Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שטארקע בריוו פון ראש ישיבה פלאמט אויף אנשי שלומינו צום "אנשי חיל" קאמפיין

    היינט האט דער ראש ישיבה געשריבן זייער א שיינע בריוו, ווי ער שמועסט זיך זייער שיין אויס מיטן ציבור, און שרייבט אז ער פארשטייט אז עס קומט אן שווער צו בעטן פון חברים, מען שעמט זיך, דער ראש ישיבה בעט אבער אז מען זאל פארשטיין ווי שווער עס איז אים, ווי ער דארף דרייען און בארגן ריזיגע געלטער. און דאס אלעט טוט ער נאר פאר אונזערע קינדער, פאר אונזערע מוסדות.   דער ראש ישיבה ברענגט ארויס, אז ער פאר זיך אליינס בארגט קיינמאל קיין געלט, ווי מוהרא"ש פלעגט אלץ ווארענען אז מען זאל נישט בארגן קיין געלט. און אפילו ווען עס קומט צו צדקה זאל מען געבן נאר וויפיל מען האט, אפילו א קלייניקייט. נאר אז עס קומט אז מען דארף בויען די קהילה און מוסדות, פאר דעם בארגט ער יא.    דער ראש ישיבה שרייבט אז מען זאל אריינטראכטן וואס דאס מיינט, און ווי שווער דאס איז ווען מען דארף דרייען מיט איבער צוויי מיליאן דאלער חובות. דער ראש ישיבה שרייבט ווייטער און ברענגט ארויס אז וואס איז דאס ערגסטע וואס קען פאסירן? מען וועט זאגן "איך האב נישט", "איך געב נישט פאר ברסלב", "איך האב שוין געגעבן", פארדעם זאל מען נישט רופן קיינעם?   דער ראש ישיבה פירט אויס דעם בריוו מי די ווערטער: "איך בעט דיר, העלף מיר; איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך פארלאז זיך בכלל נישט אויף דיר, איך פארלאז זיך נאר אויפן באשעפער, אבער אז דו וועסט זיין דער גוטער שליח וועט זיין גוט פאר דיר בזה ובבא"   איר קענט זיך נאך משתתף זיין אינעם קאמפיין, און האבן א חלק אין די הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן דעם אייבערשטנ'ס נאמען אויף דער וועלט. charidy.com/breslev.

    < זעה מער כד סיון תשפ"ב 📝
  • טשערידי קאמפיין "אנשי חיל" שוין אנגעפאנגען

    היינט דינסטאג פונקט מיטאג צוועלף אזייגער האט זיך אנגעהויבן דער יערליכער קאמפיין פאר די הייליגער ברסלבע מוסדות אויפן טשערידי פלאטפארמע. דער היי יעריגער קאמפיין האט באקומען דער נאמען "אנשי חיל" און איז געווארן איבערגעארבעט אויף א נייעם פארמאט. גלייך ווען מען האט געעפענט היינט האט שוין דער קאמפיין געהאלט איבער הונדערט און פופציג טויזנט דאלער פון "פּרי-קאמפּיין" אקטיוויטעטן. אזוי אויך האט מען געטוישט דער ציל פונעם קאמפיין. דער קאמפיין האט גענומען פאר זיך א גאָול צו האבן לכל הפחות 400 טיעמס וואס האבן דערגרייכט זייער אייגן באשטימטע גאול. &nbsp; ברוך השם אז סיי דער ציבור אנשי שלומינו וואס האט געמאכט א טיעם, און סיי די נדבנים פון אלע שיכטן פון גאנץ כלל ישראל זענען גאר שטארק ווארעם, און יעצט ווען מיר שרייבן די שורות דינסטאג מיטאג, האט שוין דער קאמפיין דערגרייכט איבער צוויי הונדערט טויזנט דאלער נדבות, און 65 טיעמס האבן שוין דערגרייכט זייער ציל. &nbsp; דער קאמפיין וועט אנהאלטן בעז"ה פאר די קומענדיגע צוויי טעג, היינט דינסטאג און מארגן מיטוואך, ווען אנשי שלומינו וועלן ארויסווייזן הכרת הטוב פאר די פלאץ וואס העלפט זיי א גאנץ יאר, און בעטן אלע זייערע חברים, שכנים, קרובים, און ביזנעס שותפים צו באשטייערן לכבודם. וואס מיט דאס געלט וועט דער ראש ישיבה בעז"ה ווייטער בויען די הייליגע מוסדות, אין די פילע שטעט און לענדער איבער די וועלט, מוסדות פאר אינגלעך פאר מיידלעך, פאר בחורים, פאר אינגעלייט, פאר פרויען און פאר די געברויכן פון די קהלה. חדרים, מיידל סקולס, בתי מדרשים, כוללים, מקוואת און מקוואת טהרה, מצה בעקעריי, שחיטה, בית החיים, אומאן, אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, דזשערסי סיטי, לאנדאן, מאנטשעסטער, ירושלים, בני ברק, בית שמש, אשדוד, צפת, יבנאל, און אזוי ווייטער. מיט דאס געלט וועט מען בעזרת השם ווייטער ציען ערליכע דורות, און לייגן דער עיקר דגוש אויף די אמונה, מען זאל וויסן אז דער אייבישטער איז דא, און אויפבויען געזונטע קינדער, וואס ווייסן וואס לעבן איז, און וויאזוי מען געבט זיך אן עצה אין לעבן. &nbsp; טייערע ליינער: איר זענט זיך מחיה מיטן וועבסייט? איר שעפט חיזוק פון די "חיזוק יומי"? איר ליינט די גליונות און עצתו אמונה מיט דורשט? איר ווילט אוודאי נעמען א חלק אין די געוואלדיגע זכותים! דא האט איר די געלעגענהייט, באזוכט יעצט טשערידי/ברסלב פעידזש און זוכט אויף אייערס א ידיד אדער קרוב און זייט מחזק די הייליגע מוסדות מיט א ברייטע האנט. דער זכות וועט דער אייבישטער אייך באצאלן מיט זיין ברייטע האנט, און דער זכות וועט אייך באגלייטן לעד ולנצח נצחים! &nbsp; אט האט איר א חלק פון די טיעמס אויפן קאמפיין: קאמפיין בכלליות לזכות פונעם ראש ישיבה Light of Emuna Translation Team &nbsp; היכל הקודש/אמעריקע: ⠀וויליאמסבורג ⠀בארא פארק ⠀קרית יואל ⠀מאנסי ⠀קרית ברסלב ליבערטי ⠀לעידיס אקזילערי ⠀בית פיגא סקול ⠀לעיקוואוד ⠀סטעטען איילענד &nbsp; היכל הקודש/ארץ ישראל ⠀בני ברק ⠀ירושלים ⠀יבנאל ⠀חיפה ⠀בית שמש ⠀צפת - טבריה &nbsp; אויסער דעם איז דא נאך כמעט 500 טיעמס, און איז נישט מעגליך זיי אלע אויסצורעכענען, אבער איר קען זיי אויפזוכן אויפן טשערידי פיעדזש דורך מאכן א סוירטש. &nbsp; וְאַתָּ֣ה תֶחֱזֶ֣ה מִכׇּל־הָ֠עָ֠ם אַנְשֵׁי־חַ֜יִל יִרְאֵ֧י אֱלֹקים אַנְשֵׁ֥י אֱמֶ֖ת

    < זעה מער כב סיון תשפ"ב 📝
  • רענאוואציעס ביים ביהמ"ד היכל הקודש קרית יואל אויף העיס קאורט

    איבעראל ווי דער אייבישטער באשטערט אז איינע אדער עטליכע פון אנשי שלומינו זאלן זיך באזעצן, נעמט נישט קיין לאנגע צייט, און אנשי שלומינו טון מקיים זיין דעם רצון פון מוהרא"ש זי"ע וואס האט געשריבן אין די לעצטע טאג וואס ער האט זיך געפונען אויף דעם עולם "איך וויל אז יעדער פון אנשי שלומינו זאלן עפענען א שול היכל הקודש אין זיין שטאט, אין זיין געגענט". &nbsp; אנשי שלומינו זוכן צו קומען דאווענען אין א שול ווי מען רעדט נאר הייליגע דיבורים, מען חזרט כסדר אמונה, מען קען רעדן אפן פונעם אייבערשטן. עס נעמט נישט לאנג, און עס ווערן מקורב נאך און נאך אידן צום אייבערשטן. אידן לעכצן נאך א גוט ווארט, מען וויל הערן אז דער אייבישטער וויל דיך יא, דו האסט נאך א האפענונג. &nbsp; אין קרית יואל גייט שוין דער בית המדרש אויף העיס קט. כמעט צוואנציג יאר. אנפאנג פון יאר תשס"ג האבן זיך אנשי שלומינו אין קרית יואל זיך צוזאם גענומען, הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א האט אראפגעגעבן א גרויסע חלק פון זיין הויז און עס מקדיש געווען פאר א בית המדרש. מען האט עס דעמאלטס שיין איבערגעבויט, עס זאל זיין פאסיג פאר א בית המדרש. מען האט איינגעקויפט אלע צרכי בית המדרש, אן ארון הקודש, באלעמער, עמוד, ספרים שענק, ספרים, און אזוי אויך האט מען ארויסגעשטעלט אין גאס א שיינע גרויסע סיין "בית המדרש היכל הקודש דחסידי ברסלב, בנשיאות כ"ק מרן מוהרא"ש שליט"א", וואס איז אין זיינער צייט געווען דער איינציגסטער בית המדרש אינדרויסן פון יבנאל וואס האט געטראגן דעם נאמען "היכל הקודש" און "מוהרא"ש" מיט שטאלץ. &nbsp; אין די אלע יארן איז שוין ארויס פון דעם בית המדרש, אן א מאס און אן א שיעור תורה, תפלה, אמונה, שלום בית, חינוך, און אזוי ווייטער, און אזוי גייט עס נאך ווייטער אן, ווען יעדע וואך קומען ארויף פילע אנשי שלומינו און שכנים און זענען זיך מחיה מיט די הייליגע דיבורים וואס ווערן געזאגט דורכן גבאי פונעם בית המדרש הר"ר יואל פארקאש שליט"א וואס איז דולה ומשקה מתורתו פון הייליגין רבין און זיינע הייליגע תלמדים ווי איבערגעבן דורך מוהרא"ש זי"ע, און געבט אריין חיות און אלע באטייליגטע. &nbsp; נאך אזויפיל יאר וואס דער בית המדרש אין אין באנוץ זעט זיך שוין די ווענט און פלאר פון בית המדרש אן אפגענוצטקייט. עס זעט זיך אן א שטארקע נויטיגקייט צו איבערפעינט די ווענט, איבערסקרעיפן די פלארס, און לייגן א נייע סיין אויפן גאס - נאכדעם וואס דער אלטער סיין האט שוין אפגעדינט, און איז אראפגעפאלן א צייט צוריק ביי א שטורעם. &nbsp; די קאסטן פון די רענאוואציעס קען אריינציען אין טויזנטער דאלערס. ברוך השם אנשי שלומינו זענען ווארעם און לאזן זיך קאסטן צו איבערבויען דעם אייבערשטנ'ס הויז. אבער עס פעלט נאך עטליכע טויזנט דאלער צו קענען גיין ווייטער. ווער עס וויל נעמען א חלק קען זיך ווענדן צו מו"ה קלמן אליעזר מזרחי הי"ו אויף 845-492-1502. &nbsp; ועשי לי מקדש ושכנתי בתוכם!

    < זעה מער כ סיון תשפ"ב 📝
  • בארא פארק גרייט זיך צו אנטפאנגען דעם ראש ישיבה שליט"א צום ליל שישי שיעור

    דער וועכענטליכע בארימטע "ליל שישי שיעור" פון ראש ישיבה שליט"א איז א מאגנעט וואס ציעט יעדע וואך פילע הונדערטער אינגעלייט וואס באקומען פון דעם שיעור הדרכה און עצות וויאזוי אנצוגיין ווייטער און אנצוהייבן פון פריש דינען דעם אייבערשטן. וויאזוי נישט צו צופאלן פונעם סמ"ך מ"ם וואס פרובירט אונז נאר צו מאכן טראכן אז מיר זענען איין שטיק דורכפאל, און כיאלו חס ושלום דער אייבישטער דארף אונז נישט. ער פרובירט אפצושוואכן די ליבשאפט צווישן מאן און די ווייב עס זאל נאר ווערן א שטיקל וויכוח, און אזוי פרובריט ער אראפצואווארפן אידישע קינדער אין מ"ט שערי טומאה. &nbsp; דערפאר קומען זיך צוזאם הונדערטער אינגעלייט צו הערן די ווערטער פון ראש ישיבה יעדע וואך, וואס חזרט מיט אונז די הייליגע ווערטער פון די פריערדיגע צדיקים, די היילגיע עצות און חיזוק פון הייליגן רבין, וואס האט עס געשריבן דווקא פאר אונזער דור, אויפן וועג וואס מוהרא"ש האט אונז אויסגעלערענט, און מען הערט פון פריש יעדע וואך ווי דער אייבישטער האט מיך יא ליב, און אז איך קען נאך יא תשובה טון, און תשובה איז בכלל נישט קיין בער. אויך הערט מען חיזוק פון ראש ישיבה נישט צו ווערן צופאלן ווען די ווייב זאגט א ווארט, בלייבן געבן נאר גוטע ווערער, און זיין א נותן און נישט קיין מקבל, און אזוי מאכן רוען די שכינה אין שטוב. &nbsp; יעצט ערב שבועות וועט דער ראש ישיבה מיטן אייבערשטנ'ס הילף קומען קיין בארא פארק, און וועט בעזר השם לאזן הערן דעם דבר ה' עצות און חיזוק פון די הייליגע תורה, וויאזוי אויך אונז אין אונזער שווערע מצב קענען אויך מקבל זיין די תורה, און אויך באקומען די אלע גוטע מתנות און סגולות וואס קומט מיטן לערנען די הייליגע תורה. &nbsp; דער שיעור וועט פארקומען אינעם בית המדרש אויף 4801 11 עוו. אום 9:00 אווענט. &nbsp; צהלי ורוני יושבת בארא פארק!

    < זעה מער ג סיון תשפ"ב 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א וועט זאגן א שיעור אין קרית יואל היינט דינסטאג

    קרית יואל איז פרייליך מיט די נייעס אז דער ראש ישיבה שליט"א קומט קיין קרית יואל פראווען א סעודת ראש חודש און מחזק זיין אנשי שלומינו און געבן א שיעור הכנה צום יום טוב שבועות. &nbsp; אין קרית יואל גייען אן דריי הערליכע שולן פון היכל הקודש, ווי מען דאווענט אלע דריי תפילות, אלע שכנים פון די שולן ווייסן אז דארט קען מען אלעמאל אריינקומען און הערן א גוט ווארט און באקומען חיות אנצוגיין. &nbsp; אין בלומינג גראוו שול קומט מען צוזאם יעדע ליל שישי מיט צו האלן דעם שיעור פון ראש ישיבה, און אזוי אויך גייט לעצטענס אן מיט א שטארקייט דער "עצתו אמונה" פארברענג יעדע דינסטאג נאכט, ווי מען פארברענגט אינאיינעם מען חזרט און מען לערנט דעם רבינס דיבורים. &nbsp; אינעם ביהמ"ד היכל הקודש אויף העיס קאורט געפונט זיך א ברסלבע ספרים געשעפט וואס איז אפן יעדן טאג, וואו פילע אידן קומען כסדר אריין און קויפן זיך איין ספרים פון הייליגן רבין און פון זיינע תלמדים. &nbsp; אזוי אויך איז קרית יואל בארימט מיט די פילע מפיצים וואס גייען ארויס פון דא, די אינגעלייט גייען ארום אין די היצן און אין קעלט און געבן איבער דעם רבינס ספרים פאר אנדערע אידן. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א וועט אי"ה קומען היינט נאכט 8:30 צו מנחה אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 8 פרעמישלאן וועי, און גלייך דערנאך וועט אי"ה זיין דער שיעור. &nbsp; שמעו ותחי נפשכם

    < זעה מער א סיון תשפ"ב 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א קומט קיין לעיקוואוד מאנטאג נאכט ראש חודש סיון

    מארגן מאנטאג נאכט ראש חודש סיון וועט בעזרת השם יתברך פארקומען אין לעיקוואד א סעודת ראש חודש און א שיעור הכנה לחג השבועות. דער ראש ישיבה שליט"א קומט בעז"ה ספעציעל צו פארן, און וועט מחזק זיין אנשי שלומינו און תושבי לעיווקאוד. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א וועט אי"ה אנקומען אום 9:00 צום נייעם בית המדרש אין צענטער פון שטאט לעיקוואוד אויף 215 איסט 5טע סטריט (אין בעק פון בנין), ווי מען וועט צוערשט דאווענען מעריב, און דערנאך וועט מען זיך וואשן צו א סעודת ראש חודש, און דערביי וועט דער ראש ישיבה שליט"א משמיע זיין א שיינע שיעור איבער דעם ענין "וויאזוי גרייט מען זיך צו צום יום טוב שבועות". &nbsp; פאר דעם הייליגן יום טוב שבועות איז איינגעפירט אין אלע שולן און ישיבות אז מען רופט אראפ א גוטע רעדנער וואס מיט א זיסע שפראך זאל ער דראמטיש אראפ לייגן די מתיקות התורה, די גרויסקייט פון די הייליגע תורה, און אז מען קען זיין א איד נאר דורך לערנען די הייליגע תורה. די בעלי דרשנים - וואס מיינען באמת נאר גוטס - לייגן עס אראפ מיט אזא געשמאק, אזש מען שפירט ווי מען וויל נאר זיך צוקלעבן צו די תורה. דער אבער פראבלעם ווערט, ווען מען שטעלט זיך אויף נאך די דרשה, און מען וויל טאקע אנהייבן לערנען, מען נעמט א חברותא, מען מאכט זיך א שיעור, מען פרובירט זיך אריינצולייגן ראשו ורובו אין די גמרא, אבער... עפעס גייט עס נישט ביי מיר "פארוואס שפיר איך נישט די געשמאק פון די תורה?", הייבט מען אן טראכטן, "איז טאקע די תורה געגעבן געווארן נאר פאר 'רבי חיים' און די עטליכע יחידי סגולה פונעם דור?", "קען איך שוין נישט האבן מער קיין שייכות מיט די תורה?", אזוי שפירן זיך אידישע קינדער צובראכן און מיואש נישט וויסנדיג אז די תורה איז געגעבן געווארן פאר "יעדעם איד, אין יעדן דור, אין יעדן מצב". &nbsp; דער ראש ישיבה וועט בעז"ה קומען מחזק זיין אלעמען און ווייזן דעם וועג וויאזוי אויך דו קענסט לעבן מיט די תורה, און אויפווייזן אז דער איביישטער האט געגעבן די תורה אויפן הר סיני פאר גאנץ כלל ישראל, אפילו מיט טירדות פון פרנסה, משפחה, צרות און יסורים, אפילו מיט א פארשטאפטע קאפ, אדער מען האט ליידער געזינדיגט וואס לאזט נישט פארשטיין די הייליגע תורה. מיט דעם אלעם - זאגט דער הייליגער רבי - קענסטו אויך לערנען. און אדרבה, די הייליגע תורה וואס דו וועסט לערנען 'אזוי ווי דו זעסט אויס', דאס וועט דיר ברענגען פרנסה, שלום בית, שלוות הנפש, עס וועט עפענען דיין קאפ, עס וועט דיר ארויסנעמען פון דיינע עבירות, און אויסהיילן דיינע שוואכע נערוון. &nbsp; דער ראש ישיבה וועט געבן צו פארזוכן פאר די צוהערער פון די זיסע עצות און חיזוק וואס דער הייליגער רבי געבט אונז, און מען וועט בעז"ה ארויסגיין מיט א פרישקייט אנצוהייבן דינען דעם אייבערשטן פון דאסניי, און אנהייבן צו געדענקען אז דער אייבישטער איז אייביג מיט אונז, נעבן אונז און אין אונז, און מען קען אייביג צוריק קומען צו אים. &nbsp; צהלי ורוני יושבת לעיקוואוד! &nbsp;

    < זעה מער כח אייר תשפ"ב 📝
  • סיומי הש"ס דורך תלמידי היכל הקודש ירושלים געפראוועט מיטן ראש ישיבה שליט"א

    מיר וועלן דא ממשיך זיין מיטן באריכט, וואס מיר האבן געענדיגט נעכטן. &nbsp; זונטאג אווענט בשעת דער ראש ישיבה האט געגעבן דעם שיעור אין בית המדרש אין ירושלים, זענען זיך די פרויען פון אנשי שלומינו זיך צוזאם געקומען אינאיינעם מיט די ווייב פונעם ראש ישיבה. די פרויען האבן פארברענגט און גערעדט אינאיינעם שיינע מעשיות פון תפילה און נאך. &nbsp; נאכ'ן שיעור איז פארגעקומען א "התחלת כתיבת ספר תורה", דער ראש ישיבה האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות אין א פרישע ספר תורה וואס גייט יעצט אנגעהויבן צו ווערן געשריבן פאר די קהילה. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה אריבער צו די אכסניא אין ירושלים, ווי ער האט אויפגענומען די חשובע גבאים פון בית המדרש היכל הקודש ירושלים, און דורכגעשמועס מיט זיי וויכטיגע פרטים וויאזוי צו פירן דעם הייליגן בית המדרש. אין די נאכט שעות האט דער ראש ישיבה געשריבן נאך פילע פרישע בריוון תשובות פאר אנשי שלומינו וואס ווארטן אויף ענטפערס פאר זייערע שאלות. &nbsp; מאנטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט,א געדאווענט שחרית אין בית המדרש היכל הקודש צוזאמען מיט פילע פון אנשי שלומינו, נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א סיום הש"ס, נאך א בחור פון אנשי שלומינו כמר שמואל פאלאק נרו יאיר האט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס. דער ראש ישיבה האט געזאגט אפאר ווערטער פארן ציבור, און ארום גערעדט די חשיבות פון ענדיגן ש"ס וואס דאס ברענגט אויף א מענטש אלעס גוטס. &nbsp; שפעטער איז דער ראש ישיבה אריבער צום תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים און פארציילט פאר די קינדער וויאזוי דער הייליגער רבי איז צוגעקומען צו ווערן אזוי גרויס, דאס איז נאר ווייל אין די יונגע יארן האט ער אסאך גערעדט צום אייבערשטן, און ער האט געבעטן דעם אייבערשטן זאל אים ווייזן אז ער הערט אים אויס, און דער אייבערשטער האט אים טאקע געוויזן. &nbsp; די קינדער האבן פארציילט פארן ראש ישיבה שיינע מעשיות פון תפילה וואס זיי האבן געהאט, אויך האבן די קינדער געהאט א געשמאקע שמועס מיטן דער ראש ישיבה. דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט צו זען ווי די קינדער האלט זיך פרייליך און פריש. &nbsp; במשך דעם טאג האט דער ראש ישיבה אויפגענומען אסאך מענטשן וואס האבן געוואלט זיך אדורך רעדן פריוואט מיט'ן ראש ישיבה און הערן א עצה וויאזוי ארויסצוגיין פון זייער פראבלעם, וואס דאס האט גענומען גאר אסאך צייט. &nbsp; ביינאכט איז פארגעקומען א פרישער א סיום הש"ס. דאס מאל איז עס געווען הבחור שמואל אייזיק פערל נרו יאיר בן מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו גבאי בית המדרש היכל הקודש ירושלים, וואס האט זוכה געווען צו ענדיגן ש"ס. דערנאך האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיינע שמועס איבער די גרויסקייט פון לערנען תורה און נאך. מיט דעם שמועס האט זיך דער ראש ישיבה געזעגענט פון אנשי שלומינו אין ארץ ישראל. דער ראש ישיבה זאגט אז ער האט זייער הנאה געהאט יעדע מינוט צו זיין אינאיינעם מיט אנשי שלומינו, "וואס ברענען צום אייבערשטן און ווילן נאר אז נאך א איד זאל אויך וויסן פון די ליכטיגע עצות און אנהייבן לעבן א זיס לעבן". &nbsp; דער באזוך וועט זיכער געדענקט ווערן פאר א לאנגע צייט, אנשי שלומינו אין ארץ ישראל האבן זיך אנגעשעפט מיט פרישע כוחות צו ווייטער לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און זיי ווייטער מפיץ זיין צווישן כלל ישראל. &nbsp; אשרינו שזכינו להתקרב לרבינו! &nbsp;

    < זעה מער כב אייר תשפ"ב 📝
  • געהויבענע טעג אין ארץ ישראל מיט'ן ראש ישיבה שליט"א

    ווי שוין באריכטעט פאריגע וואך, איז דער ראש ישיבה שליט"א געבליבן אין מירון ביי זיין טאטע קארלסבורגער רב שליט"א ביז נאך שבת קודש. &nbsp; נאך ל"ג בעומר האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן אין א בריוו פול מיט התרגשות: "טייערע אנשי שלומינו, דא אין מירון ביי רבי שמעון איז א מורא'דיגע פרייד, מען שפירט א מורא'דיגע שמחה און אחדות, ל"ג בעומר טאנצט מען דא, אלע סארט אידן טאנצן שעות אויף שעות אינאיינעם, א זאך וואס מען זעט נישט ערגעץ אנדערש, בפרט די יאר איז געווען אן אויסנאם פון שמחה, נאכדעם וואס מען איז געווען דערשראקן אז מען גייט נישט קענען קומען; די אלע וואס האבן זוכה געווען צו זיין דא האבן זיך אזוי מאחד געווען, מיט א גרויסע שמחה". &nbsp; שבת קודש אינדערפרי ביים סעודה האט דער ראש ישיבה'ס טאטע מכבד געווען דעם ראש ישיבה שליט"א צו רעדן אפאר ווערטער. דער ראש ישיבה האט ארום גערעדט פון דעם וואס חז"ל זאגן "הרבה עשו כרבי שמעון ולא עלתה בידם", אסאך האבן געוואלט נאכמאכן רבי שמעון אבער עס איז נישט געגאנגען, האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט "א מענטש דארף זען נישט צו זוכן גרויסע הויכע קבלות, מען דארף נעמען קבלות וואס מען קען טון לעובדא ולמעשה", אויך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט פון די געוואלדיגע עצה וואס מען דארף מיטנעמען, תפילה והתבודדות, "זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיט'ן אייבערשטן ביי יעדע מצב וואו מען איז, און געדענקען אז דער אייבערשטער האט ליב יעדן איד אין יעדע צייט". &nbsp; מוצאי שבת קודש איז דער ראש ישיבה אריבער געפארן ביים ברסלב'ע שטעטל יבנאל און געפראוועט מלוה מלכה ביי הרב רבי יצחק לעסער שליט"א, צוזאמען מיט א שבע ברכות ביי אן אייניקל פון רבי יצחק שליט"א. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט דארט גערעדט אפאר ווערטער און געזאגט: "היינט איז די יום הולדת פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו וואס געפאלט אויס ביי די ספירה פון 'חסד שביסוד', וואס דאס האט מוהרא"ש געזוכט אריינצוברענגען אין אונז אז מען זאל חתונה מאכן די קינדער ווען זיי זענען נאך ריין און ערליך". &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט אז עס איז נישט שייך צו זיין אן ערליכער איד אויב מען איז נישט דבוק אין אן ערליכער איד און מען פאלגט אים, דאס איז וואס מען זעט כסדר אין זוהר הקדוש, "וואויל זענען די צדיקים וואס ווייסן די סודות התורה, און וואויל זענען די מענטשן וואס גייען נאך די צדיקים". &nbsp; שפעט ביינאכט איז דער ראש ישיבה שליט"א געגאנגען צום ציון הקדוש פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו און זיך דארט גוט אויסגעוויינט און געבעטן פאר זיך און פאר יעדן איינעם בפרטי פרטיות. &nbsp; בשעת דער ראש ישיבה שליט"א איז געווען ביים ציון איז אויך דארט געווען הרב רבי נחמן שיק שליט"א דער זוהן פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה שליט"א צוריק געפארן קיין מירון און זיך געשטעלט דאווענען שחרית כוותיקין. &nbsp; שפעטער האט זיך דער ראש ישיבה ארויסגעלאזט צו די הייליגע קברים פון די תנאים ואמוראים וואס ליגן אין שטאט טבריה, און אויך צו די תלמידי בעל שם טוב הקדוש אין טבריה. &nbsp; פון דארט האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעלאזט קיין ירושלים זיך צו טרעפן מיט אנשי שלומינו, ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו: &nbsp; "זונטאג נאכט וועל איך זיין אין ירושלים, איך וויל זיין א טאג מיט אנשי שלומינו פון ארץ ישראל. זיי זענען נאכנישט אלט, זיי זענען פריש, איך האף זיי וועלן בלייבן פריש; זייער קאפ טראכט נישט פון זיך באקוועם מאכן, זיי טראכטן פון הפצה; 'נאך א איד זאל וויסן פון הייליגן רבינ'ס עצות'. &nbsp; איך קען נישט גיין צווישן מענטשן ווייל וואו איך גיי און שטיי קומען מענטשן זאגן ווי זייער לעבן האט זיך אנגעהויבן פונדאסניי זייט זיי הערן די זיסע עצות פון רבי'ן און דורך די בריוו וואס זיי ליינען. &nbsp; מיר דארפן צוריק פריש ווערן." &nbsp; די שמחה איז געווען גאר גרויס ווען אנשי שלומינו האבן זיך געטראפן מיט'ן ראש ישיבה שליט"א נאכ'ן זיך נישט טרעפן פאר א שטיק צייט. &nbsp; דער בית המדרש איז געווען איבערגעפולט מיט אנשי שלומינו, אויך האט מען געעפענט די ווייבער שול כדי עס זאל זיין פלאץ צו מיטהאלטן דעם שיעור פונעם ראש ישיבה. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן גאר א שיינעם שיעור&nbsp; פון וואס אלע זענען ארויס מיט חיזוק און עצות אויף ווייטער. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארום גערעדט פון די געוואלדיגע מתנה וואס מיר האבן באקומען 'התבודדות - רעדן צום אייבערשטן', "וואו איך בין רעד איך צום אייבערשטן, איך מאך מיט די ליפן און שטילערהייט בעט איך דעם אייבערשטן וואס איך דארף". &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה שליט"א ארום גערעדט פון דעם אז מען דארף איבערגעבן די זיסע עצות פאר נאך אידישע קינדער וואס ווייסן נישט פון דעם, און זיי האבן נאך נעבעך א שווער לעבן ווייל זיי ווייסן נישט אז מען קען אלעס פארציילן פאר'ן אייבערשטן. &nbsp; ביים סוף איז פארגעקומען א סיום הש"ס פון א אינגל און א סיום הש"ס פון א בחור, נאכ'ן סיום האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ פאר א שטיק צייט, זיך פרייען אז מיר האבן זוכה געווען צו וויסן פונעם רבי'ן וואס געבט אונז א וועג צו לערנען אין אלע מצבים, און לערנט אונז אויס אז אפילו איך פארשטיי נישט וואס איך לערנען, זאל איך ווייטער לערנען, און ביים סוף וועט מען שוין זוכה זיין צו פארשטיין. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן שרייבן א פרישע ספר תורה פאר די קהילה, און אהיים צו זיין אכסניה אין ירושלים, פאלגט נאך ווייטער מארגן אי"ה.

    < זעה מער כא אייר תשפ"ב 📝
  • ל"ג בעומר אין היכל הקודש

    אין אלע בתי מדרשים פון היכל הקודש וועט מען זיך בעזרת השם צוזאם קומען היינט דאנערשטאג נאכט צו א סעודת ל"ג בעומר און זיך פרייען בהילולת התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי.&nbsp; &nbsp; אין וויליאמסבורג וועט מען זיך צוזאם קומען אין בית המדרש היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סטריט היינט דאנערשטאג נאכט אום 8:30 ווי עס וועט זיין צוגעשטעלט א שיינע סעודה, און מען וועט הערן שיינע דיבורים והתחזקות וואס מען קען ארויסנעמען פון דעם הייליגן טאג. &nbsp; און קרית יואל וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם נעמען אין בית המדרש היכל הקודש אויף 8 פרעמישלאן וועי אום 8:15 אווענט ווי מען וועט זיך פרייען אין דעם גרויסן טאג, און הערן דברי התחזקות פון הייליגן רבין, וואס מען קען מיטנעמען פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי. &nbsp; אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי וועט מען זיך צוזאם קומען ביים בית המדרש היכל הקודש אויף 181 האשקי ראוד אום 6:00 נאכמיטאג ווי די גאנצע שטעטל וועט זיך צוזאם קומען פראווען א גרויסע הדלקה לכבוד ההילולא, און דערנאך וועט מען אריינגיין אין בית המדרש און פראווען א שיינע סעודת הילולא און הערן דברי התחזקות פון אנשי שלומינו. &nbsp; ווער עס וויל קען נאך נעמען א חלק אין די סעודות לכבוד התנא האלוקי רבן שמעון בר יוחאי, אזוי אויך ווער עס וויל קען נאך מנדב זיין די סגולה פון ח"י ראטל משקה. מען קען זיך ווענדן צו די געטרייע גבאים. &nbsp; תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו

    < זעה מער יח אייר תשפ"ב 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א אויף א באזוך אין ארץ ישראל

    דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אריבערגעכאפט אויף א קורצע באזוך אין ארץ ישראל, ווי ער איז אנגעקומען דינסטאג נאכט. דער ראש ישיבה שליט"א האט אפגעראכטן דעם הייליגן טאג ל"ג בעומר בצל הקודש פון זיין גרויסן טאטן הגה"צ אבד"ק קארלסבורג שליט"א אין בית המדרש קארלסבורג אין מירון סמוך ונראה צום ציון התנא הקדוש רבי שמעון בר יוחאי, דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגענוצט דעם גרויסן טאג און מתפלל געווען ביים הייליגן ציון הרשב"י פאר זיך פאר די משפחה און פאר אלע אנשי שלומינו. &nbsp; לויטן פלאן וועט דער ראש ישיבה בלייבן אין מירון ביז נאך שבת קודש. אויף זונטאג פלאנירט דער ראש ישיבה שליט"א צו פארן קיין יבניאל און מתפלל זיין ביים ציון הקודש פון מוהרא"ש זי"ע. אויף זונטאג נאכמיטאג ווערט געפלאנט אז דער ראש ישיבה וועט פארן קיין ירושלים צו געבן א דרשה פאר אינגעלייט, אויף מאנטאג נאכט ווערט בעז"ה געפלאנט א דרשה פאר די בחורים אין ירושלים. &nbsp; פאלגט נאך בעזרת השם ווייטערדיגע מעלדונגען!

    < זעה מער יז אייר תשפ"ב 📝
  • נייע בית המדרש היכל הקודש אין לעיקוואוד

    מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו אין עיר התורה לעיקוואד אויפגענומען די גוטע בשורה איבערן עפענונג פונעם ניים בית המדרש על שם רבינו אין שטאט, וואס אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש האבן געעפענט. &nbsp; דער בית המדרש געפינט זיך אין צענטער פון שטאט אויף 215 איסט 5טע סטריט (אין בעק פון בנין), און ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי מו"ה עמרם רייכמאן הי"ו. &nbsp; דערווייל דינט דער בית המדרש אויף די וואכן טעג אויף די נאכט שעות, ווי אנשי שלומינו נוצן אויס די טייערע הייליגע נעכט און קומען לערנען דארט זייער שיעורים כסדרן, אזוי אויך קומט מען זיך צוזאם אין בית המדרש ביי פארשידענע מאורעות און מסיבות, אזוי ווי דער ליל שישי שיעור פון ראש ישיבה שליט"א וואס מען האלט מיט אינעם נייעם בית המדרש. &nbsp; אין די לעצטע עטליכע יאר, ביז יעצט ווען מ'האט זיך אריינגעצויגן צום נייעם בית המדרש, פלעגט מען זיך צוזאם קומען יעדן ליל שישי צו די שיעורים אין הויז פון מו"ה הילל לעבאוויטש הי"ו וואס האט זיך אוועקגעגעבן פאר אנשי שלומינו מיט די גרעסטע מאס איבערגעגעבנקייט. &nbsp; דערווייל האט מען נאך נישט קיין בית המדרש אויף די שבת טעג, קומט מען זיך צוזאם שבת קודש אין די שטובער פון די געטרייע שארף ברודער האחים מו"ה מענדי הי"ו און מו"ה משה הי"ו, ווי מען רעכט אפ די הייליגע סעודת רעוא דרעוין צוזאמען מיט אנשי שלומינו, און מען הערט די הייליגע דיבורים חיזוק און עצות פון הייליגן רבין, אויף די וועג וויאזוי מוהרא"ש האט עס אונז איבערגעבן. &nbsp; דער נייער ווינקל אין לעיקוואד ציעט צו זיך פילע אידן תושבי לעיקוואוד, וואס זענען זיך מחיה אריינצוקומען אין א בית המדרש ווי מען נעמט אויף יעדעם מיט א געוואלדיגע סבר פנים יפות, מען קען אטעמען און שעפן חיות און זיך אויפפרישן. &nbsp; מה טובו אהליך יעקב &nbsp;

    < זעה מער יד אייר תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך צום געהויבענעם טאג ל"ג בעומר

    אינעם ערשטן תורה פון ליקוטי מוהר"ן טוט אונז דער הייליגער רבי מגלה זיין אביסל איבער די גרויסקייט און הייליגקייט פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי און איבער די די גרויסע ליכטיגקייט וואס ער האט איבערגעלאזט אויף דער וועלט, דער רבי טייטשט אז דאס וואס עס ווערט געברענגט אין די גמרא אז "חס ושלום שתשתכח תורה מישראל" האט נאר רבי שמעון בר יוחאי געקענט זאגן, דער רבי זאגט דארט "כי לא תשכח מפי זרעו" איז ראשי תיבות יוחאי, ווייל פון די גרויסע אורות וואס עס האט מגלה געווען רבי שמעון וואס איז א זון פון יוחאי, קען מען זיך האלטן אינעם שווערן גלות, און דורכגיין די אלע נסיונות, דער רבי שרייבט דארט אויך אז "עיר וקדיש מן שמיא נחית" איז ראשי תיבות שמעון. &nbsp; דאס איז געווען די ארבעט פון די צדיקים און אלע דורות, צו מגלה און מפרסם זיין דעם אייבערשטן נאך מער און מער אז אפילו אונז און אפילו אין די היינטיגע שווערע צייט, זאל מען זיך האלטן צו די הייליגע אמונה, און אזוי וועט בלייבן אז די תורה און דער אייבישטער וועט חס ושלום קיינמאל פארגעסן ווערן פון כלל ישראל. &nbsp; דער טאג ל"ג בעומר ווערט געפראוועט ביי כלל ישראל מיט גרויס געהויבנקייט, אבער בפרט ביי אנשי שלומינו, וואס פאלגן דעם הייליגן רבין און לערנען און זאגן ש"ס, מדרשים, און זוהר הקדוש, ווי די תורה פון רבי שמעון בר יוחאי איז אפגעשריבן, שפירט מען זייער שטארק דעם קשר מיט רבי שמעון, דורכדעם וואס מען לערנט זיינע הייליגע ווערטער. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געלאזט וויסן אז ער וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף זיך געפינען ל"ג בעומר אין מירון ביי זיין טאטן אין בית המדרש. &nbsp; אבער ביי אלע בתי מדרשים פון אנשי שלומינו וועט מען זיך צוזאם קומען מיטוואך נאכט ל"ג בעומר צו א סעודה לכבוד דעם גרויסן טאג, און מען וועט רעדן און שמועסן איבער די געוואלדיגע עצות און חיזוק וואס מען נעמט פונעם הייליגן תנא רבי שמעון, און זיך פארנעמען צו גיין אין זיינע וועגן. &nbsp; ביי א געלעגענהייט האט דער ראש ישיבה געזאגט "הרבה עשו כרבי שמעון ולא עלתה בידם", אז דאס מיינט אז אויב מען וויל אסאך נאכטון רבי שמעון, פאלט מען דורך, מען קען נישט טאנצן מדריגות, מען דארף טון ווי דער רבי זאגט "מעט גם כן טוב", גיין שטאפלווייז נאך אביסל און נאך אביסל, און אזוי קען מען ווערן אן אמת'ער ערליכער איד. &nbsp; כדאי הוא רבי שמעון לסמוך עליו

    < זעה מער יא אייר תשפ"ב 📝
  • שיינע "עצתו אמונה" פארברענג דינסטאג נאכט אין קרית יואל

    נעכטן איז פארגעקומען א שיינע פארברענג פון אנשי שלומינו אין קרית יואל, א שיינע ציבור זענען זיך צוזאם געקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף העיס קט. ווי דער גבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א האט אריינגעפירט דעם פארברענג מיט פארלערנען א שיעור אין ספר "פעולת הצדיק", ווי מ'האט אנגעהויבן פון די הקדמה, און דערנאך האט מען פארגעליינט א בריוו פון מוהרא"ש זי"ע אין אשר בנחל, און א בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אין "עצתו אמונה" וואס האט זייער מחזק און מחיה געווען אלע באטייליגטע. &nbsp; דערנאך איז געווען שיינע שיחת חברים, מען האט געשמועסט און פארציילט פארשידענע שיינע עובדות פון אנשי שלומינו, וויאזוי מען דערהאלט זיך מיטן רבינ'ס עצות, און ווי מען בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך און דער אייבישטער הערט צו און העלפט. אזוי אויך האט מען געהערט שיינע עפיזאדן פון הפצה - מען זאל נישט זיין סעלפיש און האלטן דעם סוד פון די גוטע לעבן וואס דער רבי געבט אונז פאר זיך, נאר ארום גיין מפיץ זיין די הייליגע ספרים און דרשות, מען האט געהערט שיינע מעשיות פון די מפיצים ווי אזוי מען הערט צוריק ווי מען ראטעוועט אידן וואס האבן זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט, און א דאנק הפצה האבן זיי געטראפן דעם צדיק וואס האט געראטעוועט דעם מצב, און צוריק געשטעלט אידישע שטובער. &nbsp; דער פארברענג איז ברוך השם געווען מיט גרויס הצלחה, און אויפן פארלאנג פון די פארזאמעלט איז באשלאסן געווארן אז מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען אנהאלטן דעם "עצתו אמונה" פארברענג יעדע וואך, און מען וועט זיך צוזאם קומען אין קרית יואל אינעם בית המדרש היכל הקודש אויף העיס קט. יעדע דינסטאג נאכט אום 8:45 ווי מען וועט פארברענגען און זיך מחזק זיין מיטן רבינ'ס דיבורים, ביז 9:45 ווען מעט דאווענען מעריב.

    < זעה מער י אייר תשפ"ב 📝
  • נייע בית המדרש היכל הקודש חסידי ברסלב אין בארא פארק

    מיט גרויס שמחה איז די וואך שבת קודש געעפענט געווארן דער נייער בית המדרש היכל הקודש אויף 4801 11 עוועניו אין בארא פארק, ווי אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט זענען זיך צוזאם געקומען און געדאווענט אלע דריי תפלות. &nbsp; שבת קודש אינדערפרי האט דער געטרייער גבאי מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו פארגעלערענט א הערליכע שיעור אין ספר הקדוש שיחת הר"ן. &nbsp; נאך שחריית האט מו"ה מו"ה חיים אהרן קליטניק הי"ו הערליכע פארגעלערענט א שיעור אין סיפורי מעשיות, אזוי אויך איז פארגעקומען די קידושא רבה צום געבורט פון א מיידל צום מלמד מומחה מו"ה יעקב יאקאבאוויטש הי"ו. &nbsp; צו שלש סעודות איז מען זיך ווידער צוזאם געקומען און זיך מחזק געווען מיט די עצות און דיבורים פון הייליגן רבין דורכן גבאי מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו. &nbsp; אלע מתפללים זענען עדות אויף די אחדות און געוואלדיגע ליבשאפט וואס הערשט צווישן די ווענט פונעם בית המדרש. עס איז נישט צום באשרייבן ווי שיין מ'נעמט אויף יעדעם איינעם מיט אזא סבר פנים יפות. מען זעט דא דאס וואס דער רבי האט אמאל געזאגט (חיי מוהר"ן סימן רצ"ב) "הָעוֹלָם רָאוּי שֶׁיִּתְמְהוּ עַצְמָן עַל הָאַהֲבָה שֶׁבֵּינֵינוּ". &nbsp; שמחתי באומרים לי בית ה' נלך

    < זעה מער ז אייר תשפ"ב 📝
  • זמנים פון בתי מדרשים היכל הקודש אויף יום טוב פסח

    זמנים פון בתי מדרשים היכל הקודש אויף יום טוב פסח &nbsp; אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט גרויס שמחה צום יום טוב פון אמונה, מען גרייט זיך צו מקיים זיין די פילע מצוות פון יום טוב פסח, אכילת מצה, ד' כוסות, מרור, און אזוי ווייטער. אלץ א הכנה צום הייליגן יום טוב, זעט מען אן אומגלויבליכע בילד פון צדקה וחסד, ווי אנשי שלומינו העלפן זיך ארויס איינע דעם צווייטן, עס גייען אן פילע צדקה און קמחא דפסחא קאמפיינס, ווי דער ציבור רופט זיך אן גאר ווארעם, און עס ווערן פארטיילט טויזנטער פונט פון מאכלי יום טוב, מצות, וויין, פיש, פלייש, גראסעריס פאר די וואס דארפן. &nbsp; יעצט ווען מען האלט שוין גאר נאנט צום יום טוב, ווערט געמאלדן דורך די געטרייע גבאים פון די שולן די זמנים פון די תפלות פון יום טוב פסח. &nbsp; ביהמ"ד היכל הקודש ליבערטי&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א וועט זיך בעז"ה געפונען אין שטעטל במשך די פסח טעג. &nbsp; שחרית אלע טעג יום טוב 10:30 &nbsp; מנחה די ערשטע טעג 8:00 &nbsp; די צווייטע טאג יום טוב וועט דער ראש ישיבה דאווענען אין ביהמ"ד אשר בנחל, און די צווייטע טאג ביי מנחה וועט דער ראש ישיבה דאווענען אין ביהמ"ד עצתו אמונה, און וועט געבן א שיעור צווישן מנחה און מעריב &nbsp; חול המועד שחרית 9:00, דער ראש ישיבה וועט אי"ה דאווענען שחרית אום 11:00 &nbsp; שיעור גמרא 10:00 דורכן ראש ישיבה שליט"א &nbsp; מנחה מעריב 8:15, נאך מנחה וועט דער ראש ישיבה שליט"א געבן א שיעור. &nbsp; שביעי של פסח שירת הים אין ביהמ"ד אשר בנחל אום 11:30 &nbsp; מנחה ביידע טעג 7:45 &nbsp; נעילת החג סעודת משיח אום 8:00 ביהמ"ד היכל הקודש פרעמישלאן קרית יואל שחרית ערב פסח 8:30&nbsp; &nbsp; נאך שחרית א גרויסע מעמד פון סיומים פון עטליכע מסכתות דורך עטליכע בחורים און אינגעלייט, און דערנאך וועט זיין בעז"ה צוגעשטלעט א ברייטע חמצ'דיגע פרישטאג אין פאליש. &nbsp; שחרית אלע טעג יום טוב 10:30 &nbsp; מנחה די ערשטע טעג 8:00 &nbsp; חול המועד וועט מען בעז"ה דאווענען אלע תפלות אין ביהמ"ד היכל הקודש העיס &nbsp; שביעי של פסח שירת הים 11:30 &nbsp; מנחה ביידע טעג 7:45 &nbsp; נעילת החג וסעודת משיח 8:00 ביהמ"ד היכל הקודש העיס קרית יואל &nbsp; שחרית אלע טעג יום טוב 10:30 &nbsp; מנחה די ערשטע טעג 8:00 &nbsp; חול המעוד שחרית 10:00 &nbsp; חול המעוד מנחה מעריב 8:30 &nbsp; שביעי של פסח שירת הים 11:30 &nbsp; מנחה שבעי של פסח נאכמיטאג 8:15 &nbsp; מנחה אחרון של פסח 7:15 און דערנאך של"ס נעילת החג וסעודת משיח ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג &nbsp; שחרית די ערשטע טעג יום טוב 10:30 &nbsp; מנחה די ערשטע טעג 8:00 &nbsp; חול המעוד שחרית 9:00 &nbsp; חול המעוד מנחה מעריב 8:15 &nbsp; מנחה ערב שביעי של פסח 8:00 &nbsp; שביעי של פסח שירת הים 11:30 &nbsp; שחרית צווייטע טעג יום טוב 10:00 &nbsp; מנחה אחרון של פסח 8:00 &nbsp; מ'קען ברענגען מצה און שיריים פון יום טוב לכבוד די סעודת נעילת החג און סעודת משיח גבאים פון בתי מדרשים היכל הקודש וואס ווילן צולייגן די זמנים פון זייערע שולן זאלן ביטע רופן/טעקסטן ווי שנעלער 845-640-1743 צו מעלדן די סקעדזשולס. ישר כח

    < זעה מער יא ניסן תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 226 to 240 of 428 results

1 2 ... 13 14 15 16 17 18 19 ... 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com