Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • “The Light of Emunah”, English version of “עצתו אמונה” is available for subscription

    עצתו אמונה אויף ענגליש נעמט שוין אן סובסקריבשאנס שוין א לאנגע תקופה וואס פילע זענען זיך מחיה וואך איין וואך אויס מיט די הייליגע קונטרסים "עצתו אמונה", וואס אנטהאלט די פילע בריוון און ענטפערס אויף שאלות געשריבן געווארן אין די לעצטע וואך דורכן ראש ישיבה שליט"א. דאס אלעס איז געבויט אויף די הייליגע לימודים און עצות פון הייליגן רבין און זיין תלמיד רבי נתן, לויט ווי מוהרא"ש האט אונז איבערגעגעבן אלע יארן. אין די בריוו טרעפט זיך דארט יעדער איינער פאר זיך פאסיגע עטנפערס אויף אלע זייערע פערזענליכע קשיות, ספיקות און בלבולים, און געפונען דארט א טרייסט צו אלע זייערע יסורים און אנגסט, ווען דער ראש ישיבה דערמאנט זיי איינמאל און נאכאמאל, אז די עצה אויף אלע עצות איז רעדן צום אייבערשטן, און אנטלויפן נאר צו אים. אויף די גרויסע נאכפראגע פון די פילע ענגליש רענדנע אידן וואס האבן געפרעגט "למה נגרע", איז אונז א פרייד איבערצוגעבן אז די ענגלישע ווערסיע פון עצתו אמונה "the light of emunah" וועט בעז"ה אנהייבן ארויסצוקומען רעגלמעסיג יעדן חודש, און וועט זיין בעז"ה צו באקומען דורך סופבסקריבשאן פאר בלויז 3.99 א חודש. זיך איינצושרייבן רופט 718-387-2691 אדער אויף אימעיל, subscribtion@kerenhadfusa.org   “Light of emunah” is starting to take subscribers For a long time now, many have been reviving themselves every week with the booklets “Atzosi Emunah”, which contains the many letters and answers to questions written in the last week by the Rosh Yeshiva Shlita. All this is based on the teachings and advice of Holy Rebbe and his disciple Rebbe Nathan, according to how Mohorosh has passed on to us all these years. In the letters, everyone finds appropriate answers to all their personal questions, doubts and confusions, and finds comfort in all their torments and anxieties, when the Rosh Yeshiva repeatedly reminds them that the advice for all advice is to speak to the Creator, and flee only to Him. In response to the great demand from the many English-speaking Jews who asked “למה נגרע?”, we are pleased to announce that the booklets “The Light of Emunah” the English version of “Atzosi Emunah” will be published with Hashem's help on a regular basis each month and will be - with Hashem's help, available to subscribe to, for only $3.99 per month.   For subscriptions please call 718-387-2691 or email, subscribtion@kerenhadfusa.org.

    < זעה מער טו שבט תשפ"א 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך בחרדת קודש צו די יומא דהילולא קדישא

    דערנענטערנדיג זיך צו די יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע, דערקענט זיך גאר שטארק די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג. אנשי שלומינו אין ארץ ישראל פארן ארויס קיין יבניאל, זיך צו משתטח צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש אין יבניאל, אידן בכל מקומות מושבותיהם וועלן זיך צוזאמנעמען און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן. וויליאמסבורג: דער צענטראלער סעודת הילולא וועט פארקומען אי"ה דעם מוצש"ק בשלח, אין בית המדרש היכל הקודש, אויף 27 סקילמאן סט. - דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה אויפטרעטן.&nbsp; ירושלים: דער צענטראלער סעודת ההילולא וועט זיין בעז"ה דעם מוצש"ק בשלח אין בית המדרש הגדול, אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, אום 8:30. Thursday night - Tu Bishvat will be a gathering for the English speakers in the Sanhedria neighborhood in Yerushalayim. A special English lesson from the Rosh Yeshiva Shlita will be screened. For details please call 058-3246-100. בני ברק: מען&nbsp; וועט זיך צוזאם קומען בעז"ה היינט ביינאכט, ווי מען וועט פארליינען א ספעציעלע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א פאר אנשי שלומינו אין בני ברק. פאר מער פרטים רופט 054-8480-941. מודיעין עילין: היינט ליל חמשה עשר בשבט, וועט פארקומען אין שטאט א סעודת הילולא קאמבינירט מיט א סיום הש"ס און סיום ליקוטי הלכות אום 8:00 אין ביהמ"ד היכל הקודש שכונת בראכפעלד. פאר מער רופט 054-8460-743. אנשי שלומינו אין גליל וועלן זיך מארגן צוזאמקומען אין שטוב פון איינער פון אנשי שלומינו אין צפת, פאר מער פרטים קען מען רופן 058-3210-705. אין ארץ ישראל ווערן אראנדזשירט גרויסע נסיעות צום ציון הקדוש אין יבנאל. מארגן ליל שישי פארט מען ארויס פון ירושלים אום 10:00 ביינאכט, און זונטאג 10:00 אינדערפרי. פאר פרטים און זיך איינצושרייבן רופט 052-7644-664.&nbsp; פאר נסיעות פון ביתר און בית שמש: 02-580-4224 בעפארן נסיעה פון ירושלים וועט פארקומען דער "כינוס המפיצים" ווי יעדע וואך ליל שישי. און אום ווען אלע פארן אלע אינאיינעם בעז"ה צום ציון הק' פון מוהרא"ש זי"ע אין יבנאל, אויסצוזאגן תהלים און צו פועלן ישועות. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט זאגן אז ביי די יומא דהילולא פון א צדיק, דעמאלט קומט ארויס און מען זעט וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט, די לימודים און עצות וואס ער האט אויסגעלערנט וואס זענען ווייטער חי וקים און זענען ווייטער מחזק און מעורר אידישע קינדער און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן. מיר ווייסן דאך זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר אונז אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט אונז געשטארקט אין יעדן מצב און אונז מחזק געווען צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין. און דעריבער איז דער טאג אזוי גרויס, ווען מען נעמט זיך צוזאם און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען איז ווייטער ממשיך צו גיין אין זיינע וועגן. אנשי שלומינו וועלן אויך אויסנוצן דעם געהויבענעם טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ ,לעבן צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן איבער די גאנצע וועלט. מ'וועט זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם בית הדפוס וואו מ'דרוקט די ספרים און קונטרסים. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. נייעס מ'גרייט זיך צו מוהרא"ש'ס יארצייט, און אינטערעסאנטע ליקנס תּוֹרָתוֹ מָגֵן לָנוּ, הִיא מְאִירַת עֵינֵינוּ, הוּא יַמְלִיץ טוֹב עָלֵינוּ. &nbsp;

    < זעה מער יד שבט תשפ"א 📝
  • טיי אווענט מיטוואך נאכט אין קרית יואל פאר די ברסלבע מוסדות

    עס איז בכלל נישט קיין סוד מיט וואס די הייליגע ברסלבע מוסדות צייכענען זיך אויס. עס איז גאר גוט באקאנט אז אין די הייליגע מוסדות לייגט מען דעם עיקר דגוש אז די קינדער פון קליינווייז אן, זאלן לעבן מיט לויטערע ריינע אמונה, וואס זאל זיין אזוי קלאר, אז זיי זאלן שפירן אז דער אייבישטער איז דא מיט זיי, און זיי זאל קענען רעדן צום אייבערשטן ממש ווי א מענטש רעדט צו זיין חבר וואס ער זעט נעבן זיך. מען זעט ברוך השם ווי עס קומען ארויס הערליכע תלמידים פון די הייליגע מוסדות, וואס שטעלן אויף הערליכע אידישע שטובער, און זענען גרייט צו די עכטע לעבן וואס ווארט זיי נאך די חתונה, זיי לערנען יעדן טאג, זיי זענען פרייליך מיט זייער אידישקייט, און פירן זיך מיט דרך ארץ וואס דער הייליגע רבי לערנט זיי אויס. &nbsp; יעצט וועלן תושבי קרית יואל האבן די געלענעגעהייט צו שטיצן די הייליגע מוסדות ביי טיי אווענט וואס וועט פארקומען מארגן מיטוואך נאכט אינעם הערליכן דירה אויף 39 מעריווארלד לעין סאוט, אין בלומיג גראוו (GPS: 39 Merriewold Ln South, Monroe NY 10950)

    < זעה מער יג שבט תשפ"א 📝
  • נייע "בנינו" פראגראם, צילט איינצושרייבן 1,000 מעמבערס ביז א וואך

    די הייליגע מוסדות האבן יעצט אנגעהויבן א פרישע פראגראם "בנינו", וואס וועט העלפן בעז"ה אויסצאלן די מלמדים און טישערס פון די הייליגע מוסדות. די אלע וואס ווערן מעמבערס אין "בנינו" ווערן זייערע קרעדיט קארדס געטשארדזשט 5 דאלער, יעדע וואך ערב שבת קודש פארן לעכט צינדן. דער ראש ישיבה שרייבט אין א בריוו, ווי ער בעט מ'זאל זיך אנשליסן אינעם פראגראם "בנינו - אוזערע קינדער, וואס טוט נישט א מענטש ער זאל זען נחתן פון זיינע קינדער".&nbsp; מוהרא"ש שרייבט אז די צייט וואס א פרוי צינדט אן די לעכט עש"ק איז די העכסטע צייט צו זיך אויסצובעטן ערליכע קינדער מיט יראת שמים. מוהאר"ש שרייבט אז ווען פרויען וואלטן געוויסט די גרויסקייט פון זייערע תפילות וואלט זיי פשוט נישט אוועקגעגאנגען. בפרט ווען מען ווייסט אז מען האט יעצט געגעבן צדקה פאר אזא הייליגע פלאץ אויסצוצאלן די איבערגעגעבענע מלמדים און טיטשערס וואס זענען זיך מוסר נפש פאר די קינדערלעך אריינצולייגן אין זיי אמונה און יראת שמים. די זכות פון געבן פאר אזא הייליגע צדקה, וועט זיכער מגין זיין אז אירע תפולת אין אזא געהויבענע זמן זאלן נתקבל ווערן לרחמים ולרצון, און וועט זיכער פועלן ביים אייבערשטן, צו זוכה זיין צו הייליגע ערליכע דורות. פינף דאלער א וואך קען אויסזען גאנץ ווייניג פאר א מענטש, אבער פאר די הייליגע מוסדות וועט עס מיינעך אסאך. א באזע פון טויזענט מעמבערס, וואס קומט אויס צו פינף טוינזט דאלער א וואך, וועט זיכער אראפנעמען א גרויסע עול פון די מוסדות, און וועט העלפן מען זאל קענען אויסצאלן די מלמדים און טיטשערס יעדע וואך. זיך איינצושרייבן רופט 929-630-6070 אדער קליקט דא א שיינע קליפ פונעם מנהל הרב אברהם משה שטראסער, איבערן נייעם בנינו פראגראם &nbsp;

    < זעה מער יב שבט תשפ"א 📝
  • ברסלב סענטער צייכענט אפ די צוויי-טויזנטסטער בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אויפן וועבסייט

    אין בלויז אביסל מער פון איין יאר זינט די מערכת פונעם וועבסייט האט ארויפגעלייגט דער טויזנסטער בריוו, צייכענען מיר אפ מיט פרייד דאס ארויפלייגן דעם בריוו נומער 2,000 געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א אויף אונזער "בריוו" אפטיילונג. דאס איז אויסער די בערך 1,200 הונדערט בריוו אינעם "פראגעס" אפטיילונג, און נאך הונדערטער בריוו אין די "בריוו פאר פרויען" און אין די "מכתב יומי" אפטיילונגען. די אלע בריוו זענען אנגעפילט מיט קלארע הדרכה, אינספירירנדע חיזוק און פראקטישע עצות פאר פילע שואלים וואס פרעגן אן דעם דעת תורה פון די ראש ישיבה שליט"א, ביי זייערע פילע ספיקות און צוויייפלענישן וואס עס מאכט זיך זיי נאר. דאס אלעס ווערט געדרוקט בעז"ה וועכענטליך אין די "עצתו אמונה" קונטרסים, וואס איז אגב פון די הייסטע אייטעמס און ווערט צוכאפט פון די מפיצים. די עצתו אמונה קען מען אויך דאולונדן בעז"ה וועכענטליך פון "ברסלב סענטער" וועבסייט. און צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען ערמעגליכט עס צו קענען באקומען וועכענטליך אויף די פאסט. פאר סובסקריבשאנס קען מען רופן אין "קרן הדפסה" אויף 718-387-2691 עקסטענשאן 102, אדער דורך אימעיל subscribe@kerenhadfusa.org. אויך ווערט יעדע וואך ארייינגעלייגט אין די גליון געקליבענע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א. דער גליון - וואס האט אנגעהויבן בשנת תשע"ב מיט נישט מער פון 500 קאפיס א וואך, ווערט היינט פארשפרייט שווערע טוינטער קאפיעס פון די גליון אין דער אידישער שפראך אליינס. אין די שולן אלע אידישע געגנטער אין גרעיטער ניו יארק. - וואס דאס איז אויסער די צענדליגע טויזנטער וואס באקומען דעם גליון אויף די אימעיל איבער די גאנצע וועלט. און חוץ מזה ווערן נאך טויזנטער פארשפרייט אין די ענגלישע שפראך און אויף לשון הקודש. נייע קליפ: צו אייער טיר אויף די פאסט &nbsp; לדעת את המעשה אשר יעשון.

    < זעה מער יא שבט תשפ"א 📝
  • התרגשות'דיגע חנוכת הבית פונעם נייעם בית הדפוס אין בני ברק

    בני ברק. - ווי יעדע וואך, זענען זיך די תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א צוזאם געקומען נעכטן זיך מחזק צו זיין אינאיינעם. מען געזיצן און זיך מחזק געווען מיט א געהויבענע אטמאספער, מיט א געוואלדיגע אחדות, ווען אינמיטן האט איינע פון די חשובע בחורים אפגעראכטן א סיום מסכת. אינמיטן איז איז אנגעקומען א מעלדונג אז דער נייער מאשין פארן בית הדפוס איז נארוואס אנגעקומען אין שטאט. אלע האבן זיך תיכף אריינגעזעצט אין די קארס און צוגעפארן צום בית הדפוס אין שטוב פונעם מנהל בית הדפוס הרב נתנאל לעוו הי"ו צו פראווען א לחיים. אנקומענדיג צום שטוב פון ר' נתנאל האבן זיי אים געטראפן לערנען גמרא און משניות, ווען ער "פארענטפערט" זיך, "איך דארף נאך ענדיגן מיינע לימודים פאר היינט", אבער האט תיכף זיך געוואנדן צו זיינע געסט ווייל "הפצה ווערט גערעכענט ווי לימוד התורה" (עיין ליקוטי מוהר"ן). די התרגשות איז געווען זייער גרויס ווען יעדע פון די באטייליגטע האבן זיך אונטערגענומען צו פארשפרייטן דורכויס די וואך הונדערטער גליונות און קונטרסים "עצתו אמונה" איבער די גאנצע שטאט, אזוי אז מען איז אנגעקומען אינאיינעם צום גרויסן סכום פון 3,000 גליונות פאר די ערשטע וואך אליינס. אויך האבן די משתתפים זיך אונטערגענומען צו שטיצן דעם בית הדפוס מיט חודשליכע קרעדיט קארד נדבות. צום סוף האט זיך דער עולם ארויסגעלאזט אין א טאנץ ארום דעם נייעם מאשין אויפן ניגון "ועל ידי הפצת ספרי רבינו, נביא את משיח צדקינו". דער מנהל בית הדפוס הרב נתנאל לעוו הי"ו - וואס זיין הויז איז שוין אזוי אויך פארוואנדעלט אין א ברסלבע צענטער - האט געמאלדן, אז בקרוב וועט מען אנהייבן דאווענען די שבת'דיגע תפילות ביים אים אינדערהיים. דערנאך איז זיך דער עולם צוגאנגען מיט פילע קבלות טובות פון הפצה. דערנאך האבן די מפיצים - יעדער באזונדער - פארציילט און רעקארדירט זייער הפצה טאטן וואס זיי טוען, און דערנאך איז מען געגאנגען אפכאפן פון נאך מפיצים אין שטאט זייערע מעשיות פון הפצה. אין אנדערע נייעס פון ארץ הקודש ווערט געמאלדן אז היינט דאנערשטאג נאכט פרשת בא, וועלן זיך די מפיצים צוזאם קומען אין ירושלים עיה"ק אין גרויסן ביהמ"ד אום 9:00 ביינאכט, ווי די מפיצים וועלן פארציילן זייערע מעשיות פון הפצה. דער נייער בית הדפוס אין שטוב פון מו"ה נתנאל לעוו הי"ו כינוס התחזקות וכינוס המפיצים אין בני ברק - מיטוואך בא תשפ"א ועל ידי הפצת ספרי רבינו, נביא את משיח צדקינו

    < זעה מער ח שבט תשפ"א 📝
  • נאך צוויי חתונות די וואך אין ישיבה גענצליך בחנם

    די וואך איז פארגעקומען צוויי חתונות אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג, הערליכע שיינע און פרייליכע חתונות, וואס האט נישט געקאסט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים. זונטאג נאכט איז געגאנגען אונטער די חופה החתן שלמה שטראה הי"ו, בן מו"ה שרגא הי"ו פון קרית יואל, עב"ג בת מו"ה ראובן קאליש הי"ו פון וויליאמסבורג. די חתונה איז געווען גאר געשמאק און פרייליך, מ'האט משמח געווען אויף גאר א שיינעם פארנעם. אום דינסטאג איז געגאנגען אונטער די חופה החתן אברהם פיש הי"ו, בן מו"ה זעליג פיש הי"ו פון בארא פארק, עב"ג בת מו"ה צבי אהרן ניימאן הי"ו פון ירושלים עיה"ק, אויך ביי די חתונה איז די שמחה געווען גאר גרויס, מ'האט געטאנצן און משמח געווען גאר שיין. צום אכצנטן און צום ניינצטן מאל איז נאכאמאל שווער געווארן די קשיא פארוואס מ'דארף אויסגעבן אזויפיל געלט פאר א חתונה, אזויפיל מחותנים ברעכן אונטער יעדן טאג פון דעם שווערן עול פון חתונה מאכן די קינדער, אזויפיל אידישע קינדער מוטשען זיך צו צאלן יעדן חודש שווערע געלטער וואס זענען נאך שולדיג פון עטליכע קינדער'ס חתונות פון די פארגאנגענע יארן, זיי קענען מער נישט אויסהאלטן דעם שווערן לאסט. און ברוך ה' אז דא אין ישיבה שטעלט די קהלה צו די חתונות בחנם ממש, די חתונה נאכט קאסט נישט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים, און זיי קענען צוגיין צו די שמחה מיט א רואיגע און פרייליכע געמיט. מענטשן וואונדערן זיך ווי אזוי די חתן כלה זענען מסכים צו אזא פשוטע חתונה, דער תירוץ איז אז דאס אלעס איז צו פארדאנקען די גוטע חינוך וואס זיי באקומען. אויסער די פילע וויכטיגע זאכן וואס מ'לערנט אין שולע מיט די מיידלעך, זיי זאלן גוט וויסן פונקטליך אלע פרעזידענטן וואס האבן רעגירט אין אמעריקע אין לויף פון איר היסטאריע, וועלכע סארט עסנווארג די ווייסע בערן עסן נאכ'ן אויפשטיין פון זייער ווינטער שלאף, און ווי אזוי צו רעכענען טיפע אלזשעברא חשבונות, און אזוי ווייטער, וואס די אלע זאכן קענען די מיידלעך גארנישט טון דערמיט איין טאג נאך די חתונה, לערנט מען אויך מיט די מיידלעך וואס די לעבן מיינט, ווי אזוי אויפצושטעלן אן ערליכע און געשמאקע אידישע שטוב, מ'לערנט מיט זיי אז געלט וואקסט נישט אויפ'ן בוים, די עלטערן ארבעטן שווער צו שאפן א דאלער צו קענען אנגיין אין לעבן, מ'לערנט מיט זיי אז מ'דארף נישט געפעלן פאר חבר'טעס, ווייל די חבר'טעס וועלן דיר נישט קומען צו הילף אין לעבן בכלל, אז מ'האט חתונה ווייל דער אייבערשטער האט אזוי געהייסן און אזוי קען מען האבן א גוט לעבן, און נישט ווייל יעדער זאל שמועסן און זען די בלומען ביי די חתונה, די מעכטיגע כלי זמר ביי די חתונה און די איבריגע נארישקייטן, און אזוי ווייטער שטעלט מען זיי אוועק זיי זאלן וויסן וואס דאס לעבן איז און ווי אזוי זיך אומצוגיין אין לעבן אין יעדן מצב ברוחניות ובגשמיות. און אז מ'באקומט א גוטן חינוך, ווארצלט זיך עס איין ביי זיי, און זיי דארפן בכלל נישט די אלע שטותים, וואס ברענגען נישט קיין שום נוצן, נאר אפשר אביסל איינגערעדטע כבוד, וואס מ'מיינט אז מ'ווערט ארויפגעקוקט פאר עטליכע שעה. און דאס בלייבט נישט בלויז ביי די חתונה נאכט, דאס נעמען זיי ווייטער מיט אין לעבן נישט אויסצוברענגען געלט פאר אומזיסט, מ'דארף נישט קויפן יעדע זאך וואס שטייט יעצט צום פארקויפן, יעדע טייערע זאך וואס א חבר'טע האט זיך געשאפט, און יעדע נייע סטייל וואס איז נארוואס ארויסגעקומען, און דאס העלפט זיי אזויפיל ארויס אין לעבן. און די זעלבע איז ביי די אנדערע זייט מחיצה, א חתן וואס האט געלערנט אין ישיבה, ער האט געהערט די שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, ער איז גוט אנגעגרייט אין לעבן, ער ווייסט גוט דעם אינטערשייד פון וואס דער אמת'ער לעבן איז, און וואס די זייטיגע נארישקייטן זענען, ער קען זיך באמת פרייען ביי די חתונה אז ער האט זוכה געווען צו טרעפן זיין באשערטע, און אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, און ער איז בכלל נישט אינטערעסירט צו געפעלן פאר קיינעם. די אלע זאכן וואס ער האט געלערנט אין ישיבה, נעמט ער מיט אויפ'ן גאנצן לעבן, ער קען דאס נוצן יעדן טאג אין לעבן, נישט נאר אלס בחור אין ישיבה צו געפעלן פאר'ן משגיח. אז מ'האלט מיט א חתונה אין ישיבה, קען מען זיך נישט גענוג אפוואונדערן ווי נאריש מענטשן זענען אז מ'מאכט נאכאלץ די אזויגערופענע "נארמאלע" חתונות. עס כאפט אן עקל ווען מ'זעט נאכדעם אן אויפרייסערישע חתונה פון א כבוד שמעקער וואס מיינט מ'וועט אים ארויפקוקן ווען ער וועט זיך אויפרייסן מיט עפעס א מעכטיגע פרישע איידיע פאר זיין אפגעריסענע/אויפגעריסענע חתונה. אפגערעדט איינער וואס קען זיך עס נישט ערלויבן, ער דארף בארגן/גנב'ען געלט פאר דעם, איז דאך נישטא וואס צו רעדן, אבער אפילו די געציילטע וואס האט יא דאס געלט פאר פארשווענדערישע שמחות, זיי דארפן ברוך ה' נישט צוקומען צו אנדערע, שפירט זיך אויך אן אפשיי זעענדיג ווי מ'ווארפט אויס אידיש געלט פאר אזעלכע קינדערישקייטן. די חתונות אין ישיבה זענען טאקע פון איין זייט אזוי פשוט און איינפאך צוגעשטעלט, אבער פון די אנדערע זייט זענען זיי אזוי פרייליך, געשמאק, און בא'טעמ'ט, וואס דאס קען מען נישט פארשטיין ביז ווי לאנג מ'האלט עס מיט כאטש איינמאל מיט די אייגענע אויגן. די מחותנים, וואס האבן די וואך חתונה געמאכט אין ישיבה, האבן נישט געקענט גענוג זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר'ן צושטעלן אזעלכע הערליכע חתונות פאר אומזיסט. נישט מיט געצווינגענע תקנות וואס מ'דארף זוכן וועגן ווי אזוי זיי אויסצושפילן, נאר מיט'ן אריינברענגען א טראפעלע שכל, צו טראכטן מיט א ניכטערן בליק וואס א אידישע חתונה איז, און אז דאס לעבן הויבט זיך אן א טאג נאך די שבע ברכות, און נישט ווערן פארבלענדעט פון די ארומיגע קאפ פארדרייענישן. דער ראש ישיבה שרייבט די וואך אין א בריוו: "ווער האט עס געגלייבט אז מיר האלטן שוין דא; דער חלום פון מוהרא"ש הייבט אן מקוים ווערן, מארגן וועט זיין די ניינצנסטע חתונה. "אלע האבן גוטע פלענער ווי אזוי מען קען העלפן מחותנים זאלן קענען חתונה מאכן די קינדער און זיך פרייען ביי די שמחה, אבער תלמידי היכל הקודש טוען למעשה; מוהרא"ש'ס זאך איז געווען לעובדא ולמעשה - געטון צו דער זאך, אמור מעט ועשה הרבה. "ביידע חתנים האבן זיך אוועק געגעבן אלע זייערע יארן אין ישיבה פאר די מוסד; החתן ... נרו יאיר האט געברענגט די קינדער און אהיים געטראגן די קינדער פון חדר און סקול מיט א שטארקע געטריישאפט, און דער חתן ... וואס גייט מארגן חתונה האבן האט יארן געפירט די סקול; לאנגע יארן האט ער געמענידזשט די סקול בית פיגא מיט א געטריישאפט, און יעצט העלפט ער ווייטער מיט אזויפיל זאכן, מען זעט ווי דער רבי באצאלט פאר'ן העלפן, מען איז זוכה צו טרעפן א שידוך, מען האט חתונה און מען שטעלט אויף ליכטיגע שטובער." דער אייבערשטער זאל העלפן אז די פרישע פאר פעלקער זאלן זוכה זיין אויפשטעלן ערליכע אידישע שטיבער, בתים נאמנים לה' ולתורתו, מיט דורות ישרים ומבורכים. שמח תשמח רעים האהובים! בילדער פון חתונה פון שלומי שטראה בילדער פון סיום הש"ס פון שלומי שטראה קליפס פון די חתונה פון שלומי שטראה בילדער פון חתונה פון אברמי פיש קליפס פון די חתונה פון אברמי פיש

    < זעה מער ז שבט תשפ"א 📝
  • דער "רענט קאמפיין" גרייט זיך צום "מסיבת הכרת הטוב" אי"ה מוצש"ק יתרו הבעל"ט

    אין די אפיסעס פון די "רענט קאמפיין" רידערט זיך די טעג מיט די פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צום יערליכן "מסיבת הכרת הטוב" פאר אלע נדיבים וואס באשטייערן זיך במשך די יאר מיט שיינע סכומים פארן רענט קאמפיין. די עסקנים פונעם רענט קאמפיין האבן גענומען אויף זיך אראפצונעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א פון דארפן צוזאם שטעלן די "רענט" פארן ישיבה, אזוי אז דער ראש ישיבה קען זיך בע"ה אפגעבן מיט די תלמידים מיט הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס ער האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע. און חפץ ה' בידם והצליחו, אז א שיינע ציבור שטרענגט זיך אן יעדע חודש און באשטייערט פאר די רענט מיט א ברייטע האנט, און דערפאר ווילן זיי יעצט אפגעבן פארן ציבור זייער פארדינטע אנערקענונג. היי יאר איז שוין דער פינפטער יאר וואס די רענט קאמפיין גרייט זיך אפצורעכטן א גרויסארטיגע מסיבת הכרת הטוב, און ווי אין די פארגאנגענע יארן, אנטשפערכט אויך דער היי יאריגע מסיבה צו זיין גאר א געשמאקע אווענט מיט געשמאקע דרשות און פראגראם. מען וועט דארט בעז"ה טיילן מתנות און פלעקס פאר די נדבנים און פאר זייערע משפחות. אזוי אויך וועט דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט א שיינע דרשה. &nbsp; דער מלוה מלכה וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגע מוצאי שבת קודש פרשת יתרו, און וועט בעז"ה איבערלאזן גאר א געשמאקע רושם פאר אלע באטייליגטע פאר לאנגע וואכן דערנאך.

    < זעה מער ו שבט תשפ"א 📝
  • יא, איר קענט אויך זיין א מפיץ!

    איר האט אלץ געקוקט מיט קנאה'דיגע בליקן אויף די מפיצים: "פון וואו נעמען זיי די שטארקייט ארומצוגיין און מפיץ זיין"? אדער "פארוואס האב איך נישט די זיכערקייט אין מיר נישט צו ווערן דערשראקן פון שפאטישע בליקן?". גענוג מיט די קנאה. איר קענט אויך זיין א מפיץ. יא, אויך דו. דער "קרן הדפסה" האט פראקלאמירט א נייע פראגראם. זייט מנדב וועכענטליך א צאל קונטרסים עצתו אמונה, וואס וועט בעז"ה ווערן געשיקט אויף די פאסט בחנם אויף אייער זכות. געדענקט: ווען נישט "הפצה", פון וואו וואלט מוהרא"ש געוואויר געווארן פונעם סוד פון רבי'ן? פון וואו וואלטן מיר געוויסט אז מען קען רעדן צו אייבערשטן? ווער וואלט אונז אנטפלעקט דער "סדר דרך הלימוד"? ווער וואלט אונז אויסגעלערענט וואס מיינט שלום בית? ווער ווייסט וויפיל נאך צדיקים וואלגערן זיך צווישן אונז, זיי ווארטן נאר אז איינער זאל קומען און זיי געבן א קונטרס'ל און זיי אנטפלעקן דעם סוד פון רבין, דער סוד פון רעדן צום אייבערשטן, דער סוד פונעם דרך הלימוד? געדענקט: דער צדיק פון קומענדיגער דור קען זיין אין אייער זכות! קויפט אייך איין זכותים אין הפצה, וואס וועט אייך באגלייטן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. רופט 718-387-2691 עקסט. 3, אדער שיקן אן אימיעל צו donate@kerenhadfusa.org. &nbsp;

    < זעה מער ה שבט תשפ"א 📝
  • אפגעצייכענט א יאר פון עפענונג פון ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים

    אין די טעג ווערט אפגעצייכעט א יאר זינט דאס עפענונג פון ביהמ"ד היכל הקודש אין ירושלים עיה"ק. אין די קורצע צייט זינט עס האט זיך געעפענט דער בית המדרש אין ירושלים האט עס שוין באוויזן גדולות ונצורות. דער ביהמ"ד האט כעת איבער 50 קביעות'דיגע מתפללים, און אידן אין ירושלים עיה"ק פון אלע שיכטן און קרייזן ווייסן וואו מען קען קומען שעפן התחזקות והתעררות. דער ביהמ"ד איז פארוואנדעלט געווארן צו א גאר גרויסע הפצה צענטער. פילע קומען כסדר אריין אין ביהמ"ד צו קויפן סידיס, יו-עס-בי'ס, קונטרסים, גליונות א.א.וו. - אויך ווערט פון דא פארשפרייט צענדליגע טויזנטער ספרים און גליונות דורך די הייליגע מפיצים, וואס זענען זיך מוסר נפש אז נאך אידן זאל אויך וויסן אז אויך זיי קענען לעבן מיט אייבערשטן יעדן טאג. פון ירושלים עיה"ק קומט א באריכט איבער דעם פארגאנגענעם שבת. "א שיינער שבת איז אריין אין אונז - תלמידי היכל הקודש אין ירושלים, סיי די תפילות זענען געווען מורא'דיג געשמאק, און סיי די לופט אין שוהל איז געווען ריין און ציכטיג און ס'האט געהערשט א געשמאקע אווירה אין שוהל במשך דעם גאנצן שבת. אזוי אויך האבן מיר זוכה געווען די וואך אז דער ראש ישיבה שליט"א האט אונז געשריבן א פערזענליכע בריוו אויף סעודה שלישית וואו דער ראש ישיבה האט מאריך געווען איבער די וויכטיקייט פון נקודת החבר און איבערחזר'ן וואס מ'לערנט ביים צדיק און אויך איבער די מעלה און וויכטיגקייט פון זיך האלטן באחדות. מ'האט געזען אויף אלעמענס פנימ'ער די שמחה און גליק אז דער ראש ישיבה שליט"א איז זיך עקסטער מטריח פאר אונז און שיקט אונז א בריוו אויף שלוש סעודות". אויך געבט מען איבער פון ירושלים עיה"ק אז מען קובע געווען עטליכע נייע שיעורים אין בית המדרש. צום ערשט איז נתייסד געווארן א שיעור אין "פעולת הצדיק". שוין די צווייטע וואך וואס ס'קומען יונגעלייט שבת צופרי בעפאר מ'הייבט אן דאווענען און לערנען צוזאמען דעם הייליגן ספר פעולת הצדיק. און ווי זיי געבן איבער "ווער ס'האלט מיט די שיעור פילט א מורא'דיגע העכערקייט און הייליגקייט ביים דאווענען - מחיה נפשות". אויך האט מען די לעצטע וואך ב"ה אנגעהויבן א שיעור יעדן טאג אין א בלאט גמרא, וואס קומט פאר אום 8:00 ביינאכט אין בית המדרש. דער מגיד שיעור איז האברך החשוב הר"ר שמעון עוזר פערל שליט"א - פון די גבאים אין בית המדרש, און איז דער מנהל בית הדפוס אין ירושלים. אזוי אויך האט מען די וואך אנגעהויבן א נייע חבורה אין שוהל - "חבורת שיחת חברים", וואס איז אויפגעשטעלט ספעציעל פאר אברכי קהילתנו כדי זיך צו קענען מחזק זיין איינער דעם אנדערן מיט די הייליגע עצות און חיזוק וואס מ'לערנט ביים ראש ישיבה שליט"א. מיטן אייבערשטנס הילף וועט די חבורה זיין לתועלת און ס'וועט ארויסקומען פון דעם גאר שיינע זאכן. אויפן בילד זעט מען דעם ציבור ביי שלש סעודות שב"ק וארא תשפ"א דער עשטער כינוס תלמידי היכל הקודש אין ירושלים כסלו תש"פ סיום חגיגה אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים - כסלו תשפ"א &nbsp; באריכט איבער די הפצה אקטיוויטעטן אין ארץ הקודש - טבת תשפ"א

    < זעה מער ד שבט תשפ"א 📝
  • מען גרייט זיך צום יומא דהילולא קדישא פון מוהרא"ש זי"ע

    אין צוויי וואכן פון יעצט אום שב"ק בשלח י"ז שבט געפאלט אויס די זעקסטע יומא דהילולא קדישא פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע. מיט יעדן טאג וואס עס קומט נענטער צום יארצייט דערקענט זיך די התעוררות און התרגשות ביי אנשי שלומינו בפרט, און ביי אידן איבער די וועלט בכלל, צו דעם געהויבענעם טאג. מוהרא"ש פלעגט זאגן "ביי די יומא דהילולא פון א צדיק, קומט ארויס און מען זעט וואס דער צדיק האט איבערגעלאזט פאר די וועלט", מען זעט ווי די לימודים און עצות וואס ער האט געלערנט מיט אידישע קינדער ביים לעבן, זענען ווייטער חי וקים און זענען נאך אלץ מחזק און מעורר אידישע קינדער און דערנענטערט זיי צום אייבערשטן. מיר געדענקן זייער גוט וואס מוהרא"ש האט געטון פאר אונז אלע זיינע יארן, ווי אזוי ער האט אונז געשטארקט אין יעדן מצב און אונז מחזק געווען צו דינען דעם אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין. און דעריבער איז דער טאג אזוי גרויס, ווען מען נעמט זיך צוזאם און מען חזר'ט איבער זיינע ווערטער, און מען איז ווייטער ממשיך צו גיין אין זיינע וועגן. פילע אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, וועלן זיך משתטח צו זיין אויפ'ן ציון הקדוש אין יבנאל אינ'ם טאג פון די יארצייט, אנדערע אידן בכל מקומות מושבותיהם וואס האבן נישט די מעגליכקייט היי יאר אריבערצופארן קיין ארץ ישראל, וועלן זיך צוזאמנעמען אין די לאקאלע בתי מדרשים אינעם טאג פונעם יארצייט און איבער'חזר'ן דאס וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן, און לערנען די היייגע עצתו פון זיינע פילע ספרים וואס ער האט אונז איבערגעלאזט בירושה. אנשי שלומינו וועלן אויסנוצן דעם געהויבענעם טאג זיך אנצושטרענגען אויסצופירן דאס וואס מוהרא"ש האט געטון זיין גאנץ לעבן, צו דרוקן דעם רבינ'ס ספרים און עס פארשפרייטן איבער די וועלט, און אזוי אריינברענגען די הייליגע לימודים פון רבי'ן אין יעדע אידישע שטוב. מ'וועט זיך משתתף זיין מיט שיינע סכומים ארויסצוהעלפן דעם בית הדפוס וואו מ'דרוקט טויזנטער ספרים און קונטרסים טאג טעגליך, און מען פארשפרייט עס צו אידן איבעראל, און וועקט זיי אויף אנצוהייבן לעבן מיטן אייבערשטן פון פריש. דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן ווייטער ממשיך זיין זיך צו האלטן בדיבוק חברים און פאלגן וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט. הוא ימליץ טוב בעדינו! א מורא'דיגע מעשה פאסירט ביי מוהראש'ס ציון שאלות צום ראש ישיבה איבער מוהרא"ש זי"ע בריוו פון ראש ישיבה איבער מוהרא"ש זי"ע בילדער פון מוהרא"ש - אריינגערעכט היסטארישע בילדער קליפס פון ימים טובים בצל הקודש פון מוהרא"ש זי"ע ספרים פון מוהרא"ש צו דאולאודן בחנם אוידיא פון שיעורי ליל שישי פון מוהרא"ש זי"ע ניגון "מוהרא"ש" דורכן ראש ישיבה שליט"א &nbsp;

    < זעה מער א שבט תשפ"א 📝
  • טעלעפאן בוך "היכל הקודש"

    אין די יעצטיגע טעג גרייט מען זיך ארויסצוקומען מיט'ן ברסלב'ן טעלעפאן בוך, אין וואס ער וועט זיך געפונען די ליסטע פון אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט, מיט זייערע טעלעפאן נומערן און אדרעסן, און אזוי ווייטער, און גלייכצייטיג די ביזנעסער פון אנשי שלומינו, וואס דאס וועט פיל פארגרינגערן פאר אנשי שלומינו זיך צו האלטן אינאיינעם באחדות. מיט'ן נייעם טעלעפאן בוך "היכל הקודש" וועלן אנשי שלומינו זיך קענען האלטן פארבינדען איבער די גאנצע וועלט. ווי אויך וועט מען גרינגער קענען שטיצן איינער דעם צווייטן, צו נוצן די סערוויסעס און ביזנעסער פון אנשי שלומינו. אין א בריוו די וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א מעורר געווען אז אנשי שלומינו זאלן זען צו געבן פרנסה איינער פאר'ן צווייטן, אפילו ווען מ'קען טרעפן אביסל ביליגער ערגעץ אנדערש. מאכט זיכער אז אייער נאמען און ביזנעס פאלט נישט ארויס פונעם טעלעפאן בוך. איר קענט טעקסטן אלע אייערע אינפארמאציע צו 347-455-8028, אדער קען מען שיקן אן אימעיל צו BreslevPhoneBook@gmail.com. &nbsp; איש את רעהו יעזורו!

    < זעה מער כט טבת תשפ"א 📝
  • זכות "בן גמלא" אנאנסירט דורך די הנהלת המוסדות

    די הנהלת המוסדות האט פראקלאמירט א פרישע פראגראם, אז מען קען קויפן א זכות "בן גמלא", דאס הייסט אז מען קויפט אפ א וואך פון א חדר אין תלמוד תורה, און די זכות פון די תפילות און די תורה וואס די הייליגע קינדערלעך לערנען און דאווענען וועט גיין אויפן חשבון פונעם נדבן. אזוי אויך וועלן די קינדערלעך, די תינוקות של בית רבן מתפלל זיין צום באשעפער אויף זייער פשוטע שפראך פאר די הצלחה אדער ישועה פונעם נדבן. די תפילות פון די קינדער וואס קומט ארויס פון זייער ריינע הארץ איז בוקע רקיעים, און וועט זיכער עושה רושם זיין ביים באשעפער. א הערליכע שטר שותפות "בן גמלא" וועט בעז"ה אונטערגעשריבן ווערן דורכן ראש ישיבה שליט"א, און וועט געגעבן ווערן פארן נדבן למשמרת. צו קויפן א "בן גמלא", רופט 347-889-9892 דער ראש ישיבה שליסט א בן גמלא שותפות מיט אינגעלייט אין קרית ברסלב ליבערטי דער ראש ישיבה שרייבט אונטער "בן גמלא" שטרות מיט עטליכע אינגעלייט דער ראש ישיבה שליסט א בן גמלא שותפות מיט מו"ה יודל ליכטענשטיין הי"ו

    < זעה מער כח טבת תשפ"א 📝
  • נייע אפטיילונגען אין וועכענטליכע עצתו אמונה: מעשיות און גורלות פאר קינדער, און מפתח פון קול ברסלב

    אין די לעצטע וואכן האט מען ב"ה צוגעלייגט עטליכע זייער שיינע אפטיילונגען אין די עצתו אמונה אויסגאבע וואס אנטהאלט די בריוו פון ראש ישיבה שליט"א פון די לעצטע וואך. צום ערשט איז צוגעקומען יעדע וואך א שיינע מעשה, געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א ספעציעל פאר די קינדער, און צוגעלייגט א שיינע געמאלענע בילד, ספעציעל געמאלן דורך א בארימטע מעלער פאר די עצתו אמונה פאר קינדער. יעדע וואך קומט א שיינע מעשה וואס לערנט אויס שיינע מוסר השכל און ברענגט אריין יראת שמים. אויך האט מען צוגעלייגט פאר די קינדער וואס וועלן אריינשיקן אז זיי האבן דורכגעלערענט די עצתו אמונה פון די פארגאנגע וואך און האבן ארויסגענומען דערפון א שיינע מעשה, אדער א מוסר השכל, אדער סיי וואס, וועלן זיי אריינגיין אין עטליכע שיינע גורלות. אויך איז צוגעקומען א זייער פראקטישע אפטיילונג א "מפתח פון קול ברסלב", דארט וועט בעז"ה אויסגערעכענט ווערן יעדע וואך אלע נייע שיעורים, דרשות, אינטערוויוס פונעם "קול ברסלב" האטליין, אויף א שיינע מסודר'דיגע וועג, מ'זאל עס קענען גרינג טרעפן. &nbsp; צו באשטעלן דעם "עצתו אמונה" צו באקומען בעז"ה וועכענטליך אויף די פאסט, רופט דעם "קרן הדפסה" אויף רופט 718-387-2691 עקסטענשאן 102, אדער שיקט אן אימעיל צו subscribe@kerenhadfusa.org.

    < זעה מער כז טבת תשפ"א 📝
  • פרישע בית הדפוס ווערט געעפענט אין בני ברק - דריטע בית הדפוס היכל הקודש אין ארץ ישראל

    מיט גרויס סייעתא דשמיא האט מען געעפעט א פירשע לאקאלע בית הדפוס אין שטאט בני ברק, וואס קומט צוליב די גרויסע פארלאנג פון גליונות אין שטאט, ווי צענדליגע אינגעלייט און בחורים פארשפרייטן יעדע וואך די גליונות היכל הקודש, און בעז"ה ווערט ערווארטעט אנצוקומען אין נייעם בית הדפוס אין די גאר נאנטע טעג נייע פארגעשניטענע מאשינען, וואס וועלן בעז"ה קענען דרוקן טויזנטער גליונות און קונטרסים אויף א גאר שנעלן טעמפא. דאס איז גאר גוטע נייעס פאר די טויזנטער אידן וואס זענען זיך מחיה מיט די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א, און בפרט איז דאס א גוטע בשורה פאר די טייערע הייליגע מפיצים, וואס האבן ביז יעצט זיך געדארפט מוטשען אפצונעמען די גליונות פונעם גרויסן בית הדפוס אין ירושלים עיה"ק. יעצט וועלן זיי שוין בעז"ה קענען אנהייבן צו מפיץ זיין די גליונות תיכף ווען זיי ערשיינען. דא רעדט מען שוין פונעם דריטן בית הדפוס אין ארץ ישראל. בשעת ווען דער ערשטער בית הדפוס אין ארץ ישראל האט זיך געעפענט מיט נישט מער ווי א האלב יאר צוריק, האט מען שוין אנגעיאגט דארט צו דרוקן איבער א האלבע מיליאן וועכענטליכע "גליונות" און "עצתו אמונה". נישט לאנג דערנאך איז געעפענט געווארן דער בית הדפוס אין שטאט צפת וואס דינט דער גאנצער גליל געגענט צפון ארץ ישראל, וואס אויך דארט דרוקט מען טויזנטער גליונות וועכענטליך. און יעצט בעזהשי"ת עפענט זיך אויף דער דריטער בית הדפוס, דאס מאל אין שטאט בני ברק. הרב נתן לעוו הי"ו וואס האט גענומען אויף זיך די גאנצע אונטערנעמונג, פארציילט אין אן אינטערוויו פארן "קול ברסלב" האטליין: "איך האב מיך ממש לעצטענס באקענט מיט די הייליגע עצות און לימודים פון היכל הקודש, וואס האט געטוישט מיין גאנצע לעבן ברוחניות ובגשמיות, און עס גייט מיר אין לעבן צו געבן פאר נאך אידן דעם זיסן טעם"... "איך האב זיך פארבינדן מיט די מפיצים אין בני ברק וואס נעמען זייערע גליונות פונעם בית הדפוס אין ירושלים, און פארשפרייטן עס אין גאנצן שטאט, אין די לעצטע וואכן האבן איך אנגעהויבן אליינס צו דרוקן א טויזנט גליונות, מען זאל עס קענען אנהייבן מפיץ צו זיין וואס שנעלער, דערנאך האבן מיר געטראכט אז צוליב די גרויסע פארלאנג פאר גליונות דא אין שטאט, וואלט געווען כדאי צו האבן אייגענע פרינטינג מאשינען, אזוי וועט מען קענען דרוקן אסאך מער און פאר ביליג." אנשי שלומינו אין בני ברק האבן זיך צוזאם גענומען ארויסצוהעלפן מיט די הוצאות, און זענען צו די זעלבע צייט מזכה אלעמען ארויסצוהעלפן מיט די גרויסע הוצאות. מען קען זיך משתתף זיין אויף די "נדרים פלאס" פלאטפארמע אויפן נאמען "היכל הקודש בני ברק" אדער דורכן רופן (פון אמעריקע) 011-972-52-760-5715 עס ווערט ערווארטעט אז גאר בקרוב וועלן זיך עפענען נאך פילע בתי הדפוס איבער די לענג און ברייט פון ארץ ישראל, און אזוי אויך אין אלע שטעט און לענדער ווי אידן וואוינען איבער די גאנצע וועלט און מיט דעם ברענגען משיח צדקינו. ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן "דורך הפצה איז מען מקרב ביאת המשיח". בב"א. &nbsp; "אייער ארבעט זאל זיין יפוצו מעיינותיך חוצה" (דער הייליגער רבי נתן זי"ע'ס ווערטער פאר זיין פטירה)

    < זעה מער כו טבת תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1201 to 1215 of 1670 results

1 2 ... 78 79 80 81 82 83 84 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com