Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • ניין און נייציג יעריגע טראקינג קאמפאני באנקראטירט

    איינס פון עלטסטע און גרעסטע טראקינג קאמפאניס אין אמעריקע "יעלאו טראקינג" מיט דרייסיג טויזנט ארבעטער, האט זיך אפגעשפארט‎ אין די טעג, די פירמע האט געהאט אין באנוץ איבער צוועלף טויזנט טראקס וואס האבן געטון שיפינג ארבעט פאר די גרעסטע אמעריקאנע פירמעס, זאגענדיג אז זיי קענען מער נישט טראגן זייער גרויסע חובות לאסט.   דאס פיילן פון טשעפטער 11 באנקראט, האט צוגעפירט אז ארום דרייסיג טויזנט דזשאבס זענען פארלוירן געגאנגען, און עקאנאמיסטן ערווארטן אז צוליב דעם באנקראט וועט זיך הייבן די שיפינג קאסט אין אמעריקע צוליב וואס די יעלאו פירמע האט צוגעשטעלט ארום פופצן פראצענט דעליוועריס אין אמעריקע, און וועלן זיך יעצט ארויפלייגן אויף די איבעריגע פירמעס וואס וועלן קענען בעטן טייערער צוליב די מאנגל אין שיפינג סערוויסעס.   מיט דעם גייט די שווערע האראוואניע פון די כמעט הונדערט יאריגע ריזיגע פירמע לאיבוד, און אויסער גרויסע חובות איז גארנישט געבליבן דערפון, דאס קומט אין די זעלבע צייט וואס כלל ישראל האט ליידער פארלוירן א טייערער איד הרה"ח ר' חיים בער מייזעלס ע"ה, וואס האט צוריק געגעבן זיין נשמה צום אויבערשטן אין בליענדן עלטער פון 45 יאר, און כאטש ער קען יעצט שוין טאקע גארנישט טון אויף אונזער וועלט, נעמט אבער ער מיט מיט זיך אויפן עולם העליון שווערע מילאנען דאלארן, דאס געלט קומט נישט פון זיין סעיווינגס אקאונט, און נישט פון זיין פענשאן פאנד, דאס קומט פון די פילע צדקות וואס ער האט צוזאם געשטעלט פאר אלע מיני צוועקן ווי הכנסת כלה, אלמנות און יתומים, אלטע און קראנקע, און וואס נישט, ווען יעדע צובראכן הארץ האט באקומען ביי אים זייער אויפמערקזאמקייט, און ער איז אָן קיין אייגענע חשבונות פון כבוד אדער אנערקענונג אריינגעשפרינגען און גערופן און געשאפן און נישט גערוט ביז ער האט געזען אז די נצרכים באקומען וואס זיי דארפן.   אויב מיר זארגן זיך פאר אונזער "פיוטשער" און טראכטן פאראויס, איז נעמען א דזשאב וואו מען קען דארט וואקסן און ווערן "פראמאטעד" צו ווערן די "מענעדזשער פון די מענעדזשערס" נישט וואס מיר דארפן צילן, אונזער "פיוטשער" איז "לפני מי אתה עתיד ליתן דין וחשבון" איין טאג גייט מען מיר פרעגן ציפעדיגע קשיות: "נשאת ונתת באמונה" איז אמונה געווען ביי דיר א גרויסע עסק? "קבעת עתים לתורה" האסטו גע'גנב'עט צייט צו לערנען יעדן טאג עפעס תורה? "עסקת בפרי' ורבי'" האסטו גערעדט שיין צו דיין ווייב? און דאן וועט מען מיטנעמען די אלע גוטע מעשים וואס מיר האבן געטון און אונזערע קורצע לעבנסטעג, און מיר וועלן קענען עסן די פירות וואס מיר האבן איינגעפלאנצט ווען מיר האבן נאך געקענט.

    < זעה מער כד אב תשפ"ג 📝
  • ברסלב'ע קינדער אין קרית יואל באזוכן לרגל די הילולא פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע

    אין די ברסלב'ע חדר היכל הקודש קרית יואל זוכן די מלמדים צו געבן פאר די תלמידים אינהאלטספולע טריפס, מען זוכט אז די קינדער זאל סיי הנאה האבן, און אויך ארויסגיין דערפון מיט א לימוד אויפן לעבן. &nbsp; אזוי ווי די קינדער האבן זיך אויסגעצייכענט מיט דרך ארץ, דאווענען, לערנען און מידות טובות האט דער געטרייער איבערגעגעבענער מלמד הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א געגעבן פאר די קינדער אן אויספלוג, און זייענדיג אין די טעג בעפאר די יארצייט פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, האט מען זיך אריבערגעכאפט באזוכן איינער פון זיינע גרויסע תלמידים הרה"ח ר' יחזקאל גליק שליט"א פון קרית יואל, א איד וואס איז זוכה צו ענדיגן ש"ס יעדעס איינציגע יאר, צו הערן פון אים וואס ער קען איבערגעבן פונעם גרויסן צדיק, און וואס מען קען זיך אפלערנען צו גיין אין זיינע וועגן. &nbsp; הרה"ח ר' יזחקאל שליט"א האט זיך זייער געפרייט צו די לעכטיגע קינדער, ער האט זיי זייער שיין אויפגענומען, און זיי מכבד געווען מיט עסן און טרונקען, ער האט געקוואלן נחת פון די טייערע צאן קדשים, ער האט פארציילט ווי נאך די מלחמה איז מען געווען אזוי צובראכן, און נאר די גמרא און די הייליגע תורה האבן געהאלטן די אידן ביים לעבן. &nbsp; די קינדער האבן דערנאך געזונגען דעם ניגון "א בלאט גמרא דאס איז מיין לעבן, א בלאט גמרא דאס איז מיין שטרעבן, א בלאט גמרא דאס איז מיין חיות, א בלאט גמרא געבט מיר חיות, איך בין א ש"ס איד, דער באשעפער האט מיר ליב, די תנאים אמוראים זענען מיינע פריינט, עס וועט מיר אויסנעמען פון אלע קלעמען, א בלעטעלע גמרא דאס האב איך אין מיין האנט!" &nbsp; הרה"ח ר' יחזקאל האט זיך זייער ווארים באדאנקט פאר'ן מלמד און פאר די קינדער, און האט האט זיך אויסגעדרוקט מיט טרערן אין די אויגן פאר די קינדער "כאפטס אריין בלעטער ש"ס וועט איר זיין פריש און מינטער"! די קינדער זענען ארויס פון התפעלות זעענדיג א איד וואס נוצט אויס די צייט, און זאגט בלעטער ש"ס, א זאך צו וואס יעדער זוכה זיין און יעדער קען נאכמאכן. &nbsp; גם כי יזקין לא יסור ממנו

    < זעה מער כג אב תשפ"ג 📝
  • רייכער באנקעט דורכן בית התבשיל קומענדיגן זונטאג

    אלע אנשי שלומינו זענען העפליך געלאנדענט צו א קאלירפולע פארברענג וואס קיינער וויל נישט פארפאסן, לטובת דעם וואוילטעטיגן בית התבשיל וואס שטייט שטענדיג גרייט מיט אירע ברייטפארצווייגטע אקטיוויטעטן במשך דעם גאנצען יאר ארויסצוהעלפן יעדן יחיד, און עס מוז דרינגענד געשאפן ווערן דעם סכום פון הונדרעט פופציג אלפים צו העלפן אז די עסקנים זאלן קענען ווייטער אנגיין מיט זייער עבודת הקודש. &nbsp; דער רייכער באנקעט וועט בעז"ה פארקומען דעם קומענדיגן זונטאג שופטים (אוגוסט 13) ביים בית התבשיל אויף 136 דערמען רד. וואו א ברייטער נאכטמאל וועט סערווירט ווערן, און א געשמאקע שמועס מיטן ראש ישיבה וועט נאכפאלגן. &nbsp; נדיבי לב! די עסקני בית התבשיל לייגן אריין איבערמידליכע כוחות און געבן זיך אוועק לילות כימים, כסדר פרובירט מען וואס מען קען צולייגן, בעסער מאכן, און ארויסהעלפן אנשי שלומינו ובפרט די תושבים פון שטעטל, נאך מער אין די לעצטע תקופה זינט מען איז אריינגעשפרינגען און צוגעלייגט דעם נאכטמאל פראיעקט וואו עס איז צוגעשטעלט טעגליך פון שענסטן און בעסטען אויף א גאלדענעם טאץ, פון וואו עס זענען שוין ארויס הונדערטער נארהאפטיגע פארציעס לכל דכפין. &nbsp; די עסקנים בעטן זיך: זיי זענען שטענדיג גרייט לטובת הציבור, אבער יעצט מוזן זיי צוקומען צום ציבור צו קענען ווייטער אנגיין. ביטע לייגט צו א פלייצע צו די עבודת הקודש דורך זיך משתתף זיין בגוף ובממון ביים יערליכן באנקעט לטבות דעם בית התבשיל קומענדיגען זונטאג פרשת שופטים, און קויפט א זכות אין די פולצאליגע פעולת נשגבים פון וועלכע אלע תושבים האבן הנאה! &nbsp; די עסקנים האבן ארויסגעלייגט גאר גרויסע זכותים וואס מען קען אפקויפן פאר בלויז עטליכע דאלער: סאפער לחודש $7,200, פרנס חלוקה $3,600, סאפער לשבוע $1,800, פרנס השבת $1,200, סאפער ליום $360, זכות שותפות $180. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט נעכטן געשריבן א בריוו פאר אנשי שלומינו ווי ער בעט אלעמען צו קומען זיך משתתף זיין:&nbsp; "בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ראה, כ"ב מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן, לכבוד אנשי שלומינו שיחיו, איך וויל יעדן איינעם פערזענליך איינלאדענען דעם קומענדיגן זונטאג פרשת שופטים, צו די יערליכע מסיבה וואס איך מאך פארן בית התבשיל פון אונזער שטעטל קרית ברסלב, וואס וועט פארקומען אין שטוב פון האברך היקר שלמה יאקאבאוויטש, דער גבאי פונעם בית התבשיל. עס איז דא צדקות וואס מען דארף מסביר זיין וואס די צדקה איז, וואס די צדקה טוט און וואו די געלט גייט, ביים בית התבשיל דארף מען גארנישט זאגן; אלע ווייסן וואס דאס איז, און די גאנצע שטעטל האט הנאה פונעם בית התבשיל; איינער מער איינער ווייניגער, אבער הצד השווה שבהן, אז אלע האבן נוצן פון דעם, אלע זענען זיך מחי' מיט די עסן און מיט די חלוקות וואס זיי טיילן אויס א גאנץ יאר. דער אייבערשטער זאל העלפן, בזכות די מצוה פון צדקה זאלן מיר אלע האבן א כתיבה וחתימה טובה און א יאר מיט שפע. מוהרא"ש זאגט, די גרעסטע צדקה איז געבן עסן פאר הונגעריגע מענטשן."

    < זעה מער כג אב תשפ"ג 📝
  • זיצן אין היכל אויף אומאן אויף ראש השנה תשפ"ד ווערן שנעל אויספאקויפט

    שטיינעדיגן בלויז א קארגע חודש ביז מען וועט בעזרת השם האבן די זכיה צו באטרעטן די ציון פון הייליגן רבי'ן אין אומאן קומט אריין די נייעס אז מען האט שוין אנגעויבן פארקויפן זיצן אין בית המדרש היכל הקודש אין אומאן בראשות פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; עס איז וויכטיג צו אנמערקן אז די פארלאנג צו דינגען א זיץ בית המדרש איז גאר גרויס, און איז אפן לכל הקהל הקודש, און עס קומען אריין אומצאליגע פארלאנגען פון אנשי שלומינו איבער די וועלט וואס זענען געקומען צו שפעט און האבן שוין נישט געהאט קיין מעגליכקייט צו איינשטיין אינעם בנין, בעטן זיי אז ווילן כאטש קענען דאווענען מיטן ראש ישיבה שליט"א און דינגען א זיץ, דערפאר האט מען געבעטן צו מעלדן אז די אלע וואס האבן חזקות פון פאריאר האבן בלויז איין קארגע וואך ביז ראש חודש אב צו דינגען און באצאלן זייער זיץ, ווען די רעזערוואציעס פאר אלע אומבאצאלטע זיצן וועלן געעפענט ווערן פאר כל הקהל הקודש. &nbsp; די וואס ווילן באצאלן זייער זיץ ווערן געבעטן צו רופן וואס שנעלער מו"ה ישראל שמעון שטיינבערג הי"ו אויף 347-786-4760. &nbsp; אין די זעלבע צייט בעט מען אנשי שלומינו זאלן ווייטער מתפלל זיין מען זאל קענען קומען צום הייליגן רבין, און אז קיינער זאל נישט פארגעסן אז נישט געלט, און נישט עסקנים אדער פאליטישאנס קענען אונז העלפן, אלעס וואס פאסירט מיט אונז יעדע רגע איז פונעם אויבערשטן, אבער בפרט אויף זוכה צו זיין צו קומען צום הייליגן רבין קיין אומאן אויף ראש השנה, דאס קען מען נאר קויפן מיט תפילות. &nbsp; מי יתן לי אבר כיונה אעופה ציון הקדוש אומנה &nbsp;

    < זעה מער כב אב תשפ"ג 📝
  • עצתו אמונה חלק ז' אנקומען אין קרן הדפסה

    מיט גרויס פרייד נעמען אויף אנשי שלומינו די גוטע נייעס אז דער נייסטער באנד עצתו אמונה חלק ז' איז היינט אנגעקומען צום בית הדפוס, און ווערט שוין פארשפרייט און געשיקט צו אדרעסן לויטן פארלאנג. &nbsp; דער הייליגער ספר עצתו אמונה זענען בריוו געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט"א סיי שאלות און תשובות און סיי די אנדערע בריוו געשריבן פאר אידן פון איבער די גאנצע וועלט אין אלע מצבים פון לעבן, ווי דער ראש ישיבה ענטפערט פאר די שואלים בטוב טעם ודעת אויפן וועג פונעם הייליגן רבין ווי געלערענט ביי מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; די הייליגע בריוו האבן שוין באלאכטן אן א צאל אידישע קינדער, און געראטעוועט פילע שטובער פון אונטערגאנג ברוחניות ובגשמיות. עס האט שוין אויפגעהויבן פילע ערליכע אידן מיט עצות און הדרכה צו ווערן נענטער צום אויבערשטן, צי דורך די עצה פון גיין אויף א שפאציר און זיך אויסשמועסן דאס הארץ צום אייבערשטן, צי דורך די זיסע עצה פון סדר דרך הלימוד און "זאגן" גמרא און משניות טאג טעגליך וואס האט שוין צוגעבינדן טויזנטער אידישע נשמות צום אייבערשטן און זיין הייליגע תורה. דער הייליגער ספר ראטעוועט טאג טעגליך אידישע שטובער דעם שלום בית, ווען אידן נעמען טעגליך א טעגליכע דאזע פון התחקות און עצות, און ווערן דערמאנט דורך די הייליגע בריוו צו האבן סבלנות אין שטוב, רעדן שיין צו די ווייב און קינדער, און נישט אויפגעבן. &nbsp; אומצאליגע אידן איבער די וועלט שלינגען מיט דורשט די הייליגע בריוו, און מאכן זיך א חוק קבוע צו לערנען יעדן טאג א פארציע פון דעם הייליגן ספר, וואס איז זייער פלייצע און חיזוק זיך צו האלטן שטארק, איז זייער פאנצער פאר אלע זייערע שווערע נסיונות, און איז זייער מעדיצין פאר אלע זייערע גייסטישע פראבלעמען. &nbsp; יעצט אז דער ספר איז שוין ב"ה אנגעקומען צום בית הדפוס, איז דער שטאב שטארק פארנומען ארויסצושיקן די ספרים צו אלע וואס האבן עס באשטעלט. &nbsp; אויך איז יעצט דא די זעלטענע געלעגענהייט זיך איינצוקויפן זכותים נצחיים אין די קומענדיגע בענדער "עצתו אמונה". צו קויפן א זכות רופט אדער טעקסט הר"ר ישעי' איידליס הי"ו, אויף 347-831-1391. פון אויסלאנד קען מען זיך פארבינדן דורכן אימעיל Maebreslev@gmail.com.

    < זעה מער כא אב תשפ"ג 📝
  • געוואלדיגער קידוש ה' ווען איבער צו 12,000 נדבנים געבן צושטייער פארן ברסלב'ן קאמפיין

    ויהי ממחרת, נאכדעם וואס דער זעקסטער יערליכער אנשי חיל קאמפיין האט זיך געענדיגט, איז צייט צו מאכן א סכך הכל פון וואס עס האט זיך דא אפגעטון. &nbsp; "מיר האבן דערגרייכט דעם ציל" האט דער ראש ישיבה שליט"א נעכטן געזאגט, ווען ער האט ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די 574 אנשי שלומינו וואס זענען ארויס געאנגען פון זייער באקוועמליכקייט און אנגערופן מענטשן בעטן נדבות פאר די מוסדות, וואס דאס איז געווען זיין ציל, ווייל "עס איז שווערער צו פועלן ביי מענטשן צו גיין נאך געלט ווי צו פועלן צו רעדן צום אויבערשטן אדער דער סדר דרך הלימוד", דער ראש ישיבה האט זיך זייער באדאנקט פאר אנשי שלומינו פאר זייער אנשטרענגונג פאר די עתיד פון די מוסדות, פאר די עתיד פון אונזערע קינדער. &nbsp; עס איז געווען א געוואלדיגע קידוש השם זעענדיג ווי עס זענען אריינגעקומען איבער צוועלף טויזענט אינדיווידועלע נדבות, רובם ככולם זענען געקומען פון פשוטע ארבעטער, פון אידן וועלכע ארבעטן שווערן אויף א שטיקל ברויט און האבן אוועקגעגעבן דערפון פאר'ן אויבערשטן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז אויב איז אריינגעקומען אזויפיל נדבות, מיינט דאס אז מען האט געמאכט אסאך מער רופן צו מענטשן, עס איז לא ימלט אז יעדער וואס מען רופט זאל געבן, וויבאלד נישט יעדער איז אלץ ביכולת צו געבן, און דאס מיינט אז אנשי שלומינו האבן געמאכט אין די טעג שווערע צענדליגע טויזנטער רופן וואס דער אויבערשטער האט געהאלפן אז עס איז אריינגעקומען איבער א דריי-פערטל מיליאן דאלער, וואס דאס געלט איז אן אייביגע אינוועסטמענט פאר די אלע נדבנים, וואס וועט זיי אנטקעגן קומען סיי אויף דער וועלט און סיי אויף יענער וועלט. &nbsp; וויבאלד פילע דרייווס ווילן נאך אנקומען צו זייערע צילן, און נאך אסאך אידן ווילן זיך נאך באטייליגן וועט די קאמפיין פעידש נאך פארבלייבן אפן פאר נאך א וואך. &nbsp; קליקט יעצט דא זיך צו ביישטייערן &nbsp; מי שמדבר לבני אדם שיתנו צדקה הוא מרבה ישועה

    < זעה מער כ אב תשפ"ג 📝
  • גרענטס געמאלדן פאר אנשי שלומינו פארזאמעלט אין אנשי חיל הויפטקווארטיר אין הורליוויל ארט סענטער

    אין די מינוטן האבן זיך געעפענט די טירן אינעם שיינעם הורליוויל ארט סענטער אויף 219 מעין סט. (הורליוויל ניו יארק 12747) אין די ליבערטי געגענט ווי אנשי שלומינו קומען צו פארן אין די מאסן זיך ארויסצוהעלפן איינער דעם צווייטן. דער צענטער איז אויסגעשטאט מיט אלע צוגעהערן וואס פעלט זיך אויס פארן אפעראציע, עס איז דא צוגעשטעלט פילע קאמפיוטערס, טעלעפאנען, איבערבייס, טשארדזשערס.&nbsp; &nbsp; דער באקאנטער סאונד עקספערט ר' יואל גרינפעלד פון קריתיואל האט אויפגעשטעלט סקרינס אויף אלע זייטן, ווי מען קען מיטהאלטן לעבעדיג די קאמפיין פארשריט, אזוי אויך האט ער אהערגעשטעלט א גוטע סאונד סיסטעם וואס וועט גענוצט ווערן שפעטער פארן אינהאלטספולע און אינטערעסאנטע פראגראם וואס וועט נאכפאלגן. &nbsp; אין די יעצטיגע מינוטן זיצן פילע אנשי שלומינו ארום די פילע טישן און רופן אן זייערע אלע קרובים און באקאנטע וואס רוב רובם נעמען אויף זייער שיין, און שפירן א זכיה צו קענען באשטייערן פאר די היליגע מוסדות וואס ווערט געפירט דורכן ראש ישיבה. אלע זענען זיך מחי' מיט די פעולות פונעם ראש ישיבה, אלע שעפן זייער חיות פון די דרשות, ספרים, און ניגונים פון די ישיבה, וואס אלע האבן דעם זעלבן ציל צו דערמאנען אידישע קינדער אז דער אויבערשטער איז מיט זיי, און עס איז דא האפענונג. &nbsp; כאטש דער קאמפיין האלט שוין ביי איבער $530,000, איז דאס נישט דער עיקר חידוש פון דעם קאמפיין. דער עיקר חידוש פון דעם קאמפיין איז דער סכום פון די נדבנים. ווי דער הייליגער מוהרנ"ת האט געזאגט מיר בויען נישט מיט געלט פון עשירים, נאר אויף רצונות פון ארימעלייט, און פרוטה און פרוטה מצטרת פון די כמעט 10,000 נדבנים האט זיך צוזאם געזאמעלט דער סכות פון איבער א האלבע מיליאן דאלער, און גייט ווייטער אין פולן שוואונג. &nbsp; מיט דעם געלט וועט מען ווייטער בויען אידישקייט, חינוך, כשרות, חסד, הפצה, און ברענגען אידישע קינדער צום אויבערשטן אויף יעדע וועג נאר מעגליך. יעצט ביים ענדיגן שרייבן קומט אריין די געוואלדיגע נייעס איבער די גרענטס וואס די פעסט בוילט פירמע פון מו"ה שבתי מזרחי הי"ו שטעלט צו פאר די וואס טרייבן יעצט אויף געלט פארן קאמפיין. די אלע וואס קומען אריבער צום הויפטקווארטיר פון די אנשי חיל קאמפיין אין די שעה'ן, ווען זיי גרייכן $1,000, וועט פעסט בוילט צושטעלן מעטשיג דאלער צו דאלער ביז זיי גרייכן $2,500, און די זעלבע זאך ווען מען האלט ביי $3,500 ביז $6,000 וועלן זיי צושטעלן מעטשינג פאנדס. &nbsp; ברסלב דרייוו קאמפיין

    < זעה מער יט אב תשפ"ג 📝
  • אמעריקאנער קאנגרעס פארשט די ווארהייט איבער יו-עף-או'ס

    א קאנגרעס קאמיטע האט אפהאלטן א פארהער פאריגע וואך צו אדרעסירן די אנגייעענדע פראגן ארום יו-עף-או'ס,&nbsp; א רעגירונג וויסלבלאוער דעיוויד גראש האט אויפגעטרעטן, און האט גע'טענה'ט אז די רעגירונג האלטן איבערבלייבענישן פון מיסטעריעזע יו-עף-או'ס אין עטליכע פלעצער. אז די רעגירונג טוט שוין יארן לאנג פארהוילן אינפארמאציע דערוועגן, ער זאגט אז מען האבן אים געסטראשעט מיטן לעבן אז ער זאל נישט ארויסקומען אין פאבליק דערמיט.&nbsp; &nbsp; אנקעטעס ווייזן אז מער און מער אמעריקאנער גלייבן אין די עקזיסטענץ פון יו-עף-או'ס, אין א לעצטיגע אנקעטע האבן 42 פראצענט געזאגט אז גלייבן אין די עקזיסטענס פון די יו-עף-או'ס, און 10 פראצענט אמעריקאנער זאגן אז זיי האבן שוין גאר געזען א יו-עף-או מיט די אייגענע אויגן... &nbsp; די פראצענט אמעריקאנער וואס גלייבן אז עס עקזעסטירן יו-עף-או'ס זענען געשטיגן דאפעלט פון בערך צוואנציג יאר צוריק, ווען נישט מער ווי בערך 20 פראצענט האבן אזוי געגעלייבט. &nbsp; דער רבי זאגט אין שיחת הר"ן "מי שיש לו אמונה חייו חיים" דאס מיינט אז א מענטש מוז האבן אמונה כדי צו לעבן, אשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן אמונה אין אויבערשטן, און מיר גלייבן אז ער פירט די וועלט און געבט אכטונג אויף אונז יעדע רגע, ער ווייסט פונקטליך וואס מיר גייען דורך, און הערט אויס און העלפט אונז מיט אלעס וואס מיר דארפן. &nbsp; להבדיל די אומות העולם זינקען אין תאוות און אין שמוץ אלץ טיפער און טיפער אין שאול תחתית, און כדי צו קענען אראפווארפן פון זיך יעדע עול פון מאראל און אנושית קריכן זיי אלץ מער און מער צו לינקס. אין די צייט וואס ביז נישט לאנג צוריק האט יעדע גוי געגלייבט אין בורא כל עולמים - טאקע נישט אויף דעם פארנעם פון להבדיל א איד - אבער ווען א גוי גייט דורך א שרעקליכע טראגעדיע דערמאנען זי זיי זיך אז "אין גאַד ווי טראָסט", צום ביישפיל נאך 9/11 האט דער דעמאלסדיגער פרעזידענט דזשארדזש בוש זיך אויפגעשטעלט און פארגעזאגט דעם גאנצן קאפיטל "מזמור לדוד ה' רועי לא אחסור" אין ענגליש, ווי ער האט מחזק געווען דאס אמעריקאנער פאלק אז "גם כי אלך בגיא צלמות לא אירא רע כי אתה עמדי", און געזאגט אז "גאט איז מיט אונז אין די שווערסטע אומשטענדן..." &nbsp; אין די שמוציגע גאס דארפן זיי אבער טרעפן א ציל אין לעבן, זיי מוזן גלייבן אין עפעס צו האבן אויף וואס צו לעבן, קומען זיי אויף מיט אלע מיני אמונות טפילות, גלאובעל ווארעמינג, ענימל רייטס, יו-עף-או'ס און כל מיני קאנספיראציעס און טעאריעס וואס געבט זיי א לעבן פון חיי שעה, און האלט זיי אויף ביזן נעקסטן דמיון און נביא שקר וואס קומט ארויף אויף די מידיע און שרייט אז ביז פינף יאר ארום ווערט די וועלט חרוב אויב מען טוט נישט זיין מעכטיגע עצה... &nbsp; ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים כולכם היום

    < זעה מער טז אב תשפ"ג 📝
  • חמשה עשר באב: "מסכת תענית טומל" אין ישיבה תפארת התורה

    ווער עס קומט אריין אין ישיבה תפארת התורה ברסלב אין די טעג וועט געכאפט ווערן אין סורפרייז. כאטש די בחורים לערנען פלייסיג אין אלע חדשים אין יאר, ישיבה תפארת התורה איז א חידוש וואס איז נישטא אזוינס אין די גאנצע וועלט, עס האט נישט איר גלייכן אינעם סכום פון די צענדליגע טויזנטע בלעטער גמרא, פרקים משניות, וכו' וכו' וואס קומט ארויס פון דעם בית המדרש. אבער דאך אנגעהויבן פון חמשה עשר באב קען מען ממש נישט רעדן צו קיין בחור, "אנטשולדיגט איך האב נישט קיין צייט" וועסטו הערן ווען דו וועסט צוגיין צו סיי וועם, ער לויפט צו צום שאנק און עפענט אויף א גרויסע גמרא, און זעצט זיך לערנען פאר עטליכע שעה אין א ציה. וואס גייט דא פאר? איך זעה נישט קיין משגיח וואס צייכענט און טרייבט, וואס קען נעמען א אינגע בחור מיט הייסע בלוט און אים ממש ווי צוקלעבן צום באנק מיט א גמרא פאר שעות אריכות, אן קיין פרסות, אן קיין קנסות און אן קיין שעות רצופות קאמפיין? &nbsp; די געשיכטע הייבט זיך אין תשע"א, לאמיר איבערגעבן דאס ווארט פאר ראש ישיבה שליט"א וואס פארציילט עס הערליך אין א בריוו. &ldquo;געווען איז דאס זומער שנת תשע&rdquo;א, מיר זענען געווען אין קעמפ &ldquo;מחנה תפארת התורה ברסלב&rdquo; - עלענוויל ניו יארק, די דריטע יאר פון ווען איך האב געעפענט די ישיבה. דעמאלט איז נישט געווען קיין איין חתן אין ישיבה, ווייל מען האט זייער מבזה געווען די ישיבה, און מען האט ארויסגעלאזט א שלעכטע נאמען אויף מיר און אויף די ישיבה וכו&rsquo;, וואס דאס האט געברענגט אז מענטשן האבן מורא געהאט צו נעמען א בחור פון ישיבה פאר אן איידעם. יעדעס מאל מען האט אנגעטראגן א שידוך פאר איינעם, און יענער האט געהערט אז דער בחור לערנט אין ברסלב, האט יענער גלייך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן. איך פלעג כסדר פרעגן פון מוהרא&rdquo;ש: &ldquo;וואס וועט דא זיין, קיינער וויל נישט נעמען קיין בחור פון ישיבה?!&rdquo; און מוהרא&rdquo;ש פלעגט מיר ענטפערן: &ldquo;וועסט נאך זען, עס וועט קומען א צייט, וואס די מיידליך וועלן נאר וועלן בחורים פון דיין ישיבה&rdquo;, דעמאלט האט דאס אויסגעקוקט ווי מוהרא&rdquo;ש וויל מיר סך הכל מחזק זיין, ווייל במציאות, אז עס זאל טאקע אזוי זיין האט מען דעמאלט נישט געקענט טראכטן. &nbsp; אבער היינט צו טאגס זעט מען וואס הייסט א ברכה פון א צדיק; צענדליגער שידוכים זענען געווארן נאר ווייל די מיידלעך האבן זיך איינג&rsquo;עקשנ&rsquo;ט אז זיי ווילן נאר א בחור פון ישיבה, ווייל זיי הערן די דרשות פון ישיבה, און זיי הערן ווי אזוי די בחורים וואקסן אויף מיט מידות טובות, מיט שכל, וואס מען הערט נישט אין אנדערע פלעצער.&nbsp; &nbsp; איך האב דעמאלט געשריבן בריוון פאר מוהרא&rdquo;ש זכרונו לברכה אז די בחורים וויינען צו מיר, זיי ווילן חתונה האבן, און מוהרא&rdquo;ש האט מיר געשריבן אז ער גייט קומען חמשה עשר באב אין קעמפ מאכן א סעודה, און ער גייט ברענגען שידוכים. אזוי איז געווען, מוהרא&rdquo;ש איז געקומען אין קעמפ, און מען האט געמאכט א סעודה לכבוד חמשה עשר באב. &nbsp; ביי די דרשה האט מוהרא&rdquo;ש געזאגט אזוי: &ldquo;איך זאג צו פאר אלע בחורים וואס זענען זיבעצן יאר און העכער, יעדער בחור וואס וועט יעדן טאג לערנען גאנץ מסכת תענית - פון ט&rdquo;ו אב ביז ראש השנה, זאג איך צו אז ער וועט טרעפן זיין שידוך גלייך נאך ראש השנה&rdquo;; וואס זאל איך דיר זאגן, כאשר אמר כן היה, עס האט זיך גלייך אנגעפאנגען שידוכים איינס נאכן צווייטן, און אלע זענען חתנים געווארן און חתונה געהאט, און זיי האבן א שיינע לעבן. עס זענען געווען אפאר בחורים וואס האבן נישט געטראפן זייער שידוך גלייך דעמאלט, אין אנהייב האבן זיי געהאט קשיות - וואס הייסט? וואו איז מיין שידוך? איך האב דאך געזאגט מסכת תענית פערציג מאל? למעשה, שפעטער ווען זיי האבן געטראפן זייער שידוך, האבן זיי געזען אז זייער כלה איז נאך געווען יונג&rdquo;. &nbsp; די זעלבע זאך חזר'ט זיך איבער יעדעס יאר חמשה עשר באב, א געזונטע בחור וויל חתונה האבן, און וועט טון אלעס אויף דער וועלט צו טרעפן א שידוך, און דא הערט מען א סגולה פון א צדיק וואס האט מבטיח געווען. דערפאר דארף זיי קיינער נישט הייסן, קיינער דארף זיי נישט טרייבן. די בחורים שטרענגען זיך אן - אויסער זייער פילע אנדערע שיעורים און לימודים - צו ענדיגן יעדן איינציגן טאג די גאנצע מסכת וואס באשטייט פון דרייסיג בלאט. און געלויבט דער אויבערשטער, די הבטחה פון מוהרא"ש זי"ע גייט נישט פארפאלן, די בחורים טרעפן שידוכים און שטעלן אויף אידישע שטובער.&nbsp; &nbsp; מיט דעם אפשר קען מען משלב זיין ביידע מאמרי חז"ל "לא הי&rsquo; ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב" אז מען האט דעמאלטס געטראפן שידוכים, צוזאמען מיט דעם וואס חז"ל זאגן זייער שארף אז פון חמשה עשר באב דארף מען מוסף זיין בלימוד התורה. אין ישיבה תפארת התורה גייען די ביידע זאכן צוזאמען. &nbsp; 🎧 דרשה פון מוהרא"ש חמשה עשר באב תשע"א אין קעמפ פון ישיבה תפארת התורה ברסלב &nbsp; לא היו ימים טובים לישראל כחמשה עשר באב

    < זעה מער טו אב תשפ"ג 📝
  • גאר רייכע אינפארמירענעדע ברסלב ווידיא פּאַדקעסט בס"ד ערשינען

    אין אן ערשטמאליגע געשעעניש איז היינט ערשינען א "היכל הקודש" פּאַדקעסט. א "פאדקעסט" איז א לעבעדיגע שמועס אינטערוויו ווי מען שמועסט געשמאק אויס פארשידענע ענינים. יעצט לכבוד דעם אנשי חיל קאמפיין איז באשלאסן געווארן צו עפענען אביסל די פירהאנג און גיין זען וואס טוט זיך אונטער די קוליסן אין היכל הקודש. &nbsp; דער פאדקעסט וואס איז מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף געלונגען גאר גוט, ווערט אנגעפירט דורכן געשמאקן ברסלב'ן אינטערוויוער מו"ה יואל וועבערמאן הי"ו וואס איז מהנה יעדע וואך אויף קול ברסלב ביים די "ברסלבע ברודערס" פראגראם (אז מען דערמאנט אים שוין, דארף מען אים וואונטשן א מזל טוב אין נאמען פון אלע טויזנטע צוהערער וואס באלעקן זיך די פינגער מיט זיינע געשמאקע שמועסן וואך איין און וואך אויס, צום גרויסן שמחה אז ער האט א שידוך געטון מיט זיין טאכטער, דער אויבערשטער זאל זיי געבן אסאך אידיש נחת) און ברענגט ארויף אויף א פריינטליכע שמועס די פילע אידן וועם דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט אויף פירנדע פאזיציעס אין די קהילה, אנגעהויבן פונעם מחנך נפלה הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א וואס פירט שוין דעם ברסלב'ן חדר שוין אזויפיל יארן צום גוטן וואס גיבט אראפ די אינסייד פון די חדר, די מלמדים, דערנאך האט מען דארט מו"ה אהרן פיש הי"ו וואס שטייט צום האנט פונעם ראש ישיבה אנצופירן פילע פראיעקטן, מעמדים און דעם יערליכן "אנשי חיל" קאמפיין, וואס איז עפענט זיך אויף און געט ארויס פילע סודות פון חדר, וויאזוי דער קאמפיין ארבעט, וואס איז די סוד פון די הצלחה פונעם קאמפיין, און אזוי ווייטער, אויך זיצט דארט ביים טיש מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו מחברי ההנהלה וואס זיצט ביי יעדע מיטינג אין די קהילה און טוט דארט אויף גדולות ונצורות, אזוי אויך דינט ער אויפן פלענינג באורד פון די טאון אף ליבערטי ווי ער האט שוין אין די קורצע צייט געהאלפן פילע מוסדות און יחידים וואס האבן געדארפט הילף פון די פילע אפטיילונגען אינעם טאון. און אחרון אחרון חביב שמועסט מען זיך אויס מיט הר"ר יואל הכהן ראזענבערג שליט"א וואס קומט ארויף צום ערשטן מאל אויף א לייוו אינטערוויו, ער איז דער בריח התיכון וואס שטייט שטילערהייט אונטער גאר אסאך ריזיגע און קלענערע פראיעקטן פון היכל הקודש, סיי אין אומאן, סיי אין שטעטל, און סיי אין פילע אנדערע שטעט איבער די וועלט. &nbsp; דער איינס און א האלב שעה'דיגע שמועס דעקט אויף פילע גאר אינטערעסאנטע נושאים וואס ווערט צום ערשטן מאל אויסגעשמועסט אין די היימישע וועלט, אנגעהויבן פון הצלחה'דיגע חינוך מהלכים, קאמפיינס אינסיידס, וואס איז היכל הקודש אנדערש פון אנדערע קהילות?, דעם ראש ישיבה אייגענארטיגע מהלך צו פינאנציעלע הצלחה, דער מנהל שמועסט אויס זיין צוגאנג צו מענטל העלט און פסיכאלאגיע, וויאזוי רייסט מען ארויס שלעכטע מידות פון קינדער? פארוואס האט מען זיבן קליינע שולן און קיין איין גרויסע שול? וויאזוי קען א אינגעמאן זיך עפארדן צו קויפן א דירה? וואס טוט מען צו האלטן די דירות פרייזן נידעריג? וויאזוי באגייט מען זיך מיט די שטאטישע באאמטע אין גלות? פלאנט מען איבערצונעמען די טאון בארד אדערע עפענען אן אייגענע ווילידזש? אזוי אנטוויקעלט זיך א לעבעדיגע געשמאקע שמועס צווישן די אלע עסקנות לייבן פון די קהילה ווי מען שמועסט זיך הערליך אויס. &nbsp; דער פאדקעסט גיבט א זעלטן טיפע אריינבליק וויאזוי היכל הקודש ארבעט, וואס מען האט געטון בעבר און די פארשידנע פלענער בעתיד. דאס איז א שמועס וואס לוינט זיך נישט צו פארפאסן, א שמועס וואס וועט אייך געבן א נייע בליק אויף היכל הקודש. &nbsp; דער געלונגענער פּאַדקעסט

    < זעה מער טו אב תשפ"ג 📝
  • צענדליגע טויזנטע גרייטן זיך צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה

    &nbsp; בשעת די צענליגע טויזנטע אידן גרייטן צו פארן צום הייליגן רבין קיין אומאן אויף ראש השנה, קען דער סמ"ך מ"ם נישט דאס דורכלאזן אן דעם וואס ער זאל צושטעלן שטרויכלונגען אויף אלע זייטן. &nbsp; ער זעט אז די מלחמה אין אוקריינא האבן פאריאר און נישט היי יאר אפגעשראקן די צענדליגע טויזנטע אידן, אזוי אויך די אפשפארונג פון די עירפארטס און די לאנגע נסיעות וואס מען דארף נעמען האבן אויך נישט פארמיטן די אלע פון קומען, פרובירט ער כסדר אויף אלע אופנים, יעדעס יאר מיט אלע מיטלען און וועגן, סיי בכלליות, און סיי בפרטיות. &nbsp; יעצט האט ער זיך ווידער פארשטעלט אינעם אוקריינישער אמבאסאדאר אין ארץ ישראל, וואס האט געזאגט אז צוליב די מלחמה טראכט אוקריינא פון באגרעניצן די איינטריט פון אנשי שלומינו פון ארץ ישראל. אבער דער סמ"ך מ"ם וועט אונז בכלל נישט דערשרעקן דערפון, ווייל קודם כל ווייסן מיר די עצה פון תפלה, וואס פונקט ווי פאריאר און אלע אנדערע יארן זענען מיט איבערגעקומען אלע שטרויכלונגען דורך בעטן דעם אויבערשטן, וועלן מיר היי יאר אויך פועלן אומאן ראש השנה דורך תפלה &nbsp; און צווייטנעס די וואס האבן א גוטע זכרון, וועלן זיכער געדענקען די סטעיטמענטס וואס דער זעלבער אוקראינישער אמבאסאדאר האט געזאגט פאריאר פאר ראש השנה, כאולי זיין רעגירונג וועלכע זאל זיך האבן געזארגט פאר די וואוילזיין פון די אידן וואס קומען צו זיין לאנד, און איז זייער באזארגט צו מען קען אויפנעמען טוריסטן אין די מלחמה צושטאנד. &nbsp; למעשה האט זיך דעמאלטס ארויסגעשטעלט אז דער סטעיטמענט איז געווען א לופטיג און ליידיג, ווייל נישט נאר וואס די אוקראינישע רעגירונג האט נישט געשטערט, נאר אדרבה, די פילע אפטיילונגען פון די ממשלה אין אוקריינא האבן זיך גאר שיין צוגעשטעלט מיט אלעם וואס נאר מעגליך צו העלפן די אלע וואס האבן זיך נישט געשראקן, און זענען געקומען צום הייליגן רבין אויף ראש השנה קיין אומאן. &nbsp; אזוי אויך וועט זיין היי יאר מיטן אויבערשטנ'ס הילף, די אוקריינער רעגירונג וועט זיין נאך אסאך בעסער צוגעגרייט בעזרת השם יתברך, זיי גרייטן צו גענוג גרעניץ וועכטער און זיכערהייט סערוויסעס פאר די טעג ארום ראש השנה ווען אנשי שלומינו קומען צום הייליגן רבין און פאלגן אויס זיין בקשה וואס ער האט זיך געבעטן ביי אונז אז קיינער טאר נישט פעלן. קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן. &nbsp; אין כל חדש תחת השמש

    < זעה מער יג אב תשפ"ג 📝
  • נייע וואונדערליכע אלבום "א מופת בין איך" ערשינען

    דער לאנגע ערווארטעטער אלבום פונעם ראש ישיבה שליט"א איז נארוואס ערשינען, און אין די איין טאג מאכט עס שוין כוואליעס אין די גאנצע אידישע וועלט. &nbsp; אין קורצן באשטייט דער אלבום פון צען הערליכע מייסטערהאפטיגע יצירות, וואס אויסערדעם וואס די מוזיק און פראדאקשאן איז אויף די העכסטע מאס פון פראפשיאנלאיזם, און די רעקארדינג איז געשמאק קריסטאל קלאר, פראדוצירט דורך ר' חיים מאיר ערפס הי"ו און ר' ליפא בראך, באקאנטע נעמען און גאר טאלאנטפולע אינגעלייט אין די פעלד פון מוזיק און פראדאקשאן, איז אלעס הערליך אראפגעזונגען דורכן ראש ישיבה שליט"א וואס צונעמט די געפילן און עפענען אויף דאס הארץ צום אויבערשטן. &nbsp; יעדע פון די צען ניגונים האט זיך זיין אייגענע געשמאק און מעסעדזש, ווי פאלגענד: &nbsp; אייבערשטער מעדלי - א געלונגענע צוזאמשטעל פון לעבעדיגע פרייליכע "אויבערשטער ניגונים", אנגעהויבן מיטן ניגון "זאל זיין אזוי ווי דער אויבערשטער וויל", און דערנאך פארט עס אריין צום באקאנטן ניגון "ס'איז דאך אלץ נארישקייטן, אלעס איז דער אויבערשטער", און דערנאך גייט עס אריבער צום "דער אויבערשטער איז איבעראל" אויפן ניגון ממלא כל עלמין. &nbsp; ערליכער איד - א הארציגע ווארימע ניגון מיט וואס יעדער קען זיך אויסשמועסן און אויסוויינען צום אויבערשטן "טאטע הייליגע באשעפער, איך וויל זיין אן ערליכער איד". &nbsp; טאנץ מיטן באשעפער - א געשמאקע טאנץ ניגון מיט וואס מען בעט זיך ביים באשעפער "הייליגער באשעפער האב אויף מיר רחמנות, איך וויל זיין גוט". &nbsp; א לידעלע - געבויעט אויף די ניגון פונעם קדושת לוי זי"ע וואס פלאנצט אריין אז סיי ווען עס גייט גוט אדער חלילה פארקערט איז אלעס גוט און פונעם אויבערשטן, "רבונו של עולם איך וויל פאר דיר א לידעלע זינגען, וואו טאטע זיסער קען איך דיר טרעפן? ווייל עס גייט מיר גוט איז עס דו און חלילה פארקערט איז דאך ווייטער דו". &nbsp; האַרץ - א איד וויינט זיך אויס צום אויבערשטן "איך בין נישט אויסגעארבעט, איך דארף נאך תשובה טון, איך האב נישט קיין סבלנות, איך ווייס נישט וואס צו טון, מיין אויגן איז נישט ריין איך קוק שלעכטע זאכן, מיין מויל איז נישט פיין, איך טו עס שמוציג מאכן, אבער באשעפער קוק מיין הארץ, מיין צובראכענע הארץ מיין צוריסענע הארץ, באשעפער איך וויל זיין גוט", מיט דעם נעמט אראפ פון זיך אלע מקטריגים. &nbsp; אלף בית - ווען דו ווייסט נישט וואס צו זאגן, נעם די אלף בית וועסטו זיך קענען דערמיט אויסגיסן דיין הארץ, הייליגע באשעפער איך האב אמונה אין דיר, איך האב בטחון אין דיר, איך גלייב נאר אידן דיר, און אזוי ווייטער. געזונגען אויף א נייע געשמאקע וואלץ ניגון.&nbsp; &nbsp; ס'איז דא א רבי - קיינער פארשטייט מיר נישט? אבער עס איז דא א רבי אויף דער וועלט וואס פארשטייט מיר און קען מיר העלפן! לאמיר זיך צוהערן צו זיינע הייליגע דיבורים און אים פאלגן וועט אונז גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. &nbsp; שיעור משניות - א פרייליכע טאנצעדיגע ניגון "ושיעור משניות קודם לכל דבר ועל ידי זה זוכה לנשמה, א פרק משניות זאגן, די בעסטע סגולה. דאס איז מיין רפואה, דאס איז מיין ישועה, א פרק משניות זאגן ברענגט די גאולה" נעם א משינות אפילו אן פארשטיין, בלויז זאגן, וועס פילן אזוי גוט, אזוי לעכטיג! &nbsp; היט מיר - א תפלה פון א איד וואס בעט זיך פון טיפן הארצן צום טאטן אין הימל "אוי באשעפער איך בעט דיר היט מיר מיינע אויגן, היט מיר מיין מחשבה. איך וויל נאר טראכטן פון דיר, איך וויל נאר רעדן צו דיר, איך וויל נאר זען דיר שטענדיג פאר מיר!" געזונגען אויף א געשמאקע פרייליכע ניגון. &nbsp; א מופת בין איך - דער הויכפונקט פונעם אלבום, א הערליכע געשמאקע גראמען מעלאדיע וואס רעדט איבער דעם וואס מוהרא"ש געבט אונז. "מענטשן פרעגן מיר אלעמאל, ס'איז אלץ געווען אזוי ביי כלל ישראל, צדיקים פלעגן ווייזן מופתים, צי אויך ביי מוהרא"ש אויך געווען, צי האסטו מופתים דארט אמאל געזען, צי פלעגסטו זען דארט וואונדער, עפעס עקסטער באזונדער, זאכן וואס מ'זעט נישט כסדר? א מופת א מופת בין איך, וואס מ'טוט טוט מען פאר זיך, מוהרא"ש האט מיר אפגעוואשן, אנגפילט מיינע טאשן, מיט משניות און חומש רש"י, מוהרא"ש האט מיר איבערגעקערט, מיר געוויזן איך בין יא ווערט, איך האב היינט שוין ליב צו לערנען, קיין שום זאך קען מיך נישט שטערן, איך ווייס דער באשעפער וויל מיר הערן, אוי וואס האב איך אז מיין רבי פליט אין הימל? וואס האב איך אז מיין רבי מאכט א טומל? א בעקישע א ווייסע, א פנים א בלאסע, וויאזוי בין איך פון דעם מרוויח? אוי וואס האב איך אז מיין רבין ווארפט אן עפל? איך טאנץ און איך פארליר נאך א קנעפל? אויב איך קען נישט אין מיין לעבן זיך קיין עצה געבן, אן עוולה פאר מיין נשמה טו איך, א מופת א מופת בין איך...&nbsp;&nbsp; &nbsp; ווי איר קענט אליינס זען איז דער אלבום נישט קיין פשוטער מוזיק אלבום עס וועט אייך געבן חיזוק און התעוררות געבויעט אויף די עצות און ווערטער פון די הייליגע תורה און די צדיקים, אן אלבום וואס וועט זיכער האבן א געוואלדיגע השפעה אויף אייך און אויף אייער משפחה. &nbsp; צו הערן דעם נייעם אלבום דרוקט דעם לינק, הערט און פארשפרייט עס צווישן אלע אייערע באקאנטע! &nbsp; דרוקט דא צו דאונלאודן די אלבום

    < זעה מער יג אב תשפ"ג 📝
  • געשלאסן מקח אויף גיגאנטישע שטח אין אומאן

    אשרינו מה טוב חלקינו אז דער אויבערשטער האט אונז איבערגעלאזט צדיקים וואס זאלן אונז באלייכטן אינעם גלות, בפרט דאנקען מיר דעם אויבערשטן אויף חסד אז ער האט אראפ געשיקט די נשמה פון הייליגן רבי'ן וואס האט כל ימיו עוסק געווען אין העלפן אידישע קינדער זיי געבן א דרך אין עבודת השם, און וועג זיך צו קענען דראפען און זיך דערהאלטן ביים אויבערשטן. &nbsp; אויך אינעם היינטיגן דור האט דער אויבערשטער אונז איבערגעלאזט צדיקים. מוהרא"ש זי"ע האט זיך כל ימיו מוסר נפש געווען אז אויך מיר זאלן וויסן פון הייליגן רבין און קענען זוכה זיין צו די אלע גוטע עצות וואס דער רבי געבט אונז. &nbsp; ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט געעפענט די ישיבה תפארת התורה, זענען די תלמידי הישיבה מיטגעקומען מיט'ן ראש ישיבה קיין אומאן, מוהרא"ש זי"ע האט אבער געזאגט פאר ראש ישיבה אז ער זאל זען צו שאפן א פלאץ ווי די תלמידים זאלן קענען זיין אינאיינעם, וואס אזוי איז עס אסאך מער אפגעהיטן. &nbsp; צוערשט ווען עס איז נאך געווען א קליינע עולם האט דער ראש ישיבה געדינען עטליכע צימערן, אינעם רעש פון פושקינא, שפעטער ווען מער און מער בחורים האבן חתונה געהאט, און מען איז שוין געקומען מיט קינדער, האט מען געזען אז מען דארף אביסל ארויסגיין, האט מען געדינגען א פלאץ אביסל מער ארויס. אבער נאך קוים עטליכע יאר האט מען געזען אז מען קען נישט ווייטער אזוי אנגיין. דער ציבור וואקסט קע"ה, און מען האט שוין נישט געקענט אריינשטופן קיין נאדל. &nbsp; דאן האט דער ראש ישיבה באשלאסן אז עס איז צייט צו בויען אן אייגענע בנין, מען האט געפלאנט צו בויען א פיר שטאקיגע בנין, די אונטערשטע שטאק די קאך, לאנטש רום און מקוה, די שטאק העכער דעם דער בית המדרש, און נאך צוויי שטאקן שלאף צימערן, וואס לויט די דעמאלטסטיגע ציבור פון זיבן יאר צוריק האבן מענטשן זיך געוואונדערט פארוואס בויעט אזוי גרויס. עס האט אויסגעזען שטארק איבערגעטריבן, אבער אויפן הוראה פונעם ראש ישיבה האט מען אזוי געבויעט. &nbsp; עס האט נישט גענומען לאנג צו זען אז מען האט שטארק אונטערגעשאצט. נאך אינמיטן בויען האט מען געמוזט טוישן פלענער און מען האט באשלאסן צו בויען דריי שטאק שלאף צימערן, און און די קומענדיגע יאר האט מען שוין געמוזט צולייגן א פערטע שטאק. &nbsp; פאריאר איז שוין דער געדרענג געווען אזוי שטארק און מען האט געזען אז מען קען שוין מער נישט ווייטער אנגיין אזוי. די לאנטש רום איז שוין געווען שרעקליך קליין און עס איז שוין נישט מעגליך געווען צו עסן די סעודות דארט, און בלית ברירה איז מען געווען געצווינגען צו פארוואנדלען דעם בית המדרש נאכן דאווענען פאר אַן עס צימער. אבער אפילו דער גרויסער היכל הבית המדרש איז אויך געווען צר מהכיל פון ארייננעמען דעם ציבור מתפללים, ווייל אויסער די הונדערטער אנשי שלומינו וואס זענען איינגעשטאנען אין דעם בנין, זענען צוגעקומען נאך הונדערטער אידן פון איבער גאנץ אומאן וואס האבן געוואלט מיט דאווענען מיטן ראש ישיבה. &nbsp; שוין צוויי יאר צוריק האט דער ראש ישיבה געזאגט פאר די הנהלה אז מען מוז עפעס טון דערוועגן, מען האט טאקע געזוכט אויף עטליכע פלעצער איינס איז געווען צו ווייט, און אן אנדערע איז געווען צו קליין, אבער ברוך השם יעצט האט מען געטראפן און געקלאוזט אויף א גיגאנטישע פראפערטי זייער נאנט צום עקזיסטירנדע בנין, ווי מען גרייט יעצט צו די פלענער צו בויען דארט א גרויסע בית המדרש לתורה ולתפלה. &nbsp; מיר האפן אייך צו האלטן אינפארמירט מיט ווייטערדיגע אפדעיטס, ווי נאר עס וועט זיין.

    < זעה מער ח אב תשפ"ג 📝
  • אנקעטעס ווייזן טראמפ שטארק פאראויס פון אלע אנדערע קאנדידאטן

    דער געוועזענער 45סטער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן דאנאלד דזשעי טראמפ איז אנדערשט מיט כמעט יעדע זאך פון אלע אנדערע פרעזידענטן אין די אמעריקאנער היסטאריע. צווישן אנדערע איז ער דער איינציגסטער פרעזידענט מיט זירא ערפארונג אין פאליטיק צו ערוועלט ווערן אלץ פרעזידענט, בכלל איז ער גענצליך אן אנדערע טיפ פון א געווענליכע פאליטישאן. אלץ האט ער האט זיך געוואגט צו טון זאכן וואס קיין שום פאליטישע ראטגעבער וואלט אים געראטן צו טון, צום ביישפיל זיין איבערגעאיילטע "מוז האבן א מיינונג" אויף כמעט יעדע זאך צוגאנג, איז א זאך וואס וואלט אים שוין צענדליגע מאל - לויט די פאליטישע אנאליסטן - געדארפט אונטערברענגען. זיין אבסעסירטע מלחמה מיט די מידיע - א זאך וואס איז לויט די אנגענומענע כללים פון ביז היינט האט אלץ געהייסן א "זיכערע פאליטישע זעלסבט מארד", און אויך דאס האט אים נאך נישט אונטערגעברענגט. והעולה על כולנה, די פילע פאליטישע און יורידישע רדיפות; אנגעהויבן פון די פילע אויספארשונגען נאך ווען ער איז געלאפן צום ערשטן מאל אלץ פרעזידענט, און די פילע אינוועסטיגעשאנס בשעת'ן דינען אויפן פרעזידענטליכע שטול, וואס האבן זיך געענדיגט מיט - ווייטער פרעצעדענטלאז - צוויי מאל (!) אימפיטשט ווערן, א זאך וואס האט אים נאך אלץ נישט אומגעווארפן. &nbsp; און ווער רעדט נאך ווען ער האט - יא אדער נישט - פארלוירן די וואלן פאר צוויי יאר צוריק, דאס וואלט אים לויט אלע פארשטייערס געדארפט אריינלייגן אין א טיפע מרה שחורה "אזא נארסיסיסט ווי ער קען נישט דערהייבן קיין דורכפאל" האבן זיי אלע געשריגן. און די "טשערי אָן די פיי" איז נאך ווען ביז יעצט טוען נאך פילע פראסעקיוטערס און "ספעציעלע אויספארשער" אים אנקלאגן אויף כל מיני באשולדיגונגען פון האלטן פרעזידענטליכע רעקארדס, אריינלייגן נאציאנאלע זיכערהייט אין א סכנה, ביז די יאנואר 6 רעוואלוציע, ווען ער האט לויט זייער קעגנער געהעצט זיינע געשוואוירענע שטיצער צו אומווארפן די אמעריקאנער רעגירונג און דערקלערן לעבנסלענגלעכיגע קעניג אויף אמעריקע... &nbsp; און דאס איז נאר אויפן שפיץ גאפל די פילע רדיפות און דורכפעלער וואס דער טראמפ איז דורכגעגאנגען, און דאס אלעס אין בלויז עטליכע יאר צייט, און פארגעסט נישט דא רעדט מען שוין פון א מענטש וואס איז שוין יעצט אין די הויכע 70'ער יארן, א צייט וואס רוב מענטשן זענען שוין לאנג ריטייערט. &nbsp; מיר דארפן נישט צוקומען צום גוי זיך צו לערנען וויאזוי זיך צו פירן, אבער אפגעזען וואס אייער מיינונג אויף דעם גוי טמא דאנאלד טראמפ איז, איז דא דא עפעס וואס מיר קענען זיך לערנען דערפון. האסטו שוין צענדליגע מאל צוגעזאגט דעם אויבערשטן "מער וועל איך שוין נישט זינדיגן" און עודך טרעפסט זיך דערין ווידער? דו הערסט דעם סמ"ך מ"ם שרייען "דו ביסט איין שטיק דורכפאל", דו הערסט שוין אין דיין קאפ ווי אלע זאגן אויף דיר "דו ביסט שוין דערנאך", אבער ניין הייב דיך אויף און קוק נישט אויף קיינעם. זאג דעם סמ"ך מ"ם "אויב טראמפ גייט נאך ארום שטאלץ און קאמפיינט צו ווערן ווידער פרעזידענט, מעג איך אויך נאך זיך אויפהייבן און זאגן פארן באשעפער געב מיר נאך א שאנס." &nbsp; די זעלבע זאך בגשמיות, קוק נישט אויף צוריק, ביסט טיף אין חובות? גיי אן מיט דיין לעבן ווייטער. טרעף א דזשאב הייב אן אפצאלן צוביסלעך, און עס וועט נישט לאנג נעמען און דו וועסט זיך זען אינדרויסן פון דיינע חובות. &nbsp; טראמפ'ס קאמבעק איז אונז אלע מחייב. מיר קענען אויך צוריק קומען. מיר וועלן נאכאמאל פרובירן צו היטן די אויגן, היינט - זאגט איך דיר צו רבונו של עולם - וועל איך רעדן שיין צו מיין ווייב. פון יעצט וועל איך לערנען כאטש איין פרק משניות יעדן טאג. עס וועט נישט לאנג נעמען און דיין קאמבעק וועט זיין אסאך שענער און ווייטער ווי פון דאנאלד טראמפ.

    < זעה מער ז אב תשפ"ג 📝
  • אנשי חיל קאמפיין וועט היי יאר נוצן דעם דרייוואפ פלאטפארמע

    אין די יעצטיגע טעג גרייטן זיך אנשי שלומינו אריינצושפרינגען אינעם יערליכן אנשי חיל קאמפיין לטובת די הייליגע מוסדות וואס איז שוין גוט באקאנט אויף די גאנצע וועלט, ווען פילע אינגעלייט און בעלי בתים וועלן זיך ווענדן צו כלל ישראל און זיי געבן די זכיה ארויסצוהעלפן בויען דעם אמונה און חיזוק פאבריק וואס האט שוין אזויפיל אידישע קינדער אויפגעהויבן און מקרב געווען צום אויבערשטן. &nbsp; היי יאר האבן די עסקנים אויסגעקליבן דעם דרייוואפ פלאטפארמע צוליב די פילע פראקטישע און געשמאקע פיטשערס וואס זיי פארמאגן. וואס אויסער דעם געשמאקן סיסטעם וואס זיי האבן פאר די נדבים, ווען זיי שטעלן צו א שיינע און ריינע וועבסייט, האט עס גאר גוטע כלים פאר די וואס שליסן זיך אן אויפצוטרייבן געלט אינעם קאמפיין, ווען יעדער וואס מאכט א פעידזש באקומט א לינק צו זען ווי ער האלט, וויפיל פארשריט ער מאכט, און טיפס וויאזוי צו קענען פאנדרעיזן. &nbsp; היינט מאנטאג שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א אינעם מכתב יומי "רבי נתן איז אמאל געווען ביים רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן שב) און דער רבי רופט זיך אן אפאר ווערטער וואס האט זייער באנומען רבי נתן, דער רבי זאגט אים: "דער עיקר איז 'מִבֶּטֶן שְׁאוֹל שִׁוַּעְתִּי'", דאס וואס שטייט ביי יונה הנביא (יונה ב, ג) ווי ער האט געשריגן צום אייבערשטן ווען די פיש האט אים איינגעשלינגען. דאס איז א טיפע לימוד פאר אונז; אז מען זעט זיך אין שאול תחתית, מען איז איינגעשלינגען ביים יצר הרע, זאל מען שרייען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, האב אויף מיר רחמנות; העלף מיר! איך וויל זיין אן ערליכער איד". נעם א טייל אינעם יערליכן קאמפיין, גיי נאך געלט צו דיינע באקאנטע; האב נישט קיין בושה צו בעטן צדקה, מאך נישט קיין מציאות פון קיינעם, אזוי וועט דיר זיין גרינגער צו בעטן צדקה." &nbsp; פאריגע וואך מיטוואך שרייבט דער ראש ישיבה צווישן אנדערע "מיר מאכן אלע יארן א קאמפיין פאר די מוסד, איך וויל דו זאלסט זיך אנשליסן אין די קאמפיין צו זאמלען געלט פאר אונזער מוסד. איך וויל דיר בעטן זאלסט זיך נישט פטר'ן צו געבן דיין אייגענע געלט, ווייל אייגענע געלט האב איך מער פון דיר; נישט דאס דארף איך, איך וויל דו זאלסט ארויסגיין אין גאס צו דיינע חברים, דיין משפחה, דיינע באקאנטע - זיי בעטן צדקה פאר ברסלב... נאכדעם שרייבט דער ראש ישיבה ווייטער "מען האט געשטעלט אן אפיס נעבן מיין שטוב אין שטעטל, קום אריין און זיי א חלק פון שאפן צדקה פאר די מוסד. איך וויל נישט זאלסט זיך פטר'ן מיט געבן אייגענע געלט, איך וויל זאלסט גיין נאך געלט, ווייל גיין נאך געלט איז א תיקון פאר אלע פגמים." &nbsp; מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט אריינקומען דאס יאר גאר שיינע סכומים, וואס דערמיט וועט מען טון שיינע זאכן פאר אויבערשטן, מחנך זיין קינדער, מחזק זיין אידן צו אמונה, שלום בית, לימוד התורה, תפלה, דביקות אין אויבערשטן, און אזוי ווייטער. &nbsp; אויב זענט איר שוין אנגעשלאסן אינעם קאמפיין, איז שוין צייט אנצהייבן צו רופן אלע אייערע באקאנטע וואס וועלן זיך פרייען צו געבן אויף אייער פעידזש פאר די מוסדות בראשות פונעם ראש ישיבה שליט"א, און אויב נישט ביטע רופט שוין מו"ה אהרן פיש הי"ו אויף 347-889-9892 אדער הר"ר אהרן וועבערמאן הי"ו אויף 347-466-2410. פרויען וואס ווילן זיך אנשליסן קענען רופן מרת אפעל אויף&nbsp; 347-496-6683. &nbsp; וואלט איר נישט געוואלט מיטקומען מיט א געהויבענע נסיעה מיטן ראש ישיבה שליט"א קיין ארץ ישראל און מיטהאלטן די פילע באזוכן אין די מוסדות און אין די קהילות, און גיין זיך אויסבעטן אויף די מקומות הקדשים פון די תנאים אמוראים צדיקים ושרפי מעלה אין ארצינו הקדושה? איז עס נישט אייער חלום צו קענען מיטקומען צו אן עקסלוסיוו שבת התוועדות מיטן ראש ישיבה שליט"א און מיטהאלטן די געהויבענע תפילות, סעודות, זמירות, דברי תורה, און געשמאקע חיזוק שמועסן? אז איר טרייבט אויף $7,000 ווערט איר בארעכטיגט צום נסיעה קיין ארץ ישראל, און פאר $3,600 קענט איר זיין ביים שבת התוועדות. פארפאסט נישט די געלעגעהייט, און מאכט תפילות און מיטן אויבערשטנ'ס הילף וועט איר אנקומען אסאך ווייטער ווי איר טראכט.

    < זעה מער ז אב תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 676 to 690 of 1723 results

1 2 ... 43 44 45 46 47 48 49 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com