Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • בית התבשיל טייטל אויס טויזטער דאלער ווערט אין קיופאנס לכבוד יום טוב

    דער וואויל באקאנטער בית התבשיל אנגעפירט דורכן געטרייען און איבערגעגעבנעם ר' שלמה יאקאבאוויטש, האט די וואך אויסגעטיילט פאר אנשי שלומינו טויזנטער דאלאר ווערט אין קיופאנס צו פארשידענע געשעפטן. די קיופנאס וועלכע שטעלן צו צווישן 20% און 50% דיסקאונט צו פילע וויכטיגע סטארס, האט מען אויף די אנווייזונג פון ראש ישיבה שליט"א געטיילט לכל דכפין, ווער עס האט געבעטן, כדי אז אלע וואס דארפן עס האבן זאלן האבן א שמחת יום טוב און הרחבת הדעת.   דער פראיעקט וואס איז געווארן צוגעשטעלט דורך בית התבשיל היכל הקודש ווערט געשאצט צו קאסטן שווערע טויזנטער דאלאר, שטעלט צו קיופאנס צו פילע פראדוקטן וואס מען דארף איינקויפן יעצט פאר יום טוב, דאס רעכענט אריין דער ספרים סטאר אין שטעטל, דער פיש סטאר אין שטעטל, דריי גודס אין שעטעל, שיך פאר קינדער אין שטעטל, קינדער וועש ביי קינדער קארנער אין קרית יואל, חסידישע מלבושים דזשי דזשי - גלויבער - דזשי בי פון איבעראל, עטליכע פירמעס הוט סטארס אין וויליאמסבורג, און עטליכע געשעפטן פון פרויען קליידער אין ווילאמסבורג.   די קיופאנס וועלן זיין זייער נוצבאר פאר פילע משפחות פון אנשי שלומינו מען זאל קענען איינקויפן וואס מען דארף טראץ דעם וואס די אינפלאציע איז שטארק געשטיגן, און אסאך קענען זיך נישט ערלויבן צו איינקויפן לכבוד יום טוב.   עקסטער ווערט אויסגעטיילט דורכן ראש ישיבה שווערע טויזנטער דאלער אין גראסערי וואס ווערט אריינגעלייגט דירעקט אינעם אקאונט פון פילע תלמידי חכמים און נויטבאדערפטיגטע משפחות, וואס דערמיט וועלן זיי קענען איינקויפן אלעס מכל טוב וטוב לכבוד יום טוב.   נאכדעם קומט קומענדיגע וואך א גאר גרויסע חלוקה אין שטעטל פון אלע פסח געברויכן וואס וועט זיין אפן פאר ברייטן ציבור, אויך די וואס וואוינען אין אנדערע שטעט, די חלוקה וועט אנטהאלטן צווישן אנדערע פרוכט, גרינצייג, אייער, פאטעיטע, גרעיפ דזשוס און וויין. די פונקטליכע פלאץ און צייט ווערט נאך יעצט אויסגעארבעט, פרטים יבואו בעזרת השם יתברך.   די אלע פראיעקטן קומען צו ערפילן דעם בית התבשיל'ס ציל, אז אלע זאלן האבן וואס זיי דארפן לכבוד יום טוב און מען זאל קענען דינען דעם אייבערשטן מיט הרחבת הדעת, אן דעם וואס די חובות זאלן ח"ו דרוקן אויפן הארץ.   צו העלפן דעקן די גרויסע הוצאות, קען מען רופן ר' שלמה יאקאבאוויטש אויף 845-637-5367   דער בית התבשיל איז אן ארגאניזאציע וואס ווערט אויסגעהאלטן דורך נדבות פון אחינו בית ישראל וואס זענען מנדב מיט הארץ און געפיל. ביטע עפענט אייער הארץ און געבט צו שטייער פאר דעם הייליגן ארגאניזאציע "בית התבשיל היכל הקודש. מען קען מנדב זיין אנליין אויף https://secure.cardknox.com/beishatavshildbreslev אדער קען מען רופן דעם גבאי ר' שלמה יאקאבאוויטש אויף 845-637-5367.   כל דכפין ייתי וייכול

    < זעה מער א ניסן תשפ"ג 📝
  • נייער השבת אבידה שטיבל אין שטעטל העלפט ארויס שפארן אידיש געלט

    אין א פארזוך צו העלפן משפחות וואס קענען נוצן אביסל הילף, און פארמינערן די שעדליכע פאלגן פון לעבן אין חובות האבן עטליכע משפחות אין שטעטל געגרינדעט א השבת אבידה שטיבל. דער געדאנק איז געקומען פון א דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א אין ירושלים עיה"ק. &nbsp; אינעם דרשה האט דער ראש ישיבה שליט"א דערציילט איבער א אינגערמאן אין ארץ ישראל וואס אנשטאט צו בארגן און זיך מאכן חובות, פלעגט ער אהיים נעמען די איבערגעליבענע חלה פון שלש סעודות פון בית המדרש, וואס דאס האט מען געגעסן ביי אים א גאנצע וואך. אזוי אויך פלעגט ער נעמען פונעם שמש די וועש וואס פלעגט איבער געלאזט ווערן אין מקוה עס צו נוצן ביי זיך אינדערהיים, אנשטאט צו קויפן פרישע דורך בארגן און נישט באצאלן. &nbsp; די מעשה האט געמאכט דעם ראש ישיבה טראכטן אז אפשר וואלט מען עס געקענט נאכמאכן דא, עס איז אזא שאד ווי אזויפיל טייערע העמעדער און וועש גייען אין מיסט יעדע וואך. דער ראש ישיבה האט געבעטן אויב עס איז דא א משפחה וואס איז גרייט צו נעמען אויף זיך די גרויסע מצוה. משפחת שטראסער האט זיך דאן אונטער גענומען אהיים צו נעמען די וועש, עס שיין אויסוואשן, און עס דערנאך ארויסלייגן אז ווער עס דארף עס זאל עס קענען נעמען. &nbsp; שפעטער האט משפחת טייטלבוים איבערגענומען דעם פראיעקט, זיי האבן אנגהויבן צוזאם צו נעמען די איבערגעבליבענע וועש, און אלע מיט א נאמען געבן זיי צוריק צו זייערע אייגענטומער, און אלע אנדערע וואשן זיי שיין אויס, און לייגן עס ארויס אינעם השבת אבידה שטיבל, און יעדע שטיק צייט וועט מען מאכן אן אויספארקויפן און יעדער וואס וויל וועט קענען קומען קויפן. &nbsp; יעצט, איז שוין די השבת אבידה שטיבל אפן, מען נעמט שוין אן אלע זאכן וואס ווערן געטראפן, די וואוילע משפחות וואס שטייען אונטער דעם פראיעקט האפן, אז משפחות וואס ווילן זיך שפארן געלט, כדי נישט אריינצופאלן אין חובות וועלן קענען האבן דערפון א שטארקע נוצן. &nbsp; אויב איר טרעפט סיי וועלכע פארלוירענע חפץ, קען מען עס אריינברענגען צום השבת אבידה שטיבל און מקיים זיין די גרויסע מצוה פון די תורה פון השבת אבידה, פאר סיי וועלכע פראגע איבערן השבת הבדיה שטיבל, אדער אויב איר ווילט ארויסהעלפן מיטן פראיעקט קען מען רופן אויף 845-243-0604. די אדרעס וואו מען קען אריינטראגן די חפצים איז אויף 121 טווין ברידזש רד. ליבערטי. &nbsp; דער השבת אבידה שטיבל איז א פרישע רינגל אינעם גרויסן קייט פון חסד און אחדות וואס קומט פאר אינעם שטעטל, ווי מען שטרעבט און מען שעפט חיות פון העלפן א איד אויף סיי וועלכע אויפן. &nbsp; התורה חסה על מממונם של ישראל

    < זעה מער א ניסן תשפ"ג 📝
  • פראוועט א געהויבענע סדר מיטן באקאנטן הגדה "אור זרוע" פון מוהרא"ש זי"ע

    אזוי ווי מיר דערנענטערן זיך מיט שנעלע טריט צום הייליגן יום טוב פסח, דער יום טוב פון אמונה, גרייטן זיך אידישע קינדער צום הייליגין יום טוב מיט פילע הכנות. מען קויפט איין מצות, וויין, פיש, פלייש און אלעס אינדערצווישן. אבער וואס קען זיין א בעסערע הכנה צום הייליגן סדר ווי לערנען דעם הייליגן הגדה "אור זורע" געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע? דער יעצטיגער מהדורה פון די הגדה איז גאר שיין אין הערליך געדרוקט מיט קלארע געשמאקע גרויסע אותיות, און צוגעשריבן דערצו די הערליכע ווערטער פון אמונה און די באדייט פון די הייליגע מצות פון די סדר נאכט געשריבן דורכן גרויסן צדיק מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; די הגדה אנטהאלט די גאנצע סדר נאכט מיט פילע שיינע ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע ווי ער טייטשט אריין די ווערטער פונעם בעל ההגדה אויף לעובדה ולמעשה, און לייגט אריין די ווערטע אין מויל מען זאל קענען איבערגעבן די הייליגע אמונה פאר די קינדער און די ווייטערדיגע דורות. &nbsp; די הגדה האט מען שוין עטליכע מאל איבערגעדרוקט און עס איז אלץ גלייך צוכאפט געווארן פון די מפיצים ווי נאר עס איז ארויסגעקומען. אבער יעצט איז דא א פרישע געלעגענהייט זיך איינצוקויפן דעם שיינעם הגדה. דער קרן הדפה האט לכבוד פסח געדרוקט א פרישע שפימענט פון די הגדה, אויף א גאר א שיינעם פארמאט, וואס וועט זיכער צוגעבן צום געשמאקן סדר נאכט. &nbsp; איר קענט יעצט קויפן די הגדה פונעם וועבסייט, מאכט זיכער נישט אפצושטופן. יעצט איז נאך דא גענוג צייט אז עס זאל נאך אנקומען צו אייך אהיים גענוג פרי פארן הייליגן יום טוב, אז איר זאלט קענען לערנען דערין יעדן טאג אביסל ביזן הייליגן סדר נאכט, און אזוי ארום זיין אנגעזאפט מיט די הייליגע אמונה וואס איר וועט קענען איבערגעבן ביים סדר. &nbsp; 📖 הגדת אור זרוע לשון הקודש 📖 הגדת אור זרוע אידיש

    < זעה מער כח אדר תשפ"ג 📝
  • Second Volume of Best-Selling Light of Emunah Now Available

    The highly-anticipated second volume of the Rosh Yeshiva&rsquo;s sefer &ldquo;The Light Of Emuna&rdquo; - which is &ldquo;Atzusoi Emunah עצתו אמונה&rdquo; translated in English - is now available in stores and online. Following the success of the first volume, which became a best-seller and wasmet with great enthusiasm from English-speaking Jews worldwide and received rave reviews, readers are eager to delve into the second volume of the Rosh Yeshiva&rsquo;s thought-provoking insights. &nbsp; In "Light of Emunah Volume 2," the Rosh Yeshiva continues to provide readers with answers to life's biggest questions, drawing from the Rebbe&rsquo;s extensive wisdom. The book tackles topics such as relationships, self-improvement, and spirituality, and offers practical advice that readers can apply to their daily lives. &nbsp; One of the standout features of the book is the Rosh Yeshiva&rsquo;s ability to address a wide range of struggles that people face in their lives. From dealing with difficult emotions to finding purpose and meaning in life, the book provides readers with a roadmap to navigate these challenges and come out stronger on the other side. &nbsp; Readers who have already picked up the second volume of "Light of Emuna" have been raving about its content, calling it "insightful," "life-changing," and "an absolute must-read." &nbsp; Don't miss out on this opportunity to deepen your connection to Hashem and to gain valuable insights into the power of Emuna. Order your copy today and join the many readers who have already been transformed by this remarkable series! &nbsp; 📖 The Light of Emunah - Volume 2 &nbsp; צווייטער באנד עצתו אמונה שוין ערשינען &nbsp; דער הערליכער ספר פונעם ראש ישיבה שליט"א "The Light Of Emuna" - וואָס איז "עצתו אמונה" איבערגעזעצט אויף ענגליש - איז שוין דא צו באקומען ביי די מפיצים און אָנליין. &nbsp; נאך די גרויסע הצלה פונעם ערשטן באנד, וואס איז געווארן א בעסט-סעלער און איז באגריסט געווארן מיט גרויס ענטוזיאזם דורך די ענגליש-רעדנדע אידן איבער דער וועלט, פון וועם מען האט צוריק געהערט געוואלדיג גריסן, ווי די פילע ליינער קענען שוין קוים ווארטן צו לערנען דעם צווייטן באנד. &nbsp; אין "לייט אף אמונה חלק ב'", גיט דער ראש ישיבה ווייטער גאר שיינע תשובות צו די מערסט קאמפליצירטסטע שאלות אין לעבן, אלעס ארויסגענומען פון הייליגן רבינ'ס ספרים. דער ספר באהאנדעלט פילע שאלות פון ווי שלום בית, נפשיות'דיגע פראבלעמען, חינוך, און פראקטישע עצות וואס די לייענער קענען פאקטיש אויספירן צו פארבעסערן זייער לעבן. &nbsp; אויב ליינט איר ענגליש, פארפאסט נישט די געלעגענהייט צו קויפן דעם ספר און מיט דעם וועסטו קענען שפירן אן אמת'ע קרבת אלוקים, און שפירן די "ליכטיגקייט פון אמונה"! &nbsp;

    < זעה מער כח אדר תשפ"ג 📝
  • הערליכע מעמד חנוכת הבית און קביעת מזוזה אין בית המדרש היכל הקודש לאנדאן

    לאנדאן - היינט זונטאג האבן אנשי שלומינו בייגעוואוינט א זעלטן שיינעם מעמד אינעם בית המדרש ווען מען האט מחנך געווען דעם פארגרעסערטן בית המדרש און מען האט קובע געווען די מזוזה ביים הויפט טויער פון בית המדרש. די גבאים וואס געבן זיך אפ מיט גרויס געטריישאפט פארן וואוילזיין פונעם בית המדרש האבן געלאדענט דעם גרויסן תלמוד חכם הרה"ג ר' מאיר מארקאוויטש שליט"א, דומ"ץ סאטמאר לאנדאן ער זאל מפאר זיין ביים מעמד און ארויפלייגן די מזוזה. &nbsp; דער קביעת המזוזה האט נאגעפאלגט מיט א לחיים, ווי אנשי שלומינו האבן געהאט די געלגענהייט צו הערן עטליכע טייערע דיבורים פונעם דיין הרב מארקאוויטש שליט"א. &nbsp; דער דיין האט דערמאנט די גרויסקייט פון די מזוזה וואס דער רמב"ם שרייבט אז דאס קומט צו דערמאנען א איד יעדעס מאל וואס מ'גייט דורך די טיר אז עס איז דא א באשפער אויף דער וועלט, וואס דאס איז דער יסוד פון א איד. &nbsp; דערנאך האט ער געזאגט אויף די סדרה "אדם כי יקריב מכם קרבן לה'," אז א מענטש דארף זען זיך מקרב צו זיין צום אייבערשטן נאנט ווערן צום רבונו של עולם, און ארויסגעברענגט ווי א מענטש דארף זיין נאנט צום אייבערשטן אין יעדע מצב און איבעראל. &nbsp; דערנאך האט ער גערעדט איבער דעם אז אויב מען וועט אנהאלטן די אחדות וועט מען וואקסן און שטייגן בסעייתא דשמיא. &nbsp; אויך האט ער ארומגערעדט איבערדעם ווי מען זעט אז וואס א יאר שפעטער זעט מען מער און מער איין אז מען מוז צוקומען צו די חיזוק און עצות פון הייליגן רבין, אויך האט ער גערעדט איבער די וויכטיגקייט פון דעם אז מען שטייט ביי א גרינדונג פון א בית המדרש דארף מען זיך פארנעמען מיט א שטארקייט אז מען רעדט נישט ביים דאווענען וואס דורכדעם איז מען זוכה צו אלע גוטע ברכות, און די תפילות ווערן אנגענומען ביים אייבערשטן. &nbsp; ער האט פארציילט אז פאריאר ווינטער האט ער געהאט איינמאל א געפערליכער עגמת נפש, אין אן ערב שבת ער איז אריין אין בית המדרש שבת מיט א שווערע געמיט, ער האט פרובירט זיך צו שטארקן - ווי נישט ווי עס איז שבת, ביים דאווענען זעט ער אז אויפן טיש נישט ווייט פון אים ליגט עפעס א צעטל, נאכן דאווענען האט ער געזען אז עס איז געווען א גליון וואס האט אראפגעברענגט א שטיקל פון הייליגן רבין וואס האט אים מחזק געווען אויף דער ענין ממש וואס ער איז דעמאלטס דורכגעגאנגען, און הער האט געזען אז ממש מן השמים האט מען אים צוגעשיקט דעם שטיקל פון הייליגן רבין ער זאל זיך קענען שטארקן אין זיין מצב. &nbsp; אויך האט מען געהערט שיינע ווערטער פון הרב חיים יוסף ארגעל שליט"א וועכלער איז אן אייניקל פון הייליגן רבין, וואס האט גערעדט איבער די גרויסקייט פון הייליגן רבין, און די געוואלדיגע קרבת אלקים וואס א מענטש באקומט ווען מען לערט און מען פאלגט דעם הייליגן רבין. &nbsp; די פילע אנשי שלומינו פון לאנדאן וואס האבן זיך באטייליגן ביי דעם שיינער מעמד, זענען ארויס געשטארקט און געמוטיגט פון די שיינע ווערטער. דערנאך האבן זיך די גבאים באדאנקט פאר אלע וואס האבן געהאט א חלק אינעם בויען פון בית המדרש, און פאר די וואס האבן צוגעהאלפן צום שיינעם מעמד. &nbsp; דער בית המדרש היכל הקודש אין לאנדאן איז און וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ווייטער זיין א לייכט טורעם פאר די ערליכע לאנדאנער אידנטום, וואס ווער אימער עס דארף נאר א דאזע חיזוק וועט וויסן אז עס איז דא אן אדערס, עס איז דא א שול ווי מען קען הערן גוטע ווערטער וואס מאכן גרינגער אויפן הארץ, א פלאץ ווי מען קען טרעפן עצות און חיזוק וויאזוי צו דינען דעם אייבערשטן אין יעדן מצב. &nbsp; ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם!

    < זעה מער כו אדר תשפ"ג 📝
  • פיר יאר פון כולל היכל הקודש אפגעצייכעט

    מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן ווערט יעצט אפגעצייכענט פיר יאר זינט די גרינדונג פונעם כולל היכל הקודש, די כולל וואס האט זיך אנגעהויבן זייער קליין אסרו חג פסח תשע"ט מיט צוויי אינגעלייט, האט מצליח מיט גרויסע נסים, און יעצט האלט מען שוין ביי קרוב צו צוואנציג אינגעלייט, מיט א יערליכע בודזשעט פון קרוב צו א האלב מיליאן דאלער. &nbsp; ווי באקאנט איז דער כולל אוועקגעשטעלט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א בלויז פאר אינגעלייט וואס איז באמת תורתם אומנתם, וואס זייער גאנצער ציל אין לעבן איז צו לערנען און זיך משלים זיין אין די הייליגע תורה, און אויסוואקסן דיינים צו קענען פסק'ענען פאר כלל ישראל, צו קענען ענטפערן שאלות פאר אידישע קינדער.&nbsp; &nbsp; וויבאלד די קהלה צואוואקסט זיך ברוך ה' אויף גאר א שנעלע ראטע, דארף מען דרינגענד האבן נאך דיינים אין די קהלה. די אינגעלייט לערנען מיט א סדר, מקצוע נאך מקצוע, און פארהערן זיך יעדע שטיק צייט ביי גדולי הרבנים שליט"א, און רוקן זיך ברוך ה' שיין און שנעל מיט גרויס סוקסעס. &nbsp; פארשטייט זיך אז דאס קאסט אפ גרויסע געלטער, דער ראש ישיבה שליט"א וויל צאלן די אינגעלייט אויף אן אופן אז זיי זאלן קענען לעבן מיט הרחבת הדעת און דער גאנצער קאפ און מח זאל זיין פארנומען נאר מיט די הייליגע תורה. &nbsp; עס נעמט א דורכשניט פון זעקס יאר פון ווען א אינגערמאן קומט אריין אין כולל ביז ער איז גרייט צו פסק'ענען, דאס מיינט, אז פאר יעדן איינציגן דיין וואס די קהילה דארף האבן אין זעקס יאר ארום, דארף מען שאפן הונדערט טויזנט דאלער. &nbsp; יעצט, פיר יאר נאך די התייסדות הכולל, ווערט געמאלדן די פריידיגע נייעס אז די כולל נעמט אן "יששכר זבולון שותפות". דאס איז א ספעציעלע שותפות וואו דער נדבן וועט האבן די מעגליכקייט צו וויסן ווער פון די יונגעלייט אין כולל איז "זיין אינגערמאן". און וואס קען דען זיין א שענערע זאך פון דעם וואס איר וועט וויסן אין זעקס יאר ארום אז אלע וואס פרעגן שאלות פון "אייער" דיין, איז דאס אלעס אויף אייער אקאונט, וצדקתו עומדת לעד. אלע וואס שרייבן אונטער א "שטר שותפות יששכר זבולון" וועלן אויך האבן א חתימה פון די ראש ישיבה אויף דעם. &nbsp; עטליכע יונגעלייט האבן זיך אפגערעדט פאר'ן גבאי הכולל אז זיי ווילן זייער שטארק ארויסהעלפן די כולל, זיי ווייסן און פארשטייען די וויכטיגקייט און גרויסקייט פון דעם, אבער זיי האבן נישט קיין געלט צו געבן, האט דער גבאי זיי געזאגט אז דו וועסט גיין נאך געלט וועסטו אין צוויי דריי וואכן צאמשטעלן א טויזנטער, און ברוך השם ס'איז טאקע אזוי געווען. אדרבה, איבערצייגט אייך אליין. &nbsp; דער ראש ישיבה זאגט בשם צדיקים, און אזוי שטייט אין ספה"ק אשר בנחל, אז ווען א מענטש גייט נאך געלט, קומט ער אפ ד' מיתות בית דין. אויך האט די ראש ישיבה געשריבן לעצטנס א בריוו אז ווען מ'גייט נאך געלט ווערט מען אויסגעלייטערט, מ'קומט ארויס ריין. אלע וואס וועלן גיין נאך געלט פאר די כולל וועלן באקומען א ספעציעלע אנערקענונג פון די כולל. פאר פרטים, ביטע זיך פארבינדן מיט'ן גבאי הכולל. און די כולל איז גרייט צו זיין בייהילפיג מיט סיי וואספארא הילף צו גיין נאך געלט, צ.ב.ש. מ'קען באקומען א בייטל פושקע. מ'קען באקומען נעמען פון בעלי שמחה אנצורופן אויפ'ן טעלעפאן. מקען באקומען אדרעסן אין אייער שטאט צו אויפפיקן געלט פאר די כולל, און אזוי ווייטער. &nbsp; אין די זעלבע צייט ווענדט זיך די כולל מיט א בקשה, אויב איר ווייסט פון א פלאץ וואו מ'עפנט סיסטעמאטיש פאר משולחים, ביטע מודיע זיין אז די כולל זאל קענען גיין בעטן פאר אונזער חשוב'ע הייליגע צוועק. ושכרכם הרבה מאוד!

    < זעה מער כג אדר תשפ"ג 📝
  • בית התבשיל גרייט זיך מיט גרויסע חסד פראיעקטן אויף פסח

    ווי עס איז אייך שוין זיכער באקאנט, טוט די הנהלת בית התבשיל היכל הקודש פארטיילן שווערע טויזענטער דאלער פאר אומצאליגע נויטבאדערפטיגע משפחות בקרב קהלתינו הק׳, במשך א גאנץ יאר כדי עס זאל זיין אין שטוב רואיגקייט און ישוב הדעת. &nbsp; יעצט פאר יום טוב איז איבעריג ארויסצוברענגן וויפיל עס קאסט אפ א פסח אין א אידישע שטוב, ווען יעדע ריר שלעפט אריין אין אומגעהויערע הוצאות. ליידער אין פילע אידישע שטיבער קען מען נישט נהנה זיין פון דעם עונג יו״ט און פילן דעם זמן חירותנו צוליב דעם שרעקליכן עול הכספי וואס דרוקט אויף די פלייצעס פון דעם ראש המשפחה. &nbsp; היי יאר איז ליידער דער ליסטע שטארק געשטיגן, און מיר מוזן שאפן צענדליגע טויזענטער דאלער מער ווי די פארגאנגענע יארן, סיי צוליב די צוגעקומענע נויטבאדערפטיגע און סיי צוליב וואס מיר זענען געצווינגען צו העכערן די נתינות, כדי צו פארזיכערן אז די נצרכים קענען זיך ערלויבן אויך צו האבן א כשר׳ן פרייליכן יו״ט. &nbsp; דאס אלעס קען נאר אנגיין דורכדעם וואס מיר וועלן אויפטרייבן גרעסערע סכומים פון אלע נדיבי לב, וואס מיט זייער ברייטהארציגקייט און ווארימע געפיל וועלן זיי מקיים זיין דעם "כל דכפין ייתי ויכול", און קויפן זכותים צו העלפן אונזערע אייגענע ברודער, שכנים, קרובים, וידידים אריינברענגען דעם פסח, און דערמיט פארזיכערן אן עונג יו״ט פאר אומצאליגע פאמיליעס. &nbsp; מער ווי אלע יארן ביז יעצט, איז היי יאר קריטיש וויכטיג די נדבות, ווייל אפילו מיטל-קלאס פארדינער קענען אויך נישט דעקן דעם יו״ט, צוליב די שארפע אינפלאציע וועלכע בוזשעוועט. ווי מיר זענען אלע עדות עס טאג טעגליך, ספעציעל אין די גראסערי, ווי מען ווערט יעדע וואך פריש שאקירט מיט וויפיל די פרייזן זענען געשטיגן, און צו קענען איינרישען א יו״ט מיט אזעלכע פרייזן אן די הילף און תמוכה פונעם בית התבשיל איז כמעט אוממעגליך. &nbsp; די הנהלת בית התבשיל איז געזיצן מיטן ראש ישיבה און דורכגעגאנגען וואס מ'קען טון ארויסצוהעלפן, דער ראש ישיבה האט געבטן די הנהלה פונעם בית התבשיל זאל שאפן לכל הפחות $75,000 אין קעש וואס דער ראש ישיבה שליט"א וויל אליינס פארטיילן פאר די אלע משפחות וואס ער ווייסט אז זיי נויטיגן זיך דערין. &nbsp; אזוי האט דער ראש ישיבה געבעטן דעם בית התבשיל צו אראנדזשירן גרויסע חלוקות אויף יום טוב פסח ווי מען זאל פארטיילן לכל הקהל הקודש בהרחבה פלייש, פיש, פאטעיטעס, גרעיפ דזשוס, אייער, צוויבל, און נאך אסאך זאכן עס זאל זיין פון וואס צו מאכן דעם יום טוב אין שטוב. &nbsp; דער ראש ישבה שליט"א האט געזאגט אז די חלוקות זאלן זיין פאר כל הקהל הקודש, כדי זאל נישט זיין קיין בושה, און די וואס דארפן עס זאל קענען נעמען בדרך כבוד. &nbsp; דאס אלעס עס ציעט אריין אין אומגעהויערע הוצאות. און מען בעט ווער עס קען זאל נעמען א חלק. ווייל די קאסע איז ממש ליידיג, און מען דארף ריזיגע סכומים פאר די אלע גרויסע פראיעקטן. ביטע רופט אייך אן ווארעם און רופט דעם גבאי ר' שלמה יאקאבאוויטש הי"ו אויף 845-637-5367, אזוי אויך קען מען געבן אנליין אויף דעם לינק. &nbsp; נעמט אייך אונטער א גאנצע משפחה אויף יום טוב פאר $1,800 אדער פאר $360 קענט איר האבן דעם ליל הסדר פאר א משפחה אויף אייער זכות, און פאר $180 קענט איר באצאלן א סעודת יום טוב פאר א משפחה. &nbsp; ווי דער גבאי ר' שלמה געבט אונז איבער מוז ער היי יאר שאפן לכל הפחות $75,000 צו קענען נאכקומען די אלע גרויסע חסד פראיעקטן און זיכער מאכן אז יעדע שטוב איז פארזארגט מיט אלע הצטרכות לכבוד פסח הבעל״ט. &nbsp; מיר ווענדן זיך צום ברייטן ציבור אנ״ש: העלפט אונז ארויס אין די הייליגע קריטישע ארבעט! און בשכר זה זאל אייך דער רבוש״ע אייך באשערן מיט עושר ואושר, אך טוב וחסד כל ימי חייכם, איר זאלט זיך שטענדיג געפינען אויפן צד הנותן און קיינמאל נישט דארפן צוקומען לידי מתנת בשר ודם, מיר זאלן זוכה זיין צו זיצן אינאיינעם, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים בירושלים הבנויה.&nbsp;

    < זעה מער כב אדר תשפ"ג 📝
  • מענער שיך אין שטעטל צו באקומען פאר צוואנציג פראצענט פונעם פרייז

    אויפן פארלאנג פון ראש ישיבה שליט"א, גרייט זיך די נייע שיך געשעפט אין שטעטל צו פארקויפן שיך לכבוד יום טוב פאר די איינוואוינער פון שטעטל פאר א הנחה פון "אכציג פראצענט". די נייע שיך געשעפט "אָפּער שו" וואס האט זיך לעצטענס געעפענט אין שטעטל האט שוין ארויסגעשטעלט אן אפיצעלער מודעה אז מענער קענען קומען אין די קומענדיגע צוויי וואכן פון פרשת ויקרא איינקויפן שיך פאר זיך און פאר די בחורים מיט א דיסקאונט פון 80%, און מען דארף באצאלן בלויז 20% פון די ריכטיגע פרייז. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט זיין זון הר"ר אלחנן חיים רוטה שליט"א, צו פירן דעם גרויסן חסד פראיעקט, און שאפט דאס געלט צו קענען דעקן די גרויסע הוצאות דערפון. &nbsp; די שיך געשעפט "אָפּער שו" געפונט זיך אויף 73 האָשקי רד. און ווערט געפירט דורך מו"ה יואל וועבערמאן הי"ו וואס געבט זיך אפ מיט גרויס געטריישאפט מיט יעדן קאסטומער. צו קויפן שיך קען מען אים רופן אויף 845-662-8423. &nbsp; אט איז די בריוו וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן פאר ר' יואל איבער דעם חסד פראיעקט: &nbsp; "זיי מודיע אז מען וועט קענען קויפן ביי דיר שיך לכבוד פסח פאר אנשי שלומינו פון שטעטל פאר אכציג פראצענט דיסקאונט. א שיך וואס קאסט צום ביישפיל הונדערט פינף און צוואנציג וועט מען קענען קויפן ביי דיר פאר פינף און צוואנציג דאלער, איך וועל דיר געבן די איבריגע הונדערט פאר יעדע פאר שיך." &nbsp; "די יאר וועט זיין די ערשטע יאר, איך האף צום אייבערשטן דאס צו קענען טון אלע יארן; לאמיר אנהויבן מיט מענער שיך פאר בחורים און אינגעלייט."

    < זעה מער כא אדר תשפ"ג 📝
  • דער ראש ישיבה רופט צו אנשי שלומינו: אלע איינגעשטעלטע מוזן ווערן באצאלט אויף יום טוב!

    מיט צוויי חדשים צוריק האט דער ראש ישיבה געלאזט רופן מו"ה יעקב משה אינדארסקי הי"ו, און זיך אויסגעדוקט פאר אים: "וואס גייט מען טון אויף פסח? אויף פסח מוז יעדער ווערן באצאלט!", דער ראש ישיבה האט אים געזאגט אז ער ווייסט אז עס זענען דא איינגעשטעלטע וואס זענען שוין נישט געהעריג באצאלט געווארן די לעצטע עטליכע חדשים. מען האט ארום געשלעפט מיט זיי, דער ראש ישיבה האט אים געזאגט "אויף פסח מוז יעדער ווערן באצאלט. מיר טארן נישט בלייבן שולדיג איין צענט פאר קיין שום איינגעשטעלטער אין די מוסדות!" &nbsp; מען געבט איבער פון די אפיס פון די מוסדות אז לעת עתה איז מען הונטערשטעליג פעיראל מיט כמעט א פערטל מיליאן דאלער, וואס דאס אלעס דארף ווערן אויפגעטריבן ביי אנשי שלומינו אין די קומענדיגע וואך צוויי. ר' יעקב משה זאגט אונז: "עס ליגט אויף אונז א חוב זיכער צו מאכן אז אויף יום טוב זענען אלע וואס ארבעטן פאר די מוסדות פון אל"ף ביז ת"וו באצאלט. זיי אלע דארפן באצאלן זייער לעקטער ביל, זייער מארטגעדזש, זיי דארפן איינקויפן אויף יום טוב. מיר קענען זיי נישט לאזן מער ווארטן!" &nbsp; ווי באקאנט ווערט פון דא באצאלט די איינגעשטעלטע פון אלע מוסדות היכל הקודש, וואס אנטהאלט שוין היינט 5 חדרים, 3 מיידל שולעס, און 2 ישיבות. וואס איז אויסגעשפרייט און עטליכע שטעט אין אמעריקע און אין ארץ ישראל. די פעיראל פון די מוסדות שטייט היינט ביי איבער פינף און דרייסטיג טויזנעט דאלער יעדע וואך. די הנהלה פרובירט מיט אלע כחות אויפצוקומען מיט דאס געלט יעדע וואך, און לייגט א פריאריטעט אויף די מלמדים און טיטשערס אז זיי זאלן ווערן באצאלט אין צייט, אבער יעצט אויף פסח האט דער ראש ישיבה באפוילן אז מען זאל טון וואס מען קען אז אלע זאלן ווערן אינגאנצן אויסגעצאלט. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געבעטן אז אפילו די וואס האבן נישט די מעגליכקייט צו געבן אליינס, זאלן גיין נאך געלט ארויסצוהעלפן באצאלן די חובות וואס ער האט פון די מוסדות. דער ראש ישיבה זאגט אז ווען מען העלפט די מוסדות העלפט מען זיך אליינס, מען טוט אים נישט קיין טובה. פארוועם דארף ער די מוסודות אויב נישט פאר אונז? &nbsp; דערפאר ליגט אויף אונז א פליכט זיך אנצושטרענגען און זיך באשטייערן מיט וויפיל מען קען נאר, און מיט דעם אראפ נעמען דעם עול פונעם ראש ישיבה, אז ער זאל קענען גיין צום סדר מיט א רואיגע געוויסן, וויסענדיג אז אלע זענען געווארן באצאלט, און ער טראגט נישט קיין פעיראל חובות ווייטער. &nbsp; שפירט פאר א זכיה זיך משתתף צו זיין צום קמחא דפסחא קאמפיין פון די מוסדות, און רופט אדער טעקסט שוין דעם מנהל המוסודות מו"ה אברהם משה שטראסער הי"ו אויף 917-578-0495, אדער דעם גבאי צדקה מו"ה יעקב משה אינדארסקי הי"ו אויף 845-662-3207, צו געבן אייער ברייטהארציגע נדבה, אחד המרבה ואחד הממעיט ובלבד שיכון לבו לשמים, ופרוטה ופרוטה מצטרפת! &nbsp; דער אויבערשטער וועט זיכער באצאלן פון אלעם גוטן פאר אלע נדבנים וואס לאזן זיך קאסטן פאר'ן אייבערשטנ'ס וועגן, צו שטיצן די הייליגע מוסדות וואס לערנט אמונה מיט די קינדער, וואס לערנט די קינדער ליבשאפט צום אייבערשטן און צו זיין תורה.

    < זעה מער כ אדר תשפ"ג 📝
  • תלמדים פון ברסלב'ע חדר בעטן זיך אויס ביים ריבניצער רבי'ס ציון

    פארגאנגענעם מיטוואך תצוה האבן די צוויי ברסלב&rsquo;ע תלמוד תורה&rsquo;ס; פון וויליאמסבורג און פון קרית ברסלב זיך ארויסגעלאזט אויף א געשמאקע אויספלוג, נאכדעם וואס די טייערע קינדער האבן זיך אויסגעצייכענט זייער שיין מיט אלעס וואס די טייערע מלמדים הייסן טון, זיי דאווענען ערליך, זיי לערנען פלייסיג, און זיי פירן זיך אויף מיט א געוואלדיגע דרך ארץ, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט&rdquo;א פאדערט שטענדיג אז דרך ארץ דארף זיין די וויכטיגסטע זאך, פאר אלעמען. &nbsp; די צוויי תלמוד תורה&rsquo;ס האבן זיך אפגעשמועסט אז מיטוואך וועט מען זיך ארויסלאזן צוזאמען צום דעסטינאציע צום שטאט מאנסי, צום ערשט איז מען אריבער צום נייעם בית המדרש היכל הקודש אין מאנסי, ווי די גבאים האבן אויפגענומען די קינדער בסבר פנים יפות, עס איז געווען צוגעשטעלט פיינע איבערבייס פאר אלע חשובע קינדער און מלמדים. און דערנאך האט מען געדאווענט צוזאמען מנחה. &nbsp; דערנאך איז מען אריבער צום ציון פון הייליגן ריבניצער זכותו יגן עלינו, און זיך גוט אויסגעבעטן פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל. &nbsp; די קלימאקס פונעם טאג איז געווען ווען מען האט זיך ארויסגעלאזט צו א פלאץ ווי עס איז דא א שניי בארג און מען קען זיך גליטשן געשמאק, אלע קינדער האבן זיך גוט אויסגעגעבן און הנאה געהאט יעדע מינוט, מען האט זיך געגליטשט מיטן אייבערשטן, א גאנצע צייט האט מען געהערט פון די קינדער אויסשרייען &ldquo;שכח אייבערשטער&rdquo;, די קינדער האבן גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם טריפ. &nbsp; פון דארט איז מען אהיים נאכן זיך אנשעפן מיט פרישע כוחות צו קענען ווייטער דינען דעם אייבערשטן ביתר שאת וביתר עוז.

    < זעה מער יט אדר תשפ"ג 📝
  • געהויבענע פורים דורך ביים ראש ישיבה שליט"א

    א גאר געשמאקע יום טוב פורים איז דורך אויף גאנץ כלל ישראל, אויף אלע אנשי שלומינו בכל קצוי תבל, און בפרט ביים ראש ישיבה שליט"א, פילע אנשי שלומינו זענען אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג מיטצוהאלטן קריאת המגילה, און די סעודת פורים ושושן פורים. &nbsp; תענית אסתר נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה שליט"א אריינגעקומען צו מנחה אום 6:00, און דערנאך האט מען געגעבן מחצית השקל כנהוג, דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א הערליך פארגעליינט די מגילה אום 7:00 צו וואס דער גאנצער ציבור האט אויסגעהערט געשמאק, ווי דער ראש ישיבה לערנט אויס אז אויסהערן מגילה איז אזוי שיין, מ'הערט א שיינע מעשה, ווי דער אייבישטער פירט די וועלט, פון דרויסן זעט עס אויס ווי טבע מקרא מזל, אבער אלעס פירט דער אייבישטער וואס גרייט אן די רפואה פאר די מכה. מ'האט געקלאפט ביי המן, און געקלאטשט ביי "נדדה שנת המלך", ווי מען פירט זיך אין ברסלב. &nbsp; אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית אום 9:00, אנשי שלומינו און דער ראש ישיבה שליט"א זענען שוין אנגעקומען אסאך פריער אין בית המדרש כדי צו לערנען די פילע שיעורים אין מקרא משנה גמרא הלכה חסידות, כדי עס זאל נישט דורכגיין דער טאג חלילה אן קיין לימוד התורה, אן קיין בלאט גמרא. &nbsp; פורים האט דער ראש ישיבה אויפגענומען דעם ציבור ביי זיך אינדערהיים, אנשי שלומינו זענען אריבער געקומען ארויסווייזן הכרת הטוב און געבן משלוח מנות און זיך אנווינטשן, ווען דער דיין איז אנגעקומען האט דער ראש ישיבה געמאכט א גאנצע עסק פונעם דיין, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען דארף האלטן חשוב תלמידי חכמים, אזוי קען מען אויפציען ערליכע דורות וואס האבן ליב די תורה. &nbsp; אום 7:00 זענען אנשי שלומינו מיטן ראש ישיבה שליט"א געקומען אין בית המדרש ווי מען האט געטאנצט און זיך משמח געווען ביז אין די שפעטע נאכט שעות. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זיך אנגעטון א שיינע ווייסע בעקישע פון זיין גרויסן זיידן דער קארלסבורגער רב זי"ע. &nbsp; ביים טאנצן האט דער ראש ישיבה כסדר געמוטיגט דעם עולם נישט צו זיצן אין די זייט נאר מען זאל גיין טאנצן. &nbsp; אינמיטן האט דער ראש ישיבה צוגערופן דעם מלמד מומחה הר"ר יוסף שניטצלער הי"ו "ברענג אהער דעם בריוו וואס איך האב דיר געשריבן אינדערפרי", דער ראש ישיבה האט עס פארגעליינט הויך "מיין טייערע יוסף... היינט פורים קען מען זיין מער אפן פון א גאנץ יאר, היינט וועל איך דיר אויסזאגן דעם סוד וואס איך וויל פונעם שטעטל, איך וויל נישט מער נאר די איין זאך, אז די קינדער זאלן אויסוואקסן געזונט בנפש מיט א שטארקע אמונה, מיט א געפיל און א ליבשאפט צו אידישקייט, אויב קען מען דאס האבן האט זיך אלעס געלוינט, און אז נישט דארף מען אנהייבן פון פריש" דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן נישט אז "אז נישט איז נישט...", דער ראש ישיבה האט ווייטער געליינט "פולעווע אין די קינדער אמונה, ליבער ברודער היינט איז זייער א גרויסע א טאג, מ'קען פועלן זוכה צו זיין, צו קומען אויף אזא הויכע מדרגה, ליב צו האבן די תורה, און די וועג פון די תורה, זיך צו פארמיסן און פארקעלען פון עבירות", דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט "דאס מיינט דאך 'עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי', מ'וויל זיין נאר מרדכי הצדיק", דער ראש ישיבה האט געזאגט "הערסט יאסי! פולעווע אין די קינדער אמונה!", דארט איז געשטאנען א קינד, דער ראש ישיבה פרעגט אים: "דו האסט ליב די פיאות? דו האסט ליב א בארד? מ'דארף זיך פארקעלען פון א המן!" דער ראש ישיבה האט ווייטער געזאגט "ס'איז אזוי שיין איידעלקייט! ס'איז דאך אזוי שיין ערליכקייט! נשמת ישראל זענען נעבעך אזוי אויסגעמישט, אז מ'ווייסט שוין נישט וואס שיין איז!" אזוי האט דער ראש ישיבה ווייטער מחזק געווען אנשי שלומינו מען זאל נישט ארויפקוקן דאס נאכמאכן גויים, נאר זיך מדבק זיין אין צדיקים און אין די תורה. &nbsp; שושן פורים נאכמיטאג פאר די סעודת שושן פורים האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט א בלאט ירושלמי, און דערנאך האט מען זיך געוואשן צום סעודה, און דער ראש ישיבה האט געגעבן א שיינע שיעור, צווישן אנדער האט דער ראש ישיבה אסאך גערעדט איבער חינוך, און איבער די נארשקייט פון "סטאטוס" (whatsapp status) דער ראש ישיבה האט געזאגט "דיין ווייב וויל רעדן מיט דיר, און דו קוקטס ווי יענער מאכט זיך נאריש? וואס גייט פאר מיט דיר?" &nbsp; דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ ביז אין די שפעטע שעות, מען האט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים. &nbsp; והימים האלו נזכרים ונעשים בכל דור ודור

    < זעה מער יז אדר תשפ"ג 📝
  • פורים ביי אנשי שלומינו אין קרית יואל

    פורים ביי אנשי שלומינו אין קרית יואל &nbsp; אזוי ווי אין אלע שטעט וועלן אנשי שלומינו אין קרית יואל פראווען דעם הייליגן יום טוב מיט גרויס שמחה און געהויבענקייט. &nbsp; אין קרית יואל גייט אן שוין א לאנגע תקופה דריי הערליכע בתי מדרשים פון היכל הקודש אין אלע עקן פון שטאט. דער ערשטער בית המדרש היכל הקודש געפונט זיך אין צענטער פון שטאט אויף 8 העיס קט. ממש נעבן דעם בנין פונעם מבצר הכוללים. דער בית המדרש ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א. דער צווייטער געפונט זיך אויף א סטראטעגיש ווינקל אינעם בליענדן עצי תמרים קווארטל אויף 8 פרעמישלאן וועי זייער נאנט צום נייעם קארלסבורג גאס. וואס ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א. דער דריטער געפינט זיך אינעם פריש אויפקומענדן נייעם ריזיגן ווילידזש אויף סאוט בלומינג גראוו, אוויף 24 מעריוואלד לעין סאוט, וואס ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי הר"ר בערל לעווי שליט"א. &nbsp; די גבאים פון די שולן האבן ארויסגעלייגט די זמנים פאר די שולן ווי פאלגענד: &nbsp; היינט תענית אסתר וועט מען דאווענען מנחה אום 6:15, און דערנאך וועט זיין צוגעשטעלט מחצית השקל, און אום 7:00 וועט מען ליינען די מגילה. &nbsp; מארגן פורים וועט מען דאווענען שחרית אום 9:00 און אום 10:00 וועט מען ליינען די מגילה. &nbsp; אנשי שלומינו אין קרית יואל וועלן זיך צוזאם קומען צו א סעודת משתה היין אין שטוב פון הר"ר יואל פארקאש שליט"א אויף 17 חברון רד. #101 צו לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים פורים נאכמיטאג אום 5:00. און אום 9:00 וועט מען דאווענען מעריב אינאיינעם בציבור. &nbsp; אלע דריי שולן וועלן האבן די זעלבע זמנים, אזוי אויך וועלן די ווייבער שולן זיין אפן פאר די פרויען. &nbsp; קימו וקבלו עליהם ועל זרעם להיות עושים את ימי הפורים האלה בזמניה"ם

    < זעה מער יג אדר תשפ"ג 📝
  • מעשה'לעך פאר קינדער אין USB שוין אנגעקומען אין בית הדפוס

    פרייליכע נייעס, מעשה'לעך פאר קינדער גייט נאך א טריט פארויס. עס איז נארוואס ערשינען דער ערשטער USB מיט מעשה'לעך פאר קינדער פארציילט דורך ראש ישיבה שליט"א, וואס וועט לערנען מיט די קינדער מידות טובות, לעבן מיט די תורה און יראת שמים. &nbsp; קינדער און עלטערן צוגלייך זאגן אלע פה אחד ווי זיי זענען זיך מחיה פונעם נייעם אלבום פונעם ראש ישיבה. דער USB דרייוו איז אנגעפילט מיט הערליכע מעשיות וואס ברענגען פאר די קינדער אמונה, יראת שמים, זיך פרייען מיט די מצות, זיך פרייען אז מען איז א איד, וואס וועט זיי באגלייטן דעם גאנצן לעבן. &nbsp; דאס אנשפרעכט צו מאכן א רעוואלוציע ביי די קינדער, אנשטאט מען זאל הערן נארישע אלבומס וואס ברענגט גארנישט ארויס, אדער אין בעסטן פאל ניגונים פון זינגערס וואס אמונה איז ביי זיי א ווייטע זאך, דער אויבערשטער קוקן זיי אן איז ווייט ווייט אוועק הויך אויך אין הימל. וועלן זיי יעצט זיך קענען דערקוויקן אין בעט פארן גיין שלאפן, אין קאר אויף א לעגערע נסיעה אדער סיי ווען מיט די הערליכע נייע USB ווי דער ראש ישיבה דערציילט די הערליכע מעשיות פון צדיקים וואס וועט אויפפלאמען זייער הארץ אויך צו וועלן ווערן ערליכע אידן. &nbsp; דער ראש ישיבה זייענדיג א תלמיד פון מוהרא"ש זי"ע האט מקבל געווען וועלכע מעשיות מען דארף פארציילן פאר קינדער, אזוי אויך "וויאזוי" מען פארציילט א מעשה פאר קינדער. די מעשיות זענען פארזיכטיג אויסגעקליבן געווארן צו זיין דאס מערסטע צוגעפאסט פאר די טייערע צאן קדשים, די קינדערלעך וואס מען קען זיי נאך אסאך גרינגער בייגן און אסאך גרינגער אריינפלאצן אין זיי די ריינע אמונה, און יראת שמים און יראת חטא. &nbsp; עס איז נאך אסאך בעסער, ווייל דער USB קומט אינאיינעם מיטן ביכל אויף אידיש וואס איז שוין געווען צו באקומען א שטיק צייט, וואס איז צוכאפט געווארן דורך אלעמען וואס איז געדרוקט געווארן מיט שיינע קאלירטע בילדער מיט קלארע געפינטעלטע אותיות, אויף לעמינעיטעד פאפיר, מיט וואס קינדער וועלכע קענען שוין עברי וועלן זיך מחיה זיין מיטצוהאלטן אינאיינעם. &nbsp; די פילע פראדוקטן פון מעשה'לעך פאר קינדער אויפן שאפ ברסלב סענטער וועבסייט: &nbsp; &bull; די נייע אוידיא USB &nbsp; &bull; אידישע ביכל &nbsp; &bull; קאלערינג ביכל &nbsp; &bull; לשון הקודש ביכל

    < זעה מער יב אדר תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך צו פורים במחיצת פון ראש ישיבה שליט"א

    פורים איז א יום טוב וואס גאנץ כלל ישראל פריידט זיך, עס איז א טאג ווי אלע רעדן אפן פונעם אייבערשטן, מען ליינט די "מגילת אסתר", אפילו ביי די וואס דער אויבערשטער איז פארשטקעט און פארשטעלט א גאנץ יאר פורים ווערט נתגלה דער הסתר, און אלע זינגען און טאנצן "אלעס איז דער אויבערשטער", "נאר אמונה אין בורא כל עולמים", אלע שרייען "געב נישט אויף, דער אויבערשטער האט דיר ליב", ביי גוים להבדיל ווען זיי ווערן שיכור, ווערט ביי זיי נתגלה זייער שמוץ און רצחיה, מען הוליעט מען הרג'עט זיך, אבער ביי אידישע קינדער קומט ארויס דאס שיינקייט, ווען א איד ווערט שיכור שרייעט ער "רבונו של עולם איך וויל זיין אן ערליכע איד!" ער וויינט "באשעפער ווען וועל איך שוין תשובה טון מיט אן אמת?!" &nbsp; אין ברסלב ווי דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערענט צו רעדן פון אויבערשטן "מיט א טרוקענע מויל", ביים רבין איז נישט געווען קיין שכרות און קיין טרונקען א גאנץ יאר, אבער מען רעדט אפן פון אויבערשטן, מען דאנקט דעם אויבערשטן, און מען האפט צום אויבערשטן. פורים אין היכל הקודש שפירט מען א גילוי אלקות אויף א פארנעם ממש ביטול הבחירה. מען זעט אנשי שלומינו בגילופין שרייען און וויינען צום אויבערשטן הויך אויפן קול, אנשי שלומינו פרייען זיך און דאנקען דעם אויבערשטן אויף די אלע גוטע מתנות וואס ער געבט אונז. בפרט אויף די גרויסע מתנה אז מיר ווייסן אז מען קען רעדן צום אייבערשטן, און אז דער באשעפער ווארט אז מיר זאלן זיך ווענדן צו אים. &nbsp; אנשי שלומינו ווילן מיטהאלטן דעם הייליגן טאג במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א, דערפאר וועלן מיר דא מפרסם זיין דעם סדר היום פון די הייליגע טעג. אלע תפילות און סעודות וועלן אפגעהאלטן ווערן אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סטריט, און אזוי אויך וועט די ווייבער שול זיין אפן ביי די תפילות, מגילה ליינען און סעודות. &nbsp; תענית אסתר נאכמיטאג וועט מען זיך צוזאם קומען צו מנחה מעריב אום 6:15 מען וועט געבן מחצית השקל און שטיצן די הייליגע מסודת וואו מען לערנט אמונה מיט די קינדער, דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה ליינען די מגילה אום 7:00. &nbsp; פורים אינדערפרי וועט דער ראש ישיבה שליט"א דאווענען שחרית אום 9:00 און מגילה ליינען וועט זיין אום 10:00. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה קומען אין ביהמ"ד צום סעודת משתה היין אום 6:00 נאכמיטאג ווי מען וועט טאנצן און זיך פרייען לכבוד פורים צוזאמען מיט אנשי שלומינו ביז אין די שפעטע נאכט שעות. &nbsp; שושן פורים וועט בעז"ה פארקומען א שיינע סעודה אין בית המדרש פאר אלע אנשי שלומינו, ווי דער ראש ישיבה וועט געבן א שיינע שמועס פון וואס מען וועט ארויסנעמען שיינע התחזקות אויף למעשה צו קענען לעבן דערמיט טאג טעגליך, דערנאך וועט מען טאנצן אינאיינעם און לויבן דעם אייבערשטן על כל החסד אשר עושה עמנו בכל דור ובכל יום ובכל שעה, דער סעודה מיטן שיינעם פראגראם וועט זיכער איבערלאזן א געוואלדיגע איינדרוק אויף אלעמען. &nbsp;

    < זעה מער ט אדר תשפ"ג 📝
  • גליון סיפורי מעשיות גרייכט נומער הונדערט

    דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט, "איך זעה אז מיט תורה'ס גייט עס נישט, וועל איך אנהייבן צו דערציילן מעשיות." דער הייליגער רבי האט אין יענע תקופה אנגעהויבן צו פארציילן פאר אנשי שלומינו דרייצן גאר אינטערעסאנטע מעשיות. אויבן אויף קענען די מעשיות אויסזען ווי סתם מעשיות, א קעניג האט געהאט א טאכטער, זי האט זיך פארלוירן; צוויי חברים איינער א חכם, כאפט אלעס אויף, און דער צווייטער א תם, א בטלן, קען קוים מאכן א שיך מיט דריי עקן; צוויי קליינע קינדער לעבן איבער נאכן ווערן פארלוירן אין וואלד, און דערנאך האבן זיי חתונה; צוויי שכנים אן ארימאן, און א סוחר, האבן נישט קיין קינדער, דער סוחר ראטעוועט די פרוי פונעם ארימאן, ביידע ווערן געהאלפן מיט א קינד, און עס גייט אריבער וואס עס גייט אריבער ביז דער שידוך קומט צושטאנד; אזוי פארציילט דער רבי די דרייצן וואונדערליכע מעשיות. אבער דער הייליגער רבי האט געזאגט אז זיינע מעשיות זענען נישט קיין פשוטע מעשיות געמאכט איינצושלעפן, פארקערט, דאס זענען הייליגע מעשיות וואס וועט אויפוועקן אידישע קינדער פון שלאף. מען קומט מען גייט, מען לויפט מען פארקויפט, און מען פארגעסט אינגאנצן פון תכלית, מען זעט געלט, כבוד, תאוות, מען קוקט נישט ארויף צום אייבערשטן. די הייליגע מעשיות דערמאנען א מענטש מה חובתו בעולמו, מיר זענען קינדער פונעם אייבערשטן דער קעניג פון דער וועלט, מיר זענען פארלוירן, דער צדיק דערמאנט אונז "גיי צוריק צום אייבערשטן, דיין טאטע זוכט דיר, שריי צו אים", און אזוי ווערן מיר ערוועקט צו ווערן ערליכע אידן. &nbsp; ווי דער מנהג אין ברסלב, דערציילט דער ראש ישיבה די הייליגע מעשיות יעדן שבת קודש נאך מוסף, ווי אנשי שלומינו קומען הערן די הייליגע ווערטער ווי דער ראש ישיבה נעמט ארויס פון די מעשיות וויאזוי מען קען האבן אויף דער וועלט א זיסע לעבן, וויאזוי מען קען האבן שלום בית אפילו מיט די שווערסטע פרוי, וויאזוי מען קען פועל'ן ביים אייבערשטן אלע ישועות וואס מען דארף, מען זאל נאר עפענען דאס מויל און זאגן עטליכע ווערטער צום טאטן וואס ווארט שוין אזוי לאנג צו הערן פון אונז. &nbsp; אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט האבן כסדר געזאגט, הלואי קענען מיר אויך הערן די ליכטיגע דיבורים, די געשמאקע חיזוק פונעם ראש ישיבה ביי סיפורי מעשיות. דערפאר האבן עטליכע אנשי שלומינו גענומען אויף זיך די אויפגאבע אראפ צו שרייבן יעדע וואך די אלע שיינע שמועסן פונעם ראש ישיבה ביי סיפורי מעשיות, מען דרוקט עס אפ אין א הערליכע גליון "סיפורי מעשיות" וואס ווערט צושפרייט איבער די וועלט מיט וואס טויזנטער אידן זענען זיך מחיה יעדע וואך. &nbsp; יעצט איז דער גליון אנגעקומען צום סימבאלישן נומער "הונדערט", איז צייט צו דאנקען דעם אייבערשטן וואס האט אראפגעשיקט אזא מתנה פאר אונז דער הייליגער רבי וואס איבער צוויי הונדערט יאר נאך זיין פטירה קענען מיר נאך געניסן פון זיינע תורות, שמועסן, און מעשיות, וואס דאס פלאמט אויף און וועקט אויף אונזער הארץ צום אייבערשטן, און אזוי וועלן מיר מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן.

    < זעה מער ח אדר תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 706 to 720 of 1666 results

1 2 ... 45 46 47 48 49 50 51 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com