Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • פון די ארכיוון: כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל וויינט מיט בכיות עצומות רעדנדיג פון מוהרא"ש זי"ע

    שטיינעדיג מיט בלויז איין טאג נאך די פלוצימדיגע פטירה פון גרויסן גאון און פוסק כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל איז נארוואס אפגעפינען געווארן אן ברייטע אויטענטישע באריכט אין לשון הקודש אין "חדשות ברסלב" אויסגאבע פון בערך 25 יאר צוריק, פון א דרשה וואס גרויסער גאון זצוק"ל האט דאן געזאגט פאר אנשי שלומינו אין בארא פארק.   אט איז א פרייע איבערזעצונג אויף אידיש:   ❞מיטוואך האט כ"ק מרן מוהרא"ש שליט"א (זי"ע) אפגעראכטן א גרויסע סעודת שבע ברכות פאר הונדערט און פופציג היימישע חסידישע אינגעלייט וואס באטייליגן זיך וועכענטליך ביים ליל שישי שיעור. ווי באקאנט קומען זיך צוזאם שוין עטליכע יאר א שיינער ציבור יעדן ליל שישי, צום שיעור אויף די אידישע שפראך וואס כ"ק מרן מוהרא"ש שליט"א (זי"ע) געבט אויף חומש רש"י מיט די הקדמות פון הייליגן רבי'ן. עס קומען כסדר צו פרישע בחורים און אינגעלייט, וויבאלד זיי זענען נישט געווען ביי די חתונה, האט מוהרא"ש אפגעראכט פאר זיי א ספעציעלע שבע ברכות.❝   ❞עס האבן זיך באטייליגט ביים שבע ברכות פילע גרויסע רבנים וואס שעצן שטארק מוהרא"ש און לערנען זיינע הייליגע ספרים אויפן וועג פון הייליגן רבין.❝   ❞הגאון המפורסם ר' יחזקאל ראטה שליט"א (זצוק"ל), אב"ד קארלסבורג האט אויפגעטרעטן מיט א לאנגע דרשה מיט בכיות עצומות פון גרויס התרגשות. ער האט פארציילט וויאזוי ער אליין האט באזוכט יבנאל און האט געזען מיט די אייגענע אויגן די געוואלדיגע פעולות וואס מוהרא"ש טוט. ער האט פארציילט ווי ער האט געזען די הערליכע קהילה וואס באשטייט פון איבער צוויי הונדערט און פופציג משפחות, וואס אלע גיין אויפן ערליכן אויסגעטרעטענעם וועג על דרך המסורה לנו מדור דור, און ווי ער האט באזוכט אין די דארטיגע ישיבה, כולל, תלמוד תורה און אין די מקוואות וואס מוהרא"ש האט געבויעט. ער האט געזאגט אז ער האט נישט גענוג ווערטער מסביר צו זיין ווי די קהלה אין יבנאל האט זיך נישט צו שעמען פאר קיין שום קהילה אויף דער וועלט. ער האט געוויינט מיט גרויס ווייטאג אויף די גרויסע רדיפות וואס מוהרא"ש ליידט זיך צוזאם פונעם רשע מרושע, וואס מסר'ט מוהרא"ש כסדר מיט פאלשע רשעות'דיגע קלאגעס. ער האט זייער מאריך געווען מיט דעם מיט מורא'דיגע בכיות, ביז אלע האבן מיטגעוויינט.❝   ❞נאכן בענטשן האבן אלע באטייליגטע זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ פאר לאנגע שעות.❝   ❞וואויל זענען די אויגן וואס האבן דאס אלעס צוגעזען".❝   עד כאן פונעם באריכט.     📸 בילדער פונעם באזוך פון כ"ק גאב"ד קארלסבורג אין יבנאל 📸 כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל באטייליגט זיך ביי שבע ברכות פון אן אייניקל ביי מוהרא"ש זי"ע - טבת תשס"ט 📰 פטירה פון כ"ק מרן גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל 🗞️ דער אריגנעלער באריכט 📜 דער ראש ישיבה רעדט פון די גרויסע זכיה צו באדינען זיין גרויסן זיידן

    < זעה מער כד אדר תשפ"א 📝
  • קרית ברסלב גראסערי

    פארגאנגענעם זומער האט מען זיך אריינגעלייגט צו עפענען א גראסערי אויף די בקשה פון ראש ישיבה. דער אייבישטער האט געהאלפן אז מען האט געטראפן די פאסיגע מענטשן וואס האבן זיך אריינגעלייגט אינעם פראיעקט פון צושטעלן פארן שטעטל א געשעפט מיט אלע גראסערי געברויכן, עס זאל האבן א גרויסע אויסוואל, מיט גוטע סטאר שעה'ן, גוטע פרייזן. מען האט געלויבט דעם אייבערשטן געטראפן א גוטע פלאץ פארן גראסערי, און מען האט תיכף אנגעהויבן אויסצושטאפירן די גראסערי מיט אלע צוגעהערן. שעלווינג, פרידזשידערס, פריזערס, אינווענטארי און טשעק-אַוט סיסטעם. דערנאך האט מען אנגעהויבן איינקויפן אלע פראדוקטן וואס א גראסערי דארף צו האבן. יעצט ווען מיר שרייבן דעם ארטיקל - מאנטאג ויקהל פקודי - קען מען שוין מבשר זיין די גוטע בשורה, אז יא מען האלט שוין אינמיטן אויספאקן די באקסעס און אנפילן די שעלפס. מען האפט מיטן אייבערשטנ'ס הילף נאך צו עפענען דעם נייעם גראסערי שוין אויף דעם סוף וואך. ווי מען געט אונז איבער וועט דער גראסערי האבן א גאר סאפיסטיקריטער "סעלף טשעקאַוט סיסטעם", כדי אז אפילו דער וואס קען קומען נאר קומען אין די שפעטע נאכט שעות, זאל אויך קענען איינקויפן. יֹאכְלוּ עֲנָוִים וְיִשְׂבָּעוּ 📸 די שעלפס אין גראסערי ווערן אנגעפילט 📰 נייעס פון קרית ברסלב - אדר תשפ"א 📰 קרית ברסלב שאטל 📸 דער נייער מקוה אין שטעטל ביים דענמען ביהמ"ד 🎞️ די קינדער אין קרית ברסלב דאווענען מיט געשמאק &nbsp;

    < זעה מער כד אדר תשפ"א 📝
  • פטירה פון כ"ק הגאון הגדול גאב"ד קארלסבורג זצוק"ל

    תלמידי היכל הקודש איבער די וועלט באוויינען די פטירה פון כ"ק הגה"צ רבי יחזקאל ראטה זצוק"ל, גאב"ד קארלסבורג, דער גרויסער זיידע פון יבדלט"א דער ראש ישיבה שליט"א, וואס איז נסתלק געווארן היינט אינדערפרי אין די עלטער פון זעקס און אכציג יאר. דער גרויסער נפטר האט זוכה געווען אויסצונוצן זיינע יארן צום גוטן און האט זוכה געווען אויסצואוואקסן פון די גרעסטע פוסקים אין דור נאר דורך זיין געוואלדיגע התמדת התורה, ווען ער האט אלץ געלערענט און געזאגט די ווערטער פון די הייליגע תורה, נישט קיין חילוק צי ער האט יא אדער נישט פארשטאנען. אזוי האט זיך אים צוביסלעך געעפענט דעם קאפ ביז די גאנצע תורה איז געווען אפן פאר אים, און איז אויסגעשטיגן פון די גרעסטע פוסקים פון דור, וואס די שווערסטע שאלות פלעגן אנקומען צו זיין טיש, אזוי אויך האט ער זוכה געווען אויפצושטעלן הונדערטער מורה הוראה בישראל, און איבערגעלאזט שיינע הערליכע אידישע דורות. דער ראש ישיבה האט אסאך מאל זיך אויסגעדרוקט זייער שטארק אויף זיין גרויסן זיידן, און אויף די גרויסע זכיה וואס ער האט געהאט אים צו באדינען פאר א לאנגע צייט. אויך האט דער ראש ישיבה פארציילט ביי א געלעגענהייט אז א דאנק זיין גרויסע זיידע האט ער זוכה געווען צו וויסן די חשיבות פון ברסלב'ע חסידים, ווען זיין זיידע פלעגט אים אלץ ווייזן אויף די געהויבענע ברסלב'ע חסידים אין מירון מיט גרויס שעצונג "קוק דיך גוט אים דא, וועסטו זען וואס מיינט אן אמת'ע ברסלב'ע חסיד". די לויה וועט ארויסגיין היינט זונטאג אום 2:00 פון זיין ביהמ"ד אין בארא פארק אויף 1556 53סטע גאס, און מארגן מאנטאג וועט דער מיטה אנקומען בעז"ה קיין ארץ ישראל מיט א פריוואטע פליגער צוליב וואס די לופטפעלד אין ארץ ישראל איז פארמאכט אין די יעצטיגע טעג, ווי ער וועט קומען לקבורה אין עיה"ק מירון סמוך ונראה צום ציון פון התנא אלוקי רשב"י אין וועם ער איז געווען שטארק דבוק. ווי עס זעט אויס וועט דער ראש ישיבה דערפאר נישט קענען אנקומען צו די לויה אין ארץ ישראל, דאס איז אויסער וואס דער ראש ישיבה וועט בעז"ה פראווען דעם דינסטאג א ברית פאר זיין זון וואס איז אים געבוירן למז"ט. פאר אונז איז נאר געבליבן זיך אפצולערנען פון די גרויסן גאון וצדיק, און אויסנוצן אונזערע טעג אויף דער וועלט, און זיך צוקלעבן צו די הייליגע תורה, און זיין דבוק צו צדיקים, און גיין אין זייערע וועגן, וואס נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענער וועלט. גְּדוֹלָה מִיתַת צַדִּיקִים יוֹתֵר מִשְּׂרֵפַת בֵּית אֱלֹקֵינוּ 🎞️ נייע קליפ פון בר מצוה פון זון פון ראש ישיבה 2 חדשים צוריק, ווי מען זען דעם גרויסן גאון זצ"ל בענטשן אין א סידור מלה במלה 📅 דער ראש ישיבה שרייבט איבער די פטירה פון גרויסן זיידן זצוק"ל 🎞️ דער ראש ישיבה איז מספיד זיין באבע הרבנית מקארסלבורג ע"ה אין מירון 📰 דער ראש ישיבה פארט צום הקמת המצבה פון זיין באבע הרבנית ע"ה 📸 דער גרויסער זיידע באטייליגט זיך ביים חתונה פון זיין אייניקל דער זון פון ראש ישיבה מיט 3 וואכן צוריק 📸 דער ראש ישיבה לייגט תפילין פאר זיין זון ביים גרויסן זיידן פאר 2 חדשים צוריק 🎞️ דער ראש ישיבה זינגט הנורת ביים גרויסן זיידן חנוכה תשפ"א 📜 א בריוו פון ראש ישיבה איבער משמש זיין דעם גרויסן זיידן 📜 א בריוו פון ראש ישיבה איבער די באזוך פונעם גרויסן גאון אין יבנאל

    < זעה מער כג אדר תשפ"א 📝
  • 🧱 פלענער פארן בנין אין אומאן וואס איז שוין אויסגעוואקסן

    נאך אזא שווערע יאר וואס איז פאריבער, הויבט שוין אן צו שיינען די ליכטיגקייט פונעם הייליגן רבינ'ס ראש השנה, מיר גרייטן זיך אויף די הייליגע נסיעה קיין אומאן צוזאמען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א צו מקבל זיין אלע תיקונים פון הייליגן רבי'ן, און גלייכצייטיג בעטן מיר דעם אייבערשטן אז דאס יאר זאלן מיר קענען אנקומען צום הייליגן רבי'ן אן קיין שום מניעות און שטערונגען. ווי באקאנט האט מען אין די ערשטע פאר יאר זיך געוואלגערט פון איין פלאץ צום אנדערן, מ'האט געדינגען איין לאקאל, און דערנאך ווען עס איז אויסגעוואקסן האט מען געדינגען א צווייטע לאקאל, אבער אויך דאס איז מען ב"ה זייער שנעל אויסגעוואקסן. דאן איז דער ראש ישיבה אריינגעשפרינגען מיט מסירת נפש אינעם גרויסן פראיעקט פון בויען א נייעם בנין ספעציעל געאייגענט פארן געברויך פון ראש השנה אין אומאן פאר אנשי שלומינו. מיט סייעתא דשמיא האט מען ב"ה געטראפן א פאסיגע שטח אויף די שטילע "בילאצערקאווסקע" געסל, אינדרויסן פונעם צענטער, אוועק פון די הו-האַ פון די "פּושקינא" גאס, א ריין ווינקל צוגעפאסט פאר תלמידי היכל הקודש וואס קומען מיט די קינדער שלא טעמו טעם חטא. געלויבט דעם אייבערשטן מען האט אויפגעבויעט אויפן פלאץ א הערליכע זעקס שטאקיגע בנין. פאר דריי יאר צוריק איז מען צום ערשטן מאל אריין אינעם בנין אויף ראש השנה, וואס איז נאך דאן געווען ממש רוי, און איז גענוצט געווארן אויף א צייטווייליגן פארנעם, עס האט געהאט איין שטאק פון שלאף צימערן, דער מקוה, דער בית המדרש, און דער קאך, אבער אלעס אויף א פראוועזארישן אופן. פאר צוויי יאר צוריק איז שוין דער גאנצער סטרוקטור פון אלע שטאקן געווען אויפגעבויט, צוויי פון די פיר שטאק שלאף צימערן זענען שוין געווען פארטיג, די קיך איז שוין געווען אויסשטאפירט מיט אלע געברויכן, די מקוה האט שוין געהאט א העכסט סאפיסטיקירטער פילטער. אויך האט מען צוגעקויפט א שטח פון אונטערן בנין ווי מען האט אינסטאלירט א גרויסע וואסער טאנק עס זאל זיין מער וואסער פארן געברויך. פאריאר האט מען ב"ה צוגעקויפט נאך א שיינע פראפערטי נעבן בנין, מען זאל קענען צובויען און זיך אויסברייטערן. פאריאר האט מען אריינגעלייגט אימערמידליכע גרויסע כחות אז אנשי שלומינו זאלן קענען קומען צו פארן צום רבינ'ס ראש השנה, אינגעלייט האבן זיך מוסר נפש געווען, געקויפט טיקעטס פאר טייער געלט, און זיך געוואלגערט עטליכע טעג אויף די וועגן, און פרובירט אלע סארטן אומוועגן אנצוקומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה. אבער דער אייבערשטער האט אנדערש געוואלט, צו סוף דער ראש ישיבה מיט די תלמידים געפראוועט דעם ראש השנה אין קרית ברסלב שטעטל אין אפסטעיט. היי יאר זענען אלע אנשי שלומינו מתפלל מען זאל קענען איבערקומען אלע מניעות און שטרויכלינגען וואס די סטרא אחרא לייגט אריין אויפן וועג, יעדער מיט זיינע פריוואטע מניעות, און מען בעט דעם אייבערשטן אז מען זאל זוכה זיין אנצוקומען צום הייליגן רבין ווי ער האט געבעטן און געפאדערט. עס ווערן יעצט געמאכט פלענער פארן בנין אויפן קומענדיגן יאר, ווי מען זעט שוין אז עס איז אוממעגליך אריינצונעמען אלע אנשי שלומינו וואס ווילן וויילן דעם יום טוב מיטן ראש ישיבה. פאלגענד זענען די פראיעקטן וואס וועלן געמאכט ווערן אין די קומענדיגע חדשים, בעזרת השם יתברך: 🧱 מען דארף ענדיגן די אויבערשטע צוויי שטאק שלאף צימערן נאכצוקומען די גרויסע פארלאנג. 🧱 עס דארף ווערן געקויפט און אינסטאלירט אן עלעוועטיאר וואס פעלט זיך אויס פאר אזא הויכע בנין. 🧱 מען דארף בויען א נייע גרויסע לאנטש רום וואס די יעצטיגע איז שוין געווען ממש אוממעגליך אריינצונעמען דעם גרויסן ציבור. 🧱 מען דארף בעז"ה פארגרעסערן די מקוה (אויף די פלאץ פון לאנטש רום) 🧱 מען דארף מאכן א פראקטישע קאווע צימער, 🧱 מאכן א קלענערע לאנטש רום וואס זאל ווערן גענוצט פאר טאטעס מיט קליינע קינדער וואס עסן אין אנדערע צייטן. דער נייער בית הדפוס אין אומאן נסיעה אומאן ראש השנה תשע"ג מיט מוהרא"ש זי"ע הָרֹאשׁ הַשָּׁנָה שֶׁלִּי עוֹלֶה עַל הַכֹּל

    < זעה מער כ אדר תשפ"א 📝
  • קמחא דפסחא קאמפיין

    אין די יעצטיגע טעג ווערט פראקלאמירט דער יערליכער קמחא דפסחא קאמפיין, וואס צילט אויסצוצאלן אלע מלמדים און כלי קודש פון די מוסדות אויף פסח. אזויווי אין די לעצטע וואכן האט דער בן גמלא ספאנסערשיפ קאמפיין מצליח געווען מיטן אייבערשטענס הילף, און פילע אידן האבן זיך שיין משתתף געווען. און דערמיט אפגעצאלט אסאך חובות וואס מען איז געווען שולדיג פאר די טייערע מלמדים.&nbsp; דערפאר איז באשלאסן געווארן אז לכבוד די קמחא דפסחא קאמפיין וועט געגעבן ווערן די געלעגענהייט פאר נאך אידן צו אנצושליסן אינעם בן גמלא קאמפיין דורך ערמעגליכן צו צעטיילן די בן גמלא פעימענטס אויף בלויז $84 א חודש, וואס איז א סכום וואס מער קענען זיך ערלויבן און אזוי ארום אנטייל נעמען אינעם בן גמלא-קמחא דפסחא קאמפיין, און באצאלן א מלמד פאר איין וואך. דער ציל פונעם קמחא דפסחא קאמפיין איז אויסצוצאלן אלע איינגעשטעלטע אויף יום טוב. און אויך סטאביליזירן די בודזשעט מ'זאל צאלן צייטליך די מלמדים יעדע וואך פון יעצט. דאס יאר איז דער פינאנציעלע מצב פון די מוסדות זייער שווער. ברוך ה' די מוסדות האלטן אין איין וואקסן, און מיט דעם וואקסט מיט די גרויסע הוצאות. דעריבער האפט מען אז מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן זיך אידישע קינדער אנרופן זייער ווארעם ארויסצוהעלפן די הייליגע מוסדות. אין די לעצטע יארן איז דער קמחא דפסחא קאמפיין געקרוינט געווארן מיט א געוואלדיגע הצלחה מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, אידן האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן מיט גרעסערע סכומים, און מען האט געקענט אויסצאלן אלע איינגעשטעלטע פאר פסח און זיי פארשאפט א שמחת יום טוב. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועלן אידן זיך אנרופן ווארעם אויך דאס יאר, און מיט דעם האבן א גלייכע חלק אין די הייליגע ארבעט. שליסט אייך אן און שטיצט די הייליגע מוסדות, רופט ר' אברהם משה שטראסער 917-578-0495 אדער ר' אהרן פיש 347-889-9892. כל דכפין ייתי ויכול! 📸&nbsp;דער ראש ישיבה שרייבט אריין די וואס זענען זיך משתתף אינעם קמחא דפסחא קאמפיין תש"פ &nbsp;

    < זעה מער יט אדר תשפ"א 📝
  • א פרייליכע פורים המשולש אין ישיבה

    א גאר שיינער פורים המשולש איז דורך אין ישיבה, מיטן ראש ישיבה, ווי מען האט זיך געפרייט און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נסים וואס ער טוט מיט אונז בימים ההם בזמן הזה. &nbsp; תענית אסתר א שיינער ציבור איז זיך צזאמגעקומען אין בית המדרש, מען האט געגעבן מחצית השקל. נאך מעריב, האט דער ראש ישיבה שליט"א געליינט די מגילה. ביינאכט זענען די בחורים ארום געפארן אויפלעבן אידישע שטובער. מען האט איבעראל געזינגען די שיינע ניגונים פון ישיבה וואס ווארעמט דאס הארץ צום אייבערשטן. &nbsp; פורים אינדערפרי דער ראש ישיבה האט געליינט די מגילה, דערנאך האט מען געפראוועט א סעודת פורים אין ביהמ"ד, דער ראש ישיבה האט אויפגענומען דעם ציבור און ווארים אנגעווינטשן און געפועלט ישועות בפרט שידוכים פאר בחורים. &nbsp; ליל שבת קודש עס איז געווען זייער פרייליך אין בית המדרש, דער ראש ישיבה האט געזאגט א דרשה פאר לכה דודי און האט ארויסגעברענגט אז "ווילאנג א מענטש האלט אז ער קען, ער ווייסט, ער פארשטייט - קען ער גארנישט, און וועט אין ערגעץ נישט אנקומען, ווען א מענטש אנערקענט ער אליינס קען גארנישט, מען ווארפט זיך אונטער די הנהגה פון אייבערשטן, און מעל פאלגט דעם צדיק, דעמאלטס איז מען מצליח", מ'האט געזינגען און געטאנצן פארן דאווענען און נאכן דאווענען, און ביי לכה דודי. &nbsp; שבת אינדערפרי נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט סיפורי מעשיות, ווי דער רבי שרייבט איבער דער "יד הקטנה וואס פארשטעלט די ליכטיגקייט", האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז דער יד הקטנה, קען ארויפגיין אויף א "סמארטפאון" וואס פארשטעלט אלעס, און מען פארלירט דעם טעם אין אידישייט, און פון לעבן. &nbsp; שלש סעודות דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער שיחה קל"א אין שיחת הר"ן, דורך פאטשן און טאנצן איז מען ממתיק דינים, דער רבי פירט אויס דער שיחה "אזוי האב איך געזאגט", האט דער ראש ישיבה גאזאגט אז דאס מיינט אז מען דארף דאס טון לעובדא ולמעשה. &nbsp; מוצש"ק מען האט געפראוועט דער סעודת משתה היין, צוזאמען מיט די שבע ברכות פאר החתן אהרן לונגער, מתלמיד הישיבה, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה מען האט געטאנצט ביז שפעט אין די נאכט. נאכן טאנצן האט דער ראש ישיבה גערעדט, דער ראש ישיבה האט געזאגט "א שאד אז מענטשן גייען דורך צרות, און ווייסן נישט די עצה פון התבודדות. בעטן דעם אייבערשטן איז איין זאך, התבודדות, דאס הייסט שמועסן מיט אייבערשטן איז עפעס אנדערש. ווער עס ווייסט פון התבודדות איז א באפרייטער מענטש, אזא מענטש גייט אים גארנישט אן, עס באדערט אים גארנישט, ער קוקט אויף קיינעם נישט, און האט א גוטע לעבן". &nbsp; זונטאג נאכמיטאג מען האט געפראוועט א סעודת שושן פורים אין ישיבה, מ'האט געוויזן סליידס פון מוהרא"ש יארן צוריק אום פורים, ווי ער זאגט צווישן אנדערע אז ער איז געקומען אויף דער וועלט נאר צו העלפן בחורים און מיידלעך.&nbsp; דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער דעם אז "שושן פורים איז אויך פורים", דער ראש ישיבה האט געזאגט "ביזט יעצט אנגעקומען צום רבין ביי די פופציג, הייב אן יעצט, עס איז נישט דערנאך", אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז נעקסטע וואך גייט זיין א שיעור פאר פרויען וואס האבן נאך נישט אנגעהויבן פסח'דיג צו מאכן, ווי מען וועט זיך מחזק זיין צו וויסן וויאזוי מען מאכט פסחדיג, און אז עס בכלל נישט שווער, און נעמט נישט לאנג. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ אויפן ניגון "קרב יום" פאר גאר לאנגע צייט. 📸 מגילה ליינען ביים ראש ישיבה 📸 פורים נאכמיטאג ביים ראש ישיבה 📸 סעודת משתה היין מוצש"ק אין ישיבה 📸 שושן פורים אין ישיבה 🎧 דרשה ביים סעודת שושן פורים ▶️ דרשה ביים סעודת שושן פורים 🎞️ סעודת משתה היין מוצש"ק אין ישיבה 📰 פורים אין היכל הקודש אין ירושלים 📰 דער ראש ישיבה רעדט צו די קינדער איבער זיך פארשטעלן פורים 📰 די בחורים גרייטן זיך אויף פורים 📜א בריוו פון ראש ישיבה וויאזוי עס איז דורך פורים אין ישיבה לַיְּהוּדִים הָיְתָה אוֹרָה וְשִׂמְחָה וְשָׂשֹׂן וִיקָר

    < זעה מער יח אדר תשפ"א 📝
  • פורים אין היכל הקודש ירושלים

    די "משמחים" הפצה גרופע דערפרייען אידישע שטובער אום פורים א הפצה ווען איז ארום געפארן אין גאסן פון הייליגן שטאט ירושלים, און האט מפיץ געווען די אור פונעם הייליגן רבין און האט דערפרייט אידישע קינדער אינעם הייליגן יום טוב פורים. תיכף נאך תפלת שחרית אינדערפרי, האבן זיך די בחורים געזעצט לערנען יעדער זייערע שיעורים כסדרן. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג, ווען אויפן וועג נוצט מען אויס די צייט מיטן לערנען און מפיץ זיין. די גרופע "משמחים" האבן אנגעהויבן מיטן סעודת פורים ביי הרה"ח ר' בעריש קרויס הי"ו, וואס געבט זיך אינגאנצן אוועק א גאנץ יאר פאר הפצה, און יעצט ביים סעודה האט ער מנדב געווען א שיינע סכום פארן מרכז הפצה, דאס איז אויסער וואס ער האט אוועקגעבארגט זיין אייגענע ווען פאר די "משמחים" גרופע צו קענען מפיץ זיין אום פורים. דערנאך האט די גרופע זיך ארויסגעלאזט באזוכן ביי פילע אידישע שטובער, זינגענדיג די ניגונים פון ישיבה וואס מאכט דאס הארץ בענקען צום אייבערשטן, מען האט זיי זייער ווארים אויפגענומען, און געגעבן שיינע סכומים. "וּבְכָל מְקוֹם אֲשֶׁר דְּבַר הָרֹאש יְשִיבָה מַגִּיעַ שִׂמְחָה וְשָׂשׂוֹן לַיְּהוּדִים ..." אין די גאסן פון ירושלים האט מען געזען אסאך פרייליכע פנימער פון אלע זייטן ווען זיי האבן געהערט די ווען מיט די הויכהילכער פון זאך זינגען די הייליגע ניגונים פון ישיבה, פילע זעענדיג די בילדער און די חיזוק ווערטער אויפן ווען זייענדיג בגילופין, זענען צוגעלאפן "קושן" די בילדער מיט א געוואלידיגע ליבשאפט שרייענדיג "דאס איז מיין לעבן" א.א.וו. און האבן באווארפן די מפיצים מיט צדקה, און גענומען די הייליגע ספרים. מען האט ברוך השם שיין מצליח געווען און אנגעקומען צו אסאך הייזער, אבער די משמחים האבן אויסגעדוקט זייער אנטשוליגונג אז זיי נישט אנצוקומען איבעראל, צוליב די פילע רופער וואס איז געווען מער פון זייער יכולת. מען קען נאך געבן צדקה פאר די מרכז הפצה אין ירושלים ביי "נדרים פלאס" אויף דעם לינק. סעודת משתה היין אנשי שלומינו תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א זענען זיך צוזאם געקומען זיך צו פרייען אינאיינעם אין בית המדרש היכל הקודש, אויף רחוב רביה"ק רבי נחמן מבסלב זי"ע אין ירושלים עיה"ק, מען האט זיך געפריידט און געטאנצן לכבוד פורים, עס איז געווען זייער פרייליך, מען האט אזוי זיך געפרייט ביז אין די שפעטע פארטאגס שעה'ן. 📸 בילדער פון די משמחים 📸 סעודת משתה היין אין ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים &nbsp; וִימֵי הַפּוּרִים הָאֵלֶּה לֹא יַעַבְרוּ מִתּוֹךְ הַיְּהוּדִים וְזִכְרָם לֹא יָסוּף מִזַּרְעָם

    < זעה מער יז אדר תשפ"א 📝
  • 🛒 ברסלב סענטער עפענט אט אויף די טויערן פונעם אנליין געשעפט

    יעדן טאג באקומט אונזער "ברסלב סענטער" וועבסייט טויזנטער באזוכער פון אידן איבער די גאנצע וועלט וואס זענען געוואויר געווארן פון די זיסע וועגן וואס דער ראש ישיבה לערנט אויס. זיי קומען ארויף און הערן אויס די שיעורים פון ראש ישיבה אויפן וועבסייט, זיי דאונלאודן גליונות, אדער קונטרסים פון "ברסלב סענטער" און זאגן אונז ווי זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוט. עס קומען כסדר צוריק גריסן פון מענטש ווי "איך האב אנגעהויבן לעבן מיט אייבערשטן", "מיין שלום בית איז נישט צו דערקענען", "איך האב קיינמאל נישט געשפירט די זיסקייט פון די הייליגע תורה ווי יעצט", "איך האב אנגעהויבן ליב צו האבן אהיימצוקומען צו מיין ווייב און קינדער, מיין שבת טיש איז יעצט אזוי געשמאק" א.א.וו. און זיי האבן כסדר געבעטן "מיר ווילן קויפן דעם און דעם ספר פון מוהרא"ש זי"ע", אדער "וואו קען מען קויפן סידיס פון ראש ישיבה שליט"א?" א.א.וו. דערפאר האט די מאנשאפט אריינגלייגט גרויסע כחות אין די לעצטע פאר חדשים צו קענען עפענען דעם "געשעפט" אפטיילונג פון אונזער וועבסייט. מען האט אינוועסטירט גאר אסאך צייט, געלט, און מיה, צו אויפשטעלן און מסדר זיין דעם "געשעפט" בלאט פון "ברסלב סענטער", וואו מען וועט בעז"ה קענען באשטעלן פילע ספרים, קונטרסים, סידיס, און נאך פארשידענע ארטיקלען, און עס באקומען דעליווערט אהיים צום טיר. אין די טעג ווערט נאך אויסגעארבעט די לעצטע טעכנישט דעטאלן פונעם געשעפט אפטיילונג, וואס וועט בעז"ה זיין מסודר הערליך שיין און קלאר, און גרינג צו באנוצן. די פראיעקט פון אויפהאלט דעם וועבסייט און עס כסדר פארבעסערן ציעט אריין אין גאר גרויסע הוצאות, מען קען זיך משתתף זיין דורכ'ן דרוקן דעם לינק. &nbsp; 💳 צו מנדב זיין פארן וועבסייט

    < זעה מער יג אדר תשפ"א 📝
  • נייעס פון שטעטל

    פאריגע וואך איז פארגעקומען א מיטינג פון די הנהלה פון שטעטל. דער ראש ישיבה שליט"א איז ספעציעל אראפגעפארן צו קענען אנטייל נעמען, און דורכגיין פארשידענע וויכטיגע ענינים וואס איז נוגע פאר'ן עתיד פונעם שטעטל "קרית ברסלב" אין ליבערטי. מען האט אויסגעשמועס פארשידענע וויכטיגע ענינים, צווישן אנדערע: סיידוואלקס: מען האט אויסגעשמועסט די שוועריקייטן צו גיין אויפ'ן ראוד, בפרט ביינאכט איז עס א גרויסע סכנה. מען האט גערעדט צי עס איז דא א מעגליקייט אהערצושטעלן סיידוואלקס פאר די זיכערהייט פונעם ציבור. קלאס צימערן: עס זענען ברוך השם צוגעקומען אסאך נייע קינדער אין די הייליגע מוסדות, מען האט גערעדט איבער צובויען נאך קלאסן צום יעצטיגן בנין המוסד אדער גאר אפקויפן נאך א בנין. שוחטים: דער ראש ישיבה שליט"א האט באשטימט שוחטים פאר די קהילה. מען האט איבערגעגעבן א רעפארט איבער זייער פארשריט. די שוחטים לערנען פלייסיג, און לעצטנס זענען זיי ספעציעל אראפגעפארן צו א שלאכט הויז זיך צו לערנען צו שחט'ן אין פראקטיק. מען האפט בקרוב צו קענען מעלדן מער פרטים ווען די שחיטה וועט זיך אנהייבן למעשה. סטריט לייטס: צוליב וואס ביינאכט איז זייער טונקל אין שטעטל, האט מען איבערגעגעבן וואו מען עס האלט די געשפרעכן מיט די עלעקטעריק פירמע, אז זיי זאלן אינסטאלירן סטריט לייטס ביי אלע הייזער. דירות: צוליב די פילע משפחות וועלכע ווארטן זיך ארויסצוציען, הערשט יעצט א געוואלדיגע דירות מאנגל, וואס מיט תפלה וועט מען עס אויס'פועל'ן אם ירצה השם. ביקור חולים: צוליב די קאראנע אונטערגאנג, לאזן די שפיטעלער נישט אריין קיין באזוכער. מען האט געשמועסט איבער די באמיאונגען וואס מען טוט אז דער לאקאלער "העריס האספיטאל" זאל אריינלאזן די פרויען פון ביקור חולים פון שטעטל באזוכן די קראנקע, זיכער צו מאכן אז זיי האבן אלעס וואס זיי דארפן, און אויך ערלויבט ווערן אנצופילן די ביקור חולים צימערן מיט עסן און אלע באדארפענישן. בית החיים: אזוי ווי דער ראש ישיבה לערנט שטענדיג מיט אונז אז מען זאל לעבן מיטן תכלית, און געדענקען אז מען בלייבט נישט דא אויף אייביג, איז געווארן ארויפגעברענגט פארשידענע הצעות וועלכע פלאץ ס'איז דא און וואו ס'איז די בעסטע געאייגענט, בקרוב וועט מען מעלדן מער פרטים. 📰 שאטל סערוויס אין שטעטל 📸 דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט אין חדר 📸 דענמען מקוה אין שטעטל ▶️ דער ראש ישיבה שליט"א רעדט צו די קינדער אין חדר איבער זיך פארשטעלן פורים ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם

    < זעה מער יב אדר תשפ"א 📝
  • צום ערשטן מאל: בחורים וועלן משמח זיין אין אייער שטוב פורים תשפ"א אין ארץ ישראל

    חדש! המשמחים בארץ ישראל השנה מפתיעים בארץ הקודש &ndash; אחרי שבשנה החולפת ההפצה פרצה גבולות ודבר ראש הישיבה שליט"א התפשט לאורכה ולרוחבה, כבר אין זה סוד, שרבבות יהודים שואבים חיות לנפשם וחמצן יומיומי לנשמתם מחיזוקי ראש הישיבה שליט"א, עוטים בשקיקה על הגיליונות, החוברות, הניגונים, השיעורים והחיזוקים, ובולעים בצמא את מילות ראש הישיבה היחיד שמבין לליבו של כל אחד ואחד, וסולל דרך לחיים מתוקים שכמותם לא טעמו מעולם. וכעת, לעונג רב יהיה להזמין את המפיצים בכבודם ובעצמם, תלמידי הישיבה בארץ הקודש &ndash; לבוא לשמח אתכם בעצם יום הפורים המסוגל. נא תאמו תור מראש והמפיצים הנודעים המכניסים שמחה בלבבות לאורך כל השנה, יעלו לביתכם ויכניסו עימם ששון ושמחה עצומה, ותוכלו ליטול חלק ביד נדיבה בתנופת ההפצה בארץ הקודש. כידוע נפתחו בשנה האחרונה 3 בתי דפוס להדפסת הגליונות והחוברות של הראש ישיבה שליט"א, כאשר בכל שבוע מתרגמים את הגליונות והחוברות ללשון הקודש ומודפסים בירושלים, בני ברק וצפת בלמעלה מ 10000 עותקים, ומשם נלקחים להפצה בכל ערי הארץ, וכעת זה ההזדמנות להיות שותפים לדבר גדול זה. להזמנת ה'משמחים' תלמידי ראש הישיבה שליט"א לביתכם בעצם יום הפורים: התקשרו עכשיו להבטיח את תורכם: 052-7644-664 📰 חדשות במרכז הפצה בארץ הקודש בחודש העבר 📰 התרגשות בבני ברק המפיצים מתחדשים הבית הדפוס החדש 📰 בחורים אין אמעריקע וועלן קומען משמח זיין 🎦 שושן פורים תשע"ג אין ישיבה 🎦 פורים תשע"ג ביי מוהרא"ש זי"ע 📸 שושן פורים פלעי תש"פ אין ישיבה ------------------------------------------------------------------------------------- אין ארץ ישראל איז היי יאר איז דא אן אנגענעמע איבעראשונג - נאכדעם וואס עס איז אריבער א יאר וואס די הפצה האט געבראכן אלע גרעניצן, די עצות און שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א האבן זיך פארשפרייט אין די לענג אין די ברייט פון ארץ ישראל, איז שוין היינט בכלל נישט קיין סוד, אז צענדליגע טויזנטער אידן שעפן זייער חיות און לופט צום אטעמען פון די שיעורים פון ראש ישיבה, מען לערנט דורך פון דעקל צו דעקל יעדע גליון, יעדע קונטרס, יעדע סידי, און מען שלינגט מיט דורשט די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א, וואס איז דער איינציגער וואס מען שפירט ווי ער פארשטייט וואס עס גייט דורך אויף אונזער שווערע דור, און געבט פאר יעדעם אזא שיינע און זיסע וועג צום לעבן, וואס אזא זיסער טעם האט מען נאך קיינמאל נישט געשפירט. יעצט היי יאר פורים תשפ"א, וועט מען האבן די ערשטע מאל די געלענגעהייט צו איינלאדענען די הייליגע מפיצים - די תלמידים פון ישיבה אין ארץ ישראל - צו קומען און משמח זיין ביי אייך אין שטוב אינעם מסוגל'דיגן טאג פון פורים. ביטע באשטעלן אן אפוינטמענט פון פאראויס, און די מפיצים וואס דערפרייען טויזטער אידישע הערצער במשך א גאנץ יאר, וועלן קומען צו אייך אין שטוב און מיטברענגען מיט זיך א שמחה און געשמאק, און וועלן זינגען די הערליכע ניגונים וואס דערווארימען דאס הארץ, און ברענגען נאנט אידישע קינדער צום אייבערשטן. און גלייכצייגיג וועט איר האבן די געלעגעהייט צו שטיצן מיט א ברייטע האנט די הפצה אפאראט אין ארץ ישראל. ווי באקאנט האט זיך געעפעט במשך די לעצטע יאר דריי נייע בתי הדפוס צו דרוקן די גליונות און קונטרסים פונעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל. יעדע וואך איז מען צוערשט מתרגם די גליונות און קונטרסים צו לשון הקודש, מען דרוקט עס דערנאך אין ירושלים, בני ברק, און צפת איבער 10,000 קאפיעס, נאכדעם פארשפרייט מען עס פון דארט צו אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל. יעצט האט איר די געלעגענהייט צו זיין א שותף אין דעם הייליגן פראיעקט. צו באשטעלן די גרופע "משמחים", תלמידים פון ראש ישיבה שליט"א צו אייך אין שטוב אין פורים, פארבינדט אייך שוין צו פארזיכערן אייער אפוינטמענט: 052-7644-664 והעיר שושן צהלה ושמחה

    < זעה מער יא אדר תשפ"א 📝
  • 🎭 דער ראש ישיבה איז מחנך די קינדער וואס מיינט "א מעכטיגע פארשטעלאכטס"

    אין א באזוך וואס דער ראש ישיבה האט אפגעשטאט אין חדר פאריגע וואך, האט דער ראש ישיבה שליט"א געשמועסט מיט די קינדער איבער די גרויסקייט פונעם יום טוב פורים וואס קומט שוין אן, און וואס מען לערנט זיך ארויס פון די מגילה. אינמיטן די שמועס האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט פאר די קינדער און זיי געוויזן א לעבעדיגע ביישפיל, אז מען זאל נישט מוטשען א מאמע און ארויסקוועטשן דורכדעם טייערע פארשטעלאכטס, כדי צו ווערן אזוי א "מעכטיגע אינגל" - ווי די קינדער רופן דאס. "וויאזוי איז מען א מעכטיגע אינגל"? האט דער ראש ישיבה געפרעגט די קינדער - "ווער עס טשעפעט נישט - ער איז דער מעכטיגסטער אינגל אין ברסלב!" האט דער ראש ישיבה געענטפערט, "מעכטיג איז א אינגל וואס פאנטשט נישט אנדערע קינדער!" דער ראש ישיבה האט ווייטער ערקלערט פאר די קינדער "אויב פורים גייסטו זען אין שול א אינגל וואס האט נישט עפעס א טייערע קאסטיום, ער האט עפעס א פלעינע זאך, זיין מאמע האט אים געזאגט 'דאס' איז די בעסטע פארשטעלאכטס", דער ראש ישיבה האט ארומגעבינדן א שאל ארום זיין קאפ און געוויזן פאר די קינדער "וועסט זיין א באביטשקע, גיי ארום אזוי איינגעבויגן", דער ראש ישיבה האט זיך אויפגעשטעלט און געוויזן פאר די קינדער צו די געלעכטער פון די זיסע קינדערלעך, "אזא גוטע פארשטעלכאטס" האט דער ראש ישיבה זיי געזאגט, "עס קאסט נישט קיין געלט!", "אויך קען מען מאכט די גלעזער פארקערט, אזוי" האט דער ראש ישיבה געוויזן, "קוק, איך בין פארשטעלט!" דערנאך האט דער ראש ישיבה זיי געוויזן וויאזוי מ'קען זיך פארשטעלן ווי א רבי, "יעצט וועל איך זיך מאכן ווייסע פיאות". דער ראש ישיבה האט גענומען א טישו, עס איינגעדרייט און אריינגעלייגט אין די גלעזער "קוק מיין ווייסע פיאות, עס קאסט נישט קיין געלט! א מעכטיגע פארשטעלאכטס!", דער ראש ישיבה האט געלייגט א טישו אויף זיין מויל "יעצט האב איך א ווייסע בארד" האט דער ראש ישיבה געוויזן צו די געלעטכער פון די קינדער. דער ראש ישיבה האט זיך אויפגעשטעלט פון זיין פלאץ און אזוי "פארשטעלטערהייט" ארומגעגאנגען די טישן פון די קינדער, איינגעבויגענערהייט ווי אן "עכטע רבי" וואס געט א ברכה פאר די חסידים, אינמיטן האט דער ראש ישיבה זיך געמאכט ווי ער פאלט פלוצלינג אראפ, בשעת די קינדער קוילערן זיך פאר געלעכטער און קענען נישט צו זיך קומען. דער ראש ישיבה האט זיך צוריק געזעצט אויף זיין פלאץ און אויסגעטון זיין "פארשטעלאכטס", און געזאגט פאר די קינדער "עטס האטס געזען? א גוטע פארשטעלאכסט!!" אזוי האט דער ראש ישיבה ווייטער ארויסגעברענגט פאר די קינדער אז נישט ווער עס מוטשעט די מאמע און פארמאגט א טייערע קאסטיום איז א מעכטיגע אינגל, "א מעכטיגע אינגל" האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט "איז צופרידן מיט וואס די מאמע געבט אים". דערנאך האט דער ראש ישיבה געבעטן די קינדער זאלן פארציילן ווער עס האט א "מעשה פון נישט מוטשען די מאמע", ווען די זיסע קינדער איינער נאך די צווייטע פארציילן מיט שטאלץ א מעשה'לע ווי ער האט נישט געמוטשעט זיין מאמע ווען ער האט עפעס געדארפט צו די ווארימע קאמפלימענטן פונעם ראש ישיבה "דאס איז א שיינע מעשה", "דאס איז א מעכטיגע אינגל!", "דאס איז מעכטיגע קינדער" האט דער ראש ישיבה זיי געזאגט. און אזוי האט זיך דער שמועס ווייטער געצויגן מיט די קינדער, און זיי ערלקערט וואס מיינט כיבוד אב ואם, און אז נישט געלט מאכט א מענטש חשוב, נאר זיין אויפפירונג, זיין 'עדיטוט' איז וואס מאכט דעם מענטש ארויפגעקוקט. 📸 בילדער ▶️ דער גאנצער שיעור ▶️ קורצע אויסשניט פונעם שיעור אויף "חיזוק יומי המתורגם"

    < זעה מער י אדר תשפ"א 📝
  • EVENING OF INSPIRATION TONIGHT 2.21.21 FOR WOMEN IN LAKEWOOD

    &ldquo;Boneini&rdquo; is presenting an Evening of Inspiration - transforming your marriage and improving relationships with your children - for women in Lakewood. A powerful lecture by the Rosh Yeshiva Shlita will be screened. Guest of honor will be Mrs. Devorah Newman (Frommer), with a major speech by the renowned Kalla Teacher and Speaker Mrs. Chany Scharf. Come and join us tonight Feb 21 2021 at 8:00 PM at 1658 St Regis Ct. Toms River, NJ 08755 - Admission is free!&nbsp; Hosted by the dedicated Berger family.&nbsp; Event arranged by &ldquo;Boneini&rdquo; - Partner with a child&rsquo;s Torah learning zechus. 929.630.6070 subscribe@buneini.org. 📰 The BONEINI program in the news 🎞️ The Menahel Reb A M Strasser about BONEINI &nbsp; -------------------------------------------------------------------------------------------- מעכטיג פרויען אינספיראציע אווענט היינט זונטאג נאכט תצוה אין לעיקוואוד בניני טוט אראנזשזירן א גאר מעכטיג "אווענט פון אינספיראציע" פאר פרויען אין לעיקוואוד, היינט זונטאג תצוה תשפ"א. אינספיראצע און טיפס צו פארבעסרן די שלום בית און די באציאונגען מיט די קינדער. עס וועט אויפגעשפילט ווערן א גאר שטארקע דרשה דורכן ראש ישיבה שליט"א, עס וועט אויפטרעטן די חשובע גאסט רעדנערין מרת דבורה ניימאן (פראמער), און די באקאנטע כלה מדריכה און רעדנערין מרת חנה שארף קומט און רופט אייערע פריינט היינט זונטאג אוונעט אום 8:00 אווענט אויף 1650 סט. רעגיס קט. טאמס ריווער. איינטריט בחנם! אנגעפירט דורך די איבערגעגעבענע משפחת בערגער. &nbsp; עס ווערט ארארדזשירט דורך "בנינו" - ווערט א שותף מיט א קינד'ס לימוד התורה 929.630.6070 subscribe@buneini.org.

    < זעה מער ט אדר תשפ"א 📝
  • אשר בנחל אידיש חלק ב' - יעצט צו באקומען צום טיר

    אשר בנחל אידיש חלק ב' קען מען באקומען דעליווערט עס איז זייער שווער צשרייבן איבער דער הייליגער ספר "אשר בנחל". דער ספר וואס מוהרא"ש האט נישט געשריבן מיט טינט נאר מיט בלוט פון זיין הארץ. מען רעדט פון דעם הייליגן ספר וואס פלאמט אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. דער הייליגער ספר וואס וועקט אויף א מענטש פון זיין שלאף. דער ספר וואס שרייט אויס "אין עוד מלבדו, עס נישט פארהאן עפעס אנדערש אויסער דער אויבערשטער". "הייב אן פון יעצט, קוק נישט אויף צוריק", "דער אייבישטער דארף דיר יא, הער נישט אויס די וואס זאגן אז נישט", מען קען נישט אנטלויפן נאר צום אייבערשטן", א.א.וו. - וויפיל מען זאל רעדן איבער דעם הייליגן ספר, קען מען אפילו נישט אנהייבן. אין די לעצטערע יארן ווען עס האט זיך אנגהויבן צו פארמערן תלמידים וואס האבן נישט פארשטאנען קיין לשון הקודש, האט מוהרא"ש אנגעהויבן צו שרייבן מערערע בריוו אויף מאמע לשון, אויף אידיש ספעציעל פאר אנשי שלומינו אין אמעריקע. פון די אלע בריוו האט זיך צוזאם געקליבן עטליכע הונדערט בריוו, וואס דער קרן הדפסה האט הערליך מסדר געווען און אפגערוקט אין 6 הערליכע בענדער. יעצט איז אנגעקומען אין בית הדפוס א נייע שיפמענט פונעם ספר "אשר בנחל אידיש חלק ב'". און עס ווערט געגעבן די מעגליכקייט צו באקומען דעם ספר ביים טיר פאר קאסט פרייז בלויז $13 אריינגערעכענט דעליווערי. כאפט אריין ווילאנג עס איז נאך דא, און הייבט אן לעבן א פרישע לעבן, א לעבן פון שלום בית, א לעבן פון לעבן מיטן אייבערשטן, א לעבן פון זיין דבוק אין די תורה, א לעבן פון זיך פרייען מיט יעדע קלייניקייט. רופט אריין אין קרן הדפסה אויף 718-387-2691 עקסט. 2אדער שיקט אן אימעיל צו office@kerenhadfusa.org. 🌆 שיפמענט אשר בנחל קומט אָן אין קרן הדפסה 📜עצתו אמונה איבערן הייליגן ספר "אשר בנחל" 📬 איש אמונות איבערן הייליגן ספר "אשר בנחל" כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים

    < זעה מער ו אדר תשפ"א 📝
  • 🍷 די בחורים גרייטן זיך אויף פורים

    די הייליגע ברסלב'ע ישיבה איז שוין גאר שטארק באקאנט אין די היינטיגע טעג, עס איז גוט באוואוסט די ווייט גרייכענדע פעולות פון די הייליגע ישיבה, סיי וואס מען זעט וואס די טייערע בחורים האבן זיך איינגעקויפט בין כותלי הישיבה, וואס הכרת פניהם ענתה בם, די תורה און תפלה, די יראת שמים און מדות טובות מיט וואס זיי צייכענען זיך אויס; און סיי די געוואלדיגע שיעורים וואס דער ראש ישיבה געבט יעדן טאג אין ישיבה, און ווערט געהערט דורך פילע צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט, וועלכע זענען לעבן מיט די דרשות, און מיט די "חיזוק יומי" אויסצוגן פון די דרשות. גאר אסאך אידן זאגן עדות אז די דרשות האבן געטוישט זייער לעבן צום גוטן אין אלע הינזיכטן, ברוחניות און בגשמיות. פילע זענען זיך מחיה מיט די הערליכע ניגונים אויף אידיש וואס איז מחזק די אמונה אין אייבערשטן. אויך שעפן פילע אידן זייער אידישקייט און זענען זיך מחיה מיט די הייליגע בריוו אין די קונטרסים "עצתו אמונה", וואס ווערט פארשפרייט און צוכאפט דורך טויזטער אידן טעגליך. זייער מערקווערדיג איז אבער דער גרויסער חילוק ווי עס האט אויסגעזען מיט יארן צוריק ווען די ישיבה איז געעפנט געווארן, ביז היינט. אנהויב פון די ישיבה, האט מען פארטריבן די בחורים און נישט געוואלט הערן בכלל פון די ישיבה. מען האט בכלל נישט באגריפן די תועלת וואס די הייליגע ישיבה ברענגט פאר אידישע קינדער. אצינד אבער איז דאס ב"ה פונקט פארקערט, עס הערשט אין די אידישע וועלט אזא געוואלדיגע צמאון און דורש אויף די ישיבה. אידישע קינדער זענען "לא צמא ללחם ולא צמא למים", מען שפירט פאר די גרעסטע זכי' צו קענען האבן א חלק און שטיצן די געוואלדיגע פעולות פון די הייליגע ישיבה, מען זוכט נאר "לשמוע את דבר ה'". די פארלאנג איז נאר געווארן מער און שטערקער מיט יעדע דורכגייענדע יאר. אין די פארגאנגענע עטליכע יאר האט מען שוין געווארן אוממעגליך נאכקומען דער גרויסער פארלאנג. פון אלע זייטן האט מען געבעטן אז די בחורים זאלן ארויפצוקומען צו זיי אום פורים, און דאס איז ב"ה געווען גאר שיינע הכנסה פאר די הייליגע ישיבה. כדי צו קענען נאכקומען די גרויסע פארלאנג און יעדעם קענען צופרידן שטעלן, האט מען היי יאר איינגעשטעלט אז מען וועט נישט ארויפגיין צו קיינעם אויסער די וואס מאכן א פאראויס באשטימטע אפוינטמענט. צו באשטעלן די בחורים צו קומען משמח זיין ביי אייך אום פורים רופט 917-232-9070.עקסטער גרייטן די בחורים און אינגעלייט מיט א שיינע פראגראם פאר מוצש"ק שושן פורים. מען וועט זיך בעז"ה צוזאם קומען און זיך משמח זיין לכבוד פורים אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג, מען וועט זיך וואשן צו מלוה מלכה און סעודת שושן פורים, דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן, און א הערליכע פלעי וועט בעז"ה געשפילט ווערן דורך די אינגעלייט און בחורים. דער ווייבער שול וועט בעז"ה זיין אפן. 📖 ספרים אויף פורים פון מוהרא"ש זי"ע 📁 קונטרס "א פרייליכן פורים" פון מוהרא"ש זי"ע 📰 ספר "איש יהודי" אויף מגילת אסתר פון ראש ישיבה שליט"א ▶️ מען טאנצט פורים ביי מוהרא"ש זי"ע - תשע"ג 🎦 שושן פורים פלעי תשע"ט אין ישיבה "דער בן מלך וואס איז געווארן אן אינדיג" ▶️ דרשה פון ראש ישיבה ביים סעודת שושן פורים תש"פ ליהודים היתה אורה ושמחה &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער ד אדר תשפ"א 📝
  • נייע ספר "איש יהודי" פונעם ראש ישיבה שליט"א ערשיינט בעז"ה אויף די חתונה

    מיט גרויס פרייד נעמען אנשי שלומינו אויף דאס ערשיינונג פונעם נייעם ספר "איש יהודי" א שיינער פירוש אויף מגילת אסתר פונעם ראש ישיבה שליט"א. דער ספר וועט בעז"ה ארויסקומען לאור עולם לכבוד די שמחה ווען דער ראש ישיבה שליט"א מאכט חתונה זיין זון הרב אלחנן חיים שליט"א עב"ג בת הרב מרדכי אינדיג שליט"א. לקראת די גרויסע ימי הפורים הממשמשים ובאים, איז דער פאסיגסטער צייט ארויסצוגעבן דעם נייעם ספר וואס איז א זאמלונג פון שיינע געדאנקען אויף די מגילה, און געקליבענע בריוו געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א. דער ספר איז פול מיט שיינע געדאנקען, חיזוק און עצות וויאזוי אויסצונוצן די הייליגע און פרייליכע טעג פון פורים אויפן ריכטיגן פארנעם, און וויאזוי מיטצונענמען די השפעות פונעם יום טוב אויף א גאנץ יאר. עס וועט אי"ה זיין צו באקומען דעם מיטוואך פרשת תרומה ביי די חתונה אין בית המדרש אין וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סטריט. אדער דורך רופן 845-418-3026. &nbsp; לְקַיֵּם אֵת יְמֵי הַפֻּרִים הָאֵלֶּה בִּזְמַנֵּיהֶם

    < זעה מער ג אדר תשפ"א 📝
« Previous Next »

Showing 1231 to 1245 of 1723 results

1 2 ... 80 81 82 83 84 85 86 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com