Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שבועות וועט מען באנייעם דעם גרויסן בית המדרש אין שטעטל

    מיר גרייטן זיך צום הייליגן און פרייליכן יום טוב שבועות, ווען מיר גייען פון פריש מקבל זיין די הייליגע תורה, זיך דערנענטערן פון פריש צום הייליגן באשעפער.   ביים הייליגן רבי'ן איז יום טוב שבועות געווען איינע פון די דריי צייטן וואס מען איז זיך צאמגעקומען ביים רבי'ן. דאס איז נישט דווקא אין אומאן, דאס איז וואו עס קומען זיך צוזאם א מנין ברסלב'ער חסידים וואס גלייבן אין רבי'ן און פאלגן דעם רבי'ן, איז דארט מסוגל צו זיין כדי צו ווערן געראטעוועט פון עולם התוהו און צו זוכה זיין צו קבלת התורה.   איבעראל ווי עס וואוינען אנשי שלומינו וועט מען זיך צוזאם קומען דאווענען אינאיינעם אויף אלע תפלות פון יום טוב, אנשי שלומינו זענען מכיר טובה פאר די געטרייע גבאים יעדער ביי זיי אין שטאט, וואס אי אפשר לפורטם כי רבים הם, וועלכע זארגן זיך א גאנץ יאר פאר די געברויכן פונעם בית המדרש אין די מתפללים. מען קען זיך פארבינדן מיט די לאקאלע גבאים פאר די פונקטליכע זמנים פון די תפלות. אזוי אויך וועט מען זיך צוזאם קומען זאגן אינאיינעם דעם תיקון ליל שבועות אויף דעם וועג וואס מוהרא"ש זי"ע האט אוועקגעשטעלט, מען זאגט דער ערשטער און דער לעצטער פסוק פון יעדע סדרה, מען זינגט אינאיינעם פרייליכע געהויבענע ניגונים פון די גרויסקייט פון כלל ישראל און די הייליגע תורה.   אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי גרייט מען אויך צום הייליגן יום טוב, ווען מיר וועלן האבן די זכי' אז דער ראש ישיבה שליט"א וועט וויילן אין שטעטל אויף יום טוב, און עס איז ערווארטעט פילע משפחות וואס וועלן קומען צו גאסט אין שטעטל, מיטצוהאלטן א געהויבענעם יום טוב אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.   גלייכצייטיג וועט אויך פארקומען דער חנוכת הבית פאר'ן נייעם גרויסן שול און מקוה וואס מען פארענדיגט יעצט צו בויען, וואס וועט פיל צוגעבן פאר די שטעטל איינוואוינער, צו קענען האבן מער הרחבת הדעת ביים דאווענען און לערנען אין שול, נאכדעם וואס די ביז יעצטיגע שול איז שוין צו קליין געווארן פאר'ן גרויסן געברויך.   אין א בריוו האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן די וואך: "דעם קומענדיגן יום טוב שבועות וועל איך אם ירצה ה' זיין מיט אנשי שלומינו אין שטעטל, מיר וועלן מאכן די חנוכת הבית פאר'ן נייעם גרויסן שול. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מגילה כז.) וואס מיינט א גרויסע הויז? "מקום שמגדלין בו תורה, ומקום שמגדלין בו תפלה", א פלאץ וואו מען וועט לערנען און דאווענען, און מוצאי יום טוב וועלן מיר טאנצן אינאיינעם, דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אז מיר זענען מקורב צום הייליגן רבי'ן, מיר זענען נישט פארלוירן, מיר האבן א רבי וואס גייט פאר אונז, מיר דארפן נישט זארגן."   ווי איינגעפירט אין די לעצטיגע יארן, שטעלט מען צו שבועות אינדערפרי א מילכיגע קידוש נאכ'ן דאווענען, און דעמאלט קומען ארויף פילע קינדער, בחורים, טאטעס, און זיידעס, וואס מאכן סיומים אויף חלקי התורה וואס זיי האבן זוכה געווען מסיים צו זיין. אנשי שלומינו גרייטן זיך אן סיומים אויף יום טוב שבועות, צו קענען מסיים זיין ברוב עם הדרת מלך. דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אין א בריוו די וואך, "מיר וועלן אינדערפרי נאכן דאווענען האבן א גרויסע איבעראשונג פון קינדער, בחורים און אינגעלייט וואס וועלן ארויפקומען אויפן בימה מאכן זייערע סיומים, אשרי עין ראתה זאת".   לאמיר זיך אויפפרישן אינאיינעם צו מקבל זיין די הייליגע תורה, אנהויבן פון פריש לערנען תורה יעדן טאג, אנהויבן פון פריש זיך מחי' צו זיין מיט די מצוות פון די הייליגע תורה, אנהויבן נאכאמאל בעטן דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין ערליכע אידן און טון נאר די ווילן פונעם אייבערשטן.

    < זעה מער ה סיון תשפ"ה 📝
  • שאלה: וואו געפונט זיך דער הר סיני

    ענטפער: דער בארג סיני אויף דער אויבערשטער האט אונז געגעבן די תורה געפונט זיך אין מדבר סיני, וואס הייסט היינט דער סיני האלב אינזל וואס געפונט זיך אין די היינטיגע מצרים (עגיפטן), נישט ווייט פונעם ים סוף (דער רויטער ים). &nbsp; לויט די חוקרים איז די פונקטליכע פלאץ ווי דער בארג געפונט זיך תלוי במחלוקת, אבער ביי מיר איז קלאר דער פונקטליכער ארט פונעם הר סיני, און נישט נאר וואס עס איז באקאנט דער פלאץ, נאר מען קען גרינג צוקומען דערצו - אריינגערעכענט דו. דארפסט אפילו נישט פארן מיט קיין פליגער, און גיין לאנגע שעות מיט קעמלען אין א הייסע טרוקנע מדבר, ווייל הר סיני געפונט זיך אין דיין דיינינג רום, דארפסט פלעין ארויסנעמען א חומש, א משניות אדער א גמרא און אנהייבן זאגן די ווערטער. &nbsp; פון וואו נעם איך דאס אז דאס איז דער ריכטיגער הר סיני, מיש אויף שיחות הר"ן סימן ע"ו, דער רבי זאגט קלאר אז דו קענסט זאגן די ווערטער, און דאס הייסט געלערענט. און דאס האט מוהרא"ש גע'חזר'ט מיט אונז, נישט איין מאל, און נישט הונדערט מאל, נאר כמעט טאג טעגליך האט ער זיך געבעטן ביי אונז, "פרוביר אויס די זיסע וועג פונעם רבי'ן", האטס שוין פרובירט מיט א חברותא, אבער איין טאג האסטו א שמחה, און דער צווייטער טאג האט ער אן אפוינטמענט, האסט שוין פרובירט א שיעור, אבער דו שלאפסט איין; אפשר איז צייט צו פרובירן צו פאלגן דעם רבי'ן, וועסט זען אז די תורה וועט דיר באלייכטן די אויגן, הייב אן זאגן די ווערטער, פלעין זאג די עברי ווי א פינף יעריג אינגל, "וממילא יבין", איבערצייג דיך עס אליינס. און אויב נישט, "ואם לא יבין", זאגט דער הייליגער רבי "מה בכך", איז וואס? "כי מעלת ריבוי הלימוד עולה על הכל", עס לוינט זיך. און אויסער דעם וועט עס דיר אפרייניגן פון דיינע שלעכטע געוואוינהייטן, עס וועט זיך ארויסנעמען פון דיינע עדיקשאנס מיט וואס דו פלאגסט זיך און וועט דיר אנפילן מיט אמת'ע סיפוק און שמחת החיים. &nbsp; די אראבער אינעם געגענט פון מדבר סיני האבן א בארג וואס זיי רופן "דזשאבל מוסא" וואס מיינט אויף אידיש "משה בארג", דער בארג איז אין דרום זייט פון מדבר סיני, און שטייט ביי א הויכקייט פון בערך 7,500 פוס (בערך 2,300 מעטער), און שטארט שטארק ארויס אלץ א הויכער בארג צווישן די ארומיגע בערג (עס איז דער צווייט העכסטער בארג אינעם סיני האלבאינזל), וואס ווארפט אפ די מעגליכקייט אז דאס זאל זיין דער בארג, ווי חז"ל זאגן אונז קלאר פארוואס האט דער אויבערשטער אויסגעקליבן דעם בארג סיני ווייל ער דער נידעריגיסטער בארג, צו ווייזן אז מיר דארפן זיך האלטן קליין. &nbsp;

    < זעה מער ב סיון תשפ"ה 📝
  • מעשה'לעך פאר קינדער ענגליש נומער צוויי אנגעקומען קיין אמעריקע

    מיט גרויס שמחה וויל דער קרן הדפסה מיטטיילן פאר אנשי שלומינו אז דער צווייטער ביכל אין די סעריע "Little Stories for Little Souls" &mdash; מעשה'לעך פאר קינדער אויף ענגליש &mdash; איז ברוך השם שוין אנגעקומען קיין אמעריקע פון ארץ ישראל. &nbsp; וועט איר דאך פרעגן, וואס איז די גרויסע שמחה, אויף דעם קומט א מעשה, עס איז שוין אריבער מער פון אכט חדשים זינט מען האט געענדיקט דרוקן דעם ביכל, אבער דער סמ"ך מ"ם האט נישט געפאלן, און מען האט פארשפעטיגט דעם שיף וואס האט עס געזאלט ברענגען קיין אמעריקע, און האט עס אויפגעהאלטן ביז יעצט, אבער געלויבט דעם אויבערשטן, אז יעצט איז דער נייער ביכל שוין דא. &nbsp; די הערליכע מעשה'לעך &mdash; דערציילט און געשריבן דורכן ראש ישיבה שליט״א, באגלייט מיט ציענדע און פאכמאניש געמאלענע בילדער &mdash; ברענגען אריין יראת שמים און מידות טובות אין די ריינע הערצעלעך פון אונזערע קינדער. די מעשיות זענען פול מיט אמונה פשוטה, שמחת המצוות און בויעט זיי אויף. &nbsp; דער ערשטער ענגלישער אויסגאבע איז ממש צוכאפט געווארן פון די מפיצים, אזוי אויך די ערשטע צוויי אידישע אויסגאבעס. און אויסער די אויבנדערמאנטער ענגלישער אויסגאבע נומער צוויי, גייט מען שוין יעצט אויך צום דרוק אויף די אידישע ביכל נומער דריי. פרטים וועלן בעז"ה נאכפאלגן.

    < זעה מער א סיון תשפ"ה 📝
  • די פארקערטער אותיות פון ם' און ס'

    שאלה: ווי באקאנט זענען דא אותיות מרבעות, (אפשר הייסט עס "לשון הקודש אותיות"), "רש"י אותיות", און "געשריבענע אותיות", וואס ביי אונז אין חדר האט מען עס גערופן "אידישע אותיות". וואס איך וואונדער זיך איז אזוי: פארוואס זענען די אותיות "ס" און "ם" ממש פארטוישט צווישן די "אידישע אותיות" און "רש"י אותיות" - די "ס" פון אידיש איז די "ם" פון רש"י, און די "ם" פון אידיש איז די "ס" פון רש"י. אזוי אויך וויל איך וויסן וואס איז די ריכטיגע וועג צו רופן די אלע דריי סארטן אותיות, און פון וואו עס שטאמט. &nbsp; ענטפער: זייער אן איטערעסנאטע פראגע. א מלמד האט מיר טאקע אמאל געזאגט אז ער מוטשעט זיך אין חדר אויסצולערענען די קינדער די "ס" מיט'ן "ם" צוליב וואס זיי זענען פארטוישט. דער אויבערשטער האט מיר דאן חונן דעת געווען, איך האב אים געזאגט אז ער קען זאגן פאר די קינדער אז די "אידישע אותיות" זענען בערך ווי די "לשון הקודש אותיות", דער "ס" איז רינדיג, און דער "ם" האט אן עק וואס דערמאנט דער "ם". און ביי די רש"י אותיות זענען ביידע אותיות די זעלבע, אבער ביים "ס" איז דא א "ס'ימן" צו וויסן אז דער איז דער "סמך"... &nbsp; יעצט צו דיין פראגע פארוואס זיי זענען פארטוישט, דאס איז ווייל זיי זענען אנטוויקעלט געווארן אין גאנץ אנדערע פלעצער. די "כתב רש"י" איז אנטוויקעלט געווארן אין שפאניע און אין איטאליע פאר הונדערטער יארן צוריק, און איז גענוצט געווארן פונקט ווי די "אידישע" אותיות אלץ א וועג צו שרייבן אויף א גרינגע וועג. דער סיבה פארוואס עס האט באקומען דער נאמען "רש"י אותיות" איז ווייל אינעם ערשטן דרוק האט מען געדרוקט דעם פירוש רש"י מיט בערך די אותיות (די אותיות זענען אביסל פארדרייט געווארן פונעם אריגנעל ווען מען האט עס געוואלט צופאסן מען זאל עס גרינג קענען דרוקן), מיט'ן ציל עס זאל זיין גרינג צו פונאדערשיידן רש"י פון די גמרא. (מען האט נאך דאן נישט געקענט דרוקן אזויפיל סארטן אותיות ווי היינט מיט א דרוק פון א קנעפל...) &nbsp; די "אידישע אותיות" זענען אבער אנטוויקעלט געווארן אין בערך די זעלבע תקופה אבער אין די אשכנזישע לענדער, אין די זעלבע צייט וואס די שפראך אידיש האט זיך אנטוויקעלט. דאס איז אויך גענוצט געווארן - און ווערט נאך אלץ גענוצט - בעיקר צו שרייבן. &nbsp; די ביידע פלעצער זענען זיך כמעט נישט צוזאם געקומען אין יענע צייט, און דער אויבערשטער האט אזוי צוגעפירט אז ביידע זאלן נעמען בערך די זעלבע זאך נאר פארקערט פאר די צוויי אותיות. &nbsp; ווען מען שרייבט א ספר תורה, אויב לאזט מען אויס איין אות איז דער ספר תורה פסול. דער ספר תורה מוז האבן אלע ששים ריבוא אותיות, מיר זענען אויך אזוי, דער אויבערשטער דארף יעדן איד. נישט קיין חילוק ווי נישטיג דו שפירסט זיך ביסטו א חלק פונעם ספר תורה וואס שטעלט צוזאם כלל ישראל, און דו ביסט א וויכטיגע חלק דערפון. מאך דיך נישט אוועק, אפילו דו ביסט ווי דו ביסט קענסטו נאך אלץ צוריק קומען. &nbsp; וויאזוי זאל מען זיי רופן? די אותיות וואס מען לערנט אין כתה א', קען מען רופן "אותיות מרובעות" (זיי זענען מער געקעסטלט), אדער "דרוק אותיות" (אין אלגעמיין נוצט מען די אותיות ביים פרינטן). "רש"י אותיות" איז איבעראל אנגענומען עס צו רופן אזוי; און די אותיות וואס מיר שרייבן, רופט מען טייל פלעצער "אידיש אותיות", צוליב וואס דאס איז געווען די שריפט וואס אידן במשך אסאך דורות האבן גענוצט צו שרייבן אידיש, עס איז דא וואס רופן עס "כתב אשכנזי", און אנדערע רופן דאס "שרייבן אותיות" אדער "כתב יד אותיות", צוליב וואס דאס נוצט מען ביים שרייבן. &nbsp;

    < זעה מער כט אייר תשפ"ה 📝
  • הערליכע ספר "אויסדערוועלט" ערשינען דורך מכון עצתו אמונה אויף שבועות

    כמעשהו בראשונה אין די ערבי פסחים טעג מיט'ן ספר "אויסגעלייזט" דעם פארגאנגעם פסח, טוט די בארימטע מכון עצתו אמונה פארשטעלן דעם ספר "אויסדערוועלט" לכבוד דעם בעפארשטייענדן יום טוב שבועות, זמן מתן תורתינו, דער ספר איז צוזאם גענומען לויט די אנווייזונג פונעם ראש ישיבה שליט"א פילע בריוו פון די ספרי עצתו אמונה און איש אמונות, פול מיט התחזקות עצות און הדרכה וויאזוי יעדע איד אן אויסנאם קען זוכה זיין אויסצונוצן און ארויסנעמען גאר אסאך פון די ליכטיגע טעג פונעם היילגן יום טוב. &nbsp; פונעם מכון געבט מען אונז איבער, אז אויפן פארלאנג פון אנשי שלומינו, האט מען עס דאס מאל ספעציעל געדרוקט גענוג פרי כדי מען זאל עס קענען לערנען מער ווי איינמאל, און קענען אריינעמען אין זיך די פילע לימודים און עצות, וואס וועט אונז בעז"ה געבן א גאר געהויבנענעם יום טוב. &nbsp; די הוצאות פונעם ספר איז נתנדב געווארן דורך מו"ה שמואל אייכענשטיין הי"ו און דערפאר האט עס באקומען דעם צוגאב נאמען "מהדרות אייכענשטיין", דער זכות וועט זיכער ביישטיין פאר'ן נדבן מיט זיין משפחה פאר אלע גוטע השפעות טובות &nbsp; בנוסף צו די בריוו האט מען אינזין געהאט צו צולייגן נאך פילע הוספות וואס קען פראקטיש צונוץ קומען במשך דעם יום טוב, ווי צום ביישפיל דער "תפלת השל"ה" וואס איז במאת כדאי צו זאגן יעדן טאג, אבער די וועלט פירט זיך עס צו זאגן לכל הפחות ערב ראש חודש סיון. אזוי אויך האט מען אריינגעלייגט די "תנאים" און די "כתובה" וואס מען פירט זיך צו זאגן יום טוב. &nbsp; די אלע וואס האבן שוין אריינגעקוקט דערין זאגן אז דער ספר איז א כרכא דכולה ביה, עס אנטהאלט אלעס וואס מען דארף אויף יום טוב, א הערליכע ליקוט פאר יעדעם איינעם צו יעדע צייט במשך דעם יום טוב אזוי אויך פארדעם און נאכדעם, חיזוק, מנהגים, התעררות און וויאזוי אויסנוצן די געהויבענע טעג. &nbsp; אויף די אנפראגע פון פילע, ווילן מיר באצייכענען אז די גרעי שטיקלעך זענען געקליבענע שטיקלעך פון בריוו, און די ווייסע זענען גאנצע בריוו במילואו. &nbsp; ווען מען זעט דעם מפתח זעט מען אז דאס איז באמת אן אוצר וואס לאזט נישט אויס קיין איין אספעקט פונעם יום טוב, ווי צום ביישפייל: דער זמן קיבוץ פון שבועות, דער מנהג פון בלומען און ביימער, ביכורם, אהבה רבה, פילע עניני לימוד התורה און עצות צו מצליח זיין, הלל, אקדמות, עשרת הדברות, מגילת רות, מנהג פון עסן מילכיגס, יארצייט פון דוד המלך און דער בעל שם טוב, תהלים, סיפורים, אסרו חג. &nbsp; דער ספר איז דא צו באקומען ביים קרן הדפסה, און אזוי אויך ביי אלע מפיצים, און וועט באלייכטן די אויגן פאר אלע וואס וועלן לערנען דערין.

    < זעה מער כח אייר תשפ"ה 📝
  • וויאזוי וואקסט האר?

    שאלה: וויאזוי וואקסט האר? ענטפער: אויך אין אזא פשוטע שאלה "וויאזוי וואקסט האר?" קען מען טרעפן דעם אויבערשטן, און עצות וויאזוי צו קענען אנגיין אין לעבן אויך אין שווערע אומשטעדן. &nbsp; די נושא איז פאסיג בפרט יעצט ווען מיר שטייען ממש איידער דעם הייליגן יום טוב שבועות ווען אלע אידן גיין זיך פריש שערן לכבוד יום טוב, נאכדעם וואס מען האט איינגעהאלטן ערליך די הלכות פון אבילות פון די ספירה טעג. &nbsp; אויף אונזערע קעפ געפונען זיך אין דורכשניט איבער הונדערט טויזענט קליינע האר-ווארצלען וואס הייסטן "פאליקלען", יעדע פאליקל איז א פולקאמער האר פאבריק וואס פאבריצירט אונטער די הויט כסדר פרישע לעבעדיגע האר צעלן, און די פרישע האר צעלן שטופן ארויס די אלטע האר צעלן וואס "שטארבן אפ" איינמאל זיי געפונען זיך אינדרויסן. &nbsp; די סיבה פארוואס מיר רופן עס "שטארבן" איז ווייל עס איז שוין בכלל נישט מחובר צום מענטש אויסער פיזיש צוגעקלעבט צו די נייע האר צעלן. דערפאר וועט מען נישט שפירן קיין ווייטאג ווען מען שערט אפ האר, אבער אויב מען וועט "ארויסרייסן" האר, וועט מען עס שוין איינמאל שפירן, ווייל דאן רירט מען צו צו די פרישע האר וואס "לעבט" און האט ווייטאג נערוון דערין. &nbsp; דער אויבערשטער געבט פאר יעדעם אן אייגענארטיגע האר קאליר, טעסטור אין אויסזען, קיינער האט נישט די זעלבע האר פון א צווייטן, א זאך וואס די פאליציי נוצט פיל מאל ביי אויספארשונגען אויב טרעפט מען א האר אלס א באווייז אויפן פארברעכער. &nbsp; די האר וואקסן אזוי שטאט אז עס אוממעגליך צו באמערקן ווי זיי וואקסן, אין דורכשניט וואסט עס צווישן א האלבע און איין מילימעטער א חודש, דאס מיינט אז כאטש עס קען נעמען עטליכע יאר אז די האר וואס וואקסט היינט ארויס זאל אנקומען אונטן די פיאות, וועלן זיי צום סוף אנקומען, א מענשט בכלליות איז אויך אזוי, אויב מען וואקסט שטייטעלעך וועט מען אנקומען זייער ווייט... ווי דער רבי האט אונז געלערענט "מעט גם כן טוב", אויב א מענטש פרובירט צו טאנצן גרויסע טרעפ אויף אמאל וועט ער זיך איבערדרייען און צוקלאפן, ענדערש גיין קליינע אבער כסדר'דיגע טרעפ און מען וועט אנקומען אסאך ווייטער. &nbsp; מוהרא"ש פלעגט טיישטן די גמרא "הרבה עשו כרבי שמעון - ולא עלתה בידם", אויב מען וויל נאכמאכן דעם הייליגן רבי שמעון אינגאנצן, דאס קען מען נישט, ענדערש מאך נאך איין זאך, דאס וואס דו קענסט, פריי דיך מיט'ן הייליגן שבת, זיי מכבד דעם שבת אזוי ווי רבי שמעון, קענסט נישט לערנען צוועלף יאר אין א מערה ווי רבי שמעון? אבער קענסט זיצן ביי דיר אין דיינינג רום אין "זאגן" איין בלאט גמרא יעדן טאג, אין זיבן יאר ארום וועסטו מאכן א סיום הש"ס, פון פינף מינוט א טאג.

    < זעה מער כז אייר תשפ"ה 📝
  • טראמפ'ס "גרויסע הערליכע ביל" גייט דורך אין קאנגרעס

    די לאנג ערווארטעטע בודזשעט געזעץ, וואס פרעזידענט טראמפ האט גערופן די "וואן&nbsp; ביג ביוטיפול ביל" - די "איין גרויסע הערליכע ביל" איז אריבער אין קאנגרעס. נאך לאנגע אמפערייען צווישן די קאנגרעסלייט איז דער ביל ענדליך דורכגעגאנגען מיט געוויסע טוישונגען, אויף וואס טראמפ האט זיך געמוזט בייגן צום דרוק פון געוויסע קאנגרעסלייט פון זיין אייגענע פארטיי. &nbsp; דער עיקר קענגנערשאפט איז געקומען פון קאגרעסלייט פון סאציאלע דעמאקראטישע סטיעטס ווי ניו יארק און קאליפארניע, וואס ליידן פון די שטארקע רעדוקציע פון סאלט טעקס דעדאקשן וועלכע פלעגט לאזן אראפ רעכענען די סטעיט שטייערן פונעם איינקופט, און אזוי זיך שפארן פעדעראלע שטייערן. צום סוף האט מען עס געדארפט נאכגעבן און ארויפגערוקט די דעדאקשן פון צען טויזענט צו דרייסיג טויזענט דאלער. צווישן די הויפט זאכן וואס דער ביל טוט אויף איז: &nbsp; פארגעסערט די גרעניץ וואך בודזשעט פארלענגערט די טעקס ברעיק פון טראמפ'ס ערשטע טערמין - וואס האט געהאלטן ביים אפלויפן נישטא מער קיין שטייערן אויף טיפס און אווערטיים שטעלט אוועק א פאנד ווי די רעיגרונג וועט אריינלייגן טויזנט דאלער פאר יעדע קינד וואס ווערט געבוירן פון יעצט, אין וואס עלטערן וועלן קענען צולייגן געלט דערצו, און דאס קינד וועט עס ארויסנעמען ווען ער ווערט ערוואקסן. פארלאנגט פון שטאַטן צו צאלן א גרעסערע טייל פון פוד סטעמפס און מעדיקעיד, פארלאנגט בדרך כלל - א מינימום פון אכציג שעה א חודש ארבעט צו באקומען וועלפעיר פראגראמען &nbsp; טראצדעם וואס דער ביל האט נישט קיין סאך געטוישט דער דעפעציט, וואס ווערט ערווארטע צו בלייבן ביי די צוויי טריליאן געגענט, האט דער שטאלצער טראמפ טראומפואירט דערמיט אלץ א "הערליכער גרויסער" ביל... עס האט בסך הכל געמאכט איבסל העדליינס, און געריקט אביסל געלט פון איין טאש צום צווייטן... &nbsp; וואס מען זעט פון דעם ביל, איז אז עס א שאד זיך צו נעמען צום הארצן דער פאליטישער מצב, איידער די וואלן קענען די געמיטער ווערן אנגעהיצט און די ווינט פרובירט אונז צו איבערצייגן אז אז דער פאליטישן וועט זיין אונזער מציל ומושיע, און דער פארטיי וועט אונז אויסלייזן, און אויב חס וחלילה דער אנדערער וועט אריינקומען וועט חלילה זיין א גזירת כלי'. &nbsp; יעצט ווען טראמפ איז אין אמט, און טייל האבן געטראכט אז ער איז ממש די ישועה פאר כלל ישראל, זעט מען אז ער קען גארנישט, אויסער איבסל אסאך בלאזן פון זיך האט קען ער גארנישט... אונזער ישועה קומט נאר פון אויבערשטן, און פאליטיק איז סך הכל אן אויג פארבלענדעניש און נאך א וועג פונעם יצר הרע מיר זאלן פארגעסן ווער עס איז באמת אין טשארדזש, און מיט וועם עס לוינט זיך צו זיין גוט. ב"ה אז מיר האבן די ריכטיגע קאנעקשאנס, מיר ווייסן וויאזוי צו באקומען אן אפוינטמענט ביים עכטן פרעזידענט, דער וואס קען אונז באמת העלפן, ער געבט פרנסה, ער געבט קינדער, ער געבט רופואות, און נאר צו אים וועלן מיר זיך ווענדן. &nbsp; אין לנו על מי להשען אלא על אבינו שבשמים. &nbsp;

    < זעה מער כד אייר תשפ"ה 📝
  • הגאון רבי מאיר צוויבל שליט"א באזוכט תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב קרית יואל

    פארגאנגענעם דאנערשטאג פרשת אמור, ערב ל"ג בעומר תשפ"ד, האָבן די הייליקע תינוקות של בית רבן פון תלמוד תורה היכל הקודש ברסלב אין קרית יואל געהאט די זכי׳ צו צו הערן גאר ווארימע דיבורים פונעם סאטמאר'ן ראש הכולל אין וויליאמסבורג, הגה"צ רבי מאיר צוויבל שליט"א. דער גאון שליט"א האָט גערעדט צו די קינדער ווארימע דברי התחזקות, און זיי צוגעגרייט צום גרויסן טאג ל"ג בעומר - יומא דהילולא דרשב"י. אין דער צייט האט ער אויסגענוצט די געלעגענהייט וואס זיין חשובער ברודער הר"ר פנחס נחום בן חי', וועלכער האט זיך ליידער דאן געפונען אין גאר א שווערע געזונטהייט מצב. דער ראש הכולל האָט געבעטן אז די טייערע קינדערלעך זאָלן מתפלל זיין פאר אים מיטן גאנץ הארץ. די קינדער, האבן מיט זייערע ריינע תפילות, מתפלל און געבעטן דעם אויבערשטן מיט פשוטע ווערטער וואס האט געשפאלטן הימלען. הר"ר פנחס נחום איז דורכגעגאנגען א גאר שווערע געזונטהייט קאמפליקאציע, און די דאקטוירים האבן שוין געהאט אויפגעגעבן, זאגענדיג אז עס איז נישטא וואס צו טון מער. אבער נאכדעם וואס די קינדערלעך האבן מתפלל געווען, האט זיך דער מצב געטוישט. די דאקטוירים האבן אנגעהויבן צו באמערקן א קליינע שינוי לטובה, און געזאָגט אז יעצט קען מען שוין פרובירן צו מאכן אן אפעראציע, וואס פריער איז דאס בכלל נישט געקומען אין באטראכטן, אבער יעצט - האבן זיי געזאגט - געבן זיי אויך נישט קיין גרויסע שאנסן, אבער דערלייגן קען מען שוין נישט. און אזוי האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט, אז נישט מענטשן פירן די וועלט, נאר גארנישט פאסירט אן דעם רצון פונעם אייבערשטן. און דעם פאלגענדן ערב שבת קודש, נאך די הימל שפאלדטענדע תפילות פון די לעכטיגע תינוקות של בית רבן, איז הר"ר פנחס נחום אויפגעשטאנען פונעם אפעראציע געזונט און שטארק - קעגן אלע שווארצע נביאות'ער פון די דאקטוירים, וועלכע האבן זיך אויסגעדריקט: "אזאנס האבן מיר נאך קיינמאל געהאט"... דער אויבערשטער וועלכע הערט אויס תפילות ישראל, זאל געבן א גענצליכע רפואה פאר אלע חולי ישראל. &nbsp;

    < זעה מער כב אייר תשפ"ה 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א פארענדיגט א דערהויבענע נסיעה אין ארץ ישראל

    אנשי שלומינו אין ארץ ישראל האבן מיטגעלעבט גאר געהויבענע טעג, מיט'ן באזוך פונעם ראש ישיבה שליט״א, וועלכער איז געקומען פאר א קורצע נסיעה פון א וואך, און איז ארומגעפארן און מחזק געווען אנשי שלומינו אין פארשידענע שטעט. מיר וועלן פרובירן מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף, צו געבן א קורצע כראנאלאגישע באריכט פון די שיינע נסיעה. מעמד פסח שני אין ירושלים ביים אנקומען קיין ארץ ישראל - מאנטאג פרשת אמור - איז דער ראש ישיבה גלייך געפארן קיין ירושלים, וואו עס איז צוגעגרייט געווארן א הערליכער מעמד פסח שני, צו וועלכע עס זענען געקומען צו פארן אנשי שלומינו פון גאנץ ארץ ישראל &mdash; אנשים, נשים וטף. אויף וועג האט זיך דער ראש ישיבה אפגעשטעלט ביים הר המנוחות, ביים ציון פון זיין זיידן הרב יצחק דוד פריעדמאן זצ״ל, און אויך ביים ציון פונעם חיד"א זי"ע. דערנאָך איז דער ראש ישיבה אנגעקומען צום זאל, וואו א ריזן ציבור האט אים אפגעווארט. אלע זענען געווען זייער פרייליך זיך ווידער צו טרעפן מיט'ן ראש ישיבה שליט״א נאכ'ן זיך נישט זען פאר א לענגערע צייט. דער ציבור האט געהאט א געלעגענהייט צו געבן שלום פאר'ן ראש ישיבה, און זיך צו דורכשמועסן מיט שאלות און עצות. דער יושב ראש פונעם מעמד איז געווען דער גבאי צדקה פון מוסדות היכל הקודש בארץ ישראל, מוה"ר אהרן וועבערמאן הי"ו. ער האט ארויפגערופן דעם מנהל המוסדות, מוה"ר יצחק פאפנהיים הי"ו, צו זאגן עטליכע ווערטער. דערנאָך האָט מען געפרעגט שאלות פונעם ראש ישיבה שליט״א, וואס האָט געענטפערט בטוב טעם ודעת. (מען קען עס הערן אויף קול ברסלב.) דערנאך האט דער ראש ישיבה אויפגעטרעטן, מיט פייערדיגע דיבורים איבער פסח שני, און ארויסגעברענגט אַז יעדער איד האָט נאָך אַ צווייטע שאנס צוריקצוקומען צום אייבערשטן און ווערן אַן ערליכער איד. אויך האָט ער ארויסגעברענגט זיינע הרגשים איבער דעם וואנדערליכן אויפבוי פון מוסדות היכל הקודש אין ארץ ישראל, און ווי מען זעט די שיינע פירות, ביי די פרישע דור חתנים און כלות וועלכע ווערן צוגעגרייט אין די מוסדות צום לעבן מיט יראת שמים. די מעמד וועט זיכער בלייבן איינגעקריצט אין די הערצער פון אַלע משתתפים. בני ברק דינסטאג אינדערפרי איז דער ראש ישיבה געפארן קיין היכל הקודש בני ברק. אויפן וועג האָט ער זיך אפגעשטעלט ביים ציון פון דעם הייליגן חזון איש זי״ע און פון הגאון ר׳ חיים קאניעווסקי זי״ע. ביים ציון פון ר׳ חיים האָט דער ראש ישיבה איבערגעגעבן אַ שליחות פון אַ בחור, וועלכער ר׳ חיים זי״ע האָט צוגעזאגט אַ שידוך אויב ער וועט מסיים זיין ש״ס &mdash; און איצט האט דער בחור זוכה געווען און האט מסיים געווען ש"ס. דערנאָך איז מען געגאנגען דאווענען שחרית אין היכל הקודש בני ברק צוזאַמען מיט אנשי שלומינו און די קינדער פונעם תלמוד תורה. נאכדעם האָט מען געלערנט דעם דף גמרא און דערביי גערעדט דברי חיזוק וועגן די חשיבות פון לערנען דעם דף גמרא. דערנאך האט מען ארויפגערופן אלע מסיימים. דער ראש ישיבה האָט דערנאך באזוכט דעם תלמוד תורה און דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אפגעגעבן מיט יעדן קינד באזונדער. אויך האָט דער ראש ישיבה באזוכט די מיידל שולע, און דארט איז מרת לעווי תחי׳ &mdash; אשת מוה"ר יואל לעווי הי"ו &mdash; אויפגענומען געווארן אלס מנהלת פונעם מיידל שולע. שפעטער איז מען געגאנגען צום שטוב פון מוה"ר יואל לעווי הי"ו &mdash; גבאי בית המדרש און מחבר פונעם קונטרס אשית עצות בנפשי &mdash; ווי עס איז צוגעגרייט געווארן אַ געשמאקע פת שחרית. נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה ארויסגעפארן קיין מירון, צוזאַמען מיט די חשובע ישיבה בחורים פון ירושלים, צו זיין מיט זיי ביז ל״ג בעומר. אויפן וועג האט מען זיך אפגעשטעלט צו אַ געשמאקע פארברענגען אונטער די ביימער, און דער ראש ישיבה האָט געשמועסט און אויסגעהערט יעדן בחור. ל״ג בעומר אין מירון מיטוואך אינדערפרי נאכ'ן דאווענען שחרית און פארלערנען דעם דף גמרא מיט די בחורים אין מירון, האט מען אנגעהויבן צוגרייטן עסן פאר די טויזנטער אידן וואס קומען אויף ל״ג בעומר קיין מירון. די בחורים האָבן פלייסיג געהאָלפן שיילן, קאכן, און צוגרייטן אלעס וואס מען דארף. דער טאג ל״ג בעומר איז אריבער גאר געהויבן. די טענץ זענען געווען גאר פרייליך בפרט פאר די וועלכע זענען זוכה לערנען במשך יאר זוהר און תיקונים - עס האט זיך זיי געטאנצט גאר אנדערשט. שבת קודש האָט דער ראש ישיבה פארברענגט אין מירון ביי זיין טאטן שליט״א אין קארלסבורגער הויף. יבנאל און טבריה מוצאי שבת קודש איז דער ראש ישיבה געפארן קיין יבנאל &mdash; ווי ער האט מתפלל געווען און זיך אויסגעבעטן ביים ציון פון אונזער רבי מוהרא״ש זי״ע &mdash; און דערנאָך איז דער ראש ישיבה אריבער צום בית המדרש פון הרב רבי יצחק לעזער שליט״א, וואו עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות פון אן אייניקל, א זון פון הרב ר׳ אליעזר איידעלשטיין שליט״א, ראש ישיבה אין יבנאל. זונטאג אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית מיט אנשי שלומינו ביים ציון פון התנא רבי מאיר בעל הנס אין טבריה. נאך שחרית האט דער ראש ישיבה באקומען א ליסטע פון אלע תומכי המוסדות, און האט מתפלל געווען פאר יעדעם באזונדער פאר ישועות און רפואות.. דערנאָך האָט דער ראש ישיבה שליט"א באזוכט די מוסדות אין טבריה, און זיך אפגעגעבן מיט די טייערע תלמידים, און הנאה געהאט צו פארברענגען מיט די טייערע קינדער. צוריק אין ירושלים זונטאג נאַכט 9:00 האָט דער ראש ישיבה געגעבן אַ שיעור אין היכל הקודש ירושלים, ווי ער האט מחזק געווען אנשי שלומינו זיך צו פירן לויט די עצות פון הייליגן רבי׳ן, ווי אזוי צו גיין אדורך די וועלט בשלום. מאנטאג האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין היכל הקודש ירושלים, און אזוי אויך אריבער צו די מוסדות, ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט צו די קינדער און גערעדט צו זיי איבער די גרויסקייט פון שמועסן מיטן אייבערשטן, און אים בעטן יעדע קלייניגקייט וואס מען דארף נאר. די דערהויבענע נסיעה וועט זיכער זיין צו געדענקען פאר א לענגערע צייט, אנשי שלומינו האבן זיך גוט אנגעזאפט מיט חיזוק און הדרכה, פון וואס מען וועט ווייטער קענען אנציען און זיך מחזק זיין פאר לאנגע טעג.&nbsp;

    < זעה מער כא אייר תשפ"ה 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין ארץ ישראל

    די וואך איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן קיין ארץ ישראל, עס איז געפראוועט געווארן אום מאנטאג א שיינע מסיבת פסח שני אין ירושלים עיה"ק, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען אנשי שלומינו פון איבער גאנץ ארץ ישראל, און געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א. און דערנאך איז דער ראש ישיבה שליט"א ארומגעפארן צו אלע מוסדות און קהלות היכל הקודש איבער'ן גאנצן לאנד, צו מחזק זיין די ארטיגע אידן. &nbsp; אויף ל"ג בעומר און אויף שבת קודש איז דער ראש ישיבה שליט"א אין מירון ביים ציון הק' פון רבי שמעון בר יוחאי, אינאיינעם מיט זיין פאטער הגה"צ קארלסבורגער רב שליט"א. קומענדיגע וואך וועלן מיר אי"ה קענען מעלדן מער דעטאלן איבער די דערהויבענע און רייכע נסיעה. &nbsp; אין א בריוו פאר אנשי שלומינו האט דער ראש ישיבה שליט"א געשריבן אז היות יעדער בעט אז דער ראש ישיבה שליט"א זאל בעטן פאר זיי ביי די מקומות הקדושים וואו ער גייט, דעריבער וויל ער אויך עפעס בעטן פון אנשי שלומינו, פאלגנד איז אן אויסצוג פונעם בריוו: &nbsp; "איך בין געפארן קיין ארץ ישראל, איך גיי ארום צו מקומות הקדושים, איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה. &nbsp; אלע בעטן מיר איך זאל בעטן פאר זיי, אבער איך וויל דיר אויך עפעס בעטן, איך בעט דיר נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן יט): "אפילו אותן האנשים הרחוקים מן הקדשה מאד, שנלכדו במצודה רעה, עד שרגילין בעברות חס ושלום רחמנא לצלן", אפילו א מענטש וואס איז זייער ווייט פון קדושה, ער טוט עבירות רחמנא לצלן און ער איז שוין אראפגעפאלן אין שאול תחתית, "אף על פי כן, הכח של התורה גדול כל כך, עד שיכולה להוציא אותם מן העברות שרגילין בהם חס ושלום. ואם יעשולהם חק קבוע וחיוב חזק ללמד בכל יום ויום כךוכך, יהיה איך שיהיה, בודאי יזכו לצאת ממצודתם הרעה על ידי התורה, כי כח התורה גדול מאד", אויב וועט ער זיך מאכן א קביעות צו לערנען יעדן טאג 'כך וכך', וועט ער סוף כל סוף ארויס גיין פון זיין בלאטע, ווייל די כח פון תורה איז אזוי גרויס אז עס נעמט ארויס דעם מענטש פון זיין שלעכטס. &nbsp; אפשר דאך זאלסטו זיך אנהויבן העלפן? אפשר ווילסטו עפעס טון פאר דיר פאר דיין נשמה? נעם א משניות, לערן איין פרק נאכן צווייטן, אין אנהויב וועסטו נישט פארשטיין וואס דו לערנסט, ווייל פון אזויפיל מאל זינדיגן אין די עקלדיגע עבירה פון פגם הברית - האסטו פארלוירן דיין מח, אזוי ווי דער זוהר הקדוש זאגט (עיין פרשת משפטים, קי): "סלוקא דיסודא עד אבא ואמא", אז מען איז פוגם בברית - מען איז פוגם ביסוד, גייט דער פגם ביזן מח; מען פארלירט דעם כח פון זיך קענען קאנצעטרירן וכו', אבער אז מען לערנט אויפן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן (המבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), אז אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט זאל מען ווייטער זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, דורכדעם איז מען זוכה אז מען ווערט אן ערליכער איד, מען הויבט אן לעבן א געזונטע לעבן, א לעבן מיטן אייבערשטן, מען לאזט אפ די מטומטמ'דיגע עבירה, מען הערט אויף צו טון עבירות און מען רייסט זיך ארויס פון די קליפות. &nbsp; איך בעט פאר דיר און פאר דיין משפחה. דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים."

    < זעה מער יז אייר תשפ"ה 📝
  • די קאמפליצירטע קרעדיט קארד ציפערן

    שאלה: ווען איך באצאל עפעס אנליין, און איך לייג אריין מיין דעביט אדער קרעדיט קארד, אויב איך האב געמאכט א טעות און געלייגט א נישט ריכטיגע נומער, ווייסט עס די וועבסייט תיכף אויפן פלאץ אפילו אן פרובירן. וויאזוי ווייסן זיי גלייך אז די נומער איז נישט ריכטיג? &nbsp; ענטפער: זייער אן אינטערעסאנטע פראגע, און עס איז טאקע ריכטיג, בדרך כלל וועלן וועבסייטס וויסן צי די נומערן פונעם קארטל זענען בכלל ריכטיג אדער נישט נאך איידער זיי פרובירן עס צו טשארדזשן. די סיבה דערצו איז אז קרעדיט קארד ציפערן זענען נישט אבי ציפערן אין די וועלט אריין. קאמפיוטערס היינט האבן אריינגעבויט אינעם סיסטעם היינט צו טאג צו קענען אויפכאפן נומערן פון קארטלעך אויב עס קען זיין ריכטיג אדער נישט. &nbsp; צום ערשט דארף מען שטארק אכטונג געבן פון קרעדיט קארטלעך, א קרעדיט קארטל איז א איינלאדענונג פון א פירמע צום מענטש "ווילסט עפעס קויפן און דו האסט נישט יעצט קיין געלט, זארג דיך נישט, מיר וועלן עס דיר אויסלייגן, און וועסט שוין שפעטער באצאלן,", עס זעט אויס ווי דאס איז א פשוטע גוטסקייט פון די פירמעס; אבער באמת ליגט דא א גרויסע ריזיקע, דער רבי זאגט אז מען דארף זייער אכטונג געבן פון חובות, און עס איז זייער גוט אוועקצושטיין פון קרעדיט קארדס. ב"ה אז מען קען אויך נוצן דעביט קארטלעך איינצוקויפן, און מען מוז נישט האבן קיין קרעדיט קארט בכלל. &nbsp; וויאזוי ווייסט די קאמפיוטער צי די ציפערן זענען ריכטיג? די ציפערן פונעם קארטל זענען געבויעט אויף קאמפליצירטע חשבונות, און אין די רגע מען לייגט אריין די ציפערן אינעם שורה ווי עס באלאנגט, וועט עס די קאמפיוטער אליינס אויסרעכענען, נאך איידער זיי געבן עס ווייטער צום פירמע, און אזוי ארום אויב איינער האט געמאכט א טעות זאל מען עס תיכף אויפכאפן, און קענען אריינגעבן דעם ריכטיגן ציפער נאך איידער מען פרובירט עס צו טשארדזשן און עס קומט צוריק אז עס ארבעט נישט. &nbsp; די ערשטע זאך וואס דער קאמפיוטער טשעקט איז די "לוהן אלגעריטעם", עס מאכט א לאנגע חשבון וואס איז געוואנדן יעדע ציפער דער וויפילטער ער איז, יעדע ציפער ווערט אראפ גערעכענט 9 אויב עס איז העכער 9, דערנאך רעכענט מען צוזאם די אלע ציפערן, און אויב די סך הכל ענדיגט זיך מיט 0 (צום ביישפיל 90) איז עס מעגליך א ריכטיגע קארטל ציפער, אויב קומט עס אויס סיי וועלכע אנדערע ציפער, שפייט דער קאמפיוטער אויס "אינוועליד קארטל נומער", און ער לאזט עס דיר נישט אריינגעבן. &nbsp; די צווייטע זאך אויף וואס דער קאמפיוטער קוקט איז פשוט די ערשטע עטליכע ציפערן פונעם קארטל. אויב הייבט זיך עס אן מיט 4 איז עס א וויזע, אויב הייבט זיך עס אן מיט 51, 55, 2221, אדער 2720 איז עס א מעסטער קארד, אויב הייבט זיך עס אן מיט 34 אדער 37 איז עס אמעריקען עקספרעס. און אויב איינער לייגט אריין די ערשטע ציפערן עפעס אנדערש, וועט ער תיכף וויסן אז דאס קען נישט זיין א ריכטיגער קארטל ציפער. &nbsp; די דריטע זאך אויף וואס דער קאמפיוטער האלט אן אויג איז אויף וויפיל ציפערן די קארטל פארמאגט, די באקאנטע פירמעס האבן א באשטימטע צאל ציפערן, און אויב עס הייבט זיך צום ביישפיל אן מיט 4, וואס מיינט אז עס איז א וויזע, און מען לייגט אריין ווייניגער אדער מער פון 16 ציפערן, איז עפעס נישט גוט מיט די ציפערן. &nbsp; אז א מענטש זעט אז עס גייט אים עפעס נישט, דארף מען זיך נישט זארגן, עס איז דא איין ציפער וואס עס פעלט און אז דו וועסט עס אריינלייגן ריכטיג וועט אלעס פאלן אין פלאץ, די קארטל וועט דורכגיין. ביי אונז איז עס די ציפער איינס, איינס באדייט איך מיט'ן אויבערשטן, אז א מענטש לייגט אריין דעם ציפער ביי יעדע פלאץ, ער זוכט אויף דארט ווי ער איז, וואס וויל דער אויבערשטער דער אחד יחיד ומיוחד פון מיר יעצט, און ער וועט בעטן דעם אויבערשטן ער זאל אים באלייכטן די אויגן, וועט ער זען ווי אלע טויערן וועלן זיך אים עפענען, און ער וועט מצליח זיין אין יעדע זאך. &nbsp; אֱמוּנָה חָשׁוּב כִּצְדָקָה. (ספר המידות - אמונה)

    < זעה מער טז אייר תשפ"ה 📝
  • ותחיין את הילדים חלק ב'

    מיט גרויס פרייד גרייט מען זיך אינעם קרן הדפסה צו דרוקן חלק ב' פונעם ספר "ותחיין את הילדים", דער ספר פונעם ראש הישיבה שליט"א אויף עניני חינוך. &nbsp; מיר לעבן היינט אין א צייט וואס די גבולים זענען צומישט, עס זענען דא פילע האטליינס און שיעורים, עס קומען ארויף יעדן טאג פילע פעדאגאגן, מעטאדן, מען רופט צו לעקציעס, וואס וועלן אויסלערנען פערענטינג, אבער עס איז נישט קיין סוד אז וואס מער דעות אלץ מער צומישט ווערט מען, אלע ווילן זען נחת פון די קינדער, יעדער וויל ווייטער ציען ערליכע אידישע דורות, אבער מען ווייסט נישט וועם צו פרעגן, מען הערט אז מען דארף גיין ווייעך, אבער מען ווייסט נישט וויפיל, און ווען, מען הערט אז מען דארף זיין שטרענג, אבער וויאזוי? דארף מען פארלאנגען? מעג מען שלאגן? עס טוט זיך א געפערליכע טשטוש המוחות איבער די אלע נושאים. &nbsp; טאקע דערפאר האט מען געזען אז ווען אנשי שלומינו האבן אנגעהויבן אפצושרייבן די שיעורי חינוך פון ראש ישיבה שליט"א און מען האט עס אנגעהויבן פארשפרייטן האבן זיך אידן גאר שטארק צוגעכאפט דערצו, מען האט געזען א קלארע און קראנטע צוגאנג צו חינוך, א צוגאנג וואס ארבעט, א מהלך וואס איז צוגעפאסט צו די היינטיגע דור, און מעטאדן וואס איז גענומען נאר פון ריינע מקורות, און נישט חלילה פון בורות נשברים. &nbsp; צוליב די גרויסע פארלאנג האט מען אין די לעצטע חדשים אנגעהויבן צו צוזאם נעמען די פילע אפגעשריבענע גליונות, און מען האט עס פון פריש איבערגעארבעט עס זאל זיין פאסיג צו ווערן צוזאם גענומען אלץ א ספר, און ב"ה עס איז ארויסגעקומען א הערליכע ארבעט, וואס וועט בעז"ה צוכאפט ווערן דורך טויזנטער אידן איבער די וועלט, און וועט געבן די געלעגנהייט פאר צענדליגע טויזנטער אידישע קינדער צו באקומען די זיסע חינוך וואס מיר האבן מקבל געווען פון די פריערדיגע צדיקים, וואס לערנט אויס די קינדער צו לעבן מיט'ן אייבערשטן טאג טעגליך, און אין דעם אלעם וועלן די פילע פון אנשי שלומינו וואס האבן זיך משתתף געווען מיט די הוצאות זיין גלייכע שותפים, און די זכותים וועלן זיי זיכער באגלייטן. דער באנד איז שוין ב"ה הערליך אפגעדרוקט און איז יעצט אויפן שיף אויפן וועג קיין אמעריקע צום קרן הדפסה, וואס וועט עס פארשפרייטן אין די גאנצע אידישע וועלט. &nbsp; אבער קרן הדפסה איז נאך נישט צופרידן, אין די צייט וואס מען ווארט נאך אז די ערשטע באנד זאל אנקומען, ארבעט מען שוין פעסט אויפן צווייטן באנד, און כמעשהו בראשונה, טוט מען בסייעתא דשמיא יעצט איבערארבעטן די ווייטערדיגע שיעורים וואס וועלן אריינגיין אין דעם באנד, עס קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר מו"ה אשר לעמל זוסמאן הי"ו וועלכע איז אנטקעגן געקומען קרן הדפסה און אפגעקויפט דעם זכות מהדורה פונעם באנד וואס וועט טראגן דעם נאמען "מהדורת זוסמאן". &nbsp; אבער אויך איר קענט נאך קויפן גרויסע זכותים אינעם ספר, דער גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו געבט יעצט ווידער דער זכות פאר אלע אנשי שלומינו צו קענען קויפן זכותים אין דעם באנד, רופט אים יעצט אן אויף 347-578-4449 צו קויפן דער זכות פון א פרק אינעם ספר פאר טויזנט דאלער, אדער לכל&nbsp; הפחות א זכות אינעם ספר פאר פינף הונדערט דאלער. &nbsp; די זכותים וואס וועלן ארויסקומען דורכדעם וואס נאך אידן וועלן וויסן און לעבן מיט דעם אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט וועט אייך זיכער צוניץ קומען בזה ובבא.&nbsp;

    < זעה מער יד אייר תשפ"ה 📝
  • שאלה: וויאזוי ארבעט א באר קאוד?

    שאלה: וויאזו ארבעט א באר קאוד? &nbsp; ענטפער: זייער א גוטע פראגע. עס איז ערב שבת קודש, ר' תנחום גייט אין גראסער, ער זינגט זיך אונטער א פרייליך לידל, מען גייט איינקויפן לכבוד שבת קודש. אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, פלעגט יעדע אייטעם אין גראסערי האבן א קליינע סטיקער מיט די פרייז דערויף, און אזוי האט דער מענטש ביים רעכענער מאשין אויסגערעכענט איינס פלאס איינס, און געוויסט וויפיל דער ארדער קאסט, אבער ר' תנחום לעבט אין יאר תשפ"ה, ער קויפט איין מיט גרויס שמחה אלעס וואס ער דארף פאר שבת, גרעיפ דזשוס, דיפס, נאש, און אזוי ווייטער, ער ברענגט זיין וועגעלע צום רעדזשיסטער, און עפעס א קונץ געשעט, מען פירט דורך אלע פראדוקטן דורך עפעס א מאשין און וואונדער איבער וואונדער, עס קומט ארויף אויפן סקרין די פונקטליכע דעסקריפשאן פונעם פראדוקט, דער פרייז, און דאס אלעס ווערט דערנאך צוזאם גערעכענט, און ר' תנחום גייט ארויס נאכן באצאלן דעם ארדער זאגענדיג "לכבוד שבת קודש". &nbsp; פון וואו ווייסט דער מאשין וואס איך האב געקויפט דורך בלויז דורכפירן די זאכן העכער אים? דער ענטפער איז זייער אינטערעסאנט. עס זענען דא פארשידענע סארטן בארקאודס, אבער מיר וועלן דא רעדן פון די פשוטע יו-פי-סי באר קאוד וואס יעדע אייטעם אין גראסער פארמאגט היינט. &nbsp; די ערשטע ציל פון די באר קאודס איז טאקע דאס וואס מיר האבן געברענגט אינעם משל, צו פארשנעלערן צו קענען רעכענען זאכן אין געשעפטן. וויאזוי ארבעט דאס? צוערשט געבט מען פאר יעדע אייטעם א נומער, פאר אונזער ביישפיל וועט מען האבן נאר צען אייטעמס אין געשעפט, און יעדע וועט באקומען איין נומער פון איינס ביז צען, מען לייגט אריין אין קאמפיוטער די ליסטע פון אייטעמס וועלכע נומער דאס וועט זיין, וויפיל עס קאסט און אזוי ווייטער. דער באר קאוד נוצט א פעטערן פון שווארצע און ווייסע ליניעס פון א געוויסע לענג, פאר אונזער ביישפיל וועלן מיר רעדן פון "על" קאוד וואס יעדע נומער פארנוצט זיבן אייניגע ערטער וואס קען זיין שווארץ אדער ווייס. דער פאלגענדער צירוף ⬛⬜⬜⬛⬛⬜⬜ וואס איז (פון רעכטס אויף לינקס) שווארץ, ווייס, ווייס, שווארץ, שווארץ, ווייס, ווייס, מיינט "פינף", פאר אונזערע אויגן זעט עס אויס ווי בלויז צוויי שווארצע לינעס, איין דינע שווארצע לינע, און איין דיקערע שווארצע ליניע, מיר קענען ווערן שטארק צומישט פון פרובירן צו ליינען א באר קאוד, אבער מאשינען ארבעטן אנדערש, א מאשין קען נישט אזוי גרינג ליינע פשוטע אותיות אדער ציפערן, פאר זיי איז אסאך גרינגער צו קוקן אויף די ליניעס און אפמעסטן וויפיל פלאץ די ווייסע און שווארצע נעמען אויף, און אין א רגע כמימרא כאפט עס אויף דער ציפער (אדער ציפערן) און ער שפייעט אויס די אינפארמאציע אין קאמפיוטער, אייטעם נומער 0124538 איז דער און דער פראדוקט, עס קאסט אזויפיל, ער ווייסט פונקטליך וויפיל עס איז נאך דא אין סטאק, וועלכע פירמע האט עס פראדוצירט. &nbsp; מיר מענטשעלעך דא אויף דער וועלט באגרייפן נישט וויאזוי מען קוקט אן אין הימל אונזערע מעשים, מיר אויף די גשמיות'דיגע וועלט פארשטייען צו געלט, צו עסן, צו פארגעניגנס, מען קען זיך טענה'ן צי בונדאש איז גוט מיט צוקער, אדער ענדערש מיט זאלץ, מיר קענען באטראכטן צי טראמפ טוט גוט מיט'ן לייגן טאריפס אדער נישט, אבער אן א צדיק ווייסן מיר נישט וואס איז חשוב אין הימל און וואס נישט, מיט אונזערע גשמיות'דיגע חושים איז שווער צו באגרייפן וויאזוי "זאגן" משניות קען "אויסהיילן" א מענטש. קענסט מיר מסביר זיין וויאזוי לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג וועט מיר פארבעסערן דעם שלום בית? ניין איך קען עס נישט מסביר זיין, אבער דער סקענער דארף נישט קיין הסברים, ער גיט א בליק רגע כמימרא, און אט קומט ארויף די גאנצע אינפארמאציע אויפן סקרין, צי איך פארשטיי יא, וויאזוי תיקון הכללי פאררעכט א מענטש אדער נישט, ארבעט עס, נאכדעם וואס א מענשט זאגט דעם תיקון הכללי וואס דער הייליגער רבי האט געגעבן, האט א מענשט א נייע נשמה, נישטא וואס צו קוקן אויף צוריק, איך דארף טראכטן נאר אויף פאראויס, דער אויבערשטער דארף מיך, און איך דארף אים. &nbsp;

    < זעה מער ז אייר תשפ"ה 📝
  • מיסל פון תימן רייסט אויף אינעם לוד לופטפעלד

    היינט זונטאג איז געלונגען צום ערשטן מאל פאר די האוטי רעבעלן פון תימן צו שיסן א לאנג שטרעקיגע מיסל דירעקט צום לוד לופטפעלד אין תל אביב, א פאקט וואס האט געברענגט אסאך לופטליניעס צו אפרופן זייערע רייזעס, צווישן זיי ציילן זיך לופטהאנזא, סוויס, ברוסלס, אמעריקען, יונייטעד, בריטיש, עיר פרענס, דעלטא, עיר קאנאדא, אויסטריען, און א צאל אנדערע. &nbsp; שפעטער זענען די האוטי רעבעלן פון תימן ארויסגעקומען מיט א דעקלעראציע אז די לוד לופטפעלד איז מער נישט פארזיכערט און מענטשען זאלן זיין געווארענט. א הויעך ראנגיקע מיטגליד פון די גרופע, האט געסטראשעט, אז אטאקעס אויף מדינת ישראל וועלן ווערן מער און מער אויב די מלחמה אין עזה האלט אן. ער זאגט אז די רעבעלן האבן געוויזן אז זיי קענען איבערקומען אמעריקא, ענגלאנד מיט מדינת ישראל אינאיינעם, און מען דארף וויסן אז זיי האבן נישט קיין שום רויטע ליניעס ווען עס קומט צום קאנפליקט מיט מדינת ישראל. &nbsp; די האוטי רעבעלען האבן שוין אסאך מאל פרובירט דאס צו טון אבער עס איז אדורכגעפאלן, יעצט אבער האט דער אייבערשטער געפירט אז דאס איז זיי געלונגען, נאכדעם וואס די לופט פארטיידיגונגס סיסטעמס האט אויפגעכאפט די מיסל און עס פראבירט אראפ צו שיסן, אבער איז דורכגעפאלן, דאן האט די אמעריקאנער 'טאַד' לופט פארטיידיגונגס סיסטעם עס פראבירט צו אראפ שיסן, אבער אויך זיי זענען דורכגעפאלן.&nbsp; &nbsp; ברוך השם קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן, און עס האט נישט חרוב געמאכט גארנישט פונעם טערמינאל בנין, נאר האט געמאכט א גרויסע לאך אין א ליידיגע שטח אין הויף. &nbsp; דאס קומט שוין שוין נאכדעם וואס אמעריקע באשיסן די הוטיס גאר שטארק טאג טעגליך, און האבן שוין פארברענט אינעם קריג מיט זיי איבער א ביליאן דאלער, אבער דערווייל איז עס אן ערפאלג, זיי שיסן ווייטער, און פרובירן אנצוזייען חרבנות וויפיל עס גייט. אמעריקע האט שוין ביז היינט באשאסן מער פון אכט הונדערט פלעצער אין תימן. די מיליטער זאגט אז די באמבארדירונגען האבן באטראפן מערערע קאמאנד און קאנטראל איינריכטונגען, לופט דעפענס סיסטעמען, פארגעשריטענע וואפן פאבריקן און פארגעשריטענע וואפן סטארעדזשעס וואס די הוטיס האבן פארמאגט. &nbsp; עס איז נאכאמאל אויפגעוויזן געווארן אז די כוחי ועוצם ידי מיט וואס די ציונים שטאלצירן, איז גארנישט ווערד, אויב מען האט ביז יעצט געמיינט אז די טעכנאלאגישע אויבערהאנט וואס זיי האבן, דאס טוט זיי באשיצן, האט דער אויבערשטער יעצט געוויזן אז די שוואכע צוריקגעבליבענע רעבעלן קענען באווייזן צו שיסן א מיסל ביזן לופטפעלד, און גארנישט אינדערמיטן קען זיי שטערן. און דאס וואס עס איז גארנישט געשעדיגט געווארן, מוזן אלע יעצט מודה זיין אז נאר דער אייבערשטער האט אונז געראטעוועט אלעם בייזן, און נאר צו אים דארף מען זיך ווענדן ווען מען וויל געראטעוועט ווערן פון א צרה. אונז אליין טויגן אויף גארנישט, אבער ווען מען נעמט אריין דעם אייבערשטן אינעם בילד, ווערט אלעס מסודר. &nbsp; פארוואס זאלן מיר ווארטן ביז מיר כאפן באמבעס אין קאפ אריין איינצוזען אז נאר ער קען אונז העלפן, ענדערש לאמיר שוין יעצט איינערקענען ווער עס איז דער וועלט פירער, און אים בעטן און דאנקען פאר אלעס וואס עס גייט אונז דורך. &nbsp; אויך איז אינטערעסאנט צו באמערקן די כח פון א שטארקע רצון וואס מען קען זיך אפלערנען אפילו פון די טעראריסטן, די הוטיס האבן געהאט א ציל פאר זייערע אויגן, דער לוד לופטפעלד, און אפילו זיי האבן שוין פרובירט אומצאליגע מאל, און עס איז געווארן אראפ געשאסן, האבן זיי נישט אויפגעגעבן, ביז יעצט ווען עס איז זיי געלונגען; דאס קומט אונז ווייזן וואס עס מיינט אז מען האט די רצון קומט מען אן; מיר קענען עס דאס נוצן פאר אונזע לעבן, זיך שטארקן מיט אונזערע גוטע רצונות, נישט קיין חילוק וויפיל מאל מען ווארפט מיר אראפ, אויב מיר וועלן נישט אויפגעבן און פרובירן איין מאל און נאכאמאל, און בעטן דעם אויבערשטן, וועלן מיר צום סוף זיכער דערגרייכן אונזער ציל צו ווערן באמת אן ערליכער איד.

    < זעה מער ו אייר תשפ"ה 📝
  • דער ראש ישיבה וועט געבן א שיעור אין מאנסי ליל שישי תזריע מצורע

    אין ספרינג וואלי פונקציאנירט דער הערליכער בית המדרש היכל הקודש אויף 37 יונאן רד. שוין פאר לאנגע יארן צום גוטן, ווי אנשי שלומינו און פילע שכנים האבן א געשמאקע הייליגע ווינקל ווי מען פילעוועט אמונה, מען דערמאנט זיך כסדר פארוואס מען דרייט זיך דא אויף דער וועלט, און מען איז זיך מחזק צוריק צו קומען צום אויבערשן, און אים צו טרעפן אין יעדע זאך וואס מען טוט. &nbsp; אין די טעג האט דער גבאי מו"ה הערשל זאבעל הי"ו אונטערגענומען א גרויסע רענאוואציע פראיעקט פאר'ן שול וואס איז שוין געווען זייער אפגענוצט, און מיט די הסכמה פונעם ראש ישיבה שליט"א טוט מען אין די טעג גענצליך איבערפרישן דעם שול. מען מאכט איבער די גאנצע שיטראק, די גאנצע פלאר, און דערנאך וועט מען עס בעז"ה הערליך איבערפעינטן, עס זאל זיין שיין און פרעכטיג כראוי וכיאות לבכוד השם יבתרך און לכבוד זיין בית המקדש מעט. &nbsp; די מאנסי אידענטום נעמט אבער אויף די בשורה איבער דעם באזוך פון ראש ישיבה שליט"א מארגן ליל שישי פרשת תזריע מצורע אינעם בית המדרש מיט א גרויסע שמחה, די גאנצע קהלה ענדיגט אין די טעג מסכת מכות, און דער ראש ישיבה שליט"א וועט פראווען א שיינע סיום בקרב אנשי שלומינו אין מאנסי, ספעציעל צו מחזק זיין די ארטיגע איינוואוינער. &nbsp; מען וועט זיך וואשן צו א סעודה של מצוה, מען וועט זינגען ווארימע ניגונים לכבוד המאורע, און דערנאך וועט מען האבן די זכי' צו הערן א שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס וועט איבערלאזן א געוואלדיגע רושם אויף אלע צוהערער. די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א זענען באקאנט צו זיין מלא התחזקות, מלא אמונה, אלעס אויף א שפראך וואס רעדט צו אונזער דור, און געבט עצות וויאזוי צו קענען איבערקומען די היינטיגע יצר הרע'ס, וואס דער רבי זאגט אז די היינטיגע יצר הרע האט א נייע נאמען "דמיונות", מען זעט ווי דער סמ"ך מ"ם ארבעט אויף קעסל און כלים אריינצולייגן אין מענטשן היינט פילע דמיונות, צום ביישפיל אז "איך בין שוין דערנאך", ח"ו, אדער "דער אויבערשטער דארף מיך שוין נישט", חס ושלום, און די ארבעט פונעם צדיק איז אונז ארויסצונעמען דערפון, און דערמאנען איין מאל און נאכאמאל אז מען קען יא, און דער אויבערשטער דארף דיך יא. געלויבט דעם אויבערשטן אז ער האט אראפ געשיקט די נשמה פון הייליגן רבין וואס האט די געוואלדיגע כח צו קענען אויפוועקן א מענטש פון שלאף און אים ארויסנעמען פון זיינע דמיונות, וואס דאס איז היינט דער מכת מדינה. &nbsp; אלע אנשי שלומינו האבן גענומען אן אקטיווע חלק אין צוגרייטן, בפרט האט די לעידיס אקוזילערי גענומען אויף זיך די עיקר חלק אין די הכנות. עס קומט זיך אויך א דאנק פאר מו"ה פייוול ראזענוואסער הי"ו פון "קרעיוו סאוער דאו" וואס האט מנדב געווען א שיינע חלק פון די סעודה. &nbsp; דער סיום וועט פארקומען ווי געזאגט אינעם בית המדרש "היכל הקודש ברסלב" אויף 34 יוניאן רד. אין ספרינג וואלי. נטילת ידים וועט זיין בעז"ה 8:00. און נאך די דרשה פונעם ראש ישיבה שליט"א וועט מען בעז"ה דאווענען מעריב. &nbsp; אזוי עס ווערן ערווארטעט אסאך געסט פון אנשי שלומינו פון מאנסי און פון די אומגעגענט, און עס איז נישטא קיין פארקינג ביים בית המדרש, איז וויכטיג צו וויסן די ווילידזש שלעפט אוועק קארס וואס פארקן דארט אויפן שמאלן ראוד, אזוי אויך איז נישט ערלויבט צו פארקן אין פריוואטע אדער פאבליק (בתי מדרשים אדער שמחה זאלן) פלעצער אין די געגענט, דערפאר איז כדאי אז ווער עס קומט זאל פארקן אויף די ארומיגע גאסן. מען בעט מען זאל אויספאלגן די אנווייזונגען פון די עסקנים וואס זענען געשטלעט געווארן דערויף.

    < זעה מער ב אייר תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 151 to 165 of 1720 results

1 2 ... 8 9 10 11 12 13 14 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com