Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • וואלונטירן געזוכט ראש השנה אין אומאן

    קרעדיט: הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א אין אומאן קומט יעצט פאר העפטיגע ארבעט ביים בנין היכל הקודש, צוצוגרייטן דעם בנין אויפ'ן שענסטן און בעסטן פארנעם, צו קענען ארייננעמען די פילע אנשי שלומינו וואס ווילן מיטהאלטן א געהויבענעם ראש השנה אין אומאן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. אזוי ווי עס איז ערווארטעט גאר א גרויסער עולם דאס יאר אין אומאן, זוכט מען וואלונטירן וואס זענען גרייט ארויסצוהעלפן מיט די ארבעט אין אומאן אין די טעג פון ארום ראש השנה. ס'איז דא פארשידענע סארט ארבעט פאר יעדן איינעם, ווער עס וויל נעמען א חלק אין די גרויסע זאך, קען רופן 347-452-1936. אויך קען מען רופן דעם זעלבן נומער צו דינגען א בעט אינעם בנין פאר ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט. פילע אידן גרייטן זיך שוין אויף די נסיעה צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געבעטן אז יעדער זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער האט צוגעזאגט געוואלדיגע הבטחות אויף דעם. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", "ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס", "מיין גאנצע זאך איז ראש השנה", "קיינער טאר נישט פעלן". ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אונטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. ווען א מענטש הערט אזעלכע געוואלדיגע הבטחות, וויל ער דאך זיכער קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מען זעט טאקע אז יעדעס יאר קומען צו נאך טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן. וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון!

    < זעה מער ז תמוז תשפ"א 📝
  • מען גרייט זיך צו א פרישע זוממער סעזאן אויף די בערג

    קרעדיט מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו אזוי ווי אלע יארן פארט דער ראש ישיבה שליט"א ארויס מיט די בחורים אין קעמפ צו וויילן אויף די זומער וואכן, ווייט אוועק פון די שטאט, וואו מען קען זיין אפגעזונדערט פון די שטאטישע גאסן, און זיך קונה זיין אסאך גוטע זאכן תורה ותפילה און יראת שמים. דאס יאר איז געפלאנט אז דער ראש ישיבה שליט"א מיט די בחורי הישיבה וועלן זיך אויפהאלטן זוממער אין שטעטל אזוי ווי פארגאנגענעם יאר, דאס איז א ספעציעלע זכיה פאר די איינוואוינער פונעם שטעטל, וואס קענען מיטהאלטן פונדערנאנט די שיעורים און תפלות פונעם ראש ישיבה שליט"א, און וועלן מיטהאלטן די שיעורים און תפלות פונעם ראש ישיבה שליט"א, בפרט איז באקאנט דער שיעור התחזקות וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר יעדע נאכט, וואס דעמאלטס קומען צו פארן פילע אידן פון נאנט און ווייט, צו הערן אביסל ווארימע ווערטער און זיך דערכאפן דאס הארץ, און זיך דערמאנען א קוק צו טון אויפן הימל, און געדענקען אז דער באשעפער פירט די וועלט וויאזוי ער וויל, און וואס מ'דארף ווענדט מען זיך נאר צו אים. די זומער וואכן זענען די בעסטע הכנה צו די הייליגע טעג, מען פארברענגט אין קעמפ נאר מיט די ביימער און הימל און מיט'ן אייבערשטן, עס איז גארנישט דא פאר די אויגן, נאר חומש, משניות און גמרא, און מיט דעם טוט מען מאכן די ריכטיגע הכנה צו ראש השנה, וואס איז שוין אט אט דא. די ישיבה קטנה בחורים וועלן פארברענגען זוממער אין א קעמפ וואס איז ספעציעל אפגעדונגען געווארן פאר זיי, וואס דאס וועט זיכער זיין גאר א גרויסע תועלת, און וועלן מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף אריינכאפן אסאך פסוקים חומש פרקים משניות און בלעטער גמרא, און אזוי אויך אלע גוטע מדות ומעשים טובים וואס די חשובע מגידי שיעור שליט"א לייגן אריין אין זיי. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט דער זומער אויך זיין א גרויסע סוקסעס אזוי ווי אין די פארגאנגענע יארן, מען וועט זיך אנשעפן פילע הויפענעס מיט תורה ויראת שמים. ההרים והגבעות יפצחו לפניכם רנה!

    < זעה מער ו תמוז תשפ"א 📝
  • הדרן עלך ששה סדרי תוספתא

    קרעדיט: מו"ה יהושע העשיל דובדבני הי"ו - ירושלים עס איז גרויס די פרייד ביי אנשי שלומינו אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען דעם פרייטאג זוכה געווען צו ענדיגן די צוואנציגסטע מחזור פון ששה סדרי תוספתא, און שבת קודש פרשת קרח האט מען אנגעהובין דעם פרישן מחזור אין תוספתא. שוין פילע צענדליגע יארן וואס ס'איז איינגעפירט ביי אנשי שלומינו צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא פון תלמוד בבלי און א דף פון תלמוד ירושלמי, אזוי ווי עס איז געדרוקט אין די לוח ברסלב. אין יאר תשנ"ח לפ"ק, אינעם יום טוב שבועות, דער טאג וואס מיר זענען מקבל די תורה פון דאסניי, האט מוהרא"ש צוגעלייגט אז מען זאל אויך לערנען יעדן טאג א פרק פון תוספתא, און מיט דעם האט מען א גאנצע "בית", ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא. מען זעט אז בגשמיות זוכט יעדער צו האבן א שיינע געשמאקע גרויסע הויז פאר זיך און פאר די משפחה מיט ישוב הדעת, און אזוי זאגן חז"ל (סוכה נ"ז:) אז א דירה נאה איז איינס פון די זאכן וואס זענען מרחיבין דעתו של אדם. און אויב אזוי דארף דאך א מענטש זיכער זוכן אז ער זאל האבן א שיינע גוטע הויז אויך אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט אויף אייביג, און מיט דעם וואס מען לערנט יעדן טאג ב'בלי י'רושלמי און ת'וספתא, וואס איז די ראשי תיבות "בית", און מען גייט עס איבער איין מאל און נאכאמאל, מיט דעם בויעט מען זיך אויף א שיינע הערליכע געשמאקע הויז אויף יענע וועלט, וואס דאס בלייבט פארן מענטש אויף אייביג. מען זעט ליידער מענטשן וואס עס קען זיי דורכגיין די גאנצע זיבעציג יאר און זיי האבן נישט זוכה געווען אפילו איין מאל אדורך צו גיין און ענדיגן בבלי ירושלמי און תוספתא, און זיי גייען אוועק פון די וועלט אן קיין תורה, און עס איז א גרויס רחמנות אויף זייערע נשמות. דעריבער דארף מען האבן שכל און זעהן אריינצוכאפן צו לערנען יעדן טאג כאטש א דף בבלי, א דף ירושלמי און א פרק תוספתא, און מיט גרייט מען זיך אן גוטע שפעזן מיטצונעמען אויף יענע וועלט. אויך אויף די וועלט דערציילן פילע אנשי שלומינו אז זיי האבן זיך פארגענומען צו לערנען יעדן טאג בבלי ירושלמי און תוספתא, און דורך דעם האבן זיי זוכה געווען גרינגערהייט צו באקומען שיינע הערליכע גרויסע הייזער מיט הרחבת הדעת. דער נייער מחזור אין תוספתא האט געברענגט א פרישע חשק פאר פילע אנשי שלומינו זיך אנצושליסן אין די לימודים. יעדע וואך קומט ארויס דער קונטרס "בי"ת נצחי", אין וואס עס איז אריינגעדרוקט די דריי לימודים פאר די גאנצע וואך, און אזוי קען מען עס גרינגערהייט מיטנעמען וואו מען גייט נאר, און אזוי וועט מען נישט פארפאסן א טאג אן די לימודים. אין ארץ ישראל איז אפגעהאלטן געווארן א שיינע סיום לרגל די סיום פון תוספתא אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים מיט די באטייליגונג פון א גרויסע ציבור אנשי שלומינו. איינע פון די מפיצים האבן דארט פארציילט אן ערשט האנטיגע עפיזאד, אז נישט לאנג צוריק האט ער אנגעהויבן א שיעור צו לערנען יעדן טאג דעם "בית נצחי" (בבלי ירושלמי תוסתפתא), און האט גלייך דערנאך געטראפן א הערליכע דירה אין אלעד פאר א גאר ביליגע פרייז, "איך בין זיער אז עס איז אין זכות פון דעם שיעור אין בי"ת". הרב שמעיה פרידלאנד הי"ו אין אן אינטערוויו פאר קול ברסלב (אויף לשון הקודש) האט פארציילט אז א האלבע יאר צוריק האט ער זיך פארבינדן מיטן מרכז הפצה ירושלים, און זיך איינגעקויפט א תוספתא, און האט גלייך אנגעהויבן א שיעור דערין, און יעצט האט ער ב"ה זוכה געווען צו ענדיגן דעם גאנצן תוספתא. "איבעריג צו זאגן אז זייט דעמאלטס זעה איך א שטארקע הצלחה אין מיינע געשעפטן". אנשי שלומינו אין צפת און טבריה האבן געפראוועט א שיינע סיום ביים ציון פון הייליגן תנא רבי חייא וואס האט געשריבן דעם תוספתא. מען האט געהערט א שיינע שמועס פון הר"ר נחמן יאקאבאוויטש הי"ו, וואס האט ארויסגעברענגט אז דער עיקר דארף מען געדענקען "איך הייב אן פון יעצט", און בעז"ה אין איינס און א האלב יאר ארום וועלן מיר ענדיגן אינאיינעם דעם תוספתא. נאך האט ער ארויסגעברענגט ווי די גמרא דערציילט אין מסכת בבא מציעא איז דער הייליגער תנא רבי חייא געווען א גרויסער מפיץ, דערפאר איז דא דער ריכטיגער פלאץ זיך מחזק זיין אין דעם ענין פון הפצה, פארשפרייטן דעם הייליגן רבינס ווערטער איבער גאנץ ארץ ישראל. גדול יהיה כבוד הבי"ת הזה! 🛒 צו קויפן א סעט תוספתא - הערליכע דרוק, גרויסע שיינע אותיות, מנוקד 📸 סיום ששה סדרי תוספתא אין ירושלים עיה"ק - ליל שישי קרח תשפ"א 📸 סיום ששה סדרי תוספתא ביים ציון הק' פון התנא רבי חייא - ליל שישי קרח תשפ"א

    < זעה מער ה תמוז תשפ"א 📝
  • שיינע חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש וויליאמסבורג

    קרעדיט: מו"ה אשר יעקב בלום הי"ו נעכטן זונטאג חוקת העעל"ט, איז פארגעקומען אין די ברסלבע חדר אין וויליאמסבורג דער שיינער "חומש סעודה", ווי די זיסע קינדערלעך פון כיתה א' האבן געפייערט דעם פרייליכן מסיבת "חומש סעודה". די הערצער פון די פילע עלטערן און זיידעס וואס זענען זיך געקומען משתתף זיין ביים שיינעם חומש סעודה זענען געווארן איבערגעפילט מיט נחת זעענדיג די זיסע ריינע נשמה'לעך מיט די קרוינדעלעך אויף זייערע קעפעלעך זינגען אזוי זיס און הארציג די הייליגע ניגונים, און זאגן די הייליגע פסוקים פון פרשת ויקרא, ווי דער מנהג איז ביים מעמד התחלת חומש. דער ראש ישיבה שליט"א האט געטיילט פאר די טייערע קינדער זייער "ערשטע אייגענע סידור", וואס זיי האבן איבערגענומען מיט גרויס פרייד. דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט עטליכע ווערטער און אנגעווינטשן פאר די קינדער צו וואקסן און שטייגן בתורה ויראת שמים. אזוי אויך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פון דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, און אזוי אויך פון הר"ר נחמן ניישטיין שליט"א. דער ברסלבער תלמוד תורה וואס שטייט שוין איבער צען יאר כן ירבו, איז באקאנט פאר אלעמען, אז דארט לייגט מען דער עיקר דגוש אויף אויסלערנען די קינדער "אמונה", אז אמונה זאל נישט זיין נאך א זאך וואס זיי ווייסן, און מען נעמט עס ארויס איין-צוויי מאל א יאר ווי למשל פסח ביינאכט, אדער פורים נאכמיטאג, נאר אז זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן, די אמונה זאל ביי זיי זיין קלאר און זיכער, און זיי זאלן אויפוואקסן פון די יונגסטע עלטער וויסנדיג אז דער באשעפער איז ממש דא מיט זיי אייביג און איבעראל. אזוי אויך לייגט מען א געוואלדיגע געוויכט אז די קינדער זאלן וויסן זייער חשיבות אז זיי זענען געבוירן געווארן אלץ אידן, און האבן באקומען די הייליגע תורה פונעם אייבערשטן, און נאר אויב מען פאלגט דעם אייבערשטן קען מען האבן א גוטע לעבן, אפילו אויף דער וועלט. און דעם תלמוד תורה געט מען שטארק אכטונג אז די קינדער זאלן אויפוואקסן געזונט אויך בנפש, ווי יעדער מלמד גיבט אכטונג נישט צו פארשעמען קיין קינד. מען לערנט אויס די קינדער וויאזוי מען לעבט מיט אנדערע מענטשן און זיך רעכענען מיט א צווייטנס געפילן. מען איז מחנך די קינדער מיט שמחת המצוות, מען פארציילט פאר די קינדער אזעלעכע מעשיות פון צדיקים וואס רעדן צו קליינע קינדער, און מען לערנט זיי אויס אז אויך זיי קענען זיין א צדיק, און קענען וואקסן ערליכע אידן. ברוך השם, עס זענען ארויסגעקומען הערליכע פירות, עס זענען שוין דא פילע אינגעלייט תלמידים פון די הייליגע תלמוד תורה, אינגעלייט זענען יראי השם, וואס לעבן מיטן אייבערשטן, און פירן ערליכע אידישע שטובער על דרך ישראל סבא. אין העולם מתקיים אלא בזכות הבל תינוקות של בית רבן 📸 די שיינע חומש סעודה

    < זעה מער ד תמוז תשפ"א 📝
  • שיינע קידוש לרגל הולדת הבת ביי מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו אין ביהמ"ד היכל הקודש פרעמישלאן

    קרעדיט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א פארגאנגענעם שבת קודש קרח נאכן דאווענען, איז פארגעקומען א קידוש אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אויף די פרעמישלאן גאס אין קרית יואל, צום געבורט פון א מיידל ביי האברך החשוב מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו, בן הרה"ח ר' בנציון יושע שליט"א, וחתן הרה"ח משה שמואל סאמעט שליט"א. דער קידוש&nbsp; ביי וועלכע עס האבן זיך באטייליגט פילע קרובים וידידים פונעם בעל שמחה - איז געפראוועט געווארן אויף א באשיידענעם אופן אויפן וועג ווי דער ראש ישיבה שליט"T לערנט אויס. ספעציעל האט זיך אנגעזען די באטייליגונג פון הגה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ורב דביהמ"ד בית שמואל בנימין דקיט"ל דסאטמאר חדב"ן הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א, וואס האט אויך אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי ברכה און האט ארויסגעברענגט ווי געשמאק דער לופט פון ביהמ"ד איז, און האט זיך אויסגעדרוקט "מען שפירט דא אין ביהמ"ד א ריינע לופט, מען שפירט דא אן אטמאספערע פון אמונה, עס איז א פלאץ וואס מען רעדט נאר פון אמונה". דער בעל שמחה מו"ה ישראל יעקב הי"ו איז פון די קביעות'דיגע מתפללים אין ביהמ"ד וואס שפירט אלץ פאר א זכיה ווי ער קען צולייגן א פלייצע און העלפן אין בית המדרש. דער אייבישטער זאל העלפן דער בעל שמחה זאל זען אסאך אידיש נחת פון אלע קינדער געזונטערהייט.

    < זעה מער ג תמוז תשפ"א 📝
  • א וועלט פון חיזוק קאמפיין שטעלט פאר "פּריים סאָנדעי" זונטאג חוקת הבעל"ט

    קרעדיט מו"ה יצחק יונה זאבעל הי"ו ווי שוין באריכטעט, וועט דער ראש ישיבה שליט"א זיך ארויסצולאזן אויף א נסיעה קיין אייראפע, מיטן אייבערשטנס הילף, קומענדיגן ווינטער; דער נסיעה ווערט יעצט אויסגעארבעט און אויספלאנירט מיט אלע דעטאלן בס"ד. מען גייט בעז"ה פארן אויף א קנאפע וואך צו פילע קברי צדיקים אין אייראפע, וואס וועט בעז"ה זיין א נסיעה צום געדענקען. אזוי אויך איז ווי שוין געמאלדן וועלן די אלע וואס האבן באוויזן אריינצוברענגען פינף טויזנט דאלער און העכער קענען מיטפארן. דערפאר האבן פילע טיעם מעמבערס געבעטן "למה נגרע", זיי ווילן נאך עטליכע טעג צו קענען אנקומען צום ציל.&nbsp; דערפאר האט "א וועלט פון חיזוק" קאמפיין באשטימט דעם קומענדיגן זונטאג פרשת חוקת הבא עלינו לטובה, ווען אסאך ארבעטן נישט, אלץ "פּריים זונטאג", און וועט געבן נאך איין שאנס פאר אלע צו קענען אנקומען צום ציל, און קענען מיטצופארן מיטן נסיעה. נאך א פריידיגע אנטוויקלונג האט מען געמאלדן אז אויך די וואס וועלן אנקומען צום ציפער פון צוויי און א האלב טויזנט דאלער וועלן באקומען א שאנס צו ארייניגיין אין א גורל. זונטאג נאכט וועט אפגעהאלטן ווערן נאך א גורל, וואס וועט האבן פיר פרישע געווינער, פאר אלע וואס וועלן האבן אנגעקומען ביז זונטאג נאכט צו לכל הפחות צוויי און א האלב טויזענט דאלער, און דער געווינער וועט באקומען פון א חשובער נדבן די איבעריגע סכום ביז פינף טויזנט דאלער פאר זייער טיעם, און אזוי ארום וועלן זיי אויך באקומען די זכות צו קענען מיטפארן מיט די נסיעה.&nbsp; מטעם דער קאמפיין איז מען זייער דאנקבאר פאר אלע מענער און פרויען וואס האבן אריינגעלייגט אסאך הארץ צייט און כח אויפצוטרייבן נדבות פון אחינו בני ישראל, אזוי אויך איז מען זייער מכיר טוב פאר אלע נדבים פון איבער די גאנצע וועלט וואס האבן זיך אזוי שיין ביישטייערט, און מחזק געווען די עסקנים וואס האבן גערופן פאר נדבות. געלויבט דעם אייבערשטן אז מען איז אנגעקומען צו דעם שיינעם סכום און איבערגעשטיגן אלע ערווארטונגען. ווי געזאגט, וועט מען מיטן אייבערשטנ'ס הילף ממשיך זיין מיטן קאמפיין ביז זונטאג נאכט, און דער אייבישטער וואס האט געהאלפן ביז אהער וועט ווייטער העלפן אז יעדער וואס וויל וועט קענען אנקומען זייער ציל, און אזוי ארום ארויסהעלפן פאר די הייליגע מוסדות זאלן ווייטער קענען אנגיין מיטן פארשפרייטן די הייליגע אמונה און די הייליגע עצות לכל דורש ומבקש. ינתן גם מחר לעשות כדת היום 💳 צו נעמען אנטייל אינעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 🔗 צו עפענען אן אייגענע "טעים" אינעם קאמפיין 📰 אומגלויבליכע אפרוף צום "וועלט פון חיזוק" קאמפיין לטובת די הייליגע ברסלבע מוסדות 🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א 📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן

    < זעה מער ל סיון תשפ"א 📝
  • א וועלט פון חיזוק: ציל געהעכערט צו $400,000 - כינוסים יעדער אין זיין שטאט

    קרעדיט: מו"ה ארי פיש הי"ו ווי דער ציבור האלט מיט, גייט דער קאמפיין אן מיט גרויס הצלחה ברוך השם. עס קומען אריין ממש יעדע מינוט שיינע באשטייערונגען פון אלע עקן וועלט. בפרטיות זענען שוין דא 11 טיעמס וואס האבן שוין ב"ה מצליח געווען אריבערצוגיין דעם $5,000 וואס איז אריינגעקומען פון די איבערגעגעבענע אינגעלייט מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, מו"ה יוסי פרערא הי"ו, מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, מו"ה אברהם פריעדריך הי"ו, מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, מו"ה אברהם ראטה הי"ו, מו"ה ישעי' בערגער הי"ו, מו"ה יוסף פריעדמאן הי"ו, מו"ה שמואליק בלעדי הי"ו, מו"ה יצחק אייזיק ראטה (קרית ברסלב) הי"ו און מו"ה מאטי פאנעטה הי"ו, וואס האבן זיך אוועקגעגעבן שעות און כחות אריינצוברענגען שיינע סכומים.&nbsp; בנוסף זענען דא 20 טיעמס פון טייערע איבערגעגעבענע אינגעלייט וואס האלטן שוין צווישן $2,500 ביז $5,000. נאך דעם זענען דא נאך איבער 400 טיעמס פון טייערע איבערגעגעבענע מענער אדער פרויען וואס יעדער לייגט אריין אסאך צייט און כח פאר די הצלחה פונעם קאמפיין און רופן ארום צו זייערע קרובים און באקאנטע און געבן זיי די געלעגענהייט צו האבן די זכיה צו געבן פאר די הייליגע מוסדות היכל הקודש, וואס איז דער מוסד בה"א הידועה, וואס איז מחזק, מעודד און משמח יעדער איד פון דער וועלט באשר הוא שם. יעדער איד אָן אַן אויסנאם וואס זוכט חיזוק אויף סיי וואס פארא ענין, זאל עס זיין אין אידישקייט, ער פילט אז ער דארף א "בוסט", ער וויל אויפפרישן זיין קשר צווישן זיך און דער אויבערשטער, אדער ער דארף חיזוק אין שלום בית, ער זאל נישט אויפגעבן אז זיין ווייב איז נישט ווי ער האט געחלומט, אדער סיי וואס פארא פלאנטער מען זאל נאר נישט אריינפאלן, ווייסט מען אז "היכל הקודש" איז דער אדרעס וואו מען קען זיך אויפפרישן, ער שאפט זיך איין פון די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש אדער פון ראש ישיבה, צי ער קומט אריין אין איינע פון די פילע שולן פון היכל הקודש און הערט א שיעור חיזוק, אדער רופט ער אריין צום קול ברסלב טעלעפאן ליין און וועלט אויס פון די פילע אפטיילונגען, צי נעמט ער ארויס א סידי און הערט א ניגון פון התחזקות פון ראש ישיבה, אדער ווענדט ער זיך צו אונזער וועבסייט "ברסלב סענטער" ווי ער טרעפט א ריזיער אויסוואל צו זען און הערן, פילע שיעורים בריוון און ארטיקלען, און אזוי ווייטער. אזוי אז יעדער איד קען טרעפן חיזוק און פרישקייט פון היכל הקודש וואס איז צוגעפאסט צו אים אין זיין מצב, און ווען מען געבט זיי די געלעגענהייט פרייען זיי זיך צו קענען מחזק זיין דעם הייליגן צוועק. בסייעתא דשמיא איז דער קאמפיין ב"ה שוין אריבערגעגאנגען דעם ערשטן ציל פון $300,000 און מיט נאך א גוטע צען שעה צו גיין, איז ארויפגערוקט געווארן דער ציל צו $400,000 דאלער. וואס מען האפט בעזר השם אז מען וועט שנעל דערגרייכן. אין אן עקסטערע נייעס, איז געמאלדן געווארן אז היינט נאכט אום 12:30 וועלן ארויסגעצויגן ווערן בעז"ה 4 געווינער פון אלע וואס זייערע טיעמס האבן דערגרייכט לכה"פ $2,500 (צווישן די מאן און ווייב אינאיינעם) וואס וועלן צובאקומען די איבעריגע סכום ביז $5,000 צו זייער טיעם, און וועלן בעז"ה קענען מיטפארן מיט די גרויסע נסיעה מיט'ן ראש ישיבה. די פיר גורלות זענען נתנדב געווארן דורך "פעסט בוילד", און "די ענד עס אפּליינעסעס" און נאך צווי אנאנימע נדבנים. אזוי אויך ווערן אלע טיעם מעמבערס איינגעלאדנעט צו א גרויסע אווענט, יעדער אין זיין שטאט, ווי די קאמפּיין וועט אויפשטעלן א מעכטיגע הויפטקווארטיר, ווי מען וועט זיך מחזק זיין בשבת אחים, עס וועט בעז"ה זיין עסן צו טועם זיין, אזוי אויך וועט זיין צוגעשטעלט קאמפיוטערס און טעלעפאנען, און עס וועט געגעבן ווען די מעגליכקייט אויפצוטרייבן נאך סכומים.&nbsp; &nbsp; מען וועט זיך צוזאם קומען היינט נאכט אום 8:00 אום: בארא פארק: ביהמ"ד היכל הקודש, 1012 41 סט. וויליאמסבורג: ביהמ"ד היכל הקודש, 27 סקילמאן סט. מאנסי: 988 טשעסטנאט רידזש רד. ספרינג וואלי קרית יואל: ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו, 24 מעריוואלד רד. סאוט קרית ברסלב: ביהמ"ד היכל הקודש, 181 האשקי רד. בעזר השם נעשה ונצליח &nbsp; 💳 צו נעמען אנטייל אינעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 🔗 צו עפענען אן אייגענע "טעים" אינעם קאמפיין 📰 אומגלויבליכע אפרוף צום "וועלט פון חיזוק" קאמפיין לטובת די הייליגע ברסלבע מוסדות 🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א 📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן

    < זעה מער כט סיון תשפ"א 📝
  • אוקריינע דערלייכטערט פארשידנע קאוויד רעגולאציעס אריינצוקומען

    קרעדיט: מו"ה אלי קאנלל הי"ו - פּלען איט רייט 845-678-3555 געלויבט דער אייבישטער אז מען גרייט זיך שוין צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט. פילע גרייטן שוין צו די "מתנות" וואס מען וועט ברענגען פארן הייליגן רבין, דער פלאנט בעז"ה צו ענדיגן עטליכע מסכתות אין ש"ס, אנדער ענדיגן תיקוני זוהר, און פילע אנדערע לימודים. אזוי אויך קויפט שוין דער עולם די טיקעטס אין גרויסן. אין אומאן גרייט מען זיך שוין צו צו די פילע מאסן וואס וועלן מיטן אייבערשטנ'ס הילף קומען, אלע הכנסת אורחים'ס קויפן זיך שוין איין ריזיגע קוואנטומס פון עסן צו געבן פאר די צענדליגע טויזנטער אידן. ועל כולם, גיסן אידישע קינדער טויזנטער תפילות, אז אלעס זאל דורכגיין בשלום און מען זאל טאקע זוכה זיין דאס יאר אנצוקומען צום הייליגן רבין און קענען צוברעכן אלע מניעות און שוועריקייטן. יעצט קומט אריין די גוטע נייעס, אז די קאבינעט אין דער אוקריינער רעגירונג האט באשטעטיגט עטליגע טוישונגען אין די רעגולאציעס וואס וועלן פארגרינגערן פאר אויסלענדישע בירגער אריינצוקומען קיין אוקריינע. וואַקסין: די וואס ברענגען באווייז אז זיי זענען וואקסינירט (מיט א וואקסין וואס דער אוקריינער רעגירונג באשטעטיג - אריינגערעכענט, פּפייזער, דזשאנסאן ענד זשאנסאן, עסטרע זענעקע, מאדערנע) וועלן אריינגעלאזט ווערן אן קיין שום טעסט. טעסט: נישט וואקסינירטע וועלן ווי ביז יעצט דארפן ברענגען א נעגאטיוו קאוויד טעסט. אבער אנשטאט ווי ביז יעצט האט מען געדארפט האבן דוקא א "פּי-סי-אַר" טעסט (וואס נעמט כאטש עטליכע שעה צו באקומען די רעזולטאטן), וועט מען ערלויבן אויך "רעפּיד" טעסטס (וואס מען באקומט די רעזולטאטן אין עטליכע מינוט). דער טעסט וועט דארפן גענומען ווערן - ווי ביז איצט - אין די 72 שעה פארן אנקומען קיין אוקריינע. קינדער: קינדער אונטער 12, וועלן נישט דארפן האבן קיין שום טעסט אדער וואקסין. אינשורענס: דער פארלאנג צו האבן אוקריינישע אינשורענס בלייבט דערוויל אין קראפט. מען זעט ווי תפילות ישראל עושה רושם, און די רעגולאציעס ווערן נאר מער און מער פארגרינגערט. און מען בעט און מען האפט ווייטער אז מען זאל טאקע זוכה זיין אנצוקומען קיין אומאן אויף ראש השנה און זיין ביים הייליגן רבין, און באקומען די געוואלדיגע הבטחות וואס ער האט צוגעזאגט פאר די וואס קומען צו אים אויף ראש השנה. הראש השנה שלי עולה על הכל 📰 מען קויפט שוין טיקעטס אויף ראש השנה 📰 אינפארמאציע איבער אראפנעמען דעם אוקריינישן שווארצן זיגל פון פאספארטן 📰 אינפארמאציע איבער רעזערווירן א בעט אין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ב 📰 פארשריט אינעם בנין פון ראש ישיבה אין אומאן צוצולייגן נאך צימערן אויף ראש השנה תשפ"ב 📰 אוקראַינא זאגט אז זי וועט אריינלאזן וואקסינירטע אויף קומענדיגע ראש השנה תשפ"ב 📰 אומגלויבליכע אפרוף צום "וועלט פון חיזוק" קאמפיין לטובת די הייליגע ברסלבע מוסדות 💳 צו נעמען אנטייל אינעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 🔗 צו עפענען אן אייגענע "טעים" אינעם קאמפיין 📰 הכרת הטוב פאר די עסקנים וואס האבן אנטייל גענומען אינעם קאמפיין 🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א 📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער כח סיון תשפ"א 📝
  • גרויסע שמחה הערשט אין קהילת היכל הקודש צום שידוך שליסן אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א

    קרעדיט: מו"ה יעקב פיש ני"ו מיט גרויס פרייד איז אויפגענומען געווארן ביי אנשי שלומינו די פרישע נייעס איבער דעם שידוך פון החתן נתנאל ני"ו דער זון פון המפיץ הגדול הרב יואל פארקאש שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל עב"ג די חשובע כלה תחי' די טאכטער פונעם ראש ישיבה שליט"א. דער שידוך איז געווארן געשלאסן אין א מזל'דיגע שעה פארגאנגענעם ליל שישי אין שטוב פון גרויסן זיידן הרה"ח רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען אין וויליאמסבורג, מיט די באטייליגונג פון די זיידעס כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א וואס איז געקומען צו פארן פון בארא פארק, און הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א דער זיידע פונעם חתן וואס איז געקומען צו פארן פון קרית יואל. דער ראש ישיבה שליט"א האט מכבד געווען זיין שווער הגה"צ ר מררדכי אהרן שליט"א מיט קריאת התנאים. די חשובע זיידעס שליט"א האבן געזאגט שיינע דברי ברכה און אנגעווינטשן פאר חתן כלה. די עדות זענען געווען מו"ה אייזיק אפפעל&nbsp; ני"ו און מו"ה יעקב פיש ני"ו, ערב קבלן איז געווען הרב מרדכי אינדיג ני"ו און מו"ה העניך אינדיג ני"ו. סיי דער חתן און סיי די כלה זענען תלמידים פון די הייליגע מוסדות היכל הקודש ברסלב און זענען גוט אויסגעלערענט וואס דאס לעבן איז, זיי דארפן גארנישט אויסער אויפשטעלן א אידישע שטוב על דרך ישראל סבא, זיי דארפן נישט קיין תנאים און קיין בלומען, עס אינטערעסירט זיי נישט קיין מתנות און קיין פוירניטשור, זיי טראכטן נישט פון קיין זאל און קיין זינגער, עס מאכט זיי נישט פרייליך די שטריימל און די קליידער; זיי זענען איבער-גליקליך אז דער אייבישטער האט זיי געהאלפן אז זיי האבן געטראפן זייער שידוך אין א מזל'דיגע שעה, און זיי גייען אנהייבן זייער לעבן אויף די וועג פון אונזערע עלטערן און רבי'ס זכותם יגן עלינו. אלע אנשי שלומינו זענען זייער פרייליך מיט די נייעס, און וואונטשן פאר'ן ראש ישיבה פילע הויפענעס אידיש נחת, פון די פארפאלק זאל זיך ווייטער ציען הייליגע אידישע דורות וואס וועלן באלייכטן די וועלט. עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול חתן וקול כלה 📸 מעמד לחיים ווארט תנאים פון החתן נתנאל פארקאש עב"ג בת הראש ישיבה - ליל שישי שלח תשפ"א 📰 שידוך פון עלסטן זון פון ראש ישיבה הרב שלמה שליט"א עב"ג בת הרב יואל טייטלבוים שליט"א - אדר א' תשע"ט 📰 חתונה פון הרב שלמה שליט"א זון פון ראש ישיבה שליט"א - סיון תשע"ט 🗞️ מ'קען חתונה מאכן אָן בארגן אדער גנב'נען 🎞️ די פייערדיגע טענץ ביים חתונה פון עלטסטן זון פון ראש ישיבה שליט"א

    < זעה מער כז סיון תשפ"א 📝
  • אומגלויבליכע אפרוף צום "וועלט פון חיזוק" קאמפיין לטובת די הייליגע ברסלבע מוסדות

    קרעדיט: מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו מיר האלטן נאך 21 שעה איידער דער אנהייב פונעם "וועלט פון חיזוק" קאמפיין, אבער די ווארעמקייט פון ציבור גיסט זיך איבער אלע ברעגעס. עס זענען שוין יעצט דא 348 טעימס, עס זענען שוין אריינגעקומען איבער 1,000 נדבות, און דער סכום פון נדבות האלט שוין ביי $76,578. אויפן האטליין פון ברסלב סענטער זענען ארויפגעגאנגען עטליכע אינטערוויוס ווי מען קען הערן זייער שיינע טיפס און עצות איבער פאנדרעיזינג, אזוי אויך פארשידענע אפדעיטס און נייעס איבער דעם קאמפיין. דער פייער ביים ציבור זעט זיך אן איבעראל. ביי די מענער זעט מען ווי עס שרייבן זיך כסדר איין צענדליגע נייע טעימס, מ'זעט אפילו אינגעלייט וואס זענען פארנומען ביז איבערן קאפ, אדער וואס האבן בכלל נישט קיין פאנדרעיזינג סקיללס; ביי די פרויען איז דא א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט, די פרויען האבן זיך צוזאם גענומען און ארבייטן אויף שיינע סכומים, מען העלפט זיך ארויס, און מען האט מסדר געווען א ראפעל. אין ארץ ישראל פלאקערט: די אינגעלייט זענען ארום געפארן פון שטאט צו שטאט איבעראל ווי אנשי שלומינו וואוינען, און מען ווארעמט אן דעם ציבור, מען איז שוין געווען אין ירושלים, בני ברק, בית שמש, טבריה, צפת, מען האט דארט איינגעשריבן דעם עולם אין טעימס, ועוד ידם נטויה. אויך זענען דא געוואלדיגע פעולות אין לאנדאן, און אייראפע און אין נאך פילע שטעט איבער די וועלט. פון די אנדערע זייט געבן אנשי שלומינו איבער אז אויך די קרובים ידידים שכנים פון וועמען מ'בעט נדבות רופן זיך אלע זייער שיין אן. דער עולם איז זייער ווארעם, רוב רובם זאגן קלאר, אז אויך זיי הערן אויס דעם ראש ישיבות דרשות און נעמען פון דארט חיות און חיזוק אנצוגיין. מען פריידט זיך צו האבן די געלעגענהייט כאטש איין מאל א יאר צו געבן פאר די הייליגע מוסדות. מען זעט ווי ממש יעדע סעקונדע קומען אריין נדבות פון איבעראל איבער די וועלט, שיינע סכומים, מענטש שטרענגען זיך אן און זעען פאר זיך די גרעסטע זכיה צו קענען מנדב זיין פאר א פלאץ פון ווי עס גייט ארויס אזויפיל אמונה, אזויפיל תורה, אזויפיל קדושה וטהרה, אזויפיל חיזוק, אזויפיל שלום בית, אזויפיל עצות, אזויפיל שכל, אזויפיל תפילות והתבודדות, אזויפיל שמחה, וכו' וכו'. אונזער סדר געווענליך איז אז מיר ברענגען אראפ אלע טיעמס פאר וועמען צו געבן, אבער ב"ה בעת מיר שרייבן די שורות זענען שוין איינגעשריבן 348 טעימס און וואקסט פון מינוט צו מינוט (בשעת מיר זענען מגיה דעם באריכט 10 מינוט שפעטער האלט עס שוין ביי 357) דערפאר איז פשוט אוממעגליך אראפ צו ברענגען אזא לאנגע ליסטע פון נעמען. דעריבער איז אונזער בקשה צו אלע וואס ליינען דעם באריכט, נעמט זיך די פאר מינוט, און זוכט אויף אייערע באקאנטע און קרובים ביים "סוירטש" קנעפל און געבט לכבודם וויפיל איר קענט, און מער וויפיל איר קענט. און מיט דעם וועט איר האבן דער זכות פון בויען די הייליגע מוסדות וואס וואקסט און בליעט בליעה"ר, און דער זכות וועט אייך זיכער ביישטיין דער אייבישטער וועט אייך באצאלן און צוהערן אייערע תפילות וואס איר בעטן אים. חזק ויאמץ לבך וקוה אל ה' 💳 צו נעמען אנטייל אינעם קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 🔗 צו עפענען אן אייגענע "טעים" אינעם קאמפיין 📰 הכרת הטוב פאר די עסקנים וואס האבן אנטייל גענומען אינעם קאמפיין 🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א 📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן &nbsp;

    < זעה מער כו סיון תשפ"א 📝
  • מסיבת הכרת הטוב פאר די באטייליגטע אין די קאמפיין פאר די מוסדות

    קרעדיט הר"ר אשר יעקב בלום הי"ו, און הר"ר יואל טייטלבוים הי"ו מאנטאג נאכט איז מען זיך צוזאם געקומען אין וויליאמסבורג צו זייער א שיינע מסיבה, אין שטוב פון מו"ה ליפא שווארטץ הי"ו. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון העלפן די הייליגע מוסדות, און געבעטן מען זאל צוזאם נעמען געלט פון די באקאנטע און קרובים, אויך האט דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג הי"ו און מו"ה ארי פיש הי"ו אנפירער פון דעם קאמפיין אויפגעטרעטן. דערנאך האט מען געטיילט שיינע מתנות אלץ הכרת הטוב פאר די עסקנים וואס האבן אריינגעברענגט סכומים ביים פאריאריגן פרוטה'לעך קאמפיין, דערנאך האט מען געזינגען שיינע ווארימע ניגונים אינאיינעם. אין קרית יואל איז פארגעקומען א הערליכע מסיבת הכרת הטוב דינסטאג נאכט אין שטוב פון מו"ה זושא שטראה הי"ו מראשי הקהילה ביהמ"ד ישמח משה אין קרית יואל, ווי ער מיט זיין זון מו"ה שלמה הי"ו האבן צוגעשטעלט א הערליכע מסיבה, עס איז זיך צאמגעקומען א שיינע ציבור וואס האבן די זכיה ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות פון קרית יואל און מאנסי, מ'האט געשמאק פארברענגט אינאיינעם כאיש אחד בלב אחד, מ'האט ארויסגעברענגט שיינע געדאנקען איבער די גרויסע זכיה און די מתנה וואס מיר האבן אז מיר קענען העלפן די הייליגע פלאץ וואס געט אונז "לופט צו אטעמען" און שכל וויאזוי צו קענען האבן א גוטע לעבן מיט אייבערשטן אויף דער וועלט. עס האבן אויך אויפגעטרעטן מו"ה ארי פיש הי"ו, און הר"ר יואל טייטלבוים הי"ו וואס האבן ארויסגעברענגט די חשיבות פון אלע אינגעלייט וואס העלפן ארויס דעם הייליגן פלאץ. דערנאך האט מען געטיילט מתנות און פּלעקס פאר די אינגעלייט וואס האבן ארויסגעהאלפן דעם קאמפיין פאר די מוסדות בשנת תש"פ. ורוח הקודש אומרת כן יפרה וכן יפרוץ 📰 דער קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" תשפ"א 📅 מאך זיך א ציל וויפיל געלט דו גייסט בעטן פון דיינע באקאנטע, מיט דעם וועסטו מיר העלפן 🔗 עפענט אייער אייגענע "טעים" 💳 דער טשערידי קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 📜 ישר כח פארן העלפן די קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 📸 די עקסנים אין ארץ ישראל נעמען אנטייל אינעם קאמפיין 📸 מסיבת הכרת הטוב אין ווילימאסבורג 🎞️ מסיבת הכרת הטוב אין וויליאמסבורג 🎦 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א

    < זעה מער כג סיון תשפ"א 📝
  • מען קויפט שוין טיקעטס קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ב

    קרעדיט מו"ה משולם פינטער הי"ו, און מו"ה אלי קנאלל הי"ו אזוי ווי מען האלט שוין בערך דריי חדשים איידער די לאנג אויסגעווארטעטע נסיעה קיין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ב הבעל"ט, ווי מען וועט זיך אויסבעטן פאר זיך און די משפחה א גוט געבענטש יאר; האבן מיר אויפן פארלאנג פונעם ציבור צוזאם גענומען אינפארמאציע איבער קויפן עירליין טיקעטס, צו פארן היי יאר פון ניו יארק קיין קיעוו אויף ראש השנה תשפ"ב הבא עלינו לטובה. צוליב דעם "קאָוויד" מצב אין וואס די וועלט געפונט זיך נאך, אזוי אויך וויבאלד ראש השנה געפאלט מאנטאג נאכט, און עס זענען דא ווייניג פלייטס וואס פארן ארויס גענוג שפעט נאכן זמן מוצש"ק איז דא א מאנגל אין טיקעטס אויף די פאר פליגערס וואס פארן ארויס שפעט מוצש"ק ביז זונטאג אינדערפרי, דאס איז אויסער וואס דער ציבור וואס פארט דאס יאר איז אסאך מער ווי אין די פארגאנגע יארן, און איז גורם אז די פרייזן פון די ווייניג עירליין טיקעטס פון מוצש"ק וואס זענען עוועיליבל זאל ארויף גיין. א גוטע אפשען איז צו קויפן אויף די פלייטס פון מיטוואך און דאנערשטאג, בעפאר שבת קודש, וואס פון די פלייטס איז נאך דערווייל דא א גרויסע אויסוואל.&nbsp; דער טרעוועל אגענטור "פלען איט רייט" האט אראנדזשירט א "טשארטער" וואס וועט בעז"ה פארן מוצש"ק 1:30 פארטאגס פון ניו יארק (זמן מוצש"ק אין ניו יארק איז בערך 8:35), מען פארט בעז"ה צוריק פון קיעוו מוצאי יום טוב פארטאגס. די פרייז פארן טשארטער איז $1750. אויב עס וועט זיין א פארלאנג פון גענוג מענטשן צו מאכן נאך א טשארטער אויף דאנערשטאג מיטאג, וועט מען בעזרת השם יתברך אויך צושטעלן א פליגער אויף דאנערשטאג מיטאג. מען קען מאכן א טיקעט ביי פלען איט רייט מיטן אפשען אז אויב עס וועט באשטעטיגט ווערן דער דאנערשטאג טשארטער וועט מען קענען רוקן דעם טיקעט בחנם. פאר מער פרטים רופט "פּלען-איט-רייט" 845-678-3555 עקסטענשאן 5. וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרום 📰 אינפארמאציע איבער אראפנעמען דעם אוקריינישן שווארצן זיגל פון פאספארטן 📰 אינפארמאציע איבער רעזערווירן א בעט אין אומאן אויף ראש השנה תשפ"ב 📰 פארשריט אינעם בנין פון ראש ישיבה אין אומאן צוצולייגן נאך צימערן אויף ראש השנה תשפ"ב 📰 אוקראַינא זאגט אז זי וועט אריינלאזן וואקסינירטע אויף קומענדיגע ראש השנה תשפ"ב 💬 קען איך נוצן מעשר געלט צו פארן אויף אומאן? 📜 ענדיגן דעם בנין אין אומאן 📸 נסיעה צו אומאן ראש השנה תשע"ג מיט מוהרא"ש זי"ע 📚 ראש השנה ביי צדיקים 🎞️ דער ראש ישיבה קוקט זיך פאר דאס דאווענען מיט די קינדער כאאר 🎹 איך כאפ דעם נעקסטן פליגער קיין אומאן 📸 אומאן ראש השנה תשע"ב, נאכגעפאלגט מיט נסיעה צום בית המדרש הבעש"ט אין מעזבוז 💬 וואו איז דער מקור צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה? 📜 זיך אויפפירן מיט דרך ארץ ביים הייליגן רבינ'ס ציון 📜 יעצט ענדיגן דעם בנין אין אומאן 🎹 אומאן ראש השנה! 🎹 ראש השנה אין אומאן 🎹 איך לויף קיין אומאן צום רבין

    < זעה מער כב סיון תשפ"א 📝
  • מען מאכט גרויס פארשריט אין די בוי ארבעט ביים פינפטן שטאק אינעם בנין אין אומאן

    קרעדיט: מו"ה העניך אינדיג הי"ו אין די לעצטע יארן האט מען ב"ה אויפגעבויט א הערליכע זעקס שטאקיגע בנין, וואס זאל דינען פאר אנשי שלומינו פאר די טעג וואס מען וויילט ביים הייליגן רבין אין אומאן אויף ראש השנה, מען האט אריינגעלייגט דערין אסאך מחשבה וויאזוי אויסצושטעלן דעם בנין. אינעם בעיסמענט געפינט זיך דער שיינע מקוה מיט שויערס, דער קאך, מיטן לאנטש רום, העכער דעם איז דער ריזיגער בית המדרש, און דערויף איז דא גאנצע פיר שטאק מיט פילע צימערן צום שלאפן. יעדעס יאר האט מען ב"ה פארבעסערט און פארברייטערט דאס פלאץ, ביז יעצט האט מען שוין געענדיגט צוויי שטאקן פון שלאף צימערן; מ'האט אינסטאלירט א העכסט סאפיסטיקירטע פילטער סיסטעם פאר די מקוה; מען האט געגראבן אייגענע זעקס וואסער קוועלער אויפן שטח, וואס פראדוצירן אינאיינעם בערך צען טויזענט גאלאן וואסער א טאג; מען האט אינסאלירט ריזיגע וואסער טענק וואס קענען אנטהאלטן איבער זעכציג טויזנט גאלאן וואסער צוליב וואס די שטאטישע וואסער סיסטעם אין אומאן טוט נישט צושטעלן אזוי סאך וואסער אויף איין מאל פאר די צענדליגע טויזטער אידן קע"ה וואס קומען אויף ראש השנה צום הייליגן רבין, אסאך געביידעס פארלירן דאס וואסער סופליי אין די פארנומענע ערב שבת און ערב יו"ט טעג, ווען מ'נוצט גאר אסאך וואסער. די טענק פילט מען אן אין די וואכן בעפאר ראש השנה, און וועט האפענטליך בעז"ה געבן גענוג וואסער פאר אלע הונדערטע אידן וואס וועלן זיך באנוצן מיט דעם בנין אויף גאנץ יום טוב. היי יאר - אויפן פארלאנג פון ראש ישיבה שליט"א - האט מען זיך גענומען צו די ארבעט צו פארענדיגן די איבעריגע שטאקן פונעם נייעם בנין. צוליב דער רבוי העם בלי עין הרע וואס ווערט ערווארטעט, האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט - האט מען נישט קיין ברירה, מען מוז שוין צוענדיגן נאך שטאקן אינעם בנין. מען האט היי יאר אריינגעלייגט אסאך געלט און כח אינעם דריטן שטאק פון די שלאף צימערן, דערווייל האט מען שוין ב"ה געענדיגט ציען די עלעקטריק און פלאמבינג, מען האט שוין באשטעלט די טיילס, אזוי אויך האט מען שוין באשטעלט די בעטן פאר די צימערן. פילע אנשי שלומינו האנדלען זיך שוין איין א טיקעט צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה קיין אומאן, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געבעטן אז יעדער זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער האט צוגעזאגט געוואלדיגע הבטחות אויף דעם. דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", "ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן". ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אונטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. ווען א מענטש הערט אזעלכע געוואלדיגע הבטחות, וויל ער דאך זיכער קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מען זעט טאקע אז יעדעס יאר קומען צו נאך טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן. ווילט איר נאך אפרעכטן דעם קומענדיגן ראש השנה מיטן ראש ישיבה אינאיינעם, אויף א גאר געהויבענעם פארנעם? רופט שוין צו רעזערווירן אייער בעט, רוב בעטן זענען שוין פארדינגען, וכל הקודם זכה: רופט הר"ר יחזקאל סאמעט הי"ו 347-452-1936, אדער הר"ר העניך אינדיג הי"ו 845-248-1651 וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון! 📰 מען פארדינגט שוין בעטן פאר ראש השנה תשפ"ב מיטן ראש ישיבה

    < זעה מער כא סיון תשפ"א 📝
  • גרויסע צוגרייטונגען צום קאמפיין "א וועלט פון חיזוק"

    די עסקנים פון די יערליכע קאמפיין פאר די הייליגע מוסדות זיצן די טעג און גרייטן זיך צום עפענונג פונעם קאמפיין וואס וועט פארקומען קומענדיגע וואך אין די טעג פון מאנטאג, דינסטאג און מיטוואך פרשת קרח הבעל"ט. מען זיצט אויף מיטינגען און מען ארבעט אויס אלע דעטאלן וויאזוי ארויסצוברענגען די שטערקסטע כחות, און אריינצוברענגען די מערסטע הכנסה פאר די הייליגע מוסדות. יעצט ביים שרייבן די שורות האלט שוין דער ציפער פון אנשי שלומינו וואס האבן געעפענט א פעידש אינעם קאמפיין ביי 135, און דער נומער גייט ארויף מיט יעדע מינוט דורך פיל אנשי שלומינו וועלכע ווילן האבן די זכיה אז אידן זאלן געבן לכבודם נדבת לבם פאר די הייליגע מוסדות, און מיט דעם ארויסהעלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל ווייטער האבן די כחות און די מעגליכקייט זיך צו קענען קאנצעטרירן אויף פירן די מוסדות און אריינברענגען די ליכטיגע לימודים אין די גאנצע וועלט, און ער זאל נישט דארפן טראגן די פינאנציעלע עול אויף זיינע פלייצעס וואס רויבט צו די שלוות הנפש און די צייט. בשם ה' נעשה ונצליח 📰 א וועלט פון חיזוק קאמפיין תשפ"א 🔗 דרוקט דא און עפענט אויפ אייער אייגענע "טעים" 💳 דער טשערידי קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 📜 ישר כח פארן העלפן די קאמפיין "א וועלט פון חיזוק" 📅 נעם אנטייל אינעם קאמפיין, א וועלט פון חיזוק

    < זעה מער כ סיון תשפ"א 📝
  • דער ראש ישיבה ביי קביעת מזוזות ביים בית הדפוס אין קרית ברסלב ליבערטי

    פארגאנגענעם ערב שבת קודש איז דער ראש ישיבה אריבער געקומען צום בנין פון קרן הדפסה ווי ער האט מיט געהאלטן די אקטיוויטעטן פונעם קרן הדפסה. צום ערשט האט דער ראש ישיבה געלייגט מזוזות אויף די נייע טירן, דערנאך האט דער ראש ישיבה זיך אומגעקוקט אויף די פילע מאשינען און געהערט א באריכט איבער די נייע מאשינען וואס קומען צו בעזרת השם. מען האט אויסגעשמועסט מיטן ראש ישיבה איבער נאך פארשידענע געדאנקען מיט וואס מ'קען העלפן די מפיצים. אזוי אויך האט מען געוויזן פארן ראש ישיבה איבער די ארבעט וואס ווערט יעצט דורכגעפירט אינעם בית הדפוס איבערצומאכן די עלעקטריק אינעם בנין, כדי עס זאל קענען דערהייבן די פילע פרישע מאשינען וואס מ'גייט מיטן אייבערשטנס הילף אריינברענגען. דער קרן הדפסה איז דער צענטער פון ווי די פילע הדפסה און הפצה אקטיוויטעטן גייען ארויס. פון דא ווערט געדרוקט טויזנטער קאפיעס פון די פולע ספרים און קונטרסים פון מוהרא"ש וואס ווערט פארשפרייט דורך די חשובע מפיצים, און ברענגט אריין די ליכטיגקייט און עצות פון הייליגן רבין צו טויזנטער שטובער. אזוי אויך ווערט דא געמאכט די צענדליגע טויזנטער קאפיעס פון די פילע גליונות און קונטרסים וואס ווערט פארשפרייט כסדר אין די בתי מדרשים און אזוי אויך געשיקט אויף די פאסט דורך סובסקריבשאנס און דורכן נייעם אויפגעכאפטן וועבסייט. &nbsp; 📸 דער ראש ישיבה ביים באזוך אין קרן הדפסה - עש"ק נשא 📰 וועלט בארימטער גליון היכל הקודש גרייכט פינף הונדערטסטער גליון

    < זעה מער טז סיון תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1171 to 1185 of 1723 results

1 2 ... 76 77 78 79 80 81 82 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com