Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אנשי שלומינו אין ארץ ישראל שעפן הויפענעס פון חיזוק פונעם באזוך פון ראש ישיבה

    תושבי ארץ הקודש בכלל און אנשי שלומינו האבן מיטגעהאלטן אין די טעג א גאר געהויבענעם באזוך פון ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל, ווי דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן אין עטליכע שטעט אין ארץ ישראל, און איבעראל האט ער מחזק און מעודד געווען תושבי ארץ הקודש, און אויסגעשמועסט וויאזוי מען קען האבן א זיס לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבין.   דא וועלן מיר ווייטער באריכטן פון וואו מיר האבן געהאלטן ביים פאריגן באריכט פאריגע וואך דאנערשטאג.   ערב שבת קודש אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין בית המדרש היכל הקודש אין ירושלים און דערנאך איז געווען א שיינע שמועס מיט אנשי שלומינו נאכן דאווענען.   דאן האט זיך דער ראש ישיבה ארויסגעלאזט מיט די בחורים קיין מירון, אויפן וועג האט מען זיך אפגעשטעלט אין טבריה ביים ציון התנא רבי מאיר בעל הנס. אויך האט מען זיך געטובל'ט אין צפת ביים מקוה פונעם אר"י הקדוש.   שבת קודש האט דער ראש ישיבה געפראוועט ביי זיין גרויסן טאטן הגה"צ גאב"ד קארלסבורג שליט"א אין מירון.   שבת קודש נאך די סעודה איז דער ראש ישיבה ארויפגעקומען צום אכסניה פון די בחורים, און מען האט געזונגען ווארימע ניגונים לכבוד שבת. דערנאך האט מען צוגעגאנגען צום ציון פון הייליגן תנא רשב"י, און מען האט געזאגט דארט תהלים.   דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אויף א לאנגע שפאציר, מען איז דורכגעגאנגען דעם ציון פון התנא רבי יוחנן הסנדלר, מען האט געזען פונדערווייטענס דעם "כיסא של אליהו", און די מערה פון די ציונים פון די תנאים שמאי און הילל, דער ראש ישיבה האט פארציילט אסאך שיינע סיפורי צדיקים אויפן וועג, און געזאגט אז ער וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף קומען אויף ל"ג בעומר, און מאכן א סיום אויפן גאנצן זוהר הקדוש. דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די בחורים זאלן נישט צוגיין די קברי צדיקים, ווייל שבת גייט מען נישט צו קיין קברים. דערנאך איז מען צוגעגאנגען צום אלטן בית הכנסת הרשב"י ווי מען האט זיך געזעצט אויף די שטיינער, און מען האט געזונגען ווארימע הארציגע ניגונים פון בענקשאפט צום אייבערשטן, אזוי האט זיך אנטוויקעלט זייער א שיינע חיזוק שמועס פון ראש ישיבה שליט"א. מען האט גערעדט שיינע מעשיות פון תפלה, ביז עס איז שוין געווארן צייט פון מנחה, ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך צוריק געקערט צום שטוב פון זיין טאטן אין מירון.   מוצאי שבת קודש איז דער ראש ישיבה צוגעפארן קיין צפת, ווי א גרויסע ציבור אנשי שלומינו האבן זיך צוזאם גענומען פראווען מלוה מלכה און הערן דברי חיזוק פון ראש ישיבה.   זונטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געדאווענט שחרית ביים מערה פון הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אין מירון. דערנאך האט זיך דער ראש ישיבה מיט די בחורים געוואנדן צו די מקומות הקדושים אין די געגענט. מען האט מתפלל געווען ביי רבי יהודה בר עילאי, דערנאך איז מען ארויף געקראכן צום ציון פון רב כרוספדאי, און רב יוסי סאראגוסי, און ביים "אידרא" פון רבי שמעון.   מיטאג צייט איז פארגעקומען דער "הקמת המצבה" פונעם זיידן פונעם ראש ישיבה, דער גרויסער גאון און פוסק הגאון הגדול גאב"ד קארלסבורג זצ"ל, דער ראש ישיבה איז נתכבד געווארן פארצוזאגן די תפילות און פסוקים.   נאכן שטעלן די מצבה, האט זיך דער ראש ישיבה געוואנדן מיט די בחורים צום שטאט "יבנאל", ווי דער ראש ישיבה איז גלייך צוגעגאנגען צום ציון פון מוהרא"ש זי"ע, ווי מען האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים מיט גרויס התעוררות און מען האט מתפלל געווען ביים ציון פונעם גרויסן צדיק פון אונזער דור וואס האט צוגעזאגט גרויסע ישועות בפרט אויף שידוכים פאר דער וואס וועט קומען צו זיין ציון און אויסזאגן דארט גאנץ ספר תהלים.   דערנאך האט דער ראש ישיבה געוויזן פאר די בחורים דעם גרויסן בית המדרש אין יבנאל וואס מוהרא"ש האט געבויט מיט מסירת נפש, דער ראש ישיבה האט געצייגט פארן עולם אלע פרטים, דער אויסשטעל פון בית המדרש, דער חתונה זאל וואס מוהרא"ש האט אויפגעשטעלט צו מאכן חתונות בחינם.   נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה געגאנגען לייגן מזוזות ביים בית הדפוס עצתו אמונה אין יבניאל, ווי עס איז פארגעקומען א לחיים צום עפענונג פונעם נייעם בית הדפוס, וואס וועט דרוקן און פארשפרייטן אמונה.   ביינאכט האט דער ראש ישיבה געדאווענט אין שטוב פון הרה"צ ר' יצחק לעזער שליט"א, דערנאך האבן זיי געהאט א פריוואטע שמועס. דערנאך איז דארט פארגעקומען די וואכנאכט פונעם אינגל פון מו"ה חיים ישעיה דעפריס הי"ו אייניקל פון ר' יצחק שליט"א פון די חשובע תלמידי הישיבה.   און מיט דעם האט זיך געשלאסן דעם גרויסן געהויבענעם נסיעה, וואס האט איבערגעלאזט א שטארק רושם אויף די אידן ארץ ישראל, וואס האבן אנגענומען בתמימות ובפשיטות צו פאלגן דעם הייליגן רבי'ן. 📚 פילע נייע קונטרסים אין קרן הדפסה

    < זעה מער כה אדר ב' תשפ"ב 📝
  • ברסלב'ע מצה בעקעריי עפענט זיך אויף בשעה טובה ומצלחת אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי

    מיט גרויס פרייד טוען אנשי שלומינו אויפנעמען די גוטע בשורה, אז נאך חדשים ארבעט פון פלאנירונג און בויען האט זיך די מוהדר'דיגע ברסלבע מצה בעקעריי אין קרית ברסלב ברוך השם געעפענט היינט זונטאג תזריע בשעה טובה ומצלחת. &nbsp; דער בעקעריי טראגט ברוך השם די שטרענגע השגחה פונם דיין שליט"א, וואס מאכט זיכער בעזרת השם יתברך אז די מצות זענען געבאקן מיט די העכסטע מאס כשרות שטאפלען, מיט אלע חומרות והידורים וואס עס פעלט זיך אויס. &nbsp; די הנהלה האט אויפגענומען א פולע שטאב פון טויגליכע היימישע ארבייטער יראי השם, אסאך פון זיי מיט פילע יארן עקספיריענס, מען האט זיך דורכגערעדט מיט וועטעראן אנפירער פון היימישע בעקערייען אין ניו יארק, וויאזוי אויסצושטעלן דעם בעקעריי אויפן בעסטן פארנעם, און געלויבט דעם אייבערשטן, אז די מצות קומען ארויס העכסט געלונגען, פיינע געשמאקע מהודרדיגע מצות. &nbsp; צוליב די קורצע צייט ביז יום טוב, איז שטארק באגרעניצט וויפיל מצות מען וועט קענען אניאגן צו באקן, דערפאר אויב ווילט איר באשטעלן פון די מהודרדיגע ברסלבע מצות דארפט איר רופן ווי אמשנעלסטן מו"ה ישראל שלום זעלקאוויטש הי"ו אויף 347-661-2579, און מאכט זיכער אז מען קען נאך אננעמען אייער ארדער.&nbsp; &nbsp; עס זענען נאך דא עטליכע פאזיציעס וואס זענען נאך אוועיליבל אינעם בעקעריי, דער וואס וויל זיך איינשרייבן צו ארבעטן אין די בעקעריי זאלן זיך ווענדן צו מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, וואס איז געשטעלט געווארן דערויף מטעם דעם בית האופה. &nbsp; אין א בריוו פון ראש ישיבה שליט"א געשריבן ערבי פסחים תשפ"א, זעט מען ווי דער ראש ישיבה שליט"א קוקט ארויס צו האבן אויף דאס יאר דעם ברסלבער מצה בעקעריי: &nbsp; בעזרת ה' יתברך &nbsp; יום ב' פרשת צו, ט' ניסן, שנת תשפ"א לפרט קטן &nbsp; לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב, ליבערטי &nbsp; געב איבער פאר אלע בודקים פונעם עירוב אז איך וועל מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף מאכן די עירובי חצירות, זיכוי פת פאר&rsquo;ן עירוב אין שטעטל &ndash; ערב שבת הגדול, ערב פסח אינדערפרי, גלייך נאך שחרית ביי מיר אין שטוב; איך וויל אז אלע בודקים זאלן זיך באטייליגן. &nbsp; איך האב גרויס הכרת הטוב פאר אייך אלע פאר אייער איבערגעגעבנקייט וואס איר געבט זיך אוועק יעדע וואך בודק זיין דעם עירוב ארום דעם שטעטל. &nbsp; זעט צו זיין פונקטליך ווייל איך פאר אריין אין שטאט באקן ערב פסח מצות. &nbsp; מיט&rsquo;ן אייבערשטנ&rsquo;ס הילף וועלן מיר קומענדיגע יאר זיין אין ארץ ישראל, און אויב נישט וועלן מיר האבן א מצה בעקעריי אין שטעטל. &nbsp; דאס איז נאך א רינגל אין די קייט פון פעולות אראפצושטעלן אלע געברויכן וואס א אידישע קהלה דארף האבן, און עס וועט זיך נישט אפשטעלן דא, נאר מען וועט ווייטער ארבעטן אהערצושטעלן אלעס וואס פעלט זיך נאר אויס. ובעזרת השם נעשה ונצליח. &nbsp; ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים

    < זעה מער כד אדר ב' תשפ"ב 📝
  • די געהויבענע נסיעה פון ראש ישיבה קיין ארץ ישראל - דאנערשטאג פרשת שמיני

    ווי באריכטעט נעכטן מיטוואך האט זיך דער ראש ישיבה ראש ישיבה ארויסגעלאזט אויף א נסיעה דינסטאג נאכט פון ניו יארק, ווי ער איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל נעכטן מיטוואך נאכט אין בני ברק, ווי עס איז אפגעהאלטן געווארן א שיינע קבלת פנים. דא וועלן מיר געבן עטליכע באריכטן אנגעהויבן פון קבלת פנים אין בני ברק, ביז היינט דאנערשטאג נאכמיטאג. &nbsp; נאכן שיעור אין בני ברק זענען אנשי שלומינו אריבער געבן שלום פארן ראש ישיבה. נאכדעם איז דער ראש ישיבה אריבער צום בית המדרש היכל הקודש בני ברק, ווי עס איז זיך צוזאם געקומען די חבורה אינגעלייט און בחורים, און דער ראש ישיבה האט געגעבן דארט א שיינע חיזוק שמועס. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה אריבער צו א חתונה פון א קרוב אין בני ברק, און דערנאך האט זיך דער ראש ישיבה ארויסגעלאזט קיין ירושלים, און איז אנגעקומען שפעט ביינאכט צום אכסניה. דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט זיינע שיעורים, און זיך געזעצט שרייבן בריוון צו ענטפערן פאר שואלים, און מחזק זיין אידישע קינדער. &nbsp; היינט דאנערשטאג אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד היכל הקודש אין ירושלים עיה"ק, נאך שחרית האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיינע שיעור פאר אנשי שלומינו אין ירושלים. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען באזוכן דעם שיינעם חדר "היכל הקודש" אין ירושלים, און מחזק געווען די קינדער און די מלמד, דער ראש ישיבה האט ארויף גערופן יעדן קינד באזונדער און געגעבן א געלעגענהייט צו פארציילן א "מעשה פון תפלה" דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט צו די קינדער, און ערקלערט וויאזוי דער הייליגער רבי איז געווארן א צדיק. "דער רבי איז געווארן אזוי גרויס" - האט דער ראש ישיבה געזאגט פאר די טייערע קינדערלעך - "נאר ווייל ער האט גערעדט צום אייבערשטן"!. &nbsp; דערנאך האט זיך דער ראש ישיבה מיט א שיינע קבוצה תלמידים ארויסגעלאזט צו מתפלל זיין ביי די הייליגע קברי צדיקים. צוערשט איז מען געגאנען צום קבר פון שמואל הנביא ווי מען האט געזינגען אינאיינעם דעם ניגון פון בעל התניא "איך דארף נישט קיינעם, נאר דיר באשעפער אליין" מיט גרויס התעוררות. &nbsp; דערנאך איז מען צוגעפארן צום ציון פון די מאמע רחל אמינו, צו פועלן ישועות, דארט האט דער ראש ישיבה ארויסגענומען א צעטל וואס דער "רענט קאמפיין" האט געגעבן פון אלע וואס געבן צושטייער, און דער ראש ישיבה האט געבעטן פאר יעדעם באזונדער.&nbsp; דערנאך איז מען געפארן צום מערת המכפלה ווי די הייליגע אבות און אמהות ליגן, ווי מען האט מתפלל געווען און געזינגען פילע ניגונים פון בענקשאפט צום אייבערשטן. דערנאך איז מען געגאנגען צום ציון פון הייליגן אור החיים און דער רש"ש אויפן הר הזיתים, פון דארט איז מען אריבער צום ציון פון שמעון הצדיק, און דארט געדאווענט מעריב. &nbsp; ווייטערדיגע באריכטן וועלן בעז"ה נאכפאלגן.

    < זעה מער כא אדר ב' תשפ"ב 📝
  • ראש ישיבה שליט"א אפגעפלויגן קיין ארץ ישראל פאר א קורצע באזוך

    אין די יעצטיגע מינוטן געפונען זיך הונדערטער אשני שלומינו פארזאמעלט אין איינע פון די גרויסע זאלן אין בני ברק ווי עס ווערט אפגעראכטן א גרויסע מעמד קבלת פנים פארן ראש ישיבה שליט"א וואס איז נארוואס אנגעקומען קיין ארץ ישראל, אינאיינעם מיט א סעודת יארצייט לרגל די הילולא פונעם הייליגן צדיק דער רבי רבי אלימלך פון ליזענסק זי"ע. הילד החשוב שמעון פרענקל ני"ו א אינגל פון צוועלף יאר, א תלמיד פון היכל הקודש, א זון פון הרה"ח יצחק שמואל שליט"א, גבאי ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים, וואס האט געפאלגט דעם הייליגן רבין, און במשך די לעצטע עטליכע יאר דורכגעזאגט גאנץ ש"ס, איז ארויפגעקומען און געמאכט ברבים דעם סיום הש"ס, במעמד פון ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; דער ראש ישיבה טרעט יעצט אויף מיט ווארימע ווערטער פארן ציבור, און איז מחזק צו פאלגן דעם רבין, בפרט אז מען זאל אנהייבן לערנען אויפן סדר דרך הלימוד, און טראסטן דעם רבין, וואס זאגט (שיחת הר"ן סימן ע"ו) "אין צריכים בלימוד רק האמירה בלבד", און דער ראש ישיבה זאגט: דער רבי איז מבטיח אז "וממילא יבין". &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט קיין ארץ ישראל נעכטן דינסטאג נאכט, ווי ער פארט צום הקמת המצבה פון זיין גרויסן זיידן דער גרויסער פוסק הגאון האדיר רבי יחזקאל רוטה זצ"ל. טראצדעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געפלאנט צו פארן פריוואט, האבן אבער א גרויסע צאל בחורים תלמידים געבעטן אויב זיי קענען מיטקומען, און דער ראש ישיבה שרייבט, אז למעשה האבן זיך בערך דרייסיג בחורים זיך מיטגעכאפט צוזאמען מיטן מנהל הישיבה הר"ר אברהם משה שטראסער שליט"א, און דער ראש ישיבה האט געשריבן אז מען וועט אויסנוצן די פאר טעג ביז קומענדיגע וואך זונטאג הבעל"ט, ארומצופארן אויף קברי צדיקים אין ארץ ישראל מיט די בחורים, און פועלן ישועות פאר גאנץ כלל ישראל. &nbsp; ווייטערדיגע אפדעיטס פון די נסיעה וועלן בעז"ה נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג. &nbsp; 🛒 פסח אין ברסלב סענטער &nbsp;

    < זעה מער כ אדר ב' תשפ"ב 📝
  • היסטארישער שמועס מיט הגאון רבי חיים קנייבסקי זצוק"ל איבער זאגן גמרא

    עס איז שוין היינט ברייט באקאנט דער סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן (שיחות הר"ן, סימן ע"ו), אז מען זאל זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה אפילו מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט, און אפילו מען געדענקט גארנישט וואס מען האט געלערנט, און אז א מענטש וועט זאגן אסאך די ווערטער פון די הייליגע תורה, וועט ער צום סוף פארשטיין און קענען די הייליגע תורה. מיט צוויי יאר צוריק, ווען פילע אידן האבן זוכה געווען מסיים צו זיין ש"ס, איז אפגעהאלטן געווארן אן אינטערעסאנטע שמועס מיט'ן גרויסן גאון רבי חיים קנייבסקי זצ"ל, וואס איז יעצט נסתלק געווארן לחיי עולם הבא, אין וואס ער שמועסט אויס דעם ענין, פאלגנד איז דער שמועס: &nbsp; פון וועלכן עלטער זאל מען אנהויבן מעורר צו זיין די קינדער זיי זאלן דורכלערנען גאנץ ש"ס?  רבי חיים: דער הייליגער חזון איש זצ"ל האט געהאלטן אז א אינגל זאל ענדיגן גאנץ ש"ס ביז צו זיין בר מצוה. &nbsp; איז דען דאס נישט "תפסת מרובה לא תפסת", עס איז נישט געכאפט צופיל אויף איין מאל? צו ענדיגן גאנץ ש"ס נאך פאר די בר מצוה?!  רבי חיים: נישט צו קענען גאנץ ש"ס, נאר דורצולערנען גאנץ ש"ס, איך האב אויך געלערענט מיט מיין זון גאנץ ש"ס ביז זיין בר מצוה. &nbsp; און אויב דאס קינד זאגט סתם די ווערטער אן פארשטיין? אדער אן ערוואקסענער וואס פארט אינטערוועגנס און וויל אויסנוצן די צייט, איז דא אן ענין בלויז צו זאגן דפים גמרא אפילו מ'פארשטייט בכלל נישט?  רבי חיים: זיכער! די גמרא זאגט (שבת סג.): "ליגמר אינש והדר ליסבר אף על גב דלא ידא מאי קאמר". א מענטש זאל לערנען אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער זאגט. &nbsp; אויב א קינד מאכט א סיום מסכתא, קען מען דאס רעכענען אלס א סיום פאר ערוואקסענע זיי זאלן מעגן עסן פלייש אין די ניין טעג, אדער צו פטר'ן תענית בכורים אום ערב פסח?  רבי חיים: יא. &nbsp; איר האט אמאל געגעבן א ברכה פאר א איד ער זאל ענדיגן 613 (תרי"ג) מאל גאנץ ש"ס, ווי אזוי איז דאס בכלל מעגליך?  רבי חיים: מען קען דורכלויפן אין קאפ גאנץ ש"ס אין א קורצע צייט במחשבה. &nbsp; האט דער הייליגער חזון איש זצ"ל זיך געפירט צו מאכן א סיום אין טאג פון א יארצייט?  רבי חיים: ווען דער הייליגער חזון איש זצ"ל האט געהאט יארצייט נאך זיינע עלטערן, האט ער גענומען א גמרא מסכת חולין און איז דורכגעגאנען די גאנצע מסכתא אין קאפ פאר א שעה צוויי, און געמאכט א סיום מסכתא. &nbsp; אויב זיצט מען ביי א שיעור גמרא, קען דאס ווערן גערעכענט פאר א סיום, אפילו מען האט נישט ארויסגעזאגט די ווערטער?  רבי חיים: לויט'ן גר"א קען מען מאכן א סיום נאר מיט'ן טראכטן די מסכתא, און זיכער ווען מען הערט עס ביים שיעור, "שומע כעונה". &nbsp; ענדיגן א מסכתא אן רש"י, קען ווערן גערעכנט פאר א סיום?  רבי חיים: יא, אביי האט דאך געמאכט א סיום [עבידנא יומא טבא לרבנן] אן פירוש רש"י (וואס איז נאכנישט געווען דעמאלטס, ווי פארשטענדליך). &nbsp; אויב האט מען פארפעלט אביסל פון די מסכתא, קען מען מאכן א סיום?  רבי חיים: עס איז נישט אזוי ווי קריאת התורה וואס יעדע אות איז מעכב, נאר אויב עס פעלט א גאנצע סוגיה. &nbsp; איינער האט געענדיגט א מסכתא און נישט געמאכט קיין סיום, דערנאך האט ער נאכאמאל איבערגעלערנט די מסכתא, קען ער יעצט מאכן צוויי מאל א סיום?  רבי חיים: יא. &nbsp; די נוסח פון הדרן וואס מען זאגט ביים ענדיגן א מסכתא, מעג מען זאגן אום שבת קודש?  רבי חיים: יא. &nbsp; וואס קען א איד טון ווען ער זעט אז ער איז נישט מצליח צו לערנען און געדענקען גאנץ ש"ס, כאטש ער וויל אזוי שטארק און האט שוין פרובירט פאר לאנגע יארן, און עס ארבעט זיך נישט אויס?  רבי חיים: ער זאל בעטן דעם אייבערשטן, תפילה העלפט אויף אלעס. &nbsp; ביי וועלכן פלאץ אינעם דאווענען זאל ער בעטן אויף דעם?  רבי חיים: סיי וואו ביים דאווענען. עס איז אבער נישט גענוג די תפלות פון שמונה עשרה, מען דארף אויך בעטן דעם אייבערשטן מיט אייגענע ווערטער, זיך אויסרעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס צו נאנטער גוטער פריינד. קוק נאך ביאור הלכה סימן תקע"א. &nbsp; וואס זאלן מיר מתפלל זיין פאר אייך ביי די מקומות הקדושים?  רבי חיים: מען זאל מיך לאזן לערנען... &nbsp; לולא תורתך שעשועי אז אבדתי בעניי

    < זעה מער יט אדר ב' תשפ"ב 📝
  • פרייליכע פורים טעג אין היכל הקודש

    א גאר שיינער פורים איז דורך אין ישיבה, מיטן ראש ישיבה, ווי מען האט זיך געפרייט און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די גרויסע נסים וואס ער טוט מיט אונז בימים ההם בזמן הזה. &nbsp; א שיינער ציבור איז זיך צזאמגעקומען אין בית המדרש, תענית אסתר צו מנחה, מען האט געגעבן מחצית השקל. און נאך מעריב, האט דער ראש ישיבה שליט"א געליינט די מגילה. &nbsp; ביינאכט זענען די בחורים ארום געפארן אויפלעבן אידישע שטובער. מען האט איבעראל געזינגען די שיינע ניגונים פון ישיבה וואס ווארעמט דאס הארץ צום אייבערשטן. &nbsp; אזוי אויך פורים אינדערפרי האט דער ראש ישיבה האט געליינט די מגילה אין ביהמ"ד. נאכן דאווענען האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכע טאנץ. &nbsp; נאכמיטאג זענען אידן כסדר ארויף געקומען צום ראש ישיבה אינדערהיים, ווי עס איז געווען זייער פרייליך, דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער דעם אז מען טאר נישט פארגעסן פונעם תכלית, אז מען גייט איין טאג אלעס איבערלאזן, און זיכער מאכן אז מען אסאך פון די סחורה וואס מען נעמט מיט לנצח נצחים. &nbsp; איינע פון די באטייליגטע פארציילט אז אינמיטן איז אריינגעקומען א אינגערמאן וואס זינגט אויף חתונות, דער ראש ישיבה איז געווען זייער פרייליך צו זען ווי ער גייט מיט א בארד, דערנאך האט דער ראש ישיבה אים געזאגט: "מאך זיכער צו בלייבן מיט דיין בארד, אז נישט וועלן דיינע קינדער אפלאזן אידישקייט ר"ל!". &nbsp; נאכמיטאג איז מען זיך צוזאם געקומען אין בית המדרש, ווי דער ראש ישיבה מיט אלע משתתפים זענען געשפרינגען און געטאנצן פאר לאנגע שעות נאכאנאד עד אפיסת הכחות, בערך צוועלף אזייגער האט מען געבענטשט און מען האט געדאווענט מעריב. און עס איז געווען שטארק מערקוורידיג צו זען, דער ישוב הדעת וואס עס האט זיך אראפגעלאזט אויפן ראש ישיבה ביים דאווענען און ברכת המזון.&nbsp; &nbsp; נאך מעריב האט דער ראש ישיבה געזאגט אפאר ווערטער, און געזאגט אז עס איז&nbsp; א גרויסע רחמנות אויף אידישע קינדער. מענטשן ווייסן נישט אז מ'קען זיין פרייליך א גאנץ יאר. מענטשן וואונדערן זיך, מענשט מאכן חוזק, וואס רעדט מען שוין דארט אין היכל הקודש? שלום בית, שלום בית, שלום בית... בשעת די פאר קליינע זאכן, ווי רעדן צום אייבערשטן, רעדן גוטע ווערטער אין שטוב, און לערנען אויפן סדר דרך הלימוד, מאכן דאס לעבן פון א מענטש אזוי זיס, און אזוי געשמאק. &nbsp; שושן פורים איז געפראוועט געווארן א שיינע סעודה מיט א פורים שפיל, ווי דער ראש ישיבה האט זיך געשטעלט אויף די ווערטער פון רבין וואס האט געזאגט פאר רבי נתן ווען ער איז אנגעקומען שושן פורים, "שושן פורים איז אויך פורים", דער ראש ישיבה האט געזאגט, אז דער רבי האט געמיינט צו זאגן אויך אז א טאג נאך שושן פורים, איז אויך נאך פורים, און סיי ווען עס איז. מ'קען פועלן ביים אייבערשטן, און אויפטון וואס מ'קען אויפטון פורים א גאנץ יאר. די זעלבע זאך אז א מענטש איז געוואר געווארן פון רבין ביי די דרייסיג, פופציג, אדער זיבעציג, דארפסט וויסן אז "שושן פורים איז אויך פורים", קענסט נאך פון יעצט אנהייבן צו פאלגן דעם צדיק און האבן א גוטע לעבן מיטן אייבערשטן. &nbsp; דערנאך האבן עטליכע טאלאנטפולע תלמדים חשובע בחורים און אינגעלייט אראפגעלייגט א שיינע פורים שפיל, מיט לצנותא דעבודה זרה, מען האט געשפעט פון די פארברעכערס וואס טרונקען אידיש בלוט, און אנשטאט זיי אויסצולערנען אז דער אייבישטער פירט די וועלט, און אז מען רעדט זיך אויס צו אים ווערט די מח אויסגעהיילט, אדער די פשוטע עצות וואס העלפט באמת "גיי אהיים צו דיין ווייב, הער איר אויס, בעט איר איבער אפילו זי איז שולדיג. רעד שיין צו איר, געב איר גוטע ווערטער", רייטן זיי אויף אידישע צרות, רעדן איין אז זיי קענען העלפן, צוערשט הייסן זיי זיך צוטיילן, נאכדעם זאל ער קומען אליינס, און נאכדעם זאל זי קומען, און רעדן צוזאם שטותים און הבלים פאר פייער און פאר וואסער, הויכע ווערטער וואס זיי אליינס פארשטייען נישט, און אזוי שלעפן זיין די צייט מעלקן זיי אויס פון אידן וואס גייען דורך צרות און יסורים זייער געלט און צייט. ענדליך נאך צוואנציג אפוינטמענטס, זאגן זיי זאגן פאר דעם מענטש, "איימעסארי, מען קען דיר נישט העלפן, ביסט א לאסט קעיס..." &nbsp; וימי הפורים האלו לא יעברו מתוך היהודים וזכרם לא יסוף מזרעם &nbsp; 📸 פורים שפיל אין ישיבה

    < זעה מער יח אדר ב' תשפ"ב 📝
  • תורה וועלט באוויינט די פטירה פון הגאון הגדול מרן רבי חיים קנייבסקי זצוק"ל

    "נהפך לאבל מחולינו" האט זיך ארויס געשריגן פון די הערצער פון כלל ישראל, ווען מען האט געהערט פארגאנגענעם ערב שבת קודש צו שושן פורים אז דער גאון וצדיק וואס האט געשאקעלט וועלטן מיט זיינס א ווארט, איז פלוצלים נסתלק געווארן לחיי העולם הבא, צום ווייטאג פון אלע שיכטן פון כלל ישראל. &nbsp; שבת קודש, ווען עס איז אויסגעקומען פארן ראש ישיבה שליט"א צו רעדן ביי סיפורי מעשיות, און ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט די גרויסע התמדה בתורה פונעם גרויסן גאון, ווי ער האט יעדעס יאר מסיים געווען ערב פסח ביי תענית בכורים נישט איין מסכת נאר כל התורה כולה. יעדע רגע איז געווען ביי אים אויסגענוצט און אויסגערעכענט, ער האט געהאט שיעורים צו ענדיגן יעדעס יאר, גאנץ ש"ס בבלי, ש"ס ירושלמי, אלע ברייתות, אלע מדרשים, זוהר הק', די ספרי הפוסקים, ווי דער רמב"ם, ארבעה טורים, שולחן ערוך, און נאך, וואס ער האט אנגעהויבן ערב פסח, און געענדיגט מיט צוועלף חדשים שפעטער, און אין אן עיבור יאר, ווי היי יאר תשפ"ב, האט ער עס געענדיגט אום פורים, און פלעגט אויסנוצן דעם איבעריגן חודש אדר, דורכצוגיין און מחבר זיין א ספר איבער אן ענין, און יעצט אום שושן פורים, א טאג נאכן מסיים זיין כל התורה כולה צענדליגע מאל, האט ער צוריק געגעבן זיין נשמה צום אייבערשטן, און עס קומט ארויף א לעבעדיגע ספר תורה, אן אנגעפילטער ארון הקודש מיט צדעליגע מאל כל התורה כולה. &nbsp; אבער דא קומט דער סמ"ך מ"ם צו גיין, און וויל אונז צוברעכן און מאכן טראכטן כאילו דער אייבישטער האט געגעבן זיין זיסע און לעכטיגע תורה נאר פאר די געציילט צדיקים און גאונים. ניין האט דער ראש ישיבה געזאגט, דער גרויסער גאון רבי חיים זי"ע איז נישט געווארן א גאון דורך א גוטע קאפ, אדרבה, ער האט אלע זיינע יארן פון אלס קינד נאך, "געזאגט" ש"ס, געזאגט אלע הייליגע ספרים, און ווי דער גאון האט עדות געזאגט, האט ער צו שוין פאר זיין בר מצוה אנגעהויבן דורכצוזאגן ש"ס. און ווי אלע וואס האבן געזען דעם גאון קענען עדות זאגן, אז אזוי האט ער זיך געפירט כל ימיו, ווי מען האט געזען ווי ער זאגט דורך ש"ס. און, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט אין שיחות הר"ן סימן ע"ו, "אין צריכים בלימוד רק האמירה בלבד, וממילא יבין", אזוי איז טאקע געשען ביים דעם גרויסן גאון, ווי די הייליגע תורה האט געעפענט זיין קאפ, און עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט, און מיט זיין גרויס התמדה, האט ער זוכה געווען, אז ער האט געקענט כל התורה כולה, יעדע אזוי גערופענע "פארשטופטע" מאמר חז"ל, איז געווען ביי אים כמונח בקופסא. &nbsp; דער גרויסער גאון האט טאקע מעודד געווען אנדער אז זיי זאלן אויך אזוי טון, און אז מען זאל אויסלערנען פאר די קינדער אז מען זאל "זאגן" ש"ס און זיך מאכן א ציל צו ענדיגן ש"ס אויף די בר מצוה. דער ראש ישיבה האט געזאגט, יעצט איז די צייט זיך מחזק צו זיין אין התמדת התורה, אנצופילן דעם גרויסן חלל וואס דער גאון האט געלאזט אויף דער וועלט, "הייב אן זאגן ש"ס" האט דער ראש ישיבה געזאגט, "אפשר וועסטו זוכה זיין צו ווערן דער קומענדיגער רבי חיים!". &nbsp; כי הם חיינו ואורך ימינו

    < זעה מער יז אדר ב' תשפ"ב 📝
  • זמנים פון פורים אין היכל הקודש

    די הייליגע פורים טעג ווערט געפראוועט ביי אנשי שלומינו מיט גרויס געהויבנקייט, עס איז גאר אנדערש א פורים ווען מען לעבט מיטן אייבערשטן, און מען נוצט אויס דעם גרויסן טאג מיט אן אמת'ע שמחה. &nbsp; דא וועלן מיר איבערגעבן די זמנים פון יום טוב פורים אין היכל הקודש: אין וויליאמסבורג ביים ראש ישיבה שליט"א וועט מען דאווענען מנחה תענית אסתר אום 7:00, קריאת המגילה אום 8:10. שחרית 9:00, און וועט זיין בעז"ה 10:00 קריאת המגילה. &nbsp; פורים נאכמיטאג אום 6:00 וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם קומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סט. צו משתה היין, ווי מען וועט זיך פרייען אינאיינעם אשר בנחל שם גורלינו, והבדלינו מן הטועים ונתן לנו תורת אמת. &nbsp; אין קרית יואל, אין ביהמ"ד היכל הקודש 8 פרעמישלאן: מנחה אום 7:20, מגילה ביינאכט אום 8:10, שחרית 9:00, קריאת המגילה 10:00. &nbsp; אין קרית יואל, אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 8 העיס: 7:15 מחצית השקל, 7:30 מנחה, 8:00 מעריב, און דערנאך קריאת המגילה. צופרי 9:30 שחרית, 10:30 קריאת המגילה. &nbsp; אין קרית יואל, אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו: שיעור גמרא 7:15, מחצית השקל און מנחה 7:30, קריאת המגילה 8:15. שחרית 9:00, קריאת המגילה 10:00. &nbsp; אנשי שלומינו אין קרית יואל וועלן זיך צוזאם קומען פורים נאכמטיג אום 7:00 אין שטוב פון הר"ר יואל פארקאש שליט"א 17 חברון דר. #101 . ווי מען וועט זיך פרייען אינאיינעם און דאנקען דעם אייבערשטן. &nbsp; מוצאי שבת קודש וועט מען פראווען אינאיינעם א סעדות שושן פורים אין ביהמ"ד הכיל הקודש אויף 27 סקילמאן סט. אין וויליאמסבורג, ווי דער ראש ישיבה וועט געבן בעזר השם א שיינע שמועס, און אויך וועט ווערן אויפגעשפילט א שיינע פורים שפיל מיט לצנותא דעבודה זרה. דער ווייבער שול וועט אי"ה זיין אפן פאר די נשים צדקניות. &nbsp; אין א בריוו פון ראש ישיבה פארגאנגענעם עש"ק שרייבט דער ראש ישיבה וויכטיגע נקודות וויאזוי אויסצונצן דעם הייליגן יום טוב אויף די ריכטיגע וועג: &nbsp; "איך וויל ענק שרייבן אביסל פון פורים, אז איר וועט זיך צאמקומען פורים אנשי שלומינו אין יעדע פלאץ &ndash; איז דאס זייער א גרויסע זאך; פארשטייט זיך נאכן גיין צו די עלטערן. עס איז אזוי פרייליך ווען אנשי שלומינו נעמען זיך צאם, מען טאנצט אינאיינעם אויף די גרויסע נס אז מיר זענען ביי מרדכי הצדיק, מיר זענען נישט ביי המן און עמלק." &nbsp; "מען דארף נישט טרינקען צו ווערן שיכור ווי לוט, פארפאסן מנחה, מעריב, ברכת המזון, קריאת שמע, ליגן אין ברעכאכץ; טרינקט פון די אונגארישע וויין, פון רבינ'ס יין המשומר. זייט אייך מקבל אריינצוברענגען אין די גאנצע וועלט די זיסע שכל פון רבי'ן, די פשוט'ע ריינע זיסע אמונה. ווען מען האט א קלארע אמונה אז דער אייבערשטער פירט די וועלט &ndash; דארף מען שוין גארנישט, מען לעבן שוין דא אויף די וועלט אין גן עדן." &nbsp; "פורים אינדערפרי זאלט איר קומען אין שול לערנען די שיעורים כסדרן, חומש רש"י, ח"י פרקים משניות, גמרא, בי"ת נצחי וכו'." &nbsp; "פורים איז א צייט פון (ירושלמי מגילה פרק א, הלכה ד): "כָּל הַפּוֹשֵׁט יָד נוֹתְנִים לוֹ", ווער עס שטרעקט אויס זיינע הענט, ער בעט הילף צו קענען אויפשטיין, נישט בלייבן ליגן געפאלן &ndash; העלפט מען אים." &nbsp; "פורים איז א צייט וואס מען קען זוכה זיין צו ווערן נאנט צום אייבערשטן; מען קען הערן פון מענטשן, פון אלע סארט קרייזן, אלע שרייען אייבערשטער, אלע רעדן אמונה, אלע ווילן זיין גוט. בפרט אנשי שלומינו ווען זיי טרינקען איז עס גאר אנדערש, מען וויינט צום אייבערשטן, מען וויל זיין גוט, עס קומט ארויס דער אמת'ער סוד, אז איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין א צדיק." &nbsp; "פורים איז א צייט וואס מען קען זיך איבערבעטן; אפילו מיט מענטשן מיט וועם מען איז צעקריגט &ndash; קען מען זיך איבערבעטן מיט א משלוח מנות, מתנות לאביונים; דאס איז די גרויסקייט פון פורים, נאך גרעסער פון יום כיפורים. מוהרא"ש האט אזוי שטארק געווארט צו זען ביי אנשי שלומינו די ליבשאפט וואס דער רבי האט געזאגט עס וועט זיין צווישן אונז (חיי מוהר"ן, סימן רצב)." &nbsp; והימים האלו נזכרים ונעשים בכל דור ודור

    < זעה מער יג אדר ב' תשפ"ב 📝
  • הערליכע ביכל "מעשה'לעך פאר קינדער" גייט שוין צום דרוק ב"ה

    אין די יעצטיגע טעג גייט צום דרוק דער ערשטער פון א סעריע ביכלעך "מעשה'לעך פאר קינדער" אנגעפילט מיט תוכן'דיגע מעשיות, אראפגעשריבן אויף א קלארע שפראך געשריבן געווארן דורכן ראש ישיבה שליט"א, מיט אויג פארכאפענדע בילדער וואס ציעט די אויגן פון די טייערע צאן קדשים, געמאלן דורכן היימישן מעלער פון ארץ ישראל הר"ר יחיאל בליאש שליט"א. &nbsp; די מעשיות זענען אראפגעשריבן געווארן וועכענטליך דורכן ראש ישיבה שליט"א, און איז געדורקט געווארן במשך די לעצטע יאר ביים סוף פון די וועכענטליכע "עצתו אמונה" קונטרסים, מיט וואס אלע האבן זיך מחיה געווען. יעצט איז געקומען די צייט, ווען עס האט זיך שוין אנגעזאמעלט א שיינע צאל מעשה'לעך, האט מען דאס צוזאם גענומען לפונדק אחד, און מען גייט עס דרוקן מיט שיינע גרויסע געפינטלטע אותיות, אויף שטארקע דויערהאפטיגע פאפיר&nbsp; געאייגענט פאר די קינדער. דער גאנצער ביכל איז איבערגעקוקט געווארן דורכן ראש ישיבה פארן גיין צום דרוק, און האט אנגעוויזן אויף יעדע פרט וואס צו טון. &nbsp; דער ביכל וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ארייבאקן אין די טייערע קינדערלעך תינוקות של בית רבן אמונה, דרך ארץ, תורה, תפילה,&nbsp; שמחה של מצוה, מידות טובות, תמימות, און וועט זיי העלפן וואקסן אין יראת שמים וואס וועט זיי באגלייטן דעם גאנצן לעבן. &nbsp; דער ראש ישיבה שרייבט איבער דעם נייעם ביכל אין א בריוו פון זונטאג ויקרא העעל"ט "איך האב באקומען דעם קינדער ביכל "מעשה'לעך פאר קינדער'לעך"; איך בין אזוי איבערגענומען פון די שיינע ארבעט וואס דו האסט אהערגעשטעלט; אזוי שיין די גרעפיקס, אזוי שיין די אויסשטעל; דאס וועט זיין א שטארקע זאך פאר די מפיצים, מען וועט גיין מיט דעם ביי די הייזער, עלטערן וועלן דאס זען וועלן זיי דאס נעמען פאר די קינדער; די מעשיות זענען פול מיט יראת שמים און ריינע אמונה." &nbsp; די נייע ביכלעך גייען שוין צום דרוק אין די טעג, און בקרוב וועט מען עס בעז"ה שוין קענען באקומען אויפן ברסלב סענטער שאפ וועבסייט, ביים קרן הדפסה, און ביי די מפיצים. &nbsp; "איך זאג אז סיפורי מעשיות וועקט אויף א מענטש פון שלאף" (חיי מוהר"ן סימן כ"ה) 📰 אומבאשרייבליכע שבת און סיום סדר מועד על סדר הש"ס 💿 נייע הערליכע סידי "איך דארף נישט קיינעם" פאר בלויז $2.99 🛒 קרן הדפסה איז גרייט אויף פורים 📰 פורים אין ישיבה תפארת התורה 📖 ספרים אויף פסח &nbsp; &nbsp; &nbsp; &nbsp;

    < זעה מער יב אדר ב' תשפ"ב 📝
  • פורים אין ישיבה תפארת התורה

    נאך א יאר איז אריבער וואס די מפיצים האבן ווייטער פארשפרייט און מפרסם געווען די עצות און שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א, און די הייליגע דיבורים איז שוין היינט בכלל נישט קיין סוד, צענדליגע טויזנטער אידן שעפן זייער חיות און לופט צום אטעמען פון די שיעורים פון ראש ישיבה, מען לערנט דורך פון דעקל צו דעקל יעדע גליון, יעדע קונטרס, יעדע סידי, און מען שלינגט מיט דורשט די ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א. אידן שפירן אז די דיבורים פון הייליגן רבי'ן רעדן צו זייער נשמה און שפירן אז עס איז דא ארבי וואס פארשטייט וואס עס גייט דורך אויף אונזער דור, און געבט אונז די וועג צו האבן א זיסע וועג צום לעבן, און מען הייבט אן לעבן א נייע לעבן, א לעבן מיטן אייבערשטן. &nbsp; אויב קוקט מען זיך אום איז זייער מערקווירדיג דעם גרויסן חילוק ווי עס האט אויסגעזען 15 יאר צוריק ווען די ישיבה איז געעפנט געווארן, ביז היינט. אנהויב האבן מענשטן בכלל נישט באגריפן וואס די הייליגע ישיבה איז, און וואס פארא לעכטיגקייט דאס ברענגט פאר אידישע קינדער. אצינד האט זיך דאס אלעס ב"ה אינגאנצן געענדערט, א דאנק די הייליגע מפיצים וואס פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ווערטער אויף אלע מיני וועגן, און עס הערשט היינט צו טאגס א געוואלדיגע צמאון און דורש צו הערן און מיטהאלטן וואס טוט זיך אין ישיבה. אידישע קינדער זענען "לא צמא ללחם ולא צמא למים", מען שפירט פאר די גרעסטע זכי' צו קענען האבן א חלק און שטיצן די געוואלדיגע פעולות פון די הייליגע ישיבה, מען זוכט נאר "לשמוע את דבר ה'". &nbsp; די פארלאנג ווערט וואס א יאר עס גייט אריבער שטערקער און שטערקער. און אין די פארגאנגענע עטליכע יאר איז שוין געווארן אוממעגליך נאכקומען דער גרויסער פארלאנג פון משפחות וואס בעטן אז די בחורים זאלן ארויפקומען צו זיי אום פורים, און דאס איז ב"ה געווען גאר שיינע הכנסה פאר די הייליגע ישיבה. &nbsp; מען פרובירט דאס בעסטע נאכקומען די גרויסע פארלאנג און יעדעם קענען צופרידן שטעלן, דערפאר האט מען איינגעשטעלט אז מען גייט נישט ארויף צו קיינעם נאר מיט א פאראויס באשטימטע אפוינטמענט. איר קענט נאך באשטעלן די בחורים צו קומען משמח זיין ביי אייך אום פורים דורכן רופן 917-232-9070. &nbsp; עקסטער גרייטן די בחורים און אינגעלייט מיט א שיינע פראגראם פאר מוצש"ק צו ווי מען מען וועט זיך בעז"ה צוזאם קומען און זיך משמח זיין אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג, מען וועט זיך וואשן צו מלוה מלכה און סעודת שושן פורים, דער ראש ישיבה וועט בעז"ה אויפטרעטן, און א הערליכע פלעי וועט בעז"ה געשפילט ווערן דורך די אינגעלייט און בחורים. &nbsp; והעיר שושן צהלה ושמחה &nbsp; 📰 אומבאשרייבליכע שבת און סיום סדר מועד על סדר הש"ס 💿 נייע הערליכע סידי "איך דארף נישט קיינעם" פאר בלויז $2.99 🛒 קרן הדפסה איז גרייט אויף פורים 📖 ספרים אויף פסח

    < זעה מער יא אדר ב' תשפ"ב 📝
  • הונדערטער משפחות אנשי שלומינו לעבן מיט אן אומבאשרייבליכע שבת התוועדות אין ארמון האטעל

    די פאפיר איז צו קורץ אפצושרייבן באריכות דעם הערליכן שבת, וואס איז אריבער אויף די אריבער 500 משפחות פון אנשי שלומינו דעם פארגאנגענעם שבת קודש אינעם ארמון האטעל סטעמפארד קאנעטיקוט. &nbsp; מיר וועלן אבער פרובירן אראפצושרייבן ממש אויפן שפיץ גאפל א שטיקל באריכט פונעם שיינעם שבת, ווי אלע באטייליגטע האבן זיך אויסגעדריקט איז דער שבת געווען צוגעשטעלט אויפן העכסטן סטאנדארט ברוחניות ובגשמיות. אלע האבן ארויסגענומען פונעם שבת א גאר גרויסן תועלת, סיי די עלטערן, סיי קינדער, מענער און פרויען. אלעס איז געווען גאר גוט אהערגעשטעלט. סיי די סעודות, די דרשות, די פראגראמען. &nbsp; פרייטאג נאכמיטאג האט זיך אנגעהויבן די פלוס פון געסט וואס זענען געקומען צו פארן פון די גאנצע וועלט, בפרט איז געקומען א גרויסע עולם פון ארץ ישראל, פון ענגלאנד, און פון קאנאדע. &nbsp; אלע באטייליגטע זענען געווארן זייער שיין אויפגענומען דורך די עסקנים, וואס האבן געגעבן פאר די משתתפים א זעקל מיט א נייע קונטרס "תפילות פאר די אידישע שטוב" תפילות פאר פרויען פון מוהרא"ש, אלע גליונות פון די וואך, און נאך פארשידענע זיסווארג. &nbsp; די צימערן זענען געווען זייער שיין צוגעגרייט, אזוי אויך איז געווען א גאר געשמאקע טועמיה צוגעשטעלט. &nbsp; עש"ק ביים זמן זענען די פרויען געגאנגען צינדן לעכט ביים דעזיגנירטע פלאץ, ווי די פרויען האבן אויסגעבעטן ביי די לעכט ערליכע דורות. די קינדער אנגעפירט דורך די פילע געטרייע מלמדים זענען געווען פארזאמעלט אין די לאבי און געזונגען שיינע ניגונים לכבוד שבת קודש. &nbsp; דערנאך איז מען אריין אין ביהמ"ד, דער דיין הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א האט געדאווענט א ווארימע מנחה. דערנאך האט מען געהערט אפאר ווערטער פון ראש ישיבה, וואס האט ארויסגעברענגט אז דער ציל פונעם שבת איז זיך מחזק צו זיין ווייטער צו לערנען יעדן טאג א בלאט גמרא. אויך האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז יעצט שבת זכור דארף מען געדענקען זיך נישט לאזן פון עמלק וואס וויל מאכן אז אידישקייט זאל ווערן פונעם טפל און מיר זאלן פארגעסן ח"ו פונעם עיקר. &nbsp; דערנאך האט מען געדאווענט א געשמאקע קבלת שבת מיטן בעל תפילה מו"ה מאטי המייליך הי"ו. &nbsp; נאכן דאווענען האט מען אויסגערופן אז נאכן סעודה וועט זיין דער באטע, מיטן שלום זכור און וואך נאכט צום בן הנולד ביי מו"ה רפאל פורסט הי"ו, און צום שבע ברכות פון החתן אברהם נ"י בן הר"ר חיים אלי' צוויבל שליט"א, עב"ג בת הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א. &nbsp; דער סעודה איז געווארן הערליך אפגעראכטן אין לאנטש רום, און די קינדער האבן געגעסן עקסטער, די אינגלעך מיט די מלמדים, און די מיידלעך מיט די טיטשערס. &nbsp; דער ראש ישיבה איז געקומען צום באטע אין ביהמ"ד אום 10:30 ווי מען האט אינאיינעם געזונגען זמירות שבת קודש, עקסטער האט מען געזונגען דעם "מעין עולם הבא" מיט גרויס התערורות, אויך ביי "צמא נפשי" האט מען זיך שטארק צופייערט. &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט ביים באטע, פארוואס מ'איז דא, מענטשן זאלן נישט טראכטן פארוואס קום איך, פארוואס קומט ער. ווען משיח וועט קומען וועט ער אויסלערנען אז מ'זאל קוקן אויף די נקודות טובות פון אידישע קינדער, און א מענטש דארף האלטן פון זיך, האבן אמונה אין אייבערשטן אין צדיק און אין זיך, און אזוי&nbsp; מעקט מען אויס עמלק. &nbsp; אינדערפרי, איז נישט געווען קיין שיעור אין ספר פעולת הצדיק. אנשי שלומינו האבן געזען א ביישפיל וואס מיינט העלפן אין שטוב. דער ראש ישיבה איז געווארן פארנומען מיט געבן צו עסן פאר זיינע קליינע קינדער וואס האבן זיך אויפגעוועקט פרי. &nbsp; פארן דאווענען האבן זיך צוזאם גענומען א גרופע קינדער מיט די מלמדים, און געזאגט תהלים מיט גרויס התעוררות. &nbsp; אום 9:30 איז דער ראש ישיבה אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום דאווענען. פסוקי דזמרה האט געדאווענט הר"ר עזרא בוים שליט"א, און צו שחרית איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען. ביים ליינען האט מען צוטיילט די עליות פאר די פילע בעלי שמחה קיין עין הרע. &nbsp; נאכן דאווענען איז געווען א ברייטע קידוש, ווי דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט סיפורי מעשיות, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט וואס דער רבי זאגט "ווילאנג דער בלעטל היט אויף דיר, דארפסט פון גארנישט מורא האבן". אז דאס גייט ארויף אויפן "בלאט גמרא", און האט ארויסגעברענגט אז לערנען האט גארנישט צו טון מיט קיין פארטייען. &nbsp; דאן איז מען געגאנגען צום סעודה וואס איז געווען צוגעשטעלט כיד המלך לכבוד שבת בשר וגדים וכל מטעמים, מען האט געזונגען אסאך שיינע זמירות ותשבחות צום אייבערשטן אינאיינעם. &nbsp; נאכן סעודה איז דער ראש ישיבה געגאנגען צו די זאל ווי קינדער האבן געגעסן, און געזאגט מיט זיי תהלים, און געזאגט א הארציגע שמועס, דער ראש ישיבה האט פארציילט מעשיות פון רבין, און אריינגעלייגט יראת שמים אין די קינדער. דערנאך האט דער ראש ישיבה געטיילט גוט זאכן פאר די קינדער. &nbsp; ביי שלש סעודות איז געווען א גאר ווארימע שמועס פון ראש ישיבה, וואס האט ארויסגעברענגט די גרויסע עת רצון וואס ווערט אין הימל ווען א איד זאגט פארן אייבערשטן אז ער וויל צוריק קומען צום אייבערשטן, און ווי שטארק דער אייבערשטער ווארט אויף אונז, אז מיר זאלן רעדן צו אים. &nbsp; נאך מעריב איז געווארן אויפגעשטעלט א מחיצה אין לאבי, און דער ראש ישיבה איז ארויפגעגאנגען הויך אויפן שטאק אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן די הבדלה. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט מוזיק, און געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די שיינע שבת וואס מ'איז אריבער. &nbsp; מוצאי שבת קודש איז פארגעקומען דער גרויסער סיום סדר מועד על סדר הש"ס, צו וואס נאך פילע הונדערטער משפחות זענען געקומען צו פארן.&nbsp; פילע הונדערטער אנשי שלומינו מיט זייערע משפחות האבן זיך געפרייט אינאיינעם בשמחת התורה, ווען די גאנצע קהילה סיי די טייערע בחורים, די אינגעלייט, און די בעלי בתים, האבן אלע אינאיינעם זוכה געווען במשך די לעצטע צוויי יאר יעדן טאג, טאג איין טאג אויס לערנען איין בלאט פון ש"ס, און יעצט זוכה געווען אז מען הייבט שוין אן סדר נשים אין ש"ס. &nbsp; דער יושב הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א האט ארויסגעברענגט וואס ברענגט צוזאם די אלע אידן פון אלע שיכטן, פון אלע עקן וועלט, פון אלע חסידות'ן, דאס איז די גמרא, דאס ברענגט אונז צוזאם. &nbsp; דערנאך האט מען געהערט שטארקע ווערטער פונעם דיין הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, וואס האט צוגעברענגט די גמרא וואס זאגט אז מען האט געוויזן פאר די אידן פארן אהיים פארן פון עולה רגל זיין אז די ברויט פון לחם הפנים איז נאך הייס, און די גמרא פירט אויס אז מען האט געזאגט פאר די אידן "ראו חבתם לפני המקום", האט ער געזאגט אז דאס קומט אונז דערמאנען אז מיר גייען יעצט אהיים, דארפן מיר געבן פאר אונזערע קינדער "ווארימע ברויט", א ווארימע שטוב, דורך דעם וואס מיר זאגן פאר זיי "דער אייבערשטער האט ענק ליב". &nbsp; הר"ר יעקב לעסער שליט"א האט מסיים געווען מסכת חגיגה, און דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ און געדאנקט דעם אייבערשטן אז מען האט די זכיה צו לערנען די הייליגע תורה. &nbsp; דערנאך האט מען געהערט זייער א שיינע שמועס פון ראש ישיבה, דער ראש ישיבה האט שטארק גערעדט איבער דריי זאכן איבער זיך שטארקן צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא, און זאגן די ווערטער, איבער דעם אז א איד זאל פרובירן די עצה פון הייליגן רבין און רעדן צום אייבערשטן, און אזוי פועלן אלע ישועות, און איבער רעדן שיין צו די ווייב, און זיך היטן די אויגן, און אזוי וועט מען ליב האבן אהיים צו קומען צו די ווייב. דער ראש ישיבה האט בתוך הדברים ארויסגערופן א בחור וואס האט פאריגע וואך ביי זיין בר מצוה זוכה געווען צו פראווען דארט זיין סיום הש"ס. &nbsp; דערנאך האט מען געוויזן פרעזענטאציע פון די נסיעה פון ראש ישיבה צו די מקומות הקדושים אין אונארן. און צום לעצט האט דער ראש ישיבה געטיילט פארן גאנצן עולם קליינע גמרות מסכת יבמות, געאייגענט מיט צו נעמען אויפן וועג. &nbsp; נאכן בענטשן האט מען זיך ווייטער געפרייט און געטאנצט ביז אין די פריע פארטאגס שעה. &nbsp; בילדער, קליפס, דרשות וועלן בעזרת השם נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג. &nbsp; פקודי ה' ישרים משמחי לב

    < זעה מער י אדר ב' תשפ"ב 📝
  • דער לאנג ערווארטערטער אלבום "איך דארף נישט קיינעם" ערשינען!

    נאך חדשים וואס דער ראש ישיבה שליט"א ארבעט אויפן נייעם אלבום "איך דארף נישט קיינעם", האט דער אייבישטער געהאלפן, אז דער נייער אלבום איז היינט ערשינען לאור עולם, צו די גרויסע שמחה פון אלע אונזערע ליינער. &nbsp; אין דעם פראיעקט איז אריינגענומען געווארן דאס בעסטע פון דאס בעסטע. דער ראש ישיבה האט אויסגעוועלט און געקליבן די בעסטע ניגונים פון ישיבה, און ב"ה עס איז געלונגען צוזאם צו שלעפן א פראפעסיאנאלע סטעף פון די בעסטע מוזיקאלישע עקספערטן פון אמעריקע און ארץ ישראל וואס האבן באגלייט און ארענדזשט דעם גאנצן פראיעקט, און אויסגעשטעלט די מוזיק מיט די באגלייטונג פון א גאר רייכע היימישע כאאר. עס איז געווארן אראפגעכאפט אין די פארגעשניטענסטע רעקארדינג סטודיאס, און געווארן געמיקסט דורך די בעסעטע מיקסינג מומחים. &nbsp; דער אייבישטער האט געהאלפן, אז עס ארויסגעקומען א גאר גאר רייכער אלבום, מיט א קאלעקציע פון ניגונים וואס בארירן די טיפסטע סטורנעס פון הארץ, פלאקערן אויף די אידישע נשמה, און בלאזט אריין חיות אין אידישע קינדער. &nbsp; די וואס האבן עס אויסגעהערט זאגן עדות, אז אזא סידי איז נאך נישט געווען אויף די אידישע מארקעט, א סידי וואס איינמאל מען לייגט עס אריין אינעם פּלעיער, קומט עס נישט ארויס פון דארט, עס ציעט דאס הארץ, און צינדט א אומאויפערליכע בענקעניש צום אייבערשטן, וואס מען קען נישט אויסלעשן. &nbsp; 💿 צו קויפן דער סידי פאר בלויז $2.99 🎧 צו הערן דעם סידי אנליין אויף "ברסלב סענטער" 💿 שיינע סידיס פון ישיבה פאלגענד זענען די עלף טרעקס פון דעם נייעם הערליכן אלבום: &nbsp; 1 - באניי מיר באשפער באניי מיר מיין הארץ, איך וויל זיך צו דיר צוריק קערן,&nbsp; באשפער באניי מיר מיין הארץ, איך וויל שוין א צדיק ווערן, באשפער באניי מיר אינגאנצן, פלאקער מיר אויף מיין הארצן, איך הייב יעצט אן פון ניי! &nbsp; 2 - איך דארף נישט קיינעם מי לי בשמים, ועמך לא חפצתי בארץ, איך דארף נישט קיינעם, נאר דיר באשעפער אליין! נישט דער וועלט, נישט יענער וועלט, נאר דיר באשעפער אליין! &nbsp; 3 - נארישקייטן ווילאנג נאך - רבונו של עולם, וועל איך טון נארישקייטן, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל זיין אן ערליכער איד! &nbsp; 4 - טאטע טאטע, איך וויל זיין אן ערליכער איד, דער יצר הרע ברענט און בריעט, ער לאזט מיר נישט אפ, ער ווארפט מיר כסדר אראפ. &nbsp; טאטע - וויפיל איך פרוביר, ס'געט זיך גארנישט קיין ריר, איך ווער נאר אלץ ווייטער און ווייטער פון דיר. &nbsp; טאטע - איך בין אזוי צובראכן, אזוי ווייט בין איך פארקראכן,&nbsp; מיין נשמה - צושניטן און צוריסן, אין די זייט, אזוי ווייט, אזא לאנגע צייט. &nbsp; טאטע - איך פאלג נאר דעם יצר דעם שלעכטן, אוי - ווער קען מיין נשמה פאררעכטן, יעדן טאג - איך ווער נאר ערגער פון נעכטן. &nbsp; טאטע - איך גייט טון וואס דער רבי זאגט, רעדן צו דיר יעדן טאג, דאס איז די איינציגסטע עצה וואס איך פארמאג, &nbsp; טאטע - די עצה פון רעדן צו דיר, דערציילן א יעדע ריר, קיין אנדערע עצה איז נישטא פאר מיר. &nbsp; טאטע - דער רבי טוט אונז דערמאנען, קיין יאוש איז גארנישט פארהאנען, מ'דארף זיך מיטן אייבערשטן אויס'טענה'ן, נישט אפלאזן, נישט אויפגעבן, א גאנצן לעבן. &nbsp; טאטע - איך לאז אפ די וועג דעם שלעכטן, איך גיי מיינע מעשים פאררעכטן, איך וועל היינט זיין בעסער פון נעכטן. &nbsp; 5 - א גוטע עצה ותקנינו בעצה טובה מלפניך, רבונו של עולם, טאטע זיסער, געב מיר א גוטע עצה, איך זאל וויסן - וויזאוי זיך צו פירן. &nbsp; 6 - איך שריי טאטע איך שטיי אליינס צומישט, איך ווייס נישט די וועג, וואו אנצופאנגען, &nbsp; ארויסגיין פון מיין שלעכסט, פון מיין יצר הרע, וואו איך בין געפאנגען. &nbsp; איך בין אינגאצן פארלוירן, וואס גייט פאר מיט מיר, טאטע עפן מיר מיין מויל, איך וויל רעדן צו דיר! &nbsp; טאטע, איך שריי צו דיר טאטע, איך בעט פון דיר טאטע, נעם אן מיין געבעט, אוי! &nbsp; רבונו של עולם, איך ווייס נישט וואס צו טון, איך וויל זיין ערליך. &nbsp; די יצר הרע ברענט, איך האלט עס מער נישט אויס, &nbsp; ס'איז אזוי געפערליך! &nbsp; רבונו של עולם, האב רחמנות אויף מיר, איך וויל באמת תשובה טון, עפן מיר די טיר! &nbsp; טאטע, איך שריי צו דיר טאטע, איך בעט פון דיר טאטע, נעם אן מיין געבעט, אוי! &nbsp; איך פיל מיך אזוי גוט, איך פיל מיך אזוי פיין, ווען איך טראכט פון דיר. &nbsp; אפילו איך בין אליין, קיינער קען מיר נישט פארשטיי, אבער דו ביסט מיט מיר. &nbsp; אין א יעדע מצב, נישט קיין חילוק וואס איך טו, פיל איך אזוי גוט, ווייל דו ביסט מיט מיר! &nbsp; טאטע, איך שריי צו דיר טאטע, איך בעט פון דיר טאטע, נעם אן מיין געבעט, אוי! &nbsp; 7 קיין יאוש ברודער הער זיך צו, וואס דער הייליגער רבי טוט אונז זאגן: "געוואלד, זייט אייך נישט מייאש, וואס ס'זאל נאר זיין!" &nbsp; ס'וועט נאך קומען גוטע צייטן, ס'וועט נאך זיין גוט, ברודער ברודער - זייט אייך נישט מייאש! &nbsp; 8 - אין ברסלב אין ברסלב ברענט א פייער, צינד עס אן אין מיין הארץ, &nbsp; איך האב אויסגעפירט, און איך וועל אויספירן, איך האב געענדיגט, און איך וועל ענדיגן, איך בין א טייך וואס רייניגט, פון אלע שמוציגע פלעקן. &nbsp; איך בין א וואונדער, און מיין נשמה איז א גרויסע וואונדער, אזא חידוש ווי איך בין, איז נאך קיינמאל נישט געווען. &nbsp; 9 - קשיות רבנו של עולם, איך בין אינגאנצן אליין. רבונו של עולם, קיינער קען מיר נישט פארשטיין! העלף מיר - רבונו של עולם: איך זאל נישט האבן קיין קשיות אויף דיר, איך זאל אייביג גלייבן אין דיר. &nbsp; אוי אוי - העלף מיר שוין, העלף מיר - רבונו של עולם, איך זאל נישט האבן קיין קשיות אויף דיר, איך זאל אייביג גלייבן אין דיר. &nbsp; 10 - דע דע, שעיקר הדביקות והתחברות להשם יתברך, הוא על ידי התפלה. &nbsp; אזוי זאגט דער היילגער רבי, אין ליקוטי מוהר"ן די צווייטע חלק סימן פ"ד, וויאזוי קען א מענטש ווערן נאנט צום הייליגן באשעפער, קען מען נאר דורך תפלה. &nbsp; 11 - געוואלד היילגער באשעפער, וואס וועט זיין מיט מיר, הייליגער באשפער, איך וויל זיך צוריק קערן צו דיר, געוואלד, טאטע אוי געוואלד, איך גיי דאך שוין אהיים צו דיר באלד! געוואלד, טאטע אוי געוואלד, &nbsp; וואס וועל איך נעמען מיט מיר אין די האנט. &nbsp;

    < זעה מער ז אדר ב' תשפ"ב 📝
  • צווייטע דראמאטישע מוזיק ווידיא: מלחמה אין אוקריינא

    שטייענדיג צוויי וואכן אריין אין די מלחמה פון רוסלאנד און אוקריינא, איז דער ראש ישיבה שליט"א ווייטער מחזק און מעורר אז יעצט איז די צייט צו חזר'ן אסאך אמונה, וויסן און גלויבן אז גארנישט פאסירט פון זיך אליין, אלעס און יעדער איז נאר אין דעם אייבערשטנ'ס הענט, און מיט דעם גייט אוועק אלע פחדים און שרעק. ווען מען נעמט גוט אריין אין קאפ די הייליגע אמונה, ווייסט מען אז די איינציגסטע אדרעס וואו זיך צו ווענדן איז נאר צום אייבערשטן אליין, מיר דארפן אסאך בעטן דעם אייבערשטן אז קיין שום איד זאל נישט געשעדיגט ווערן, עס זאל נאר שלום אויף דער וועלט, און גלייכצייטיג בעטן מיר דעם אייבערשטן אז מיר זאלן קענען פארן אויף ראש השנה קיין אומאן צום הייליגן רבי'ן, אן קיין שום שטער. &nbsp; ווי באריכטעט פארגאנגענע וואך, האט דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעגעבן א ספעציעלער מוזיק ווידיא אויף די מלחמה, צו חזר'ן און געדענקען אז די איינציגסטע עצה פאר יעדע זאך איז נאר אמונה און תפלה. די וואך איז ארויסגעקומען א פרישער מוזיק ווידיא איבער דעם. &nbsp; פאלגענד זענען די ווערטער פונעם ניגון: &nbsp; איך בין דערשראקן - אלעס איז שווארץ, ס'שטעלט זיך אפ די פולס פון מיין הארץ, קאמיוניסטן סאציאליסטן - נעמען איין די גאנצע וועלט. &nbsp; איך לאז איבער מיין גאנצע הויז, איך נעם מיין ברויט און איך לויף, ארויס, אין א וואלד איך באהאלט זיך, אין א טונקעלע געצעלט. &nbsp; זיי נישט דערשראקן, זיי נישט צעבראכן, רעד צום באשעפער, וועט דיר ווערן בעסער. זאג: "ראטעווע מיך באשעפער, בארואיג מיך באשעפער, איך האלט מער נישט אויס, הייל מיך שוין אויס." &nbsp; אוי געוואלד - איך פיל נישט גוט, איך קען שטארבן יעדע מינוט, רוסן זע איך, באמבעס הער איך, די פחד איז ממש געפערליך. &nbsp; רוף הצלה און א דאקטער ברענג, ווייל מיין מח איז שוין זייער ענג, שנעלער געב מיר טיילענאל, אדער אפשר אלקאהאל. &nbsp; זיי נישט דערשראקן, זיי נישט צעבראכן, רעד צום באשעפער, וועט דיר ווערן בעסער. זאג: "ראטעווע מיך באשעפער, בארואיג מיך באשעפער, איך האלט מער נישט אויס, הייל מיך שוין אויס." &nbsp; אויך אויפ'ן "קול ברסלב" טעלעפאן ליין (212-444-9191) איז געעפנט געווארן א ספעציעלער אפטיילונג איבער די יעצטיגע מלחמה צושטאנד, וואו מען קען הערן ניגונים, קורצע דברי חיזוק, לענגערע דרשות, און בריוו פארגעליינט. צו הערן דרוקט 1 פאר אידיש, און דערנאך 1 און 6 פאר די נייע אפטיילונג. &nbsp; גלייכצייטיג איז דער ראש ישיבה שליט"א מעורר אז אין א צייט וואס יעדער וואונדערט זיך "וואס איז פשט פון די גאנצע מלחמה, צוליב וואס דארף מען זיך קריגן:? זאגט דער ראש ישיבה, אז מען דארף זיך אליין קוקן אין שפיגל און טראכטן צי עס איז טאקע וויכטיג די מחלוקת'ן וואס מען קריגט זיך מיט דעם און מיט יענעםץ. אין א בריוו שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א, "יעצט איז דא א מלחמה צווישן צוויי גרויסע לענדער, רוסלאנד מיט אוקריינא; וואו מען גייט און וואו מען שטייט זאגן אלע 'פארוואס דארף מען זיך קריגן?' מענטשן האבן נישט קיין כח פאר מלחמות, אבער קיינער כאפט זיך נישט אז מיר דארפן אליינס אנהויבן לעבן בשלום, זיך נישט קריגן איין איד מיט'ן צווייטן". &nbsp; לא ישא גוי אל גוי חרב ולא ילמדו עוד מלחמה! &nbsp; 📰 ארויסגעראטעוועט פון מלחמה 🎦 מלחמה אין אוקריינא 🎦 אוקריינא אדער רוסלאנד &nbsp; 🛒 פורים אין ברסלב סענטער &nbsp;

    < זעה מער ו אדר ב' תשפ"ב 📝
  • חשובע משפחה פון אומאן ארויסגעראטעוועט פון מלחמה זאנע

    נאך א לאנגע אויסמאטערענדע נסיעה פון עטליכע טעג, לויפנדיג פון איין גרעניץ צו די אנדערע, און דורכגייענדיג עטליכע לענדער, איז מו"ה ישראל פוקס הי"ו פון די חשובע אנשי שלומינו אין שטאט אומאן, בשלום אנגעקומען קיין אמעריקע נאכן ווערן ארויסגעראטעוועט פון די געפאר פון די רוסישע טאנקען און מיסלס וואס באשיסן טאג און נאכט די שטעט אין אוקריינא. &nbsp; עס איז אוממגעגליך צו באשרייבן וויאזוי עס האט אויסגעזען דער בילד וויאזוי די חשובע משפחת פוקס איז אנגעקומען אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי. עס איז אנגעקומען א קינדער געבענטשטע משפחה, א טאטע מאמע, אינגלעך און מיידלעך קע"ה אריינגערעכענט עטליכע פיצלעך קינדער. אנגעקומען מיט גארנישט. אלעס אלעס איז דארט געליבן. זיי קומען אן צו א נייע פלאץ, אבער עס איז נישטא קיין שטריימל, בעקיטשע, נישטא קיין קליידער, העמדער, זאקן פאר די ווייב און קינדער. זיי האבן אפילו נישט קיין טיש און בענקל וואו זיך אראפ צו זעצן. נישטא קיין קאך, אויוון, שענק, בעטן, פרידזשידער. גארנישט. אויסער די קליידער וואס מען האט אויפן קערפער, מיטן טלית און תפילין, איז גארנישט דא. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זיי פארשאפט א צייטווייליגע דירה אין שטעטל קרית ברסלב, ביז מ'וועט זיי קענען פלאצירן ערגעץ וואו. &nbsp; די חשובע עסקנים האבן זיך נישט געפוילט, מען האט תיכף אהערגעשטעלט א קאמפיין מיט א "טשערידי" פעידזש. און אידן איבער די וועלט רופן זיך אן ווארעם און זענען מנדב, פאר די חשובע משפחת פוקס הי"ו, זיי זאלן זיך קענען מסדר זיין אין דא ניו יארק, און זיך איינארדענען אויף די מינימאלסטע אופן מיט בעטן, קליידער פאר שבת און וואכן,בעיסיק פוירניטשער, וכדומה. &nbsp; ווער עס וויל נעמען א טיעם זאל רופן מו"ה שמעון פיש הי"ו אויף 917-232-9070. &nbsp; צדקה תציל ממות &nbsp; 💳 זיך צו באשטייערן צום קאמפיין דרוקט דא

    < זעה מער ה אדר ב' תשפ"ב 📝
  • לעצטע צוגרייטונגען צום געהויבענעם שבת התוועדות דעם שבת ויקרא-זכור

    מיט געהויבענע געמיטער גרייטן זיך אנשי שלומינו צו צום לאנג אויסגעווארטעטן טאג ווען מען וועט זיך ארויסלאזן אויפן וועג צום גאר רייכן "ארמון האטעל" אין סטעמפארד קאנעטיקוט, ווי מען וועט בעז"ה אפרעכטן א הערליכן שבת אינאיינעם מיט פילע אנשי שלומינו וואס קומען צו פארן פון נאנט און ווייט. &nbsp; אויסער די פילע אנשי שלומינו פון די "טריי סטעיט" געגענגטער ווי וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, לעיקוואוד, קרית ברסלב וועלכע גרייטן זיך צו קומען צו פארן ערב שבת קודש מיט די קארס און באסעס, האבן שוין אנגעהויבן אנצוקומען פילע פון די משפחות פון אויסלאנד. פילע צימערן זענען פארדינגען געווארן פאר משפחות פון אנשי שלומינו פון אויסלאנד וועלכע וואוינען אין טאהש, מאנטריאל, לאנדאן, מאנטשעסטער, אנטווערפן, ירושלים, בית שמש, בני ברק, אשדוד, צפת, טבריה, הר יונה. די אלע פארן שוין ארויס קיין אמעריקע פון מארגן דינסטאג בעז"ה מיט די ספעציעלע פליגערס וואס איז צוגעשטעלט געווארן דורך מו"ה אלי קנאל הי"ו פון "פּלען איט רייט". &nbsp; פון די אלע הונדערטער צימערן אין דעם ריזיגן "ארמון" האטעל קאמפלעקס, זענען איבערגעבליבן בלויז 25 צימערן וואס זענען נאך אוועליבל, און ווערט ערווארטעט צו ווערן אויסגעכאפט יעדע מינוט, אויב האט איר נאך נישט ארויסגענומען קיין צימער, פארבינדט אייך שוין צו מו"ה ליפא שווארטץ הי"ו אויף 917-541-1197 און בוקט א צימער פאר אייך און די גאנצע משפחה. &nbsp; עס איז צוגעגרייט געווארן א הערליכע שבת מעיין עולם הבא, וואס מען וועט פראווען בשבת אחים, וואס וועט זיין א קיבוץ גליות מיט די פילע אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט, מען וועט דאווענען, און עסן די סעודות שבת אינאיינעם בראשות פונעם ראש ישיבה וואס וועט בעז"ה פירן דעם שבת, מיט זינגען זמירות, הערליכע דרשות. אויך וועלן זיין צוגשטעלט הערליכע פראגראמען, עקסטער פאר די מענער, עקסטער פאר די פרויען, אזוי אויך ווערט צוגעגרייט הערליכע פראגראמען פאר די קינדער, עקסטער פאר די אינגלעך, און עקסטער פאר די מיידלעך, פון וואס אלע וועלן זיכער הנאה האבן, און וועט בלייבן אין זכרון פאר זייער א לאנגע צייט. &nbsp; אין א ספעציעלע סערוויס פאר אלע באטייליגטע משפחות מיט קליינע קינדער, וועט צוגעשטעלט ווערן גענצליך בחנם פולע בעיביסיטינג פאר די בעיביס דורך העכסט ערפארענע בעיביסיטערס אויף די גאנצע צייט פון די פראגראמען. &nbsp; וויכטיגע אינפארמאציע פאר אלע באטייליגטע: &nbsp; די אדרעס פונעם האטעל איז: The Armon Hotel &amp; Conference - 2701 Summer St, Stamford, CT 06905 &nbsp; עס איז דא גענוג פארקינג צוגעשטעלט &nbsp; טשעק אין וועט זיין בעז"ה עש"ק 2:00 מיטאג &nbsp; טשעק אוט וועט זיין אי"ה זונטאג 11:00 אינדערפרי &nbsp; מעין עולם הבא יום שבת מנוחה

    < זעה מער ד אדר ב' תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 991 to 1005 of 1723 results

1 2 ... 64 65 66 67 68 69 70 ... 114 115
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תשע״ט
  • תש״פ
  • תשע״ז
  • תשפ״א
  • תשפ״ה
  • תשע״ח
  • תשפ״ו
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשפ״ד
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com