Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • לעיקוואד וועט האבן די זכיה צו האבן דעם ראש ישיבה היינט דאנערשטאג נאכט

    די וועכענטליכע דאנערשטאג נאכט "ליל שישי שיעור" דארף נישט קיין הסברים, יעדע דאנערשטאג נאכט קומען זיך צוזאם צענדליגע אינגעלייט אין וויליאמסבורג צו מיטהאלטן דעם שיעור, וואס ווערט אויך לעבעדיג מיטגעהאלטן אין די היכל הקודש שולן אין קרית יואל, מאנסי, לעיקוואוד, קרית ברסלב.   ביים שיעור חזרט דער ראש ישיבה מיט אונז די הייליגע ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע און געבט עצות און חיזוק געבויעט אויף די סדרה אדער יום טוב פון די וואך. דער ראש ישיבה איז מחזק צו לימוד התורה, מעביר סדרה זיין, רעדן שיין צו די ווייב, זיך אפגעבן מיט די קינדער, דאווענען דריי מאל א טאג מיט מנין, זיך פרייען מיט די פשוטע טאג טעגליכע מצות און אזוי ווייטער.   ווען מען קומט אריין צום שיעור פארגעסט מען וואו מען איז אויף דער וועלט, צוערשט הייבט דער ראש ישיבה אן מיט א געשמאקע ניגון וואס פירט אריין צום שיעור. מען הערט ווי דער ראש ישיבה צולייגט אזוי שיין מיט קליין געלט וויאזוי מען רעדט צום אייבערשטן אפילו שפירסט ווי דו קענסט נישט עפענען דיין מויל, מאך פון דעם אליינס א תפלה.   דער ראש ישיבה לאזט נישט אויס א וואך וואס ער זאל נישט רעדן פון שלום בית, און אז די ווייב און קינדער זענען נישט קיין גשמיות'דיגע זאכן וואס שטערן צו עבודת ה' נאר פארקערט דאס איז די גרעסעטע עבודת ה'. מען נעמט חיזוק פון דער ראש ישיבה אפצולאזן אלע כלים מכלים שונים און חלילה זיי נישט אהיים ברענגען.   די וואך האט דער ראש ישיבה באשלאסן אויף די בקשה פון אנשי שלומינו אין לעיקוואוד אז דער שיעור וועט פארקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אין לעיקוואוד.   דער ראש ישיבה שליט"א וועט אי"ה פארקומען אום 9:00 אין בית המדרש אין צענטער פון שטאט לעיקוואוד אויף 215 איסט 5טע סטריט (אין בעק פון בנין).

    < זעה מער יד כסלו תשפ"ג 📝
  • פרישע אויפוואכונג שטענדיג צו גיין אנגטון מיט ריפלעקטארס

    פארגאנגענעם וואך האט פאסירט אין מאנסי אן אומגליק ווען א קאר האט אומוועלנדיג אראפגעקלאפט א פרוי, נישט באמערקענדיג צוליב די טונקעלקייט פון די נאכט, דאס האט אויפגעשאקעלט די אידישע וועלט צו זיין פארזיכטיג צו גיין שטענדיג אין די נאכט שעות מיט רעפלעקטער כדי די קארס אויף די וועגן זאלן באמערקן דעם פיסגייער. &nbsp; דער ראש ישיבה איז שטענדיג מעורר מען זאל זען צו גיין מיט ריפלעקטארס, נאך דעם פאסירונג האט דער ראש ישיבה נאכאמאל געפאדערט מען זאל פרישע מעורר זיין דעם מען זאל זען גיין מיט ריפלעקטארס סיי די מענער און סיי די פרויען בפרט אין שטעטל, וואו די גאסן זענען זייער טונקל און גרעניצט זיך מיט סכנת נפשות. &nbsp; אויך ביים שיעור ליל ששי שיעור פארגאנגענעם וואך האט דער ראש ישיבה גערעדט פון דעם טראגעדיע און געזאגט וואס מוהרא&rdquo;ש פלעגט שטענדיג זאגן אז ווען מען גייט ארויס פון הויז זאל מען לייגן די הענט אויף די מזוזה און בעטן א קליינע תפילה &ldquo;הייליגער באשעפער ברענג מיר און מיין משפחה צוריק געזונטערהייט&rdquo; דאס איז א געוואלדיגע זאך וואס מוהרא&rdquo;ש האט אויסגעלערנט, און אז מען געוואוינט זיך צו דאס צו טוהן און עס ווערט ווי א חלק פון די לעבן. &nbsp; פאר א צייט צוריק האט מען געמאכט אין שטעטל ספעציעלע וועסטל ריפלעקטארס מיט די ברסלב&rsquo;ע קרוין אויף דעם, עס איז נאך דא צובאקומען ביים באזאר אין שטעטל. אויך איז דא בעלטס ריפלעקטארס פאר די פרויען. &nbsp; די בעלט ריפלקעטאר קמיע מיטן ברסלב'ע קרוין און קמיע לשמירה פון מוהרא"ש &nbsp; ושמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלום מעתה ועד עולם

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ג 📝
  • הרב יודא לייב אשלג שליט"א בעל הסמנים באזוכט אין ישיבה

    פארגאנגעם מיטוואך איז הרב אשלג שליט"א פון ארץ הקודש וואס געפונט יעצט זיך דא אין אמעריקע צוגאסט געקומען זיך באטייליגן צום שיעור חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א, הרב אשלג האט גענומען אויף זיך א מיסיע צו מאכן סימנים אויף אלע מאמרי חז"ל צו קענען געדענקען אויף וועלכע בלאט עס שטייט. ער האלט אינמיטן שרייבן א חיבור מיטן נאמען "זכרינו בזכרון" ווי ער שרייבט אראפ אלע סימנים וואס ער האט געטראפן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אנגעהויבן דעם שיעור מיט די גמרא אין מסכת שבת דף פ"ב: "רב הונא פרעגט זיין זון רבה "פארוואס גייסטו נישט צו רב חסדא'ס שיעורים, ער רעדט שארפע זאכן", זאגט רבה פאר זיין טאטע, "ער רעדט וועלטליכע זאכן למשל וויאזוי מ'דארף זיך אכטונג געבן דאס געזונט ווען מ'גייט אין בית הכסא", זאגט רב הונא פאר זיין זיין "ער לערנט לעבן, כל שכן דארפסטו גיין צו אים!". &nbsp; דער ראש ישיבה האט געפרעגט הרב אשלג וועלכע סימן קען מען מאכן אויף די גמרא האט ער געזאגט "פלאות בגופו" געבויעט אויף די ווערטער פון אשר יצר "מפליא לעשות". &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז די ווערטער פון הייליגן רבין קען אויסזען ווי מ'רעדט מילי דעלמא, פשוטע זאכן, אבער למעשה דאס געבט לעבן, מיטן רבין קען מען האבן א גוטע לעבן. &nbsp; דער ראש ישיבה צוגעברענגט נאך גמרות ווי צום ביישפיל די גמרא פון שבת דף כ"ו "א שנור קען זיך נישט דורכקומען מיט א שוויגער, האט הרב אשלג געגעבן דעם סימן כ"ו איז ראשי תיבות "כלה וחמותה", אזוי האט ער געגעבן סימנים פאר נאך פארשידענע מאמרי חז"ל. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אים ארויפגערופן ער זאל זאגן אפאר ווערטער, ער האט פארציילט וואספארא חיזוק ער האט באקומען פונעם ראש ישיבה, און וויאזוי ער האט אנגעהויבן מיט די סימנים צו געדענקען אלע מאמרי חז"ל. ער האט געזאגט אז מענטשן פלעגן אים אפרעדן, און דער ערשטער וואס האט אים מחזק געווען ער זאל גיין ווייטער דערמיט איז געווען דער ראש ישיבה. ער האט מסביר געווען וויאזוי ער מאכט די סימנים. און האט געזאגט פאר די בחורים זיי זאלן וויסן וואס פארא אוצר זיי פארמאגן, ער האט פארציילט וויאזוי ער איז געוואר געווארן פונעם ראש ישיבה, ער האט געטראפן עטליכע מאל אידן אין ארץ ישראל וואס האבן אים "דער ראש ישיבה איז מיין רבי, איך האב אים קיינמאל געזען אבער מיין גאנצע רוחניות'דיגע לעבן קומט פון אים" און האט אויסגעפירט פאר די בחורים "אשרי חלקכם" אז איר זענט אויף אזא הייליג פלאץ.

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ג 📝
  • געהאלט פון די אינגעלייט וואס לערנען אין כולל היכל הקודש געהעכערט

    דער כולל היכל הקודש איז נישט א כולל ווי יעדער חתן א טאג נאך די חתונה מוז אריינגיין פשוט ווייל דער שווער וויל אן איידעם א כולל אינגערמאן, נאר דאס איז א כולל אזוי ווי די גדולי ישראל אין די פריערדיגע דור האבן עס אהער געשטעלט אלץ א פלאץ ווי אינגעלייט תורתם אומנתם זאלן קענען זיך משלים זיין אין אלע מקצועות התורה. &nbsp; די אינגעלייט אין דעם כולל בטל'ן נישט קיין צייט, זיי זיצן און לערנען מיט גרויס התמדה און אקערן דורך איין מקצוע נאך די אנדערע, און דערנאך לאזן זיי זיך פארהערן ביי גרויסע רבנים, וואס דרוקן אויס גרויס התפעלות ווי שטארק זיי זענען בקי אין די פילע הלכות. &nbsp; יעצט האט דער ראש ישיבה געבעטן דעם גבאי מו"ה משה אריה שניטצלער הי"ו אז ער זאל העכערן דעם געהאלט צו דריי הונדערט און פופציג דאלער א וואך כדי די אינגעלייט זאלן ווייטער קענען לערנען אומגעשטערט. &nbsp; פאלגענד איז א בריוו פון ראש ישיבה פון פאריגע וואך, איבער דעם: &nbsp; יום ה' פרשת תולדות, א' דראש חודש כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן &nbsp; לכבוד ... נרו יאיר &nbsp; שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי אז איינער ברענגט צוריק זיינע קינדער צו אים. זיי ממשיך מיט דרוקן די ספרים פון רבי'ן וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונזער דור, דאס וועט ברענגען די גאולה. &nbsp; פינף כולל אינגעלייט האבן זיך פארהערט הלכות מקוואות, איך האב יעצט באקומען די צעטלעך וואס די רבנים שרייבן זיי, די רבנים דרוקן זיך אויס אז זיי האבן זייער גוט געקענט. איך וויל געבן פאר די אינגעלייט וואס האבן זיך פארהערט - עפעס מער, זאלסטו אנגרייטן דעם חודש ווען מען צאלט די כולל אינגעלייט נאך א טויזנט דאללער, פאר די פינף אינגעלייט: ר' יונה, שלמה, יענקי, חזקי, און אלי' פערל. א גרויסן יישר כח. &nbsp; אויך וויל איך פון היינט און ווייטער ארויפגיין מיט די געהאלט פאר די כולל אינגעלייט, אנשטאט צוויי הונדערט און פופציג דאלער א וואך - דריי הונדערט און פופציג דאלער א וואך, איך וויל זיי צאלן יעדע דריי וואכן טויזנט פופציג. &nbsp; גרייט מיר אן פאר אלע אינגעלייט זייער געהאלט פאר פרשת חיי שרה, תולדות און פאר ויצא; איך האף צו קומען איין טאג קומענדיגע וואך אין שטעטל - וועל איך עס נעמען פון דיר. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים. &nbsp; אין לו להקב"ה אלא ד' אמות של הלכה

    < זעה מער יא כסלו תשפ"ג 📝
  • נייע מוזיק ווידיא "תפלה - דער באשעפער הערט מיר אויס" איז מחזק טויזנטער

    אן ערליכער איד דארף אלץ ארום גיין מיט דעם געדאנק "וויאזוי קען איך מאכן א נחת רוח פארן אייבערשטן", "וויאזוי קען איך ברענגען נאך א איד צום אייבערשן", דערפאר טוט דער ראש ישיבה שליט"א אלע פעולות אין דער וועלט נאר מיט דעם ציל אז נאך א איד זאל געדענקען אז נאר צום אייבערשטן קען מען זיך און דארף מען זיך ווענדן. &nbsp; אין די היינטיגע וועלט ווען קליפס און מוזיק ווידיאס זענען א גאנגבארע ארטיקל, נוצט דער ראש ישיבה שליט"א אויך דעם מיטל אריינצוברענגען האפענונג אין אידישע קינדער, און כסדר דערמאנען אידישע קינדער ווער עס פירט די וועלט. &nbsp; היינט איז ארויסגעקומען דער ערשטער מוזיק ווידיא געבויט אויף ניגון "דער באשעפער הערט מיר אויס" פונעם לעצטן הערליכן אלבום "איך בין נישט אליין", ווי דער ראש ישיבה שליט"א לייגט אראפ פארשידענע מצבים וואס א מענטש גייט דורך שוועריקייטן אין לעבן, ווי פרסה, נחת, שידוכים, שלום בית, גייסטישע צרות, און דערמאנט אז אין יעדן פאל איז די אייציגסטע עצה דאס דורכצושמוסן מיטן אייבערשטן וואס הערט אויס יעדן איד, און דאס וועט ארויסשלעפן דעם מענטש פונעם פלאנטער אין וואס ער געפונט זיך. &nbsp; דער ניגון בלאזט אריין האפענונג, און געבט אריין פרישע חיות אין אלע וואס הערן זיך עס צו. דער ראש ישיבה זינגט אפ דעם ניגון אויפן ווידיא ווען אינעם בעקגראונד זעט מען פילע תלמדים פונעם ישיבה מיט פארשידענע איסטרומענט פידלען און פייפערס וכדומה ווי זיי שפילן צו צום ניגון. &nbsp; 🎦 א לינק צום מיזוק ווידיא &nbsp; פאלגענד זענען די ווערטער פונעם ניגון: &nbsp; פזמון:&nbsp; א איד דארף אייביג וויסן, ס'איז דא מיט וועם צו שמועסן דער באשעפער הערט מיר אויס &nbsp; איך בין נישט אליין איך האב ווי צו גיין דער באשעפער הערט מיר אויס &nbsp; תפלה טוט באגלייטן אין אלע שווערע צייטן דער באשעפער הערט מיר אויס &nbsp; אלעס פון אים איך בעט ניסים יעדער זעט דער באשעפער הערט מיר אויס &nbsp; פרנסה גייט מיר שווער מ'קומט נישט קויפן מער איך ווייס נישט וואס צו טון &nbsp; די חובות וואקסן טעגליך ס'איז ממש אומדערטרעגליך איך פיל ווי אויך גיי צוגרונד &nbsp; * &nbsp; פזמון:&nbsp; א איד דארף אייביג וויסן, ס'איז דא מיט וועם צו שמועסן דער באשעפער הערט מיר אויס... &nbsp; * &nbsp; ווען איך דארף א שידוך טון מיט א טאכטער מיט א זון קיינער וויל נישט מיין קינד &nbsp; מיין קינד איז אין שפיטאל דאקטוירים אן א צאל ווען וועט ער זיין געזונט &nbsp; * &nbsp; פזמון:&nbsp; א איד דארף אייביג וויסן... תפלה טוט באגלייטן... &nbsp; * &nbsp; מיין קינד איז ערליך נישט דיפרעסט און צומישט נאר מיט חוצפה רעדט ער &nbsp; מיט חברים נידעריג תפילין איז אים איבעריג ער זאג איך וויל זיין א שלעכטער &nbsp; * &nbsp; פזמון:&nbsp; א איד דארף אייביג וויסן... תפלה טוט באגלייטן... &nbsp; * &nbsp; איך לייד פון ענקזייעטי פאוביעס און או-סי-די אייביג האב איך מורא &nbsp; איך בין אזוי נערוועז א מענטל קעיס איך בין א לוזער לכאורה &nbsp; * &nbsp; אנגעצויגן אין מיין שטוב מ'האט זיך בכלל נישט ליב די גאנצע לופט איז פאר'סמ'ט &nbsp; אייביג קריגערייען נאר בלאזן און געשרייען אזוי אומבא'טעמ'ט &nbsp; * &nbsp; פזמון:&nbsp; א איד דארף אייביג וויסן... תפלה טוט באגלייטן... &nbsp; * נאר אמונה העלפט דעם איד ווען ער פילט זיך שוואך און מיד אמונה איז מיין מעדיצין &nbsp; איך האב קיין קשיות נישט איך האב קיין שכל נישט אמונה זאגט מיר וואס צו טון &nbsp; * &nbsp; א איד דארף אייביג וויסן, ס'איז דא מיט וועם צו שמועסן דער באשעפער הערט מיר אויס &nbsp; איך בין נישט אליין איך האב ווי צו גיין דער באשעפער הערט מיר אויס &nbsp; תפלה טוט באגלייטן אין אלע שווערע צייטן דער באשעפער הערט מיר אויס &nbsp; אלעס פון אים איך בעט ניסים יעדער זעט דער באשעפער הערט מיר אויס

    < זעה מער יא כסלו תשפ"ג 📝
  • הדלקת נר חנוכה אויף אידיש

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די פרייליכע נייעס אז דער הערליכער "סדר הדלקת נר חנוכה" איז נארוואס איבערגעדרוקט געווארן, און איז שוין ווידער דא צו באקומען דא אויפן וועבסייט פארן ביליגן פרייז פון בלויז $2.99. &nbsp; אנשי שלומינו ווארטן שטארק ארויס אויף דעם הערליכען "סדר הדלקת נר חנוכה" וואס באשטייט פון דעם נוסח הדלקת נר חנוכה מיט אלע מזמורים פיוטים און מנהגים ווי מוהרא"ש האט איינגעפירט, באגלייט מיט שיינע געדאנקען און חיזוק ווערטער מלוקט פון פילע ספרים איבער די גרויסע צייט וואס עס טוט זיך אפ אין אלע וועלטן ווען א איד צינדט די הייליגע חנוכה ליכט, און דער גרויסער עת רצון וואס מ'קען דאן פועלן גאר גרויסע זאכן. &nbsp; אזוי אויך אַנטהאַלט עס פילע גאָר וואַרימע תפילות אויף פאַרשידענע ענינים ווי אויף קינדער, נחת פון די קינדער, שידוכים, פרנסה, וואָס מוהרא"ש האָט געשריבן ספעציעל צו זאגן חנוכה ווען די לעכט ברענען. די תפילות עפענען אויף דאָס האַרץ צום&nbsp; אייבערשטן, און פועלן גאָר גרויסע ישועות. &nbsp; דער "סדר הדלקת נר חנוכה" ווערט יאר יערליך צוכאפט ביי אנשי שלומינו, און איז שוין איבערגעדרוקט געווארן פילע מאל, אבער לעצטענס איז עס איבערגעדרוקט געווארן פון פריש, און איבערגעארבעט געווארן מיט שיינע גרויסע געשמאקע אותיות מאירת עינים, וואס וועט זיין א תענוג רוחני פאר אלע וואס קויפן דאס איין. מען קען קויפן דעם נייעם איבערגעמאכטן "סדר הדלקת נר חנוכה" דא אויפן וועבסייט, און עס באקומען דעליווערט צום טיר. ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט נאר באשטעלט עס שוין היינט, כדי עס זאל נאך אנקומען באצייטענס בעפאר חנוכה. 📚 "סדר הדלקת נר חנוכה" - אידיש פאר בלויז $2.99 📚 קונטרס "חנוכה שמחה" פאר בלויז $1.49 📚 קונטרס "פארליר זיך נישט" שיעור ליל שישי חנוכה תשע"ד &nbsp; 💳 ברסלב סענטער שאפ גיפט קארטל BreslevCenter.com gift card &nbsp;

    < זעה מער ז כסלו תשפ"ג 📝
  • איבערגעפרישטע "קול ברסלב" מיט נייע אפציעס און נומערן

    ווי די צענדליגע טויזענטער צוהערער איבער די וועלט האבן שוין זיכער געהערט און באמערקט, ווערט יעצט איבערגעפרישט די "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, און גלייכצייטיג אויך די ליין פאר פרויען "קוואל פון חיזוק". &nbsp; אזוי ווי דער אייבערשטער האט געפירט אז מיר האבן געמוזט אריבערפירן די טעלעפאן ליניע צו א נייע פירמע, האט מען שוין אינאיינוועגס אויך אביסל ארומגעטוישט די ליין, עס שענער און בעסער אויסגעשטעלט, צו די הנאה פון די פילע צוהערער. &nbsp; פארשטייט זיך אז עס גייט נישט אין איין מינוט, עס גייט אריין אין דעם א געוואלד מיט צייט, כח, און ארבעט, און דעריבער נעמט צייט ביז זאכן זענען זיך מסדר אין פלאץ ווי עס דארף צו זיין. דער עיקר שוועריקייט ביי די חשובע צוהערער איז געווען דאס וואס די נומערן פירן נאך צום אלטן סיסטעם און נישט יעדער האט געקענט מיטהאלטן אלע נייע שיעורים און שמועסן וואס זענען ארויף אויפ'ן ליין ביים נייעם סיסטעם. דאס אריבערפירן די נומערן האט זיך פארצויגן לענגער ווי געראכטן, און די פארוואלטונג פון קול ברסלב טוט זיך אנטשולדיגן אויף די עגמת נפש וואס דאס האט אנגעברענגט פאר אזויפיל אידישע קינדער וואס ווארטן מיט דארשט צו הערן נאך און נאך עצות און שכל אין לעבן, די חיזוק און לימודים פון הייליגן רבי'ן וואס זענען מחי' נפשות און בלאזן אריין לופט צום אטעמען און אקסיגן צום לעבן. &nbsp; שרייבנדיג די שורות זענען בלויז די קאנאדישע נומערן שוין אריבערגעפירט געווארן צום נייעם סיסטעם, און מיר בעטן און האפן צום אייבערשטן אז ווען איר וועט ליינען דעם באריכט וועלן שוין אלע לאקאלע נומערן פון אלע געגנטער זיין אריבערגעפירט. דערווייל האבן מיר צוגעשטעלט צייטווייליגע לאקאלע נומערן פאר אמעריקע און ארץ ישראל, וואס וועט ווארשיינליך אויפהערן ארבעטן נאכדעם וואס די ארגינעלע אלטע נומערן וועלן שוין פירן צום נייעם סיסטעם. &nbsp; פאר "קול ברסלב" רופט אין אמעריקע 845-299-2224 און אין ארץ ישראל 0723701948 פאר "קוואל פון חיזוק" רופט אין אמעריקע 718-705-5382 און אין ארץ ישראל 0723701916 &nbsp; וויבאלד דער נייער סיסטעם פון "קול ברסלב" איז אנדערש אויסגעשטעלט און קומט מיט אנדערע אויסוואלן און באקוועמליכקייטן ווי ביז יעצט וועלן מיר איבערגיין אין קורצן טייל פון די נייע אויסשטעל. &nbsp; צום ערשט דארף מען דרוקן פאר אידש &nbsp;1 ווי ביז יעצט, און דערנאך קען מען דרוקן 0 צו הערן אלע נייע אפדעיטס און נייע זאכן וואס זענען ארויף אויפ'ן ליין. ביים אפדעיט קעסטל (0) קען מען אלץ גיין צום קומענדיגן אפדעיט דורכך דרוקן דעם פאונד קנעפל (#) און צוריק דורכך דרוקן דעם זירא (0) קנעפל. 1 - שיעורים פארן טאג &nbsp; * דא קען מען הערן יעדן טאג די פרישע חיזוק יומי עטליכע קורצע מינוט מיט שכל און חיזוק פאר'ן טאג. &nbsp; * אויך איז דא דא אן אפטיילונג אנצוקומען שנעל צו די נייעסטע שיעורים. &nbsp; * א פרישע חידוש איז דארט געווארן צוגעלייגט, מיטן נאמען "היינטיגע שיעורי תורה", וואו מען קען הערן יעדן טאג די היינטיגע שיעורים, צו לערנען אדער צו מיטצוזאגן, דער בלאט בבלי און ירושלמי און דער פרק תוספתא, צוויי פרקים נ"ך פארגעלערנט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א וואס איז ממש מחי' נפשות. &nbsp; * אזוי אויך געפונט זיך אין דעם קעסטל דער אפטיילונג פון "עניני דיומא", א זאמלונג פון אלעס וואס געפונט זיך אויפ'ן ליין, אויסגעשטעלט לויט'ן סדר פון מועדי וזמני השנה. 2 - שיעורי התחקות &nbsp; * דא געפונט זיך דער אפטיילונג פון שיעורי התחזקות, אריינגערעכענט אלע שיעורי התחזקות, טעגליכע שיעורים, וועכנטליכע שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס ווי באקאנט האבן זיי דעם כח צו נעמען סיי וועלכן איד, אין סיי וועלכע מצב ער געפונט זיך נאר, און אים ברענגען נענטער צום אייבערשטן לויט זיין דרגא. &nbsp; * אויך קען מען דארט הערן שיינע חיזוק שטיקלעך ארויסגעשניטן פון די גמרא שיעורים, מיט נאך פילע שיעורי התחזקות אין אנדערע געלעגענהייטן. 3 - שיעורי תורה &nbsp; * דא קען מען טרעפן א גאר רייכער אויסוואל פון שיעורים אין פילע חלקים פון די הייליגע תורה, פארגעלערנט בטוב טעם ודעת מיט געשמאק, נישט צו לאנג און נישט צו טיף, אויף גאר א בא'טעמ'טע פארנעם, אז יעדער זאל קענען שפירן די זיסקייט פון די הייליגע תורה. פילע אידן האבן זיך אויסגעדרוקט אז זיי האבן אלץ געמיינט אז זיי וועלן שוין קיינמאל נישט פארשטיין א שטיקל גמרא, ביז ווען זיי זענען אנגעקומען צו די זיסע געשמאקע שיעורים ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט פאר א בלאט גמרא אזוי שיין און לייכט. &nbsp; * אויך געפונט זיך דא דער אפטיילונג "שיעורים מיטצוזאגן" גאר א גרויסער אויסוואל פון שיעורי תורה צו קענען מיטזאגן זייענדיג אונטערוועגנס, גמרא בבלי, ירושלמי, תוספתא, משניות, חומש, שלחן ערוך, און נאך, פון וואס פילע אידן זענען גאר שטארק נהנה, אויך קען מען מיטזאגן גאנץ תהלים, תיקון הכללי, תפלת הדרך און נאך. 4 - שמועסן און פארברענגען &nbsp; * דא קען מען הערן די הונדערטער גאר שיינע רייכע אינטערוויוס און שמועסן דורך מו"ה יואל טייטלבוים שליט"א. &nbsp; * אזוי אויך געפונט זיך דא דער נייער מוצאי שב"ק פראגראם מיט'ן נאמען "חמין במוצאי שבת", שמועסן צווישן מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו און מו"ה יענקי פיש הי"ו. &nbsp; * שיינע מעשיות פון די צדיקים וואס זייער יארצייט געפאלט די וואך דורך מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו &nbsp; * שמועסן איבער באזוכן אין טורמע, און יעדע וואך נייע חידושים און אינטערוויוס. &nbsp; * די אפטיילונג "לעובדא ולמעשה" דורך מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו וואס גייט איבער וואס עס איז געווען די וואך אין די בתי מדרשים און מוסדות היכל הקודש איבער די גארער וועלט, יעדע וואך מיט פרישע געסט וואס איז גאר אינטערעסאנט. &nbsp; * דער ליל שישי פראגראם "א בליק מיט די ברסלב'ע ברידער", צוויי די צוויי ברידער מו"ה יואל און מו"ה אברהם הערש וועבערמאן שיחיו, וואס שמועסן איבער די נייעס פון די וואך, וועלטליכע נייעס, אידישע נייעס, היכל הקודש נייעס, און שטעטל נייעס, מיט פילע אינהאלטסרייכע אינטערוויוס יעדע וואך, פון וואס די צוהערערער זענען זיך מחי'. &nbsp; * אויך קען מען הערן "פערזענליכע מעשיות", ווי מענטשן דערציילן זייערע אייגענע איבערלעבענישן ווי אזוי זיי זענען געהאלפן געווארן דורך תפלה, דורך בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, ווי אויך פערזענליכע מעשיות פון הפצה, און נאך פילע גאר אינטערעסאנטע שמועסן און פארברענגען. 5 - קינדער ווינקל &nbsp; * דא וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף קומען גאר שיינע סורפרייזעס פאר די חשובע קינדער, וואס אנטשפרעכט צו האלטן די קינדער געשפאנט מיט גאר שיינע מעשיות און פראגראמען. - ווארטס מיט שפאנונג! 6 היכל נגינה &nbsp; * דא קען מען טרעפן א רייכע זאמלונג פון ניגונים, שטייטע און שנעלע, קורצע און לאנגע, וואס וועקן דאס הארץ צום אייבערשטן און לעבן אויף דעם מענטש מיט אמונה און די עצות פון הייליגן רבי'ן. עס איז כדאי אויסצוהערן אויף נומער 9 און דערנאך 2, די אלע באקוועמליכקייטן און אפציעס מיט וואס מען קען זיך באנוצן בשעת'ן הערן דעם ליין, בפרט ווי זאכן האבן זיך געטוישט פונעם אלטן סיסטעם. &nbsp; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האפן מיר אז גאנץ בקרוב וועט דער נייער סיסטעם זיין פולשטענדיג אויפגעשטעלט, אלע קנעפלעך וועלן ארבעטן ווי עס דארף צו זיין, און אלע לאקאלע נומערן וועלן שוין זיין אריבערגעפירט. מיר בעטן די הילף פון אנשי שלומינו און די חשובע צוהערער אז יעדער זאל צולייגן עטליכע תפלות, בעטן דעם אייבערשטן אז מיר זאלן מצליח זיין, וואס דאס וועט זיין בלויז אייער הצלחה צו קענען הנאה האבן פון דעם געשמאקן אויפגעפרישטן טעלעפאן ליניע. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם!

    < זעה מער ו כסלו תשפ"ג 📝
  • ברסלב סענטער עפפ ווערט שטארק פארבעסערט און אפדעיטעט

    אסאך אידן דארפן צוקומען אין די ביזנעס צו פארשידענע דיווייסעס ווי טעלעפאנען און טעבלעטס וואס ארבעטן הויפזעכליך מיט עפפס, דער סמ"ך מ"ם ארבעט אריין אויף קעסל און כלים עס אנצופילן חס ושלום מיט אלע סארטן מרעין בישין, און מיט דעם אראפווארפן דעם איד אין עקלדיגע עבירות און דורכדעם פארברענען זיין מח וואס נעמט אוועק דעם איד פונעם אויבערשטן. ערליכע אידן פאלגן די רבנים און נעמען נישט אריין די כלים אין שטוב, און אויב מען דארף עס האבן ביי די ארבעט, מאכט מען זיכער עס צו כשר'ן אויפן בעסטן אופן, און מען האלט עס נאר אין אפיס "פראם ניין טו פייוו". &nbsp; אין די היינטיגע ביזנעס וועלט איז זייער מצוי אז מען מוז זיך באנוצן מיט די כלים אויף א כשר'ע און אויסגעהאלטענע וועג, דערפאר איז זייער וויכטיג אנצופילן די כלים מיט ערליכע זאכן, הייליגע זאכן, און אנשטאט מען זאל לייגן אויף די דיווייסעס אזוי גערופענע "כשרע ענטערטעימענט" עפפס וואס אין בעסטן פאל פארברענט עס די צייט מיט נארישקייטן, לייגט מען ארויף דערויף עפפס וואס וועט מיר דערמאנען פונעם אייבערשטן, דערמאנען איך זאל עפענען א חומש, דערמאנען אז דער אייבישטער ווארט אז איך זאל רעדן צו אים. &nbsp; ווי מיר האבן שוין באריכטעט האבן עטליכע אינגעלייט מאנשי שלומינו אריינגעלייגט גרויסע כחות צו ערצייגן א הערליכע געשמאקע עפפ פארן ברסלב סענטער וועבסייט, וואס האט שוין געהאט טויזנטער דאונלאודס פון פילע לענדער איבער די וועלט, דאס מערסטע פארשטייט זיך אין אמעריקע, און נאכגעפאלגט מיט ארץ ישראל, קאנאדא, ענגלאנד, ארגענטינא און נאך, פון וועמען מען הערט צוריק גאר גוטע גריסן, ווי געשמאק און שיין דאס איז אהער געשטעלט. &nbsp; מענטשן נוצן דאס ביים רויט לייט אויפן טראק צו ליינען א בריוו פון ראש ישיבה, ביים לאנטש ברעיק צו הערן א חיזוק יומי, אדער אין א שווערע מינוט צו טרעפן חיזוק און עצות. &nbsp; אויף די פילע פידבעק פון די באנוצער, האט מען אין די לעצטע חדשים זינט מען האט עס געלאונטשט, צוגעלייגט פילע אפדעיטס און נייע פיטשערס. &nbsp; פאלגענד זענען די אפדעיטס צום עפפ: 1. נאטיפיקאציעס: מען באקומט שוין נאטיפיקאציעס פאר יעדע נייע זאך וואס ווערט ארויפגעלייגט אריינגערעכענט בילדער, נייעס, קליפס, שיעורים, בריוו און טעגליכע בריוו. און מען קען אנשטעלן פאר וועלכע זאך מען זאל באקומען א נאטיפיקציע און וועלכע נישט. &nbsp; 2. דאונלאודס: מען ארבעט יעצט אז מען זאל קענען דאונלאודן די שיעורים, קליפס און בילדער. &nbsp; 3. בעקגראונד פלעי: מען ארבעט יעצט אויף א פיטשער אז מען זאל קענען הערן שיעורים אפעלו ווען מען גייט ארויס פונעם עפפ, "פיקטשער אין פיקטשער", דאס הייסט אז ווען מען גייט ארויס פון די פעידזש פון א ווידיא, שפילט עס ווייטער, נאר די פלעיער ווערט קליין. און אויב מען מאכט צו די פּלעיער וועט עס ווייטער שפילן אין די בעקגראונד. &nbsp; דאס איז בלויז א חלק פון די נייע זאכן וואס גייען זיין אי"ה אין די קןמענדיגע שטיק צייט.

    < זעה מער ה כסלו תשפ"ג 📝
  • הפצה פארברענג ביים ראש ישיבה אינדערהיים

    פארגאנגענעם דינסטאג נאכט פרשת תולדות איז פארגעקומען ביים ראש ישיבה אינדערהיים א הערליכע "הפצה פארברענג" פאר די בחורים וואס גייען ארום און זענען מפיץ פאר אידישע קינדער די הייליגע קונטרסים וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן, און מיט דעם זענען זיי מחי' אידישע קינדער וואס לעכצן אויף חיזוק אנצוגיין אינעם טאג טעגליכע לעבן, און ביים רבי'ן קען מען טרעפן געוואלדיגע חיזוק אויף יעדע פראבלעם וואס איז נאר דא. &nbsp; אלע בחורים האבן פארציילט זייער מעשיות פון הפצה, וואס זיי האבן מיטגעלעבט בשעת'ן גיין הפצה, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה אריינגערופן אינמיטן מו"ה יואל שניצלער הי"ו וואס פירט אן די מכון עצתו אמונה, און געבעטן די בחורים זאלן אים פארציילן וויאזוי מענטשן זענען זיך מחי' מיט די קונטרסים און ספרים וואס ער גיבט ארויס. די "הפצה פארברענג" האט דער ראש ישיבה געמאכט נאר פאר דעם ציל צו מחזק זיין די בחורים זיי זאלן ווייטער עוסק זיין אין די הייליגע ארבעט, וואס דאס איז געווען ביי מוהרא&rdquo;ש די חשוב&rsquo;סטע זאך וואס איז נאר דא. און אזוי ווי דער ראש ישיבה דרוקט זיך אויס אין א בריוו: ביי מוהרא&rdquo;ש איז געווען הפצה די ערשטע, די לעצטע, די מיטלסטע און די גאנצע זאך! &nbsp; ווי דער ראש ישיבה דרוקט זיך אויס אין א בריוו צו א מפיץ "וואויל איז אייך און וואויל איז אייער חלק אז איר פאלגט דעם רבי'ן; דער רבי הייבט אן די מעשה פונעם חיגר (סיפורי מעשיות, מעשה ג): "מעשה, אמאל איז געווען א חכם, פאר זיין טויט האט ער גערופן זיינע קינדער און זיין משפחה, און האט זיי געלאזט צוואה אז זיי זאלן 'אנטרינקען ביימער'; איר מעגט עוסק זיין אין אנדערע פרנסות אויך, נאר דאס זאלט איר זען שטענדיג צו טון: 'אנטרינקען ביימער'"; מוהרא"ש איז מסביר (ספר נהרי אפרסמון) אז דאס גייט ארויף אויף מקרב זיין מענטשן צום אייבערשטן, ווייל א מענטש איז צוגעגליכן צו א בוים, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (דברים כ, יט): "כִּי הָאָדָם עֵץ הַשָּׂדֶה", און מען דארף עס אנטרינקען מיט אמונה. &nbsp; "כָּל הַמְקַיֵים נֶפֶשׁ אַחַת מִיִּשְׂרָאֵל, כְּאִילוּ קִיֵים עוֹלָם מָלֵא"; (סנהדרין לז) כל שכן ברוחניות (ראש ישיבה)

    < זעה מער ד כסלו תשפ"ג 📝
  • כולל מסיבה מיט סעודת ראש חודש ביים ראש ישיבה אינדערהיים

    גאר א שיינע מסיבה לטובת דעם כולל היכל הקודש צוזאמען מיט א סעודת ראש חודש איז פארגעקומען ביים ראש ישיבה שליט"א אינדערהיים ווי עס זענען געווען געלאדענט די וואס האבן די זכיה צו העלפן דעם כולל צו קענען צאלן פאר די חשובע אינגעלייט וואס לערנען פלייסיג די הייליגע תורה וואס אויף דעם שטייט די וועלט. &nbsp; די מסיבה איז פארגעקומען אויף א באשיידענעם אופן ביים ראש ישיבה אינדערהיים, מען האט סערווירט א סעודה, און אינצווישן האט מען געהאט די זכי' צו הערן שיינע שמועסן פונעם ראש ישיבה, הערליכע שכל וואס מען קען מיטנעמן אויף ווייטער פאר די גאנצע לעבן. &nbsp; ביים שמועס איז געווארן אויסגעשמועסן גאר שיינע נושאים צום ביישפיל האט מען גערעדט איבער די גרויסע זכות צו קענען העלפן אינגעלייט וואס זיצן און לערנען, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען זעט אין די משנה אין זבחים (פרק א' משנה ב') "שמעון אחי עזריה אומר", האט דער ראש ישיבה געפרעגט, וואס איז פשט אז ווען מען ווילן רעדן פון שמעון, שרייבט מען "שמעון דער ברודער פון עזריה"? נאר, האט דער ראש ישיבה געזאגט, דאס איז צוליב עזריה האט אויסגעהאלטן זיין ברודער שמעון זאל קענען לערנען, ממילא האט ער דעם זעלבן חלק אין זיין ברודער'ס לערנען, אזוי ווייט אז ווען מען שרייבט א מימרא פון שמעון, שרייבט מען "שמעון אחי עזריה אומר", ווייל נאר אין זיין זכות האט ער געקענט לערנען און אויסוואקסן א צדיק.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז די אינגעלייט פון כולל האבן זיך נארוואס פארהערט ביי חשובע רבנים הלכות מקוואות, און אז די רבנים האבן געשריבן אז זיי האבן נאכנישט געהאט אזאנע אינגעלייט וואס זאלן קענען אזוי גוט הלכות מקוואות דורך און אדורך.&nbsp; &nbsp; דערנאך איז ארויפגעקומען די נושא פון שידוכים, איינער האט געברענגט און געוויזן פאר'ן ראש ישיבה א ספר פון דעם גרויסן גאון רבי חיים קנייבסקי זי"ע וואס באשטייט פון בריוון וואס מען האט צוזאמגענומען פונעם גאון וואס ער האט געענטפערט איבער די נושא פון שידוכים. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער ארויסגענומען א געוואלדיגע שכל פון איינע פון די בריוון, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז איינער פרעגט דארט אן ביי רבי חיים'ען וואס מען זאל טון אויב די בחור אדער די מיידל האט א געוויסע באהאלטענע פראבלעם, אויב מען דארף דאס זאגן פאראויס, און אויב יא ווען זאל מען עס זאגן? האט אים רבי חיים געענטפערט אין צוויי ווערטער "לפני שגומרים" דאס הייסט ממש פאר מען ענדיגט דעם שידוך זאלסטו דאס זאגן, ווייל דעמאלט נאכן זיך טרעפן און זען אויב מען איז מסכים צום שידוך, קען מען גרינגער מחליט זיין אויב מען וויל יעצט נישט ווייטער גיין צוליב דעם פלעק און נישט קוקן דערויף. אבער אויב זאגט מען דאס ווען גלייך ווען מען טראגט אן דעם שידוך וועט יענער לכאורה גלייך אפזאגן דעם שידוך. דאס איז א הפלא'דיגע שכל.&nbsp; &nbsp; אויך האט מען ארום גערעדט נאך שיינע נושאים, פאר איבער צוויי שעה, מען קען עס זען און הערן אויף ברסלב סענטער ביי די שיעורים אפטיילונג אונטערן קעסטל פון די טעגליכע שיעורים פון פרשת תולדות, אזוי אויך קען מען עס הערן אויף קול ברסלב ביי די טעגליכע שיעורים פונעם ראש ישיבה, עס לוינט זיך אויסצוהערן.

    < זעה מער ג כסלו תשפ"ג 📝
  • שבת התוועדות מיט געקליבענע צאל בחורים אין גלילות קרית יואל

    איינע פון די זאכן וואס דער ראש ישיבה מאנט פון די בחורים, איז אז ווער איז וויל זיין א תלמוד פון ישיבה, מוז גיין נאך געלט. דער ראש ישיבה זאגט פאר די בחורים, אז ווען מען העלפט די ישיבה העלפט מען זיך אליינס. די בחורים תלמידי הישיבה, גייען טאקע כסדר נאך געלט, און געבן איבער דאס געלט וואס זיי האבן צוזאם גענומען פארן ראש ישיבה. דער ראש ישיבה זאגט אז די קליינע סכומים צוזאם געשטעלט דורך די בחורים, איז אים אסאך מער חשוב ווי איינער וואס געט אפילו א גרעסערע סכום פון זיין מעשר געלט. &nbsp; פארגאנגענע וואך שב"ק פרשת חיי שרה, איז דער ראש ישיבה ארויסגעפארן מיט זיין משפחה צו א שיינע פלאץ אין גלילות פון קרית יואל, ווי מען האט געפראוועט א שיינע שבת מיט די בחורים וואס גייען נאך געלט. &nbsp; די בחורים האבן געדאווענט און געגעסן אלע סעודות שבת קודש אינאיינעם מיטן ראש ישיבה. אזוי אויך האבן די בחורים מיטגעהאלטן די תפלות מיטן ראש ישיבה וואס האט געדאווענט אלע תפלות פארן עמוד. &nbsp; במשך די סעודות שבת האבן די בחורים געשמועסט שעות לאנג מיטן ראש ישיבה פון די זיסע עצות פון רבין, בעיקר האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז ווער עס וויל זיך האלטן ביים הייליגן רבין, מוז האבן א גוטע חבר מיט וועם צו שמועסן, א חבר וועט מחזק זיין. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט אז נאר אזוי האט ער זיך געקענט האלטן ביים רבין, ווייל ווען ער איז נתקרב געווען צום רבין האט ער געהאט א גוטע חבר הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א וואס זיי פלעגן זיך אלץ מחזק זיין איינע דעם צווייטן, בפרט האט דער ראש ישיבה געזאגט, איז עס וויכטיג נאכדעם וואס דער סמ"ך מ"ם פרובירט אלץ צו מאכן פאר א מקורב חלישת הדעת, ער מאכט שפירן דעם מענטש "מ'דארף דיך נישט", אדער מענטשן זאגן אים "עס איז נישט פאר דיר, דאס איז א פלאץ פון שוואכע", אדער ווען די משפחה מישט זיך אריין, און אזוי ווייטער מוז מען האבן א גוטע חבר, כדי מען זאל נישט צופאלן. &nbsp; איינער פון די תלמידים האבן געפרעגט דעם ראש ישיבה וויאזוי קען מען צוקומען צו אזעלכע גרויסע מדרגות ווי דער היילגער רבי און מוהרא"ש זענען צוגעקומען. האט דער ראש ישיבה געענטפערט "אז דו וועסט זיין גרייט צו דינען דעם אייבערשטן אפילו מ'שטופט דיר אוועק, דו וועסט גארנישט וועלן אויסער דינען דעם אייבערשטן, וועסטו אנקומען צו זייער שיינע זאכן". &nbsp; דער ראש ישיבה איז אריין אין א שמועס איבער "עין הרע", פון אלע זייטן שרעקט מען אן און מען פרובירט צו שטופן דעם מענטש זיך כסדר "אפצושפרעכן", דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז אויב מ'לעבט מיט אייבערשטן, דארף מען נישט מורא האבן פון קיינעם, אויך נישט פון קיין עין הרע, דער אייבישטער היט. &nbsp; מוצש"ק האט מען געהאט צוגאסט הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א מיט זיין זון הרה"ג ר' זלמן לייב שליט"א. דער ראש ישיבה האט מכבד געווען רבי אברהם חיים צו רעדן, וואס האט מהנה געווען דעם עולם מיט שיינע דברי תורה. &nbsp; דערנאך האט ראש ישיבה מכבד געווען רבי זלמן לייב צו פארציילן א מעשה פון א צדיק, ווי מען פירט זיך מוצש"ק כדי אנצוהייבן די וואך מיט אמונת חכמים. &nbsp; דער ראש ישיבה איז אריין אין א שמועס איבער רבי נתן'ס התקרבות וואס האט זיך אנגעהויבן א מוצש"ק, דער ראש ישיבה האט פארציילט אז רבי נתן איז געווען אין א חבורה פון חסידישע אינגעלייט וואס פלעגן פראווען מלוה מלכה אינאיינעם, זיי פלעגן מאכן א גורל יעדע וואך ווער עס זאל ברענגען די בייגעלעך, איינמאל ווען עס איז געפאלן דעם גורל אויף רבי נתן, האט ער אויפן וועג געטראכט צו זיך "פאר דעם בין איך געקומען אויף דער וועלט צו קויפן בייגעלעך?" ער איז געווען זייער צובראכן, און האט געטראפן א שול וואס די עזרת נשים איז געווען אפן, און ער האט זיך געזעצט זאגן תהלים מיט גרויס געוויין, און ביי קאפיטל נ"א איז ער אנטשלאפן געווארן אויפן תהלים, און ער האט זיך געחלומט ווי ער פרובירט ארויפצוגיין אויף א לייטער, אבער ער פאלט כסדר אראפ, און וואס העכער ער באווייזט צו גיין, אלץ גרעסער איז דער קלאפ נאכדעם וואס ער איז אראפ געפאלן, אינמיטן קומט א איד און זאגט אים "דראפע דיך און דערהאלט דיך". שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום הייליגן רבין האט ער דערקענט אז דער מענשט וואס האט אים מחזק געווען אינעם חלום אז ער זאל זיך דערהאלטן איז געווען דער הייליגער רבי. &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארויסגעברעגט אז דאס איז דער הייליגער רבינ'ס לימוד, מען זאל גיין ווייטער און נישט קוקן אויף צוריק, נאר אלץ אנהייבן פון יעצט, און אזוי וועט מען צום סוף אנקומען צו גאר גרויסע מדריגות. &nbsp; די בחורים זענען אהיים מיט די געשמאקע טעם פון א שבת מיטן ראש ישיבה וואס וועט זיי פארבלייבן אין זכרון פאר גאר לאנג.

    < זעה מער א כסלו תשפ"ג 📝
  • שיינעם באזוך פונעם ראש ישיבה אין שטעטל

    פארגאנגענעם מיטוואך און דאנערשטאג חיי שרה האט דער ראש ישיבה באזוכט אין שטעטל, און ארום געגאנגען באזוכן אין אסאך פלעצער, אויפן וועג אהיים פונעם באזוך האט דער ראש ישיבה געשריבן א בריוו איבער דעם באזוך און וואס ער האט מיטגעהאלטן אין שטעטל. &nbsp; דער ראש ישיבה איז ארויסגעפארן ביינאכט צום שטעטל צו א בר מצוה. דער בר מצוה בחור האט מסיים געווען ביי די בר מצוה מסכת שבת, במקום זיין פשעטל. &nbsp; ביי די בר מצוה האט דער ראש ישיבה געזאגט אז עס איז אים נישט גרינג ארומצופארן צו שמחות, דאך איז ער ארויסגעקומען צו די בר מצוה, צוליב וואס די עלטערן האבן געמאכט די סעודת בר מצוה אויף א פשוט&rsquo;ע איידעלע אופן ביי זיי אין שטוב, און ער האפט אז אנשי שלומינו וועלן זיין קלוג און דאס נאכמאכן, נישט אויסצוגעבן אומזיסטע געלט און זיך מאכן חובות פאר די פאר שעה, צו פראווענען א שמחה אין א זאל. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אויך גערעדט פון דאס גרויסקייט פון די אבות און די אמהות. ווי מיר זעען אין די סדרה, "שני חיי שרה" זאגט רש&rdquo;י: "כולן שוין לטובה", ווי צדיקים טייטשן אז עס איז איר שטענדיג גוט געווען; די אבות און די אמהות האבן געהאט אזא קלארע לויטערע אמונה, זיי האבן געוויסט אז אלעס וואס גייט אריבער אויף זיי - איז פאר זייער טובה. &nbsp; ווייטער זאגט רש&rdquo;י הקדוש "נסמכה מיתת שרה לעקידת יצחק, לפי שעל ידי בשורת העקדה שנזדמן בנה לשחיטה וכמעט שלא נשחט, פרחה נשמתה ממנה ומתה", שטייט פון ספרים, וואס איז דער כמעט "שלא" נשחט, עס וואלט לכאורה געדארפט שטיין "כמעט שנשחט", אויבנאויף איז דאך דאס געווען די סיבה פון איר מיתה, זאגן זיי א פארקערטע בחינה, אז שרה אמנו האט געוויסט אז אברהם אבינו איז געגאנגען טון די ווילן פונעם אייבערשטן, און ווען זי האט געהערט אז מען האט אים "נישט געשחטן" - פון דעם האט זי זיך דערשראקן, זי האט נישט געוואלט גלייבן אז איר מאן אברהם אבינו און איר זון יצחק האבן זיך נישט געקענט שטארקן אויפ&rsquo;ן שטן און טון די ווילן פונעם אייבערשטן; ווי קען זיין, נאך אזויפיל נסיונות, און ער איז אלעס בייגעשטאנען - האט ער יעצט נישט געטון די ווילן פונעם אייבערשטן, פון דעם איז געווען מיתת שרה. &nbsp; אבער באמת האט אברהם אבינו יא געטון רצון ה&rsquo;, ווייל דער אייבערשטער האט אים נישט געהייסן שחט&rsquo;ן יצחק, נאר געזאגט "והעלהו שם לעולה". ֹ דער בר מצוה בחור איז געזיצן מיט א ליכטיגע פנים; אזוי פרייליך. דאס איז פירות פון די חינוך פון אונזערע מוסדות, ווי די מלמדים און טיטשערס לייגן אריין אין די קינדער זיי זאלן זיין גרייט פאר די לעבן, זיי גרייטן אן די קינדער וואס איז א בר מצוה; נישט א זאל, נישט א שפילער, נישט א פארטי פלענער, נישט בלומען וכו&rsquo; וכו&rsquo;, נאר אז מען גייט זוכה זיין צו לייגן תפילין, מען גייט אריין לעול התורה והמצוות. &nbsp; און אזוי אויך ביי די מיידלעך, די טיטשערס לייגן אריין אין די מיידלעך וואס איז חתונה האבן; נישט א זאל, נישט בלומען, נישט א טייערע כלה קלייד, נישט טייערע צירונגען און אזוי ווייטער, נאר לעבן א שיינע זיסע לעבן, אזוי ווי דער אייבערשטער הייסט. &nbsp; נאך די בר מצוה איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום נייעם ספרים געשעפט, דער בעל הספרים סטאר האט מכבד געווען דעם ראש ישיבה צו קלאפן מזוזה. עס איז זייער געפאָלן דעם ראש ישיבה דעם געשעפט, ער האט דארט אן אויסוואל פון ספרים פאר אנשי שלומינו וואס ווילן לערנען און מסיים זיין כל התורה כולה. אנגעפאנגען פון חומש - שיינע חמשים, נ&rdquo;ך - הערליכע סעטס נ&rdquo;ך, משניות - הערליכע סעטס משניות, תלמוד בבלי - הערליכע שיינע גמרות מיט גרויסע געפינטלטע אותיות, און אזוי אויך תלמוד ירושלמי. הערליכע סעטס רמב&rdquo;ם. טור, שלחן ערוך. הערליכע סעטס מדרשים, אלע סארטן מדרשים; דער ראש ישיבה האט זיך געקויפט א סעט מדרש, א הערליכע זוהר, הערליכע תיקונים, און אלע דעם רבינ&rsquo;ס ספרים. &nbsp; דער ראש ישיבה האט באמערקט ווי ער האט אריינגעברענגט טעוועלעך שמירה ליולדת, וואס דער ראש ישיבה האט אים דאס געבעטן אריינצוברענגען, דער ראש ישיבה האט אנגעמערקט אז ער האט געזען אז אסאך ווייסן בכלל נישט פון דעם, אז מען פירט זיך אויפצוהענגען אינעם שטוב פון די יולדות, אויף אלע פיר ווענט - די טעוועלעך פון די שמירה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי ער איז אריין צו מוהרא&rdquo;ש זכותו יגן עלינו פאר די וואך נאכט פון זיין זון יצחק דוד נרו יאיר, און ער האט געפרעגט מוהרא&rdquo;ש וואס ער דארף טון, צי ער דארף אויף זיין און לערנען א גאנצע נאכט, האט מוהרא&rdquo;ש געזאגט: &ldquo;דארפסט נישט אויף זיין א גאנצע נאכט, איין זאך יא, הענג אויף די טעוועלעך אויף אלע פיר ווענט&rdquo;. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה געגאנגען קלאפן א מזוזה ביי א חשוב&rsquo;ע משפחה, משפחת זוסמאן - וואס האבן זיך יעצט אריינגעצויגן אין איינע פון די נייע דירות אויף טווין ברידזש. &nbsp; דער ראש ישיבה האט איבערגענעכטיגט אין שטעטל. און פארטאגס האב דער ראש ישיבה געהאט גרויס נחת זייענדיג אין בית המדרש אין שטעטל, ווען ער האט געזען די פילע אינגעלייט זיצן אין לערנען, מען איז זיך קובע עיתים לתורה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זיך זייער געפריידט צו קענען טרעפן דעם דיין שליט&rdquo;א, דער דיין האט איבערגעגבן פארן ראש ישיבה שליט"א זייער שיינע גרוסן סיי פון די כולל אינגעלייט און סיי פון אלע משפחות וואס פרעגן שאלות, דער ראש ישיבה האט גערעדט מיטן דיין פארשידענע זייער וויכטיגע זאכן &nbsp; דער ראש ישיבה האט געטראפן הרב רבי יצחק לעסער שליט&rdquo;א, דער ראשי ישיבה האט זיך אויסגעדרוקט א געוואלדיגע שמחה צו קענען ארייננעמען אין זיין שטוב אזא גאסט, הרב רבי יצחק שליט&rdquo;א וועלכע איז געקומען צו וויילן אין שטעטל אויפן פארגאנגעם שבת. ווען די תפילות, די באטע און די שלש סעודות איז געפראוועט געווארן אין האשקי שול, וואס איז געווען א גרויסע חיזוק פאר אלע משפחות פון אנשי שלומינו. &nbsp; אינדערפרי האט דער ראש ישיבה גערופן איינער פון די חשוב&rsquo;ע מלמדים וואס פירן די באס און אים געבעטן: &ldquo;איך וויל מיט דיר מיטגיין ארומפארן די שטעטל&rdquo;; דער ראש ישיבה האט געזאגט "וואס זאל איך דיר זאגן, דאס געבט מיר כח." ביי יעדע שטוב וואו די באס האט זיך אפגעשטעלט איז דער ראש ישיבה אראפגעקומען פון באס, און אויסגעשריגן &ldquo;א גוט מארגן! שלום עליכם!&rdquo; אויך א גאנצע וועג אויפ&rsquo;ן באס האט דער ראש ישיבה פרייליך געמאכט די קינדער. &nbsp; ניין אזייגער, ווען די קינדער זענען אנגעקומען איז דער ראש ישיבה געגאנגען דאווענען שחרית מיט די עלטערע קינדער, די ישיבה קטנה פון קרית ברסלב; דער מגיד שיעור זייערער איז הרב ישראל יוסף שניצלער שליט&rdquo;א, וואס ער געבט זיך אפ מיט די בחורים מיט א געוואלדיגע איבערגעגעבנקייט נישט צום באגרייפן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אנגעטון תפילין פאר&rsquo;ן פרישן בר מצוה בחור אפרים פישל נרו יאיר און נאכן דאווענען איז געווען א שטיקל לחיים. &nbsp; דער ראש ישיבה האט געגעבן א שיעור פאר די מלמדים און טיטשערס; דער ראש ישיבה האט זיי דערציילט די גוטע נייעס אז ברוך ה&rsquo; האברך נתן יוסף ברוך בן טויבא וואס דארף א רפואה שלימה איז שוין אראפ פון די רעספערעיטאר און זיין מצב ווערט בעסער און בעסער, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דאס אלעס איז אין זכות פון די תפילות וואס מיר אלע בעטן און וואס די קינדער בעטן. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין קרית יואל, צו מחזק זיין די חדר און בית פיגא אין קרית יואל.

    < זעה מער ל חשון תשפ"ג 📝
  • נייע ספר "יכיר איש" על אגדות הש"ס ארויס פון דרוק

    ברב שבח והודאה צום הייליגן באשעפער זענען מיר זוכה צו אן ערשטמאליגער חבור אין אידיש אויף אגדת הש"ס, א חבור וואס באלייכט די אויגן מיט די הערליכע עצות און לימודים וואס דער ראש ישיבה שליט"א נעמט ארויס פון די הייליגע ווערטער און פירונגען פון די הייליגע תנאים ואמוראים אשר מפיהם ובזכותם אנו חיים. &nbsp; דער הייליגער רבי נתן זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן - זאגט גאט אזוי"; דאס קען מען שפירן באשיינפערליך ביים אריינקוקן אין דעם חבור, ווי יעדעס ווארט קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן, און געבט א וועג צו לעבן מיט'ן אייבערשטן און גיין אויף די תורה וועג, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (ספרי עקב ו, ו:) "רצונך שתכיר את מי שאמר והי' העולם למוד אגדה". &nbsp; מכון עצתו אמונה האט אנגעויבן בעז"ה מיט מסכת תענית, נאכדעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעדרוקט זיין באגער ארויסצוקומען מיט די חידושים אויף די מסכתא. אזוי אויך אז די מסכתא האבן פילע בחורים שיחיו מסיים געווען דעם פארגאנגענעם ראש השנה, שליסנדיג א תקופה פון פערציג טעג, אנגעהויבן פון חמשה עשר באב, וואס זיי האבן געלערנט דעם מסכתא יעדן טאג מיט מסירות נפש און גרויס יגיעה, זוכה זיין צו די סגולה פון אבינו רוענו מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, וואס האט מגלה געווען דעם גרויסן סגולה, זוכה זיין צו א זיווג הגון. &nbsp; דער ספר איז אויסגעשטעלט זענען לויט די סדר הדפים, און איז צאמגענומען פון די בריוון אין ספר איש אמונות, און ספר עצתו אמונה. &nbsp; כאטש דער ספר איז מלא וגדוש מיט הערליכע עצות, חזוק און הדרכה, פארט אבער איז דאס כטפה מן הים פון וואס איז פארהאן פונעם ראש ישיבה שליט"א אויף די מסכתא, מכון עצתו אמונה האפט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף דאס צו איבערדרוקן ביי א קומענדיגע געלעגנהייט מיט פילע הוספות. &nbsp; מכון עצתו אמונה בעט פון אנשי שלומינו שיחיו, אויב האט מען א גמרא מסכת תענית וואס דער ראש ישיבה האט אריינגעשריבן א בריוו אדער אפילו אפאר ווערטער, ווי אויך אויב האט איר מיטצוטיילן א מעשה מיט א שידוך וואס איז צושטאנד געקומען אין די צייט פון ענדיגן מסכת תענית פערציג מאל וכדומה, ביטע דאס אריינשיקן צו maebreslev@gmail.com און מען וועט דאס בעז"ה דרוקן אינעם קומענדיגן מהדורה. &nbsp; אנשי שלומינו בעטן ווייטער דעם אייבערשטן, אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל זוכה זיין צו קענען ווייטער אנגיין מיט די געוואלדיגע הבצת התורה ואמונה, געזונטערהייט, און זוכה זיין ארויסצוגעבן די פילע בריוו, חבורים און דרשות אריינצוברענגען דעם אייבערשטן אין די וועלט. &nbsp; 📖 צו קויפן דעם נייעם ספר "יכיר איש אויף מסכת תענית"

    < זעה מער כט חשון תשפ"ג 📝
  • גאר דערהויבענע שבת אין שטעטל מיטן גרויס גאסט הרב רבי יצחק לעססער שליט"א

    גאר א דערהויבענעם שבת איז אריבער אין שטעטל במחיצת הרב רבי יצחק לעזער שליט&rdquo;א פון יבנאל עיר ברסלב, גאר אסאך געסט זענען געקומען צו פארן אויף שבת אין שטעטל צו קענען מיטלעבן דעם דערהויבענעם שבת מיט&rsquo;ן גרויסן גאסט. &nbsp; די תפילות און טישן זענען פארגעקומען אין בית המדרש הגדול אויף די האשקי גאס, פרייטאג צונאכטס נאך די סעודה איז מען זיך צוזאם געקומען צו א באטע אין בית המדרש ווי מען האט זינגען צוזאמען זמירות און ניגונים לכבוד שבת. &nbsp; דערנאך האט מען געהאט די זכי&rsquo; צו הערן דברי תורה פונעם גרויסן גאסט, וואס האט גערעדט שטארקע התחזקות איבער די נושא פון "זיך שטענדיג באנייען" פון די פרשה ויהיו שני חיי שרה, 'שני' קען אויך טייטשן 'צוויי' אז א יעדע איד האט צוויי מיני לעבנס, איינס בגשמיות און איינס ברוחניות און מען דארף אין ביידע לעבנס וויסן וויאזוי מען איז זיך מחדש, ווי רש"י זאגט בת ק' כבת כ' וכו' און מען דארף אייביג זיך אויפפרישן, ווייל אויף די וועלט איז אויך דא א גן עדן נאר דער רבי זאגט (ליקו"מ חלק א' סימן רפ"ו) טבעו בארץ שעריה אז דער צדיק הייבט אויף די טויער אז דער מענטש זאל קענען אריינגיין אין גן עדן&lrm;&lrm;. רבי אברהם שטערהארץ אן אייניקל פון רבי נתן ווען ער איז שוין געווען העכער די ניינציג האט ער ארויפגעלייגט יעדן טאג די הענט אויף די מזוזה און געזאגט: "א נייע טאג!!&lrm;&lrm;" &nbsp; אינדערפרי האט מען געדאווענט צוזאמען א ווארימע דאווענען, נאכן דאווענען האט רבי יצחק פארגעלערנט סיפורי מעשיות (די ערשטע מעשה), ווי דער הייליגער רבי הייבט אן: "אויפן וועג האב איך דערציילט א מעשה וואס ווער עס האט געהערט די מעשה האט געהאט א הרהור תשובה". רבי יצחק איז אריין אין א שיינע שמועס אז די וועג איז יעדע מענטשנ'ס לעבן וואס ער גייט דורך שוועריגקייטן אבער מיט א צדיק קען מען אלעס גרינגער דורכגיין&lrm;&lrm; &ldquo;דא אויף די וועלט איז מען אויפן וועג אנצוקומען צו די אייביגע וועלט, ווילאנג מען איז דא אויפן וועג כאפט מען אריין צו טון מצות ומעשים טובים&rdquo;. &nbsp; א איד איז אמאל געקומען צום הייליגן חפץ חיים זי&rdquo;ע, ער קומט אריין אין שטוב זעט ער אז עס איז דא דארט אן אלטער טיש און בענקלעך, אָן קיין מעבל בכלל, פרעגט ער דעם חפץ חיים: &ldquo;וואו איז די פורניטשער&rdquo;? פרעגט אים דער חפץ חיים צוריק: &ldquo;און וואו איז אייער מעבל&rdquo;? זאגט דער איד: &ldquo;מיין מעבל איז אינדערהיים, איך האב דארט הערליכע מעבל, יעצט בין איך פשוט אינטערוועגנס, איך גיי נישט מיטשלעפן מיט מיר די מעבל&rdquo;. האט זיך דער הייליגער חפץ חיים אנגערופן צו דעם איד: &ldquo;איך בין אויך אויפן וועג, איך בלייב נישט אייביג דא אויף דער וועלט, עס איז נאר א דורכגאנג, דארט אויף יענע וועלט האב איך גאר שיינע מעבל אוועקגעלייגט&rdquo;. &nbsp; אויך האט מען ארום גערעדט פון דעם וויאזוי א מענטש קען וויסן אויב ער וואוינט אויפן ריכטיגן פלאץ, "אפשר איז מיין פלאץ נישט אין ברסלב&rsquo;ן שטעטל? אפשר דארף איך וואוינען ערגעץ אנדערש?" נאר די סימן איז, אויב דו האסט שמחה, אויב דא ביזטו א צופרידענער פרייליכער מענטש, און וועם דו טרעפסט געבסטו אים א גוט ווארט, אזוי אויך אין שטוב זעסטו נאר די גוטס אויף דיין ווייב און קינדער, איז א סימן אז דא איז די גוטע פלאץ. &nbsp; ביי שלש סעודות האט רבי יצחק שליט&rdquo;א ארום גערעדט פון דאס גרויסקייט פון א איד וואס וויל זיין ערליך, און ער זאגט דאס ארויס צום אייבערשטן: &ldquo;הייליגער באשעפער איך וויל זיין ערליך איך וויל זיין וואויל, קוק נישט אויף דעם וואס איך פאל אראפ, איך וויל נישט טון קיין שלעכטס, וואס זאל איך טון אז דער יצר הרע ווארפט מיר אראפ אין עבירות?&rdquo;. פון די ווערטער פאסירן גרויסע זאכן. &nbsp; אויך האט רבי יצחק שטארק ארום גערעדט פון די וויכטיגקייט פון האבן א מורה דרך וואס ווייזט דיר א וועג אין יעדן מצב וויאזוי זיך צו פירן, אפילו ביים רבי&rsquo;ן אליין אין ברסלב, דארף מען אויך האבן א צדיק וואס זאל דיר זאגן וואס דער רבי וויל פון אונז, און דאס האבן מיר געהאט אין דעם דור, אזא צדיק ווי מוהרא&rdquo;ש וואס האט גענומען דעם רבינ&rsquo;ס ווערטער בתמימות ופשיטות אן קיין דריידלעך, און אונז אויסגעלערנט צו גיין אויף דעם וועג, און וואס מען קען נאכנישט פאלגן בעט מען דעם אייבערשטן אז איך זאל עס סוף כל סוף קענען מקיים זיין, למשל אזא זאך ווי דער "סדר דרך הלימוד", פון ווען מוהרא&rdquo;ש האט געזען דעם שיחה אין שיחות הר&rdquo;ן האט ער עס אנגענומען אן קיין פשרות, און נישט נאר דאס, נאר ער האט געמאכט זיכער אז די גאנצע וועלט זאל אויך וויסן דערפון.&nbsp; &nbsp; זונטאג האט רבי יצחק שליט&rdquo;א באזוך אין חדר ביי אלע קלאסן, און גערעדט צו די קינדער אז זיי זאלן גיין אין די וועגן פון יעקב איש תם, &ldquo;תם&rdquo; איז ראשי תיבות תהילים און משניות, די צוויי זאכן האלן דעם מענטש ערליך. &nbsp; דערנאך האט רבי יצחק שליט"א אפגעשטאט א באזוך ביים בית הדפוס פון וואס רבי יצחק האט גאר שטארק הנאה געהאט צו זען וויאזוי מען דרוקט טויזענטער קונטרסים צו מפיץ זיין פאר אידן איבער די גאנצע וועלט.

    < זעה מער כז חשון תשפ"ג 📝
  • נייע געשעפטן אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי

    געלויבט דעם אייבערשטן די אקטיוויטעטן אין שטעטל שלאפט נישט איין, יעדן טאג וואס גייט אדורך בויעט זיך נייע געשעפטן, הייזער, בנינים פאר די מוסדות און אזוי ווייטער. &nbsp; צום ערשט ווילן מיר באריכטן איבער א ספרים געשעפט וואס עפענט זיך יעצט אין שטעטל. ברוך השם אז דער ראש ישיבה לערנט אונז אויס צו לערנען יעדן טאג די שיעורים כסדרן, אנגעהויבן פון חומש, משניות, גמרא, און שפעטער איז דא נאך שיעורים ווי מדרש, זוהר, תיקוני זוהר, דעם הייליגן רבינ&rsquo;ס ספרים, אלע חסידישע ספרים און נאך, וואס דאס אלעס האט דער הייליגער רבי אונז געזאגט אז עס איז גוט דורך צו גיין במשך דעם לעבן. דערפאר האט זיך שטארק אנגעזען די נויטיגקייט פון האבן א ספרים געשעפט לאקאל, און מען זאל זיך נישט שלעפן אריין אין שטאט פאר יעדע ספר. &nbsp; דער נייער ספרים געשעפט ווער געעפנט דורך האברך לייבי ראטה הי&rdquo;ו אונטער זיין דירה אויף די "טווין ברידזש" גאס.&nbsp; דער געשעפט וועט זיין אהערגעשטעלט גאר שיין מיט א פולע אויסוואל פון אלע ספרים און דזשודעיקע געברויכן &nbsp; אזוי אויך הערט מען איבער דעם וואס מען האט אין די טעג אנגעהויבן ארבעטן אהערצושטעלן א הערליכן "פורניטשער געשעפט" ווי מען וועט פארקויפן גאר שיינע פורניטשער פאר גאר ביליג. &nbsp; &nbsp;ווי אלע ווייסן רעדט דער ראש ישיבה גאר אסאך פון נישט מאכן קיין חובות בשעת מען מאכט חתונה, און נישט זיך ווארפן מיט אידיש געלט, דערפאר קויפט מען טאקע נישט קיין טייערע פורניטשער פאר די פרישע פארפעלקער אויף די חתונה, אבער א בעט, א טיש און בענקלעך דארף מען דאך האבן, דערפאר האט דער ראש ישיבה געזען פאר וויכטיג אויפצושטעלן אזא סארט געשעפט וואס מען וועט דארט קענען טרעפן הערליכע פורניטשער פאר ביליג. &nbsp; עס ווערט אהערגעשטעלט ביים גרויסן לאט אויף רעדקליף, דארט ווי עס בויעט זיך יעצט פרישע הייזער פאר אנשי שלומינו, די הנהלה מיט&rsquo;ן ראש ישיבה שליט&rdquo;א ארבעטן גאר שווער עס זאל זיין שיין אהערגעשטעלט אויף א געשמאקן פארנעם, צו די צופרידענהייט פון אלע תושבים. &nbsp; בקרוב האפט מען צו מעלדן די ווייטערדיגע אנטוויקלונגען פונעם פורניטשער סטאר, ווען דאס וועט זיך עפענען בשעה טובה ומצלחת.

    < זעה מער כז חשון תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 781 to 795 of 1666 results

1 2 ... 50 51 52 53 54 55 56 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com