Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • די אידישע שפראך

    לינגוויסטן (שפראך מומחים) טיילן איין שפראכן אין "משפחות", איינע פון די גרעסטע שפראך משפחות זענען די "אינדאגערמאנישע" שפראכן, וואס באשטייט פון אזעלכע שפראך משפחות ווי "גערמאנישע שפראכן", וואס אנטהאלטן פילע שפראכן אריינגערעכענט ענגליש, דייטש, האלענדיש, שוועדיש, דעניש, נארוועגיש, איסלאנדיש, און אונזער באליבטע אידיש. נאך פילע שפראך משפחות געפונען זיך אונטער די אינדאגערמאנישע משפחה ווי צום ביישפיל די "ראמאנישע" משפחה (שפאניש, פראנצויזיש, איטאליעניש), די "סלאווישע" משפחה (רוסיש, פויליש, טשעכיש), און נאך.   דערפאר ווען אידיש רעדנדע באמערקן אז ווערטער אין אידיש וועלכע זענען זייער ענליך צו ענגליש, זאלן זיי נישט מאכן א טעות אז דאס איז נישט קיין אידישע ווארט, און עס א ווארט וואס איז געבארגט געווארן פון ענגליש, ווייל דאס איז זייער אסאך מאל נישט אזוי, ווייל אידיש און ענגליש זענען גאנץ נאנטע קרובים, און אין די שפראך וועלט זענען זיי גאנץ נאנט. אויסער די פילע ווערטער וואס אידיש און ענגליש זענען ממש די זעלבע ווי פינגער, גרין, מוזיק, און נאך הונדערטער זענען דא נאך טויזנטער ווערטער וואס זענען "כמעט" אייניג, ווי צום ביישפיל טרונק, הוט, נאז, נאגן, האמער, האנט, וואס די ווערטער האבן ביידע שפראכן גענומען פון דייטש.   עס איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז אידישע קינדער אין אלע דורות במשך די גלות האבן אלץ אדאפטירט די שפראך ווי זיי זענען געווען און אנטוויקעלט דערפון א שפראך אנדערש ווי די גוים פונקט ווי אונזערע רבי'ס האבן געטון מיט די דייטשע שפראך, עס איז באקאנט אז די אידן אין די אראבישע לענדער האבן געהאט אן אייגענע אראביש וואס מען האט געשריבן מיט אל"ף בית, אזוי אויך אין די שפאנישע לענדער האבן אידישע קינדער אנטוויקעלט די "לאדינא" שפראך וואס איז געווען א אידישע שפאניש, און באמת איז דאס אויך די זעלבע זאך וואס די אמוראים האבן געטון אין די צייטן פון די גמרא, ווען זיי האבן גערעדט אראמיש אבער אויף א אידישע וועג.   ביי אלע פון די אויבנדערמאנטע פעלער, טרעפט מען עטליכע זאכן וואס די שפראכן זענען געווען אנדערש ווי די גויאישע שפראך פון וואו זיי זענען געקומען, מען האט עס ארויסגעזאגט אנדערש, מען האט עס געשריבן מיט אל"ף בית, און מען האט אריינגעמישט דערין לשון הקודש.   צדיקים האבן געזאגט אז אידיש איז א הייליג שפראך ווי מען זעט פון עטליכע בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א ווי צום ביישפיל א בריוו פון פאריאר חודש טבת תשפ"ג ווי דער ראש ישיבה שליט"א דרוקט זיך אויס "איך פריי זיך זייער אז די מיידלעך וואס זענען אריינגעקומען אין שולע אן קענען אידיש - קענען שוין א גוטע אידיש, און אלע רעדן נאר די הייליגע שפראך אידיש." אזוי אויך זעט מען א בריוו פון פארגאנגענעם חודש סיון ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט "זייער גוט אז איר האט אנגעהויבן רעדן אידיש אין שטוב, אזוי וועלן די קינדער קענען די שפראך. אידיש איז א הייליגע שפראך, איז כדאי צו רעדן אין שטוב אידיש, אז די קינדער זאלן אויפוואקסן מיט די שפראך. מאכט זיך נישט צו טון פון די וואס לאכן און שפעטן; מען טוט וואס איז ריכטיג, נישט וואס די משפחה טוט."   כאטש אידיש האט א ספעציעלע חשיבות און אויך האט דער הייליגער רבי אסאך גערעדט איבער די גרויסקייט אז א מענטש זאל זיך אויסרעדן אויף זיין שפראך מיט וואס ער איז אויפגעוואקסן, זאגט דער ראש ישיבה שליט"א אז דאס מיינט נישט אז אלע מוזן רעדן צום אויבערשטן דווקא אויף אידיש, דארט ווי דער רבי האט געוואוינט האט מען טאקע גערעדט אידיש, האט דער רבי געוואלט מען זאל רעדן צום אויבערשטן אויף אידיש, ווייל ווען מען רעדט אין די שפראך וואס מען איז געוואוינט, קען מען אסאך בעסער זיך אויסדרוקן, און מען קען זיך בעסער עפענען דאס הארץ, דערפאר ווען עס קומט צו רעדן צום אויבערשטן זאל מען רעדן אין די שפראך וואס איז די מערסטע באקוועם, זאל עס זיין ענגליש, רוסיש, שפאניש, אדער סיי וואס.   און בכלל זאגט דער רבי אז לשון הקודש מיינט עפעס אנדערש וואס אסאך מיינען, מען קען רעדן אידיש אדער אפילו ענגליש און נאך אלץ רעדן לשון הקודש. דער רבי זאגט אז לשון הקודש מיינט א "הייליגע שפראך" און א איד וואס רעדט וועלכע שפראך עס זאל נאר זיין, אבער ער געבט אכטונג נאר צו רעדן הייליג און רעדט נישט קיין ניבול פה, דער רעדט לשון הקודש, אבער אויב איינער רעדט אידיש אבער ער שטעכט אנדערע, ער רעדט מיאוסע ווערטער, ער דארף תשובה טון, עס העלפט נישט אז ער רעדט אידיש.   דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן אייביג קענען היטן דאס מויל, קיינמאל נישט רעדן קיין שקר, חנופה, לשון הרע, רכילות, נאר רעדן אסאך פונעם אויבערשטן, אסאך רעדן צום אויבערשטן, און לערנען און דאווענען, וועלן מיר האבן א הייליגע שפראך.

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ד 📝
  • פילע פארכאפטע ביי כאמאס גרייטן זיך אהיים צו קומען אין די קומענדיגע טעג בעז"ה

    &nbsp; נאך וואכן פארהאנדלונגען האט דער אויבערשטער געהאלפן, און ווי עס זעט אויס זענען זיך כאמאס און מדינת ישראל דורכגעקומען אויף אן אפמאך וואס וועט העלפן אהיים ברענגען פילע משכונות פון עזה. מארגן ערב שבת קודש אינדערפרי גייט אריין א פייער אפשטעל פאר עטליכע שעה, וואס וועט פארגעזעצט ווערן מיט דעם וואס כאמאס וועט באפרייען דרייצן משכונות פרויען און קינדער, און דערנאך וועט מדינת ישראל באפרייען עטליכע צענדליגע ארעסטאנטן פון טורמע. דאס דארף צו אנהאלטן פאר לכל הפחות פיר טעג ווען יעדן טאג וועט זיין עטליכע שעה א פייער שטילשטאנד, כאמאס וועט יעדן טאג באפרייען צוועלף-דרייצן משכונות, און מדינת ישראל וועט באפרייען ארעסטאנטן, בסך הכל רעדט מען יעצט צו באפרייען פופציג משכונות פון עזה, און בערך הונדערט און פופציג ארעסטירטע וועלן ווערן באפרייט. די אפמאך לויטעט אז די שטילשטאנד קען פארלענגערט ווערן אזוי לאנג ווי כאמאס באפרייט לכל הפחות צען פארכאפטע א טאג. עס ווערט געשאצט אז צווישן די 240 משכונות געפינען זיך בערך הונדערט פרויען און קינדער. &nbsp; קאטאר וועלכע איז געווען די הויפט פארהאנדלער צווישן די צוויי זייטן זאגט אז אין די טעג וועט מען אויך צושטעלן מער הומאניטערישע ליפערונגען קיין עזה, אריינגערעכענט געזאלין, און אז זיי האפן אז דאס איז די אנפאנג פון נאך פארהאנדלונגען וואס וועט ברענגען צו באפרייען נאך פארכאפטע אין עזה. &nbsp; לויטן פלאן וועלן די משכונות געברענגט ווערן דורך די רויטע קרייץ צום גרעניץ פון עגיפטן, פון ווי זיי וועלן אהיים פליען מיט פליגער פונעם על אריש לופט פעלד אין מצרים, און א דעלעגאציע פון מצרים וועט קומען קיין מדינת ישראל אפנעמען די באפרייטע ארעסטאנטן און זיי אהיים נעמען. &nbsp; מען דארף מתפלל זיין אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן כשורה, און די פארכאפטע זאלן טאקע אהיים געלאזט ווערן, און זיי זאלן זיך קענען ערהוילן פון זייערע שרעקליכע מיטמאכענישן אין די לעצטע וואכן, און מען זאל שוין נישט הערן פון קיין רציחות און טעראר. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט זאגט אז דער סמ"ך מ"ם קריצט געפערליך מיט די ציין קעגן היכל הקודש, צוליב וואס דער סמ"ך מ"ם האט פאר זיך א מיסיע צו צוברעכן אידישע קינדער, בפרט די טייערע בחורים. דאס טוט ער דורכדעם וואס צוערשט ווארפט ער זיי אראפ אין אן עבירה, און נאכדעם זאגט ער פאר דעם מענטש ביסט שוין סייווי גארנישט ווערט, קוק וויאזוי דו זעסט אויס, קיינער דארף דיך נישט, דער אויבערשטער דארף דיך נישט, און דער סמ"ך מ"ם שפירט אז ער האט שוין פארכאפט אידישע נשמה טיף אין זיין בוזעם טאש, און אז זיי וועלן שוין קיינמאל מער נישט זיך קענען ארויסדראפענען פון זיי. פלוצלינג שפירט ער ווי איינער קומט מיט א דזשילעט און פשוט און פראסט ער שניידט אויף זיינע טאשן, עס קומט א צדיק און זאגט פאר די אידישע נשמות "הייב אן זאגן משניות", וואס דאס איז די זשילעט מיט וואס מען שניידט אויף די טאשן, דער סמ"ך מ"ם ווערט צושפרינגען, דא עמי בבית וואגסטו זיך? דו שלעפסט ארויס מענטשן וואס זענען שוין געווען טיף פארכאפט אונטער מיינע נעגל? ער הייבט אן מיט א העץ קאמפיין, "מען האט נישט געהאלטן דערפון", "די זקנים זאגן אז עס איז נישט אזוי פשוט", דא קומט דער סמ"ך מ"ם פארשטעלט אין א שיינע איד מיט א לאנגע ווייסע בארד, "וואס טוסטו דארט? דו זאגטס משניות? דו ווייסט נישט אז זיי זענען פון די סטרא אחרא?" און אזוי פרובירט ער מיט אלע מיטלען אנצוהאלטן דעם מענטש זאל חלילה נישט אנהייבן צו זאגן משניות. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז זאגן משניות גייט נישט אינאיינעם מיט עבירות, דער וואס עקשנ'ט זיך, און אפילו ער איז טיף פארכאפט ביים סמ"ך מ"ם, ער האט זיך שוין געמאכט באקוועם ביים סמ"ך מ"ם, אויב וועט ער זאגן משניות יעדן טאג, וועט אים די הייליגע תורה אויסהיילן פון זיינע עדיקשענס. אבער בתנאי מען זאל זיין אן עקשן און נישט קוקן אויף גארנישט, איך פארשטיי יא, איך פארשטיי נישט, דו האלט דיך פעסט, בינד זיך צו מיט א פעסטע שטריק צו די תורה, און די תורה וועט דיר ארויסנעמען פון די טיפסטע שאול תחתית וואס איז נאר דא. &nbsp; איין טאג וועסטו נאך באפרייט ווערן פון כאמאס, געב נישט אויף האפענונג, עס וועט קומען גוטע צייטן.

    < זעה מער י כסלו תשפ"ד 📝
  • ערשטע באנד פון ספר אשר היה אל יואל ווערט געדרוקט

    נאכדעם וואס עס איז שוין דורך כמעט א יאר פון וואס דער הערליכער גליון אשר היה אל יואל האט אנגעהויבן צו ערשיינען, האט דער בית הדפוס געמאלדן אז זיי זענען יעצט אינעם פראסעס פון דרוקן די ערשטע באנד אלץ א באזונדערע ספר. &nbsp; די ספרים און קונטרסים "אשר היה אל יואל" באשטייט פון די די דברות קודש וואס דער ראש ישיבה שליט"א לאזט הערן וועכענטליך ביי שלש סעודת, קלאר און הערליך אראפגעשריבן. אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט וועלכע האבן נישט די זכיה צו הערן די שיינע געשמאקע ווערטער פון שלש סעודות פון ראש ישיבה שליט"א ערשט האנטיג האבן דורך דעם די געלעגענהייט צו לערנען די הייליגע ווערטער פונעם ספר. &nbsp; די שלש סעודות תורה פון ראש ישיבה שליט"א וואשט אויס אידישע קינדער צום אויבערשטן, מען קומט ארויס א פרישע מענטש פעסט באשלאסן אז איך הייב אן פון פריש, זאל זיין וואס זאל זיין, דער אויבערשטער האט מיר ליב, און ווארט אויף מיר ווי א טאטע צו זיינע פארלוירענע קינדער. די תורות פון ראש ישיבה צייכענען זיך אויס מיט עצות און חיזוק אויף למעשה, זאכן וואס מען קען תיכף אפלייען צום טאג טעגליכן לעבן, און מיט דעם ווערן נאנטערן צום אויבערשטן. ווי באקאנט איז געווען דעם רבינ'ס סדר ביי די הייליגע תורות און שמועסן, אז ווען דער רבי רעדט פון א פראבלעם, וועט ער אלץ זאגן די עצה וואס מען קען טון דערצו, און די ראש ישיבה שליט"א לערט אלץ פאר ביי שלש סעודות א תורה אדער א שיחה פון הייליגן רבי'ן און ווייזט אן וויאוזי מען קען ארויסנעמען דערפון עצות צו עבודת ה'. &nbsp; דער ספר ווערט ארויסגעגעבן דורכן קרן הדפסה, וועלכע לייגט אריין גאר גרויסע כחות אז דער ספר זאל ארויסקומען שיין און בא'טעמ'ט, און ווי זיי געבן אונז איבער גייט עס בעז"ה גיין צום דרוק בערך אין א חודש פון יעצט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אויף דעם ספר אז די זעלבע הבטחה וואס מוהרא"ש האט געגעבן אז מען וועט זען זיכערע ישועות אויב מען דרוקט "אשר בנחל" גייט אויך אן ביי "עצתו אמונה" און דער ראש ישיבה שליט"א האט צוגעלייגט אז דאס איז אויך ביי "אשר היה אל יואל". די וואס ווילן קויפן א זכות אין דעם ספר פאר $500 אדער דער וואס וויל אפקויפן די זכות פון די מהודרה פאר פינף טויזענט דאלער קען זיך ווענדן צום געטרייען גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו אויף 347-578-4449.

    < זעה מער ט כסלו תשפ"ד 📝
  • משכונות פארהאנדלונגען

    אין די טעג איז די נייעס פארנומען מיט די ערנסטע פארהאנדלונגען צווישן כאמאס און מדינת ישראל מיט די פארמיטלונג פון די קאטארישע רעגירונג איבער באפרייען די בערך 240 פארכאפטע משכונות ה"י. &nbsp; די באריכטן זאגן אז מען רעדט איבער אז כאמאס זאל ארויסלאזן צען משכונות פער טאג, און אין אויסטויש זאל מדינת ישראל געבן עטליכע שעה פייער אפשטעל פארן קומענדיגן טאג, ארויסלאזן א צאל פאלעסטינער פון תפיסות, און אריינלאזן א גרעסערע צאל הילף טראקס קיין עזה, און דאס דארף צו אנהאלטן פאר עטליכע טעג. &nbsp; אלע באריכטן איבערדעם זענען זייער פארנעפעלט צוליב וואס די נאטור פון די סארט פארהאנדלונגען זענען צו זיין אין געהיים, דערפאר וועלן מיר דא רעדן פון משכונות פארהאנלדונגען אין אלגעמיין, וויאזוי עס גייט צו אין אמעריקע, ווען עס זאל זיך נישט מאכן אזא סיטואציע אינדערהיים. &nbsp; א משכונות סיטואציע קען זיין זייער קאמפליצירט און פארהאנדלען מיט פארכאפער דארף געטון ווערן מיט גרויס פארזיכטיגקייט. די פארהאנדלער דארפן זיין באהאווענט אין געזעץ, קריזיס מענעדזשמענט, און אין פסיכאלאיגע. און זייער אסאך מאל דארף מען אריינעמען אין די געשפרעכן פילע אנדערע אגענטורן און ארגאניזאציעס כדי מען זאל קענען מצליח זיין. &nbsp; די "פעדעראלע ביורא אף אינוועסטיגעשאנס" אדער ווי באקאנט אלץ די עף בי איי פארמאגט א ספעציעלע איינהייט פון טרענירטע אגענטן וואס ספעציעלירן זיך אין משכונות פארהאנדלונגען, די איינהייט רופט זיך די "קריזיס פארהאנדלונג איינהייט" אדער "סי ען יו", וואס איז פאראנטווארטליך פאר אזעלעכע מצבים פון משכנות. די איינהייט מיטגלידער זענען ספעציעל טרענירט צו איינפעדימען קאמיוניקאציע מיט פארכאפער, און צו ענדיגן משכונות סיטואציע פרידליך. &nbsp; די "צענטראלע אינטעליגעץ אגענטור" אדער ווי באוויסט די "סי איי עי" פארמאגט אויך אזא איינהייט, זיי רופן זיך די "ספעציעלע אקטיוויטעטן אפטיילונג" אדער "עס עי די", זיי קומען געווענליך אריין ווען מען האנדעלט מיט אינטערנאציאנאלע משכונות סיטואציעס. &nbsp; דאס לענדל קאטאר האט זיך באקאנט געמאכט אלץ א לאנד וואס האט שוין מצליח געווען דורכצופירן פארהאנדלונגען צווישן בלוט שונאים, ביי פארשידענע געלעגענהייטן. קאטאר איז באוואוסט אלץ א לאנד וואס איז גוט מיט יעדעם, ווי צום ביישפיל איז זי פון די איינציגסטע לענדער אין די וועלט ווי כאמאס פארמאגט אן אפיס אפענערהייט, און איז אויך צווישן די אראבישע לענדער וואס פארמאגן באציאונגען מיט מדינת ישראל. דאס האט געמאכט קאטאר אלץ א פאסיגע פארמיטלער אינעם יעצטיגן סיטואציע, ווען ביידע האבן א געוויסע טראסט אין זיי. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אז אלע וואס זענען פארכאפט זאלן באפרייט ווערן וואס שנעלער, און אידישע קינדער זאלן מער נישט וויסן פון קיין צרות און טראגעדיעס, אין די זעלבע צייט גייען אויך אן די באמיאונגען דורך די הייליגע צדיקים וואס ארבעטן שווערן צוריק צו ברענגען אידישע קינדער וואס די סמ"ך מ"ם האט נעבעך פארכאפט, און נישט נאר דאס, דער סמ"ך מ"ם פרובירט נאך איינצורעדן די פארכאפטע נפשות כאילו זייער טאטע דארף זיי שוין נישט, און פון די אנדערע זייט איז ער מלשין ביים בית דין של מעלה אז אידישע קינדער דארפן חלילה נישט דעם אויבערשטן. ווי דער רבי פארציילט א מעשה (געברענגט אין ספר כוכבי אור) פון א איד וואס דער קעניג האט אים זייער ליב געהאט, און איינער פון די נאנטע לייט האבן זייער מקנה געווען דעם איד, האט ער געזאגט פאר איד "איך מיין גארנישט, אבער זאלסט וויסן אז כאטש די קעניג האט דיר זייער ליב, קען ער אבער נישט דערליידן די גערוך פון דיין מויל", דער איד האט אים געפרעגט, "אמת'דיג? איך וויל נישט מצער זיין דעם קעניג, וואס זאל איך טון?" האט ער אים געזאגט "פון יעצט זאלסטו זיך אנטון א מאסק ווען דו גייסט צום קעניג", דערנאך איז ער אריבער צום קעניג און אים געזאגט, "דער איד זאגט מיר אז ער קען נישט דערליידן דעם גערוך פונעם קעניג'ס מויל", און ווען דער קעניג האט אים געזאגט אז עס קען נישט זיין, האט אים דער שונא ישראל געזאגט "וועסט זען מארגן, ווי ער טוט זיך אן א מאסק, ווייל ער וויל נישט שמעקן דעם קעניג'ס גערוך". &nbsp; און דאס איז די ארבעט פון די צדיקים און זייער תלמידים וואס פארשפרייטן און דרוקן די הייליגע ספרים וואס אזוי זענען זיי די פארמיטלער כביכול צווישן אידישע קינדער און זייער טאטע, ווען זיי זאגן פאר אידישע קינדער ווי דער אויבערשטער האט זיי יא ליב, דיינע ווערטער האבן זייער א גוטע גערוך ביים אויבערשטן, דער אויבערשטער ווארט זאלסט רעדן צו אים, און פון די אנדערע זייט זענען זיי כסדר ממליץ טוב אויף אידישע קינדער און טענה'ן זיך מיטן אויבערשטן, אז אידישע קינדער זענען נישט שלעכט, עס איז דער סמ"ך מ"ם וואס רעדט זיי איין אז זיי קענען שוין נישט צוריק קומען. &nbsp; זאל דער אויבערשטער העלפן אז מיר זאלן אלע צוריק קומען צום אויבערשטן, און מיט דעם וועלן מיר ברענגען משיח צדקינו אמן.

    < זעה מער ח כסלו תשפ"ד 📝
  • הגה"צ סעלישער רב שליט"א צוגאסט אין תלמוד תורה היכל הקודש קרית יואל

    א גאר געהויבענע מאמענט איז געווען אין די חדר היכל הקודש אין קרית יואל, ווען מען האט געהאט די זכי' אז הגה"צ ר' חיים קלמן קליין שליט"א דער סעלישער רב ורב המקוואות איז געקומען באזוכן און אויפגעטרעטן פאר די קינדער. &nbsp; שוין א לאנגע צייט וואס די מלמדים לערנען מיט די קינדער דעם הייליגן ספר וואס דער הייליגער רבי האט פארפאסט נאך איידער זיין בר מצוה, דער ספר וואס איז באוויסט מיטן נאמען "ספר המדות", דער ספר אויף וואס דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "דער ספר האט מיר געמאכט פאר א איד", מען לערנט דעם ספר וואס לערנט אויס פאר איד וויאזוי מען דארף זיך פירן, און איז פול מיט עצות פארן לעבן און חיזוק אויף עבודת ה' לעובדה ולמעשה. &nbsp; לכבוד דעם וואס מען האט זוכה געווען צו ענדיגן דעם ספר האט דער געטרייער מלמד הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א געפראוועט א שיינע סיום מיט די קינדער, און דער חשובער רב שליט"א איז געקומען אויפטרעטן פאר די קינדער. &nbsp; דער רב האט געטיילט גוטע זאכן פאר די קינדער, האט זייער באוואונדערט די קינדער'ס התמדה, יראת שמים, און מידות טובות. דערנאך האט ער גערעדט עטליכע ווערטער און געזאגט אז עס איז באקאנט אז דער נאמען פון סמ"ך מ"ם איז ס'יום מ'סכת א'ין ל'עשות, דאס מיינט אז דער סמ"ך מ"ם פארלייגט זיך זייער שטארק אז מען זאל נישט ענדיגן קיין מסכת, און אפילו אויב ער קען נישט אויספירן מען זאל נישט לערנען, וועט ער אבער זיך לייגן אין די לענג און די ברייט מען זאל נישט ענדיגן. האט דער רב צוגעלייגט, אז זיין נאמען איז אויך ראשי תיבות "ספר מידות אין ללמוד", ווייל דער סמ"ך מ"ם האט זייער מורא פון דעם הייליגן ספר, ער ווייסט אז דורך דעם ספר פארלירט ער די מענטש, ווייל דארט וועט מען טרעפן עצות אויף יעדע וועג וואס ער פרובירט נאך צו כאפן א מענטש, וועט מען דורך דעם הייליגן ספר קענען צוריק קומען צום אויבערשטן. &nbsp; ביי דער געלעגענהייט דארף מען ארויסברענגען די שטארקע הכרת הטוב וואס היכל הקודש האט פארן רב שליט"א, וואס אלע יאר זייט די שטעטל שטייט איז ער האלט גרייט און שטייט צו די רעכטע האנט פונעם ראש ישיבה שליט"א ביים בויען און אויסארבעטן די פילע מקוואות טהרה וואס מען בויעט אין יעדע געגענט, וואס דער רב טוט בלי שום תשלום גמול. &nbsp; כלל ישראל בכלל און היכל הקודש בפרט וואונטשן דעם רב שליט"א אז דער אויבערשטער זאל אים געבן ווייטער כח צו קענען מרביץ תורה זיין פאר אידישע קינדער, און ער זאל קענען ווייטער מהנה זיין כלל ישראל מיט קדושה וטהרה, אמן. &nbsp;

    < זעה מער ח כסלו תשפ"ד 📝
  • ארגענטינא ערוויילט א נייע פרעזידענט

    כאוויער מיילי איז די נאמען פונעם קוראיזן טראמפ סטייל פארשוין וועלכע האט געווינען די פרעזידענטליכע וואלן נעכטן אין ארגענטינע, נאכדעם וואס ער האט פארלוירן די ערשטע רונדע צו זיין קעגנער מיט זיבן פראצענט, האט ער יעצט געווינען מיט עלף פראצענט. &nbsp; מייל איז א רעכט גענויגטע ליבערטעריען וועלכער איז געלאפן אויף אן אנטי עסטאבלישמענט פלאטפארמע, און האט ווילדע געדאנקען איבער וויאזוי צו פאררעכטן די עקאנאמיע, בשעת ארגענטינע גייט איבער אין די טעג א פינאנציעלע קריזיס וואס איז געווען א גרויסע אישו אין די וואלן. &nbsp; מיילי האלט זיך זייער נאנט מיט אידן, בפרט האט ער גאר גוטע באציאונגען מיט חב"ד, ער גלייכט צו באזוכן ביים אהל פון לובאוויטש אין קווינס. &nbsp; דער נייער פרעזידענט איז א שטיצער פון באגרענצן די רעגירונג, און וויל מאכן גרויסע טוישונגען אין די ארגענטינע רעגירונג, ער זאגט אז ער וועט פארשפארן די ארגענטינע פעדעראלע באנק, צוליב וואס זיי האבן נישט געקענט באקעמפן די שרעקליכע 150% אינפלאציע אין ארגענטינע, און ער וועט טוישן די וואלוטע צו אמעריקאנע דאלארן. &nbsp; די וועלט זאגט אז א נאר א שוטה טראכט אז ער וועט אריינלייגן די זעלבע אינגרידיענטס אין די קעיק, אבער דאס מאל וועט עס האבן אנדערע רעזולטאטן. אין ארגענטינע האבן די בירגער באשלאסן אז עס איז צייט איבערצוקלערן די נייע וועגן און אפשר מעג מען צוריק גיין צו די פריערדיגע קאנסערוואטיווע וועגן, אפשר וועט עס זיי העלפן. איך בין נישט זיכער, אבער עס איז א גוטע טריי. &nbsp; אויב מיר גייען דורך א קריזיס אין אונזערע שטובער, אפשר מעגן מיר צוריק גיין און אנהייבן פאלגן די ווערטער פון די תורה, חז"ל און די הייליגע צדיקים כפשטון. ביי אונז איז עס נישט קיין שאלה צי עס וועט העלפן, עס וועט זיכער העלפן. &nbsp; אפשר מעגן מיר שוין אנהייבן צו רעדן צו אונזערע קינדער פון קדושה? אפשר איז שוין צייט אוועקצואווארפן די אלע כלים און אנהייבן אויסצוהערן די ווייב און קינדער. אפשר איז שוין צייט מיר זאלן זיך ברעכן אונזער גאוה און זאגן די עברי פון משניות ווי א כיתה אלף אינגל. אפשר מעגן מיר שוין אנהייבן מעביר סדרה זיין פון זונטאג, און נישט ווארטן אויף פרייטאג ווען מיר ווייסן אז מיר יאגן עס נישט אן אפילו אין א זומערדיגע פרייטאג. אפשר מעג מען שוין רעדן אפן פון אמונה, אן דעם וואס מען זאל זיך דארפן פארענטפערן דערויף. אפשר איז שוין צייט מען זאל אפלאזן מחלוקת און אויפהערן צו קוקן שלעכט איינע אויפן צווייטן, אפשר איז שוין צייט מיר זאלן אנהייבן קוקן גוט אויף זיך, אויף די ווייב, אויף די קינדער, אויף די שכנים, אויפן רב, און אויפן אויבערשטן. אפשר איז שוין צייט מיר זאלן אויסהערן שידוכים פאר די קינדער אפילו מיין שכן וועט פרעגן "אזוי אינג", אפשר איז שוין צייט צו קוקן אויף וואס איז גוט פאר מיר, און אויפהערן לעבן פאר יענעם? &nbsp; די אלע זאכן קאסטן נישט קיין געלט. פרוביר עס אויס דעם געשמאקן וועג, און לאזט מיר וויסן וויאזוי עס איז געווען. גוט שבת!

    < זעה מער ז כסלו תשפ"ד 📝
  • ליל שישי שיעור פון ראש ישיבה שליט"א פארגעקומען אין בארא פארק

    דעם פארגאנגעם דאנערשטאג איז דער שיעור ליל שישי פארגעקומען אין בארא פארק, דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די גבאים אין בארא פארק אז ער וויל דארט זאגן די שיעור, צוליב וואס זיינע עלטערן האבן געמאכט א שבע ברכות פאר זיין שוואגער, און זיי האבן געבעטן דער ראש ישיבה זאל קומען, דערפאר האט דער ראש ישיבה געוואלט אז ער זאל קענען אריבערגיין תיכף נאכן שיעור און מקיים זיין כיבוד אב. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט זייער א שיינע חיזוק שמועס פאר די אינגעלייט, דער ראש ישיבה האט אראפ געלייגט דאס וואס רש"י זאגט אז די לצים האבן חוזק געמאכט פון אברהם אבינו, אז יצחק איז נישט זיין קינד, "פופציג יאר וואס אברהם און שרה זענען חתונה געהאט, און פונקט נאכדעם וואס שרה ווערט געקידנעפט דורך אבימלך האט זי א קינד"? האבן זיי געטענה'ט, אלע קעפלעך פון די צייטונגען האבן געשריבן א מזל טוב פאר אבימלך וואס איז געהאלפן געווארן מיט א קינד, זאגט רש"י אז דערפאר שטייט אין פסוק "יצחק בן אברהם, אברהם הוליד את יצחק", צו זאגן אז די לצים זענען נישט גערעכט. האט דער ראש ישיבה געפרעגט, די תורה איז דאך געשריבן געווארן אפאר הונדערט יאר שפעטער, איז וואס האט דאס געהעלפן קעגן די לצים אז די פסוק שרייבן ארויס "אברהם הוליד את יצחק", האט דער ראש ישיבה געזאגט אז די פסוק שרייבט דאס נישט פאר די לצים, מיט לצים קען מען זיך נישט טענה'ן, די פסוק זאגט דאס פאר אונז אז מיר זאלן וויסן אז אויך אין אברהם אבינו'ס צייטן זענען געווען לצים, און אזוי אויך אין אלע דורות. &nbsp; א לץ מיינט נישט איינער וואס מאכט דזשאוקס, א לץ מיינט איינער וואס מאכט אוועק, ער מאכט קאלט, ער טוט וואס עמלך פלעגט טון "אשר קרח בדרך", ער קען נישט פארנעמען אז איינער וואס פלעגט זיין דער ראש המדברים אין יעדע קופקע איז פלוצליג געווארן א פרומער, אייביג זעט מען אים מיט א משניות, ווען איינער פרעגט אים "וואס איז נייעס", ענפטערט ער די יאנטשי ענטפער "נייעס? משניות"... און ער זוכט מיט אלע וועגן אים אוועק צו מאכן, ער מאכט נישט קיין וויצן, ער זאגט אזעלע זאכן ווי "עס איז נישט אזוי פשוט", "מען האט נישט געהאלטן דערפון", "זיי זענען די סטרא אחרא" און אזוי ווייטער. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט טייטשן די משנה "ודע 'מה' שתשוב לאפיקורס", פאר א לץ אן אפיקורס איז דא איין ענטפער "וואס?", ווען א לץ דרייט דיר א קאפ "וואס איז דאס זאגן משניות?" זאג אים "וואס"? און אז ער זאגט דיר איבער "זייט ווען קען מען דאווענען משניות", זאגט אים ווידער "וואס?", און אז ער פרעגט דיר "דו הערסט נישט" זאג אים נאכאמאל די זעלבע תירוץ "וואס?", ביז ער וועט פארשטיין אז ער דארף זוכן א צווייטן וועם משוגע צו מאכן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זיך צוגעאיילט, און אנדערש ווי געווענליך ווען דער ראש ישיבה שליט"א בלייבט זיצן און אנשי שלומינו האבן די געלעגענהייט צו צוקומען און פרעגן שאלות, איז דער ראש ישיבה תיכף צוגעגאנגען צום שבע ברכות. &nbsp; ביים שבע ברכות האבן זיך באטייליגט גרויסע רבנים פון שטאט לכבוד די חשובע מחותונים, און דער ראש ישיבה'ס טאטע האט מכבד געווען דעם ראש ישיבה שליט"א צו רעדן. דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון ליקוטי מוהר"ן שיינע זאכן און איבער דעם וואס נאך די חתונה דארף א מענטש זיך אראפ גנב'ענען צייט צו לערנען, ווי דער רבי טייטשט אז דאס וואס מען פרעגט אויף יענען וועלט "קבעת עתים לתורה" מיינט אז כאטש מען פארשטייט אז דו האסט חתונה געהאט, ביסט א פארנומענע מענטש, דארפסטו זען צו גנב'ענען צייט צו לערנען. ווייל קובע איז אויך א לשון פון גנבנען. &nbsp; די חשובע רבנים האבן זיך זייער באדאנקט פארן ראש ישיבה שליט"א און אים געזאגט אז זיי הערן צוריק פון אידן ווי שטארק דער ראש ישיבה איז משפיע פאר אידישע קינדער, זיי הערן צוריק פון אינגעלייט וואס האבן ממש אויפגעלעבט זייט זיי האבן געטראפן די ספרים פון הייליגן רבין. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען ווייטער זיך שטארקן אין עבודת ה' און זוכה זיין צו זיין אמת'ע ערליכע אידן.

    < זעה מער ו כסלו תשפ"ד 📝
  • עלעקטראנישע קארס און טשארדשינג סטעישאנס

    &nbsp; &nbsp; די וועלט איז היינט אויף מיט עלעקטראנישע קארס, בעיקר פון די טעסלא פירמע וואס האט זיך געמאכט א באקאנטע נאמען. ווייניג ווייסן אבער אז די ערשטע עלעקטראנישע קארס זענען שוין ארויסגעקומען מיט איבער הונדערט יאר צוריק. אין די יארן ווען די קאר אינדוסטריע איז נאך געווען אין די וויגעלע, האבן שוין אינזשענירן ארויסגעגעבן די ערשטע עלעקטריק קארס. פארשטייט זיך אז די קארס זענען געווען זייער פרימיטיוו, און עס איז געווען אין פראקטישן זין זייער שווער צו נוצן. בעיקר האט עס געמאנגעלט אין צוויי טעכנאלגישע דורכברוכן, איינס איז געווען די בעטעריס, וואס כדי עס זאל זיין פראקטיש עס צו נוצן דארפן די בעטעריס זיין גענוג גרינג, און קענען טראגן גענוג עלעקטריק צו טראגן די קאר א שטיקל וועג. און די צווייטע איז טשארדינג סטעישאנס, וואס דאס איז בכלל נישט געווען בנמצא דעמאלטס. &nbsp; במשך די יארן האט די אינדוסטריע געהאט פארשידענע דורכברוכן, אבער די גרעסטע דורכברוכן זענען געווען טאקע אין די צוויי זאכן, צוערשט איז אנטוויקעלט געווארן די "ליטיום אייאן בעטערי" וואס האט געקענט האלטן אסאך מער ענערגיע אין אסאך א קלענערע פלאץ, און די צווייטע איז געווען אין טשארדזשיג טעכנאלאגיע, וואס ערמעגליכט אנצופילן די בעטעריס גענוג שנעל אז עס זאל זיך לוינען. &nbsp; פארשידענע פירמעס לייגן אריין גרויסע כחות צו מאכן די נייערע קארס בעסער און מער סעיף, צווישן אנדערע ארבעט מען צו טרעפן אנדערע מאטיריאלן פאר די בעטעריס וואס וועט געבן מער ענעריגע און וועט זיך לאזן נאך שנעלער טשארדזשן, אזוי אויך ארבעטן ריסוירטשערס צו פארבעסערן די ווייערלעס טשארדזשינג מעגליכקייטן, וואס וועט ערמעגליכן צו מאכן די טשארדזשיג אויפן פארקינג און די קאר וועט בלויז מיטן פארקן העכער דעם זיך נעמען טשארדזשן. &nbsp; היינט צו טאגס פארמאגן די עלעקטריק קארס א שיינע טייל פון די קאר מארקעט, און עס שטייט היינט ביי בערך 8% פון אלע קאר פארקויפונגען, און גייט נאר ארויף מיט יעדעס יאר, כמעט יעדע קאר פירמע האט שוין היינט צו טאגס כאטש איין קאר וואס לויפט אויף עלעקטריק, און גרויסע פירמעס פלאנען צו האבן זייער גאנצע אדער לכל הפחות גאר א גרויסע טייל פון אלע זייערע קארס נאר עלעקטריק אין די קומענדיגע פינף ביז פופצן יאר. &nbsp; עס זענען דא פארשידענע מעלות און חסרונות פון עלעקטריק קארס, צווישן די מעלות ציילן זיך אז די קארס באדארפן אסאך ווייניג מעינטענעס, עס האט נישט קיין אויל טשעינדזש, און האלט זיך אסאך לענגער בכלל, אזוי אויך זענען די קאסטן פון ענעריגע זייער ביליג, עס קאסט כמעט גארנישט קעגן געז קארס צו אנפילן די קארס, אזוי אויך פארט עס אסאך שטילער און מער געשמירט. צווישן די חסרונות ציילן זיך, אז אויב מען וויל פארן לאנגע שטרעקעס מער ווי וויפיל די בעטעריס קענען פארנעמען דארף מען זיך אפשטעלן פאר גאנץ לאנג צומאל א האלבע שעה אדער אפילו א שעה צו אנפילן, אזוי אויך קען די פרייז צו קויפן אזא קאר זיין אביסל טייערער. די גוטע נייעס איז אז די היינטיגע קארס קענען פארן לענגער און לענגער אויף א איינמאליגע טשארדזש, רוב קארס קענען שוין פארן אין די געגענט פון דריי הונדערט מייל, אן דארפן פריש טשארדזשן, אזוי אויך ווערן די טשארדזשערס שנעלער און שנעלער, און דאס געלט פון די קאר ווערט צוריק געצאלן מיט די צייט וואס מען צאלט זייער ווייניג אויף עלעקטריק און מעינטענענס. &nbsp; עס זענען דא לעגיטימע סיבות פארוואס מענטשן זאלן נישט וועלן קויפן קיין עלעקטירק קאר, אבער קיינער וועט נישט זאגן "פאר מיין טאטע און מיין זיידע איז א געז קאר גוט געווען, וואס זוך איך מיך נייע זאכן?"... יעדער בר דעת פארשטייט אז דאס איז נישט קיין מסורה וועלכע סארט ענעריגע די קאר זאל האבן... &nbsp; די זעלבע זאך וועס עס קומט צו רוחניות. דער אויבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און געשיקט דעם הייליגן רבין מיט זיינע תלמידים, און בפרט דער צדיק וואס האט נאך געלעבט אין אונזער דור מוהרא"ש זי"ע וואס האט מגלה און מפרסם געווען די עצות פון הייליגן רבין פאר די גאנצע וועלט. עס איז גאר נאריש די טענה פון מענטשן וואס זאגן "וואס זוכסטו זיך נייע זאכן?", דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אויף דעם אז די וועלט געבט קרעדיט פאר קריסטאפער קאלאמבוס פארן "אנטדעקן" אמעריקע, וואס קומט זיך אים קרעדיט, אמעריקע איז אייביג דא געווען פון ששת ימי בראשית, אבער פארט ער האט עס מגלה געווען. די זעלבע זאך איז לגבי אידישקייט. רעדן צום אויבערשטן איז נישט קיין נייע זאך, די סדר דרך הלימוד איז נישט קיין נייע זאך, רעדן שיין צו די ווייב איז נישט קיין נייע זאך, וויסן די חשיבות פון יעדע קליינע זאך וואס מען טוט פארן אויבערשטן איז נישט קיין חידוש, חזר'ן די גרויסע רחמנות פון אויבערשטן ווי ער ווארט אז יעדער איד באשר הוא שם זאל צוריק קומען צו אים איז נישט קיין נייע זאך. דאן פארוואס זענען מיר אזוי דאנקבאר דעם אויבערשטן אז ער האט געשיקט דעם רבין אויף דער וועלט. דער אמת איז אז די אלע זאכן זענען געווען באהאלטן פון "אונז", מיר זענען געווען צובראכן, מיר האבן שוין נישט געזען קיין האפענונג, און דער רבי בלאזט אריין אין אונז א חיות, מאכט אונז עפענען א ספר, מאכט אונז דאנקען דעם אויבערשטן אז מיר האבן חתונה געהאט. &nbsp; אז מיר וועלן ווייטער לעבן מיט די הייליגע עצות וועלן מיר האבן א זיס לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. &nbsp;

    < זעה מער ו כסלו תשפ"ד 📝
  • ברוך השם אלע קהילה אינדארסירטע קאנדידאטן געווינען

    ווי אין גאנץ אמעריקע איז אויך אין ליבערטי געווען נאוועמבער וואלן, אין א שמועס מיט מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו אויף קול ברסלב, פארציילט ער אז ברוך השם מען זעט אז דער גענצער ציבור אנשי שלומינו תושבי קרית ברסלב זענען ארויס שטימען אויף די בקשה פון די הנהלה און די ראש ישיבה, און ברוך השם אז אלע קאנדידאטן פאר וועם די הנהלה האט געבעטן האבן געווינען זייערע אמטן. &nbsp; ער פארציילט אז בסך הכל איז געווען אין ליבערטי בערך ניין הונדערט שטימען, פון וואס די שטעטל האט צוגעשטעלט בערך פינף הונדערט, און אז עס איז געווען איינער וואס האט געוואלט לויפן פארן סופערווייזער אמט, און געקומען צו די הנהלה פרעגן אויב ער לויפט צי מען וועט אים שטיצן, און ווען ער האט געהערט אז נישט, האט ער געזאגט דאן האט ער נישט קיין שאנס, און ער איז נישט געלאפן. און אזוי איז אויסגעקומען אז דער סופערווייזער איז געלאפן פאר זיין אמט אן קיין קעגנערשאפט בכלל. &nbsp; ער האט געזאגט אז ער איז זייער נתפעל צו זען ווי ניין און ניינציג פראצענט פון שטעטל איז ארויסגעגאנגען שטומען. און אויסער ממש איינצעלנע וואס זענען געווען ממש אן אונס זענען אלע געקומען. מען זעט ווי דער ציבור פארשטייט אז די הנהלה איז דא בלויז לטובת הציבור, און זיי פארשטייען אז קיינער מיינט נישט זיך. &nbsp; אויך האט מען געשטימט פאר פארשידענע אמטן אין די קאונטי, וואס מען נוצט כסדר זייערע סערוויסעס, ווי צום ביישפיל די "די-עם-ווי", דער מאטאר וויהקל דעפארטמענט, וואס ווערט געפירט דורך די קאונטי. אזוי אויך די פארשידענע סאושעל סערוויסעס ווי הילף פאר עסן "פוד סטעמפס", העלט אינשורענס הילף "מעדיקעיד", הייצונג הילף "היעפ", וואס די אלע זענען פעדעראלע פראגראמען, אבער ווערן געפירט פון די קאונטי. אויך דארף מען צומאל צוקומען צו די קאונטי בנוגע - עס זאל זיך נישט מאכן - די עי סי עס, די טשיילד פראטעקשאן סערוויסעס. &nbsp; ביי דער געלעגענהייט האט האט ר' מנחם געבעטן אז איידער מען אפלייעט פאר הילף פון די רעגירונג צי היעפ, פוד סטעמפס, און אזוי ווייטער, איז אלץ כדאי מען זאל זיך דורכרעדן מיט ר' מרדכי אהרן וואס איז גרייט צו העלפן מיט'ן אויספילן די אפליקעישאן, און מאכן זיכער אז אלעס איז אויסגעהאלטן געזעצליך. ווייל די קאונטי איז זייער שטרענג אויב מען טוט עפעס אומגעזעצליך, און אויב מען פילט עס אויס אן אפליקעישאן נישט ריכטיג, קען עס זיין זייער שווער. &nbsp; ב"ה אז דא איז דא א ציבור וואס פאלגט, דער ראש ישיבה שליט"א בעט אז מען זאל זיך צוהערן צו די חברי הנהלה, פאלגט מען. &nbsp; דער אויבערשטער זאל העלפן אלע זאלן האבן פון אלעם גוטן מען זאל נישט דארפן צוקומען צו די רעגירונג.

    < זעה מער ד כסלו תשפ"ד 📝
  • נייע בית הוראה געבויעט אין שטעטל

    אין די טעג האט מען צוגעבויעט א "בית הוראה" אין שטוב פונעם דיין הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, ווי שואלים וועלן קענען אריבערקומען פרעגן שאלות. ביז יעצט פלעגט מען דארפן ווארטן אויפן גאס ווען מען האט געהאט א שאלה, און דערנאך האט דער דיין נאר געקענט אויפנעמען אין זיין דיינינג רום, א זאך וואס קען מאכן א שואל אומבאקוועם, דערפאר איז א גוטע בשורה אז מען האט נארוואס צוגעבויעט א פראקטישע בית הוראה, מיט אן אריינגאנג פון די גאס. &nbsp; די שטעטל איינוואוינער האבן זוכה געווען אז דער דיין שליט"א באשיינט דער שטאט, און געבט זיך אוועק פיר און צוואנציג שעה אין מעת לעת סיי ווען מען דארף עפעס פרעגן. א גאנצן טאג זיצט ער אין היכל הבית המדרש, ווי ער דינט ווי דער ראש הכולל, און אלע ווייסן די אדרעס צו קענען קומען פרעגן אויב עס מאכט זיך א שאלה, אזוי אויך אין די אנדערע שעות, זיצט דער גרויסער גאון דער דיין שליט"א אסאך שעות אין זיין בית הוראה ווי ער לערנט און נעמט אויף די שואלים. דער דיין שליט"א נעמט אלעמען אויף בסבר פנים יפות, און ענטפערט בטוב טעם ודעת, דער דיין איז באקאנט אז אויסער זיין גרויסע גאונות בתורה, ווי ער אויסגעקאכט אין יעדע אזוי גערופענע "פארשטופטע הלכה", האט ער געלערנט פלייסיג אויך דער "פינפטער חלק שולחן ערוך", און דער דיין פארשטייט פון דעם שואל די שאלה "צווישן די שורות", און דער דיין שליט"א האט שוין געהאט די זכי' ארויסצוהעלפן און שטעלן אויף די פיס פילע אידישע שטובער. &nbsp; אין א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט די וואך פארן דיין שליט"א געדורקט אין עצתו אמונה שרייבט דער ראש ישיבה זיין גרויס צופרידנהייט פונעם דיין. "די גריסן פון כולל זענען געוואלדיג, אלע זאגן אזוינס האט מען נישט געזען, ווען מען גייט אריין אין שול זעט מען נאר התמדת התורה מיט עמלות בתורה. &nbsp; איך וויל דיר בעטן זאלסט זען אז אלע כולל אינגעלייט זאלן לערנען מער ווייניגער די זעלבע סעיפים, אזוי זאל מען קענען מקבל זיין איינער פון צווייטן, נישט די חברותא לערנט הלכות בשול און א צווייטע חברותא לערנט הלכות בורר, און דער הלכות רפואה, נאר אלע זאלן לערנען בערך די זעלבע אפגערוקט. &nbsp; נעכטן האב איך געטראפן רבי יצחק שליט"א פון יבנאל, ער האט מיר געגעבן אזעלכע גוטע גריסן אויפן כולל, ער זאג, יעצט געפינט ער זיך פאר א וואך אין שטעטל, און ער האלט מיט אינדערפרי, פונקטליך צען אזייגער הויבט אן גיין א קול תורה, אזוינס און אזעלעכס, איך האב גרויס הנאה און גרויס נחת. &nbsp; א גרויסן יישר כח פאר אלעס וואס דו העלפסט מיר, בעיקר עס זאל זיין א שטעטל געבויט אויף תורה ויראת שמים." &nbsp; אין לו להקב"ה אלא ד' אמות של הלכה

    < זעה מער ג כסלו תשפ"ד 📝
  • נייער קאנגרעס ספיקער דזשאנסאן ארבעט שווער צו פארמיידן א רעגירונג פארשליסונג

    נאכדעם וואס דער פריערדיגער ספיקער איז ארויסגעווארפן געווארן פון אמט נאר צוליב זיין באשטעטיגונג פאר פאנדן די רעגירונג אויף ביז נאוועמבער 18 למספרם אן קיין טוישונגען וואס פאלט אויס אין בלויז דריי טעג, האט דער יעצטיגער ספיקער דזשאנסאן דעם זעלבן פראבלעם, מען שטייט בלויז אביסל מער פון א חודש דערויף און ער דארף דורכגיין דעם זעלבן פארהער. &nbsp; דזשאנסאן זאגט אז ער וועט דורכפירן דעם נייעם ספענדינג ביל צוטיילט אין עטליכע שטאפלען, באזונדער דאמעסטיק שפענדינג, און באזונדער מיליטערישע הילף פאר אנדערע לענדער, און באזונדער פאר סעקיוריטי געלטער. ביידע בילס וועלן זיין אזוי די פריערדיגע בלויז קורץ טערמיניג אבער די פאנדן פארן דאמעסטיק ביל וועלן אפלויפן מיט א חודש פריער פון די סעקיוריטי ביל.&nbsp; &nbsp; דער קאנגרעס ספיקער דזשאנסאן ארבעט שווער צו צוזאם ברענגען זיינע רעפאבליקאנער קאלעגעס און אין די זעלבע צייט נישט אויפצורעגן די דעמאקראטן צו וועם ער דארף אויך צוקומען צוליב וואס ער האפט אז אויך עטליכע פון זיי וועלן מיטשטימען דערויף אנשטאט די עטליכע שארף רעכטע וואס וועלן נישט זיין צופרידן דערפון, צוליב וואס עס שניידט נישט דעם בודזשעט דעפעציט. &nbsp; יעצט איז נאר געבליבן צו זען צו פארן ספיקער וועט געלונגען דאס וואס עס איז נישט געלונגען פאר די פריערדיגע ספיקער ווען ער האט אויפגערעגט טייל פון זיין באזע ווייל ער איז געווען צו נאכגעביג פאר די דעמאקראטן. ער טרעפט זיך דא אינעם זעלבן האקעלן פלאנטער וואס מעקארטי האט זיך געפונען נישט לאנג צוריק, ווען פון איין זייט דארף ער טרעפן א וועג צו קענען פאנדן די רעגירונג און צו דעם מוז ער צוקומען צו די דעמאקראטן, און אין די זעלבע צייט וועט ער אויסשטיין א מעגליכע נקמה פון זיינע שטארק רעכטע קאנגרעסלייט, און וועט זיך טרעפן אינדרויסן פון זיין פאזיציע אין עטליכע טעג אינאיינעם מיט זיין פארגייער. &nbsp; די אפשטימונג פאר דעם ביל דארף פארקומען אין די יעצטיגע שעות, און אויב פאלט עס דורך, קען עס צוברענגען א "גאווערמענט שאט דאון" דאס מיינט אז די רעגירונג האט נישט קיין געלט אויסצוגעבן, און פילע דעפארטמענטס ווערן צוגעשפארט, און הונדערטער טויזנטער ארבייטער ווערן געזאגט אהיים צו גיין. די נויטיגע אפטיילונגען פון די רעגירונג בלייבן אפן, צום ביישפיל די מיליטער, עף בי איי, און אנדערע סעקיורטי אגענטורן, אבער די אנדערע דעפארטמענטס ווי די עדיוקעישאן דעפארטמענט, די ענווייראמענטל פראטעקשאן אגענטור, און די שטייער איינמאנען אגעטור די "איי אר עס" ווערן נישט פאררעכענט אלץ קריטיש וויכטיג און ווערן אין אזא פאל צייטווייליג פארשפארט. &nbsp; בלייבט אונז נאר איבער צו זען צי די פאליטיקאנטן וועלן זיך קענען דורכקומען און טרעפן א פשרה איינע מיטן צווייטן. אונז אידישע קינדער מאמינים בני מאמינים באזארגט עס בכלל נישט, מיר ווייסן אז יעדע פעני איז אנגעשריבן פון אויבערשטן, און מיר קענען בלויז אננעמען א מוסר השכל פון די פאליטיקאנטן וואס זענען דא בלויז פאר זייער בענקל, און עס אינטערעסירט זיי בכלל נישט צו טון וואס איז פאר די טובה פונעם כלל. יעדע סטעיטמענט וואס זיי זאגן, און יעדע מאל זיי שטימען אהער אדער אהין, איז עס בלויז ווייל זיי ווילן מען זאל זיי אנקוקן אזוי אדער אזוי. אונז וועלן זיך שטארק מיט תורה ומצוות, אמונה און יראת שמים, זוכן צו געפעלן נאר פארן אויבערשטן, און מיר וועלן זיך שטארקן צו טון נאר זיין רצון, און וואס מענטשן זאגן וועט אונז בכלל נישט אינטערעסירן. ווייל דער אמת איז אז די מענטשן וואס קוקן שלעכט, וועלן סיי ווי רעדן שלעכט, נישט קיין חילוק וואס מיר וועלן נאר טון. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט אמאל אהיים שפאצירט אין וויליאסמבורג פון בית המדרש אין א שבת צופרי נאכן דאווענען מיט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א גבאי ביהמ"ד היכל הקודש פרעמישלאן, ווען אינמיטן האט דער ראש ישיבה שליט"א באגעגענט זיינס אן אלטער באקאנטער, מען האט זיך באגירסט גוט שבת, און דער איד פרעגט דעם ראש ישיבה "ווי האט איר די כחות צו לאכן פון די גאנצע וועלט? וויאזוי קענט איר אנגרייט מיט אזא שטארקייט, כאטש די וועלט שפעט פון היכל הקודש?", דער ראש ישיבה האט געשמייכעלט צו יענעם און געזאגט "יא, יא", און מען איז געגאנגען ווייטער, נאכדעם האט זיך דער ראש ישיבה אנגערפון, "איך האב אים נישט געענטפערט ווייל עס איז א שאד די צייט, אבער איך פארשטיי אז עס איז שווער צו לאכן פון די וועלט, אבער איך פארשטיי נישט פון וואו דער איד נעמט די כחות צו באדינען די וועלט, א זאך וואס איז אוממעגליך צו טון". &nbsp; די וועלט איז נישט און מען קען עס נישט האבן, יענע וועלט איז יא און מען קען עס דערגרייכן (מוהרנ"ת)

    < זעה מער ב כסלו תשפ"ד 📝
  • אפדעיטס איבערן בית החיים אין שטעטל

    אין ווייטערדיגע אפדעיטס איבערן בית החיים, האלט די הנהלה אינמיטן פארהאנדלען אויף א שטח וואס מען טראכט צו נוצן פארן בית מועד לכל חי, און כדי צו וויסן אויב דער שטח איז פאסיג און ראוי צו נוצן פארן בית עלמין האט די הנהלה געלאזט אראפ רופן הרה"ח ר' חיים שלמה וויינשטאק שליט"א וואס איז נאך געווען פון די חברה קדישה דקהל יטב לב דסאטמאר אין צייטן פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, און אויסערדעם האט ער פראקטיק איבער פופציג יאר אין די חברה קדישה. וואס דערפאר האט ער שוין ארויסגעהאלפן פילע קהילות און שטעט ווען זיי האבן געוואלט גרינדן א בית החיים, ווי ער האט מיט זיין עקספערטיז געהאלפן און געראטן כדת מה לעשות. &nbsp; יעצט איז ער אראפ געקומען צום שטח אויף וואס מען פארהאנדעלט מיטן אייגענטומער, און מען איז איבערגעגאנגען מיט אים דעם גאנצן פראפערטי, און ער האט באטראכטן דעם גאנצן פלאץ פון יעדן פרעספעקטיוו, די לאקאציע, די גראדקייט, די סארט ערד דערפון, און ער האט געזאגט אז לויט זיין מיינונג איז דער שטח גאר געאייגענט פאר א בית החיים, און עס לוינט זיך ווייטער צו גיין מיט דעם געשעפט. &nbsp; אין די טעג גייען ווייטער אן די פארהאנדלונגען צווישן דעם בעל הבית און די הנהלה, און האפענטליך וועט מען קענען מעלדן בקרוב פרישע אפדעיטס. &nbsp; פאר א ברסלב'ע חסיד איז רעדן פון א בית החיים און יום המיתה א פרייליכע זאך, נישט אז מען וויל חס ושלום פטור ווערן פונעם לעבן, און אנטלויפן פונעם מציאות, נאר פארקערט, ווייל מען לעבט מיטן מציאות געדענקט מען אז בעל כרכך אתה חי, און בעל כרכך אתה מת, מען קען נישט אנטלויפן פונעם מלאך המוות וועט די טאג קומט אן. קיינער האט זיך נאך נישט ארויסגעדרייט דערפון. צום סוף מוז יעדער אנקומען אין בית החיים. אבער דאס איז נישט קיין דיפרעסטע זאך, פארקערט, מען ווייסט אז יעצט איז מען דא אויף א צייטווייליגע מיסיע, ווי מען קויפט זיך איין מצוות און מעשים טובים, כדי אז מען זאל האבן צו עסן און צו טרונקען וואס אנצוטון און וואו צו וואוינען ווען די טאג וועט קומען און די נשמה וועט זיך צוריק קערן צום אויבערשטן. און ווען מען דערמאנט זיך דערפון וועלן מיר זיך אויפפרישן און זיך צוריק קערן צום אויבערשטן, וואס דאס איז די בעסטע זאך וואס מיר קענען טון.

    < זעה מער א כסלו תשפ"ד 📝
  • געשעפטס לייט קוקן ארויס אויף א סוקסעספולע בלעק פריידעי

    דער "שווארצער פרייטאג" איז א טאג וואס ווערט באצייכענט אין די וועלט דער טאג נאכן "טענקסגיווינג" (אגב, דער נאמען טענקסגיווינג מיינט "זאגן א ישר כח פארן אויבערשטן") חגא און ווערט אויסגענוצט דורכן געשעפטן און פירמעס ארויסצולייגן אומגלויבליכע דיעלס, וואס ציעט צו מיליאנען מענטשן צו עפענען זייערע בערזלעך און איינקויפן מכל הבא ליד. דער איינפיר האט ווי יעדע זאך אויף דער וועלט מעלות און חסרונות, מיר וועלן דא אין דעם באריכט כאפן א שטיקל שפאציר אין דעם פענאמענעם וואס הייסט "בלעק פריידעי" און וואס מיר קענען ארויסנעמען דערפון למעשה בגשמיות און ברוחניות. &nbsp; אין די לעצטע יארן זינט "אנליין שאפינג" איז געווארן א פאפולערע אפציע, אזש אז מער מענטשן קויפן היינט צו טאגס איין זייערע געברויכן אין ווירטואלע געשעפטן ווי אין די ציגלנע סטארס, האט די מארקעט צוגעלייגט א טאג וואס מען רופט "סייבער מאנדעי" וואס אין די מאנטאג נאכן שווארצן פרייטאג לייגט מען ארויס בליטשקעדיגע און ציענדע ספעשלס אנליין וואס זאל כאפן די אנליין שאפערס אינעם שפענדינג משוגעת, און אזוי ארום זיך אנפילן די טאשן. &nbsp; עס איז וואר אז אין די טעג קען מען אריינאכפן אומלאגישע מציאות וואס מען טרעפט נישט א גאנץ יאר, אבער פון די אנדערע זייט פאלן מיליאנען אריין אין די נעץ פון ווערן אנגערייצט צו קויפן זאכן וואס זיי דארפן נישט און אויסגעבן מער געלט פון וויפיל זיי קענען זיך ערלויבן. און אפילו די וואס גרייטן זיך שוין צו די ספעשלס א גאנץ יאר ווען זיי שרייבן אראפ יעדע זאך וואס זיי דארפן טאקע קויפן מיט די פרייז פון א גאנץ און ווארטן פשוט אויס אויף בלעק פריידעי צו זען צי זיי באקומען טאקע עפעס א מציאה, טרעפן זיך אפטמאל שטיין אין לאנגע ליניעס און ווערן פארכאפט אין געפאקטע געשעפטן אויף לאנגע שעות. &nbsp; עס זענען שוין באריכטעט געווארן עטליכע פעלער אין אמעריקע ווי מענטשן זענען געשעדיגט געווארן פון געשלעגן פון קאנסומערס וואס האבן זיך געשלאגן איבער שפילצייג וואס יעדער האט געוואלט כאפן, און עס האט שוין אפילו פאסירט א טויטפאל ווען אן ארבייטער אין א וואלט מארט געשעפט אין לאנג איילאנד האט געעפענט דאס געשעפט אין יאר 2008 און די ריזיגע מאסן וואס האבן געווארט ביים טיר אריינצוגיין האבן אים פשוט צודריקט צום טויט ר"ל אונטער די טיר. &nbsp; כאטש די געשעפטן שטייען און ווארטן אויף די טעג, און זיי באריכטן אז א גאר גרויסער טייל פון זייערע פארדינסטן קומען אריין פון די טעג, איז אבער כדאי אז אן אחריות'דיגער מענטש זאל אוועקשטיין פון די אלע געשעפטן. די וועלט זאגט אז "ווען מען קויפט א זאך פאר 50% הנחה האט מען זיך געשפארט פופציג פראצענט, אבער ווען מען קויפט עס בכלל נישט, שפארט מען זיך הונדערט פראצענט...", אבער לכל הפחות איז זייער כדאי אז בעפאר מען גייט צו כאפן מציאות זאל מען זיך אפשרייבן וואס מען דארף טאקע, און אזוי אויך זאל מען האבן א חשבון וויפיל געלט מען קען זיך ערלויבן צו שפענדן, און בשום אופן נישט נעמען פשוט וואס מען זעט אויפן שעלף, ווייל פון אזא זאך דארף מען נאכדעם טייער באצאלן. &nbsp; ברוחניות טרעפן מיר אויך טעג וואס דאן איז דא ספעציעלע דילס און הנחות, צום ביישפיל ווען מען קוקט אביסל אריין אין די ספרים פונעם הייליגן רבין און זיינע תלמידים קען מען זען די גרויסקייט פון די הייליגע חנוכה טעג הממשמשים ובאים. עס איז כדאי אריינצוקוקן אין די בריוו פון מוהרא"ש זי"ע ווי ער שרייבט וויפיל מען קען פועלן ביי די לעכט. דאס איז קלאר אז דער אויבערשטער איז מיט אונז, נעבן אונז אלעמאל און איבעראל, אבער פארט איז דא א בחינה פון א סעיל, א ספעשל, ווען כביכול דער אויבערשטער קומט אראפ צו אונז למטה מעשרה טפחים און מען קען זיך אויסבעטן הייליגע אויגן, א ריינע מח, א פרישע נשמה און אלעס וואס מיר דארפן ביי די הייליגע חנוכה לעכט. &nbsp; און פונקט ווי ביי להבדיל די בלעק פריידעי, איז כדי זיך אנצוגרייטן און טראכטן פאראויס וואס מען קען אריינכאפן, איז אויך ביי חנוכה כדי צו מאכן א הכנה צו די גרויסע טעג דורך לערנען חסידישע ספרים בפרט ספרי רבינו און זיינע תלמידים וואס אזוי וועלן מיר קענען אויסנוצן די הייליגע טעג צום מאקסימום בענעפיט פאר אונז ברוחניות ובגשמיות.

    < זעה מער א כסלו תשפ"ד 📝
  • בר מצוה פון אייניקל פון הרב הצדיק ר' יצחק לעזער שליט"א אין שטעטל

    פארגאנגענעם ליל שישי איז פארגעקומען א געהויבענע שמחת בר מצוה אין שטעטל ווען הרה"ג ר' יעקב לעזער שליט"א פון די חשובע תלמידי חכמים אין שטעטל האט בר מצוה געמאכט זיין חשובע זון ני"ו. דער בר מצוה איז פארגעקומען אויף א באשיידענע פארנעם, עס איז געווען א מסיבה שתלמידי חכמים מסובים בא, עס האבן זיך באטייליגט די חשובע זיידעס, בראשם הרב הצדיק ר' יצחק שליט"א און הרב ר' מרדכי יונה שיק שליט"א, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערענט דער וועכענטליכע ליל שישי שיעור די וואך אין שטעטל, כדי ער זאל זיך קענען באטייליגן ביים בר מצוה. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין זיין בריוו די וואך איבער זיין גרויסע שמחה אז ער האט זיך געקענט באטייליגן ביים שמחה "די וואך ליל שישי האב איך געגעבן די שיעור אין שטעטל. איך בין ארויסגעפארן אויף א שמחה, א בר מצוה פון משפחת יעקב לעזער, אויך דער זיידע הרב רבי יצחק שליט"א איז געקומען פון יבנאל; איך האב זיך זייער געפרייט זיך צו טרעפן מיט אים." &nbsp; אזוי אויך שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א זיינע שטארקע הכרת הטוב געפילן צום זיידן הרב הצדיק ר' יצחק שליט"א "רבי יצחק שליט"א איז געקומען פון יבנאל קיין אמעריקע, עס איז געווען א מסיבה פאר זיינע הייליגע מוסדות. איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין דארט, איך קום אזויפיל הכרת הטוב פאר רבי יצחק שליט"א, ער האט מיר אלע יארן אזוי מחזק געווען; ווען איך בין אריבער מיינע שווערע יארן אין היכל הקודש וכו' וכו' האט רבי יצחק שליט"א מיך זייער מחזק געווען. איך האב זייער ליב תלמידי היכל הקודש, עס איז ממש וואס דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן רצב): "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ", די וועלט וועט זיך וואונדערן אויף די ליבשאפט וואס וועט זיין צווישן ענק; וואס זאל איך דיר זאגן, ביי תלמידי היכל הקודש זעט מען עס; איין ווארט קען מען זאגן: "אשרינו"." &nbsp; אויך האבן אנשי שלומינו א שטארקע הכרת הטוב צו די עלטערן פון די בר מצוה בחור וועלכע געבן זיך אוועק טאג און נאכט פאר אנשי שלומינו, הרב ר' יעקב שליט"א איז פון די אויסגערופענע תלמידי חכמים אין כולל וואס איז עוסק בתורה יומם ולילה און יעדע הלכה'דיגע פראיעקט אין שטעטל ווערט אויסגעארבעט דורך די תלמידי חכמים. אזוי אויך מרת לעסער תחי' געבט זיך אוועק פאר די טייערע קינדערלעך זייענדיג דער מהנלת אין מיידל שולע, און באגלייט די קינדער און די טיטשערס אז די מוסדות זאלן קענען ארויסגעבן שיינע פירות קינדער וואס זענען יראי' ה' בעלי מידות טובות און געזונטע עקרת הבית און מאמעס וואס קענען ווייטער ציען ערליכע אידישע דורות. &nbsp; זאל דער אויבערשטער העלפן אז די עלטערן און די זיידעס זאלן ווייטער זען נאר אידיש נחת ביי אלע זייערע קינדער און אייניקלעך אמן.

    < זעה מער א כסלו תשפ"ד 📝
  • פלאג פון גניבות אין אמעריקאנער סופערמארקעטס

    אין אמעריקע פלאגט מען זיך זייער שטארק מיט א מגיפה פון גניבות אין די גרויסע געשעפטן, א פלאגענישט מיט וואס די רעגירונג קען נישט (אדער וויל נישט) זיך אן עצה געבן. &nbsp; עטליכע גרויסע סופערמארקעטס - צווישן זיי וואלמארט, טארגעט און סי ווי עס - האבן זיך שוין פארמאכט צוליב די נאכאנאנדע שאדענס וואס זיי האבן געהאט, און אנדערע האבן געמאלדן פלענער צו פארמאכן זייערע געשעפטן אין עטליכע גרויסע שטעט צוליב דעם פראבלעם. דאס פלאגט כמעט אלע גרויסע שטעט אין אמעריקע, אבער בעיקר שטייען ארויס די שטעט פון ניו יארק, שיקאגא, און לאס אנדשעלעס. די צרה איז אז די געצעץ אינפראסירער אין די גרויסע שטעט ווערן שטארק געשטערט דורך די פירער פון די שטעט וואס אנשטאט זיי העלפן אראפ רוימען די צרה לייט פון די גאסן, ווערן די געזעצן כסדר פארלייכטערט פאר זיי, און די רויבער ווערן אריינגעפירט אין פאליציי סטאנציע פון איין טיר, און עטליכע מינוט שפעטער ווערן זיי ארויסגעלאזט פון די אנדערע טיר. &nbsp; לויט אן אויספרעג האבן איבער צוויי דריטל ריטעיל געשעפטן געהעכערט זייער מינימום גניבה ריפארטן שטאפל אין די לעצטע יאר, צוליב די גרויסע צאל גניבות, און איבער פופציג פראצענט זאגן אז די צאל גניבות האבן זיך פארמערט, מיט בערך א פערטל (!) וואס זאגן אז די גניבות זענען א טעגליכע ערשיינונג, און פינף און נייציג פראצענט זאגן אז זיי זענען געווען קרבנות פון ארגאניזירטע פארברעכן באנדעס אין די פארגאנגענעם יאר. &nbsp; די סיבות פארוואס דאס פאסירט זענען אסאך, אבער די עיקר סיבות פארוואס עס ווערט נאר ערגער ווערט שטארק צוגעשריבן צו די פארמערטע פראבלעמען אין מענטעל העלט און דראג עדיקשאנס, א זאך וואס פלאגט די אלגעמיינע גאס מיט יעדן טאג מער און מער צוליב די קאלטע ווינטן וואס בלאזן אין אמעריקע מער און מער, בשעת אמאל האט מען אין אמעריקע רעספעקטירט רעליגיע, מען האט געשעצט א משפחה לעבן, איז היינט א וועלט וואס מען קען יעדעם טאלערירן, די גרעסטע מושחותים, די גרעסטע רוצחים, ווערן ארויפגעקוקט ווי העלדן, און מה יעשה הבן? די קינדער וואקסן אויף צומישט און צוחישט, מען ווייסט נישט צי א מענטש איז א חיה, אדער א חי' איז א מענטש. דאס איז וואס די פאבליק סקול סיסטעם אין אמעריקע געבט ארויס. דאס זענען די פירות. &nbsp; אין די זעלבע צייט זענען דא עלעמענטן וואס קענען קומען צו די חרד'ישע מוסדות אין פארלאנגען "סובסטענשל איקווילענסי", מען זאל מאכן די מוסדות ענדליך צו די פאבליק סקולס. אין די מוסדות התורה קען זיך מאכן אז עס זאל זיין פאליציי ביי די טירן, אבער פארוואס? ווייל צומאל שפירן די שטאטישע טאטעס אז צוליב אן אגעצויגענקייט א טעראר שרעק ווילן זיי לייגן שמירה על כל צרה שלא תבא. ביי די פאבליק שולעס, זענען אייביג דא פאליציי, ביי יעדע אריינגאנג און ביי יעדע ווינקל. פארוואס? ווייל קינדער קומען מיט געווער אין שולע, מען דארף היטן קינדער פון ווערן געבוליט דורך אנדערע. דאס ווילן זיי מאכן פון אונזערע קינדער? &nbsp; ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו, מיר האבן אן אויסגעטרעטענע וועג וואס מיר האבן מקבל געווען פון די פריערדיגע צדיקים וואס האבן מקבל געווען פון זייערע רבי'ס דור אחר דור ביז משה רבינו, וואס דאס איז וואס מיר וועלן ווייטער טון, און אזוי וועלן מיר ווייטער לערנען אונזערע קינדער.

    < זעה מער כט חשון תשפ"ד 📝
« Previous Next »

Showing 691 to 705 of 1837 results

1 2 ... 44 45 46 47 48 49 50 ... 122 123
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com