Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אנשי חיל קאמפיין וועט בעז"ה אפגעראכטן ווערן אין די צווייטע העלפט זומער

    לבקשת פונעם ציבור, האבן די געטרייע עסקנים וואס פירן אן דעם יערליכן קאמפיין פאר די מוסדות באשלאסן אפצורוקן דעם קאמפיין אויף חודש אב הבעל"ט די וואך נאך שבת נחמו וואס דאן טענה'ן פילע איז זיי אסאך גרינגער אין די רואיג זומער וואכן אויפצוטרייבן די סכומים און אנצוקומען צום ציל.   אין די פארגאנגענע יארן האבן זיך אנשי שלומינו גאר ווארעם צוגעשטעלט, לעצטע יאר זענען געווען איבער 600 טיעמס אנשי שלומינו פון איבער די גאנצע וועלט. היי יאר האפט מען מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען נאך מער און שטערקער מצליח זיין. מען זעט די שטארקע ווארימקייט פון אנשי שלומינו און ווי עס ברענט זיי ארויסצואווייזן הכרת הטוב פאר די פלאץ וואס העלפט זיי א גאנץ יאר, ווען זיי בעטן זייערע חברים, שכנים, קרובים, און ביזנעס שותפים צו באשטייערן לכבודם, און ארבעטן שווער יעדער איינער כפי יכלתו אנצוקומען צום ציל וואס ער האט גענומען אויף זיך.   מיט דעם געלט וועט דער ראש ישיבה שליט"א בעז"ה ווייטער בויען די הייליגע מוסדות, אין די פילע שטעט און לענדער איבער די וועלט, מוסדות פאר אינגלעך פאר מיידלעך, פאר בחורים, פאר אינגעלייט, פאר פרויען און פאר פילע געברויכן פון די קהלה. חדרים, מיידל סקולס, בתי מדרשים, כוללים, מקוואת און מקוואת טהרה, מצה בעקעריי, שחיטה, בית החיים, קימפעטארן היים, אומאן, בויען די מוסדות אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, דזשערסי סיטי, לאנדאן, מאנטשעסטער, ירושלים, בני ברק, בית שמש, אשדוד, צפת, יבנאל, און אזוי ווייטער.   אין די זעלבע צייט געדענקט מען אז דער עיקר דגוש לייגן מיר אויף חינוך און אויף אמונה, מען זאל אויפציען קינדער וואס ווייסן און געדענקען אז דער אייבישטער איז דא, און זיי אויפבויען זיי זאלן זיין געזונט פיזיש און גייסטיש, קינדער וואס ווייסן וואס לעבן איז, און וויאזוי מען געבט זיך אן עצה אין לעבן.

    < זעה מער ט סיון תשפ"ג 📝
  • מען גייט מקבל זיין די תורה פונדאסניי

    עס קומט דער הייליגער יום טוב שבועות, אידישע קינדער זענען זייער פרייליך מקבל צו זיין די תורה פון פריש, זיך באנייען מיט די הייליגע תורה, צו לערנען יעדן טאג די הייליגע תורה, און מקיים צו זיין אלעס וואס דער אייבערשטער הייסט אונז אין די הייליגע תורה. &nbsp; א ספעציעלער שמחה איז ביי ברסלב'ע חסידים, וואס נעמען אן די עצות פון הייליגן רבי'ן און לעבן מיט דעם, וואס זיי האבן א וועג ווי אזוי צו לערנען די הייליגע תורה יעדן טאג. דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א סדר דרך הלימוד (שיחות הר"ן, סימן ע"ו) אז מ'קען לערנען תורה בלויז מיט'ן זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו מ'פארשטייט נישט וואס מ'זאגט און אפילו מ'געדענקט נישט וואס מ'האט געלערנט. &nbsp; ווען א מענטש מיינט אז ער קען נאר לערנען תורה אויב ער האט געהעריגע שיעור, א געהעריגע חברותא, ער פארשטייט קלאר יעדע זאך, דאן איז נישט מעגליך ער זאל קענען לערנען יעדן טאג פון יאר, ווייל ס'מאכט זיך כסדר צייטן וואס מ'קען נישט לערנען געהעריג, און אויב מ'איז אנגעוויזן אויף אזויפיל זאכן כדי צו קענען לערנען, גייט דורך א גרויס חלק פון יאר וואס מ'לערנט נישט. &nbsp; אויך זענען דא מענטשן וואס פאר זיי איז בכלל שווער צו לערנען, זיי האבן נישט קיין גוטע קאפ און פארשטייען נישט קיין לערנען, אדער זענען זיי פאריאגט מיט די שווערע ארבעט צו ברענגען פרנסה, און קענען זיך נישט צוזאמנעמען צו לערנען אביסל תורה, און דערנאך זענען דא געוויסע וואס האבן יא צייט, יא א גוטע קאפ, אבער למעשה ווען זיי קוקן זיך ארום זעען זיי אז ס'גייט זיי דורך טעג וואכן און חדשים וואס זיי עפענען נישט קיין אידיש ספר. &nbsp; אבער מיט'ן סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן, קען יעדער איד זוכה זיין צו לערנען תורה, מ'נעמט א משניות און מ'הויבט אן זאגן די ווערטער, יעדער איינער לויט וויפיל ער קען, און דאס קען מען טון צו יעדע צייט אונטער סיי וועלכע אומשטענדען, און דאס ברענגט אריין אינעם מענטש א געוואלדיגע גלוסטעניש צו וועלן לערנען נאך און נאך תורה. &nbsp; און די זעלבע זאך איז מיט גמרא, שלחן ערוך, תהלים, חומש רש"י, און אלע חלקים פון די הייליגע תורה, יעדער לויט זיין געשמאק און געפיל, קען יעדער איינציגסטער איד זוכה זיין צו לערנען די הייליגע תורה יעדן איינציגסטן טאג פון זיין לעבן. &nbsp; ספעציעל די הלכה פון מעביר סדרה זיין, וואס מוהרא"ש האט אונז אריינגעבאקן אין אונז איינמאל און נאכאמאל איבער די וויכטיגקייט פון מעביר סדרה זיין יעדע וואך, מוהרא"ש זאגט אז א וואך וואס מען איז נישט מעביר סדרה וועט מען האבן יענע וואך עפעס א שאדן, אבער ליידער זענען דא פילע אידן וואס זענען נישט מעביר סדרה יעדע וואך, נישט יעדער האט די צייט און מעגליכקייט צו קענען מעביר סדרה זיין אום פרייטאג נאכמיטאג אזוי ווי דער אר"י הקדוש זאגט, און דעריבער איז מען בכלל נישט מעביר סדרה, דעריבער האט מוהרא"ש כסדר גע'חזר'ט אז מיר זאלן שוין אנהויבן פון זונטאג מעביר סדרה זיין, אזוי ווי עס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך, זונטאג איז מען מעביר סדרה ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, און אזוי ווייטער ביז מען איז זוכה צו ענדיגן די גאנצע פרשה ביז סוף וואך. &nbsp; דערפאר איז יעצט גאר גרויס די שמחה אז מיר זענען זוכה פון פריש מקבל צו זיין די הייליגע תורה, און מיר נעמען זיך אלע פאר אז פון יעצט און ווייטער וועלן מיר יעדן טאג לערנען תורה, וואס דאס איז די שפייז פאר די נשמה, אזוי ווי ווען א מענטש עסט נישט שפירט ער נישט גוט, ער קען נישט טראכטן גראד, די זעלבע איז ווען די נשמה עסט נישט, מ'לערנט נישט קיין תורה, ווערט דער מענטש צערודערט, ער ווייסט נישט וואס פעלט אים, ער ווייסט נישט וואס נאגט אים, ער איז דעפרעסט און צעבראכן, און גארנישט מאכט אים פרייליך, ווען מ'איז אבער זוכה צו לערנען די הייליגע תורה, ווערט דער מענטש א פרייליכער געשמאקער צופרידענער מענטש, די תורה באגלייט אים אויף די וועלט און אויף יענע וועלט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א וועט אי"ה זיין אין קרית ברסלב ליבערטי אויף שבועות, די פילע חשובע איינוואוינער פון שטעטל זענען מקבל פנים די פילע געסט וואס קומען צו פארן אויף יום טוב. &nbsp; אזוי אויך וועלן אלע שולן פון היכל הקודש אין אלע שטעט און לענדער זיין אפן, ווי מען וועט דאווענען אינאיינעם, אזוי אויך וועט מען זאגן דעם קורצן "תיקון ליל שבועות" נאר די ערשטע און לעצטע פסוק פון יעדע סדרה וואס נעמט נישט מער פון בערך א האלבע שעה. ווי מוהרא"ש זי"ע האט געזאגט אז צוליב דעם וואס מען האט צוגלייגט אסאך זאכן צום תיקון און עס נעמט זייער לאנג זאגן אסאך מענטשן בכלל נישט דעם תיקון, דערפאר זאל מען זאגן דעם עיקר תיקון. דערנאך וועט מען גיין אין מקוה פארן עלות, וואס דער רבי זאגט אז דאס ברענגט צו גאר הויכע זאכן, מען וועט דאווענען א געשמאקע דאווענען הלל און אקדמות און אסאך רעדן צום אייבערשטן און זיך אינגאנצן איבערגעבן צום אייבערשטן אין די הייליגע טעג פון יום טוב שבועות. &nbsp; מתוקים מדבש ונופת צופים!

    < זעה מער ד סיון תשפ"ג 📝
  • בית התבשיל לאזט זיך אריין אין א פרישע פראיעקט: טעגליכע פארטיגע נאכטמאל

    כאטש דער בית התבשיל איז שוין ביז יעצט אויך געווען איבערגעפולט מיט ארבעט, מען באצאלט גראסערי ארדערס און מען שיקט שבת פעקלער פאר בני תורה און נצרכים, מען מאכט כסדר חלוקות פארן ברייטן ציבור, יעדן ערב שבת און יום טוב, בפרט ווען עס קומען צו פארן אסאך געסט ווערט צוגעשטעלט א חלוקה פון פילע גרייטע שבת'דיגע עסן חלות, פיש, פלייש, קוגל, קעיק, במשך די זומער חדשים ווערט צוגעשלטע פרישע קאלטע וואסער אויף די לאנגע וועגן, פאר פסח א ברייטע קמחא דפסחא, פורים ווערט געגעבן מתנות לאביונים, איז אבער דער געטרייער גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו בכלל נאכנישט זאט. נאכן עס דורכרעדן מיטן ראש ישיבה שליט"א האט ער באשלאסן צו צולייגן א פרישע שטיינדל אינעם הערליכן קרוין פון בית התבשיל. יעדע נאכט ווערט צוגעשעטל בהרחבה א פולע געשמאק פארטיגע נאכטמאל, יעדע נאכט פון די וואך איז דא זופ, פלייש, סייד דישעס און נאך. דאס איז אויפן וועג ווי מוהרא"ש זי"ע האט עס איינגעפירט אין יבנאל אז מען שטעטל צו צו עסן פאר כל דכפין. &nbsp; דער ציבור איז זייער שטארק נהנה פונעם נייעם פראיעקט, עס גייט אויס יעדן טאג בערך צוויי הונדערט געשמאקע פארציעס. עס געדענקט זיך נאך גוט ווי מוהרא"ש פלעגט ביי די שיעורים שטארק אויסרומען דער בית התבשיל, און פלעגט ארויסברענגען די גרויסע זכיה צו קענען שטיצן אזא חשובע פראיעקט. יעצט האט דער ברייטער ציבור די זכיה אז מען קען אויך קויפן זכותים אין די גרויסע מצוה פון געבן צו עסן פאר אידישע קינדער. מען קען ספאנסערן א פעיפער גוד ארדער, אדער קען מען מנדב זיין אפלייענסעס פארן קאך, אדער קען מען קויפן די זכות פון א טאג פאר $180. &nbsp; רופט דעם גבאי פון בית התבשיל מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו אויף 845-637-5367 אדער קען מען דאונעטין אויפן בית התבשיל לינק&nbsp; &nbsp; אט איז א בריוו פון מוהרא"ש זי"ע איבער דעם ענין: &nbsp; בְּעֶזְרַת הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, יוֹם שֵׁנִי לְסֵדֶר דְּבָרִים, ד' מְנַחֵם-אָב ה'תשע"ב שָׁלוֹם רָב אֶל ... תִּחְיֶה &nbsp; לְנָכוֹן קִבַּלְתִּי אֶת מִכְתָּבֵךְ. &nbsp; בְּכָל מִשְׁפָּט כְּדַאי לָקַחַת עוֹרֵךְ דִּין אַמִּין, וְרַבֵּנוּ זַ"ל אָמַר (סֵפֶר הַמִּדּוֹת אוֹת אַהֲבָה סִימָן ט'): 'כְּשֶׁתְּהֵא נִזְהָר מִשִּׂנְאַת חִנָּם, אֲזַי כְּשֶׁיִּהְיֶה לְךָ אֵיזֶה מִשְׁפָּט עִם אַלִּים שֶׁאֵינוֹ רוֹצֶה לְפַשֵּׁר עִמְּךָ, עַל יְדֵי זֶה יִתְפַּשֵּׁר עִמְּךָ'. וְלָכֵן צְרִיכִים מְאֹד מְאֹד לִשְׁמֹר מִשִּׂנְאַת חִנָּם, וְלַעֲשׂוֹת כָּל מַה שֶּׁבִּיכָלְתּוֹ לְהִתְחַזֵּק בְּאַהֲבַת יִשְׂרָאֵל וְלֶאֱהֹב אֶת כָּל בַּר יִשְׂרָאֵל, שֶׁזֶּה מֵבִיא לָאָדָם הַצְלָחָה גְּדוֹלָה מְאֹד מְאֹד, וְאָמַר רַבֵּנוּ זַ"ל (סֵפֶר הַמִּדּוֹת אוֹת צַדִּיק חֵלֶק ב' סִימָן יג): 'מִי שֶׁמּוֹסֵר נַפְשׁוֹ בִּשְׁבִיל יִשְׂרָאֵל, דִּינָיו אֵינָן בְּטֵלִים, וְכַאֲשֶׁר יִגְזֹר כֵּן יָקוּם'; וְאָמַר רַבֵּנוּ זַ"ל (סֵפֶר הַמִּדּוֹת אוֹת הַמְתָּקַת דִּין סִימָן לד): 'עַל יְדֵי צְדָקָה מְהַפֵּךְ הַמִּשְׁפָּט וְהַדִּין לְמִדַּת חֶסֶד'. &nbsp; וְלָכֵן תִּשְׁתַּדְּלִי מְאֹד לָתֵת צְדָקָה כְּכָל יְכָלְתֵּךְ, וְעִקָּר הַצְּדָקָה הוּא לָתֵת לַעֲנִיִּים לֶאֱכוֹל, וּתְהִלָּה לָאֵל יֵשׁ לָנוּ בְּיַבְנְאֵל בֵּית הַתַּבְשִׁיל &ndash; 'אֹהֶל אַבְרָהָם', שֶׁבּוֹ נוֹתְנִים אֹכֶל לַעֲנִיִּים, לָרְעֵבִים וְלַצְּמֵאִים, וּמְחַלְּקִים בְּכָל יוֹם קָרוֹב לְאֶלֶף מָנוֹת לִגְבָרִים נָשִׁים וִילָדִים, וְזוֹ הַצְּדָקָה הֲכִי גְּדוֹלָה, כִּי בְּכָל דָּבָר יְכוֹלִים לְרַמְּאוֹת בְּנֵי אָדָם וְכוּ', אֲבָל בְּעִנְיַן אֲכִילָה וּשְׁתִיָּה לֹא נִתַּן לְרַמּוֹת כְּלָל, כִּי מִי שֶׁבֶּאֱמֶת רָעֵב אוֹ צָמֵא - הוּא יֹאכַל וְיִשְׁתֶּה, וּמִי שֶׁלֹּא רָעֵב וְצָמֵא - הוּא לֹא יֹאכַל וְלֹא יִשְׁתֶּה, וְלָכֵן אֵין צְדָקָה יוֹתֵר גְּדוֹלָה מִלָּתֵת אֹכֶל לַאֲנָשִׁים רְעֵבִים וּצְמֵאִים, וְאָמְרוּ חֲכָמֵינוּ הַקְּדוֹשִׁים (בָּבָא בַּתְרָא ט.): 'אֵין בּוֹדְקִין לִמְזוֹנוֹת'. &nbsp; וְלָכֵן אַשְׁרֵי מִי שֶׁיּוּכַל לְהִשְׁתַּתֵּף בָּהוֹצָאוֹת שֶׁל בֵּית הַתַּבְשִׁיל &ndash; 'אֹהֶל אַבְרָהָם', שֶׁזּוֹ הַצְּדָקָה הֲכִי גְּדוֹלָה - לָתֵת לָרְעֵבִים וְּלִצְמֵאִים לֶאֱכוֹל וְלִשְׁתּוֹת, וְיִרְאֶה נִסִּים נִגְלִים שֶׁיַּעֲשֶׂה עִמּוֹ הַקָּדוֹשׁ-בָּרוּךְ-הוּא. &nbsp; הַקָּדוֹשׁ-בָּרוּךְ-הוּא הַשּׁוֹמֵעַ תְּפִלּוֹת יִשְׂרָאֵל, יִשְׁמַע בִּתְפִלָּתִי שֶׁאֲנִי מְבַקֵּשׁ וּמִתְפַּלֵּל בַּעֲדֵךְ תָּמִיד, שֶׁתִּהְיֶה לָךְ הַצְלָחָה מְרֻבָּה, וּבְכָל אֲשֶׁר תִּפְנִי, תַּשְׂכִּילִי וְתַצְלִיחִי. &nbsp; הַמְאַחֵל לָךְ בְּרָכָה וְהַצְלָחָה מִן הַשָּׁמַיִם..

    < זעה מער ג סיון תשפ"ג 📝
  • ביהמ"ד היכל הקודש סטעטען איילענד

    אין א פרייליכע אנטוויקלונג פאר אנשי שלומינו אין סטעטען איילענד, האבן די גבאים באוויזן מיטן אייבערשטנ'ס הילף צו שאפן א געשמאקע פלאץ פארן שול, צו קענען נאכקומען דעם שנעלן וואוקס פון די שיינע קהילה היכל הקודש ברסלב אין סעטעטן איילענד. &nbsp; אנשי שלומינו קומען זיך שוין צוזאם א לענגערע צייט יעדע וואך צו שלש סעודות אין שטוב פונעם גבאי מו"ה אהרן שלמה שווארץ הי"ו, ווי מען הערט די געטליכע דיבורים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, אויפן וועג וויאזוי מוהרא"ש זי"ע האט אונז אויסגעלערענט, מיט וואס אלע באטייליגטע זענען זיך מחי'. &nbsp; אין סעטעטן איילענד איז שוין באקאנט, אז אויב מען וויל הערן א גוט ווארט אויף למעשה, וויאזוי מען קען זיך אן עצה געבן מיט'ן טאג טעגליכע שוועריקייטן, ווייסן די אידן אז אין ברסלב קען מען הערן ווערטער פון חיזוק, מיט יעדע וואך איז דער סכום באטיייליגטע געשטיגן אויף אזוי ווייט אז מען האט געזען אז מען מוז שאפן א פערמענאנטע פלאץ ווי מען זאל קענען דאווענען, לערנען, זיך מחזק זיין און שטייגן אין עבודת ה' אינאיינעם. &nbsp; מיט אסאך תפילות פון אנשי שלומינו האט דער אויבערשטער געהאלפן אז מען האט געטראפן א גאר א פאסיגע פלאץ אויף 319-A ברעדלי עוו. ווי מען וועט בעז"ה קענען דאווענען אלע תפלות שבת קודש, און אזוי אויך זיך צוזאם קומען אינמיטן די וואך פאר די תפילות, שיעורי תורה, סיומים, און פאר די לייוו הוק אפ פון די שיעורים פון ראש ישיבה. &nbsp; אין די טעג פירט מען דורך גרויסע ראנאוואציעס צו מאכן דאס פלאץ צוגעפאסט פאר א בית המדרש, אזוי אויך קויפט מען איין אלע צוגעהערן, מעבל, ספרים, וואס מען דארף האבן פאר א בית המדרש, און מיט די תפילות פון אנשי שלומינו וועט מען בקרוב קענען מחנך זיין דעם בית המדרש, וואס וועט באלייכטן דעם גאנצן אומגעגענט מיט די ליכטגע עצות פון הייליגן רבין, וואס וועט אלעמען דערנענטערן צום אייבערשטן. &nbsp; מה טובו אהליך יעקב משכנותך ישראל

    < זעה מער כד אייר תשפ"ג 📝
  • שמחה ביי אנשי שלומינו צום בעפארשטייענדען סיום סוטה און התחלת גיטין על סדר הש"ס

    "ווילאנג דער דף איז אויף דיר מגין, דארפסטו פאר קיינעם קיין מורא האבן" קלונגט אין די אויער די ווערטער פון הייליגן רבי'ן אין סיפורי מעשיות. מוהרא"ש זי"ע זאגט אז די וועטער מיינען אז ווילאנג א איד לערנט יעדן טאג די הייליגע ווערטער פון די גמרא, יעבור עלי מה, "איך מוז היינט לערנען א בלאט גמרא", דארף ער זיך נישט שרעקן פון קיינעם, ווייל די הייליגע תנאים און אמוראים די הייליגע חז"ל זענען מגין אויפן איד, בעידנא דעסיק בי' ובעידנא דלא עסיק בי', און ער וועט מצליח זיין מיט אלעם בגשמיות, און אזוי אויך ברוחניות, "המאור שבה יחזירו למוטב", ווי דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן "די כח התורה איז אזוי גרויס, אז ווען א מענטש מאכט אפ ביי זיך צו לערנען יעדן טאג כך וכך וועט עס אים ארויסשלעפן פון טיפסטן שאול תחתית ר"ל ווי מען זאל זיך נאר נישט געפונען". &nbsp; אמת אז דער סמ"ך מ"ם וועט לאזן דעם איד אלעס טון, אבי נאר ער זאל נישט עפענען א גמרא, ער וועט אונטערשיקן "מצוות" און "גוטע אידן", אלעס כדי אים צו אוועקשלעפן, ער זאל נישט טועם זיין די זיסקייט און געשמאק פון די הייליגע גמרא. &nbsp; צו אן ערליכע איד וועט דער סמ"ך מ"ם קומען אנגעטון מיט א ווייסע בעקישע "דו מיזט גוט פארשטיין די גמרא, טארסט זיך נישט לאזן נארן, דארספט דורכאקערן די סוגיא, ווייל אז נישט איז עס גארנישט ווערט", אנפאנג וועט ער אפשר פרובירן, ער וועט שאפן א חברותא, א לעכטיגע בית המדרש, ער וועט ארויסשלעפן דעם דיקן "קובץ מפרשים" און אנהייבן גראבן און האקן שטיקער. ביי וועם עס ארבעט זיך אים אויס, ער האלט אן זיין שיעור, איז דאך זיכער גוט, ער זאל ווייטער גיין און ער זאל מצליח זיין. אבער ליידער ביי גאר אסאך וועט עס פלאצן פריער אדער שפעטער. דא איז זיין קאפ נישט דא, היינט פילט זיין קינד נישט גוט, ער דארף גיין מיט אים צום דאקטאר, מארגן האט זיין חבורתא א שמחה, און איבערמארגן דארף מען פארן אויף וואקאציע. און אפילו ביי דעם וואס איז מצליח, און ער פארשטייט גוט גמרא, דארף אבער אויך צוקומען צום רבי'נס סדר דרך הלימוד פאר די "ספעציעלע" זמנים, די פילע ערבי שבתים, חול המועד'ס, שבתים וימים טובים, שמחות, קאנטרי און אזוי ווייטער, דער וואס איז גרייט אנצונעמען דעם צדיק'ס ווערטער בתמימות ובפשיטות, ביי אים וועט נישט דורכגיין א טאג אן לימוד התורה. דער חבורתא איז נישטא היינט? מען איז אונטערוועגענס? זאגן קען מען! מען נעמט ארויס די לעכטיגע גמרא, און מען נעמט זיך גורס זיין די ווערטער, און מען איז זוכה צו די אלע גוטע סגולות פון לימוד התורה. מען באקומט די "תבלין" וואס איז די רפואה קעגן די יצר הרע, עס ברענגט אריין די שכינה אין די שטוב, עס זאל זיין איש ואיש זכו, עס זאל חלילה נישט זיין קיין "אש". די ווייב קוקט ארויף אויף איר מאן, ער לערנט תורה. &nbsp; ביי אנשי שלומינו איז א געוואלדיגע שמחה די טעג, מען איז זוכה צו ענדיגן דעם 18'טע מסכת פון ש"ס, מען ענדיגט מסכת סוטה, א מסכת אנגעפילט מיט הערליכע ווערטער פון חז"ל וואס פון יעדן בלאט קען מען ארויסנעמען אזעלעכע שיינע הנהגות וואס אויב מען פאלגט עס קען מען האבן א זיסע און געשמאקע לעבן. עס איז אריבער זינט התחלת הש"ס מיט איבער דריי יאר צוריק שוין איבער 1,200 טעג מיט לימוד הש"ס, מען האלט שוין ביי איבער 45 פראצענט פון ש"ס. &nbsp; אנשי שלומינו וועלן פראווען א שיינע סיום יעדער ביי זיך אינדערהיים, מען וועט אריינבערגען דעם שמחת התורה אין די משפחה, ארייפרעגלען אין די קינדער די זיסקייט און שיינקייט פון די תורה. דער ראש ישיבה זאגט אז א סיום דארף אפילו נישט צו זיין קיין שווערער אדער טייערע זאך צו מאכן, דער עיקר איז די אטמאספערע, מען לייגט א שיינע טישטוך, אדער עסצייג און מען געבט עפעס א גוטע זאך. דער עיקר אז מען זאל אליינס שפירן פרייליך מיט דעם אז מען איז זוכה צו לערנען די הייליגע תורה. &nbsp; דאס וועט זיין די בעסטע הכנה צום יום טוב שבועות, דער יום טוב פון קבלת התורה, וואס עס זענען דא מגידים וואס מיט זייער זיסע שפראך קענען זיי צומאל שטארק מייאש זיין א מענטש פון די תורה, זיי לייגן אראפ וואס דאס מיינט די תורה ווי זיס עס איז און ווי געשמאק עס איז, אבער אָן דעם רבינ'ס סדר דרך הלימוד טראכטן מענטשן אז די תורה איז טאקע זייער זיס, אבער עס איז זייער ווייט פון מיר, איך פארשטיי נישט קיין לערנען, און בין נישט געמאכט צו לערנען. ש"ס - טראכטן מענטשן - באלאנגט נאר פאר א געוויסע קלאס פון אידן, כולל אינגעלייט, דער דיין, אדער דער רב. &nbsp; אנשי שלומינו וועלן דאנקען דעם אויבערשטן, אז דער רבי האט גענומען אונז פשוטע אידן, און דורך זיין זיסער סדר דרך הלימוד האט ער אין אונז אריינגעלייגט אזא חשקת התורה, אז יעדער פון אנשי שלומינו, מחוטב עציך עד שואב ממיך האט אומצאליגע שיעורים אין אלע חלקי התורה, און עס גייט נישט דורך א קורצע צייט אָן קיין סיומים. &nbsp; אורך ימים בימינה ומשמאלה עושר וכבוד

    < זעה מער כג אייר תשפ"ג 📝
  • דער ראש ישיבה קערט זיך אהיים פון ארץ ישראל

    דער ראש ישיבה איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל פאריגע וואך מיטוואך נאכט, ווי ער האט זיך באלד געקערט קיין טברי צום ביהמ"ד היכל הקודש, ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן א שיינע שיעור פאר אנ"ש אין גליל. &nbsp; פון דארט איז מען געפארן קיין מירון. ווי שוין באריכטעט איז דאנערשטאג נאכט איז פארגעקומען די בר מצוה פון בנו הבחור נחמן נתן ני"ו אין הויף פון ביהמ"ד קארלסבורג אין מירון. &nbsp; פרייטאג פארטאגס האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט ביים נץ ביים ציון הקדוש אין מירון, ווי דער זיידע כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א האט געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור.&nbsp; &nbsp; נאכן דאווענען איז דער ראש ישיבה שליט"א ארויף מיט זיין פאטער אין די משפחה צום ציון פונעם תנא רבי יוחנן הסנדלר, דערנאך איז מען געגאנגען זיך משטתח זיין אויף ציון פונעם זיידן כ"ק גאב"ד קארלסבורג זצ"ל. &nbsp; מיטאג איז דער ראש ישיבה שליט"א געפארן מיט זיין שווער הגה"צ ר' מרדכי אהרן מייזליש שליט"א פון ווייטצען מיט די משפחה צום ציון פון רבי מאיר בעל הנס, אבער מען איז למעשה נישט ארויס צוליב די פריצות וואס איז דארט געווען. &nbsp; דערנאך איז מען געפארן קיין צפת, ווי מען האט זיך משטתח געווען אויף די פילע קברי צדיקים אינעם אור אלטן בית החיים, און מען האט זיך געטובל'ט לכבוד שבת קודש אינעם מקוה פונעם אר"י הקדוש. &nbsp; קודש האט דער ראש ישיבה שליט"א געוויילט במחיצת קדשו פון זיין טאטע כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א אין מירון, פאר קבת שבת און מעריב איז מען ארויף צום ציון, ווי דער קארלסבורג רב שליט"א האט געזאגט א דרשה פארן ציבור פאר קבלת שבת און אגעווארעמט דעם עולם איבער דעם גרויסן פלאץ ווי מען איז, מ'האט געזונגען בר יוחאי און אמר רבי עקיבא פאר כגוונא ווי די מנהג אין מירון. &nbsp; מוצש"ק האט דער ראש ישיבה איבערגעגעבן אז מ'זאל קומען העלפן צוגרייטן פאר ל"ג בעומר, דער ראש ישיבה מיט די תלמידים האבן געהאלפן שיילן ירקות און צוגרייטן די מאכלים פאר דעם בעפארשטיינעדן ל"ג בעומר. &nbsp; זונטאג האט דער ראש ישיבה ווייטער געדאווענט שחרית ביים ציון, נאכן דאווענען האט דער ראש ישיבה געלערנט מיט אנשי שלומינו זעקס שעה תיקוני&nbsp; זוהר. &nbsp; דינסטאג ל"ג בעומר האט דער ראש ישיבה נאך די מקוה ווייטער געלערנט אסאך תיקוני זוהר. נאכדעם האט דער ראש ישיבה געמאכט פיאות פאר זיין אייניקל נחמן נתן א זון פון הר"ר שלמה שליט"א, אין שטוב פונעם זיידן כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א. &nbsp; מיטוואך אינדערפרי האט דער ראש ישיבה געדאווענט שחרית פארטאגס ביים נץ. און גלייך דערויף האט ער זיך ארויסגעלאזט קיין ירושלים ווי ער האט באזוכט אין ביהמ"ד, און אין מיידל שולע, די אינגלעך אין חדר, און ביי די ישיבה קטנה בחורים. דער ראש ישיבה האט אלעמען מחזק און מעודד געווען, זיך נאכגעפרעגט, און געענטפערט אויף די שאלות פון די מחנכים, געגעבן הוראות און אזוי ווייטער. &nbsp; אום 3:00 האט מען געדאווענט מנחה אין בית המדרש, נאך מנחה האט דער ראש ישיבה געטיילט "תיקוני זוהר" פאר פילע אנ"ש וואס האבן זיך מקבל געווען צו לערנען תיקוני זוהר. &nbsp; נאכדעם האט דער ראש ישיבה פארגעלגערענט א שיינע שיעור אין א דף גמרא, און אריינגעפלאכטן געשמאקע דברי חיזוק. די גמרא רעדט דארט וויאזוי דוד האט מנצח געווען גלית, דער ראש ישיבה האט צוגעברענגט א זוהר וואס שטייט אז ער האט געווארפן אויף אים פינף שטיינדלעך, וואס איז געשטאנען דערויף "שמע ישראל", "ה'", "אלקונו", "ה'", און "אחד". דאס מיינט אז ער האט אים&nbsp; באזיגט מיט אמונה. ווען א מענטש האט אמונה ער גלייבט אין אייבערשטן, קען אים קיינער קיין שלעכטס טון. נאכדעם גערעדט פריוואט מיט אינגעלייט. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט פריוואט מיט פילע פון אנשי שלומינו, וואס האבן זיך געוואלט דורכשמועסן, און כאטש מען האט געדארפט געבן דעם שיעור 8:00 האבן זיך זאכן פארשלעפט, און דער ראש ישיבה איז אנגעקומען הערשט אום 9:00. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זיך מתנצל געווען, און געזאגט אז ער האט נאך היינט ניטאמאל געהאט צייט צו עסן, און האט פארשפעטיגט צוליב וואס ער האט עוסק געווען בצרכי ציבור. ביים שיעור האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די גרויסקייט פון תיקוני זוהר. און פארשפראכן פאר די בני ארץ ישראל אז נאכ'ן חתונה מאכן אלע קינדער, וועט ער מיטן אייבערשטנ'ס הילף אסאך קומען קיין ארץ ישראל. דער ראש ישיבה האט צוגעענדיגט דעם שיעור בערך 10:00 ווען ער האט שוין געמוזט גיין און כאפן דעם פליגער אהיים. &nbsp; היינט דאנערשטאג, וועט דער ראש ישיבה שליט"א געבן בעז"ה דעם וועכענטליכן ליל שישי שיעור פאר אינגעלייט אין וויליאמסבורג (און נישט אין מאנסי).

    < זעה מער כ אייר תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו רעכטן אפ דעם יום טוב ל”ג בעומר מיט גרויס געהויבענקייט

    גאר א דערהויבענעם ל&rdquo;ג בעומר איז אריבער אויף אלע אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר און אויף גאנץ כלל ישראל. אידן פון איבער די גאנצע וועלט זענען געפארן צו רבי שמעון קיין מירון אינעם טאג פונעם גרויסן טאג די יומא דהילולא קדישא ל&rdquo;ג בעומר, צו מיטהאלטן דעם גרויסן טאג סמוך ונראה צום הייליגן ציון, וואס איז א פלאץ צו פועל&rsquo;ן ישועות ורפואות למעלה בדרך הטבע. &nbsp; מוהרא&rdquo;ש שרייבט אין ספר אוצר ל&rdquo;ג בעומר אז אלע וואס קומען צו רבי שמעון ל&rdquo;ג בעומר פארטיילט רבי שמעון געוואלדיגע מתנות טובות, ווייל דאס איז אזוי ווי א טאג וואס א מענטש האט חתונה, וואס דעמאלט איז מען זייער פרייליך און מען טיילט מתנות פאר אלע משתתפים, ל&rdquo;ג בעומר איז די חתונה ביי רבי שמעון און דעמאלט פארטיילט ער מתנות פאר אלעמען, נאר פארן קומען אליין - אפילו אן דעם וואס ער זאל האבן געזאגט תהלים ביים ציון וכדומה, די קומען אליין זיך משתתף זיין ביים שמחה איז שוין א געוואלדיגע זאך. &nbsp; אנשי שלומינו אין ארץ הקודש האבן מיטגעהאלטן גאר גרויסע טעג, ווען זיי האבן געהאט די זכיה אז דער ראש ישיבה שליט&rdquo;א איז ארויסגעפארן קיין ארץ ישראל פארגאנגעם דינסטאג אמור, כדי צו וויילן אין דעם הייליגן טאג ל&rdquo;ג בעומר אין מירון. &nbsp; דאנערשטאג אמור ביינאכט - פסח שני איז פארגעקומען אין מירון די שמחת הבר מצוה פון הבחור נחמן נתן נרו יאיר א זון פונעם ראש ישיבה שליט&rdquo;א, אסאך פון אנשי שלומינו אין ארץ ישראל זענען געקומען זיך משתתף זיין ביי די שמחה, זיך מיטצופרייען מיט די שמחה ביים ראש ישיבה שליט&rdquo;א, וואס גיבט אונז אזוי סאך חיזוק און שכל פארן לעבן א גאנץ יאר אויף טריט און שריט, דער ראש ישיבה האט זיך זייער געפריידט צו יעדן איינעם בפרטיות וואס איז געקומען מיטהאלטן די שמחה, און אנגעוואונטשן שיינע ברכות. &nbsp; שבת קודש אמור האט דער ראש ישיבה זיך אויפגעהאלטן אין מירון ביי זיין טאטע קארלסבורגער רב שליט&rdquo;א, אסאך פון אנשי שלומינו האבן מיטגעהאלטן דעם שבת אין מירון, און הנאה געהאט צו טרעפן דעם ראש ישיבה שליט&rdquo;א נאכן זיך נישט טרעפן פאר א לענגערע צייט. &nbsp; ל&rdquo;ג בעומר האט דער ראש ישיבה שליט&rdquo;א אפגעשוירן א אייניקל נחמן נתן נרו יאיר בן הרב שלמה שליט&rdquo;א, און במשך דעם טאג האט דער ראש ישיבה מתפלל געווען ביים ציון פאר יעדן איינעם בכלליות ובפרטיות, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה אסאך געטאנצן און זיך געפריידט אז מען איז מקורב צו אזא גרויסע רבי וואס גיבט אונז אזאנע שיינע עצות אין לעבן, ובפרט די עצה פון סדר הלימוד, וואס לכבוד דעם האט ער האט זוכה געווען צו לערנען אסאך אסאך זוהר הקדוש במשך דעם יאר מיט זיינע חשובע קינדער שיחי&rsquo;. &nbsp; במשך די טעג פון פאר און נאך ל&rdquo;ג בעומר האט דער ראש ישיבה אויסגענוצט צו טרעפן אנשי שלומינו אין פארשידענע פלעצער און זיי מחזק זיין אויף צו לערנען און דאווענען, אזוי ווי דער רבי לערנט אונז, ובפרט האט דער ראש ישיבה מחזק געווען אנשי שלומינו מען זאל זיך אויפרישן מיט די געוואלדיגע עצה פון רעדן צום אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך, וואס דאס ראטעוועט דעם מענטש פון יעדע צרה וואס טרעפט אים אן. &nbsp; די שיינע טעג וועט זיכער נישט פארגעסן ווערן אזוי שנעל, און ווערט ברענגן מיט זיך אסאך השפעות טובות אויף ווייטער פאר יעדן איינעם. &nbsp; אזוי אויך אידן פון די גאנצע וועלט וואס זענען נישט געווען אין מירון האבן זיך מדבק געווען מיט רבי שמעון דורכ&rsquo;ן לערנען זיין הייליגן ספר זוהר און דארט בעטן פאר די ישועות וואס מען דארף. &nbsp; אין פילע בתי מדרשים פון אנשי שלומינו איז מען זיך צוזאם געקומען צו פראווען א סעודה לכבוד די הילולא פון הייליגן תנא רבי שמעון, ווי די גבאים האבן געגעבן שיינע שמועסן איבער די התחזקות וואס מען קען ארויסנעמען פון די הייליגע ווערטער פון רבי שמעון, בפרט נאכדעם וואס מיר האבן די הקדמות פון הייליגן רבי'ן, שיינען די ווערטער פון רבי שמעון בר יוחאי מיט א גאר אן אנדערן ליכטיגקייט. אנשי שלומינו זענען זיך מחי' מיט די הייליגע ווערטער פון זוהר הקדוש, ווי ער פריידט זיך און רומט אויס יעדע קליינע זאך וואס א איד טוט. צום ביישפיל ווען מען לערנט די הייליגע ווערטער פון רבי שמעון "איך זאג עדות אז מיום עמדי על דעתי האב איך נישט פארפאסט צו עסן דריי סעודות שבת", זעט מען פון דעם ווי מען דארף זיך פרייען מיט יעדע מצוה, מיט יעדע זאך וואס מען טוט פארן אייבערשטן, און אזוי וועט מען זוכה זיין צו ווערן אמת'דיגע ערליכע אידן.

    < זעה מער יט אייר תשפ"ג 📝
  • ל"ג בעמור ביי אנשי שלומינו

    אין אלע בתי מדרשים פון היכל הקודש וועט מען זיך בעזרת השם צוזאם קומען מארגן דינסטאג ל"ג בעומר צו א סעודה זיך צו פרייען בהילולת התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי. &nbsp; אין קרית יואל וועלן זיך אנשי שלומינו צוזאם נעמען אין בית המדרש היכל הקודש אויף 8 העיס קט. אום 8:00 אווענט ווי מען וועט זיך פרייען אין דעם גרויסן טאג, און הערן דברי התחזקות פון הייליגן רבין און גיין אין די וועגן פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי. &nbsp; אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי וועט מען זיך צוזאם קומען ביים בית המדרש היכל הקודש אויף 181 האשקי ראוד אום 6:00 נאכמיטאג ווי די גאנצע שטעטל וועט זיך צוזאם קומען פראווען א גרויסע הדלקה לכבוד ההילולא, און דערנאך וועט מען פראווען אין בית המדרש א שיינע סעודה לכבוד דעם גרויסן טאג און הערן דברי התחזקות פון אנשי שלומינו. די סעודה איז נתנדב געווארן דורך אנשי שלומינו, און איז אנגעפירט געווארן מיט גרויס געטריישאפט דורך דעם גבאי מו"ה דוד לאקס הי"ו. &nbsp; ווער עס וויל קען נאך נעמען א חלק און מנדב זיין פאר די סעודות אדער זיך באשטייערן מיט ח"י ראטל משקה לכבוד התנא האלוקי רבן שמעון בר יוחאי קען זיך ווענדן צו די לאקאלע גבאים. &nbsp; &nbsp; תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו

    < זעה מער יז אייר תשפ"ג 📝
  • היכל הקודש בראכפעלד צייכענט אפ א יאר זינט איר עפענונג

    עס קומען אן זייער שיינע גרוסן פון בראכפעלד אין ארץ הקודש, מען הערט ווי דער בית המדרש האט זייער שיין מצליח געווען און זיך גאר שטארק פארברייטערט אין די קורצע צייט זינט עס האט זיך געעפענט. &nbsp; אין אנפאנג פלעגן זיך עטליכע חברים אנשי שלומינו זיך צוזאם קומען איין מאל א וואך פאר א פארברענג, ווי מען האט זיך מחזק געווען צו פאלגן די עצות פון הייליגן רבין, די עצות פון התבודדות, שמחה, תפלה, הפצה. וחפץ ה' אז דער נייער בית המדרש איז געוואקסן און עס זענען כסדר צוגעקומען נאך אידן וואס האבן אויך געזוכט ווי מען קען גענוסן פון הייליגן רבין, און עס איז נישט דורך קיין לאנגע צייט און מען האט מייסד געווען א מנין פאר אלע תפלות שבת קודש, ביז היינט ווען מען גייט שוין אן אויך אין די ימים טובים, פסח, שבועות, יום כיפור, סוכות און אפילו פורים איז געווען א שיינע מנין צום דאווענען און קריאת המגילה. &nbsp; אזוי אויך אין די וואכן טעג לאזט אונז דער רבי נישט שלאפן, יעדע נאכט קומט פאר אין בית המדרש א שיעור אין א דף גמרא, ווי מען לערנט פאר גמרא מיט א געשמאק, און איין מאל א יעדע מיטוואך קומט מען זיך צוזאם צו א שיינע פארברענג ווי מען הערט א שיעור פון ראש ישיבה שליט"א, און דערנאך קומט פאר שיחת חברים ווי מען איז זיך מחזק אין תפלה, הפצה און אלע אנדערע שיינע עצות פון הייליגן רבין. &nbsp; די הפצה וואס אנשי שלומינו טוען אין בראכפעלד איז גאר שטארק, און מיט סייעתא דשמיא איז עס זייער מצליח, טויזנטער גליונות און קונטרסים ווערן פארשפרייט אין די הייזער און אין די שולן, און עס ווערט זייער שיין אויפגענומען דורך די ערליכע אידן אין שטאט וואס זענען זיך מחי' דערמיט און זענען זייער דאנקבאר פאר אנשי שלומינו. &nbsp; אזוי אויך איז דא אין שול א שיינע "הפצה ווינקל" ווי עס איז דא א גרויסע אויסוואל פון די פולע ספרים פון הייליגן רבין און זיינע הייליגע תלמידים, ווי די פילע איינוואוינער פון געגענט קומען כסדר ארויף ווען זיי זוכן א ספר וואס זאל מחזק זיין און דערנענטערן צום אייבערשטן. &nbsp; מיטן אייבערשטנ'ס הילף ווארט נאך שיינע זאכן פאר די שטאט בראכפעלד, ווי די שיינע קהילה בליעט און וואקסט, און עס איז שוין היינט שטארק באקאנט אין די געגענט אז עס איז דא א ווינקל אין שטאט ווי מען קען אייביג באקומען א גוט ווארט, אדער קויפן א שיינע ספר אדער סידי וואס וועט אים געבן די וועג ארויס פון פלאנטער און העלפן שטייגן אין עבודת ה'

    < זעה מער טז אייר תשפ"ג 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א פראוועט א באשיידענע בר מצוה אין קארלסבורגע הויף אין מירון

    א שיינע ציבור פון אנשי שלומינו פון איבער גאנץ ארץ ישראל זענען זיך היינט אור ליום י"ד אייר צוזאם געקומען צום הייליגן שטעטל מירון צו פראווען דעם בר מצוה פונעם זון פונעם ראש ישיבה הבחור נחמן נתן נ"י, וואס איז געפראוועט געווארן אין הויף פון בית המדרש פונעם זיידן קארלסבורגער רב שליט"א וועלכע געפונט זיך שוין אינעם שטעטל מירון סמוך ונראה צום ציון פונעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי לכבוד דעם בעפארשטיינעדן יום טוב ל"ג בעומר. &nbsp; אויסער די זיידעס זענען געקומען צו פארן פון ניו יארק עטליכע פון אנשי שלומינו, אזוי אויך פון איבער גאנץ ארץ ישראל פון ירושלים, בני ברק טברי' און אזוי ווייטער זענען פילע תלמדים פון ראש ישיבה שליט"א געקומען צו פארן זיך צו באטייליגן ביים בר מצוה וואס איז געפראוועט געווארן אויף א געהויבענעם פארנעם. &nbsp; מען האט געהערט שיינע דרשות פון די גרויסע זיידעס כ"ק קארלסבורגער רב שליט"א וואס האט אנגעווינטשן זיין חשובע אייניקל ער זאל גיין אין טאטנ'ס וועגן און וואקסן אן ערליכער איד, אזוי אויך האט מען געהערט טייערע ווערטער פונעם זיידן הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א מווייטצען און אזוי אויך פונעם ראש ישיבה שליט"א וועלכע האט גערעדט איבער דאס וואס רש"י זאגט "להזהיר גדולים על הקטנים" אז מען דארף נעמען חיזוק פון די גוטע טעג ווען מען איז בבחינת "מוחין דגדלות" פאר די שווערע טעג. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א וועט שוין מיטן אייבערשטנ'ס הילף פארבלייבן אין ארץ ישראל אויף ביז נאך ל"ג בעומר ווען ער וועט זיך אויסבעטן ביים הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי. אזוי אויך וועט דער ראש ישיבה בעזרת השם אויסנוצן די געלעגענהייט צו באזוכן און מחזק זיין די פילע תלמדים אין ארץ ישראל וואס זענען פארשפרייט אין עטליכע שטעט און געגענטער אין ארץ הקודש. &nbsp; כי מציון תצא תורה ודבר ה' מירושלים

    < זעה מער יג אייר תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך צו צום גרויסן טאג ל”ג בעומר

    ווי יאר יערליך גרייטן זיך אידן אויף דעם הייליגן טאג ל&rdquo;ג בעומר, די יארצייט פונעם הייליגן תנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי, עס קומען צו פארן קיין מירון אידן פון די גאנצע וועלט, אויסצופועלן ישועות און רפואות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל. &nbsp; אויך טייל פון אנשי שלומינו וועלן זיך אריבערכאפן קיין מירון אין דעם גרויסן טאג, צו בעטן פאר ישועות בגשמיות וברוחניות. אבער די שיינקייט פון אנשי שלומינו איז, אז זיי קומען נישט צו רבי שמעון מיט ליידיגע הענט, זיי ברענגן א שיינע מתנה פאר רבי שמעון, דאס איז די פולע בלעטער זהר הקדוש וואס מען האט געלערנט במשך די יאר, דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א זיסער דרך הלימוד, א וועג צו לערנען און אדורך גיין אלע ספרים הקדושים, וואס מיט דעם וועג קומט מען אן צו אלע הייליגע ספרים וואס איז נאר דא, וואס זייער אסאך קומען נישט אן צו לערנען איין מאל במשך דעם לעבן, אבער מיטן גרינגן וועג פון לערנען, אז מען דארף נישט גלייך פארשטיין וואס מען לערנט, דאס עפענט א וועג צו לערנען יעדן ספר וואס איז נאר דא. &nbsp; און דאס מאכט אז אנשי שלומינו זאלן זיך אויך צוכאפן צו לערנען א גאנץ יאר זהר הקדוש מיט די תיקונים, און מיט דעם קומט מען צו רבי שמעון, און אזוי פועלט מען אסאך בעסער. &nbsp; און אוודאי געט רבי שמעון צוריק געוואלדיגע מתנות פאר אלע וואס קומען ביומא דהילולא, און אפילו ווער עס געפונט זיך נישט דארט - פלעגט מוהרא&rdquo;ש שטענדיג זאגן - קען זיך מקשר זיין דורכ&rsquo;ן לערנען זהר הקדוש וואו אימער מען איז, און דארט בעטן אלע בקשות וואס מען דארף.&nbsp; &nbsp; אויך דער ראש ישיבה וועט זיין מיט&rsquo;ן אייבערשטנ&rsquo;ס הילף אין מירון און בעטן פאר אלע תלמידים און פאר גאנץ כלל ישראל. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זיך ארויסגעלאזט קיין מירון א וואך פריער, כדי צו קענען זיין אין מירון אויף פסח שני, כדי צו פראווען די בר מצוה פון זיין זון הבחור נחמן נתן נרו יאיר וואס וועט פארקומען ביים גרויסן זיידן אין בית המדרש קארלסבורג אין מירון. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל פועלן אלע ישועות פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל. &nbsp; תורתו מגן לנו הוא מאירת עינינו הוא ימליץ טוב בעדינו

    < זעה מער יא אייר תשפ"ג 📝
  • שיינע לענגערע באריכט איבער די נסיעה פון ראש ישיבה שליט"א קיין פוילן

    פאלגעד איז א לענגערע באריכט איבערן געהויבענעם נסיעה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אונטערגענומען פאריגע וואך קיין פוילן. דער באריכט איז באזירט אויף א בריוו פונעם ראש ישיבה שליט"א ווי ער לייגט אראפ דעם נסיעה מיט פילע פרטים און אינטערעסאנטע אנקעדאטן. און כאטש וואס די ווערטער זענען פילע מאל לייכט געטוישט געווארן כדי עס זאל זיך ליינען ווי א נייעס באריכט, איז אבער דער תוכן אפגעהיטן געווארן, כדי עס זאל נישט פעלן פונעם רייכן תוכן פון די ווערטער פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; מען קען זען די ארגינעלע בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אויף דעם לינק &nbsp; ליינט און האט הנאה: &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א איז פאריגע וואך זונטאג געפארן קיין פוילן, פועל'ן ישועות ביי קברי צדיקים. דער ראש ישיבה שליט"א איז געפארן מיט א חבורה פון זעכציג אידן אנשי שלומינו תלמידי היכל הקודש, וואס איז געווארן צוזאם געשטעלט דורך מו"ה אהרן פיש הי"ו. דאס איז שוין די צווייטע יאר וואס ער מאכט א נסיעה פאר די אינגעלייט און בחורים וואס ברענגען אריין א געוויסע סכום ביי די יערליכע קאמפיין לטובת אונזערע מוסדות. &nbsp; קרית ברסלב &nbsp; זונטאג נאכמיטאג בערך פינף אזייגער איז דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעפארן פון שטעטל צום עירפארט. דער דרייווער איז געווען מו"ה אלי' קנאל הי"ו, אויפן וועג האט דער ראש ישיבה דורכגערעדט אלע פלענער וועגן ראש השנה הבא עלינו לטובה. אזוי דער קומענדיגע ראש השנה געפאלט אויס אום שבת קודש און זונטאג. האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ווי עס זעט יעצט אויס וועט ער שוין פארן מאנטאג נאכט, היות עס איז יעצט אינמיטן די מלחמה און מען קען נישט פארן קיין אוקריינא מיט אן עראפלאן, מען קען נאר אריינקומען אויפן ערד, קומט אויס אז די נסיעה איז א לענגערע און אויב מען פארט דינסטאג נאכט קומט מען ערשט אן דאנערשטאג, און דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער וויל זיין אין אומאן א נאכט פאר זכור ברית, דערפאר וועט ער מיטן אייבערשטנ'ס הילף פארן מאנטאג נאכט ב' סליחות, און צוריק קומען מאנטאג האזינו, צום גדלי'. &nbsp; נוארק &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט מנחה אין שטעטל, און מעריב האט מען געדאווענט אין עירפארט. דער בעל תפלה איז געווען מו"ה דודי לאקס הי"ו, מען האט געציילט ספירה, י"א לעומר. &nbsp; אין עירפארט האט מען געטראפן אסאך אידן וואס פארן קיין פוילן פועל'ן ישועות. צווישן זיין האט מען געטראפן א גרופע בחורים פון די סאטמערע ישיבה פון קרית יואל, וואס זענען געפארן מיט א זון פונעם סאטמערער רב פון קרית יואל. דער ראש ישיבה האט געשמועסט מיט אים, און האט אים געזאגט אז פונקט נעכטן האט דער ראש ישיבה'ס שווער שליט"א אים געזאגט אז דער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער האט זייער שטארק אנגענומען די ווערטער פון קב הישר (פרק פח) אז חודש ניסן גייט מען נישט אויף קברים; למעשה זעט ער אז א גרופע סאטמערע בחורים פארן, זעט מען אז צו קברי צדיקים קען מען יא פארן. &nbsp; אויפן פליגער האט דער ראש ישיבה באמערקט א מאדנע זאך, עס איז געקומען צו אים א איד, ער איז געזיצן אין ביזנעס קלאס. זיין פרנסה איז, זיין א גבאי פאר אן ערל וואס האט ביליאנען דאלער, און דער ערל ווייסט זיך נישט וואו אהין צו טון אויף דער וועלט, עס איז אים נמאס דאס לעבן, איז דעם איד'ס פרנסה צו זאגן פארן ערל יעדן טאג וואו צו גיין, וואו צו קומען און וואס צו טון. דער ראש ישיבה זאגט "מיר האבן געזען ממש דעם רבינ'ס ווערטער (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן סד) אלע עשירים זענען משוגעים, און וואס מוהרא"ש זאגט וועגן עשירות, ווער איז רייך און וואס מיינט רייך; פון געלט האט מען גארנישט, מען ווערט משוגע פונעם טאג, מען האט נישט קיין טעם אינעם לעבן, נאר תורה מאכט פרייליך, נאר דער וואס איז עוסק מיט מצוות - דער איז א צופרידענער." &nbsp; מו"ה ארי פיש הי"ו האט געבעטן דעם ראש ישיבה שליט"א ער זאל אריינשרייבן פאר אלע תלמידים וואס קומען מיט די נסיעה אפאר ווערטער אין א תהילים וואס ער געבט פאר א מתנה. עס האט גענומען אסאך שעות, דער ראש ישיבה האט אנגעיאגט צו שרייבן נאר פאר האלב. נאכדעם האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א אביסל צוגעלייגט, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית. &nbsp; ריישא &nbsp; די חבורה איז אנגעקומען מאנטאג בערך צוועלף אזייגער מיטאג קיין ריישא, מען איז ארויף אויף א באס פון צוויי שטאק, מען האט אביסל געווארט אז די פעקלעך זאלן אנקומען. &nbsp; עס זענען געקומען פון ארץ ישראל אפאר אינגעלייט אנטייל נעמען מיט די נסיעה, מו"ה משה ראזענבערג הי"ו און מו"ה חיים יאקאבאוויטש הי"ו. אויך זענען געקומען אפאר אינגעלייט וואס האבן געוויילט אין ארץ ישראל ביי די עלטערן אויף פסח, זענען זיי געקומען פון ארץ ישראל; די כולל יונגעלייט הרב הערשל בוים שליט"א און הרב יחזקאל שארף שליט"א, און אויך מו"ה לייבי אפפעל הי"ו, דער ראש ישיבה דרוקט זיך אויס "איך האב זיך זייער געפריידט צו זיי אלע". &nbsp; ליזענסק &nbsp; מען איז דאן געפארן קיין ליזענסק צום הייליגן רבי'ן ר' אלימלך זכותו יגן עלינו. דאס ערשטע איז מען געגאנגען אין מקוה; דער ראש ישיבה שליט"T שרייבט אז ער איז געגאנגען אין די קאלטע בור, ווייל ביי די הייסע בור איז געווען אנגעצינדן די פילטער. דער ראשי ישיבה זאגט אז ער האט געוואלט גלייך גיין צום ציון פון הייליגן רבי אלימלך זכותו יגן עלינו, אבער ער האט געטראכט אז דער עולם וויל גיין אינאיינעם, און רוב עולם איז זייער הונגעריג, וועט ער צוערשט גיין מיט זיי עסן און נאכדעם גיין צום ציון. &nbsp; ביים ציון איז געווען א גרויסע התעוררות, דער ראש ישיבה שליט"א האט מתפלל געווען פאר אלע וואס דארפן ישועות. &nbsp; אויפן וועג פון ליזענסק קיין שינאווא &nbsp; פון דארט איז מען געפארן קיין שינאווא. אויפן וועג איז געווען שיינע שמועסן, מען האט זיך זייער מחזק געווען מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן, מען האט גערעדט פון זייער אסאך זאכן. &nbsp; עס האט זיך אנגעהויבן שאלות ותשובות, אינגעלייט האבן געשטעלט פראגעס. איינער האט געפרעגט: "וואס מיינט זיך מבטל זיין צום צדיק?" דער ראש ישיבה איז אריין אין א שמועס אז דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קיב): "אִם אַתָּה מַאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְקַלְקֵל, תַּאֲמִין שֶׁיְּכוֹלִין לְתַקֵּן", אויב דו גלייבסט אז דו קענסט פארדארבן - דארפסטו גלייבן אז דוי קענסט פאררעכטן; א מענטש האט געזינדיגט, ער האט געטון עבירות, ער ביי זיך שפירט ווי עס איז שוין נישטא קיין וועג פאר אים צוריק צו קומען צום אייבערשטן - דארף ער האבן ביטול צום צדיק און וויסן "אז דער רבי זאגט 'נישטא קיין יאוש' - איז דאס ממש אזוי", אפילו מען פארשטייט דאס נישט. &nbsp; דער ראש ישיבה זאגט אז דער שמועס איז אים געווען זייער חשוב, ווייל אינמיטן וועג האט אים א אינגערמאן געזאגט מיט טרערן אין די אויגן אז עס איז אים אזוי שווער זיך צו מחזק זיין, עס איז אים אזוי שווער צו גלייבן אז ער קען נאך פאררעכטן, ער הערט נישט אויף פאלן. ער האט ממש געוויינט, ער האט געוואלט וויסן אויב עס איז ביי אים נאך מעגליך אויפצוהערן פוגם זיין. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אסאך גערעדט פון דעם, אז ווער עס פאלגט דעם רבי'ן וועט ביים סוף זוכה זיין צו גאר שיינע זאכן, און אפילו אויב מען וועט נישט זוכה זיין צו זען דא בזה העולם קיין שום ליכטיגקייט - דארף מען גלייבן אז עס וועט זיין (ויקרא כב, ז): "וּבָא הַשֶּׁמֶשׁ וְטָהֵר, וְאַחַר יֹאכַל מִן הַקֳּדָשִׁים", נאכן אוועק גיין פון די וועלט וועט ער זען וואס ער האט אויפגעטון (לקוטי הלכות ברכת השחר הלכה ה', אות מב). &nbsp; דא האט זיך דער ראש ישיבה צופייערט און שרייבט "וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, אזא רחמנות'דיגער רבי וואס מיר האבן; ער ווייזט פאר אונז א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן, ער געבט אונז עצות וואס מיר פשוט'ע מענטשן קענען טון, גרינגע עצות; מיר דארפן נאר פאלגן, מיר דארפן גיין אין די וועג; אויב מיר וועלן פאלגן - וועלן מיר זוכה זיין צו ווערן ערליכע אידן. דער רבי האט בפירוש געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שכ) דורך זיינע עצות קען מען ווערן א גרויסער צדיק; דער עיקר וואס דער רבי געבט אונז איז די חיזוק פון אנהויבן פונדאסניי און נישט קוקן וואס איז געווען." &nbsp; איינער האט געפרעגט א פראגע, דער רבי זאגט אין ספר המידות (אות בשורה, סימן ב): "אַל תְּבַשֵּׂר בְּשׂוֹרָה רָעָה, כִּי מֵחֲמַת בְּשׂוֹרָה רָעָה מֵתוּ כַּמָּה נְפָשׁוֹת", מען זאל נישט דערציילן קיין שלעכטע נייעס, ווייל דורך שלעכטע נייעס זענען מענטשן געשטארבן; נאך זאגט דער רבי (שם, סימן ד): "הַמְבַשֵּׂר בְּשֹוֹרוֹת רָעוֹת, נוֹפֵל לְמֹחִין דְּקַטְנוּת", מען פאלט אין מוחין דקטנות דורך דערציילן שלעכטע נייעס; דעריבער פארציילט ער נישט קיין שלעכטע זאכן אין שטוב, אבער שפעטער ווען זיין ווייב הערט די נייעס ווערט זי ברוגז אויף אים, פארוואס ער האט נישט דערציילט. אויף דעם - האט דער ראש ישיבה געזאגט - איז די עצה צו דערציילן אויף א וועג אז יענער זאל דאס אליינס כאפן, מען דערציילט עס האלבוועגס, ביז מען כאפט אליינס. &nbsp; איינער האט געפרעגט פארוואס מען מאכט אוועק צו קויפן לייף אינשורענס, פארוואס זאל מען נישט אוועקלייגן עפעס א קרן פאר די קינדער? דער ענטפער איז - האט דער ראש ישיבה געזאט, מיר געפינען (עירובין נד.) דער אמורא רב האט געזאגט פאר זיין תלמיד רב המנונא: "בני, אם יש לך", מיין קינד אויב האסטו געלט, "היטב לך", נוץ עס פאר דיר, "שאין בשאול תענוג", ווייל אין קבר האט מען נישט קיין הנאה פון געלט, "ואין למות התמהמה", און מען ווייסט נישט ווען מען גייט אוועק גיין פון די וועלט, איז א שאד אוועק צו לייגן געלט. "ואם תאמר, אניח לבני חוק", אויב וועסטו טראכטן איך וועל אוועק לייגן פאר מיינע קינדער זיי זאלן האבן עסן, קודם כל: "בשאול מי יגיד לך", ווער וועט דיר מודיע זיין אין קבר אז דיינע קינדער האבן טאקע די געלט און זיי נוצן דאס? און נאך א זאך, "בני האדם דומים לעשבי השדה", מענטשן זענען אזוי ווי גראז און בלומען, "הללו נוצצין", די שפראצן, "והללו נובלין", און די שטארבן. זאגט רש"י (דבור המתחיל הללו נוצצין): "כשהן גדילין", ווען די קינדער וואקסן, "גדילה פרנסתן", וואקסט זיי די פרנסה, "ועושרן עמהן", זיי ווערן רייך, "ואינך צריך להדאג עליהן", און מען דארף זיך נישט זארגן פאר זיי. &nbsp; דער ראש ישיבה זאגט אז עס איז געווען א תענוג, א געשמאק - צו פארברענגען מיט תלמידי היכל הקודש. ווייל אונטערוועגנס ווען מען איז אויסגעמוטשעט, הונגעריג און מיד - קען מען מער זען ווער איז דער מענטש, ווי אזוי פירט ער זיך; "וואס זאל איך דיר זאגן", שרייבט דער ראש ישיבה, "פון יעדן איינעם האט מען געהערט שיינע שיחות פון רבי'ן און מעשיות פון תפילה." &nbsp; איינער האט געפרעגט אויב נאך אפאר יאר נאך די חתונה, נישט האבן קינדער - אויב מען זאל גיין צו די ארגאניזאציעס זיי זאלן העלפן. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז עס ווענדט זיך אינעם פארפאלק, עס ווענדט זיך אין זיי אליינס; אויב איז דער מאן און די ווייב שטארק ביי זיך אז דער אייבערשטער וועט זיי העלפן, זיי זענען שטארק מיט תפילה - דעמאלט האט נישט קיין פשט צו גיין צו זיי, א שאד די צייט, א שאד די קאפ וויי, זיי קענען נישט געבן קיין קינדער, קינדער קומט פונעם אייבערשטן, און אויב די ווייב זאגט זי וויל גיין צום דאקטער אדער צו די ארגאניזאציעס, זי וויל טון עפעס - דעמאלט גייט מען. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אז עס זענען געווען פראגעס אויף וואס ער האט נישט געענטפערט, ווייל זיי זענען פראגעס וואס איז נישט נוגע אויף למעשה. צום ביישפיל איינער האט געפרעגט, ער זעט אין די בריוו ווי מען זאגט פאר איינעם עס איז נישט קיין פראבלעם פאר א פרוי צו דרייווען א קאר, און אין געוויסע בריוון זעט מען אז פרויען זאלן נישט דרייווען; "פון די פראגעס" - זאגט דער ראש ישיבה - "האב איך זיך ארויסגעדרייט, דאס איז נישט נוגע פארן כלל." &nbsp; איינע פון די פראגעס איז געווען אויב מאכן געלט איז א סתירה מיט וואס מיר האבן מקבל געווען פון מוהרא"ש אז מען דארף נאר עוסק זיין אין תורה, תפילה און זכרון בעלמא דאתי, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דאס איז נישט קיין סתירה, דער רבי האט דאך בפירוש געזאגט מען זאל ארבעטן און האבן א גוטע פרנסה (חיי מוהר"ן, סימן תקא). נאר וואס דען, זיך נישט פארלאזן אויף די געלט און נישט רעדן פון די געלט; פארלאזן דארף מען זיך אויפן אייבערשטן און רעדן דארף מען נאר פונעם אייבערשטן און צום אייבערשטן. &nbsp; איינער האט געפרעגט אויב בעטן א רעיז פונעם בעל הבית איז א חסרון אין אמונה, ווייל פרנסה געבט דער אייבערשטער; אויף וואס דער ראש ישיבה האט געענטפערט אז דאס איז נישט קיין חסרון אמונה, מען מעג בעטן א רעיז און מען מעג טון זאכן פאר פרנסה, דער עיקר איז מען זאל זיך נאר פארלאזן אויפן אייבערשטן און נאר קוקן צו אים. &nbsp; איינער האט געפרעגט אויב עס איז ריכטיג צו נעמען לכתחילה פאר פרנסה 'גיין נאך געלט'; דער ראש ישיבה האט אויף דעם געזאגט אז גיין נאך געלט איז פאר איינעם וואס האט נישט. ווען א אינגערמאן זיצט און לערנט און האט נישט צו לעבן - מעג ער על פי הלכה גיין צאמנעמען געלט פאר זיך, אבער איינער זאל גארנישט טון מיטן טאג, שלאפן ביזן טאג אריין און זיך דרייען ליידיג, און גיין נאך געלט - איז נישט ריכטיג. &nbsp; דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט אז מען דארף באמערקן אז הפצה און גיין נאך געלט - איז צוויי זאכן. ווען עס קומט צו הפצה איז דאס נישט קיין זאך פון שנארן, דאס איז מזכה זיין נשמות ישראל, דאס איז די גרעסטע עבודה וואס איז נאר פארהאן. &nbsp; איינער האט געפרעגט אויב דאס איז אמת אז מפיצים זענען בחינת אליהו הנביא; דער ראש ישיבה האט געענטפערט, דער רבי זאגט (ספר המידות אות בשורה, סימן א): "מִי שֶׁהוּא רָגִיל לוֹמַר בְּשׂוֹרוֹת טוֹבוֹת, הוּא נִתְלַבֵּשׁ מִבְּחִינַת אֵלִיָּהוּ", ווער עס דערציילט גוטע בשורות - ווערט ער א בחינה פון אליהו הנביא; קומט אויס, אז די מפיצים וואס גייען פארשפרייטן גוטע בשורות, זיי פארשפרייטן די ספרים פון רבי'ן וואס דארט שטייט גוטע נייעס, אז מען קען נאך זוכה זיין תשובה צו טון, מען קען זוכה זיין צו האבן א חלק אין די הייליגע תורה, מען קען זוכה זיין צו ווערן א צדיק - זענען זיי אלע בבחינת אליהו הנביא. &nbsp; דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט, מען קען זיך נישט פארשטעלן דאס גרויסקייט פון עוסק זיין אין צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. מוהרא"ש האט אונז אזויפיל געשריבן די הייליגע ווערטער פון זוהר תרומה (קכח עמוד ב) "תָּא חֲזִי, כָּל מַאן דְּאָחִיד בְּיָדָא דְּחַיָּיבָא וְאִשְׁתָּדַּל בֵּיהּ, לְמִשְׁבַק אָרְחָא בִּישָׁא", קום און זע - זאגט דער הייליגער זוהר: א מענטש וואס ברענגט צוריק זינדיגע מענטשן צום אייבערשטן, "אִיהוּ אִסְתַּלָּק בִּתְלַת סִלּוּקִין, מַה דְּלָא אִסְתַּלָּק הָכִי בַּר נָשׁ אַחֲרָא. גָּרִים לְאַכְפְּיָיא סִטְרָא אַחֲרָא, וְגָרִים דְּאִסְתָּלַּק קוּדְשָׁא בְּרִיךְ הוּא בִּיקָרֵיהּ. וְגָרִים לְקַיְּימָא כָּל עָלְמָא בְּקִיּוּמֵיהּ לְעֵילָּא וְתַתָּא", דער מענטש איז זוכה ארויף צו גיין אויף א פלאץ וואס קיין שום מענטש איז נישט זוכה; דער מענטש נעמט אוועק טומאה פון די וועלט און ער מאכט אז דעם אייבערשטנ'ס נאמען זאל ווערן געהייליגט אויף די וועלט, און דער מענטש איז גורם אז אלע וועלטן שטייען אויף זיין זכות. "וְזָכֵי לְמֵחַמֵי בְּנִין לִבְנוֹי", ער איז זוכה צו זען קינדער און אייניקלעך, "וְזָכֵי בְּהַאי עָלְמָא, וְזָכֵי לְעָלְמָא דְּאָתֵי", און ער איז זוכה צו אלע גוטע זאכן אויף די וועלט און אויף יענע וועלט, "כָּל מָארֵי דִּינִין, לָא יַכְלִין לְמֵידָן לֵיהּ, בְּהַאי עָלְמָא וּבְעָלְמָא דְּאָתֵי", קיינער קען אים נישט שלעכטס טון, נישט אויף די וועלט און נישט אויף יענע וועלט, "עָאל בִּתְרֵיסַר תַּרְעֵי, וְלֵית מַאן דְּיִמְחֵי בִּידֵיהּ", ער גייט אריין אין דרייצן טויערן פון שערי רחמים, און קיינער קען אים נישט צוריק האלטן. &nbsp; שינאווא &nbsp; ביים הייליגן שינאווא רב האט מען געזאגט תהילים און געבעטן דעם אייבערשטן יעדער איינער אויף וואס ער דארף, דער ראש ישיבה שרייבט אז ער האט געבעטן פאר זיינע קינדער זיי זאלן זיין ערליכע אידן, אויך האט ער געבעטן פאר אלע וואס דארפן ישועות. &nbsp; דער ראש ישיבה שרייבט אז עס איז נאכאמאל ארויפגעקומען די פראגע ווי אזוי מען איז מתפלל ביי א ציון פון א צדיק, מען בעט דעם אייבערשטן בזכות דעם צדיק אדער מען בעט דעם צדיק זאל בעטן דעם אייבערשטן? דער ראש ישיבה זאגט אז די פראגע פרעגט מען אלעמאל ווען עס מאכט זיך א נסיעה. אויף וואס דער ראש ישיבה האט געענטפערט, מען בעט דעם אייבערשטן אז בזכות די צדיקים, "לִקְדוֹשִׁים אֲשֶׁר בָּאָרֶץ הֵמָּה, וְאַדִּירֵי כָּל חֶפְצִי בָם" - זאל מען געהאלפן ווערן, אויך קען מען בעטן דעם צדיק זאל בעטן פאר אים. &nbsp; לאנצוט &nbsp; פון שינאווא איז מען געפארן קיין לאנצוט צום הייליגן ראפשיצער רב'ס ציון. דער ראש ישיבה האט באטראכט די נוסח המציבה וואס דער הייליגער ראפשיצער רב האט געהייסן שרייבן: "יחיד בדורו בחכמת אלקים", מען האט דארט געזאגט תהילים, און יעדער האט געבעטן זיינע בקשות. &nbsp; מען האט געדאווענט מנחה אין לאנצוט אין די הכנסת אורחים שטיבל. &nbsp; דער ראש ישיבה איז געזיצן א חלק נסיעה אויבן אויפן באס און א חלק נסיעה אונטן, אז אלע זאלן קענען מיטהאלטן. אויך האט דער ראש ישיבה גערעדט רוב וועג אין א מייק, און אלע האבן געקענט מיטהאלטן די שמועסן דורכאויס די גאנצע וועג. &nbsp; וויינען ביי קברי צדיקים &nbsp; א אינגערמאן האט געבעטן דעם ראש ישיבה ער זאל געבן חיזוק אויף נישט וועלן וויינען און נישט ווארטן אויף התעוררות. ווייל דאס איז זייער וויכטיג ווען מען פארט מתפלל זיין אויף מקומות הקדושים, מען ערווארט צו האבן התעוררות ביי די הייליגע פלעצער, מען ערווארט צו קענען זיך אויסוויינען, און היות מען איז אונטערוועגנס, מען איז אויסגעמוטשעט, מען עסט נישט און מען שלאפט נישט - פארמאכן זיך די געפילן, און אז מען ווארט צו קענען וויינען און מען וויינט נישט - ווערט מען אויס מענטש. &nbsp; דער ראש ישיבה האט מחזק דעם ציבור געווען מיט די ווערטער פון רבי'ן, דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן צה): "שֶׁכְּשֶׁהָאָדָם אוֹמֵר תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת וְחוֹשֵׁב בְּלִבּוֹ וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה, זֹאת הַמַּחֲשָׁבָה אֵינָהּ טוֹבָה", עס איז נישט קיין גוטע זאך צו טראכטן ווען מען בעט דעם אייבערשטן - ווען מען גייט שוין קענען וויינען, "וְהִיא מְבַלְבֶּלֶת גַּם כֵּן אֶת דַּעְתּוֹ", אויך טוט דאס שטערן די התבודדות. "כִּי מֵחֲמַת זֶה אֵינוֹ יָכוֹל לוֹמַר הַבַּקָּשׁוֹת בְּלֵב שָׁלֵם בִּשְׁלֵמוּת", מען קען נישט אינזין האבן די ווערטער וואס מען בעט - אזוי ווי עס דארף צו זיין, "כִּי צְרִיכִין בִּשְׁעַת אֲמִירַת תְּחִנּוֹת וּבַקָּשׁוֹת לְהַרְחִיק מֵעַצְמוֹ כָּל מִינֵי מַחֲשָׁבוֹת חוּץ שֶׁבָּעוֹלָם רַק לְכַוֵּן דַּעְתּוֹ אֶל הַדִּבּוּרִים, שֶׁהוּא מְדַבֵּר לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַך כַּאֲשֶׁר יְדַבֵּר אִישׁ אֶל רֵעֵהוּ, וְאָז מִמֵּילָא בְּקַל יִתְעוֹרֵר לִבּוֹ עַד שֶׁיָּבוֹא לִבְכִיָּה גְּדוֹלָה בֶּאֱמֶת", ווייל ווען מען רעדט צום אייבערשטן דארף מען לייגן אלע אנדערע מחשבות אין דער זייט און נאר אינזין האבן די טייטש פון די ווערטער וואס מען בעט, אזוי ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט. דאס אליינס, אז מען לייגט צו מח מחשבה צו וואס מען בעט - דאס מאכט מען זאל קענען וויינען, "אֲבָל כְּשֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה עַל זֶה שֶׁיִּבְכֶּה אֲזַי זֶה וָזֶה אֵינוֹ עוֹלֶה בְּיָדוֹ", אבער אויב מען שטייט און מען ווארט 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - פארלירט מען ביידע זאכן, "כִּי הָאֲמִירָה בְּעַצְמָהּ נִתְבַּלְבְּלָה עַל יְדֵי זֶה, כִּי זֶה שֶׁחוֹשֵׁב וּמְצַפֶּה שֶׁיִּבְכֶּה הוּא גַּם כֵּן בְּחִינַת מַחֲשָׁבָה זָרָה שֶׁמְּבַלְבֶּלֶת, הַכַּוָּנָה שֶׁאֵינוֹ יָכוֹל לִשְׁמֹעַ הֵיטֵב מַה שֶּׁהוּא מְדַבֵּר עַל יְדֵי זֶה", די התבודדות, דאס בעטן - ווערט געשטערט, ווייל ער האט נישט אינזין וואס ער זאגט און ער בעט; די מחשבה פון ווארטן 'ווען גיי איך קענען וויינען?' - דאס איז אויך א מחשבה זרה, "כִּי הָעִקָּר לְדַבֵּר הַדִּבּוּר בֶּאֱמֶת לִפְנֵי הַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ בְּלִי שׁוּם מַחֲשָׁבוֹת אֲחֵרוֹת כְּלָל", ווייל דער עיקר איז בעטן דעם אייבערשטן, צולייגן קאפ צו די ווערטער וואס מען בעט, "וְאִם יִזְכֶּה לִבְכִיָּה בֶּאֱמֶת מַה טּוֹב וְאִם לָאו לָאו וְלא יְבַלְבֵּל אֲמִירָתוֹ בִּשְׁבִיל זֶה", אז מען איז זוכה צו וויינען - איז גוט, און אז נישט - איז ווייטער גוט. &nbsp; דינוב &nbsp; פון דארט איז מען געפארן קיין דינוב צום הייליגן בני יששכר זכותו יגן עלינו. &nbsp; די גאנצע וועג זענען געזיצן אנשי שלומינו, יעדער איינער מיט זיינע ספרים, דאס איז א זאך וואס מען זעט נישט אין ערגעץ. דער ראש ישיבה שרייבט אז ער פלעגט משמש זיין זיין זיידע קארלסבורגער רב זכרונו לברכה, ער פלעט אים באדינען, און פארן מיט אים נסיעות. ביי אים האב ער געזען די זאך פון לערנען אונטערוועגנס, ער האט אים אלץ געזאגט ביים זיך פאקן די פעקלעך איידער א נסיעה: "פאק מיר איין א קליין חומש'ל, א משניות'ל, א תיקונים וכו' וכו'"; דער ראש ישיבה שרייבט אז ער האט דאן געטראכט 'מיין זיידע איז א העכערער סארט מענטש, ער לערנט, אבער איך, איך בין א פשוט'ער מענטש איך לערן נישט אויפן וועג', סתם מענטשן, פשוט'ע מענטשעלעך ווי מיר זענען - ווער לערנט אויפן וועג? אדער קען מען פרעגן נאך שטערקער 'ווער לערנט אינדערהיים, נאך איידערן ארויספארן אויפן וועג?' &nbsp; דער ראש ישיבה האט זיך מחיה געווען צו זען, ווי אלע זיצן מיט זייערע ספרים. דער זיצט מיט א משניות, א צווייטער מיט די קונטרס 'ב'י'ת' נצחי' - ב'בלי י'רושלמי ת'וספתא, א דריטער מיט א תיקוני זוהר. &nbsp; מען האט געשמועסט אסאך אונטערוועגנס פון חינוך הבנים והבנות. איינער האט געפרעגט אויב ער קען זאגן פאר זיינע קינדער אז טאטי און מאמי מעגן עסן א געוויסע הכשר, אבער די קינדער טארן דאס נישט עסן? "מיר האבן אלע געשמייכלט", שרייבט דער ראש ישיבה, "וואס איז שייך צו זאגן אזא זאך?! קינדער גייען דאך נאך די עלטערן, עס איז נישט שייך אזא סארט חינוך". די הייליגע חכמים זאגן (סוכה נו:): "שׁוּתָא דִּינוּקָא בְּשׁוּקָא, אוֹ דַּאֲבוּהָ אוֹ דְּאִימֵיהּ", וואס א קינד עסט און וואס ער טוט, איז עס אדער פון די טאטע אדער פון די מאמע; חינוך הויבט זיך אן ביי זיך אליין, ווי אזוי דער מענטש פירט זיך - וועלן זיינע קינדער אים נאכמאכן. נאך זאגן די הייליגע חכמים (מדרש תנחומא וישלח, ז) אויפן פסוק (בראשית לד, א): "וַתֵּצֵא דִינָה בַּת לֵאָה", דינה איז ארויס פון שטוב זיך דרייען אין די גוי'שע גאסן, פארוואס רופט מען איר 'בַּת לֵאָה' - די טאכטער פון לאה, פארוואס נישט די טאכטער פון יעקב? נאר וויבאלד זי איז געגאנגען אין די וועג פון איר מאמע, זי האט געזען איר מאמע ארויסגיין אין גאס איז זי אויך ארויס אין גאס, פון דעם זעט מען וואס מענטשן זאגן: "כְּאִמָּה, בִּתָּהּ", אזוי ווי די מאמע פירט זיך - אזוי פירן זיך די קינדער. &nbsp; רימנוב &nbsp; עס איז געווארן שפעט, עס האט זיך אנגעהויבן שאלות אויב מען זאל שוין פארן קיין קראקא עסן און שלאפן אדער ווייטער אריינכאפן אויפן וועג נאך מקומות הקדושים. למעשה איז מען ווייטער געפארן פון דינוב קיין רימנוב צום ציון פון הייליגן רבי מענדעלע זכותו יגן עלינו, אלע האבן געצינדן א ליכט לזכות מנחם מענדל בן יוסף, דער צדיק האט דאך מבטיח געווען אז ווער עס וועט צינדן א לעכט פאר זיין נשמה - וועט ער אים א טובה טון. אויך איז מען אריין אינעם אוהל פון הייליגן רבי הערש מרימנוב זכותו יגן עלינו, מען האט דארט געזינגען זיינע לידער, די הארציגע ניגון וואס מיר זינגען יום טוב שבועות ביי אהבה רבה, אויך די ניגון וואס מיר זינגען ביי תפילת טל און תפילת גשם; הארציגע ניגונים, אויך האט מען געזינגען אידישע ניגונים. &nbsp; מען האט געדאווענט מעריב אין רימנוב, ווייל עס איז שוין געווארן שפעט, מען האט געוואלט דאווענען פאר חצות, אזוי ווי די הלכה. מען האט געדאווענט אינעם נייעם בנין. מען האט יעצט געבויט דארט א שיינעם בנין הכנסת אורחים, מען האט מכבד געווען דעם ראש ישיבה שליט"א צו קלאפן א מזוזה. מו"ה חיים מאיר ערפס הי"ו איז געווען דער בעל תפילה, מען האט געציילט ספירה י"ב לעומר, הוד שבגבורה. &nbsp; אויפן וועג האט מען ווייטער גערעדט און געשמועסט, מען האט גערעדט פון שלום בית. איינער האט געפרעגט וואס ער קען טון, זיין ווייב זאגט אים ער זעט נישט אויס שיין; דער ראש ישיבה האט נישט געזען ווער עס פרעגט די פראגעס, ווייל מען האט געשריבן שאלות אויף צעטלעך און ארויפגעשיקט. דער ראש ישיבבה האט געענטפערט אז ער זאל געבן גוטע ווערטער, דאס איז א תירוץ אויף אלע טענות וואס די ווייב האט; אז מען רעדט שיין, מען געבט גוטע ווערטער - ווערן אלע טענות בטל. &nbsp; דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט אז שלום בית איז זייער א וויכטיגע זאך, נאר אז מען האט שלום בית - קען מען זיין אפגעהיטן און האבן א ריינעם מח מחשבה. דעריבער פארלייגט זיך דער סמ"ך מ"ם זייער אויף יונגע פארפעלקער זיי זאלן נישט האבן שלום בית, אזוי קען ער אראפווארפן ביידע אין עבירות. אזוי שרייבט רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן רסג), איינער האט מיר דערציילט, ער האט געהאט א שמועס מיטן רבי'ן איבער דעם וואס מען זעט אינגעלייט צעטיילן זיך פאר א שטיק צייט און אסאך מאל ווערט נאכדעם א גט חס ושלום; דער רבי האט געזאגט: "שֶׁזֶּה מַעֲשֶׂה בַּעַל דָּבָר", דאס איז מעשה בעל דבר, דער יצר הרע מאכט מען זאל זיך צעטיילן, "שֶׁמַּנִּיחַ אֶת עַצְמוֹ עַל זֶה מְאֹד, לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁל בְּנֵי הַנְּעוּרִים, כְּדֵי שֶׁיִּתָּפְסוּ בִּמְצוּדָתוֹ חַס וְשָׁלוֹם עַל יְדֵי זֶה", ווייל אז מען איז אן א ווייב - כאפט ער אריין דעם מענטש ביי אים אין זאק אריין, "כִּי הוּא אוֹרֵב עַל זֶה מְאֹד, לְתָפְסָם בִּנְעוּרֵיהֶם עַל יְדֵי קִלְקוּל הַשְּׁלוֹם בַּיִת חַס וְשָׁלוֹם, שֶׁגּוֹרֵם בְּעַרְמוּמִיּוּתוֹ לְקַלְקֵל הַשָּׁלוֹם שֶׁבֵּינֵיהֶם", ווייל דער יצר הרע לאקערט אויף יונגע פארפעלקער זיי צו צעטיילן, און אזוי כאפט ער זיי אריין אין שמוציגע עבירות. &nbsp; צאנז &nbsp; פון דארט איז מען געפארן קיין צאנז צום הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו. עס איז געווען אין די דריי טעג פון די יארצייט, דער ראש ישיבה שרייבט אז ער האט זיך זייער געבענקט צו קומען קיין צאנז. "איך האב א שטארקע געפיל אין צאנז, ווייל איך בין אויפגעוואקסן אין סאטמאר, מיין בלוט איז סאטמאר און דער הייליגער רבי פון סאטמער זכותו יגן עלינו האט זיך געהאלטן פאר א תלמיד פון צאנזער רב זכותו יגן עלינו, אויך מיינע קינדער זענען אייניקלעך פון הייליגן צאנזער רב." &nbsp; ביים ציון פון הייליגן דברי חיים זכותו יגן עלינו האט מען געזאגט קאפיטלעך תהילים און געבעטן יעדער זייערע בקשות. דער ראש ישיבה האט געהאט א שטארקע התעוררות אין צאנז, ער האט מזכיר געווען ביים הייליגן צאנזער רב אז ביי אונז אין די קהילה, קהילת היכל הקודש - שערן זיך די פרויען די האר נאך די חתונה. מיר האבן איידעלע משפחות, די פרויען זענען איידל און באשיידן, און אלע בית פיגא תלמידות שערן זיך די האר, נישטא איין תלמידה וואס זאל בלייבן מיט די האר. דער ראש ישיבה האט אסאך געבעטן פאר אונזערע דורות אלע זאלן זיין ערליך, איידל און באשיידן. &nbsp; דארט איז דא א ווארעמע הכנסת אורחים, דער ראש ישיבה האט זיך דארט מחי' געווען מיט אביסל ווארעמע זופ. דער ראש ישיבה האט געטראפן דעם בעל הכנסת אורחים און אים שיין באגריסט. &nbsp; קראקא &nbsp; פון דארט זענען איז מען געפארן קיין קראקא, מען איז אנגעקומען א שעה פארן עלות השחר. עס איז נאך געווען צייט צו עסן, מען האט געגעסן א סעודה, חלה מיט פיש. עס איז אויך געווען פלייש, אבער דער ראש ישיבה שרייבט "איך האב א גדר נאר צו עסן פלייש אין שטוב". נאכדעם איז מען געגאנגען אין א צווייטע פלאץ שלאפן, עס איז געווארן שפעט, מען האט זיך אראפגעלייגט פאר א שעה צוויי. &nbsp; זיבן אזייגער אינדערפרי האט מו"ה לייבי אפפעל הי"ו געוועקט דעם עולם, מען איז געגאנגען צום שול פון רמ"א, דארט האט דער ראש ישיבה געזאגט ברכת התורה, און פון דארט איז מען געגאנגען צום הייליגן רמ"א. מען האט געזאגט קאפיטלעך תהילים און יעדער האט געבעטן דעם אייבערשטן זיינע בקשות, מען איז צוגעגאנגען צום הייליגן תוספות יום טוב'ס ציון, צום הייליגן ב"ח און צום הייליגן מגלה עמוקות; ביי יעדע ציון האט מען זיך אפגעשטעלט און געבעטן דעם אייבערשטן די בקשות. &nbsp; ראדאמסק &nbsp; פון דארט איז מען געפארן קיין ראדאמסק. אויפן וועג האט דער ראש ישיבה נישט געהאט קיין כח מער צו רעדן און ענטפערן פראגעס, דער ראש ישיבה איז געווען אביסל אפגעמאטערט. דער ראש ישיבה האט געלערנט זיינע שיעורים, אכצן פרקים משניות און תיקונים, נאכדעם האט ער זיך צוגעלייגט. &nbsp; מען איז אנגעקומען אין ראדאמסק בערך עלף אזייגער, צום ערשט איז מען געגאנגען זיך טובל'ן, עס איז געווען א געשמאקע קאלטע מקוה, אלע האבן זיך גע'טובל'ט. מען האט געדאווענט שחרית דארט, מו"ה משה עקשטיין הי"ו איז געווען דער בעל תפילה, און תיקון הכללי האט מען געזאגט ביים ציון פון הייליגן תפארת שלמה זכותו יגן עלינו. מען האט געבעטן דעם אייבערשטן אונזערע תפילות און בקשות, און פון דארט איז מען געפארן קיין ווארשא צוריק קיין אמעריקע.&nbsp; &nbsp; מנחה האט מען געדאווענט אין עירפארט. דער ראש ישיבה האט געטראפן אין עירפארט הרב רבי חיים יעקב רובין שליט"א זיין מנהל פון סאטמערע חדר אין בארא פארק, דער ראש ישיבה האט אים באגרוסט און אים באדאנקט; דער ראש ישיבה שרייבט "איך האב הכרת הטוב פאר אלע מיינע מלמדים און מנהלים." &nbsp; אויפן פליגער איז דער ראש ישיבה געזיצן נעבן האברך מו"ה שבתי מזרחי הי"ו, מען האט זייער אסאך גערעדט פון דעם עתיד פון שטעטל, ווי מען קען מאכן מער ביליגערע הייזער און ווי אזוי מען זאל עס אויסשטעלן. &nbsp; ניו יארק &nbsp; דינסטאג נאכט איז מען אנגעקומען קיין ניו יארק, דער ראש ישיבה האט געדאווענט מעריב אין עירפארט און געציילט ספירה י"ג לעומר, יסוד שבגבורה. &nbsp;

    < זעה מער י אייר תשפ"ג 📝
  • לשובע ולא לרזון: קויפט זכותים אינעם בית התבשיל און געבט צו עסן פאר הונגעריגע אידן

    היינט אינעם יארצייט פונעם גרויסן צדיק דער הייליגער רבי ישעיה'לע פון קערעסטיר זי"ע, איז דער פאסיגער זמן צו שטיצן דעם בארימטן "בית התבשיל היכל הקודש" וואס גייט אין די וועגן פונעם צדיק א גאנץ יאר, און געט צו עסן פאר הונגעריגע אידן, בפרט פאר יום טוב, וואס עס גייט ארויס אסטראנאמישע סכומים צו מאכן זיכער אז אלע האבן א פרייליכע און זאטע יום טוב. &nbsp; דער בית התבשיל שטעלט צו צו עסן פאר בני תורה און נצרכים שוין עטליכע יאר צום גוטן, און צילט אז אין יעדע שטוב זאל זיין וואס צו עסן און טרונקען צו דער זעט נישט קיין חילוק אין די מצב אינדערהיים, און נישט אפילו ביי די וואס קענען זיך עס נישט ערלויבן פינאנציעל. &nbsp; בלויז אין די וואכן פאר דעם פארגאנגעם יום טוב פסח איז ארויסגעגאנגען פונעם אקאונט פונעם בית התבשיל איבער 130,000 דאלער פאר די פילע פראיעקטן פונעם בית התבשיל אנגהויבן פון די חלוקות פון קעיסעס גרעיפ זשוס מצות פלייש פיש פרוכט און אזוי ווייטער, ביז שיקן גאנצע פסח אדערס צו פילע פאמילעס, און אזוי אויך אויסצאלן פילע גראסערי ארדערס פאר ווער עס האט געדארפט. און צום לעצט דעם גרויסן חלוקה פון "קופאנס" וואס האט געגעבן פאר די אלע משפחות גרויסע דיסקאונט צו פילע יום טוב געברויכן. &nbsp; דאס אלעס האט נאר געקענט צושטאנד קומען אדאנק די ווארים הארץ וואס אנשי שלומינו האבן ארויסגעוויזן און געשטיצט דעם בית התבשיל מיט א ברייטע האנט, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען עס ווייטער אנהאלטן לויט וויפיל נדבות עס וועלן אריינקומען אינעם קאסע אזוי פיל וועט מען קענען ווייטער געבן. &nbsp; יעצט אינעם גרויסן טאג פונעם צדיק וואס האט משפיע געווען ישועות און רפואות פאר אידישע קינדער דורך זיין מדה מיט וואס ער האט זיך אויסגעצייכענט דאס איז זיכער מאכן צוגעבן צו עסן פאר אידן, וועט מען אויך היינט זוכה זיין צו פועלן ישועות און רפואות פאר זיך און די משפחה אין זכות פונעם גרויסן צדיק און אינעם זכות פון גיין אין זיינע וועגן. &nbsp; רופט יעצט אריין צום גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו און נעמט אייך די זכות פון צאלן א גראסערי ארדער פאר א נויטבאדערפטיגטע משפחה, אדער אויסצוצאלן א גרויסע באלאנץ פון א משפחה. רופט אים אוף 845-637-5367, אדער קען מען דרוקן דא און מנדב זיין אנליין. &nbsp; לשובע ולא לרזון

    < זעה מער ג אייר תשפ"ג 📝
  • געפועלט אלעס גוטס: דער ראש ישיבה קערט זיך צוריק פון געהויבענע נסיעה אין פוילן

    מיט אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר דא איבערגעבן א קורצע באריכט אויפן שפיץ גאפל פונעם געהויבענעם נסיעה, און מיט אייבערשטנ'ס הילף האפט מען נאך צו געבן אין א שפעטערדיגע געלענגעהייט א שיינע לענגערע באריכט. &nbsp; דער ציבור בראש פונעם ראש ישיבה שליט"א זענען ארויסגעפארן זונטאג נאכט פון ניו יארק צום קורצן אבער אינהאלטספולן נסיעה, דער ראש ישיבה פאר זיך האט מיטגענומען בלויז א שאפינג בעג און גארנישט מער פארן נסיעה. מיטן ראש ישיבה שליט"א זענען מיט געקומען איבער פופציג אנשי שלומינו וועלכע האבן געהאט די זכיה זיך משתתף צו זיין, נאכדעם וואס זיי האבן זיך אנגעשטרענגט און אריינגעברענגט פאר די הייליגע מוסדות גאר שיינע סכומים פארגאנגענעם יאר ביים קאמפיין. &nbsp; נאך עטליכע שעה פליען ווען עס איז געווארן ליכטיג האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית מיט מנין אויפן פליגער און מאנטאג אינדערפרי ווען מען האט געלאנדעט אין ריישא האט מען גענומען א באס וואס האט געטראגן דעם עולם גלייך צום שטאט ליזענסק, ווי עס איז חלקת מחוקק ספון פונעם הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע. אין ליזענסק איז מען תיכף געגאנגען אין מקוה, און דערנאך האט מען געגעסן א געשמאקן פרישטאג, וואס - איז אזוי ווי אלע אנדערע געברויכן פון די נסיעה - צוגעשטעלט געווארן בהרחבה דורכן טראוועל מומחה ר' אלי קנאל הי"ו פון פלען איט רייט. דערנאך האט מען זיך אויסגעבעטן ביים ציון ווי מען האט געוויילט מער פון א האלבע שעה. &nbsp; ביי אלע ציונים פון די הייליגע צדיקים האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט אין באס איידער מען איז אנגעקומען איבער די גרויסקייט פון די צדיקים און מאמרים און מעשיות וואס מען קען נעמען דערפון חיזוק און עצות אויף למעשה וויאזוי צו דינען דעם אייבערשטן. &nbsp; דערנאך איז מען געפארן מתפלל זיין ביי די הייליגע קברי צדיקים אין שינאווע, לאנצוט, דינוב, רימינוב און צאנז. שפעט ביינאכט איז מען אנגעקומען קיין קראקא ווי עס איז געווען צוגעשטעלט א רייכע עלעגאנטע נאכטמאל מיט א געשמאקע פראגראם צוגעשטעלט דורך מו"ה ארי פיש הי"ו פונעם "אנשי חיל" קאמפיין. &nbsp; פון דארט איז מען צוגעפארן צום באקוועמען האטעל אינעם אידישן קווארטל אין קראקא ווי מען האט זיך געלייגט שלאפן פאר עטליכע שעה. &nbsp; אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית אינעם רמ"א שול און דערנאך איז מען געגאנגע פוקד זיין די ציונים פון די הייליגע צדיקים אין קראקא ווי דער ב"ח, תוספות יום טוב, און נאך אסאך. &nbsp; דערנאך האט מען גענומען א באס צום ציון פון הייליגן תפארת שלמה אין ראדאמסק ווי מען האט געהאט א מקוה און געדאווענט שחרית, פרישטאג און נאכדעם האט מען זיך אויסגעבעטן ביים הייליגן ציון אין ראדאמסק. &nbsp; פון דא איז מען געפארן צום לופטפעלד אין ווארשא אנגעפילט מיט זעק און פעק פון ישועות. יעצט דינסטאג נאכמיטאג ביים שרייבן די שורות געפונט זיך די גאנצע חבריא אין די לופטן העכערן אטלאנטיק אקעאן, אינעם פלייט וואס ווערט ערווארטעט צו לאנדן היינט נאכט אין ניו יארק.

    < זעה מער כז ניסן תשפ"ג 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א לאזט זיך ארויס אויף א געהויבענע נסיעה קיין פוילן

    אין א בריוו היינט שרייבט דער ראש ישיבה צו אנשי שלומינו אז ער לאזט זיך ארויס אויף א רייזע צו די מקומות הקדושים אין פויל היינט נאכט. אינעם בריוו שרייבט דער ראש ישיבה שליט"א אז ער וועט מתפלל זיין פאר אנשי שלומינו ביי די הייליגע קברי צדיקים וואו ער גייט באזוכן. &nbsp; צום ערשט וועט דער ראש ישיבה צופארן צום ציון פון הייליגן צאזער רב, וואס היינט כ"ה ניסן געפאלט זיין יומא דהילולא, ווי דער ראש ישיבה שליט"א מיט א ציבור פון אנשי שלומינו וואס זענען מיטגעפארן וועלן אויספועלן אלעס גוטס בעזר השם יתברך. &nbsp; דערנאך וועט דער ראש ישיבה שליט"א פארן מתפלל זיין ביים הייליגן ראדאשיצער רב'ס ציון, אזוי אויך ביים ציון הקדוש פון הייליגן רבי ר' אלימלך זי"ע פון ליזענסק, און צום ציון פון הרה"ק רבי מענדלע רימינובער זי"ע, וואו דער ראש ישיבה שליט"א וועט איינרייסן און פועלן ביים אייבערשטן אלעס גוטס. &nbsp; מיר האפן צו געבן פארשידענע אפדעיטס פונעם געהויבענעם נסיעה, פאר די פילע פון אנשי שלומינו וואס האבן נישט געהאט די זכיה מיטצופארן.

    < זעה מער כו ניסן תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 151 to 165 of 428 results

1 2 ... 8 9 10 11 12 13 14 ... 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com