיגט

    אין די טעג טוט זיך אין בית המדרש אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי. ארבעטער קומען און גייען, עס טוט זיך העפטיגע קולות פון האקערייען און זעגערייען. וואס איז? מען האט זיך גענומען אין די טעג צו די ארבעט פון ענדיגן און פארהערליכן דעם בית מקדש מעט. צוערשט האט מען שיין איבערגעבויעט די טרעפ אריינצוקומען אין בנין און אינסטאלירט א שיינע און דויערהאפטיגע צוים. אזוי אויך האט מען הערליך פארענדיגט די ספרים שענק. מען האט געספּעקלט די ווענט און מען האט זיי שיין געפארבט. יעצט גייט מען בעז"ה אינסטלירן שיינע מארמאר שטיינער אויף די אונטערשטע העלפט פון די ווענט. דער מזרח וואנט גייט איבער א גענצליכע טראנספארמאציע. די גאנצע וואנט ווערט הערליך באצירט מיט מארמאר שטיינער, דערויף גייט קומען א הערליכע שטיינערנע "ברסלב'ע קרוין", וואס וועט צוגעענדיגט מיט א מייסטערהאפטיגע הערליכער ארון הקודש וואס וועט שטיין אינדערמיט.&nbsp; אינדרויסן פון בנין האט מען שיין פארראכטן די לענדסקעיפינג. מען האט אוועקגענומען אלע שיריים פון די בוי ארבעט, און געפלאנצט שיינע פרישע גראז, אויך האט מען אינסטאלירט צוימען ביי אלע שטעגן און וועגן. אויך אין מקוה האט מען אריינגעלייגט גרויסע כחות, מען האט געלייגט שטארקע אייזענע דעקלעך העכערן בור מי גשמים, מען האט געלייגט פעסטע צוימען, און מען האט אינסטאלירט א גאר טייערע און סאפיסטיקירטע "פילטער" סיסטעם, וואס מען האט באשטעלט פון א פירמע אין ארץ ישראל וואס צייכענט זיך אויס מיט מאכן די בעסטע פילטערס פאר מקוואות. מען האפט בקרוב זיך צו קענען נעמען צום פאריעקט פון אויפבויען א שיינע באלעמער וואס זאל דינען דעם בית ה' פאר לאנגע יאר. לְפָאֵר אֶת בֵּית ה' (עזרא ז, יז) 📸 פסח פעקלעך ווערן אויסגעטיילט אין שטעל 📰 קרית ברסלב גראסערי 📸 דער ראש ישיבה קוקט זיך אום אין שטעטל ווי מען בויעט נייע דירות 📸 די פילטער אין בנין אין אומאן - די זעלבע סארט וואס מען האט געלייגט אין שטעטל 📸 די פילטער אין מקוה אין שטעטל

    < זעה מער יא ניסן תשפ"א 📝
  • אוקראַינא זאגט אז זי וועט אריינלאזן וואקסינירטע אויף קומענדיגע ראש השנה תשפ"ב

    דער אינערן מיניסטער פון אוקריינא אַרסען אַוואַקאָוו האט געזאגט, אז אוקריינא וועט אריינלאזן קיין אומאן אויף ראש השנה אידן וואס האבן שוין גענומען די וואקסין קעגן די קאוויד-19. זיי זאגן אז זייער הויפט ציל איז אז די ווירוס זאל זיין אונטער קאנטראל. פאריאר זענען צענדליגע טויזנטער אידן אפגעהאלטן געווארן פון קענען זיין ביים ציון הקדוש פון הייליגן רבין אויף ראש השנה, ווען די אוקריינא רעגירונג האט נאך דרוק פון די ערב רב פון אונזער דור הערמעטיש פארמאכט די גרעניץ פאר די גאנצע תקופה פון ראש השנה. הונדערטער אידן וואס האבן פרובירט אויף פארשידענע וועגן אנצוקומען אויף ראש השנה, זענען געווען געשטראנדעט פאר פילע טעג אין אסאך לופטפעלדער דורכאויס אייראפע, ווי לאנדאן, פאריז, בודאפעסט און נאך. עטליכע הונדערט אידן האבן זיך אויפגעהאלטן עטליכע וואכן אין די צוויי שכינות'דיגע לענדער פון אוקריינא, מאלדאווע און בעלארוס, זוכנדיג א וועג אריין קיין אומאן. ערליכע אידן ווייסן אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף קיינעם נאר מען איז ווייטער מתפלל צום אייבערשטן אז עס זאלן אוועקגענומען ווערן אלע מניעות בכלליות און בפרטיות, און מען זאל זוכה זיין דאס יאר צו קענען בפועל פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה און דארט באקומען אלע תיקונים וואס דער הייליגער רבי האט צוגעזאגט. 📰 אידן רייסן איין און האפן צו האבן די זכיה אנצוקומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה תשפ"א 📰 קיבוץ אנשי שלומינו פראווען ראש השנה תשפ"א אין קרית ברסלב ליבערטי 📰 בנין אין אומאן וועט בעז"ה פארברייטערט ווערן פאר ראש השנה תשפ"ב 📰 פלאן פאר עירפארט אין אומאן אויפן טיש ביים אוקריינער רעגירונג 📰 דער ראש ישיבה אין אומאן - ווינטער תשפ"א 💬 קען איך נוצן מעשר געלט צו פארן אויף אומאן? 📜 ענדיגן דעם בנין אין אומאן 📸 נסיעה צו אומאן ראש השנה תשע"ג מיט מוהרא"ש זי"ע 📖 קונטרס "מעלת נסיעה לצדיקים על ראש השנה" פון מוהרא"ש 📖 קונטרס שאלות ותשובות בנוגע אומאן ראש השנה פון מוהרא"ש 🎞️ דער ראש ישיבה קוקט זיך פאר דאס דאווענען מיט די קינדער כאאר 📸 חתונה פון החתן חיים ישעי בן הר"ר יודל דעפריס שליט"א פון ענגלאנד מתלמידי הישיבה, מיט די כלה בת הר"ר אלימלך שארף שליט"א איידים פון הרה"צ רבי יצחק לעסער שליט"א - מאנטאג ויק"פ תשפ"א אין שטאט אומאן &nbsp; הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל

    < זעה מער י ניסן תשפ"א 📝
  • הגדה של פסח אור זרוע אויף אידיש הערליך איבערגעדרוקט

    לכבוד פסח - דער יום טוב פון אמונה, איז נישטא קיין פאסיגערע הגדה ווי דער בארימטער הגדה "אור זרוע" וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן, וואס איז אנגעפילט מיט הערליכע ווערטער פון אמונה&nbsp; אויבערשטן, חיזוק, שמחה של מצוה, און לייגט אריין די ווערטער אין מויל פאר דער וואס פירט א סדר, מען זאל עס קענען איבערגעבן די הייליגע אמונה ווייטער פאר די קינדער אין די הייליגע סדר נאכט. דער קרן הדפסה האט שוין געדרוקט די הגדה עטליכע מאל, און איז אלץ צוכאפט געווארן תיכף דורך אנשי שלומינו, היי יאר האט מען אריינגעלייגט דערין אסאך כחות, מען האט עס ווידער מגיה געווען, און הערליך מסדר געווען, און צוגעלייגט שיינע זאכן. מען קען עס באקומען בחנם אויפן וועבסייט און דאונלאדן. 📖 ספרים פון מוהרא"ש אויף פסח 📖 הגדה של פסח אור זרוע אויף אידיש צו דאונלאודן בחנם פונעם וועבסייט 📸 מוהרא"ש ז"ל ביי בדיקת ושריפת חמץ ערב פסח, און הבדלה מוצאי פסח אויף ביר 🎧 מ'גרייט זיך אויף פסח - ה' ויקהל פקודי תשפ''א לאברכים ▶️ מ'גרייט זיך אויף פסח - ה' ויקהל פקודי תשפ''א לאברכים ▶️ א פרייליכן כשר'ן פסח - ה' ויקרא תשפ''א לאברכים 📸 פסח פעקלעך תשפ"א דורכן בית התבשיל היכל הקודש 📰 בית התבשיל פסח פעקלעך תשפ"א 📸 שיעור בהלכות פסח אין שטעטל דורכן דיין שליט"א - ב' ויקרא תשפ"א 📜 הלכות שבת ערב פסח 📰 עצתו אמונה חלק ד' ארויס פון דרוק 📰 קמחא דפסחא, אויסצוצאלן די מלמדים פאר יום טוב

    < זעה מער ט ניסן תשפ"א 📝
  • סיום מסכת פסחים, און התחלת מסכת שקלים

    יעצט אין די ערב פסח טעג הערשט ביי אנשי שלומינו א געוואלדיגע שמחה, ווען מען ענדיגט דער פערטער מסכת אין ש"ס - מסכת פסחים. עס איז נישט צום באשרייבן די געפילן פון שמחת התורה אין סיפוק הנפש ווען מען גייט צו צום הייליגן יום טוב פסח, וויסענדיג אז מען האט געלויבט דעם אייבערשטן געלערענט יעדן טאג א בלאט גמרא, אריינגערעכעט ביי שמחות, און פורים און אין די ערב יום טוב טעג. מענטשן שפירן אסאך מאל זיך הונגעריג, און זיי כאפן נישט פארוואס, "איך האב היינט גראדע פיין געגעסן, פארוואס שפיר איך ווי עפעס פעלט מיר?" ער גייט צום פרידזשידער שוין צום וויפילטן מאל, און ווערט אנטוישט אז אויסער נאך עטליכע פונט צום וואג האט ער גארנישט אויפגעטון. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז פונקט ווי דער גוף דארף גשמיות'דיגע עסן, ער דארף א נארהאפטיגע פרישטאג, ער דארף א געזונטע נאכטמאל, און אז עס גייט דורך א טאג אן געהעריג עסן, אויסער וואס ער וועט זיך שפירן הונגעריג, וועט עס אויך אויסקלאפן אויף זיין גייסט, און ער קען נערוועז ווערן אויף יעדע קלייניקייט. די זעלבע זאך - פלעג מוהרא"ש אייביג זאגן - איז מיט די נשמה. די נשמה דארף רוחניותדיגע שפייז, זי דארף א נארהאפטיגע פרישטאג - א בלאט גמרא, און א געזונטע סאפּער - עטליכע פרקים משניות, און אז עס גייט דורך א טאג, און מען לאזט די נשמה אויסהונגערן, וועט עס אויך אויסקלאפן אויפן גייסט פונעם מענטש, ער ווערט זיך שפירן מינדערוויכטיג און ליידיג. מוהרא"ש פלעגט אלץ בעטן אנשי שלומינו זאלן אפזינגען א בלאט גמרא אינדערהיים, און ארויסברענגען ווי דאס בויעט אויף דעם שלום בית. און וועט ברענגען אז אפילו א פרוי וואס עס זעט אויס ווי זי זוכט נאר צו טשילן און שאפן, ברענגט עס איר צו שעצן איר מאן ווען זיך זעט אים זיך זעצן לערנען גמרא. מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז גמר"א איז די ראשי תיבות פון די פיר מלאכים ג'בריאל מ'יכאל ר'פאל און א'וריאל, וואס היטן דעם מענשט דורך לערנען יעדן טאג גמר"א. פאר אנשי שלומינו איז גוט באקאנט די מסירת נפש וואס מוהרא"ש האט געהאט צו לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג, אפילו אין די שווערסטע צייטן. ווען מוהרא"ש האט געהאט זיין הארץ אטאטקע ל"ע, האט ער געבעטן מען זאל צואווארטן מיטן אפעראציע, און האט מיט זיינע שוואכסטע כחות געוואלט צוערשט לערנען דעם בלאט גמרא. אזוי אויך ווען ער האט זיך ערוועקט פונעם הארץ אפעראציע האט ער די ערשטע זאך געבעטן מען זאל אים ברענגען די גמרא ווייל ער וויל לערנען דעם בלאט גמרא. די אלע מסיימים וועלן פראווען דעם פרייליכן סיום יעדער ביי זיך אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, און אריינברענגען אין זיי די חשקת התורה, און וועלן יעצט אנהייבן מיט גרויס שמחה דעם נייעם מסכת, מסכת שקלים וואס מען הייבט יעצט אן. כִּי אִם בְּתוֹרַת ה' חֶפְצוֹ, וּבְתוֹרָתוֹ יֶהְגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה 📑 ▶️ בוקמארקט דעם לינק: דער טעגליכער שיעור פון ראש ישיבה שליט"א מסכת שקלים אויף קעמרע 📰 סיום פון מסכת עירובין און התחלת מסכת פסחים - כסלו תשפ"א 🎦 אידיש נחת איז מהנה דעם ציבור ביים סיום עירובין התחלת פסחים - כסלו תשפ"א 🎦 משה קרויס מיט אידיש נחת זינגט "ולמדתם אותם" ביים סיום - כסלו תשפ"א 📰 מען גרייט זיך צום סיום מסכת שבת - אב תש"פ 🎦 סיום מסכת שבת - אב תש"פ 📰 שבת התוועדות סיום והתחלת הש"ס, טבת תש"פ ▶️ דרשה פון ראש ישיבה ביים סיום הש"ס - טבת תש"פ 🎹 מוזיק ווידיא: יוסי גרין פארציילט וויאזוי ער האט געענדיגט ש"ס

    < זעה מער ח ניסן תשפ"א 📝
  • די מפיצים פון בית שמש, עפענען אן אייגענעם בית דפוס

    א געהויבענע מעמד איז פארגעקומען פאריגע וואך דינסטאג אין בית שמש, ווען צענדליגע מפיצים זענען זיך צוזאם געקומען מיטן ציל אויפצושטעלן א לאקאלער בית הדפוס צו קענען דרוקן גליונות און קונטרסים אין שטאט. די מפיצים אין בית שמש זענען ענערגישע פלייסיגע בחורים און אינגעלייט וואס וואוינען ארום דער שטאט, און פארשפרייטן טאג און נאכט די היילגע ברסלבע ספרים, גליונות, קונטרסים עצתו אמונה, קארטלעך, דיסקס, איבעראל ווי נאר מעגליך, אין די בתי מדרשים, אין די הייזער, און ביי די קברי צדיקים אין די געגענט. ביז יעצט פלעגן די מפיצים קומען צו פארן יעדע וואך צום גרויסן הפצה צענטער אין ירושלים און נעמען פון דארט הונדערטער גליונות היכל הקודש, און פילע אנדערע הפצה מאטריאל. די מפיצים פארציילן ווי ווייט אידין לעבן אויף מיט די זאכן, און ווי פון וואך צו וואך קומען צו פרישע מפיצים, ביז מען האט שוין דערגרייכט צו מפיץ זיין איבער טויזנט גליונות יעדע וואך. צוליב דעם, האבן די מפיצים פון בית שמש באשלאסן אז עס איז צייט צו קויפן אן אייגענעם דרוק מאשין פאר די שטאט, און אזוי וועט מען גרינגער קענען צושטעלן טויזנטער גליונות יעדע וואך לכל דכפין. איינע פון די אינגעלייט הרב יצחק ראטה הי"ו האט דאן פארגעשלאגן זיין שטוב, מען זאל קענען דארט פלאצירן דער מאשין, און אז ער נעמט זיך אונטער בעז"ה אנצופירן דאס דרוקן. דערנאך האט הרב אהרן גאלדשטיין הי"ו זיך אנגערופן אז ער נעמט אויף זיך בעז"ה די פינאנציעלער עול אויסצוהאלטן דער בית הדפוס מיט געלט. געזאגט און געטון מיטן אייבערשטנ'ס הילף, דער נייער דרוק מאשין איז שוין ב"ה אויפן וועג. עס דארף באצייכענט ווערן אז דאס איז שוין דער פערטער בית הדפוס וואס די תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א עפענען אין די לעצטע יאר אין ארץ ישראל. בשעת דעם מעמד האבן זיך פילע אינגעלייט און בחורים אונטערגענומען צו שאפן שיינע סכומים יעדע חודש פאר די הוצאות, אויך האט מען ארומגעשמועסט פון די גרויסקייט פון הפצה און מחיה זיין אידן. און איבער דעם אז "ברסלב זוכט נישט צו ווערן גרעסער, נאר אז נאך א איד'ס לעבן זאל ווערן בעסער". מיט דעם אלעם, דארף מען נאך אסאך פינאנציעלע הילף. ווער עס וויל זיין א טייל פון דעם הייליגן אונטערנעמענוג, קען זיך פארבינדן מיט די אנפירער פונעם בית הדפוס, הרב יצחק ראטה 011-972-50-4199-751 אדער הרב אהרן גאלדשטיין 011-972-55-6757-807. אויך קען מען מנדב זיין דורך די "נדרים פלוס" פלאטפארמע. 💳 צו מנדב זיין פאר בית הדפוס אין בית שמש 📸 דער שיינער מעמד 📸 דער ראש ישיבה שליט"א גיבט א שיעור אין בית שמש - טבת תש"פ 📸 הפצה אקטיוויטעטן אין צפת 📜 איבער עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין בית שמש 📰 בחורים אין ארץ ישראל זענען מפיץ פארגאנגענעם פורים 📰 מרכז הפצה ירושלים פארברייטערט זיך - שבט תשפ"א 📰 בני ברק עפענט אן אייגענע בית הדפוס - שבט תשפ"א 📰 ירושלימער בית הדפוס ווערט געעפענט - אייר תש"פ 📰 דער ראש ישיבה מיט תלמדים אין ארץ ישראל - ניסן תשע"ט

    < זעה מער ה ניסן תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1156 to 1170 of 1670 results

1 2 ... 75 76 77 78 79 80 81 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com