Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • נייע בית הוראה געבויעט אין שטעטל

    אין די טעג האט מען צוגעבויעט א "בית הוראה" אין שטוב פונעם דיין הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, ווי שואלים וועלן קענען אריבערקומען פרעגן שאלות. ביז יעצט פלעגט מען דארפן ווארטן אויפן גאס ווען מען האט געהאט א שאלה, און דערנאך האט דער דיין נאר געקענט אויפנעמען אין זיין דיינינג רום, א זאך וואס קען מאכן א שואל אומבאקוועם, דערפאר איז א גוטע בשורה אז מען האט נארוואס צוגעבויעט א פראקטישע בית הוראה, מיט אן אריינגאנג פון די גאס.   די שטעטל איינוואוינער האבן זוכה געווען אז דער דיין שליט"א באשיינט דער שטאט, און געבט זיך אוועק פיר און צוואנציג שעה אין מעת לעת סיי ווען מען דארף עפעס פרעגן. א גאנצן טאג זיצט ער אין היכל הבית המדרש, ווי ער דינט ווי דער ראש הכולל, און אלע ווייסן די אדרעס צו קענען קומען פרעגן אויב עס מאכט זיך א שאלה, אזוי אויך אין די אנדערע שעות, זיצט דער גרויסער גאון דער דיין שליט"א אסאך שעות אין זיין בית הוראה ווי ער לערנט און נעמט אויף די שואלים. דער דיין שליט"א נעמט אלעמען אויף בסבר פנים יפות, און ענטפערט בטוב טעם ודעת, דער דיין איז באקאנט אז אויסער זיין גרויסע גאונות בתורה, ווי ער אויסגעקאכט אין יעדע אזוי גערופענע "פארשטופטע הלכה", האט ער געלערנט פלייסיג אויך דער "פינפטער חלק שולחן ערוך", און דער דיין פארשטייט פון דעם שואל די שאלה "צווישן די שורות", און דער דיין שליט"א האט שוין געהאט די זכי' ארויסצוהעלפן און שטעלן אויף די פיס פילע אידישע שטובער.   אין א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט די וואך פארן דיין שליט"א געדורקט אין עצתו אמונה שרייבט דער ראש ישיבה זיין גרויס צופרידנהייט פונעם דיין. "די גריסן פון כולל זענען געוואלדיג, אלע זאגן אזוינס האט מען נישט געזען, ווען מען גייט אריין אין שול זעט מען נאר התמדת התורה מיט עמלות בתורה.   איך וויל דיר בעטן זאלסט זען אז אלע כולל אינגעלייט זאלן לערנען מער ווייניגער די זעלבע סעיפים, אזוי זאל מען קענען מקבל זיין איינער פון צווייטן, נישט די חברותא לערנט הלכות בשול און א צווייטע חברותא לערנט הלכות בורר, און דער הלכות רפואה, נאר אלע זאלן לערנען בערך די זעלבע אפגערוקט.   נעכטן האב איך געטראפן רבי יצחק שליט"א פון יבנאל, ער האט מיר געגעבן אזעלכע גוטע גריסן אויפן כולל, ער זאג, יעצט געפינט ער זיך פאר א וואך אין שטעטל, און ער האלט מיט אינדערפרי, פונקטליך צען אזייגער הויבט אן גיין א קול תורה, אזוינס און אזעלעכס, איך האב גרויס הנאה און גרויס נחת.   א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר, בעיקר עס זאל זיין א שטעטל געבויט אויף תורה ויראת שמים."   אין לו להקב"ה אלא ד' אמות של הלכה

    < זעה מער ג כסלו תשפ"ד 📝
  • נייער קאנגרעס ספיקער דזשאנסאן ארבעט שווער צו פארמיידן א רעגירונג פארשליסונג

    נאכדעם וואס דער פריערדיגער ספיקער איז ארויסגעווארפן געווארן פון אמט נאר צוליב זיין באשטעטיגונג פאר פאנדן די רעגירונג אויף ביז נאוועמבער 18 למספרם אן קיין טוישונגען וואס פאלט אויס אין בלויז דריי טעג, האט דער יעצטיגער ספיקער דזשאנסאן דעם זעלבן פראבלעם, מען שטייט בלויז אביסל מער פון א חודש דערויף און ער דארף דורכגיין דעם זעלבן פארהער. &nbsp; דזשאנסאן זאגט אז ער וועט דורכפירן דעם נייעם ספענדינג ביל צוטיילט אין עטליכע שטאפלען, באזונדער דאמעסטיק שפענדינג, און באזונדער מיליטערישע הילף פאר אנדערע לענדער, און באזונדער פאר סעקיוריטי געלטער. ביידע בילס וועלן זיין אזוי די פריערדיגע בלויז קורץ טערמיניג אבער די פאנדן פארן דאמעסטיק ביל וועלן אפלויפן מיט א חודש פריער פון די סעקיוריטי ביל.&nbsp; &nbsp; דער קאנגרעס ספיקער דזשאנסאן ארבעט שווער צו צוזאם ברענגען זיינע רעפאבליקאנער קאלעגעס און אין די זעלבע צייט נישט אויפצורעגן די דעמאקראטן צו וועם ער דארף אויך צוקומען צוליב וואס ער האפט אז אויך עטליכע פון זיי וועלן מיטשטימען דערויף אנשטאט די עטליכע שארף רעכטע וואס וועלן נישט זיין צופרידן דערפון, צוליב וואס עס שניידט נישט דעם בודזשעט דעפעציט. &nbsp; יעצט איז נאר געבליבן צו זען צו פארן ספיקער וועט געלונגען דאס וואס עס איז נישט געלונגען פאר די פריערדיגע ספיקער ווען ער האט אויפגערעגט טייל פון זיין באזע ווייל ער איז געווען צו נאכגעביג פאר די דעמאקראטן. ער טרעפט זיך דא אינעם זעלבן האקעלן פלאנטער וואס מעקארטי האט זיך געפונען נישט לאנג צוריק, ווען פון איין זייט דארף ער טרעפן א וועג צו קענען פאנדן די רעגירונג און צו דעם מוז ער צוקומען צו די דעמאקראטן, און אין די זעלבע צייט וועט ער אויסשטיין א מעגליכע נקמה פון זיינע שטארק רעכטע קאנגרעסלייט, און וועט זיך טרעפן אינדרויסן פון זיין פאזיציע אין עטליכע טעג אינאיינעם מיט זיין פארגייער. &nbsp; די אפשטימונג פאר דעם ביל דארף פארקומען אין די יעצטיגע שעות, און אויב פאלט עס דורך, קען עס צוברענגען א "גאווערמענט שאט דאון" דאס מיינט אז די רעגירונג האט נישט קיין געלט אויסצוגעבן, און פילע דעפארטמענטס ווערן צוגעשפארט, און הונדערטער טויזנטער ארבייטער ווערן געזאגט אהיים צו גיין. די נויטיגע אפטיילונגען פון די רעגירונג בלייבן אפן, צום ביישפיל די מיליטער, עף בי איי, און אנדערע סעקיורטי אגענטורן, אבער די אנדערע דעפארטמענטס ווי די עדיוקעישאן דעפארטמענט, די ענווייראמענטל פראטעקשאן אגענטור, און די שטייער איינמאנען אגעטור די "איי אר עס" ווערן נישט פאררעכענט אלץ קריטיש וויכטיג און ווערן אין אזא פאל צייטווייליג פארשפארט. &nbsp; בלייבט אונז נאר איבער צו זען צי די פאליטיקאנטן וועלן זיך קענען דורכקומען און טרעפן א פשרה איינע מיטן צווייטן. אונז אידישע קינדער מאמינים בני מאמינים באזארגט עס בכלל נישט, מיר ווייסן אז יעדע פעני איז אנגעשריבן פון אויבערשטן, און מיר קענען בלויז אננעמען א מוסר השכל פון די פאליטיקאנטן וואס זענען דא בלויז פאר זייער בענקל, און עס אינטערעסירט זיי בכלל נישט צו טון וואס איז פאר די טובה פונעם כלל. יעדע סטעיטמענט וואס זיי זאגן, און יעדע מאל זיי שטימען אהער אדער אהין, איז עס בלויז ווייל זיי ווילן מען זאל זיי אנקוקן אזוי אדער אזוי. אונז וועלן זיך שטארק מיט תורה ומצוות, אמונה און יראת שמים, זוכן צו געפעלן נאר פארן אויבערשטן, און מיר וועלן זיך שטארקן צו טון נאר זיין רצון, און וואס מענטשן זאגן וועט אונז בכלל נישט אינטערעסירן. ווייל דער אמת איז אז די מענטשן וואס קוקן שלעכט, וועלן סיי ווי רעדן שלעכט, נישט קיין חילוק וואס מיר וועלן נאר טון. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אמאל אהיים שפאצירט אין וויליאסמבורג פון בית המדרש אין א שבת צופרי נאכן דאווענען מיט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש פרעמישלאן, ווען אינמיטן האט דער ראש ישיבה שליט"א באגעגענט זיינס אן אלטער באקאנטער, מען האט זיך באגירסט גוט שבת, און דער איד פרעגט דעם ראש ישיבה "ווי האט איר די כחות צו לאכן פון די גאנצע וועלט? וויאזוי קענט איר אנגרייט מיט אזא שטארקייט, כאטש די וועלט שפעט פון היכל הקודש?", דער ראש ישיבה האט געשמייכעלט צו יענעם און געזאגט "יא, יא", און מען איז געגאנגען ווייטער, נאכדעם האט זיך דער ראש ישיבה אנגערפון, "איך האב אים נישט געענטפערט ווייל עס איז א שאד די צייט, אבער איך פארשטיי אז עס איז שווער צו לאכן פון די וועלט, אבער איך פארשטיי נישט פון וואו דער איד נעמט די כחות צו באדינען די וועלט, א זאך וואס איז אוממעגליך צו טון". &nbsp; די וועלט איז נישט און מען קען עס נישט האבן, יענע וועלט איז יא און מען קען עס דערגרייכן (מוהרנ"ת)

    < זעה מער ב כסלו תשפ"ד 📝
  • אפדעיטס איבערן בית החיים אין שטעטל

    אין ווייטערדיגע אפדעיטס איבערן בית החיים, האלט די הנהלה אינמיטן פארהאנדלען אויף א שטח וואס מען טראכט צו נוצן פארן בית מועד לכל חי, און כדי צו וויסן אויב דער שטח איז פאסיג און ראוי צו נוצן פארן בית עלמין האט די הנהלה געלאזט אראפ רופן הרה"ח ר' חיים שלמה וויינשטאק שליט"א וואס איז נאך געווען פון די חברה קדישה דקהל יטב לב דסאטמאר אין צייטן פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, און אויסערדעם האט ער פראקטיק איבער פופציג יאר אין די חברה קדישה. וואס דערפאר האט ער שוין ארויסגעהאלפן פילע קהילות און שטעט ווען זיי האבן געוואלט גרינדן א בית החיים, ווי ער האט מיט זיין עקספערטיז געהאלפן און געראטן כדת מה לעשות. &nbsp; יעצט איז ער אראפ געקומען צום שטח אויף וואס מען פארהאנדעלט מיטן אייגענטומער, און מען איז איבערגעגאנגען מיט אים דעם גאנצן פראפערטי, און ער האט באטראכטן דעם גאנצן פלאץ פון יעדן פרעספעקטיוו, די לאקאציע, די גראדקייט, די סארט ערד דערפון, און ער האט געזאגט אז לויט זיין מיינונג איז דער שטח גאר געאייגענט פאר א בית החיים, און עס לוינט זיך ווייטער צו גיין מיט דעם געשעפט. &nbsp; אין די טעג גייען ווייטער אן די פארהאנדלונגען צווישן דעם בעל הבית און די הנהלה, און האפענטליך וועט מען קענען מעלדן בקרוב פרישע אפדעיטס. &nbsp; פאר א ברסלב'ע חסיד איז רעדן פון א בית החיים און יום המיתה א פרייליכע זאך, נישט אז מען וויל חס ושלום פטור ווערן פונעם לעבן, און אנטלויפן פונעם מציאות, נאר פארקערט, ווייל מען לעבט מיטן מציאות געדענקט מען אז בעל כרכך אתה חי, און בעל כרכך אתה מת, מען קען נישט אנטלויפן פונעם מלאך המוות וועט די טאג קומט אן. קיינער האט זיך נאך נישט ארויסגעדרייט דערפון. צום סוף מוז יעדער אנקומען אין בית החיים. אבער דאס איז נישט קיין דיפרעסטע זאך, פארקערט, מען ווייסט אז יעצט איז מען דא אויף א צייטווייליגע מיסיע, ווי מען קויפט זיך איין מצוות און מעשים טובים, כדי אז מען זאל האבן צו עסן און צו טרונקען וואס אנצוטון און וואו צו וואוינען ווען די טאג וועט קומען און די נשמה וועט זיך צוריק קערן צום אויבערשטן. און ווען מען דערמאנט זיך דערפון וועלן מיר זיך אויפפרישן און זיך צוריק קערן צום אויבערשטן, וואס דאס איז די בעסטע זאך וואס מיר קענען טון.

    < זעה מער א כסלו תשפ"ד 📝
  • געשעפטס לייט קוקן ארויס אויף א סוקסעספולע בלעק פריידעי

    דער "שווארצער פרייטאג" איז א טאג וואס ווערט באצייכענט אין די וועלט דער טאג נאכן "טענקסגיווינג" (אגב, דער נאמען טענקסגיווינג מיינט "זאגן א ישר כח פארן אויבערשטן") חגא און ווערט אויסגענוצט דורכן געשעפטן און פירמעס ארויסצולייגן אומגלויבליכע דיעלס, וואס ציעט צו מיליאנען מענטשן צו עפענען זייערע בערזלעך און איינקויפן מכל הבא ליד. דער איינפיר האט ווי יעדע זאך אויף דער וועלט מעלות און חסרונות, מיר וועלן דא אין דעם באריכט כאפן א שטיקל שפאציר אין דעם פענאמענעם וואס הייסט "בלעק פריידעי" און וואס מיר קענען ארויסנעמען דערפון למעשה בגשמיות און ברוחניות. &nbsp; אין די לעצטע יארן זינט "אנליין שאפינג" איז געווארן א פאפולערע אפציע, אזש אז מער מענטשן קויפן היינט צו טאגס איין זייערע געברויכן אין ווירטואלע געשעפטן ווי אין די ציגלנע סטארס, האט די מארקעט צוגעלייגט א טאג וואס מען רופט "סייבער מאנדעי" וואס אין די מאנטאג נאכן שווארצן פרייטאג לייגט מען ארויס בליטשקעדיגע און ציענדע ספעשלס אנליין וואס זאל כאפן די אנליין שאפערס אינעם שפענדינג משוגעת, און אזוי ארום זיך אנפילן די טאשן. &nbsp; עס איז וואר אז אין די טעג קען מען אריינאכפן אומלאגישע מציאות וואס מען טרעפט נישט א גאנץ יאר, אבער פון די אנדערע זייט פאלן מיליאנען אריין אין די נעץ פון ווערן אנגערייצט צו קויפן זאכן וואס זיי דארפן נישט און אויסגעבן מער געלט פון וויפיל זיי קענען זיך ערלויבן. און אפילו די וואס גרייטן זיך שוין צו די ספעשלס א גאנץ יאר ווען זיי שרייבן אראפ יעדע זאך וואס זיי דארפן טאקע קויפן מיט די פרייז פון א גאנץ און ווארטן פשוט אויס אויף בלעק פריידעי צו זען צי זיי באקומען טאקע עפעס א מציאה, טרעפן זיך אפטמאל שטיין אין לאנגע ליניעס און ווערן פארכאפט אין געפאקטע געשעפטן אויף לאנגע שעות. &nbsp; עס זענען שוין באריכטעט געווארן עטליכע פעלער אין אמעריקע ווי מענטשן זענען געשעדיגט געווארן פון געשלעגן פון קאנסומערס וואס האבן זיך געשלאגן איבער שפילצייג וואס יעדער האט געוואלט כאפן, און עס האט שוין אפילו פאסירט א טויטפאל ווען אן ארבייטער אין א וואלט מארט געשעפט אין לאנג איילאנד האט געעפענט דאס געשעפט אין יאר 2008 און די ריזיגע מאסן וואס האבן געווארט ביים טיר אריינצוגיין האבן אים פשוט צודריקט צום טויט ר"ל אונטער די טיר. &nbsp; כאטש די געשעפטן שטייען און ווארטן אויף די טעג, און זיי באריכטן אז א גאר גרויסער טייל פון זייערע פארדינסטן קומען אריין פון די טעג, איז אבער כדאי אז אן אחריות'דיגער מענטש זאל אוועקשטיין פון די אלע געשעפטן. די וועלט זאגט אז "ווען מען קויפט א זאך פאר 50% הנחה האט מען זיך געשפארט פופציג פראצענט, אבער ווען מען קויפט עס בכלל נישט, שפארט מען זיך הונדערט פראצענט...", אבער לכל הפחות איז זייער כדאי אז בעפאר מען גייט צו כאפן מציאות זאל מען זיך אפשרייבן וואס מען דארף טאקע, און אזוי אויך זאל מען האבן א חשבון וויפיל געלט מען קען זיך ערלויבן צו שפענדן, און בשום אופן נישט נעמען פשוט וואס מען זעט אויפן שעלף, ווייל פון אזא זאך דארף מען נאכדעם טייער באצאלן. &nbsp; ברוחניות טרעפן מיר אויך טעג וואס דאן איז דא ספעציעלע דילס און הנחות, צום ביישפיל ווען מען קוקט אביסל אריין אין די ספרים פונעם הייליגן רבין און זיינע תלמידים קען מען זען די גרויסקייט פון די הייליגע חנוכה טעג הממשמשים ובאים. עס איז כדאי אריינצוקוקן אין די בריוו פון מוהרא"ש זי"ע ווי ער שרייבט וויפיל מען קען פועלן ביי די לעכט. דאס איז קלאר אז דער אויבערשטער איז מיט אונז, נעבן אונז אלעמאל און איבעראל, אבער פארט איז דא א בחינה פון א סעיל, א ספעשל, ווען כביכול דער אויבערשטער קומט אראפ צו אונז למטה מעשרה טפחים און מען קען זיך אויסבעטן הייליגע אויגן, א ריינע מח, א פרישע נשמה און אלעס וואס מיר דארפן ביי די הייליגע חנוכה לעכט. &nbsp; און פונקט ווי ביי להבדיל די בלעק פריידעי, איז כדי זיך אנצוגרייטן און טראכטן פאראויס וואס מען קען אריינכאפן, איז אויך ביי חנוכה כדי צו מאכן א הכנה צו די גרויסע טעג דורך לערנען חסידישע ספרים בפרט ספרי רבינו און זיינע תלמידים וואס אזוי וועלן מיר קענען אויסנוצן די הייליגע טעג צום מאקסימום בענעפיט פאר אונז ברוחניות ובגשמיות.

    < זעה מער א כסלו תשפ"ד 📝
  • בר מצוה פון אייניקל פון הרב הצדיק ר' יצחק לעזער שליט"א אין שטעטל

    פארגאנגענעם ליל שישי איז פארגעקומען א געהויבענע שמחת בר מצוה אין שטעטל ווען הרה"ג ר' יעקב לעזער שליט"א פון די חשובע תלמידי חכמים אין שטעטל האט בר מצוה געמאכט זיין חשובע זון ני"ו. דער בר מצוה איז פארגעקומען אויף א באשיידענע פארנעם, עס איז געווען א מסיבה שתלמידי חכמים מסובים בא, עס האבן זיך באטייליגט די חשובע זיידעס, בראשם הרב הצדיק ר' יצחק שליט"א און הרב ר' מרדכי יונה שיק שליט"א, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דער וועכענטליכע ליל שישי שיעור די וואך אין שטעטל, כדי ער זאל זיך קענען באטייליגן ביים בר מצוה. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין זיין בריוו די וואך איבער זיין גרויסע שמחה אז ער האט זיך געקענט באטייליגן ביים שמחה "די וואך ליל שישי האב איך געגעבן די שיעור אין שטעטל. איך בין ארויסגעפארן אויף א שמחה, א בר מצוה פון משפחת יעקב לעזער, אויך דער זיידע הרב רבי יצחק שליט"א איז געקומען פון יבנאל; איך האב זיך זייער געפרייט זיך צו טרעפן מיט אים." &nbsp; אזוי אויך שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א זיינע שטארקע הכרת הטוב געפילן צום זיידן הרב הצדיק ר' יצחק שליט"א "רבי יצחק שליט"א איז געקומען פון יבנאל קיין אמעריקע, עס איז געווען א מסיבה פאר זיינע הייליגע מוסדות. איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך קום אזויפיל הכרת הטוב פאר רבי יצחק שליט"א, ער האט מיר אלע יארן אזוי מחזק געווען; ווען איך בין אריבער מיינע שווערע יארן אין היכל הקודש וכו' וכו' האט רבי יצחק שליט"א מיך זייער מחזק געווען. איך האב זייער ליב תלמידי היכל הקודש, עס איז ממש וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן ענק; וואס זאל איך דיר זאגן, ביי תלמידי היכל הקודש זעט מען עס; איין ווארט קען מען זאגן: "אשרינו"." &nbsp; אויך האבן אנשי שלומינו א שטארקע הכרת הטוב צו די עלטערן פון די בר מצוה בחור וועלכע געבן זיך אוועק טאג און נאכט פאר אנשי שלומינו, הרב ר' יעקב שליט"א איז פון די אויסגערופענע תלמידי חכמים אין כולל וואס איז עוסק בתורה יומם ולילה און יעדע הלכה'דיגע פראיעקט אין שטעטל ווערט אויסגעארבעט דורך די תלמידי חכמים. אזוי אויך מרת לעסער תחי' געבט זיך אוועק פאר די טייערע קינדערלעך זייענדיג דער מהנלת אין מיידל שולע, און באגלייט די קינדער און די טיטשערס אז די מוסדות זאלן קענען ארויסגעבן שיינע פירות קינדער וואס זענען יראי' ה' בעלי מידות טובות און געזונטע עקרת הבית און מאמעס וואס קענען ווייטער ציען ערליכע אידישע דורות. &nbsp; זאל דער אויבערשטער העלפן אז די עלטערן און די זיידעס זאלן ווייטער זען נאר אידיש נחת ביי אלע זייערע קינדער און אייניקלעך אמן.

    < זעה מער א כסלו תשפ"ד 📝
  • פלאג פון גניבות אין אמעריקאנער סופערמארקעטס

    אין אמעריקע פלאגט מען זיך זייער שטארק מיט א מגיפה פון גניבות אין די גרויסע געשעפטן, א פלאגענישט מיט וואס די רעגירונג קען נישט (אדער וויל נישט) זיך אן עצה געבן. &nbsp; עטליכע גרויסע סופערמארקעטס - צווישן זיי וואלמארט, טארגעט און סי ווי עס - האבן זיך שוין פארמאכט צוליב די נאכאנאנדע שאדענס וואס זיי האבן געהאט, און אנדערע האבן געמאלדן פלענער צו פארמאכן זייערע געשעפטן אין עטליכע גרויסע שטעט צוליב דעם פראבלעם. דאס פלאגט כמעט אלע גרויסע שטעט אין אמעריקע, אבער בעיקר שטייען ארויס די שטעט פון ניו יארק, שיקאגא, און לאס אנדשעלעס. די צרה איז אז די געצעץ אינפראסירער אין די גרויסע שטעט ווערן שטארק געשטערט דורך די פירער פון די שטעט וואס אנשטאט זיי העלפן אראפ רוימען די צרה לייט פון די גאסן, ווערן די געזעצן כסדר פארלייכטערט פאר זיי, און די רויבער ווערן אריינגעפירט אין פאליציי סטאנציע פון איין טיר, און עטליכע מינוט שפעטער ווערן זיי ארויסגעלאזט פון די אנדערע טיר. &nbsp; לויט אן אויספרעג האבן איבער צוויי דריטל ריטעיל געשעפטן געהעכערט זייער מינימום גניבה ריפארטן שטאפל אין די לעצטע יאר, צוליב די גרויסע צאל גניבות, און איבער פופציג פראצענט זאגן אז די צאל גניבות האבן זיך פארמערט, מיט בערך א פערטל (!) וואס זאגן אז די גניבות זענען א טעגליכע ערשיינונג, און פינף און נייציג פראצענט זאגן אז זיי זענען געווען קרבנות פון ארגאניזירטע פארברעכן באנדעס אין די פארגאנגענעם יאר. &nbsp; די סיבות פארוואס דאס פאסירט זענען אסאך, אבער די עיקר סיבות פארוואס עס ווערט נאר ערגער ווערט שטארק צוגעשריבן צו די פארמערטע פראבלעמען אין מענטעל העלט און דראג עדיקשאנס, א זאך וואס פלאגט די אלגעמיינע גאס מיט יעדן טאג מער און מער צוליב די קאלטע ווינטן וואס בלאזן אין אמעריקע מער און מער, בשעת אמאל האט מען אין אמעריקע רעספעקטירט רעליגיע, מען האט געשעצט א משפחה לעבן, איז היינט א וועלט וואס מען קען יעדעם טאלערירן, די גרעסטע מושחותים, די גרעסטע רוצחים, ווערן ארויפגעקוקט ווי העלדן, און מה יעשה הבן? די קינדער וואקסן אויף צומישט און צוחישט, מען ווייסט נישט צי א מענטש איז א חיה, אדער א חי' איז א מענטש. דאס איז וואס די פאבליק סקול סיסטעם אין אמעריקע געבט ארויס. דאס זענען די פירות. &nbsp; אין די זעלבע צייט זענען דא עלעמענטן וואס קענען קומען צו די חרד'ישע מוסדות אין פארלאנגען "סובסטענשל איקווילענסי", מען זאל מאכן די מוסדות ענדליך צו די פאבליק סקולס. אין די מוסדות התורה קען זיך מאכן אז עס זאל זיין פאליציי ביי די טירן, אבער פארוואס? ווייל צומאל שפירן די שטאטישע טאטעס אז צוליב אן אגעצויגענקייט א טעראר שרעק ווילן זיי לייגן שמירה על כל צרה שלא תבא. ביי די פאבליק שולעס, זענען אייביג דא פאליציי, ביי יעדע אריינגאנג און ביי יעדע ווינקל. פארוואס? ווייל קינדער קומען מיט געווער אין שולע, מען דארף היטן קינדער פון ווערן געבוליט דורך אנדערע. דאס ווילן זיי מאכן פון אונזערע קינדער? &nbsp; ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו, מיר האבן אן אויסגעטרעטענע וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון די פריערדיגע צדיקים וואס האבן מקבל געווען פון זייערע רבי'ס דור אחר דור ביז משה רבינו, וואס דאס איז וואס מיר וועלן ווייטער טון, און אזוי וועלן מיר ווייטער לערנען אונזערע קינדער.

    < זעה מער כט חשון תשפ"ד 📝
  • זעכציג דויערהאפטיגע בענקלעך אנגעקומען צום ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל העיס

    איבעראל ווי דער אויבישטער באשטערט אז איינע אדער עטליכע פון אנשי שלומינו זאלן זיך באזעצן, נעמט נישט קיין לאנגע צייט, און אנשי שלומינו טון מקיים זיין דעם רצון פון מוהרא"ש זי"ע וואס האט געשריבן אין די לעצטע טאג וואס ער האט זיך געפונען אויף דעם עולם "איך וויל אז יעדער פון אנשי שלומינו זאלן עפענען א שול היכל הקודש אין זיין שטאט, אין זיין געגענט". &nbsp; אנשי שלומינו זוכן צו קומען דאווענען אין א שול ווי מען רעדט נאר הייליגע דיבורים, מען חזרט כסדר אמונה, מען קען רעדן אפן פונעם אייבערשטן. עס נעמט נישט לאנג, און עס ווערן מקורב נאך און נאך אידן צום אייבערשטן. אידן לעכצן נאך א גוט ווארט, מען וויל הערן אז דער אייבישטער וויל דיך יא, דו האסט נאך א האפענונג. &nbsp; אין קרית יואל גייט שוין דער בית המדרש אויף העיס קט. כמעט צוואנציג יאר. אנפאנג פון יאר תשס"ג האבן זיך אנשי שלומינו אין קרית יואל זיך צוזאם גענומען, הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א האט אראפגעגעבן א גרויסע חלק פון זיין הויז און עס מקדיש געווען פאר א בית המדרש. מען האט עס דעמאלטס שיין איבערגעבויט, עס זאל זיין פאסיג פאר א בית המדרש. מען האט איינגעקויפט אלע צרכי בית המדרש, אן ארון הקודש, באלעמער, עמוד, ספרים שענק, ספרים, און אזוי אויך האט מען ארויסגעשטעלט אין גאס א שיינע גרויסע סיין "בית המדרש היכל הקודש דחסידי ברסלב, בנשיאות כ"ק מרן מוהרא"ש שליט"א", וואס איז אין זיינער צייט געווען דער איינציגסטער בית המדרש אינדרויסן פון יבנאל וואס האט געטראגן דעם נאמען "היכל הקודש" און "מוהרא"ש" מיט שטאלץ. &nbsp; אין די אלע יארן איז שוין ארויס פון דעם בית המדרש, אן א מאס און אן א שיעור תורה, תפלה, אמונה, שלום בית, חינוך, און אזוי ווייטער, און אזוי גייט עס נאך ווייטער אן, ווען יעדע וואך קומען ארויף פילע אנשי שלומינו און שכנים און זענען זיך מחיה מיט די הייליגע דיבורים וואס ווערן געזאגט דורכן גבאי פונעם בית המדרש הר"ר יואל פארקאש שליט"א וואס איז דולה ומשקה מתורתו פון הייליגין רבין און זיינע הייליגע תלמדים ווי איבערגעבן דורך מוהרא"ש זי"ע, און געבט אריין חיות און אלע באטייליגטע. &nbsp; נאך אזויפיל יאר וואס דער בית המדרש איז אין באנוץ האט זיך שוין אנגעזען אויף דעם בית המדרש, אויף די ווענט פלאר און מעבל פון בית המדרש אן אפגענוצטקייט, און עטליכע עסקנים פון בית המדרש האבן זיך אריינגעלייגט עס גענציך איבער צו פרישן, מען האט פארגרעסערט דעם בית המדרש, צולגייגט בית הכסא'ס, איבערגעפרישט די ווענט, און פלאר, אויך האט מען ארויפגעלייגט א פרישע סיין אינדרויסן נאכדעם וואס וואס דער אריגינעלע סיין איז אראפ געפאלן ביי א גרויסע שטורעם. מען האט איינגעקויפט פרישע טישן און בענקלעך. אנשי שלומינו זענען דאנקבאר פאר מו"ה קלמן אליעזר מזרחי הי"ו און פאר הר"ר נתנאל פארקאש שליט"א וואס האבן זיך אריינגעלייגט מיט די גאנצע הארץ און נשמה צו העלפן מיט דעם פראיעקט, און ווי זיי זאגן האבן זיך אנשי שלומינו זייער ווארעם אנגערופן און דער אויבערשטער האט געהאלפן אז מען האט געקענט דורכפירן דעם פראיעקט. &nbsp; די וואך איז ערגענעצט געווארן דער לעצטער שטאפל פונעם איבערפרישונג ווען דער שיפמענט פון די נייע בענקנעך איז אנגעקומען און איז אריין אין באנוץ, כאטש וואס עס האט שוין געדארפט אנקומען לויט די פירמע פון כינע מיט כמעט א יאר צוריק האבן זיי עס ברוך השם דעליווערט נאך אסאך תפילות דעם פארגאנגעם וואך - געלויבט דעם אויבערשטן &nbsp; ועשי לי מקדש ושכנתי בתוכם! &nbsp;

    < זעה מער כט חשון תשפ"ד 📝
  • אינפלאציע און אינטערעסט ראטעס

    וואו קען מען קויפן אינפלאציע פאר א גוטע פרייז? איך הער אז די פרייזן דערפון זענען לעצטענס שטארק ארויף... &nbsp; וויצן אין די זייט געלייגט וואס פונטליך מיינט דאס אינפלאציע? און וואס קען מען טון דערמיט? &nbsp; כדי צו מסביר זיין אינפלאציע אין "איין ווארט" וועלן מיר פארציילן א קורצע מעשה. פאר בערך זעכציג יאר צוריק האט מוהרא"ש זי"ע זיך זייער געפלאגט פאר פרנסה, אין יענע צייט איז נישט געווען ווי היינט, אויב מען האט נישט געהאט צו צאלן רענט, האט דער לענדלארד געשיקט זיינע דזשאנדארן און פשוט און פראסט אנגעכאפט דעם טענענט און ארויסגעטראגן אים זיין ווייב און קינדער און אלע האב און גוטס פשוט אויפן גאס. דאס איז געווען מעשים בכל יום וואס מען האט געקענט טרעפן אויפן סיידוואק און פארענט פון די הויז א משפחה מיט זייערע פוירטניטשער אן קיין דאך איבערן קאפ. איין ערב שבת קודש וואס איז שוין געווען דער ערשטער טאג אין די מאנאט און מען האט "געמוזט" באצאלן די רענט פארן לענדלארד, אבער מוהרא"ש האט נישט געהאט קיין פרוטה אין טאש. מוהרא"ש זי"ע האט זיך אריבערגעכאפט צום צעלימער בית המדרש אין וויליאמסבורג, קיינער איז נישט דארט געווען, מוהרא"ש איז צוגעגאנגען צום ארון הקודש און זיך גוט אויסגעוויינט צום באשעפער זאל אים צושיקן דאס געלט פאר די רענט, און פארשטייט זיך אז מוהרא"ש האט אויך נישט פארמאגט ביי זיך קיין דאלער פאר א שבת ארדער, נאכן זיך גוט אויסוויינען פארן באשעפער, הערט מוהרא"ש ווי די טיר עפענט זיך, מוהרא"ש האט שנעל אפגעווישט זיינע טרערן, און זיך צוגעזצט צו א ספר זיך מאכענדיג ווי ער לערענט, אבער דער איד וואס האט געעפענט דעם טיר גייט גלייך צו צו מוהרא"ש און נעמט ארויס פון בוזעם אן ענוועלאפ און זאגט אים "איך דריי מיך שוין ארום א שטיק צייט מיט מעשר געלט אין מיין טאש, און יעצט האב איך געהאט א חלום אז איך זאל געבן דאס געלט פאר די ערשטע מענטש וועם איך טרעף, דא האסטו דאס געלט", מוהרא"ש האט געעפענט דעם ענוועלאפ, און ווי וואונדערליך האט אים דער אויבערשטער צוגעשיקט פינף און זיבעציג דאלער, וואס האט אים געגעבן פונקט גענוג געלט וויפיל ער האט געדארפט האבן, זיבעציג דאלער פאר די רענט, און פינף דאלער פאר די שבת ארדער. &nbsp; דאס איז אן אמת'ע מעשה וואס מוהרא"ש פלעגט אסאך מאל פארציילן ארויסצוברענגען וואס דאס מיינט תפילה, און אז מיר זאלן זען ווי דער אויבערשטער העלפט ווען מען בעט אים. &nbsp; די געלט חלק פון די מעשה איז אין איין ווארט אינפלאציע. פאר זעכציג יאר צוריק האט מען געקענט דינגען א (פיצעלע בעיסמענט) דירה אין ברוקלין פאר זיבעציג דאלער, און מען האט געקענט קויפן א מינימאלע שבת ארדער פאר פינף דאלער. אינפלאציע מיינט דאס וואס די געלט ווערט ווייניגער ווערט. &nbsp; אינפלאציע איז אויך א בריאה וואס דער אויבערשטער געמאכט און עס איז אפילו "געזונט" פאר אן עקאנאמיע צו האבן אינפלאציע. - פארשטייט זיך מיט א מאס. עס איז אויך דא דאס פארקערטע פון אינפלאציע, ווען די פרייזן פון זאכן נעמען זיך פאלן, וואס אויבנאויף זעט עס אויס ווי א געוואונטשענע זאך, מען קען קויפן זאכן פאר ביליגער. אבער ניין, אויב פרייזן נעמען זיך פאלן קען עס פירן צו ממש א צוזאם בראך פון אן עקאנאמיע. ווייל עס קען פירן אז מענטשן זאל אויפהערן איינצוקויפן, ווייל מען וויל ווארטן ביז די פרייזן זאל נאך מער פאלן, און דאס האט שוין אונטערגעברענגט עקאנאמיעס פון לענדער. &nbsp; מען קען הערן מענטשן רעדן ווי שרעקליך די אינפלאציע איז, און ווי מען קען זיך נישט גלייבן ווי פרייזן הייבן זיך, "היינט קאסט א ברויט שוין מער פון פיר דאלער!", ווען קוים עטליכע יאר צוריק האט זיך עס געדרייט ביי צוויי דאלער, אבער די זעלבע שמועס איז פארגעקומען צווישן צוויי מענטשן פאר צוואנציג יאר צוריק ווען זיי האבן זיך געבייזערט אז בעקערייען האבן די חוצפה צו בעטן צוויי דאלער פאר א ברויט ווען מיט קוים עטליכע יאר צוריק האט מען געבעטן דעפאר בלויז איין דאלער. &nbsp; א געזונטע אינפלאציע ראטע איז בערך דריי פראצענט, דאס הייסט אז די פרייזן האבן זיך אין דורכשניט מיט דריי פראצענט, דאס איז א ראטע וואס איז נישט צו דראמאטיש און דרייט נישט איבער די סדרי בראשית אבער איז גוט פאר די עקאנאמיע און העלפט צו עס זאלן וואקסן גוט. אויב די אינפלאציע וואקסט צו שנעל וועלן זיך געווענליך די רעגירונגען פרובירן אריינצומישן כדי עס אפצושטעלן, ווייל צופיל אינפלאציע קען אויך שווער אויסקלאפן אויף די עקאנאמיע, איינע פון די עיקר וועגן וואס די רעגירונגען וועלן געווענליך טון איז העכערן די אינטערעסט ראטעס, דאס מיינט אז די רעגירונג האט א געוויסע קאנטראל אויף וויפיל די בענק דארפן צאלן כדי צו בארגן געלט, און אויב מען העכערט זייערע ראטעס מוזן זיי אויך העכערן די ראטעס פאר די וואס ווילן בארגן געלט פון זיי, און ווען עס ווערט שווערער צו שאפן געלט שטאטערט עס אפ די עקאנאמיע וואס איז גורם די אינפלאציע זאל זיך פארשטאטערן. &nbsp; דאס איז די סיבה פארוואס פילע האבן יעצט גרויסע שוועריקייטן צו קענען שליסן (קלאוזן) ביים קויפן א דירה, ווייל דאס געלט וואס די רעגירונג האט געווארפן אין די קאוויד תקופה האט גורם געווען א שטארקע העכערונג אין די אינפלאציע (בערך אכט פראצענט א יאר) וואס די רעגירונג וויל יעצט באקעמפן מיט די הויכע אינטערעסט ראטעס.&nbsp; &nbsp; די הויכע אינטערעסט ראטעס פארשווערן טאקע פון איין זייט צו קענען נעמען און באצאלן א מארטגעזש, אבער פון די אנדערע זייט איז עס גורם אז פרייזן פון הייזער קענען אנהייבן צו פאלן, אדער לכל הפחות עס זאל זיך נישט הייבן. &nbsp; דער אויבערשטער האט געהאלפן אז די אינפלאציע איז שוין צוריק געגאנגען אין די לעצטע יאר צו נארמאלע ציפערן, בערך דריי פראצענט, און מיר זענען מתפלל אז דער אויבערשטער זאל העלפן אז די אינטערעסט ראטעס זאלן אויך צוריק קומען צו עפארדעבל ראטעס, און אלע אידן וואס ווארטן צו קענען קויפן א הויז זאלן אנקומען דערצו מיט הרחבת הדעת. &nbsp; דער רבי האט געזאגט אין שיחות הר״ן סימן לו "עוֹד יִהְיֶה זְמַן שֶׁמִּי שֶׁיִּהְיֶה אִישׁ כָּשֵׁר פָּשׁוּט, יִהְיֶה חִדּוּשׁ גָּדוֹל כְּמוֹ הַבַּעַל־שֵׁם־טוֹב ז"ל." אז עס וועט קומען א טאג (היינטיגע צייטן) וואס א פשוטע ערליכער איד וועט זיין אזא חידוש ווי דער בעל שם טוב, און היינטיגע צייטן איז די חשיבות פון יעדע מצוה, א איד מיט בארד און פיאות, א איד וואס האלט שבת, לייגט תפילין, איז ממש אזא חידוש ווי דער בעל שם טוב. &nbsp; און לגבי קויפן א הויז, איז דא א וועג צו קויפן א הויז, די בעסטע קוואליטעט, אין די בעסטע לאקעישאן, אן צאלן די הויכע אינטערעסט ראטעס. מוהרא"ש האט געזאגט אז דורכדעם וואס א איד לערנט יעדן טאג א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי, און א פרק תוספתא, קויפט ער זיך דערמיט א בית נצחי א הויז אויף יענע וועלט. אבער אויך האט ער געזאגט איז עס מסוגל מען זאל קענען קויפן א גשמיות'דיגע הויז דא אויף דער וועלט. &nbsp;

    < זעה מער כח חשון תשפ"ד 📝
  • הערליכע חנוכת הבית פון בית המדרש היכל הקודש לינדען

    אין א פרייליכע אנטוויקלונג פאר אנשי שלומינו אין לינדען ניו דזשערסי, נאך אסאך תפילות צום אויבערשטן האט מען זוכה געווען צו טרעפן א פאסיגע פלאץ פאר א "בית המדרש היכל הקודש לינדען" ווי שוין באריכטעט געפונט זיך דער בית המדרש אויף 294 נארט וואוד עוועניו, ווען אין די ערשטע וואך פרשת נח האט מען געדאווענט אינאיינעם ביי שלש סעודות, מיט פלענער אז בקרוב וועט מען אנהייבן דאווענען דארט אלע דריי תפילות שבת קודש, און אזוי אויך שיעורי תורה, און חבורות אינדערוואכן. פארגאנגעם ליל שישי איז דער ראש ישיבה שליט"א געקומען פראווען א חנוכת הבית פאר'ן בית המדרש, אינאיינעם מיטן סיום מסכת קידושין און סיום "חצי ש"ס", מען האט זיך געוואשן צו א שיינע סעודה לכבודה של תורה. נאך נטילת ידים האט דער ראש ישיבה שליט"א אנגעהויבן דעם סיום דורך פארלערנען ברבים דעם לעצטן דף פון מסכת קידושין, און אריינגעפלאכטן שיינע חיזוק און עצות פון הייליגן רבין. דער ראש ישיבה האט שטארק ארומגערעדט ווי שטארק מיר דארפן היטן אונזערע טייערסטע פארמעגן די קינדער זיי צו האלטן ריין און הייליג, ווי די משנה זאגט אז איינער וואס איז נישט חתונה געהאט טאר נישט זיין קיין מלמד, בפרט - האט דער ראש ישיבה צוגעלייגט - אז רוב אינגעלייט פון די קהילה אין לינדער זענען מלמדים, ליגט אויף זיי א געוואלדיגע אחריות צו רעדן צו די קינדער איבער עניני קדושה, און זיי געבן די כחות זיך צו קענען אן עצה געבן אין לעבן. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז עס איז א געוואלדיגע בושה ווען מענטשן זאגן דעם ממרא "אכשר דרא" אויף דעם, ווייל היינט זענען די נסיונות נאר ערגער, און מען הערט ליידער צוזאם שרעקליכע זאכן, און כאטש די גמרא דרוקט זיך אויס "לא נחשדו ישראל וכו'". דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי מוהרא"ש האט אים געזאגט סוף ימיו אז ער שפירט אז ער קען נישט דערהייבן די שרעקליכע שמועות וואס מען הערט אין עניני קודשה, ווי נידעריג דער דור איז געפאלן ר"ל. דערפאר מוזן מיר רעדן צו די קינדער קלארע ווערטער, און וואס פריער איז בעסער, כדי מען זאל נישט זיין ח"ו א צועק לשעבר. נאכן זאגן דעם הדרן, און זינגען שיינע ניגונים לכבוד דעם סיום האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט דעם בארימטן וועכענטליכן ליל שישי שיעור פאר די אינגעלייט, רוב פון דעם שמועס איז געווען איבער די גרויסקייט פון לערנען תורה, דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך געבעטן צו די אינגעלייט "פרובירט עס אויס", יעדער האט גוטע תירוצים, מען איז פארנומען, מען דארף צאלן בילס, א מארטגעדזש, משפחה עלטערן, ווייב און קינדער, יעדער דארף זיך פרעגן "ווען גיי איך מיך שוין נעמען אין די הענט אריין"? די נסיונות פון די גאס ברענט און פלאקערט, אבער א דאנק די עצה פון רבין קענען מיר עס בייקומען, ווייל דער רבי געבט אונז אן עצה אז אויך מיר זאלן קענען נוצן דעם תבלין קעגן יצר הרע וואס איז תורה. דער וואס לערנט נאר אויב ער קען פארשטיין, וועט ער עס צום סוף אפלאזן, ווייל א מענטש איז נישט קיין מאשין, נישט יעדן טאג האט ער א קאפ. אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן די גבאים פון די שולן פון היכל הקודש אז זייער זאך דארף זיין מחזק זיין געבן גוטע ווערטער פאר די מתפללים, זיי האבן שוין גענוג מוסר זאגערס, מען קומט אין שול ווייל מען וויל הערן אז דער אויבערשטער דארף דיר יא, דו האסט א וועג צום אויבערשטן. דער ראש ישיבה האט פארציילט א מעשה וואס האט פאסירט אין שטאט אומאן, יעדע חסידות האט דארט געהאט א שטיבל, אסאך יארן צוריק האט דארט געוואוינט א איד משה צדוק ער איז געווען א יתום און ער איז ליידער געפאלן ביז ער איז געווארן א מסור, אלע זענען אנטלאפן פון אים מען האט אים נישט אריינגעלאזט אין קיין איין שול, אבער א איד בלייבט א איד, איין מאל אינעם טאג פון זיין טאטענ'ס יארצייט האט אים געכאפט א הרהור תשובה, און ער האט געזוכט א מנין צו זאגן קדיש, אבער ווי נאר ער איז אריין אינעם ערשטן שול איז מען אים באפאלן מיט קולות שייגעץ ארויס, אינעם צווייטן שול זענען אלע אנטלאפן פון אים, ביז ער האט באשלאסן צו פרובירן צו קומען צום ברסלב'ע קלויז, אפשר דארט וועט מען אים לאזן, ער האט זיך געשטעלט אין א ווינקל, און איין אינגערמאן האט אנגעהויבן צו קומען נענטער צו אים, משה צדוק האט שוין מורא באקומען אז אויך פון דא וועט מען אים פארטרייבן, אבער דער אינגערמאן האט אריינגעלייגט אין זיין ביזעם א סידור מיט א תפילין, און ער גייט צו צו אים "משה צדוק אז דו ביסט שוין יא דא, אפשר ווילסטו לייגן טלית און תפילין" און משה צדוק איז געווארן אזוי איבערגענומען אז ער האט זיך גענומען וויינען, און ער איז געווארן א פולקאמער בעל תשובה. "דאס" האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט "איז די אויפגאבע פון א גבאי אין היכל הקודש". דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די בחורים וואס זענען מקורב אז זיי דארפן זיך צושטעלן צו אלע סדרי הישיבה דארט ווי זיי לערנען, און מען זאל נישט זיין קיין חכם, מען דארף נישט שרייען פאר יעדעם אז מען איז א ברסלבער, ווייל ברסלב איז בסך הכל עצות וואס דו ווייסט אין דיין מח, און בין הסדרים קען מען אריינכאפן גאר אסאך משניות און גמרא, אנשטאט זיך צו טענה'ן מיט מענטשן. ווייל ווער עס פאלגט דעם הייליגן רבין האט א זיסע לעבן. ואהי להם למקדש מעט אלו בתי כנסיות ובתי מדרשות &nbsp;

    < זעה מער כה חשון תשפ"ד 📝
  • וואונדערליכע ליקוי חמה אין ניו יארק סטעיט סוף חודש אדר ב' הבעל"ט

    קומענדיגן מאנטאג פרשת תזריע כ"ט אדר ב' אביסל נאך דריי אזייגער נאכמיטאג וועלן איינוואוינער אין די אויבערשטע חלקים פון ניו יארק סטעיט האבן א זעלטענעם טאטאלע ליקוי החמה, אן ערפארונג וואס לאזט איבער גאר א גרויסע רושם אויף א מענטש. &nbsp; א ליקוי החמה - אדער ווי עס הייסט אויף ענגליש אן עקליפס - קען נאר אויספאלן אין א ראש חודש, (בעסער געזאגט ביים מולד) ווען די לבנה און די זון גייען דורך איינע דעם צווייטן, און וויבאלד די צוויי גייען נישט ממש אינעם זעלבן רינג, פאסירט עס נישט יעדן ראש חודש, נאר ווען די צוויי קומען זיך ממש צוזאם. אבער אפילו ווען זיי קומען זיך יא ממש צוזאם פאסירט נישט אייביג א טאטאלע ליקוי וויבאלד די זון איז נישט אלץ די זעלבע ווייט פון די וועלט, און נאר אויב די לבנה איז גענוג נאנט, און די זון גענוג ווייט דאן פאסירט א טאטאלע ליקוי. &nbsp; פאר עטליכע יאר צוריק איז שוין געווען א טאטאלע ליקוי החמה אין אמעריקע וואס מען האט געקענט זען אויך אין ניו יארק סטעיט, אבער דא האט מען נאר געקענט זען דעם ליקוי בערך 70 פראצענט, און כדי עס צו קענען זען האט מען געדארפט אריבערפארן עטליכע סטיעטס כדי עס צו קענען מיטהאלטן. &nbsp; עטליכע אינטערעסאנטע פאקטן איבער דעם קומענדיגן לויקי החמה אין אמעריקע: דער טאטלע ליקו וועט דורכלויפן עטליכע סטיעטס אין אמעריקע אריינגערעכענט טעקסאס, ארקענסא, מיזורי, אילינוי, אינדיאנא, אהייא, און מעין. דער יעצטיגער ליקוי וועט זיין זייער א לאנגע ליקוי (אין פארגלייך צו אנדערע) פון בערך פיר מינוט (אין די צענטער פונעם ליקוי וועג), אין ניו יארק סטעיט וועלן די פאלגענדע שטעט זיין אין די מיטעלסטע חלק פון די ליקוי: באפעלא (בערך 4 און א האלב שעה דרייוו פון שטעטל), ראטשעסטער (3 און א האלב שעה), וואס איז מעריב ניו יארק, און פלאטסוברג (בערך 4 שעה פון מאנסי) צפון פון ניו יארק. אבער אויך סיריקיוז (2 און א האלב שעה פון שטעטל) וועט זיין אינעם ליקוי. ווען די טאטליטעט וועט זיך אנהייבן וועט פלוצלינג ווערן שטארק טונקל, בערך אזוי ווי ביי צאת הכוכבים און א קיל ווינטל וועט זיך נעמען בלאזן, וואס וועט אנהאלטן מערסטענס בערך פיר א האלב מינוט (ווענדט זיך אויך יעדע פלאץ ווי לאנג), און דערנאך וועט צוריק ווערן ליכטיג. נאסא שרייבט אז אין באפעלא ניו יארק וועט זיך די ליקוי ציען פון 2:04 נאכמיטאג ביז 4:32, און די טאטאליטעט וועט זיך ציען פון 3:18 ביז 3:22. &nbsp; מען דארף שטארק אכטונג געבן אויף די אויגן און מען טאר בשום אופן נישט קוקן אויף די זון ווייל די אויגן זענען זייער האקל און מען קען חלילה שעדיגן די אויגן. פון אונזערע געגענטער אין ניו יארק וועט מען קענען זען זען א טיילווייזער ליקוי, מיט ספעצילע ליקוי גלעזער וועט מען זען ווי אינמיטן טאג קומט אן די לבנה, און "בייסט אריין" אינעם זון, וואס פארט צוביסלעך טיפער און טיפער, ביז בערך 3:20 ווען עס קומט אן די קלימאקס. און פונקט ווי די פריערדיגע מאל וועלן לכאורה זיך יאווען פילע געשעפטן וואס וועלן פארקויפן די ספעציעלע גלעזער, וואס לוינט זיך צו קויפן כדי צו קענען זען די געוואלדיגע וואונדער פון באשעפער, ווי די זון און די לבנה גייען אויף זייער פונקטליכע גאנג שוין עטליכע טויזענט יאר אן זיך צו רירן פון זייער וועג אפילו א משהו. &nbsp; ביים ליקוי קען מען זען די האקעלקייט פון די אויגן בגשמיות, ווי מיט איין שלעכטע קוק קען מען חלילה האבן צרות יגון ואנחה פאר א לאנגע צייט, און עס איז זייער שווער אויסצוהיילן אויגן וואס זענען געשעדיגט געווארן פון קוקן אויף א זאך וואס איז נישט גוט פאר איר. אבער די זעלבע זאך געשעט ברוחניות, און מיר דארפן גלייבן וואס אונזערע צדיקים האבן אונז געווארענט ווי שטארק מיר דארפן אכטונג געבן אויף די אויגן, און כאטש עס העלפט תשובה, מען קען אייביג צוריק קומען צום אויבערשטן, אבער מען פלאגט זיך זייער שטארק מיט די אויגן וואס האבן געקוקט אויף שלעכטע זאכן. מיר דארפן פאלגן די צדיקים און נוצן א פילטער וואס קען באשיצן די אויגן, און אוועקווארפן די אלע כלים וואס מען קען זען דערויף שלעכטע זאכן. ווייל אויב מען קוקט אויף שלעכטע בילדער, שאדט עס זייער פאר אונז.

    < זעה מער כה חשון תשפ"ד 📝
  • שיינע מסיבות לטובת די כולל היכל הקודש ווערן אפגעהאלטן

    אין די וואכן איז דער געשמאקער און געטרייער גבאי פון די כולל הר"ר משה ארי' שניטצלער שליט"א פארנומען מיט די מסיבות לטובת די הייליגע כולל היכל הקודש. דער כולל צו וואס אנשי שלומינו האבן א ספעציעלע געפיל וויסענדיג אז מיט דעם שטיצט מען די טייערע אינגעלייט תלמידי חכמים וואס יראתם קודמת לחכמתם וואס זענען כוסק בתורה בהתמדה רבה, אזש אז דער ראש ישיבה האט זיך שוין עטליכע מאל אויסגעדרוקט זיין וואונדער וואס די אינגעלייט באמערקן ניטאמאל ווען ער קומט אריין, צוליב וואס זיי זענען אזוי אריינגעטון אין די הייליגע תורה. &nbsp; די כולל האט דער ראש ישיבה אהער געשטעלט כדי מען זאל קענען אנגיין מיט די הייליגע קהלה, און מען דארף האבן דיינים וואס קענען פסק'ענען אין אלע סוגיות ווי קאמפליצירט עס זאל נאר זיין, דער ראש ישיבה געבט פאר די אינגעלייט זאלן דורכטון א סוגיא איידער מען שטעלט אהער יעדע זאך אין די קהלה, ווי צום ביישפיל די מקוואות, שחיטה, כשרות וכדומה. אויך וועלן בעז"ה וועלן בעזרת השם ארויסקומען פונעם כולל פרישע דיינים וואס פעלט אויס צוליב די וואוקס פון די קהלה. &nbsp; דער מנהל ר' משה ארי' אראנדזשירט אין די טעג באזונדערע מסיבה'לעך פאר יעדע פון די בתי מדרשים אין שטעטל, פיר מסיבות זענען שוין פארגעקומען, מאנטאג לך לך, איז געווען א מסיבה ביי הר"ר רפאל פארסט שליט"א פאר די מתפללים פון בימה"ד מקור השמחה, און מיטוואך לך לך האט הר"ר ישראל חיים ברוין שליט"א מסדר געווען א מסיבה פאר די מתפללי ביהמ"ד ליקוטי מוהר"ן, מיטוואך חיי שרה האט מו"ה ישראל סאמעט הי"ו פאררופן א מסיבה ווי די מתפללי ביהמ"ד פעולת הצדיק האבן זיך באטייליגט, און מיטוואך וירא איז פארגעקומען א שיינע מסיבה ביי הר"ר" יואל שניצלער שליט"א פון בימה"ד עצות אמונה. &nbsp; ביי די מסיבת האט ר' משה ארי' אויפגעטרעטן און בעיקר ארויסגעברענגט די נייע איניצאיטיוו וואס איז מעודד די וואס קענען נישט געבן גרויסע סכומים פאר'ן כולל, מען זאל זיך איינשרייבן צו באקומען א פערזענליכע טעקסט פונעם גבאי וואס וועט זיי פרעגן וויפל זיי קענען געבן יעצט, און ווי ר' משה ארי' זאגט זענען די וואס האבן זיך איינגעשריבן אים זייער דאנקבאר, ווייל דורכדעם זענען זיי שוין אנגעקומען דורך פרוטה פרוטה מצטרפת און געקענט אויסצאלן א זכות "אברך לחודש" פון $1,400, און עס איז אפילו פארהאן אינגעלייט וואס האבן געקענט קומען צום סעודת ראש חודש מיטן ראש ישיבה, אלעס בלויז דורכן געבן וויפיל זיי קענען דעמאלטס. &nbsp; ר' משה ארי' זאגט קלאר אז יעדער קען צוקומען צו קומען צו א סעודת ראש חודש מיטן ראש ישיבה, און איבער פופציג אינגעלייט זענען שוין אנגעקומען דערצו. יעצט שטעלט זיך די פראגע וואס יעדער פרעגט וויאזוי מען קען קומען צום סעודת ר"ח? דאס איז באשטימט פאר ווער עס געבט א פרנס השבוע. פאר סיי וועלכע פראגע, און פאר נדבות פאר'ן כולל, קען מען זיך אלץ פארבינדן צום מנהל ר' משה ארי' שניצלער 347-585-6166. &nbsp; 🎦 מסיבה פארן כולל אין ביהמ"ד ליקוטי מוהר"ן 🎦 מסיבה פארן כולל אין ביהמ"ד מקור השמחה

    < זעה מער כה חשון תשפ"ד 📝
  • איראן סטראשעט פריש אפצואווישן מדינת ישראל

    אין די לעצטע וואכן זינט די מלחמה האט אויסגעבראכן אין עזה, האט מען ווידער געהערט קולות פון איראן איבער אפווישן מדינת ישראל פון די מאפע. (מיר מוזן דא באטאנען אז כאטש מדינת ישראל האט גארנישט מיט ארץ ישראל, ארץ ישראל איז א הייליג לאנד וואס מיר האפן און בעטן דעם אויבערשטן יעדן טאג אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צו גיין קיין ארץ ישראל מיט משיח צדקינו, בשעת וואס דער טערמין מדינת ישראל ווערט גענוצט צו באצייכענען די גרענצין פון די לאנד וואס די ציוניסטישע באוועגונג האט געגרינדעט אין די געגנט בערך ווי ארץ ישראל געפונט זיך. אבער פארט געפונען זיך אין די גרעניצן פון די מדינה מיליאנען אידן, וואס מיר זענען מתפלל אז זיי זאלן אפגעהיטן ווערן פון אלעם בייזן בגשמיות, און די אידן וואס ווייסן נישט פונעם אויבערשטן זאלן טרעפן זייערע ווארצלען און זיך צוריק קערן צו אונזער טאטע וואס ווארט פאר זיינע קינדער.) &nbsp; מען האט געהערט די רופן סיי פונעם רעליגיעזן פירער כומעיני, און סיי פונעם פרעזידענט איבראהים ראיסי, ימח שמם וועלכע האבן אויסגעדוקט זייער פולסטע שטיצע צו כאמאס און זייערע מעשים אכזרים, און סטראשען צו פארשארפן דעם קריג מיט זייערע פילע טעראר גרופעס וועלכע זיי שטיצן אין עטליכע לענדער אין די מיטל מזרח, אריינגערעכענט די מערב ברעג, לבנון, סיריע, תימן, און אפילו אין ירדן. &nbsp; עס איז אונזער אויפגאבע דא אויפן וועבסייט צו שרייבן נייעס. יעדן טאג פאסירט עפעס א פרישע פאסירונג אויף דער וועלט און עס באשרייבן אויפן בעסטן וועג נאר שייך. אבער ליינענדיג די נייעס איבער די סטראשערייען פון איראן האט זיך אונז דערמאנט פון צען צוואנציג דריייג און פערציג יאר צוריק ווען דאן זענען געווען שרייעדיגע קעפלעך אין די צייטונגען "איראן סטראשעט אפצואווישן די מדינה פון די מאפע", וחוזר חלילה די נייעס חזר'ט זיך איבער יעדע עטליכע חדשים אדער יאר מיט בערך די זעלבע ווערטער, מיט איין חילוק די נעמען פונעם סופרים פירער און די נעמען פון זייערע פרעזידענטן, צי מען רעדט פון פרעזידענט אכמאדינישזשאד, צי דער אנדערער, אלע האבן מיט א פרישקייט געסטראשעט, אבער יעדעס מאל 'יעצט' מיינען זיי עס שוין אמת'דיג. &nbsp; דאס דערמאנט אונז פונעם באקאנטן ווארימען ניגון איבער דער הייליגער רבי רבי זושא זי"ע: "דער סבא קדישא, דער רבי רבי זושא, האט יעדע נאכט, זיך זייער פארטראכט; ביים ספר זכרונות, מיט טיפע חשבונות, זיך איבערגעקלערט, זיינע אויגן פארטרערט, - איך וועל זיין ערליך, אלעס שוין פאררעכטן, בעט איך באשעפער, השיבנו; איי איך האב שוין געזאגט פאר דיר די זעלבע ווערטער נעכטן, יעצט מיין איך עס אמת&rsquo;דיג, הער מיך צו", מאויבי תכחמינו פלעגן צדיקים זאגן, לאמיר זען וואס דער סמ"ך מ"ם טוט ווען ער פרובירט מיר צו באזיגן, לאמיר נוצן זיינע טאקטיקן קעגן אים, ער קומט יעדן טאג צו מיר פריש, און פרובירט מיר אראפצואווארפן, צעברעכן, איך טו די זעלבע זאך אבער פארקערט, איך זאג צו פארן אויבערשטן "איך וועל זיין ערליך, אלעס שוין פאררעכטן", און ווען דער סמ"ך מ"ם פרובירט מיר שוואך צו מאכן "איך האב שוין געזאגט די זעלבע ווערטער נעכטן", ווער איך נישט דערשראקן, "יעצט מיין איך עס אמת'דיג, איך זאג דיר צו". &nbsp; אין כל חדש תחת השמש

    < זעה מער כד חשון תשפ"ד 📝
  • באזוך פון ראש ישיבה איז מחזק אנשי שלומינו אין שטעטל

    לכבוד די נייע ישיבה וואס האט זיך געעפענט אין שטעטל, האבן די איינוואוינער פון שטעטל געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה איז ארויסגעקומען אין שטעטל, און האט באזוכט אין מערערע פלעצער, פון וואס ער האט געשעפט נחת. &nbsp; דער ראש ישיבה איז אנגעקומען אין שטעטל אכט אזייגער אינדערפרי, און זיך געזעצט לערנען אין בית המדרש פון די בחרוים שיעורים כסדרן ביז שחרית; מען האט געדאווענט צוזאמען א ווארימען שחרית. דערנאך איז דער ראש ישיבה געגאנגען מיט די בחורים צו די גראסערי און יעדער האט זיך געקענט קויפן עפעס אויפן ראש ישיבה&lsquo;ס חשבון, לכבוד דעם וואס זיי פירן זיך מיט דרך ארץ און לערנען פלייסיג. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט דעם שיעור אין גמרא פאר די בחורים, און דערנאך אויסגעפרעגט די בחורים ווער עס לערנט דעם בלאט יעדן טאג. איינע פון די חשובע קינדער הילד נחמן פוקס נרו יאיר האט זיך פארהערט ביים ראש ישיבה גאנץ צעטל קטן אויף אויסנווייניג דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט און אים געגעבן געלט דערפאר. &nbsp; דער ראש ישיבה איז דאן געגאנען שפאצירן מיט די בחורים אויף די גאסן אינעם נייעם געגענט און זיך אנגערופן: "איך זע שוין דא שטראמען אידן דא שבת מיט די שטריימלעך, דא וועט זיין א שיינע שטעטל". מען קען הערן א לענגערע באריכט וואס איז אלס געווען אין ישיבה ביים באזוך אויף קול ברסלב ביים שמועס פון די ברסלב&lsquo;ע ברודער פון פרשת וירא. &nbsp; שפעטער איז דער ראש ישיבה אריבערגעגאנגען צום בית הדפוס ווי עס איז פארגעקומען א קביעות מזוזה ביי די נייע אפיסעס וואס מען האט נארוואס געענדיגט בויען. איינע פון די אפיסעס איז געווידמעט פאר די סטעף פונעם קרית ברסלב בלעטל, פון דארט ווערט אהערגעשטעלט די שיינע קינדער אפטיילונג, דער ראש ישיבה האט זיך דארט אנגערופן: "די קינדער איז די עיקר, אויף דעם דארף מען לייגן א דגוש." אויך האט דער ראש ישיבה זיך אומגעקוקט אויף אלע גליונות, קונטרסים און ספרים וואס ווערט געדרוקט אינעם בית הדפוס אויף א טעגליכע פארנעם. &nbsp; דערנאך איז דער ראש ישיבה צוגעפארן צום נייעם "ילד שעשועים&ldquo; קימפעטארן היים צום שבע ברכות וואס מען האט דארט געמאכט פאר החתן בנציון נרו יאיר בן מו&ldquo;ה ישראל חיים ברוין הי&ldquo;ו - עב"ג מו"ה אייזיק אפפעל הי&ldquo;ו. מען האט זיך געוואשן צום שבע ברכות מען האט געברענגט טונא און אייער סאלאט פון חדר, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען האט קודם געהאט באשטעלט פאר געלט א טייערע מעניו פון עסן, אבער איך האב געהייסן מען זאל דאס אפרופן, און אנשטאט דעם זאל זיין עסן פון חדר פאר אומזינסט. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זייער שיין ארומגערעדט לשבח פון די צוויי חשובע מחותנים וואס העלפן אזוי סאך די קהילה זה בכה וזה בכה. דער ראש ישיבה האט פארציילט וויאזוי די ישיבה האט זיך געבויעט און ווי מען האלט היינט ברוך השם. אויך האט מען ארומגערעדט פון די נס אז מיר קענען מאכן חתונה ביליג אן קיין חובות, מען מאכט חתונה אין בית המדרש פאר אומזיסט. מענטשן ווערן שווערע בעלי חובות ביים חתונה מאכן די קינדער. דערנאך האט מו&ldquo;ה אהרן וועבערמאן הי&ldquo;ו פארציילט די היסטאריע וואו עס האט זיך אנגעהויבן די געדאנק פון א קימפעטארן היים, און די סיבה פארוואס מען האט דאס אויפגעשטעלט אין שטעטל. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה אהיימגעפארן מלא רגש פונעם ברסלב&lsquo;ן שטעטל וואס פירט זיך אזוי ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז, אלע רעדן צום אייבערשטן, לערנען שיעורים כסדרן און פירן זיך אויף שיין אינדערהיים מיט דרך ארץ.

    < זעה מער כג חשון תשפ"ד 📝
  • סענאטאר שומער בעט א ביליאן דאלער פאר סעקיוריטי גרענטס

    אין א פרעסע קאנפערענץ ארומגענומען מיט פילע רעליגיעזע פירער אין ניו יארק סטעיט אריינגערעכענט עטליכע להבדיל אידישע פאליטישאנס האט דער יו.עס. סענאטאר פון ניו יארק סטעיט טשאק שומער אנאנסירט אז ער וועט פארשטעלן א נייע ביל וואס זאל צולייגן א 1.2 ביליאן דאלער צו די גרענט פראגראם וואס פינאנצירט זיכערהייט מאסנאמען פאר רעליגיעזע אינסטיטוציעס וואס שטייען אויס האס געפארן. &nbsp; מיר דארפן דא צוצייכענען אז מען רעדט נישט דא פון קיין פרישע ביליאן דאלער וואס איז דא צו באקומען, מען רעדט דא פון א פרעסע קאנפערענץ (וואס מיינט א מעמד צו וואס מען לאדענט איין אלע מידיע פלאטפארמעס) וואס דער סענאטאר האט גערופן צו מעלדן אז ער גייט פארשלאגן אז ביל אין סענאט. &nbsp; אויך דארף ווערן צוגעצייכענט אז דער אויבערשטער איז דער וואס היט אונז, און כאטש מיר דארפן אויסדרוקן הכרת הטוב פאר די וואס דרוקן אויס שטיצע פאר אידישע קינדער מיט סיי וואס, איז די גאנצע ציל פון די פרעסע קאנפערענץ כדי צו באקומען גינסטיגע דעקונג אין די פרעסע, (כאטש בעט ער די אויפמערקזאמקייט אויף א פאזיטיווע וועג...) און נישט שלעסער, קעמרעס, צוימען, וועכטער מיט ביקסן זענען די וואס היטן אונז, מיר זענען מתפלל צום אויבערשטן דער שומר ישראל וואס ער היט אונז יעצט און וועט אונז ווייטער היטן. &nbsp; אמת אז מיר דארפן טון דאס וואס עס דארף געטון ווערן צו ווערן אפגעהיטן בדרך הטבע, אבער נישט ווייל מיר גלייבן אין די טבע חס ושלום, נאר ווייל דער אויבערשטער האט אונז געהייסן צו טון די אלע פעולות און זיך היטן פון סכנות. &nbsp; די גמרא סוף מסכת קידושין פרעגט "האסט שוין אמאל געזען א חי' דארף ארבעטן כדי זיך צו שפייזן? האסט שוין אמאל געזען א הערש א קאר סערוויס דרייווער? די חיות זענען דאך באשאפן געווארן צו דינען די מענטשן, און די מענטשן זענען באשאפן געווארן צו דינען דעם אויבערשטן, איז דאך א קל וחומר אז מענטשן דארפן באקומען זייער פרסה בחנם", פירט די גמרא אויס אז מען דארף ארבעטן צוליב די עבירות, דער אויבערשטער האט גוזר געווען אויף אדם הראשון נאכן חטא פון עץ הדעת אז א מענטש דארף ארבעטן. ווי דער רבי האט געזאגט "ארבעטן ארבעט מען פאר די עבירות, און די פרנסה קומט פון אויבערשטן." &nbsp; ווען א מענטש עפענט אויף די אויגן וועט ער קענען זען כסדר ווי ער טוט זיין פליכט פון ברענגען פרסה ער גייט ארויס ארבעטן, אבער די פרנסה קומט אים אריין פון גאר אן אנדערע פלאץ, פון א פלאץ ווי ער האט זיך אינגאנצן נישט גערישט. &nbsp; דערפאר וועלן מיר זיך ווייטער שטארקן מיט די עצה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן פון תפלה, בעטן דעם אויבערשטן אלעס וואס מיר דארפן, און עס איז נישט אונזערע דאגות וויאזוי די ישועה וועט קומען, דער אויבערשטער האט זיך זיינע וועגן וויאזוי אלעס קען זיך אין איין רגע איבערדרייען לטובה, נאר מיר וועלן ווייטער זיך פארלאזן אויף אים, און אזוי וועלן מיר האבן א געשמאקע און זיסע לעבן.

    < זעה מער כג חשון תשפ"ד 📝
  • גליון "דער ראש ישיבה זאגט" אויף ענגליש צייכענט אפ א יאר

    עס האט זיך אנגעהויבן ווען דער היינטיגער גרויסער מפיץ מו"ה שמואלי קאהאן הי"ו פון ירושלים, וועלכע רעדט א פליסיגער ענגליש האט אנגעהויבן הערן די שיעורים פון ראש ישיבה מיט עטליכע יאר צוריק, וואס מיט די צייט האט ער געשפירט ווי די ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א גייען אריין אין זיין הארץ מער און מער, און ער האט זיך געטראפן כסדר אין מצבים וואס ער האט ווי געזאגט צו זיך אליינס "דער ראש ישיבה זאגט" אזוי און אזוי. &nbsp; דערפאר האט ער אביסל מער פון צוויי יאר צוריק האט אנגעהויבן פארשפרייטן שיינע מעסעדזשעס אויף ענגליש פון א קרישקעלע פון בערך א האלבע מינוט איינע פון די טויזנטע דיאמאנטן וואס דער ראש ישיבה שליט"א פארקויפט יעדן טאג, ער האט עס אפגעטייפט פאר זיך איבערגעטייטש אויף ענגליש, און האט עס רעקארדירט שיין און קלאר און ארויסגעשיקט פאר די חברים וואס רעדן ענגליש, אז זיי זאלן אויך קענען טרונקען פון די יין המשומר פון די אונגארישע וויין. &nbsp; נאכדעם וואס דאס האט אנגעהאלטן איבער א יאר, האט ער באמערקט אז ער האט יעדע וואך זעקס הערליכע פערל ווערטער חיזוק און עצות הדרכה אויף למעשה וואס איז שוין אפגעטייפט אויף ענגליש, וואס וואלט געווען זייער א גלייכע זאך מען זאל עס ארויסגעבן פאר די וועלט, אז אויך די וואס באקומען נישט זיינע מעסעדזשעס אויפן טעלעפאן זאלן אויך קענען הנאה האבן דערפון, ער האט מיטגעלטיילט זיין געדאנק מיטן גרויסן מפיץ אין ירושלים דער גבאי פונעם בית המדרש מו"ה שמעון עוזר פערל שליט"א וואס האט אים שטארק מעודד געווען און האט אליינס גענומען די אפגעטייפטע ווערטער פון אים און האט עס הערליך אויסגעשטעלט אלץ א גליון מיט די נאמען "דער ראש ישיבה זאגט", ווי יעדע שטיקל הייבט זיך אן מיט די ווערטער "דער ראש ישיבה זאגט", ארויסגענומען פון א בריוו, א דרשה, א חיזוק יומי, א גליון, וכדומה. &nbsp; די גליונות ווערן יעדע וואך צוכאפט ביי די ענגליש רעדנדע אידן, ווי די מפיצים אין לעיקוואוד, און בארא פארק פלעטבוש זאגן עדות, ווען פילע שולן און יחידים בעטן כסדר מען זאל זיי ברענגען דעם הערליכן גליון דער ראש ישיבה זאגט וואס ווי זיי זאגן קענען זיי נישט צוגיין צו א שבת אן זיך דערקוויקן מיט די הערליכע עצות. &nbsp; דער גליון קען מען באקומען דא אויפן וועבסייט. אויך קען מען עס באקומען אויף אימעיל, און ביי די מפיצים. &nbsp; 📌 דער גליון אויפן וועבסייט צו דאונלאודן יעדע וואך בעז"ה

    < זעה מער כב חשון תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 586 to 600 of 1723 results

1 2 ... 37 38 39 40 41 42 43 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com