Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • חסידי ברסלב געדענקען צום גוטן דעם איש החסד דאקטער ר' יצחק ראזענבערג ז"ל

    מיט צער און ווייטאג נעמט מען אויף די שווערע בשורה איבער די פטירה פון הרה"ח יצחק ראזענבערג ז"ל, וואס האט צוריק געגעבן זיין לויטערע נשמה צום באשעפער, היינט דאנערשטאג טהרה.   ר' יצחק ראזענבערג וואס טראץ דעם וואס ער איז געווען א גאר פארנומענע מענטש, זייענדיג אן אויסגערופענע דאקטער, האט אבער זיכער געמאכט גוט אויסצונוצן זיינע טעג, און זיי אנגעפילט מיט תורה, מצוות און מעשים טובים, ער האט צווישן זיינע פילע לימודים געענדיגט עטליכע הונדערט מאל משניות.   ר' יצחק וועלכע איז געווען א דאקטער האט געטריי באדינט מוהרא"ש זי"ע און האט געהאט די זכיה צו ראטעווען דאס לעבן פון מוהרא"ש ווען ער האט געהאט דעם שווערן הארץ אטאקע אחרון של פסח, און האט געגעבן פאר די וועלט די זכיה צו האבן מוהרא"ש מיט אונז פאר נאך עטליכע גוטע יארן.   אויך איז ר' יצחק געטריי געשטאנען צום ראש ישיבה שליט"א געהאלפן דעם ראש ישיבה ביים עפענען די הייליגע מוסדות, און בכלל מיט אלעם וואס ער האט נאר געקענט. ר' יצחק איז אלץ געווען א פרייליכער איד, און זיך קיינמאל געמישט אין קיין מחלוקת, נאר אלץ געהאט א גוט ווארט פאר יעדן.   ר' יצחק פלעגט שטארק מחזק זיין און העלפן די מפיצים, און אין זיינע אינגע יארן פלעגט ער אליינס טון אין הפצה ווען ער פלעגט אפכאפן און פארקויפן די טעיפס פון די שיעורים פון מוהרא"ש.   ר' יצחק איז געשטאנען ביים שפיטאל בעט פון מוהרא"ש אין זיינע לעצטע טעג, ווי ר' יצחק פארציילט האט אים מוהרא"ש צוגערופן עטליכע שעה פאר זיין הסתלקות און אים געזאגט "איך האב אן אויסגעבעטן קינד, דעם ראש ישיבה, אל הנער הזה התפללתי"   יעצט ווען מען געזעגענט זיך פון דעם טייערן איד, נעמען זיך אנשי שלומינו פאר אז מען וועט אויך טון אזוי דעם נפטר, און טון חסד איינע מיטן צווייטן, לערנען בהתמדה טראץ די פילע טירדות.   אין מלווין לו לאדם, אלא תורה מצוות ומעשים טובים

    < זעה מער ו ניסן תשפ"ב 📝
  • בית התבשיל פארקויפט זכותים פון א גאסט אויף יום טוב

    דער בארימטער חסד אפאראט פונעם בית התבשיל וואלט זיך באמת פארדינט א ספעציעלער באריכט אויף אונזער וועבסייט, ווייל צוליב וואס רוב פון זייערע אקטיוויטעטן גייען אן שטילערהייט אן קיין שום פאמפע און דראמא, וואס רוב ציבור האלט בכלל נישט מיט. דאס הייסט אז אויסער דאס וואס דער ציבור האלט מיט ווי זיי ארגאניזירן ריזיגע חלוקות פון צייט צו צייט, ווי עס ווערט אויסגעטיילט גאר אסאך נוצבארע ווערטפולע פראדוקטן, ווי ברויט, מילך, אייער, פלייש, פרוכט, מילכיגס און נאך, האבן זיי א באזונדערע ריזיגע און גאר קאסטבארע פראיעקט פון באצאלן גאנצעטע גראסערי ארדערס פאר פילע נויטבאדערפטיגע משפחות אויף שבת און יום טוב, וואס דאס געלט ווערט שטילערהייט אריינגעווייערט אין זייער אקאונט, אן דעם וואס איינער זאל אפילו מיטהאלטן. &nbsp; דער פריאיעקט האט שוין אויסגעצאלט אין די לעצטע זעקס חדשים אליינס איבער פופציג טויזנט דאלער ווערט פון גראסערי ארדערס, און דאס אלעס ווערט באצאלט בלויז דורך וואוילע דורכשניטליכע פארדינערס גוטהארציגע אידן וואס ווארפן אריין כסדר אפאר דאלער צום געטרייען מנהל בית התבשיל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו. &nbsp; דער מנהל ר' שלמה זאגט, אז יעצט צום בעפארשטייענדע יום טוב פסח דארף דער בית התבשיל דרינגענד באצאלן ארדערס אין די גראסערי אין די ווערט פון איבער צוואנציג טויזנט דאלער, וואס דער בית התבשיל וועט מיטן אייבערשטענס הילף צוזאם שטעלן פון נדבנים אזוי ווי אייך, און דערמיט צושטעלן אלע יום טוב'דיגע געברויכן פאר פילע נויטבאדערפטיגע משפחות. &nbsp; קליקט דא צו קויפן די זכות פון א דורכשניטליכע משפחה יום טוב ארדער פאר $500, אדער די זכות פון א קליינע משפחה פאר $250. &nbsp; אין זכות פון געבן צדקה און געבן צו עסן פאר אידן אויף יום טוב וועט ביישטיין עס זאל אייך קיינמאל גארנישט פעלן, איר זאלט האבן א פרייליכע יום טוב מיט די גאנצע משפחה, און זוכה זיין צו ווערן געבענטשט פון אייבערשטן מיט בני חיי ומזוני רוויחי. אמן. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן נעכטן: "איך בעט אלע אנשי שלומינו, העלפט ארויס דעם "בית התבשיל" וואס שטעלט צו עסן פאר אנשי שלומינו א גאנץ יאר, און אויך פאר יום טוב און פאר פסח. האברך שלמה יאקאבאוויטש נרו יאיר איז געשטעלט אויפן בית התבשיל און אויך צו העלפן משפחות זאלן קענען איינרישן שבתים און ימים טובים". &nbsp; דער ראש ישיבה פירט אויס: "בזכות דעם וועט איר זוכה זיין צו שפע ברכה און הצלחה". &nbsp; 💳 זייט אייך משתתף ביד רחבה וברוח נדיבה &nbsp; כָּל דִכְפִין יֵיתֵי וְיֵיכֹל, כָּל דִצְרִיךְ יֵיתֵי וְיִפְסַח

    < זעה מער כח אדר ב' תשפ"ב 📝
  • אנשי שלומינו אין ארץ ישראל שעפן הויפענעס פון חיזוק פונעם באזוך פון ראש ישיבה

    תושבי ארץ הקודש בכלל און אנשי שלומינו האבן מיטגעהאלטן אין די טעג א גאר געהויבענעם באזוך פון ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל, ווי דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן אין עטליכע שטעט אין ארץ ישראל, און איבעראל האט ער מחזק און מעודד געווען תושבי ארץ הקודש, און אויסגעשמועסט וויאזוי מען קען האבן א זיס לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבין. &nbsp; דא וועלן מיר ווייטער באריכטן פון וואו מיר האבן געהאלטן ביים פאריגן באריכט פאריגע וואך דאנערשטאג. &nbsp; ערב שבת קודש אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים און דערנאך איז געווען א שיינע שמועס מיט אנשי שלומינו נאכן דאווענען. &nbsp; דאן האט זיך דער ראש ישיבה ארויסגעלאזט מיט די בחורים קיין מירון, אויפן וועג האט מען זיך אפגעשטעלט אין טבריה ביים ציון התנא רבי מאיר בעל הנס. אויך האט מען זיך געטובל'ט אין צפת ביים מקוה פונעם אר"י הקדוש. &nbsp; שבת קודש האט דער ראש ישיבה געפראוועט ביי זיין גרויסן טאטן הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א אין מירון. &nbsp; שבת קודש נאך די סעודה איז דער ראש ישיבה ארויפגעקומען צום אכסניה פון די בחורים, און מען האט געזונגען ווארימע ניגונים לכבוד שבת. דערנאך האט מען צוגעגאנגען צום ציון פון הייליגן תנא רשב"י, און מען האט געזאגט דארט תהלים. &nbsp; דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אויף א לאנגע שפאציר, מען איז דורכגעגאנגען דעם ציון פון התנא רבי יוחנן הסנדלר, מען האט געזען פונדערווייטענס דעם "כיסא של אליהו", און די מערה פון די ציונים פון די תנאים שמאי און הילל, דער ראש ישיבה האט פארציילט אסאך שיינע סיפורי צדיקים אויפן וועג, און געזאגט אז ער וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף קומען אויף ל"ג בעומר, און מאכן א סיום אויפן גאנצן זוהר הקדוש. דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די בחורים זאלן נישט צוגיין די קברי צדיקים, ווייל שבת גייט מען נישט צו קיין קברים. דערנאך איז מען צוגעגאנגען צום אלטן בית הכנסת הרשב"י ווי מען האט זיך געזעצט אויף די שטיינער, און מען האט געזונגען ווארימע הארציגע ניגונים פון בענקשאפט צום אייבערשטן, אזוי האט זיך אנטוויקעלט זייער א שיינע חיזוק שמועס פון ראש ישיבה שליט"א. מען האט גערעדט שיינע מעשיות פון תפלה, ביז עס איז שוין געווארן צייט פון מנחה, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך צוריק געקערט צום שטוב פון זיין טאטן אין מירון. &nbsp; מוצאי שבת קודש איז דער ראש ישיבה צוגעפארן קיין צפת, ווי א גרויסע ציבור אנשי שלומינו האבן זיך צוזאם גענומען פראווען מלוה מלכה און הערן דברי חיזוק פון ראש ישיבה. &nbsp; זונטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געדאווענט שחרית ביים מערה פון הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אין מירון. דערנאך האט זיך דער ראש ישיבה מיט די בחורים געוואנדן צו די מקומות הקדושים אין די געגענט. מען האט מתפלל געווען ביי רבי יהודה בר עילאי, דערנאך איז מען ארויף געקראכן צום ציון פון רב כרוספדאי, און רב יוסי סאראגוסי, און ביים "אידרא" פון רבי שמעון. &nbsp; מיטאג צייט איז פארגעקומען דער "הקמת המצבה" פונעם זיידן פונעם ראש ישיבה, דער גרויסער גאון און פוסק הגאון הגדול גאב"ד קארלסבורג זצ"ל, דער ראש ישיבה איז נתכבד געווארן פארצוזאגן די תפילות און פסוקים. &nbsp; נאכן שטעלן די מצבה, האט זיך דער ראש ישיבה געוואנדן מיט די בחורים צום שטאט "יבנאל", ווי דער ראש ישיבה איז גלייך צוגעגאנגען צום ציון פון מוהרא"ש זי"ע, ווי מען האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים מיט גרויס התעוררות און מען האט מתפלל געווען ביים ציון פונעם גרויסן צדיק פון אונזער דור וואס האט צוגעזאגט גרויסע ישועות בפרט אויף שידוכים פאר דער וואס וועט קומען צו זיין ציון און אויסזאגן דארט גאנץ ספר תהלים. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה געוויזן פאר די בחורים דעם גרויסן בית המדרש אין יבנאל וואס מוהרא"ש האט געבויט מיט מסירת נפש, דער ראש ישיבה האט געצייגט פארן עולם אלע פרטים, דער אויסשטעל פון בית המדרש, דער חתונה זאל וואס מוהרא"ש האט אויפגעשטעלט צו מאכן חתונות בחינם. &nbsp; נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה געגאנגען לייגן מזוזות ביים בית הדפוס עצתו אמונה אין יבניאל, ווי עס איז פארגעקומען א לחיים צום עפענונג פונעם נייעם בית הדפוס, וואס וועט דרוקן און פארשפרייטן אמונה. &nbsp; ביינאכט האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין שטוב פון הרה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א, דערנאך האבן זיי געהאט א פריוואטע שמועס. דערנאך איז דארט פארגעקומען די וואכנאכט פונעם אינגל פון מו"ה חיים ישעיה דעפריס הי"ו אייניקל פון ר' יצחק שליט"א פון די חשובע תלמידי הישיבה. &nbsp; און מיט דעם האט זיך געשלאסן דעם גרויסן געהויבענעם נסיעה, וואס האט איבערגעלאזט א שטארק רושם אויף די אידן ארץ ישראל, וואס האבן אנגענומען בתמימות ובפשיטות צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן. 📚 פילע נייע קונטרסים אין קרן הדפסה

    < זעה מער כה אדר ב' תשפ"ב 📝
  • די געהויבענע נסיעה פון ראש ישיבה קיין ארץ ישראל - דאנערשטאג פרשת שמיני

    ווי באריכטעט נעכטן מיטוואך האט זיך דער ראש ישיבה ראש ישיבה ארויסגעלאזט אויף א נסיעה דינסטאג נאכט פון ניו יארק, ווי ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל נעכטן מיטוואך נאכט אין בני ברק, ווי עס איז אפגעהאלטן געווארן א שיינע קבלת פנים. דא וועלן מיר געבן עטליכע באריכטן אנגעהויבן פון קבלת פנים אין בני ברק, ביז היינט דאנערשטאג נאכמיטאג. &nbsp; נאכן שיעור אין בני ברק זענען אנשי שלומינו אריבער געבן שלום פארן ראש ישיבה. נאכדעם איז דער ראש ישיבה אריבער צום בית המדרש היכל הקודש בני ברק, ווי עס איז זיך צוזאם געקומען די חבורה אינגעלייט און בחורים, און דער ראש ישיבה האט געגעבן דארט א שיינע חיזוק שמועס. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה אריבער צו א חתונה פון א קרוב אין בני ברק, און דערנאך האט זיך דער ראש ישיבה ארויסגעלאזט קיין ירושלים, און איז אנגעקומען שפעט ביינאכט צום אכסניה. דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט זיינע שיעורים, און זיך געזעצט שרייבן בריוון צו ענטפערן פאר שואלים, און מחזק זיין אידישע קינדער. &nbsp; היינט דאנערשטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד היכל הקודש אין ירושלים עיה"ק, נאך שחרית האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיינע שיעור פאר אנשי שלומינו אין ירושלים. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען באזוכן דעם שיינעם חדר "היכל הקודש" אין ירושלים, און מחזק געווען די קינדער און די מלמד, דער ראש ישיבה האט ארויף גערופן יעדן קינד באזונדער און געגעבן א געלעגענהייט צו פארציילן א "מעשה פון תפלה" דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט צו די קינדער, און ערקלערט וויאזוי דער הייליגער רבי איז געווארן א צדיק. "דער רבי איז געווארן אזוי גרויס" - האט דער ראש ישיבה געזאגט פאר די טייערע קינדערלעך - "נאר ווייל ער האט גערעדט צום אייבערשטן"!. &nbsp; דערנאך האט זיך דער ראש ישיבה מיט א שיינע קבוצה תלמידים ארויסגעלאזט צו מתפלל זיין ביי די הייליגע קברי צדיקים. צוערשט איז מען געגאנען צום קבר פון שמואל הנביא ווי מען האט געזינגען אינאיינעם דעם ניגון פון בעל התניא "איך דארף נישט קיינעם, נאר דיר באשעפער אליין" מיט גרויס התעוררות. &nbsp; דערנאך איז מען צוגעפארן צום ציון פון די מאמע רחל אמינו, צו פועלן ישועות, דארט האט דער ראש ישיבה ארויסגענומען א צעטל וואס דער "רענט קאמפיין" האט געגעבן פון אלע וואס געבן צושטייער, און דער ראש ישיבה האט געבעטן פאר יעדעם באזונדער.&nbsp; דערנאך איז מען געפארן צום מערת המכפלה ווי די הייליגע אבות און אמהות ליגן, ווי מען האט מתפלל געווען און געזינגען פילע ניגונים פון בענקשאפט צום אייבערשטן. דערנאך איז מען געגאנגען צום ציון פון הייליגן אור החיים און דער רש"ש אויפן הר הזיתים, פון דארט איז מען אריבער צום ציון פון שמעון הצדיק, און דארט געדאווענט מעריב. &nbsp; ווייטערדיגע באריכטן וועלן בעז"ה נאכפאלגן.

    < זעה מער כא אדר ב' תשפ"ב 📝
  • ראש ישיבה שליט"א אפגעפלויגן קיין ארץ ישראל פאר א קורצע באזוך

    אין די יעצטיגע מינוטן געפונען זיך הונדערטער אשני שלומינו פארזאמעלט אין איינע פון די גרויסע זאלן אין בני ברק ווי עס ווערט אפגעראכטן א גרויסע מעמד קבלת פנים פארן ראש ישיבה שליט"א וואס איז נארוואס אנגעקומען קיין ארץ ישראל, אינאיינעם מיט א סעודת יארצייט לרגל די הילולא פונעם הייליגן צדיק דער רבי רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע. הילד החשוב שמעון פרענקל ני"ו א אינגל פון צוועלף יאר, א תלמיד פון היכל הקודש, א זון פון הרה"ח יצחק שמואל שליט"א, גבאי ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים, וואס האט געפאלגט דעם הייליגן רבין, און במשך די לעצטע עטליכע יאר דורכגעזאגט גאנץ ש"ס, איז ארויפגעקומען און געמאכט ברבים דעם סיום הש"ס, במעמד פון ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; דער ראש ישיבה טרעט יעצט אויף מיט ווארימע ווערטער פארן ציבור, און איז מחזק צו פאלגן דעם רבין, בפרט אז מען זאל אנהייבן לערנען אויפן סדר דרך הלימוד, און טראסטן דעם רבין, וואס זאגט (שיחת הר"ן סימן ע"ו) "אין צריכים בלימוד רק האמירה בלבד", און דער ראש ישיבה זאגט: דער רבי איז מבטיח אז "וממילא יבין". &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט קיין ארץ ישראל נעכטן דינסטאג נאכט, ווי ער פארט צום הקמת המצבה פון זיין גרויסן זיידן דער גרויסער פוסק הגאון האדיר רבי יחזקאל רוטה זצ"ל. טראצדעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געפלאנט צו פארן פריוואט, האבן אבער א גרויסע צאל בחורים תלמידים געבעטן אויב זיי קענען מיטקומען, און דער ראש ישיבה שרייבט, אז למעשה האבן זיך בערך דרייסיג בחורים זיך מיטגעכאפט צוזאמען מיטן מנהל הישיבה הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א, און דער ראש ישיבה האט געשריבן אז מען וועט אויסנוצן די פאר טעג ביז קומענדיגע וואך זונטאג הבעל"ט, ארומצופארן אויף קברי צדיקים אין ארץ ישראל מיט די בחורים, און פועלן ישועות פאר גאנץ כלל ישראל. &nbsp; ווייטערדיגע אפדעיטס פון די נסיעה וועלן בעז"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג. &nbsp; 🛒 פסח אין ברסלב סענטער &nbsp;

    < זעה מער כ אדר ב' תשפ"ב 📝
  • היסטארישער שמועס מיט הגאון רבי חיים קנייבסקי זצוק"ל איבער זאגן גמרא

    עס איז שוין היינט ברייט באקאנט דער סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן ע"ו), אז מען זאל זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט, און אפילו מען געדענקט גארנישט וואס מען האט געלערנט, און אז א מענטש וועט זאגן אסאך די ווערטער פון די הייליגע תורה, וועט ער צום סוף פארשטיין און קענען די הייליגע תורה. מיט צוויי יאר צוריק, ווען פילע אידן האבן זוכה געווען מסיים צו זיין ש"ס, איז אפגעהאלטן געווארן אן אינטערעסאנטע שמועס מיט'ן גרויסן גאון רבי חיים קנייבסקי זצ"ל, וואס איז יעצט נסתלק געווארן לחיי עולם הבא, אין וואס ער שמועסט אויס דעם ענין, פאלגנד איז דער שמועס: &nbsp; פון וועלכן עלטער זאל מען אנהויבן מעורר צו זיין די קינדער זיי זאלן דורכלערנען גאנץ ש"ס?  רבי חיים: דער הייליגער חזון איש זצ"ל האט געהאלטן אז א אינגל זאל ענדיגן גאנץ ש"ס ביז צו זיין בר מצוה. &nbsp; איז דען דאס נישט "תפסת מרובה לא תפסת", עס איז נישט געכאפט צופיל אויף איין מאל? צו ענדיגן גאנץ ש"ס נאך פאר די בר מצוה?!  רבי חיים: נישט צו קענען גאנץ ש"ס, נאר דורצולערנען גאנץ ש"ס, איך האב אויך געלערענט מיט מיין זון גאנץ ש"ס ביז זיין בר מצוה. &nbsp; און אויב דאס קינד זאגט סתם די ווערטער אן פארשטיין? אדער אן ערוואקסענער וואס פארט אינטערוועגנס און וויל אויסנוצן די צייט, איז דא אן ענין בלויז צו זאגן דפים גמרא אפילו מ'פארשטייט בכלל נישט?  רבי חיים: זיכער! די גמרא זאגט (שבת סג.): "ליגמר אינש והדר ליסבר אף על גב דלא ידא מאי קאמר". א מענטש זאל לערנען אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער זאגט. &nbsp; אויב א קינד מאכט א סיום מסכתא, קען מען דאס רעכענען אלס א סיום פאר ערוואקסענע זיי זאלן מעגן עסן פלייש אין די ניין טעג, אדער צו פטר'ן תענית בכורים אום ערב פסח?  רבי חיים: יא. &nbsp; איר האט אמאל געגעבן א ברכה פאר א איד ער זאל ענדיגן 613 (תרי"ג) מאל גאנץ ש"ס, ווי אזוי איז דאס בכלל מעגליך?  רבי חיים: מען קען דורכלויפן אין קאפ גאנץ ש"ס אין א קורצע צייט במחשבה. &nbsp; האט דער הייליגער חזון איש זצ"ל זיך געפירט צו מאכן א סיום אין טאג פון א יארצייט?  רבי חיים: ווען דער הייליגער חזון איש זצ"ל האט געהאט יארצייט נאך זיינע עלטערן, האט ער גענומען א גמרא מסכת חולין און איז דורכגעגאנען די גאנצע מסכתא אין קאפ פאר א שעה צוויי, און געמאכט א סיום מסכתא. &nbsp; אויב זיצט מען ביי א שיעור גמרא, קען דאס ווערן גערעכענט פאר א סיום, אפילו מען האט נישט ארויסגעזאגט די ווערטער?  רבי חיים: לויט'ן גר"א קען מען מאכן א סיום נאר מיט'ן טראכטן די מסכתא, און זיכער ווען מען הערט עס ביים שיעור, "שומע כעונה". &nbsp; ענדיגן א מסכתא אן רש"י, קען ווערן גערעכנט פאר א סיום?  רבי חיים: יא, אביי האט דאך געמאכט א סיום [עבידנא יומא טבא לרבנן] אן פירוש רש"י (וואס איז נאכנישט געווען דעמאלטס, ווי פארשטענדליך). &nbsp; אויב האט מען פארפעלט אביסל פון די מסכתא, קען מען מאכן א סיום?  רבי חיים: עס איז נישט אזוי ווי קריאת התורה וואס יעדע אות איז מעכב, נאר אויב עס פעלט א גאנצע סוגיה. &nbsp; איינער האט געענדיגט א מסכתא און נישט געמאכט קיין סיום, דערנאך האט ער נאכאמאל איבערגעלערנט די מסכתא, קען ער יעצט מאכן צוויי מאל א סיום?  רבי חיים: יא. &nbsp; די נוסח פון הדרן וואס מען זאגט ביים ענדיגן א מסכתא, מעג מען זאגן אום שבת קודש?  רבי חיים: יא. &nbsp; וואס קען א איד טון ווען ער זעט אז ער איז נישט מצליח צו לערנען און געדענקען גאנץ ש"ס, כאטש ער וויל אזוי שטארק און האט שוין פרובירט פאר לאנגע יארן, און עס ארבעט זיך נישט אויס?  רבי חיים: ער זאל בעטן דעם אייבערשטן, תפילה העלפט אויף אלעס. &nbsp; ביי וועלכן פלאץ אינעם דאווענען זאל ער בעטן אויף דעם?  רבי חיים: סיי וואו ביים דאווענען. עס איז אבער נישט גענוג די תפלות פון שמונה עשרה, מען דארף אויך בעטן דעם אייבערשטן מיט אייגענע ווערטער, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס צו נאנטער גוטער פריינד. קוק נאך ביאור הלכה סימן תקע"א. &nbsp; וואס זאלן מיר מתפלל זיין פאר אייך ביי די מקומות הקדושים?  רבי חיים: מען זאל מיך לאזן לערנען... &nbsp; לולא תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי

    < זעה מער יט אדר ב' תשפ"ב 📝
  • פרייליכע פורים טעג אין היכל הקודש

    א גאר שיינער פורים איז דורך אין ישיבה, מיטן ראש ישיבה, ווי מען האט זיך געפרייט און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נסים וואס ער טוט מיט אונז בימים ההם בזמן הזה. &nbsp; א שיינער ציבור איז זיך צזאמגעקומען אין בית המדרש, תענית אסתר צו מנחה, מען האט געגעבן מחצית השקל. און נאך מעריב, האט דער ראש ישיבה שליט"א געליינט די מגילה. &nbsp; ביינאכט זענען די בחורים ארום געפארן אויפלעבן אידישע שטובער. מען האט איבעראל געזינגען די שיינע ניגונים פון ישיבה וואס ווארעמט דאס הארץ צום אייבערשטן. &nbsp; אזוי אויך פורים אינדערפרי האט דער ראש ישיבה האט געליינט די מגילה אין ביהמ"ד. נאכן דאווענען האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע טאנץ. &nbsp; נאכמיטאג זענען אידן כסדר ארויף געקומען צום ראש ישיבה אינדערהיים, ווי עס איז געווען זייער פרייליך, דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער דעם אז מען טאר נישט פארגעסן פונעם תכלית, אז מען גייט איין טאג אלעס איבערלאזן, און זיכער מאכן אז מען אסאך פון די סחורה וואס מען נעמט מיט לנצח נצחים. &nbsp; איינע פון די באטייליגטע פארציילט אז אינמיטן איז אריינגעקומען א אינגערמאן וואס זינגט אויף חתונות, דער ראש ישיבה איז געווען זייער פרייליך צו זען ווי ער גייט מיט א בארד, דערנאך האט דער ראש ישיבה אים געזאגט: "מאך זיכער צו בלייבן מיט דיין בארד, אז נישט וועלן דיינע קינדער אפלאזן אידישקייט ר"ל!". &nbsp; נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען אין בית המדרש, ווי דער ראש ישיבה מיט אלע משתתפים זענען געשפרינגען און געטאנצן פאר לאנגע שעות נאכאנאד עד אפיסת הכחות, בערך צוועלף אזייגער האט מען געבענטשט און מען האט געדאווענט מעריב. און עס איז געווען שטארק מערקוורידיג צו זען, דער ישוב הדעת וואס עס האט זיך אראפגעלאזט אויפן ראש ישיבה ביים דאווענען און ברכת המזון.&nbsp; &nbsp; נאך מעריב האט דער ראש ישיבה געזאגט אפאר ווערטער, און געזאגט אז עס איז&nbsp; א גרויסע רחמנות אויף אידישע קינדער. מענטשן ווייסן נישט אז מ'קען זיין פרייליך א גאנץ יאר. מענטשן וואונדערן זיך, מענשט מאכן חוזק, וואס רעדט מען שוין דארט אין היכל הקודש? שלום בית, שלום בית, שלום בית... בשעת די פאר קליינע זאכן, ווי רעדן צום אייבערשטן, רעדן גוטע ווערטער אין שטוב, און לערנען אויפן סדר דרך הלימוד, מאכן דאס לעבן פון א מענטש אזוי זיס, און אזוי געשמאק. &nbsp; שושן פורים איז געפראוועט געווארן א שיינע סעודה מיט א פורים שפיל, ווי דער ראש ישיבה האט זיך געשטעלט אויף די ווערטער פון רבין וואס האט געזאגט פאר רבי נתן ווען ער איז אנגעקומען שושן פורים, "שושן פורים איז אויך פורים", דער ראש ישיבה האט געזאגט, אז דער רבי האט געמיינט צו זאגן אויך אז א טאג נאך שושן פורים, איז אויך נאך פורים, און סיי ווען עס איז. מ'קען פועלן ביים אייבערשטן, און אויפטון וואס מ'קען אויפטון פורים א גאנץ יאר. די זעלבע זאך אז א מענטש איז געוואר געווארן פון רבין ביי די דרייסיג, פופציג, אדער זיבעציג, דארפסט וויסן אז "שושן פורים איז אויך פורים", קענסט נאך פון יעצט אנהייבן צו פאלגן דעם צדיק און האבן א גוטע לעבן מיטן אייבערשטן. &nbsp; דערנאך האבן עטליכע טאלאנטפולע תלמדים חשובע בחורים און אינגעלייט אראפגעלייגט א שיינע פורים שפיל, מיט לצנותא דעבודה זרה, מען האט געשפעט פון די פארברעכערס וואס טרונקען אידיש בלוט, און אנשטאט זיי אויסצולערנען אז דער אייבישטער פירט די וועלט, און אז מען רעדט זיך אויס צו אים ווערט די מח אויסגעהיילט, אדער די פשוטע עצות וואס העלפט באמת "גיי אהיים צו דיין ווייב, הער איר אויס, בעט איר איבער אפילו זי איז שולדיג. רעד שיין צו איר, געב איר גוטע ווערטער", רייטן זיי אויף אידישע צרות, רעדן איין אז זיי קענען העלפן, צוערשט הייסן זיי זיך צוטיילן, נאכדעם זאל ער קומען אליינס, און נאכדעם זאל זי קומען, און רעדן צוזאם שטותים און הבלים פאר פייער און פאר וואסער, הויכע ווערטער וואס זיי אליינס פארשטייען נישט, און אזוי שלעפן זיין די צייט מעלקן זיי אויס פון אידן וואס גייען דורך צרות און יסורים זייער געלט און צייט. ענדליך נאך צוואנציג אפוינטמענטס, זאגן זיי זאגן פאר דעם מענטש, "איימעסארי, מען קען דיר נישט העלפן, ביסט א לאסט קעיס..." &nbsp; וימי הפורים האלו לא יעברו מתוך היהודים וזכרם לא יסוף מזרעם &nbsp; 📸 פורים שפיל אין ישיבה

    < זעה מער יח אדר ב' תשפ"ב 📝
  • תורה וועלט באוויינט די פטירה פון הגאון הגדול מרן רבי חיים קנייבסקי זצוק"ל

    "נהפך לאבל מחולינו" האט זיך ארויס געשריגן פון די הערצער פון כלל ישראל, ווען מען האט געהערט פארגאנגענעם ערב שבת קודש צו שושן פורים אז דער גאון וצדיק וואס האט געשאקעלט וועלטן מיט זיינס א ווארט, איז פלוצלים נסתלק געווארן לחיי העולם הבא, צום ווייטאג פון אלע שיכטן פון כלל ישראל. &nbsp; שבת קודש, ווען עס איז אויסגעקומען פארן ראש ישיבה שליט"א צו רעדן ביי סיפורי מעשיות, און ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט די גרויסע התמדה בתורה פונעם גרויסן גאון, ווי ער האט יעדעס יאר מסיים געווען ערב פסח ביי תענית בכורים נישט איין מסכת נאר כל התורה כולה. יעדע רגע איז געווען ביי אים אויסגענוצט און אויסגערעכענט, ער האט געהאט שיעורים צו ענדיגן יעדעס יאר, גאנץ ש"ס בבלי, ש"ס ירושלמי, אלע ברייתות, אלע מדרשים, זוהר הק', די ספרי הפוסקים, ווי דער רמב"ם, ארבעה טורים, שולחן ערוך, און נאך, וואס ער האט אנגעהויבן ערב פסח, און געענדיגט מיט צוועלף חדשים שפעטער, און אין אן עיבור יאר, ווי היי יאר תשפ"ב, האט ער עס געענדיגט אום פורים, און פלעגט אויסנוצן דעם איבעריגן חודש אדר, דורכצוגיין און מחבר זיין א ספר איבער אן ענין, און יעצט אום שושן פורים, א טאג נאכן מסיים זיין כל התורה כולה צענדליגע מאל, האט ער צוריק געגעבן זיין נשמה צום אייבערשטן, און עס קומט ארויף א לעבעדיגע ספר תורה, אן אנגעפילטער ארון הקודש מיט צדעליגע מאל כל התורה כולה. &nbsp; אבער דא קומט דער סמ"ך מ"ם צו גיין, און וויל אונז צוברעכן און מאכן טראכטן כאילו דער אייבישטער האט געגעבן זיין זיסע און לעכטיגע תורה נאר פאר די געציילט צדיקים און גאונים. ניין האט דער ראש ישיבה געזאגט, דער גרויסער גאון רבי חיים זי"ע איז נישט געווארן א גאון דורך א גוטע קאפ, אדרבה, ער האט אלע זיינע יארן פון אלס קינד נאך, "געזאגט" ש"ס, געזאגט אלע הייליגע ספרים, און ווי דער גאון האט עדות געזאגט, האט ער צו שוין פאר זיין בר מצוה אנגעהויבן דורכצוזאגן ש"ס. און ווי אלע וואס האבן געזען דעם גאון קענען עדות זאגן, אז אזוי האט ער זיך געפירט כל ימיו, ווי מען האט געזען ווי ער זאגט דורך ש"ס. און, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין שיחות הר"ן סימן ע"ו, "אין צריכים בלימוד רק האמירה בלבד, וממילא יבין", אזוי איז טאקע געשען ביים דעם גרויסן גאון, ווי די הייליגע תורה האט געעפענט זיין קאפ, און עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט, און מיט זיין גרויס התמדה, האט ער זוכה געווען, אז ער האט געקענט כל התורה כולה, יעדע אזוי גערופענע "פארשטופטע" מאמר חז"ל, איז געווען ביי אים כמונח בקופסא. &nbsp; דער גרויסער גאון האט טאקע מעודד געווען אנדער אז זיי זאלן אויך אזוי טון, און אז מען זאל אויסלערנען פאר די קינדער אז מען זאל "זאגן" ש"ס און זיך מאכן א ציל צו ענדיגן ש"ס אויף די בר מצוה. דער ראש ישיבה האט געזאגט, יעצט איז די צייט זיך מחזק צו זיין אין התמדת התורה, אנצופילן דעם גרויסן חלל וואס דער גאון האט געלאזט אויף דער וועלט, "הייב אן זאגן ש"ס" האט דער ראש ישיבה געזאגט, "אפשר וועסטו זוכה זיין צו ווערן דער קומענדיגער רבי חיים!". &nbsp; כי הם חיינו ואורך ימינו

    < זעה מער יז אדר ב' תשפ"ב 📝
  • זמנים פון פורים אין היכל הקודש

    די הייליגע פורים טעג ווערט געפראוועט ביי אנשי שלומינו מיט גרויס געהויבנקייט, עס איז גאר אנדערש א פורים ווען מען לעבט מיטן אייבערשטן, און מען נוצט אויס דעם גרויסן טאג מיט אן אמת'ע שמחה. &nbsp; דא וועלן מיר איבערגעבן די זמנים פון יום טוב פורים אין היכל הקודש: אין וויליאמסבורג ביים ראש ישיבה שליט"א וועט מען דאווענען מנחה תענית אסתר אום 7:00, קריאת המגילה אום 8:10. שחרית 9:00, און וועט זיין בעז"ה 10:00 קריאת המגילה. &nbsp; פורים נאכמיטאג אום 6:00 וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סט. צו משתה היין, ווי מען וועט זיך פרייען אינאיינעם אשר בנחל שם גורלינו, והבדלינו מן הטועים ונתן לנו תורת אמת. &nbsp; אין קרית יואל, אין ביהמ"ד היכל הקודש 8 פרעמישלאן: מנחה אום 7:20, מגילה ביינאכט אום 8:10, שחרית 9:00, קריאת המגילה 10:00. &nbsp; אין קרית יואל, אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 8 העיס: 7:15 מחצית השקל, 7:30 מנחה, 8:00 מעריב, און דערנאך קריאת המגילה. צופרי 9:30 שחרית, 10:30 קריאת המגילה. &nbsp; אין קרית יואל, אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו: שיעור גמרא 7:15, מחצית השקל און מנחה 7:30, קריאת המגילה 8:15. שחרית 9:00, קריאת המגילה 10:00. &nbsp; אנשי שלומינו אין קרית יואל וועלן זיך צוזאם קומען פורים נאכמטיג אום 7:00 אין שטוב פון הר"ר יואל פארקאש שליט"א 17 חברון דר. #101 . ווי מען וועט זיך פרייען אינאיינעם און דאנקען דעם אייבערשטן. &nbsp; מוצאי שבת קודש וועט מען פראווען אינאיינעם א סעדות שושן פורים אין ביהמ"ד הכיל הקודש אויף 27 סקילמאן סט. אין וויליאמסבורג, ווי דער ראש ישיבה וועט געבן בעזר השם א שיינע שמועס, און אויך וועט ווערן אויפגעשפילט א שיינע פורים שפיל מיט לצנותא דעבודה זרה. דער ווייבער שול וועט אי"ה זיין אפן פאר די נשים צדקניות. &nbsp; אין א בריוו פון ראש ישיבה פארגאנגענעם עש"ק שרייבט דער ראש ישיבה וויכטיגע נקודות וויאזוי אויסצונצן דעם הייליגן יום טוב אויף די ריכטיגע וועג: &nbsp; "איך וויל ענק שרייבן אביסל פון פורים, אז איר וועט זיך צאמקומען פורים אנשי שלומינו אין יעדע פלאץ &ndash; איז דאס זייער א גרויסע זאך; פארשטייט זיך נאכן גיין צו די עלטערן. עס איז אזוי פרייליך ווען אנשי שלומינו נעמען זיך צאם, מען טאנצט אינאיינעם אויף די גרויסע נס אז מיר זענען ביי מרדכי הצדיק, מיר זענען נישט ביי המן און עמלק." &nbsp; "מען דארף נישט טרינקען צו ווערן שיכור ווי לוט, פארפאסן מנחה, מעריב, ברכת המזון, קריאת שמע, ליגן אין ברעכאכץ; טרינקט פון די אונגארישע וויין, פון רבינ'ס יין המשומר. זייט אייך מקבל אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט די זיסע שכל פון רבי'ן, די פשוט'ע ריינע זיסע אמונה. ווען מען האט א קלארע אמונה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט &ndash; דארף מען שוין גארנישט, מען לעבן שוין דא אויף די וועלט אין גן עדן." &nbsp; "פורים אינדערפרי זאלט איר קומען אין שול לערנען די שיעורים כסדרן, חומש רש"י, ח"י פרקים משניות, גמרא, בי"ת נצחי וכו'." &nbsp; "פורים איז א צייט פון (ירושלמי מגילה פרק א, הלכה ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יָד נוֹתְנִים לוֹ", ווער עס שטרעקט אויס זיינע הענט, ער בעט הילף צו קענען אויפשטיין, נישט בלייבן ליגן געפאלן &ndash; העלפט מען אים." &nbsp; "פורים איז א צייט וואס מען קען זוכה זיין צו ווערן נאנט צום אייבערשטן; מען קען הערן פון מענטשן, פון אלע סארט קרייזן, אלע שרייען אייבערשטער, אלע רעדן אמונה, אלע ווילן זיין גוט. בפרט אנשי שלומינו ווען זיי טרינקען איז עס גאר אנדערש, מען וויינט צום אייבערשטן, מען וויל זיין גוט, עס קומט ארויס דער אמת'ער סוד, אז איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין א צדיק." &nbsp; "פורים איז א צייט וואס מען קען זיך איבערבעטן; אפילו מיט מענטשן מיט וועם מען איז צעקריגט &ndash; קען מען זיך איבערבעטן מיט א משלוח מנות, מתנות לאביונים; דאס איז די גרויסקייט פון פורים, נאך גרעסער פון יום כיפורים. מוהרא"ש האט אזוי שטארק געווארט צו זען ביי אנשי שלומינו די ליבשאפט וואס דער רבי האט געזאגט עס וועט זיין צווישן אונז (חיי מוהר"ן, סימן רצב)." &nbsp; והימים האלו נזכרים ונעשים בכל דור ודור

    < זעה מער יג אדר ב' תשפ"ב 📝
  • הונדערטער משפחות אנשי שלומינו לעבן מיט אן אומבאשרייבליכע שבת התוועדות אין ארמון האטעל

    די פאפיר איז צו קורץ אפצושרייבן באריכות דעם הערליכן שבת, וואס איז אריבער אויף די אריבער 500 משפחות פון אנשי שלומינו דעם פארגאנגענעם שבת קודש אינעם ארמון האטעל סטעמפארד קאנעטיקוט. &nbsp; מיר וועלן אבער פרובירן אראפצושרייבן ממש אויפן שפיץ גאפל א שטיקל באריכט פונעם שיינעם שבת, ווי אלע באטייליגטע האבן זיך אויסגעדריקט איז דער שבת געווען צוגעשטעלט אויפן העכסטן סטאנדארט ברוחניות ובגשמיות. אלע האבן ארויסגענומען פונעם שבת א גאר גרויסן תועלת, סיי די עלטערן, סיי קינדער, מענער און פרויען. אלעס איז געווען גאר גוט אהערגעשטעלט. סיי די סעודות, די דרשות, די פראגראמען. &nbsp; פרייטאג נאכמיטאג האט זיך אנגעהויבן די פלוס פון געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון די גאנצע וועלט, בפרט איז געקומען א גרויסע עולם פון ארץ ישראל, פון ענגלאנד, און פון קאנאדע. &nbsp; אלע באטייליגטע זענען געווארן זייער שיין אויפגענומען דורך די עסקנים, וואס האבן געגעבן פאר די משתתפים א זעקל מיט א נייע קונטרס "תפילות פאר די אידישע שטוב" תפילות פאר פרויען פון מוהרא"ש, אלע גליונות פון די וואך, און נאך פארשידענע זיסווארג. &nbsp; די צימערן זענען געווען זייער שיין צוגעגרייט, אזוי אויך איז געווען א גאר געשמאקע טועמיה צוגעשטעלט. &nbsp; עש"ק ביים זמן זענען די פרויען געגאנגען צינדן לעכט ביים דעזיגנירטע פלאץ, ווי די פרויען האבן אויסגעבעטן ביי די לעכט ערליכע דורות. די קינדער אנגעפירט דורך די פילע געטרייע מלמדים זענען געווען פארזאמעלט אין די לאבי און געזונגען שיינע ניגונים לכבוד שבת קודש. &nbsp; דערנאך איז מען אריין אין ביהמ"ד, דער דיין הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א האט געדאווענט א ווארימע מנחה. דערנאך האט מען געהערט אפאר ווערטער פון ראש ישיבה, וואס האט ארויסגעברענגט אז דער ציל פונעם שבת איז זיך מחזק צו זיין ווייטער צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. אויך האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז יעצט שבת זכור דארף מען געדענקען זיך נישט לאזן פון עמלק וואס וויל מאכן אז אידישקייט זאל ווערן פונעם טפל און מיר זאלן פארגעסן ח"ו פונעם עיקר. &nbsp; דערנאך האט מען געדאווענט א געשמאקע קבלת שבת מיטן בעל תפילה מו"ה מאטי המייליך הי"ו. &nbsp; נאכן דאווענען האט מען אויסגערופן אז נאכן סעודה וועט זיין דער באטע, מיטן שלום זכור און וואך נאכט צום בן הנולד ביי מו"ה רפאל פורסט הי"ו, און צום שבע ברכות פון החתן אברהם נ"י בן הר"ר חיים אלי' צוויבל שליט"א, עב"ג בת הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א. &nbsp; דער סעודה איז געווארן הערליך אפגעראכטן אין לאנטש רום, און די קינדער האבן געגעסן עקסטער, די אינגלעך מיט די מלמדים, און די מיידלעך מיט די טיטשערס. &nbsp; דער ראש ישיבה איז געקומען צום באטע אין ביהמ"ד אום 10:30 ווי מען האט אינאיינעם געזונגען זמירות שבת קודש, עקסטער האט מען געזונגען דעם "מעין עולם הבא" מיט גרויס התערורות, אויך ביי "צמא נפשי" האט מען זיך שטארק צופייערט. &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט ביים באטע, פארוואס מ'איז דא, מענטשן זאלן נישט טראכטן פארוואס קום איך, פארוואס קומט ער. ווען משיח וועט קומען וועט ער אויסלערנען אז מ'זאל קוקן אויף די נקודות טובות פון אידישע קינדער, און א מענטש דארף האלטן פון זיך, האבן אמונה אין אייבערשטן אין צדיק און אין זיך, און אזוי&nbsp; מעקט מען אויס עמלק. &nbsp; אינדערפרי, איז נישט געווען קיין שיעור אין ספר פעולת הצדיק. אנשי שלומינו האבן געזען א ביישפיל וואס מיינט העלפן אין שטוב. דער ראש ישיבה איז געווארן פארנומען מיט געבן צו עסן פאר זיינע קליינע קינדער וואס האבן זיך אויפגעוועקט פרי. &nbsp; פארן דאווענען האבן זיך צוזאם גענומען א גרופע קינדער מיט די מלמדים, און געזאגט תהלים מיט גרויס התעוררות. &nbsp; אום 9:30 איז דער ראש ישיבה אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום דאווענען. פסוקי דזמרה האט געדאווענט הר"ר עזרא בוים שליט"א, און צו שחרית איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען. ביים ליינען האט מען צוטיילט די עליות פאר די פילע בעלי שמחה קיין עין הרע. &nbsp; נאכן דאווענען איז געווען א ברייטע קידוש, ווי דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט סיפורי מעשיות, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט וואס דער רבי זאגט "ווילאנג דער בלעטל היט אויף דיר, דארפסט פון גארנישט מורא האבן". אז דאס גייט ארויף אויפן "בלאט גמרא", און האט ארויסגעברענגט אז לערנען האט גארנישט צו טון מיט קיין פארטייען. &nbsp; דאן איז מען געגאנגען צום סעודה וואס איז געווען צוגעשטעלט כיד המלך לכבוד שבת בשר וגדים וכל מטעמים, מען האט געזונגען אסאך שיינע זמירות ותשבחות צום אייבערשטן אינאיינעם. &nbsp; נאכן סעודה איז דער ראש ישיבה געגאנגען צו די זאל ווי קינדער האבן געגעסן, און געזאגט מיט זיי תהלים, און געזאגט א הארציגע שמועס, דער ראש ישיבה האט פארציילט מעשיות פון רבין, און אריינגעלייגט יראת שמים אין די קינדער. דערנאך האט דער ראש ישיבה געטיילט גוט זאכן פאר די קינדער. &nbsp; ביי שלש סעודות איז געווען א גאר ווארימע שמועס פון ראש ישיבה, וואס האט ארויסגעברענגט די גרויסע עת רצון וואס ווערט אין הימל ווען א איד זאגט פארן אייבערשטן אז ער וויל צוריק קומען צום אייבערשטן, און ווי שטארק דער אייבערשטער ווארט אויף אונז, אז מיר זאלן רעדן צו אים. &nbsp; נאך מעריב איז געווארן אויפגעשטעלט א מחיצה אין לאבי, און דער ראש ישיבה איז ארויפגעגאנגען הויך אויפן שטאק אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן די הבדלה. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט מוזיק, און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די שיינע שבת וואס מ'איז אריבער. &nbsp; מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען דער גרויסער סיום סדר מועד על סדר הש"ס, צו וואס נאך פילע הונדערטער משפחות זענען געקומען צו פארן.&nbsp; פילע הונדערטער אנשי שלומינו מיט זייערע משפחות האבן זיך געפרייט אינאיינעם בשמחת התורה, ווען די גאנצע קהילה סיי די טייערע בחורים, די אינגעלייט, און די בעלי בתים, האבן אלע אינאיינעם זוכה געווען במשך די לעצטע צוויי יאר יעדן טאג, טאג איין טאג אויס לערנען איין בלאט פון ש"ס, און יעצט זוכה געווען אז מען הייבט שוין אן סדר נשים אין ש"ס. &nbsp; דער יושב הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א האט ארויסגעברענגט וואס ברענגט צוזאם די אלע אידן פון אלע שיכטן, פון אלע עקן וועלט, פון אלע חסידות'ן, דאס איז די גמרא, דאס ברענגט אונז צוזאם. &nbsp; דערנאך האט מען געהערט שטארקע ווערטער פונעם דיין הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, וואס האט צוגעברענגט די גמרא וואס זאגט אז מען האט געוויזן פאר די אידן פארן אהיים פארן פון עולה רגל זיין אז די ברויט פון לחם הפנים איז נאך הייס, און די גמרא פירט אויס אז מען האט געזאגט פאר די אידן "ראו חבתם לפני המקום", האט ער געזאגט אז דאס קומט אונז דערמאנען אז מיר גייען יעצט אהיים, דארפן מיר געבן פאר אונזערע קינדער "ווארימע ברויט", א ווארימע שטוב, דורך דעם וואס מיר זאגן פאר זיי "דער אייבערשטער האט ענק ליב". &nbsp; הר"ר יעקב לעסער שליט"א האט מסיים געווען מסכת חגיגה, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ און געדאנקט דעם אייבערשטן אז מען האט די זכיה צו לערנען די הייליגע תורה. &nbsp; דערנאך האט מען געהערט זייער א שיינע שמועס פון ראש ישיבה, דער ראש ישיבה האט שטארק גערעדט איבער דריי זאכן איבער זיך שטארקן צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא, און זאגן די ווערטער, איבער דעם אז א איד זאל פרובירן די עצה פון הייליגן רבין און רעדן צום אייבערשטן, און אזוי פועלן אלע ישועות, און איבער רעדן שיין צו די ווייב, און זיך היטן די אויגן, און אזוי וועט מען ליב האבן אהיים צו קומען צו די ווייב. דער ראש ישיבה האט בתוך הדברים ארויסגערופן א בחור וואס האט פאריגע וואך ביי זיין בר מצוה זוכה געווען צו פראווען דארט זיין סיום הש"ס. &nbsp; דערנאך האט מען געוויזן פרעזענטאציע פון די נסיעה פון ראש ישיבה צו די מקומות הקדושים אין אונארן. און צום לעצט האט דער ראש ישיבה געטיילט פארן גאנצן עולם קליינע גמרות מסכת יבמות, געאייגענט מיט צו נעמען אויפן וועג. &nbsp; נאכן בענטשן האט מען זיך ווייטער געפרייט און געטאנצט ביז אין די פריע פארטאגס שעה. &nbsp; בילדער, קליפס, דרשות וועלן בעזרת השם נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג. &nbsp; פקודי ה' ישרים משמחי לב

    < זעה מער י אדר ב' תשפ"ב 📝
  • לעצטע צוגרייטונגען צום געהויבענעם שבת התוועדות דעם שבת ויקרא-זכור

    מיט געהויבענע געמיטער גרייטן זיך אנשי שלומינו צו צום לאנג אויסגעווארטעטן טאג ווען מען וועט זיך ארויסלאזן אויפן וועג צום גאר רייכן "ארמון האטעל" אין סטעמפארד קאנעטיקוט, ווי מען וועט בעז"ה אפרעכטן א הערליכן שבת אינאיינעם מיט פילע אנשי שלומינו וואס קומען צו פארן פון נאנט און ווייט. &nbsp; אויסער די פילע אנשי שלומינו פון די "טריי סטעיט" געגענגטער ווי וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואוד, קרית ברסלב וועלכע גרייטן זיך צו קומען צו פארן ערב שבת קודש מיט די קארס און באסעס, האבן שוין אנגעהויבן אנצוקומען פילע פון די משפחות פון אויסלאנד. פילע צימערן זענען פארדינגען געווארן פאר משפחות פון אנשי שלומינו פון אויסלאנד וועלכע וואוינען אין טאהש, מאנטריאל, לאנדאן, מאנטשעסטער, אנטווערפן, ירושלים, בית שמש, בני ברק, אשדוד, צפת, טבריה, הר יונה. די אלע פארן שוין ארויס קיין אמעריקע פון מארגן דינסטאג בעז"ה מיט די ספעציעלע פליגערס וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך מו"ה אלי קנאל הי"ו פון "פּלען איט רייט". &nbsp; פון די אלע הונדערטער צימערן אין דעם ריזיגן "ארמון" האטעל קאמפלעקס, זענען איבערגעבליבן בלויז 25 צימערן וואס זענען נאך אוועליבל, און ווערט ערווארטעט צו ווערן אויסגעכאפט יעדע מינוט, אויב האט איר נאך נישט ארויסגענומען קיין צימער, פארבינדט אייך שוין צו מו"ה ליפא שווארטץ הי"ו אויף 917-541-1197 און בוקט א צימער פאר אייך און די גאנצע משפחה. &nbsp; עס איז צוגעגרייט געווארן א הערליכע שבת מעיין עולם הבא, וואס מען וועט פראווען בשבת אחים, וואס וועט זיין א קיבוץ גליות מיט די פילע אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט, מען וועט דאווענען, און עסן די סעודות שבת אינאיינעם בראשות פונעם ראש ישיבה וואס וועט בעז"ה פירן דעם שבת, מיט זינגען זמירות, הערליכע דרשות. אויך וועלן זיין צוגשטעלט הערליכע פראגראמען, עקסטער פאר די מענער, עקסטער פאר די פרויען, אזוי אויך ווערט צוגעגרייט הערליכע פראגראמען פאר די קינדער, עקסטער פאר די אינגלעך, און עקסטער פאר די מיידלעך, פון וואס אלע וועלן זיכער הנאה האבן, און וועט בלייבן אין זכרון פאר זייער א לאנגע צייט. &nbsp; אין א ספעציעלע סערוויס פאר אלע באטייליגטע משפחות מיט קליינע קינדער, וועט צוגעשטעלט ווערן גענצליך בחנם פולע בעיביסיטינג פאר די בעיביס דורך העכסט ערפארענע בעיביסיטערס אויף די גאנצע צייט פון די פראגראמען. &nbsp; וויכטיגע אינפארמאציע פאר אלע באטייליגטע: &nbsp; די אדרעס פונעם האטעל איז: The Armon Hotel &amp; Conference - 2701 Summer St, Stamford, CT 06905 &nbsp; עס איז דא גענוג פארקינג צוגעשטעלט &nbsp; טשעק אין וועט זיין בעז"ה עש"ק 2:00 מיטאג &nbsp; טשעק אוט וועט זיין אי"ה זונטאג 11:00 אינדערפרי &nbsp; מעין עולם הבא יום שבת מנוחה

    < זעה מער ד אדר ב' תשפ"ב 📝
  • הכרת הטוב מסיבה דורך די רענט קאמפיין אפגעראכטן מיט גרויס הצלחה

    א גאר שטארקע ווארימקייט האט זיך אנגעזען ביי אנשי שלומינו וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט, מען איז געקומען פון ליבערטי, קרית יואל, מאנסי, דזשערסי סיטי, לינדען, בארא פארק און פארשטייט זיך פון אלע עקן וויליאמסבורג, אלע האבן געשפירט א גרויסע הכרת הטוב פאר די טייערע חברי הנהלה פונעם רענט קאמפיין מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו און מו"ה שבתי מארקוס הי"ו, וואס האבן אראפגענומען פונעם ראש ישיבה דעם פינאנציעלן עול וואס ער פלעגט טראגן, און האט אים צוגענומען די מנוחת הנפש, ווען יעדע חודש האט דער ראש ישיבה, אויסער פירן די ישיבה, די קהלה, די מוסדות, האט ער אויך געדארפט אויפקומען מיט די ריזיגע סכומים פאר די רענט פונעם בנין הישיבה. &nbsp; שוין עטליכע יאר וואס די געטרייע אינגלייט האבן איבערגענומען דעם עול, און טרייבן אויף ביי אנשי שלומינו נדבות יעדן חודש, מיט וואס די רענט ווער באצאלט, און דער ראש ישיבה שליט"א קען אריינלייגן אלע זיינע שעות און כחות אויף צו לערנען מיט קינדער, בחורים און אינגעלייט די הייליגע תורה, די הייליגע אמונה, און פארשפרייטן פאר די גאנצע וועלט די לעכטיגע עצות פון הייליגן רבין אויפן וועג ווי מיר האבן עס געלערענט ביי מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; דערפאר איז דער גרויסער ציבור זיך צוזאם געקומען נעכטן מוצש"ק צו א שיינע מלוה מלכה, אין בית המדרש אין וויליאסבורג, ווי מען האט נהנה געווען פון א גאר שיינעם פראגראם, און דרשות. &nbsp; צו ערשט האט אויפגעטרעטן דער געטרייער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א וואס האט געדינט אלץ יושב ראש פונעם נאכט, און האט מהנה געווען דעם ציבור מיט שיינע געשמאקע רעיונות. דערנאך האט מען געהערט שיינע ווערטער פונעם אלעמען באקאנטן עסקן לכל דבר שבקדושה מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו, צו וואס דער עולם האט זיך שטארק צוגעהערט. מען האט געזונגען אינאיינעם די זמירות פון מוצאי שבת קודש מיטן געשמאקן ברסלבן נוסח. און דערנאך האט מען געהערט דעם "דבר ההנהלה פון מו"ה אשר בער אינדארדסקי הי"ו, וואס האט ארויסגעברעגנט די וויכטיגקייט פון שטיצן דעם קאמפיין צו אויפהאלטן דעם בנין אויף סקילמאן סטריט, וואס איז ווי די "ווייסע הויז" פון היכל הקודש, פון ווי עס קומען ארויס די אלע אקטיוויטעטן פון תורה, תפלה, אמונה, הפצה, מוסדות, א.א.וו. און אז אן דעם קען מען נישט אנגיין. דערנאך האט מען געהערט טרעפליכע ווערטער פון מו"ה מיכל ראזנעפעלד הי"ו, וואס האט זייער מהנה געווען דעם עולם מיט זיין געשמאקע שפראך. &nbsp; דערנאך האט מען געהערט א שיינע שיעור פון ראש ישיבה שליט"א (וואס מ'קען זען דא אויף אונזער וועבסייט, ביי שיעורים/פרשת פקודי) וואס האט אויסגעדרוקט זיין הכרת הטוב צום אייבערשטן אז מען האט אזא שיינע פלאץ פאר די ישיבה און די מוסדות. אזוי אויך האט דער ראש ישיבה געגעבן וויכטיגע הדרכה וויאזוי א איד דארף פירן זיין פינאנציעלע לעבן על פי תורה, אזוי ווי מוהרא"ש האט אונז געלערענט. און דערנאך האט דער ראש ישיבה געטיילט מתנות און פלעקס פאר אלע וואס נעמען א חלק אין העלפן די רענט קאמפיין. &nbsp; נאכן בענטשן איז זיך דער עולם צוגאנגען מיט פרישע קבלות ווייטער אנצוהאלטן און שטיצן דעם הייליגן פלאץ און מיט דעם אראפנעמען פון ראש ישיבה די געלט עול, און מיט דעם האבן א חלק אין פארשפרייטן, אמונה, קדושה, תורה צו צענדליגע טויזנטער אידן איבער די וועלט.

    < זעה מער ג אדר ב' תשפ"ב 📝
  • חבורת היכל הקודש צפת

    אין שטאט צפת - גליל ארץ ישראל, געפונט זיך א גאר שיין ווינקל א חבורה פון אינגעלייט און בחורים און רעדן פונעם אייבערשטן מיטן גאנצן ברען און פייער, מען זיצט און מען לערנט שיעורים כסדרן אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז געלערנט, ממש א גן עדן אויף דער וועלט! &nbsp; דער חבורה איז געגרינדעט געווארן מיט א צייט צוריק, ווען עטליכע אינגעלייט האבן געטראפן די דרשות און שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, און עס האט זיי געעפענט א נייע וועלט, זיי זענען געוואר געווארן אז מען קען לעבן אויף דער וועלט א געשמאקע לעבן ווי אין גן עדן. &nbsp; איינע פון די חשובע אינגעלייט האבן קודם געקויפט א מאשין צו דרוקן די גליונות היכל הקודש און אריינגעלייגט דעם מאשין אינעם "דיינינג רום" ביי זיך אינדערהיים, ווען די גליונות ווערט צושפרייט יעדע וואך דורך די חשובע מקורבים, און דורך דעם טרעפן מענטשן די געוואלדיגע עצות און הדרכות פונעם הייליגן רבין. &nbsp; צוביסלעך - דורך הפצה - איז דער חבורה געווארן גרעסער און גרעסער, נאך אידן קומען צו און געפינען אויס פון די לעכטיגע ווינקל וואס געפונט זיך ביי זיי אין שטאט צפת. נאך א שטיק צייט האט מען געזען אז ס'איז צייט צו עפענען א בית המדרש היכל הקודש אין שטאט, אזוי וועט מען קענען דאווענען און זיך מחזק זיין אינאיינעם יעדן שבת קודש. &nbsp; אנשי שלומינו האבן געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל טרעפן א פלאץ וואס זאל זיין געאייגנט פאר א בית המדרש, און וואונדער איבער וואונדער, ברוך השם אויף שבת פרשת שמות תשפ"ב דער ערשטער וואך פון שובבי"ם, האט מען זוכה געווען צו טרעפן גאר א פאסיגע פלאץ, וואס איז שוין געווען פארדעם א בית המדרש, מיט אסאך ספרים, און אפילו אויך א ספר תורה. &nbsp; דער אייגענטומער פונעם בית המדרש האט געזאגט פאר די גבאים אז ער האט זייער ליב ברסלב, און ער איז דא צו צו העלפן מיט וואס עס פעלט נאר אויס. ווען די גבאים האבן אים געפרעגט "מיט וואס קענען מיר אייך באצאלן"? האט ער געזאגט "איך דארף גארנישט, נאר איין טובה, בעטס דעם אייבערשטן איך זאל מצליח זיין אין מיינע וועגן". &nbsp; זינט דאן קומט מען זיך צאם יעדן שבת קודש, ווי מען דאוונט צוזאמען מיט געשמאק, נאכן דאווענען גייט מען ארויס אין א פרייליכן טאנץ, מען פריידט זיך אז מען האט די זכי' צו זיין אין אזא הייליגע חבורה וואס מען רעדט שטענדיג פונעם אייבערשטן. &nbsp; בשעת'ן דאווענען איז דא א גבאי וואס טיילט נאש פאר די קינדער וואס דאווענען שיין מיט, אויך טיילט מען "קארטלעך" - וואס האט אויף זיך אן אות פון א שיחה פון רבי'ן, רבי נתן אדער מוהרא"ש, און ווען מען האט אלע אותיות פון די גאנצע מימרא - באקומט מען א ספר פון מוהרא"ש זי"ע. - יעצט האט מען געמאכט קארטלעך וואס האט די ווערטער וואס דער הייליגער רבי האט געזאגט "אני נהר המטהר מכל הכתמים". &nbsp; שבת אינדערפרי נאכ'ן דאווענען לערנט מען פאר 'סיפורי מעשיות' אזוי ווי עס איז די מנהג אין היכל הקודש. אויך ביי שלש סעודות איז גאר שיין, מען זינגט צוזאמען זמירות פון שלש סעודות - אזוי ווי דער הייליגער רבי האט אונז אנגעזאגט אז מען דארף זינגען זמירות שבת, דערנאך זינגט מען א אידישע ניגון אויפצואוועקן דאס הארץ צום אייבערשטן, דערנאך לערנט פאר ר' נחמן יאקאבאוויטש הי"ו א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס איז פאסיג פאר די סדרה. &nbsp; מוצאי שבת נאך מעריב לאזט מען זיך ארויס אין פרייליכע טענץ פאר די גאר גרויסע זכי' וואס מען האט אז מען האט געקענט נאך א שבת זוכה זיין צו קומען צום רבי'ן און הערן און פאלגן זיינע עצות. &nbsp; יעדן זונטאג קומט מען זיך צאם צו הערן א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א. איין טאג אינמיטן וואך - מיטוואך אדער דאנערשטאג, קומען זיך צאם די אינגעלייט פון שטאט צפת און טברי' אויף איין פלאץ, יעדע וואך ערגעץ אנדערש, אסאך מאל קומט מען זיך צאם ביי א קבר פון א צדיק, מען איז מתפלל דארט, און מען זינגט צוזאמען אידישע ניגונים, דערנאך לאזט מען זיך ארויס אין א טאנץ. &nbsp; ברוך השם אז די קהילה וואקסט און בליעט קע"ה, און פאריגע וואך שבת איז שוין נישט געווען קיין פלאץ פאר יעדעם צו זיצן, און אויף די בקשה פון די גבאים בעט מען דעם ציבור אנשי שלומינו זאל בעטן דעם אייבערשטן זיי זאל טרעפן א גרעסערע בית המדרש. &nbsp; ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם &nbsp; 📰 מסיבת הכרת הטוב דורכן רענט קאמפיין &nbsp; 📰 דראמאטישע מוזיק ווידיא - אוקראינא אדער רוסלאנד? &nbsp; &nbsp; 📰 פילע זענען זיך מחיה מיט די נייע יו-עס-בי'ס - דרשות פון ראש ישיבה &nbsp;

    < זעה מער ל אדר א' תשפ"ב 📝
  • מסיבה אין מאנסי פארן כולל היכל הקודש

    פאריגע וואך דינסטאג האט די שטאט מאנסי געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה איז געקומען באזוכן אנשי שלומינו אין שטאט, וואס ווארטן שוין א לאנגע צייט אויף אזא באזוך. &nbsp; דער ראש ישיבה איז געקומען פערזענליך באטייליגן צום שיינעם מסיבה פארן כולל היכל הקודש וואס מו"ה מענדל באלאבאן הי"ו האט צוגעגרייט ביי זיך אין שטוב, ביים ראש ישיבה איז זייער חשוב דער כולל וואו אינגעלייט זיצן א גאנצן טאג און לערנען, און אינאיינוועגס אויך אריינכאפן צו מחזק זיין אנשי שלומינו וואס וואוינען אין מאנסי. &nbsp; ביים שיעור האט דער ראש ישיבה שטארק ארויסגעברענגט די חשיבות פונעם כולל, דא זיצן נישט קיין אינגעלייט וואס דארפן דא זיצן ווייל אזוי איז די סיסטעם אז נאך די חתונה גייט מען אין כולל. ווייל א אינגערמאן נאך די חתונה דארף גיין ארבעטן און שפייזן זיין שטוב. "נאר אויב א אינגערמאן וויל באמת לערנען, און ער מיינט עס אמת'דיג, וועל איך אים אריינלאזן אין כולל" האט דער ראש ישיבה געזאגט. &nbsp; דער ראש ישיבה האט שטארק מחזק געווען דעם גרויסן ציבור אנשי שלומינו וואס איז געקומען, זיי זאלן זיין שטארק מיטן התקרבות צום רבי'ן. אבער ביים רבי'ן פעלט אויס "אמונה מיט תמימות", נאר אזוי קען מען מצליח זיין ביים רבי'ן. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט פון די "נייעס און מידיע" וואס מאכט משוגע מענטשן יעדן טאג. "אנשטאט אויסהערן די נייעס בשעת מען עסט נאכטמאל, רעד צו דיין ווייב וואס ווארט שוין אויף דיר זאלסט אהיימקומען!" האט דער ראש ישיבה געזאגט. &nbsp; דער באזוך פון ראש ישיבה האט איבערגעלאזט א גרויסע רושם אויף אלע באטייליגטע. &nbsp; אין לו להקדוש ברוך הוא אלא ד' אמות של הלכה בלבד

    < זעה מער כו אדר א' תשפ"ב 📝
  • ווייניגער פון דריי וואכן צום גרויס שבת התוועדות אין ארמון האטעל סטעמפארד קאנעטיקוט

    מיט גרויס עקסטאז גרייטן זיך אנשי שלומינו צום גרויס שבת קודש, שבת סיום סדר מעוד על סדר הש"ס, שבת קודש פרשת ויקרא, ט' אדר ב' הבעל"ט, וואס וועט אפגעראכטן ווערן ברוב פאר והדר אינעם פראכטפולן מלכות'דיגן "ארמון האטעל" אין סטעמפארד קאנעטיקוט. &nbsp; ווי די עסקנים געבן איבער, פילטן זיך די רעזערוואציעס אן מער און מער מיט יעדן דורכגייענדן טאג, און מען וויל נישט זיין קיין צועק לשעבר, מוז מען שוין באשטעלן א צימער, ווייל ווי זאכן גייען יעצט וועלן זיך אלע צימערן שוין זיין אנגעפילט גאר שנעל, און עס וועט נישט מעגליך זיין צוצושטעלן א צימער אפילו מיטן בעסטן ווילן. &nbsp; דער האטעל אין סטמעפארד קאנעטיקוט וואס איז ביז יעצט געווען באקאנט מיטן נאמען "קראון פלאזא" און האט לעצטענס געטוישט דעם נאמען צו "ארמון האטעל", ווערט צוגעגרייט דורך די פלייסיגע עסקנים מיט אלעם גוטן לכבוד שבת קודש, מען גרייט צו די רייכע מעניוס פאר אלע סעודות פון ערב שבת, שבת קודש, און מוצאי שבת קודש, די ספרים און סידורים פארן שבת קודש ווערן שוין געדרוקט, אזוי אויך גרייט מען זיך שוין פעסט צום הערליכן פראגראם וואס וועט מיטן אייבערשטנס הילף אנפילן אלע באטייליגטע מיט גאר געשמאקע רוחניות'ידע און גשמיות'דיגע הנאה אויף די גאנצע צייט, און וועט באגלייטן אלעמען אהיים ווען מען וועט מיטנעמען מיט זיך פילע באגאזשן מיט עצות און שכל פון ראש ישיבה אויף א גאנץ יאר. &nbsp; רעדנדיג מיט איינע פון אנשי שלומינו פארציילט ער אז האט געפרעגט א חבר אויב ער קומט צום שבת התוועדות, און הערנדיג ווי ער קווענקלט צוליב וואס עס קאסט געלט זאגט ער אים, "איך מאך מיט דיר א געשעפט, איך וועל אינוועסטן דאס געלט וואס עס קאסט דיר דער שבת, בתנאי אז האלב פון די רווחים וואס דו נעמסט ארויס פון דעם שבת פאר דיר און דיין משפחה, באקום איך...". ארויסברענגענדיג דערמיט, אז דער שבת התוועדות מיטן ראש ישיבה שליט"א איז אפילו בגשמיות דער בעסטער אינוועסטמענט, וואס צאלט זיך אויס טויזענט מאל, און איז בכלל נישט קיין "הוצאה", נאר א גאר גוטע "אינוועסטמעט" פון וואס מען וועט ארויסנעמען פירות ברוחניות ובגשמיות פי כמה וויפיל מען לייגט אריין. &nbsp; נאך געציילטע צימערן פארבליבן, כאפט אריין ווילאנג עס איז נאך דא, רופט 347-415-2888 צו רעזערווירן. &nbsp; מעין עולם הבא יום שבת מנוחה &nbsp; 📖 פורים אין ברסלב סענטער

    < זעה מער כ אדר א' תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 241 to 255 of 428 results

1 2 ... 14 15 16 17 18 19 20 ... 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com