Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • מסיבת הכרת הטוב פונעם רענט קאמפיין דעם ליל שישי פקודי אין קרית יואל

    אנשי שלומינו פון איבער די טריי סטעיט עריע גרייטן זיך צום יערליכן מסיבת הכרת הטוב פונעם רענט קאמפיין, וואס וועט היי יאר אפגעהאלטן ווערן אין א הערליכע גרויס לאקאל אין קרית יואל.   דער נייער לאקאציע איז בעיקר צוליב צוויי סיבות, איינס וויבאלד דער ציבור איז קע"ה זיך צואווקאסן, און מען איז שוין אויסגעוואקסן דעם בית המדרש אין וויליאסמבורג ווי דער מסיבה פלעגט פארקומען אין די לעצטע אכט יאר, און אויך צוליב וואס דער ציבור איז צושפרייט אזוי ווייט, פון בארא פארק, וויליאמסבורג, לינדען, דזשערסי סיטי, מאנסי, קרית יואל, מאנטיסעלא, און קרית ברסלב, האט מען געזוכט א גרויסע שיינע פלאץ וואס וועט זיין פונקט אינמיטן, אז קיינער זאל נישט דארפן פאר צו ווייט; און צוליב דעם האט מען באשטימט דעם מסיבה אויף דעם לילי שישי פקודי אין די פראכטפולע זאלן פון "עטרת מייזעלס" אויף י.ד. גאלדבערגער דרייוו אין קרית יואל.   מטעם די רענט קאמפיין גייען אן פיבערהאפטיגע הכנות צום גרויס מעמד, מען גרייט צו דעם הערליכן פרגראם, א געשמקע סעודה ווערט סערווירט ווערן פאר אלע באטייליגטע לכבוד דעם סיום מסכת שבת ירושלמי וואס אנשי שלומינו ענדיגן די וואך. דער סיום וועט געמאכט ווערן דורכן דיין שליט"א. אלע ווארטן אויף די פרייליכע אויפטריט פונעם אלעמען באליבטן גוט זאגער מו"ה מיכל ראזענעפלד הי"ו וואס וועט מהנה דעם ציבור מיט זיינע געשמאקע דיבורים. אבער הלכה למעשה קומט מען הערן די דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס וועט בעז"ה אראפ לייגן וויאזוי מען קען זיכער מאכן בעז"ה אז מען לאזט נישט דורך די הייליגע טעג פון אדר און פורים מיט נארישקייטן, נאר מען נעמט מיט די הייליגע השפעות אויף א גאנץ יאר.   אויך וועט מען טיילן בעז"ה גאר שיינע מתנות פאר אלע באטיייגטע, און בפרט פאר די וואס לאזן זיך קאסטן מיט שיינע סכומים במשך דעם יאר פארן רענט קאמפיין.    די רענט קאמפיין שטייט בראש פון די צוויי חשובע עסקנים מו"ה שבתי מארקוס הי"ו און מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו וואס האבן גענומען אויף זיך די מיסיע אראפצונעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה שליט"א פון דארפן צוזאם שטעלן די "רענט" פאר די בנימים פון די קהלה און מוסדות, און דערמיט העלפט מען זיך אליינס אז דער ראש ישיבה שליט"א האט מער צייט זיך צו קענען בעז"ה אפגעבן מיט די תלמידים מיט הרחבת הדעת, און ווייטער איבערגעבן פאר אונז די עצות און התחזקות וואס ער האט מקבל געווען פון הייליגן רבין דורך מוהרא"ש זי"ע.   חפץ ה' בידם והצליחו, אז א דער ציבור איז שטארק ווארעם פאר די עסקנים און שטרענגען זיך אן יעדע חודש און ווען מען קען נאר און מען באשטייערט פאר די רענט מיט א ברייטע האנט. וואס דערפאר אראנדזשירן זיי דעם מסיבה, אפצוגעבן פאר אנשי שלומינו זייער פארדינטע אנערקענונג.   די עסקנים האבן געבעטן איבערצוגעבן עטליכע נקודות פאר אנשי שלומינו, ערשטענס בעטן זיי אלעמען צו קומען אין צייט דעם ליל שישי פקודי 8:15 אויף דערנאכט,  וואס פון דעם וועט יעדער נהנה זיין אז מען וועט קענען ענדיגן אין צייט מיטן אויבערשטנ'ס הילף. אויך בעטן זיי איבערצוגעבן אין שטוב אז דער מסיבה איז נאר פאר ערוואקסענע מענער, און נישט פאר קינדער, בחורים אדער פרויען. אויך וועט דאס מאל נישט זיין צוגעשטעלט קיין טראנספארטציע פון שטעטל.   דער מסיבה אנטשפרעכט איבערצולאזן א געוואלדיגע רושם אויף אלע באטייליגטע אויף א לאנגע צייט.

    < זעה מער ל אדר א' תשפ"ד 📝
  • שיינע באזוך פונעם ראש ישיבה אינעם חדר אין קרית ברסלב

    פארגאנגענעם מאנטאג האבן די קינדער פון תלמוד תורה היכל הקודש אין קרית ברסלב געהאט די זכי' אז זיי האבן געהאט א געהויבענע באזוך פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; צוערשט איז דער ראש ישיבה געגאנגען באזוכן דעם נייעם בנין אין מחנה אילן החיים, אין בעפארברייטונג צום זומער און קעמפ סעזאן הבעל"ט ווי מען דארף מסדר זיין די קינדער אין די קעמפס. דערנאך האט דער ראש ישיבה באזוכט דער ישיבה אין שטעטל, דער נאך די קינדער אין תלמוד תורה, אזוי אויך אינעם אדמיניסטראציע אפיסעס, דער קרן הדפסה פאבריק, און די אפיסעס פונעם כולל און נאך. &nbsp; די קינדערגארטן קינדער האט דער ראש ישיבה באגעגנט ווען זיי זענען געווען אויפן וועג אהיים, דער ראש ישיבה האט זיי געטיילט קענדיס, דערנאך איז דער ראש ישיבה אריין אין יעדע כתה באזונדער, און אין יעדע כתה האט דער ראש ישיבה אויסגערימט די קינדער און ארויסגעברעגט די ספעציעלקייט פון דעם כתה, און ווי שטארק ער פריידט זיך צו קענען קומען און ווי ער האט זיך שוין אזוי געבענקט צו זיי, און ווי ער זעט ווי די קינדער זענען וואויל און צדיקים, דער ראש ישיבה האט געטיילט גוטע זאכן פאר די קינדער און האט מחזק געווען די מלמדים. &nbsp; אין כתה א' האט דער ראש ישיבה גערעדט פון די חשיבות פון רעדן צום אייבערשטן אויף די פשוטע שפראך, און האט פארציילט פאר די קינדער מעשיות ווי דער רבי האט געבעטן דעם אויבערשטן וואס ער האט געדארפט. דער ראש ישיבה האט געפרעגט די קינדער צי זיי האבן א "מעשה פון תפלה", איינער האט געזאגט אז ער האט געבעטן דעם אויבערשטן אז דער ראש ישיבה זאל קומען, דער ראש ישיבה האט אים געזאגט "זעסט דער אויבערשטער האט צוגעהערט דיין תפלה, איך בין דא", דער ראש ישיבה האט זיי געזאגט אויך ער בעט דעם אויבערשטן אז זיי זאלן אויסוואקסן ערליכע אידן צדיקים און תלמידי חכמים. &nbsp; אין כתה ב' האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די חשיבות פון פיאות און ציצית, דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די קינדער א ווארט פון צדיקים אז ווען מ'קושט די ציצית און מען לייגט עס אויף די אויגן און מען זאגט "מצוות ה' ברא מאירת עינים", איז עס מסוגל אז די אויגן זאלן בלייבן געזונט מען זאל קענען אייביג זען. &nbsp; אין כתה ג' האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די מגילה, מ'איז געגאנגען צו די סעודה פון אחשורוש, היינט איז אויך דא אזעלעכע זאכן - האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט - מען מאכט קאנצערטן אן יראת שמים, און די וואס פאלגן מרדכי הצדיק גייען נישט אהין. וואס לערנט אונז מרדכי הצדיק אויס? מען זאל שרייען צום אויבערשטן "העלף מיר". דער ראש ישיבה האט גערעדט צו די קינדער איבער זיך פארשטעלן פורים, וויבאלד זיי זענען שוין גרויס, דארפן זיי פארשטיין אז וואס עלטערן זאגן איז הייליג און טייער, און אז מען ווערט נישט מעכטיג מיט א טייערע פארשטעלאכטס. דער ראש ישיבה האט אויך גערעדט פון די גרויסקייט פון משניות. &nbsp; אין כתה ד' האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די פרשה פון בויען די משכן. "בקרוב וועט משיח קומען, און ער וועט רופן דעם מנהל ער זאל שיקן די געשיקטע קינדער זאלן אים העלפן בויען דעם בית המקדש, און דער מנהל וועט אים ענטפערן, איך בעט דיר איבער, אבער די קינדער דארפן לערנען תורה, ווייל די הלכה איז אז לערנען תורה איז מער חשוב ווי בויען דעם בית המקדש", דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער די מיאוסקייט פון מחלקות און די גרויסקייט פון שלום. דער ראש ישיבה האט געוויזן אויפן דאך און זיי געזאגט עטס זעטס די לעכער, דאס זענען קעמרעס, ווייל דער אויבערשטער זעט אלעס, אבער נישט נאר פון די לעכער נאר איבעראל אין די גאנצע וועלט זעט דער אויבערשטער. &nbsp; און כיתה ו' האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די גרויסקייט פונעם יום טוב פורים הבעל"ט, ווי דער זוהר שרייבט אז יום כפורים איז נאר אזוי ווי פורים, פארוואס? ווייל פורים איז יעדער פאר זיך, מען דאווענט אין בית המדרש, מען פאסט, אבער פורים פארמערט מען מיט אחדות מען שיקט זיך איינער צום צווייטן משלוח מנות און מתנות לאביונים, מען האט זיך ליב איינער דעם צווייטן, און דאס איז חשובער פון יום כיפור. &nbsp; אין כיתה ז' האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער שפירט זיך דא ממש ווי אין ישיבה, גרויסע בחורים. די קינדער האבן געבעטן אז זיי ווילן שוין קומען אין בית המדרש דאווענען מיט מנין, דער ראש ישיבה האט זיי געזאגט אז ער וועט רעדן דערפון מיטן מנהל, דער ראש ישיבה האט געזען אז פילע קינדער קענען אויסנווייניג די דרייצן אני מאמינ'ס. דער ראש ישיבה האט זיי געגעבן א סימן מען זאל געדענקען וועלכע אני מאמין איז וואס. א' איז "א"מונה, ב' דער "ב"ורא איז מנהיג לכל הבריאים, ג' איז דער אויבעשטער איז נישט קיין "ג"וף, ה' איז "ה"תבודדות, נאר צום אויבערשטן קען מען דאווענען, י' איז "י"ודע, דער אויבערשטער ווייסט אלעס אפילו וואס מיר טראכטן, י"ג די לעצטע איז תחיית המתים, און פארדעם וועט משיח קומען, דערפאר איז י"ב ביאת המשיח. &nbsp; די באזוך האט געמאכט א געוואלדיגע רושם אויף די קינדער, וואס וועט לאנג געדענקט ווערן.

    < זעה מער כז אדר א' תשפ"ד 📝
  • פרישע קונטרסים צו באקומען ביים קרן הדפסה

    אין די טעג איז ארויס פון דרוק ביים קרן הדפסה היכל הקודש א פרישע קונטרס פון מוהרא"ש "עס לוינט זיך צו לעבן", וואס געבט גאר אסאך חיזוק און עצות פאר יעדן איד אין יעדע מצב, דער קונטרס איז אן איבערזעצונג פונעם קונטרס "למה להתאבד" וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן אויף לשון הקודש. &nbsp; אזוי אויך איז פריש איבערגעארבעט געווארן מיט א נייע שיינע דרוק די הערליכע קונטרסים וואס ווערט צוכאפט דורך אלעמען "מכבד זיין די מאן" און "מכבד זיין די ווייב", און אויף הוראה פונעם ראש ישיבה שליט"א האט מען אויך ארויסגעגעבן א קונטרס א קאמבינאציע פון ביידע אויבנדערמאנטע קונטרסים וואס מען האט א נאמען געגעבן "גן עדן". &nbsp; אין אנדערע נייעס זענען דא פילע נייע זאכן אויפן וועבסייט, צוערשט לכבוד דאס אנהייב פון מסכת בבא מציעא, האט מען געשאפן די הערליכע געפינטעלטע גמרות בבא מציעה "עוז והדר" א יופי פון א דרוק וואס מען קען באשטעלן צו באקומען אהיים פאר בלויז $26.99. &nbsp; אזוי אויך קען מען באקומען די הערליכע געפינטעלטע קיצור שולחן ערוך עוז והדר, מיט וואס אלע וועלן קענען לערנען די הלכות וואס איז נוגע פאר א איד טאג טעגליך אין דעם הערליכן באנד. מען קען עס באקומען פאר בלויז $15.99. &nbsp; אזוי אויך די נייע באנד פון עצתו אמונה חלק ח' די הערליכע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א וואס לייגט אריין א פרישע לעבן אין א איד נישט קיין חילוק וואס עס איז נאר דורך אויף אים. דאס קען מען באקומען אויפן וועבסייט פאר בלויז $9.99. &nbsp; אויך זענען דא צוויי נייע ענגלישע קונטרסים, איינס מיטן נאמען Only Today, וואס רעדט אז די סוד פון הצלחה איז אז א מענטש זאל נאר קוקן אויף די יעצט, און נישט אויף נעכטן און נישט אויף מארגן. דאס קאסט בלויז $1.99 &nbsp; און די צווייטע קונטרס הייסט Drive Safe, וואס איז מעורר אז ווען מען דרייווט אויף די ראודס איז א מענטש מחויב איינצוהאלטן די סעיפטי געזעצן, און געדענקען אז אויך אויף די וועגן געפונט זיך דער אויבערשטער. דאס איז אויך פאר בלויז $1.99.

    < זעה מער כו אדר א' תשפ"ד 📝
  • דער "אידישער" שטאט "ביראבידזשאן" אין רוסלאנד

    לאמיר זיך אינאיינעם ארויסלאזן אויף א לאנג נסיעה פון מאסקווע וואס וועט נעמען כמעט צוויי וואכן מיט א קאר, און "בלויז" פינף טעג מיטן באן, מיר פארן ווייט אוועק צו די אנדערע זייט רוסלאנד, נענטער צו כינע און דער פאציפישער אקעאן, מיר פארן דורך הונדערטע דערפער און געציילטע גרעסערע שטעט, נישט ווייט פון אונזער וועג פארן מיר דורך קאזאכסטאן, מיר פארן פארביי נעבן מאנגאליע, מיר קומען שוין אן נעבן כינע, נישט אזוי ווייט פון קאריע און יאפאן, דארט פארן מיר אריין אין אן "אבלעסט" (עפעס ווי א סטיעט אדער קאונטי אין אמעריקע) מיטן נאמען "יעוורעסקע אַווטאַנאָמנאַיאַ אָבלאַסט" אויף אידיש טייטשט זיך עס "אידישע אטאנאמישע טעריטאריע", מיר פארן צו איר "הויפט שטאט" וואס הייסט "ביראביזשאן" דורך די הויפט גאס מיטן נאמען "שלום עליכם", מיר באגעגענען דורך א גרויסע סיין מיט די ווערעטער "ביראבידזשאן" אויף אידיש און רוסיש. מיינע אויגן עפענען זיך גרויס "אידישע טעריטאריע", "אידישע ווערטער", אינעם ווייטן רוסלאנד? &nbsp; אין די יארן ווער דער קאמוניסטישער רעזשים האט געהערשט אין רוסלאנד, האבן די רוסן געוואלט שיסן צוויי פויגל, איינס צוזאם נעמען די אידן, זיי איינרעדן אז רוסלאנד און קאמוניזם קען זיי צושטעלן אן אייגן לאנד, און איינוועגס האבן די רוסן געקענט באשטיין אז די אידן זאלן אויפבויען די פוסטע וועלדער אויף די אנדערע זייט רוסלאנד, אויסטרוקענען די פילע זומפן אויף איינזייען פעלדער. זיי האבן פארדעם א נאמען געגעבן דעם געגענט מיטן שיין קלינגענדיגן נאמען "אידישע טעריטאריע" און באשטימד "רוסיש" און "אידיש" אלץ די צוויי אפיציעלע שפראכן פונעם געגענט. איין זאך האבן זיי נישט געוויסט, אז א איד אן תורה איז קיין איד נישט. מען קען האבן א לאנד, א שפראך, א קולטור, אויב האט מען נישט קיין תורה בלייבט נעבעך גארנישט איבער דערפון. &nbsp; אידישע קינדער זענען נישט קיין פאלק ווי אלע פעלקער, מיר זענען די פאלק פונעם אויבערשטן, דער פאלק פון די תורה, מיר האבן זיך געהאלטן אין גלות די לעצטע צוויי טויזענט יאר אן קיין פאראייניגטע שפראך, אן קיין אייגענע לאנד, אן קיין קולטור, נאר די אמונה און די תורה דאס וועט אונז ווייטער טראגן מיר זאלן קענען איבערקומען אויך די היינטיגע נסיונות, מיר זאלן קענען קעגן גיין משיח צדקינו.

    < זעה מער כה אדר א' תשפ"ד 📝
  • הערליכע נייע ענגלישע וועכענטליכע גליון

    די שטאט לעיקוואוד און אנדערע ענגליש רעדנדע שטעט פלעגן שטארק בענעפיטירן פון די ענגלישע גליון וואס פלעגט ארויסקומען וועכענטליך, ווען די מפיצים פלעגן דאס פארשפרייטן צווישן די ערליכע אידן וועלכע האבן געלעכצט נאך אביסל חיזוק און עצות פון הייליגן רבין. &nbsp; די מפיצים האבן געבעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל פריש אנהייבן ארויסצוגעבן דעם גליון, עס האבן זיך געוועבט פלענער, מען האט געטראכט, אבער עס האט זיך גארנישט געמאכט. מיט עטליכע וואכן צוריק איז געווען אין די קרית ברסלב אויסגאבע לכבוד מוהרא"ש'ס יארצייט אינטערוויוס מיט מפיצים געשריבן דורך הר"ר ישראל דוד העסקעל הי"ו, ווי מפיצים האבן ארום גערעדט איבער די גרויסע זכי' וואס זיי האבן צו פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער אויף די וועלט, און ווי מען זעט ווי מען ארבעט נישט אומזיסט, אידן זענען מכיר טובה, מען נעמט אויף די ברסלבע מיט ברייטע ארעמעס, און אידן שעפן דערפון חיזוק און עצות, און נעמען די עצות אויף למעשה, מען הייבט אן לערנען בעסער, דאווענען בעסער, די שלום בית ווערט בעסער, די קשר מיט די קינדער ווערט בעסער, מען הייבט אן שפירן דעם קרבת אלוקים לי טוב, דאס איז גורם אז נאך אידן כאפן זיך צו צו הפצה, וחוזר חלילה אידן ווערן נענעטער צום אויבערשטן דורך הפצה. &nbsp; דער אינטערוויו האט אויפגעפלאמט די "פונקען" וואס האבן געטוליען אין הארץ פון משפחת זילבער החשובה פון לעיקוואוד, און האבן עס גענומען למעשה, מען האט אנגעהויבן צו בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל קענען אויספירן די מחשבות מכח אל הפועל. דער אויבערשטער האט געהאלפן אז ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט באזוכט לעיקוואוד לעצטענס איז שוין א ביישפיל פון די ערשטע גליון, דער ראש ישיבה שליט"א איז געווען זייער צופרידן דערפון און האט שטארק מחזק געווען מען זאל גיין ווייטער ביתר שאת. &nbsp; פון דא האבן זיך זאכן גענומען גיין מיט א שטערקערע פארע, מען האט אנגעהויבן אויסזוכן פון אלטע גליונות, פון לייט אויף אמונה, און פון די אנדערע ספרים און דרשות, מען האט געשריבן, איבערגעטייטשט, מגיה געווען, אויפגעזוכט פאסיגע בילדער, אויסגעשטעלט שיין און געשמאק, און פריש מגיה געווען און ברוך השם פאריגע וואך האט די וועלט זוכה געווען צו א פרישע אור מיטן נאמען "ספארקס אף אמונה" (פונקען פון אמונה) א הערליכע גליון אנגעפילט מיט געשמאקע זיסע ווערטער פון הייליגן רבין אויף די וואך, שאלות ותשובות אויף למעשה און אזוי ווייטער. &nbsp; די מפיצים געבן איבער אז והעיר לעיקוואוד צהלה ושמחה, בכל מקום וואס דער נייער גליון האט דערגרייכט שמחה וששון ליהודים, מען האט זיך צוגעכאפט צום שיינעם גליון ווי א דורשטריגער צו א קאלט גלעזל וואסער. &nbsp; די שטאט לעיקוואד, און די מפיצים זענען זייער דאנקבאר פאר משפחת זילבער וואס טוט רוב פון די ארבעט, אזוי איך פאר משפחת פעלדמאן וואס העלפט שטארק ארויס, ואחרון חביב פאר די געטרייע סטעף פון קרן הדפסה היכל הקודש וואס איז איבערגעגעבן דערפאר מיט'ן גאנצן הארץ און העלפט ארויס מיט אלעס וואס מען דארף.

    < זעה מער כד אדר א' תשפ"ד 📝
  • נייע ספר תורה ווערט געשריבן דורך אנשי שלומינו

    אלע אנשי האבן געהערט ביים יארצייט פון מוהרא"ש זי"ע ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט "איך האב אויפגענומען לייבי פון קרן הדפסה, צוזאם נעמען שרייבן א ספר תורה לזכות דעם הייליגן רבין, און דער ספר תורה וועט זיין מוקדש אויף צו נעמען אויף ראש השנה קיין אומאן, אביסל א קלענערע ספר תורה, מען דארף פארן אונטערוועגנס און עס איז נישט גרינג צו שלעפן די גרויסע ספרי תורה, א גאנץ יאר וועט מען ליינען דערין, ב"ה עס עפענען זיך נאך שולן און נאך שולן," אנשי שלומינו האבן עס אויפגענומען מיט גרויס פרייד. מען הערט אז מען גרייט זיך צו שרייבן א פרישע ספר תורה און מען וועט קענען האבן די זכי' צו נעמען א חלק אין דעם ספר וואס וועט זיין לזכות פונעם הייליגן רבין רבינו נחמן בן פיגא זי"ע. &nbsp; אנשי שלומינו שפירן פאר א געוואלדיגע זכי' צו געבן פאר א ספר תורה, מען שפירט א קשר צו די הייליגע תורה, אנשי שלומינו לאזן נישט אויס א טאג וואס מען לערנט נישט כאטש עטליכע פסוקים פון די הייליגע תורה, מען איז מעביר סדרה זונטאג ביז שני מאנטאג ביז שלישי. מען מאכט התבודדות יעדן טאג, די ערשטע זאך דאנקט מען דעם אויבערשטן און מען זאגט דעם אויבערשטן אז מיר פארגעסן נישט ווער עס האט מיך מזכה געווען צו ווערן צוגעבינדן צו די תורה, אזוי ווייט אז מען קען מיך נישט אפרייסן דערפון. מען שפירט א הכרת הטוב צום הייליגן רבין וואס מיר לערענען זיינע עצות אין זיינע ספרים. &nbsp; אין די נאנטע תקופה וועט מען בעז"ה לאזן וויסן מער פרטים איבער קויפן זכותים אינעם ספר תורה, אזוי אויך איבער די מעמדי כתיבת ספר תורה וואס וועט בעז"ה פארקומען.

    < זעה מער כג אדר א' תשפ"ד 📝
  • הערליכע נייע חינוך קונטרס פון ראש ישיבה שליט"א

    ווי שוין באריכטעט געבן אנשי שלומינו אין ארץ ישראל ארויס יעדע וואך די אויפגעכאפטע גליונות "שיעורי חינוך", וואס ווערט צושפרייט אין גאנצע אידיש וועלט. יעצט איז מען ארויף "נעקסט לעוול", ווען מען האט באשלאסן אז מען וועט מאכן דערפון קונטרסים מען זאל קענען לערנען א גאנצע שיעור פון ראש ישיבה אויף איינמאל. &nbsp; פון יעדע עטליכע וואכן פון די גליונות ווערט געענדיגט א גאנצע שיעור, וואס פון דעם וועט מען עס בעז"ה איבערארבעטן פאר א קונטרס, מיט וואס די אידישע וועלט וועט זיך מחי' זיין דערמיט. &nbsp; יעצט איז ב"ה ארויס די ערשטע קונטרס, דער ראש ישיבה שליט"א האט עס איבערגעקוקט און שטארק מפליג געווען. מיטן אויבערשטענ'ס הילף וועט מען מאכן א קונטרס פון אלע אנדערע שיעורים אין חינוך, א נושא וואס יעדער מחנך זוכט מיט לעכט. אין די היינטיגע שווערע וועלט ווייסט מען נישט ווי זיך אהין צו טון, וויאזוי געט מען זיך אן עצה. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט לעצטענס פארציילט אז ער האט געהערט פון עטליכע היימישע קאר סערוויס דרייווערס אז רוב פון זייערע טריפס וואס זיי מאכן, כמעט נייציג פראצענט, איז צו טראגן קינדער פון חדר און סקול צום טעראפיסט, און צוריק צום חדר און סקול.&nbsp; &nbsp; דער קונטרס און די קומענדיגע וועלן געבן פאר די מלמדים און טיטשערס די וועג פראקטיש און תורה'דיג וויאזוי מען געבט אריין אין קינדער סעלף קאנפידענץ, וויאזוי מען לערנט זיי אויס נישט צו בוליען און זיך נישט לאזן בוליען, וויאזוי זיי אנצוגרייטן קעגן אלע סארטן אביוזערס וואס מאכט זיך ליידער, וויאזוי זיי זאלן ליב האבן אידישקייט און תורה ומצוות. די מחנכים וועלן אנהייבן שפירן א טעם אין זייער ארבעט, זיי וועלן זיך אויסלערנען ווען יא צו זאגן און ווען נישט, אזוי אויך וויפיל און וויאזוי צו זאגן, וויאזוי צו רעדן צו קינדער פון אמונה, פון קדושה, און אזוי ווייטער. &nbsp; ווער עס וויל האבן א חלק און נעמען די הוצאות פון א קונטרס אדער א חלק קען זיך ווענדן צום גבאי פון קרן הדפסה מו"ה לייבי ראטה הי"ו 347-578-4449. דער ערשטער קונטרס מיטן נאמען "יסודות אין חינוך" וועט בקרוב זיין צו באקומען ביי די מפיצים, אדער אויפן ברסלב סענטער שאפ וועבסייט.

    < זעה מער יט אדר א' תשפ"ד 📝
  • גרויסארטיגע סיום מסכת בבא קמא קומענדיגן ליל שישי

    דעם ליל שישי כי תשא אינעם יומא דהילולא פונעם הייליגן רבין רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע וועט דער ראש ישיבה בעז"V פראווען א הערליכע סיום מסכת בבא קמא, אינאיינעם מיטן ליל שישי שיעור וואס ווערט פארגעלערענט יעדע וואך פאר די אינגעלייט. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט אין די לעצטע וואכן עטליכע מאל איבער דעם סיום ווען מען גרייט זיך צו ענדיגל איינע פון די שווערסטע מסכות הש"ס, און וואויל איז דער וואס כאפט זיך מיט דערמיט, און א שאד אויף די וואס קוקן צו ווי די באן פארט און פארן נישט מיט. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער וויל ביי דעם סיום פון בבא קמא מאכן א גרויסע אסיפה פון אנשי שלומינו און זיך אויפפרישן מיט די הייליגע הנהגות פון היכל הקודש, היכל הקודש - זאגט דער ראש ישיבה - איז נישט אז עס שטייט אויפן סיין פון בית המדרש ווי דיין טלית און תפילין ליגט די ווערטער היכל הקודש, נאר יעדער תלמוד היכל הקודש מוז לערנען צום ווייניגסטענס איין בלאט גמרא יעדן טאג. &nbsp; ביי איינע פון די שיעורים האט דער ראש ישיבה פארגעליינט דעם בריוו פון הייליגן רבי נתן זי"ע אין עלים לתרופה איבער די גרויסע התנגדות וואס איז דא קעגן ברסלב'ע חסידים, און ער שרייבט דארט אז איינעם פון די בחורים האט אים זיין טאטע ארויסגעווארפן פון שטוב, און וויל אים נישט צוריק נעמען אויסער אויב ער נעמט זיך אונטער אז ער גייט נישט לערנען מער פון איין בלאט גמרא א טאג, ווייל אויב לערנט מען אסאך בלעטער גמרא א טאג איז עס א סימן אז מען איז א ברסלב'ע חסיד, האט דער ראש ישיבה געזאגט, אז ווייניגסטענס מוזן מיר לערנען כאטש איין בלאט גמרא א טאג, ווייל מוהרא"ש האט געזאגט אז מען קען זיך נישט רופן א תלמוד היכל הקודש אויב מען לערנט נישט א בלאט גמרא יעדן טאג. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז די גמרא קען יעדער לערנען אויף וועלכע וועג מען וויל, מיט א חברותא, ביי א שיעור, אבער אויב דו האסט נישט קיין חברותא און קיין שיעור, איז עס נאכנישט קיין תירוץ פאר א ברסלב'ע חסיד, ווייל דער רבי האט אונז געגעבן די שיינע מתנה פונעם דרך הלימוד, (שיחת הר"ן סימן ע"ו) און יעדער קען זיך אליינס לערנען דעם בלאט גמרא, אויב דו פארשטייסט נישט וואס דו לערנסט "אין צריכין בלימוד רק האמירה לבד", דער רבי זאגט אז מען דארף בלויז זאגן די ווערטער ווען מען לערענט, און דער עיקר לימוד התורה איז זאגן די ווערטער, ווי דער רבי ברענגט צו די גמרא אינעם שיחה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ווערט עס איז זוכה צו לערנען גמרא יעדן טאג, וועט זיך זיין לעבן טוישן מן הקצה אל הקצה, סיי ברוחניות און סיי בגשמיות, מוהרא"ש האט פארציילט אז א איד איז געקומען וויינען צום הייליגן אמרי אמת פון גור זי"ע אז ער האט נישט קיין פרנסה, האט אים דער אמרי אמת געזאגט "לערן גמרא יעדן טאג, וועלן דיר די תנאים און אמוראים העלפן אז דו וועסט האבן פרנסה", אויך האט מוהרא"ש געזאגט אז מענטשן אינוועסטירן אזוי סאך כדי צו האבן סיפוק און שמחת החיים, מען ספענדט אויף וואקאציעס, אויף חתונות, אפשר - טראכטן זיי - וועט מיר דאס ברענגען די אויסגעווארטע שמחה, אבער עס העלפט נישט, ווייל אמת'ע שמחה קען א מענטש נאר האבן אויב מען לערנט תורה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זייער געבעטן אז יעצט ווען מען קומט אן צום בבא קמא-בבא מציעא סטאנציע זאלן אלע ארויפקומען אויפן באן פון ש"ס, בבא מציעא איז איינס פון די שענסטע מסכתות הש"ס, רוב אינגעלייט האבן שוין ערגעץ ווי געלערנט חלקים פון די מסכת, אין חדר אדער אין ישיבה, און יעצט קען מען אריינטאנצן אין די געשמאקע מסכת. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז יעצט ווען מען ענדיגט די שובבי"ם טעג, און מען גרייט זיך צו די הייליגע ארבע פרשיות, פורים און פסח, איז דא איין עצה צו מתקן זיין די נשמה, און קענען ארויסקריכן פון די בלאטע אין וואס מען איז אריינגעפאלן, דער הייליגער רבי זאגט אז "תלמוד" איז בגימטריא "לילי"ת", די קליפה וואס זוכט אראפ צו ווארפן א מענטש אין עבירות, און נאר די גמרא קעגן ראטעווען א מענטש פון דעם קליפה. &nbsp; דער הייליגער קדושת ציון פון באבוב זי"ע האט פארציילט אז איינמאל איז געקומען צו אים א בחור און געוויינט צו אים אז ער איז דורכגעפאלן מיט גאר האבע עבירות און ער וויל תשובה טון ער וויל א תיקון פאר זיין נשמה וואס איז פארשמירט און שמוציג, האט אים דער צדיק געזאגט "לערן יעדן טאג גמרא, דאס וועט אויסרייניגן דיין נשמה", ווען דער צדיק האט געזען אז דער בחור וויל עס נישט אננעמען, האט ער אים געזאגט "ווילסט איך זאל דיר געבן שווערע און ביטערע סיגופים, פאסטן און זיך פייניגן, דאס וועט דיר אבער גארנישט העלפן. איך געב דיר א גרינגע עצה, אבער דאס וועט דיר העלפן, עס וועט דיר רייניגן דיין נשמה באמת און דיר דערנענטערן צום אויבערשטן". &nbsp; דער ראש ישיבה האט לעצטענס פארציילט עטליכע גאר גרויסע ישועות וואס מ'האט געזען ביי מוהרא"ש זי"ע ווי מענטשן זענען געהאלפן געווארן פון שווערע משפטים און אנדערע סארטן צרות און פראבלעמען דורכדעם וואס זיי האבן זיך פארגענומען צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא, און אפילו אויב מ'פארשטייט גארנישט וואס מ'לערנט, פאלגט מען די צדיקים וואס האבן געזאגט אז זאגן די ווערטער איז גענוג, און זיי האבן געזען גאר גרויסע ישועות. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קען פאגלן די הייליגע צדיקים, און מיר זאלן זיין מקושר צו די תורה, צו די צדיקים, און צום הייליגן באשפער.

    < זעה מער יט אדר א' תשפ"ד 📝
  • דער קאנטינענט אזיע - רוסלאנד

    דער גרעסטער קאנטינענט אויף דער וועלט איז בלי ספק אזיע, סיי אין שטח, סיי אין פאפולאציע, סיי אין דזשי די פי. אין שטח פארנעמט אזיע כמעט א דריטל פון די וועלטס שטח, איבער פיר און א האלב "ביליאן" מענטשן - וואס איז כמעט "צוויי דריטל" מענטשן פון די גאנצע וועלט - וואוינען אין אזיע, די דזשי די פי פון אזיע איז כמעט פערציג טרילאן דאלער, וואס איז כמעט פערציג פראצענט פון די וועלט'ס דזשי די פי. &nbsp; ביי אונז האט אזיע א גרויסע חשיבות צוליב וואס ארץ ישראל געפונט זיך אין איר, אזוי אויך בבל ווי די הייליגע תנאים און אמוראים האבן געשריבן די גמרא. די גאנצע מעשה פון די מגילה האט זיך אפגעשפילט אין אזיע, די לענדער פרס ומדי, זענען לויט רוב דיעות בערך ווי די היינטיגע "איראן" און "אינדיע" געפונען זיך. &nbsp; עס איז נישט מעגליך אין ראם פון איין ארטיקל צו ענדיגן איבער אזיע, וועלן מיר רעדן בלויז פון די גרעסטע לאנד אין אזיע וואס איז אונזער באקאנטער "רוסלאנד" וואס כמעט אכציג פראצענט רוסלאנד איז אין אזיע. רוסלאנד איז אזוי גרויס אז זי דעקט צו א דריטל פון גאנץ אזיע. דער חלק פון רוסלאד וואס געפונט זיך אין אזיע איז אונז גוט באקאנט, דער חלק רוסלאנד רופט זיך "סיביר", וואו טויזנטער הייליגע אידן האבן אונז איבערגעלאזט פעק מיט מעשיות פון אמת'ע מסירת נפש, ווען מען האט נישט אפגעלאזט דעם אויבערשטן און די אמונה טראץ אלע פייניגונגען וואס זיי האבן דורכגעמאכט, צו וואס מיר וועלן באלד צוריק קומען. &nbsp; כאטש רוסלאנד האט פארלוירן פילע ריפאבליקס ("לענדער") וואס זענען געווען א טייל פון זייערע פעדעראציע ווען די סאוויעטישע פארבאנד האט זיך אויפגעלעזט אין יאר תשנ"א, פארמאגט זיך נאך היינט פילע ריפאבליקס וואס דארפן צו הייסן טיילווייז זעלבסטשטענדיג פארמאגענדיג אייגענע שפראכן, און אן אייגענע רעגירונג. עטליכע באקאנטע ריפאבליקס וואס זענען א טייל פון רוסלאנד זענען טשעטשניע, קארקאסיע, און דאגעסטאן. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט אלץ פארציילן די מעשה פון נטע גורעליק, וואס איז געווען ערליכע חסידישע בחור וואס איז אנגעקומען קיין אומאן אין די צייטן ווען קאמוניזם האט געהערשט מיט גאנצן קראפט, ער האט זיך דארט באקענט מיט אנשי שלומינו, וואו ער איז געוואר געווארן פונעם סוד פון אוועקווארפן אלע חכמות און רעדן צום אויבערשטן בתמימות ובפשיטות, און אים פארציילן אלעס וואס גייט אויף אים דורך. &nbsp; עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט, און די אויטאריטעטן האבן אים געכאפט ווי ער העלפט ארויס פארשפרייטן אידישקייט און לערנט תורה מיט קינדער, מען האט אים פארשיקט קיין סיביר. נטע וויסענדיג אז אין די קעלט פון סיביר איז כמעט אוממעגליך איבערצולעבן האט ער שטארק מתפלל געווען אין די וואכן פארענדיג אויף די באן קיין סיביר דער אויבערשטער זאל אים העלפן ער זאל עס קענען דורכמאכן. &nbsp; אנקומענדיג האט דער אויבערשטער געמאכט א נס אז ער האט נושא חן געווען אין די אויגן פון די פירערס, און מען האט אים געגעבן "אינדאר" ארבעט, ער זאל באדינען די פאליציי און די אנדערע באאמטע, דאס מיינט אז ער וועט זיך געפונען אין די אפיסעס געביידע וואו עס איז געווען פיינע הייצונג. נאך א קורצע צייט איז אנגעקומען אהין א טאכטער פון א גלח וואס די רעגירונג האט אויך פאראורטיילט קיין סיביר, און אויך איר האט מען געגעבן ארבעט דארט. &nbsp; יעדע נאכט פלעגט דער גלח'ס טאכטער אים משוגע מאכן און געפייניגט ער זאל זינדיגן מיט איר, ער פלעט דאן ארויס לויפן אין די קעלט און שרייען צום אויבערשטן "ראטעווע מיך, איך ווער פארברענט", און ער איז נישט צוריק ביז ווען ער איז שוין זיכער געוען אז זי שלאפט שוין. &nbsp; נאך דריי יאר ארבעטן דארט געטריי און איבערגעגעבן, האבן זיי באשלאסן אים צו באפרייען, און לכבוד דעם האט מען אים געמאכט א "געזעגענונגס פארטי", און ווען אלע זענען דארט געזעצן, האט דאס מיידל זיך אויפגעשטעלט און געזאגט "אויב איז דא הייליגע בחור אויף דער וועלט, איז עס דער בחור", און האט פארציילט וויאזוי ער האט זיך יעדע נאכט דריי יאר אין א ציה זיך ארויסגערדרייט פון איר. &nbsp; ווען נטע איז צוריק געקומען קיין אומאן האט ער פארציילט זיין געשיכטע פאר אנשי שלומינו - אלע האבן געוויינט - האט רבי לוי יצחק בענדער זי"ע וואס איז דארט געזעצן פארציילט - און נטע האט אויסגעפירט, "איך האב געהאט א נס אז איך האב מיך באקענט מיט אנשי שלומינו און זיך אויסגעלערענט רעדן צום אויבערשטן בתמימות איידער איך בין אנגעקומען קיין סיביר, ווייל ווען איך נוץ ווען חכמה און שכל, וואלט נישט מעגליך געווען ביישטיין די נסיון". &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער יח אדר א' תשפ"ד 📝
  • טראמפ געשטראפט מיט 355 מיליאן דאלאר

    א ריכטער אין ניו יארק האט געאורטיילט אין א קעיס קעגן דעם געוועזענעם פרעזידענט אז ער דארף באצאלן קנס די פרעצעדענטלאזע סומע פון דריי הונדער און פינף און פיפציג מיליאן דאלאר קנס. &nbsp; דער ריכטער האט געפונען טראמפ שולדיג אין פארשידנע ביזנעס שווינדל קלאגעס אין וואס דער ניו יארק סטעיט אטוירני דזשענעראל האט אים אנגעקלאגט, אריינגערעכענט אז ער האט איבערגעשאצט זיין ביזנעס ווערט כדי צו באקומען הלואות פון די בענק אויף בעסערע טערמינען. &nbsp; ווען מיר זעען דעם ביליאנער טראמפ לויפן פון איין געריכט צום צווייטן צאלן געפעפערטע קנסות און אפיעלן נאכאמאל אפיעלן די אורטיילן, זעען מיר אז געלט און עשירות קען נישט העלפן קיין מענטש. צומאל איז א מענטש אזוי ארים, אז אויסער געלט האט ער גארנישט, און דער האט נעבעך א פנים ווי דער חכם פון סיפורי מעשיות, ער לויפט אהער און אהין, און איז אלץ גערעגט און האט טענות אויף די גאנצע וועלט, ווען פון די אנדערע זייט קען מען זען ערליכע אידן וואס אויך אויב זיי האבן נישט קיין געלט זענען זיי טריליאנערן, וואס קענען זיך ערלויבן זיך אויפצורייסן, ער קען זיך ערלויבן א גוט ווארט פאר א צווייטן, ער איז גענוג רייך. ער קען זיך ערלויבן צו לערנען פרקים משניות, ער קען זיך ערלויבן זיך אויפצורייסן מיט זיין בארד און פיאות, מיט זיין מקוה און תפילין, ער גייט ארויס אין א ריקוד און איז באמת פרייליך אז ער "האט זוכה געווען היינט צו לערנען א בלאט גמרא". ער שפירט אזא סיפוק און הנאה אז ער קען ארויסזאגן די ווערטער "אמר רבא, אמר אביי". &nbsp; עס איז אמאל געווען א איד וואס איז געקומען צו רבי חיים ז"ל מיט א שווערע שאלה, ער האט געקויפט א טייערע טעסלע, ער וואוינט אין בני ברק, ווי אלע האבן אלטע ביליגע קארס, און ער וויל וויסן צי ער מעג פארקן זיין קאר נעבן זיין הויז, און דערמיט מכשיל זיין אנדערע אידן מיט קנאה. רבי חיים קוקט אים אן און פרעגט אים "וויפיל מאל האט איר שוין געעדדיגט ש"ס"? זאגט ער "ש"ס? איך?", וויפיל מסכת האט איר שוין געענדיגט?, "נאך נישט געעדיגט, איך האב געלערענט אפאר בלעטער אין ישיבה, אפאר בלעטער אין חדר", "איר קענט רואיג אהיים נעמען אייער קאר", האט אים רבי חיים געענטפערט, "עס איז נישטא וואס אייך צו מקנה זיין". &nbsp; דער ראש ישיבה זאגט אלץ אז נאכדעם וואס א איד איז צוגעקלעבט צום אויבערשטן, ער דאווענט, ער לערענט, ער פריידט זיך מיט זיין לעבן, מיט זיינע פשוטע מצוות, יעצט איז געשמאק צו האבן א שיינע הויז, א שיינע קאר, אבער אן דעם קען מען נישט זיין פרייליך. &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער יז אדר א' תשפ"ד 📝
  • בני ברק'ע מפיצים פארשפרייטן דעם מעסעזש "יש עם מי לדבר"

    "גאנץ בני ברק זענען געווארן מפיצים" פארציילט אונז איינע פון אנשי שלומינו אין בני ברק, "אין די טעג זעה איך אידן פון אלע שיכטן און קרייזן גייען ארום, בחורים און אינגעלייט, מען טיילט אויס קונטרסים, ספרים; אויך אין די פאסט קעסטל קומט מיר אן יעדן טאג דיקע ביכער". "יש עם מי לדבר", עס איז דא צו וועם צו רעדן, זאגן זיי אלע. "אחת ולתמיד" וועט מען ווייזן פאר אלעמען ווער איז באלעבאס. &nbsp; די מפיצים אין בני ברק האבן געזען דא א גוטע געלעגענהייט זיך צו שטארקן נאך מער אין הפצה, מען האט געלאזט דרוקן צענדליגע טויזנעטער קארטלעך "יש עם מי לדבר" מיט די זעלבע קאלירן און פארמאט ווי די פארטייען, און מען לייגט צו דעם נומער פון "קול ברסלב". &nbsp; די פילע מפיצים גייען ארום דערמיט, און וועקן אויף יעדן ערליכן איד און דאס טוט דערמאנען אז יא מען האט טאקע צו וועם צו רעדן. דער אויבערשטער שטייט און ווארט מען זאל רעדן צו אים, און ער הערט אויס יעדעס ווארט. "עס איז דא צו וועם צו רעדן." אויך וועט עס דערמאנען יעדן ערליכן איד "איין מאל פאר אלמאל" ווער איז באלעבאס, אויף מיר, אויף מיין ווייב, אויף מיין משפחה, מיין גאס, מיין קהלה, מיין שטאט, און אויף די גאנצע וועלט. דער אויבערשטער פירט די וועלט מיט א השגחה פרטית, און יעדע קליינע און גרויסע זאך ווערט געטון דורך אים. &nbsp; לגבי גיין צו די וואלן פון די עיריה אין ארץ ישראל, האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן אין א בריוו פאר אנשי שלומינו "איך וויל נישט ענק זאלן האבן א שייכות מיט פאליטיק, עס לוינט זיך נישט צו האבן שייכות מיט די פארטייען וואס אלעס איז איין שטיק שקר, איין שטיק חנופה; עס לוינט זיך נישט צו באקומען א שטח פאר א שול, מיר האבן דעם אויבערשטן, מיר וועלן בעטן דעם אויבערשטן און אזוי וועלן מיר האבן וואס מען דארף" &nbsp; "אז דו וועסט קומען אין אמעריקע באזוכן אונזער שטעטל - וועסטו זען גרויסע ריזיגע בנינים; תלמוד תורה'ס, מיידל שולע, שולן, בית הדפוס, מקואות - אלעס אן קיין משכנתא און אן קיין חנופה, אן קיין פאליטיק, אן קיין עשירים; אלעס נאר פון תפלה." &nbsp; "געב איבער פאר אלע חברים תלמידי היכל הקודש, נישט צו האבן צו טון מיט די זאכן, מיר נעמען נישט קיין חלק אין די בחירות הטמאות, און אפילו די בחירות עירי' - איז אויך נישט כדאי צו גיין, אפילו מען זאגט צו שטחים פאר די קהילה".

    < זעה מער יז אדר א' תשפ"ד 📝
  • אנשי שלומינו גייען ארויס פון שובבי"ם מיט פולע זעק

    במשך די שובבי"ם האט דער ראש ישיבה שליט"א כסדר מעורר געווען אלע תלמידים, סיי די בחורים אין ישיבה, אזוי אויך די אינגעלייט מען זאל אויסנוצן די טייערע שובבי"ם טעג מיט תשובה ותיקון המעשים, וואס דאס איז די בעסטע הכנה צום פרייליכן חודש אדר און אין פורים מיט שמחה ווי חז"ל זאגן "משנכנס אדר מרבין בשמחה", און פרייליך קען מען נאר זיין ווען מען טוט תשובה". &nbsp; אנשי שלומינו האבן אריינגעכאפט טויזנטער בלעטער גמרא, פרקים משניות, קאפיטלעך תהלים, אזוי אויך האט מען זיך מחזק געווען צו גיין אין מקוה יעדן טאג, זאגן תיקון הכללי יעדן טאג נאכן דאווענען, רעדן שיין אין שטוב, און אננעמען בזיונות באהבה וואס דאס זענען די בעסטע וועגן צו מתקן זיין די נשמה, און איבער אלעם רעדן צום אויבערשטן, פארציילן פארן אויבערשטן אלעס וואס גייט אויף אונז אריבער, אים דאנקען פאר אלעס וואס ער טוט אונז, און אים איבערבעטן אויף וואס מיר האבן געזינדיגט צו אים, און אים בעטן אויף להבא, וואס דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערענט אז מיר דארפן טון אנשטאט סיגופים, תעניתים, גלגלול שלג. &nbsp; דער ראש ישיבה האט כסדר ביי די שיעורים געפאדערט און געמאנט פון די תלמידים, זיך צו נעמען אין די הענט אריין און נישט דורכלאזן די טעג מיט גארנישט, נאר אויסנוצן די צייט צו די מאקסימום, מיט תורה און תפלה. דער ראש ישיבה האט מעורר געווען אז מען דארף נוצן די מתנה וואס דער רבי האט אונז געגעבן דער "סדר דרך הלימוד", אז מען זאל שטענדיג לערנען נישט קיין חילוק צי מען האט דעם קאפ אויפן פלאץ אדער נישט, צי מען פארשטייט אדער נישט, צי מען געדענקט אדער נישט. &nbsp; אין ישיבה האבן די בחורים אפגעראכטן די הייליגע שובבי"ם טעג אין ישיבה אויף אזא וועג ווי טרעפט נישט אין גאנצע וועלט. די בחורים האבן אויסגענוצט די צייט ווי עס דארף צו זיין, מיט תשובה און מעשים טובים. &nbsp; און אזוי גייען די בחורים צו די פרייליכע טעג פון אדר פורים און פסח מיט פילע קעשענעס מיט תשובה, תורה און תפלה, וואס נאר אזוי איז מען זוכה צו די ריכטיגע שמחה. &nbsp; משנכנס אדר מרבין בשמחה!

    < זעה מער טז אדר א' תשפ"ד 📝
  • נייע הצלה גאראדזש אין שטעטל

    שוין א לאנגערע צייט וואס מען זוכט מטעם הצלה א ריכטיגע פלאץ וואו צו האלטן די הצלה "באס" (אזוי רופט מען די הצלה טראק אין די "הצלה שפראך") אינעם שטעטל, על כל צרה שלא תבוא, אבער עס איז דערווייל געווען אן ערפאלג. &nbsp; ביז איינע פון די חשובע הצלה וואלונטירן אין שטעטל מו&rdquo;ה אברהם יושע וועבערמאן הי&rdquo;ו איז אנטקעגן געקומען מיט א פלאן אז ער איז גרייט אוועקצוגעבן זיין פלאץ אויפן רוט 52 וואס קומט אויס פונקט אינמיטן ביידע געגענטער פונעם שטעטל. &nbsp; נאכן עס איבעררעדן מיטן ראש ישיבה שליט&rdquo;א און נאכדעם וואס די פירער פון חברה הצלה זענען געקומען קוקן דעם פלאץ איז עס באשטעטיגט געווארן אלס געאייגענט פאר דעם צוועק. ברוך השם אז מען האלט שוין דא אז דאס איז שוין געווארן הערליכע אהערגעשטעלט מיט צוויי פארקינגס, איין "באס" וועט שטענדיג זיין גרייט, האפענטליך נאר אויף שמחות, און דער צווייטער וועט דינען אלס א בעקאפ ווען די ערשטע דארף דורכגיין מעינטענענס. &nbsp; דער ציבור שפירט א געוואלדיגע הכרות הטוב פארן אלעמען באליבטן הצלה וואלונטיר מו&rdquo;ה אברהם יושע נרו יאיר, וואס אויסער דעם וואס ער לויפט כסדר אויף קאלס, האט ער אוועקגעגעבן זיין אייגענע פלאץ פארן ציבור, און אזוי אויך טוען מיר זיך באדאנקען פאר אלע חשובע וואלונטירן און זייערע בני בית וואס ווען נאר עס קומט אריין א קאל, לאזן זיי אלעס איבער, און לויפן העלפן א צווייטן איד סיי ווען 24 שעה א טאג. &nbsp; ואחרון חביב פאר די חשובע הצלה ארגאניזאציע וואס שטייט צו הילף פארן שטעטל מיט אלעס וואס פעלט זיך נאר אויס. דער אייבערשטער זאל זיי באצאלן פון אלעם גוטס. &nbsp; מוהרא&rdquo;ש זי&rdquo;ע פלעגט שטענדיג זאגן אז אין די זכות פון די חשובע וואלונטירן וועט משיח קומען, ווייל די גרעסטע זאך איז טון חסד. &nbsp; כל המציל נפש אחת מישראל כאילו קיים עולם מלא! &nbsp;

    < זעה מער יג אדר א' תשפ"ד 📝
  • אמעריקאנער פארגעשניטער דראון אראפגעשאסן דורך תימנע כוטיס

    אין די לעצטע צייט זענען די כוטיס אין תימן ארויס אין א מלחמה קעגן די מערב וועלט, ווען זיי אטאקירן שיפן און מיטליטערישע געצייג אינעם ים סוף און אינעם מיטל מזרח. די מעכטיגע אמעריקאנער ארמיי וואס האלט זיך פאר די שטארקסטע אין דער וועלט וואס קיינער קען זיי באזיגן, פלאגט זיך מיט די אפגעריסענע פרימיטיווע כוטיס וואס מאכן טענטראמס ווי קליינע קינדער וואס ווילן נישט גיין שלאפן. &nbsp; אמעריקע מיט נאך פילע מערב לענדער האבן ארויסגעשיקט פילע אויפגעריסטעטע ריזיגע שיפן צום ים און באגלייטונג מיט די פארגערישריטענסטע פליגערס און דראונס, זיי האבן שוין באמבאדירט פילע לאקאציעס אין תימן, צילנדיג זייערע וואפן זאפאסן. אבער די וועלט איז געכאפט געווארן אין שאק די וואך ווען די בארפיסיגע אראבער האבן באוויזן אראפ צושיסן א דרייסיג מיליאן דאלארדיגע דראון וועלכע אמעריקע האט געשיקט העכער אירע הימלען צו שפיאנירן אויף איר. &nbsp; פאר אונז איז עס גארנישט קיין איבעראשונג, מיר ווייסן אז ביי אויבערשטן איז נישט די גרעסטע מיליטער שווערער צו באזיגן ווי א קליינע פליג, און מיר חזר'ן כסדר אז נישט די ארמיי אדער די עף סיקסטינס באשיצן אונז. מיר האבן דעם שטארקסטער גענעראל דער אויבערשטער וואס היט אויף אונז און אים קען קיינער נישט באזיגן. &nbsp; והבוטח בה' חסד יסובבנו &nbsp; אויב האט איר סיי וועלכע נושא וואס איר ווילט מיר זאלן באשרייבן, קענט איר שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן מיטן אויבערשטענ'ס הילף.

    < זעה מער יג אדר א' תשפ"ד 📝
  • יערליכע "מיד-ווינטער אנווארימען" פארטיס פון די לעידיס אקזילערי

    היי יאר מיטן וואוקס פונעם ציבור גרייט מען צו צען באזונדערע פארטיס אין צען באזונדערע שטעט. צו וואס אלע פרויען פון אנשי שלומינו וועלן קומען בעזרת השם העלפן דעם ראש ישיבה און די הייליגע מוסדות, וויסענדיג אז ווען מען העלפט די מוסדות טוט מען נישט קיין טובה פאר קיינעם אויסער פאר זיך. מען העלפט אז די אייגענע קינדער זאלן קענען באקומען דעם ריינעם אויסגעטרעטענעם חינוך וואס די פריערדיגע צדיקים האבן אונז אויסגעטרעטן, און ווערט ווייטער געפירט אויפן זעלבן וועג דורכן ראש ישיבה שליט"א &nbsp; דאס יאר ווערט ערווארטעט א גאר געשמאקע פראגראם, מיט ספעציעלע דאר פרייזעס פאר אלע וואס זענען מנדב פון $75 און העכער, עס וועט זיין לייכטע ריפרעשמענטס, און עקסייטינג ראפעלס. עס וועט אויסגעראפעלט ווערן ווערטפולע גיפט סערטיפיקאטן צו דריי פאפולערער געשעפטן, בעמבעלינאָ, סענטעיד סענסעישאָן, און דעליקעט ראָוז. &nbsp; צייכענט זיך אן אינעם לוח צו האלטן פריי דעם טאג אין אייער געגענט ווי די חשובע פרויען מאנשי שלומינו לאדענען איין אלע פרויען צו קומען אנטייל צו נעמען, און הנאה האבן א געשמאק פארברענג מיטן אויבערשטנ'ס הילף. &nbsp; בארא פארק דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט &nbsp; קרית ברסלב מאנטאג ויקהל (כ"ד אדר א', מארטש 4) 8:30 אווענט &nbsp; סטעטן איילענד דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט &nbsp; וויליאמסבורג דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט &nbsp; לינדען דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט &nbsp; טאמס ריווער דינסטאג כי תשא (י"ח אדר א', פעברואר 27) 9:00 אווענט &nbsp; מאנסי מאנטאג כי תשא (י"ז אדר א', פעברואר 26) 9:00 אוונעט &nbsp; קרית יואל מיטוואך כי תשא (י"ט אדר א', פעברואר 28) 9:00 אווענט &nbsp; קרית טאהש מיטוואך כי תשא (י"ט אדר א', פעברואר 28) 9:00 אווענט &nbsp; דזשערסי סיטי&nbsp; מיטוואך כי תשא (י"ט אדר א', פעברואר 28) 9:00 אווענט &nbsp; די וואס ווילן מנדב זיין אויפן טעלעפאן קענען רופן מרת אפעל תחי' אויף 347-519-0701, מ'וועט קענען אריינגיין אין די רעפלס דורך טעלעפאן.

    < זעה מער יב אדר א' תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 616 to 630 of 1837 results

1 2 ... 39 40 41 42 43 44 45 ... 122 123
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com