Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • 🍲 דריי יאר פון בית התבשיל היכל הקודש שטילערהייט אן קיין פאמפע

    שוין גאנצע דריי יאר וואס צוויי טייערע אינגעלייט מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו און מו"ה ליפא שווארטץ הי"ו האבן גענומען אויף זיך די גרויסע מצוה פון אויפשטעלן און אנפירן דעם בית התבשיל היכל הקודש. אן קיין רעש טוען זיי יעדע וואך צוזאם שטעלן דאס געלט און צושטעלן עסן און טרונקען בהרחבה וואס זאל זעטיגן און מחיה זיין אלע הונגעריגע. דער בית התבשיל ברענגט יעדע ערב שבת קודש נאכמיטאג אין בית המדרש באקסעס אנגעפילט מכל טוב וטוב לכבוד שבת, וואס כל דכפין קען אהיים נעמען אין שטוב. אין דעם איז אריינגערעכעט פרישע חלות, געקאכטע פיש און פלייש, פרישע קעיק, פיינע קוגל, און געשמאקע דיפס לכבוד שבת קודש. אינמיטן די וואך ברענגט דער בית התבשיל פיינע פרישע זופ, פלייש, גרינצייג, ברויט און נאך פילע פראדוקטן אז ווער עס דארף זאל קענען נעמען פאר זיך און די משפחה אז עס זאל גארנישט פעלן אין שטוב. עקסטער שיינט ארויס דער ספעציעלער פראיעקט פונעם בית התבשיל "מפעל עונג שבת ויום טוב". זיי שטעלן צו גאנצע שבת ארדערס פאר די פילע כלי קודש, בני תורה און עניים. אינעם ארדער ליגט אלעס וואס מ'דארף לכבוד שבת. גרעיפ דזשוס, פיש, פלייש, חלות, קעיק, פרוכט, דיפס, פערפל, לאקשן, קוגל, נאש, א.א.וו. בהרחבה גדולה, אז די תלמידי חכמים זאלן האבן פון אלעם גוטן און קענען לערנען בהרחבת הדעת. פאריאר האט דער ראש ישיבה מנדב געווען א פריזער פארן בית התבשיל פאר א זכות אז זיין זון אלחנן זאל טרעפן א גוטע שידוך, און ב"ה נאך א קורצע צייט, האט מען געשלאסן דעם שידוך בשעה טובה ומצלחת. מוהרא"ש זי"ע ביי שיעורים פלעגט גאר שטארק רעדן פון די גרויסע מצוה פון אויפשטעלן און שטיצן א בית התבשיל וואס געבט צו עסן פאר הונגעריגע. דרוקט דא צו נעמען א חלק אין די גרויסע מצוה פון געבן צו עסן פאר אידישע קינדער. דער זכות וועט אייך זיכער צוניץ קומען בזה ובבא. יאכלו ענוים וישבעו 🌆 לעצטיגע בילד פונעם בית התבשיל  

    < זעה מער כו שבט תשפ"א 📝
  • מרכז הפצה אין ירושלים עיה"ק פארברייטערט מיט פרישע אקטיוויטעטן

    אין מרכז הפצה אין ארץ הקודש, איז די וואך געווארן אפגעצייכענט דאס ארויסגעבן דער 50סטער איבערגעטייטשטע "עצתו אמונה" אויף לשון הקודש. מען האט אנגעהויבן איבערצוטייטשן די בריוו פון ראש ישיבה אין "עצתו אמונה" נאך די גרויסע פארלאנג פון יהודת ארץ הקודש, וואס א גרויס חלק פון זיי קען נישט ליינען קיין אידיש. די מפיצים לייגן אריין יעדע וואך אומגעהויערע כחות און צייט איבערצייטשן די הייליגע קונטרסים, פון וואס טויזנטער לשון-הקודש-רענדנע אידן איבער די וועלט און בפרט אין ארץ ישראל זענען זיך מחיה יעדע וואך. בפרט איז די שמחה גרויס ווען מען מען האט שוין אנגעויבן אנצונעמען סובסקריבשאנס אויך פאר תושבי ארץ ישראל. אין ארץ ישראל איז די פרייז 18 שקל א חודש. צו באקומען די עצתו אמונה אין ארץ ישראל רופט 03-957-0220 עקסטענשאן 7. &nbsp; אין אנדערע נייעס פונעם מרכז הפצה אין ארץ הקודש: ◾ פילע ספרי "גנזי המלך" אויף מגילת אסתר זענען אנגעקומען פאריגע וואך צום מרכז הפצה, אבער אלעס איז גלייך צוכאפט געווארן. מען ערווארט בעז"ה אין די נאנטע טעג א פרישע שיפמענט. ◾ די וואך וועט פארקומען אין ירושלים א גרויסע "כינוס המפיצים" ווי מען וועט אויפשפילן ווי אלע מפיצים פון איבער גאנץ ארץ ישראל פארציילן יעדער איינער זייער חלק אין הפצה. פאר מער פרטים קען מען רופן אויף קול ברסלב ארץ ישראל 03-957-0220. ◾ עס וועט בעז"ה פארקומען א גרויסע סיום פאר די פילע בחורים אין ארץ ישראל וואס האבן מסיים געווען יעדן טאג פון שובבי"ם גאנץ מסכת תענית ווי מוהרא"ש האט איינגעפירט אלץ א סגולה צו טרעפן א גוטע שידוך שנעל. דער סיום וועט בעז"ה פארקומען ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל אום ליל שישי משפטים. זיך איינצושרייבן קען מען רופן 052-7644-664. ◾ מען קען שוין באקומען אין ארץ ישראל די הייליגע שיעורים, ספרים, און ניגונים פון ראש ישיבה שליט"א אויף א "יו-עס-בי דרייוו", אדער אויף "עס-די קארד" געשיקט צו טיר. צו בעטן שיקט אן אימעיל צו ae.148.148@gmail.com. &nbsp; 📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖📖 &nbsp; במרכז הפצה בארץ הקודש, צוין בשבוע את פרסום "עצתו אמונה" בלשון הקודש מספר ה50. החלו לתרגם את המכתבים של הראש הישיבה ב"עצת האמונה" לאחר הדרישה הגדולה של יהודי ארץ הקודש, שחלק גדול מהם אינם דוברי יידיש. מדי שבוע משקיעים המפיצים מאמצים רבים לתרגם את המכתבים, שמחיה אלפי יהודים דוברי לשון הקודש ברחבי העולם ובמיוחד בארץ ישראל. במיוחד השמחה גדולה שהם כבר התחילו לקבל מנויים גם לתושבי ארץ ישראל. המחיר 18 ₪ בלבד לחודש. להרשמה חייגו: 03-957-0220 בשלוחה 7. &nbsp; בחדשות אחרות ממרכז ההפצה בארץ הקודש: ◾ הרבה ספרי "אוצרות המלך" על מגילת אסתר הגיעו למרכז ההפצה בשבוע שעבר, אך כולם נתפסו מיד. משלוח חדש צפוי בימים הקרובים. ◾ השבוע יתקיים בירושלים "כינוס מפיצים" גדול, בו כל המפיצים מכל רחבי ארץ ישראל יספרו את חלקם בהפצה. לפרטים נוספים חייגו לקול ברסלב בארץ ישראל 03-957-0220. ◾ תתקיים בעז"ה מעמד סיום נהדר לתלמדים הרבים בארץ ישראל שסיימו בכל יום את כל מסכת תענית בכל יום מימי השובבי"ם, כפי שהנהיג מרן מוהרא"ש זי"ע ואמר שהוא סגולה בדוק ומנוסה למצוא שידוך טוב בקרוב ובנקל. האירוע יתקיים בהציון הקדוש של מוהרא"ש זי"ע ביבנאל בליל שישי פרשת משפטים. ניתן להרשם בטלפון 052-7644-664. ◾ ניתן לקבל את ספרי עצתו אמונה ודיסק און קי / כרטיס זיכרון עם שיעורי וניגוני הראש ישיבה שליט"א, עד הבית: לשלוח מייל - ae.148.148@gmail.com.

    < זעה מער כה שבט תשפ"א 📝
  • פרישע אונטערנעמונג דורכן רענט קאמפיין: הזכרות ביים הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן

    דער "רענט קאמפיין" וואס האט גענומען אויף זיך א ציל צו באצאלן די רענט פארן בנין פון די מסדות מאכט אין די טעג די לעצטע צוגרייטונגען צום גאר שיינעם מלוה מלכה און מסיבת הכרות הטוב. ווי זיי געבן איבער ווארט אפ פאר אלע משתתפים א גאר הערליכע פראגראם און זייער שיינע דרשות. ווי אויך וועט פארטיילט ווערן גאר נוצבארע געשאנקען פאר אלע חשובע נדבנים און פאר זייערע בני בית שתחי'. דער מלוה מלכה וועט פארקומען בעז"ה דעם דעם מוצש"ק פרשת יתרו, אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. אויך געט דער רענט קאמפיין איבער אז עס וועט ווערן צוגעשטעלט א באס צום מלוה מלכה פונעם ביהמ"ד אויף די האשקי גאס אין ברסלב ליבערטי, וואס וועט ארויספארן מוצש"ק אום 7:25 און וועט צוריק פארן אום 12:30. (דער באס איז נאר פאר ערוואקסענע). דער ציבור אנשי שלומינו נעמט גאר ווארעם אויף די בשורה טובה אז דער רענט קאמפיין האט אנגעפאנגען א נייע אונטערנעמונג, צו אננעמען הזכרות און מתפלל זיין פאר די נדבנים ביים מקום מסוגל לקבלת התפלות ביים ציון פון הייליגן רבין אין אומאן. ביי סיי וועלכע געלעגענהייט ביי א שמחה צי ווען מען דארף א ישועה וועט מען קענען רופן דעם רענט קאמפיין צו מזכיר זיין אייער נאמען. אויך געבן זיי איבער אז אלע נדבנים וואס געבן פון $100 א חודש און מער, וועט מען מזכיר זיין זייערע נעמען ביים ציון פון הייליגן רבין בעז"ה יעדן ערב ראש חודש. &nbsp; 🌆 דער מלוה מלכה פארן רענט קאמפיין פארגאנעם יאר תש"פ

    < זעה מער כב שבט תשפ"א 📝
  • סעודת הילולא לרגל די יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע

    די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע איז אויסגענוצט געווארן דורך אידן איבער דער גארער וועלט בכלל, און דורך אנשי שלומינו בפרט, זיך צו דערמאנען די ליכטיגע זכרונות פון מוהרא"ש און צו איבער'חזר'ן זיינע הייליגע לימודים און עס אנהאלטן אויך אויף ווייטער. אין לויף פון זיין גאנצן הייליגן לעבן האט מוהרא"ש נאר געוואלט איין זאך, און אויף דעם האט ער געארבעט טאג און נאכט, אריינצוברענגען די לימודים פון הייליגן רבי'ן אין יעדע אידישע הויז איבער די גאנצע וועלט. צו שטארקן און מחזק זיין יעדן איד אז ער זאל וויסן און געדענקען אלעמאל אז דער אייבערשטער איז שטענדיג מיט אים, און אין סיי וועלכע מצב א איד געפונט זיך נאר קען ער אייביג זיין נאנט צום אייבערשטן, און ער קען זיך שטענדיג צוריק קערן צו אים. יעצט, אין די צייט פון די יומא דהילולא קדישא, דערמאנען זיך אידן ווי אזוי זיי האבן באקומען חיזוק פון די הייליגע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש במשך די אלע יארן, און נוצן אויס די צייט ווייטער ממשיך צו זיין צו לערנען די הייליגע ספרים און צו מקיים זיין וואס דארט שטייט, און מיט דעם זיך איינקויפן א פרייליך און גליקליך לעבן ברוחניות ובגשמיות. דורכאויס די גאנצע וואך, ובפרט אין די טאג פון יארצייט, האבן פילע אידן פוקד געווען דעם ציון הקדוש אין יבנאל און זיך אויסגעבעטן בדבר ישועה ורחמים, אזוי ווי מוהרא"ש האט צוגעזאגט אין זיין צוואה אז ווער עס וועט מתפלל זיין ביי זיין קבר וועט ער זיך משתדל זיין צו איינרייסן און פועל'ן פאר יענעם א ישועה. פילע האבן זוכה געווען אויסצוזאגן גאנץ תהלים בלי הפסק ביים ציון הק', אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען און דאס געהייסן אויסקריצן אויף זיין מצבה "יעדער בחור אדער מיידל וואס וועט דארט אויסזאגן גאנץ תהלים לזכותו, וועלן זיי זיכער געהאלפן ווערן מיט א שידוך בקרוב ובניקל". מוהרא"ש האט געשריבן אין זיין צוואה "אזוי ווי ביי מיין לעבן זענען אידן נתעורר געווארן צו תשובה דורך מיר, די זעלבע וועט אויך זיין נאך מיין הסתלקות, ווער עס וועט קומען צו מיין קבר וועט נתעורר ווערן תשובה צו טון און זיך צוריק צו קערן צום אייבערשטן". און דאס האט זיך ספעציעל געקענט זען יעצט ביי די יומא דהילולא, די געוואלדיגע התעוררות וואס האט געהערשט אויפ'ן פלאץ, ווען פילע אידן האבן שופך שיח געווען און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ ביים ציון הק'. דאהי אין אמעריקע איז פארגעקומען דער צענטראלער סעודת הילולא פארגאנגענעם מוצאי שב"ק בבית מדרשינו אין וויליאמסבורג. וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען פילע הונדערטער אידן פון איבעראל זיך צו שטארקן אינאיינעם אין דעם געהויבענעם טאג. ביים מלוה מלכה האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט ווי שטארק מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה וואס מיר האבן באקומען אז מיר האבן געהאט מוהרא"ש מיט אונז וואס האט אונז געלערנט די הייליגע לימודים פון רבי'ן, און די לימודים זענען ווייטער חי וקים, מיר דארפן עס נאר ווייטער לערנען און חזר'ן. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ווען ס'קומט צו רעדן פון מוהרא"ש, איז דאס זייער שווער, מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געגעבן אין לעבן, ער האט אזוי סאך געהאלפן אזויפיל אידן איבער די וועלט, אז ס'איז ממש נישט מעגליך דאס אראפצוברענגען און איבערדערציילן, כל המוסיף גורע, וויפיל מ'וועט רעדן וועט קיינמאל נישט זיין גענוג. דעריבער איז דער עיקר צו רעדן פון די לימודים און די עצות פון מוהרא"ש, ווי אזוי מיר קענען זיך שטארקן אין זיי און דאס ווייטער פארשפרייטן. דאס זענען די גרעסטע מופתים פון מוהרא"ש, און דאס איז וואס מיר דארפן חזר'ן כסדר. אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט אויפ'ן רבי'ן, אז "די עיקר מופתים וואס מ'האט געזען ביים רבי'ן איז געווען אז יעדער איד וואס איז געקומען צום רבי'ן, ער האט אויסגעהערט און גענומען די עצות פון רבי'ן, איז געווארן איבערגעדרייט צו א נייער מענטש, ער איז געווארן אן אמת'ער ערליכער איד". דאס איז אן אמת'ער מהניג, דער וואס קען העלפן אידן, ער קען אין זיי אריינברענגען א ריינע אמונה, ער קען אין זיי אריינברענגען א שטארקייט און א פרישקייט זיך שטענדיג אויפצוהויבן און זיך שטארקן צו דינען דעם אייבערשטן. "ווילט איר זיך פארנעמען עפעס א גוטע זאך לכבוד די הייליגע יארצייט?" - האט דער ראש ישיבה שליט"א געפרעגט - "זאלט איר מארגן אנהויבן מעביר סדרה צו זיין יעדן טאג, אפלאזן אלע חכמות נאר פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט מעביר סדרה צו זיין יעדן טאג, און אזוי זוכה זיין צו די געוואלדיגע סגולות וואס דאס ברענגט", און אזוי ווייטער לאמיר זיך שטארקן מיט אלע עצות וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט, וועט אונז זיין גוט אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. נאך די דרשה האט מען געבענטשט ברכת המזון, און דערנאך איז פארגעשטעלט געווארן א שיינע סלייד פרעזענטאציע איבער די גרויסקייט פון הפצה, מען האט געהערט ערשטהאנטיגע מעשיות פון מפיצים וואס זענען מחי' אזויפיל אידישע קינדער כסדר. ווי אויך האט מען געהערט א דרשה וואס מוהרא"ש זי"ע האט געגעבן אין ישיבה תפארת התורה אין יאר תשע"ג. וואו מוהרא"ש האט שוין דעמאלט פאראויסגעזאגט אז מ'וועט חתונה מאכן אין ישיבה. דערנאך איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט פרישע קבלות טובות זיך צו שטארקן ווייטער מיט די לימודים פון מוהרא"ש און ארויסהעלפן דאס פארשפרייטן איבער די וועלט. דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע זיך ווייטער האלטן אינאיינעם און ממשיך זיין צו דינען דעם אייבערשטן מיט שמחה אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט, ביז מיר וועלן שוין זוכה זיין צו די גאולה שלימה בב"א. לזכר עולם יהיה צדיק! &nbsp; 📷 הילולת מוהרא"ש זי"ע אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג - מוצש"ק בשלח תשפ"א 📷 ציון פון מוהרא"ש זי"ע ביים יארצייט תשפ"א 📷 הילולת מוהרא"ש זי"ע אין שטאט צפת - דאנערשטאג בשלח תשפ"א 📷 הילולת מוהרא"ש זי"ע אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים - מוצש"ק בשלח תשפ"א ▶️ הילולת מוהרא"ש זי"ע אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג - מוצש"ק בשלח תשפ"א 🎧 הילולת מוהרא"ש זי"ע אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג - מוצש"ק בשלח תשפ"א 📰 נייעס פון ציון הק' פון מוהרא"ש

    < זעה מער כא שבט תשפ"א 📝
  • ווער ס'העלפט דעם רבין דערלייגט נישט

    די וועלט זאגט אז מען דארף טון (אדער נישט טון) פארשידענע זאכן כדי צו טרעפן א שידוך. "מ'דארף אויסזען אזוי, גיין אזוי, לערנען דארף מען דוקא אין דער און דער מצויינים ישיבה. ווייל נאר אזוי וועסטו טרעפן א גוטע שידוך". דער ראש ישיבה אבער, לערנט אויס פאר זיינע תלמידים אז עס נישט אזוי. מען דארף נאר קוקן וואס קענסטו טון צו מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן. און געדענקען אז עס קען נישט זיין מען זאל האבן א שאדן פון טון דעם רצון ה'. אויפן בילד פון קעפל - וואס איז גענומען געווארן מיט צוויי יאר צוריק - זעט מען אכט בחורים וואס זענען פרייליך מיט די זכיה אז זיי קענען ארויסהעלפן די הייליגע מוסדות, ביי א "מסיבת הכרת הטוב" וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געמאכט פאר די בחורים וואס דרייוון פאר די מוסדות. די אלע בחורים האבן פלייסיג געלערענט אין ישיבה, און אויסערדעם זיך אויסגעצייכענט מיט גוטע מידות, און צוגאב צו דעם האבן זיי ספעציעל גענומען דרייווערס לייסענס, כדי זיי זאלן קענען אין די פרייע צייט אביסל העלפן די הייליגע מוסדות. און ברוך ה', היינט זען מען ווי דער אויבערשטער האט זיי זייער שיין באצאלט, ווען יעצט מיט צוויי יאר שפעטער האבן זיי שוין אלע ב"ה זייער גוט חתונה געהאט, אויסער איינער - וואס איז שוין ב"ה אויך א חתן. אלעס אין זכות פון העלפן די הייליגע מוסדות.

    < זעה מער כ שבט תשפ"א 📝
  • פלאן פון נייע אינטערנאציאנאלע עירפארט אין אומאן אויפן טיש ביים אוקריינער רעגירונג

    אלע ווייסן די הבטחה וואס דער הייליגער רבי צוגעזאגט, אז ראש השנה קען ער פאררעכטן אפילו די וואס ער קען נישט א גאנץ יאר. יעדער איד וואס גלייבט אין צדיקים, לעכצט און בעט דעם אייבערשטן צו קענען קומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה, צו טון וואס ער האט געבעטן און געמאנט כסדר. ווי ער האט זיך אויסגעדרוקט אויף ראש השנה "קיינער טאר נישט פעלן". דערפאר קוקט קיינער נישט אויף די פילע שוועריקייטן מיט וואס אזא נסיעה איז פארבינדן. פילע פלאגן זיך מיט געלט, ווער וויל דען איבערלאזן זיין משפחה אליינס אויף יום טוב? אסאך ביזנעסלייט לאזן איבער זייער ביזנעסער אין די גרעסטע סעזאן פון יאר, אנדערע דארפן זיך ספראווען מיט לצים וואס טרייבן שפאס אויף זיין חשבון. דערנאך קומט דאס זיצן אין א פליגער צוזאם געפרעסט ווי הערינג, און גאר אסאך דארפן נאך פארן מיט א סטאפ וואס מוטשעט געפערליך אויס, און נאכדעם קומט די נסיעה מיט א קאר פונעם עירפארט ביז אומאן וואס נעמט א גוטע דריי פיר שעה אויף די אלטע לעכעריגע וועגן אין אוקריינע וואס שאקעלט אויף די אויסגעמאטערטע ביינער ביז מען קומט אן אין שטאט. אבער גארנישט קען אפהאלטן די צענדליגע טויזנטער אידן וואס קומען צו פארן יאר יערליך קיין אומאן, און די שטראם ווערט אלץ נאר גרעסער אין גרעסער מיטן יעדן דורכגייענדע יאר. חסידי ברסלב וועלכע לעבן און אטעמען מיט די הייליגע רבינ'ס עצות, ווייסן צו וועם מ'דארף זיך ווענדן ווען מ'דארף עפעס, און דערפאר האבן טויזנטער חסידים אלץ מתפלל געווען אז דער אלטער פארלאזטער מיליטערישער עירפארט אין אומאן וואס די סאוויעטן האב געהאט אויפגעשטעלט אין צייט פון קאמוניזם זאל מען איבערבויען און מחדש זיין, און אזוי ארום זאלן א חלק פון די שוועריקייטן אביסל פארגרינגערט ווערן. דערפאר נעמען אויף די פילע אידן וואס קומען כסדר צו פליען פון איבער די גאנצע וועלט צום ציון הקדוש - אויספועלן ישועות ברוחניות ובגשמיות א גאנץ יאר און ראש השנה - מיט גרויס שמחה די נייעס אז זייער תפילות זענען געענטפערט געווארן ביים אייבערשטן, ווען מען האט געהערט די נייעס אז אומאן וועט מעגליך קריגן איר אייגענעם לופטפעלד, און דערמיט פארגרינגערן פאר די הונדערטער טויזנטער אידן איבער די וועלט צו אנקומען צום הייליגן ציון אביסל גרינגער. דער פארשלאג וואס רופט זיך "דער קליינער ירושלים" וואס ליגט אויפ'ן טיש פונעם אוקראינער פרעזידענט זעלענסקי, זאגט אז די אוקראינער רעגירונג זאל אינוועסטירן ביליאנען דאלארן אין אינפרעסטרוקטור פון די גאנצע אומגעגנט. און אז דער רעגירונג זאל ארבעטן מיט אינוועסטירער אויפצובויען א נייעם אינטערנאצינאלן לופטפעלד מיט פילע האטעלן צו ערמעגליכן מער טורזים פארן געגעט. אזוי אויך אז די רעגירונג זאל איבערבויען די גאנצע סוער סיסטעם, איבערבויען די גאסן און שאסייען, אויפבויען שפיטעלער, און א הערליכע לופטפעלד מיט א באן וואס זאל עס פארבינדן צום שטאט און צום הייליגן ציון. א ווארטזאגער פאר'ן אוקראינער רעגירונג האט געזאגט "דער רעגירונג ערווארט אז די באזוכער וועלן וואקסן אין די קומענדיגע יארן צו מיליאנען, און מען דארף זיין גערישט דערויף". חסידי ברסלב זענען ווייטער מתפלל אז דער פלאן זאל זיך אויסארבעטן צום גוטן און זאל זיין א הילף ברוחניות ובגשמיות. מי יתן לי אבר כיונה אעופה ציון הקדוש אומנה

    < זעה מער יח שבט תשפ"א 📝
  • “The Light of Emunah”, English version of “עצתו אמונה” is available for subscription

    עצתו אמונה אויף ענגליש נעמט שוין אן סובסקריבשאנס שוין א לאנגע תקופה וואס פילע זענען זיך מחיה וואך איין וואך אויס מיט די הייליגע קונטרסים "עצתו אמונה", וואס אנטהאלט די פילע בריוון און ענטפערס אויף שאלות געשריבן געווארן אין די לעצטע וואך דורכן ראש ישיבה שליט"א. דאס אלעס איז געבויט אויף די הייליגע לימודים און עצות פון הייליגן רבין און זיין תלמיד רבי נתן, לויט ווי מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן אלע יארן. אין די בריוו טרעפט זיך דארט יעדער איינער פאר זיך פאסיגע עטנפערס אויף אלע זייערע פערזענליכע קשיות, ספיקות און בלבולים, און געפונען דארט א טרייסט צו אלע זייערע יסורים און אנגסט, ווען דער ראש ישיבה דערמאנט זיי איינמאל און נאכאמאל, אז די עצה אויף אלע עצות איז רעדן צום אייבערשטן, און אנטלויפן נאר צו אים. אויף די גרויסע נאכפראגע פון די פילע ענגליש רענדנע אידן וואס האבן געפרעגט "למה נגרע", איז אונז א פרייד איבערצוגעבן אז די ענגלישע ווערסיע פון עצתו אמונה "the light of emunah" וועט בעז"ה אנהייבן ארויסצוקומען רעגלמעסיג יעדן חודש, און וועט זיין בעז"ה צו באקומען דורך סופבסקריבשאן פאר בלויז 3.99 א חודש. זיך איינצושרייבן רופט 718-387-2691 אדער אויף אימעיל, subscribtion@kerenhadfusa.org &nbsp; &ldquo;Light of emunah&rdquo; is starting to take subscribers For a long time now, many have been reviving themselves every week with the booklets &ldquo;Atzosi Emunah&rdquo;, which contains the many letters and answers to questions written in the last week by the Rosh Yeshiva Shlita. All this is based on the teachings and advice of Holy Rebbe and his disciple Rebbe Nathan, according to how Mohorosh has passed on to us all these years. In the letters, everyone finds appropriate answers to all their personal questions, doubts and confusions, and finds comfort in all their torments and anxieties, when the Rosh Yeshiva repeatedly reminds them that the advice for all advice is to speak to the Creator, and flee only to Him. In response to the great demand from the many English-speaking Jews who asked &ldquo;למה נגרע?&rdquo;, we are pleased to announce that the booklets &ldquo;The Light of Emunah&rdquo; the English version of &ldquo;Atzosi Emunah&rdquo; will be published with Hashem's help on a regular basis each month and will be - with Hashem's help, available to subscribe to, for only $3.99 per month. &nbsp; For subscriptions please call 718-387-2691 or email, subscribtion@kerenhadfusa.org.

    < זעה מער טו שבט תשפ"א 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך בחרדת קודש צו די יומא דהילולא קדישא

    דערנענטערנדיג זיך צו די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע, דערקענט זיך גאר שטארק די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג. אנשי שלומינו אין ארץ ישראל פארן ארויס קיין יבניאל, זיך צו משתטח צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש אין יבניאל, אידן בכל מקומות מושבותיהם וועלן זיך צוזאמנעמען און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן. וויליאמסבורג: דער צענטראלער סעודת הילולא וועט פארקומען אי"ה דעם מוצש"ק בשלח, אין בית המדרש היכל הקודש, אויף 27 סקילמאן סט. - דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה אויפטרעטן.&nbsp; ירושלים: דער צענטראלער סעודת ההילולא וועט זיין בעז"ה דעם מוצש"ק בשלח אין בית המדרש הגדול, אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, אום 8:30. Thursday night - Tu Bishvat will be a gathering for the English speakers in the Sanhedria neighborhood in Yerushalayim. A special English lesson from the Rosh Yeshiva Shlita will be screened. For details please call 058-3246-100. בני ברק: מען&nbsp; וועט זיך צוזאם קומען בעז"ה היינט ביינאכט, ווי מען וועט פארליינען א ספעציעלע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א פאר אנשי שלומינו אין בני ברק. פאר מער פרטים רופט 054-8480-941. מודיעין עילין: היינט ליל חמשה עשר בשבט, וועט פארקומען אין שטאט א סעודת הילולא קאמבינירט מיט א סיום הש"ס און סיום ליקוטי הלכות אום 8:00 אין ביהמ"ד היכל הקודש שכונת בראכפעלד. פאר מער רופט 054-8460-743. אנשי שלומינו אין גליל וועלן זיך מארגן צוזאמקומען אין שטוב פון איינער פון אנשי שלומינו אין צפת, פאר מער פרטים קען מען רופן 058-3210-705. אין ארץ ישראל ווערן אראנדזשירט גרויסע נסיעות צום ציון הקדוש אין יבנאל. מארגן ליל שישי פארט מען ארויס פון ירושלים אום 10:00 ביינאכט, און זונטאג 10:00 אינדערפרי. פאר פרטים און זיך איינצושרייבן רופט 052-7644-664.&nbsp; פאר נסיעות פון ביתר און בית שמש: 02-580-4224 בעפארן נסיעה פון ירושלים וועט פארקומען דער "כינוס המפיצים" ווי יעדע וואך ליל שישי. און אום ווען אלע פארן אלע אינאיינעם בעז"ה צום ציון הק' פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל, אויסצוזאגן תהלים און צו פועלן ישועות. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ביי די יומא דהילולא פון א צדיק, דעמאלט קומט ארויס און מען זעט וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט, די לימודים און עצות וואס ער האט אויסגעלערנט וואס זענען ווייטער חי וקים און זענען ווייטער מחזק און מעורר אידישע קינדער און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן. מיר ווייסן דאך זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר אונז אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט אונז געשטארקט אין יעדן מצב און אונז מחזק געווען צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין. און דעריבער איז דער טאג אזוי גרויס, ווען מען נעמט זיך צוזאם און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען איז ווייטער ממשיך צו גיין אין זיינע וועגן. אנשי שלומינו וועלן אויך אויסנוצן דעם געהויבענעם טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ ,לעבן צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן איבער די גאנצע וועלט. מ'וועט זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם בית הדפוס וואו מ'דרוקט די ספרים און קונטרסים. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. נייעס מ'גרייט זיך צו מוהרא"ש'ס יארצייט, און אינטערעסאנטע ליקנס תּוֹרָתוֹ מָגֵן לָנוּ, הִיא מְאִירַת עֵינֵינוּ, הוּא יַמְלִיץ טוֹב עָלֵינוּ. &nbsp;

    < זעה מער יד שבט תשפ"א 📝
  • טיי אווענט מיטוואך נאכט אין קרית יואל פאר די ברסלבע מוסדות

    עס איז בכלל נישט קיין סוד מיט וואס די הייליגע ברסלבע מוסדות צייכענען זיך אויס. עס איז גאר גוט באקאנט אז אין די הייליגע מוסדות לייגט מען דעם עיקר דגוש אז די קינדער פון קליינווייז אן, זאלן לעבן מיט לויטערע ריינע אמונה, וואס זאל זיין אזוי קלאר, אז זיי זאלן שפירן אז דער אייבישטער איז דא מיט זיי, און זיי זאל קענען רעדן צום אייבערשטן ממש ווי א מענטש רעדט צו זיין חבר וואס ער זעט נעבן זיך. מען זעט ברוך השם ווי עס קומען ארויס הערליכע תלמידים פון די הייליגע מוסדות, וואס שטעלן אויף הערליכע אידישע שטובער, און זענען גרייט צו די עכטע לעבן וואס ווארט זיי נאך די חתונה, זיי לערנען יעדן טאג, זיי זענען פרייליך מיט זייער אידישקייט, און פירן זיך מיט דרך ארץ וואס דער הייליגע רבי לערנט זיי אויס. &nbsp; יעצט וועלן תושבי קרית יואל האבן די געלענעגעהייט צו שטיצן די הייליגע מוסדות ביי טיי אווענט וואס וועט פארקומען מארגן מיטוואך נאכט אינעם הערליכן דירה אויף 39 מעריווארלד לעין סאוט, אין בלומיג גראוו (GPS: 39 Merriewold Ln South, Monroe NY 10950)

    < זעה מער יג שבט תשפ"א 📝
  • נייע "בנינו" פראגראם, צילט איינצושרייבן 1,000 מעמבערס ביז א וואך

    די הייליגע מוסדות האבן יעצט אנגעהויבן א פרישע פראגראם "בנינו", וואס וועט העלפן בעז"ה אויסצאלן די מלמדים און טישערס פון די הייליגע מוסדות. די אלע וואס ווערן מעמבערס אין "בנינו" ווערן זייערע קרעדיט קארדס געטשארדזשט 5 דאלער, יעדע וואך ערב שבת קודש פארן לעכט צינדן. דער ראש ישיבה שרייבט אין א בריוו, ווי ער בעט מ'זאל זיך אנשליסן אינעם פראגראם "בנינו - אוזערע קינדער, וואס טוט נישט א מענטש ער זאל זען נחתן פון זיינע קינדער".&nbsp; מוהרא"ש שרייבט אז די צייט וואס א פרוי צינדט אן די לעכט עש"ק איז די העכסטע צייט צו זיך אויסצובעטן ערליכע קינדער מיט יראת שמים. מוהאר"ש שרייבט אז ווען פרויען וואלטן געוויסט די גרויסקייט פון זייערע תפילות וואלט זיי פשוט נישט אוועקגעגאנגען. בפרט ווען מען ווייסט אז מען האט יעצט געגעבן צדקה פאר אזא הייליגע פלאץ אויסצוצאלן די איבערגעגעבענע מלמדים און טיטשערס וואס זענען זיך מוסר נפש פאר די קינדערלעך אריינצולייגן אין זיי אמונה און יראת שמים. די זכות פון געבן פאר אזא הייליגע צדקה, וועט זיכער מגין זיין אז אירע תפולת אין אזא געהויבענע זמן זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון, און וועט זיכער פועלן ביים אייבערשטן, צו זוכה זיין צו הייליגע ערליכע דורות. פינף דאלער א וואך קען אויסזען גאנץ ווייניג פאר א מענטש, אבער פאר די הייליגע מוסדות וועט עס מיינעך אסאך. א באזע פון טויזענט מעמבערס, וואס קומט אויס צו פינף טוינזט דאלער א וואך, וועט זיכער אראפנעמען א גרויסע עול פון די מוסדות, און וועט העלפן מען זאל קענען אויסצאלן די מלמדים און טיטשערס יעדע וואך. זיך איינצושרייבן רופט 929-630-6070 אדער קליקט דא א שיינע קליפ פונעם מנהל הרב אברהם משה שטראסער, איבערן נייעם בנינו פראגראם &nbsp;

    < זעה מער יב שבט תשפ"א 📝
  • ברסלב סענטער צייכענט אפ די צוויי-טויזנטסטער בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אויפן וועבסייט

    אין בלויז אביסל מער פון איין יאר זינט די מערכת פונעם וועבסייט האט ארויפגעלייגט דער טויזנסטער בריוו, צייכענען מיר אפ מיט פרייד דאס ארויפלייגן דעם בריוו נומער 2,000 געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א אויף אונזער "בריוו" אפטיילונג. דאס איז אויסער די בערך 1,200 הונדערט בריוו אינעם "פראגעס" אפטיילונג, און נאך הונדערטער בריוו אין די "בריוו פאר פרויען" און אין די "מכתב יומי" אפטיילונגען. די אלע בריוו זענען אנגעפילט מיט קלארע הדרכה, אינספירירנדע חיזוק און פראקטישע עצות פאר פילע שואלים וואס פרעגן אן דעם דעת תורה פון די ראש ישיבה שליט"א, ביי זייערע פילע ספיקות און צוויייפלענישן וואס עס מאכט זיך זיי נאר. דאס אלעס ווערט געדרוקט בעז"ה וועכענטליך אין די "עצתו אמונה" קונטרסים, וואס איז אגב פון די הייסטע אייטעמס און ווערט צוכאפט פון די מפיצים. די עצתו אמונה קען מען אויך דאולונדן בעז"ה וועכענטליך פון "ברסלב סענטער" וועבסייט. און צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען ערמעגליכט עס צו קענען באקומען וועכענטליך אויף די פאסט. פאר סובסקריבשאנס קען מען רופן אין "קרן הדפסה" אויף 718-387-2691 עקסטענשאן 102, אדער דורך אימעיל subscribe@kerenhadfusa.org. אויך ווערט יעדע וואך ארייינגעלייגט אין די גליון געקליבענע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א. דער גליון - וואס האט אנגעהויבן בשנת תשע"ב מיט נישט מער פון 500 קאפיס א וואך, ווערט היינט פארשפרייט שווערע טוינטער קאפיעס פון די גליון אין דער אידישער שפראך אליינס. אין די שולן אלע אידישע געגנטער אין גרעיטער ניו יארק. - וואס דאס איז אויסער די צענדליגע טויזנטער וואס באקומען דעם גליון אויף די אימעיל איבער די גאנצע וועלט. און חוץ מזה ווערן נאך טויזנטער פארשפרייט אין די ענגלישע שפראך און אויף לשון הקודש. נייע קליפ: צו אייער טיר אויף די פאסט &nbsp; לדעת את המעשה אשר יעשון.

    < זעה מער יא שבט תשפ"א 📝
  • התרגשות'דיגע חנוכת הבית פונעם נייעם בית הדפוס אין בני ברק

    בני ברק. - ווי יעדע וואך, זענען זיך די תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א צוזאם געקומען נעכטן זיך מחזק צו זיין אינאיינעם. מען געזיצן און זיך מחזק געווען מיט א געהויבענע אטמאספער, מיט א געוואלדיגע אחדות, ווען אינמיטן האט איינע פון די חשובע בחורים אפגעראכטן א סיום מסכת. אינמיטן איז איז אנגעקומען א מעלדונג אז דער נייער מאשין פארן בית הדפוס איז נארוואס אנגעקומען אין שטאט. אלע האבן זיך תיכף אריינגעזעצט אין די קארס און צוגעפארן צום בית הדפוס אין שטוב פונעם מנהל בית הדפוס הרב נתנאל לעוו הי"ו צו פראווען א לחיים. אנקומענדיג צום שטוב פון ר' נתנאל האבן זיי אים געטראפן לערנען גמרא און משניות, ווען ער "פארענטפערט" זיך, "איך דארף נאך ענדיגן מיינע לימודים פאר היינט", אבער האט תיכף זיך געוואנדן צו זיינע געסט ווייל "הפצה ווערט גערעכענט ווי לימוד התורה" (עיין ליקוטי מוהר"ן). די התרגשות איז געווען זייער גרויס ווען יעדע פון די באטייליגטע האבן זיך אונטערגענומען צו פארשפרייטן דורכויס די וואך הונדערטער גליונות און קונטרסים "עצתו אמונה" איבער די גאנצע שטאט, אזוי אז מען איז אנגעקומען אינאיינעם צום גרויסן סכום פון 3,000 גליונות פאר די ערשטע וואך אליינס. אויך האבן די משתתפים זיך אונטערגענומען צו שטיצן דעם בית הדפוס מיט חודשליכע קרעדיט קארד נדבות. צום סוף האט זיך דער עולם ארויסגעלאזט אין א טאנץ ארום דעם נייעם מאשין אויפן ניגון "ועל ידי הפצת ספרי רבינו, נביא את משיח צדקינו". דער מנהל בית הדפוס הרב נתנאל לעוו הי"ו - וואס זיין הויז איז שוין אזוי אויך פארוואנדעלט אין א ברסלבע צענטער - האט געמאלדן, אז בקרוב וועט מען אנהייבן דאווענען די שבת'דיגע תפילות ביים אים אינדערהיים. דערנאך איז זיך דער עולם צוגאנגען מיט פילע קבלות טובות פון הפצה. דערנאך האבן די מפיצים - יעדער באזונדער - פארציילט און רעקארדירט זייער הפצה טאטן וואס זיי טוען, און דערנאך איז מען געגאנגען אפכאפן פון נאך מפיצים אין שטאט זייערע מעשיות פון הפצה. אין אנדערע נייעס פון ארץ הקודש ווערט געמאלדן אז היינט דאנערשטאג נאכט פרשת בא, וועלן זיך די מפיצים צוזאם קומען אין ירושלים עיה"ק אין גרויסן ביהמ"ד אום 9:00 ביינאכט, ווי די מפיצים וועלן פארציילן זייערע מעשיות פון הפצה. דער נייער בית הדפוס אין שטוב פון מו"ה נתנאל לעוו הי"ו כינוס התחזקות וכינוס המפיצים אין בני ברק - מיטוואך בא תשפ"א ועל ידי הפצת ספרי רבינו, נביא את משיח צדקינו

    < זעה מער ח שבט תשפ"א 📝
  • נאך צוויי חתונות די וואך אין ישיבה גענצליך בחנם

    די וואך איז פארגעקומען צוויי חתונות אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג, הערליכע שיינע און פרייליכע חתונות, וואס האט נישט געקאסט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים. זונטאג נאכט איז געגאנגען אונטער די חופה החתן שלמה שטראה הי"ו, בן מו"ה שרגא הי"ו פון קרית יואל, עב"ג בת מו"ה ראובן קאליש הי"ו פון וויליאמסבורג. די חתונה איז געווען גאר געשמאק און פרייליך, מ'האט משמח געווען אויף גאר א שיינעם פארנעם. אום דינסטאג איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אברהם פיש הי"ו, בן מו"ה זעליג פיש הי"ו פון בארא פארק, עב"ג בת מו"ה צבי אהרן ניימאן הי"ו פון ירושלים עיה"ק, אויך ביי די חתונה איז די שמחה געווען גאר גרויס, מ'האט געטאנצן און משמח געווען גאר שיין. צום אכצנטן און צום ניינצטן מאל איז נאכאמאל שווער געווארן די קשיא פארוואס מ'דארף אויסגעבן אזויפיל געלט פאר א חתונה, אזויפיל מחותנים ברעכן אונטער יעדן טאג פון דעם שווערן עול פון חתונה מאכן די קינדער, אזויפיל אידישע קינדער מוטשען זיך צו צאלן יעדן חודש שווערע געלטער וואס זענען נאך שולדיג פון עטליכע קינדער'ס חתונות פון די פארגאנגענע יארן, זיי קענען מער נישט אויסהאלטן דעם שווערן לאסט. און ברוך ה' אז דא אין ישיבה שטעלט די קהלה צו די חתונות בחנם ממש, די חתונה נאכט קאסט נישט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים, און זיי קענען צוגיין צו די שמחה מיט א רואיגע און פרייליכע געמיט. מענטשן וואונדערן זיך ווי אזוי די חתן כלה זענען מסכים צו אזא פשוטע חתונה, דער תירוץ איז אז דאס אלעס איז צו פארדאנקען די גוטע חינוך וואס זיי באקומען. אויסער די פילע וויכטיגע זאכן וואס מ'לערנט אין שולע מיט די מיידלעך, זיי זאלן גוט וויסן פונקטליך אלע פרעזידענטן וואס האבן רעגירט אין אמעריקע אין לויף פון איר היסטאריע, וועלכע סארט עסנווארג די ווייסע בערן עסן נאכ'ן אויפשטיין פון זייער ווינטער שלאף, און ווי אזוי צו רעכענען טיפע אלזשעברא חשבונות, און אזוי ווייטער, וואס די אלע זאכן קענען די מיידלעך גארנישט טון דערמיט איין טאג נאך די חתונה, לערנט מען אויך מיט די מיידלעך וואס די לעבן מיינט, ווי אזוי אויפצושטעלן אן ערליכע און געשמאקע אידישע שטוב, מ'לערנט מיט זיי אז געלט וואקסט נישט אויפ'ן בוים, די עלטערן ארבעטן שווער צו שאפן א דאלער צו קענען אנגיין אין לעבן, מ'לערנט מיט זיי אז מ'דארף נישט געפעלן פאר חבר'טעס, ווייל די חבר'טעס וועלן דיר נישט קומען צו הילף אין לעבן בכלל, אז מ'האט חתונה ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן און אזוי קען מען האבן א גוט לעבן, און נישט ווייל יעדער זאל שמועסן און זען די בלומען ביי די חתונה, די מעכטיגע כלי זמר ביי די חתונה און די איבריגע נארישקייטן, און אזוי ווייטער שטעלט מען זיי אוועק זיי זאלן וויסן וואס דאס לעבן איז און ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן אין יעדן מצב ברוחניות ובגשמיות. און אז מ'באקומט א גוטן חינוך, ווארצלט זיך עס איין ביי זיי, און זיי דארפן בכלל נישט די אלע שטותים, וואס ברענגען נישט קיין שום נוצן, נאר אפשר אביסל איינגערעדטע כבוד, וואס מ'מיינט אז מ'ווערט ארויפגעקוקט פאר עטליכע שעה. און דאס בלייבט נישט בלויז ביי די חתונה נאכט, דאס נעמען זיי ווייטער מיט אין לעבן נישט אויסצוברענגען געלט פאר אומזיסט, מ'דארף נישט קויפן יעדע זאך וואס שטייט יעצט צום פארקויפן, יעדע טייערע זאך וואס א חבר'טע האט זיך געשאפט, און יעדע נייע סטייל וואס איז נארוואס ארויסגעקומען, און דאס העלפט זיי אזויפיל ארויס אין לעבן. און די זעלבע איז ביי די אנדערע זייט מחיצה, א חתן וואס האט געלערנט אין ישיבה, ער האט געהערט די שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, ער איז גוט אנגעגרייט אין לעבן, ער ווייסט גוט דעם אינטערשייד פון וואס דער אמת'ער לעבן איז, און וואס די זייטיגע נארישקייטן זענען, ער קען זיך באמת פרייען ביי די חתונה אז ער האט זוכה געווען צו טרעפן זיין באשערטע, און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, און ער איז בכלל נישט אינטערעסירט צו געפעלן פאר קיינעם. די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט אין ישיבה, נעמט ער מיט אויפ'ן גאנצן לעבן, ער קען דאס נוצן יעדן טאג אין לעבן, נישט נאר אלס בחור אין ישיבה צו געפעלן פאר'ן משגיח. אז מ'האלט מיט א חתונה אין ישיבה, קען מען זיך נישט גענוג אפוואונדערן ווי נאריש מענטשן זענען אז מ'מאכט נאכאלץ די אזויגערופענע "נארמאלע" חתונות. עס כאפט אן עקל ווען מ'זעט נאכדעם אן אויפרייסערישע חתונה פון א כבוד שמעקער וואס מיינט מ'וועט אים ארויפקוקן ווען ער וועט זיך אויפרייסן מיט עפעס א מעכטיגע פרישע איידיע פאר זיין אפגעריסענע/אויפגעריסענע חתונה. אפגערעדט איינער וואס קען זיך עס נישט ערלויבן, ער דארף בארגן/גנב'ען געלט פאר דעם, איז דאך נישטא וואס צו רעדן, אבער אפילו די געציילטע וואס האט יא דאס געלט פאר פארשווענדערישע שמחות, זיי דארפן ברוך ה' נישט צוקומען צו אנדערע, שפירט זיך אויך אן אפשיי זעענדיג ווי מ'ווארפט אויס אידיש געלט פאר אזעלכע קינדערישקייטן. די חתונות אין ישיבה זענען טאקע פון איין זייט אזוי פשוט און איינפאך צוגעשטעלט, אבער פון די אנדערע זייט זענען זיי אזוי פרייליך, געשמאק, און בא'טעמ'ט, וואס דאס קען מען נישט פארשטיין ביז ווי לאנג מ'האלט עס מיט כאטש איינמאל מיט די אייגענע אויגן. די מחותנים, וואס האבן די וואך חתונה געמאכט אין ישיבה, האבן נישט געקענט גענוג זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר'ן צושטעלן אזעלכע הערליכע חתונות פאר אומזיסט. נישט מיט געצווינגענע תקנות וואס מ'דארף זוכן וועגן ווי אזוי זיי אויסצושפילן, נאר מיט'ן אריינברענגען א טראפעלע שכל, צו טראכטן מיט א ניכטערן בליק וואס א אידישע חתונה איז, און אז דאס לעבן הויבט זיך אן א טאג נאך די שבע ברכות, און נישט ווערן פארבלענדעט פון די ארומיגע קאפ פארדרייענישן. דער ראש ישיבה שרייבט די וואך אין א בריוו: "ווער האט עס געגלייבט אז מיר האלטן שוין דא; דער חלום פון מוהרא"ש הייבט אן מקוים ווערן, מארגן וועט זיין די ניינצנסטע חתונה. "אלע האבן גוטע פלענער ווי אזוי מען קען העלפן מחותנים זאלן קענען חתונה מאכן די קינדער און זיך פרייען ביי די שמחה, אבער תלמידי היכל הקודש טוען למעשה; מוהרא"ש'ס זאך איז געווען לעובדא ולמעשה - געטון צו דער זאך, אמור מעט ועשה הרבה. "ביידע חתנים האבן זיך אוועק געגעבן אלע זייערע יארן אין ישיבה פאר די מוסד; החתן ... נרו יאיר האט געברענגט די קינדער און אהיים געטראגן די קינדער פון חדר און סקול מיט א שטארקע געטריישאפט, און דער חתן ... וואס גייט מארגן חתונה האבן האט יארן געפירט די סקול; לאנגע יארן האט ער געמענידזשט די סקול בית פיגא מיט א געטריישאפט, און יעצט העלפט ער ווייטער מיט אזויפיל זאכן, מען זעט ווי דער רבי באצאלט פאר'ן העלפן, מען איז זוכה צו טרעפן א שידוך, מען האט חתונה און מען שטעלט אויף ליכטיגע שטובער." דער אייבערשטער זאל העלפן אז די פרישע פאר פעלקער זאלן זוכה זיין אויפשטעלן ערליכע אידישע שטיבער, בתים נאמנים לה' ולתורתו, מיט דורות ישרים ומבורכים. שמח תשמח רעים האהובים! בילדער פון חתונה פון שלומי שטראה בילדער פון סיום הש"ס פון שלומי שטראה קליפס פון די חתונה פון שלומי שטראה בילדער פון חתונה פון אברמי פיש קליפס פון די חתונה פון אברמי פיש

    < זעה מער ז שבט תשפ"א 📝
  • דער "רענט קאמפיין" גרייט זיך צום "מסיבת הכרת הטוב" אי"ה מוצש"ק יתרו הבעל"ט

    אין די אפיסעס פון די "רענט קאמפיין" רידערט זיך די טעג מיט די פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום יערליכן "מסיבת הכרת הטוב" פאר אלע נדיבים וואס באשטייערן זיך במשך די יאר מיט שיינע סכומים פארן רענט קאמפיין. די עסקנים פונעם רענט קאמפיין האבן גענומען אויף זיך אראפצונעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א פון דארפן צוזאם שטעלן די "רענט" פארן ישיבה, אזוי אז דער ראש ישיבה קען זיך בע"ה אפגעבן מיט די תלמידים מיט הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס ער האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע. און חפץ ה' בידם והצליחו, אז א שיינע ציבור שטרענגט זיך אן יעדע חודש און באשטייערט פאר די רענט מיט א ברייטע האנט, און דערפאר ווילן זיי יעצט אפגעבן פארן ציבור זייער פארדינטע אנערקענונג. היי יאר איז שוין דער פינפטער יאר וואס די רענט קאמפיין גרייט זיך אפצורעכטן א גרויסארטיגע מסיבת הכרת הטוב, און ווי אין די פארגאנגענע יארן, אנטשפערכט אויך דער היי יאריגע מסיבה צו זיין גאר א געשמאקע אווענט מיט געשמאקע דרשות און פראגראם. מען וועט דארט בעז"ה טיילן מתנות און פלעקס פאר די נדבנים און פאר זייערע משפחות. אזוי אויך וועט דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט א שיינע דרשה. &nbsp; דער מלוה מלכה וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגע מוצאי שבת קודש פרשת יתרו, און וועט בעז"ה איבערלאזן גאר א געשמאקע רושם פאר אלע באטייליגטע פאר לאנגע וואכן דערנאך.

    < זעה מער ו שבט תשפ"א 📝
  • יא, איר קענט אויך זיין א מפיץ!

    איר האט אלץ געקוקט מיט קנאה'דיגע בליקן אויף די מפיצים: "פון וואו נעמען זיי די שטארקייט ארומצוגיין און מפיץ זיין"? אדער "פארוואס האב איך נישט די זיכערקייט אין מיר נישט צו ווערן דערשראקן פון שפאטישע בליקן?". גענוג מיט די קנאה. איר קענט אויך זיין א מפיץ. יא, אויך דו. דער "קרן הדפסה" האט פראקלאמירט א נייע פראגראם. זייט מנדב וועכענטליך א צאל קונטרסים עצתו אמונה, וואס וועט בעז"ה ווערן געשיקט אויף די פאסט בחנם אויף אייער זכות. געדענקט: ווען נישט "הפצה", פון וואו וואלט מוהרא"ש געוואויר געווארן פונעם סוד פון רבי'ן? פון וואו וואלטן מיר געוויסט אז מען קען רעדן צו אייבערשטן? ווער וואלט אונז אנטפלעקט דער "סדר דרך הלימוד"? ווער וואלט אונז אויסגעלערענט וואס מיינט שלום בית? ווער ווייסט וויפיל נאך צדיקים וואלגערן זיך צווישן אונז, זיי ווארטן נאר אז איינער זאל קומען און זיי געבן א קונטרס'ל און זיי אנטפלעקן דעם סוד פון רבין, דער סוד פון רעדן צום אייבערשטן, דער סוד פונעם דרך הלימוד? געדענקט: דער צדיק פון קומענדיגער דור קען זיין אין אייער זכות! קויפט אייך איין זכותים אין הפצה, וואס וועט אייך באגלייטן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. רופט 718-387-2691 עקסט. 3, אדער שיקן אן אימיעל צו donate@kerenhadfusa.org. &nbsp;

    < זעה מער ה שבט תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1186 to 1200 of 1661 results

1 2 ... 77 78 79 80 81 82 83 ... 110 111
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com