Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • נייע גרויסע גראסערי געביידע געקלאוזט פארן געברויך פונעם שעטעל

    מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף איז אין די טעג געשלאסן געווארן דעם געשעפט צווישן דעם קרית ברסלב גראסערי מיטן אייגענטומער פונעם "ליבערטי מארקעט" גראסערי געביידע אין ליבערטי, וואס וועט אריבערגיין אין די נאנטע צוקונפט צום באנוץ פון אנשי שלומינו ווען דער גראסערי וועט זיך בעזרת השם אהין ציען אין די נאנטע טעג הבעל"ט. דער געביידע וואס איז יעצט אפגעקויפט געווארן איז א שיינע גרויסע בנין וואס פארמאגט אלע געברויכן פאר א גרויסע שיינע גראסערי, ברייטע גרויסע איילס מיט שעלפס, רעפרידזשערעיטארס, פריזערס, רעדשזיסטערס און דאס גלייכן, אין צוגאב פארמאגט עס פארנט פון די געביידע א ברייטע פארקינג שטח וואס קען אריינעמען איבער 100 קארס אויף אמאל. אויסער דעם האט דער פלאץ דער פאטענציאל מען זאל קענען דארט צולייגן נאך פילע דעפארטמענטס וואס מען האפט מיט די צייט צו קענען צולייגן, ווי א דעלי, פיש אפטיילונג און פרישטאג דעפארטמענט און נאך. די גראסערי גייט יעצט אריין מיט'ן אייבערשטענ'ס הילף אינעם פערטן יאר זייט איר עפענונג, פון וואס אלע איינוואוינער און אזוי אויך אידן וואס קומען ארויס קיין אפסטעיט יעדע וואך זענען זייער צופרידן מיט די סערוויס פונעם גראסערי. אבער עס איז געקומען צו א מצב וואס מען האט געזען אז מען דארף זיך פארגרעסערן, נאכדעם וואס די שטעטל איז זיך ברוך השם שיין צעוואקסן אויף אלע זייטן, און די פלאץ איז געווארן אויסגעוואקסן, יעדע אינטש איז שוין געווארן אויסגענוצט. די הנהלת הקרי' ארבעטן שוין לענגערע חדשים אינאיינעם מיטן אייגענטומער מו"ה משה יחיאל פעלדמאן הי"ו צו טרעפן א גרויסע געשמאקע פאסיגע פלאץ פארן גראסערי. וואס זאל ענטהאלטן אין זיך אלעס וואס א גראסערי דארף צו האבן. מיט א האלבע יאר צוריק האט מען ברוך השם נאך אסאך תפילות באוויזן צו טרעפן דעם צוגעפאסטן געשעפט וואס איז געשטאנען צום פארקויפן ממש א שפאן אוועק פונעם בנין התלמוד תורה, א רחבות'דיגע ארט מיט אלע צוגעהערן, און מען האט דאן געשלאסן קאנטראקט, און די וואך האט מען מיט סייעתא דשמיא געשלאסן דעם מקח, וואס וועט ווי געזאגט אריבערגיין בקרוב אין באנוץ פאר אנשי שלומינו און אלע אידישע באזוכער אין די געגענט.

    < זעה מער ב אייר תשפ"ג 📝
  • גליון היכל הקודש גרייכט צום גליון נומער 600

    דער מערסט פארשפרייטער גליון אין די חרדישע וועלט "גליון היכל הקודש" איז די וואך פרשת תזירע מצורע אנגעקומען צום מערקווירדיגן ציפער פון "זעקס הונדערט", דער גליון וואס ערשיינט שוין פאר צוועלף יאר, און ווערט פארשפרייט אין פילע שטעט און לענדער איבער די וועלט, און ווערט איבערגעטייטשט צו נאך עטליכע שפראכן, און ווערט געליינט מיט דורשט דורך צענדליגע טויזנטע אידן איבער די וועלט אין די שולן, אין די הייזער און אויפן קאמפיוטער דורך יעדן איד וואס זוכט א חיזוק ווארט צו קענען מיטנעמען מיט זיך. &nbsp; די סיבה פארוואס דער גליון איז אזוי פאפולער איז נישט ווייל עס האט ציענדע קאלירפולע גראפיקס, אויך האט עס נישט קיין דראמטישע שרעקעדיגע מעשיות אדער פארזעצונגען, עס אנטהאלט נישט קיין בילדער און אילוסטראציעס, נישטא דארט צו טרעפן חידות, אפהאנדלונגען אדער ארטיקלען, עס האט אפילו נישט קיין טיעפע תורות אדער פארפלאנטערטע פלפולים, דאס איז בכלל נישט וואס מאכט מענטשן זוכן דעם גליון אין אלע שולן איבער די וועלט. &nbsp; דער גליון אנטהאלט באשטייט פון פשוטע פאפיר, שווארץ ווייס אבער אטהאלט לעכטיגע ווערטער. עס האט אן אינהאלט וואס ציט יעדן איד ווי א מאגנעט. &nbsp; צום ערשט איז אלץ דא דער "ווארט אויף די פרשה" א געדאנק אויף די סדרה פון מוהרא"ש, דארט וועט מיט פשוטע ווערטער שטיין א שיינע טייטש אויף די וואכעדיגע סדרה איבער אן ענין וואס מ'קען דערפון ארויסנעמען הלכה למעשה חיזוק אדער עצות צו קענען שטייגן אין עבודת ה'. &nbsp; דערנאך טרעפט מען אלץ אויפן לינקן זייט גראד ביים אנפאנג פונעם גליון א שיינע שיחה פון מוהרא"ש זי"ע ווי ער צולייגט אזוי שיין אן ענין, און מאכט קלאר פארן מענטש וואס זיין תכלית אויף דער וועלט איז און וואס מען קען טון צו האבן א בעסערע לעבן אויף דער וועלט און אויף יענער וועלט. &nbsp; דאן קומט "א גוט ווארט" פון ראש ישיבה, דאס איז א קליינע ציטאט פון א בריוו, א דרשה וכדומה פונעם ראש ישיבה, א ווארט וואס מאכט טראכטן, אן עצה צום לעבן און דאס גלייכן. &nbsp; דאן קומט אויפן צווייטן און אויפן דריטן זייט די בריוו פונעם ראש ישיבה און די שאלות ותשובות פונעם ראש ישיבה, ווי ליינער האבן די געלעגעהייט (דא אויפן וועבסייט https://breslevcenter.com/answers דרוק אויף "פרעג א שאלה") צו פרעגן פונעם ראש ישיבה זייער שאלות און ספקות אויף אלע נושאים וואס עס קען זיי נאר דרוקן, און דער ראש ישיבה ענטפערט יעדעם בטוב טעם ודעת אן ענטפער על פי תורה, א לעזונג צום פראבלעם לויט ווי אונזערע רבי'ס האבן אונז אויסגעלערענט. &nbsp; דערנאך איז דא אויפן לעצטן זייט אביסל נייעס און אפדעיטס וואס טוט זיך אין די קהילה און אין די מוסדות אין די פילע שטעט איבער די וועלט, אז אנשי שלומינו זאלן קענען מיט האלטן און זיין אינפארמירט מהנעשה והנשמע ביי אנשי שלומינו. יעצט איז דער געלעגעהייט ווען מיר דארפן מכיר טוב זיין פאר הר"ר מרדכי אידיג שליט"א וועלכע געבט זיך אוועק פאר דעם גוטן שוין אזוי פיל יאר צום גוטן, און האט שוין מחי' מתים געווען און אויפגעלעבט אזויפיל אידן. עס איז אוממעגליך פאר אונז צו באצאלן פאר זיינע פילע לייסטונגע פאר דעם גליון בפרט און פאר די מוסדות היכל הקודש בפרט. זאל אים דער אייבישטער באצאלן מיט אלעם גוטן, ער זאל ווייטער קענען זיך אפגעבן מיט מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן אזוי ווי זיין הארץ באגערט.

    < זעה מער כט ניסן תשפ"ג 📝
  • הערליכע יום טוב פסח אין שטעטל מיט’ן ראש ישיבה

    דער ראש ישיבה איז שוין ארויסגעקומען אין שטעטל אויף שבת הגדול - און אין די טעג פון פאר יום טוב האט דער ראש ישיבה אויסגענוצט די געלעגענהייט זיך אפצוגעבן מיט די טייערע קינדער און צו מחזק זיין די חשובע מלמדים פון חדר, זיי זאלן ווייטער האבן כח מחנך צו זיין די קינדער מיט די ריינע לויטערע אמונה ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז. &nbsp; ערב שבת הגדול נאך חדר זענען א צאל קינדער זיך צאמגעקומען פאר א שיינע סיום מסכת נזיר אין שטוב פון מו&rdquo;ה יעקב לעסער שליט&rdquo;א, וואס לערנט פאר דעם דף גמרא פאר די קינדער יעדן טאג. דער ראש ישיבה איז זיך געקומען משתתף זיין, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון לערנען דעם דף גמרא יעדן טאג. &nbsp; פרייטאג צונאכטס האט דער ראש ישיבה געשמועסט מיט אנשי שלומינו איבער די הפצה וואס די שטעטל ברענגט מיט זיך, מענטשן פאלן כסדר אריין צו א שחרית, מנחה, אדער א מעריב, און ווען זיי זעען נארמאלע מענטשן, טוישט עס זייער גאנצע בליק אויף היכל הקודש. דער ראש ישיבה איז דערנאך אריין אין א שמועס איבער דעם אז די אויפפירונג פון א מענטש קען מקרב זיין מענטשן צום אויבערשטן, און פארקערט אויך. &nbsp; נאך שחרית ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה גאר שטארק גערעדט איבער שלום בית, דער ראש ישיבה האט פארציילט אז פאריאר נאך פסח האט אים א אינגערמאן פארציילט ווי ער האט זיכער געמאכט אלעס אנצוגרייטן פאר יום טוב, כדי אז ביינאכט ביים סדר זאל אלעס קלאפן ווי עס דארף צו זיין. אהיים קומענדיג פון שול, ווערט אים שלעכט זיין ווייב וויל נישט קומען צום סדר, ווייל ער האט איר אומוועלנדיג געזאגט עפעס א שלעכט ווארט פארן ארויסגיין, און יעצט האט ער געהאט א שווערע ארבעט איר איבערצובעטן. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דאס איז די עבודה פון א איד אינדערהיים, רעדן שיין און קענען איבערבעטן. &nbsp; ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט א שטיקל אין שיחות הר&rdquo;ן ווי דער הייליגער רבי זאגט אז יעדן אינדערפרי געבט ער איבער דעם טאג צום אייבערשטן, בפרט פאר א יום טוב. האט דער ראש ישיבה געזאגט אז יעדן טאג איז וויכטיג זיך איבערצוגעבן צום אייבערשטן, אבער פאר יום טוב איז נאך וויכטיגער, ווייל נאר אזוי קען מען האבן א רואיגע יום טוב. &nbsp; במשך די ערב פסח טעג האט דער ראש ישיבה פארטיילט פאר אנשי שלומינו אין שטעטל ספעציעלע טשעקס צו קענען איינקויפן אין גראסערי בהרחבה לכבוד יום טוב, וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך די חשובע בית התבשיל ארגענאזאציע, וואס העלפט אנשי שלומינו א גאנץ יאר, און ספעציעל יום טוב ווען עס קאסט אסאך מער איינצוקויפן לכבוד יום טוב. &nbsp; דער ראש ישיבה איז אריבער אינעם ספרים געשעפט איינצוקויפן לכבוד יום טוב, אזוי אויך אינעם נייעם שיך געשעפט און איינגעקויפט שיך פאר די קינדער, און געוואונטשן פארן אייגענטומער מו&rdquo;ה יואל וועבערמאן ה&rdquo;ו ער זאל האבן הצלחה. &nbsp; יעדן טאג נאך מעריב האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם שיעור אין גמרא און דערנאך געשמועסט מיט אנשי שלומינו גאר שיינע עצות און חיזוק.&nbsp; &nbsp; ליל בדיקת חמץ פאר מנחה איז דער ראש ישיבה צוזאמען מיט אנשי שלומינו אריבער געגאנגען צום מצה בעקעריי אין שטעטל און געשפט מים שלנו, פאר די מצות פון ערב פסח. &nbsp; ערב פסח נאך שחרית האט דער ראש ישיבה אריבער גערופן צו זיך אינדערהיים די חשובע בודקים - וואס גיבן אוועק זייערע טייערע צייט צו באקוקן דעם עירוב ארום די שטעטל יעדן ערב שבת - און געמאכט די ברכה אויף די עירוב פאר די גאנצע יאר. &nbsp; נאך שריפת חמץ ביי חצות האט מען אנגעהויבן באקן מצות. פילע פון אנשי שלומינו זענען געקומען פונדערווייטענסט צו באקן מצות, און טראץ די אנשגעשטרענגטע זמן פון ערב פסח האט געהערשט דארט א רואיגע פרייליכע אטמאספער. דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט לשבח פון די ברסלב&rsquo;ע מצה בעקעריי אז די וואס ארבעטן דא רעדן צום אייבערשטן, וואס דאס איז גאר א געוואלדיגע זכי' צו האבן פון אזעלכע הייליגע מצות. &nbsp; די ערשטע טעג פסח איז אריבער הערליך שיין, דער ראש ישיבה האט געדאווענט שחרית פארן עמוד ביידע טעג גאר ווארים און הארציג, די געפילן נאך אזא דאווענען קען מען נישט באשרייבן מיט ווערטער, א נקדישך, א הלל, יעדע שטיקל פון הלל ווערט אויסגעלאזט מיט א באזונדערע ווארימע תנועה וואס גייט אריין אין די ביינער, און וועקט אויף דאס הארץ צום אייבערשטן. &nbsp; במשך די טעג פון יום טוב האט דער ראש ישיבה אסאך געשמועסט מיט אנשי שלומינו. מען קען אינטערוויוס מיט אנשי שלומינו אויף קול ברסלב וואס פארציילן איבסל פון די שיינע שיחות וואס דער ראש ישיבה האט געשמועסט. &nbsp; במשך די חול המועד טעג האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם שיעור אין גמרא נאך שחרית, און דערנאך האט מען געשמועסט מיט אנשי שלומינו שיינע חיזוק און הדרכה פארן לעבן. אויך איז דער ראש ישיבה אריבער מיט זיינע קינדער צום "טאנץ מיט אמונה" פארק אין שטעטל, און פארפירט שיינע שמועסן מיט אנשי שלומינו אינדרויסן פונעם פארק. &nbsp; זונטאג - חול המועד נאך מעריב האט דער ראש ישיבה געגעבן א הערליכע שיעור התחזקות. נאכן געזינגען שיינע ניגוני החג, האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם שטיקל ליקוטי מוהר&rdquo;ן חלק ב' סימן ע&rdquo;ד, אז &lsquo;פסח&rsquo; איז &lsquo;פה סח&rsquo; די מויל הייבט אן שמועסן מיטן אייבערשטן, און ביז מען איז ארויס פון מצרים איז מען געווען ביי &lsquo;פרעה&rsquo; וואס דאס איז &lsquo;פה רע&rsquo;, פאר מען האט אמונה ווערט מען גערעגט פון יעדע זאך, אבער יעצט הייבט מען אן לעבן מיטן אייבערשטן, גייט מען ארויס פון מצרים. &nbsp; מאנטאג - חול המועד איז פארגעקומען א גרויסע &ldquo;סיום הש&rdquo;ס&rdquo; פון הילד הפלא נחמן פוקס נרו יאיר, וואס האט זוכה געווען צו ענדיגן ש&rdquo;ס אין בלויז דריי יאר. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז היינט א קינד וואס קען שיין זינגען רופט מען א &lsquo;ילד הפלא&rsquo;, דער אמת איז א קינד וואס ענדיגט ש&rdquo;ס דער איז א &lsquo;ילד הפלא&rsquo;. דער ראש ישיבה האט אים גאר שטארק אויסגערומט און געזאגט אז ער איז מחייב יעדעם, ווייל טראץ וואס נחמן האט געדארפט אנטלויפן פון זיין היימשטאט אומאן - צוליב די מלחמה, האט ער געקענט האבן אלע תירוצים נישט צו לערנען, ער איז אדורך א שווערע צייט... אנטלאפן... מלחמה... זיך איינגלידערן אין א פרישע סביבה... ער האט אבער נישט געקוקט אויף די אלע זאכן, נאר געלערנט בלעטער גמרא יעדן טאג אין זיין פרייע צייט פאר אדער נאך חדר. נאכן סיום איז מען אריבער אנוואונטשן מזל טוב פאר מסיים נחמן נרו יאיר, בשעת דער ראש ישיבה פרעגט יעדן באזונדער אויב ער האט א שיעור אין גמרא און ווען ער גייט מסיים זיין ש&rdquo;ס. &nbsp; די צווייטע טעג יום טוב איז אויך אריבער גאר געשמאק און דערהויבן. שביעי של פסח ביינאכט איז מען זיך צאמגעקומען אין בית המדרש אשר בנחל צו זינגען שירת הים. דער ראש ישיבה האט געטיילט גרעיפ דשוס פארן ציבור. און האט גערעדט פון די גרויסקייט פון שביעי של פסח, וואס מען קען פועל&rsquo;ן שידוכים און פרנסה - וואס איז ווי קריאת ים סוף. דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון הרב הקדוש מסאטמאר זכותו יגן עלינו, אז דאס וואס חז&rdquo;ל זאגן "קשה זיווגו של אדם" און "קשה פרנסתו של אדם" ווי "קריעת ים סוף", מיינט נישט אז יעדע שידוך און פרנסה איז ווי קריעת ים סוף, דאס איז נאר וועם עס פאסט גארנישט נאר עפעס גאר א ספעציעלע שידוך אדער ארבעט, אבער פאר אן ערליכער איד וואס איז גרייט צו נעמען וועלכע שידוך אדער ארבעט מען טראגט אים אן, איז עס בכלל נישט שווער. שביעי של פסח קען מען זוכה זיין צו פועל&rsquo;ן ביי &lsquo;זיך&rsquo; צו זיין גרייט אנצונעמען יעדן שידוך אדער ארבעט וואס מען טראגט נאר אן, און מער נישט צו זיין קלויבעדיג. &nbsp; שביעי של פסח אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש עצתו אמונה, דער ראש ישיבה האט געדאווענט פארן עמוד שחרית, און אויך געליינט די שירה מיט די גאנצע ברען און התלהבות. &nbsp; אחרון של פסח ביינאכט האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש אשר בנחל. אחרון של פסח אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש אויף האשקי גאס. נאכן דאווענען איז געווען א קידוש, צוזאמען מיט א לחיים צום בר מצוה פון הבחור שמעון נרו יאיר בן מו&rdquo;ה לייב ביקעל הי&rdquo;ו וואס איז אריין לעול התורה והמצות יעצט אחרון של פסח. דער ראש ישיבה האט גערעדט צום בר מצוה בחור פון זיך פרייען מיט די מצות וואס ער באקומט יעצט, זיך פרייען מיט די תפילין, קאפל, ציצית און אזוי ווייטער. דער ראש ישיבה האט דאס זייער אויסגערומט דאס וואס דער בר מצוה בחור האט זיך פארגענומען צו זאגן יעדן טאג משניות, און ארום גערעדט די חשיבות דערפון, און אז דאס היילט אויס די נערווען בעסער ווי מעדיצינען. &nbsp; אחרון של פסח נאכמיטאג האט מען געמאכט "משיח&rsquo;ס סעודה" אדער "בעל שם טוב&rsquo;ס סעודה". דער ראש ישיבה האט גערופן אלע קינדער זיי זאלן אויסהערן די מעשה פארוואס מען רופט די סעודה מיט דעם נאמען. בשעת&rsquo;ן פארציילן די מעשה האט דער ראש ישיבה אריינגעלייגט שיינע התחזקות וואס קען מען ארויסנעמען פון די מעשה, ווי למשל דאס אז דער הייליגער בעל שם טוב איז בכלל נישט געווען באזארגט וויאזוי ער גייט האבן א סדר אין אינסטאנבול, ער האט זיך פארלאזט אינגאנצן אויפן אייבערשטן, און ווי דער אייבערשטער האט טאקע געהאלפן אויף גאר א וואונדערליכן אופן. &nbsp; מען האט געהאט די זכי&rsquo; אז דער ראש ישיבה איז פארבליבן אויף שבת נאך יום טוב אין שטעטל. פרייטאג צונאכטס האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש פעולת הצדיק אויף די רעדקליף גאס. &nbsp; שבת אינדערפרי פארן דאווענען איז געווען זייער א געשמאקע וועטער, האט דער ראש ישיבה זיך ארויסגעזעצט אינדרויסן צווישן די ביימער און געלערנט מיט זיינע קינדער אפאר שעה זוהר הקדוש. &nbsp; שבת נאך שחרית האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט די דרייצנטע מעשה פון די בוים וואס אלע קענען זיך דארט געפונען דאס פלאץ. דער ראש ישיבה האט שטארק אויפגעפאדערט אז מען דארף זען זיך צו קענען ליידן איינער דעם אנדערן, מען דארף יעדן ליב האבן, און אויב איך קען איינעם נישט ליידן איז עס מיין פראבלעם, נישט יענעמ&rsquo;ס פראבלעם. וואס איז די עצה אויב איך קען איינעם נישט ליידן? התבודדות, בעט דעם אייבערשטן: &ldquo;הייליגע באשעפער פארוואס קען איך יענעם נישט ליידן? וואס גייט פאר מיט מיר? העלף מיר איך זאל יעדן ליב האבן&rdquo;. אויך אינדערהיים טאר מען נישט מאכן א חילוק צווישן די קינדער, מען דארף ליב האבן אלע קינדער לייך, אפילו איינער איז מער געלונגען. עס איז זייער נישט קיין שיינע זאך ווען מען האט ליב איין קינד מער פון א אנדערע. און דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט: &ldquo;מיט התבודדות קען מען פועל'ן צו ליבן אלע קינדער די זעלבע&rdquo;. &nbsp; שבת ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם שטיקל ליקוטי מוהר&rdquo;ן אין חלק א&rsquo; סימן ע&rsquo;, אז אלעס קומט פון דער ערד, און אלעס ציעט צו דער ערד. ווען מען ווארפט א באלי וועט דאס גלייך צוריק פליען צו דער ערד. דער צדיק איז צוגעגליכן צו ערד ער האט אויך די כח צו ציען אלע צום אים, איי נישט אלע קומען צום צדיק הערן די שיינע עצות און חיזוק? דאס איז ווייל מען האט געהערט ליצנות אויף דעם צדיק, האט מען אוועקגעשטופט דעם מענטש, אבער ווען די ליצנות וועפט אויס קומט מען צוריק צום צדיק. און דאס איז געווען די כח פון די משכן וואס דער צדיק משה רבינו האט אויפגעשטעלט, עס האט געצויגן אלעמען אהין, און ווער עס איז געקומען אהין האט אנגעהויבן שפירן א געוואלדיגע לעכטיגקייט אז דער אייבערשטער האט אים ליב, און ער קען שטענדיג צוריק קומען צום אייבערשטן, אפילו ער האט געטון די ערגסטע זאכן רחמנא לצלן, נעמט מען אים נאך דער אייבערשטער צוריק צו זיך. &nbsp; די הערליכע יום טוב טעג וועט זיכער נישט פארגעסן ווערן, און וועט בלייבן איינגעקריצט אין הארצן, און דאס וועט מען מיטנעמען אויף ווייטער, צו קענען אנגיין מיט פרישע כוחות במשך די גאנצע יאר.

    < זעה מער כח ניסן תשפ"ג 📝
  • געפועלט אלעס גוטס: דער ראש ישיבה קערט זיך צוריק פון געהויבענע נסיעה אין פוילן

    מיט אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר דא איבערגעבן א קורצע באריכט אויפן שפיץ גאפל פונעם געהויבענעם נסיעה, און מיט אייבערשטנ'ס הילף האפט מען נאך צו געבן אין א שפעטערדיגע געלענגעהייט א שיינע לענגערע באריכט. &nbsp; דער ציבור בראש פונעם ראש ישיבה שליט"א זענען ארויסגעפארן זונטאג נאכט פון ניו יארק צום קורצן אבער אינהאלטספולן נסיעה, דער ראש ישיבה פאר זיך האט מיטגענומען בלויז א שאפינג בעג און גארנישט מער פארן נסיעה. מיטן ראש ישיבה שליט"א זענען מיט געקומען איבער פופציג אנשי שלומינו וועלכע האבן געהאט די זכיה זיך משתתף צו זיין, נאכדעם וואס זיי האבן זיך אנגעשטרענגט און אריינגעברענגט פאר די הייליגע מוסדות גאר שיינע סכומים פארגאנגענעם יאר ביים קאמפיין. &nbsp; נאך עטליכע שעה פליען ווען עס איז געווארן ליכטיג האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית מיט מנין אויפן פליגער און מאנטאג אינדערפרי ווען מען האט געלאנדעט אין ריישא האט מען גענומען א באס וואס האט געטראגן דעם עולם גלייך צום שטאט ליזענסק, ווי עס איז חלקת מחוקק ספון פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע. אין ליזענסק איז מען תיכף געגאנגען אין מקוה, און דערנאך האט מען געגעסן א געשמאקן פרישטאג, וואס - איז אזוי ווי אלע אנדערע געברויכן פון די נסיעה - צוגעשטעלט געווארן בהרחבה דורכן טראוועל מומחה ר' אלי קנאל הי"ו פון פלען איט רייט. דערנאך האט מען זיך אויסגעבעטן ביים ציון ווי מען האט געוויילט מער פון א האלבע שעה. &nbsp; ביי אלע ציונים פון די הייליגע צדיקים האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט אין באס איידער מען איז אנגעקומען איבער די גרויסקייט פון די צדיקים און מאמרים און מעשיות וואס מען קען נעמען דערפון חיזוק און עצות אויף למעשה וויאזוי צו דינען דעם אייבערשטן. &nbsp; דערנאך איז מען געפארן מתפלל זיין ביי די הייליגע קברי צדיקים אין שינאווע, לאנצוט, דינוב, רימינוב און צאנז. שפעט ביינאכט איז מען אנגעקומען קיין קראקא ווי עס איז געווען צוגעשטעלט א רייכע עלעגאנטע נאכטמאל מיט א געשמאקע פראגראם צוגעשטעלט דורך מו"ה ארי פיש הי"ו פונעם "אנשי חיל" קאמפיין. &nbsp; פון דארט איז מען צוגעפארן צום באקוועמען האטעל אינעם אידישן קווארטל אין קראקא ווי מען האט זיך געלייגט שלאפן פאר עטליכע שעה. &nbsp; אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית אינעם רמ"א שול און דערנאך איז מען געגאנגע פוקד זיין די ציונים פון די הייליגע צדיקים אין קראקא ווי דער ב"ח, תוספות יום טוב, און נאך אסאך. &nbsp; דערנאך האט מען גענומען א באס צום ציון פון הייליגן תפארת שלמה אין ראדאמסק ווי מען האט געהאט א מקוה און געדאווענט שחרית, פרישטאג און נאכדעם האט מען זיך אויסגעבעטן ביים הייליגן ציון אין ראדאמסק. &nbsp; פון דא איז מען געפארן צום לופטפעלד אין ווארשא אנגעפילט מיט זעק און פעק פון ישועות. יעצט דינסטאג נאכמיטאג ביים שרייבן די שורות געפונט זיך די גאנצע חבריא אין די לופטן העכערן אטלאנטיק אקעאן, אינעם פלייט וואס ווערט ערווארטעט צו לאנדן היינט נאכט אין ניו יארק.

    < זעה מער כז ניסן תשפ"ג 📝
  • פאספארט אלערט: צייט צו באקוקן די פאספארטן צו קענען אנקומען קיין אומאן אויף ראש השנה

    מיט יעדע פארבייגייענדע טאג ווערט די בענקשאפט צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה שטארקער. מען שפירט אין די לופטן דעם רבי'נס רוף "קיינער טאר נישט פעלן", "ראש השנה קען איך יעדעם פאררעכטן", אנשי שלומינו ווילן שוין קויפן טיקעטס צו קענען פארן צום הייליגן רבין. "פלען איט רייט" איז אין די טעג שטארק פארנומען אויסצוארבעטן די פלענער וואס ווען און וויאזוי מען זאל קענען אנקומען אמבעסטן קיין אומאן היי יאר. &nbsp; צוליב די אנגייענדע מלחמה וואס אוקריינע איז פארמישט שוין איבער א יאר, פארשטייט מען אז אנצוקומען קיין אומאן גייט נישט סתם מען קויפט א טיקעט, צוערשט קומט פארשטייט זיך תפילה, וואס אן דעם קען מען דאך גארנישט, בפרט ווען עס קומט צו פארן צום רבין קיין אומאן, פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם צו שטעלן שטיינער אין וועג. אבער ווי אנשי שלומינו האבן שוין געזען, האט מען פאריאר מיט תפילות זוכה געווען צו שיינע זאכן, סיי אז די וועג האט זיך אויסגעארבעט על צד היותר טוב, מען איז געקומען מיט פליגערס קיין פוילן, און דערנאך איז מען געפארן קיין ליזענסק ווי עס איז געווען צוגשטעלט צו עסן, און א מקוה, און פון דארט האט מען גענומען דעם לאנגען וועג מיט באסעס און מיטן באן קיין אומאן. אזוי אויך אין אומאן זעלבסט האט דער אייבישטער געהאלפן אז עס האט גארנישט געפעלט, די פעקלעך זענען ב"ה אנגעקומען, און מען האט געפועלט ישועות פאר זיך פאר די משפחה און פאר גאנץ כלל ישראל. &nbsp; דאס יאר טוען אנשי שלומינו ווייטער גיסן תפילות בשעת די שטאב פון "פלען איט רייט" טוט איבערארבעטן די פלענער וואס מען קען טון היי יאר, סיי וואס מען קען בעסער מאכן, און סיי וואס מען קען צולייגן. עס ליגן אויפן טיש גוטע געדאנקען מיט וואס צו פארגרינגערן פאר אנשי שלומינו מיטן אייבערשטנ'ס הילף אנוצוקומען צום הייליגן רבין, נאך בעסער און שענער פון פאריאר. אנשי שלומינו זענען מתפלל "ותקננו בעצה טובה מלפניך", מען זאל קענען צושטאנד ברענגען די אלע זאכן, און עס זאל זיך אויסארבעטן אויפן בעסטן פארנעם. &nbsp; אין די קומענדיגע טעג האפן מיר אז מיר וועלן קען מעלדן די פרישע אפדטעיטס מטעם "פלען איט רייט", אבער אויפן יעצטיגן מאמענט איז דא איין קריטישע זאך וואס עס פעלט אויס מען זאל שוין יעצט קעיר נעמען דערפון: די פאספארטן. &nbsp; יעדער וואס דארף באנייען אדער אפלייען פאר א פאספארט פאר זיך אדער פאר די קינדער, זאל עס טון שוין יעצט. ווי די רעגירונג שרייבט אין די יעצטיגע טעג, אז זיי באקומען אסאך מער פאספארט אפליקאציעס ווי זיי קענען באהאנדלען, דארף מען זיך רישן אז אפילו "עקספעדייט" פאספארטן זאלן נעמען מער פון צוויי חדשים, און כאטש מיר האלטן יעצט נאך בערך פינף חדשים צום נסיעה, איז זייער וויכטיג אז מען זאל זיך שוין אפגעבן דערמיט, און נישט ווארטן אויף שפעטער, ווען עס קען קאסטן אסאך מער טירחה, געלט, און עגמת נפש. &nbsp; פאר אנשי שלומינו איז צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה א זאך אויף וואס מען קען נישט מוותר זיין, לב יודע מרת נפשו, יעדער וויל תשובה טון, יעדער וויל זיין אן אמת'ער ערליכער איד, יעדער דארף ישועות. וויאזוי קען מען בלייבן אינדערהיים ווען דער רבי האט צוגעזאגט אז ער וועט זיין א לאָיער פאר יעדער וואס קומט צו אים אויף ראש השנה? און כאטש דער סמ"ך מ"ם טוט אונטערלייגן שטיינער און פיסלעך אויף אלע זייטן, טוען אנשי שלומינו מתפלל זיין מען זאל זיי אלע קענען איבערקומען, און זוכה זיין צו זיין ביים הייליגן רבין אויף ראש השנה.

    < זעה מער כו ניסן תשפ"ג 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך ארויס אויף א געהויבענע נסיעה קיין פוילן

    אין א בריוו היינט שרייבט דער ראש ישיבה צו אנשי שלומינו אז ער לאזט זיך ארויס אויף א רייזע צו די מקומות הקדושים אין פויל היינט נאכט. אינעם בריוו שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א אז ער וועט מתפלל זיין פאר אנשי שלומינו ביי די הייליגע קברי צדיקים וואו ער גייט באזוכן. &nbsp; צום ערשט וועט דער ראש ישיבה צופארן צום ציון פון הייליגן צאזער רב, וואס היינט כ"ה ניסן געפאלט זיין יומא דהילולא, ווי דער ראש ישיבה שליט"א מיט א ציבור פון אנשי שלומינו וואס זענען מיטגעפארן וועלן אויספועלן אלעס גוטס בעזר השם יתברך. &nbsp; דערנאך וועט דער ראש ישיבה שליט"א פארן מתפלל זיין ביים הייליגן ראדאשיצער רב'ס ציון, אזוי אויך ביים ציון הקדוש פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע פון ליזענסק, און צום ציון פון הרה"ק רבי מענדלע רימינובער זי"ע, וואו דער ראש ישיבה שליט"א וועט איינרייסן און פועלן ביים אייבערשטן אלעס גוטס. &nbsp; מיר האפן צו געבן פארשידענע אפדעיטס פונעם געהויבענעם נסיעה, פאר די פילע פון אנשי שלומינו וואס האבן נישט געהאט די זכיה מיטצופארן.

    < זעה מער כו ניסן תשפ"ג 📝
  • וועכענטליכע עצתו אמונה וועט באקומען א הערליכע דעקל

    מיט לויב און דאנק צום הייליגן באשעפער אויף זיינע פילע חסדים האבן אנשי שלומינו נארוואס אפגעצייכנט זיבן יאר, א גאנצע שמיטה, זינט דעם ליכטיגן טאג ג' ויקרא תשע"ו לפ"ק, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט באוויליגט צו נעמען אויף זיך צו שרייבן יעדן טאג א מכתב יומי, און פרטיות'דיג בריוון און שאלות ותשובות תלמידים און לכל דורש ומבקש. וואס איז שוין היינט צוטאגס תודה לא-ל באוויסט אין די גאנצע וועלט מיט'ן נאמען "עצתו אמונה" און "איש אמונות", דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער, דער ראש ישיבה שליט"א זאלן האבן די כוחות און מעגליכקייט צו שרייבן ווייטער און אונז ברענגען נאנט צום אייבערשטן און צו די תורה. &nbsp; ברוך ה' יעצט ווען מען האלטן שוין ביי קונטרס נומער 295, האט מען אויפ'ן פארלאנג פונעם ראש ישיבה שליט"א באקליידעט דעם קונטרס מיט א פרישע נייעם הערליכן דעקל, וואס וועט אוודאי ברענגען א פרישקייט צו ליינען די הערליכע בריוון פאר יונג און אלט. &nbsp; אזוי אויך האט מען לויטן פארלאנג פונעם ראש ישיבה צוגעלייגט צוויי און צוואנציג בריוון, וועלכע לויפט אויף פארשידענע נושאים לויט די סדר הא"ב, כדי צוצולייגן חומר צו ליינען אין די רואיגע יום טוב צייט און חול המועד. &nbsp; אט איז דער בריוו ווי דער ראש ישיבה בעט מען זאל לייגן א נייע שיינע דעקל: &nbsp; טייערער ליבער ..., שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, אזויפיל אידן זענען זיך מחי' מיט די שיינע בריוו פון עצתו אמונה, אזויפיל מענטשן נעמען דאס פאר זייער וועג ווייזער, פאר זייער מורה דרך; גאנצע שטובער האבן אויפגעהערט ליינען מאגאזינען, זיי נעמען מער נישט אריין קיין שום ליין מאטריאל. &nbsp; איך זאג דיר נאכאמאל, די מטרה מיינע פון דרוקן די בריוו איז נאר פאר אנשי שלומינו. איך וויל רעדן צו אלע מיינע תלמידים און צו אלע שטובער, טאטעס און מאמעס, דאס איז מיין וועג ווי איך קען אנקומען צו זיי, (על כל פנים ווער עס וויל מיך אויסהערן). אז די מפיצים ווילן דאס מפיץ זיין - קענען זיי דאס טון, און אז נישט - איז נישט; די בריוו שרייב איך פאר מיינע תלמידים ותלמידות. &nbsp; וואויל איז דיר אז דו ארבעסט אזוי געטריי אז דאס זאל זיין שיין און בא'טעמ'ט. &nbsp; איך וויל דיר בעטן זאלסט מאכן א נייעם דעקל, א קאלירטע דעקל פאר די וועכנטליכע קונטרסים, און יעדע יאר פסח זאלסטו בייטן דעם דעקל, אזוי אז עס זאל זיך אויפפרישן ביי אנשי שלומינו, עס זאל זיין פריש. &nbsp; מערכת עצתו אמונה וואונטשט פאר אלע אנשי שלומינו און ליינער א חג כשר ושמח, מיט אמונה און תקוה אז מיר וועלן נאך היי יאר זוכה זיין צו עסן דעם קרבן פסח אין ירושלים עיר הקודש, אמן.

    < זעה מער יא ניסן תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו פרייליך צו מסיים זיין מסכת נזיר און אנהייבן מסכת סוטה על סדר הש"ס

    עס איז באקאנט דער מדרש דער נאר גייט אריין אין בית המדרש און זעט די אלע ספרים און טראכט "איך וועל קיינמאל נישט קענען דאס אלעס ענדיגן, דאס איז נישט פאר מיר", אבער דער וואס איז קלוג זאגט "איין דף קען איך לערנען? וועל איך טון דאס וואס איך קען", דער מדרש איז געזאגט געווארן אויף אסאך מצבים און לעבן וואס דער נאר הייבט נישט אן ווייל ער וויל אלעס אויף איינמאל, אבער אויב וויל מען טון קלוג, טוט מען אביסל נאך אביסל ווי דער רבי זאגט "מעט גם גן טוב", בפרט ווען עס קומט צו לימוד התורה, וואס דער מדרש רעדט דאך ממש פון דעם דארף מען זיין קלוג און זיך רוקן טעגליך איין בלאט אויף אמאל, און עס נעמט נישט לאנג און ער וואקסט אויף א גרויסע תלמוד חכם. &nbsp; יעדער איד האט אמאל גע'חלומ'ט פון ענדיגן ש"ס, אבער דער סמ"ך מ"ם מאכט עס אויסזען פאר אונז ווי אן אוממגעליכע זאך, סיי ווי גרויס דער ש"ס איז, און סיי אז מען דארף דורכאקערן און פארשטיין אזויפיל קאמפליצירטע מושגים, ער רעדט אונז איין אז ווילאנג מיר פארשטייען נישט יעדע זאך ביזן גרונט הייסט עס נישט געלערענט. דאס איז גורם אז אפילו די וואס הייבן שוין יא אן פאלן גאנץ שנעל ארויס ווען מען קומט אן צו די שווערע סוגיות פון ש"ס, אדער ווען עס מאכט זיך א שווערע דורכגאנג, אדער מען מאכט א שמחה, ימים טובים טובים טעג, דאס איז גורם פאר אסאך ארויסצופאלן פון וועג. &nbsp; דערפאר פלעגט מוהרא"ש כסדר חזר'ן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער פון שיחות הר"ן סימן ע"ו ווי דער רבי שטעלט אוועק זיין "סדר דרך הלימוד" ווי דער רבי שרייבט "ווען מען לערנט דארף מען נישט מער ווי זאגן די ווערטער און דו וועסט עס שוין ממילא פארשטיין ביים צווייטן מאל אדער ביים דריטן מאל, און אויב דו וועסט עס נישט פארשטיין אויך דעמאלטס", פירט דער רבי איז "איז וואס? די מעלה פון לערנען אסאך איז אסאך גרעסער". מוהרא"ש זי"ע פלעגט אלץ זאגן, קענסט איבערטייטשן די ווערטער פון הייליגן רבי'ן אין וועלכע שפראך דו ווילסט, קוק אריין אינעוויניג אין חיי מוהר"ן וועסטו זען דעם הייליגן רבי'ס סדר דרך הלימוד, וואס האט שוין געמאכט אזוי סאך אידן זיך צוריק קערן צו די תורה, און צום סוף זענען זיי טאקע אויסגעוואקסן א דאנק דעם סדר דרך הלימוד פאר גרויסע תלמידי חכמים. &nbsp; פאר אלע אנשי שלומינו וואס זענען מיטגעפארן מיט'ן באן פון ש"ס די לעצטע דריי און א האלב יאר, איז דער מאמענט ווען מען ענדיגט דעם שיינעם מסכת נזיר א גרויסע שמחה, זיי זענען דורך 1,183 טעג פון לערנען יעדן טאג א בלאט פון ש"ס, און זענען דורך כמעט 45 פראצענט פון ש"ס. דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז עס איז גוט אז אלע זאלן פראווען א סיום אינדערהיים מיט די משפחה, און די פרייען מיט די הייליגע תורה וואס דער הייליגער באשעפער האט אונז געגעבן, דאנקען דעם אייבערשטן פאר די גרויסע מתנה די הייליגע תורה, און די אלע ברכות וואס קומט פאר אונז דורכדעם. &nbsp; די אלע וואס האבן נאכנישט אנגעהויבן דערווייל ש"ס, אדער פאר די וואס זענען ארויסגעפאלן אינמיטן וועג, זאגט דער ראש ישיבה אז יעצט איז א גוטע געלעגענהייט ארויפצוטאנצן אויפן באן ווען דער באן קומט יעצט אן צום פרישן סטאנציע מיט'ן אנהייבן פונעם שיינעם קורצן מסכת "סוטה" וואס מען הייבט אן מארגן ערב שבת הגדול. דאס איז א געוואלדיגע געלעגענהייט זיך אויפצופרישן און אנהייבן צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא צוזאמען מיט אלע אנשי שלומינו, וואס ווי דער רבי זאגט איז דאס א שמירה פאר מענטש ווי דער רבי דרוקט זיך אויס "אז דער בלאט איז אויף דיר מגין, דארפסטו פון קיינעם קיין מורא האבן". עס איז א שאד צו ווארטן מיט ש"ס נאך דריי יאר ביז מען וועט אנהייבן דער נייער סדר פון ש"ס, זאג נישט "כשאפנה אשנה שמא לא תפנה" וואס ווייסט א מענטש וואס וועט זיין מארגן? דערפאר איז זייער גוט אנצוהייבן יעצט מיט'ן ציבור מסכת סוטה, און זיי וועלן ענדיגן ש"ס אין זיבן א האלב יאר פון יצעט ווען זיין וועלן ענדיגן מסכת נזיר. &nbsp; מה אהבתי תורתך כל היום היא שחתי

    < זעה מער ח ניסן תשפ"ג 📝
  • סדר הלימודים אין ישיבה תפארת התורה גייט ווייטער אן אויך דורכאויס בין הזמנים

    ווען איר קומט אריין אין די טעג אינעם הייליגן ברסלב ישיבה תפארת התורה אין וויליאמסבורג, וועט זיך אייך דאכטן אז יעצט איז אינמיטן זמן, דער ישיבה גייט אן ווי געהעריג, דער ראש ישיבה און די בחורים דאווענען און לערנען, דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר די געשמאקע שיעורים, פונקט ווי א גאנץ יאר. אין די צייט וואס אנדערע ישיבות פארמאכן זיך אויף גאנץ חודש צו "בין הזמנים", טוט מען אין ישיבה תפארת התורה נישט אנערקענען דעם טערמין בין הזמנים אויף צו גיין ליידיג און פארברענגען די צייט. &nbsp; פון די אנדערע זייט טוט דער ראש ישיבה שליט"א מוטיגן אז אלע בחורים אפילו די וואס וואוינען אין אויסלאנד אדער אנדערע פעלער זאלן טון אלעס וואס זיי קענען צו זיין אינדערהיים אויף פסח זעלבסט. דער ראש ישיבה זאגט אז פסח איז א צייט וואס מען דארף זיין אין שטוב, אבער די וואכן פאר פסח און נאך פסח דארף מען נישט גיין ליידיג.&nbsp; &nbsp; אלע צדיקים פלעגן בלוטיגן אויף דעם אזוי גערופענעם "בין הזמנים" צייט וואס די בחורים נישט האבנדיג קיין סדר, ווערן זיי משוגע פונעם טאג און וואס ליידיג גיין קען ברענגען, דארף מען נישט מסביר זיין. &nbsp; צדיקים האבן געזאגט אז א איד דארף שטענדיג לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן, נישט קיין חילוק צי עס איז חודש טבת, ניסן, אב אדער תשרי. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דער טערמין "בין הזמנים" גייט ארויף נאר אויף די צייט בין מיתה לקבורה, אבער אויסער דעם איז נישט פארהאן אזא זאך ווי בין הזמנים. &nbsp; די תלמידים פון ישיבה תפארת התורה דארף מען נישט צווינגען צו קומען אין ישיבה בין הזמנים פונקט ווי א גאנץ יאר, די תלמידים ווערן נתחנך מיט אהבת התורה און אהבת השי"ת, זיי פרייען זיך און זענען דאנקבאר פאר'ן ראש ישיבה שליט"א וואס שטרענגט זיך אן יעדן טאג אפילו אין די פארנומענע ערב פסח טעג און האלט אפן די ישיבה און געט די געשמאקע שיעורים ווייטער ווי א גאנץ יאר. &nbsp; כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ

    < זעה מער ז ניסן תשפ"ג 📝
  • Habayis Magazine: Making Pesach Meaningful and Enjoyable

    Exciting news for English-speaking readers: The brand new &ldquo;Habayis Magazine&rdquo; published by Heichal Hakodesh will with Hashem&rsquo;s help soon be available for all to enjoy. With an array of uplifting and insightful articles written by esteemed authors, this magazine promises to offer something unique and inspiring. &nbsp; The first edition of &ldquo;Habayis Magazine&rdquo; is set to debut just in time for Pesach, bringing joy and light into our homes.. It includes articles on all topics from joyful reminiscing to practical tips for Pesach preparations. &nbsp; One article by D. Wildey explores the power of fond memories from our childhood as we grow older. Another piece by S. L. Fried offers tips and tricks for getting organized ahead of Pesach so that we can fully enjoy the yom tov without feeling overwhelmed or stressed out. &nbsp; Y. Silver shares insights on &ldquo;The power of tefillah&rdquo; in helping us connect to Hashem on a deeper level, while B. Wildey provides some "Pesach Pearls" - nuggets of wisdom to guide us through this auspicious time. &nbsp; Readers will also get an exclusive glimpse into Lakewood's largest Matzah Bakery as Rabbi Aron Meyor discusses his role as Mashgiach in an interview with S. Feldman. &nbsp; For those who love a good story, S. Lesser translates the first story of Sippurei Maasios "The Lost Princess". This particular tale is sure to enchant readers young and old alike! And lastly but certainly not least, Z. Gelbwachs writes about what it means to be a hero according to teachings passed down from the Rebbe; how Emunah helps us serve Hashem better, and cope with day-to-day life challenges. All throughout Habayis Magazine's pages run themes such as Emunah, Simcha Shel Mitzvah, and how to help us serve Hashem better. &nbsp; We hope you will enjoy this first issue of &ldquo;Habayis Magazine&rdquo;! &nbsp;

    < זעה מער ו ניסן תשפ"ג 📝
  • ברסלב מצה בעקעריי גרייט זיך צו ערב פסח

    די ברסלב שמורה מצה בעקערי אין שטעטל קרית ברסלב גרייט זיך צו באקן "ערב פסח מצות" צום ערשטן מאל. מען קען זיך נאך איינשרייבן צו קומען אנטייל נעמען אין דעם געהויבענעם און פרייליכן מאמענט ווען מען וועט באקן מיט שמחה און געזאנג די מצות מצוה לכבוד דעם הייליגן יום טוב פסח, דער יום טוב פון אמונה. ווי מען געט איבער, וועט דער ראש ישיבה שליט"א זיך באטייליגן די גאנצע צייט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז אפילו די וואס נעמען נישט קיין ערב פסח מצות, אדער קומען נישט בפועל ארבעטן איז כדאי מען זאל אריבער ברענגען די קינדער, זיי זאלן קענען שפירן וואס דאס הייסט א שמחה של מצוה, ווען ברסלבע אידן באקן מצות איז פרייליך און אויפגעלייגט. און דאס וועט זיין א גאר א גוטע חינוך פאר די קינדער וואס וועט זיי באגלייטן זייער גאנצע לעבן. &nbsp; אלע אידן פון אפסטעיט זענען געלאדענט אנטייל צו נעמען און צו באשטעלן ערב פסח מצות, עס לויט זיך צו קומען אפילו אפילו פון&nbsp; קרית יואל אדער מאנסי. עס וועט זיין אן עקספירענס וואס לוינט זיך נישט צו פארפאסן. &nbsp; די בעקעריי וועט זיין אפן ערב פסח פון איינס אזייגער חצות, און אלע וואס ווילן באשטעלן זאל רופן וואס שנעלער די ספעציעלע מצה בעקערי נומער אויף 845-747-0444 און זיך רעגיסטרירן צו ארבעטן און קויפן ערב פסח מצות.

    < זעה מער ה ניסן תשפ"ג 📝
  • ברסלב שטעטל קויפט איין א פרישע שאטל באס נאכצוקומען אומגעהויערע וואוקס

    קרית ברסלב - דער פרישער אינגער שטעטל האט לעצטענס איינגעקויפט א פרישע שאטל באס כדי מען זאל קענען בעסער סערווירן די איינוואויער נאכדעם וואס דער ערשטער באס איינגעקויפט קויפ א יאר צוריק האט נישט געקענט נאכקומען דעם געברויך פונעם וואקסענדער ציבור בלי עין הרע. &nbsp; דער באס ווערט גענוצט דורך אלע איינווואוינער אנצוקומען צו פילע דעסטינאציעס, בפרט ווערט עס גענוצט דורך די נשים צדקניות וויבאלד זיי פארמאגן נישט קיין קארס, און אזוי אויך אויב עס מאכט זיך אז א קינד דארף גיין אין חדר שפעטער קומט עס זייער צוניץ. דער באס לויפט אויף א באשטימטע רוט און מאכט פילע סטאפס ביי אסאך וויכטיגע דעסטינאציעס, צום חדר, סקול, געשעפטן, שאפינג סעטנערס, און דאקטוירים. &nbsp; דאס קומט צוליב דעם וואוקס פונעם ציבור וואס וואקסט כסדר בלי עין הרע, נאכדעם וואס עס קומען כסדר צו פרישע פאמיליעס, און די ערשטע באס האט שוין נישט געקענט נאכקומען דעם געברויך. &nbsp; דער פרישער באס ווערט געזען ווי א געוואלדיגע פאזיטיווער אנטוויקלונג, וואס וועט אסאך ארויסהעלפן דעם חשובן ציבור וואס איז ארויסגעקומען וואוינען אינעם שיינעם שטעטל ווי מען לעבט מיטן אייבערשטן, און אלע נוצן אויס דעם אייבערשטנ'ס נאטור ארויסצוגיין כסדר כאפן א שפאציר צווישן די גראז און ביימער צו רעדן צום אייבערשטן.

    < זעה מער ד ניסן תשפ"ג 📝
  • בית התבשיל טייטל אויס טויזטער דאלער ווערט אין קיופאנס לכבוד יום טוב

    דער וואויל באקאנטער בית התבשיל אנגעפירט דורכן געטרייען און איבערגעגעבנעם ר' שלמה יאקאבאוויטש, האט די וואך אויסגעטיילט פאר אנשי שלומינו טויזנטער דאלאר ווערט אין קיופאנס צו פארשידענע געשעפטן. די קיופנאס וועלכע שטעלן צו צווישן 20% און 50% דיסקאונט צו פילע וויכטיגע סטארס, האט מען אויף די אנווייזונג פון ראש ישיבה שליט"א געטיילט לכל דכפין, ווער עס האט געבעטן, כדי אז אלע וואס דארפן עס האבן זאלן האבן א שמחת יום טוב און הרחבת הדעת. &nbsp; דער פראיעקט וואס איז געווארן צוגעשטעלט דורך בית התבשיל היכל הקודש ווערט געשאצט צו קאסטן שווערע טויזנטער דאלאר, שטעלט צו קיופאנס צו פילע פראדוקטן וואס מען דארף איינקויפן יעצט פאר יום טוב, דאס רעכענט אריין דער ספרים סטאר אין שטעטל, דער פיש סטאר אין שטעטל, דריי גודס אין שעטעל, שיך פאר קינדער אין שטעטל, קינדער וועש ביי קינדער קארנער אין קרית יואל, חסידישע מלבושים דזשי דזשי - גלויבער - דזשי בי פון איבעראל, עטליכע פירמעס הוט סטארס אין וויליאמסבורג, און עטליכע געשעפטן פון פרויען קליידער אין ווילאמסבורג. &nbsp; די קיופאנס וועלן זיין זייער נוצבאר פאר פילע משפחות פון אנשי שלומינו מען זאל קענען איינקויפן וואס מען דארף טראץ דעם וואס די אינפלאציע איז שטארק געשטיגן, און אסאך קענען זיך נישט ערלויבן צו איינקויפן לכבוד יום טוב. &nbsp; עקסטער ווערט אויסגעטיילט דורכן ראש ישיבה שווערע טויזנטער דאלער אין גראסערי וואס ווערט אריינגעלייגט דירעקט אינעם אקאונט פון פילע תלמידי חכמים און נויטבאדערפטיגטע משפחות, וואס דערמיט וועלן זיי קענען איינקויפן אלעס מכל טוב וטוב לכבוד יום טוב. &nbsp; נאכדעם קומט קומענדיגע וואך א גאר גרויסע חלוקה אין שטעטל פון אלע פסח געברויכן וואס וועט זיין אפן פאר ברייטן ציבור, אויך די וואס וואוינען אין אנדערע שטעט, די חלוקה וועט אנטהאלטן צווישן אנדערע פרוכט, גרינצייג, אייער, פאטעיטע, גרעיפ דזשוס און וויין. די פונקטליכע פלאץ און צייט ווערט נאך יעצט אויסגעארבעט, פרטים יבואו בעזרת השם יתברך. &nbsp; די אלע פראיעקטן קומען צו ערפילן דעם בית התבשיל'ס ציל, אז אלע זאלן האבן וואס זיי דארפן לכבוד יום טוב און מען זאל קענען דינען דעם אייבערשטן מיט הרחבת הדעת, אן דעם וואס די חובות זאלן ח"ו דרוקן אויפן הארץ. &nbsp; צו העלפן דעקן די גרויסע הוצאות, קען מען רופן ר' שלמה יאקאבאוויטש אויף 845-637-5367 &nbsp; דער בית התבשיל איז אן ארגאניזאציע וואס ווערט אויסגעהאלטן דורך נדבות פון אחינו בית ישראל וואס זענען מנדב מיט הארץ און געפיל. ביטע עפענט אייער הארץ און געבט צו שטייער פאר דעם הייליגן ארגאניזאציע "בית התבשיל היכל הקודש. מען קען מנדב זיין אנליין אויף https://secure.cardknox.com/beishatavshildbreslev אדער קען מען רופן דעם גבאי ר' שלמה יאקאבאוויטש אויף 845-637-5367. &nbsp; כל דכפין ייתי וייכול

    < זעה מער א ניסן תשפ"ג 📝
  • נייער השבת אבידה שטיבל אין שטעטל העלפט ארויס שפארן אידיש געלט

    אין א פארזוך צו העלפן משפחות וואס קענען נוצן אביסל הילף, און פארמינערן די שעדליכע פאלגן פון לעבן אין חובות האבן עטליכע משפחות אין שטעטל געגרינדעט א השבת אבידה שטיבל. דער געדאנק איז געקומען פון א דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א אין ירושלים עיה"ק. &nbsp; אינעם דרשה האט דער ראש ישיבה שליט"א דערציילט איבער א אינגערמאן אין ארץ ישראל וואס אנשטאט צו בארגן און זיך מאכן חובות, פלעגט ער אהיים נעמען די איבערגעליבענע חלה פון שלש סעודות פון בית המדרש, וואס דאס האט מען געגעסן ביי אים א גאנצע וואך. אזוי אויך פלעגט ער נעמען פונעם שמש די וועש וואס פלעגט איבער געלאזט ווערן אין מקוה עס צו נוצן ביי זיך אינדערהיים, אנשטאט צו קויפן פרישע דורך בארגן און נישט באצאלן. &nbsp; די מעשה האט געמאכט דעם ראש ישיבה טראכטן אז אפשר וואלט מען עס געקענט נאכמאכן דא, עס איז אזא שאד ווי אזויפיל טייערע העמעדער און וועש גייען אין מיסט יעדע וואך. דער ראש ישיבה האט געבעטן אויב עס איז דא א משפחה וואס איז גרייט צו נעמען אויף זיך די גרויסע מצוה. משפחת שטראסער האט זיך דאן אונטער גענומען אהיים צו נעמען די וועש, עס שיין אויסוואשן, און עס דערנאך ארויסלייגן אז ווער עס דארף עס זאל עס קענען נעמען. &nbsp; שפעטער האט משפחת טייטלבוים איבערגענומען דעם פראיעקט, זיי האבן אנגהויבן צוזאם צו נעמען די איבערגעבליבענע וועש, און אלע מיט א נאמען געבן זיי צוריק צו זייערע אייגענטומער, און אלע אנדערע וואשן זיי שיין אויס, און לייגן עס ארויס אינעם השבת אבידה שטיבל, און יעדע שטיק צייט וועט מען מאכן אן אויספארקויפן און יעדער וואס וויל וועט קענען קומען קויפן. &nbsp; יעצט, איז שוין די השבת אבידה שטיבל אפן, מען נעמט שוין אן אלע זאכן וואס ווערן געטראפן, די וואוילע משפחות וואס שטייען אונטער דעם פראיעקט האפן, אז משפחות וואס ווילן זיך שפארן געלט, כדי נישט אריינצופאלן אין חובות וועלן קענען האבן דערפון א שטארקע נוצן. &nbsp; אויב איר טרעפט סיי וועלכע פארלוירענע חפץ, קען מען עס אריינברענגען צום השבת אבידה שטיבל און מקיים זיין די גרויסע מצוה פון די תורה פון השבת אבידה, פאר סיי וועלכע פראגע איבערן השבת הבדיה שטיבל, אדער אויב איר ווילט ארויסהעלפן מיטן פראיעקט קען מען רופן אויף 845-243-0604. די אדרעס וואו מען קען אריינטראגן די חפצים איז אויף 121 טווין ברידזש רד. ליבערטי. &nbsp; דער השבת אבידה שטיבל איז א פרישע רינגל אינעם גרויסן קייט פון חסד און אחדות וואס קומט פאר אינעם שטעטל, ווי מען שטרעבט און מען שעפט חיות פון העלפן א איד אויף סיי וועלכע אויפן. &nbsp; התורה חסה על מממונם של ישראל

    < זעה מער א ניסן תשפ"ג 📝
  • פראוועט א געהויבענע סדר מיטן באקאנטן הגדה "אור זרוע" פון מוהרא"ש זי"ע

    אזוי ווי מיר דערנענטערן זיך מיט שנעלע טריט צום הייליגן יום טוב פסח, דער יום טוב פון אמונה, גרייטן זיך אידישע קינדער צום הייליגין יום טוב מיט פילע הכנות. מען קויפט איין מצות, וויין, פיש, פלייש און אלעס אינדערצווישן. אבער וואס קען זיין א בעסערע הכנה צום הייליגן סדר ווי לערנען דעם הייליגן הגדה "אור זורע" געשריבן דורך מוהרא"ש זי"ע? דער יעצטיגער מהדורה פון די הגדה איז גאר שיין אין הערליך געדרוקט מיט קלארע געשמאקע גרויסע אותיות, און צוגעשריבן דערצו די הערליכע ווערטער פון אמונה און די באדייט פון די הייליגע מצות פון די סדר נאכט געשריבן דורכן גרויסן צדיק מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; די הגדה אנטהאלט די גאנצע סדר נאכט מיט פילע שיינע ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע ווי ער טייטשט אריין די ווערטער פונעם בעל ההגדה אויף לעובדה ולמעשה, און לייגט אריין די ווערטע אין מויל מען זאל קענען איבערגעבן די הייליגע אמונה פאר די קינדער און די ווייטערדיגע דורות. &nbsp; די הגדה האט מען שוין עטליכע מאל איבערגעדרוקט און עס איז אלץ גלייך צוכאפט געווארן פון די מפיצים ווי נאר עס איז ארויסגעקומען. אבער יעצט איז דא א פרישע געלעגענהייט זיך איינצוקויפן דעם שיינעם הגדה. דער קרן הדפה האט לכבוד פסח געדרוקט א פרישע שפימענט פון די הגדה, אויף א גאר א שיינעם פארמאט, וואס וועט זיכער צוגעבן צום געשמאקן סדר נאכט. &nbsp; איר קענט יעצט קויפן די הגדה פונעם וועבסייט, מאכט זיכער נישט אפצושטופן. יעצט איז נאך דא גענוג צייט אז עס זאל נאך אנקומען צו אייך אהיים גענוג פרי פארן הייליגן יום טוב, אז איר זאלט קענען לערנען דערין יעדן טאג אביסל ביזן הייליגן סדר נאכט, און אזוי ארום זיין אנגעזאפט מיט די הייליגע אמונה וואס איר וועט קענען איבערגעבן ביים סדר. &nbsp; 📖 הגדת אור זרוע לשון הקודש 📖 הגדת אור זרוע אידיש

    < זעה מער כח אדר תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 751 to 765 of 1723 results

1 2 ... 48 49 50 51 52 53 54 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com