Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אנטדעקט כתב יד קודשו פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע איבער די ווערטער פון הייליגן רבין

    יעדער וואס האט נאר איבערגעטרעטן די שוועל פון סאטמאר ווייסט אז דער עיקר וואס דער הייליגער רבי זי"ע האט געוואלט, איז איינפלאנצן די אמונה טהורה אין אידישע קינדער, אין די צייט וואס רבים ושלמים זענען נעבעך פאר'כישופ'ט געווארן פון די "כוחי ועוצם ידי" ווינטן פון די ציוניסטן און זייערע נאכשלעפער איז דער הייליגער צדיק געשטאנען אליינס בבחינת אחד היה אברהם און זיך צונאר געלייגט פאר די וועלט וועלכע האט נישט אויפגעהערט טרייבן שפאס פון דעם הייליגן צדיק וואס איז לויט זיי א "שונא ישראל" אדער גאר אן "עוכר ישראל" עפרא לפימיהו.   דער הייליגער צדיק האט אוועקגעגעבן זיין בלוט און נשמה און געשריגן און געוויינט מען זאל נישט פארכאפט ווערן פון די כפירה שטורעם ווינטן וואס בלאזן אין די גאס, און אזוי צוביסלעך האבן זיך צוזאם געקליבן נאך א איד און נאך איד וואס האבן זיך געקלאמערט צו די ריינע אמונה, ביז עס איז אויסגעוואקסן די ריזיגע קהילה און מוסדות סאטמאר וואס ציילט זיך צענדליגע טויזענטער אידן יראים ושלמים בכל קצוי תבל.   דער הויכפונקט פון הייליגן רבי זי"ע איז בלי ספק געווען דאס שרייבן דער הייליגער ספר "ויואל משה", וואס ער האט נישט געלאזט פאר קיינעם צו טון די ארבעט, דער ספר האט גענומען לאנגע וואכן און חדשים צו שרייבן, און האט עס געשריבן בדם לבבו און דערמיט מבאר געווען די אמת'ע דעת תורה, וויאזוי מיר דארפן גלייבן אין אויבערשטן און אין אלע דרייצן אני מאמין'ס.   דער ספר איז נישט געשריבן געווארן איש מפי פיש, און אפילו נישט נאכגעשריבן א דרשה בעל פה. דער ספר האט דער הייליגער צדיק אליינס געשריבן און עקזיסטירט נאך יעצט בכתב יד קדשו. איין אזא בלאט וועט ווערן אויספארקויפט אין א ליציטאציע דורך עתיקים, און וועט קענען געזען ווערן. די ווערטער פון דעם בלאט האבן א ספעציעלע חשיבות ביי חסיד ברסלב, ווייל דארט זעט מען דעם טיפן קשר עליון, און דעת קדשו פון הייליגן צדיק וויאזוי ער באציט זיך צום הייליגן רבין מיט א לשון וואס ער שרייבט נישט אויף קיין איין גדול בישראל וזה לשון קדשו "ובליקוטי מהר"ן מבראסלוב האריך… מה שיהי’ בעיקבא דמשיחא… על פי משל במלך שהלך בדרך… והי’ בסכנה גדולה, וניצל רק על ידי איש כפרי. כמו כן יהי’ בעיקבא דמשיחא, שיהי’ מבול לא של מים, אלא של אפיקורסות, ויכנס בלב הכשרים שבישראל, ולא יוכלו ליתן עצה, וכל שרי המלוכה נתפזרו, ולא יתחזק מלכות שמים, אלא עם פשוטי עם שאומרים תהלים בפשיטות". און דער רבי ענדיגט די ווערטער "וזה ענין של רוח הקודש שראה מה הגיע אלינו בעיקבא דמשיחא".   אויפן עתיקים ליציטאציע

    < זעה מער י אלול תשפ"ג 📝
  • גרויס פרייד צום שידוך שליסן אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א

    אנשי שלומינו זענען פרייליך מיט די בשורה אז דער ראש ישיבה שליט"א האט א שידוך געטון מיט זיין חשובע זון ני"ו, דער חתן איז הבחור החשוב שמעון ני"ו, אין די כלה תחי' איז די טאכטער פון מוה"ר אברהם משה שטראסער שליט"א, מנהל מוסדות היכל הקודש. &nbsp; דער חתן איז פון די חשובע תלמידים אין ישיבה, וואו ער האט אויסגענוצט זיינע בחור'ישע יארן על התורה ועל העבודה. ער איז באליבט ביי אלע בחורים אין ישיבה מיט זיינע מדות טובות, ער איז באקאנט מיט זיין התמדת התורה, אויסער די שיעורי הישיבה האט ער זוכה געווען צו ענדיגן פאר זיך צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, ער האט זוכה געווען מסיים צו זיין ש"ס, און נאך פילע שיעורים. ווי אויך איז ער א גרויסע מפיץ, וואס האט שוין פארשפרייט טויזנטער ספרים און קונטרסים פון הייליגן רבי'ן, און מקרב געווען פילע אידן צום אייבערשטן מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן. די כלה תחי' איז א תלמידה פון "בית פיגא", וואו זי איז באקאנט מיט אירע מדות טובות און יראת שמים. &nbsp; אנשי שלומינו בפרט און אידן איבער די גאנצע וועלט בכלל, פרייען זיך מיט מיט די שמחה אין שטוב פון ראש ישיבה שליט"א, ווי באקאנט פאר יעדן וויפיל דער ראש ישיבה שליט"א האט שוין אזויפיל ארויסגעהאלפן אידישע קינדער איבעראל מיט די געוואלדיגע דרשות און חיזוק, וואס ער געבט איבער די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, לויט ווי מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע, אויף די היינטיגע שפראך, אויפ'ן היינטיגן פארנעם, אז יעדער איד, אין סיי וועלכע מצב ער איז, זאל זיך קענען אן עצה געבן אין לעבן, און זאל קענען זיין נאנט צום אייבערשטן. &nbsp; זאל דער אייבערשטער העלפן דער ראש ישיבה און אלע מחותנים זאלן זען פיל אידיש נחת פון אלע קינדער, עס זאל זיין א קשר של קימא און א בנין עדי עד, מיט דורות ישרים ומבורכים. &nbsp; נעכטן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים-ווארט-תנאים בראשית פון די מחותנים און די חשובע זיידעס אין שטוב פונעם מחותן, ווי אנשי שלומינו קרובים און גוטע פריינט זענען אריבערגעקומען און האבן געווינטשן און זיך מיטגעפריידט מיט די גרויסע שמחה. &nbsp; &nbsp; סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל אמן &nbsp;

    < זעה מער ז אלול תשפ"ג 📝
  • וואַגנער פירער יעווגאַני פריגאָזשען אומגעקומען אין עראפלאן קראך

    די לעצטע צייט האט די וועלט כסדר געהערט פונעם קוראיזן רוסישער פארשוין יעווגאני פריגאזשען. "פריגאזשען זאגט", "פריגאזשען טענה'ט", "פריגאשען האט איינגענומען." ער איז כסדר געווען אין די נייעס. &nbsp; ווער איז ער, און וואס איז זיין געשיכטע? פריגאשזען האט אנגעהויבן זיין קאריערע אלץ א פשוט'ע קעכער אין א רייכע רעסטוראנט, וואו ווילאדמיר פוטין פלעגט גלייכן צו קומען עסן, דער פריגאשען האט זיך שטארק גע'חנפ'עט צו פוטינען און זענען געווארט שטארק באפריינדעט. זייער פריינטשאפט איז נאר געווארן שטערקער און שטערקער מיט די צייט, פוטין האט פון זיין זייט זיכער געמאכט גרויס און רייך צו מאכן זיין פריינט, ער האט אים צוגעטיילט פעטע קאנטראקטן פון די רעגירונג, און ווען פוטין האט געזוכט א פאסיגע מענטש איבערצונעמען דעם פריוואטן מיליטערישע גרופע "וואגנער", האט ער עס צוגעטיילט צו זיין געשוואוירענע פריינט יעווגאני פריגאשען. &nbsp; פון די אנדערע זייט האט פריגאשען געטריי געדינט זיין אויבערהאר, און האט ערפילט די רוסישע אינטערעסן און אויסגעפירט פוטינ'ס באפעלן אין פילע לענדער און קאנטינענטן. פילע אטענטאטן אויף פוטין פיינט וועלכע זענען "געפלויגן פון די פענסטער" ווערן צוגעשריבן צו אים, אזוי אויך דער רוסישער אינוואזיע אויף אוקראינע און יאר תשע"ד ווערט געקרעדיט צו זיין וואגנער גרופע. &nbsp; דאס איז געווען איבערהויפט צוליב וואס רוסלאנד האט דאן געדארפט שפילן כאילו עס האט גארנישט מיט אים, עס איז פשוט אן אויפשטאנד פון לאקאלע אוקראינע בירגער וועלכע זענען אומצופרידן און דרייען איבער. פאר דעם איז די וואגנער גרופע געווען ממש צוגעפאסט, צוליב וואס זיי זענען א ציווילע און פריוואטע מיליטערישע גרופע. &nbsp; די הויכפונקט פון דעם יעוונגאני איז בלי ספק געווען זיין חדשים לאנגע קאמף איינצונעמען דעם שטעטל באכמוט, ווען די וואגנער קעמפער האבן דארט געקעמפט מיט ציין און נעגל, אבער דאס איז אויך געווען די אנהויב פון זיין שנעלע ענדע. די שווערע קאמפן האבן איבערגעלאזט זיין גרופע צוביילט און צוקלאפט, און נישט האבנדיג וועם צו באשוליגן האט פריגאזשען כסדר זיך געלזאט העכער און העכער מיט אפענע און בייסיגע קריטיק קעגן דעם מיליטערישע פירער שייגא. ביז עס האט זיך דערקייקעלט צו א פולשטענדיגע אויפשטאנד קעגן די מיליטערישע פירער, וואס פוטין האט כלומר'שט צום סוף מוחל געווען ווען פריגאזשען מיט זיין באנדע האבן זיך אוועקגעדרייט פון מאסקווע און אנטרינען קיין בעלארוס. &nbsp; פוטין אבער געווארט אויפן טאג ווען ער וועט קענען נקמה נעמען, און ווי עס שיינט האט ער יעצט געטראפן זיין געלעגענהייט, ווען פריגאזשען איז ארויף אויף זיין פריוואטע פליגער, האט די רוסישע רעגירונג - לויט די ערשטער באריכטן - באשאסן דעם פליגער מיט אנטי עירקרעפט מיסלס, און דערמיט אומגעברענגט דעם פריגאזשען מיט אלע אנדערע מיטרייזענדע. &nbsp; דאס איז א קלאסישער ביישפיל פון וואס חז"ל זאגן אונז אין מסכת אבות "עַל דַּאֲטֵפְתְּ אַטְפוּךְ וְסוֹף מְטַיְּפַיִךְ יְטוּפוּן", "דו ביסט דערטראנקען געווארן, ווייל דו האסט א צווייטן דערטראנקען, און די וואס האבן דיר דערטראנקען וועלן אויך דערטראנקען ווערן". דער ראש ישיבה זאגט אונז כסדר אז דיין בעל הבית הייסט דיר טשעפען א צווייטן, רודפ'ן א צווייטן זאג אים "דאס וועל איך לאזן פאר דיר", און אויב דו מיינסט אז עס איז הפקר וועלט, דו וועסט ווארפן מענטשן, וועט נישט לאנג נעמען און דו וועסט אליינס געווארפן ווערן. &nbsp; נאך מער זעט מען פון די פרשה די אמת'ע באדייט פון "חברים. אסאך וועלן זיך שווערן "איך האב אן אמת'ע חבר", און מען געבט אוועק פאר'ן חבר ביידע וועלטן, מען פארברענגט מיט חברים, מען איז מנדב נאכטמאלס פאר די חברים, און ווען די ווייב בעט געלט פאר א גוי'טע שרייט מען "דו עסט מיר אויף מיין געלט!". מוהרא"ש פלעגט זאגן, "א מענטש אויף דער וועלט איז גענצליך אליינס, מען האט נאר דעם אויבערשטן. נאר אויף אים קען מען זיך פארלאזן. אבער אויב איז דא א חבר איז עס נאר די ווייב, ווייל א חבר איז נאר א חבר ווען ער דארף דיר האבן, אבער אין די רגע עס וועט אים אויסקומען בעסער, וועט ער זיין דער ערשטער דיר צו באגראבן." &nbsp; דא ביי די פרשה פון פריגאזשען שיינט עס ארויס. פריגזשען מיט פוטין זענען געווען צוויי מערסט געטרויבארע חברים, פוטין האט אים געטרויעט מיט אלעמען, און פריגאזשען האט אים געדינט ווי א קנעכט. אבער ווען עס האט אים געלוינט, איז פריגאזשען פלוצלינג גרייט געווען אראפ צו ווארפן פוטין, און ווען פוטין האט געהאט א שאנס, האט ער אן קיין צעגערייען אומגעברענגט זיין בעסטן חבר.

    < זעה מער ו אלול תשפ"ג 📝
  • אסיפה פון אלע גבאים פון די בתי מדרשים היכל הקודש אין שטעטל

    אין א זעלטענע מאורע האט דער ראש ישיבה צוזאם גערופן די גבאים פון די פילע שולן פון היכל הקודש ברסלב אין קרית ברסלב ליבערטי פארגאנגענעם דינסטאג ראה העעל"ט צו אן אסיפה צו זיך אין שטוב. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן הדרכה און עצות פאר אלע גבאים, און האט געזאגט עטליכע נקודות וואס ער וויל אראפשטעלן אין אלע שולן. &nbsp; די ערשטע זאך האט דער ראש ישיבה געזאגט וויל ער אז אלע מתפללים זאלן שפירן א חלק פונעם בית המדרש, דערפאר איז וויכטיג אז יעדע מתפלל זאלן האבן עפעס וואס ער געט ער צו פארן בית המדרש, צי זאל דאס זיין מיטן צושטעלן קידוש שבת אינדערפרי נאכן דאווענען אדער זאל מען צושטלען שלש סעודות, איינער קענען נעמען דאס וואשן און אויפהאלטן דעם בית המדרש, און אן אנדערער קען זיכער מאכן אז עס איז דא קאווע און אלע צוגעהערן אין בית המדרש, און אזוי ווייטער. דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן אז מען זאל אריינעמען יעדן איינעם אינעם בילד, און אזוי קען זיך פירן א בית המדרש מיט א געוואלדיגע אחדות און שלום. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער קען ארויסהעלפן די בתי מדרשים אין שטעטל אויב זיי מוטשען זיך מיט דעקן די קאסטן. די בעסטע זאך איז מען זאל דאס דעקן צווישן די מתפללים, יעדער ברענגט איין זאך און אזוי איז יעדע זאך מסודר, אבער אויב בלייבט נאכאלץ איבער א דעפיציט זאל מען זיך ווענדן צו די גבאים מו&rdquo;ה אברהם הערש וועבערמאן הי&rdquo;ו און מו&rdquo;ה אברהם יושע וועבערמאן הי&rdquo;ו וואס זיי וועלן זען עס זאל ווערן געדעקט מיט&rsquo;ן אייבערשטנ&rsquo;ס הילף על צד היותר טוב. &nbsp; ביים סוף האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט &ldquo;אין שטעטל וועלן נאך זיין טויזענטער משפחות, אבער נאר אויב מען וועט זיך ליב האבן וועט מען קענען מצליח זיין&rdquo;. &nbsp; מען קען הערן דעם גאנצן אסיפה אויף קול ברסלב 212-444-911 דערנאך 1-2-1

    < זעה מער ה אלול תשפ"ג 📝
  • אלבום "א מופת בין איך" צו באקומען אויף יו-עס-בי

    די גריסן וואס מען הערט צוריק אויפן נייעם אלבום "א מופת בין איך" איז נישט פשוט. מען קען רעדן פון יעדע אספעקט באזונדער א גאנצע ארטיקל. די ווערטער פון די ניגונים זענען שלא מעלמא הדין, מען הערט דעם ראש ישיבה זינגען פון טיפן הארץ "באשעפער קוק מיין הארץ, מיין צובראכענע הארץ מיין צוריסענע הארץ, באשעפער איך וויל זיין גוט" און עס נעמט איבער די געפילן, און עס וועקט אויף מען זאל צוריק קומען צום אויבערשטן. די רייכע מוזיק איז אפגערעדט, די גרעסטע מבינים קענען זיך נישט איבערקומען פון די מוזיקאלישע קונסט וואס די פראדוצירערע האבן אראפ געלייגט, די גיטארס, די קיבארדס, די דראמס און אזוי ווייטער זענען אויסערגעווענליך געשמאק צו הערן. די זעלבע הערט מען ווי מען באוואונדערט די קלארע קריספי רעקארדינג און מיקס, ווי אלע קולות פון די זינגערס, די מוזיק אלעס הערט זיך שארף קלאר און געשמאק, ווער רעדט נאך ווען ר' חיים מאיר קומט אריין מיט זיינע קונצליכע און זאכליכע גראמען וואס נעמען ארויס די צוהערער פון די גלייזן. &nbsp; די אלבום איז צוכאפט געווארן פונעם ציבור מיט א געוואלדיגע פרייד, אבער מען האט געהאט איין קאמפלעין. גאר אסאך האבן זיך אפגערעדט אז היינט קען מען נאר הערן אן אלבום דורך יו-עס-בי. מען האט געטענה'ט אז סידיס איז א פראדוקט פון די פארגאנגעהייט "ווער האט נאך היינט א סידי פלעיער?" האט מען פארגעהאלטן די מפיצים. דער קרן הדפסה האט זיך טאקע צוגעהערט צום בקשה, און צוליב די טייערע פרייז וואס עס קאסט צו פראדוצירן האט מען האט געלאזט ערצייגן א באגרענציטע צאל יו-עס-בי'ס וואס מען קען שוין קויפן אויפן וועבסייט פאר א צוגענגליכענע פרייז, וכל הקודם זכה.&nbsp; &nbsp; דא איז אויך דאס פלאץ צו מעלדן די מפיצים אז זיי קענען עס קויפן פאר האלסיעל פרייזן, ביטע זיך ווענדן טעלעפאניש צום קרן הדפסה. &nbsp; 🎼 א מופת בין איך אויף יו-עס-בי

    < זעה מער ד אלול תשפ"ג 📝
  • קביעות מזוזה ביים נייעם בית המדרש "היכל הקודש ירושלים" אין קרית ברסלב

    א הערליכע קביעות מזוזה און סעודת לחיים איז פארגעקומען פארגאנגענעם מאנטאג עקב, אינעם נייעם בית המדרש היכל הקודש ירושלים אין קרית ברסלב. &nbsp; דער בית המדרש איז שוין דעם זיבעטן בית המדרש אין שטעטל, עס געפונט זיך ביים נייעם גאס אין שטעטל אויף די ירושלים גאס, וואס איז יעצט געענדיגט געווארן, און פרישע משפחות האבן זיך שוין אנגעהויבן דארט אריין אריינציען בשעה טובה ומצלחת. &nbsp; דער נייע ירושלים גאס איז ספעציעל געבויעט געווארן פאר רענטלס, ווי פרישע קאפלס וועלן זיך קענען אריינציען נאך די חתונה אין רעדי פורניטשד דירות. &nbsp; די דירות זענען געבויעט געווארן דורכן בויער אין שטעטל מו&rdquo;ה אברהם שבתי מזרחי הי&rdquo;ו, ביי איינס פון די בנינים האט מען אהערגעשטעלט ביים ערשטן שטאק עס זאל זיין געווידמעט פארן בית המדרש היכל הקודש ירושלים, עס איז נתנדב געווארן דורך ר&rsquo; שבתי נרו יאיר, וואס האט דאס געבויעט און עס נתנדב געווען. &nbsp; פארגאנגענעם מאנטאג איז פארגעקומען די קביעת מזוזה, ווי מען האט באנייט דעם בית המדרש, און עס גייט אנהייב צו ווערן געניצט פארן יעדען שבת בעזרת השם. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געשטעלט דריי גבאים, דאס איז מו&rdquo;ה הערשל בוים הי&rdquo;ו, מו&rdquo;ה ישראל יוסף שניטצלער הי&rdquo;ו און מו&rdquo;ה לייב אפפעל הי&rdquo;ו. &nbsp; ביים קביעת מזוזה האט דער ראש ישיבה גאר שיין ארומגערעדט פונעם נדבן הבית המדרש מו&rdquo;ה שבתי הי&rdquo;ו וואס העלפט שוין אזויפיל יארן דעם הייליגן פלאץ וואו עס פעלט זיך נאר אויס, ובפרט האט ער ארויסגעהאלפן יעדן יאר זומער אין קאנטרי, אזוי אויך ווען מען האט געבויעט די ישיבה האט ער געבויעט דעם בנין מיט מסירת נפש, אפילו עס איז נישט געווען פון וואו צו באצאלן, דאך האט ער ווייטער געארבעט ווייטער געטריי, און מוהרא&rdquo;ש זי&rdquo;ע האט אים דעמאלט געזאגט: &ldquo;איך קען דיר נישט זאגן זאל בלייבן ארבעטן, אבער אויב וועסטו בלייבן ווארט דיר שיינע זאכן&rdquo;, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז די שיינע זאכן האלט נאך אינמיטן קומען, דאס וועט מען זען ווען מען וועט אנהייבן חתונה מאכן די קינדער און זען פון זיי נחת איינס ביי איינס. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די בחורים: לערנט ענק אויס פון שבתי צוויי זאכן, איינס וויאזוי ער גייט אן מיט אזא שטארקייט און א גדלות המוחין אפילו ער האט נישט קיין געלט, און צווייטנס צו טון גוטע זאכן מיט די געלט. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה פארציילט אז ער געדענקט א מעשה וואס גייט נישט ארויס פון זיין קאפ, איינע פון די יארן אין קאנטרי איז ער געזיצן שפעט ביינאכט מיט די בחורים, און שבתי קומט אריין מיט א פעקל ספרים, איך פרעג שבתי פארוואס ער גייט נישט שלאפן, זאגט ער מיר אז ער דארף נאך ענדיגן זיינע שיעורים כסדרן, דאס איז אונזער רייכטם, די שיעורים כסדרן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט: אלע פרעגן, &lsquo;ווי אזוי בויט מען די שטעטל אזוי שיין און שנעל?&rsquo; &lsquo;ווי אזוי איז מען מצליח אז ביי די פערטע יאר זאלן מען שוין האבן זיבן שול&rsquo;ן און מקוואות?&rsquo; דער ענטפער איז, דער רבי לערנט אונז אויס די סודות פון הצלחה. דער ערשטער סוד איז &lsquo;תפילה והתבודדות&rsquo;, נאך א סוד &lsquo;נישט מאכן קיין עסק פון מענטשן און פון געלט&rsquo;, ווייל קיינער קען נישט העלפן, נאר דער אייבערשטער - ער העלפט, ער טוט אלעס און מאכט אלעס, צו אים דארף מען האפן און פון אים דארף מען טראכטן.

    < זעה מער ג אלול תשפ"ג 📝
  • ווילדע פייערן פארברענען די שטאט מאווי אין האוואי

    טויזנטע איינוואוינער אויפן אינזל מאווי זענען געבליבן היימלאז, טויזנטער הייזער ביזנעסער זענען ארויף מיטן רויך, רעזידענטן פונעם אינזל פארציילן ווי דער פייער איז פלוצלים אנגעקומען, און ווי זיי האבן זיך ממש געפלאגט צו אנטלויפן פון די פלאמען וועלכע זענען געטריבן געווארן פון די שטרומישע שטארקע ווינטן וועלכע האבן דאן געבלאזן. &nbsp; דער פייער האט אומגעברענגט אמווייניגסטענס 100 מענטשן, און האט איבערגעלאזט צענדליכע טויזנטע היימלאז, און נאך הונדערטע ווערן נאך געזוכט. די רעגירונג זאגט אז דאס איז די מערסט טויטליכסטע ווילדע פייער אין די היסטאריע פון די סטיעט. דער פייער האט איבערגעלאזט א שרעקליכע חורבן אין די גאנצע שטאט, און די שאדענס ווערן ערווארטעט צו גרייכן אין די הויכע מיליאנען. &nbsp; דער פייער איז געלאפן אויפן באפעל פונעם אויבערשטן אן קיין פארשטענדליכע סדר, עס האט טיילמאל איבערגעשפרינגען א הויז דא, א גאס דארט, און דערנאך זיך ווייטער פארשפרייט און אויפגעגעסן אלעס וואס איז געקומען אינטער אירע הענט. דער אידישער שול מיט די ספרי תורה איז בחסדי ה' אפגעשוינט געווארן, אבער ליידער זענען דא זייער אסאך אידן צווישן די וואס האבן פארלוירן זייער גאנצע האב און גוטס, און אויך צווישן די אומגעקומענע ציילן זיך עטליכע אידן. &nbsp; דער אומגליק וואס איז געקומען זייער נאנט צום הייליגן יום טוב ראש השנה דערמאנט אונז דער פיוט וואס מיר זאגן מיט א מורא'דיגע פארכט אין די הייליגע טעג, "ונתנה תוקף קדושת היום, כי הוא נורא ואיום...", ווי מיר וועלן דארט ארויסברענגען אז אין די הייליגן טעג פארשרייבט דער רבונו של עולם וואס עס וועט דורכגיין בפרטי פרטיות אויף יעדעם איינעם באזונדער, ווי מיר וועלן זינגען "מי, מי, במים... ומי, ומי, באש..." ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן פארוואס גייט דער נוסח "מי, מי..." "ומי, ומי..."? וויייל צווישן די ווערטער ווערט אריינגערעכענט נאך פילע מצבים געשמאקע און שווערע וואס מען שרייבט יעצט אן פארן מענטש פארן קומענדיגן יאר. &nbsp; ווען מען קוקט צוריק אויפן פארגאנגענעם יאר און מען זעט וואס מען איז אלץ דורך, קען מען טראכטן "ווען איך וואלט געוויסט וואס איך וועלן דארפן דורכגיין וואלט איך אסאך בעסער געבעטן, איך וועלט געטון מער מצוות און מעשים טובים, און געטון אלעס אויף דער וועלט אפצושרייען די שווערע גזרות". &nbsp; מיט אויבערשטענ'ס הילף גרייטן מיר זיך אין די טעג צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, מיר גרייטן זיך אן מיט קאפיטלעך תהלים, אסאך תפילות, און מעשים טובים, און מיר וועלן קומען צום הייליגן רבין וואס האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר אלע וואס וועלן קומען צו אים אויף ראש השנה קיין אומאן, און דערפאר קוקן מיר נישט אויף גארנישט און מיר פאלגן דעם הייליגן רבין, און מיר וועלן זיך באטייליגן ביים הייליגן קיבוץ אויף ראש השנה, און מיר וועלן פועלן א גוט געבענטשט יאר פאר זיך, פאר די קינדער, פאר די ווייב און פאר גאנץ כלל ישראל.

    < זעה מער ל אב תשפ"ג 📝
  • ברסלב סענטער צייכענט אפ פינף טויזנטסטער בריוו פון ראש ישיבה שליט"א

    באמת איז יעדע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אן אומאפשאצבארע אוצר, און וואלט פארדינט א באזונדערע נייעס אויפן וועבסייט, און ווען מיר וואלטן אזוי געטון וואלטן היינט געווען די העדליינס פון ברסלב סענטער "ראש ישיבה ראטעוועט אידישע שטוב פון ווערן צובראכן", "מען זוכט א פרישע בנין פאר די מוסדות", "דער ראש ישיבה גיבט עצה וויאזוי צו בעטן צדקה", "דער ראש ישיבה זאגט מכבד זיין שווער איז מסוגל צו ערליכע דורות", און אזוי ווייטער, און דארנאך וואלט געקומען א שיינע אפהאנדלונג איבער דעם שיינע מתנות וואס מיר קענען ארויסנעמען פון יעדע בריוו באזונדער. אזוי וואלט געדארפט זיין, אבער אפילו מיר קענען דאס נישט באווייזן, דארפן מיר זיך כאטש אפשטעלן פאר א מינוט, לכל הפחות ווען מען צייכענט אפ א "רינדעכיגע נומער". &nbsp; מיט עטליכע טעג צוריק האבן די בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אריבערגעשפרייזט דעם אומגלויבליכן ציפער פון "פינף טויזנט". דאס איז אויסער די איבער אכצן הונדערט אנדערע בריוו פון די שאלות ותשובות, און די הונדערטער מכתב יומי בריוו. די בריוו רעדן פון יעדן נושא וואס איר קענט נאר טראכטן, און וואס וועט איך אפילו נישט בייפאלן, שווערע טויזנטער אידן אין אלע סארטן מצבים שרייבן פאר ראש ישיבה שליט"א זייערע ספיקות און בלבולים, וויסענדיג אז דער ראש ישיבה שליט"א איז דער אדרעס ווי מען קען פרעגן אן דעם וואס מען וועט אים פארשעמען, מען זעט דער ראש ישיבה שליט"א ווי דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך אראפ צו יעדעמ'ס מח, צו יעדעמ'ס צומישעניש און קלארט אויס די שאלות מיט א געוואלדיגע קלארקייט, אלעס על פי דרך התורה, אויפן וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; אין די בריוו לייגט ער אריין האפענונג אין אידישע קינדער, און דערמאנט זיי ווי גרויס די רחמנות פון אויבערשטן איז, זאל זיין ווער זאל זיין, און נישט קיין חילוק וויפיל מען איז שוין דורכגעפאלן אין לעבן ברוחניות צי בגשמיות קען מען זיך נאך אלץ אויפהייבן און אנהייבן פון פריש, און דער אויבערשטער איז אלץ גרייט און ווארט פאר דיר, ער בענקט זיך נאך דיר, ער וויל זאלסט עפענען דיין מויל און אים זאגן אפילו נאר איין ווארט "טאטע". &nbsp; דער ראש ישיבה געבט א וועג פאר אלעמען צו לערנען, סיי פארן למדן, סיי פארן כולל אינגערמאן, און סיי פארן ארבעטער, פאר'ן בחור אין ישיבה, פאר'ן חסיד, פארן ליטווישער, סיי פארן אונגארישער, פאר'ן פולישער, פארן ספרדישן איד און פארן תימנער איד. די תורה איז פאר גאנץ כלל ישראל. אידן זענען צובראכן, זיי מיינען אז די תורה איז נישט פאר זיי, אבער דער ראש ישיבה שליט"א חזר'ט כסדר מיט אין די שיחה פון הייליגן רבין אין סימן ע"ו אז זאגן תורה איז לערנען. און אויף דעם וועג האבן שוין טויזנטער אידן זיך צוריק געקערט צו די תורה, און צום אויבערשטן. &nbsp; די זעלבע זאך טרעפט דער ראש ישיבה שליט"א א וועג צו מאכן שלום צווישן מאן און ווייב, עצות פאר טאטעס און מחנכים, לייגט אריין אמונה אין אידישע קינדער, דערמאנט איז די חשיבות פון די אזוי גערופענע "פשוטע" מצוות ווי שבת תפילין בארד און פיאות, און אזוי ווייטער, וואס איז אוממעגליך אין איין קורצע נייעס אפילו נאר אנצורירן די נושאים אפילו נאר אויפן שפיץ גאפל. &nbsp; דערפאר איז דא די פלאץ צו מכיר טוב זיין דעם אויבערשטן אויף זיין גרויסע חסד אז דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך אראפ צו אונז און געבט אונז לופט צום אטעמען. &nbsp; אשרינו מה טוב חלקינו

    < זעה מער כט אב תשפ"ג 📝
  • נייע גאר נוצליך קונטרס "הלימוד היומי" ערשיינט וועכענטליך

    דער גרויסער מפיץ מו"ה אלחנן זויבערמאן הי"ו פון צפת געבט ארויס יעדע וואך א הערליכע קונטרס וואס ער האט א נאמען געגעבן "הלימוד היומי" וואס כשמו כן הוא אנטהאלט אלע עיקר לימודים פאר'ן טאג וואס דער ראש ישיבה שליט"א איז אונז אלץ מחזק צו לערנען. &nbsp; עס באשטייט פונעם שוין באקאנטן קונטרס "בית נצחי" וואס רעכענט שוין אריין די בלעטער בבלי ירושלמי און תוספתא פאר'ן טאג, אין צוגאב דערצו אנטהאלט עס די גאנצע חומש פאר'ן קומענדיגן וואך מען זאל קענען מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום ווי די הלכה פארלאנגט, און ווי חז"ל זאגן אונז איז א סגולה צו אריכת ימים ושנים. אויך איז צוגעלייגט די רש"י אויף די חומש וואס איז א סגולה פאר יראת שמים. דערנאך געפונט זיך דארט די פרקים נ"ך, און רמב"ם פארן קומענדיגן וואך, וואס מיט דעם דעקט מען אלע שיעורים וואס שטייט אינעם לוח היכל הקודש צו לערנען טעגליך, אזוי אויך אינעם גליון פון היכל הקודש בייין ווינקל פון שיעורים כסדרן. &nbsp; דער מפץ מו"ה אלחנן הי"ו איז אונז מגלה אז עס קומט זיך א גרויסע דאנק פאר'ן גרויסן מפיץ מו"ה נתי לב הי"ו וואס האט דער דרוקעריי ביי זיך אין שטוב, וואס העלפט אים שטארק צו אויך צו דעם פראיעקט. &nbsp; דער קונטרס קומט שוין ארויס א שטיק צייט און אין די לעצטע וואכן, און יעצט ב"ה האט מען עס שוין אנגעויבן ארויפצולייגן יעדע סוף וואך בעז"ה אויפן ברסלב סענטער וועבסייט עס זאל זיין צו באקומען פאר כל הקהל הקודש, ארויספרינטן.&nbsp; &nbsp; עס וועט זייער צוניץ קומען פאר אלע אנשי שלומינו, אבער בפרט וועט עס זיין א געוואלדיגע הילף פאר ארבייטער אדער רייזענדע וואס קענען נישט שלעפן קיין גאנצע פעק מיט ספרים, וועלן מיט דעם איינעם ספר שוין האבן פון זיך די בבלי, ירושלמי, תוסתפא, חומש תרגום מיט רש"י, נ"ך, און רבמ"ם פאר טאג, וואס דאס איז די וויכטיגסטע צדה לדרך מיט צונעמען אלץ שמירה פון אלע מרעין בישין, און די בעסטע סגולה פאר הצלחה. &nbsp; יעצט ווען מיר אלע גרייטן זיך צו פארן צום הייליגן רבין אויף אומאן איז א געוואלדיגע געלעגענהייט מען זאל עס אויספרובירן און זען ווי געשמאק און זיס די תורה פון אויבערשטן איז. 📌 דער נייער קונטרס "הלימוד היומי" צו דאונלאודן

    < זעה מער כט אב תשפ"ג 📝
  • געהויבענע ברית ביי אייניקל פון ראש ישיבה שליט"א

    היינט איז געווען די ברית פון אן אייניקל פון ראש ישיבה שליט"א ביי א זון פון זיין איידעם הר"ר נתנאל שליט"א. דער זיידע הרב ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א איז געווען דער סנדק, דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט די ברכות און געגעבן דעם נאמען 'יחזקאל', נאכן זיידן דער קארלסבורגער רב זכרונו לברכה. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט ביי די סעודה וואס ער האט געהערט פון מוהרא"ש זי"ע, מען ווינטשט: "כשם שנכנס לברית, כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים", 'כשם' מיטן נאמען וואס מען האט געגעבן פארן קינד - ביים ברית, 'כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים' - דאס זאל אים העלפן צו לערנען און דאווענען; אזוי ווי דער הייליגער רבי אלימלך פון ליזענסק זכותו יגן עלינו זאגט (נועם אלימלך, במדבר) א נאמען נאך א צדיק העלפט, אז דער מענטש זאל אויך זיין א צדיק, ווייל דאס וועקט אויף די ליכטיגקייט פונעם צדיק אויבן אין הימל. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט א מורא'דיגע מעשה וואס ער האב געהערט פון מוהרא"ש, דער גרויסער גאון רבי שלמה קלוגער זכר צדיק לברכה איז געווען אמאל ביי א ברית, און מען האט זיך דארט זייער פארזוימט, האט ער געפרעגט: "וואס ווארט מען?" האט מען אים געזאגט אז דער טאטע פונעם קינד גוסס'ט און מען ווארט אז דער טאטע פונעם קינד זאל שטארבן, מען זאל קענען געבן א נאמען פארן קינד נאך זיין טאטע. האט דער גרויסער גאון געזאגט: "איך פארשטיי נישט וואס מיט ענק גייט פאר, מאכט שוין דעם ברית, אזוי וועט אליהו הנביא קומען צו גיין און מען וועט אויסבעטן פאר די חולה ער זאל האבן א רפואה שלימה", וכך הוה, מען האט געמאכט די ברית און מען האט גע'פועל'ט א רפואה פארן טאטן פונעם רך הנימול, ביז דריי טעג איז ער שוין געגאנגען אויף זיינע פיס; זעט מען דאס גרויסקייט פון זיין ביי א ברית. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט ווייטער געזאגט אז אליהו הנביא קומט צו יעדן ברית און מען קען פועל'ן גרויסע ישועות, און אלע וואס זענען ביים ברית - איז מען מוחל אלע עבירות. אפילו מען זעט נישט אליהו הנביא, דארף מען וויסן - אז גלייבן איז מער ווי זען, אז מען גלייבט אז אליהו הנביא געפינט זיך ביי א ברית איז דאס נאכמער ווי זען. מוהרא"ש האט דערציילט, דער הייליגער נודע ביהודה זכותו יגן עלינו האט איינמאל פסח ביים סדר נאך 'שפוך חמתך' - אראפבאגלייט ביזן גאס אליהו הנביא און אים באגריסט: "גוט יום טוב!" ווען ער איז צוריק געקומען צום סדר האט ער געזאגט: "איר מיינט איך האב געזען אליהו הנביא, דעריבער בין איך געגאנגען באגלייטן? איך וועל ענק זאגן, איך האב אים נישט געזען און דאך בין איך געגאנגען באגלייטן, ווייל איך גלייב אז ער איז דא, און גלייבן איז נאך מער פון זען". &nbsp; דער זיידע קארלסבורגער רב שליט"א האט זיך באטייליגט מריחוק מקום וקירוב הלב זייענדיג אין מירון ביי רבי שמעון בר יוחאי. וואו ער וויילט אלע יארן פון נאך תשעה באב ביז א' סליחות, און גרייט זיך דארט פאר די הייליגע טעג. מען האט אויך געהערט פאסיגע ווערטער פון די אנדערע זיידעס און עלטער זיידעס שליט"א הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א, הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א און הר"ר יואל פארקאש שליט"א וואס האבן געזאגט פאסיגע דברי תורה וברכה. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן, זה הקטן גדול יהי', כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים, און אלע זאלן זען ישועות און רפואות.

    < זעה מער כח אב תשפ"ג 📝
  • אינטערוויו מיט'ן סאטמארן משב"ק הרה"ח הישיש ר' יואליש גאנץ שליט"א

    לכבוד כ"ו אב, די יארצייט פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע איז ארויף א גאר אינהאלטספולע אינטערוויו מיט איינע פון די סאטמארע חסידים פון פריערדיגן דור הרה"ח הישיש ר' יואליש גאנץ שליט"א, וואס איז לאנגע יארן געווען א בן בית ביים רבין זי"ע און זוכה געווען צו משמש זיין דעם צדיק פילע יארן, ווי ער פארציילט פארשידענע גאר אינטערעסאנטע עובדות וואס ער האט אליינס מיטגעלעבט, און ברענגט ארויס זיין גרויסע התקשרות צום צדיק, און וויאזוי מיר קענען זיך אפלערנען פון אים און גיין אין זיינע הייליגע דרכים. &nbsp; דער אינטערוויו ווערט געפירט דורך הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א פון קרית יואל וואס פירט עס אן בטוב טעם ודעת, און ווערט געענטפערט דורך הרה"ח ר' יואליש שליט"א וואס לייגט אראפ די עובדות מיט א באזונדערע חן און געשמאק מיט א טעם זקנים וואס לוינט זיך אויסצוהערן. &nbsp; מען קען עס הערן אויף קול ברסלב 212-444-9191 (אדער 845-351-0910 / ארץ ישראל 0797040066 / ענגלאנד 03303502361&nbsp; / קאנאדא 438-300-8080&nbsp; / בעלגיע 3235003461 / ארגענטינא&nbsp; 1152354370) פאר די אינטערוויוס דרוקט מען&nbsp; / 1 / 4 / 2 פון די מעין מעניו, דער אינטערוויו פון הרה"ח ר' יואליש גאנץ שליט"א איז נומער 375. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם

    < זעה מער כח אב תשפ"ג 📝
  • סיום מסכת גיטין והתחלת מס' קידושין

    א גרויסע שמחה הערשט ביי אלע אנשי שלומינו דעם היינטיגן טאג מאנטאג פרשת שופטים, מען דאנקט דעם אויבערשטן שהחיינו וקיימנו אז מען האט זוכה געווען אז מען האט מסיים געווען און אריינגענומען אין זיך נאך א גאנצע מסכת, מען האט זוכה געווען&nbsp; אז פאר ניינציג טעג האט מען יעדן טאג געלערענט א דף&nbsp; גמרא. און ווי אביי בארימט זיך אין מסכת שבת (קי"ח ע"ב) "אמר אביי, תיתי לי דכי חזינא צורבא מרבנן דשלים מסכתיה עבידנא יומא טבא לרבנן" אז ווען א תלמיד האט מסיים געווען א מסכת האט ער געמאכט א יום טוב פאר די תלמידים, וועלן אנשי שלומינו מאכן א יום טוב יעדער ביי זיך אין שטוב, אריינעמען די ווייב און קינדער אין די גרויסע שמחה, אריינברענגען אין שטוב א ליבשאפט צום אויבערשטן און א ליבשאפט צו די תורה. &nbsp; לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא איז א זאך וואס מאכט פרייליך א איד, עס פילט אים אן מיט צופרידנהייט, עס מאכט געזונט א מענטש ברוחניות ובגשמיות. אויב טראכט א מענטש, "איך בין נישט געמאכט צו ענדיגן ש"ס, דאס איז אפשר געמאכט פארן רב, פארן דיין", לאמיר זען וואס רש"י לייגט צו דארט אין די גמרא, רש"י טייטשט דאס ווארט "דשלים מסכתיה - שגרסה", אז ער האט עס געזאגט, און דאס איז א זאך וואס יעדער קען בכל מצב שהוא, דאס איז איינע פון די זיסטע מתנות וואס דער רבי האט אונז געגעבן דער לעכטיגער "סדר דרך הלימוד" (עיין שיחת הר"ן סימן ע"ו) וואס דער רבי ברענגט דארט ארויס אז מען זאל לערנען זייער שנעל, און אפילו בלויז זאגן די ווערטער, ווייל מען וועט עס ממילא פארשטיין, און אויב נישט ביים ערשטן מאל, דעמאלטס וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל, און דער רבי פירט אויס "און אויב מען וועט עס בכלל נישט פארשטיין, וואס איז?" דער רבי זאגט אונז אז אויף יענער וועלט וועט מען שוין דערמאנען און פארשטיין אלעס וואס מען לערנט דא אויף דער וועלט. דערפאר דארף מען נישט קוקן צי מען האט א קאפ, צי מען האט געדולד, צי מען פארשטייט, צי מען איז טרוד, יעדער קען זוכה זיין לכתרה של תורה, און ענדיגן גאנץ ש"ס. &nbsp; ביים ראש ישיבה שליט"א האט מען נעכטן געפראוועט א שיינע סיום נאכן שיעור וואס דער ראש ישיבה לערנט פאר דעם יעדן אינדערפרי אכט אזייגער אונטן אין וואלד אונטער'ן בית המדרש אויף האשקי, א הערליכע שיעור באגלייט מיט אסאך שיינע התחזקות פאר און נאכן שיעור. דער ראש ישיבה שליט"א רופט דער פלאץ "גן עדן התחתון", זאגענדיג אז&nbsp; "ווען מ'לערנט האט מען גן עדן". &nbsp; נאכן שיעור א האט מען געפראוועט א שיינע סיום, מען האט זיך געוואשן, און דער ראש ישיבה האט גערעדט עטליכע ווערטער פון די דרך הלימוד און געזאגט אז ווער עס פרובריט עס אויס ווערט אויפגעראכטן, ער הייבט אן אויסצונוצן די צייט מיט תורה. &nbsp; 🎦 סיום ביים ראש ישיבה שליט"א &nbsp; כי הם חיינו ואורך ימינו

    < זעה מער כז אב תשפ"ג 📝
  • אומאן ראש השנה אלערטס

    שטייענדיג בלויז א חודש אפגערוקט פונעם הייליגן יום טוב ראש השנה תשפ"ד הבעל"ט, וויל דער געטרייער רייזע אגענטור "פלען-איט-רייט" דערמאנען עטליכע וויכטיגע זאכן וואס איז קריטיש וויכטיג צו קענען קומען צום הייליגן ציון אין אומאן. &nbsp; * תפילות: די ערשטע און די וויכטיגסטע זאך איז תפילה און נאכאמאל תפילה, וויפיל מאל מען רעדט פון תפילה איז נישט גענוג ווי חז"ל רעכענען עס אויס צווישן די "דברים העומדים ברומו של עולם ובני אדם מזלזלים בהם", דאס איז די העכסטע און וויכטיגסטע זאך, און איז קריטיש כדי צו קענען קומען צום רבין אויף ראש השנה. &nbsp; * פאספארט: עס איז שוין לאנג אפגעלאפן די צייט צו קענען מאכן א פאספארט אויף די פשוטע וועג, וואס נעמט יעצט לויט די סטעיט דעפארטמענט בערך דריי חדשים, און אפילו א פארשנעלערטע פאספארט נעמט בערך 2 חדשים. עס איז זייער וויכטיג צו איבערקוקן דעם פאספארט שוין היינט, און אויב באמערקט איר אז עס לויפט אפ אין ווייניגער פון זעקס חדשים פון צוריק קומען פון אומאן, זאלט איר זיך שוין פארבינדן צו אייער אגענט אין פלען איט רייט וואס וועט אייך געבן בעז"ה די אפציעס וואס מען קען נאך טון כדי צו האבן א פאספארט אין צייט. &nbsp; * טיקעט רעזערוואציע: מאכט זיכער אז אייער טיקעטס זענען גענצליך אויסגעצאלט ביז ראש חודש אלול, כדי צו קענען אנהאלטן דעם רעזערוואציע בעז"ה. נאכדעם קען מען שוין מער נישט גאראנטירן דעם טיקעט. &nbsp; * מתנה פארן רבין: אויסער תפילות גרייטן זיך אנשי שלומינו צו קומען צום הייליגן רבין מיט מתנות. עס איז דרך ארץ ווען מען קומט צו גאסט אויף א שבת אדער א יום טוב, ברענגט מען עפעס מיט א מתנה, בלומען, א נאש, א טשאקאלאד, ביי אנשי שלומינו איז דא א מנהג אז ווען מען קומט צום הייליגן רבין קיין אומאן אויף ראש השנה ברענגט מען מיט א מתנה פאר'ן רבין, איינער ברענגט א סיום משניות, א מסכת, זוהר הקדוש, דעם רבינ'ס ספרים און דאס גלייכן. דערפאר איז יעצט די צייט צו דערמאנען, אז מען זאל זיך צוגרייטן יעדן טאג צו לערנען אביסל פון דעם לימוד וואס מען וויל מסיים זיין ביים הייליגן רבין, יעצט ווען עס איז נאך דא עטליכע וואכן. פלען איט רייט איז גרייט ארויסצוהעלפן אנשי שלומינו מיט אלע רייזע געברויכן בכלליות, און בפרט אויף אומאן ראש השנה, ווי פלען איט רייט איז באקאנט אלץ דער יחיד מומחה, ווי זיי וועלן אייך צושטעלן אייערע געברויכן לויט אייער בודשעט און פארלאנג, אנגעהויבן פון פליגערס, באסעס, באנען, אינשורעס, פאספארט און אזוי ווייטער. &nbsp; ושמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלום

    < זעה מער כז אב תשפ"ג 📝
  • גרינדונג פון תלמוד תורה היכל הקודש אין בני ברק

    זה היום עשה השם נגילה ונשמחה בו, נאך דעם וואס עס גייען שוין אן מיטן איייבערשטנס הילף צוויי תלמודי תורה היכל הקדוש ארץ ישראל מיט א געוואלדיגע הצלחה, די ערשטע אין ירושלים עיה"ק און די צווייטע אין עיה"ק טבריה, האט מען מיט סייעתא דשמיא געעפענט די דריטע תלמוד תורה אין ארץ ישראל, יעצט איז געקומען די רייעם אויפן עיר התורה והחסידות בני ברק. &nbsp; דער תלמוד תורה וועט ווי די אנדערע תלמודי תורה היכל הקודש שטיין בנשיאות פונעם ראש ישיבה, וואס וועט האלטן פאר די אויגן די ציל צו לערנען מיט די קינדער פון אנשי שלומינו אין בני ברק די ריינע אמונה, אז זיי זאלן אויפוואקסן פון די פריסטע יוגענט וויסענדיג אז דער אויבערשטער איז שטענדיג מיט זיי, און מען קען אלץ אלעס בעטן פון אים. דא וועט מען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף אויפצוען תלמידים וואס וועלן ליב האבן דעם אויבערשטן, און וועלן וויסן אז דער אויבערשטער הט זיי ליב, זיי וועלן בס"ד אויפוואקסן מיט א ליבשאפט צו די תורה, א ליבשאפט צו די מצוות, און שפירן די חשיבות פון יעדע פשוטע מצווה. &nbsp; די תלמוד תורה וואס געפונט זיך אויף רחוב מרים הנביאה עפענען אירע טירן בעזרת השם די וואך דאנערשטאג פרשת שופטים א' דר"ח אלול הבעל"ט.&nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אהערגעשטעלט א געוואלדיגע געלונגענע סטעף דער געטרייער גבאי פונעם בית המדרש און בני ברק הר"ר אבא חייא רייזמאן שליט"א, הר"ר נחמן יצחק רעכניצער שליט"א, בראש פונעם מנהל הר"ר יצחק פאפענהיים שליט"א. &nbsp; די חדר האט ארויסגעשיקט בריוו צו אלע עלטערן ווי מען ערקלערט דער ציל פונעם חדר, די סדר היום ווען מען קומט און מען גייט, דער סדר הלימודים, סיי פון די אינגערע קינדער און פון די עלטערע קינדער, און אויסגעפירט מיט די ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע אינעם הייליגן ספר "אוצר חינוך הילדים" איבער די וויכטיגקייט צו ארבעטן אינאיינעם מיטן מלמד צו רעדן און איבערשמועסן מיט אים וואס דאס איז א וויכטיגע יסוד צו מצליח זיין אין חינוך פון די קינדער, און מיטן בעטן די עלטערן זאלן אריינלייגן פילע תפילות אז מען זאל טאקע מצליח זיין אין די הייליגע עבודה פון מחנך זיין ערליכע דורות אויפן וועג ווי דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערנט. &nbsp; אייערע קינדער זאלט איר מודיע זיין וואס דא האט זיך געטון (שיחות הר"ן סימן רט)

    < זעה מער כו אב תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו בעטן זיך אויס ישועות ביים ציון פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע ביומא דהילולא

    תלמידי היכל הקודש זענען נישט קיין פרעמדע געסט ביים ציון הקדוש אין קרית יואל, כמעט יעדעס מאל ווען מען גייט נאר ארויף צום הייליגן ציון זעט מען דארט אנשי שלומינו חסידי ברסלב, וואס לאזן נישט אויס קיין געלעגענהייט א גאנץ יאר, ארויפצוקומען צו דעם הייליגן פלאץ דער ציון פונעם הייליגן סאטמארן רבין זי"ע, אן ארט וואס איז מסוגל לישועות. &nbsp; דער הייליגער רבי האט אסאך גערעדט איבער די גרויסקייט פון גיין מתפלל זיין ביי קברי צדיקים. דער רבי שרייבט אין ספר המידות אז ווען מען איז מתפלל ביי א ציון פון א צדיק ווערט מען געהאלפן אפילו מען איז נישט ראוי דערצו. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע פלעגט רעדן און מעודד זיין די תלמידים וואס וואוינען אינעם הייליגן שטאט קרית יואל, און אזוי טוט אויך דער ראש ישיבה שליט"א כסדר, אז מען זאל נישט זיין קיין בטלנים, און נישט פארגעסן פונעם גרויסן אוצר וואס זיי האבן אין זייער "בעק יארד", און אלעמאל ווען מען דארף א ישועה זאל מען זיך אריבערכאפן צום הייליגן ציון און דארט בעטן דעם אייבערשטן. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט רעדן זייער גרויס איבערן הייליגן סאטמארע רבי'ן זי"ע, און פלעגט זאגן אז נאר אין זיין זכות איז געראטעוועט געווארן דאס אידישע פאלק נאכן גרויסן חורבן, מען זאל נישט חלילה פארכאפט ווערן פונעם סמ"ך מ"ם וואס האט אריינגערברענגט אין די וועלט די ציוניסטישע געדאנקען פון כחי ועוצם ידי, ער פלעגט זאגן אז עס האט געפעלט א האר אז אלע ממש זאלן פארכאפט ווערן דערפון, ווען נישט דער גרויסער צדיק דער הייליגער סאטמארער רבי זי"ע איז געשטאנען ממש איינער אליינס קעגן די גאנצע וועלט און אויסגעשריגן די ריינע אמונה, אז עס איז דא א באשעפער וואס פירט די וועלט, און מעודד געווען די צובראכענע אידן וואס זענען ארויסגעקומען נאכן וועלט מלחה און האבן אלעס אלעס פארלוירן, אז זיי זאלן נישט האבן קיין קשיות אויפן אייבערשטן. אזוי האט ער אויפגעבויעט כלל ישראל פונדאסניי, איבערגעפלאנצט די יסודות פון די פריערדיגע צדיקים אויפן טריפה'נעם אמעריקע, און אויף זיינע יסודות לאנען מיר זיך אן ביזן היינטיגן טאג ווען מען בויעט פרישע קהילות און מוסדות אין די גאנצע וועלט און בפרט אין אמעריקע. &nbsp; יעצט אין דעם געהויבנענעם טאג זעט מען ווי אנשי שלומינו נוצן אויס דעם עת רצון און קומען ארויף צום ציון אין טאג פונעם יארצייט און מען טוט וואס מוהרא"ש האט אויסגעלערענט אז ביי א ציון פון א צדיק דארף מען נישט שטופן ח"ו מענטשן און זוכן צו זיין דווקא ביים מצבה, נאר מען זוכט זיך אויס א שטילע ווינקל פון ווי מען קען זען דעם ציון און מען זאגט קאפיטלעך תהלים, און מען בעט זיך אויס בינו לבין קונו אלע בקשות אויף מאמע לשון, מיט פשוטע ווערטער. און טאקע אנשי שלומינו פארציילן גאר אסאך מופתים וואס מען פועלט ביים הייליגן ציון אין קרית יואל. &nbsp; אזוי אויך נוצן די טייערע איבערגעגעבענע מפיצים אויס דעם הייליגן טאג און זיי קומען ארויס און נעמען צוזאם געלט פאר צדקה און טיילן אויס די הייליגע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע וואס חזרט די זעלבע זאכן וואס דער הייליגער סאטמארע רבי האט געלערענט, אז מען זאל זיך קלאמערן צו די ריינע אמונה, און אז מען זאל זיך חס ושלום נישט איינרעדן קיין איין רגע אז די מדינה האט געברענגט עפעס נוצן פארן אידישן פאלק, נאר מען זאל וויסן אז די מדינה שטייט פאר איין זאך, זיי פרובירן אויסצומעקן די אמונה פון אידישע קינדער, זיי מאכן "רבנים" - אדער ווי מוהרא"ש פלעגט רופן די רבנות מטעם: "רע-בנים" - מיטן איינעם ציל אראפ צו פירן ריינע טייערע אידישע נשמות פון אידישקייט און פון אייבערשטן.די מפיצים פארציילן אז מען נעמט זיי אויף זייער שיין אין קרית יואל, מען געבט זיי צדקה מיט א ברייטע האנט, און מען נעמט די הייליגע ספרים מיט גרויס שמחה. בפרט נעמט דער ציבור דער נייער לוח ברסלב פון תשפ"ג וואס איז נארוואס ארויסגעקומען, וואס האט די טייערע ווערטער פון מוהרא"ש ביי יעדע זמן אויפצואוועקן די נשמה איבער די גרויסקייט פונעם יום טוב אדער צייט אין יאר וואס מען איז. &nbsp; תורתו מגן לנו, הוא מאירת עינינו! &nbsp;

    < זעה מער כו אב תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 661 to 675 of 1723 results

1 2 ... 42 43 44 45 46 47 48 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com