Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • טראמפ סטראשעט כאמאס מיט גהינום אויב זיי באפרייען נישט די משכונות ביז שבת

    "איך וועל עפענען אויף זיי די טויערן פון גהנום" האט טראמפ געשריגן רעדנדיג צו רעפארטערס וואס האבן אים געפרעגט איבער דעם וואס כאמאס האט אנגעהויבן צעגערן איבער זיך האלטן צום פייער אפשטעל דורך וואס זיי דארפן איבערגעבן יעדן שבת דריי משכונות אין אויסטויש פאר הונדערט פופציג ארעסטירע פאלעסטינער אין מדינת ישראל, "אויב ביז שבת צוועלף אזייגער ווערט נישט יעדע פון די משכונות ארויסגעלאזט, וועלן זיי געווארן ווערן וואס גהנום מיינט" האט ער געשוימט, "די משכונות וועלכע זענען ארויסגעלאזט געווארן פאריגע וואך שבת האבן אויסגעזען ווי מלחמה איבערלעבער, עס קען ווייטער נישט אזוי גיין, איך פארליר מיין געדולד".   טראמפ ווי זיין שטייגער האט אין א שטוינענדע מעלדונג געלאזט וויסן אז ער וויל מער נישט הערן פון קיין אפמאך מיט כאמאס איבער משכונות, און האט נישט געוואלט זאגן קיין פרטים וואס ער מיינט מיט "גהנום", זאגענדיגט "זיי זאלן בעסער נישט פרובירן". אזוי אויך האט ער גענומען א גאר פרישע צוגאנג צו עזה, א געוואגטע פלאן וואס קיינער האט זיך ביז היינט נישט געוואגט צו דערמאנען, ער וויל ארויסטרייבן אלע פאלעסטינער פון דארט, און זאגט אז די ארומיגע אראבישע מדינות וועלן זיך מוזן צושטעלן און זיי אריינעמען, "זיי באקומען ביליאנען יעדעס יאר פון אמעריקע" זיי זאלן בעסער קאאפערירן. ער זאגט אז ער פלאנט זיי נישט צוריק צו לאזן נאכדעם וואס אמעריקע בשותפות מיט נאך לענדער וועלן עס איבערבויען, "עס איז א חורבן דארט, מען דארף אלעס צואווארפן, יעדער דארף עוועקואירן".   "וואס איז ערגער פון אן אטאם באמבע"? האט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א אמאל געפרעגט אין בית המדרש היכל הקודש, דער עולם האט זיך געוואונדערט "וואו ווילסטו צוקומען?", האט ער געזאגט, עס איז היינט ווייסט מען אז ווען אמעריקע האט ערצייגט די אטאם באמבע סוף פון די צווייטע וועלט מלחמה, האבן זיי בלויז געהאט צווי פארטיגע באמבעס, ווען יאפאן האט זיך נישט געוואלט אונטערגעבן און ענדיגן די קריג, דער ערשטער אטאם באמבע וואס אמעריקע האט געווארפן אויפן שטאט היראשימע אין יאפאן אום כ"ז אב תש"ה האט אין סעקונדעס אומגעברענגט די אומגעהויערע צאל פון איבער אכציג טויזענט מענטשן, אבער יאפאן איז געבליבן עקשנות'דיג, עטליכע טעג שפעטער אום ג' אלול האט אמעריקע געשיקט דעם צווייטן באמבע וואס האט אומגעברענגט תיכף א געשאצטע פערציג טויזענט יאפאנעזער, אבער יאפאן שרעקט זיך ווייטער נישט. וויאזוי האבן זיי זיך געבראכן, אמעריקע האט דאן געזאגט פאר יאפאן אז זי גייט שיקן א דריטע באמבע, און דאס האט זיי געבראכן, זיי האבן זיך גענצליך אונטערגעגעבן אן קיין שום תנאים. "שרעק און פאניק איז ערגער פון אן אטאם באמבע" האט הר"ר יואל געזאגט, "אויב וואלטן זיי זיך געהאלטן נאך אביסל, וואלטן זיי געזען אז די סטראשערייען זענען סתם אין די וועלט אריין, אמעריקע וואלט דאן גענומען כאטש צוויי חדשים צו ערצייגן א פרישע באמבע, אבער די פאניק אז מען גייט שיקן א פרישע האט זיי געבראכן".   ביי אונזער פאל, די כאמאסניקעס, זענען מיר מתפלל אז זיי זאלן זיך טאקע ברעכן, און פאניקן און באפרייען אלע משכונות, זיי זאלן אהיים גיין בשלום צו זייערע משפחות, אבער ווען דער סמ"ך מ"ם סטראשעט אונז, פרובירט אונז אנצושרעקן אויב מיר גייען צום צדיק וועט מען נישט קענען טון קיין שידוכים (ער האט פארגעסן אז א מינוט פריער האט ער געסטראשעט אז דארט טוט מען זייער אינג שידוכים - אבער צו זיין דערשראקן דארף מען נישט רעדן מיט שכל...) אויב מען גייט צום צדיק וועט מען ווערן פארכאפט... מיר דארפן זיך נישט טענה'ן מיט'ן סמ"ך מ"ם, אויב איך וועל אויפווייזן אז ב"ה אלע טוען פיינע שידוכים, וועט ער האבן א פרישע שרעק, מיר דארפן בלויז זוכן צו טון דעם רצון השם, און דער אויבערשטער וועט שוין טון דאס זייניגע. איך גלייב באמונה שלימה אז אויב איך גיי צו א פלאץ וואס העלפט מיר אין עבודת השם, עס העלפט מיר באקומען א קשר מיט'ן אויבערשטן, עס העלפט מיר זיין א בעסערע טאטע צו מיינע קינדער, א בעסערע מאן אדער ווייב אין שטוב, וועט עס נאר העלפן ברוחניות ובגשמיות!

    < זעה מער יג שבט תשפ"ה 📝
  • מאגנעטן

    שאלה: איך וואלט געוואלט וויסן פארוואס א מאגנעט איז ציענד פון איין זייט און פארקערט פון די אנדערע זייט?&nbsp; ר. וועבערמאן &nbsp; א גרויסן שכח פאר די הערליכע אפטיילונג פון אלץ און אלעמען ענטפער: עס איז א געוואלדיגע וואונדער פונעם אויבערשטן, צוויי דוממ'ס שלעפן איינע דעם צווייטן פון איין וועג, און אנטלויפן איינע פון צווייטן אויף די צווייטע זייט, אבער פארוואס געשעט דאס? לאמיר אריינגיין אביסל טיפער, און זען די כחות וואס דער אויבערשטער האט אריינגלייגט אינעם מאגנעט, אויף א באהאלטענע וועג. &nbsp; די צוויי זייטן פונעם מאגנעט רופט מען פאולס, איינס איז א צפון פאול, און דער צווייטער איז א דרום פאול. אויב וועסטו נעמען צוויי מאגנעטן און לייגן א "צפון" אויף א "דרום" וועט זיך עס באהעפטן, אבער אויב לייגט מען ביידע דרומ'ס אדער ביידע צפון'ס וועלן זיי זיך נישט לאזן קומען נאנט. &nbsp; דאס פאסירט צוליב עפעס וואס מען רופט א מאגנעטישע פעלד. א מאגנעטישע פעלד איז אן אומזעבארע כח וואס נעמט ארום דעם מאגנעט, דער כח הייבט זיך אן ביים "צפון פאול" און נעמט גענצליך ארום דעם מאגנעט ביזן "דרום פאול", אזוי דרייען זיך ארום די מאנעטישע כחות א גאנצן צייט. &nbsp; יעצט ווען מען לייגט צוזאם צוויי מאגנעטן אויף די פארקערטע כחות, ווערן ביידע שטיקלעך באהאפטן, און די מאגנעטישע כחות הייבן זיך יעצט אן פון אויבן פון די אויבערשטע צפון, און נעמט ארום ביידע "אינאיינעם" ביז "דרום", אבער אויב וויל מען צוזאם שטעלן ביידע זעלבע כחות אינאיינעם, שטערן זיי איינע דעם צווייטן דעם מאגנעטישן פעלד, ביידע זעלבע זייטן האקן אריין איינע אינעם צווייטן, און לאזן זיך נישט נאנט קומען. &nbsp; א מענטש האט אין זיך צוויי זייטן, ער האט א נשמה וואס ציעט צום אויבערשטן, ער וויל נאר זיין דבוק בה', לערנען און דאווענען פיר און צוואנציג שעה, נישט עסן, נישט שלאפן; פון די אנדערע זייט האט אים דער אויבערשטער געגעבן א גוף וואס וויל עסן, ער וויל שלאפן, ער וויל פארוויילן, ווען א מענטש זאל געבן פאר זיך אלעס פאר נאר איין זייט טויג נישט, מען קען נישט נאר א גאנצן צייט גיין "דרום", נאר לערנען, נאר רוחניות, אזא מענטש וועט צוזאם ברעכן, מען קען עס נישט אנהאלטן, ווען מען עסט נישט, מען שלאפט נישט קען מען נישט לערנען און דאווענען, דער אויבערשטער וויל דאס נישט. די זעלבע זאך פארקערט, אז א מענטש וועט א גאנצן טאג נאר זיך אפגעבן מיט גוף, פארוויילן מיט עסן, און פארברענגען, וועט ער זיך שפירן ליידיג, ער וועט נישט וויסן פארוואס רעג איך מיך, פארוואס שפיר איך ליידיג, און אפילו נאכן צוגיין צום פרידזשידער צום פופציגסטן מאל און ארויסנעמען נאך א שטיקל טשיז קעיק שפיר איך נאך נישט זאט. די סיבה דערצו איז אז ער איז געגנגען נאר צו "צפון" א גאנצן צייט, עס טויג נישט, מען ווערט דיפרעסט און מרה שחורה. מען דארף צוזאם ברענגען רוחניות מיט גשמיות צוזאמען, "דרום" מיט "צפון" ארבעטן זייער גוט, זיין קערפער איז אויסגערוט, זאט, יעצט לערנט ער, דאווענט ער און גייט אן מיט זיין עבודת הקודש אויף לאנגע געזונטע יארן. &nbsp; צום שלוס, מאגנעטן זענען א וואונדערליכע כח וואס דער אויבערשטער האט ארייגעלייגט אין די בריאה, דער ערד קוגל אליינס איז אויך א מאגנעט (מיר רעדן דא נישט פון "גרעוויטי", וואס איז א באזונדערע כח) וואס האט א "צפון פאול" און א "דרום פאול" און די מאגנעטישע פעלד נעמט ארום די גאנצע וועלט. און איז זייער צופרידן זיך צוזאם צו שטעלן מיט די פארקערטע פון אים, אבער קען נישט ליידן צו זיין אינאיינעם מיט די זעלבע זייט פון אים.

    < זעה מער יב שבט תשפ"ה 📝
  • עצתו אמונה נעמט שוין אן בריוו דורך די פאסט

    ווען מו"ה יואל הכהן ראזענבערג הי"ו האט געבעטן דעם ראש ישיבה אז ער וויל צולייגן א קנעפל אינעם וועבסייט צו קענען פרעגן שאלות, כדי דער ראש ישיבה שליט"א זאל עס קענען ענטפערן, האט קיינער נישט געחלומ'ט ווי ווייט עס וועט אנקומען. מען האט געמיינט אז עס וועט קומען עטליכע שאלות דא און דארט, און מיט דעם איז עס פערטיג. למעשה ווען די בריוו זענען ארויס אויף דער וועלט האט עס געשלאגן ווארצלען גאר ווייט, די זיסע ענטפערס קולע אל השערה, תורה'דיג פראקטיש האט געטון דאס זייערע און האט זיך פארשפרייט אויף די גאנצע וועלט, און היינט צו טאגס קומען אריין הונדערטער בריוו יעדע וואך, מיט שאלות און ספקות אין אלע אספעקטן פון לעבן, גאר אסאך פון זיי איז דער ראש ישיבה דער איינציגסטער אדרעס וואס אקצעפיטרט בכלל אזעלכע שאלות, און דער ראש ישיבה שליט"א ענטפערט פילע פון די בריוו, עד מקום שידו מגעת על פי דרך התורה והיראה, עצות און הדרכות נישט פון די גוים, נאר פון די פריערידיגע צדיקים נ"ע, און ווער עס האט נאר פרובירט די זיסע לעבן פון אמונת חכמים און פאלגן וואס די צדיקים האבן געזאגט געניסט פון אירע געשמאקע פירות יעדן טאג. &nbsp; ווי געזאגט האט זיך עס אנגעהויבן פון א קנעפל אויפן וועבסייט, וואס גייט נאך אן ביז היינט, און מען קען פרעגן א שאלה פונעם ראש ישיבה שליט"א דורך די וועבסייט https://breslevcenter.com/answers און דרוקן אויף "פרעג א שאלה" &nbsp; אבער נאכדעם וואס עס איז אריינגעקומען פילע בקשות פון אידן וואס האבן נישט קיין צוטריט צו קיין קאמפיוטער, אבער ווילן אויך באקומען פון די שיינע לעבן וואס היכל הקודש אפערט, האט דער ראש ישיבה צוגעשטימט אז מען קען עפענען א פאסט אפיס באקס, ווי מען וועט קענען אריינשיקן פאפריענע בריוו. &nbsp; דער אדרעס צו פונעם פאסט באקס איז: &nbsp; Mechon Atzusoi Eminu PO Box 646 14 Chestnut St. Liberty, NY 12754 &nbsp; די פאסט פונעם פאסט קעסטל וועט בעזרת השם ווער אויפגעפיקט כסדר, און וועט ווערן איבערגעבן פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, וואס וועט בעז"ה ענטפערן. &nbsp; אז מען רעדט שוין פון די עצתו אמונה בריוו, האט אויך דאס באקומען א שטיקל חידוש אין די לעצטע וואכן, דהיינו אז מען פארקויפט א "זכות מהדורה" פון די וואך. דער געדאנק איז ארויפגעברענגט געווארן דורכ'ן גבאי צדקה פונעם מכון, מו"ה שמואל אייכענשטיין הי"ו, וואס האט געזען אז מענטשן ווילן געבן געלט, אבער זוכן א כלי צו שפירן אז מען געבט עס פאר א זאך, האט מען דעריבער איינגעפירט אז מען קען אפקויפן די גרויסע זכות פון די וועכענטליכע קונטרסים, וואס דער זכות איז אומשאצבאר.

    < זעה מער יב שבט תשפ"ה 📝
  • טראמפ'ס גראנדיעזע פלענער פאר'ן וועלט ארדענונג

    ווען מען קוקט אויף די העדליינס זינט טראמפ האט זיך געזעצט אויפן פרעזידענט'ס שטוהל, זעט עס אויס ווי אן ADHD קינד האט נארוואס אריינשפאצירט אין קלאס. זיינע פלענער וואס ער שטעלט פאר שוועבט ערגעץ צווישן פאנטאזיע און אילוזיע... טייל פון זיי האט ער ערלעדיגט דורך אן "עקזעקוטיוו ארדער" וואס איז ווי א קעניגליכע דעקרעט אויף וואס די באדינער ענטפערן צוריק "צום באפעל", ווי צום ביישפיל ער האט געטוישט דעם נאמען פונעם "גאלף אף מעקסיקא" צו "גאלף אף אמעריקע", זאגענדיג אז דער גאלף גרענציט זיך אסאך מער מיט אמעריקע ווי מיט מעקסיקא. ער סטראשעט פאנאמע מיט צוריק כאפן דעם פאנאמע קאנאל, ווייל קארטער האט זיך באנארישט מיט'ן עס אוועקגעבן, און פאנאמע לייגט אין געפאר אמעריקע'ס זיכערהייט, מיט'ן איבערגעבן די קאנאל פירערשאפט פאר כינע. טראמפ רעדט אין גרויסן פון זיין טרוים צו פארוואנדלען קאנאדע אלץ דער איין און פופציגסטער שטאַט פון אמעריקע, ווען ער באשוליגט קאנאדא אז זיי ווערן סייווי אויסגעהאלטן דורך אמעריקע, איז נישט מער ווי יושר אז אמעריקע זאל געניסן פון אירע פילע נאטורליכע אוצרות. דער פרעזידענט פארהאנדלעט מיט דענמארק אפצוקויפן פון זיי דעם ריזיגן קאלטן אייזיגן "גרינלאד" אינזל. און צום לעצט האט ער אויסגערופן אז אמעריקע וועט איבערנעמען פון מדינת ישראל די עזה שטח, און וועט עס גענצליך איבערבויען, צוליב וואס קיינער פון די אראבישע שכנות'דיגע לענדער קימערן זיך נישט אמת'דיג וואס עס גייט דארט פאר. איך בין זיכער אז טראמפ טראכט עכט אז ער פירט די וועלט, ער איז זיך מחי' ווען די לענדער רעגן זיך אויף זיינע ווילדע שריט און קומען זיך דערנאך בוקן און לעקן צו אים, ער האט שוין פארגעסן וואס האט פאסירט מיט אים פאר נישט לאנג צוריק ווען איין צורידערטער פארשוין האט טראץ די ריזיגע זיכערהייט פון די בעסטע שוץ סיסטעם וואס די וועלט פארמאגט די "סיקרעט סערוויס" אים געשאסן א קויל איין מילימעטער אוועק פון זיין מח. ער האט דאן מודה געווען אז דער אויבערשטער האט אים געראטעוועט. די שאלה איז אבער צי מיר געדענקען עס. ווערן מיר אויך פארשלעפט פון די נייעס? טראכטן מיר אז טראמפ און מאסק ראטעווען אמעריקע, אדער געדענקען אז זיי זענען נישט מער ווי פשוטע פארשטעלטע מענטשן אויף א פלעי וואס עס זעט באמת אויס שרעקעדיג, דער איז א מעכטיגער פריץ, א קעניג פון פילע לענדער, א העלדישער גענעראל וואס געווינט מלחמות, וואס האבן באמת נישט קיין שום מאכט מער ווי מיר און דיר. &nbsp; עס טוט זיך גאנצע שפעקולאציעס אין די קרעמלעך, צי טראמפ איז א גרויסער בעל דמיון, און רעדט ברייט ווייל ער מיינט אז וואס ער וויל איז די מציאות, אדער טענה'ט דער אנדערער ער איז א געניאלער סטראטעגיסט וואס ווייסט וואס צו זאגן און וויאזוי צו אנדרייען כדי צו מאכן אנדערע טון וואס ער וויל באמת. &nbsp; מיר דא וועלן הנאה האבן פונעם שיינעם פלעי און זען וויאזוי דער אויבערשטער פירט אזוי שיין די וועלט, און אונטער די אלע מעכטיגע מענטשן געפונען זיך בלויז שוואכע מענטשעלעך פאפעטס וואס דער אויבערשטער פירט זיי, טראגט זיי, און לאזט זיי זיך איינרעדן אז זיי האבן עס ארויס, און פירן אלעמען ביי די נאז. &nbsp; יש מנהיג לבירה.

    < זעה מער יא שבט תשפ"ה 📝
  • סעודת הילולא פון מרן מוהרא"ש זי"ע קומענדיגן מוצאי שבת קבלת התורה אין HCS רעזארט

    אנשי שלומינו גרייטן זיך מיט גרויס התרגשות צום יומא דהילולא קדישא פון אונזער גרויס'ן רבי'ן מוהרא"ש זי"ע, דער גרויסער צדיק וואס האט זיך מוסר נפש געווען פאר אונז איבער פופציג יאר, ער האט בוכשטעבליך אוועקגעגעבן אלעס פון זיך כדי אז מיר זאלן היינט וויסן פונעם הייליגן רבי'ן און פון זיינע זיסע עצות, וואס דאס האלט אונז אינעם שווערן גלות. &nbsp; ווי באשטימט דורכ'ן ראש ישיבה שליט"א, וועט דער מעמד אפגעראכטן ווערן דורך די הנהלת "קרן הדפסה היכל הקודש", וואס געבט זיך אוועק במשך די גאנצע יאר, אז די פלאג און מיה פונעם גרויסן צדיק זאל נישט זיין חס ושלום לריק, און פארשפרייט אויף אלע מיני אופנים די הייליגע ספרים און לימודים פונעם הייליגן רבי'ן און זיינע תלמידים אויף די וועג וואס מוהרא"ש זי"ע האט עס אראפ געשטעלט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א ספעציעל געשריבן א בריוו צו אנשי שלומינו אז מען זאל קומען זיך משתתף זיין און שטיצן דעם הייליגן מוסד בגוף ונפש: &nbsp; ❞קומענדיגע וואך, שבת פרשת יתרו - געפאלט די צענטע יארצייט פון אונזער רבי, אונזער טאטע - מוהרא"ש זכותו יגן עלינו. מיר וועלן זיך צאמנעמען אלע אנשי שלומינו, אלע תלמידים, מוצאי שבת, צו סעודת מלוה מלכה און יארצייט סעודה, מיר וועלן זיך מחזק זיין מיט די אוצרות וואס מיר האבן באקומען פון מוהרא"ש זכותו יגן עלינו.❝ ❞די יארצייט סעודה וועט זיין אינאיינעם מיט א מסיבה פאר די קרן הדפסה היכל הקודש, די פאסיגסטע זאך איז צאמשטעלן די צוויי אינאיינעם, ווייל הדפסה והפצה איז געווען דאס שווארץ אפפעל פון מהרא"ש. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען זיין גאנץ לעבן אויף פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים עצות און חיזוק פאר די וועלט. עס איז נישט צו משיג זיין וואס מוהרא"ש האט געטון, א אינגערמאן, איינער אליין - זאל זיך אריינווארפן אין צענדליגער טויזנטער דאלער חובות צו דרוקן די ספרים, ווען קיינער ווייסט נישט פון די ווארט 'ברסלב', קיינער ווייסט נישט וואס דאס איז, און מוהרא"ש, א אינגערמאן איינער אליין - דרוקט און דרוקט, און גייט אליין ארום ביי די הייזער און אין שולן און פארקויפט און טיילט די ספרים, ער קוקט נישט אויף קיינעם, קוקט נישט אויף בזיונות, אויף גארנישט.❝ &nbsp; ❞תלמידי היכל הקודש דארפן אלע עוסק זיין אין הדפסה והפצה, איינער מיט געלט, איינער מיט רצון און איינער מיט טרחה, אזוי ווי רבי נתן האט געזאגט איידער זיין הסתלקות (און דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון רבי נתן זכרונו לברכה): "עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלצדינג", און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'"; (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת; רבי נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר).❝ &nbsp; ❞מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט א ירושה, מוהרא"ש שרייבט אינעם בריוו מאנטאג פרשת יתרו, פיר טעג פארן הסתלקות: "הִשְׁאַרְתִּי אַחֲרַי יְרוּשָׁה גְדוֹלָה וְהֵם שְׁאֵלוֹת וּתְשׁוּבוֹת 'אַשֶׁר בַּנַּחַל' שֶׁמִסְתַּכֵּם כְּבָר עַד הַשָּׁנָה הַזּוֹ לְּמַעְלָה מִשִּׁבְעִים אֶלֶף מִכְתָּבִים", איך האב איבערגעלאזט א ירושה 'שאלות ותשבות אשר בנחל', זיבעציג טויזנט בריוו, "וְלָכֵן אֲנִי מְבַקֵּשׁ אֶת כָּל אַנְשֵׁי שְׁלוֹמֵינוּ תַּעַזְרוּ לִי שֶׁיֵּצֵא כָּל חֶלְקֵי שְׁאֵלוֹת וּתְשׁוּבוֹת 'אֲשֶׁר בַּנַּחַל' לָאוֹר עוֹלָם", בעט איך אלע אנשי שלומינו, העלפט מיר דרוקן אלע בענדער אשר בנחל, "כָּל אֶחָד שֶׁיִּקַּח עַל עַצְמוֹ כַּמָּה כְּרָכִים לְהַדְפִיס אֶת זֶה", יעדער זאל נעמען א באנד צו דרוקן, "וְזֶה הַיְרוּשָׁה הַיְחִידִית שֶׁהִשְׁאַרְתִּי מִמֶּנִּי", דאס איז די איינציגסטע ירושה וואס איך לאז איבער נאך מיר; זאלסטו העלפן דרוקן אשר בנחל, וועסטו האבן א חלק אין די ירושה.❝ &nbsp; ❞איך האף דו וועסט קומען און העלפן דעם קרן הדפסה וואס מיר האבן אויפגעשטעלט אין שטעטל און מען דרוקט אן אויפהער ספרים קונטרסים גליונות - וואס מוהרא"ש האט געשריבן, זאלסטו זיך טיילן מיט די ירושה, טון דעם ווילן פון מוהרא"ש. מוהרא"ש שרייבט אין די צוואה בזה הלשון: "דֶערִיבֶּער בֶּעט אִיךְ אַייךְ מַיינֶע טֵייעֶרֶע קִינְדֶער אוּן תַּלְמִידִים, אַז אִיר זָאלְט אָפְּדְרוּקְן דִי אַלֶע בְּרִיוְון אוּן מֶען זָאל עֶס אִיבֶּערְדְרוּקְן נָאכְאַמָאל אוּן נָאכְאַמָאל. אוֹיף דִי אַלֶע סְפָרִים קֶען מֶען נִישְׁט שְׁרַייבְּן: 'כָּל הַזְּכֻיּוֹת שְׁמוּרוֹת', קֵיינֶער קֶען נִישְׁט זָאגְן אַז נָאר עֶר הָאט דִי רֶעכְט דָאס צוּ דְרוּקְן. נָאר יֶעדֶער מֶעג אוּן קֶען עֶס דְרוּקְן, אוּן אִיךְ זָאג צוּ אַז וֶוער עֶס וֶועט דְרוּקְן אַ בַּאנְד פוּן 'אַשֶׁר בַּנַּחַל' וֶועט זֶען אַ גְרוֹיסֶע יְשׁוּעָה פוּן הִימְל. דִי בְּרִיוְון הָאבְּן שׁוֹין גֶערַאטֶעוֶועט צֶענְדְלִיגֶע טוֹיזְנְטֶער בָּחוּרִים אוּן אִינְגֶעלַייט, אוּן וואוֹיל אִיז דֶעם וָואס וֶועט הָאבְּן אַ חֵלֶק אִין דָאס אָפְּדְרוּקְן".❝ &nbsp; דער מסיבה וועט אפגעראכטן ווערן אינעם פראכטפולן עידזש סי עס רעסארט זאל אין סאוט פאלסבורג אויף די בערג, אלע אנשי שלומינו אויך די עזרת נשים זענען געלאדענט, מען וועט זיך וואשן לכבוד מלוה מלכה און לכבוד דער סעודת הילולא אום 8:30. עס ווארט אפ א הערליכע געשמאקע פראגראם וואס לוינט נישט צו פארפאסן. און א שיינע מתנה וועט פארטיילט ווערן פאר אלע באטייליגטע. דער יושב ראש פונעם מסיבה וועט זיין דער אלעמען באקנטער מו"ה זושא פריעדמאן הי"ו וואס וועט מיט זיין געשמאקע שפראך מהנה זיין דעם ציבור. א גאר אינהאלטספולע לייוו שמועס וועט אפגהאלטן ווערן צווישן מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו גבאי ביהמ"ד היכל הקודש בארא פארק מיט הרה"ח שאול חיים איינהארן שליט"א פון די לאנג יעריגע תלמידים פון מוהרא"ש זי"ע וואס וועט איבערגעבן גאר אינטערעסאנטע עובדות און אנעקדאטן וואס ער האט מיטגעהאלטן בשעת ער האט זוכה געווען צו באדינען מוהרא"ש זי"ע אלס גבאי אין בית המדרש. מו"ה לייבי ראטה הי"ו דער גבאי פונעם מוסד וועט איבערגעבן גאר אינטערעסאנטע פרטים סודות פון חדר וואס עס טוט זיך אפ צווישן די ווענט פונעם בית הדפוס. אזוי אויך וועט פארטיילט ווערן שיינע פרסים פאר אלע וואס האבן זיך משתתף געווען מיט שיינע סכומים צו דרוקן די ספרים במשך דעם יאר. דער הויכפונקט פונעם מעמד וועט זיין די דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס וועט איבערגעבן די משא המעמד ווי ער וועט פארטיילן פון די גרויסע ירושה וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט וואס מיר קענען מיטנעמען מיט זיך אהיים צו טראגן. &nbsp; מיט'ן אויבערשטענס הילף וועט מען זיך האלטן זייער שטארק צייטליך און בענטשן אום 11:15, כדי נישט אויפצוהאלטן אנשי שלומינו אין די שפעטע נאכט שעה'ן בפרט ווען פילע אנשי שלומינו וואס וואוינען אין די שטאט דארפן נאך אהיים פארן א לאנג וועג. &nbsp; תאו והתכנשו להילולת מוהרא"ש

    < זעה מער יא שבט תשפ"ה 📝
  • אייראפע וועט ערלויבן צו לייגן ווערים אין ברויט

    די פאלגענדע נייעס איז נישט רעקאמענדירט צו ליינען איידער מען עסט - אויסער אויב איר ווילט גיין אויף דייעט, און איר ווילט עס זאל אייך פארגיין דער אפטעטיט... &nbsp; די קאמיסיע וואס באשטימט די רעגולאציעס פון עסנווארג אין די אייראפעאישע פאראיין האט געמאלדן אז אנגעהויבן פון פעברואר 10 וועלן פירמעס אין אייראפע זיין ערלויבט אריינצולייגן ווערים פוידער אין די עסן, ביז אזויפיל ווי פיר פראצענט פון די עסן. &nbsp; עס ווילט זיך כאפן א טענצל ווען מען הערט די נייעס, ווען מען הערט וואס די גויאישע עסן מארקעט לייגט אריין אין זייערע עסן, און ווי דער אויבערשטער האט אונז אפגעשיידט פון די אלע גרויליגע זאכן. זיי זענען בלויז פארנומען מיט די אינווייראמענט און זיי זאגן אז זייער ליסטע פון שרצים זענען א ביליגע פראטין וואס זיי ווילן מען זאל פיטערן דעם המון אנשטאט פיש פלייש און אייער וויבאלד עס איז גוט פאר די ענווייראמענט... &nbsp; אנגעהויבן פונעם אויבנדערמאנטען דאטום וועלן פילע טריפה'נע ברויטן קרעקערס לאקשן און דאס גלייכן קענען פארמאגן צומאלענע ווערים אדער היישעריקן. &nbsp; ברוך השם אז פאר אונז מאכט עס נישט אויס, ווייל מיר ערליכע אידן עסן נישט אן קיין גוטע הכשר, און אויסער דעם זאגט דער נייער רעגולאציע אז די פירמעס וועלן עס מוזן קלאר ארויסשרייבן צווישן די ליסטע פון באשטאנדטיילן, אבער עס דערמאנט אונז מיר זאלן זיך וויסן ווי וויכטיג עס איז אכטונג צו געבן וואס מען נעמט אריין אין מויל - אן אומשולדיג אויסזעענדע שטיקל ברויט אין אייראפע קען האבן אין זיך שקצים ורמשים לויטן ארטיגן געזעץ. &nbsp; א בעל מכשיר האט אמאל פארציילט ווי א ירקות פירמע האט זיך געבעטן ביי אים און גרייט געווען צו צאלן אסאך געלט ער זאל לייגן זיין נאמען אויף זיינע ירקות וואס איז געווען קלאר מוחזק בתולעים, זאגענדיג אז ער קען שרייבן אונטער זיין הכשר וואס ער וויל אויף לשון הקודש, קענסט שרייבן מוחזק בתולעים און אז מען דארף עס באקוקן, פרעגנדיג פונעם בעל הפירמע "אויב אזוי צי וואס דארפסטו א הכשר? ירקות זענען סייווי כשר", האט יענער געזאגט "זייער אסאך מענטשן ליידער קוקן בלויז אויב עס האט אידישע אותיות, און מען קויפט עס אלס כשר". פארשטייט זיך דער רב איז א ירא שמים האט נישט מסכים געווען, אבער דאס ווייזט אונז ווי שטארק מען דארף אכטונג געבן און נישט אננעמען יעדע זאך וואס האט א סימבאל אדער אידישע אותיות אז עס איז טאקע כשר. &nbsp; די צדיקים האבן אונז געזאגט אז עסן שרצים שאדט פאר די אמונה, אזוי שרייבט דער רמב"ם, און נאך, און נאכדעם פארשטייט נישט דער מענטש פארוואס ער האט קשיות אויף די אמונה, דער אויבערשטער האט אונז געגעבן די תרי"ג מצוות כדי מיר זאלן האבן א קשר מיט אים. וויאזוי קען מען טאקע זיין אפגעהיטן פון מאכלות אסורות? אויף דעם דארף מען תפלה, ווען מען גייט איינקויפן איז גוט אריינצולייגן צווישן די תפלות א בקשה "הייליגער באשעפער העלף איך זאל טרעפן וואס איך דארף, עס זאל זיין כשר, עס זאל זיין געזונט, איך זאל עס קענען באצאלן".

    < זעה מער ט שבט תשפ"ה 📝
  • מאוו סאליוואן ליבערטי שאטל ב"ה אנגעהויבן פארן

    נאך עטליכע יאר השתדלות דורך די חברי הנהלה מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, מו"ה מרדכי אהרן האלפערין הי"ו און מו"ה שבתי מזרחי הי"ו עסט מען שוין יעצט די פירות, ווען די רעגירונג אין סאליווען קאונטי האט שוין באשטעטיגט און איינגעשטעלט למעשה א נייע באס רוט וואס זיי רופן די "ליבערטי לופ" ספעציעל צוגעשטעלט פאר אנשי שלומינו, מען קען הערן אן אויספירליכע באריכט אביסל איבער די מיטמאכענישן וואס די הנהלה האט געדארפט דורכגיין כדי דאס זאל קענען צושטאנד קומען אויף קול ברסלב. &nbsp; דער באס איז צוגעשטעלט גענצליך בחנם, און פארט ארויס פנעם ערשטן סטאפ אויף 76 נאר מעין סטריט (זייער נאנט צום תלמוד תורה און צו לעמאנעיד סופערמארקעט) פינף מאל א טאג 10:00, 11:00, 12:00, 1:00, און 5:30 &nbsp; פאלגענד איז דער רוט: * 76 נארט מעין סט. אין די ווילידזש. * ביים ערשטן סוריקל פארט עס ארויף אויף מיל סטריט. * נאכן צווייטן סוירקל נעמט עס די רוט 52 אריין צום 17. * פונעם 17 הייוועי נעמט עס דעם עקזיט 101 צו פערנדעיל ראוד. * פון דארט גייט עס צום אלד רוט 17. * דער שאטל מאכט דערנאך א לינקס צו קווין מאונטען ראוד. * נאכדעם נאך א לינקס צו רעדקליף ראוד. * עס פארט דורך בארדיטשוב לעין. * פון דארט דרייט זיך דער באס איין א רעכטס צו איסט מאנגאפ ראוד. * דרייט דער זיך ארויף רעכטס צו האשקי ראוד. * עס פארט דורך דעם בית המדרש אויף 181 האשקי. * נאך האשקי פארט דער שאטל ווייטער גראד אויף דענמען ראוד. * מאכט א לינקס אויף קראס ראוד. * פארט דורך מארקס סטריט. * דערנאך מאכט עס א לינקס צום רוט 52. * דערנאך נאך א לינקס צו טווין ברידזש ראוד. * דער באס פארט דורך דעם ספרים געשעפט. * נאכדעם פארט מען דורך ירושלים קאורט. * מען פארט דורך בית המדרש עצתו אמונה. * פון דארט מאכט מען א רעכטס אויף אלד מאנטיסעלא ראוד. * מען פארט דורך מחנה אילן החיים. * עס דרייט זיך רעכטס צום רוט 52. * גלייך נאכדעם נאך א רעכטס אריין צו גאלדען פארק לעין. * דערנאך ווידער א רעכטס צוריק צום רוט 52. * מען פארט אריין צום ליבערטי פלאזא (דארט ווי שאפרייט געפונט זיך - ביים טשארדזשינג סעטישאן). * עס מאכט א לינקס ארויס צוריק צום 52. * ביים סוירקל פארט עס ארויס צו מיל סריט. * דערנאך א רעכטס צו אבערפעסט סטריט. * עס פארט ווייטער ארויף צו דארבי לעין. * מאכט א רעכטס אויף גרענט סטריט. * פארט ווייטער צו דייער עוועניו. * מאכט א לינקס אויף ליבערטי סטריט. * דרייט זיך איין לינקס צו נארט מעין סטריט. * מען פארט דורך לעמאנעיד סופערמארקעט. * דער רוט ענדיגט זיך ביים ערשטן סטאפ אויף 76 נארט מעין סטריט. &nbsp; ושמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלום

    < זעה מער ח שבט תשפ"ה 📝
  • בית המדרש היכל הקודש עצי תמרים קרית יואל ווערט איבערגעפרישט

    בשנת תשע"ד האט מוהרא"ש זי"ע געזאגט אין א שמועס פאר די אינגעלייט פון קרית יואל אז היות דער בית המדרש אין העיס דער ערשטער בית המדרש אין שטאט איז שוין אויסגעוואקסן, איז א שאד מ'זאל נישט עפענען אין עצי תמרים נאך א פינת יקרת. &nbsp; אומר ועשה, די אינגעלייט פון די געגענט האבן זיך אנגעהויבן צוזאם נעמען יעדן שבת צוערשט אויף צפת רד. - הר"ר אברהם הערש וועבערמאן האט אוועקגעגעבן זיין שטוב מען זאל דארט קענען דאווענען די דריי תפלות שבת קודש. &nbsp; שפעטער האט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א מנדב געווען די בעיסמענט פון זיין הויז אויף 8 פרעמישלאן רד. אז מען זאל דארט קענען גרינדן א פערמענאנטע בית המדרש - אנשי שלומינו האבן זיך שטארק אוועקגעגעבן עס צו קענען אויפבויען, בפרט הר"ר יואל הכהן ראזענבערג שליט"א האט זיך אריינגעלייגט עס צו קענען אויפבויען לשם ולתפארת. &nbsp; דער בית המדרש איז א הערליכער ווינקל לתורה ויראת שמים וואס גייט שוין אן איבער צען יאר צום גוטן, און מיט דעם איז מען מקיים דעם רבינ'ס ווערטער אז מען דארף מאכן קוועלער איבעראל, כדי יעדער איד זאל קענען האבן א פלאץ וואו מען זאל קענען אנשעפן חיזוק. &nbsp; עס איז גאר געשמאק אריינצוקומען אין בית המדרש און באגעגענען דעם געטרייען גבאי הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א, וואס נעמט אלעמען אויף מיט זיין סבר פנים יפות, אלע שכנים פון נאנט און ווייט ווערן צוגעצויגן צו דעם געשמאקן בית המדרש, ווי מען הערט כסדר די שיינע ווערטער און שמועסן פונעם גבאי'ן, יעדן שבת אינדערפרי ביי סיפורי מעשיות, און אזוי אויך ביי שלש סעודות. &nbsp; נאכן נוצן דעם בית המדרש אזוי לאנג, האט זיך שוין שטארק אויסגעפעלט מען זאל עס איבערפרישן - יעצט אין די טעג טוט זיך דארט רענאוואציעס, מען לייגט פרישע שטארקע מאלדינגס, מען פארמאכט אלע לעכער און מען פעינט איבער פון פריש אלע ווענט, וואס געבט צו א שטארקע פרישקייט און התחדשות ווען מען קומט אריין. &nbsp; דער גבאי לייגט אונז צו צו זיין באריכט, אז "דער עיקר מיר זאלן דיך איבערפרישן אין עבודת השם, אזוי ווי דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט חידוש כמונו לא הי' בעולם, און יעדער איד זאל שטענדיג וויסן אז מ'קען אלץ אנהייבן פון דאסניי, פארגעסן פון אלעס וואס איז געווען און זיך אויפפרישן."

    < זעה מער ה שבט תשפ"ה 📝
  • נסיעה טרעוול נעמט שוין אן פעימענטס פאר אומאן ראש השנה

    אנשי שלומינו ווייסן אז ר"ח שבט איז בכלל נישט פרי צו רעדן פון אומאן, ביי ברסלב'ע חסידים גייט דאס ווארט אז "שבט" איז ראשי תיבות "שוין בוקן טיקעטס"...&nbsp; ווען מיר קומען אן צום הייליגן רבינ'ס ציון אויף ראש השנה, די ערשטע זאך נאכן דאנקען דעם אויבערשטן אז מען ווייסט פון הייליגן רבין, מען קריגט נישט אויף אים, מען דאנקט אים אויף די גרויסע זכי' אז מען איז אנגעקומען, בעט מען שוין אויפן קומענדיגן יאר, אז מען זאל זוכה זיין ווייטער צו קענען קומען צו אים אויף ראש השנה ווי ער האט געבעטן און געמאנט. &nbsp; קלוגע אידן ווארטן נישט ביז די לעצטע מינוט צו פרעגן שאלות "מעג מען בארגן געלט צו פארן צום רבי'ן"? נאר אנשטאט דעם מאכט זיך א פושקעלע "אומאן ראש השנה קודש הקדשים" און אנשטאט קויפן א סענדוויטש מיט א קאווע און א דעניש פאר בלויז צען פופצן דאלער א טאג, נעמט אוועק די ביסן פון מויל און מען לייגט אריין דערין יעדן טאג אפאר פרוטות, און פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול, און אזוי קען מען פארן צום הייליגן רבין מיט הרחבת הדעת אן קיין חובות. אבער אויך דאס קען מען נישט טון אן מתפלל זיין, מען בעט פשוט דעם אויבערשטן אז מען זאל האבן די פאר פרוטות און געדענקען עס אריינצולייגן יעדן טאג, און נישט חלילה עס פארפאטשקענען מיט נארישקייטן וואס מען האט גארנישט דערפון. &nbsp; כדי ארויסצוהעלפן אנשי שלומינו מען זאל זיך נישט דערזען סוף יאר מיט דעם גרויסן הוצאה אויף איין מאל וואס עס קאסט צו פארן צום רבין, איז מו"ה אלי קנאלל הי"ו פון נסיעה טרעוועל אויפגעקומען מיט א געניאלע פלאן, א סערוויס פאר ברסלב'ע חסידים מען זאל קענען גרינגערהייט צאלן דעם טיקעט אז מען קען שוין יעצט - נאך איידער מען בוקט אפילו דעם טיקעט - אנהייבן אריינצוצאלן קליינע פעימענטס אויפן חשבון, און ווען מען וועט זיין גרייט זיך אויסצואוועלן דעם טיקעט. &nbsp; ר' אלי' קנאלל הי"ו פון נסיעה טרעוועל וואס האט שוין יארן עקספיריענס צו צושטעלן די נסיעות אויף מקומות הקדושים, און בפרט קיין אומאן איז שטארק פארנומען אין די טעג און ארבעט אויס די פלענער פון גרופ טיקעטס, טשארטער פלייטס און אינדיווידועלע טיקעטס וואס ווערט אויסגעארבעט בסייעתא דשמיא מיט אלע דעטאלן, און וועט בעז"ה צושטעלן אויך היי יאר גאר גוטע אפציעס פאר יעדעם איינעם לויט זיין געברויך און בודזשעט. און ווי די שטייגער ר' אלי' קנאלל צוזאמען מיט ר' שאולי פינטער פון נסיעה טרעוועל באטראכטן אלע אפציעס וואס מען קען טון צו קענען מאכן די נסיעה באקוועמער, קורצער און ביליגער, און מאכן אז דאס פאלגן דעם רבין און קומען צו אים זאל אנקומען מיט וואס ווייניגער מניעות. &nbsp; עס ליגט ביי זיי יעצט אויפן טיש עטליכע אפציעס און מעגליכקייטן אין וואס זיי קוקן אריין, מען דארף טאפן דעם דופק ביי לופטליניעס, לופטפעלדער און באן און באס פירמעס צו זען וואס וועט זיין דאס בעסטע וואס מען קען באקומען אין די טעג. די שטאב פון נסיעה טרעוול רעדט זיך דורך יעדע זאך מיט'ן ראש ישיבה שליט"א וואס וויל מאכן א מעגליכקייט אז אלע אנשי שלומינו זאלן קענען קומען אינאיינעם וואס איז א שטארקע שמירה אז די וועג זאל דורכגיין אויף א געהויבענע פארנעם, ווען איש את רעהו יעזורו מען איז זיך מחזק איינע דעם צווייטן, מען העלפט זיך ארויס מיט וואס מען דארף. &nbsp; מיטן אייבערשטענ'ס הילף ווען די פירמע וועט מחליט זיין די אפציעס און ארויסלייגן זייערע פלענער וועלן אונזערע ליינער זיין די ערשטע צו באקומען דעם באריכט. &nbsp; צו קענען נהנה זיין פון זייער גוטע סערוויס, און יעצט איבער די סערוויס פון נעמען קליינע פעימענטס אויפן חשבון קען מען רופן ר' אלי' קנאל אדער ר' שאולי פינטער אויף די נסיעה טרעוול טעלעפאן ליין 845-444-8785. &nbsp; מי יתן לי אבר כיונה אעופה ציון הקדוש אומנה

    < זעה מער א שבט תשפ"ה 📝
  • תפלה פון אידישע מאמע באפרייט פארכאפטע משכון אָן חילול שבת

    שוין פופצן חדשים וואס מרת בערגער שלאפט נישט, איר באליבטע טאכטער געפונט זיך נעבעך פארכאפט אלץ משכון אין עזה אונטער די נעגל פון גרויזאמע טעראריסטן, זי ווייסט נישט וואס די קומענדיגע מינוט וועט ברענגען, אבער ווען מרת בערגער האט געהערט אז איר טאכטער איז אויף די ליסטע צו ווערן באפרייט שבת קודש, האט זי געבעטן פון די מידיע און פון די צייטונגען זיי זאלן פארמיידן פון חילול שבת דאס מערסטע וואס איז שייך, און האט געבעטן אז די מידיע זאל זיי נישט באגלייטן און מען זאל נישט כאפן קיין בילדער אדער באשרייבן די נייעס, וואס די אלע זאכן גייען זיכער נישט אריין בגדר פיקוח נפש, וואס דער אויבערשטער לאזט נישט טון אום שבת. &nbsp; אזוי אויך האט זי געזאגט אז אויב איר טאכטער ווערט טאקע באפרייט אום שבת - כאטש זי קען שוין קוים ווארטן איר צו זען, וועט זי אויסווארטן ביז נאך שבת צו צופארן צו זען איר באליבטע טאכטער. אויך נאכדעם וואס זי האט זיך דורכגערעדט מיט א רב, וואס האט איר געזאגט אז זי מעג פארן אום שבת אפצונעמען איר טאכטער אויב עס פעלט אויס, האט זי ווייטער געזאגט אז זי איז מתפלל אז מען זאל וואס ווייניגער מחלל שבת זיין צוליב איר באפרייאונג. און זי האט ווייטער געזאגט פאר די מידיע און מחזק געווען אז יעדער איינער אנדערש דארף זיך פרייען אויף די זכי' אז זיי קענען היטן דעם הייליגן שבת אינאיינעם מיט די משפחות, און ווידערהאלט איר בקשה צו די מידיע אז זיי זאלן זיך צוריק האלטן פון באריכטן און מיטקומען. "די בילדער און די באריכטן קען מען טון נאך שבת אויך" האט זי געזאגט. &nbsp; במשך די וואך האט זיך איבערגעדרייט די מידיע איבער א פארכאפטע מיטן נאמען "ארבעל" וואס כאמאס וויל יא אדער נישט באפרייען, די מדינה האט פארהאנדעלט איבער דעם סאלדאט'ס באפרייאונג און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז די תפילות פון די ערליכע אידישע מאמע האט אנגעדרייט א גאנצע שטורעם וואס האט אויסגעלאזט אז ארבעל מיט די טאכטער פון מרת בערגער וועלן ביידע באפרייט ווערן דאנערשטאג. &nbsp; ברוך השם יעצט קען מען שוין באריכטן די פריידיגע נייעס, אז דער אויבערשטער האט געהאלפן אז זיי זענען שוין אינדערהיים מיט די משפחה - א דאנק די פילע תפלות פון אידישע קינדער. דאס האט אויפגעוועקט פילע אידישע קינדער זאלן זען די חשיבות און שיינקייט פון שבת, די זיסע מתנה וואס דער אויבערשטער האט אונז געגעבן, אז איין טאג אין וואך לאזן מיר אפ אלע ביזנעס, אלע טעלעפאנען, אלע וויכטיגע מיטינגען און נייעס, און מען פארברענגט מיט די משפחה, מען עסט און מען טרונקט גוטע זאכן, מען זינגט שירות ותשבחות צום אויבערשטן. אזוי אויך זעט מען די כח פון תמימות די כח פון תפלות וואס קען איבערדרייען א וועלט.

    < זעה מער כט טבת תשפ"ה 📝
  • אמעריקע אונטער טראמפ ווערט שטרענג אויף אימיגראציע

    ווי ערווארטעט, טוט דער נייער פרעזידענט כסדר זיכער מאכן אז ער איז אין די נייעס, אין די געציילטע טעג וואס ער איז אין אפיס, האט ער שוין באוויזן צו ארויסנעמען די מידיע פון די כלים אזויפיל מאל. &nbsp; בפרט האט זיך טראמפ מיט זיין "גרעניץ צאר" פארלייגט אויף צו פארשפארן די גרענצין, אפשטעלן אומלעגאלע אימיגראציע, און זיך אפגעבן מיט די אלע וואס זענען דא אומלעגאל. די פעדעראלע "אייס אגענטור" האט שוין געמאכט פילע אבלאוועס אויף צענטערן ווי די אומלעגאלע אימיגראנטן האלטן זיך אויף, און א דין קדימה צו ווערן פארשיקט ווערט געגעבן פאר די אומלעגאלע אימיגראנטן וועלכע זענען באגאנגען סיי וועלכע פארברעכן. &nbsp; איינע פון קאנטראוועסיאלע זאכן וואס טראמפ האט געמאלדן אין באצוג צו די אימיגראנטן איז אפשטעלן די לאנג יעריגע "געבורט רעכטן" וואס אמעריקע פלעגט אייביג געבן. דאס מיינט אז א קינד וואס ווערט געבוירן אין אמעריקע ווערט אויטאמאטיש א בירגער, וואס זייער אסאך ווייסן נישט, איז אמעריקע פון די געציילטע לענדער אין די וועלט וואס געבן נאך היינט צו טאגס אזא רעכט. אין רוב לענדער דארפן כאטש איינע פון די עלטערן זיין א בירגער, אז דאס קינד זאל אויך ווערן א בירגער. &nbsp; דער עקזעקוטיווע באפעל וואס טראמפ האט געשריבן אפצושטעלן "געבורט רעכטן" האט שוין געברענגט געריכט קלאגעס, וואס טענה'ן אז לויט ווי מען האט ביז יעצט אויסגעטייטשט די קאנסטיטוציע, ווערט יעדער מענטש געבוירן אין אמעריקע א בירגער. &nbsp; טראמפ האט אויך געמאלדן אז ער פארארדענט זיין יוסטיץ דעפארטמענט מען זאל צוגרייטן דעם ריזיגן לאגער וואס אמעריקע פארמאגט אין גואטאמאנע בעי אין קובא, עס זאל דינען אלץ א שעלטער פאר דרייסיג טויזענט שעדליכע אימגראנטן, וואס ער וויל דארט האלטן. &nbsp; אזוי האט האט ער געמאלדן אז יעדע אויסלענדישע סטודענט וועלכע שטיצט כאמאס וועט פארלירן זיין וויזע, און וועט פארשיקט ווערן פון אמעריקע. &nbsp; די אלע אימיגראנטן האבן אינוועסטירט גרויסע כחות אנצוקומען קיין אמעריקע, און האבן געארבעט שווער און געטריי, צו פרובירן אנוצקומען צום אמריקאנעם חלום, אבער אלעס האט זיך זיי אויסגעלאזט ווי א זייפן בלאז. מיר דארפן געדענקען זיך נישט צו לאזן ארייננארן אינעם זאק פונעם יצר הרע וואס פרובירט אונז איינצורעדן אז מען קען אנקומען און כאפן עולם הזה, ווייל איין טאג וועלן מיר אלעס דארפן איבערלאזן, מען וועט אונז נישט פרעגן צי מיר זענען גרייט, ווייל מען דארף זיך פאקן פעק און צוריק גיין צום אויבערשטן. און אויף דעם דארפן מיר לייגן אונזער דגוש, אז אונזערע פעק זאלן זיין גרייט מיט סחורה וואס מען לאזט דורך יענע גרעניץ, דארט קען מען נישט מיטנעמען קיין קאר, קיין הויז, קיין ביזנעס, קיין באנק אקואנט, דארט לאזט מען דורך שלום בית, משניות, מקוה, מנין.

    < זעה מער כח טבת תשפ"ה 📝
  • די שווארץ ווייסע בעל חי - זעברע

    לכבוד ר' גרשון קרעמער, איך בין א בחור פון פופצן יאר, מיין משפחה האט זיך ארויסגעצויגן צו א שיינע געגענט אין פענסילוועניע. איך האב עפעס וואס שטערט מיר, אפשר קענסטו מיר פארענטפערן, מיין גוי'אישער שכן נעבן אונז פארמאגט א שטיקל פארם, און האט עטליכע זיברעס, און איך קען נישט דערגיין צי דער זיברע איז א שווארצער פערד מיט ווייסע שטרייפן, אדער איז עס א ווייסער פערד מיט שווארצע שטרייפן, איך וואלט זייער הנאה געהאט צו הערן אן ענטפער. אליעזר ר. &nbsp; ענטפער: טייערער אליעזר נ"י, ביז דארט איז שוין אלעס גוט? האסט שיין היינט געקוקט אויפן הימל, דו לעבסט דארט צווישן די ביימער און די פעלדער, ביזט דאך אין גן עדן, קענסט שפאצירן צווישן די וועלדער און געוויקסן און רעדן צום אויבערשטן אינעם שויס פונעם נאטור. וואס קען זיין שענער פון דעם? &nbsp; דער אמת איז אז פון יעדע זאך קען מען ארויסנעמען שיינע זאכן. צוערשט דער זיברע איז נישט קיין פערד, אבער זענען פון די זעלבע משפחה פון בעלי חיים (גערופן עקידיע) וואס נעמט אריין אין זיך פילע בעלי חיים, די באקאנטע צווישן זיי זענען די פערד, אייזלען און זיברעס. &nbsp; צו דיין שאלה צי זיי זענען א שווארצע בעל חי אדער א ווייסע, באמת קען מען זאגן וואס מען וויל, אבער אויב פרעגסטו מיר וועל איך זאגן אז עס איז א שווארצע בעל חי, פארוואס? ווייל די הויט אונטער די שווארץ און ווייסע האר פונעם זיברע, איז גענצליך שווארץ, און נאר די האר איז א חלק שווארץ און ווייס. &nbsp; די שטרייפן פונעם זיברע זענען זייער וויכטיג פאר אים, קודם כל מאכט עס שווער פאר די פארצוקענדע חיות צו קענען פאקוסן אויף אים, די פילע שטרייפן צומישן די לייבן און די טיגערס און מאכט זיי שווער זיי צו כאפן, און אזוי אויך צווישן זיך דינען די שטרייפן אזוי ווי די פינגער אפדרוקן פון א מענטש. קיין איין זיברע האט נישט די זעלבע שטרייפן פון א צווייטן, און דאס העלפט זיי זיך צו קענען אידענטיפיצירן איינע פונעם צווייטן. &nbsp; מענטשן זענען אויך אזוי, נישט נאר אונזערע פינגער אפדרוקן זענען אנדערש איינע פון צווייטן, נאר אויך די תכונת הנפש, די שטארקייטן און די כחות פארמאגט יעדער עפעס אנדערש, יעדער האט אנדערע נסיונות, אנדערע פארמעסטונגען, און דער אויבערשטער האט דיר באשאפן אויף דער וועלט ווייל ער דארף האבן אזא מענטש ווי דו מיט דיינע פראבלעמען און דיינע נפילות, פון דארט זאל קומען א איד און אים זאגן "באשעפער אין געהער פאר דיר", די נחת וואס דער באשעפער האט פון דיר קען ער נישט האבן פון קיינעם אנדערש. שטארק דיר, גיי אן, ווייל דער באשעפער האט דיר ליב, און דארף דיר האבן.

    < זעה מער כח טבת תשפ"ה 📝
  • נייער ספר "ותחיין את הילדים" חלק א', גייט שוין אט צום דרוק

    &nbsp; &nbsp; עס ערשט א גרויסע שמחה ביי אנשי שלומינו, ווען אין די נאנטע טעג גייט מיט'ן אויבערשטענ'ס הילף אריינגיין צום דרוק, דער פרישער ספר פונעם ראש ישיבה וואס וועט טראגן דעם נאמען "ותחיין את הילדים." &nbsp; נאכדעם וואס דער בארימטער "קרן הדפסה היכל הקודש" האט אין די לעצטע חדשים אריינגעלייגט גאר אסאך כחות צייט און געלט, מיט'ן צוזאם נעמען, איבערשרייבן, מגיה זיין, און אויסשטעלן די צענדליגע שיעורים פון חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א, האלט מען שוין ביי דעם לעצטן שטאפל אינעם לאנגען וועג, און מען האפט אז אין די קומענדיגע עטליכע וואכן וועט דער ערשטער שיפמענט פונעם ספר שוין קענען באלייכטן די וועלט מיט זיינע זיסע, פראקטישע און תורה'דיגע הדרכות און עצות אין חינוך, און "אויפלעבן די קינדער" דורכן לויטערן קוואל וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט איבער וואס ער האט געלערענט ביי מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; די שיעורים אין חינוך פונעם ראש ישיבה שליט"א זענען שוין ביז יעצט גאר גוט באקאנט, סיי פון רעקארדירטע שיעורים אויפ'ן וועבסייט און אויף די קול ברסלב ליין, און אזוי אויך פון די גליונות "שיעורי חינוך" וואס ווערט פארשפרייט וועכענטליך פון וואס טויזנטער אידן זענען זיך שוין ביז יעצט מחי', און לעבט אויף אידישע שטובער, און באלייכט זיי דעם וועג, וויאזוי צו קענען ערציען דעם קומענדיגן דור זיי זאלן ווייטער ציען דעם גאלדענעם קייט וואס מיר האבן במסורה פון משה רבינו, טראץ די פילע שוועריקייטן און נסיונות ברוחניות ובגשמיות וואס פלאגט דעם היינטיגן דור. &nbsp; אינעם ספר האט דער "קרן הדפסה" אינוועסירט צענדליגע טויזנטער דאלער און אויפגענומען שרייבער און מגיהים, יראי השם פון אנשי שלומינו, וואס האבן אוועקגעגעבן זייער הארץ און נשמה. און ברוך השם זיי האבן מצליח געווען און מיט גרויס סייעתא דשמיא איז ארויסגעקומען א ספר העכער ערווארטונגען, א הערליכע געשמאקע ספר וואס ליינט זיך פליסיג כשלחן הערוך ומוכן לאכול, און עס ברענגט ארויס קלאר די עצות און חיזוק וואס איז גרייט מען זאל דאס אימפלימענטירן טאג טעגליך הלכה למעשה. &nbsp; מען האט געלייגט א שטארקע דגוש אז דער ספר זאל זיין גרינג צו ליינען, און פארמאגן א קלארע און געשמאקע לשון, כדי אז דער ספר זאל ברענגען דעם ריכטיגן תועלת, און ליינער זאלן קענען ארויסנעמען די אלע שיינע זאכן וואס דער ראש ישיבה שליט"א ברענגט ארויס אין די שיעורים, אויף הלכה למעשה. &nbsp; דער זכות מהדורה איז אפגעקויפט געווארן דרוכ'ן גבאי פון מוסדות היכל הקודש בארץ ישראל לצדקת רבי מאיר בעל הנס הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א לעילו נשמת זיין אומפארגעסליכן שווער הרה"ח ר' מנחם מענדל בן הר"ר יושע ווייס ז"ל, און וועט טראגן דעם נאמען "מהדורת וועבערמאן." יהא זכרו ברוך. &nbsp; אנשי שלומינו האבן נאך געציילטע טעג צו קענען אינוועסטירן און ארויסנעמען דערפון רווחים נצחיים דורכן אייקויפן זכותים אינעם ספר וואס אנטשפרעכט צו ראטעווען דורות, און אוועקשטעלן אידישע שטובער אויף שטארקע און קראנטע יסודות. די פרייז פון א זכות אינעם ספר איז בלויז $500. &nbsp; רופט שוין דעם גבאי מו"ה לייבי ראטה הי"ו זיך אנצושליסן אינעם פראיעקט מען זאל קענען ארויסגעבן בקרוב דעם ספר וואס וועט באלייכטן די וועלט 347-578-4449.

    < זעה מער כז טבת תשפ"ה 📝
  • צווייטער בית המדרש "היכל הקודש" אין שטאט בית שמש

    פרייליכע נייעס הערט מען פון בית שמש אין ארץ הקודש נאכדעם וואס מען האט געעפענט די וואך א צווייטער בית המדרש היכל הקודש אין שטאט. דער ערשטער בית המדרש היכל הקודש אין בית שמש איז געעפענט געווארן מיט עטליכע יאר צוריק אין די רמה ב' געגענט פון שטאט, דער בית המדרש איז ב"ה זייער מצליח, פילע אנשי שלומינו פון די געגענט קומען זיך צוזאם כסדר און מען איז זיך מחזק אינאיינעם מיט די לעכטיגע עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי דער ראש ישיבה לערנט אונז אויס. &nbsp; אבער בית שמש איז נישט קיין קליין שטעטל, און פון איין געגענט ביזן אנדערן איז גאר ווייט, דער נייער בית המדרש וואס געפונט זיך אין רמה ד' איז מער פון איינס און א האלב שעה צו גיין צופיס. און אנשי שלומינו פון די געגענט פלעגן זיך צוזאם קומען יעדע שלש סעודות אין איינעמ'ס שטוב פאר שלש סעודות פאר די לעצטע שטיק צייט, און אזוי וועס עס זענען כסדר צוגעקומען נאך און נאך פרישע אינגעלייט מיטצוהאלטן שלש סעודות, האט מען זיך דערזען אין א מצב אז עס איז צייט צו עפענען נאך א געהעריגע שטיבל ספעציעל פאר די געגענט, וואו מען זאל קענען דאווענען אלע דריי תפילות תשבת אינאיינעם מיט הרחבת הדעת. &nbsp; אנשי שלומינו האבן געבעטן דעם אייבערשטן מען זאל טרעפן א צוגעפאסטן שטיבל. שכח אייבערשטער אז נאך א שטיק צייט האט מען געטראפן א צימער וואס האט ביז יעצט געדינט אלץ א סטארעדזש פאר א שמש שטיבל פון א בית המדרש. און מען האט געזען אז עס איז זייער פאסיג מען זאל עס פארוואנדלען פאר א בית המדרש, מען האט זיך אוועק געזעצט מיט זיי און ב"ה ביז א קורצע צייט האט מען גע'חתמ'עט א קאנטרעאקט צו דינגען דעם פלאץ פאר'ן בית המדרש. &nbsp; תיכף נאכן חתמ'נען האט מען זיך גענומען צו די עבודה פון אהערשטעלן דעם צימער עס זאל קענען דינען אלץ א בית המדרש מען זאל דארט קענען לערנען און דאווענען. די חשובע אינגעלייט האבן אויסגערייניגט דעם פלאץ פון אלע חפצים וואס איז דארט געליגן, מען האט זיך גענומען פאררעכטן אלעס האט אויסגעפעלט, און ב"ה מען האט געענדיגט איבערפרישן דאס פלאץ אין אפאר געציילטע טעג. &nbsp; פארגאנגענעם שבת וארא האט מען זיך שוין ברוך השם געקענט אריינציען אינעם נייעם שטיבל, ווי עס איז אדורך א הערליכע שבת צוזאמען, מען האט זיך מחזק געדאווענט און געלערענט. מען האט פארגעליינט דעם בריוו וואס דער ראש ישיבה האט געשריבן ספעציעל צום עפענונג פונעם נייעם בית המדרש. מיר ברענגען אראפ א קליין שטיקל דערפון: "איך זאג ענק וואס מוהרא"ש האט אונז געזאגט ווען מיר האבן געעפנט די שול אין וויליאמסבורג, און די ישיבה, און די מוסדות: "אויב וועט זיין ליבשאפט צווישן אייך - וועט ענק קיינער נישט קענען שלעכטס טון און עס וועט זיין גרויס הצלחה"; דאס זאג איך אייך אויך, אויב וועט זיין ליבשאפט צווישן אייך, קיינער וועט נישט זוכן צו טרעטן אויף א צווייטן, מען וועט קומען אין שול מיט ליבשאפט, מיט שמחה - וועלן ענק זייער מצליח זיין, די שטיבל וועט ארויסגעבן א שיין אויף די גאנצע געגנט, רמה ד' אין בית שמש." &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן דער בית המדרש זאל זיין א לעכטיגקייט פאר די גאנצע געגענט ארום, אלע זאלן וויסן אז אויב מען דארף חיזוק קען מען עס דארט טרעפן.

    < זעה מער כז טבת תשפ"ה 📝
  • מען רעזערווירט שוין בעטן פאר אומאן ראש השנה תשפ"ו הבעל"ט

    מיר אלע קוקן שוין ארויס צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה תשפ"ו הבעל"ט, ווי דער הייליגער רבי האט געזאגט: "ווען עטץ פארטס אהיים מוצאי ראש השנה פון מיר, לייג איך שוין צו די אויער, און איך הער ווי איר קומט שוין נאכאמאל די קומענדיגע ראש השנה." נאך האט דער הייליגער רבי געזאגט: "נישט נאר איר זענט אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה, נאר די גאנצע וועלט איז אנגעהאנגען אין מיין ראש השנה." &nbsp; כאטש מיר זענען נאך אינמיטן ווינטער, אבער ברוך השם די טעג רוקן זיך נענטער צו ראש השנה, וואס דאס דערמאנט אונז צום ערשט אז מיר דארפן בעטן דעם אייבערשטן מען זאל קענען זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה, אן תפילה ארבעט גארנישט, מען קען מאכן טויזענט פלענער, אבער אז עס פעלט תפילה ארבעט דאס נישט. &nbsp; און אויך דארפן מיר זיך מסדר זיין מיט אן אכסני' וואו צו עסן און שלאפן אין אומאן, ווייל כדי צו האבן די בנין מסודר אז אלע אנשי שלומינו וואס שטייען איין אין דעם בנין אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה זאלן זיין צופרידן על הצד היותר טוב, דארף מען שוין פון יעצט זיך מסדר זיין און נאכפאלגן די סדר וויאזוי מען קען זיך רעזערווירן א בעט אינעם בנין, צו קענען פארברענגען א געשמאקע יום טוב, מיט אנשי שלומינו, וואס לעבן מיט'ן רבי'ן, מיט מוהרא"ש, און קענען דאווענען, לערנען, הערן שמועסן, שיעורים, און עסן די סעודות מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; היי יאר געפאלט אויס ראש השנה אום מאנטאג נאכט, דערפאר וועט דער בנין שוין זיין צוגעגרייט און פולקאם אפן נאך פאר שבת, וויבאלד פון אמעריקע איז נישט מעגליך צו פארן נאך שבת. אן אינטערעסאנטע זאך וואס די עסקנים וואס פירן דעם בנין האבן אונז אנגעוויזן, אז דער בנין ווערן געהייצט במשך דעם גאנצן ווינטער, וואס דער אנדערער אויסוועג וואלט געווען ארויסצונעמען די וואסער פון אלע פייפס, וואס איז זייער א טייערע זאך אין אזא גרויסע בנין, און אויסער דעם איז עס געזונטער פאר סטרוקטור פונעם געביידע אז עס זאל זיין געהייצט, און צוליב די גרויסע פרעסטן היי יאר, האט מען געדארפט אויסגעבן מער הוצאות כדי צו האלטן דעם בנין ווארים. &nbsp; די אלע וואס ווילן זיך צוזאם שטעלן אין א צימער צו קענען שלאפן אין איין גרופע, דארפן אריינרופן דעם גבאי מו"ה מרדכי ראזענבערגער 845-825-3550, און אריינגעבן דעם רעזערוואציע, ביז קומענדיגן ראש חודש אדר הבעל"ט. &nbsp; די פרייזן פאר ראש השנה תשפ"ו זענען ווי פאלגענד: ערשטע שטאק: $1,300. צווייטע שטאק: $1,200. דריטע שטאק: $900. פערטע שטאק: $800. &nbsp; די פרייז איז פער בעט, אפילו פאר א קינד (אויב מען קויפט א בעט פאר א קינד, דארפן זיי גיין אויבן פונעם באנק בעט), אויב נעמט מען א קינד אין די זעלבע בעט פונעם טאטן וועט עס זיין בלויז $100, א צווייטע קינד אינעם קינדער בעט איז בחינם. אינעם פרייז איז אריינגערעכענט די בעט, אלע עסן, סעודות און מקוה פאר די אלע טעג וואס מען וויילט אין אומאן ארום ראש השנה. אין אנדערע ווערטער: נאר די וואס האבן געצאלט פאר א בעט, האבן די זכות צו עסן די סעודות, און זיך באנוצן מיט די מקוה אינעם בנין. &nbsp; אלע רעזערווירטע צימערן דארפן זיין אויסגעצאלט "ביז ראש חודש סיון". ביטע נעמט די דאטום ערנסט, ווייל נאך ראש חודש סיון וועט יעדער פון אנשי שלומינו וואס ברענגט דאס גאנצע געלט, אזוי אויך די וואס דארפן נאך א בעט, ווייל זיי ברענגען דאס יאר נאך א קינד, וועלן זיי דאס מיטן אייבערשטנ'ס הילף באקומען - אויפן חשבון פון די וואס האבן געהאט א בעט פאריאר, און אפילו מען האט שוין רעזערווירט אבער נאך נישט באצאלט, וועלן פארלירן זייער חזקה אויף זייער&nbsp; צימער. &nbsp; פאר סיי וועלכע הערה, אדער אויב איר ווילט האבן די זכי' צו צוהעלפן צום רבי'ן ראש השנה מיט וואס איר שפירט אז איר קענט, בפרט קען מען נוצן הילף אינעם בנין די וואך פון ראש השנה הבעל"ט זאלן זיך ווענדן צו די גבאים. וכל הקודם זכה! &nbsp; פאלגענד זענען די גבאים פון היכל הקודש אין אומאן: ר' מרדכי ראזענבערגער 845-825-3550 ר' יחזקאל סאמעט: 347-452-1936 אין ארץ ישראל ביי ר' יצחק שמואל פרענקל: 0548456150 אין לאנדאן ביי ר' שמחה בלאק 07388582855 &nbsp; דער רבי זאגט: ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעם, קיינער טאר נישט פעלן!

    < זעה מער כו טבת תשפ"ה 📝
« Previous Next »

Showing 166 to 180 of 1670 results

1 2 ... 9 10 11 12 13 14 15 ... 111 112
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com