Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • היכל הקודש בני ברק ברייטערט זיך אויס

    מרכז הפצה בני ברק דער מרכז הפצה אין ארץ הקודש האט שוין מער נישט געקענט אפזאגן, צוליב דעם גרויסן פארלנאנג פארן הייליגן רבינס ספרים וואס ווערט נאר שטערקער און שטערקער פון טאג צו טאג. פארגאנגעם ליל שישי, איז אפגעהאלט געווארן א געהויבענעם מעמד "פתיחת מרכז הפצה" אין אויף רחוב אברבנאל 48 אין קרית הערצאג אין בני ברק, ווי די מפיצים זענען געקומען זיך באטייליגן. אינעם מרכז הפצה אין בני ברק וועט מען קענען באקומען אלע ספרים פון הייליגן רבין, און זיינע תלמדים, מורהא"ש, דער ראש ישיבה, קמיעות, סידיס, יו-עס-בי און עס-די קארטלעך מיט שיעורים, הפצה קארטלעך, ספרים, קונטרסים, גליונות און נאך... יעדער אין בני ברק וועט שוין וויסן אז דער אדרעס פאר חיזוק אין אמונה, תורה, שלום בית, און עצות אויפן טאג טעגליכן לעבן, און אזוי ווייטער איז דער נייער מרכז הפצה אויף רחוב אברבנאל 48 ווי מען קען אהיים נעמען פון אלעם גוטן. אזוי אויך וועלן די מפיצים פון בני ברק שוין האבן א לאקאלע הפצה צענטער פאר אלע זייערע הפצה געברויכן, און מער נישט דארפן ברענגען פון דערווייטענס די ספרים, גליונות און סידיס. בית המדרש היכל הקודש בני ברק פארגאנגעם שבת קודש, איז צוגעקומען נאך א הערליכע שטיינדל, צום קרוין פון היכל הקודש, א דיימאנט שטיין וואס וועט פארשפרייטן די ליכטיגקייט פון הייליגן רבין אין שטאט בני ברק. נאך מער פון איינס און א האלב יאר זינט דער עפענונג פונעם וועכענטליכן חבורה, האט די חבורה פון בני ברק זוכה געווען צו באקומען מיטוואך פרשת וישלח א שמועס פון עטליכע מינוט פונעם ראש ישיבה, דורך א טעלעפאן הוק אפ. צווישן אנדערע האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט פאר אנשי שלומינו אין בני ברק "ס'איז צייט צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין בני ברק" איינע פון אנוועזענדע פון אנשי שלומינו, האט תיכף וואלונטירט אוועקצוגעבן זיין שטוב מען זאל עס קענען נוצן פאר די תפילות ליל שבת קודש און שלש סעודות. און טאקע דעם שבת קודש, נאכן זמן הדלקת הנרות, זענען אנשי שלומינו געקומען צום פרישן בית המדרש היכל הקודש בני ברק צו מנחה ערב שבת קודש, ווי מען האט געדאווענט א געשמאקע דאווענען, מנחה, קבלת שבת און מעריב. נאכן דאווענען האט מען זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגע טאנץ, און מען איז זיך צוגאנגען יעדער צו זיך אהיים, מיט גרויס שמחה. אזוי אויך שבת קודש נאכמיטאג איז מען זיך ווידער צוזאם געקומען, ווי מען האט אפגעראכט א שיינעם שלש סעודות אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, מען האט געזונגען אינאיינעם זמירות בשבת אחים. יפוצו מעיינותיך חוצה!

    < זעה מער כה כסלו תשפ"ב 📝
  • ערליכע אידן לויבן דעם אייבערשטן אין דעם היינטיגן טאג כ"א כסלו

    היינט דאנערשטאג וישב, כ"א כסלו, ווערט אפגעצייכענט דורך ערליכע אידן איבער די וועלט דער יום ההצלה והשיחרור, ווען דער אייבערשטער האט געראטעוועט דעם גרויסן צדיק דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע, נאכדעם וואס דער צר הצורר די דייטשן מיט זייערע שותפים האבן אויסגעהרגעט רח"ל מיליאנען אידן מיט די גרעסטע מאס אכזריות און רשעות, און חרוב געמאכט אלע קהילות הקודש אין אייראפע, האט דער גרויסער צדיק וקדוש - שוין זייענדיג אויף די עלטערע יארן - אנגעהויבן פון פריש אויפצובויען קהילות קדושת בישראל און אריינגעבלאזן אין די עצמות היבשות א פרישע חיות און האפענונג. עס איז זייער שווער צו טראכטן וויאזוי מיר וואלטן אויסגעזען ווען נישט דער גרויסער צדיק, שטעלט זיך אראפ ווי א לייב, און פלאנצט איבער די אידישקייט פונדערהיים צו די נייע וועלט פון נאך די מלחמה. דער גרויסער צדיק האט אויפגעפלאמט די ריינע אמונה אין אידישע קינדער, מען זאל וויסן אז נאר דער אייבערשטער פירט די וועלט, און עס איז נישטא אזא זאך ווי "כחי ועוצם ידי", און כסדר דערמאנט פאר די גאנצע וועלט די יסודות פון די הייליגע אמונה אינעם אייבערשטן און נישט ווערן איבערגענומען פון אזוי גערופענע נסים פון רשעים און אפיקרוסים. אזוי אויך האט ער איינגעפלאנצט ביי אידישע קינדער, די מיאוסקייט פון חנופה לרשעים, און פון זוכן זייער כבוד און געלט, נאר מען זאל געדענקען אז נאר תורה ותפילה איז דער איינציגסטער תכלית אויף דער וועלט. דערפאר אין דעם גרויסן טאג, טוען אלע ערליכע אידן פון די גאנצע וועלט פון אלע שיכטן און קרייזן אויסנוצן דעם גרויסן טאג מיט תודה והודאה צום באשעפער, דאנקען השי"ת "ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדלנו מן התועים ונתן לנו תורת אמת". דער הייליגער צדיק דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע ווען ער שרייבט איבערן הייליגן רבין דרוקט ער זיך אויס זייער גרויס, אויף א וועג וואס ער האט קיינמאל גענוצט. אין זיין צוואה וואס ער האט אונז איבערגעלאזט דער ספר הקדוש "ויואל משה" ברענגט דער רבי אראפ דעם משל פון הייליגן רבין איבער די חשיבות פון די פשוטע "תהלים זאגערס", און איבער די גרויסע נסיונות זיך צו האלטן מיט די פשוטע אמונה וואס אידן אין די צייטן פון עקבתא דמשיחא וועלן דארפן דורכגיין, און דער הייליגער סאטמארע רבי פירט אויס "עס איז נישט געווען א צדיק וואס האט אזוי פארשטאנען צום היינטיגן דור ווי דער הייליגער רבי מוהר"ן מברסלב זי"ע". אויך איז באקאנט צווישן סאטמארע חסידים, ווי דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע פלעגט צו הייסן אריינדרוקן אינעם תהלים "תיקון הכללי פון הרה"ק מוהר"ן מסרסלב זי"ע צו זאגן די צען קאפיטלעך טז, לב, מא, מב, נט, עז, צ, קה, קלז, קנ". און ערליכע אידן וואס גייען אין די וועגן פונעם הייליגן סאטמארער רבין זי"ע פירן זיך טאקע צו זאגן דעם תיקון הכללי יעדן טאג, און אזוי אויך ווערט עס אריינגעדרוקט אין די סאטמארע תהלימ'ס, ביזן היינטיגן טאג.&nbsp; אי לאו האי יומא, כמה יוסף איכא בשוקא 📚 דער נייער "סדר הדלקת נר חנוכה" פאר בלויז $2.99 🕎 אין ברסלב סענטער סטאר איז יעצט אלעס 10% ביליגער לכבוד חנוכה 🎁בעסטע חנוכה מתנה: מתנה קארטל פון "ברסלב סענטער" 💳 BreslevCenter.com gift card

    < זעה מער כא כסלו תשפ"ב 📝
  • דער ראש ישיבה קערט זיך צוריק פון א שיינע נסיעה צו מקומות הקדושים

    יעצט בעת מיר שרייבן די שורות, מיטוואך אווענט, איז דער ראש ישיבה שליט"א אויפן פליגער און וועט לאנדן בעזהשי"ת אין די קומענדיגע שעות, מיטברענגענדיג פילע זעק ישועות און רפואות פאר אנשי שלומינו און גאנץ כלל ישראל. דא וועלן מיר געבן דעם צווייטן העלפט פונעם באריכט פונעם נסיעה, ווי מיר האבן געענדיגט ביים פאריגן באריכט אנפאנג וואך. ווי געמאלדן איז מען מאנטאג נאכט אנגעקומען צום הייליגן ציון פונעם צדיק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, וואו מען האט מתפלל געווען מיט גרויס התעוררות. דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען פאר'ן אנקומען צום ציון אז מ'דערציילט גאר גרויסע ניסים און ישועות וואס אידן פועל'ן אויס אין קערעסטיר, און מ'זאל זען גוט אויסצונוצן דאס פלאץ זיך אויסצובעטן בדבר ישועה ורחמים. ווייטער איז מען געפארן צום שטאט מאדע, וואו עס ליגן די גרויסע צדיקים דער הייליגער קול ארי' זי"ע, דער לבושי מרדכי זי"ע, און נאך. פון דארט איז מען געפארן ווייטער קיין קאלוב, צום הייליגן רבי אייזיקל קאלובער זי"ע. דארט האט מען געדאווענט מעריב. ביינאכט איז מען אנגעקומען צום שטאט סיגוט ווי מען האט געדאווענט מעריב אינעם נייעם הערליכע סאטמארן בית המדרש, דערנאך איז מען געגאנגען צו די ציונים פון די הייליגע צדיקים פונעם הייליגן יטב לב זי"ע, און דער עצי חיים זי"ע, ווי מען האט מתפלל געווען און געפועלט אלעס גוטס. דערנאך איז מען צוריק צום סאטמארן בנין הכנסת אורחים ווי מען האט געגעסן א שיינע סעודה, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ "חסדי ה', בך בטחו" צום גרויסן טאג כ"א כסלו. אויסער די אלע הייליגע ציונים האט מען זיך אפגעשטעלט ביי נאך פילע קברי צדיקים אויפ'ן וועג. אויפ'ן באס צווישן איין ציון און א צווייטן, האט דער ראש ישיבה שליט"א כסדר גערעדט און פארגעלערנט, ס'איז געווען גאר שיינע שמועסן אויפ'ן וועג. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פון די גרויסקייט פון די צדיקים וואו מ'איז געפארן, נאכגעזאגט מימרות פון זיי און געזינגען אינאיינעם זייערע ניגונים. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז אנשי שלומינו פארשטייען נישט צומאל פארוואס מ'דארף פארן צו קברי צדיקים, מיר זענען דאך צוגעוואוינט צו רעדן צום אייבערשטן אלעמאל און איבעראל, מיר ווייסן אז מ'קען זיך אלץ אויסבעטן ביים אייבערשטן אלעס וואס מ'וויל, אבער דער הייליגער רבי זאגט אז ביי קברי צדיקים קען מען גרינגער און שנעלער פועל'ן, אפילו ווען מ'איז נישט ראוי געהאלפן צו ווערן. ביי קברי צדיקים מאכט מען אזוי ווי א שנעלערע וועג, גרינגער און שנעלער געהאלפן צו ווערן. ביי יעדן ציון האט מען געזאגט אינאיינעם תהלים, מ'האט געמאכט א סדר אנצוהויבן תהלים ביים ערשטן ציון, און ווייטער ממשיך געווען ביים צווייטן ציון, ביז מ'האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים אין לויף פון די נסיעה. דאס איז אויסער די תפלות און התבודדות וואס יעדער האט זיך אויסגעבעטן ביי די אלע הייליגע צדיקים. עס האט זיך דערקענט אז עס פארן א חבורה פון היכל הקודש, ווען יעדער איז געווען פארנומען צו ענדיגן זיינע שיעורים אויפ'ן וועג, יעדער מיט זיין חומש, משניות, גמרא, און אזוי ווייטער. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט יעדן טאג דעם טעגליכן שיעור אינעם דף הקהלה, שטייענדיג אויפ'ן באס, מיט וואס דער עולם האט זיך מחי' געווען, ווי אויך האט ער פארגעלערנט ווייטער שיעורי התחזקות. די אלע שיעורים און דרשות פון ראש ישיבה, און נאך פילע אפדעיטס קען מען הערן אויפ'ן "קול ברסלב" (נומער 6 פונעם מעין מעניו) טעלעפאן ליין. על ידי השתטחות על קברי צדיקים, הקב"ה עושה לו טובות, אף על פי שאינו ראוי לכך (ספר המידות, אות צדיק, קעג). דא אויפן וועבסייט קען מען זען פילע בילדער און קליפס פון די שיינע נסיעה. 📚 דער נייער "סדר הדלקת נר חנוכה" פאר בלויז $2.99 🕎 אין ברסלב סענטער סטאר איז יעצט אלעס 10% ביליגער לכבוד חנוכה 🎁בעסטע חנוכה מתנה: מתנה קארטל פון "ברסלב סענטער" 💳 BreslevCenter.com gift card

    < זעה מער כ כסלו תשפ"ב 📝
  • דער ראש ישיבה לאזט זיך ארויס אויף א קורצע נסיעה צו די מקומות הקודשים אין אייראפע

    דער ראש ישיבה האט זיך ארויסגעלאזט אויף א קורצע נסיעה צו די ציון פון די צדיקים וקדושים אין אייראפע, אין באגלייטונג פון בערך 40 תלמידים פון ניו יארק און ארץ ישראל, וועלכע האבן אריינגעברענגט ביים לעצטן קאמפיין פאר די ישיבה גרעסערע סכומים. מען האט זיך ארויסגעלאזט פון ניו יארק זונטאג אווענט, און מען איז אנגעקומען קיין וויען עסטרייך מאנטאג אינדערפרי, אויפן פליגער איז דער ראש ישיבה געזעצן און געשריבן בריוו פאר שאלות א גאנצע צייט. אין וויען אין עירפארט האט מען זיך צוזאם געטראפן מיט די חבורה פון תלמידים פון ארץ ישראל. דאן איז מען געגאנגען אין וויען אין מקוה, געדאווענט אינעם לאקאלן בית המדרש, ווי דער ראש ישיבה האט עולה געווען לתורה און געבענטשט גומל, און מוציא געווען אלע מיטרייזענדע, דערנאך האט מען געגעסן א נארהאפטיגע פרישטאג. נאכן עסן האט מען זיך ארויסגעלאזט מיט א באס קיין סלאוואקיע צום שטאט פרעשבורג צום ציון פונעם הייליגן חתם סופר זי"ע. עס האט געהערשט א גרויס התעוררות ביים ציון, מען האט געזאגט תהלים, און מתפלל געווען יעדער וואס ער דארף, און מען האט געזונגען ווארימע ניגונים. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין אונגארן, צום שטאט איהעל, צום ציון פונעם הייליגן ישמח משה זי"ע, ווי מען האט מתפלל געווען מיט גרויס התעוררות און געזונגען מיט גרויס ווארעמקייט. דערנאך איז מען געפארן קיין ליסקא, זיך אויסבעטן ביים הייליגן צום ציון פון רבי הערשעלע ליסקער זי"ע. יעצט בשעת מען שרייבט די שורות איז מען ביים ציון פונעם צדיק רבי ישעי'לע קערעסטירער זי"ע, ווי מען איז מתפלל און מען פועלט גרויסע ישועות. מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען זיין צוריק אין ניו יארק אום מיטוואך אווענט. על ידי השתטחות על קברי צדיקים, הקב"ה עושה לו טובות, אף על פי שאינו ראוי לכך. (ספר המידות, אות צדיק, קעג)&nbsp; 📸 נאכטמאל אין קערעסטיר 🎞️ ניגוני התעוררות ביים ציון הרה"ק בעל ישמח משה זי"ע 🎞️ ניגוני התעוררות ביים ציון הרה"ק רבי הערשלע ליסקער זי"ע 🎞️ תהלים ביים ציון הרה"ק בעל חתם סופר זי"ע

    < זעה מער יח כסלו תשפ"ב 📝
  • עמוירדזשענסי "ורפא ירפא" קאמפיין - לרפואת יצחק בן פיגלא

    אין די יעצטיגע טעג ווערן אידן אנגעווארעמט צו א גאר קריטישע עמערזשענסי קאמפיין אונטערן נאמען "ורפא ירפא", מיט'ן ציל צו שאפן געלט צו קענען ראטעווען דאס לעבן פון אונזער טייערער חבר ר' יצחק בן פיגלא לרפואה שלמה במהרה. אונזער טייערער באליבטער חבר ר' יצחק איז ליידער אנגעשטעקט געווארן מיט די וויירוס אויף גאר א שווערע פארנעם מיט צוויי חדשים צוריק, פון וואס זיינע לונגען זענען זייער שטארק אפגעשוואכט געווארן, און ער איז יעצט צוגעבינדן צו אן עקמא מאשין צו קענען אטעמען. די משפחה און עסקנים האבן שוין אריין געלייגט איבערמידליכע כוחות און טוען ווייטער אלעס וואס מעגליך אים צו היילן, אבער פארשטייט זיך אז דאס שלעפט אריין אין ריזיגע געלטער, ביז עס איז געקומען צו א מצב וואס מען האט זיך שוין אריינגעלייגט אין שווערע חובות און מען זעט זיך נאך ווייטער מיט גאר גרויסע הוצאות וואס מען דארף באצאלן צו קענען אריינברענגען די ריכטיגע גרויסע ספעציעליסטן צו קענען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ברענגען צו זיין גאנצע רפואה ווי אמשנעלסטן. עס מוז קריטיש געשאפן ווערן די סומע פון $250,000 צו קענען ווייטער אנגיין אז מיר זאלן נישט דארפן זיך אפשטעלן חס ושלום צוליב געלט. מיר פארגעסן נישט ווי ר' יצחק האט געהאלפן אזויפיל פילע אידישע קינדער מיט זיין געוואלדיגע עקספערטיז, ווי פילע פון אונז קענען מעיד זיין. ער האט אוועקגעגעבן זיין לעבן צו העלפן אנדערע אידן מיט זיין גאנצע הארץ, ער האט געראטעוועט פילע חולי ישראל, און יעצט איז די צייט אים ארויסצוהעלפן. ומכאן הקריאה יוצאת: טייערע אידן, עפנט אייער הארץ און קעשענע און געבט א ווארעמע נדבה אין די הצלת נפשות קאמפיין, מיט וואס מען וועט ווייטער טון וואס מען קען נאר צו ברענגען די ערווארטעטע ישועה און רפואה ווי שנעלער. דער "ורפא ירפא" קאמפיין לויפט די וואך. מ'קען מנדב זיין אויפ'ן טעלעפאן 718-540-5728, אדער קען מען געבן אויפן וועבסייט charidy.com/vrapoi ווי מען קען זיך משתתף זיין לכבוד פילע טעימס. דער עיקר דארף מען געדענקען ווייטער צו מתפלל זיין און נישט פארגעסן פון בעטן דעם אייבערשטן פאר א גאנצע רפואה פאר יצחק בן פיגלא, ער זאל זיין געזונט און שטארק ברמ"ח אבריו ושס"ה גידיו, פאר לאנגע געזונטע יארן. רפאנו ה' ונרפא! 💳 דעם ראש ישיבה שליט"א'ס פיעדזש אויפן קאמפיין 📚 קונטרס get well soon פאר בלויז $1.49 📅 דער ראש ישיבה רופט מען זאל זיך משתתף זיין

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ב 📝
  • סיום מסכת ראש השנה געפייערט דורך אנשי שלומינו

    פארגאנגעם שבת קודש פרשת ויצא האבן אנשי שלומינו איבער די גאנצע וועלט געפייערט דעם סיום מסכת ראש השנה וואס איז געלערענט געווארן אינאיינעם זינט אנהייב חודש אלול העל"ט ווען מען האט יעדן איינציגן טאג - געלויבט דעם אייבערשטן - געלערענט א בלאט גמרא. דער ראש ישיבה שליט"א וועלכע לערנט פאר דעם דף גמרא יעדן טאג בטוב טעם ודעת מיט א גאר געשמאקן און קורצן וועג, איז אלץ מיט א בלאט פאראויס, אזוי אז עס זאל שוין זיין ארויפגעלייגט יעדן טאג אינדערפרי דעם בלאט פון יענעם טאג. טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט האלטן מיט דעם געשמאקן שיעור פון ראש ישיבה וואס ווערט אלץ ארויפגעלייגט דא אויף אונזער וועבסייט. אויך איז מען זיך מחיה מיט די קורצע חיזוק ווערטער וואס ווערט אלץ געזאגט נאכן שיעור, ווי דער ראש ישיבה נעמט ארויס וואס די גמרא וויל פון אונז הלכה למעשה, אויף טאג טעגליך. אזוי אויך רעדט דער ראש ישיבה אלץ איבער חינוך, און וויאזוי מען קען מצליח זיין אויפצוציען ערליכע שיינע דורות אין די היינטיג וועלט. פאריגע וואך דאנערשטאג נאכט, ביים בארימטן שיעור וואס ווערט פארגעלערענט יעדן ליל שישי ספציעל פאר די אינגעלייט, האט מען צוגעשטעלט א שיינע סעודה לכבוד דעם סיום, און דער ראש ישיבה האט געזאגט זייער שיינע דיבורים נאכן מסיים זיין דעם מסכת ברבים. דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער דעם וואס מ'זאגט נאכן סיום "אנו עמלים ומקבלים שכר, והם עמלים ואינם מקבלים שכר", אז יעדע איינער אויף דער וועלט פלאגט זיך, נישטא קיינער אויף דער וועלט וואס עס גייט אויף אים נישט דורך. עס איז נישטא קיין עצה וואו צו אנטלויפן אויסער צום אייבערשטן און צו די תורה. מ'קען אויפטוישן די פלאג וואס איז מיר באשערט, אנשטאט עס זאל גיין אויף פיס ווייטאג, רוקן ווייטאג, חובות, שלום בית, גייט עס אויף זיך פלאגן אויף די תורה, "אנו עמלים ומקבלים שכר" מיר פלאגן זיך, מיר שטעלן אויף א שטוב מיט קינדער, מען מאכט נישט ח"ו א "משפחה פלאן" ר"ל ווי די גויים, וואס מען האט סייווי גארנישט דערפון. ווייל דו וועסט ממילא זיך דארפן פלאגן פונקטליך וויפיל עס איז דיר באשערט. מיר פלאגן זיך מיט הייליגע זאכן מיט מקיים זיין די הייליגע תורה וואס דאס בלייבט מיט אונז אויף אייביג. דער ראש ישיבה האט שטארק געבעטן אנשי שלומינו מ'זאל זיך נעמען אויף זיך צו לערנען יעדן טאג דעם נייעם מסכת תענית וואס מ'הייבט יעצט אן, "אז דו וועסט "זאגן" דעם דף גמרא יעדן טאג, קען זיין אז דו וועסט לערנען יעדן טאג דעם דף, אז דו וועסט וועלן "לערנען" דעם דף וועסטו זען וואס עס וועט זיך אויסלאזן דערפון" האט דער ראש ישיבה געזאגט, זוך נישט קיין שלימות, פאלג דעם צדיק וואס האט געזאגט (שיחת הר"ן סימן ע"ו) "אין צריכים בלימוד רק האמירה לבד". דער ראש ישיבה האט דערנאך אסאך גערעדט איבער שלום בית, "אז דו האסט פייגעלעך אין קאפ, אז דער און יענער האט א בעסערע ווייב, אדער א בעסער שלום בית, דארפסט עמוירדזשענסי א בלאט גמרא, דאס וועט דיך אויסהיילן", אזוי וועסטו וויסן אז דו האסט די בעסטע ווייב, דו וועסט זיך פרייען אהיים צו קומען און לעבן א הייליג לעבן. ▶️ דער ראש ישיבה לערנט שוין פאר מסכת תענית ▶️ דער סיום און שיעור אין ישיבה ▶️ גאנץ מסכת ראש השנה געשמאק פארגעלערענט דורכן ראש ישיבה שליט"א 📚 קונטרס "חנוכה שמח" $1.49

    < זעה מער יא כסלו תשפ"ב 📝
  • הכנסת ספר תורה דעם שבת קודש אין היכל הקודש פרעמישלאן קרית יואל

    א גרויס שמחה הערשט אין בית המדרש היכל הקודש פרעמישלאן, ווען דעם שבת קודש פרשת ויצא הבא עלינו לטובה וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף אריינגעגעבן ווערן א נייע ספר תורה. דער נייער ספר תורה איז געשריבן געווארן לעילוי נשמת דעם אומפארגעסליכן הרה"ח ר' ראובן וויינבערג ז"ל, וואס כאטש עס זענען געווען שולן נענטער צו זיין הויז פלעגט אלץ קומען דאווענען נאר אין בית המדרש היכל הקודש.&nbsp; אין די עלטער פון 96 יאר אין די גרעסטע פרעסטן פון ווינטער, און אין די גרעסטע היצן פון זומער פלעגט ער קומען מיט די גרעסטע שמחה אין בית המדרש אלעס נאר כדי צו קענען זאגן נאך א קדיש, נאך א קריאת שמע, און ענטפערן נאך אן אמן. ר' ראובן וויינבערג זכרונו לברכה איז געווען א מסירת נפש איד וואס איז אויפגעוואקסן אין רוסלאנד אונטער די קאמוניסטישע רשעים, און האט מיט אלע שוועריקייטן זוכה געווען צו היטן אידישקייט מיט די גרעסטע מסירת נפש, ער האט זוכה געווען אויפגעשטעלט א הערליכע אידישע דור פון קינדער און אייניקלעך וואס לעבן מיטן אייבערשטן, און היטן די תורה. ר' ראובן איז באוויסט געווען אין בית המדרש היכל הקודש מיט זיין ספר פנים יפות ווי ער פלעגט אויפנעמען יעדן איד מיט א גרויסע שמייכל. די מתפללים קענען נישט פארגעסן ווי ער פלעגט זיך אלץ אינטערעסירן וואס ער און די משפחה טוען, און כמים פנים אל פנים איז ר' ראובן געווען שטארק באליבט אין בית המדרש היכל הקודש פרעמישלאן, ווי ער פלעגט באשיינען דעם בית המדרש פאר לאנגע יארן, מיט האלטן די תפילות שבת ויום טוב, סיפורי מעשיות, שלש סעודות, ווי ער פלעגט זיך צוהערן מיט דורשט צו די דברי אלקים חיים די ווערטער פון הייליגן רבין מיט וואס ער פלעגט זיך מחי' זיין, און טרונקען די הייליגע דיבורים וואס מען רעדט אין בית המדרש היכל הקודש. יעצט האט זיין אייניקל ר' נחום וויינבערג הי"ו וואס האט אים אלץ אזוי געטריי באדינט ביים לעבן, זוכה געווען ענדיגן שרייבן א ספר תורה לעילוי נשמתו פון זיין גרויסן זיידן, און איז עס מנדב זיין פאר דעם הייליגן בית המדרש ווי דער זיידע איז געווען א שטענדיגער מתפלל. ווי דער פלאן איז וועט אם ירצה השם דעם שבת קודש פרשת ויצא, געפראוועט ווערן א שיינער הכנסת ספר תורה, ווי דער נייער ספר תורה וועט אי"ה ארויסגיין פארן ליינען פון שטוב ווי ר' ראובן האט געוואוינט אויף מעזיבוזש רד. און וועט גיין צום בית המדרש היכל הקודש אויף פרעמישלאן רד. מיט שמחה, טענץ און געזאנג, ווי דער ספר תורה וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף גענוצט ווערן פאר קרית התורה מדי שבת בשבתו. &nbsp;

    < זעה מער ד כסלו תשפ"ב 📝
  • וויכטיגע מעלדונג: שבת אין קראון פלאזא וועט מעגליך אפגערוקט ווערן מיט א וואך

    אנשי שלומינו זענען אין גרויס שפאנונג צום גרויס שבת התוועדות סיום בבלי סדר מועד וואס וועט בעז"ה פארקומען אום חודש אדר ב' הבעל"ט אינעם הערליכן קראון פלאזא האטעל אין סטעמפארד קאנעטיקוט. די עסקנים נעמען אויף די קאלס פונעם ציבור וואס רעזערווירן צימערן אין גרויסן, און די זעלבע צייט קומען פאר זיצונגען ווי מען גרייט צו א הערליכן פראגראם, וואס וועט בעזר השם מהנה זיין דעם ציבור אויפן העכסטן פארנעם. עס איז נארוואס ארויסגעקומען א וויכטיגע אלערט פון די עסקנים: צוליב טעכנישע סיבות, איז שטארק מעגליך אז מען וועט נישט קענען פראווען דעם גרויסן שבת ווי געפלאנט פרשת פקודי. מען איז געזיצן די וואך מיט די פארוואלטונג פונעם האטעל, און מען איז דן צי מען וועט קענען אנהאלטן דעם שבת פרשת פקודי, אז נישט וועט מען עס בעז"ה פאראויס רוקן מיט א וואך צו פרשת ויקרא הבעל"ט. צי עס וועט זיין שבת פרשת פקודי אדער שבת פרשת ויקרא, גרייטן זיך אלע אנשי שלומינו צו מיט לערנען יעדן טאג דעם בלאט גמרא, און מען איז מסיים איין מסכתא נאכן צווייטן. די אלע וואס האבן נאך נישט באשטעלט א צימער קענען רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו 917-232-9070. פאלגט נאך די ווייטערדיגע מעלדונגען איך בין א ש"ס איד!

    < זעה מער כט חשון תשפ"ב 📝
  • מעמד כתיבת ספר תורה, בשילוב סיום מס' תענית 101 מאל אין ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל פרעמישלאן

    נעכטן דינסטאג אווענט זענען זיך צוזאם געקומען א גרויסער עולם אנשי שלומינו תושבי קרית יואל והגלילות צום גרויסן מעמד פון מצות כתיבת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך די חשובע משפחת וויינבערג שיחיו לע"נ זייער אומפארגעסליכן פאטער און זיידע הרה"ח הישיש ר' ראובן ב"ר נתן נטע וויינבערג ז"ל וועלכע פלעגט זיין פון די חשובע מתפללים אין בית המדרש פאר א לאנגע צייט ביז צו זיין פטירה, חול המועד פסח תש"פ. דער ראש ישיבה שליט"א איז זיך פערזענליך געקומען באטייליגן ביים מעמד, און האט אויפגעטרעטן מיט דברי חיזוק. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז יעצט ווען מען שרייבט א ספר תורה, איז די צייט זיך צו פרייען מיט די וואס לערנען בפועל די הייליגע תורה, דער ראש ישיבה האט ארויפגערופן הבחור החשוב משה שמואל שטעסל הי"ו מתלמידי הישיבה וואס האט שוין זוכה געווען אין די פארגאנגענהייט צו ענדיגן גאנץ ש"ס, און האט היינט זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ מסכת תענית 101 מאל. דערנאך האט דער ראש ישיבה שטארק ארום גערעדט איבער די גרויסע מתנה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן, דער "סדר דרך הלימוד", וואס איז געמאכט פאר יעדן איד אין אלע מצבים. "נישט קיין חילוק וועלכע עידזש, נישט קיין חילוק וויאזוי דיין מח טראכט, נישט קיין חילוק ווי גוט דו פארשטייסט, נישט קיין חילוק אפילו ווי גוט דו קענסט עברי, דער סדר דרך הלימוד איז געמאכט פאר דיר!" האט דער ראש ישיבה געזאגט. מוהרא"ש פלעגט זאגן: ווער עס פאלגט דעם הייליגן רבין און לאזט זיך נישט נערן, נאר נעמט אן דעם סדר דרך הלימוד און איז זוכה דורכצוזאגן כל התורה כולה, וועט מען נישט לייגן א גוף אין די ערד נאך די הונדערט און צוואנציג, נאר מען וועט אריינלייגן א הייליגע "ספר תורה" אין "ארון הקודש" און מען וועט פארמאכן דעם "פרוכת". פארוואס האבן די ברכות פון יעקב געדארפט צוגיין מיט אזא געפאפּטע וועג, מיט "גניבה"? פלעגט מוהרא"ש זאגן, אז מען וועט פרעגן א איד נאך זיין פטירה "קבעת עתים לתורה", וועט ער זאגן "וויאזוי האב איך געקענט מאכן א קביעות יעדן טאג? איך בין געווען טרוד מיט פרנסה, חובות, געזונט, א ווייב מיט קינדער?" וועט מען אים זאגן אז דו האסט זיך געדארפט גנב'נען צייט, א משנה'לע דא, א גמרא'לע דארט, א קאפיטל יעצט, א פרק שפעטער. "קבעת" זאגט דער הייליגער רבי "איז א לשון פון גנב'ענען", מען דארף "קובע זיין - גנב'ענען" צייט צו לערנען. ווען יעקב האט באקומען די ברכות פון יצחק, "ויתן לך אלקים" זאגט דער חז"ל אין מדרש רבה, אז ער האט באקומען "מטל השמים" איז חומש, "משמני הארץ" איז משניות, "דגן" איז גמרא, "תירוש" איז אגדה. וועט א מענטש פרעגן "וויאזוי קען איך זוכה זיין צו די ברכות? איך בין אזוי פארנומען!", דערפאר האט ער עס געדארפט באקומען אויף אזא "געגנבעטע" וועג, מיר זאלן זיך לערנען דערפון, אז מען קען עס באקומען די ברכות נאר דורך זיך גנבענען צייט צו לערנען. און אז איז איז זוכה און ער האט חומש, משניות, גמרא, און מדרש, דער איז א געבענטשטער מענטש אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. דער ראש ישיבה האט נאך אסאך מאריך געווען איבער די חשיבות פון מעביר סדרה זיין אנגעהויבן פון זונטאג, פון שלום בית, און נאך פארשידענע ענינים, פון וואס דער גאנצער ציבור האט שטארק הנאה געהאט און ארויסגענומען גאר אסאך חיזוק אויף למעשה. דערנאך האט מען געהאט די געלעגענהייט אריינצושרייבן אן אות אין די נייע ספר תורה, ווי דער מנהג איז, און מען איז זיך צוגאנגען מיט פרייליכע געמיטער. 📰 הרה"ח ר' ראובן וויינבערג ז"ל מחשובי מתפללי ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו 📸 דער געהויבענער מעמד בהשתתפות דעם ראש ישיבה שליט"א ▶️ דער גאנצער שיעור פון ראש ישיבה ביים מעמד

    < זעה מער כח חשון תשפ"ב 📝
  • בית המדרש היכל הקודש ירושלים הערליך רענאווירט

    דער בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים איז פלאצירט אין צענטער פון די היימישע מאה שערים געגענט, נעבן דעם באקאנטן "ככר השבת" אויף רחוב רבי נחמן מברסלב 15, ווי אנשי שלומינו קומען זיך צונויף ביי יעדן געלעגענהייט, שבתים ימים טובים, שיעורים, ווי מען איז זיך מחיה און מחזק מיט די דיבורים פון הייליגן רבין און מוהרא"ש, און מען לעבט מיט די הייליגע עצות לעובדה ולמעשה. אויך איז דער בית המדרש איז א גרויסע צענטערפונקט פון מפיצים. אנשי שלומינו אין ירושלים עיה"ק צייכענען זיך אויס מיט זייער הפצה במסירת נפש. די פרישע מקורבים ווערן גאנץ שנעל אליינס מפיצים, און זענען זוכה איבערצוגעבן דעם געשמאקן לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבין פאר נאך אידן פון זייער גאנצע אומגעגענט. היינט צו טאגס האט זיך שוין פארשפרייט די פעולות ההפצה פון ירושלים אויף אלע היימישע שטעט איבער די לענג און ברייט פון ארץ ישראל, ווי מען שיקט ארויס די גליונות אהין יעדע וואך פון ירושלים, און מען דרוקט עס איבער אין די פילע הדפסה צענטערן אין אלע שטעט ווי ערליכע אידן וואוינען, און ווערט צוכאפט דורך אלעמען יעדע וואך. דער בית המדרש אין ירושלים גייט שוין אן פאר איבער א יאר צום גוטן ב"ה, און עס האט שטארק נויטיג אויסגעפעלט א גוטע איבערפרישונג. אין די לעצטע וואכן האבן אנשי שלומינו אין ירושלים אוועקגעגעבן אסאך צייט און כח, און מען האט איבערגעמאכט דעם גאנצן בית המדרש לשם ולתפארת. און געלויבט דעם אייבערשטן אז נאך אן ארבעט פון עטליכע וואכן, האט מען יעצט געענדיגט הערליכע רענאווירן דעם גרויסן בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים עיר הקודש. מען האט שטארק פארברייטערט די הפצה ווינקל, פון וואו עס ווערט פארשפרייט פילע טויזנטער ספרים, קונטרסים, סידיס וכו' פאר די פילע דורשים ומבקשים. מען האט פריש איבערגעפעינט די ווענט, מען האט געלייגט א נייעם פרישן דאך, מען האט אינסטאלירט שיינע לעכטיגע לייטס, און מען האט ארויפגעזעצט א שיינע "ברסלב" קרוין אין צענטער פון מזרח וואנט העכערן ארון הקודש. כי מציון תצא תורה, ודבר ה' מירושלים

    < זעה מער כז חשון תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען מיטוואך נאכט אין וויליאמסבורג אין בעפארברייטונג צום מסיבה לטובת כולל היכל הקודש

    קרעדיט: מו"ה משה ארי' שניצלער הי"ו דער בארימטער כולל היכל הקודש, דער שפיגעלע פון מוסדות היכל הקודש, דארף נישט קיין גרויסע ערקלערונגען. אין דעם כולל גייט מען נישט ווייל מ'דארף געפעלן פאר די ווייב'ס חבר'טעס אדער ווייל דער שווער וויל אן איידעם א כולל אינגערמאן. דא זיצן אינגעלייט וואס זענען באמת תורתם אומנתם, וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געזען אויף זיי אן אמת'ע פאטענציאל צו זיין די קומענדיגע דור פון דיינים, מורי הוראה, שוחטים, א.א.וו. וואס זיצן באמת באהלה של תורה, און ווייסן נאר פון די ד' אמות של הלכה. ווי יאר יערליך גרייט מען זיך פאר א גרויסארטיגע מסיבה לטובת דעם הייליגן כולל אין וויליאמסבורג וואס וועט בעז"ה פארקומען אין שטוב פון מו"ה אליעזר שטרויס הי"ו, און בכדי צו אנצואווארעמען דעם ציבור אנשי שלומינו, טוט דער כולל רופן דעם ציבור צו א "מסיבת הכנה" מיטן ציל אויפצוארבעטן די מאקסימום שטיצע צום בעפארשטייענדן טיי אווענט. דער מסיבה וועט בעז"ה פארקומען דעם&nbsp; מיטוואך פרשת תולדות 8:00 אין שטוב פון מו"ה יחזקאל סאמעט הי"ו אויף 562 ווילאָבי עוו. #3 (צווישן מארסי און טאָמפּקינס עוו.). פיינע געשמאקע מאכלים קאלטס און ווארעמס - בשר ודגים וכל מטעמים וועט בעז"ה סערווירט ווערן. דער בארימטער "כולל היכל הקודש" ווערט פינאנצירט דורך די גוטהארציגע נדבות פון אנשי שלומינו, וואס פארשטייען די חשיבות פון די אינגעלייט תלמידי חכמים ולומדי תורה, אידן וואס ווילן האבן די זכיה צו מנדב זיין פארן כולל, קענען דריקן אויף דעם לינק thekolel.com, אדער קען מען רופן מו"ה משה ארי' שניטצלער הי"ו אויף 347-675-8187 אדער 347-585-6166. &nbsp;

    < זעה מער כה חשון תשפ"ב 📝
  • פילע צענדליגע צימערן שוין ארויסגענומען ביים שבת התוועדות אין קראון פלאזא האטעל

    ווי שוין באריכטעט גרייטן זיך אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש מיט גרויס פרייד צום געהויבענעם "שבת התוועדות" וואס וועט פארקומען מוצש"ק פרשת פקודי, ראש חודש אדר ב', אינעם פּראַכטפולן "קראַון פּלאַזאַ האָטעל" אין סטעמפאָרד קאָנעטיקוט - צום גרויסן שמחה פון אנשי שלומינו וואס זענען ברוך השם זוכה און לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, אפגעזען אין וועלכע אומשטענדן דער אייבישטער האט אים אריינגעלייגט, און זענען מסיים גאנץ סדר מועד על סדר הש"ס. די עסקנים האבן אפּגעדונגען דעם גאַנצן האָטעל מיט אלע צימערן, פון וואס פילע צענדליגע זענען שוין געווארן אויסגעכאפט אין די קורצע וואך זינט מען האט מפרסם געווען די נייעס איבערן געהויבענעם שבת. אנשי שלומינו ווערן געבעטן מען זאל זיך צואיילן און בוקן א צימער, ווייל ווי עס זעט אויס וועט נישט זיין גענוג צימערן צו אקאמאדירן אלע וואס ווילן זיך באטייליגן, און בפרט אז מען וויל צוערשט געבן די געלעגענהייט פאר אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש זאלן קענען ארויסנעמען א צימער, בעפאר מען עפענט אויף די בוקינגס פארן ברייטן ציבור וואס וויל אויך האבן די זכיה מיטצוהאלטן אזא שיינעם און געהויבענעם שבת אינאיינעם מיטן ראש ישיבה. צוליב דעם גרויסן פארלאנג פון אנשי שלומינו תושבי ארץ הקודש, וואס ווילן נישט פארפאסן אזא שיינעם "שבת התוועדות" מיטן סיום דערנאך, האט דער באקאנטער רייזע אגענטור "פּלען איט רייט" ערלעדיגט בס"ד גאר א גוטע פלייט פון ארץ ישראל קיין ניו יארק פאר גאר א גוטע פרייז. פאר מער פרטים קען מען רופן מו"ה אלי קנאלל אויף 718-506-4341‬. ווי שוין איבערגעגעבן ווערט צוגעגרייט בעז"ה א הערליכע שבת ווי מען וועט פארברענגען בשבת אחים, דאווענען אינאיינעם, עסן די סעודות שב"ק און זינגען זמירות שב"ק, הערן דרשות התחזקות, פון וואס מען וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסנעמען התחזקות און כח אנצוגיין פאר זיך פאר די בני בית און די קינדער פאר א לאנגע צייט. ביז שבת חנוכה איז דא אן "עירלי ביורד ספעשל" פון $985 פאר א קאפל. צו באשטעלן רופט מו"ה שמעון פיש הי"ו 917-232-9070

    < זעה מער טו חשון תשפ"ב 📝
  • רענאוואציעס אין בית המדרש היכל הקודש - דענמאן ראוד, ליבערטי

    קרית ברסלב ליבערטי. - דער בית המדרש היכל הקודש אויפן דעמען גאס, גייט יעצט אריבער א פולע רענאוויצע. עס ווערט אבערגעבויעט דער גאנצער בית המדרש גאר שיין, מען פרישט איבער די ווענט און די פלאר, מען לייגט נייע לייטס, און אזוי אויך מאכט מען איבער די בית הכסא'ס. דער בית המדרש איז גאר שיין באקאנט מיט איר געשמאקייט און אייגנארטיגקייט. עס ווערט געניט אנגעפירט דורכ'ן געטרייען גבאי'ן מו"ה מרדכי היימליך הי"ו, וואס ער מאכט זיכער אז אלעס אין בית המדרש זאל קלאפן על צד היותר טוב, און אלע מתפללים זאלן זיך שפירן העכסט באקוועם. דער אייבערשטער זאל אים באצאלן מיט אלעס גוטס. די קאסטבארע בוי ארבעט ווערט דורכגעפירט דורך א פירמע וואס געהערט פאר איינע פון אנשי שלומינו הרוצה בעילום שמו, וואס טוט די ארבעט מיטן גאנצן הארץ, דער אייבערשטער זאלן אים צוריק געבן מיט אלעם גוטס. 📸 לעצטיגע בילדער פון די רענאוואציעס &nbsp;

    < זעה מער יג חשון תשפ"ב 📝
  • רענאוואציעס אין בית המדרש היכל הקודש בלומינג-גראוו מאכט שטארקע פארשריט

    גאר א שיין ווינקל געפונט זיך אינעם שטילן שטעטל בלומינג-גראוו, וואס איז בגלילות קרית יואל. פאר פיר יאר צוריק האבן זיך א קבוצה אינגעלייט פון אנשי שלומינו אריבער געצויגן צום שטיל שטעטל בלומינג-גראוו, וואס איז בגלילות קרית יואל. מען האט תיכף געעפענט א שיין ווינקל א בית המדרש היכל הקודש, און זייט דעמאלט איז דער בית המדרש אפן לשם ולתפארת. עס קומען אלץ צו פרישע מקורבים, וואס זענען זיך מחיה מיט אזא געשמאקן ווינקל, וואס די גאנצע לופט איז אנגעפולט פון פרייליכקייט, מען רעדט דעם רבינ'ס דיבורים און מען איז עס מקיים. אויסער די פילע אידן פון בלומינגגראוו וואס נוצן דעם בית המדרש יעדן שבת קודש ווי מען דאוונט אינאיינעם, און מען הערט די געשמאקע דיבורי התחזקות פון רבי'ן, דורכן גבאי הר"ר בערל לעווי שליט"א, ווערט אויך דער ביהמ"ד באנוצט דורך פילע אידן אינדערוואכן וואס קומען פון אלע געגנטער ארום ווי קרית יואל, מאנרא, טשעסטער, און וואודבארי. יעדע נאכט קומט מען זיך צוזאם און דער גבאי פון ביהמ"ד לערנט פאר דעם דף גמרא פונעם טאג. אזוי אויך יעדן ליל שישי האלט מען מיט דעם שיעור פון ראש ישיבה שליט"א אין דעם ביהמ"ד און מען איז זיך מחזק אינאיינעם. אסאך פון די אינגעלייט וואס האבן דארט געוואוינט און געדאוונט אין דעם בית המדרש, האבן זיך אריבערגעצויגן קיין קרית ברסלב ליבערטי, אבער דער בית המדרש איז גארנישט געווארן ווייניגער צוליב דעם, נאר אדרבה מיט די צייט האט מען נאך צוגעבויעט א מקוה, און אזוי אויך קומען כסדר צו מתפללים. און יעצט גייט אן די רענאווציעס אין בית המדרש, וואס מאכט גרעסער דעם בית המדרש, און נאך פילע פארבעסערונגען ווערט אריינגעלייגט אינעם בית המדרש. צווישן די זאכן וואס מען טוט איז: מען פארדאפלט די גרויסקייט פונעם בית המדרש, מען העכערט דעם דאך, מען לייגט שיינע ליכטיגע לייטס, מען לייגט איבער א פראכטפולע פלאר, מען אינסטאלירט א נייעם שיינעם ארון הקודש, אזוי אויך לייגט מען צו עטליכע בית הכסא'ס, און מען מאכט אינגאנצן איבער דעם מזרח וואנט. אויך האט מען דארט געמאכט א פרישע חידוש אין די וועלט פון הפצה, מען האט אינסטאלירט א באקס אינדרויסן פון בית המדרש, און יעדע ערב שבת קודש קען מען דארט טרעפן די נייעסטע גליונות און אויסגאבעס פון יענע וואך. אזוי איז מען מזכה פילע אידן פון די גאנצע אומגעגנט זיי זאלן אנשטאט נעמען די אדווערטייזמענט ביכלעך - וואס אפילו עס איז געשריבן אויף אידיש איז עס פול מיט שטותים און הבלים - נעמען זיי יעדע וואך די הייליגע קונטרסים וואס זענען מגלה און מפרסם דעם אייבערשטן, און זענען זיך מחזק מיט פשטות יהדות, אמונה אינעם אייבערשטן. דעם פארגאנגענעם יום טוב סוכות, בפרט שמחת תורה איז אריבער דארט אין בית המדרש גאר דערהויבן און פרייליך, דאס יאר איז געווען די דריטע יאר וואס דער בית המדרש איז געווען אפן שמחת תורה. די מתפללים האבן צוזאמען געטאנצן מיט גרויס שמחה, מען האט געטאנצן אין זיך געפריידט מיט די תורה, מען האט געשפירט אז מען האט א שייכות מיט די תורה, נאכדעם וואס מען האט זוכה געווען צו מסיים זיין די גאנצע תורה צוויי מאל די חומש און איין מאל די תרגום אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט אריינברענגען אין אונז און ווי דער ראש ישיבה טוט ווייטער דאס חזר'ן מיט אונז. גדול יהיה כבוד הבית הזה 📚 נייע קונטרס פון ראש ישיבה "אויפבויען קינדער" פאר בלויז $1.49 📚 נייע קונטרס פון מוהרא"ש "דערהאלט זיך ברודער פאר בלויז $1.49

    < זעה מער יא חשון תשפ"ב 📝
  • בית התבשיל היכל הקודש העלפט ארויס פילע אנשי שלומינו

    איינע פון די שענסטע שטיינער אויפן קרוין פון "היכל הקודש" איז בלי ספק דער מוסד "בית התבשיל" וואס ווערט אנגעפירט דורכן איבערגעגעבענעם עסקן לכל דבר שבקדושה מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו. איינע פון די ספעציעלע גאנציעריגע פראיעקטן פונעם בית התבשיל "מפעל עונג שבת ויום טוב" וואס שטעלט צו גאנצע שבת ארדערס פאר די פילע כלי קודש, בני תורה און עניים. וואס באשטייט פון אלעס וואס מ'דארף לכבוד שבת: גרעיפ דזשוס, פיש, פלייש, חלות, קעיק, פרוכט, דיפס, פערפל, לאקשן, קוגל, נאש, א.א.וו. בהרחבה גדולה, אז די תלמידי חכמים און נויטבאדערפטיגע זאלן האבן פון אלעם גוטן און קענען לערנען בהרחבת הדעת. אויך שטעלט דער בית התבשיל צו יעדע וואך פילע חלוקות פון פילע געשמאקע מאכלים, חלות, קעיק און אלע אנדערע מאכלי שבת קודש. אזוי אויך איז דא עטליכע גרויסע חלוקות לכבוד יום טוב און נאך ווי עס ווערט פארטייטלט אסאך מאכלים ווי גרעיפ דזשוס, גרינצייג, פיש, פלייש, מילכיגס און נאך אין די ווערט פון צענדליגע טויזנטער דאלאר. דער בית התבשיל איז דער אדרעס פאר פילע נצרכים פון אנשי שלומינו וואס מאכט זיכער מיטן אייבערשטנ'ס הילף אז עסן זאל נישט פעלן אין אלע מצבים וואס עס זאל נאר נישט אונטערקומען. מוהרא"ש זי"ע ביי שיעורים פלעגט גאר שטארק רעדן פון די גרויסע מצוה פון אויפשטעלן און שטיצן א בית התבשיל וואס געבט צו עסן פאר הונגעריגע. דער בית התבשיל האט א וועכענטליכע בודזשעט פון $2,500 און ימים טובים איז דער בודזשעט איבער $10,000 וואס ווערט צוזאם געשטעלט כסדר פון נדבות פון אנשי שלומינו וואס האבן די ווארעמקייט און געפיל און געבן צדקה פאר הונגעריגע אידן. צו נעמען א חלק אין די גרויסע מצוה קען מען רופן 718-306-2448 💳 צו נעמען א חלק אנליין לינק

    < זעה מער ו חשון תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 271 to 285 of 423 results

1 2 ... 16 17 18 19 20 21 22 ... 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com