Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • עצתו אמונה פארברענג אין מאנסי

    פאריגע וואך דינסטאג איז געווען א שיינע פארברענג אין מאנסי אין שטוב פון מו"ה זושא פריעדמאן הי"ו, ווי אנשי שלומינו פון די גאנצע אומגעגענט זענען געקומען און פארברענגט בשבת אחים און האבן געשמועסט מעשיות פון תפלה, מעשיות פון הפצה, מען האט זיך מחזק געווען מיט די עצות פון רבין און מיט די ווערטער פון ראש ישיבה וויאזוי מען קען זוכה זיין צו זיין אן ערליכער איד, מען האט גערעדט איבער די גרויסע מתנה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן פון רעדן צום אייבערשטן, מען האט גערעדט איבער די מתנה פון סדר דרך הלימוד, און די גרויסע הצלחה וואס מען האט אין לערנען ווען מען פרובירט עס נאר אויס. מען האט גערעדט איבער די וויכטיגקייט פון רעדן שיין צו די ווייב, און די גרויסקייט פון שלום בית.   מו"ה שאולי גאנץ הי"ו האט פארציילט גאר אינטערעסאנטע און באלערענדע מעשיות פון תפלה, וואס האט שטארק איבערגענומען דעם ציבור.   איינער פון אנשי שלומינו האט לכבוד חודש אנגעהויבן מיט א ווערטל: איינמאל זייענדיג אין בית המדרש אינדערפרי ביי שחרית, זע איך א אינגערמאן מיינס א ידיד, אינגאצן צוביילט און צוקלאפט, האב איך אים געפרעגט "פייוול, וואס איז געשען? וואס גייט פאר מיט דיין קאפ?" האט ער מיר געענטפערט, "קום ארויס אין גאס, איך וויל דיר עפעס ווייזן", ער קומט ארויס אין פארנט פון בית המדרש, און ער ווייזט מיר אויף איינע פון די גרויסע אייזענע "לייט פּאָולס", און פרעגט מיר "זעסט דאס?", זאג איך אים "יא", "איך" זאגט מיר דער אינגערמאן "האב דאס נישט געזען...", לענינו האט דער אינגערמאן אויסגעפירט, איך זע א חבר אין בית המדרש, וואס איך קען אים נאך פון ישיבה, א וואוילער א פיינער, אבער זיין שלום בית טויג נישט. מען פליקט זיך, מען שטעכט זיך, און מען קומט זיך נישט אויס. פרעג איך אים: "וואס גייט פאר מיט דיר, ביסט דאך א וואוילער און פיינער אינגערמאן, פארוואס זעט זיין שלום בית אזוי אויס?", דער אינגערמאן, אנשטאט אן ענטפערט שלעפט ער ארויס פון טאש א קארטל מיט די נומער פון קול ברסלב, און פרעגט מיר "זעסט דעם נומער? איך האב דאס נישט געזען..."   דערנאך איז געווען אן אפיעל פארן כולל, ווי אינגעלייט וואס זענען מקיים דעם "ישא אשה ואחר כך ילמד תורה", זיצן באהלה של תורה מיט א ריינעם מח, לערנען פלייסיג און זענען זיך משלים אין אלע מקצועות התורה. אנשי שלומינו האבן זיך זייער ווארעם אנגערופן, און עס זענען אריינגעקומען גאר שיינע נדבות.   מען קען זיך פארבינדן מיט ר' משה אריה פאר נדבות פאר כולל אויף 347-675-8187 אדער אויפן וועבסייט thekolel.com.   💳 זיך צו משתתף זיין און נעמען א חלק אינעם כולל   📰 עצתו אמונה פארברענג אין וויליאמסבורג

    < זעה מער יט אדר א' תשפ"ב 📝
  • מארגן דאנערשטאג וועלן אנשי שלומינו מסיים זיין מסכת מועד קטן

    אנשי שלומינו פרייען זיך בשמחת התורה צום סיום מסכת מועד קטן וואס איז געלערנט געווארן ביי אנשי שלומינו על סדר הש"ס, ווען מען האט יעדן איינציגן טאג - געלויבט דעם אייבערשטן - געלערענט א בלאט גמרא. דער ראש ישיבה שליט"א וועלכע לערנט פאר דעם דף גמרא יעדן טאג בטוב טעם ודעת מיט א גאר געשמאקן און קורצן וועג, איז אלץ מיט א בלאט פאראויס, אזוי אז עס זאל שוין זיין ארויפגעלייגט אויפן טעלעפאן און אויף דעם וועבסייט יעדן טאג אינדערפרי דעם בלאט פון יענעם טאג. טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט האלטן מיט דעם געשמאקן שיעור פון ראש ישיבה וואס ווערט מפורסם. אויך איז מען זיך מחיה מיט די קורצע חיזוק ווערטער וואס ווערט אלץ געזאגט נאכן שיעור, ווי דער ראש ישיבה נעמט ארויס וואס די גמרא וויל פון אונז הלכה למעשה, אויף טאג טעגליך. אזוי אויך רעדט דער ראש ישיבה אלץ איבער חינוך, און וויאזוי מען קען מצליח זיין אויפצוציען ערליכע שיינע דורות אין די היינטיג וועלט. יעצט ווען מען האלט דא איז די צייט צו דערמאנען די ווערטער פון ראש ישיבה ביים פריערדיגע סיום ווען ער האט שטארק געבעטן אנשי שלומינו מ'זאל זיך נעמען אויף זיך צו לערנען יעדן טאג דעם נייעם מסכת וואס מ'הייבט יעצט אן, "אז דו וועסט "זאגן" דעם דף גמרא יעדן טאג, קען זיין אז דו וועסט לערנען יעדן טאג דעם דף, אז דו וועסט וועלן "לערנען" דעם דף וועסטו זען וואס עס וועט זיך אויסלאזן דערפון" האט דער ראש ישיבה געזאגט, זוך נישט קיין שלימות, פאלג דעם צדיק וואס האט געזאגט (שיחת הר"ן סימן ע"ו) "אין צריכים בלימוד רק האמירה לבד". דער ראש ישיבה זאגט כסדר אז לערנען א בלאט גמרא אינדערהיים איז שטארק מסוגל אויף שלום בית, "ווען די ווייב זעט ווי איר מאן לערנט, האט זיך אויף וועם ארויפצוקוקן"! מארגן ביים שיעור ליל שישי וועט מען זיך וואשן צו א סעודה און מען וועט פראווען א סעודה לכבוד דעם סיום, ווי דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן מיט פאסיגע ווערטער, און מחזק זיין און מעודד זיין מען זאל ווייטער גיין און נישט נאכלאזן. 🎦 סיום מסכת מגילה, ליל שישי בשלח תשפ"ב ▶️ געשמאקע שיעורים אין גמרא פון ראש ישיבה 🛒 יעדן טאג פרישע סחורה אויף וועבסייט

    < זעה מער ח אדר א' תשפ"ב 📝
  • "עצתו אמונה פארברענג" אין וויליאמסבורג

    דאס פייער פון הייליגן רבי'ן ברענט וואס א טאג שטערקער און שטערקער איבער די גאנצע וועלט, די לימודים און עצות פון הייליגן רבי'ן ווערן מער און מער פארשפרייט, אזויפיל אידן איבער דער גארער וועלט זענען זיך מחי' מיט די ספרים, קונטרסים, און גליונות, מען באקומט גאר אן אנדערע סארט בליק אין לעבן, און אלעס טוישט זיך אזוי שיין צום גוטן, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, ווען מען איז זוכה צו שפירן די זיסקייט פון הייליגן באשעפער, וואס דער רבי ברענגט אריין אין אונז. ספעציעל די שיעורים און בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, זענען גאר שטארק אויפגעכאפט ביי אלע אידישע קינדער, די עצות פון הייליגן רבי'ן, ווי מוהרא"ש האט עס געלערנט מיט אונז, ווערן אראפגעלייגט אויף אזא שיינע קלארע און גרינגע וועג אין די שיעורים און בריוו, ספעציעל געאייגנט פאר'ן היינטיגן דור, מיט די היינטיגע נסיונות און שוועריקייטן; דאס געבט א וועג פאר יעדן איד אין יעדן מצב זיך צו קענען דערהאלטן מיט א שטארקייט, איבערקומען אלע איבערגייעכצער, און צוריק קומען צום אייבערשטן. אין פילע שטעט איבער די גאנצע וועלט עפענען זיך כסדר נאך און נאך בתי מדרשים "היכל הקודש", וואו עס קומען זיך צוזאם חברים וואס טרינקען אלע פונעם זעלבן הייליגן און לויטערן קוואל, און זענען זיך מחזק אינאיינעם מיט די זיסע עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן, לויט ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז. און די זעלבע איז מיט די חבורות היכל הקודש; כאטש וואס מען וואוינט ווייט, זענען אבער די הערצער נאנט, אין גאר אסאך שטעט קומען זיך צוזאם תלמידי היכל הקודש איין מאל א וואך, מען זינגט ניגוני אמונה, מען דערציילט מעשיות פון תפלה, מעשיות פון הפצה, מעשיות ווי אזוי מען האט זוכה געווען מקורב ווערן צום הייליגן רבי'ן, און ווי אזוי די גאנצע לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן, און אזוי שטארקט מען זיך צוזאמען אין עבודת ה'. גלייכצייטיג מאכט מען ביי די חבורות פילע סיומים, וואס מען איז זוכה צו לערנען און מסיים זיין דורכ'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן. קנאת סופרים תרבה חכמה, מען לערנט זיך איינער פון צווייטן ווי אזוי זיך צו שטארקן אין תורה און תפלה, אין אמונה און יראת שמים, און אזוי ווייטער מיט אלע גוטע זאכן. אין ארץ ישראל זענען שוין דא היינט וועכנטליכע חבורות אין אלע היימישע געגנטער, און די זעלבע איז אין ענגלאנד און אין קאנאדא, און אין נאך פילע אידישע געגנטער איבער די גאנצע וועלט. דאס איז אבער נישט געווען ביז היינט אין אמעריקע, און דעריבער איז גרויס די פרייד ביי אנשי שלומינו אז מען האט אנגעהויבן מאכן חבורות אויך אין אמעריקע. די וואך איז פארגעקומען די ערשטע "עצתו אמונה פארברענג" אין שטוב פון איינער פון די חברים אין וויליאמסבורג, א שיינער ציבור אנשי שלומינו איז זיך צוזאמגעקומען דעם מאנטאג נאכט צו פארברענגען אינאיינעם פאר א שעה, מען האט געזינגען ניגוני אמונה, די אידישע ניגונים וואס שלעפן צוריק א איד צום אייבערשטן, מען האט געשמועסט פון שיינע מעשיות פון תפלה און הפצה, און זיך געטיילט איינער מיט'ן אנדערן מיט די טייערע און ליכטיגע ירושה פון הייליגן רבי'ן. מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט ער ווייטער אנהאלטן יעדע וואך, מען וועט זיך צוזאמקומען און זיך מחזק זיין, און שעפן פרישע כוחות אנצוגיין מיט'ן דינען דעם אייבערשטן בשמחה ובטוב לבב. איש את רעהו יעזורו ולאחיו יאמר חזק! 🎭 פורים קאלעקשאן אויף ברסלב סענטער &nbsp;

    < זעה מער ז אדר א' תשפ"ב 📝
  • היכל הקודש בית שמש צואוואקסט זיך

    אין שטאט בית שמש אין ארץ ישראל געפונט זיך גאר א שיינע קיבוץ פון אידן פון אלע שיכטן און קרייזן וואס זענען מקושר צום הייליג'ן רבי'ן, און פאלגן זיינע עצות וואס ער לערנט אונז. &nbsp; אזוי ווי דער ציבור אנשי שלומינו וואוינען אויסגעשפרייט אינעם גרויסן שטאט בית שמש, איז כמעט נישט מעגליך מען זאל זיך קענען צוזאם קומען יעדן שבת אלע אינאיינעם, צוליב דעם האט מען איינגעטיילט די חבורה אין צוויי, און יעדע וואך קומט מען זיך צוזאם ביי שלש סעודות אין צוויי באזונדערע פלעצער, ווי מען איז זיך מחזק מיט די עצות וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז, עס זיצן צוזאמען אנשי שלומינו, מען וואשט זיך צו שלש סעודות, מען זינגט צוזאמען זמירות, און דערנאך זינגט מען צוזאמען די אידישע ניגונים פון אמונה, און מען לערנט פאר די עצות און התחזקות וואס מען לערנט אין היכל הקודש. &nbsp; פארלאפענעם שבת פרשת משפטים האט מען שוין אויך געדאווענט אינאיינעם פרייטאג צונאכטס ביים חבורה אין שטוב פון מו"ה יצחק ראטה הי"ו. אויך אינמיטן די וואך קומט מען זיך צוזאם. יעדע דאנערשטאג נאכט הערט מען אויס א שיעור פונעם ראש ישיבה, אויך יעדע מאנטאג נאכט קומט מען זיך צוזאם, און מען רעדט שיחות חברים, און מען איז זיך מחזק און די אינגעלייט און בחורים פארציילן מעשיות פון תפילה און מעשיות פון הפצה וואס זיי האבן מיטגעלעבט. &nbsp; מיין פייערל וועט טליען ביז משיח'ס טאג

    < זעה מער ו אדר א' תשפ"ב 📝
  • היכל הקודש בראכפעלד מודיעין עלית

    די פייער פון הפצה וואס ברענט ביי די פרישע מקורבים איז נישט צום באשרייבן. "פארוואס האב איך נישט געוויסט פון ברסלב ביז יעצט?! איך וואלט מיך געשפארט אזוי פיל שברי לב און עגמת נפש ווען איך ווייס פון הייליגן רבין ביז יעצט" זאגן זיי. און זיי באשליסן אז "איך וועל נישט האלט דעם סוד ביי מיר, איך וועל זיך מוסר נפש זיין און געבן די געלעגענהייט פאר נאך אידן צו וויסן און געניסן פון די גוטע הייליגע עצות פון הייליגן רבין". די מפיצים גייען ארום מיט גרויס פלייס אין די שטובער און אין די שולן, מען איז מפיץ די הייליגע ספרים, קונטרסים, סידיס, קארטלעך, א.א.וו. און אזוי קומט צוביסלעך צו נאך און נאך טייערע בחורים און אינגעלייט וואס הייבן אן צו לעבן מיט הייליגן רבין, שוין א שטיק צייט וואס די שיינע חבורה אין שטאט גייען אן מיט גרויס הצלחה עס קומען זיך כסדר צוזאם א שיינע קיבוץ אידן זענען זיך מחזק זיין מיט די עצות פון הייליג'ן רבי'ן, אויף די וועג וויאזוי דער ראש ישיבה חזר'ט עס מיט אונז. די טייערע בחורים קומען זיך צוזאם יעדע מיטוואך נאכט, מען זינגט צוזאמען די שיינע אידישע ניגונים וואס איז נתחבר געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, דערנאך שמועסט מען אינאיינעם שיינע מעשיות פון תפילה און הפצה. די אינגעלייט האבן געמאכט א קביעות זיך צוזאם צו קומען יעדע צווייטע וואך זונטאג נאכט, מען זינגט צוזאמען און מען שמועסט זיך אדורך וואס מיר באקומען דא אין היכל הקודש, און וויאזוי מען קען ווייטער אנגיין מיט די אלע הייליגע עצות וואס מיר באקומען. און דערנאך הערט מען א שיעור פונעם ראש ישיבה וואס ווערט געגעבן פאר די אינגעלייט יעדן ליל ששי אין וויליאמסבורג. אויך די חשובע פרויען קומען זיך צאם יעדע צווייטע וואך, וואו מען איז זיך מחזק אינאיינעם צו טוהן די רצון ה' ווי דער הייליגער רבי זיינע תלמידים האבן אונז געלערענט, בפרט מיט די הדרכות אין שלום בית וואס דאס איז געווען ביים רבי'ן א יסוד היסודות. דערנאך הערט מען א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א געגעבן געווארן ספעציעל פאר די חשובע פרויען. יעדע שבת קודש נאכמיטאג קומען זיך צאם אלע אנשי שלומינו ווי מען פראוועט אינאיינעם א געהויבענעם שלש סעודות, ווי מען זינגט די זמירות אינאיינעם בדיבוק חברים, און מען הערט שיינע דברי תורה והתחזקות פונעם הייליגן רבין. אנשי שלומינו האפן און זענען מתפלל מען זאל שוין עפענען א געהעריגע בית המדרש אין שטאט, מיט א ספר תורה ווי מען וועט קענען דאווענען אלע תפילות שבת קודש. אנשי שלומינו אין בראכפלעד מודיעין עילית זענען זיך צוזאם געקומען און אפגעראכטן א שיינע יארצייט סעודות אין טאג פון יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע, ווי מען האט גע'חזר'ט די זיסע עצות וואס ער האט איבערגעלאזט בירושה פאר גאנץ כלל ישראל, בפרט האט מען זיך מחזק געווען מיט די זיסע עצה פון "רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך", וואס דאס איז א עצה פאר אלע פראבלעמען וואס מען האט נאר אין לעבן. ביים יארצייט האט מען געהערט שיינע דיבורים פון מו"ה אברהם משה בארדוגא הי"ו, וואס האט געהאט די זכיה צו משמש זיין בקודש ביי מוהרא"ש זי"ע, וואס האט פארציילט גאר שיינע מעשיות וואס ער האט פערזענליך מיטגעלעבט ביי מוהרא"ש, און ארויסגעברענגט וויאזוי יעדער איינער וואס איז נאר געקומען צו מוהרא"ש האט אנגעהויבן לעבן א נייע סארט לעבן, א לעבן פון אמונה, א לעבן פון תורה ויראת שמים, אן ערליכע לעבן אין שטוב, און אזוי ווייטער, און אז דאס איז געווען די שטרעבן פון מוהרא"ש זיין גאנץ לעבן, וויאזוי מען קען צוריקברענגן נאך א איד צום אייבערשטן. מו"ה שלמה ווייס הי"ו האט מסיים געווען ברבים ששה סדרי משנה, און גלייך דערנאך האט מען געהערט א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס ער האט געזאגט פאראיאר ביים סעודת הילולא - פון וואס דער עולם איז ארויס מלא חיזוק. נאכ'ן סעודה האבן זיך אנשי שלומינו ארויסגעלאזט קיין יבנאל צום הייליגן ציון פון מוהרא"ש זי"ע, וואו מען האט גע'פועל'ט ישועות און רפואות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל. 💬 א בריוו פון ראש ישיבה צום חבורת היכל הקודש בראכפעלד מודיעין עילית

    < זעה מער כח שבט תשפ"ב 📝
  • שבת התוועדות פרשת ויקרא הבעל"ט

    ווי שוין געמאלדן וועט דער שבת התוועדות סיום סדר מועד פארקומען שבת פרשת ויקרא הבעל"ט, ווען מען וועט זיך צוזאמנעמען אינאיינעם אויף גאר א געשמאקע שבת, צוגעשטעלט אויף א הערליכן און געשמאקן פארנעם, אין די פראכטפולע קראון פלאזא סטעמפארד האטעל. די עסקנים האבן געמאלדן אז עס ווארט א הערליכע שבת, מען וועט פארברענגען בשבת אחים, דאווענען אינאיינעם, עסן די סעודות שב"ק און זינגען זמירות שב"ק, הערן דרשות התחזקות, פון וואס מען וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף באקומען התחזקות און כח אנצוגיין פאר זיך און פאר די גאנצע פאמיליע פאר א לאנגע צייט. די עסקנים האבן אפגעדינגען דעם גאנצן האטעל מיט אלע צימערן, פון וואס פילע צענדליגע זענען שוין אויסגעכאפט געווארן. די "עירלי ביורד ספעשל" פון $985 פאר א פארפאלק, ענדיגט זיך דעם היינט זונטאג פרשת משפטים, נאכדעם וועט די פרייז ארויפגיין צו $1085 פער קאפל. רופט שוין 347-415-2888 זיך צו פארזיכערן מיט די ביליגע פרייז. מען קען איבערגעבן דאס געלט ביי: קרית יואל/מאנסי: מו"ה אלי קנאל הי"ו וויליאמסבורג/בארא פארק: מו"ה ליפא שווארץ הי"ו קרית ברסלב: מו"ה ארי פיש הי"ו השבת נועם הנשמות! 📰 ספר קדושת ישראל

    < זעה מער כא שבט תשפ"ב 📝
  • נייע ספר תורה לעלוי נשמת מוהרא"ש זי"ע שוין אנגעהויבן צו שרייבן

    שטייענדיג ערב די יארצייט פון כ"ק מרן מוהרא"ש זי"ע (וואס פאלט אויס מארגן נאכט אור ליום י"ז שבט), האט די קהלה אנגעהויבן שרייבן א ספר תורה לעלוי נשמת מוהרא"ש זי"ע. אזוי ווי דער אייבישטער האט געהאלפן אז עס פארמערן זיך כסדר בתי מדרשים "היכל הקודש" אין אלע היימישע געגענטער און מען דארף האבן נאך ספרי תורה. אויפן פארלאנג פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט געבעטן אז מען זאל געבן די געלעגנהייט פאר אלע אנשי שלומינו צו קענען אנטייל נעמען אין די הייליגע מצוה פון כתיבת ספר תורה. וואס איז מסוגל פאר פרנסה, ווי דער היילגער רבי שרייבט אין ספר המדות (ממון לו) "לכתוב ספר תורה מסוגל לפרנסה". דער סופר מומחה וירא שמים איז הרב ישראל גרומאן שליט"א, פון די חשובי אנשי שלומינו פון ארץ ישראל. ווען דער ראש ישיבה איז געווען אין ארץ ישראל, האט דער ראש ישיבה אריינגעשריבן דער ערשטער ווארט "בראשית" אינעם ספר תורה, וואס מען האפט צו ענדיגן ביז בערך א יאר. דער כתיבת ספר תורה איז נאך א פראיעקט לטובת אנשי שלומינו דורכן באקאנטן "רענט קאמפיין" וואס ווערט געפירט מיט גרויס איבערגעגעבענקייט דורך די חשובע עסקנים מו"ה שבתי דוד מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וואס טראגן דעם עול און העלפן באצאלן די חודשליכע רענט פאר די הייליגע ישיבה. עס זענען דא א שיינע אויסוואל פון זכותים וואס מען קען קויפן: 🪶 א גאנצע ספר - $2,500 (5 ספרים) 🪶 א פרשה - $1,200 (50 פרשיות) 🪶 א ספעצילע פרשה - $1,800 (בשלח, יתרו, ואתחנן, און וזאת הברכה)&nbsp; 🪶 זכות עמוד - $500 (42 עמודים) רופט שוין צו קויפן א זכות אינעם נייעם ספר תורה 845-379-2626 (מ'קען באצאלן מיט פעימענטס) ועתה כתבו לכם את השירה הזאת! &nbsp; 📰 דינסטאג נאכט יתרו יארצייט פון מוהרא"ש 🛒 שיינע קאלעקשאן פון שיינע ספרים און נאך זאכן צום יארצייט פון מוהרא"ש 📸 היסטארישע בילדער פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים 🎦 היסטארישע ווידיאס פון מוהרא"ש ביי פארשידענע זמנים ▶️ פילע שיעורים פון מוהרא"ש ביי פארשידענע געלגענהייטן 🎞️ מוזיק ווידיא: צוואת מוהרא"ש &nbsp; 🛒 שובבי"ם - ספרים סידיס און קונטרסים &nbsp;

    < זעה מער טו שבט תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו פרייען זיך בשמחת התורה צום סיום מסכת מגילה

    אין די טעג טוען אנשי שלומינו איבער די גאנצע וועלט פייערן דעם סיום מסכת מגילה וואס איז געלערענט געווארן אינאיינעם זינט אנהייב חודש טבת העעל"ט ווען מען האט יעדן איינציגן טאג - געלויבט דעם אייבערשטן - געלערענט א בלאט גמרא. דער ראש ישיבה שליט"א וועלכע לערנט פאר דעם דף גמרא יעדן טאג בטוב טעם ודעת מיט א גאר געשמאקן און קורצן וועג, איז אלץ מיט א בלאט פאראויס, אזוי אז עס זאל שוין זיין ארויפגעלייגט אויפן טעלעפאן און אויף דעם וועבסייט יעדן טאג אינדערפרי דעם בלאט פון יענעם טאג. טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט האלטן מיט דעם געשמאקן שיעור פון ראש ישיבה וואס ווערט מפורסם. אויך איז מען זיך מחיה מיט די קורצע חיזוק ווערטער וואס ווערט אלץ געזאגט נאכן שיעור, ווי דער ראש ישיבה נעמט ארויס וואס די גמרא וויל פון אונז הלכה למעשה, אויף טאג טעגליך. אזוי אויך רעדט דער ראש ישיבה אלץ איבער חינוך, און וויאזוי מען קען מצליח זיין אויפצוציען ערליכע שיינע דורות אין די היינטיג וועלט. יעצט ווען מען האלט דא איז די צייט צו דערמאנען די ווערטער פון ראש ישיבה ביים סיום פונעם פריערדיגן מסכת ווען ער האט שטארק געבעטן אנשי שלומינו מ'זאל זיך נעמען אויף זיך צו לערנען יעדן טאג דעם נייעם מסכת וואס מ'הייבט יעצט אן, "אז דו וועסט "זאגן" דעם דף גמרא יעדן טאג, קען זיין אז דו וועסט לערנען יעדן טאג דעם דף, אז דו וועסט וועלן "לערנען" דעם דף וועסטו זען וואס עס וועט זיך אויסלאזן דערפון" האט דער ראש ישיבה געזאגט, זוך נישט קיין שלימות, פאלג דעם צדיק וואס האט געזאגט (שיחת הר"ן סימן ע"ו) "אין צריכים בלימוד רק האמירה לבד". דער ראש ישיבה זאגט כסדר אז לערנען א בלאט גמרא אינדערהיים איז שטארק מסוגל אויף שלום בית, "ווען די ווייב זעט ווי איר מאן לערנט, האט זיך אויף וועם ארויפצוקוקן"! &nbsp; ▶️ געשמאקע שיעורים אין גמרא פון ראש ישיבה 🛒 יעדן טאג פרישע סחורה אויף וועבסייט 🌳 ספר "ראש השנה לאלינות" $2.99 &nbsp;

    < זעה מער ט שבט תשפ"ב 📝
  • ספּעשל פרייז צום שבת התוועדות לויפט שוין אָט אָפּ

    דער געהויבענער שבת קודש מעין עולם הבא שבת התוועדות שבת סיום סדר מועד על סדר הש"ס שבת קודש פרשת ויקרא ווערט שוין נענטער אין נענטער. מען גרייט זיך מיט שפאנונג צום געהויבענעם שבת וואס וועט בעזהשי"ת אפגעהאלטן ווערן ברוב פאר והדר אינעם פּראכטפולן "קראון פּלאזא" האטעל, אינעם שטעטל "סעמפאָרד" קאָנעטיקוט, במשך די טעג פון ערב שבת, שבת קודש, און מוצש"ק פרשת ויקרא הבע"ט. די עסקנים גרייטן זיך שוין גאר העפטיג, און אלע דעטאלן ווערן אויסגעארבעט און מען גרייט צו מיטן אייבערשטנ'ס הילף א הערליכע שבת וואס זאל איבערשטייגן בס"ד פי כמה דעם פריערדיגן שבת התוועדות, שבת סיום הש"ס מיט צוויי יאר צוריק, ווי די באטייליגטע האבן געהאט א הנאה גשמיות ורוחניות וואס איז געבליבן איינגעקריצט ביי זיי און ביי די משפחה. יעצט ווען מען איז שוין בלויז 8 וואכן אוועק, ווערט געמאלדן א וויכטיגע אפדעיט, אז די אלע וואס ווילן אריינכאפן די אוירלי בירד ספעשל דארפן זיך שטארק צואייל, ווייל דער ספעשל פון $985 א קאפל ענדיגט זיך שוין, און פון קומענדיגע זונטאג הבעל"ט א וואך, גייט ארויף די פרייז מיט הונדערט דאלער. צו באשטעלן צימערן ביים געהויבענעם שבת קען מען רופן 347-415-2888 איבערצוגעבן דאס געלט קען מען ביי: קרית יואל/מאנסי: מו"ה אלי קנאל הי"ו וויליאמסבורג/בארא פארק: מו"ה ליפא שווארץ הי"ו קרית ברסלב: מו"ה ארי פיש הי"ו

    < זעה מער ח שבט תשפ"ב 📝
  • בית המדרש היכל הקודש צפת

    גאר פרייליכע נייעס קומט אריין איבער די פרישע הרחבת גבולי הקודשה אין שטאט צפת. שוין א לאנגע צייט וואס עס ווערן נתקרב פילע אינגעלייט און בחורים אין שטאט צפת, מען קומט זיך צאם ביי פילע געלעגענהייטן, אבער למעשה איז ביז היינט נישט געווען קיין בית המדרש פאר שבת קודש. און געלויבט דעם אייבערשטן אז יעצט נאך א לאנגע צייט האפן, און בעטן דעם אייבערשטן, האט דער אייבערשטער געהאלפן אז עס איז ענדליך יעצט צושטאנד געקומען און מען האט געקענט עפענען א בית המדרש היכל הקודש, אין עיה"ק צפת. אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש צפת דאנקען דעם אייבערשטן אז זיי האבן געפונען א פאסיגע פלאץ פאר א "בית המדרש היכל הקודש" וואס וועט נוצן סיי פאר שבת קודש צום דאווענען, און אזוי אויך פאר די חבורות אינמיטן די וואך, וואס קומען זיך כסדר צוזאם, און זענען זיך מחזק מיטן רבינ'ס עצות, און פרישן זיך אויף מיט די ווערטער פון רבין. דער אייבישטער זאל העלפן אז דער בית המדרש היכל הקודש זאל זיין א לייכט טורעם פארן גאנצן גליל בכלל, און פאר די שטאט צפת בפרט. עס זאל זיין א בית המדרש ווי יעדער איד וואס דארף אביסל פרישע לופט עצות פארן לעבן זאל קענען אריינקומען, און זיך דערקוויקן מיט די זיסע ווערטער פון הייליגן רבין. ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה! 📰 בית המדרש היכל הקודש בני ברק 📰 התייסדות בית המדרש היכל הקודש ירושלים ובני ברק

    < זעה מער ד שבט תשפ"ב 📝
  • בית המדרש היכל הקודש בני ברק

    אין די טעג קומט אן די פרישע נייעס בני ברק איבערן בית המדרש היכל הקודש אין בני ברק. ווי שוין באריכטעט איז דער ראש ישיבה געפארן קיין ארץ ישראל מיט א חודש צוריק, מיטן ציל צו מחזק זיין אנשי שלומינו די מפיצים אין ארץ הקודש, ווי דער ראש ישיבה איז ארום געפארן און געגעבן שיעורים, און געפארן צו די מקומות הקדושים. איינע פון די גרויסע זאכן וואס דער ראש ישיבה האט געטון ביים נסיעה איז געווען דאס אראפשטעלן די גבאים און די סדר אין בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל. דער בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים עיר הקודש, גייט שוין אן פאר א לענגערע צייט אויף גאר א שיינעם פארנעם. דער ראש ישיבה איז געווען זייער איבערגענומען פון דעם בית המדרש און פון אנשי שלומינו אין ירושלים, יעצט ווען דער ראש ישיבה איז דארט געווען האט ער זיך אומגעקוקט אויף די סדר, און איז געזיצן און איבערגעגאנגען מיט די גבאים אלע זייער שאלות און ספקות וויאזוי צו פירן דעם בית המדרש, וויאזוי צו היטן אויף די סדר, אין די זעלבע צייט וואס יעדע איד וואס דארף חיזוק זאל זיך טרעפן דארט דאס פלאץ. דער ראש ישיבה דרוקט זיך אויס אינעם קונטרס "סדר הנסיעה לארץ ישראל", "איך האב געזאגט פאר די חברים, אז מוהרא"ש האט זייער געוואלט האבן א בית המדרש "היכל הקודש" אין ירושלים, יעצט איז מקוים געווארן מוהרא"ש'ס רצון". דער ראש ישיבה שרייבט ווייטער "טייערע ברודער, איך זאג דיר, אויב עס וועט דיר אויסקומען צו זיין אין ארץ ישראל - זאלסטו זיך אריבער כאפן אין די שול אין ירושלים, עס איז אזא באחנ'טער פלאץ, אזא נארמאלע געשמאקע ווינקל. די גבאים זענען מענטשן מיט שכל, עס איז מיר א וואונדער וויאזוי זיי האבן אזוי גוט דערשמעקט און דערטאפט אונזער זאך, זיי פירן דעם בית המדרש מיט חכמה, מען שפירט א געשמאקע לופט, אן אויר הזך והנח. אין שטאט בני ברק פלעגן זיך א שיינע חבורה אנשי שלומינו צוזאם קומען יעדן ליל שישי ווי מען האט גערעדט התחזקות, עס איז אבער נאך נישט געווען קיין "בית המדרש היכל הקודש" אין בני ברק" צו דאווענען און לערנען. דער ראש ישיבה שרייבט אינעם קונטרס "אינמיטן די נסיעה האב איך באקומען גאר גוטע נייעס, אז די בני ברק'ער חבורה האט ארויסגענומען א שול. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן מיין שמחה, ווייל מוהרא"ש האט מיר געזאגט, כל זמן איר האט נישט קיין שול - האט איר גארנישט געטון פארן רבין". די בני ברק'ער ביהמ"ד היכל הקודש איז א גאר שיינער געשמאקער ווינקל, ווי מען דאווענט און מען לערנט און מען הערט די דיבורים און עצות פון הייליגן רבין. דער ראש ישיבה האט ממנה געווען ר' אבא חייא רייזמאן ני"ו אלץ די גבאי פון ביהמ"ד. 📰 נסיעה קיין ארץ ישראל ווינטער תשפ"ב באשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א 📸 בילדער פונעם נייעם בית המדרש

    < זעה מער א שבט תשפ"ב 📝
  • דער אויוון אין די נייע מוהדר'דיגע מצה בעקעריי אין קרית ברסלב ווערט שוין געבויעט

    נאכדעם וואס די בוי ארבעט אין די נייע מצה בעקעריי רוקט זיך גאר שטארק אין די לעצטערע וואכן, איז היינט אנגעקומען די פרייליכע נייעס, אז מען האלט שוין ב"ה דא אז מען שוין אנגעהויבן די פאקטישע ארבעט פון בויען דעם מהודרדיגן ציגלנעם אויוון וואס מען וועט נוצן בעז"ה צו באקן די מצות אויפן הייליגן יום טוב פסח. ביז יעצט האט מען שוין געמאכט גאר אסאך פארשריט, מען האט שוין ארויסגעבויעט די צימערן, מען האט שוין געענדיגט פרעימען די אלע צוגעבויטע חלקים פונעם בנין, פילע פון די טירן זענען שוין אינסטאלירט געווארן, און ביי די איבעריגע טירן איז מען שוין גרייט צום אינסטולאציע. יעצט ווען מיר שרייבן די שורות זענען שוין אנגעקומען כמעט אלע בוי-מאטריאל וואס מען דארף נאך צו קענען ענדיגן די ארבעט. עס איז שוין אנגעקומען סיי די האלץ מיט וואס מען וועט בויען די ספעציעלע טישן פארן בעקעריי (עס ווערט געפלאנט בעז"ה פיר וועלגער טישן, און איין רעדלער טיש). אויך איז שוין אנגעקומען די פלייוואוד, שיטראק, סעמענט באורדס, פאר די ווענט, די טירן, האלץ, און אזוי אויך די ספעציעלע זאמד און ציגל פאר די אויוון זעלבסט. די בוי ארבעט ביים בעקעריי האלט שוין ברוך השם גאר ווייט. און מען האפט וואס שנעלער צו קענען באריכטן דא, אז דער גרויסער פראיעקט איז פארטיג, און דער גאר מהודר'דיגן מצה בעקערי, איז שוין אריין אין דינסט. דער מצה בעקעריי וועט זיין אונטער די השגחה און אויפזיכט פון הגאון דיין דקרית ברסלב שליט"א, וואס וועט זיכער מאכן בעז"ה אז אלע הוראות און אנווייזונגען פונעם ראש ישיבה שליט"א ווערט אויסגעפאלגט און אפגעהיטן, און וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף דינען דעם ציבור אנשי שלומינו, וואס וועלן זיך פרייען מיט די הייליגע מצה מיכלא דמהימנותא. אנשי שלומינו פלעגן כסדר הערן פון מוהרא"ש נאכזאגן דעם באקאנטן אר"י הקדוש, אז "אויב מען איז נזהר אין א משהו חמץ, וועט מען זיין אפגעהיטן פון עבירות א גאנץ יאר", פלעגט מוהרא"ש זאגן, אז דאס איז ווילאנג א מענטש שפירט זיך נאך פרייליך מיט דעם אז "איך האב נישט געגעסן קיין חמץ אום פסח", איז דאס א זיכערע סגולה אז ער וועט נישט חלילה אריינפאלן אינעם נעץ פונעם סמ"ך מ"ם, וואס זוכט נאר אונז אריינצואווארפן אין מרה שחורה און אזוי ארום אונז חלילה אראפווארפן אין אלעם שלעכטס. בזכות וואס מיר זענען עוסק מצוה פון מצה, וואס דער זוהר הקדוש רופט אָן "א מאכל פון אמונה", וועט דער אייבישטער משפיע זיין פאר אונז א קלארע "אמונה". "ווען מ'האלט די מצה אין דער האנט, האלט מען גאט אין דער האנט" (לשון רבינו) 📜 בריוו פון ראש ישיבה איבער די גרויסקייט פון מצה 🛒 אן אייגענארטיגע "קאלעקשאן" פון אייטעמס לכבוד מוהרא"ש'ס יארצייט 📚 ספרים אויף שובבי"ם כמעט אלעס פאר $1.49

    < זעה מער כט טבת תשפ"ב 📝
  • בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אויפן ציון אין קערעסטיר ווארעמט אן הערצער

    &nbsp; מיט עטליכע וואכן צוריק ווען דער ראש ישיבה האט זיך געפונען מיט אנשי שלומינו אויפן נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, האט דער ראש ישיבה שליט"א זיכער געמאכט אז מען שטעלט זיך אפ ביים ציון פונעם הייליגן צדיק דער מופת הדור רבי וואס איז באקאנט מיטן לשון חיבה "רבי ישעי'לע קערעסטירער" זי"ע, וואס ווי באקאנט האט ער כל ימיו עוסק געווען אין די הייליגע מצוה פון געבן צו עסן פאר אידן "לשובע ולא לרזון". ביים הייליגן ציון, איז געווען א געוואלדיגע התעוררות, ווי אנשי שלומינו און דער ראש ישיבה שליט"א האבן איינגעריסן ביים אייבערשטן פאר ישועות און רפואות. נאכדעם וואס מען איז ארויסגעקומען פון הייליגן ציון, און אויסגעפועלט אלעס גוטס, האט דער ראש ישיבה געשריבן א בריוו פאר אנשי שלומינו, אז מען זאל גיין אין די וועגן פון הייליגן צדיק און שטיצן דעם בית התבשיל וואס טוט טאקע אט דאס, געט צו עסן פאר אידישע קינדער מיט א ברייטע האנט, און מאכט זיכער בס"ד אז אידן האבן צו עסן בהרחבה. אט איז דער בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן: "בס"ד, י"ט כסלו, פה קערעסטיר אצל ציון הרה"ק רבי ישעי' ב"ר משה זי"ע לכבוד אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש האברך היקר שלמה יאקאבאוויטש ני"ו מקרית ברסלב איז עוסק אין די גרויסע מצווה פון העלפן משפחות נצרכים זאל האבן עסן לשבת ולחול. אנא עפענט ענקערע הערצער אים צו העלפן קענען ווייטער ממשיך זיין מיט די מצווה. ובזכות די מצווה זאלט איר האבן שפע ברכה והצלחה. החותם למען המצווה ביים ציון פון הרה"ק זי"ע וואס האט זיין גאנץ לעבן עוסק געווען אין די מצוה" דער בית התבשיל האט א וועכענטליכע בודזשעט פון $2,500 און ימים טובים איז דער בודזשעט איבער $10,000 וואס ווערט צוזאם געשטעלט כסדר פון נדבות פון אנשי שלומינו וואס האבן די ווארעמקייט און געפיל און געבן צדקה פאר הונגעריגע אידן. צו נעמען א חלק אין די גרויסע מצוה קען מען רופן 718-306-2448. לשובע ולא לרזון 💳 לינק צו מנדב זיין אנליין פארן בית התבשיל 📰 דער ראש ישיבה קערט זיך צוריק פון א שיינע נסיעה צו מקומות הקדושים

    < זעה מער יח טבת תשפ"ב 📝
  • הערליכע קונטרס אויף אידיש "סדר הנסיעה קיין ארץ ישראל" שוין דא צו באקומען

    &nbsp; צוליב דעם גרויסן פארלאנג, האט דער ברסלב סענטער סטאר ארויסגעלייגט אויפן וועבסייט פארן ציבור דער נייער קונטרס "סדר הנסיעה לארץ ישראל והתייסדות בית המדרש היכל הקודש בירושלים ובני ברק פרשת ויגש ה'תשפ"ב", געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א. אין דעם קונטרס לייגט דער ראש ישיבה אראפ די גאנצע השתלשלות פון די דראמאטישע נסיעה, אנגעהויבן פונעם ארויספארן פון ניו יארק ביזן קומען צוריק, די באזוכן צו די חבורות היכל הקודש אין ארץ ישראל, דאס אהערשטעלן די בתי מדרשים אין ירושלים עיה"ק און אין בני ברק, די געהויבענע שבת מעין עולם הבא מיט אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש אין ירושלים, דער מלוה מלכה מוצש"ק אין א זאל אין ירושלים, די באזוכן ביי די מקומות הקדושים אין צפת און טבריה, דער געהויבענע באזוך ביים ציון התנא הרשב"י אין מירון, דער באזוך אין שטאט יבניאל און די התעוררות ביים ציון פון מוהרא"ש. דער ראש ישיבה פארציילט דארט גאר אסאך אינטערעסאנטע עפיזאדן פון דעם באזוך, און פון די שמועסן וואס ער האט געהאט מיט אנשי שלומינו פון וואס מען קען ארויסנעמען גאר אסאך חיזוק און עצות פארן לעבן. מען קען עס קויפן אויפן וועבסייט פארן ביליגן פרייז פון $1.49 און עס באקומען דעליווערט אין די גאנצע וועלט צום טיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף על ידי השתוקקות לארץ ישראל, נשפע פרנסה גדולה (ספר המידות) 📰 הערליכע נייע איבערגעבויעטער "ברסלב סענטער" אנליין סטאר, מחיה די פילע קאסטומערס 📚 דער נייער קונטרס "סדר הנסיעה לארץ ישראל והתייסדות בית המדרש היכל הקודש בירושלים ובני ברק פרשת ויגש ה'תשפ"ב" פאר בלויז $1.49 📚 דער נייער קונטרס צו זען און דאונלאודן אויף ברסלב סענטער 📰 דער באזוך פונעם ראש ישיבה קיין ארץ ישראל

    < זעה מער יז טבת תשפ"ב 📝
  • הערליכע באזוך פון ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל

    שוין א לענגערע צייט וואס אנשי שלומינו אין ארץ ישראל, תלמידי היכל הקודש, ווארטן און בענקען אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זיי קומען באזוכן און מחזק זיין. כאטש וואס מ'וואוינט ווייט, האלט מען מיט אלע שיעורים פון ישיבה, מען לערנט די ספרים, מען לערנט די בריוו, מ'לעבט מיט די געוואלדיגע עצות און לימודים, און מ'שטארקט זיך מיט די חיזוק און התעוררות, פון דעסטוועגן האבן זיי געהאפט און געגארט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל פערזענליך אמאל אריבערקומען און זיי מחזק זיין. צוליב דעם מצב העולם איז זייער שווער געווען דאס אויסצופירן למעשה, אבער מיט פילע תפילות און השתוקקות האט דער אייבערשטער געהאלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א האט באקומען רשות צו פארן קיין ארץ ישראל, און ער האט זיך ארויסגעלאזט דעם פארגאנגענעם מיטוואך אויף די נסיעה, מיט איין באגלייטער וואס איז מיט אים מיטגעגאנגען. אויפ'ן וועג האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן פילע בריוו פאר אידן וואס ווארטן אויף עצה ותושיה אין אלע ענינים. דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אויפגעהאלטן אין ארץ ישראל פון דאנערשטאג ויגש ביז זונטאג ויחי, און די גאנצע צייט איז געווען איין לאנגע קייט פון ארומפארן און מחזק זיין פילע חבורות און בתי מדרשים היכל הקודש אין ארץ ישראל. אנגעהויבן אין בני ברק, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט אפגעשטאט א באזוך אינעם נייעם בית המדרש היכל הקודש אין שטאט, נאכדעם וואס מ'קומט זיך שוין צוזאם פאר א לענגערע צייט מיט חבורות זיך מחזק צו זיין אינאיינעם. דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן א שיעור און שטארק מחזק געווען די בני ברק'ער אידן. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין בית שמש וואו ער האט געגעבן דעם וועכנטליכן ליל שישי שיעור, פילע אידן זענען זיך צוזאמגעקומען פון נאנט און ווייט, און זיך מחי' געווען מיט די ווערטער פון הייליגן רבי'ן. דאן איז דער ראש ישיבה שליט"א אריבערגעגאנגען צו א שמחת שבע ברכות פון החתן חיים הי"ו בן מו"ה נפתלי יאקאבאוויטש שליט"א, וואו דער ראש ישיבה שליט"א האט אויך גערעדט אפאר ווערטער. פון דארט איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין ירושלים עיה"ק, וואו ער האט געוויילט אויף שבת קודש. אנשי שלומינו פון ירושלים עיה"ק, אין צוגאב צו די נאך פילע אנשי שלומינו פון איבער גאנץ ארץ ישראל וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם שיינעם שבת, געבן איבער אז אזא שיינער שבת האבן זיי נאך קיינמאל נישט געהאט, די תפילות, די שיעורים, די באטעס, און אזוי ווייטער דער גאנצער שבת, וואס איז אפגעראכטן געווארן אין בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים, איז געווען ממש מעין עולם הבא; דאס האט זיי אריינגעגעבן פרישע כוחות וואס וועט זיי טראגן און האלטן פאר גאר א לאנגע צייט. מוצאי שב"ק זענען געקומען צו פארן נאך פילע אנשי שלומינו וועלכע האבן נישט געקענט קומען אויף שבת, דעריבער האט מען געדארפט ארויסנעמען א גרעסערע זאל וואס זאל קענען ארייננעמען די פילע הונדערטער אידן. א שיינע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן לכבוד מלוה מלכה, מען האט געזינגען די זמירות און נאך ווארעמע ניגונים, און דערנאך האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט גערעדט פאר א לענגערע צייט און מחזק געווען דעם עולם מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. זונטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט די גמרא שיעור אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים, און מסיים געווען מסכת תענית וואס מ'לערנט יעצט אין די ראמען פונעם דף הקהלה. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א אריינגעשריבן אן אות אין עטליכע פרישע ספרי תורה וואס אנשי שלומינו הויבן יעצט אן צו שרייבן. דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין מירון, צום ציון פון הייליגן רבי שמעון בר יוחאי, אינאיינעם מיט א גרויסע קבוצה פון אנשי שלומינו. מען האט זיך אויסגעבעטן ביים ציון הקדוש אלע גוטע ישועות, און דערנאך איז מען ארויף אויפ'ן דאך פון די מערה וואו מען האט געזינגען אינאיינעם ווארעמע ניגונים און דערנאך זיך ארויסלאזט אין פרייליכע טענץ. פון דארט איז מען געפארן צום ציון הקדוש פון רבי מאיר בעל הנס אין טבריה, וואו מען האט געדאווענט מנחה און דערנאך מתפלל געווען און זיך אויסגעבעטן ביים אייבערשטן אלעס גוטס. דאן איז מען געפארן קיין יבנאל, צום ציון הקדוש פון מוהרא"ש זי"ע. מען האט געזאגט תהלים מיט גרויס התעוררות, דער ראש ישיבה שליט"א האט מחזק געווען די בחורים אויסצוזאגן דארט גאנץ תהלים בלי הפסק, אזוי ווי מוהרא"ש האט מבטיח געווען אז יעדער בחור און מיידל וואס וועט אויסזאגן תהלים ביי זיין קבר, וועט ער זיך משתדל זיין זיי זאלן טרעפן זייער שידוך בקרוב ובניקל. פון דארט איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן צום לופט פעלד אויפ'ן וועג אהיים קיין ניו יארק. אנשי שלומינו פון ארץ ישראל האבן זיך גאר שטארק מחי' געווען מיט דעם באזוך, און דאס וועט זיי בלייבן אין די ביינער פאר א לאנגע צייט. אלע דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל, קען מען זען אדער דאולאודן דא אויפן וועבסייט, אזוי אויך קען מען עס הערן אויפן "קול ברסלב" האטליין. מער דעטאלן איבער די געהויבענע וועט בעז"ה נאכפאלגן. חזק חזק ונתחזק! 🎞️ פילע קליפס פונעם באזוך פון ראש ישיבה אין ארץ ישראל ▶️ דער שיעור פון ראש ישיבה אין בני ברק

    < זעה מער יג טבת תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 256 to 270 of 428 results

1 2 ... 15 16 17 18 19 20 21 ... 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com