Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך אויף א פרישע זומער סעזאן

    אין שטעטל רודערט שוין, מען גרייט זיך העפטיג צום פרישן זומער סעזאן, עס ווערט געמאכט הכנות פון אלע זייטן צו אויפנעמען די חשובע געסט וואס גרייטן זיך ארויסצוקומען אויף די זומער וואכן - זיך אביסל אנשעפן מיט פרישע קלאר לופט, צווישן די גראז און ביימער וואס איז אזוי געשמאק צו שפאצירן צווישן זיי און רעדן צום אייבערשטן.   אינעם "אילן החיים" קאנטרי וואס איז פאריאר געווארן אפגעקויפט פאר די געברויך פון די חשובע משפחות, און פאר די חשובע אינגלעך - ווערט יעצט געבויעט א שיינעם גרויסן בנין, וואס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ווערן געניצט פאר די בית המדרש אין קאנטרי, ווי מען וועט דאווענען און לערנען יעדן טאג במשך די זומער טעג.   ביים בנין "היכל ראזענבערג" וואס איז אינטערן צענטראלן בית המדרש אויף האשקי, קומט פאר אין די טעג גאר העפטיגע קאנסטרוקציע, עס ווערט שיין אויפגעפיקסט פאר די געברויך פון די חשובע בחורים וואס גייען דארט לערנען און דאווענען במשך די זומער טעג.   אזוי אויך ארבעט מען העפטיג ביים מיידל קעמפ וואס איז אינטערן שטעטל, עס זאל זיין גרייט פארן זומער.   אלע קינדער, בחורים און משפחות, קענען קוים ווארטן ארויסצוקומען און פארברענגן אינטערן שאטן פון נאטור, און זיך דערקוויקן מיטן אייבערשטנ'ס וועלט וואס ער האט באשאפן פאר אונז נאר פאר דעם ציל אז אונז אידן זאלן הנאה האבן און אים אנערקענען אין יעדן מצב.   די שטעטל איינוואוינער ווארטן שוין אויף די לעכטיגע טעג וואס מען וועט האבן די זכי' אז די ראש ישיבה מיט די תלמידים וועלן ארויסקומען אויף זומער און מען וועט הערן די הערליכע דרשות פונעם ראש ישיבה יעדן טאג, וואס ווייזט דעם וועג וויאזוי זיך צו פירן אינעם טאג טעגליכן לעבן.   בלייבט נאר איבער צו בעטן דעם אייבערשטן אז די זומער זאל טאקע אדורכגיין רואיג און געשמאק, מען זאל קענען אויסניצן די זומער טעג ווי עס דארף זיין, און קענען מיט דעם מאכן די ריכטיגע הכנה צו די הייליגע טעג וואס קומט גלייך נאך די זומער.

    < זעה מער כג סיון תשפ"ג 📝
  • צוויי טשארטערס ב"ה קאנפירמד אויף ראש השנה תשפ"ד הבעל"ט

    אין א באריכט פון מו"ה אלי קנאל הי"ו פון פלען איט רייט איבער די יעצטיגע פלענער, מעלדט ער אונז די פרייליכע נייעס אז די תפילות פון אנשי שלומינו האבן עושה רושם געווען, און מען קען שוין איבערגעבן אז די צוויי טשארטערס קיין אומאן איז ברוך השם באשטעטיגט. &nbsp; ער זאגט אז כאטש ער איז איבערצייגט אז זאכן גייען זיך נאך טוישן, זענען אבער שוין יעצט דא באשטעטיגטע פלענער איבער די צוויי טשארטערס פון ניו יארק קיין ריישא דורך זייער פירמע דורך "פלען איט רייט". ביידע פלייטס זענען לעת עתה געסקעדזשולט אויף 10:20 ביינאכט, דער מאנטאג פלייט איז פון קענעדי עירפארט און דער דינסטאג פלייט פון נוארק עירפארט. ער זאגט אונז אז די שטאב פון פלען איט רייט ארבעט שווער אפצורוקן דעם מאנטאגדיגן פלייט אויף אביסל שפעטער ביינאכט, און אויך אז ביידע פלייטס זאלן ארויספארן פון דעם פיל באקוועמערן נוארק עירפארט. &nbsp; ביז דערווייל ווילאנג די פלענער זענען נאכנישט אפיציעל ארויסגעגעבן אין פאבליק קען מען באקומען ביידע פלייטס פארן עירלי בוירד פרייז פון $2,500 וואס וועט דעקן די גאנצע נסיעה פון ווען מען גייט אריין אינעם עירפארט אין ניו יארק ביזן טיר פונעם אכסניה אין אומאן. און די זעלבע די וועג צוריק פון די אכסניה אין אומאן ביזן עירפארט אין ניו יארק. דאס רעכענט אריין די טשארטער פלייט, באסעס, טרעין, עסן, מקוה, און אלעס אינדערמיט, די טשארטער וועט בעז"ה האבן נאר מענער סטוערדס, מען וועט געבן דערויף היימישע געשמאקע כשר'ע מאלצייטן, אזוי אויך וועלן די באנען, באסעס, דאס עסן, און די האטעל זיין גאר גוט צוגעשטעלט מיטן גוט באקאנטן הויכן "פלען איט רייט" סטאנדארט. &nbsp; פלען איט רייט זאגט אז זיי האבן נאך אסאך אנדערע פלייטס וואס מען קען אויסקלויבן. אויף זייער וועבסייט האבן זיי ארויסגעלייגט איבער 20 באזונדערע גרופ טיקעטס וואס מען קען נעמען, ווי מען וועט קענען זיין אינאיינעם מיט נאך אסאך אידן. די פרייזן פון די פלייטס הייבן זיך אן פון $899 א טיקעט, אזוי אויך קען מען נעמען נאך פילע אנדערע פלייטס יעדער לויט זיין געשמאק און בודזשעט. פלען איט רייט ארבעט אויף דעם אז אויך די וואס נעמען די אנדערע וועגן זאלן קענען פארן מיט א באן קיין אומאן.&nbsp; &nbsp; די וואס נעמען די טרעין אליינס וועט עס זיין פאר א בעסער פרייז פון פאריאר בעז"ה. &nbsp; פאר מער דעטאלן, אדער צו באשטעלן א פלאץ קען מען רופן פלען איט רייט אויף 845-678-3555. &nbsp; עס איז איבעריג צו דערמאנען אז גארנישט איז גאראנטירט, און כדי צו קענען אנקומען צום הייליגן רבין מוז מען מאכן אסאך תפילות. פלען איט רייט בעט אנשי שלומינו אז זיי זאלן זיי אריינעמען אין זייערע תפילות, און ווען זיי זענען מתפלל פאר זיך זאלן זיי אויך בעטן דעם אויבערשטן אז אלע טויערן זאלן זיך עפענען פאר זיי, און אז זיי זאלן מצליח זיין צו קענען ברענגען די פילע אנשי שלומינו וואס נוצן זייער סערוויס קיין אומאן אויף די בעסטע און געשמאקסטע וועג נאר מעגליך.

    < זעה מער כב סיון תשפ"ג 📝
  • הר"ר אהרן וועבערמאן אנטפלעקט סודות פון חדר איבער די חתונות אין בית המדרש

    די אידישע גאס איז אויף מיט'ן אינטערוויו וואס הרה"ח ר' אהרן וועבערמאן שליט"א האט געגעבן. ר' אהרן איז א איד מאנשי שלומינו וואס פאלגט און לעבט מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און ער איז געווען דער ערשטער מחותן וואס האט חתונה געמאכט מיט פינף יאר צוריק אין בית המדרש אין וויליאמסבורג, א זאך וואס האט זיינער צייט געמאכט העדליינס אין אלע חרד'ישע צייטונגען, אבער היינט איז עס שוין ב"ה אזא אפטע זאך עס קומען פאר צענדליגע חתונות א יאר פון פרייליכע און גליקליכע חתנים און כלות מיט זייערע עלטערן און קרובים, אז מען כאפט אפילו נישט וואס פארא ערד ציטערניש עס שפילט זיך אפ אונטער אונזערע פיס. &nbsp; ר' אהרן האט שוין פון דעמאלטס ביז היינט חתונה געמאכט אין בית המדרש פינף קינדער און לכבוד דעם איז אפגעהאלטן געווארן א גאר אינפארמאטיוון אינטערוויו מיט'ן מחותן ר' אהרן, ווי אנטפלעקט פילע גאר אינטערעסאנטע זאכן איבער דעם נושא, וויפיל מענטשן בלוטיגן זיך אויס ביים חתונה מאכן די קינדער, און וויאזוי קלוגע אידן קענען חתונה מאכן די קינדער מיט פרייליכע הערצער. &nbsp; ער לייגט אראפ ווי פון איין זייט וויפיל געלט מען שפארט זיך און פון די אנדערע זייט ווי עס פעלט ממש גארנישט, ער זיין ווייב און אזוי אויך די מחותנים, חתן כלה זענען גארנישט ווייניגער צופרידן און ווי שיין די חתונות אין ישיבה זעט אויס. &nbsp; אזוי אויך גייט ער אריין אין נאך פארשידענע זאכן פון חתונה מאכן וואס מענטשן מיינען אז מען קען עס מסדר זיין נאר מיט אסאך געלט, און וויאזוי מען קען עס ערלעדיגן מיט גאר מינימאלע הוצאות וואס זעט זיך נישט אן אויפן בודשעט. &nbsp; ר' אהרן שמועסט זייער שיין אויס וויאזוי א מענטש קען צוקומען צו דעם נאר דורך דעם וואס מען האט א צדיק וועם מען פאלגט. אויב א מענטש וואלט געפרעגט אן ערליכע איד אויף וואס און אויף וויפיל ער מעג ספענדן ביי די חתונות וואלטן רוב מענטשן זיך געקענט אן עצה געבן און מען וואלט נישט געדארפט גיין נאך געלט אדער זיך צוזאם בארגן. &nbsp; דאס און נאך פילע אינטערעסאנטע נושאים ווערן אויסגעשמועסט אויף גאר אן אינטערעסאנטן אופן. דעם גאנצן אינטערוויו קען מען ליינען אינעם אינהאטלספולן "קרית ברסלב בלעטל" פון די וואך פרשת בהעלותך, אזוי אויך קען מען עס הערן אויפן "קול ברסלב" האטליין, ביי די שמועס צווישן די צוויי ברודער 4-5 פון די אידיש מעניו, שמועס פון פרשת נשא ב'.

    < זעה מער יט סיון תשפ"ג 📝
  • נייע וואכן בית המדרש ווערט געבויעט אין שטעטל

    אזוי ווי דער שטעטל וואקסט כסדר, און עס קומען צו פרישע איינוואוינער, שפירט זיך דער ביהמ"ד מער ענג מיט יעדן טאג, בפרט אז דער כולל לערנט א גאנצן טאג אין בית המדרש, שטערט עס איינע פארן צווייטן. מען הערט אריין אין די מינים ווי די אינגעלייט לערנען, און די אינגעלייט הערן אריין די מינינים, אויסער דעם קומט צו אז מיט די וואוקס פון שטעטל, ווערט דער ביהמ"ד בכלל מער פאפולער ביי די פילע הונדערטער בייפארער וואס ווייסן אז דא איז דא א בית המדרש מיט כסדר'דיגע מנינים, וואס נוצן אויס דעם געלעגענהייט און יעדן טאג כאפן זיך פילע געסט אריבער צו דאוענען א תפלה בציבור, וואס דאס געט נאך מער צו צום ענגשאפט. &nbsp; דער יעצטיגער אויסשטעל האט געהאט נאך א חסרון אז עס האט נישט געקענט זיין מער פון איין מנין אויף איינמאל, א זאך וואס דער בית המדרש איז שוין לאנג אויסגעוואקסן. &nbsp; דערפאר האט די הנהלה באשלאסן מיט די גוטהייסונג פון ראש ישיבה שליט"א אז מען גייט צוטרעטן צום בויען פון א נייע וואכן בית המדרש אין שטעטל, וואס זאל דעקן דעם געברויך. צום ערשט וועט עס אויפטון אז דער כולל וועט צובאקומען הרחבת הדעת ווען זיי וועלן קענען איבערנעמען דעם גאנצן האשקי בית המדרש אין די וואכן טעג, און זיי וועלן נישט שטערן די מנינים, און די מנינים וועלן זיי נישט שטערן. צו דעם וועט דער נייער בית המדרש פארמאגן א גרויסע פאליש וואס וועט ערמעגליכן צוויי מינינים אין די זעלבע צייט, עס וועט בעז"ה האבן אסאך און גענוג פארקינג, ברייטע האלוועיס, א גרויסע קאווע שטיבל, און עס וועט בעז"ה אויך האבן א שיינע גרויסע מקוה - דער פינפטער מקוה אין שטעטל. &nbsp; דער נייער ביהמ"ד ווערט געבויעט אויף רעד קליף גאס נעבן בארדיטשוב רד. דורכן היימישן קאנטראקטער מאנשי שלומינו מו"ה משה איינהארן הי"ו. פאריגע וואך ווען מען האט געהאלטן ביים גיסן די בורות פאר די מקוה איז דער ראש ישיבה שליט"א מיט די אינגעלייט וואס זענען בקיאים און מומחים במלאכת המקוה אראפ געקומען און זיכער געמאכט בס"ד אז אלעס ווערט געטון כהלכה ובהידור רב. &nbsp; בורא עולם בקנין השלם זה הבנין

    < זעה מער יח סיון תשפ"ג 📝
  • הערליכע נייע סיין באצירט ביהמ"ד היכל הקודש אין קרית יואל

    אין קרית יואל גייט שוין אן דער בית המדרש היכל הקודש אויף 8 העיס קט. פאר לאנגע יארן. דאס איז דער ערשטער ביהמ"ד היכל הקודש אינדרויסן פון בארא פארק און יבנאל וואס האט געטראגן מיט שטאלץ די ברסלבע קרוין, וואס האט שוין מקרב געווען הונדערטער אידן צום אייבערשטן דורכאויס די יארן. &nbsp; דער ביהמ"ד איז געגרינדעט געווארן אין א דירה וואס הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א האט מנדב געווען כדי אנשי שלומינו אין קרית יואל זאלן האבן א ווינקל ווי מען קען רעדן דעם רבי'נס דיבורים, מוהרא"ש'ס דיבורים, דעם ראש ישיבה'ס דיבורים. וואס פון דעם בית המדרש איז שוין ארויסגעקומען טויזנטער שעות לימוד התורה, צענדליגע שטובער געשטעלט אויף די פוס, אומצאליגע דיבורים און כיספוים צום אייבערשטן, וואס דאס אלעס איז אין זכות פונעם בעל אכסני' הרה"ח ר' אברהם חיים שליט"א, וואס געבט דאס שוין אוועק שוין אזויפיל יארן, דאס איז אויסער וואס ער האלט אויס דעם ביהמ"ד מיט אלע הצתרכות'ן ווי רייניגן, קידושא רבה אום שב"ק, און א ברייטע של"ש יעדע וואך. יהא משכורתו שלימה מעם ה'. &nbsp; מיט בערך צוויי יאר צוריק האט א שטורעם דורכגעריסן קרית יואל, דאס איז געווען א שלאקס רעגן וואס האט דאן אומגעווארפן פילע ביימער אין שטאט און האט אנגעמאכט אסאך שאדענס. ביז דעמאלטס איז געווען ארויסגעלייגט א גרויסע שיינע סיין מיט די ווערטער בית המדרש היכל הקודש, בנשיאות כ"ק מוהרא"ש, מיט א שיינע ברסלבע קרוין, וואס האט צוגעוויזן אלע דורכגייער אז דא איז א ווינקל ווי מען קען באקומען "פירסט עיד", אלע ווייסן היינט אז אין ברסלב געבט מען נישט אויף, און דאס האט טאקע צוגעברענגט פילע דורכגייער זאלן אריינקומען הערן א גוט ווארט, און זענען ארויס אנגעפולט מיט תורה, תפלה, שלום בית, און האט זיי דערנענטערט צום אויבערשטן. אבער ביי יענע שטורעם איז דער סיין אראפגעריסן און צעבראכן געווארן. &nbsp; אין די לעצטע צייט האבן די גבאים זיך אריינגעלייגט איבערצובויען דעם בית המדרש, עס פארגרעסערן, און איבערפרישן, האט מען דאן באשלאסן אז עס איז צייט אז אויך די סיין אינדרויסן פון בית המדרש דארף מען צוריק באנייען. ברוך השם אז לכבוד שבועות האט שוין דער נייער סיין באשיינט די ווענט פון בית המדרש און געלאזט וויזן לכל עובר ושב אז דא קען מען זיך דערקוויקן מיטן הייליגן רבינ'ס דיבורים.

    < זעה מער יז סיון תשפ"ג 📝
  • קורפיו אין אומאן געגענט ווערט שטארק פארגרינגערט

    אנשי שלומינו נעמען אויף מיט פרייד די בשורה טובה פון טשערקאסי אבלעסט (אין וואו אומאן געפונט זיך) אז די קורפיו וואס איז איינגעשטעלט געווארן זינט דער אנהייב פון די מלחמה אין דעם "אבלעסט" (עפעס ווי א סטעיט אדער קאונטי אין אמעריקע) איז שטארק דערלייכטערט געווארן. דאס איז גאר גוטע נייעס פאר די צענדליגע טויזנטער ברסלבע חסידים וואס טראץ די שוועריקייטן, טירחה און גרעסערע געלט הוצאות גרייטן זיי זיך מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה תשפ"ד. &nbsp; ביז יעצט איז דער קופריו אנגעגאנגען יעדע נאכט פון 11 ביז 5, און אין די שעה'ן האט קיינער זיך נישט געמעגט געפונען אויפן גאס, וואס האט שטארק באגרעניצט די באוועגונגען פון אנשי שלומינו אין אומאן. אבער יעצט - ברוך השם - האט מען דאס געטוישט, און דער קורפיו וועט אנגיין יעדע נאכט פאר בלויז 4 שעה אנגעהויבן פון 12 חצות הלילה און געענדיגט 4 פארטאגס, א זאך וואס וועט זיכער פארגרינגערן פאר אנשי שלומינו וואס ווילן קומען צום הייליגן רבינ'ס ציון. &nbsp; פילע פון אנשי שלומינו האבן שוין געבוקט טיקעטס און קוקן איבער די פאספארטן, טייל האבן גענומען די טשארטער פלייטס מיטן באן, אנדערע נעמען אנדערע פליגערס צו די פארשידענע עירפארטס אין די לענדער ארום אוקריינא ווי פוילן, רומעניע, אונגארן, און מאלדאווע. אבער נישט קיין חילוק וואס פארא וועג מען נעמט פארגעסט מען נישט אז דער עיקר איז תפלה. &nbsp; ווי מיר אלע ווייסן מוז מען צוקומען צום אייבערשטן ביי יעדע זאך אין לעבן, בפרט ווען עס קומט צו פארן צום הייליגן רבין אויף ראש השנה אויף וואס דער רבי האט געזאגט "קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן" פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם מיט אלע כחות צו שטערן און אפרעדן אידישע קינדער פון קומען צום הייליגן רבין, ביי יעדעם שיקט ער אנדערע שטארקע סיבות, דער פלאגט זיך מיט געלט, איינער קען נישט איבערלאזן דעם זשאב, אנדערע האבן שוועריקייטן מיט משפחה. דארף מען געדענקען אז תפלה איז שטארקער פון אלעם, און מען דארף בלויז בעטן און בעטן, ביז דער אויבערשטער העלפט. &nbsp; ווען א מענטש ווייסט אז ער דארף פארן צו א דאקטער פאר זיין לעבן, וועט ער קוקן אויף געלט? וועט ער טראכטן פון זיין דזשאב? וועט אים איינער קענען אפרעדן? מיר דארפן צוקומען צום גרויסן דאקטאר דער הייליגער רבי וואס היילט אונז ברוחניות ובגשמיות; וואס איז שייך מניעות? וואס טוט נישט א מענטש פאר זיין לעבן? דא קומט מען צום הייליגן רבין וואס מאכט אונז טראכטן פון אייבערשטן, געבט אונז אריין א טעם אין אידישקייט, און געבט אונז נאך אומצאלגע מתנות פאר לעבן. דערפאר לאזן נישט אנשי שלומינו אפ דעם אויבערשטן און בעטן זיך ברחמים ובתחנונים זוכה צו זיין צו קומען צום רבין אויף ראש השנה. &nbsp; מיר האפן אייך צו האלטן ווייטער אינפארמירט מיט אלע דעטאלן בנוגע אומאן ראש השנה מיטן אייבערשטנ'ס הילף.

    < זעה מער טז סיון תשפ"ג 📝
  • בית הדפוס היכל הקודש אין בית שמש

    בית שמש - דער בית הדפוס היכל הקודש אין שטאט בית שמש טוט אין די טעג אפצייכענען "מיליאן פאפירן" וואס מען האט שוין געדורקט אינעם דרוקעריי, נאכדעם וואס פון דעם בית הדפוס גייט ארויס יעדע וואך טויזנטער גליונות היכל הקודש, הונדערטער ספרי "עצתו אמונה", צענדליגע פון די אנדערע ספרים און גליונות ווי "אשר היה אל יואל", "שיחות הראש ישיבה", גליון "סיפורי מעשיות" און נאך, אזוי אויך דרוקט מען צענדליגע "קרית ברסלב בלעטל", און לעצטענס האט מען אויך צוגעלייגט דער נייער גליון "שיעורי חינוך" וואס ווערט אויסגעכאפט דורך מלמדים, מחנכים, און כלל עמך בית ישראל וואס ווילן א וועג אין מחנך זיין די קינדער, אזוי ווייטער אלע פולע גליונות וואס קומט ארויס פון היכל הקודש תלמידי הראש ישיבה שליט&rsquo;&rsquo;א. &nbsp; יעדן דאנערשטאג קומען די פולע צענדליגע מפיצים צום בית הדפוס און נעמען נעמען אפ זייער פעקל וואס די געטרייע גבאים האבן אנגעגרייט פאר יעדעם לויט זיין געברויך, און זיי גייען ארום און זענען דאס מפיץ זיין אין אלע בתי מדרשים אין בית שמש.מ&rsquo;באקומט צוריק ווארימע גריסן פון אסאך טייערע אידן יעדע וואך וואס זענען זאך פשוט מחי&rsquo; דאס הארץ מיט די פשוטע טייערע און זיסע לימודים וואס דער ראש ישיבה לערנט אונז. &nbsp; יעצט איז די בית הדפוס אנגעקומען צום אומגלויבליכן נומער פון א מיליאן(!) פאפירן וואס מ&rsquo;האט געדרוקט אין ווייניגער פון צוויי יאר זינט דער בית הדפוס האט זיך געעפענט, וואס מיינט אן עוורידזש פון איבער 40 טויזנט בלעטער א חודש. &nbsp; פאריאר האט דער ראש ישיבה שליט&rsquo;&rsquo;א באזוכט אין דעם בית הדפוס און האט דארט ארום גערעדט איבער די גרויסקייט און פון די געוואלדיגע זכי&rsquo; צו גיין מפיץ זיין די עצות פונעם הייליגן רבי&rsquo;ן, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה ארויס געברענגט זיין דאנקבארקייט וואס ער האט פארן מנהל בית הדפוס מו&rdquo;ה יצחק ראטה הי&rsquo;&rsquo;ו וואס האט אריינגעברענגט אין זיין דיינינג רום א פרינטינג מאשין צו דרוקן די גליונות. אזוי אויך האט מען געוויזן פארן דער ראש ישיבה די ליסטע פון אלע מפיצים און וויפיל גליונות זיי זענען מפיץ וואך נאך וואך, פון וואס דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט. &nbsp; אנשי שלומינו אין בית שמש זענען זייער דאנקבאר פארן גבאי פונעם בית הדפוס וואס געט זיך אוועק יעדע וואך שעות אויף שעות צו דרוקן און אנגרייטן אלע גליונות פאר יעדן מפיץ זיין פעקל לויט וואס יעדער ער באשטעלט, אזוי אויך געבט ער אוועק זיין שבת שטוב פאר אלע תפילות שבת יעדע וואך שבת און יעדע יום טוב און בכלל צו יעדע צייט וואס מ&rsquo;דארף, דער אייבערשטער זאל אים באצאלן מיט אלעס גוטס אין זכות פון העלפן דעם הייליגן רבי&rsquo;ן מיט אזא געטריישאפט. &nbsp; דער בודזשעט פונעם בית הדפוס איז זייער הויך, מען דארף כסדר שאפן גרויסע סכומים פון טויזנטער שקלים צו קענען קויפן פאפיר, און צוליב די שטארקע אינפלאציע איז די פרייז פון קויפן צוויי פעלעטס פאפיר (קליינע פאפיר פאר עצתו אמונה און גרעסער פאפיר פאר די גליונות) איבער 12 טויזנט שקלים, (בערך 3,200 אמעריקאנער דאלאר) אנשי שלומינו איבער די וועלט קענען יעצט האבן די זכי&rsquo; ארויס צו העלפן דעם בית הדפוס אנגיין. זייט מנדב דורך נדרים פלאס / היכל הקודש בית שמש אדער קענט איר רופן דעם מנהל בית הדפוס אויף 504199751 972+.Test &nbsp;

    < זעה מער י סיון תשפ"ג 📝
  • אנשי חיל קאמפיין וועט בעז"ה אפגעראכטן ווערן אין די צווייטע העלפט זומער

    לבקשת פונעם ציבור, האבן די געטרייע עסקנים וואס פירן אן דעם יערליכן קאמפיין פאר די מוסדות באשלאסן אפצורוקן דעם קאמפיין אויף חודש אב הבעל"ט די וואך נאך שבת נחמו וואס דאן טענה'ן פילע איז זיי אסאך גרינגער אין די רואיג זומער וואכן אויפצוטרייבן די סכומים און אנצוקומען צום ציל. &nbsp; אין די פארגאנגענע יארן האבן זיך אנשי שלומינו גאר ווארעם צוגעשטעלט, לעצטע יאר זענען געווען איבער 600 טיעמס אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט. היי יאר האפט מען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען נאך מער און שטערקער מצליח זיין. מען זעט די שטארקע ווארימקייט פון אנשי שלומינו און ווי עס ברענט זיי ארויסצואווייזן הכרת הטוב פאר די פלאץ וואס העלפט זיי א גאנץ יאר, ווען זיי בעטן זייערע חברים, שכנים, קרובים, און ביזנעס שותפים צו באשטייערן לכבודם, און ארבעטן שווער יעדער איינער כפי יכלתו אנצוקומען צום ציל וואס ער האט גענומען אויף זיך. &nbsp; מיט דעם געלט וועט דער ראש ישיבה שליט"א בעז"ה ווייטער בויען די הייליגע מוסדות, אין די פילע שטעט און לענדער איבער די וועלט, מוסדות פאר אינגלעך פאר מיידלעך, פאר בחורים, פאר אינגעלייט, פאר פרויען און פאר פילע געברויכן פון די קהלה. חדרים, מיידל סקולס, בתי מדרשים, כוללים, מקוואת און מקוואת טהרה, מצה בעקעריי, שחיטה, בית החיים, קימפעטארן היים, אומאן, בויען די מוסדות אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, דזשערסי סיטי, לאנדאן, מאנטשעסטער, ירושלים, בני ברק, בית שמש, אשדוד, צפת, יבנאל, און אזוי ווייטער. &nbsp; אין די זעלבע צייט געדענקט מען אז דער עיקר דגוש לייגן מיר אויף חינוך און אויף אמונה, מען זאל אויפציען קינדער וואס ווייסן און געדענקען אז דער אייבישטער איז דא, און זיי אויפבויען זיי זאלן זיין געזונט פיזיש און גייסטיש, קינדער וואס ווייסן וואס לעבן איז, און וויאזוי מען געבט זיך אן עצה אין לעבן.

    < זעה מער ט סיון תשפ"ג 📝
  • דערהויבענע יום טוב שבועות מיטן ראש ישיבה שליט"א אין קרית ברסלב ליבערטי

    גאר א פרייליכער און דערהויבענער יום טוב שבועות האט מען מיטגעלעבט דאס יאר אין קרית ברסלב ליבערטי אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, ווי הונדערטער אנשי שלומינו פון איבעראל זענען זיך צוזאם געקומען כאיש אחד בלב אחד, צו זיין אינאיינעם ביים קיבוץ אום יום טוב שבועות, מען האט אינאיינעם געזאגט נעשה ונשמע און מקבל געווען די הייליגע תורה פון דאסניי, זיך אויפגעפרישט און באנייעט צו לערנען די הייליגע תורה, און מקיים זיין די הייליגע מצוות פון די תורה. &nbsp; ווי באקאנט איז געווען ביים הייליגן רבי'ן בחייו דריי צייטן אין יאר וואס די תלמידים זענען זיך צוזאגעקומען צו אים, ראש השנה, שבת חנוכה, און יום טוב שבועות. אויף ראש השנה האט דער רבי געזאגט אז מען זאל ווייטער קומען צו זיין קבר אויך נאך זיין הסתלקות, און ער וועט פועל'ן גרויסע ישועות פאר אלע וואס וועלן זיין ביי אים, ביי וואס ער האט זיך אויסגעדרוקט גאר שטארקע לשונות, "אפילו וועמען איך קען נישט העלפן א גאנץ יאר, קען איך אבער יא העלפן אום ראש השנה", "יעדער וואס גלייבט אין מיר זאל קומען צו מיר אויף ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן" און אזוי ווייטער, און דעריבער זענען זיך אזויפיל צענדליגע טויזנטער אידן מוסר נפש יאר יערליך צו קומען צום הייליגן רבי'ן קיין אומאן אויף ראש השנה, און אפילו ווען עס איז פארשפארט די געהעריגע וועגן אנצוקומען, דאך פארט מען אויף אלע סארט וועגן וואס איז נאר שייך צו זיין ביים רבי'ן ראש השנה. אבער אין די אנדערע צוויי צייטן, שבת חנוכה און שבועות, איז מען נאר געקומען צום רבי'ן בחייו, און היינט צו טאגס קומען זיך אנשי שלומינו צוזאם בכל מקומות מושבותיהם, מען נעמט זיך צוזאם צו דאווענען מיט ברסלב'ע חסידים.&nbsp; &nbsp; קיין קרית ברסלב ליבערטי זענען געקומען צו פארן פילע הונדערטער משפחות, צו דאווענען און מקבל זיין אינאיינעם די הייליגע תורה, במחיצת דעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; הכנות צום הייליגן יום טוב די הכנות צום הייליגן יום טוב האט זיך שוין אנגעהויבן עטליכע טעג פריער, דאנערשטאג נאכט ערב שבועות האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם וואס יעדער איד באקומט א התעוררות אום יום טוב שבועות צו לערנען די הייליגע תורה, מען זינגט דעם ווארימען אהבה רבה ניגון, מען נעמט זיך פאר פרישע קבלות צו מאכן שיעורים קבועים יעדן טאג צו לערנען די הייליגע תורה, דער פראבלעם איז אבער אז פילע טרעפן נישט א וועג וויאזוי אויך זיי קענען לערנען די תורה טאג טעגליך. האט דער ראש ישיבה געזאגט אז אויף דעם האט דער הייליגער רבי אונז געגעבן א גרינגע וועג צו לערנען תורה, א וועג פון וואס קיינער קען זיך נישט ארויסדרייען, מען קען "זאגן" די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו מען פארשטייט נישט, און לערנען אפילו מען געדענקט נישט וואס מען האט געלערנט, און מיט דעם ווערט מען באהאפטן צו די תורה. די שיעור קען מען הערן אויפ'ן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין.&nbsp; &nbsp; די חשובע איינוואוינער אין קרית ברסלב האבן ברייט געעפנט זייערע הערצער און הייזער, אריינצונעמען די פילע הונדערטער משפחות וואס זענען געקומען צו פארן אויף יום טוב פון איבעראל. &nbsp; ערשטע נאכט יום טוב נאך גאנצע ניין און פערציג טעג וואס מיר האבן געציילט ספירה, מען האט געווארט און געבענקט אויפ'ן יום טוב שבועות, עס האט זיך גערוקט א טאג נאך טאג נענטער און נענטער צו קבלת התורה, האט מען ענדליך זוכה געווען צו דעם "תמימות תהיינה", ווען מען שטייט גרייט מקבל צו זיין די הייליגע תורה. במשך דעם גאנצן יום טוב האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט אלע תפלות אינעם גרויסן שול, וואס מען האט ספעציעל מסדר געווען לכבוד יום טוב צו קענען ארייננעמען דעם גרויסן עולם. נאך א ווארימע מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א זיך אויפגעשטעלט רעדן אפאר ווערטער איבער די גרויסקייט פון דעם הייליגן נאכט אין וואס מען גייט אריין, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דער אר"י הקדוש זאגט אז דער נאכט זאל מען אויסנוצן ווי עס דארף צו זיין, אויפזיין די גאנצע נאכט, און אריינכאפן תורה און תפלה און זאגן דעם תיקון ליל שבועות. עס זענען דא ערליכע אידן וואס פירן זיך נישט צו רעדן די גאנצע נאכט ביז אינדערפרי נאך כתר, אבער צו די ווייב און קינדער - האט דער ראש ישיבה געזאגט - דארף מען רעדן, דער עיקר איז צו רעדן נאר גוטע זאכן, דיבורים פון אמונה, דיבורים פון התחזקות, און דאס גלייכן.&nbsp; &nbsp; גלייכצייטיג האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון זיין אום יום טוב שבועות ביים קיבוץ פון אנשי שלומינו, וואס דאס איז גאר א גרויסע זאך, און דאס וועט זיכער ברענגען אלעס גוטס פאר יעדן איינעם.&nbsp; &nbsp; נאכ'ן דאווענען איז דער עולם אהיימגעגאנגען עסן סעודת יום טוב. נאך די סעודה איז דער ציבור זיך צוזאמגעקומען אין בית המדרש, צוערשט האט יעדער געלערנט זיינע שיעורים, און אומגעפער אום צוויי אזייגער האט דער גאנצער עולם געזאגט דעם תיקון אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. ווי עס איז איינגעפירט אין היכל הקודש זאגט מען דעם ארגינעלן תיקון, וואס דאס איז די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע פרשה פון די תורה און נ"ך, און דערנאך די תרי"ג מצוות, ווען אינצווישן זינגט מען ווארעמע בענקעדיגע ניגונים, זיך בעטנדיג ביים אייבערשטן "והאר עינינו בתורתך ודבק לבינו במצותיך", און אזוי ווייטער הארציגע ניגונים אויף אידיש, מיט תפלות און רצונות צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און צו זיין הייליגע תורה.&nbsp; &nbsp; גאר אן אייגענארטיגע זאך איז געווען דאסמאל, ווען אינמיטן דעם תיקון האט מען זיך אפאר מאל אפגעשטעלט און ארויפגערופן אינגעלייט וואס האבן געמאכט סיומים, דער אין משניות, דער אין גמרא, דער אין שלחן ערוך און אזוי ווייטער, איינער אינגערמאן פון ארץ ישראל האט געמאכט א סיום הש"ס צום צווייטן מאל, און דערנאך גערעדט אפאר ווערטער ארויסברעגענדיג וויאזוי דאס לערנען גמרא איז אים נישט גרינג אנגעקומען, דאך איז ער געגאנגען ווייטער מיט עקשנות, ביז ער האט זוכה געווען צו ענדיגן יעצט דעם צווייטן מאל ש"ס. &nbsp; נאכ'ן תיקון האט מען געטאנצן מיט גרויס פרייד. בקדרותא דצפרא איז מען געגאנגען אין מקוה, און דערנאך זיך געגאנגען אביסל צולייגן צו קענען דאווענען אינדערפרי מיט א רואיגן קאפ. געוויסע האבן אנגעפרעגט אויב זיי קענען מאכן א מנין שחרית ותיקון, און דער ראש ישיבה האט זיי געזאגט אז עס איז נישט קיין שום פראבלעם, נאר ער דאווענט שפעטער כדי זיינע קינדער זאלן קענען מיטהאלטן דעם דאווענען און די אקדמות אויף וואס מען ווארט שוין א גאנץ יאר.&nbsp; &nbsp; דעם ערשטן טאג יום טוב צו שחרית האט מען געהאט די זכי' אז דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט פאר'ן עמוד, געזינגען דעם אהבה רבה מיט א געוואלדיגע התעוררות, און דערנאך אויסגעלאזט יעדע שטיקל פון הלל מיט גרויס ווארימקייט. דערנאך איז מען צוגעגאנגען צו קריאת התורה, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט די הייליגע אקדמות מיט'ן ניגון, מיט גרויס התעוררות און השתפכות הנפש, און אויך געליינט די קריאת התורה מיט די עשרת הדברות מיט גרויס התלהבות. &nbsp; &nbsp;נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א גרויסער מילכיגער קידוש, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט איבער דעם מדרש פליאה אז ווען משה רבינו האט געהערט פונעם אייבערשטן 'אנכי ד' אלקיך' האט ער גלייך אויסגעשריבן 'שלא עשני גוי', אויף וואס אלע פרעגן וואספארא שייכות האבן די צוויי זאכן? אבער דער אמת איז עס איז זייער פשוט, בשעת משה רבינו האט געהערט פונעם אייבערשטן די תורה האט ער גלייך אויסגעשריבן 'שכח אייבערשטער איך בין נישט קיין גוי'. אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט שטענדיג אראפלייגן וויאזוי עס וואלט אויסגעזען ווען מיר וואלטן געבוירן געווארן כינעזער, מען וואלט גערעדט זייער שפראך "טשינג טשאנג טשו", און מיר וואלטן געגעסן ווערים, און גארנישט מער, אבער דער אייבערשטער האט אויף אונז רחמנות געהאט און געגעבן און אונז אויסדערוועלט צו זיין זיין פאלק, און אונז געגעבן אזא לעכטיגע תורה דארף מען מיט דעם זיין זייער זייער פרייליך. איז און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה שליט"א מאריך געווען מיט דברי תורה והתחזקות פון וואס דער עולם האט גאר שטארק הנאה געהאט. &nbsp; נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעזאגט דעם "שטר תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים", ווי דער מנהג איז, און דערנאך האט ער ארומגערעדט וואס דער רבי האט געזאגט אז ווער עס וועט זיין ביי אים אין די דריי צייטן ראש השנה, שבת חנוכה, און שבועות, וועט געראטעוועט ווערן פון דעם שווערן עונש פון עולם התוהו. יעדע פון די צייטן באקומט מען אן אנדערע מתנה פון הייליגן רבי'ן, ראש השנה באקומט מען די לעכטיגע מתנה פון 'אמונה', צו וויסן און גלייבן אז וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט פאר אונז, און אלעס פירט זיך מיט א פונקליכע חשבון פונעם אייבערשטן. שבת חנוכה באקומט מען די מתנה פון 'דאנקן דעם אייבערשטן', א מענטש דארף יעדן טאג דאנקן דעם אייבערשטן אז ער איז געזונט, ער האט אויגן ער קען זען, א אינגערמאן קומט מיר זאגן אז ער האט אנגעהויבן זען שוואך אויף איין אויג רחמנא לצלן, איז ווי קען זיך נאך א מענטש אפרעדן און זיין צובראכן, בשעת דער אייבערשטער געט אים אזעלכע מתנות יעדע רגע און יעדע מינוט? און יעצט אום שבועות באקומט מען דעם סדר דרך הלימוד, וואס איז א מתנה פון הייליגן רבי'ן, וואס מיט דעם קען יעדער איד האבן א שייכות מיט די הייליגע תורה, אפילו מ'האט נישט קיין איבריגע צייט צו לערנען, מ'האט נישט די פארשטאנד און געדולד צו קענען לערנען, קען מען אבער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה. דערפאר דארף מען זיך זייער פרייען אז מען איז זוכה צו זיין ביים הייליגן רבינ'ס קיבוץ אום יום טוב שבועות.&nbsp; &nbsp; נאך די דרשה איז דער ראש ישיבה שליט"א צוגעגאנגען צו מערבית.&nbsp;&nbsp; &nbsp; צווייטע טאג יום טוב &nbsp; אויך דעם צווייטן טאג האבן מיר זוכה געווען צו הערן א שחרית פונעם ראש ישיבה שליט"א, מיט אן התעוררות'דיגן אהבה רבה, און א הערליכע הלל וואס איז צעגאנגען אין אלע ביינער.&nbsp; &nbsp; ביים ליינען האט מען אויסגערופן לתורה החתן נחמן יואל נרו יאיר בן מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו, אזוי אויך האט מען אויסגערופן לתורה מו"ה יצחק אייזיק ראטה הי"ו וואס האט געהאט א אינגל דעם צווייטן טאג יום טוב למזל טוב. &nbsp; מוסף האט געדאווענט פאר'ן עמוד החזן מו"ה אלימלך גראסמאן הי"ו, וואס האט מיט זיין הערליכע שטומע אראפגעלייגט גאר א ווארימע מוסף, וואס איז אריין אין אלעמענ'ס ביינער. &nbsp; נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען די קידוש פארן חתן נחמן יואל נרו יאיר, דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט פון די וויכטיגקייט פון קומען דאווענען שחרית מנחה מעריב אין בית המדרש, אזוי ווי דער הייליגער רבי רבי אלימלך זכותו יגן עלינו זאגט 'והם לא ידעו דרכי', אז די וואס דאווענען 'אינדערהיים' - 'לא ידעו דרכי', קענען נישט די וועגן פונעם אייבערשטן, דאס הייסט אז מען דארף קומען צום אייבערשטן אין שול דאווענען דריי מאל א טאג. &nbsp; און דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדרייט צום חתן און געזאגט: אז די ווייב זאגט "איך וויל נישט זאלסט ארויסגיין דאווענען, איך וויל נישט בלייבן אליין", זאלסטו נישט קוקן אויף דעם, מען דארף האבן 'א געזונטע שלום בית' נישט 'א קראנקע שלום בית', מען טאר נישט זיין אינדערהיים פיר און צוואנציג שעה, מען דארף ארויסגיין דאווענען.&nbsp; &nbsp; נעילת החג&nbsp; &nbsp; נאך מנחה איז געווען דער נעילת החג, צוזאמען מיט שלש סעודות, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעזאגט די שטר כתובה שבין ישראל לאביהם שבשמים, און דערנאך גערעדט דברי חיזוק ווי אזוי מיטצונעמען דעם יום טוב אויפ'ן גאנצן יאר. דער ראש ישיבה האט נאכאמאל גערעדט איבער די גרויסקייט אז מען זוכה געווען צו זיין ביים רבינ'ס קיבוץ אום שבועות, וואס מיט דעם ווערט מען געראטעוועט פון עולם התוהו, און ביי די אלע דריי צייטן וואס דער רבי האט אונז געזאגט מען זאל קומען צו אים פרישט מען זיך אויף מיט די אלע דריי וויכטיגע נקודות וואס דאס איז 'אמונה' 'דאנקן דעם אייבערשטן' און 'תורה', זיין פרייליך און צופרידן מיט די לעבן וואס דער אייבערשטער האט געגעבן, און וואס מען וויל באקומען פונעם אייבערשטן קען מען בעטן פונעם אייבערשטן, בפרט דא אין שטעטל איז דאך גן עדן, מען גייט ארויס צווישן די ביימער און מען שמועסט מיטן אייבערשטן אפאר מינוט, עס איז דאך ממש א מחי'. און בפרט דארף מען מיטנעמען די עצה פונעם סדר דרך הלימוד, דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדריקט אז ער האט זייער הנאה געהאט צו זען פאר מנחה ווי די גאנצע עולם זיצט און לערנט זיינע שיעורים כסדרן, וואס דאס איז א געוואלדיגע מתנה וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן. יעצט שבועות האט מען חתונה מיט די תורה, דארף מען זען צו האבן שלום בית מיט די תורה, לערנען יעדן טאג די זיסע תורה. &nbsp; ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש, אום מוצאי יום טוב איז מען זיך צוזאמגעקומען אין שול צו טאנצן און זיך פרייען. פאר לאנגע שעות האט מען געטאנצן בתופים ובמחולות, לעבעדיג און לוסטיג מיט לויב און געזאנג צום אייבערשטן. ביים טאנצן האט דער ראש ישיבה אפאר מאל געהויבן דעם עולם און געזאגט אז יעצט איז א חתונה און מען דארף זיך זייער פרייען. דער געהויבענער יום טוב וועט זיכער בלייבן אין די ביינער פאר א לאנגע צייט, די התחזקות און התעוררות וועט געדענקט ווערן פאר זייער לאנג, און מיט די הייליגע לימודים פון רבי'ן וועלן מיר אלע זוכה זיין צו זיין גרויסע ערליכע אידן.&nbsp; &nbsp; שישו ושמחו בשמחת התורה!

    < זעה מער ח סיון תשפ"ג 📝
  • מען גייט מקבל זיין די תורה פונדאסניי

    עס קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, אידישע קינדער זענען זייער פרייליך מקבל צו זיין די תורה פון פריש, זיך באנייען מיט די הייליגע תורה, צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, און מקיים צו זיין אלעס וואס דער אייבערשטער הייסט אונז אין די הייליגע תורה. &nbsp; א ספעציעלער שמחה איז ביי ברסלב'ע חסידים, וואס נעמען אן די עצות פון הייליגן רבי'ן און לעבן מיט דעם, וואס זיי האבן א וועג ווי אזוי צו לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן ע"ו) אז מ'קען לערנען תורה בלויז מיט'ן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו מ'פארשטייט נישט וואס מ'זאגט און אפילו מ'געדענקט נישט וואס מ'האט געלערנט. &nbsp; ווען א מענטש מיינט אז ער קען נאר לערנען תורה אויב ער האט געהעריגע שיעור, א געהעריגע חברותא, ער פארשטייט קלאר יעדע זאך, דאן איז נישט מעגליך ער זאל קענען לערנען יעדן טאג פון יאר, ווייל ס'מאכט זיך כסדר צייטן וואס מ'קען נישט לערנען געהעריג, און אויב מ'איז אנגעוויזן אויף אזויפיל זאכן כדי צו קענען לערנען, גייט דורך א גרויס חלק פון יאר וואס מ'לערנט נישט. &nbsp; אויך זענען דא מענטשן וואס פאר זיי איז בכלל שווער צו לערנען, זיי האבן נישט קיין גוטע קאפ און פארשטייען נישט קיין לערנען, אדער זענען זיי פאריאגט מיט די שווערע ארבעט צו ברענגען פרנסה, און קענען זיך נישט צוזאמנעמען צו לערנען אביסל תורה, און דערנאך זענען דא געוויסע וואס האבן יא צייט, יא א גוטע קאפ, אבער למעשה ווען זיי קוקן זיך ארום זעען זיי אז ס'גייט זיי דורך טעג וואכן און חדשים וואס זיי עפענען נישט קיין אידיש ספר. &nbsp; אבער מיט'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, קען יעדער איד זוכה זיין צו לערנען תורה, מ'נעמט א משניות און מ'הויבט אן זאגן די ווערטער, יעדער איינער לויט וויפיל ער קען, און דאס קען מען טון צו יעדע צייט אונטער סיי וועלכע אומשטענדען, און דאס ברענגט אריין אינעם מענטש א געוואלדיגע גלוסטעניש צו וועלן לערנען נאך און נאך תורה. &nbsp; און די זעלבע זאך איז מיט גמרא, שלחן ערוך, תהלים, חומש רש"י, און אלע חלקים פון די הייליגע תורה, יעדער לויט זיין געשמאק און געפיל, קען יעדער איינציגסטער איד זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה יעדן איינציגסטן טאג פון זיין לעבן. &nbsp; ספעציעל די הלכה פון מעביר סדרה זיין, וואס מוהרא"ש האט אונז אריינגעבאקן אין אונז איינמאל און נאכאמאל איבער די וויכטיגקייט פון מעביר סדרה זיין יעדע וואך, מוהרא"ש זאגט אז א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה וועט מען האבן יענע וואך עפעס א שאדן, אבער ליידער זענען דא פילע אידן וואס זענען נישט מעביר סדרה יעדע וואך, נישט יעדער האט די צייט און מעגליכקייט צו קענען מעביר סדרה זיין אום פרייטאג נאכמיטאג אזוי ווי דער אר"י הקדוש זאגט, און דעריבער איז מען בכלל נישט מעביר סדרה, דעריבער האט מוהרא"ש כסדר גע'חזר'ט אז מיר זאלן שוין אנהויבן פון זונטאג מעביר סדרה זיין, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך, זונטאג איז מען מעביר סדרה ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער ביז מען איז זוכה צו ענדיגן די גאנצע פרשה ביז סוף וואך. &nbsp; דערפאר איז יעצט גאר גרויס די שמחה אז מיר זענען זוכה פון פריש מקבל צו זיין די הייליגע תורה, און מיר נעמען זיך אלע פאר אז פון יעצט און ווייטער וועלן מיר יעדן טאג לערנען תורה, וואס דאס איז די שפייז פאר די נשמה, אזוי ווי ווען א מענטש עסט נישט שפירט ער נישט גוט, ער קען נישט טראכטן גראד, די זעלבע איז ווען די נשמה עסט נישט, מ'לערנט נישט קיין תורה, ווערט דער מענטש צערודערט, ער ווייסט נישט וואס פעלט אים, ער ווייסט נישט וואס נאגט אים, ער איז דעפרעסט און צעבראכן, און גארנישט מאכט אים פרייליך, ווען מ'איז אבער זוכה צו לערנען די הייליגע תורה, ווערט דער מענטש א פרייליכער געשמאקער צופרידענער מענטש, די תורה באגלייט אים אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א וועט אי"ה זיין אין קרית ברסלב ליבערטי אויף שבועות, די פילע חשובע איינוואוינער פון שטעטל זענען מקבל פנים די פילע געסט וואס קומען צו פארן אויף יום טוב. &nbsp; אזוי אויך וועלן אלע שולן פון היכל הקודש אין אלע שטעט און לענדער זיין אפן, ווי מען וועט דאווענען אינאיינעם, אזוי אויך וועט מען זאגן דעם קורצן "תיקון ליל שבועות" נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע סדרה וואס נעמט נישט מער פון בערך א האלבע שעה. ווי מוהרא"ש זי"ע האט געזאגט אז צוליב דעם וואס מען האט צוגלייגט אסאך זאכן צום תיקון און עס נעמט זייער לאנג זאגן אסאך מענטשן בכלל נישט דעם תיקון, דערפאר זאל מען זאגן דעם עיקר תיקון. דערנאך וועט מען גיין אין מקוה פארן עלות, וואס דער רבי זאגט אז דאס ברענגט צו גאר הויכע זאכן, מען וועט דאווענען א געשמאקע דאווענען הלל און אקדמות און אסאך רעדן צום אייבערשטן און זיך אינגאנצן איבערגעבן צום אייבערשטן אין די הייליגע טעג פון יום טוב שבועות. &nbsp; מתוקים מדבש ונופת צופים!

    < זעה מער ד סיון תשפ"ג 📝
  • בית התבשיל לאזט זיך אריין אין א פרישע פראיעקט: טעגליכע פארטיגע נאכטמאל

    כאטש דער בית התבשיל איז שוין ביז יעצט אויך געווען איבערגעפולט מיט ארבעט, מען באצאלט גראסערי ארדערס און מען שיקט שבת פעקלער פאר בני תורה און נצרכים, מען מאכט כסדר חלוקות פארן ברייטן ציבור, יעדן ערב שבת און יום טוב, בפרט ווען עס קומען צו פארן אסאך געסט ווערט צוגעשטעלט א חלוקה פון פילע גרייטע שבת'דיגע עסן חלות, פיש, פלייש, קוגל, קעיק, במשך די זומער חדשים ווערט צוגעשלטע פרישע קאלטע וואסער אויף די לאנגע וועגן, פאר פסח א ברייטע קמחא דפסחא, פורים ווערט געגעבן מתנות לאביונים, איז אבער דער געטרייער גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו בכלל נאכנישט זאט. נאכן עס דורכרעדן מיטן ראש ישיבה שליט"א האט ער באשלאסן צו צולייגן א פרישע שטיינדל אינעם הערליכן קרוין פון בית התבשיל. יעדע נאכט ווערט צוגעשעטל בהרחבה א פולע געשמאק פארטיגע נאכטמאל, יעדע נאכט פון די וואך איז דא זופ, פלייש, סייד דישעס און נאך. דאס איז אויפן וועג ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס איינגעפירט אין יבנאל אז מען שטעטל צו צו עסן פאר כל דכפין. &nbsp; דער ציבור איז זייער שטארק נהנה פונעם נייעם פראיעקט, עס גייט אויס יעדן טאג בערך צוויי הונדערט געשמאקע פארציעס. עס געדענקט זיך נאך גוט ווי מוהרא"ש פלעגט ביי די שיעורים שטארק אויסרומען דער בית התבשיל, און פלעגט ארויסברענגען די גרויסע זכיה צו קענען שטיצן אזא חשובע פראיעקט. יעצט האט דער ברייטער ציבור די זכיה אז מען קען אויך קויפן זכותים אין די גרויסע מצוה פון געבן צו עסן פאר אידישע קינדער. מען קען ספאנסערן א פעיפער גוד ארדער, אדער קען מען מנדב זיין אפלייענסעס פארן קאך, אדער קען מען קויפן די זכות פון א טאג פאר $180. &nbsp; רופט דעם גבאי פון בית התבשיל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו אויף 845-637-5367 אדער קען מען דאונעטין אויפן בית התבשיל לינק&nbsp; &nbsp; אט איז א בריוו פון מוהרא"ש זי"ע איבער דעם ענין: &nbsp; בְּעֶזְרַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם שֵׁנִי לְסֵדֶר דְּבָרִים, ד' מְנַחֵם-אָב ה'תשע"ב שָׁלוֹם רָב אֶל ... תִּחְיֶה &nbsp; לְנָכוֹן קִבַּלְתִּי אֶת מִכְתָּבֵךְ. &nbsp; בְּכָל מִשְׁפָּט כְּדַאי לָקַחַת עוֹרֵךְ דִּין אַמִּין, וְרַבֵּנוּ זַ"ל אָמַר (סֵפֶר הַמִּדּוֹת אוֹת אַהֲבָה סִימָן ט'): 'כְּשֶׁתְּהֵא נִזְהָר מִשִּׂנְאַת חִנָּם, אֲזַי כְּשֶׁיִּהְיֶה לְךָ אֵיזֶה מִשְׁפָּט עִם אַלִּים שֶׁאֵינוֹ רוֹצֶה לְפַשֵּׁר עִמְּךָ, עַל יְדֵי זֶה יִתְפַּשֵּׁר עִמְּךָ'. וְלָכֵן צְרִיכִים מְאֹד מְאֹד לִשְׁמֹר מִשִּׂנְאַת חִנָּם, וְלַעֲשׂוֹת כָּל מַה שֶּׁבִּיכָלְתּוֹ לְהִתְחַזֵּק בְּאַהֲבַת יִשְׂרָאֵל וְלֶאֱהֹב אֶת כָּל בַּר יִשְׂרָאֵל, שֶׁזֶּה מֵבִיא לָאָדָם הַצְלָחָה גְּדוֹלָה מְאֹד מְאֹד, וְאָמַר רַבֵּנוּ זַ"ל (סֵפֶר הַמִּדּוֹת אוֹת צַדִּיק חֵלֶק ב' סִימָן יג): 'מִי שֶׁמּוֹסֵר נַפְשׁוֹ בִּשְׁבִיל יִשְׂרָאֵל, דִּינָיו אֵינָן בְּטֵלִים, וְכַאֲשֶׁר יִגְזֹר כֵּן יָקוּם'; וְאָמַר רַבֵּנוּ זַ"ל (סֵפֶר הַמִּדּוֹת אוֹת הַמְתָּקַת דִּין סִימָן לד): 'עַל יְדֵי צְדָקָה מְהַפֵּךְ הַמִּשְׁפָּט וְהַדִּין לְמִדַּת חֶסֶד'. &nbsp; וְלָכֵן תִּשְׁתַּדְּלִי מְאֹד לָתֵת צְדָקָה כְּכָל יְכָלְתֵּךְ, וְעִקָּר הַצְּדָקָה הוּא לָתֵת לַעֲנִיִּים לֶאֱכוֹל, וּתְהִלָּה לָאֵל יֵשׁ לָנוּ בְּיַבְנְאֵל בֵּית הַתַּבְשִׁיל &ndash; 'אֹהֶל אַבְרָהָם', שֶׁבּוֹ נוֹתְנִים אֹכֶל לַעֲנִיִּים, לָרְעֵבִים וְלַצְּמֵאִים, וּמְחַלְּקִים בְּכָל יוֹם קָרוֹב לְאֶלֶף מָנוֹת לִגְבָרִים נָשִׁים וִילָדִים, וְזוֹ הַצְּדָקָה הֲכִי גְּדוֹלָה, כִּי בְּכָל דָּבָר יְכוֹלִים לְרַמְּאוֹת בְּנֵי אָדָם וְכוּ', אֲבָל בְּעִנְיַן אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה לֹא נִתַּן לְרַמּוֹת כְּלָל, כִּי מִי שֶׁבֶּאֱמֶת רָעֵב אוֹ צָמֵא - הוּא יֹאכַל וְיִשְׁתֶּה, וּמִי שֶׁלֹּא רָעֵב וְצָמֵא - הוּא לֹא יֹאכַל וְלֹא יִשְׁתֶּה, וְלָכֵן אֵין צְדָקָה יוֹתֵר גְּדוֹלָה מִלָּתֵת אֹכֶל לַאֲנָשִׁים רְעֵבִים וּצְמֵאִים, וְאָמְרוּ חֲכָמֵינוּ הַקְּדוֹשִׁים (בָּבָא בַּתְרָא ט.): 'אֵין בּוֹדְקִין לִמְזוֹנוֹת'. &nbsp; וְלָכֵן אַשְׁרֵי מִי שֶׁיּוּכַל לְהִשְׁתַּתֵּף בָּהוֹצָאוֹת שֶׁל בֵּית הַתַּבְשִׁיל &ndash; 'אֹהֶל אַבְרָהָם', שֶׁזּוֹ הַצְּדָקָה הֲכִי גְּדוֹלָה - לָתֵת לָרְעֵבִים וְּלִצְמֵאִים לֶאֱכוֹל וְלִשְׁתּוֹת, וְיִרְאֶה נִסִּים נִגְלִים שֶׁיַּעֲשֶׂה עִמּוֹ הַקָּדוֹשׁ-בָּרוּךְ-הוּא. &nbsp; הַקָּדוֹשׁ-בָּרוּךְ-הוּא הַשּׁוֹמֵעַ תְּפִלּוֹת יִשְׂרָאֵל, יִשְׁמַע בִּתְפִלָּתִי שֶׁאֲנִי מְבַקֵּשׁ וּמִתְפַּלֵּל בַּעֲדֵךְ תָּמִיד, שֶׁתִּהְיֶה לָךְ הַצְלָחָה מְרֻבָּה, וּבְכָל אֲשֶׁר תִּפְנִי, תַּשְׂכִּילִי וְתַצְלִיחִי. &nbsp; הַמְאַחֵל לָךְ בְּרָכָה וְהַצְלָחָה מִן הַשָּׁמַיִם..

    < זעה מער ג סיון תשפ"ג 📝
  • נייע קימפעטארין היים ווערט געבויט אין קרית ברסלב ליבערטי

    דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז עס איז זייער וויכטיג אז אידישע מאמעס זאל זיך קענען אויסרוען נאכן האבן א קינד, אבער למעשה וויבאלד די פרייזן פון די קימפעטארן היימען זענען זייער גרויס קענען זייער אסאך מאמעס זיך עס נישט ערלויבן, און אסאך וואס גייען יא, מאכן זיך אן דערפון גרויסע חובות, וואס איז אויך א חורבן פאר זיך. ממה נפשך, אדער קען זיך די מאמע נישט אויסרוען - וואס איז א זאך וואס איז קריטיש וויכטיג זי זאל קענען זיין א געזונט מאמע פאר איר משפחה, אדער פאלט מען אריין אין חובות - וואס איז ווייטער א גרויסע צרה - עס נעמט אוועק די ישוב הדעת פון א מענטש, מען קען נישט לערנען, דאווענען, און זיין א טאטע פאר די קינדער. &nbsp; זעענדיג דעם פראבלעם האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן פונעם כהן שדעתו יפה, וואס שטייט צום רעכטן האנט פונעם ראש ישיבה שליט"א אין יעדן פראיעקט הר"ר יואל ראזענבערג שליט"א, אז ער זאל אויפזוכן א גוטע פלאץ פאר אזא היים, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז קודם קען מען עס מאכן אויף א קליינעם פארנעם. דער אייבישטער האט געהאלפן אז נאך תפילות האט מען געטראפן א ממש צוגעפאסטע פלאץ צווישן די בערג ביימער און גראז אין ליבערטי אין א שטילן ווינקל. דערווייל האט עס פיר צימערן, דריי סינגל רומס און איין דאבל רום. און שפעטער ווען עס וועט אויספעלן איז דא אסאך פלאץ עס צו קענען בעז"ה אויסברייטערן. &nbsp; מען האט זיך שוין ב"ה גענומען צו די ארבעט פון איבערבויען, דער ראש ישיבה וויל עס מאכן אויפן שענסטן און בעסטן פארנעם, אויפן העכסטן סטאנדארט. מען האט אינסטאלירט א סטעיט אף די ארט קאך מיט אלע מאדערנסטע אפלייענסעס, מען בויטע איבער די טוילעטס מיט די שויערס, און קומענדיגע וואך וועט מען מאכן די טיילס, און נאכדעם וועט מען בעז"ה פעינטן. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געבעטן מרת (אייזיק) אפעל תחי' זי זאל שטיין בראש פון דעם קימפעטארין היים. מרת אפעל תחי' האט א לאנגע הערליכע רעזומעי פון שטיין צו די רעכטע האנט פונעם ראש ישיבה שליט"א נאך זינט די מוסדות האבן זיך געעפענט, אזוי אויך פירט זי אן די חתונה זאל אין וויליאמסבורג וואס איז די איינציגסטע חתונה זאל אין דער וועלט - לויט וויפיל מיר ווייסן - וואס איז גענצליך בחנם פאר אלע מחותנים, מרת אפעל פירט אן די חתונות מיט גרויס געטריישאפט, און אין די טעג וועט טאקע ווערן אפגעצייכענט די פופציגסטע חתונה בחנם. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ער וויל אז די קימפעטארן היים זאל זיין עפארדעבל, אז די אזוי וויכטיגע סערוויס פון זיך אפרוען נאך א קינד זאל נישט פאר'חוב'נען די משפחה, דערפאר וויל דער ראש ישיבה אז דער היים זאל אפערירן דורך געטרייע הארציגע וואלונטירן, וואס וועלן קומען כסדר און זיך אפגעבן מיט די קימפעטארנס, קאכן, וואשן, רוימען און זיכער מאכן מיט הארץ און געפיל אז זיי קומען צו די כחות. די הארץ פון די אידישע פרויען איז א זאך וואס מען קען נישט קויפן פאר קיין געלט אויף דער וועלט. &nbsp; מען זעט די סייעתא דשמיא אויף טריט און שריט, צום ביישפיל וויאזוי מען האט געטראפן דעם נורס וואס וועט זיך אפגעבן מיט די קינדערלעך: איין טאג איז א פרוי צוגעקומען צו א פרוי מאנשי שלומינו איינקויפענדיג אין א לאקאלע געשעפט זיך פארשטעלנדיג אלץ א נוירס און געזאגט אז זי האט געארבעט אסאך יארן ביי "אם וילד" קימפעטארין היים, און געזאגט אז זי זוכט א דזשאב. די זעלבע זאך שפילט זיך אפ מיט די ריזיגע געלטער וואס עס קאסט איבערצובויען. מען נוצט די וואלוטע וואס הייסט "תפלה", מען בעט דעם אויבערשטן און ב"ה אלעס ווערט געדעקט. &nbsp; דער היים פארמאגט אין הויף א הערליכע גארטן מיט ביימער און בלומען ווי די פרויען וועלן זיך קענען ארויסזעצן אונטער די שאטן פון די ביימער אין די שיינע וועטערס, אזוי אויך וועט עס האבן אינעוויינג א הערלכיע "גלאז צימער" ווי מען וועט קענען נורסן די בעיביס, זיך אפרוען און פארברענגען אינעוויינג. &nbsp; מיט תפילות וועט דער אויבערשטער העלפן אז דער נייער קימפעטארן היים וועט שנעל פארטיג ווערן, צו אלעמענס צופרידנהייט. &nbsp; וארבה את זרעך כחול הים

    < זעה מער א סיון תשפ"ג 📝
  • "Little Stories for the Little Souls" Booklet Now Available in English!

    We are thrilled to share some wonderful news with our English-speaking audience. Since the release of our beloved book of מעשה&rsquo;לעך פאר קינדער in Yiddish, we have been flooded with requests for an English version. The anticipation has been building, with parents eagerly waiting to share these enchanting tales with their children. &nbsp; Today, we are delighted to announce that the first shipment of our new booklet, titled "Little Stories for the Little Souls," has arrived from the esteemed press of Eretz Yisroel. The excitement is palpable among the countless children who have been eagerly anticipating its arrival. We offer our heartfelt gratitude to Hashem for this blessing. &nbsp; This captivating booklet comprises ten captivating stories, brimming with inspiration about faith, prayer, the righteousness of our ancestors, the significance of performing mitzvot and acts of kindness daily, the importance of guarding one's eyes, midos tovos, and temimos. The Rosh Yeshiva himself penned these stories in Yiddish, infusing them with profound messages that will resonate with children from the cradle to their adult years. We extend our gratitude to Mrs. Mendlowitz, a renowned translator, for her exceptional work in rendering these stories into English. &nbsp; In parallel, we are excited to share that the second book in our series of מעשה&rsquo;לעך פאר קינדער in Yiddish is nearing completion. This book, which features ten enchanting tales such as "Never Get Lost," "How to Become a Righteous Person?," "A Visit to the Rebbe," "At the Zion of the Holy Baal Shem Tov," "His Merits Are Upon Us," "The Fish Jumps into the Ship," "Freed from the Dogs," and "How Should One Ask Hashem?," is on its way to the printing press. Additionally, we are currently reprinting the first book in Yiddish, which has sold out due to popular demand. &nbsp; Every aspect of this endeavor is carried out under the careful guidance and supervision of the revered Rosh Yeshiva Shlita. The dedicated members of "Mechon Atzuso Emunah" have worked tirelessly, investing days and weeks, to ensure the success of this profoundly impactful booklet. We have engaged highly experienced printers, skilled graphic artists, and utilized excellent quality paper. The booklet is also laminated, ensuring its durability for young children who will cherish the beautifully painted illustrations. &nbsp; We are thrilled to announce that the booklet is now available at the printing press, through the Mafitzim, and on our website. Don't miss this opportunity to bring joy and inspiration to the hearts of your little ones with these timeless stories. &nbsp; link to buy the new booklet &nbsp; "מעשה'לעך פאר קינדער #1" ביכל אין ענגליש שוין דא צו באקומען &nbsp; זינט פאריאר ווען עס איז ארויס פון דרוק דער ביכל פון מעשה'לעך פאר קינדער אויף אידיש, האט נישט אויפגעהערט צו קומען די בקשות פונעם ענגליש רעדנדע ציבור אויף אן ענגלישע ווערסיע, עס זענען געקומען פילע ווענדונגען צום קרן הדפסה "ווען קומט שוין ארויס דער נייער ביכל אויף ענגליש, מיינע קינדער ווארטן שוין דערויף!". &nbsp; דערפאר איז יום בשורה הוא לנו, מען קען שוין מעלדן מיט פרייד פאר אלעמען אז היינט איז ברוך השם אנגעקומען פונעם דרוק פון ארץ ישראל דער ערשטער שיפמענט פון די נייע ביכל אויף ענגילש וואס טראגט דעם נאמען "Little Stories for Little Souls" צום די גרויסע שמחה פון די פילע קינדער וואס קענען שוין קוים ווארטן. &nbsp; דער נייער ביכל אנטהאלט צען דראמאטישע מעשיות, פול מיט חיזוק אויף אמונה, תפלה, אמונת צדיקים, טון מצוות ומעשיות טובים לעובדה ולמעשה, שמירת עינים, מידות טובות, תמימות און נאך, וואס דער ראש ישיבה האט אליינס געשריבן אויף אידיש, אריינלייגענדיג דערין פילע מעסעדזשעס פון יראת שמים וואס וועט אריינגיין אין די קינדער נאך אין די וויגן, און וועט מיטוואקסן מיט זיי אלע זייערע יארן. דער ביכל אויף ענגליש איז גאר פאכמאניש איבערגעטייטשט געווארן דורך די בארימטע מרת מענדלאוויטש תחי', וואס האט געמאכט גאר א גוטע ארבעט. &nbsp; אין די זעלבע צייט קומט מען זאגט די גוטע בשורה פאר אנשי שלומינו אז דער צווייטער ביכל אין די סעריע פון מעשה'לעך פאר קינדער אויף אידיש (אנטהאלטן די פאלגענדע צען שיינע מעשיות, זיך קיינמאל נישט פארלירן, וויאזוי ווערט מען א צדיק?, איך גיי צום רבין, ביים ציון פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, די פישעלעך טאנצן אריין אינעם שיף, פטור געווארן פון די הינט, ווי אזוי דארף מען בעטן דעם אייבערשטן?, א געפיל אין רבין, זיך דערהאלטן, לאז דיך נישט נארן) איז שוין כמעט גרייט, און האלט שוין ביים גיין צום דרוק. אזוי אויך דרוקט מען אין די טעג איבער די ערשטע ביכל נאכדעם וואס עס איז שוין אויסגעגאנגען און איז יעצט נישטא צו באקומען. &nbsp; די גאנצע ארבעט ווערט דורכגעפירט מיט די כסדר'דיגע הדרכה און איבערזיכט פון ראש ישיבה שליט"א דורך די געטרייע און איבערגעגעבנע "מכון עצתו אמונה" וואס האט אריינגעלייגט טעג און וואכן אז עס זאל מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען א הערליכע געלונגענע ביכל. מען האט אויפגענומען גאר ערפארענע דרוקערס, מעלערס און גראפיקער, מען האט עס געדרוקט אויף גאר גוטע קוואליטעט פאפיר, און עס לעמינעטעד עס זאל זיך האלט לענגער פאר די אינגע קינדער וואס וועלן זיך מחיה זיין מיט די הערליך פאכמאניש געמאלענע בילדער. &nbsp; מען קען שוין באקומען דעם ביכל ביים קרן הדפסה, ביי די מפיצים, און אויפן וועבסייט. &nbsp; 🛒 מעשה'לעך פאר קינדער ענגליש #1 בלויז $8.99

    < זעה מער כו אייר תשפ"ג 📝
  • ערשטע פלענער פון פלען איט רייט פאר אומאן ראש השנה תשפ"ד פארעפענטליכט!

    די שטארק ערווארטעטע נייעס איבער די בעפארשטייענדע אומאן ראש השנה פלענער זענען נארוואס ארויסגעקומען דורך וואויל באקאנטע "פלען איט רייט" טרעוועל אגענטור. &nbsp; צוליב דעם וואס די מלחמה צושטאנד אין אוקראינע האלט נאך אלץ אן און די עירפארטס זענען נאך אלץ פארמאכט, האט פלען איט רייט איבער געפרישט די פלענער פון פאר א יאר, וואס וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף נעמען אנשי שלומינו אויף א געשמאקע רייזע קיין אומאן, אויף די בעסטע וועג וואס מעגליך. &nbsp; איינע פון די פארבעסערונג פון פאריאר, וועלן זיין אז מען וועט בעז"ה פארן מיט "טשארטער" פליגערס קיין פוילן, וואס וועט זיכער שטארק לייכטער מאכן דעם שווערן רייזע, אז מען וועט נישט דארפן קומען במשך אסאך שעות פון פילע עירפארטס און באזונדער זיך דארפן צוזאם טרעפן, אזוי אויך וועט נישט זיין קיין סטאפס, נאר אלע וועלן אינאיינעם פארן אין א טשארטער פליגער מיט בלויז ערליכע אידן, מיט מענער סטוערדס, מיט היימשיע געשמאקע כשר'ע מאלצייטן צוגשעטעלט פאר אלעמען, אזוי ווי נאר "פלען איט רייט" קען. &nbsp; די טשארטער פליגער (אדער פליגערס - זעט שפעטער) וועט פארן דירעקט פון EWR נוארק עירפארט, קיין RZE אין ריישא פוילן, ווי א גרויסע פלאטע פון באסעס וועלן אלעמען אפווארטן, און צופירן קיין ליזענסק ווי מען וועט מאכן א קורצע אפשטעל פאר א ווארימע מקוה, און א געשמאקע מאלצייט, פון וואו מען וועט נאך א קורצע צייט תיכף צופארן קיין פשעמישל צום 10 שעה'דיגע באן רייזע קיין אומאן. &nbsp; לויט ווי עס הייסט יעצט וועט זיין צוגעשטעלט צוויי באזונדערע טשארטערס, דער ערשטער וועט אי"ה ארויספארן פון נוארק אום מאנטאג פאר ראש השנה - און ווי עס הייסט יעצט וועט דער ראש ישיבה שליט"א מיטפארן מיט דעם פלייט - און דער צווייטער וועט אי"ה פארן קומענדיגן טאג - דינסטאג, וואס דער פלייט איז מער געאייגענט פאר די וואס ווילן פארן שפעטער, ביידע וועלן בעז"ה אנקומען קיין אומאן גענוג פרי פאר ראש השנה וואס פאלט אויס דאס יאר שבת און זונטאג, אבער פארשטייט זיך אז דער מאנאטג פלייט וועט בעז"ה אנקומען מיטוואך, וואס וועט געבן א געלעגעהייט פאר די רייזענדע זיך נאך אביסל אפצורוען פאר יום טוב נאך דעם לאנגן אויסמאטערענדן רייזע. &nbsp; וויבאלד היי יאר וועט מען בעז"ה פארן מיט טשארטער פלייטס, קען מען אויסשטעלן די צייטן פון ארויספליען לויטן געברויך פון אנשי שלומינו, וואס כאטש געווענליך פארן נישט ארויס קיין פליגערס פון ריישא אריבער דעם אטלאנטיק אין די נאכט שעות, וועט אבער דער טשארטער מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף יא קענען ארויספארן צוריק קיין ניו יארק צום גדלי' ביינאכט נאכדעם וואס מען קומט אן קיין פוילן מיטן באן, און אזוי וועט מען בעז"ה נאך קענען זיין צוריק אינדערהיים צום גדלי' ביינאכט. &nbsp; ווען מיר שרייבן איבער די גרויסע פלענער טארן מיר אבער נישט פארגעסן, אז גארנישט קען מען נישט באקומען אן דאווענען און בעטן דעם אייבערשטן, בפרט ווען מען רעדט איבער אזא גרויסע זאך פון קומען קיין אומאן אויף ראש השנה, אויף וואס דער הייליגער רבי האט זיך אויסגעדרוקט "קיין גרעסערס פון דעם איז נישט פארהאן" פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם, צו שטעלן שטיינער אויף יעדן טריט, דארפן אנשי שלומינו געדענקען כסדר צו בעטן דעם אויבערשטן סיי אז די פלענער פון פלען איט רייט זאלן זיך אויסארבעטן בכלליות על צד היותר טוב, און סיי אז יעדער איינער באזונדער זאל קענען איבערקומען אלע פערזענליכע שוועריקייטן וואס שטייען אין וועג. &nbsp; אויסער דעם האט פלען איט רייט נאך פילע אפציעס פון פילע פלייטס יעדער איינער לויט זיין געשמאק און בודשעט, אזוי אויך קען מען באשטעלן נאר די באן, אדער נאר די טשארטער, אזוי אויך קען מען באשטעלן טיקעט צו פליען מיט אנדערע עירליינס צו אנדערע עירפארטס אין די לענדער ארום אוקראינע, ווי פוילן, רומעניע, אונגארן, מאלדאווע און אזוי ווייטער. &nbsp; פאר אלע טיקעטס קען מען רופן "פלען איט רייט" וואס איז גרייט צו סערווירן יעדעם בעז"ה מיט אלע אומאן ראש השנה רייזע געברויכן, איר קענט זיי רופן אויף 845-678-3555. &nbsp; מיר ווילן קלארשטעלן אז די פלענער זענען נאך ממש די ערשטע ווערסיע, און זענען שטארק אומשטאנד זיך נאך טוישן, סיי וויבאלד מען האלט נאך יעצט עטליכע חדשים בעפאר ראש השנה, און סיי צוליב וואס זאכן אין אוקראינע קענען זיך נאך טוישן. &nbsp; עס איז טאקע כדאי אז אנשי שלומינו זאל אויך בעטן און דאווענען אז די זינלאזע מלחמה אין אוקראינע זאל זיך שוין ענדיגן, און מען זאל קענען צופליען דירעקט קיין אוקראינע צו יעדעמ'ס צופרידנהייט. &nbsp; מיר האפן אייך צו האלטן אינפארמירט דא אויף ברסלב סענטער מיט אלע טוישונגען - אויב עס וועט זיין, און איר קענט בעז"ה ערווארטן דא אין די קומענדיגע חדשים ביז ראש השנה נאך פילע אויסשליסליכע באריכטן און אפדעיטס איבער אומאן ראש השנה דא אויף ברסלב סענטער וועבסייטס. &nbsp; מי יתן לי אבר כיונה אעיפה ציון הקדוש אומנה

    < זעה מער כה אייר תשפ"ג 📝
  • ביהמ"ד היכל הקודש סטעטען איילענד

    אין א פרייליכע אנטוויקלונג פאר אנשי שלומינו אין סטעטען איילענד, האבן די גבאים באוויזן מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו שאפן א געשמאקע פלאץ פארן שול, צו קענען נאכקומען דעם שנעלן וואוקס פון די שיינע קהילה היכל הקודש ברסלב אין סעטעטן איילענד. &nbsp; אנשי שלומינו קומען זיך שוין צוזאם א לענגערע צייט יעדע וואך צו שלש סעודות אין שטוב פונעם גבאי מו"ה אהרן שלמה שווארץ הי"ו, ווי מען הערט די געטליכע דיבורים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, אויפן וועג וויאזוי מוהרא"ש זי"ע האט אונז אויסגעלערענט, מיט וואס אלע באטייליגטע זענען זיך מחי'. &nbsp; אין סעטעטן איילענד איז שוין באקאנט, אז אויב מען וויל הערן א גוט ווארט אויף למעשה, וויאזוי מען קען זיך אן עצה געבן מיט'ן טאג טעגליכע שוועריקייטן, ווייסן די אידן אז אין ברסלב קען מען הערן ווערטער פון חיזוק, מיט יעדע וואך איז דער סכום באטיייליגטע געשטיגן אויף אזוי ווייט אז מען האט געזען אז מען מוז שאפן א פערמענאנטע פלאץ ווי מען זאל קענען דאווענען, לערנען, זיך מחזק זיין און שטייגן אין עבודת ה' אינאיינעם. &nbsp; מיט אסאך תפילות פון אנשי שלומינו האט דער אויבערשטער געהאלפן אז מען האט געטראפן א גאר א פאסיגע פלאץ אויף 319-A ברעדלי עוו. ווי מען וועט בעז"ה קענען דאווענען אלע תפלות שבת קודש, און אזוי אויך זיך צוזאם קומען אינמיטן די וואך פאר די תפילות, שיעורי תורה, סיומים, און פאר די לייוו הוק אפ פון די שיעורים פון ראש ישיבה. &nbsp; אין די טעג פירט מען דורך גרויסע ראנאוואציעס צו מאכן דאס פלאץ צוגעפאסט פאר א בית המדרש, אזוי אויך קויפט מען איין אלע צוגעהערן, מעבל, ספרים, וואס מען דארף האבן פאר א בית המדרש, און מיט די תפילות פון אנשי שלומינו וועט מען בקרוב קענען מחנך זיין דעם בית המדרש, וואס וועט באלייכטן דעם גאנצן אומגעגענט מיט די ליכטגע עצות פון הייליגן רבין, וואס וועט אלעמען דערנענטערן צום אייבערשטן. &nbsp; מה טובו אהליך יעקב משכנותך ישראל

    < זעה מער כד אייר תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 721 to 735 of 1723 results

1 2 ... 46 47 48 49 50 51 52 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com