Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אידישע שטובער ווערן אויפגעלאכטן וועכענטליך מיט פילע גליונות און אויסגאבעס ארויסגעגעבן דורך היכל הקודש

    דער ראש ישיבה איז כסדר מעורר אז מען דארף זייער אכטונג געבן וואס מען ליינט. "איינער וואס איז אנגעליינט מיט גוי'אישע ביכער, און מיט אלע אינטערנעט נייעס, וואס געט זיין פענע ארויס ווען ער שרייבט? וויפיל אמונה און יראת שמים געבן אים די אלע מידיע נעצן?" זאגט דער ראש ישיבה. דערפאר איז א נחת צו זען ווי מיט יעדע דורכגייענדיגע וואך, קומען צו פרישע גליונות און קוטרסים צום אויסוואל. אזוי אז ווער עס געבט אכטונג אויף זיין שטוב עס זאל בלייבן ריין, כאפט זיך צו צו די אלע אויסגאבעס און ברענט עס אהיים זייער משפחה זאל האבן וואס צו ליינען שבת און א גאנצע וואך, און זענען רואיג וויסנדיג אז די אלע אויסגאבעס זענען שמן זית זך, געשריבן דורך ערליכע אידן וואס נעמען זייער שטאף פון די הייליגע ספרים. די אלע גליונות ווערן בעז"ה געשריבן און מסודר דורך אינגעלייט וואס געבן זיך אוועק פאר דעם הייליגן צוועק, און ווערט בעז"ה ארויפגעלייגט אויפן וועבסטייט יעדע וואך דאנערשטאג בערך 5:00 נאכמיטאג, פון ווי יעדער קען דאונלאודן די אלע אויסגאבעס, אזוי אויך ווערט עס דאן געשיקט צו טויזנטער איינגעשריבענע אימעילס איבער די גאנצע וועלט פון וואו מען קען עס ארויספרינטן פאר זיך און אויך מאכן קאפיעס וויפיל מ'וויל און עס פארשפרייטן להחיות בהם נפש כל חי. (איינשרייבן פאר אימעיל) פאר פילע פון די גליונות ווערט אויך אנגעבאטן א "סובסקריבשאן" פאר א קליינע אפצאל, און די אלע באקומען עס אויף די פאסט בעז"ה ארויסגעפרינט אויף א שיינעם פארמאט. דערווייל ווערט סובסקריבשאן צוגעשטעלט פאר די פאלגענדע גליונות: עצתו אמונה אידיש, גליון היכל הקודש אידיש, קרית ברסלב בלעטל, און בית נצחי. אזוי אויך ווערט עס נאר געשיקט צו אדרעסן אין די פאראייניגטע שטאטן, (די מפיצים אינעם ירושלמער קרן הדפסה ארבעטן יעצט אויס דאס צו קענען צושטעלן פאר די איינוואוינער פון ארץ ישראל). פאר סובסקריבשאנס קען מען רופן צום קרן הדפסה אפיס אויף 718-387-2691 עקסט. 3. דער קרן הדפסה האפט אז בקרוב וועט מען קענען צולייגן נאך אויסגאבעס צום סובקריבשאן אפציע. פאלגענד איז א ליסטע פון גליונות וואס ווערן כסדר ארויסגעגעבן בעז"ה דורך היכל הקודש. (ואין מוקדם ומאוחר בתורה) 📖 עצתו אמונה - אידיש 📖 עצתו אמונה - לשה"ק דאס ווערט ארויסגעגעבן דורכן "קרן הדפסה היכל הקודש". עס אנטהאלט די שאלות ותשובות, און די אנדערע בריוו געשריבן דורכן ראש ישיבה במשך די וואך. לעצטענס איז צוגעלייגט געווארן דערין די "עצתו אמונה פאר קינדער" - א שיינע מעשה פאר די קינדער געשריבן דורכן ראש ישיבה, מיט א שיינע בילד בייגעלייגט. אויך האלט מען אינמיטן ארויסצוגעבן אן "עצתו אמונה" אויף ענגליש יעדע וואך בעז"ה. 📄 גליון היכל הקודש - אידיש 📄 גליון היכל הקודש - לשה"ק 📄 גליון היכל הקודש - ענגליש דאס איז דער וועלט בארימטער גליון וואס ווערט פארשפרייט אין צו טויזנטער עקזעמפלארן אין הונדערטער שולן איבער די גאנצע וועלט, דאס ווערט ארויסגעגעבן דורך די "מוסדות היכל הקודש וויליאמבורג", וואס אנטהאלט א מעשה אויף די סדרה פארן שבת טיש, א גוט ווארט פון ראש ישיבה, געקליבענע בריוו פון ראש ישיבה, נייעס פון די מוסודות, און א באשרייבונג פון די לעבנס געשיכטע פון הייליגן רבין. דער גליון גייט שוין אן אזוי פאר איבער 10 יאר. און האלט שוין יעצט ביי די 480סטער גליון. 📄 אשר היה אל יואל דאס איז א נייער גליון, וואס וועט בעז"ה אנטהאלטן די דברות קודש פון ראש ישיבה ביי שלש סעודת, הערליך אראפגעשריבן, מיט שיינע קלארע אותיות, און ווערט ארויסגעגעבן דורך די "מוסדות היכל הקודש". 📄 א גרוס פון בית פיגא דאס איז א רעלאטיוו נייער בלעטל, וואס ווי איר נאמען זאגט ווערט ארויסגעגעבן דורך די "בית פיגא" סקול, מיט וואס פילע מיידלעך איבער די וועלט זענען זיך מחי' יעדע וואך זינט עס קומט ארויס. עס אנטהאלט אזעלעכע זאכן ווי: א בריוו פון ראש ישיבה פאר די מיידלעך; נייעס; מעשיות פון תפלה - עפיזאדן ווי מיידליך האב געבעטן דעם אייבערשטן ווען זיי האבן עפעס געדארפט און זענען געהאלפן געווארן; א מעשה אין פארזעצונגען פאר די מיידלעך; א בריוו פון די מנהלת פאר די תלמידות, און נאך. 📄 ישיבה קטנה א גאר נייער גליון ארויסגעגעבן דורך די "ישיבה קטנה היכל הקודש ברסלב ליבערטי". ווי מען וועט זיך מחיה זיין יעדע וואך בעז"ה מיט די מעשיות פון תפלה פון די תלמידים; נייעס פון כתה; חיזוק פון די פרשה, און סיומים פון די חשובע תלמידים. 📖 סיפורי מעשיות - אידיש 📖 סיפורי מעשיות - לשה"ק אין די קורצע צייט זינט עס ווערט אריסגעגעבן איז עס שוין געווארן גאר אויפגעכאפט. ווערט ארויסגעגעבן דורך די "מוסדות היכל הקודש ברסלב" דא ווערט אראפגעשריבן דעם ראש ישיבה'ס ווערטער פון שבת קודש ביי סיפורי מעשיות. עס איז דערקוויקענד צו ליינען ווי דער ראש ישיבה פלעכט אריין חיזוק און עצות אין די הייליגע מעשיות פון הייליגן רבין.  אויפן גרויסן פארלאנג, ווערט געמאכט פלענער אריינצונעמען דעם גליון אין די "סובסקריבשאן" פאמיליע. פאלגט נאך בעז"ה. 📄 קרית ברסלב בלעטל דער גליון וואס ווערט ארויסגעגעבן וועכענטליך דורך "מוסדות היכל הקודש ברסלב ליבערטי" האט א חידוש: "מעשיות פון תפלה פון טאטעס" - בעטן דעם אייבערשטן אויף די אידישע שפראך מיט תמימות ופשיטות איז נישט ח"ו א קינדערישע זאך. נאר זיידעס און טאטעס דארפן פונקט אזוי לעבן דערמיט - די איינוואוינער פון שטעטל דערציילן זייערע מעשיות ווי דער אייבערשטער האט צוגעהערט זייערע תפלות, און זענען געהאלפן געווארן, און אזוי ווערט מען געשטארקט אז מען זאל זיי נאכמאכן, און אויך געדענקען אז נאר צום אייבערשטן קען מען זיך ווענדן סיי ווען. אויך אנטהאלט עס פארשידענע אינטערעסאנטע "נייעס פון שטעטל", פארשידענע בריוו פון ראש ישיבה, און א "חידות אפטיילונג" פאר קינדער. 📖 שיחות הראש ישיבה - אידיש 📖 שיחות הראש ישיבה - לשה"ק      דער אויסגאבע אנטהאלט גאר אינטערסאנטע און רייכע שמועסן וואס תלמידים האבן זיך פארצייכעט וואס זיי האבן געהערט פון ראש ישיבה שליט"א ביי פארשידענע זמנים. מען קען פון די "שיחת חולין של תלמידי חכמים" ארויסנעמען גאר אסאך עצות אויף למעשה. דאס ווערט ארויסגעגעבן דורך "קרן הדפסה היכל הקודש". צוליב די גרויסע נאכפראגע, ווערט געמאכט פלענער אריינצונעמען דעם גליון אין די "סובסקריבשאן" פאמיליע. פאלגט נאך בעז"ה.

    < זעה מער כג טבת תשפ"א 📝
  • שמחה'דיגע טעג אין ישיבה ווען עטליכע מפיצים טוען שידוכים

    א גרויס שמחה הערשט אין די טעג ווען עס זענען געשלאסן געווארן עטליכע שידוכים צווישן די תלמידי הישיבה. פארגאנגענם דאנערשטאג העלל"ט איז געשלאסן געווארן דער שידוך פון החתן המפיץ חיים ישעי נ"י בן המפיץ הר"ר יודל דעפריס שליט"א פון קענווי איילאנד, ענגלאנד מיט הכלה בת הר"ר אלימלך שארף שליט"א חתן הרה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א. נעכטן דינסטאג מיטאג איז געשלאסן געווארן דער שידוך צווישן החתן המפיץ שלום יוסף נ"י בן המפיץ הר"ר נחמן ניישטיין שליט"א חתן המפיץ הגדול הר"ר נתן יאקאבאוויטש שליט"א מיט הכלה בת הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א מנהל הישיבה. נעכט ביינאכט איז געשלאסן געווארן דער שידוך פון החתן המפיץ יעקב הלל נ"י בן המפיץ הר"ר יואל פארקאש שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל העיס קט. בן הר"ר אברהם חיים פארקאש שליט"א, מיט הכלה בת הר"ר ישראל מאיר הרוויץ שליט"א פון בארא פארק. &nbsp; דער אייבישטער זאל העלפן זיי זאלן אלע אויפשטעלן שיינע אידישע שטובער, און האבן דורות ישרים ומבורכים. &nbsp;קול ששון וקול שמחה קול חתן וקול כלה &nbsp; בילדער: שידוך דעפריס-שארף, דאנערשטאג ויחי &nbsp; בילדער: תנאים דעפריס-שארף, ליל שישי ויחי &nbsp; בילדער: שידוך ניישטיין-יאקאבאוויטש, דינסטאג שמות &nbsp; בילדער: שידוך פארקאש-הורוויץ, דינסטאג שמות

    < זעה מער כב טבת תשפ"א 📝
  • באס איינגעקויפט פאר נייע שאטל סערוויס אין קרית ברסלב ליבערטי

    אין א פרישע שטיינדל פון הרחבת גבולי הקדושה, איז יעצט איינגעקויפט געווארן א באס פאר די "שאטל" וואס וועט גענוצט ווערן אינעם ברסלבע שטעטל אין ליבערטי. מיטן פארברייטערטן ציבור וואס וואוינט קע"ה אינעם שטעטל, האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז עס איז א נחיצות צו האבן א גרינגע און ביליגע טראנספארטאציע מיטל, סיי אנצוקומען פון איין זייט שטעטל צו די אנדערע, און סיי ארויסצופארן פון שטעטל איינצוקויפן אין די לאקאלע געשעפטן און אזוי ווייטער. ברוך השם אז מען קען שוין אינפארמירן דעם ציבור אז מען האט שוין געקויפט א צוגעפאסטע שאטל-באס, און עס ווערט יעצט אויסגעארבעט די פרטים פון די סקעדזשועלס און די רוטס, וואו און ווען אלץ עס וועט ארומפארן. דער שאטל באס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף באדינען דעם ציבור און ארומפארן אינעם גאנצן שטעטל עטליכע מאל א טאג אויפנעמען פאסאנדזשירן, און זיי אפפירן למחוז חפצם לחיים לשמחה ולשלום. עס וועט בעז"ה מאכן א סטאפ ביי די לאקאלע "וואלמארט" געשעפט, ביים "תלמוד תורה" געביידע, און בעזר השם נאך עטליכע סטאפס.&nbsp; פרטים יבואו &nbsp; בילדער

    < זעה מער כא טבת תשפ"א 📝
  • שיינע שמחת בר מצוה ביים ראש ישיבה שליט"א

    פארגאנגענעם מאנטאג איז פארגעקומען א שיינע שמחה אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א, ווען הבחור החשוב שמעון ני"ו איז אריינגעקומען לעול המצוות. די סעודה לכבוד די בר מצוה איז פארגעקומען ביים גרויסן זיידן הרה"צ מקארלסבורג שליט"א, בבית מדרשו אין בארא פארק. פילע אנשי שלומינו און קרובי המשפחה זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די שיינע שמחה. נאכדעם וואס דער חתן הבר המצוה האט געזאגט זיין פשעטל, האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט ווארעמע דיבורים צום פרישן בר מצוה בחור, "וישם את אפרים לפני מנשה", האט דער ראש ישיבה געזאגט, "דער רבי זאגט אז א איד דארף טון אסאך גוטע זאכן, לערנען און דאווענען, טון פיל מצות און מעשים טובים, און דורכדעם וועלן די שלעכטע זאכן שוין אוועקפאלן פון זיך אליין. אז דער בר מצוה בחור גייט יעצט אריין לעול התורה והמצות, זאל ער זיך שטארקן מיט דעם, אריינצוכאפן ווי מער גוטע זאכן". דערנאך האט גערעדט דער חשובער זיידע, הרה"ג מוה"ר מרדכי אהרן מייזליש שליט"א. "אנו עמלים והם עמלים, א איד פלאגט זיך און א גוי פלאגט זיך, אבער א איד באקומט שכר פאר זיין ארבעט". האט ער נאכגעזאגט פון צדיקים, "א גוי באקומט דאך אויך באצאלט פאר זיין ארבעט? נאר, דער חילוק איז אז דער איד באקומט שכר אפילו ווען די ארבעט געלונגט נישט, בלויז פאר'ן זיך אנשטרענגען און פרובירן צו טון גוטע זאכן, קריגט ער שוין אסאך שכר אויף דעם". ער האט ארויסגעברענגט די חשיבות פונעם בר מצוה בחור וואס זיצט און לערנט די הייליגע תורה מיט גרויס התמדה, און פירט זיך מיט גרויס יראת שמים. צו די זעלבע צייט האט ער גערעדט פון די חשיבות פון זיין איידעם, דער ראש ישיבה שליט"א, וואס איז מחזק אזויפיל אידישע קינדער איבער די גאנצע וועלט. נאכדעם האט אויפגעטרעטן דער חשובער זיידע, הרב הצעיר מקארלסבורג שליט"א, וואס האט גערעדט זייער שיין פאר א לענגערע צייט, פילע שיינע חידושים און געדאנקען פון וואס דער עולם האט גאר שטארק הנאה געהאט, און גלייכצייטיג ארויסגעברענגט די חשיבות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז זיך מוסר נפש אריינצוברענגען אמונה אין אידישע קינדער, מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און מיט דעם איז ער מקרב אזויפיל אידן צום אייבערשטן. דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם גרויסן עלטער זיידע, הרה"צ מקארלסבורג שליט"א, וואס האט ארומגערעדט שיינע ענינים פון די וואכנדיגע פרשה, און צוגעענדיגט מיט דברי ברכה פאר'ן בר מצוה בחור, פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, און פאר די גאנצע משפחה. * דינסטאג אינדערפרי איז דער ראש ישיבה שליט"א ווידער אריבערגעפארן צום גרויסן זיידן, הרה"צ מקארלסבורג שליט"א, צו תפלין לייגן. דער רב שליט"א האט געלייגט תפלין פאר'ן בר מצוה בחור, און אים שיין אנגעוואונטשן. ס'איז געווען גאר א שיינע שמחה, און מיר אלע וואונטשן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א ער זאל זוכה זיין צו זען פיל אידיש נחת ביי דעם בר מצוה בחור און ביי אלע קינדער און אייניקלעך געזונטערהייט. בילדער פונעם בר מצוה בילדער פון תפילין לייגן קליפס פונעם בר מצוה &nbsp; סימן טוב ומזל טוב!

    < זעה מער כ טבת תשפ"א 📝
  • סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן זצ"ל אין וויליאמסבורג

    א ריזן ציבור אנשי שלומינו חסידי ברסלב זענען זיך צוזאם געקומען אין בית המדרש היכל הקודש אין וויליאמסבורג ליל שישי ויגש צום יארצייט פון הייליגן רבי נתן, דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבי'ן. אינאיינעם איז אויך געווען א שבע ברכות פאר החתן קלמן וועבערמאן הי"ו מתלמידי הישיבה. א שיינע סעודה איז צוגעגרייט געווארן לכבוד דער מעמד. צום ערשט האט גערעדט הרה"ח מוה"ר משה קורץ שליט"א, דומ"ץ יבנאל, וואס האט גערעדט פון די גרויסקייט פון רבי נתן זי"ע, און האט נאכגעזאגט וואס מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ זאגן אז זיין גאנצע התחזקות קומט נאר דורך לערנען די ספרים פון הייליגן רבי נתן זי"ע. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דברות קודש, און ארויסגעברענגט ווי מיר גליקליך מיר זענען אז מיר האבן די הייליגע ספרים פון רבין און רבי נתן, בפרט יעצט ווען מוהרא"ש זי"ע האט אראפגעשריבן זייערע עצות אויף אזא גרינגע וועג אז יעדער זאל עס קענען פארשטיין און מקיים זיין, דארפן מיר עס לערנען און חזר'ן און טון, וועלן מיר מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. ווי אויך - האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט - דארפן מיר נאכמאכן רבי נתן, וואס איז אים געגאנגען אין לעבן צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס עצות פאר נאך אידן, מיר דארפן מאכן הפצה און זיכער מאכן אז יעדער איד אויף דער וועלט ווייסט אז ס'איז דא א רבי וואס קען אים העלפן, און האט אויך פאר אים א וועג צוריק צום אייבערשטן. נאך ברכת המזון און שבע ברכות האט מען געטאנצן און זיך דערנאך צוגאנגען מיט פרישע כוחות זיך צו שטארקן אין עבודת ה'. בילדער ווידיא שיעור אוידיא שיעור

    < זעה מער יט טבת תשפ"א 📝
  • פרישע שיפמענט "אשר בנחל" אין אידיש אנגעקומען אין בית הדפוס

    מיט גרויס שמחה האבן די מפיצים אויפגענומען די נייעס אז עס איז נארוואס אנגעקומען אין בית הדפוס א פרישער שיפמענט פון די איבערגעדריקטע "אשר בנחל אויף אידש" מיט הערליכע מפתחות און תוכן הענינים. טויזנטער אידן זענען זיך מחיה טאג טעגליך מיטן לערנען יעדן טאג עטליכע בריוו אין ספר הקדוש אשר בנחל וואס מוהרא"ש האט געשריבן מיט מסירת נפש, און יעדער וואס לערנט דאס איז עדות ווי עס פלאמט אים אויף דאס הארץ צום אייבערשטן, און עס וועקט אים אויף אז ער זאל זיך נישט פארלאזן אויף קיין מענטשן נאר גלייך לויפן צום אייבערשטן און אים אויספארציילן אלעס וואס דרוקט אים. עס וועקט אויף אז נישט קיין חילוק וואס עס איז דורך אויף א מענטש, זאל ער זיך אויפשטעלן און אנהייבן פונדאסניי דינען דעם אייבערשטן. ווען מען לערנט אין דעם הייליגן ספר שפירט דער מענטש ווי מוהרא"ש רעדט ממש צום אים אין זיין מצב ווי ער פערזענליך געפינט זיך יעצט, און ער טרעפט ענטפערס צו אלע זיינע ספיקות, און פלאנטערנישן ווי ער איז אריינגעפאלן. מוהרא"ש האט זיך אויסגעדריקט אויף דעם ספר גאר גרויסע זאכן, מוהרא"ש זי"ע האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט נאר דרוקן דעם הייליגן ספר, וועט ער האבן א ישועה וואס ער דארף. צו באקומען דעם הייליגן ספר אשר בנחל אדער אלע אנדערע ספרים, קענט איר רופן קרן הדפסה אויף 718-387-2691 אדער אימעילט צו info@kerenhadfusa.org. בריוו אין שאלות ותשובות עצתו אמונה איבערן הייליגן ספר "אשר בנחל" בריוו איש אמונות איבערן הייליגן ספר "אשר בנחל" בילדער

    < זעה מער טז טבת תשפ"א 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א כאפט זיך אריבער קיין אומאן

    די פארגאנגענע וואך דינסטאג נאכט האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך אריבערגעכאפט קיין אומאן פאר א טאג, מיט זיין אינגל וואס ווערט דאס יאר זיבן יאר אלט, צו טון די סגולה וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט "א קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר וועט גיין צו די חתונה מיט א ריינעם העמד". אנשי שלומינו נעמען די קינדער פאר די זיבן יאר צום הייליגן רבי'ן צו זוכה זיין צו די געוואלדיגע הבטחה, געווענליך נעמט מען די קינדער אום ראש השנה פאר זיי ווערן זיבן יאר, אזוי ווי אבער פארגאנגענעם ראש השנה זענען די גרעניצן ליידער געווען פארשלאסן, האבן פילע אידן האבן נישט געקענט אנקומען צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, דערפאר פארן פילע אידן מיט זייערע קינדער במשך דעם יאר צום הייליגן רבי'ן. אין א בריוו האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן, "איך פאר יעצט צום רבי'ן מיט מיין זון נרו יאיר, דער רבי האט מבטיח געווען (חיי מוהר"ן, סימן תקיז): א קינד וואס וועט קומען צו מיר פאר די זיבן יאר וועט גיין צו די חתונה מיט א ריין העמד"; וואס נאך דארף א טאטע און מאמע? וואס דארף איך מער פון דעם? איך וויל דאך מיינע קינדער זאלן זיין ריין". ביים ציון הקדוש אין אומאן האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט תיקון הכללי ווארט ביי ווארט מיט זיין אינגל, און מיט נאך צוויי קינדער פון אנשי שלומינו וואס זענען אויך מיטגעפארן. בילדער: דער ראש ישיבה ביים ציון הקדוש אין אומאן, דינסטאג ויגש תשפ"א אויך איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבערגעגאנגען צום שטוב פון מו"ה ישראל פוקס הי"ו א גאנץ יעריגער תושב אין אומאן, וואו ר' ישראל האט געמאכט א סיום הש"ס, ווי אויך האבן זיינע קינדער געמאכט סיומים. דער ראש ישיבה האט גערעדט א שיינע שיינע שמועס. ווידיא: סיום הש"ס פון ר' ישראל פוקס אין אומאן, דינסטאג ויגש תשפ"א &nbsp; ציונו הקדוש, קודש קדשים!

    < זעה מער טו טבת תשפ"א 📝
  • אפיסעס פון מוסדות אין ברסלב שטעטל אריינגעצויגן אין נייעם רחבותדיגע לאקאל

    ווען די שטעטל האט זיך געגרינדעט, האט דער ראש ישיבה געעפענט א צענטראלע אפיס פאר די לאקאלע מוסדות, די אפיסעס זענען צוערשט געווען איינקאווטירט געווארן אין עטליכע צימערן וואס א חשובע נדבן האט אראפגעגעבן פון זיין ביזנעס בחפץ לב פאר די מוסדות אין צענטער פון שטעטעל. אזוי ווי די מוסדות האבן זיך ב"ה שטארק צואוואקסן, און מען האט צוגענומען נאך איינגעשטעלטע, איז מען זייער שנעל אויסגעוואקסן דאס פלאץ. האט דער ראש ישיבה מחליט געווען אז עס פעלט זיך אויס אריבער צו פירן די אפיסעס אין א גרעסערע לאקאציע מיט מער פלאץ. מען האט באשטימט א חלק פון די נייע בנין פון תלמוד תורה, וואס איז געקויפט געווארן פאר די מוסודות פארגאנגענעם זומער, אז עס זאל אריינעמען די אפיסעס. די לעצטע עטליכע וואכן האט מען שווער געארבעט צו פארענדיגן די אפיסעס מיט אלע צוגעהערן און מעבל. און געלויבט דער אייבישטער אז מען האט שוין ברוך געענדיגט מיט די ארבעט, און מען וועט בעזר השם אריינציען אין די נייע אפיסעס ביז עטליכע טעג, ווי מען וועט בעז"ה קענען אנגיין מיט די הייליגע ארבעט, מיט הרחבת הדעת. בילדעריגדיל תורה ויאדיר.

    < זעה מער יד טבת תשפ"א 📝
  • בר מצוה פון הבחור שמעון ראטה נ"י זון פון ראש ישיבה היינט נאכט אין ביהמ"ד קארלסבורג

    היינט נאכט מאנטאג ויחי, קומט פאר בעז"ה די בר מצוה פון הב' שמעון נ"י דער זון פון ראש ישיבה שליט"א, עס וועט פארקומען אין ביהמ"ד פון גרויסן זיידן דער קארלסבורגער רב שליט"א, אויף 1556 53סטע גאס אין בארא פארק. דער ראש ישיבה לאדענט איין אנשי שלומינו זאלן זיך קומען מיטפרייען ביים שמחה, ווי דער ראש ישיבה שרייבט אינעם היינטן מכתב יומי: "איך מאך היינט בר מצוה מיין זון הבחור שמעון נרו יאיר; איך וויל דיר פערזענליך לאדענען. די בר מצוה וועט פארקומען אין בארא פארק ביי מיין זיידע אין בית המדרש, הגאון הצדיק רבי יחזקאל ראטה שליט"א אבד"ק קארלסבורג; איך וועל זיך זייער פרייען אז דו וועסט קומען אנטייל נעמען אין די שמחה."&nbsp; בריוו פון ראש ישיבה &nbsp; ומשפע מצות תפילין יתמשך עלי להיות לי חיים ארוכים ושפע קודש

    < זעה מער יג טבת תשפ"א 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א טרעט אויף אין לעיקוואוד ביים סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן

    א שיינע ציבור פון אנשי שלומינו חסידי ברסלב זענען זיך צוזאם געקומען פארגאנגענעם מוצאי שב"ק אין לעיקוואוד צום יארצייט פון הייליגן רבי נתן, דער גרויסער תלמוד פון הייליגן רבין. א שיינע סעודה איז געווארן צוגעשטעלט לכבוד די יארצייט דורך די ברסלב'ע שטובל אין לעיקוואוד וואס ווערט אנגעפירט דורך הרה"ח ר' שלמה מאיער שליט"א ובניו. דער מסיבה צו די זעלבע צייט איז אויך געווען געדינט אלץ מגבית לטובת דעם בית המדרש. דער ראש ישיבה שליט"א איז ספעציעל געקומען צופארן קיין לעיקוואד, אויפן איינלאדענונג פונעם לעיקוואודער ציבור. צום באשטימטן שעה האבן זיך צוזאם געקליבן א שיינע קאלירפולער ציבור פון אלע קרייזן מיט וואס דער עיר ואם בישראל לעיקוואוד איז געבענטשט. ווי שיין איז געווען צו זען ווי חסידישע אידן מיט שטיימל זאקן ספאדיק וכו' און ליטווישע אידן פון אלע פארשידענע קרייזן זיצן אינאיינעם בשבת אחים, און זענען זיך מחזק מיט די הייליגע ווערטער פון הייליגן רבין. דער ראש ישיבה האט אנגעהויבן מיט ווארימע שיינע ניגונים "אין ברסלב ברענט א פייער, צינד עס אן אין מיין הארץ", און "איך וויל נאר לערנען און דאווענען און מורא האבן פונעם אייבערשטן," און נאך. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דער הייליגער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט "איך נעם דאס גוטס פון די חסידים און דאס גוטס פון די ליטווישע, ביי די ליטווישע איז דער עיקר אסאך צו לערנען, און ביי חסידים איז דער עיקר אסאך 'תפלה'. איך" האט דער רבי געזאגט "האב גענומען ביידע, 'לערנען און דאווענען'". דער ראש ישיבה האט ברייט ארומגערעדט איבערן סדר דרך הלימוד וואס דער הייליגער רבי האט אונז איבערגעלאזט א מתנה. אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שטארק גערעדט איבער די מתנה פון רבין - "רעדן צום אייבערשטן". "דארפסט א שידוך?" האט דער ראש ישיבה געפרעגט? "האסט פרובירט אלע סגולות? טריי די בעסטע סגולה, בעט דעם אייבערשטן!". דער ראש ישיבה האט ערקלערט פארן ציבור אז עס נישט קיין חילוק מיט וועלכע שפראך מען רעדט צום אייבערשטן ענגליש אידיש א.א.וו. דער באשעפער פארשטייט אלע שפראכן. מען דארף רעדן צום אויבערשטן אויף די שפראך וואס מען איז די מערסטע באקוועם. בשעת דער ראש ישיבה האט גערעדט פון סדר דרך הלימוד, האט דער אויבערשטער צוגעפירט אז עס איז פונקט דאן אנגעקומען א קאר פון וויליאמסבורג, מיט בחורים וואס פאלגן דעם רבין און לערנען אויף סדר דרך הלימוד. דער ראש ישיבה האט ארויפגערופן די בחורים אויפן סטעידזש, און געוויזן "קוק, א בחור פון קוים דרייצן יאר, ער האט שוין געענדיגט ש"ס!", און דער אנדערער בחור האט דער ראש ישיבה געבעטן, "זאג אריין אינעם מייק: וויפיל מאל האסטו שוין געענדיגט ששה סדרי משנה"?, "פיר און צוואנציג" האט ער געענטפערט, צום שטוינונג פון ציבור. נאך די דרשה איז געווען א לאנגע רייע פון לעיקוואודער אידן וואס האבן געוואלט אויסנוצן דעם געלעגענהייט זיך צו באדאנקען פארן ראש ישיבה, ווי זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן אין שלום בית, אין לימוד התורה, און רעדן צום אייבערשטן, א.א.וו. דורך דעם וואס זיי באקומען חיזוק דורך די דרשות און ספרים פון ראש ישיבה. שיינע בילדער מוהרא"ש זי"ע אין ישיבה אין וויליאמסבורג ביים יארצייט פון הייליגן רבי נתן - ויחי תשע"א 👈🏻 קליפס וועט מיטן אייבערשטנס הילף ארויפגיין וועבסטייט מארגן. א שיינע רעקארדירונג פון די דרשה "איך וויל נאר לערנען און דאווענען און מורא האבן פון אייבערשטן..."

    < זעה מער יב טבת תשפ"א 📝
  • אנ"ש וועלן שטיצן דעם קרן הדפסה היינט נאכט ביים יארצייט פון הייליגן רבי נתן

    "רבי נתן איז נסתלק געווארן ערב שבת פרשת ויגש עשרה בטבת שנת תר"ה לפ"ק. אפאר שעה בעפאר רבי נתן איז נפטר געווארן האט ער געזאגט די ווערטער (און דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון רבי נתן זכרונו לברכה): "נו, אז עזרא הסופר גייט אוועק פון דער וועלט, און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזוי פיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'"; (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת, ר' נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר)" - "דער עיקר דארפן מיר פאלגן וואס ר' נתן האט אונז געלאזט צוואה". (עצתו אמונה ויחי תשע"ח) דערפאר ווערט די טעג פון די יומא דהילולא קדישא פון הייליגן רבי נתן טאקע אויסגענוצט דורך אידן איבער דער גארער וועלט בכלל, און דורך אנשי שלומינו בפרט, זיך צו מחזק זיין צו דרוקן דעם הייליגן רבינס ספרים, און עס ווייטער פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט. מוהרא"ש האט געזאגט אז "ווען רבי נתן וואלט ווען אפגעלאזט ברסלב, וואלט ער געווען דער גרעסטער רבי אין זיין דור", אבער רבי נתן האט גארנישט געקוקט אויף זיך און אוועקגעגעבן אלעס צו פארשפרייטן פאר די וועלט דער הייליגער רבי און זיינע עצות. טראץ וואס רבי נתן האט זיך צוזאם געליטן פון אלע מיני צרות יסורים מחלוקת ומלשינות וכו' וכו' איז ער אלעס אריבערגאנגען און זיך ווייטער מחזק געווען און מחזק געווען די גאנצע וועלט. רבי נתן איז געווען דער וואס האט אפגעשריבן אלע פינף ספרים וואס דער הייליגן רבי האט אונז איבערגעלאזט. דער "ליקוטי מוהר"ן" (א קליין חלק האט דער רבי אליינס געשריבן), דער "ספר המידות" (דער רבי האט עס געשריבן, און רבי נתן האט עס געדרוקט), די "סיפורי מעשיות" (דער רבי האט עס פארציילט אויף אידיש און רבי נתן האט עס אפגעשריבן אויף אידיש און לשון הקודש), דער "שיחות הר"ן", און אזוי אויך דער ספר "חיי מוהר"ן". אויך האט רבי נתן געשריבן פינף הייליגע ספרים געבויעט אויף רבינס ווערטער, דאס זענען די "ליקוטי עצות", "שמות הצדיקים", "קיצור ליקוטי מוהר"ן", "ליקוטי הלכות", און "ליקוטי תפילות". פאר דעם צוועק האט רבי נתן אליינס געעפנעט א בית הדפוס, און זיך אליינס אפגעגעבן דערמיט און געדרוקט איינמאל און נאכאמל דעם הייליגן רבינס ספרים און דערנאך אליינס דאס מפיץ געווען. ברוך השם אז דער ראש ישיבה שליט"א האט אויך אזוי געטון, און פאר צען יאר צוריק האט דער דער ראש ישיבה געעפענט דעם "בית הדפוס היכל הקודש" אין בנין פון ישיבה אין וויליאמסבורג (וואס האט זיך - אגב - נארוואס ארויסגעצויגן קיין ליבערטי צוליב מאנגל אין פלאץ - פאלגט נאך אויף ברסלב סענטער פאר מער נייעס איבער דעם בעז"ה), במשך די יארן האט דער בית הדפוס שוין זוכה געווען צו דרוקן מיליאנען קונטרסים, און הונדערטער טויזנטער ספרים, בלי שום גוזמא, וואס זענען דערנאך פארשפרייט געווארן פאר אידן איבער די גאנצע וועלט, און האט שוין זוכה געווען צו אויפרעכט פילצאליגע אידן. יעצט ביים יארצייט וועלן אנשי שלומינו האבן די געלעגענהייט צו קויפן זכותים אינעם נייעם בנין פון בית הדפוס אין ליבערטי, אבני היסוד - $10,000, אבני זהב - $5,000, אבני כסף - $1,000, און פאר אבני נחושת - $500.&nbsp; אזוי אויך וועט מען קענען האבן די געלעגענהייט צו נעמען א חלק אינעם בית הדפוס דורכן קויפן א פאלעט פאפיר פאר $1,800, פרנס החודש פאר $2,500, פרנס השבוע פאר $850, און פרנס היום פאר $180, קונטרס $500, אשר בנחל $500. דער סעודת הילולא וועט בעז"ה פארקומען היינט נאכט אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. מען וועט זיך וואשן בעז"ה אום 8:30. דער ראש ישיבה וועט בעז"ה געבן א שיינע שמועס. א שיינע בריוו אין איש אמונות: "מאכן א התעוררות מ'זאל מנדב זיין פאר הפצה" א שיינע בריוו אין איש אמונות: "דער ראש ישיבה רופט צום יארצייט סעודה תשפ"א" א שיינע בריוו אין עצתו אמונה: "די גרויסקייט פון רבי נתן" א שיינע בריוו אין עצתו אמונה: "סיפור התקרבות פון רבי נתן (קויפן בייגעלעך)" &nbsp;א שיינע בריוו אין עצתו אמונה: "קען מען יוצא זיין הפצה מיטן געבן געלט"? א שיינע בריוו אין עצתו אמונה: "קען מען 'זאגן' ליקוטי הלכות"? א שיינע בריוו אין עצתו אמונה: "וואו האט דער רבי אדער רבי נתן גערעדט פון הפצה"? יפוצו מעינותיך חוצה

    < זעה מער ט טבת תשפ"א 📝
  • כח הצדיק - די זיבענצנטע חתונה אין ישיבה פאר אומזיסט

    דעם מאנטאג איז פארגעקומען די זיבענצנטע חתונה אין ישיבה, ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן קלמן ני"ו בן מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו, עב"ג בת מו"ה נחום כ"ץ הי"ו. צום זיבענצנטן מאל האט זיך ארויסגעוויזן אז מ'קען חתונה מאכן די קינדער מיט א רואיגן געוויסן, די חתונה נאכט האט נישט געקאסט קיין איין איינציגע פרוטה פאר די מחותנים, און פארשטייט זיך אז די איבריגע הוצאות פון ארום און ארום איז אויך געווען אויפ'ן מינימאלסטן פארנעם. אין א בריוו די וואך האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן, "אלע רעדן פון חתונה מאכן ביליג, אלע מאכן אסיפות; מען שרייבט, מען רעדט - אבער גארנישט אויף למעשה. דער מאכט א כח היחיד, א צווייטער מאכט א כח הרבים און א דריטער מיט אן אנדערע נאמען.&nbsp;מיר האבן כח הצדיק, דער כח פון מוהרא"ש זכרונו לברכה, מיר האלטן ביי די זיבעצנסטע חתונה, נישט ביליג - נאר גענצליך בחינם; עס קאסט נישט קיין איין פרוטה פאר די מחותנים". מוהרא"ש זי"ע האט זייער אסאך געבלוטיגט אויף דעם וואס מ'האלט זיך צוריק פון חתונה מאכן די קינדער, און ליידער זענען די רעזולטאטן דערפון זייער נישט גוט, פילע קינדער פאלן ליידער אוועק, און איינע פון די גרויסע סיבות פארוואס מענטשן יאגן זיך נישט א שידוך צו טון מיט די קינדער, כאטש וואס נישט יעדער וויל מודה זיין דערצו, איז ווייל מ'ווייסט נישט פון וואו צו נעמען דאס געלט דערפאר. די הוצאות החתונה שטייגן כסדר, ווען איין משוגענער עושר מאכט אפ צו מאכן עפעס א פרישע משוגעת ביי זיין שמחה, מוז שוין יעדער צוביסלעך עס אנהויבן נאכצומאכן, אזוי אז עס קומט אויס אז א דורכשניטליכער אינגערמאן, וואס פארדינט שיין פרנסה, ברעכט אבער אונטער ווען ס'קומט חתונה צו מאכן די קינדער. דערפאר האט מוהרא"ש געבויעט א זאל אין יבנאל, וואו מ'קען חתונה מאכן גענצליך בחנם, די איינוואוינער פון שטאט קאכן און באקן פאר די סעודה, און אלעס ווערט צוגעשטעלט אויפ'ן שענסטן פארנעם, אן דעם וואס ס'זאל עפעס קאסטן פאר די מחותנים. דער "כח הצדיק" שטעלט זיך נישט אפ, אויך דא אין אמעריקע האט דער ראש ישיבה שליט"א צוגעשטעלט דער גרויסער בית המדרש "היכל הקודש" אין וויליאמסבורג אז מ'זאל קענען דארט חתונה מאכן פאר אומזיסט, און ברוך ה' אז מ'האלט שוין ביי די זיבעצנסטע חתונה אין שול, פיר און דרייסיג מחותנים האבן זיך שוין געשפארט אזויפיל עגמת נפש, חובות, און הארץ ווייטאג, און געקענט פירן זייערע קינדער אונטער די חופה מיט אן אמת'ע שמחה, אן דארפן טראכטן די גאנצע צייט ווי אזוי ער וועט באווייזן צו דעקן די אלע שווערע חובות. מענטשן וואס האבן נאכנישט מיטגעהאלטן פון דער נאנט א חתונה אין ישיבה, קענען זיך נישט פארשטעלן ווי אזוי דאס זעט אויס, מ'קען נישט פארשטיין ווי אזוי חתן כלה און מחותנים זאלן מסכים זיין צו אזא סארט חתונה. אבער איינמאל מ'זעט עס מיט די אייגענע אויגן, זעט מען דעם אמת אז די פרייליכקייט און געשמאק ביי די חתונות שטייגט איבער פילע אנדערע מעכטיגע חתונות וואס ווערן געפראוועט אין טייערע זאלן. פארקערט, איין מאל מ'האט שוין מיטגעהאלטן א חתונה אין ישיבה, און דערנאך באטייליגט מען זיך ביי א צווייטע אזוי-גערופענע "נארמאלע" חתונה, קען מען זיך נישט גענוג אפוואונדערן פארוואס ס'פעלט אויס צו ווארפן אידיש געלט אין די מיסט, ווען מ'קען האבן פיל א שענערע און לעבעדיגערע חתונה, און ס'זאל נישט קאסטן קיין איין פרוטה. די יעצטיגע חתונה איז געווען נאך א ביישפיל, ס'איז געווען גאר א שיינע לעבעדיגע חתונה, די חופה איז געווען אום זעקס אזייגער. די סעודה איז געווען צוגעשטעלט פאר די נאנטע קרובי המשפחה און איז געקאכט און געבאקן געווארן דורך אנשי שלומינו. ביים טאנצן האט דער עולם זיך געהויבן אין די לופטן, מ'האט געטאנצן און משמח געווען אויף גאר א פרייליכען פארנעם. די מצוה טאנץ איז געווען ווי דער מנהג אז מ'מאכט א יעמוד און מ'רופט אויס די זיידעס און מחותנים און דערנאך חתן כלה. און אום 10:45 איז די חתונה שוין געווען פארטיג. פילע געסט קומען ארויף ביי יעדע חתונה מיטצוהאלטן און זען ווי אזוי ס'זעט אויס א חתונה אין ישיבה, און אלע זאגן אז וויפיל זיי האבן שוין נאכגעהערט וועגן דעם, ווען זיי זעען עס אבער אליין, קענען זיך נישט גענוג איבערקומען פון די שיינקייט פון די חתונה. א אינגערמאן וואס איז ארויפגעקומען האט געזאגט מיט א געשטיקטן קול, "איך האב נישט לאנג צוריק חתונה געמאכט, זיך אנגעבארגט פון די גאנצע שטאט, די שבע ברכות'ן זענען שוין דורך, און יעצט האב איך נישט קיין מושג פון וואו אנצוהויבן צאלן. ווען איך זאל ווען וויסן אז מ'קען אזוי חתונה מאכן פאר אומזיסט, וואלט איך גאר אנדערש געהאנדלט". א צווייטער האט אים אבער געענטפערט מיט ווייטאג, "איך האלט נאך פאר די חתונה פון מיין טאכטער, אין עטליכע חדשים ארום, אבער אפילו איך ווייס און איך זע אז מ'קען חתונה מאכן אומזיסט, קען איך עס אבער נישט באווייזן צוליב די דרוק פון די ארומיגע צו זיין א "נארמאלער" מענטש". ברוך ה' אז אין היכל הקודש איז פארהאן מער שכל פון דעם, א מענטש זאל זען דעם אמת וואס ער קען צושטעלן, און נישט קוקן וואס די ארומיגע וועלן זאגן, אין די צייט וואס די ארומיגע קענען אים גארנישט העלפן אין לעבן. חז"ל דערציילן אז אין די צייט פון שמעון בן שטח איז ארויפגעקומען קיין ירושלים 300 נזירים, און זיי האבן נישט געהאט קיין געלט צו ברענגען זייערע קרבנות, האט שמעון בן שטח געזוכט און געטראפן א פתח חרטה פאר 150 פון זיי, אז זיי זאלן פטור ווערן פון ברענגען די קרבנות, און פאר די אנדערע העלפט האט ער נישט געהאט קיין עצה. האט ער געשיקט בעטן פון זיין שוואגער ינאי המלך אז אזוי ווי עס איז דא 300 נזירים וואס דארפן ברענגען יעדער פון זיי דריי קרבנות, זאל ינאי המלך געבן האלב, און ער וועט געבן די איבריגע האלב. און ינאי המלך האט זיך טאקע צוגעשטעלט און אויסגעצאלט האלב פון די נזירים. שפעטער, ווען ער איז געוואויר געווארן אז שמעון בן שטח האט אים אויסגענארט, ער האט נישט געצאלט פאר די אנדערע האלב נאר געטראפן פאר זיי א פתח חרטה, איז ער געווארן זייער ברוגז אויף אים, און דאן איז שמעון בן שטח אנטלאפן. ווען ער איז שפעטער צוריק געקומען, האט אים ינאי המלך געפרעגט פארוואס ער האט חוזק געמאכט פון אים, האט שמעון בן שטח געענטפערט: "איך האב בכלל נישט חוזק געמאכט פון דיר. דו האסט געהאלפן די נזירים מיט דיין געלט, און איך האב זיי געהאלפן מיט מיין חכמה". עס איז דא צוויי וועגן ווי אזוי צו העלפן אידן חתונה מאכן די קינדער. מען קען זיי העלפן מיט געלט, און מען קען זיי העלפן מיט חכמה און שכל. מען קען אריינברענגען דעם פשוטן שכל אין מענטשן אז מען דארף נישט קוקן אויף א צווייטן נאר אויף זיך אליין, און אז מען דארף נישט אויסגעבן קיין געלט אויף לופטיגע זאכן וואס מען האט נאכדעם גארנישט דערפון. דער אייבערשטער זאל העלפן אז אלע אידן זאלן קענען חתונה מאכן די קינדער רואיגערהייט מיט שמחה און פרייד, אן קיין איבריגע דאגות און עגמת נפש, און זען פיל אידיש נחת פון אלע קינדער געזונטערהייט. שמחה מתוך שמחה &nbsp;

    < זעה מער ט טבת תשפ"א 📝
  • ימי החנוכה אין ישיבה

    די געהויבענע טעג פונעם יום טוב חנוכה, זענען אויסגענוצט געווארן אין ישיבה מיט א שטארקייט, ווען די בחורים האבן געלערנט זייער פלייסיג, ניצנדיג די השפעות פונעם הייליגן יום טוב אויפ'ן בעסטן פארנעם. ביי די שיעורים אין חנוכה האט דער ראש ישיבה שליט"א אסאך ארומגערעדט פון די חיזוק וואס מיר קענען ארויסנעמען פון די נסים וואס דער אייבערשטער האט געמאכט מיט די אידישע קינדער בימים ההם בזמן הזה, ווי אזוי די קליינע הייפעלע פון די הייליגע חשמונאים האבן באזיצט די גרויסע און מעכטיגע מיליטער פון די יוונים, ווי אזוי זיי האבן צוריק אויפגעבויעט דעם צעבראכענעם בית המקדש, און כאטש וואס די יוונים האבן מטמא געווען אלע אויל, האט דער אייבערשטער אבער געהאלפן אז מ'האט געטראפן א קליין קריגעלע אויל וואס איז געווען גענוג נאר פאר איין טאג, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס אז ס'האט געברענט פאר אכט טעג. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז כאטש וואס ס'איז דאך געווען אזויפיל צרות דעמאלט, דער גאנצער בית המקדש איז געווען צעבראכן און טמא, וואלטן דאך די חשמונאים געקענט מאכן אויף דעם א טרויער טאג, האבן זיי זיך אבער זייער געפריידט און געמאכט א פרייליכער יום טוב מיט די קליין ביסל טהור'ע אויל וואס זיי האבן געטראפן. דאס לערנט אונז אז אפילו א מענטש שפירט ביי זיך אז ער אינגאנצן צעבראכן און טמא, זאל ער נישט אויפגעבן און אריינפאלן אין א יאוש, נאר ער זאל זיך שטארקן און אויפזוכן דאס קליין קריגעלע טהור'ע אויל וואס ער האט נאך יא, יעדער איד איז פול מיט מצות ומעשים טובים, אפילו פושעי ישראל מלאים מצות כרמון, און מיט דעם זאל זיך דער איד זייער פרייען, ער זאל זיך פרייען אז ער איז זוכה צו עסן כשר'ס, ער היט שבת, ער גייט מיט ציצית, ער טוט אן תפלין, ער האט א בארד און פאות, און אזוי ווייטער האט יעדער איד גענוג און נאך גוטע זאכן מיט וואס ער קען זיך זייער פרייען. און אז ער וועט זיך פרייען מיט די ביסל גוטס וואס ער האט אין זיך, וועט דאס שוין ברענגען אז ער וועט ווערן אינגאנצן גוט. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה שליט"א ביי די שיעורים ארויסגענומען אסאך התחזקות פונעם יום טוב חנוכה, וואס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר. די גאר הערליכע און אינהאלטסרייכע דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, פול מיט עצות און הדרכות ווי אזוי זיך צו קענען אן עצה געבן אין לעבן ברוחניות ובגשמיות, און מצליח זיין אויפ'ן בעסטן פארנעם. זענען שוין היינט ברייט באקאנט איבער די גאנצע וועלט. מ'קען מיטהאלטן די אלע שיעורים דא אויפן ברסלב סענטער וועבסייט וואס ווערט מיטגעהאלטן טאג טעגליך דורך טויזנטער אידן פון איבער די וועלט. זעט די שיעורים פון פרשת וישב-חנוכה, זעט די שיעורים פון פרשת מקץ-חנוכה. גאר א שיינער שבת חנוכה איז אפגעראכטן געווארן אין קרית ברסלב ליבערטי, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט געפראוועט דעם שבת מיט די ארטיגע אנייוואוינער אינאיינעם מיט די פילע געסט וואס זענען געקומען צו פארן אויף שבת. במשך דעם שבת האט מען געהערט פילע שיעורים און דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט איבערגעלאזט גאר א שטארקן רושם. אום מוצאי שבת האט מען אפגעראכטן א ברייטע מלוה מלכה ברוב עם, מען האט שיין געזינגען אינאיינעם און געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. בילדער: דער ראש ישיבה דאווענט שחרית מיט די קינדער - זונטאג מקץ ג' דחנוכה תשפ"א אין קרית ברסלב ליבערטי בילדער: דער ראש ישיבה צינדט דעם פינפטן חנוכה ליכטל אין ישיבה - מאנטאג מקץ תשפ"א בילדער: דער ראש ישיבה צינדט דעם זעקסטן חנוכה ליכטל אין ישיבה - דינסטאג מקץ תשפ"א בילדער: ריקודין נאכן צינדן דעם פערטן חנוכה ליכטל אין קרית ברסלב ליבערטי - זונטאג מקץ תשפ"א בילדער: דער ראש ישיבה צינדט דעם זיבעטן חנוכה ליכטל אין ישיבה - מיטוואך מקץ תשפ"א &nbsp; בני בינה ימי שמונה קבעו שיר ורננים!

    < זעה מער ח טבת תשפ"א 📝
  • גאר פרייליכע חתונה אין ישיבה

    א גאר פרייליכע חתונה איז נעכטן פארגעקומען אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג ווען עס איז געגאנגען אונטער די חופה החתן החתן קלמן בן הר"ר אהרן וועבערמאן הי"ו מיט די כלה תחי' א טאכטער פון הר"ר נחום כ"ץ הי"ו פון קרית יואל. ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט איינגעפירט, איז די חתונה צוגעשטעטלט געווארן אין ישיבה געצליך בחנם פאר ביידע מחותנים. עס איז געווען א גאר פרייליכע חתונה. ווי די מחותנים און משתתפים געבן איבער האט גארנישט געפעלט פון די חתונה אויסער "חובות" און "קאפוויי"... נאך די חופה האבן די קרובים געגעסן א פיינע סעודה לכבוד די שמחה, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט צו די פרייליכע ריקודין, אזש די ווענט האבן מיטגעטאנצט. אלע זענען אהיים פרייליך און גענצליך איבערגענומען, צוזעענדיג וואס מיינט אן אמתע אידישע שמחה, ווי מען איז פרייליך מיט די אמת'ע שמחה - עס שטעלט זיך אויף א נייע ערליכע אידישע שטוב. מען דארף נישט קיין "עכטע" זאל/בלומען/זיגער (ליין: "עכטע" חובות/בזניונות...) עס זאל אויסזען ווי מען איז פרייליך. מען האט זייער גוט געקענט זען אז עס איז נישטא קיין בארעכטיגטע סיבה צו באלעסטיגן די גאנצע שטאט מיט הלוואת און טיי אווענט ביי כמעט יעדע חתונה. דא האט מען געהאט ברוך השם "עכטע" שמחה, "עכטע" גליקליכע חתן כלה און מחותנים. און "פאלשע" חובות. דער אייבישטער זאל העלף אז דער זיווג זאל עולה יפה זיין, זיי זאלן בויען צוזאמען א בית נאמן בישראל, און זאלן זען שיינע לעכטיגע דורות. בילדער &nbsp; עטליכע קורצע קליפס

    < זעה מער ז טבת תשפ"א 📝
  • סעודת הילולא פון רבי נתן זצ"ל; ליל שישי אין וויליאמסבורג, מוצש"ק אין לעיקוואוד

    קומענדיגן ערב שבת קודש - עשר בטבת, ווערט אפגעצייכעט דער 177'סטער יארצייט פונעם גרויסן תלמיד פון הייליגן רבי'ן - דער הייליגער רבי נתן זי"ע. דער הייליגער רבי האט זיך אמאל אויסגעדרוקט אויפן הייליגן רבי נתן: "מען דארף דאנקען רבי נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר א בלעטל שמות" (חיי מוהר"ן, סימן ש"ע). אזוי אויך האט דער רבי געזאגט ביי א געלעגענהייט, "קיינער פארשטייט מיר נישט נאר נתן, און נפתלי א ביסל". דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו איבער די גרויסקייט פון רבי נתן זי"ע: "רבי נתן איז געווען א תלמוד חכם מופלג, ער איז געווען א שטארקע מתמיד און בקי בש"ס ופוסקים, רבי נתן האט געקענט אויסעווייניג גאנץ ש"ס מיט אלע תוספות. ביי זיין בר מצוה איז ער א חתן געווארן מיט א טאכטער פון הגאון הצדיק הרב ר' דוד צבי אויערבאך זכרונו לברכה וואס איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט - שאריגראד, קרעמניץ, מאהליב; זיין שווער האט געזאגט: "מען האט מיר אנגעטראגן אסאך תלמידי חכמים פאר מיין טאכטער, אבער אזא גלאטע האלז ווי נתנ'לע האב איך נאך נישט געזען". "בעפאר רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געווען ביי גרויסע צדיקים; ער איז געווען ביים הייליגן רבי ברוך'ל ממעזיבוזש זכותו יגן עלינו, אויך איז ער געפארן צום הייליגן רבי ר' זושא מהאניפאלי זי"ע. ער איז געפארן צום צדיק הרה"ק ר' מרדכי מקרעמניץ זי"ע, צו הרה"ק ר' שלום מפראהביטש און צו הרה"ק ר' אברהם דוב מחמעלניק זי"ע; אלע צדיקים האבן אים זייער מקרב געווען, און זיך מיט אים משעשע געווען. "צום סוף איז ער מקורב געווארן צום גרויסן צדיק הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, אבער ער האט זיך נישט געקענט דורך קומען מיט די בארדיטשובע חסידים. דער הייליגער קדושת לוי פלעגט אים זייער ליב האבן מיט א באזונדערע ליבשאפט, ער פלעגט אים רופן בלשון חיבה "מיין נתנ'לע", אבער וויבאלד רבי נתן איז געווען א גרויסער מתמיד און א גרויסער למדן, האט ער נישט געקענט דערליידן די פארברענגען וכו' מיט די סעודות וכו', ער האט דאס אנגעקוקט ווי מען פארברענגט סתם די צייט. ער פלעגט ארום גיין מיט ספיקות און בלבולים וואס צו טון, 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד?' 'ווי אזוי איז מען זוכה צו דינען דעם אייבערשטן?' ער האט נישט געקענט טרעפן א תירוץ אויף דעם. "ביז איין מאל איז ער געזיצן מיט די תלמידים פון הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע ביי סעודת מלוה דמלכה, מען האט געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל, און ר' נתנ'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל אז ער דארף גיין איינקויפן בייגל, איז ער געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט געטראכט צו זיך: 'אויף דעם בין איך באשאפן געווארן, צו גיין קויפן בייגל?' ער איז געווארן זייער צעבראכן פון דעם, ער איז אריין געקראכן אין א פארמאכטע שול דורכן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און ער איז איינגעשלאפן. "ער חלומ'ט זיך ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלינג זעט ער א מענטש זאגט אים די ווערטער: "דראפע דיר און האלט זיך, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות". "שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער גלייך געכאפט אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים "דראפע דיר און האלט זיך", איז נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי. (זעט דעם גאנצן בריוו פון ראש ישיבה "ווער איז געווען רבי נתן זצ"ל"?) אי"ה קומענדיגן ליל שישי ויגש, אור ליום עשרה בטבת, וועט מען פראווען דעם יארצייט סעודה אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסוברג, אויף 27 סקילמאן סט. - און מוצש"ק ויגש וועט דער ראש ישיבה אי"ה אויפטרעטן ביים יארצייט סעודה אין לעיקוואוד. פרטים וועלן נאכפאלגן בעז"ה. דער ראש ישיבה וועט בעז"ה זאגן א שיינע שמועס ביי ביידע יארצייט סעודות, ווי מען וועט זיך מחזק זיין צו גיין ווייטער אין די הייליגע וועגן וואס ער האט אונז אויסגעלערענט, נוצן די עצות און הדרכה, און עס ווייטער פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט. כל הקהל מזומנים &nbsp; דברות קודש פון מוהרא"ש זי"ע ביים יארצייט פון רבי נתן תשע"ג

    < זעה מער ו טבת תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1216 to 1230 of 1670 results

1 2 ... 79 80 81 82 83 84 85 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com