Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שיינע סיום הש"ס אין ישיבה

    די וואך דינסטאג איז פארגעקומען א שיינע סיום הש"ס אין ישיבה, ווען הבחור החתן שמעי איינהארן ני"ו האט זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס.   עס זענען זיך צוזאמגעקומען די תלמידי הישיבה און פילע קרובים און באקאנטע זיך מיטצופרייען מיט די שמחה.   ביים סיום האט צוערשט גערעדט דער מחותן מו"ה משה ארי' שניצלער הי"ו, וואס האט ארויסגעברענגט זיינע דאנק געפילן צום אייבערשטן אז ער איז זוכה מיטצוהאלטן נאך א סיום הש"ס אין זיין משפחה, נאכדעם וואס די פריערדיגע קינדער האבן שוין זוכה געווען מסיים צו זיין ש"ס, און גלייכצייטיג געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די זכי' צו זיין ביים הייליגן רבי'ן, און דורך דעם זען אזויפיל נחת ביי אלע קינדער.   דערנאך האט דער חתן געמאכט דעם סיום, מ'האט געזינגען ווארעמע ניגונים, און דאן האט גערעדט דער טאטע מו"ה שאול חיים איינהארן הי"ו, מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן אז זיין זון האט זוכה געווען מסיים צו זיין ש"ס, און מיט דברי ברכה ער זאל ווייטער ממשיך זיין צו לערנען די הייליגע תורה זיין גאנץ לעבן.   דערנאך האט גערעדט דער ראש ישיבה שליט"א, וואס האט גערעדט בשבחו פונעם חשוב'ן חתן וואס האט אויסער זיין התמדת התורה, אויך אסאך געהאלפן אין ישיבה, און איז באקאנט מיט זיינע מדות טובות. ווי אויך אז דער חתן האט דעם ריכטיגן שכל נישט אויסצונוצן דאס געלט פון די עלטערן פאר נארישקייטן, און דערפאר האט ער געבעטן זיינע עלטערן אז ער וויל זיין חתונה זאל פארקומען אין ישיבה, עס זאל נישט קאסטן קיין איבריג געלט.   דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויפגערופן נאך עטליכע חתנים וואס זייער חתונה איז געפלאנט פארצוקומען בקרוב אין ישיבה, און יעדער פון זיי האט ארויסגעברענגט זייער שמחה אז זיי קענען האבן א פשוטע חתונה, דער עיקר שמחה איז נאך די חתונה אז מ'איז זוכה אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל.   כי טוב סחרה מכל סחורה!

    < זעה מער י חשון תשפ"א 📝
  • שיינע חתונה פון א תלמיד הישיבה

    די פארגאנגענע וואך האבן די בחורים פון ישיבה און אנשי שלומינו זיך מיטגעפריידט ביי די חתונה פון א תלמיד הישיבה, החתן מו"ה יוסי ב"ר אליהו קורץ הי"ו, וואס איז געגאנגען אונטער די חופה עב"ג בת מו"ה מיכאל אלטמאן הי"ו. עס איז געווען א פרייליכע חתונה, מ'האט זיך געפריידט און געטאנצן און משמח געווען די חתן כלה אויף א הערליכן פארנעם. די וואך מאנטאג איז פארגעקומען א שיינע שבע ברכות אין קרית ברסלב ליבערטי, צוגעשטעלט דורך די קהלה. ביים שבע ברכות האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט איבער דעם אז נאר דער אייבערשטער איז דער וואס מאכט שידוכים, דער אייבערשטער פירט אויף פארשידענע סארט וועגן אז א שידוך זאל צושטאנד קומען, און גלייכצייטיג ארויסגעברענגט פאר די אלע וואס ווארטן נאך אויף זייער שידוך, אז די איינציגסטע אדרעס צו וועם זיך צו ווענדן איז נאר צום אייבערשטן אליין, נאר אים קען מען בעטן, ווייל עס ליגט נאר אין זיינע הענט. ווי אויך דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט די מעלה פון תמימות, ווען א איד גייט נישט מיט חכמות, נאר פאלגט אלעס וואס דער אייבערשטער הייסט און וואס די צדיקים זאגן, דורך דעם איז מען זייער מצליח. ובפרט נאך די חתונה דארף מען זיך נאך מער שטארקן צו האבן א צדיק, א מורה דרך, וואס זאל ווייזן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי זיך צו פירן אין יעדן הינזיכט, און אזוי קען מען מצליח זיין אין לעבן און אויסלעבן די יארן גליקליך און צופרידן. נאכ'ן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ לכבוד שמחת חתן וכלה. שמח תשמח רעים האהובים!

    < זעה מער ג חשון תשפ"א 📝
  • צוגרייטונגען צום סיום מסכת עירובין

    נאך די גרויסע הצלחה ביים שיינעם סיום מסכת שבת, אין די ראמען פונעם דף הקהלה, דעם פארגאנגענעם זומער. ווען אנשי שלומינו האבן גאר שטארק הנאה געהאט פונעם הערליכן רייכן פראגראם, און דאס האט געגעבן א שטארקע שטופ צו לערנען יעדן טאג כאטש א בלאט גמרא, גרייט מען זיך יעצט צום סיום מסכת עירובין וואס וועט פארקומען אי"ה אין די נאנטע וואכן. &nbsp; דעם קומענדיגן מוצש"ק פרשת תולדות וועט זיין דער סיום. &nbsp; מ'ארבעט יעצט אויף גאר א רייכער פראגראם פאר'ן סיום, מיט פילע איבעראשונגען, פון וואס יעדער וועט זיכער שטארק הנאה האבן, און זיך שטארקן מיט'ן לימוד גמרא יעדן טאג חק ולא יעבור. &nbsp; איינצלהייטן איבער דעם סיום וועט נאכפאלגן אי"ה.

    < זעה מער ג חשון תשפ"א 📝
  • הערליכע יום טוב סוכות ביי אנשי שלומינו

    גאר א שיינער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו דעם סוכות, ווען מיר האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פונעם יום טוב, וואס דאס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר. די ערשטע טעג יום טוב&nbsp;זענען אריבער מיט גאר געהויבנקייט און געשמאק מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג, ביידע טעג פאר'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט א שיעור גמרא אין בבלי און ירושלמי, און ארומגערעדט דברי התחזקות, און דערנאך האט מען געדאווענט מיט געשמאק, די הלל און הושענות איז געווען גאר דערהויבן. נאכ'ן דאווענען איז צוגעשטעלט געווארן א ברייטע קידוש אין די סוכה, דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט סיפורי מעשיות, און גערעדט שיינע זאכן ווי אזוי אויסצונוצן דעם יום טוב ווי עס דארף צו זיין. *** מאנטאג נאכט חול המועד&nbsp;איז פארגעקומען די סעודת הילולא צו די יארצייט פון הייליגן רבי'ן. די סעודה איז פארגעקומען אין די גרויסע סוכה אין הויף פון בית המדרש אין וויליאמסבורג, א ברייטע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן, און אנשי שלומינו זענען געקומען צו פארן פון איבעראל מיטצוהאלטן די יארצייט סעודה, ביי די סעודה האט מען געזינגען דעם "שיר ידידות" פון הרה"ח רבי יצחק ברייטער ז"ל, וואו עס ווערט ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון הייליגן רבי'ן, און וואס מיר באקומען אלץ פון אים. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט דברות קודש איבער די געוואלדיגע מתנות וואס דער רבי געבט אונז, בפרט די שטארקע אמונה וואס דער רבי ברענגט אריין אין אונז, אז מיר זאלן שפירן אז דער אייבערשטער איז מיט אונז אין יעדן מצב, און אזוי ווייטער אלע געוואלדיגע עצות פון הייליגן רבי'ן, מיר דארפן דאנקען דעם אייבערשטן אויף די געוואלדיגע מתנה אז מיר האבן דעם הייליגן רבי'ן, יעדער מענטש אויף דער וועלט מוטשעט זיך, כאטש פון אינדרויסן קען זיך דאכטן ווי יעדן גייט גוט און נאר פאר מיר גייט עס נישט ווי איך וויל, איז אבער דער אמת אז יעדער האט זיינע אייגענע שוועריקייטן און נסיונות אין לעבן, ברוחניות און בגשמיות, און מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן, קען יעדער איד זיך שטעלן אויף די פיס און מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. מיר האלטן שוין 210 יאר נאכ'ן הסתלקות פון הייליגן רבי'ן, אבער דער פייער פון רבי'ן ווערט נאר שטערקער פון יאר צו יאר, עס איז מקרב נאך און נאך אידן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט אז זיין פייער וועט שוין ברענען ביז משיח וועט קומען. אינמיטן די דרשה האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויפגערופן עטליכע וואס האבן געמאכט סיומים, און ארויסגעברענגט ווי אזוי דער רבי האט א וועג פאר יעדן צו לערנען די הייליגע תורה, און אזוי ווייטער האט מען זיך מחזק געווען מיט די הייליגע עצות פון רבי'ן. נאך די סעודה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ און זיך געפריידט בשמחת בית השואבה. *** דינסטאג חול המועד פארמיטאג&nbsp;איז פארגעקומען א סעודת סיום, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט מסיים געווען מסכת סוכה לכבוד דעם יום טוב סוכות, אזוי ווי מוהרא"ש פלעגט זאגן אז מ'זאל דורכלערנען אין יעדן יום טוב די מסכתא פון יענעם יום טוב. דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט פון די מעשה וואס די גמרא דערציילט סוף מסכת סוכה פון די משמורה פון בילגה וואס מ'האט זיי גע'קנס'ט אין בית המקדש צוליב דעם וואס זי האט זיך גע'שמד'ט און חתונה געהאט מיט א יווני, און ווען די יוונים זענען אריין אין בית המקדש האט זי געשטויסן דעם מזבח און געשריגן פארוואס די מזבח עסט אויף די געלט פון די אידן און העלפט נישט ארויס די אידן ווען עס גייט זיי שווער. האט דער ראש ישיבה נאכגעזאגט פון פריערדיגע צדיקים אז מ'קען ארויסנעמען פון דעם אז אפילו אזא פרוי וואס איז אזוי ווייט אוועקגעפאלן, האט זי אבער נאכאלץ געהאט א געפיל צו אידן, ס'האט איר נאכאלץ וויי געטון אז אידן ליידן אזויפיל, זעט מען פון דעם אז ווי ווייט א איד פאלט נאר, האט ער נאכאלץ דאס פינטעלע איד, און מ'קען אייביג תשובה טון. דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער די שעדליכקייט פון הערן נייעס, ווען מ'הערט די נייעס קען מען זיך איינרעדן אז דער באאמטער קען שלעכטס טון, און יענער קען גוטס טון, דער איז שולדיג אויף דעם, און יענער איז שולדיג אויף דאס, און מ'פארגעסט אינגאנצן אז נאר דער אייבערשטער אליין פירט יעדע זאך אויף דער וועלט, און ווען מ'האט סיי וועלכע פראבלעם דארף מען זיך נאר ווענדען צו אים. און אזוי ווייטער האט מען גערעדט גאר שיינע דברי חיזוק פון וואס דער עולם האט גאר שטארק הנאה געהאט. *** דינסטאג נאכט חול המועד&nbsp;איז פארגעקומען א סעודה לכבוד די אושפיזא דאהרן כהנא קדישא, צוגעשטעלט דורך מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו, ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט איבער אהרן הכהן וואס האט עוסק געווען אין שלום בית, די מחלוקת פון קרח ועדתו אויף משה רבינו און אהרן הכהן איז געווען אז זיי האבן נישט געקענט פארשטיין ווי אזוי ס'קען זיין אז די גרויסע צדיקים וואס זענען אזוי דבוק צום אייבערשטן, זאלן זיך קענען אראפלאזן אזוי שטארק צו אידישע קינדער, און זיין פארנומען זיי צו העלפן מיט זייערע פראבלעמען. דער אמת איז אבער אז ווי גרעסער א צדיק איז, אלץ מער קען ער זיך אראפלאזן און פארשטיין א צווייטן איד, און זיך אפגעבן מיט אים, אים ארויסצוהעלפן מיט וואס ער דארף, און אים אויך מקרב זיין צום אייבערשטן. דאס איז וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן אז מ'קען לעבן אויף די וועלט מיט'ן אייבערשטן, ווען איינער וויל ווערן אן ערליכער איד דארף ער זיך נישט אינגאנצן אפשיידן פון די וועלט, נאר אריינצוברענגען דעם אייבערשטן אין זיין לעבן, צו לערנען און דאווענען און דינען דעם אייבערשטן און גלייכצייטיג הנאה האבן פון די וועלט, מ'קען האבן די וועלט און יענע וועלט אינאיינעם ווען מ'נעמט אריין דעם אייבערשטן אין לעבן. נאך די סעודה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ און זיך געפריידט בשמחת בית השואבה פאר עטליכע שעה. *** מיטוואך נאכט חול המועד&nbsp;איז דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעפארן קיין קרית ברסלב אין ליבערטי, א רייכע סעודה איז צוגעשטעלט געווארן אין די סוכה פון מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, דער עולם האט זיך געוואשן צו די סעודה און דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט פון די עצות פון הייליגן רבי'ן, ובפרט אין שלום בית וואס דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט אזעלכע שיינע הדרכות ווי אזוי מ'קען לעבן אינדערהיים בשלום ובשלוה און האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. *** דאנערשטאג חול המועד אינדערפרי&nbsp;האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט די שיעור גמרא בבלי און ירושלמי אין קרית ברסלב ליבערטי, מ'האט מסיים געווען מסכת שקלים פון תלמוד ירושלמי. דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען, דער ראש ישיבה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הלל און הושענות מיט גרויס ווארעמקייט, און נאכ'ן דאווענען האט מען זיך געוואשן צו א סעודה אין די סוכה פון בית המדרש, לכבוד דעם סיום מסכת שקלים. ביים סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א געגעבן א שיינעם שיעור, בתוך הדברים האט דער ראש ישיבה אסאך גערעדט איבער אחדות, דער יצר הרע וויל נאר אריינברענגען מחלוקת צווישן אידישע קינדער, און מ'דארף זיך שטארקן זיך צו האלטן אינאיינעם און נאר מחזק זיין איינער דעם צווייטן, דאס מיינט נישט צו זאגן אז יעדער דארף האלטן די זעלבע, דאס איז נישט מעגליך, נאר אז מ'זאל פארשטיין אז יענער קען אויך האבן א מיינונג, און זיך נישט קריגן, נאר זיך דורכקומען יעדע זאך אויף א שיינעם אופן. *** דאנערשטאג נאכט, ליל הושענה רבה,&nbsp;האט מען גלייך נאך מעריב געליינט משנה תורה, און דערנאך איז פארגעקומען א סעודה אין די סוכה נעבן בית המדרש אין וויליאמסבורג. ביי די סעודה האט מען געזינגען אינאיינעם ווארעמע ניגוני התעוררות, און דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט עטליכע דיבורים איבער די גרויסקייט פון הושענה רבה, מ'קען קיינמאל נישט וויסן וואס מ'קען אויפטון מיט איין קאפיטל תהלים, מיט איין ווארט צום אייבערשטן, ער האט מעורר געווען אז מ'זאל אויסנוצן דעם הייליגן טאג, ווען מ'דערמאנט זיך זאל מען בעטן נאך א תפלה צום אייבערשטן אז עס זאל קומען א זיס ליכטיג יאר, מ'זאל אונז ארויסשיקן נאר גוטע קוויטלעך פון הימל. דערנאך איז מען אריין אין בית המדרש וואו מ'האט אויסגעזאגט תהלים און זיך אויסגעבעטן א גוט געבענטשט יאר. *** אויף די&nbsp;צווייטע טעג יום טוב&nbsp;זענען אריינגעקומען פילע אנשי שלומינו אויף וויליאמסבורג מיטצוהאלטן די געהויבענע טעג פון יום טוב צווישן אנשי שלומינו. הושענה רבה&nbsp;איז געווען א גרויסע התעוררות ביי די הושענות, דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען און מחזק געווען אנשי שלומינו אויף פארשידענע ענינים. צווישן די פילע זאכן האט דער ראש ישיבה אויך ארויסגעברענגט די גרויסקייט פון רעדן צום אייבערשטן, אפילו ווען מ'קען זיך נישט אויסשמועסן דאס גאנצע הארץ מיט'ן אייבערשטן, זאל מען אבער שרייען צום אייבערשטן, "הושענה - העלף מיר", מ'זאגט איבער נאכאמאל און נאכאמאל הושענה און הושענה, אזוי דארף מען איבערזאגן טויזנט מאל פאר'ן אייבערשטן, "העלף מיר, העלף מיר, העלף מיר". ביי די לעצטע הושענות, ווען מ'דערמאנט די זכותים פון אלע צדיקים, האט דער ראש ישיבה גערעדט אז אויב וויל מען זיין א איד דארף מען געדענקען אז אן א צדיק קען מען דאס נישט באווייזן, א איד מוז האבן א צדיק וואס זאל אים מעורר זיין און מחזק זיין און אים צוקלעבן צום אייבערשטן, און נאר אזוי קען מען מצליח זיין. נאכ'ן דאווענען איז דער עולם זיך צוגאנגען מיט גרויס התעוררות פון די געהויבענע תפילות און הושענות. אלע שיעורים אין לויף פון חול המועד, קען מען הערן אויפ'ן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, די נומערן קען מען טרעפן ביים סוף פונעם גליון. *** שמיני עצרת און שמחת תורה, די צווייטע טעג יום טוב, האט מען געטאנצן די הקפות מיט גרויס פרייד, מען האט זיך געפריידט מיט די הייליגע תורה, אז מען האט זוכה געווען די גאנצע יאר צו לערנען אסאך די הייליגע תורה, און אז עס קומט א פרישע יאר וואס מען וועט אנפילן מיט אסאך לימוד התורה און מיט מצות ומעשים טובים. במשך דעם יום טוב האבן מיר געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. ביי נעילת החג האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט אז אזוי ווי עס הויבט זיך אן דער נייער יאר, זאלן מיר זיך נישט לאזן נארן, נאר מיר זאלן אנהויבן מיט א פרישקייט צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, און דאן ווען עס וועט קומען דעם קומענדיגן יאר שמחת תורה וועלן מיר זיך האבן מיט וואס צו פרייען אז מיר האבן אנגעפילט דאס יאר מיט גוטע זאכן, און ווען עס וועט קומען דער לעצטער טאג פונעם מענטש וועט ער האבן מיט וואס צו גיין צום טיש, ווייל נאר די תורה און מצות וואס דער מענטש כאפט אריין אויף די וועלט, נאר דאס בלייבט פון אים, און נאר דאס נעמט מען מיט אויף יענע וועלט. ספעציעל דער ענין פון מעביר סדרה זיין די פרשת השבוע יעדע וואך, א זאך וואס איז ליידער זייער נאכגעלאזט ביי אסאך מענטשן, און די סיבה דערצו איז ווייל מען וויל עס טון דוקא פרייטאג, און מען יאגט נישט אן דאס צו פארענדיגן. ווען מען זאל ווען אבער טון אזוי ווי דער שלחן ערוך לערנט אונז, אז פון זונטאג קען מען שוין אנהויבן מעביר סדרה זיין די וואכעדיגע פרשה, וואלט דאס יעדער איד געקענט באווייזן. זונטאג לערנט מען ביז שני און מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער די גאנצע וואך, און ווען עס קומט סוף וואך האט מען געענדיגט די גאנצע סדרה. אויסער דער חיוב וואס ס'איז דא צו לערנען די פרשה יעדע וואך שנים מקרא ואחד תרגום, איז מען אויך זוכה צו די געוואלדיגע הבטחה וואס חז"ל זאגן צו: "כל המשלים פרשיותיו עם הציבור, משלימין לו ימיו ושנותיו"- אז ווען א איד איז מעביר סדרה איז ער זוכה צו א גוטע לאנגע לעבן. דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר. שישו ושמחו בשמחת התורה! &nbsp; &nbsp; &nbsp; &nbsp; &nbsp; ReplyForward

    < זעה מער כז תשרי תשפ"א 📝
  • זמנים לחג הסוכות

    זמנים פאר יום טוב סוכות אין היכל הקודש וויליאמסבורג בנשיאות הראש ישיבה שליט"א סוכות שיעור בבלי וירושלמי...........................9:30 שחרית יום א' וב'...............................10:00 מנחה יום א' וב'..................................7:00 חול המועד סוכות שיעור בבלי וירושלמי..........................9:30 שחרית בכל יום................................10:00 מנחה מעריב.....................................7:00 סעודת הילולא רבתי פון רבינו ז"ל מאנטאג נאכט חול המועד אינעם גרויסן סוכה בשעה 7:30 הושענא רבה ליינען משנה תורה.....................נאך מעריב שיעור בבלי וירושלמי.........................8:00 שחרית...........................................8:30 שמיני עצרת שיעור בבלי וירושלמי........................9:30 שחרית.........................................10:00 מנחה...........................................6:30 דערנאך זיך געזעגענען פון די סוכה שמחת תורה שיעור בבלי וירושלמי......................8:30 שחרית........................................9:00 מנחה..........................................6:15 א פרייליכן יום טוב - הגבאים

    < זעה מער יג תשרי תשפ"א 📝
  • עצתו אמונה חלק ד' ארויס פון דרוק

    מיט גרויס פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס אז דער פערטער באנד פונעם ספר "עצתו אמונה" - שאלות ותשובות פונעם ראש ישיבה שליט"א, איז שוין דא צו באקומען אין א ווייכע דעקל פארמאט. אויך איז שוין ברוך ה' דא צו באקומען עצתו אמונה חלק ג' שיין געבינדען מיט הארטע דעקלעך ביי די מפיצים. חכם לב יקח מצוות - מען קען זיך משתתף זיין און האבן א חלק אין די געוואלדיגע זיכוי הרבים פונעם קומענדיגן חלק. מען קען איבערגעבן א נדבה פערזענליך פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, אדער רופט -831-1391 -347 צו געבן א קרעדיט קארד דורכ'ן טעלעפאן, אזוי אויך קען מען שיקן אן אימעיל צו org.kerenhadfusa@mail און צושרייבן צום סאבזשעקט ליין "עצתו אמונה חלק ה'".

    < זעה מער יג תשרי תשפ"א 📝
  • יום כיפור אין קרית ברסלב ליבערטי

    דעם יום כיפור האט דער ראש ישיבה שליט"א געפראוועט אין שטאט ברסלב, ליבערטי, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער אנשי שלומינו וואס זענען געקומען צו פארן אויף יום טוב. אנגעהויבן האט זיך עס שוין פון שבת שובה, ווען דער ראש ישיבה שליט"א איז שוין געווען אין שטעטל. במשך דעם געהויבענעם שבת האט דער ראש ישיבה אסאך גערעדט דברי התחזקות והתעוררות זיך צו גרייטן צום גרויסן און הייליגן טאג יום כיפור, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז ווען מ'שטייט אינעם ערשטן שבת פון יאר, איז דאס אזוי ווי דער קאפ פונעם יאר, אלעס גייט נאכ'ן קאפ, דארף מען אויסנוצן דעם ערשטן שבת ווי עס דארף צו זיין, מאכן א גוטע התחלה, ובפרט אין שלום בית זיך פארצונעמען צו רעדן נאר שיין אינדערהיים, און זיך אויפפירן ווי עס פאסט, און דער עיקר דארף מען זיך שטארקן צו רעדן צום אייבערשטן, זיך אויסרעדן דאס גאנצע הארץ פאר אים אויף די אייגענע שפראך, דאס באגלייט דעם מענטש אין סיי וועלכע מצב. די התעוררות וואס איז געווען אום יום כיפור אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א איז ממש נישט צום באשרייבן, דער ראש ישיבה האט גערעדט פאר כל נדרי, ער האט מעורר געווען אויף תשובה און תיקון המעשים, און אויף צניעות ביי די פרויען, און אז מ'זאל זיך שטארקן צו לערנען יעדן טאג תורה. אינדערפרי פאר'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט א בלאט גמרא, און האט ארויסגעברענגט וואס רבי נתן האט געזאגט, "ס'קומט אלול, מ'ברענט און מ'ברענט, אבער מ'טוט גארנישט", דער עיקר דארף מען זיך נעמען אין די האנט אריין און טון למעשה, עפענען יעדן טאג די הייליגע גמרא, און דאס וועט אונז צוריק ברענגען צום אייבערשטן. די תפלות במשך יום כיפור זענען אריבער מיט א שטארקע התעוררות און דערהויבנקייט, מ'האט זיכער אויסגע'פועל'ט א גוט געבענטשט יאר. מוצאי יום כיפור האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ, אז דער אייבערשטער האט אונז געגעבן אזא הייליגע טאג און אונז מוחל געווען אלע עבירות, און אז מיר זענען זוכה צו זיין מקורב צום הייליגן רבי'ן וואס קלעבט אונז צו צום אייבערשטן און ווייזט אונז דער וועג צו האבן א גוט לעבן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. ויום טוב היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש!

    < זעה מער יב תשרי תשפ"א 📝
  • הערליכע געהויבענע ראש השנה ביים קיבוץ פון הייליגן רבי'ן

    א הערליכער געהויבענער ראש השנה איז אריבערגעגאנגען אויף די הונדערטער טויזנטער ברסלב'ע אידן איבער די גאנצע וועלט, סיי די וועלכע האבן זוכה געווען צו זיין אין אומאן, און סיי די וועלכע האבן נישט מצליח געווען אנצוקומען, אבער האבן געדאווענט די תפלות מיט אן התקשרות צום הייליגן רבי'ן. ווי באקאנט האט די אוקריינע רעגירונג באשלאסן אום מיטוואך פרשת כי תצא אפצושליסן זייערע גרעניצן פאר א חודש צייט, פון פרייטאג כי תצא ביז נאך יום כיפור. אידישע קינדער, וואס גארן און ווארטן שוין א גאנץ יאר זוכה צו זיין צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, און זוכה זיין צו אלע תיקונים פון הייליגן רבי'ן, האבן אויפגענומען די נייעס גאר שווער. עס זענען געווען אידן וואס האבן זיך גלייך אויפגעהויבן און געפארן קיין אומאן נאך פאר שבת, אריינצוכאפן אנצוקומען אהין נאך איידער די גרעניצן ווערן פארשפארט, זיי האבן געהאט אסאך שוועריקייטן ביים אנקומען אהין, אבער מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען צום סוף אריינגעלאזט כמעט אלע אידן. דער ראש ישיבה שליט"א האט אבער געזאגט אז מ'זאל נישט פארן אזוי פרי, דער רבי האט נישט פארלאנגט אז מ'זאל וואוינען אין אומאן נאר אז מ'זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און אויב וועט זיין מעגליך צו פארן פאר ראש השנה וועט מען פארן. ווען עס איז געקומען די וואך פון ראש השנה, די גרעניצן פון אוקריינע זענען געווען פארמאכט, איז אבער פארט געווען פארשידענע אופנים ווי אזוי מ'האט זיך יא געקענט אריינבאקומען אין אומאן, דער ראש ישיבה שליט"א האט אבער באשלאסן אז ער גייט זיך געפינען וואו אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש וועלן זיך געפינען, כאטש וואס דער ראש ישיבה אליין האט געהאט א וועג אנצוקומען אויף אומאן, האט ער אבער נישט געוואלט גיין אליין, נאר צוזאמען מיט אלע אנשי שלומינו. אום זונטאג פאר ראש השנה האט דער ראש ישיבה באקומען א ידיעה אז ס'איז דא א וועג אריינצוברענגען אלע תלמידי הישיבה קיין אומאן, און דאן האט זיך דער ראש ישיבה אויפגעהויבן פון איין מינוט אויפ'ן צווייטן און איז געפארן קיין אומאן, און איז אנגעקומען דארט בשלום. דערנאך האבן אנשי שלומינו אנגעהויבן פארן קיין אומאן, אבער אנקומענדיג אינמיטן וועג האט זיך פארשלאסן אויך די וועגן וואס איז נאך געווען אפן ביז דעמאלט, און זיי זענען געבליבן שטעקן אונטערוועגנס. קרוב צו הונדערט אידן האבן זיך געפונען אינעם לופטפעלד אין מאלדאווא, צווישן זיי אויך די קינדער פון ראש ישיבה, פון וואו מ'האט זיי נישט ארויסגעלאזט. צענדליגע אידן זענען שטעקן געבליבן אין לאנדאן, און נאך עטליכע צענדליגע אין אונגארן, און אין נאך לענדער, און דערנאך זענען געווען פילע וואס האבן נאכנישט עספיעט ארויסצופארן פון ניו יארק. עטליכע טויזנט אידן האבן ברוך ה' זוכה געווען צו זיין אין אומאן אויף ראש השנה, צווישן זיי אויך א שטיקל עולם פון תלמידי היכל הקודש. אין די וואך פאר ראש השנה האט דער ראש ישיבה זיך געפינען אין אומאן, פון וואו ער האט העפטיג געארבעט אויף אלע פראנטן צו טרעפן א וועג אריין פאר אלע אנשי שלומינו, און גלייכצייטיג האט ער כסדר געשריבן בריוו פאר אלע אנשי שלומינו וואס זענען געווען אונטערוועגנס, זיך צו שטארקן מיט אסאך תפלות, און בעטן דעם אייבערשטן מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען אויף אומאן. אנשי שלומינו האבן זיך טאקע מחזק געווען אין אלע פלעצער, מ'האט געדאווענט און געלערנט און זיך געשטארקט איינער דעם צווייטן מיט אמונה אז אלעס פירט דער אייבערשטער זיכער צום גוטן. די הונדערט אידן אין מאלדאווע האבן זיך געבעטן ברחמים ביי די ארטיגע באאמטע אז מ'זאל זיי ארויסלאזן פון לופטפעלד כאטש צו אן האטעל, צו קענען האבן א בעט איבערצושלאפן, עפעס צו עסן נארמאל, און אזוי ווייטער. זיי האבן אבער נישט מסכים געווען בשום אופן, נאר אזויפיל האט מען גע'פועל'ט אז מ'זאל אריינלאזן עסן פאר די אידן. ארטיגע רבנים פון מאלדאווא האבן מיט גרויס געטריישאפט געשאפט כשר עסן פאר אלע אידן, און עס אריבערגעברענגט אין לופטפעלד וואו די אידן זענען געבליבן פארשפארט פאר דריי טאג. ווען עס האט זיך דערנענטערט די צייט צום הייליגן יום טוב, און די טויערן פון אוקריינע זענען נאכאלץ געווען הערמעטיש פארשלאסן, עס האט נישט געהאלפן קיין שום עסקנות און געבעטן, האט מען אנגעהויבן טראכטן זיך צוריק צו קערן אהיים. דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן א בריוו פאר אנשי שלומינו אז ער איז נאר געפארן קיין אומאן מיט'ן חשבון אז מ'וועט טרעפן א וועג פאר אלע אנשי שלומינו אנצוקומען אהין, און אזוי ווי עס האט זיך נישט אויסגעארבעט וועט ער אויך צוריק קומען און פראווען דעם יום טוב אין קרית ברסלב אין ליבערטי, מיט א קיבוץ פון אנשי שלומינו, מיט אן התקשרות צום הייליגן רבי'ן. דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך טאקע גלייך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג צוריק קיין ניו יארק, און אזוי אויך האבן די איבריגע אנשי שלומינו אונטערוועגנס געטראפן א וועג אנצוקומען צוריק אהיים. טייל זענען נאך אנגעקומען אהיים נאך דאנערשטאג נאכט, אבער די אידן פון מאלדאווא האבן געהאט א לענגערע אפשטעל אין לאנדאן, וואו מ'האט דארט געזאגט אינאיינעם סליחות זכור ברית, און אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית און זיך ארויסגעלאזט קיין ניו יאר, און זיי זענען ערשט אנגעקומען אהיים אום ערב יום טוב נאכמיטאג. עטליכע הונדערט משפחות פון אנשי שלומינו זענען געקומען אויף קרית ברסלב ליבערטי צו פראווען דעם יום טוב אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, די איינוואוינער פון שטעטל האבן אויפגענומען די פילע געסט מיט ברייטע ארעמעס, און צוגעשטעלט גענוג פלאץ פאר יעדן וואס האט נאר געוואלט קומען. די איבריגע אנשי שלומינו וואס זענען נישט אנגעקומען אהין, האבן זיך צוזאמגענומען יעדער אין זיין שטאט, צו דאווענען אינאיינעם מיט ברסלב'ע חסידים, מיט'ן הייליגן רבי'ן. אין וויליאמסבורג, בארא פארק, קרית יואל, מאנסי, סטעטן איילענד, ווי אויך אין ארץ ישראל און אין ענגלאנד, און אזוי ווייטער וואו עס וואוינען אנשי שלומינו, האט מען געמאכט א שיינעם קיבוץ, צו דאווענען אינאיינעם און זיך מקשר זיין צום הייליגן רבי'ן. דער ראש ישיבה שליט"א האט שוין געהאט געשריבן פון פאראויס אז אויב וועט מען חס ושלום נישט קענען אנקומען דאס יאר קיין אומאן אויף ראש השנה, וויל ער מאכן דעם קיבוץ אינעם ברסלב'ער שטעטל אין ליבערטי, דער ראש ישיבה האט זיך אויסגעדריקט אז דאס שטעטל איז א הייליג פלאץ, אלע איינוואוינער אן אויסנאם זענען עוסק אין הפצה. דער יום טוב אין שטעטל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א איז אריבער מיט גרויס דערהויבנקייט און געשמאק. דאנערשטאג נאכט אום איינס אזייגער האט מען געזאגט סליחות זכור ברית מיט גרויס ווארעמקייט. נאך סליחות האט מען געגעבן פדיון נפש פאר'ן ראש ישיבה, ווי אויך אום ערב יום טוב האט מען געגעבן פדיון נפש, אז ווי דער רבי זאגט אז אום ערב ראש השנה זאל מען געבן א פדיון. ערב יום טוב נאכמיטאג האט דער ראש ישיבה אפגעווארט מיט גרויס שמחה די תלמידים וואס זענען דעמאלט אנגעקומען פון מאלדאווא. די חשובע תושבים האבן זיי אפגעווארט מיט די קארס, און זיי צוגעפירט צו זייערע באשטימטע אכסניות. ראש השנה ביים זמן איז מען זיך צוזאם געקומען אינעם גרויסן שול אין שטעטל צו מנחה, דער ראש ישיבה שליט"א איז צוגעגאנגען צום לעצטן מנחה פון יאר וואס מ'האט געדאווענט מיט א שטארקע התעוררות, צו מעריב איז צוגעגאנגען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן הי"ו. נאך מעריב איז דער עולם אריבער זיך אנווינטשן לשנה טובה ביים ראש ישיבה, וואס האט יעדן שיין אנגעווינטשן. דעם ערשטן טאג אינדערפרי, אום שבת קודש, האט מען געדאווענט אביסל שפעטער ווי געווענליך, צוליב די פילע אידן וואס זענען אנגעקומען ממש די לעצטע מינוט צום יום טוב, אז זיי זאלן אויך קענען דאווענען מיט ישוב הדעת. פאר'ן דאווענען האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט א שיעור גמרא. צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען הר"ר שלמה ראטה הי"ו, און דער ראש ישיבה האט געדאווענט שחרית און מוסף ביידע טעג, וואס איז געווען זייער שיין, די בארימטע כאאר פון ישיבה אינאיינעם מיט די קינדער האבן זייער שיין מיטגעזינגען ביים דאווענען. צו מנחה האט געדאווענט פאר'ן עמוד הר"ר יונה זינגער שליט"א, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט א שיינע דרשה. דער ראש ישיבה שליט"א האט דערמאנט וואס דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן אויף דעם וואס חז"ל זאגן אז ווען א מענטש האט געוואלט טון א מצוה, אפילו ער האט נישט מצליח געווען עס אויסצופירן, איז עס אזוי ווי ער האט מקיים געווען די מצוה, זאגט דער רבי אויף דעם אז דאס איז נאר געזאגט געווארן פאר איינעם וואס איז גרייט יוצא צו זיין מיט דעם "אזוי ווי", אבער א איד דארף באמת יא וועלן טון די מצוה אליין, און זיך נישט פטר'ן דעם אז ס'איז שוין "אזוי ווי" ער האט עס געטון. האט דער ראש ישיבה שליט"א אויסגעפירט און געזאגט אז מיר אלע האבן דאך נישט סתם געוואלט פארן, נאר מ'האט זיך טאקע אנגעשטרענגט מיט מסירות נפש און געפארן, נאר מ'האט נישט געקענט אנקומען אהין, איז זיכער אז עס איז ממש אזוי ווי מ'וואלט געווען אין אומאן, און דער רבי איז זיכער מיט אונז. און אזוי ווייטער האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט דברי חיזוק והתעוררות מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן. דערנאך האט מען געדאווענט מעריב, דער שליח ציבור איז געווען הר"ר אברהם הערש וועבערמאן הי"ו. כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, אויך אין צווייטן טאג יום טוב האט דער עולם האט מיטגעהאלטן די געהויבענע תפלות. דער ראש ישיבה האט געזאגט א דרשה פאר תקיעת שופר, ער האט מעורר געווען אויסצונוצן די געהויבענע מינוטן ווי עס דארף צו זיין, בשעת מען בלאזט שופר צומישט מען די טענות פונעם שטן, און ער קען נישט מקטרג זיין, און דערפאר איז עס זייער א גוטע צייט וואס מ'קען בעטן דעם אייבערשטן וואס מ'וויל, און איבערבעטן דעם אייבערשטן. אויך האט דער ראש ישיבה זייער שטארק געבעטן אז קיינער זאל נישט פיינט האבן א צווייטן, מען זאל זיך זייער דערווייטערן פון מחלוקת, אפילו ווען מ'האלט אנדערש פון יענעם, דארף מען זיך נאך אלץ ליב האבן, דער ראש ישיבה שליט"א האט זייער אנגעווארעמט דעם ציבור אז ווער ס'האט א שווער הארץ אויף א צווייטן, איז יעצט די ריכטיגע צייט יעדן מוחל צו זיין, און אנהויבן א נייעם בלאט אין לעבן, צו זיין בשלום ושלו מיט אלע אידישע קינדער. ווי אויך האט דער ראש ישיבה צוגעלייגט אז אזוי ווי דאס יאר זענען די פרויען אויך אין שול ביים דאווענען, האט ער זיי אויך מעורר און מחזק געווען אויף צניעות. נאכמיטאג האט מען געדאווענט מנחה, פאר'ן עמוד האט געדאווענט הר"ר מרדכי היימליך הי"ו, און דערנאך איז מען אינאיינעם געגאנגען צו תשליך צו אן ארטיגע טייך. נאך תשליך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, אזוי ווי ס'איז איינגעפירט אין ברסלב אז אום ראש השנה טאנצט מען נישט ביז נאך תשליך. דערנאך איז מען צוריק געגאנגען אין שול וואו דער ראש ישיבה האט ווידער געזאגט א דרשה. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ווען דער רבי האט געלעבט זענען אנשי שלומינו געקומען צו אים דריי מאל א יאר, אום ראש השנה, שבת חנוכה, און יום טוב שבועות. דער ראש ישיבה האט דאס מסביר געווען אז דאס איז די דריי זאכן וואס דער רבי ברענגט אריין אין אונז, ראש השנה איז מען ממליך דעם אייבערשטן, דער רבי ברענגט אריין אין אונז אזא שטארקע אמונה אז דער אייבערשטער איז אלעמאל מיט אונז, און מיר קענען רעדן צו אים אין יעדע צייט; חנוכה איז א צייט וואס מ'דאנקט און מ'לויבט דעם אייבערשטן אויף אלע ניסים און חסדים וואס ער טוט מיט אונז כסדר, און אום יום טוב שבועות זענען מיר מקבל די הייליגע תורה, דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א סדר דרך הלימוד מיט וואס יעדער איד אן אויסנאם קען זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה, און אז מיר וועלן פאלגן דעם הייליגן רבינ'ס עצות, וועלן מיר זיכער זיין אמת'ע ערליכע אידן און אנקומען צו וואס מיר דארפן אנקומען. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז מיר האבן זוכה געווען צו זיין מיט'ן רבי'ן אויף ראש השנה, און מיר זאלן מיטנעמען די עצות פון הייליגן רבי'ן אויך אויף די גאנצע יאר, נאר מיט א צדיק קען מען מצליח זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. ויום טוב היו עושים בצאתם בשלום מן הקודש, מוצאי יו"ט נאך מעריב און הבדלה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערליכע טענץ, מ'האט געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע זכי' אז מיר ווייסן פון הייליגן רבי'ן, אז מיר האבן זוכה געווען צו דאווענען אום ראש השנה מיט'ן קיבוץ פון הייליגן רבי'ן, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף האט מען זיכער גע'פועל'ט א גוט געבענטשט יאר פאר זיך און פאר די גאנצע משפחה. מי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה!

    < זעה מער ו תשרי תשפ"א 📝
  • מלמדים קאמפיין

    אין די טעג קומט פאר א "מלמדים קאמפיין" צו קענען צאלן פאר די מלמדים זייער געהאלט וואס מען איז זיי שולדיג פאר די לעצטע פאר חדשים פאר זייער געטרייע ארבעט וואס זיי לייגן אריין אין די טייערע קינדערלעך. איר קענט יעצט האבן א זכיה צו זיין א טייל פון די וואס העלפן בויען די מוסדות וואס מען לערנט אויס די קינדערלעך לעבן און אטעמען מיט אמונה, א מוסד ווי מען קלאפט נישט אראפ קיין איין קינד נאר אדרבה מען בויעט אויף יעדן קינד ער זאל וואקסן אויף זיין וועג וויאזוי ער קען וואקסן מיטן אייבערשטענ'ס הילף. צו נעמען א חלק פארבינדט זיך יעצט מיט די אפיס אויף 917-578-0495 אדער קליקט אויף דעם לינק &nbsp; בייגעלייגט איז א בריוו וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן וועגן דעם ענין בעזרת ה' יתברך יום ג' פרשת האזינו ב', ד' תשרי, שנת תשפ"א לפרט קטן &nbsp; לכבוד מיין טייערער ליבער חבר ... נרו יאיר. &nbsp; איך בעט דיר זייער, זאלסט זיך שטארקן מיט אלע כוחות ווייטער צו העלפן די מוסד. איך וויל אזוי שטארק באצאלן יעדן מלמד און יעדע טיטשער און יעדע איינגעשטעלטער נאך בעפאר יום הקדוש, איך וויל קענען זאגן ביים דאווענען: "לְמַעַן נֶחְדַּל מֵעֹשֶׁק יָדֵינוּ". &nbsp; איך בעט דיר זייער, העלף מיר; גיי ארויס פון דיין קטנות המוחין, דו קענסט מיר העלפן, דו האסט די כוחות. העלף מיר ברענגען שכר לימוד, העלף מיר ברענגען שטאטישע פראגראמען, לאמיר באצאלן נאך פאר יום הקדוש פאר אלע איינגעשטעלטע וואס ארבעטן מיט אזא איבערגעגעבנקייט. &nbsp; איך ווארט צו הערן פון דיר. א גמר חתימה טובה.

    < זעה מער ה תשרי תשפ"א 📝
  • אידן רייסן איין בתפלה ותחנונים צו קענען זיין ביים הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה

    שטייענדיג געציילטע טעג איידער מ'דארף זיך ארויסלאזן צום הייליגן רבי'ן אין אומאן אויף ראש השנה, שטייגט די אנגעצויגנקייט ביי אידישע קינדער וואס ווילן אזוי שטארק פארן צום הייליגן רבי'ן, און די גרעניצן זענען נאך דערווייל פארשלאסן. יעדעס יאר איז גרויס די בענקעניש צו פארן צום הייליגן רבי'ן, וואס האט צוגעזאגט צו זיין א גוטער אדוואקאט, און אויס'פועל'ן א גוט געבענטשט יאר פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, אבער דאס יאר איז די גלוסט פיל גרעסער, נאכ'ן אריבערגיין אזא שווערע יאר, וואס מ'האט זיך גארנישט געקענט פארשטעלן דעם פארגאנגענעם ראש השנה וואס עס ווארט אונז אפ במשך דעם יאר, וויל יעדער פארן און זיך אויסבעטן און אויס'פועל'ן א גוטע יאר, אבער ליידער האט מען פארשפארט די גרעניצן פון אוקריינע, און דער אייבערשטער ווארט אויף נאך תפלות פון אידישע קינדער, ותטה לב המלכות עלינו לטובה, אז מ'זאל אריינלאזן די אידן קיין אומאן אויף ראש השנה. מיט תפלה קען מען באווייזן וואונדער, תפלה איז העכער פונעם דרך הטבע, און דערפאר הערן אידן נישט אויף מתפלל צו זיין ווי מער אז מ'זאל זוכה זיין אנצוקומען צום רבי'ן, אן תפלה קען מען גארנישט באקומען. דער הייליגער רבי האט געזאגט )חיי מוהר"ן, סימן תה(: "הראש השנה שלי הוא חידוש גדול, והשי"ת יודע שאין הדבר הזה בירושה מאבותי, רק השי"ת נתן לי זאת במתנה, שאני יודע מהו ראש השנה, לא מבעיא אתם כולכם בודאי תלויין בראש השנה שלי, אלא אפילו כל העולם כולו תלוי בראש השנה שלי", איך האב באקומען א מתנה פונעם אייבערשטן, אז איך ווייס וואס 'ראש השנה' איז, און נישט נאר ענק, נאר די גאנצע וועלט איז געוואנדן אין מיין ראש השנה. דער אייבערשטער זאל העלפן אז מיר זאלן טאקע זוכה זיין צו זיין אויף ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן, מקבל זיין אלע גרויסע תיקונים, און מיר זאלן שוין פטור ווערן פון אלע צרות און פראבלעמען, עס זאל קומען א גוטע זיסע יאר, מיט אלע ישועות פאר אידישע קינדער. וכל באי עולם עוברין לפניך כבני מרון!

    < זעה מער כא אלול תשפ 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט תפילות צו פארן קיין אומאן אויף ראש השנה

    מיט בלויז צוויי וואכן צום גרויסן יום הדין, גרייטן זיך טויזטנער אידן ווי יאר יערליך צו פארן צום הייליגן רבין, בפרט היי יאר - נאך די אלע שווערע מיטמאכענישן - ווילן אלע פארן צום הייליגן רבין וואס האט צוגעזאגט אז ווער עס וועט קומען קיין אומאן אויף ראש השנה וועט ער מתקן זיין, און וועט פועלן דארט א גוט געבעטנשט יאר. ווער האט געחלומט א יאר צוריק וואס פארא שווערע יאר עס האט אונז געווארט, דערפאר זענען אנשי שלומינו מתפלל און בעטן דעם אייבערשטן אז די גרעניץ זאל זיך עפענען און מ'זאל קענען פארן רואיגערהייט. כאטש בדרך הטבע זעט מען נישט קיין וועג, ווייסן אידישע קינדער אז תפלה איז שטארקער פון די טבע. און ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן די וואך אין א בריוו, אז מען זעהט קלאר ווי די צד הקדושה קריגט זיך מיט די צד הטומאה , און דער ראש ישיבה האט געשריבן א קליינע תפלה וואס ער בעט אז יעדער זאל בעטן יעדן טאג אז מען זאל קענען זוכה זיין צו פארן. &nbsp; פאלגענד איז דער בריוו בעזרת ה' יתברך - יום ג' לסדר כי תבוא לאומאן, י"ב אלול, שנת תש"פ לפרט קטן &nbsp;לכבוד ... נרו יאיר מיט תפילה וועלן מיר אנקומען קיין אומאן; מיט גליסטן און בענקען וועלן מיר זוכה זיין צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה. מיין נישט אז תפילה איז א זאך וואס איז נישט פאר אונז פשוט'ע מענטשן, טראכט נישט אז מען דארף עפעס מער ווי סתם פשוט דאווענען; ניין, תפילה איז פשוט, אזוי פשוט אזוי ווי מען רעדט צו א חבר, מען בעט דעם אייבערשטן כדבר איש אל רעהו, אזוי ווי דער רבי האט געזאגט פאר אנשי שלומינו: "וואס לאכט איר? דאס איז תפילה!" ווען דער רבי איז שוין געווען זייער נישט געזונט, דעם לעצטן ראש השנה פון רבינ'ס לעבן - שנת תקע"א, איז געווען ביים רבי'ן זיין אייניקל ישראל'יק, א זון פון שרה דעם רבינ'ס טאכטער; דער אייניקל איז אריין צום רבי'ן אין שטוב און דער רבי האט אים געבעטן: "דאווען פאר מיר אז איך זאל זיין געזונט", האט ער געפרעגט דעם רבי'ן: "וואס וועל איך באקומען פאר דעם?" האט דער רבי געשמייכלט און געזאגט פאר די תלמידים: "ער פירט זיך שוין ווי א גוטער איד", (אזוי פלעגט מען דעמאלט רופן א רבי - 'א גוטער איד'), האט אים דער רבי געגעבן זיין גאלדענעם זייגער; ישראל'יק האט גענומען דעם זייגער און געזאגט הויך אויפ'ן קול: "גאט גאט! לאז מיין זיידע זיין געזונט", און אלע האבן זיך צולאכט, האט זיך דער רבי אנגערופן צו זיי און געזאגט: "וואס לאכט איר, וואס דען איז תפילה?!" זיי האבן געלאכט מיינענדיג צו זאגן ווי איינער פרעגט: 'דאס מיינט תפילה? אויף דעם האסטו באקומען א זייגער?!' האט דער רבי זיי געזאגט: "וואס דען איז תפילה?!" דאס איז תפילה! פשוט'ע ווערטער פאר'ן אייבערשטן, אן קיין שום צוגעלייגטע זאכן וכו'. זאג ארויס מיט דיינע ליפן די ווערטער: "הייליגער באשעפער העלף מיר, איך וויל זיין אין אומאן ראש השנה ביים הייליגן רבי'ן, איך וויל זוכה זיין צו אלע תיקונים וואס דער רבי האט מבטיח געווען, הייליגער באשעפער העלף מיר און אלע אידן, אלע זאלן קענען קומען צום רבי'ן, וְתַטֶה לֵב הַמַלְכוּת עָלֵינוּ לְטוֹבָה. וְתִגְזוֹר עָלֵינוּ גְזֵרוֹת טוֹבוֹת, בייג די הערצער פון די רעגירונג זיי זאלן זיין גוט צו אידן, זיי זאלן אונז אריין לאזן צום רבי'ן". מיט תפילה וועלן מיר אנקומען קיין אומאן. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים. &nbsp; א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר. &nbsp;

    < זעה מער יג אלול תשפ 📝
  • סימן טוב ומזל טוב

    פון טיפן הארצן טוהן מיר וואונטשן א הערצליכן מזל טוב פאר אונזער חשובער ראש ישיבה שליט"א צום שידוך שליסן פון זיין זוהן&nbsp;הבחור החתן אלחנן חיים ראטה הי"ו עב"ג&nbsp;הרב ר' מרדכי אינדיג שליט"א מנהל מוסדותינו הקדושים. &nbsp; די לחיים/ווארט/תנאים איז פארגעקומען דאנערשטיג נאכט פרשת שופטים תש"פ אין קרית ברסלב ליבערטי נ"י &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל זיין א קשר של קיימא און א בנין עדי עד, זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, דורות ישרים ומבורכים און די עלטערן שיחיו זאל זען אסאך אידיש נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער געזונטערהייט, אמן ענבי הגפן בענבי הגפן דבר נאה ומתקבל&nbsp;

    < זעה מער א אלול תשפ 📝
  • עצתו אמונה חלק ב' נארוואס ארויס פון דרוק

    מיט פרייד ווערט אויפגענומען די נייעס אז דער צווייטער באנד פונעם ספר "עצתו אמונה" - שאלות ותשובות פונעם ראש ישיבה שליט"א, אינעם הארטן דעקל פארמאט - איז שוין ב"ה דא צו באקומען ביי די מפיצים. ווער עס האט שוין אמאל באגעגנט די קונטרסים "עצתו אמונה", דעם דארף מען שוין נישט ערקלערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער טרעפליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספיקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און אלעס בלויז מיט'ן תורה'דיגע צוגאנג, געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבי'ן און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן. דאס אלעס איז געשריבן געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א אין בריוו פאר אידן און ענטפערס אויף שאלות וואס אידן האבן אריינגעשיקט. זייער אסאך ווערט גערעדט פון אמונה פשוטה אין אייבערשטן, און אז דאס איז די וועג ווי אזוי אידישע קינדער דערהאלטן זיך אין גלות, נאר דורך גלייבן אינעם אייבערשטן אן קיין חקירות און פילאזאפיע, א פשוטע ריינע אמונה אזוי ווי פרויען און קינדער האבן. פילע שאלות קומען פון בחורים, וואס ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש אייביג זאגן, אז זיין זאך איז בחורים, און אז קיינער פארשטייט נישט דעם צער פון א בחור וואס וויל חתונה האבן און זיין ערליך און זאגט צו צום אייבערשטן אז ער גייט שוין פון יעצט זיין ערליך, און ווידער איז ער אראפ געפאלן ר"ל, און זיין הארץ דרוקט אים און ער וויינט "וואס וועט זיין מיט מיר?", "וויפיל מאל קען מען זיך אויפהייבן?", "ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?" און פרעגן אן דעם ראש ישיבה שליט"א זייערע ספיקות און שאלות, און דער ראש ישיבה שליט"א איז זיי מחזק זיי זאלן נישט אויפגעבן נאר אנהייבן נאכאמאל פון פריש, און געבט זיי עצות וויאזוי זיך ארויסצודרייען פונעם ברענעדיגן יצר הרע, און סגולות פון צדיקים צו טרעפן זייער שידוך. אסאך בריוו זענען איבער דער ענין פון שלום בית, דער ראש ישיבה שליט"א געט עצות און הדרכה פאר א ריכטיגע אהבה אחוה שלום וריעות צווישן די פאר-פאלק, זיי זאלן וויסן אז די וועג צו האבן שלום בית איז נאר אז מ'איז מוותר איינע דעם צווייטן, מ'קוקט גוט אויף די מאן/ווייב. ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן ווען ס'מאכט זיך פראבלעמען אין שלום בית, און אז חומרות און פרישות ברענגט נישט קיין גוטס. אזוי אויך שרייבט דער ראש ישיבה זייער אסאך פון "חינוך", מ'זאל וויסן אז דער עיקר וואס מ'דארף אריינלייגן אין די קינדער פון גאר קליין איז אמונה און תפלה, און אזוי אויך אז מידות טובות דארף מען אויסלערנען דאס קינד נאך פון קליינווייז אויס, און אזוי ווייטער ווערט אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות וספיקות וועגן חינוך. זייער אסאך רעדט דער ראש ישיבה שליט"א ארום אין די בריוו פון די גרויסקייט פון "הפצה", ווי דער ראש ישיבה שליט"א דרוקט זיך אויס אין איינע פון די בריוו אינעם נארוואס ערשינענעם חלק ג', בזה הלשון: "איר זענט זיך מחיה מיט די שיעורים פון ישיבה וכו'; די שיעורים האבן געטוישט אייער לעבן, אייער גאנצער בליק אויפן לעבן וכו'; פאר וועם קומט דאס צו פארדאנקען, פון וואו נעם איך די תוכן וואס מיר זאגן ביי די שיעורים, אויב נישט פאר דעם גרויסן מפיץ ר' נתן יאקאבאוויטש ני"ו. פאר פופצן יאר צוריק שנת תשס"ד לפ"ק האט ער מיך באגעגנט אין א בית המדרש און ער האט מיר געגעבן א קליין ספר'ל: "אשר בנחל", דאס האט געטוישט מיין לעבן, און דאס האט געטוישט זייער אסאך מענטשנ'ס לעבנס, ווייל אזוי ווי איר שרייבט מיר אז אייער לעבן האט זיך געביטן, אזוי באקום איך יעדן טאג בריוו ווי מענטשן שרייבן אז זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן. וואס איז דער מפיץ וואס האט מיר געגעבן דעם ספר "אשר בנחל", ווי אזוי דארף זיין מיין בליק אויף דעם איד?" און אזוי ווייטער איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע סארט שאלות און ספיקות וואס ווערן אזוי שיין און הערליך אויסגעקלארט אין די בריוו. און בכלל זענען די בריוו פול מיט התחזקות פאר יעדן איד אין יעדן מצב, מען זאל זיך נישט פארלירן, און געדענקען אז די איינציגסטע פלאץ צו וואו צו אנטלויפן איז נאר צום אייבערשטן. מען זאל גיין צו א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך דארט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס נאר ער קען און וועט דיך העלפן. דעם ספר קען מען באקומען ביים "קרן הדפסה היכל הקודש", ווי אויך קען מען עס באשטעלן ביי "חיזוק צום טיר" אויפ'ן נומער 347-509-4908. אין די זעלבע צייט איז אונז א געוואלדיגע שמחה צו לאזן וויסן אז דער פערטער באנד פון ספר עצתו אמונה גייט שוין צום דרוק ביז געציילטע טעג בעז"ה און מען קען זיך משתתף זיין און האבן א חלק אין די געוואלדיגע זיכוי הרבים. מען קען איבערגעבן א נדבה פערזענליך פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, אדער רופן 347-831-1391 צו געבן א קרעדיט קארד דורכ'ן טעלעפאן, אזוי אויך קען מען שיקן אן אימעיל צו mail@kerenhadfusa.org און צושרייבן צום סאבזשעקט ליין "עצתו אמונה חלק ד".

    < זעה מער כא אב תשפ 📝
  • היסטארישע מעמד "ש"ס איד" - סיום מסכת שבת

    שטייענדיג בלויז א טאג צוויי אפגערוקט פונעם גרויסארטיגן מעמד "ש"ס איד", דעם זונטאג פרשת ראה, י"ט אב, ווען אנשי שלומינו וועלן מאכן דעם גרויסן סיום אויף מסכת שבת פונעם דף הקהלה, און אנהויבן אינאיינעם מסכת עירובין, איז די התרגשות גאר גרויס מיטצוהאלטן דעם געהויבענעם מעמד. מ'האט זיך געפלאגט און זיך אנגעשטרענגט אריינצוכאפן יעדן איינציגסטן טאג א בלאט גמרא, נישט קיין חילוק ווי גרויס די טירדות און שטערונגען זענען געווען, און יעצט קומט די צייט זיך צו פרייען מיט די גרויסע שמחה. דער מעמד וועט פארקומען אין די זאלן פונעם נייעם פראכטפולן בנין התלמוד תורה אין ליבערטי, אויפ'ן אדרעס 12754 NY, Liberty. St Chestnut 39 ,וואו הונדערטער אידן וועלן פארברענגען אינאיינעם ביים געשמאקן מעמד, און זיך שטארקן מיט פרישע כוחות צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה. די ריזיגע זאלן זענען אויסגעארבעט געווארן אז ס'זאל קענען ארייננעמען דעם גרויסן ציבור וואס איז ערווארטעט, אויף א באקוועמען פארנעם, אז יעדער זאל קענען הערן און זען און מיטהאלטן דעם געשמאקן מעמד. אום 5 אזייגער פונקטליך וועט מען זיך וואשן צו א רייכע סעודה, די טאלאנטפולע זינגערס פון די "הלווים" קווייער וועלן מהנה זיין דעם עולם, באגלייט מיט פראפעסיאנאלע מוזיק און גראמען. חשובע בעלי דרשנים וועלן האלטן דעם עולם געשפאנט. מ'וועט מסיים זיין מסכת שבת און אנהויבן מסכת עירובין, און דער ראש ישיבה שליט"א וועט זאגן דברות קודש. דערנאך וועט מען זיך ארויסלאזן אין פרייליכע טענץ, און נאך ברכת המזון וועט פארטיילט ווערן ספעציעלע חשובע מתנות פאר אלע באטייליגטע. ביים זאל איז נישטא קיין פארקינג, א גרויסער פארקינג לאט איז צוגעשטעלט געווארן נישט ווייט פון זאל, אויף .St Grant corner. Ln Darbee פון וואו ס'איז בלויז געציילטע מינוט צוצוגיין צום זאל ]זע בייגעלייגט די מאפע[. ביטע זיך האלטן צו אלע אנווייזונגען, ס'זאל זיך נישט מאכן קיין פראבלעמען מיט די שכנים און די באאמטע. שישו ושמחו בשמחת התורה!

    < זעה מער טז אב תשפ 📝
  • פערטע באנד עצתו אמונה - גרייט צום דרוק

    קויפט א זכות אין ספר עצתו אמונה פאר $500 און פועלט ישועות! עס איז אונז א געוואלדיגע שמחה צו לאזן וויסן אז דער פערטער באנד פון ספר עצתו אמונה - בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א - גייט שוין צום דרוק ביז געציילטע טעג בעז"ה. ווער עס האט שוין געזען דעם ערשטן, צווייטן און דריטן באנד, און זוכה געווען צו לערנען אינעם הייליגן ספר, דארף מען שוין נישט ערקלערן פון וואס מען רעדט. אין דעם הייליגן ספר טרעפט יעדער טרעפליכע ענטפערס אויף אלע שאלות און ספיקות מיט וואס יעדער מוטשעט זיך. און אלעס בלויז מיטן תורה'דיגע צוגאנג געבויט אויף די הייליגע ווערטער פון חז"ל, פוסקים, פון הייליגן רבי'ן און זיינע הייליגע תלמידים, אזוי ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס אונז איבערגעגעבן. דאס אלעס איז געשריבן געווארן דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א אין בריוו פאר אידן און ענטפערס אויף שאלות וואס אידן האבן אריינגעשיקט. זייער אסאך ווערט גערעדט פון אמונה פשוטה אין אייבערשטן, און אז דאס איז דער וועג וויאזוי אידישע קינדער דערהאלטן זיך אין גלות נאר דורך גלייבן אין אייבערשטן אן קיין חקירות און פילאזאפיע, א פלעינע ריינע אמונה אזוי ווי פרויען און קינדער האבן. גאר א גרויס חלק פון די שאלות קומען פון בחורים, וואס ווי באקאנט פלעגט מוהרא"ש אייביג זאגן, אז זיין זאך איז בחורים, און אז קיינער פארשטייט נישט דעם צער פון א בחור, וואס וויל חתונה האבן, ער וויל זיין ערליך און זאגט צו פאר'ן אייבערשטן אז ער גייט שוין פון יעצט זיין ערליך, און ווידער איז ער אראפ געפאלן ר"ל, און זיין הארץ דריקט אים און ער וויינט "וואס וועט זיין מיט מיר?", "וויפיל מאל קען מען זיך אויפהייבן?", "ווען וועל איך שוין א חתן ווערן?" און זיי פרעגן אן דעם ראש ישיבה שליט"א זייערע ספיקות און שאלות, און דער ראש ישיבה שליט"א איז זיי מחזק זיי זאלן נישט אויפגעבן נאר אנהייבן נאכאמאל פון פריש, און געבט זיי עצות וויאזוי זיך ארויסצודרייען פונעם ברענענדיגן יצר הרע, און סגולות פון צדיקים צו טרעפן זייער שידוך. זייער אסאך רעדט דער ראש ישיבה שליט"א ארום אין די בריוו פון די גרויסקייט פון "הפצה", ווי דער ראש ישיבה שליט"א דרוקט זיך אויס אין איינע פון די בריוו בזה"ל "איר זענט זיך מחיה מיט די שיעורים פון ישיבה וכו'; די שיעורים האבן געטוישט אייער לעבן, אייער גאנצער בליק אויפן לעבן וכו'; פאר וועם קומט דאס צו פארדאנקען? פון וואו נעם איך די תוכן וואס מיר זאגן ביי די שיעורים? אויב נישט פאר דעם גרויסן מפיץ ר' נתן יאקאבאוויטש ני"ו. פאר פופצן יאר צוריק שנת תשס"ד לפ"ק האט ער מיך באגעגנט אין א בית המדרש און ער האט מיר געגעבן א קליין ספר'ל: "אשר בנחל", דאס האט געטוישט מיין לעבן, און דאס האט געטוישט זייער אסאך מענטשנס לעבנס, ווייל אזוי ווי איר שרייבט מיר אז אייער לעבן האט זיך געביטן, אזוי באקום איך יעדן טאג בריוו ווי מענטשן שרייבן אז זייער לעבן האט זיך געטוישט צום גוטן. וואס איז דער מפיץ וואס האט מיר געגעבן דעם ספר "אשר בנחל", ווי אזוי דארף זיין מיין בליק אויף דעם איד?" און בכלל זענען די בריוו פול מיט התחזקות פאר יעדן איד אין יעדן מצב, מען זאל זיך נישט פארלירן, און געדענקען אז די איינציגסטע פלאץ וואו צו אנטלויפן איז נאר צום אייבערשטן. מען זאל גיין צו א פלאץ וואו קיינער איז נישט דארט, און זיך דארט אויסגיסן דאס הארץ צום אייבערשטן אויף אידיש, וואס נאר ער קען און וועט דיך העלפן. ועל כולם זענען גאר א גרויס חלק פון די בריוו איבער די ענין פון שלום בית, דער ראש ישיבה שליט"א געבט עצות און הדרכה פאר א ריכטיגע אהבה אחוה שלום וריעות צווישן די פאר-פאלק, זיי זאלן וויסן אז די וועג צו האבן שלום בית איז נאר אז מ'איז מוותר איינער דעם צווייטן, מ'קוקט גוט אויף די מאן/ווייב. אזוי אויך לערנט דער ראש ישיבה אויס, אז חומרות און פרושות ברענגט נישט קיין גוטס, ווי מוהרא"ש פלעגט אייביג חזר'ן מיט אונז דאס ווארט פון רבי אברהם ב"ר נחמן ז"ל, ווען מ'פלעגט אים פרעגן הנהגות פאר אינגעלייט, "קינדערלעך, היט אייך פון כריתות", "ווען מ'מעג מעג מען אלעס, ווען מ'טאר נישט טאר מען גארנישט". אזוי אויך רעדט דער ראש ישיבה זייער אסאך איבער "חינוך", מ'זאל וויסן אז דער עיקר וואס מ'דארף אריינלייגן אין די קינדער פון גאר קליין איז אמונה און תפלה, און אזוי אויך אז מידות טובות דארף מען אויסלערנען דאס קינד נאך פון קליינווייז אויס. הזמן יכלה והם לא יכלו, עס איז נישט מעגליך אויסצורעכענען אלע ענינים בפרטיות פון וואס דער ראש ישיבה רעדט אלץ ארום אין די בריוו, דאס איז א תמצית פון אלע ענינים וואס ווערן ארום גערעדט: אומאן - אחדות - אידיש געלט - איינזאם - אינטערנעט - אמונה - אמונת חכמים - אשר בנחל - בארד און פאות - בושה - בזיונות - בחור - בין אדם לחבירו - בין המצרים - בית דין - בית המדרש - ברכת המזון - בר מצוה - גמרא - געזעץ - געמבלינג - געפילן - דראגס - דרייוון - דרשות - הדרכות - היטן די צייט - היכל הקודש - היסטאריע - הלכה - הפצה - התחדשות - התחזקות - וואקסינען - זומער - זיכוי הרבים - זריזות - חב"ד - חברים - חובות - חומרות - חידושי תורה - חיזוק פאר מיידלעך - חיזוק פאר פרויען - חינוך הילדים - חסידות ברסלב - חתונה - חתן - טלית - טערעפי - טשעפען - יאוש - יבנאל - יום טוב - יום כיפור - ישיבה - כולל - כיבוד אב ואם - כעס - כשרות - לבוש - לימוד התורה - לימודי חול - לערערין - לצנות - מאוויס - מדות טובות - מוהרא"ש - מוהרנ"ת ז"ל - מוסדות - מוסר - מועדים וזמנים - מחלוקת - מחשבות - מלמדים - מנהגים - מנין - מעביר סדרה - מעשר - מקוה - משיח - משניות - משפחה - משקה המשכר - נאטורן - ניבול פה - ניגונים - נייעס - נסיונות - נעגל וואסער - סבלנות - סגולות - סדר דרך הלימוד - סוכות - סיום - סיום הש"ס - סיפורי צדיקים - סכנה - סמארטפאון - ספיקות - ספירה - ספרי ברסלב - עבודת השם - עבירות - ענינים שונים - עצבות - עצות - פורים - פחדים - פירושים - פסח - פרנסה - צדיקים - צדקה - ציצית - צניעות - צרות - קאמפיוטער - קברי צדיקים - קדושה - קינדער - קללות - קנאה - קעמפ - קריאת שמע - קשיות - ראש השנה - רענט - רפואה - שאלות - שבת קודש - שובבי"ם - שווער און שוויגער - שידוכים - שיחות - שיעורים כסדרן - שכחה - שכנים - שכרות - שלאפן - שלום - שלום בית - שמחה - שמחות - שמירת עינים - שנה ראשונה - שערן די האר - תהלים - תודה והודאה - תיקון הכללי - תלמיד - תמימות - תפילה והתבודדות - תפלות אויף אידיש - תפלין - תשובה - תשעה באב &nbsp; פאלגענד זענען בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א וואו מ'זעט די גרויסקייט פון דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע בריוו &nbsp; בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן &nbsp; לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר. איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט צו דרוקן די שיינע בריוון פון עצתו אמונה. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וויפיל אידן זענען זיך מחי' יעדן טאג מיט די בריוון. דער הייליגער רבי האט געזאגט: "פון אייך קענט איר וויסן וואס גייט אריבער אויף אנדערע"; מיר האבן דאך אזויפיל חיזוק פון רבי'ן און מיט דעם אלעם זענען מיר ווי אזוי מיר זענען, פול מיט חלישות הדעת, פול מיט בלבולים וכו', וכו', איז דאך זיכער אז אנדערע וואס האבן נישט דעם רבינ'ס חיזוקים דארפן דאך זיכער אסאך חיזוק צו קענען אנגיין אין לעבן; די בריוון, די פשוט'ע דיבורי אמונה איז זיי אזוי שטארק מחי'. בעט איך דיר ליבער ..., זיי נישט אזוי בקטנות הדעת, טראכט נישט פון שלעכטס; טראכט פון דאס גוטס וואס מיר האבן, און זיי ממשיך שטערקער און שענער ווייטער צו דרוקן די ספרים. געב אכטונג עס זאל נישט זיין מיט גרייזן, אזוי אויך זאלסטו עס דרוקן מיט גרויסע אותיות און נקודות אז עס זאל זיין גרינג צו ליינען. ווער עס ליינט די בריוון זאגט אז דאס איז ממש מוהרא"ש'ס בריוון; די זעלבע ווערטער, די זעלבע חיזוקים, נאר אביסל מער אראפגעברענגט פאר היינטיגע בחורים און מיידלעך, זיי זאלן זיך קענען מחזק זיין און זיך אויפהייבן. "קָמָה אֲלֻמָּתִי וְגַם נִצָּבָה (בראשית לז, ז)", "קָמָה אֲלֻמָּתִי", די בינטלעך &ndash; די קונטרסים הייבן אויף אידישע קינדער, "וְגַם נִצָּבָה", עס געבט כח זיך צו דערהאלטן אין שווערע מצבים. אין דעם זכות פון פארשפרייטן אמונה פאר אידישע קינדער וועסטו זוכה זיין צו דורות ישרים ומבורכים. &nbsp; ~~~ בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת אמור, י"ב אייר, שנת תש"פ לפרט קטן &nbsp; לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר. דו קענסט זיך נישט פארשטעלן דיין זכות; וויפיל אידן זענען זיך מחי' וועכנטליך מיט'ן קונטרס "עצתו אמונה", אזויפיל מענטשן ווארטן יעדע וואך צו באקומען דעם וועכנטליכן קונטרס "עצתו אמונה". דעריבער שרייב איך דיר, איך וויל דיר מחזק זיין דו זאלסט זיך שטארקן און נישט אויפגעבן די גרויסע זכות פון דרוקן די הייליגע בריוון וואס אזויפיל מענטשן זענען זיך מחזק דורכדעם צוריק צו קומען צום אייבערשטן. שטרענג זיך אן מיט אלע כוחות עס זאל ארויסקומען יעדע וואך א קונטרס, ווייל מיר האבן א נייע דור וואס ליינט נישט קיין שום צייטונג און קיין שום מאגעזין; די תלמידי הישיבה און תלמידות בית פיגא פארשטייען נישט צו קיין צייטונגען און מאגעזינען, זייער ליין מאטריאל איז נאר דער "גליון היכל הקודש" און דער "קונטרס עצתו אמונה". זאלסטו פרובירן מיט אלע מעגליכקייטן אז עס זאל זיין גרייט א קונטרס יעדן ליל שישי, אז אלע משפחות זאלן דאס קענען אהיים טראגן און האבן אן עונג שבת. איך האף אז מיט די צייט וועט זיין וועכנטליך נאך גליונות און קונטרסים; די חדר וועט ארויסגעבן א צעטל און די סקול וועט ארויסגעבן וואס צו ליינען, אז די נייע דור וועט נישט דארפן זוכן וואס צו ליינען פון פרעמדע השקפות. &nbsp; ~~~ &nbsp; בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת תצוה, ח' אדר, שנת תש"פ לפרט קטן &nbsp; ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב. איך האב ערהאלטן דיין בריוו. איך פריי זיך צו הערן אז דו לערנסט דעם ספר עצתו אמונה; דו האסט א שיעור אין דעם יעדן טאג, דו גייסט נישט שלאפן אן לערנען כאטשיג איין בריוו. הלוואי זאלן אלע מיידלעך, אלע דיינע חבר'טעס אויך טון אזוי; דארט וועסטו זען ווי אזוי מוהרא"ש האט געוואלט מען זאל לעבן, אלע בריוו איז נאר וואס מוהרא"ש האט געזאגט און וואס מוהרא"ש האט געוואלט. אויך זאלסטו לערנען די בריוו פון ספר איש אמונות; דארט איז דא פערזענליכע בריוו פאר תלמידי היכל הקודש און פאר תלמידות בית פיגא, די בריוו וועט דיר זייער מחזק זיין און ווייזן א וועג אין לעבן. &nbsp; ~~~ &nbsp; פאלגענד זענען בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א איבער די ישועות וואס מ'זעט ווען מ'איז מנדב צו דרוקן און פארשפרייטן די הייליגע בריוו בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת וישב, י"ח כסליו, שנת תש"פ לפרט קטן &nbsp; לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר. הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו! פאר די גוטע נייעס וואס דו האסט מיר היינט דערציילט, אז דיין ווייב תחי' איז געזונט און שטארק מען זעט וואס תפלה טוט, ווי שטארק תפלה איז; אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ט): "תְּפִלָּה מְשַׁנֶּה אֶת הַטֶּבַע", תפלה איז שטערקער פון די טבע; אפילו די נאטור זאגט איין זאך, קען מען מיט תפלה איבערדרייען די נאטור. איך האב איבערגעגעבן די פינף הונדערט דאללער צו דרוקן די צווייטע חלק "עצתו אמונה"; עס גייט בקרוב אריין צום דרוק. אין דעם זכות פון דרוקן די בריוון וואס איז מחזק טויזנטער טויזנטער מענטשן וועסטו זען נאך נסים ביי דיר און ביי דיין גאנצע משפחה. דער אייבערשטער זאל דיך היטן מיט דיין גאנצע משפחה. ~~~ &nbsp; בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת דברים, כ"ח תמוז, שנת תש"פ לפרט קטן לכבוד ... נרו יאיר. &lrm;דיין זכות איז זייער גרויס מיט'ן העלפן דרוקן דעם צווייטן חלק עצתו אמונה. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן גרויס שפע און האבן די זכות צו העלפן דרוקן די אנדערע חלקים. פון דיין ראש ישיבה. ~~~ &nbsp; אזוי ווי די הוצאות פון דרוקן איז אומגעהויער גרויס, קען מען זיך משתתף זיין און האבן א חלק אין די געוואלדיגע זיכוי הרבים.מען קען איבערגעבן א נדבה פערזענליך פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, אדער רופט 347-831-1391 צו געבן א קרעדיט קארד דורכ'ן טעלעפאן, אזוי אויך קען מען שיקן אן אימעיל צו mail@kerenhadfusa.org און צושרייבן צום סאבזשעקט ליין "עצתו אמונה חלק ד'". &nbsp;כי מן הבאר ההוא ישקו העדרים

    < זעה מער ח אב תשפ 📝
« Previous Next »

Showing 1246 to 1260 of 1666 results

1 2 ... 81 82 83 84 85 86 87 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com