Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • שיינער שבת קודש מיט'ן ראש ישיבה

    דעם פארגאנגענעם שבת קודש פרשת ויצא האבן די איינוואוינער אין קרית ברסלב ליבערטי, מיט נאך פילע געסט וואס זענען געקומען צו פארן אויף שבת, געהאט די זכי' מיטצוהאלטן גאר א שיינעם שבת קודש אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. א גאנץ שבת האט דער ראש ישיבה גערעדט נאר דיבורים פון רבי'ן.    שבת קודש האט זיך דער ראש ישיבה אויסגעדרוקט אויפן שטעטל "דא איז א ריינע פלאץ, פשוט'ע מענטשן, פשוט'ע ארבעטארערס, אבער זיי פירן זיך ווי גרויסע צדיקים. יעדער איינער - מקטן ועד גדול - איז אנגעפילט מיט אמונה, יעדער האט שיחות פון רבי'ן, מען לעבט מיטן אייבערשטן, איך האב אזוי הנאה דא צו זיין."   דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער וואלט געבליבן דארט וואוינען, נאר לעת עתה איז די ישיבה אין וויליאמסבורג - און כאטש דער ראש ישיבה און זיין גאנצע משפחה וויל דארט בלייבן, מוז ער צוריק פארן אין שטאט ביז ווילאנג דער אייבישטער וועט העלפן מען וועט טרעפן א גוטע פלאץ פאר די ישיבה אין שטעטל.   די תפלות און דרשות זענען פארגעקומען אינעם גרויסן בית המדרש אויף האשקי, פרייטאג צו נאכטס האט דער ראש ישיבה שליט"א געפירט א באטע ביי זיך אינדערהיים, וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען פילע אידן פון איבער די שטאט, און מען האט גערעדט פון חינוך הבנים והבנות, אז דער עיקר איז אויסלערנען די קינדער דרך ארץ.   דער ראש ישיבה האט דערציילט, וואס א מלמד דערציילט וואס ער האט געהאט די וואך. איינער פון די קינדער האבן זיך געשטעלט אין כיתה אונטער אים, אונטער זיין רוקן און געמאכט א פאקס מיט די האנט אויפ'ן נאז, אויפ'ן מלמד. דער מלמד האט זיך זייער דערשראקן צו האבן ביי זיך אין כיתה אזא קינד, ער ציטערט וואס גייט דא זיין מיט דעם קינד; וועט ער אויסוואקסן א איד אדער חס ושלום...   האט דער ראש ישיבה געזאגט דעם מלמד, דער קינד איז נישט די פראבלעם, די עלטערן זענען; זיי זענען נישט מחנך זייערע קינדער. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער איז זייער שטרענג מיט זיינע קינדער אויף די איינע נקודה, אויף דרך ארץ. ער זאגט שטענדיג זיינע קינדער: "קענסט אויסוואקסן א פשוט'ער וואסער טרעגער, אבער דרך ארץ מוז זיין, אז דו וועסט נישט מיטהאלטן דאס לערנען - וועל איך דיר גארנישט טון, אבער אז איך וועל הערן פון דיינע מלמדים אז דו פירסט זיך נישט מיט דרך ארץ - וועל איך דיר באשטראפן".   אויך זענען אנוועזענד געווען געסט וועלכע וואוינען נישט אין שטעטל, און זיי האבן זיך זייער געוואונדערט. איינער איז שפעטער צוגעקומען צום ראש ישיבה און געפרעגט: "די שמועס איז אמת? דער ראש ישיבה איז טאקע מסכים צו האבן קינדער וואסער טרעגערס?" האט דער ראש ישיבה געענטפערט: "איך וויל האבן קינדער תלמידי חכמים, איך וויל דאס בעסטע פון זיי, אבער איך שטעל זיך נאר אויף די איינע זאך".   דער ראש ישיבה האט אים דערציילט: "יעדן טאג הער איך גרוסן, עלטערן שרייבן מיר סיומים פון זייערע קינדער. איך וועל דיר זאגן דעם אמת, מיינע קינדער לערנען גארנישט, מיינע קינדער שפילן, מיינע קינדער זענען פארנומען מיט אלעס אויסער משניות און גמרא. איך טרייב זיי נישט צו לערנען, איך שטעל זיך אויף זייער יראת שמים און אויף זייער דרך ארץ. וועט ער נישט ענדיגן ש"ס, וועט ער נישט ענדיגן משניות - אבער א איד וועט ער זיין. איך שטעל זיך זיי זאלן זיך אנגרייטן נעגל וואסער, זיי זאלן ליינען קריאת שמע, זיי זאלן רעדן שיין צו עלטערע און בעיקר אין חדר, און אויף דעם געב איך פעטש".   דער ראש ישיבה האט געבעטן פון אנשי שלומינו אז זיי זאלן רעדן צו זייערע קינדער פון דרך ארץ. יעדן טאג ווען די קינדער גייען אין חדר און אין סקול - דארף מען זיי זאגן מיט אן ערנסטע פנים: "איך האף צום אייבערשטן אז דו ביסט פון די דרך ארץ'דיגע קינדער", מען דארף רופן די קינדער'ס מלמדים און פרעג זיי: "וואס מאכט מיין קינד?" און זאג אים: "זאג מיר דעם אמת, ער איז דרך ארץ'דיג?" און אז דיין קינד איז דרך ארץ'דיג - זאלסטו רעדן אין שטוב פון דעם, און מאכן אן עסק; אים אויסלויבן פאר אלע קינדער, און אז נישט - זאלסטו אים געבן א קנס, ווייל אן דרך ארץ איז גארנישט דא.   אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז נאר דער וואס צאלט שכר לימוד - דער וועט זען נחת ביי זיינע קינדער, און דער וואס לאכט זיך אויס פון צאלן שכר לימוד - דער וועט קיין נחת נישט זען ביי די קינדער. דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט אז הערט זיך שרעקעדיג; אבער זאגט בלויז איבער וואס מוהרא"ש האט נאכגעזאגט בשם פריערדיגע צדיקים. דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט אז עס איז א פשוט'ע שכל, ווייל אז חינוך הבנים איז א חוזק, מען מאכט זיך נישט וויסנדיג פון די מוסד, מען לאכט פון די מוסד, עס אינטערעסירט נישט די קינדער - איז נישטא קיין הצלחה.   שבת אינדערפרי האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית פאר'ן עמוד מיט גרויס ווארעמקייט, און נאכ'ן דאווענען איז געווען דער קידוש און דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערנט אינעם הייליגן ספר סיפורי מעשיות, און ארויסגענומען שיינע עצות והדרכות פאר'ן לעבן ברוחניות ובגשמיות, און אויך ביי שלש סעודות איז געווען גאר שיינע און וואמערע דברות קודש, מיט די לימודים פון הייליגן רבי'ן.   השבת נועם הנשמות!

    < זעה מער יט כסלו תשפ"ג 📝
  • אמונה ניגון פון נייעם אלבום "תתחדש" ארויסגעקומען דורך די איינפלוס פון א חיזוק יומי

    א הערליכער אלבום איז נארוואס ערשינען אויף די אידשע מארק מיט צען שיינע ניגונים קאמפאזירט דורכן בארימטן קאמפאזיטער מו"ה הערשל ראזענבערג הי"ו פון מאנסי. ר' הערשל נ"י איז שוין א בעל תפילה פאר איבער דרייסיג יאר, און פארפאסט שוין ניגונים פון אלס אינג בחור. &nbsp; מיט בערך זעקס יאר צוריק האט פאסירט א שרקליכע טראגעדיע אין ארץ ישראל ווען א בחור א תלמיד היכל הקודש יעקב מאיר חשין ע"ה איז אוועקגעריסן געווארן פון דער וועלט פארנדיג אין א באס וואס איז געווען פארמישט אין א שרעקליכע עקסידענט, נאך די טראגעדיע גערעדט שטארקע דברי חיזוק ביים שיעור. דער ראש ישיבה האט צווישן אנדערע ארויסגעברענגט אז כאטש דאס איז א שרעקליכע טראגעדיגע, אבער ברוך השם אז דער בחור האט געהאט שכל און גוט אויסגענוצט די טעג און די יארן, אריינכאפנדיג צו ענדיגן אסאך מאל ששה סדרי משנה, מסכות אין ש"ס, און אזוי ווייטער, אויך האט ער אסאך מפיץ געווען, און מחי' געווען גאר אסאך אידן, און דאס נעמט ער מיט אויף יענע וועלט, און יעצט בלייבט איבער פאר אונז אנצופילן דעם חלל וואס יעקב מאיר האט איבערגעלאזט, און זיך שטארקן מיט התמדת התורה, הפצה און אזוי ווייטער. &nbsp; ר' הערשל האט געהערט דעם דאזיגן שיעור און עס האט אים גאר שטארק באנומען, ער האט געהערט ווי דער ראש ישיבה נעמט ארויס פון די פאסירונג א לימוד אויף למעשה וויאזוי איך קען נתעורר ווערן און טון עפעס נאך אזא טראגעדיע. זינט דאן האט ר' הערשל אנגעהויבן אויסצוהערן די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און אנגעהויבן באקומען א נייעם בליק אויפן לעבן. &nbsp; אין א שמועס מיט ר' הערשל אויף קול ברסלב לכבוד דעם ערשיינונג פון זיין נייעם אלבום פארציילט ער אז דריי האלב יאר צוריק איז געווען א שטארקע חיזוק יומי פונעם ראש ישיבה, וואס דער ראש ישיבה האט דארט געזאגט בזה הלשון: "עס איז דא א נייע תקנה אין ישיבה, קיין שום בחור טאר גארנישט בעטן פון קיין בשר ודם, קיין שום זאך וואס ער דארף, מען קען נאר בעטן פונעם אייבערשטן". די ווערטער האבן אים געוואלדיג שטארק באנומען, א טאג דערויף איז אים אריינגעקומען א ניגון אויף די הייליגע ווערטער &nbsp; וַאֲנִי בְּחַסְדְּךָ בָטַחְתִּי יָגֵל לִבִּי בִּישׁוּעָתֶךָ &nbsp; איך גלייב און גלייב, נאר דו קענסט מיר העלפן, &nbsp; איך דאנק און לויב אז דו טוסט מיר העלפן &nbsp; איך בעט און בעט אז דו זאלסט מיר ווייטער אלעמאל העלפן &nbsp; נאר דו קענסט העלפן &nbsp; ואני ואני ואני בחסדך בטחתי איך גלייב און גלייב איך בעט און בעט ווייל בחסדך בטחתי &nbsp; דער ניגון נעמט איבער דאס הארץ מען קען זיך מיט דעם ניגון גוט אויסדרוקן די גרויסע אמונה און האפענונג פון א איד אינעם אייבערשטן, וואס נאר ער קען אונז העלפן. &nbsp; גלייך דאן האט ער געשיקט דעם פריש פארפאסטן ניגון פארן ראש ישיבה פון וואס דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט און דאס שטארק אויסגעלויבט, יעצט ווען ר' הערשל האט ארויסגעגעבן דעם נייעם אלבום ווי ער האט אריינגעלייגט דעם ניגון (ניגון נומער 5) האט ר' הערשל געשפירט הכרת הטוב פאר'ן ראש ישיבה און איז געקומען ברענגען פאר'ן ראש ישיבה דעם נייעם אלבום פאר א מתנה. &nbsp; שפעטער האט זיך דער ראש ישיבה אויסגעדרוקט אז אסאך ניגונים היינט וואס רעדן פון אמונה קומט פון א דירעקטע השפעה פון די דרשות וואס מען הערט, און פון די ניגוני אמונה וואס מען געבט דא ארויס און פון דעם קומט ארויס די ניגונים. &nbsp; מען קען הערן דעם גאנצן אינהאלטסרייכן שמועס מיט ר' הערשל ווי מען גייט איבער מיט אים מער פרטים בנוגע דער הערליכן אלבום און די אלע צען ניגונים אויף קול ברסלב 845-299-2224 דאן 4 און דערנאך 2 פאר די אינטערוויוס אפטיילונג.

    < זעה מער יז כסלו תשפ"ג 📝
  • לעיקוואד וועט האבן די זכיה צו האבן דעם ראש ישיבה היינט דאנערשטאג נאכט

    די וועכענטליכע דאנערשטאג נאכט "ליל שישי שיעור" דארף נישט קיין הסברים, יעדע דאנערשטאג נאכט קומען זיך צוזאם צענדליגע אינגעלייט אין וויליאמסבורג צו מיטהאלטן דעם שיעור, וואס ווערט אויך לעבעדיג מיטגעהאלטן אין די היכל הקודש שולן אין קרית יואל, מאנסי, לעיקוואוד, קרית ברסלב. &nbsp; ביים שיעור חזרט דער ראש ישיבה מיט אונז די הייליגע ווערטער פון מוהרא"ש זי"ע און געבט עצות און חיזוק געבויעט אויף די סדרה אדער יום טוב פון די וואך. דער ראש ישיבה איז מחזק צו לימוד התורה, מעביר סדרה זיין, רעדן שיין צו די ווייב, זיך אפגעבן מיט די קינדער, דאווענען דריי מאל א טאג מיט מנין, זיך פרייען מיט די פשוטע טאג טעגליכע מצות און אזוי ווייטער. &nbsp; ווען מען קומט אריין צום שיעור פארגעסט מען וואו מען איז אויף דער וועלט, צוערשט הייבט דער ראש ישיבה אן מיט א געשמאקע ניגון וואס פירט אריין צום שיעור. מען הערט ווי דער ראש ישיבה צולייגט אזוי שיין מיט קליין געלט וויאזוי מען רעדט צום אייבערשטן אפילו שפירסט ווי דו קענסט נישט עפענען דיין מויל, מאך פון דעם אליינס א תפלה. &nbsp; דער ראש ישיבה לאזט נישט אויס א וואך וואס ער זאל נישט רעדן פון שלום בית, און אז די ווייב און קינדער זענען נישט קיין גשמיות'דיגע זאכן וואס שטערן צו עבודת ה' נאר פארקערט דאס איז די גרעסעטע עבודת ה'. מען נעמט חיזוק פון דער ראש ישיבה אפצולאזן אלע כלים מכלים שונים און חלילה זיי נישט אהיים ברענגען. &nbsp; די וואך האט דער ראש ישיבה באשלאסן אויף די בקשה פון אנשי שלומינו אין לעיקוואוד אז דער שיעור וועט פארקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אין לעיקוואוד. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א וועט אי"ה פארקומען אום 9:00 אין בית המדרש אין צענטער פון שטאט לעיקוואוד אויף 215 איסט 5טע סטריט (אין בעק פון בנין).

    < זעה מער יד כסלו תשפ"ג 📝
  • פרישע אויפוואכונג שטענדיג צו גיין אנגטון מיט ריפלעקטארס

    פארגאנגענעם וואך האט פאסירט אין מאנסי אן אומגליק ווען א קאר האט אומוועלנדיג אראפגעקלאפט א פרוי, נישט באמערקענדיג צוליב די טונקעלקייט פון די נאכט, דאס האט אויפגעשאקעלט די אידישע וועלט צו זיין פארזיכטיג צו גיין שטענדיג אין די נאכט שעות מיט רעפלעקטער כדי די קארס אויף די וועגן זאלן באמערקן דעם פיסגייער. &nbsp; דער ראש ישיבה איז שטענדיג מעורר מען זאל זען צו גיין מיט ריפלעקטארס, נאך דעם פאסירונג האט דער ראש ישיבה נאכאמאל געפאדערט מען זאל פרישע מעורר זיין דעם מען זאל זען גיין מיט ריפלעקטארס סיי די מענער און סיי די פרויען בפרט אין שטעטל, וואו די גאסן זענען זייער טונקל און גרעניצט זיך מיט סכנת נפשות. &nbsp; אויך ביים שיעור ליל ששי שיעור פארגאנגענעם וואך האט דער ראש ישיבה גערעדט פון דעם טראגעדיע און געזאגט וואס מוהרא&rdquo;ש פלעגט שטענדיג זאגן אז ווען מען גייט ארויס פון הויז זאל מען לייגן די הענט אויף די מזוזה און בעטן א קליינע תפילה &ldquo;הייליגער באשעפער ברענג מיר און מיין משפחה צוריק געזונטערהייט&rdquo; דאס איז א געוואלדיגע זאך וואס מוהרא&rdquo;ש האט אויסגעלערנט, און אז מען געוואוינט זיך צו דאס צו טוהן און עס ווערט ווי א חלק פון די לעבן. &nbsp; פאר א צייט צוריק האט מען געמאכט אין שטעטל ספעציעלע וועסטל ריפלעקטארס מיט די ברסלב&rsquo;ע קרוין אויף דעם, עס איז נאך דא צובאקומען ביים באזאר אין שטעטל. אויך איז דא בעלטס ריפלעקטארס פאר די פרויען. &nbsp; די בעלט ריפלקעטאר קמיע מיטן ברסלב'ע קרוין און קמיע לשמירה פון מוהרא"ש &nbsp; ושמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלום מעתה ועד עולם

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ג 📝
  • הרב יודא לייב אשלג שליט"א בעל הסמנים באזוכט אין ישיבה

    פארגאנגעם מיטוואך איז הרב אשלג שליט"א פון ארץ הקודש וואס געפונט יעצט זיך דא אין אמעריקע צוגאסט געקומען זיך באטייליגן צום שיעור חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א, הרב אשלג האט גענומען אויף זיך א מיסיע צו מאכן סימנים אויף אלע מאמרי חז"ל צו קענען געדענקען אויף וועלכע בלאט עס שטייט. ער האלט אינמיטן שרייבן א חיבור מיטן נאמען "זכרינו בזכרון" ווי ער שרייבט אראפ אלע סימנים וואס ער האט געטראפן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אנגעהויבן דעם שיעור מיט די גמרא אין מסכת שבת דף פ"ב: "רב הונא פרעגט זיין זון רבה "פארוואס גייסטו נישט צו רב חסדא'ס שיעורים, ער רעדט שארפע זאכן", זאגט רבה פאר זיין טאטע, "ער רעדט וועלטליכע זאכן למשל וויאזוי מ'דארף זיך אכטונג געבן דאס געזונט ווען מ'גייט אין בית הכסא", זאגט רב הונא פאר זיין זיין "ער לערנט לעבן, כל שכן דארפסטו גיין צו אים!". &nbsp; דער ראש ישיבה האט געפרעגט הרב אשלג וועלכע סימן קען מען מאכן אויף די גמרא האט ער געזאגט "פלאות בגופו" געבויעט אויף די ווערטער פון אשר יצר "מפליא לעשות". &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז די ווערטער פון הייליגן רבין קען אויסזען ווי מ'רעדט מילי דעלמא, פשוטע זאכן, אבער למעשה דאס געבט לעבן, מיטן רבין קען מען האבן א גוטע לעבן. &nbsp; דער ראש ישיבה צוגעברענגט נאך גמרות ווי צום ביישפיל די גמרא פון שבת דף כ"ו "א שנור קען זיך נישט דורכקומען מיט א שוויגער, האט הרב אשלג געגעבן דעם סימן כ"ו איז ראשי תיבות "כלה וחמותה", אזוי האט ער געגעבן סימנים פאר נאך פארשידענע מאמרי חז"ל. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אים ארויפגערופן ער זאל זאגן אפאר ווערטער, ער האט פארציילט וואספארא חיזוק ער האט באקומען פונעם ראש ישיבה, און וויאזוי ער האט אנגעהויבן מיט די סימנים צו געדענקען אלע מאמרי חז"ל. ער האט געזאגט אז מענטשן פלעגן אים אפרעדן, און דער ערשטער וואס האט אים מחזק געווען ער זאל גיין ווייטער דערמיט איז געווען דער ראש ישיבה. ער האט מסביר געווען וויאזוי ער מאכט די סימנים. און האט געזאגט פאר די בחורים זיי זאלן וויסן וואס פארא אוצר זיי פארמאגן, ער האט פארציילט וויאזוי ער איז געוואר געווארן פונעם ראש ישיבה, ער האט געטראפן עטליכע מאל אידן אין ארץ ישראל וואס האבן אים "דער ראש ישיבה איז מיין רבי, איך האב אים קיינמאל געזען אבער מיין גאנצע רוחניות'דיגע לעבן קומט פון אים" און האט אויסגעפירט פאר די בחורים "אשרי חלקכם" אז איר זענט אויף אזא הייליג פלאץ.

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ג 📝
  • געהאלט פון די אינגעלייט וואס לערנען אין כולל היכל הקודש געהעכערט

    דער כולל היכל הקודש איז נישט א כולל ווי יעדער חתן א טאג נאך די חתונה מוז אריינגיין פשוט ווייל דער שווער וויל אן איידעם א כולל אינגערמאן, נאר דאס איז א כולל אזוי ווי די גדולי ישראל אין די פריערדיגע דור האבן עס אהער געשטעלט אלץ א פלאץ ווי אינגעלייט תורתם אומנתם זאלן קענען זיך משלים זיין אין אלע מקצועות התורה. &nbsp; די אינגעלייט אין דעם כולל בטל'ן נישט קיין צייט, זיי זיצן און לערנען מיט גרויס התמדה און אקערן דורך איין מקצוע נאך די אנדערע, און דערנאך לאזן זיי זיך פארהערן ביי גרויסע רבנים, וואס דרוקן אויס גרויס התפעלות ווי שטארק זיי זענען בקי אין די פילע הלכות. &nbsp; יעצט האט דער ראש ישיבה געבעטן דעם גבאי מו"ה משה אריה שניטצלער הי"ו אז ער זאל העכערן דעם געהאלט צו דריי הונדערט און פופציג דאלער א וואך כדי די אינגעלייט זאלן ווייטער קענען לערנען אומגעשטערט. &nbsp; פאלגענד איז א בריוו פון ראש ישיבה פון פאריגע וואך, איבער דעם: &nbsp; יום ה' פרשת תולדות, א' דראש חודש כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן &nbsp; לכבוד ... נרו יאיר &nbsp; שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי אז איינער ברענגט צוריק זיינע קינדער צו אים. זיי ממשיך מיט דרוקן די ספרים פון רבי'ן וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונזער דור, דאס וועט ברענגען די גאולה. &nbsp; פינף כולל אינגעלייט האבן זיך פארהערט הלכות מקוואות, איך האב יעצט באקומען די צעטלעך וואס די רבנים שרייבן זיי, די רבנים דרוקן זיך אויס אז זיי האבן זייער גוט געקענט. איך וויל געבן פאר די אינגעלייט וואס האבן זיך פארהערט - עפעס מער, זאלסטו אנגרייטן דעם חודש ווען מען צאלט די כולל אינגעלייט נאך א טויזנט דאללער, פאר די פינף אינגעלייט: ר' יונה, שלמה, יענקי, חזקי, און אלי' פערל. א גרויסן יישר כח. &nbsp; אויך וויל איך פון היינט און ווייטער ארויפגיין מיט די געהאלט פאר די כולל אינגעלייט, אנשטאט צוויי הונדערט און פופציג דאלער א וואך - דריי הונדערט און פופציג דאלער א וואך, איך וויל זיי צאלן יעדע דריי וואכן טויזנט פופציג. &nbsp; גרייט מיר אן פאר אלע אינגעלייט זייער געהאלט פאר פרשת חיי שרה, תולדות און פאר ויצא; איך האף צו קומען איין טאג קומענדיגע וואך אין שטעטל - וועל איך עס נעמען פון דיר. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים. &nbsp; אין לו להקב"ה אלא ד' אמות של הלכה

    < זעה מער יא כסלו תשפ"ג 📝
  • כולל מסיבה מיט סעודת ראש חודש ביים ראש ישיבה אינדערהיים

    גאר א שיינע מסיבה לטובת דעם כולל היכל הקודש צוזאמען מיט א סעודת ראש חודש איז פארגעקומען ביים ראש ישיבה שליט"א אינדערהיים ווי עס זענען געווען געלאדענט די וואס האבן די זכיה צו העלפן דעם כולל צו קענען צאלן פאר די חשובע אינגעלייט וואס לערנען פלייסיג די הייליגע תורה וואס אויף דעם שטייט די וועלט. &nbsp; די מסיבה איז פארגעקומען אויף א באשיידענעם אופן ביים ראש ישיבה אינדערהיים, מען האט סערווירט א סעודה, און אינצווישן האט מען געהאט די זכי' צו הערן שיינע שמועסן פונעם ראש ישיבה, הערליכע שכל וואס מען קען מיטנעמן אויף ווייטער פאר די גאנצע לעבן. &nbsp; ביים שמועס איז געווארן אויסגעשמועסן גאר שיינע נושאים צום ביישפיל האט מען גערעדט איבער די גרויסע זכות צו קענען העלפן אינגעלייט וואס זיצן און לערנען, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען זעט אין די משנה אין זבחים (פרק א' משנה ב') "שמעון אחי עזריה אומר", האט דער ראש ישיבה געפרעגט, וואס איז פשט אז ווען מען ווילן רעדן פון שמעון, שרייבט מען "שמעון דער ברודער פון עזריה"? נאר, האט דער ראש ישיבה געזאגט, דאס איז צוליב עזריה האט אויסגעהאלטן זיין ברודער שמעון זאל קענען לערנען, ממילא האט ער דעם זעלבן חלק אין זיין ברודער'ס לערנען, אזוי ווייט אז ווען מען שרייבט א מימרא פון שמעון, שרייבט מען "שמעון אחי עזריה אומר", ווייל נאר אין זיין זכות האט ער געקענט לערנען און אויסוואקסן א צדיק.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז די אינגעלייט פון כולל האבן זיך נארוואס פארהערט ביי חשובע רבנים הלכות מקוואות, און אז די רבנים האבן געשריבן אז זיי האבן נאכנישט געהאט אזאנע אינגעלייט וואס זאלן קענען אזוי גוט הלכות מקוואות דורך און אדורך.&nbsp; &nbsp; דערנאך איז ארויפגעקומען די נושא פון שידוכים, איינער האט געברענגט און געוויזן פאר'ן ראש ישיבה א ספר פון דעם גרויסן גאון רבי חיים קנייבסקי זי"ע וואס באשטייט פון בריוון וואס מען האט צוזאמגענומען פונעם גאון וואס ער האט געענטפערט איבער די נושא פון שידוכים. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער ארויסגענומען א געוואלדיגע שכל פון איינע פון די בריוון, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז איינער פרעגט דארט אן ביי רבי חיים'ען וואס מען זאל טון אויב די בחור אדער די מיידל האט א געוויסע באהאלטענע פראבלעם, אויב מען דארף דאס זאגן פאראויס, און אויב יא ווען זאל מען עס זאגן? האט אים רבי חיים געענטפערט אין צוויי ווערטער "לפני שגומרים" דאס הייסט ממש פאר מען ענדיגט דעם שידוך זאלסטו דאס זאגן, ווייל דעמאלט נאכן זיך טרעפן און זען אויב מען איז מסכים צום שידוך, קען מען גרינגער מחליט זיין אויב מען וויל יעצט נישט ווייטער גיין צוליב דעם פלעק און נישט קוקן דערויף. אבער אויב זאגט מען דאס ווען גלייך ווען מען טראגט אן דעם שידוך וועט יענער לכאורה גלייך אפזאגן דעם שידוך. דאס איז א הפלא'דיגע שכל.&nbsp; &nbsp; אויך האט מען ארום גערעדט נאך שיינע נושאים, פאר איבער צוויי שעה, מען קען עס זען און הערן אויף ברסלב סענטער ביי די שיעורים אפטיילונג אונטערן קעסטל פון די טעגליכע שיעורים פון פרשת תולדות, אזוי אויך קען מען עס הערן אויף קול ברסלב ביי די טעגליכע שיעורים פונעם ראש ישיבה, עס לוינט זיך אויסצוהערן.

    < זעה מער ג כסלו תשפ"ג 📝
  • סיום ש"ס ירושלמי קומענדיגע וואך זונטאג חיי שרה הבעל"ט

    עס איז יעצט א געוואלדיגע שמחה ביי אנשי שלומינו, ווען נאך איבער פיר יאר לערנען יעדן טאג א בלאט נאך א בלאט פון ירושלמי און ווען מען ווייסט אז מען האט פופצן הונדערט טעג וואס אין דעם איז אריינגערעכענט ימים טובים, שמחות, נסיעות, טעג וואס מען האט נישט גוט געפילט, טעג וואס מען איז געווען פארנומען, האט מען אבער געפאלגט דעם צדיק מוהרא"ש זי"ע וואס האט געבעטן אז אלע אנשי שלומינו זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי, און א פרק תוספתא. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז א מענטש האבן שטארק רחמנות ווען מען באגעגענט א היימלאזע פארשוין. איינע פון די חלומות פון יעדן אינגערמאן איז צו קויפן "אן אייגן הויז". מוהרא"ש פלעגט זאגן אז אויף יענע וועלט איז סאך א גרעסערע רחמנות צו זיין היימלאז, דא אויף דער וועלט אז איינער באגעגענט א איד וואס האט נישט קיין דאך איבערן קאפ, קען מען אים ארייננעמען אין שטוב, און אים העלפן, אבער אויף יענע וועלט איז שוין צו שפעט, דארט קען מען שוין נישט "קויפן קיין הויז". מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז מיט דעם וואס מען לערנט טעגליך די דריי לימודים בבלי ירושלמי און תוסתפתא וואס איז ראשי תיבות "בית", מיט דעם בויעט מען זיך אויף א "בית נצחי", מען זאל נישט זיין היימלאז אויף יענע וועלט. מוהרא"ש פלעגט אויך אלץ זאגן אז צו לערנען דעם "בית נצחי" טעגליך איז א סגולה מען זאל זיך קענען קויפן א הויז דא אויף דער וועלט. און מען זעט טאקע אז דאס איז בדוק ומנוסה, ווי אינגעלייט פארציילן אז זיי האבן אנגעהויבן לערנען די הייליגע ווערטער פון חז"ל יעדן טאג, און דער אייבישטער האט געהאלפן אז זיי האבן געקענט איבערקומען אלע שטרויכלונגען און זיך איינגעקויפט א שיינע דירה. &nbsp; קומענדיגע וואך זונטאג חיי שרה איז מען זוכה צו מסיים זיין דעם גאנצן ירושלמי, וואס אלע מסיימים וועלן פראווען מיט גרויס שמחה יעדער ביי זיך אינדערהיים. &nbsp; יעצט איז די צייט זיך מיטצוכאפן אויפן וואגן ווען מאנטאג הייבט זיך אן דער נייער מחזור. דער באן ווארט נישט אויף קיינעם נאר לאזט זיך תכף ארויס, און ווער עס האט שכל עפענט אויף די הייליגע גמרא יעדן טאג און זאגט די ווערטער פון די הייליגע תנאים און אמוראים. די אלע וואס האבן שפעקולירט פיר יאר צוריק צי עס הייסט יא געלערענט אדער נישט, וואס האבן זיי אויפגעטון אין די לעצטע פיר יאר? דערפאר דארפן מיר פאלגן דעם הייליגן רבין און נישט קוקן אויף קיינעם נאר זיך איינהאנדלען א שיינע גמרא ירושלמי ברכות און אין פיר יאר ארום, ווי גרויס וועט זיין די שמחה ווען מען וועט זוכה זיין צו ענדיגן צוזאמען מיט אנשי שלומינו דעם גאנצן ירושלמי. &nbsp; והאור זה תלמוד ירושלמי דנהיר נהורא דאורייתא (זוהר)

    < זעה מער טז חשון תשפ"ג 📝
  • הערליכע שיעור פון ראש ישיבה איבער שידוכים און שמחות

    ווי שוין גוט באקאנט פאר די ליינער פון "ברסלב סענטער" לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאָר עטליכע שיעורים יעדן טאג פאר די בחורים, צוערשט איז דא דער שיעור אין גמרא טעגליך אום 1:30, וואס איז מלא טעם ווי דער ראש ישיבה לייגט אראפ די הייליגע ווערטער פון חז"ל בטוב טעם ודעת, און דערנאך לערט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א געשמאקע שיעור אין משניות, וואס דאס ווערט מיטגעהאלטן דורך די בחורים אין ישיבה, און ווערט אויך מיטגעהאלטן דורך הונטדערטע אידן טעגליך אויף די וועבסייט און אויפן טעלעפאן. &nbsp; דער גולת הכותרת פון די שיעורים איז בלי ספק דער טעגליכער חיזוק שמועס פון סיפורי מעשיות וואס ווערט פארגעלערענט פאר די בחורים פינף אזייגער נאכמיטאג, דער שיעור איז גאר שטארק באקאנט אויף דער וועלט, און אויסער די בחורים פון ישיבה וואס מאכן זיך זיך צו באטייליגן יעדן טאג, קומען כסדר ארויף בחורים פון אנדערע ישיבות אזוי אויך אינגעלייט ווען מען האט נאר א געלעגענהייט, אזוי אויך ווערט עס צוגעהערט דורך די וועבסייטס און די טעלעפאן וואס ווערן טעגליך באלאגערט פון שווערע טויזנטער אידן וואס מאכן זיכער נישט צו פארפאסן קיין שיעור, און שעפן זיך אן פון די התחזקות פון הייליגן רבין וואס ווערט איבערגעגעבן דורכן ראש ישיבה, אויף די וועג וואס ער האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; אזוי אויך ווערט יעדן טאג פארשפרייט די "חיזוק יומי", וואס איז אויסצוגן ארויסגענומען פון דעם טעגליכן חיזוק שיעור פאר די בחורים, און ווערט אויך איבערגעטייטשט צו נאך שפראכן וואס מען איז מפיץ דורך פילע וועגן צו צענדליגע טויזנטער אידן טאג טעגליך בלי גוזמא וואס דערקוויקן זיך דאס הארץ דערמיט, און דערמאנען זיך פונעם באשעפער דורך די הייליגע דיבורים. &nbsp; באמת וואלט מען געקענט שרייבן אן נייעס פון יעדן אייציגן שיעור, וואס איז יעדן טאג פריש און מתוק מדבש, און איז אנגעפילט מיט עצות חיזוק און שכל וואס מען קען נוצן יעדן טאג און יעדע מינוט. אבער אז דער אייבישטער האט געהאלפן אז עס איז געקומען אן עקסטרע ספעציעלע דרשה וואס האט געמאכט א גאר שטארקע רושם אויף די צוהערער, ווי מיר הערן צוריק די גריסן פון די מקשיבי השיעור, איז זיכער וויכטיג מען זאל עס באריכטן און אנמערקן. &nbsp; פאריגע וואך מיטוואך, טראצדעם וואס דער ראש ישיבה איז נאך געווען אביסל הייזעריג, און האט זיך געדארפט אנשטרענגען צו געבן דעם שיעור, האט דער אייבישטער געהאלפן אז עס איז ארויסגעקומען א שיעור וואס איז שוין לאנג נישט געווען. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אנגעהויבט מיטן פרעגן די בחורים איבער וואס מען זאל רעדן, און ווען איינער האט זיך אנגערופן אז מען זאל רעדן איבערדעם אז "מען זאל זיך נישט קלויבן ביי שידוכים" האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דאס איז א גאר וויכטיגע נושא, וואס מוהרא"ש זי"ע האט אסאך גערעדט דערפון. &nbsp; "דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן" האט דער ראש ישיבה צוגעברענגט "א מענטש דארף ארויסגיין פון כח הדמיון, און קומען צום שכל" מענטשן ליגן אין דמיונות, 'איך גיי האבן אזא שידוך, אזא הויז, אזוי וועלן מיינע קינדער אויסזען'... "וואס איז שכל, און וואס איז דמיון?" האט דער ראש ישיבה געפרעגט "שכל איז אז א מענטש לעבט מיטן אייבערשטן, ער טראכט וואס 'וויל דער אייבישטער אז איך זאל טון'. און דער אייבישטער וויל אז מען זאל חתונה מאכן די קינדער". &nbsp; דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון מוהרא"ש אז מען דארף זיך זייער היטן פונעם גרויסע שונא וואס הייסט "צייט", מען שטופט אפ דעם שידוך אויף מארגן, און דערנאך אויף מארגן, ווייל אפשר דעמאלטס וועל איך טרעפן מיין גליק שידוך, אבער דער מענשט כאפט זיך נישט ווי דאס לעבן גייט דורך זייער שנעל. מוהרא"ש שרייבט אן א שיעור מאל אין אשר בנחל איבער שידוכים "אל תהי בררן" - "זיי נישט קלויבעריש"! &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט איבער דעם וואס מענטשן זאגן אפ שידוכים פאר נארישע סיבות, "וואס איז די כלה'ס משפחה נאמען"? דער ראש ישיבה האט געזאגט, מילא די מיידל רעדט זיך אפ אז דער בחור האט עפעס א מאדנע לעצטע נאמען וואס זי וועט באקומען נאך די חתונה; אבער דער חתן? וואס גייט דיר אָן איר נאמען, זי וועט דאך באקומען דיין "שיינע" נאמען...! &nbsp; "וויאזוי גייט מען דארט?" - "וויאזוי?" האט דער ראש ישיבה געזאגט "מיט א שמאטע אויפן קאפ...! וואס גייט דיר אן וויאזוי צו וועט גיין אויפן גאס? דו גייסט אפהאלטן א שידוך צוליב דיינע אזוי גערופענען חברים? דו מיינסט אז דו האסט חברים? ווען דיין בעסטע חבר איז נישט נעבן דיר, וואס רעדסטו אונטער זיין רוקן? פונקט אזוי רעדן דיינע "חברים" אונטער דיין רוקן...! אינדערהיים, נאכדעם וואס מען מאכט צו די טיר, גייען אלע פרויען מיט א שמאטע אויפן קאפ..., איינער רופט עס טרובאן, איינער סנוד, איינער שניעל, און איינער שטערן טיכל..." &nbsp; "איך וויל נישט דעם שידוך - דער בחור אדער מיידל קומען פון א צוטיילטע שטוב", דו ווייסט וויפיל שטובער זענען אומאפיציעל צוטיילט רח"ל נאר זיי ווילן פשוט קענען טון שידוכים מיט די קינדער, ווארטן זיי אויס אויפן "אפיציעלן" גט ביז נאכן חתונה מאכן די קינדער... "קוק אויפן קרן" האט דער ראש ישיבה געזאגט "אז דער קרן איז גוט, כאפ עס, און ענדיג עס אין א מזל'דיגע שעה". &nbsp; "זיי באקומען תומכי שבת פעקלעך... זיי האבן נישט קיין פרנסה" קען מען הערן א תירוץ. "נעמען א שבת פעקל ווען מען דארף עס האבן איז א בושה? אז דו פאפסט די גאנצע שטאט און דו בויעסט זיך אויף חובות, נאך א קרעדיט קארד, נאך א מארגעטזש, אבי נישט צו לעבן ווי א געזונטע מענטש, מיט דעם דארף מען זיך שעמען!" &nbsp; פון דא איז דער ראש ישיבה אריינגעפארן איבער דעם מכה אשר לא כתוב בתורה פון לעבן פאר יעדעם, "מילא דו געסט אויס דאס געלט פאר א שטריימל, מעבל, פאר א דירה, וועסט כאטש הנאה האבן פון דיין געלט אפאר יאר, אז דו האסט עס נישט, איז נאך אלץ נישט גערעכט עס צו טון, אבער אזוי נישט מיר נישט דיר אראפּפלאשן עטליכע צענדליגע טויזנטער דאלער פאר "איין נאכט", ביסט אויפן קאפ געפאלן? וואו איז דיין שכל? &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז איינער איז אמאל אריינגעקומען ביי א חתונה, ער איז צוגעגאנגען צו איינעם און אים געפרעגט "רבי איד, ווער איז דער בעל שמחה דא", דער איז איז געווען דער מחותן, האט זיך אנגערופן "קום איך וועל דיר ווייזן", ער טראגט אים צו באלעבאס פונעם זאל "ער איז דער בעל שמחה, ער האט היינט געמאכט אסאך געלט, איך בין דער בעל חוב"... &nbsp; אזוי האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער דעם נושא א לאנגע הערליכע שיעור וואס לוינט זיך אויסצוהערן. דער אייבישטער זאל העלפן אז די הייליגע דיבורים זאלן אריינגיין אין אונזערע הערצער, און אזוי וועלן מיר ווערן ערליכע אידן.

    < זעה מער יב חשון תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו מכיר טובה סענאטאר טשאק שומער

    אין די יעצטיגע טעג קומען פאר וואלן אין אלע סטעיטס אין אמעריקע, אויך אין ניו יארק קומען פאר וואלן פאר פילע אמטן אויף די פארשידענע שטאפלען פון די רעגירונג, סיי פעדעראלע, סטעיט, און לאקאל. &nbsp; אין קרית ברסלב קומען די איינוואוינער ארויס שטימען פאר די קאנדידאטן וואס די הנהלה האט אינדארסירט, לויט ווי זיי האבן פארשטאנען איז פאר די טובה פאר די וואוקס און די הצלחה פונעם שטעטל. &nbsp; ביים פארמעסט פונעם ניו יארק סטעיט סענאט האט די הנהלה האט געבעטן מען זאל שטיצן דעם אמיטרנדער סענאטער טשאק שומער וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג. אנשי שלומינו געדענקען וואס מען איז דורכגעגאנגען פאר צוויי יאר צוריק, אין די "קאראנע תקופה" ווען אלע שטאטישע אפיסעס זענען געווען פארמאכט. און טראץ דעם וואס פילע לענדער ארום די וועלט זענען געווען אפגעשפארט פאר באזוכער, האבן אבער אנשי שלומינו געמאכט פלענער צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, וואס דער רבי האט געבעטן אז קיינער טאר נישט פעלן, מען האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן, אזוי אויך האט מען זיך אנגעגרייט בגוף ובממון צו דעם גרויסן נסיעה. &nbsp; איין שטארקע שוועריקייט וואס האט זיך דאן געמאכט איז געווען אז די וואס האבן געדארפט באנייען זייער פאספארט, האבן עס נישט געקענט טון, צוליב וואס די פאספארט אפיסעס זענען געווען אפגעשפארט פאר זייער א לאנגע צייט, און ווען זיי האבן עס שוין ענדליך געעפענט, זענען זיי געווען הונטערשטעליג מיט איבער א האלבע יאר ארבעט, און עס איז כמעט נישט מעגליך געווען צו באקומען א פאספארט אין ווייניגער פון עטליכע חדשים צייט. &nbsp; דאן האט זיך סענאטאר שומער צוגעשטעלט און ארויסגעהאלפן די אלע וואס האבן שנעל געדארפט האבן דעם פאספארט, "דער שענסטער מידה איז הכרת הטוב" זאגט אלץ דער ראש ישיבה, דערפאר האבן אנשי שלומינו אויסגענוצט די די געלעגענהייט און געשטימט פאר טשאק שומער וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג אלץ דער פארטרעטער פון ניו יארק אינעם סענאט אין וואשינגטאן. &nbsp; אין די זעלבע צייט ווען די אלגעמיינע גאס ווערט אינגאנצן פארשוועמט פון די וואלן, מענשטן ווערן אינגאנצן צוקאכט און מען שרייט "מען מוז שטומען פאר דעם און דעם אז נישט וועט די וועלט אונטערגיין", און דער אנדערער שרייט פונקט פארקערט, "רחמנא ליצלן מען מוז וואוטן פארן אנדערן!", האט דער ראש ישיבה געשריבן נעכטן צו אנשי שלומינו, אז מיר זאלן געדענקען צו האלטן דעם קאפ גראד, און נישט אריינפאלן אינעם "עלעקשאן פאניק" אין וואס די מידיא פרובירט אונז אריינצושלעפן, אט זענען די לעכטיגע ווערטער פונעם ראש ישיבה "לאז זיך אפ פון די פאליטיק, עס וועט דיר גארנישט אויסמאכן ווער עס איז געווארן פרעמיער מיניסטער אין מדינת ישראל און ווער עס גייט ווערן גאווערנאר אין ניו יארק, אלעס וועט בלייבן די זעלבע. אלעס איז הבל הבלים; אלעס איז נאר אוועק צו שלעפן דעם מענטש ער זאל פארגעסן אז עס איז דא א באשעפער וואס ער פירט אלעס, מאכט אלעס און אין אים ווענדט זיך אלעס." "איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס אז דו האסט געוואונען, דו ביסט געווארן אן ערליכער איד." ותטה לב המלכות עלינו לטובה

    < זעה מער ט חשון תשפ"ג 📝
  • ראש חודש פארברענג פאר געקליבענע צאל תומכים פון כולל היכל הקודש

    די פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א שיינע ראש חודש סעודה ביים ראש ישיבה שליט"א אינדערהיים, מיט א געקליבענע צאל געלאדענטע געסט, וואס שטרענגען זיך אן ארויסצוהעלפן מיט גרעסערע סכומים די באקאנטע "כולל היכל הקודש", וואו די אינגעלייט זיצן און לערנען על התורה ועל העבודה. &nbsp; א רייכע סעודה איז סערווירט געווארן לכבוד ראש חודש, דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט געגעבן קיין פארמאלע דרשה, נאר פארברענגט און געשמועסט מיט די פארזאמלטע, גאר געשמאקע שיינע שמועסן פון וואס דערעולם האט גאר שטארק הנאה געהאט. &nbsp; טייל פון די שמועסן איז רעקארדירט געווארן און מען קען זען און מיטהאלטן דא אויף "ברסלב סענטער" אזוי אויך קען מען עס הערן אויף "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, מען האט גערעדט פון די מגילת סתרים, די באהאלטענע סודות וואס דער רבי האט געזאגט וואס ווען זיין ביז משיח וועט קומען, אריינגערעכנט וואס עס וועט ווערן פון רוסלאנד. מען האט גערעדט פון די כולל אינגעלייט, וואס מען לערנט יעצט, די מקצועות וואס זיי פארהערן זיך ביי פילע רבנים, איבער כולל געלט, איבער פארשידענע צדקה צוועקן, וועלכע זענען וויכטיגער פון די אנדערע, ווי אזוי ווייסט מען פאר וועמען צו געבן, מען האט געשמועסט פון די היסטאריע פון די קהלה און די מוסדות, וועלכע קינדער נעמט מען יא און און וועמען נישט, מיט פארשידענע מעשיות וואס האט זיך אפגעשפילט אין לויף פון די יארן, מיט נאך גאר אסאך אינטערעסאנטע פארשידנארטיגע נושאים. &nbsp; נאכ'ן בענטשן ברכת המזון האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טענצל, און דער ציבור איז זיך צעגאנגען מיט פרייליכע געפילן, נאך אזא געשמאקע ראש חודש פארברענג מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף איז אין פלאן צו מאכן כסדר אזעלכע סארט ראש חודש פארברענגען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, ספעציעל פאר די חשובע תומכים וואס ברענגען גרעסערע געלטער צו קענען די הוצאות פונעם כולל פאר'ן גאנצן חודש. &nbsp; די אייגנארטיגקייט פון דעם כולל היכל הקודש איז ברייט באקאנט, דער ראש ישיבה שליט"א נעמט נישט אריין אין כולל סתם אינגעלייט וואס זוכן צו לערנען אביסל אויף יוצא צו זיין, פאר דעם צוועק קען מען גיין ארבעטן און נאך אנקומען צו לערנען גענוג און נאך אינדערפרי און ביינאכט, אין כולל היכל הקודש קומען אריין נאר די אינגעלייט וואס זענען באמת תורתם אומנתם, זיי האבן גארנישט עפעס אנדערש אויסער די הייליגע תורה, און מיט'ן ציל צו לערנען און אנקומען און זיך פארהערן, און אויסוואקסן דיינים און גדולי תורה. און ווי עס זאגן עדות סיי ווער עס גייט נאר אריין אינמיטן טאג אין כולל, איז ממש נישטא צו וועמען צו רעדן, די כולל אינגעלייט זענען איבערגעבויגן איבער די ספרים, עס הערט זיך א געשמאקע קול תורה, און מען זעט נישט און מען הערט נישט קיין שום זאך אויסער לימוד התורה. &nbsp; כי הם חיינו ואורך ימינו!

    < זעה מער ז חשון תשפ"ג 📝
  • בוי ארבעט אין בית המדרש היכל הקודש קרית יואל

    קרית יואל. - די וואך שבת קודש, ווען אנשי שלומינו זענען אריינגעקומען זענען געקומען דאווענען האט זיי אנטפאנגען א געשמאקע איבעראשונג. מען האט געזען אז די פאקטישע בוי ארבעט צו פארברייטערן און איבערפרישן דעם בית המדרש האט זיך שוין ברוך השם אנגעהויבן. &nbsp; דער בית המדרש היכל הקודש אין קרית יואל געפונט זיך שוין פאר לאנגע יארן צום גוטן אויף העיס קאורט, ווען הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א האט אראפגענומען איינע פון די דירות וואס ער פלעגט פארדינגען און עס מנדב געווען אז אנשי שלומינו אין קרית יואל זאלן האבן א ווינקל ווי מען קען זיך צוזאם נעמען און הערן די ווערטער פון הייליגן רבין. מען האט עס דאן שיין איבערגעפיקסט און איינגערישט פארן בית המדרש. &nbsp; אזוי גייט שוין דער בית המדרש אן צום גוטן ווען מען דאווענען אינאיינעם אלע תפלות שבת קודש און ימים טובים, און ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א וואס געט איבער יעדן שבת קודש ביי סיפורי מעשיות און שלש סעודות די ווערטער פון הייליגן רבין ווי ער האט עס מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; אין די לעצטע האלבע יאר איז צוגעקומען די וועכענטליכע "עצתו אמונה פארברענג" יעדע דינסטאג נאכט וואס ציעט צו זיך פילע אנשי שלומינו וואס וואס קומען זיך צוזאם, מען לערנט אינעם הייליגן ספר "פעולת הצדיק" ווי מוהרא"ש זי"ע פארציילט די געשיכט פון הייליגן רבין וויאזוי ער איז געווארן א צדיק, מען לערנט "אשר בנחל" און "עצתו אמונה" און מען נעמט ארויס דערפון עצות וויאזוי אויך מיר קענען ווערן ערליכע אידן, דערנאך פארציילן אנשי שלומינו מעשיות פון תפלה, און מעשיות פון הפצה, וואס פלאמט אויף די הערצער צו רעדן צום אייבערשטן, און צו פארגינען פאר נאך א איד זאל וויסן פון די הייליגע עצות. &nbsp; אויסערדעם וואס די צאל באי בית המדרש ווערט ב"ה כסדר פארמערט, און מען מוז נויטיג פארגרעסערן דער בית המדרש, איז שוין דער בית המדרש שטארק אפגענוצט געווארן נאך אזוי פיל יאר וואס מען נוצט עס כסדר. יעצט האט זיך ברוך השם פארמירט א וועד עסקנים וואס נעמען צוזאם נדבות פון אנשי שלומינו וואס קויפן זכותים אין בית המדרש. עטליכע זכותים זענען נאך אוועיליבל, מען קען זיך ווענדן צו מו"ה נתנאל פארקאש הי"ו אויף 845-665-4889 צו האבן די זכיה און נעמען א חלק און אויפהאלטן דעם בית מקדש מעט. &nbsp; פאלגענד זענען די פרייזן און די זכותים: &nbsp; שער בית המדרש $3,000 טיילס $2,400 זעכציג בענקלעך $6,000 (פארקויפט) שער עזרת נשים $1,000 קאווע שטיבל $950 א יאר קאווע $1,250 א יאר מזונות פאר קידוש $2,500 (פארקויפט) פלאר $850 סינק $500 פענסטער $850 פלאמבינג מאטריאל $1,100 קאנסטראקשען מאטריאל $1,400 עלעקטריק מאטריאל $1,050 פעינטן $1,500 סקרעיפן $1,200 פלאמבינג ארבעט $1,500 קאנסטראקשען ארבעט $1,600 (פארקויפט) עלעקטריק ארבעט $1,500 פרעימינג $1,000 סיין אינדרויסן פון ביהמ"ד $1,000 (פארקויפט) &nbsp; ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם

    < זעה מער ה חשון תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו אין ספרינג וואלי קומען זיך צוזאם שב"ק אויף שלש סעודות

    שוין לאנגע יארן וואס עס גייט אן די בית המדרש היכל הקודש אין מאנסי, אנגעפירט דורכ'ן חשובן גבאי מו"ה חיים דוד ראזענבערג שליט"א, א פלאץ פאר אנשי שלומינו און פאר אלע אידן צו קומען זיך מחזק זיין מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן. דער בית המדרש געפונט זיך אויף 32 דאָלסאָן ראוד, און איז א תל תלפיות פאר די גאנצע אומגעגנט, מיט אלע תפלות אום שבת קודש. &nbsp; אזוי ווי מאנסי איז אבער גאר א גרויסע שטאט, נישט יעדער קען אנקומען צום בית המדרש, האט מען זיך אנגעהויבן צוזאמקומען אויף שלש סעודות אויך אין ספרינג וואלי געגנט, מען קומט זיך צוזאם אין שטוב פון מו"ה זושא פריעדמאן הי"ו, אויף 8 קאָלינס עוועניו נאך מנחה, 40 מינוט נאכ'ן זמן הדלקת הנרות. &nbsp; ביי שלש סעודות רעדט מען גאר שיינע דיבורים, די הערליכע לימודים וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז איבער פון הייליגן רבי'ן, און מען באקומט פרישע חיזוק און הדרכה פאר די גאנצע קומענדיגע וואך. &nbsp; אנשי שלומינו אין די ספרינג וואלי געגענט בעטן דעם אייבערשטן צו טרעפן א פערמענאנטע פלאץ ווי מען וועט קענען מאכן א געהעריגע שול ווי מען וועט קענען דאווענען אלע תפלות שבת קודש, ווער עס האט א געדאנק קען זיך פארבינדן צום גבאי'ן&nbsp; אויף 845-445-9314. &nbsp; חדו השתא בהאי שעתא דביה רעוא דרעוין ולית זעפין! &nbsp;

    < זעה מער ב חשון תשפ"ג 📝
  • נייע תלמוד תורה און בית המדרש היכל הקודש אין שטאט טבריה

    טבריה. - מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די גאר פרייליכע נייעס אז אויפן פרישן ווינטער זמן תשפ"ג האט זיך געעפענט א פרישע תלמוד תורה היכל הקודש, יעצט איז עס אין גליל ארץ ישראל אין שטאט טבריה. דאס איז א געוואלדיגע שמחה ביי אלע אנשי שלומינו, ווען מען זעט אז די קהילה וואס מוהרא"ש האט אויפגעשטעלט און געארבעט שווער אויף דעם זיין גאנצן לעבן ווערט נאר גרעסער און שענער פון טאג צו טאג מיט נאך א חדר נאך א מיידל שולע און נאך א בית המדרש. &nbsp; אין די זעלבע צייט האט זיך אויך געעפענט אין טבריה א בית המדרש היכל הקודש פאר די תלמידים וואס וואוינען אין דעם געגענט, און דער ראש ישיבה האט טאקע געגעבן א שיעור פאר די מתפללים אינעם טאג פונעם רבינ'ס יארצייט חול המועד סוכות, ארויסברענגענדיג די שמחה אז מען עפענט אויף א בית המדרש אויפן רבינ'ס נאמען. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זיי געזאגט צוויי וויכטיגע נקודות וואס אויב זיי וועלן דאס טון וועט דער בית המדרש האבן גרויס הצלחה, איינס אז מען זאל שטענדיג נאר רעדן פון רבינ'ס דיבורים - רעדן פון די חיזוק וואס קומט ארויס פונעם רבינ'ס שיחות, די צווייטע תקנה איז, אז יעדער זאל נאר זיין פארנומען מיט יענעמ'ס גשמיות, זען צי ער האט אויף שבת צו מאכן וכדומה, און נישט זיין פארנומען מיט יענעמ'ס רוחניות, ווי למשל ווען יענער קומט אין בית המדרש דאווענען וכדומה, דער בית המדרש איז געשטעלט צו קוקן יענעמ'ס גוטס. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט אז אין היכל הקודש פרובירט דער יצר הרע צו מאכן עפעס א מחלוקה און מיט דעם איז ער מרחק מענטשן פון ברסלב, דארף מען זען שטענדיג צו זיך ליבן האבן איינער דעם צווייטן. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע פלעגט זאגן אז ווען דער הייליגער רבי איז געווען אין שטאט טברי' איז ער געשטאנען ביים קבר רבי עקיבא און געוויזן אויף יבנאל "דא איז גוט צו וואוינען", דער בית המדרש איז דאך א חלק אין יבנאל, קען מען זאגן אז דער רבי האט געוויזן אויף דעם פלאץ. דער גאנצער שיעור קען מען זען אויף ברסלב סענטער ביי די שיעורים אפטיילונג. &nbsp; אין א בריוו ערב שבת קודש פרשת בראשית האט דער ראש ישיבה געשריבן "עס איז דא גוטע נייעס, עס האט זיך געעפנט א תלמוד תורה היכל הקודש אין די שטאט טבריה. ביז דערווייל איז עס קליין, אזוי ווי מיר האבן געעפנט די מוסדות אין וויליאמסבורג מיט געציילטע קינדער, וואס פון דעם איז געווארן א שיינע גרויסע קהילה." &nbsp; זה הקטן גדול יהי', פון דעם ווינקל וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען א לעכטיגקייט פאר די גאנצע געגענט און פאר די גאנצע וועלט.

    < זעה מער א חשון תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו פראווען סיום מסכת כתבות והתחלת מסכת נדרים

    נאך כמעט דריי יאר זינט די גאנצע קהילה האט אנגעהויבן ש"ס אינאיינעם נאך דעם געהויבענעם סיום הש"ס, און נאך כמעט פיר חדשים וואס די גאנצע קהלה זקנים עם נערים האבן געלערענט א דף גמרא יעדן אייציגן טאג, קומט מען אין די טעג אן ברוך השם צו פייערן דעם סיום אויף דעם שיינעם לאנגען מסכת כתובות. &nbsp; אז מען מאכט א חשבון, האט מען זינט דאן שוין זוכה געווען צו דורכלערנען די 15 שיינע מסכת הש"ס ברכות, שבת, עירובין, פסחים, שקלים, ראש השנה, יומא, סוכה, ביצה, תענית, מגילה, מועד-קטן, חגיגה, יבמות און יעצט כתובות, וואס דאס אלעס איז בסך הכל איבער טויזנט בלאט. &nbsp; אנשי שלומינו וועלן פייערן דעם גרויסן מאמענט יעדער ביי זיך אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, און דערמיט אריינלייגן אין די קינדער א שמחה של מצוה און א ליבשאפט צו די תורה, ווען די קינדער זעען ווי די עלטערן זענען אזוי פרייליך מיט די זכיה אז מען האט געענדיגט א מסכת. דער ראש ישיבה זאגט אז עס פעלט אפילו נישט אויס צו מאכן קיין גרויסע זאכן ביי א סיום, אפילו אויב מען קען פשוט לייגן אן אנדערן קאליר טישטוך אדער אפילו דעם שבת'דיגן טישטיך מאכט מען פרייליך און די סיום גייט אריין אין די ביינער פון די קינדער. &nbsp; ברוך השם אז אלע האבן מיטגעלערענט, אין די פיר חדשים, זענען אנשי שלומינו געפארן קיין אומאן דורך די אלע וועגן און אומוועגן, מען איז דורך די פארנומענע סוכות טעג, אין די צייט וואס ווען דער שיינער מסכת, האט אונז באגלייט יעדן איינציגן טאג.&nbsp; &nbsp; יעצט איז די צייט אז אלע זאל יעצט אנצוהייבן דעם קומענדיגן שיינעם מסכת נדרים, און נישט קיין חילוק צו מען האט מיטגעהאלטן דעם שיעור ביז יעצט צי נישט, צי מען פארשטייט יא, אדער נישט, זאל מען זאגן יעדן טאג דעם בלאט גמרא, און מיט דעם זוכה זיין צו א שמירה עליונה, ווי דער רבי זאגט אין סיפורי מעשיות "ווי לאנג דער דף איז אויף דיר מגין דארפסטו פון קיינעם קיין מורא האבן", דאס גייט ארויף אויף לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, וואס היט דעם מענטש. &nbsp; כי הם חיינו ואורך ימינו

    < זעה מער ל תשרי תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 196 to 210 of 423 results

1 2 ... 11 12 13 14 15 16 17 ... 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com