Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • אנשי שלומינו וועלן מסיים זיין ירושלמי ברכות דעם עש"ק

    אין די טעג הערשט ביי אנשי שלומינו א געוואלדיגע שמחה, ווען מען ענדיגט דער ערשטער מסכת אין ש"ס - מסכת ברכות אינעם ראם פון דף היומי ירושלמי. עס איז נישט צום באשרייבן די געפילן פון שמחת התורה אין סיפוק הנפש ווען מען האט געלערענט יעדן טאג א בלאט ירושלמי, אריינגערעכעט אין פארנועמענע טעג ווי ביי שמחות, און ימים טובים און אזוי ווייטער.   עס מאכט זיך פיל מאל אז סוף טאג אפילו מען האט געגעסן דריי פולע סעודות, שפירט מען זיך הונגעריג, מען גייט צו צום פריזער, צום קעבינעט, מען זוכט עפעס עסן, אבער ניין, עס האט נישט געזעטיגט, און מען פרובירט צו דערגיין "איך האב היינט פיין געגעסן, פארוואס שפיר איך עפעס פעלט מיר?" ער שפירט זיך נאך מער אנטוישט ווען אויסער נאך עטליכע פונט צום וואג האט ער גארנישט אויפגעטון.   מוהרא"ש פלעגט אסאך מאל זאגן אז "פונקט ווי דער גוף דארף עסן, ער דארף א פיינעם פרישטאג, ער דארף א געזונטע נאכטמאל, און אז עס גייט דורך א טאג אן געהעריג עסן, אויסער וואס ער וועט זיך שפירן הונגעריג, וועט עס אויך אויסקלאפן אויף זיין גייסט, און ער קען נערוועז ווערן אויף יעדע קלייניקייט". "די זעלבע זאך" - פלעג מוהרא"ש זאגן - "איז מיט די נשמה". "די נשמה דארף אויך עסן, זי דארף א פרישטאג - א בלאט גמרא, אזויך אויך א סאַפּער - עטליכע פרקים משניות, און אז עס גייט דורך א טאג, און מען לאזט די נשמה הונגערן, וועט עס אויסקלאפן אויך אויפן גייסט פונעם מענטש, ער ווערט זיך שפּירן מינדערוויכטיג און ליידיג". מוהרא"ש פלעגט אלץ בעטן אנשי שלומינו זאלן אפזינגען א בלאט גמרא אינדערהיים, און ארויסברענגען ווי דאס בויעט אויף דעם שלום בית. און וועט ברענגען אז אפילו א פרוי וואס עס זעט אויס ווי זי זוכט נאר צו טשילן און שאַפּן, ברענגט עס איר צו שעצן איר מאן ווען זיך זעט אים זיך זעצן לערנען גמרא.   מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז גמר"א איז ראשי תיבות די פיר מלאכים ג'בריאל מ'יכאל ר'פאל און א'וריאל, וואס אז א מענטש לערנט יעדן טאג גמרא, היטן זיי דעם מענטש.   פאר אנשי שלומינו איז גוט באקאנט די מסירת נפש וואס מוהרא"ש האט געהאט צו לערנען דעם בלאט גמרא יעדן טאג, אפילו אין די שווערסטע צייטן. ווען מוהרא"ש האט געהאט זיין הארץ אטאטקע ל"ע, האט ער געבעטן מען זאל צואווארטן מיטן אפעראציע, און האט מיט זיינע שוואכסטע כחות געוואלט צוערשט לערנען דעם בלאט גמרא. אזוי אויך ווען ער האט זיך ערוועקט פונעם הארץ אפעראציע האט ער די ערשטע זאך געבעטן מען זאל אים ברענגען די גמרא ווייל ער וויל לערנען דעם בלאט גמרא.   די אלע מסיימים וועלן פראווען דעם פרייליכן סיום יעדער ביי זיך אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, און אריינברענגען אין זיי די חשקת התורה, און וועלן יעצט אנהייבן מיט גרויס שמחה דעם נייעם מסכת, מסכת פאה וואס מען הייבט יעצט אן.   כִּי אִם בְּתוֹרַת ה' חֶפְצוֹ, וּבְתוֹרָתוֹ יֶהְגֶּה יוֹמָם וָלָיְלָה  

    < זעה מער כד טבת תשפ"ג 📝
  • לעידיס אקזילערי גרייט צו עטליכע שיינע פרויען פארטיס

    בשעת ווען אין די פארגאנגענע יארן פלעגט מען מאכן בלויז איין פארטי, און מען האט בעיקר געצילט פרויען שכנים, קרובים און באקאנטע, צוליב וואס עס זענען כמעט נישט געווען קיין פרויען פון אנשי שלומינו פאר וועם צו מאכן קיין פארטי. איז היינט ברוך השם איז אן אנדערע וועלט. היינט מאכט מען אכט באזונדערע פארטיס אין אכט באזונדערע שטעט. און מיטן וואוקס פונעם ציבור אנשי שלומינו צילט מען די פרויען פון אנשי שלומינו, וואס זענען ברוך השם ווארעם און פרייליך צו קומען און העלפן דעם ראש ישיבה און די הייליגע מוסדות, וויסענדיג אז ווען מען העלפט די מוסדות טוט מען נישט קיין טובה פאר קיינעם אויסער פאר זיך. מען העלפט אז די אייגענע קינדער זאלן קענען באקומען דעם ריינעם אויסגעטרעטענעם חינוך וואס די פריערדיגע צדיקים האבן אונז אויסגעטרעטן, און ווערט ווייטער געפירט אויפן זעלבן וועג דורכן ראש ישיבה שליט"א &nbsp; די טייערע פרויען פונעם לעידיס אקזילערי האבן צוגעגרייט א הערליכע פראגראם פארן ווינטער פארטי, עס וועט זיין א הערליכע סלייד פרעזענטאציע, מען וועט הערן א שיינע שיעור פון ראש ישיבה שליט"א, עס וועלן זיין ווערטפולע ראפעלס פאר א מינימאלע נדבה וועט מען קענען געווינען א פוד פראסעסאר, א גיפט סערטיפיקאט ביי טויס טו דיסקאווער, און א דשעי בי על ספיקער. &nbsp; עס וועט זיין א "דאָר פּרייז", און מאמעס פון קינדער אין די מוסדות וועלן באקומען א זיסע קלאס פיקטשער פון זייערע קינדער.&nbsp; אזוי אויך וועלן סערווירט ווערן לייכטע ריפרעשמענטס. &nbsp; די לעידיס אקזילערי ווערט אנגעפירט מיט גרויס געטריישאפט דורך די חשובע פרויען מאנשי שלומינו וואס לאדענען איין אלע פרויען צו קומען אנטייל צו נעמען, און הנאה האבן א געשמאק נאכט ווי מען וועט זיך מחזק זיין אינאיינעם. &nbsp; די פארטיס וועלן פארקומען אין די קומענדיגע עטליכע טעג. &nbsp; אין בארא פארק דורך די חשובע מרת קליטניק תחי'. דינסטאג, 9:00 אין בית המדרש היכל הקודש אויף 4801 11 עוו. &nbsp; אין שטעטל קרית ברסלב דורך די חשובע מרת היימליך תחי' (אשת ר' מאטי), די חשובע מרת אינדיג תחי' (אשת ר' העניך), די חשובע מרת זוסמאן תחי' (אשר ר' לעמל), די חשובע מרת מזרחי תחי' (אשת ר' שבתי), און די חשובע מרת יאקאבאוויטש תחי' (אשת ר' יאסי), מאנטאג 8:30 אין תלמוד תורה היכל הקודש אויף 39 טשעסנאט סט. &nbsp; אין סטעטן איילענד דורך די חשובע מרת שווארץ תחי' (אשת ר' אהרן שלמה), קומענדיגע וואך דינסטאג (בא) אום 8:30 אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 24 ווילער עוו. &nbsp; אין וויליאמסבורג, דורך די חשובע מרת אפעל תחי' (אשת ר' אייזיק), דינסטאג 9:00 אין בית המדרש היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סט. &nbsp; אין טאמס ריווער דורך די חשובע מרת רוטנער תחי' (אשת ר' יצחק) דינסטאג 8:30 אויף 1418 אָקוואוד האַלאָו &nbsp; אין מאנסי דורך די חשובע מרת פריעדמאן תחי' (אשת ר' זושא) דינסטאג 9:00 אויף 8 קאָלינס עוו. &nbsp; אין קרית יואל, קען מען רופן די חשובע מרת שניטצלער תחי' (אשת ר' שלום) אויף 845-604-0710, וועט פארקומען מיטוואך 9:00 &nbsp; אין קרית טאהש קאנאדא דרוך די חשובע מרת פעלבערבוים תחי' (אשת ר' שמואל לייב) דינסטאג 8:30 אויף 371 טאהש רד. &nbsp; די וואס ווילן מנדב זיין אויפן טעלעפאן קענען רופן מרת אפעל תחי' אויף 347-496-6683, מ'וועט קענען אריינגיין אין די רעפלס דורך טעלעפאן.

    < זעה מער כד טבת תשפ"ג 📝
  • הערליכע באזוך פון ראש ישיבה שליט"א אין ארץ ישראל

    ווי שוין באריכטע פאריגע וואך האט זיך דער ראש ישיבה אריבער געכאפט קיין ארץ ישראל אויף א קורצע באזוך, וואס אין די יעצטיגע מאמענטן, איז עס שוין געקומען צו אן ענדע, מיר וועלן מיט קורצע ווערטער אביסל באשרייבן א שטיקל באריכט וואס דארט איז פארגעקומען. &nbsp; ווי געזאגט האט זיך דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעלאזט פארלאפענעם מיטוואך נאכט פרשת שמות, און איז אנגעקומען דאנערשטאג קיין ארץ ישראל. דער ראש ישיבה איז נאך דאנערשטאג נאכט געווען ביים ציון פון רבי מאיר בעל הנס אין טברי', און אויך אין יבנאל ביים הייליגן ציון פון מוהרא"ש זי"ע, און דערנאך איז דער ראש ישיבה צוגעפארן קיין מירון צו זיך אויסבעטן ביים ציון פון הייליגן תנא אלקי רבי שמעון בר יוחאי, בפרט יעצט וואס איז די ערשטע ליל ששי פון שובבי"ם וואס איז גאר א געוואלדיגע מסוגל'דיגע צייט פאר ישועות און פאר תיקון המעשים. אויך איז דער ראש ישיבה צוגעגאנגען צום ציון פון זיין גרויסן זיידן קארלסבורגער רב זי"ע און ביים ציון פון יוחנן הסנדלר. &nbsp; ערב שבת קודש האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית צוזאמען מיט אנשי שלומינו אין בית המדרש היכל הקודש ירושלים, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיעור, עטליכע קינדער זענען ארויף געקומען מאכן סיומים, פון וואס דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט. &nbsp; אזוי ווי מען האט זיך געגרייט אויף א גרויסער עולם געסט וואס וועלן קומען מיטהאלטן דעם דערהויבענעם שבת, האט מען ארויסגענומען אלע טישן פון בית המדרש, און מ'האט אנגעפילט דעם בית המדרש מיט פילע בענק צו אקאמדירן דעם ערווארטעטן ציבור. &nbsp; צו מנחה ערב שבת קודש איז צוגעגאנגען דער גבאי מו"ה שמעון עוזר פערל הי"ו, אויף קבלת שבת האט מען געהאט די זכי' צו הערן דעם ראש ישיבה דאווענען, עס האט אריינגעבלאזן א געוואלדיגע פרישקייט און א געשמאק אין אלע מתפללים, די קינדער זענען געזיצן ארום דעם ראש ישיבה און מיטגעדאווענט מיט די גאנצע חיות.&nbsp; &nbsp; נאכן דאווענען איז מען דורכגעגאנגען וואונטשן גוט שבת פארן ראש ישיבה שליט"א. עס האט זיך דערקענט פילע געסט פון גאנץ ארץ ישראל, מען האט געזען פילע אנשי שלומינו פון יבנאל, בני ברק, טברי', ברכפלד און נאך, איז אויך איז געווען א גרופע בחורים מעדות המזרח וואס זענען געקומען מיטהאלטן דעם שבת. &nbsp; נאכן וואונטשן גוט שבת האט מען אהיים באגלייט דעם ראש ישיבה צום שטוב, אויפן וועג האט דער ראש ישיבה מחזק געווען די בחורים אז זיי זאלן זיך נישט זארגן פאר זייער שידוך, דער אייבערשטער וועט העלפן. &nbsp; צום סעודה זענען געווען געלאנדעט די טייערע מפיצים וואס גייען ארום טיילן קונטרסים ביי די הייזער, וואס דאס איז די חשוב'סטע זאך ביים ראש ישיבה. איינער האט געפרעגט ביי די סעודה אויב מען לאזט גיין הפצה אין די ישיבות, האט דער ראש ישיבה אים צוריק געפרעגט "אין די ישיבות לאזט מען האבן סמארט פאונס"?&nbsp; &nbsp; דער מנהל מו"ה אברהם משה שטראססער שליט"א האט געגעסן דארט די סעודה, און דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די בחורים "דער מנהל איז געווען מיין חבר זיך צו&nbsp; מחזק זיין אין עבודת השם אנפאנג ווען מיר זענען מקורב געווארן. דאס איז זייער א וויכטיגע זאך צו האבן." &nbsp; דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר א בחור ער זאל נישט קומען לערנען אין ישיבה, כדי ער זאל קענען ווייטער עוסק זיין אין הפצה אין ארץ ישראל, האט דער בחור געפרעגט "אפשר דארף איך קודם קוקן אויף מיר?", האט דער ראש ישיבה געזאגט "נו, גיין הפצה טוסטו פאר דיר!" &nbsp; די משתתפים ביים סעודה האבן פארציילט זייערע מעשיות פון הפצה פון וואס דער ראש ישיבה האט זייער הנאה געהאט. &nbsp; נאכן סעודה איז מען צוריק געקומען אין בית המדרש צום באטע, צוליב די געדרענג פון די פולע אידן וואס זענען געקומען פון אלע עקן שטאט האט מען אויסגעטיילט קארטלעך פאר שבת, וואס מיט דעם קארטל האט מען געקענט אריינקומען צום באטע. מען האט געזונגען צוזאמען זמירות שבת קודש, אויך אביסל אידישע ניגוני תשובה, דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט וועגן די הייליגע שובבי"ם טעג, דער ראש ישיבה האט געזאגט א ווארט וואס מוהרא"ש פלעגט זאגן "דער פסוק זאגט אז דער אייבערשטער האט געציילט די אידן פאר מתן תורה, און רש"י לייגט צו אז ווייל דער אייבערשטער האט ליב די אידן ציילט ער זיי, פארוואס דייקא פאר מתן תורה? נאר כדי צו קענען מקבל זיין די תורה דארף א איד קודם וויסן אז דער אייבערשטער האט מיר ליב, און מיט די יסוד קען מען שוין מקבל זיין די תורה, אזוי אויך אין פרשת שמות דערמאנט אויך די תורה אז מען האט געציילט די אידן וועגן די ליבשאפט פונעם אייבערשטן צו אידן, ווייל מען גייט יעצט אריין אין די הייליגע שובבי"ם טעג דארף א איד אויך האבן דעם כלל אז דער אייבערשטער האט מיר ליב, אזוי קען מען שוין גרינגער דינען דעם אייבערשטן, און דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט אז תיקון שובבי"ם איז נישט נאר אז מען לערנט פינף שעה רציפות, נישט יעדער קען דאס באווייזן, נאר אז מען טוט אביסל פארן אייבערשטן איז דאס זייער חשוב, אויך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט פון כיבוד אב ואם, און אויך מעורר געווען וועגן האבן שלום אין שטוב, וואס דאס איז א יסוד ביים הייליגן רבי'ן". &nbsp; נאכן באטע האט מען באגלייט דעם ראש ישיבה און דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן "באגלייטס מיר נישט. איך בין נישט קיין רבי!", מארגן וועל איך זיין אם ירצה השם אין בית המדרש. &nbsp; שבת אינדערפרי איז דער ראש ישיבה אנגעקומען אין בית המדרש בערך אכט אזייגער, דער ראש ישיבה האט זיך געזעצט אויף זיין פלאץ לערנען גמרא פארן דאווענען, שפעטער איז דער ראש ישיבה ארויף צום הפצה שטיבל און געשמועסט דארט א שטיק צייט וועגן די חשיבות פון הפצה. &nbsp; דערנאך איז דער ראש ישיבה צוריק אראפ צום בית המדרש און געגעבן א שיעור אין לשון הקודש פאר די אידן וואס פארשטייען נאר דעם שפראך, דער ראש ישיבה האט גערעדט פון דעם וואס שטייט אז די אידן האבן געוויסט אז דער אויסלייזער פון די אידן אין מצרים וועט קומען זאגן די ווערטער "פקוד פקדתי", האט דער ראש ישיבה געפרעגט דאס קען דאך יעדער קומען זאגן? אבער די מציאות איז אז נישט. יעדער קומט און איז מחזק כלל ישראל,&nbsp; משה רבינו איז געקומען און אויפגעהויבן כלל ישראל, אזוי אויך זעט מען היינט אז דער הייליגער רבי האט אזאנע דיבורים וואס איז מחזק אידישע קינדער אין יעדן מצב וואס מען איז נאר. &nbsp; דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית, דער גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש בני ברק מו"ה אבא חייא רייזמאן הי"ו האט געדאווענט פארן עמוד פסוקי דזמרה, צו שחרית האט מען געהאט די זכי' צו הערן דעם ראש ישיבה דאווענען, ביי ממקומך האט דער ראש ישיבה געזינגען גאר א ווארימע ניגון וואס האט געעפענט די הערצער פון אלע מתפללים, מוסף האט געדאווענט מו"ה משה שמואל שטעסל הי"ו. &nbsp; ביי סיפורי מעשיות האט דער ראש ישיבה גאר שטארק ארום גערעדט פון שלום בית אז פון איין זייט זאל מען זיך נישט קריגן און טענה'ן אין שטוב, אבער פון די אנדערע זייט זאל מען אויך נישט זיין א שמאטע, אויך וויל מען עפעס א געוויסע זאך וואס די ווייב וויל נישט, דארף מען זיך נישט אויגעבן ווייל די ווייב האט איינמאל געזאגט ניין, מען קען דעם קומענדיגן טאג נאכאמאל שיין רעדן דערפון און אויסשמועסן אויב היינט וויל זי שוין יא.&nbsp; &nbsp; ביים סעודה שבת אינדערפרי האט איינער געפרעגט דעם ראש ישיבה וואס ער זאל זיך פארנעמען לכבוד זיין יום הולדת, האט דער ראש ישיבה געזאגט ער זאל זיך פארנעמען צו זיין פרייליך און שטענדיג דאנקען דעם אייבערשטן. &nbsp; שפעטער האט יעדער ביים טיש געזאגט א שיחה פון הייליגן רבי'ן וואס ער האט געדענקט, אויך האבן די קינדער וואס זענען געווען ביים טיש פארציילט שיינע מעשיות פון תפילה. &nbsp; פון די פריע נאכמיטאג שעות האט זיך שוין דער בית המדרש אנגהויבן אנצופילן, מען האט געזען ווי אנשי שלומינו נוצן אויס די צייט, דער מיט זיין תהלים'ל, דער מיט א משניות'ל, דער מיט א גמרא, א בית נצחי, אלע האבן געווארט מיט גרויס שפאנונג צו קענען מיטהאלטן א שלש סעודת מיטן ראש ישיבה שליט"א. די גבאים האבן צוגעגרייט די שלש סעודות, די חלות, די סאלאטן וכו' נאך פאר מנחה, כדי אלע זאלן קענען אניאגן זיך צו וואשן און עסן שלש סעודות, וויבאלד עס וואלט נישט מעגליך געווען אזא גרויסע ציבור זאל זיך קענען וואשן נאך מנחה. &nbsp; דער ראש ישיבה איז אריינגעקומען אין בית המדרש בערך א פערטל צו פינף, צו מנחה איז צוגעגאנגען מו"ה משה רעכניצער הי"ו, נאך מנחה האט מען צוגעגרייט פארן ראש ישיבה א טעפל מיט א שיסל זיך צו וואשן, אבער דער ראש ישיבה איז זיך געגאנגען וואשן ביים סינק.&nbsp; &nbsp; ביי שלש סעודות איז געווען א שטארקע געדרענג, אלע זענען אבער געווען פרייליך און געדאנקט דעם אייבערשטן אז מען קען קומען מיטהאלטן א שלש סעודות ביים ראש ישיבה. נאך קוים 2-3 מינוט האט דער ראש ישיבה אנגעהויבן זינגען זמירות שלש סעודות, וואס מען האט געזונגען מיט גרויס ווארימקייט, דערנאך האט מען געזונגען עטליכע ווארימע אידישע ניגונים, און נאכדעם האט דער ראש ישיבה גערעדט פייערדיגע ווערטער איבער די תיקון פון די הייליגע שובבי"ם טעג, דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז דער עיקר תיקון שובבי"ם קומט דורך לימוד התורה, און יעדער קען לערנען תורה, מיר האבן באקומען פון הייליגן רבין א זיסער סדר דרך הלימוד. דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט א ווארט פון הייליגן רבין (ליקוטי מוהר"ן ח"א, סימן י"א), חז"ל זאגן (מנחת פה ע"א) אין אז די כישוף-מאכערס האבן געפרעגט משה רבינו "תבן אתה מכניס לעפריים?" דו וויסלט ווייזן וואס דו קענסט צווישן די גרעסטע מכשפים. האט זיי משה רבינו געענטפערט "אמרי אינשי למתא ירקא ירקא שקול", אז דארט ווי דער יריד איז פון גרינצייג, דארט וועסטו קענען גוט פארקויפן דיינע גרינצייג. האט דער רבי געטייטשט זיי האבן געפרעגט "תבן אתה מכניס לעפריים"? תבן איז פון לשון "תבונה", און "עפרים" מיינט "עפר", דו וויסלט אויסלייזן די אידן, וואס זענען אין אזא נידעריגע מצב פון "עפר" און אין זיי אריינגברענגען "תבנות התורה"?, האט זיי משה רבינו געענטפערט "אמרי אינשי" דורכדעם וואס א מענטש זאגט, ער זאגט תורה, ער רעדט צום אייבערשטן, "ירקא" זאגט דער רבי מיינט תשובה, דורכדעם וואס א מענטש זאגט, וועט ער זוכה זיין צו תשובה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט שטארק מעורר געווען מען זאל נוצן דעם זיסן עצה פון הייליגן רבין פון "אמרי אינשי" א איד זאל זאגן און זאגן, זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, און נישט קוקן אויף קיינעם, מ'האט יא געהאלטן, מ'האט נישט געהאלטן, וואס האב איך מיט זיי? איך האב נישט קיין צייט, צום סוף וועל איך אניאגן צו לערנען די גאנצע תורה, מקרא משנה גמרא מדרש און אזוי ווייטער. דער ראש ישיבה האט געבעטן אלעמען מען זאל זיך מאכן שיעורים אין א דף גמרא, און פרקים משניות, און לערנען יעדן טאג. און אזוי וועט מען זוכה זיין צו מתקן זיין די מעשים. &nbsp; צו מעריב איז צוגעגאנגען מו"ה משה ראזענבערג הי"ו וואס איז יעצט אינעם יאר פון די פטירה פון זיין אומפארגעסליכן פאטער מו"ה יצחק ז"ל. נאך מעריב האט דער ראש ישיבה געווארט עטליכע מינוט ביזן זמן מוצש"ק פון רבינו תם, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געמאכט הבדלה ברוב עם. &nbsp; צוליב דעם גרויסן עולם וואס איז געקומען צו פארן צום מלוה מלכה האט מען אפגעדינגען א גרויסע פלאץ, מען האט זיך געוואשן צו מלוה מלכה און געזינגען זמירות, נאכן זינגען זמירות האט מען געזינגען פאר א לענגערע צייט ירושלימע דעבקע ניגונים, עטליכע פון אנשי שלומינו האבן געטאנצן קעדאטשקע און פרייליך געמאכט דעם עולם. דערנאך האט מען ארויפגערופן אלע וואס האבן געהאט סיומים, קינדער, בחורים און טאטעס. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט א שיינע לענגערע התחזקות שמועס וואס מען קען הערן אויף קול ברסלב. &nbsp; זונטאג אינדערפרי נאך שחרית איז פארגעקומען די ברית ביי מו"ה אברהם ראטמאן הי"ו דער ראש ישיבה איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און קריאת השם, ויקרא שמו בישראל 'יואל', ביים סעודה האט דער ראש ישיבה גערעדט און ארויסגעברענגט די געטריישאפט פונעם בעל שמחה, וואס העלט אזוי סאך אן קיין איבעריגע פירסום, אויך דער בעל שמחה האט גערעדט אפאר דיבורים. &nbsp; שפעטער האט דער ראש ישיבה באזוכט אין תלמוד תורה היכל הקודש און דערנאך אין בית פיגא שולע, סוף טאג איז דער ראש ישיבה צוריק געקומען אין בית המדרש און געדאווענט מנחה מעריב, דערנאך האט ער פארגעלערנט דעם דף גמרא. &nbsp; פון דארט האט זיך דער ראש ישיבה ארויסגעלאזט צום עירפארט, אויפן וועג צום עירפארט האט דער ראש ישיבה נאך אריינגעכאפט צו געבן א שיעור אינעם נייעם בית המדרש היכל הקודש בני ברק, דער ראש ישיבה האט געבעטן מען זאל זיך האלטן באחדות, אויך זאל מען זען נישט צו שטערן דעם דאווענען, אז מען וויל שמועסן קען מען ארויסגיין אינדרויסן, אויך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט די וויכטיגקייט פון גיין הפצה, און אויסלערנען פאר נאך מענטשן אז ס'איז דא א זיסע סדר דרך הלימוד, א וועג וויאזוי יעדער איד קען&nbsp; זוכה זיין צו לערנען יעדן טאג.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה האט געפרעגט איינע פון די קינדער אויב ער האט א שיעור אין משניות, האט דער אינגל געזאגט אז ער גייט פרובירן, האט דער ראש ישיבה אים געזאגט "פרובירן זאלסטו צו עסן און שלאפן, אבער לערנען דאס זאלסטו טאקע טון". &nbsp; אלע שיעורים קען מען שוין הערן אויפן קול ברסל טעלעפאן ליין. &nbsp; אנשי שלומינו זענען ארויס מיט א געוואלדיגע חיזוק פון דעם קורצן אבער אנגעפילטן באזוך, וואס וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלעמען.

    < זעה מער כב טבת תשפ"ג 📝
  • דער ראש ישיבה שליט"א אויף א בליץ באזוך קיין ארץ ישראל

    מיט גרויס שמחה נעמען אויף אנשי שלומינו אין ארץ הקודש די נייעס, אז נאך אסאך תפילות וואס זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן אז דער ראש ישיבה זאל קומען אויף א באזוך צו זיי, האט דער אייבישטער געהאלפן אז דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך אריסגעלאזט אויף א קורצע נסיעה צו מחזק זיין די תלמידים און אנשי שלומינו אין ארץ ישראל. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט זיך ארויסגעלאזט פון ניו יארק נעכטן מיטוואך, און איז אנגעקומען היינט קיין ארץ ישראל. לויטן פלאן האט דער ראש ישיבה געדארפט זיין היינט דאנערשטאג ליל שישי אין טברי' צו מחזק זיין אנשי שלומינו אין שטאט, און דערנאך האט דער ראש ישיבה געדארפט גיין קיין יבנאל, למעשה האבן זיך זאכן פארשלעפט און דער ראש ישיבה איז נישט אנגעקומען צו געבן א שיעור. ער איז גלייך צוגעפארן קיין יבנאל צום ציון פון מוהרא"ש זי"ע זיך אויסבעטן אלעס גוטס פאר אלע תלמידים. ווי מיר הערן פון אנשי שלומינו אין ארץ ישראל געפינט זיך יעצט דער ראש ישיבה אויפן וועג קיין ירושלים. &nbsp; מארגן ערב שבת קודש וועט דער ראש ישיבה שליט"א דאווענען שחרית צוזאמען מיט אנשי שלומינו, און דערנאך וועט דער ראש ישיבה פארלערנען דעם דף גמרא. &nbsp; א גאר געהויבענע שבת קודש ווערט ערווארטעט אין ירושלים, ווי דער ראש ישיבה וועט דאווענען בעז"ה אלע תפילות מיט אנשי שלומינו, דער ראש ישיבה וועט געבן עטליכע שיעורים, אריינגערעכענט א באטע נאך די סעודה שבת ביינאכט, סיפורי מעשיות שבת קודש נאך מוסף, און נאכמיטאג א ווארימע שובבי"ם שמועס ביי שלש סעודות. &nbsp; מוצאי שבת וועט געפראוועט ווערן א שיינע סעודת מלוה מלכה אין א גרויסע פלאץ ווי אנשי שלומינו פון איבער גאנץ ארץ ישראל וועלן קומען צו פארן צו הערן די טייערע ווערטער פון ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; זונטאג אינדערפרי וועט בעז"ה זיין א ברית אין ירושלים עיה"ק, ביים זון פונעם גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש ירושלים הר"ר אברהם ראטמאן שליט"א. ווי דער ראש ישיבה וועט זיך באטייליגן. דערנאך וועט בעז"ה אפגעהאלטן ווערן א רייע באזוכן אין די מוסדות היכל הקודש ירושלים, אין חדר, אין סקול, און אין די ישיבה קטנה. &nbsp; לויטן פלאן וועט דער ראש ישיבה זיך אהיים קערן פון ארץ ישראל זונטאג נאכט, און וועט בעז"ה זיין צוריק אויף קומענדיגע וואך מאנאטאג בעז"ה. &nbsp; עס איז וויכטיג אנצוצייכענען פאר אנשי שלומינו אין חוץ לארץ אז צוליב דער נסיעה פון ראש ישיבה קיין ארץ ישראל, וועט נישט פארקומען היינט דאנערשטאג נאכט דער וועכענטליכע ליל שישי שיעור.

    < זעה מער יט טבת תשפ"ג 📝
  • היכל הקודש בני ברק ציעט זיך אריבער צו א גרעסערע בית המדרש

    קום נישט לאנג צוריק האט מען געעפענט דעם שיינעם "היכל הקודש בני ברק"&nbsp; ווינקל אין שטאט בני ברק, ווי אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם און מען דאווענט צוזאמען, מען איז זיך מחזק צוזאמען מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי דער ראש ישיבה לערנט אונז, אויך האט מען שוין געהאט די זכי' אז פאריאר איז דער ראש ישיבה געווען אין דעם בית המדרש און מחזק געווען דארט אנשי שלומינו. &nbsp; ברוך השם אז דער ציבור איז אזוי שנעל געוואקסן אז דער בית המדרש איז שוין געווארן ענג און מען האט וויכטיג געדארפט האבן א גרעסערע פלאץ כדי עס זאל זיין פלאץ פאר אלע וואס קומען דארט דאווענען, נאך מער האט צוגעגעבן אז דער בעל הבית פונעם בנין האט געמאלדן פאר די גבאים אז בקרוב גייט מען אראפווארפן דעם געביידע, און מען האט תיכף געמוזט טרעפן א נייעם פלאץ. &nbsp; נאך אסאך תפילות האט מען אריינגעלייגט אז מען זאל טרעפן א גרעסערע און שענערע פלאץ, און ברוך השם מען האט געטראפן גאר א געשמאקן פלאץ אין צענטער פון שטאט אויף "רחוב ירושלים", און פארגאנגענעם מאנטאג ויחי ערב די יארצייט פון הייליגן רבי נתן זצ"ל האט מען ב"ה באנייט דעם נייעם גרעסערן בית המדרש, אלע אנשי שלומינו האבן ארויסגעהאלפן מיטן זיך אריבערציען צום נייעם לאקאל, מען האט צאמגעפאקט אלע ספרים און חפצים פונעם פריערדיגן בית המדרש און מען האט אלעס אריבערגעברענגט צום נייעם בית המדרש. &nbsp; ווי געזאגט האט מען אין די נאכט פון עשרה בטבת, אינעם טאג פונעם יארצייט פון הייליגן רבי נתן זצ"ל באנייט דעם בית המדרש, אלע אנשי שלומינו פון שטאט בני ברק זענען זיך צאמגעקומען, מען האט געפראוועט א שיינע סעודה צוזאמען, מען האט געהאט א סיום פון הבחור חיים אייזנשטיין נ"י, מען האט געזינגען שיינע ניגונים צוזאמען, און דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן גאר ווארימע דיבורים פונעם גבאי מו"ה אבא חייא רייזמאן הי"ו וואס האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע חסד וואס דער אייבערשטער האט געטון מיט אונז אז מיר זענען נאך אלס ביים רבי'ן, און מיר ווילן נאך אלס הערן די דיבורים פון רבי'ן, דאס איז די גרעסטע מתנה. &nbsp; דער רבי האט געזאגט ווען ער איז אוועקגעפארן פון ברסלב קיין אומאן: "תִּרְאוּ לְהִתְקַבֵּץ יַחַד, וּלְהִתְפַּלֵּל יַחַד" איר זאלט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען, "כִּי אִם תִּתְפַּלְּלוּ בְּכַוּנָָה, אוּלַי תּוּכְלוּ לְהַמְשִׁיךְ אוֹתִי לְכָאן עוֹד הַפַּעַם", אויב איר וועט זיך האלטן צוזאמען און דאווענען צוזאמען - וועט איר מיר קענען ממשיך זיין צו אייך (חיי מוהר"ן קפ"ז)

    < זעה מער יח טבת תשפ"ג 📝
  • באזוך פון ראש ישיבה שליט"א אין קרית יואל צום ברית לבן הנולד צו ר' שבתי מזרחי

    קרית יואל האט היינט געהאט די זכי' צו האבן דעם ראש ישיבה שליט"א אויף א באזוך אין שטאט. דער ראש ישיבה איז ספעציעל געקומען צו פארן צום ברית אין שטוב פון ר' שבתי מזרחי ני"ו פון די חשובע תושבים פונעם ברסלב שטעטל אין ליבערטי. &nbsp; דער וואך נאכט איז פארגעקומען נעכטן אווענט צו וואס פילע קרובים, גוטע פריינט און אנשי שלומינו האבן זיך באטייליגט. אנשי שלומינו האבן א שטארקע הכרת הטוב צום בעל שמחה, ווי דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט ביים ברית אז שבתי איז אלץ געשטאנען צו די רעכטע האנט פון די מוסדות, נאך פון אנהייב ווען מען האט געבויעט די ישיבה אין וויליאסבורג אויף סקילמאן, און דערנאך ווען מען האט געדארפט א קעמפ, ביז היינט צו טאגס ווען ער איז דער רוח החיים אין שטעטל, און ער העלפט ארויס מיט אלעם וואס ער קען. &nbsp; דער ברית איז פארגעקומען אינעם בית המדרש היכל הקודש אין קרית יואל, אויף העיס קאורט. דער ראש ישיבה שליט"א איז ארויסגעפארן פון וויליאמסבורג גענוג פרי צו זיין צייטליך צום דאווענען אום אכט אזייגער, אבער דער אייבישטער האט געהאט אנדערע פלענער. מען האט אריינגעלייגט אינעם "דזשי-פּי-עס" דער נאמען פונעם גאס "העיס קאָורט" Hayes Ct האט דער אייבישטער צוגעפירט אז דער מאשין זאל פארשטיין אז מען רעדט פון א גאס "העיס" אין די דערנעבנדיגע סטעיט "קאנעטיקוט" וואס ווערט אויך געשריבן CT, אזוי ארום איז דער ראש ישיבה שליט"א אנגעקומען אביסל שפעט. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז פון דעם זעט מען אז אפילו א מענטש פלאנט אלעס אויס און ער מיינט אז אלעס שטימט, געשעט נאר דאס וואס דער באשעפער וויל, "מה' מצעדי גבר כוננו". &nbsp; פילע אנשי שלומינו פון קרית יואל און אזוי אויך פון שטעטל זענען געקומען צום דאווענען, צום געלעגענהייט אז דער ראש ישיבה שליט"א געפינט זיך דא, און אויך לכבודו פונעם בעל שמחה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער ברית, דער ראש ישיבה שליט"א איז געווען דער סנדק, ויקרא שמו בישראל דוד. &nbsp; דער סעודת הברית איז פארגעקומען אין בית המדרש אויף א פשוטע אופן, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט שיינע דברי תורה. &nbsp; ר' אברהם ראטענבערג, פון די חשובע מתפללים אין בית המדרש, וועלכע האט זיך באטייליגט ביים ברית גיבט אונז איבער די תוכן פון די דרשה פנעם ראש ישיבה שליט"א. דער ראש ישיבה האט גערעדט איבער די הייליגע שובבי"ם טעג וואס האט זיך יעצט אנגעהויבן, וואס ווי באקאנט פון דעם אר"י הקדוש זענען זיי זייער מסוגל לתשובה. מענטשן ווילן זיין ערליך אידן ווילן מתקן זיין. תשובה טון מיינט אז מען בעט איבער דעם אייבערשטן. מען זאגט דעם אייבערשטן אז מען וויל זיין ערליך און מען גייט שוין זיין ערליך. דער רבי האט נישט געלאזט פאסטן, נאר ענדערש לערן, דאווען, זיי מעביר סדרה. "מעביר סדרה זיין איז א תיקון הברית" האט דער ראש ישיבה געזאגט. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט געברענגט א ירושלמי, אז "געלט" זעט אויס זייער נאנט, אבער עס איז זייער ווייט, עס קען נישט געבן געזונט, שלום בית, קינדער. עס קען גארנישט העלפן. עס איז פאקטיש זייער ווייט. אבער דער אייבישטער, טראכטן מענשטן איז זייער ווייט, דער אייבישטער איז זייער הויך אין הימל, די גמרא רענט אויס וויפיל הימלען זענען דא, און ווי ווייט איין הימל איז פון צווייטן, אבער דער אמת איז אז אייבישטער איז פאקטיש זייער נאנט, דער באשעפער איז ביי דיר, נעבן דיר, און מיט דיר, און דער אייבישטער קען דיר יא העלפן, ווען דו ביסט אין א צרה, דארפסט פרנסה, נחת, שידוכים, געזונט אדער סיי וואס, בעט דעם אייבערשטן, ער הערט דיר אויס. ער איז נאנט צו דיר. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א האט פארציילט ווי דרייצן יאר צוריק האט ער געטראפן דעם בעל שמחה ר' שבתי דא אין ביהמ"ד צום ערשטן מאל ווען דער גבאי הר"ר יואל פארקאש האט גערופן דעם ראש ישיבה שליט"א צו געבן א שיעור. און זינט דאן איז ער אייביג דא מיט זיין ווארים הארץ און געטריישאפט ווי ער העלפט דעם ראש ישיבה מיט אלעמען וואס מעגליך. דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט מיטן וואונטשן דעם בעל שמחה ער זאל&nbsp; ווייטער קענען העלפן אריינברענגען דעם אייבערשטן אויף דער וועלט. &nbsp; נאכן ברית איז דער ראש ישיבה שליט"א געגאנגען באזוכן אין חדר ווי עטליכע קינדער האבן געמאכט סיומים, אזוי אויך האט דער ראש ישיבה איבערגעשמועסט פארשידענע נושאים מיט די מחכנים און מחנכות אין חדר און אין סקול. &nbsp; פון דארט איז דער ראש ישיבה ווייטער געפארן צום שטעטל קרית ברסלב ליבערטי, ווי ער האט מחזק געווען אנשי שלומינו און די הייליגע מוסדות אין קרית ברסלב ליבערטי. &nbsp; דער באזוך איז געווען א שטארקע חיזוק פאר אנשי שלומינו אין קרית יואל, וואס וועט לאנג געדענקט ווערן.

    < זעה מער יח טבת תשפ"ג 📝
  • היכל הקודש בארא פארק וואקסט און בליעט

    בארא פארק - דער בית המדרש היכל הקודש ברסלב וועלכע געפונט זיך אויף 4801 11 עוו. איז א הערליכע ווינקל וואס האט מצליח געווען אייצונעמען די שטאט אין די קורצע צייט וואס זי געפונט זיך דארט. עס קומען כסדר צו פרישע מקורבים, און פילע שכנים קומען כסדר אריין צו די תפילות, און צו נעמען די הערליכע גליונות, וואס אן דעם קען מען נישט אנגיין. &nbsp; יעדע נאכט קומט פאר א דף שיעור פאר א האלבע שעה אום 8:20 וואס ווערט נאכגעפאלגט מיט א קורצע שיעור אין ספר המידות, זונטאג קומט דער שיעור פאר אום 7:15, און דאנערשטאג אום 7:45, דער שיעור ווערט פארגעלערנט דורכן געטרייען גבאי מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו. נאכן שיעור קומט פאר געשמאקע שיחות חברים, מען שמועסט פון מעשיות פון תפלה, ווי דער אייבישטער העלפט ווען מען בעט אים, אזוי אויך מעשיות פון הפצה, אזוי אויך קומען פאר פילע סיומים, ווען אינגעלייט און בחורים ענדיגן כסדר משניות, מסכתות הש"ס, און נאך מקצועות התורה. &nbsp; שבת קודש מעין עולם הבא קומט מען זיך צוזאם צו אלע תפלות, שבת קודש אינדערפרי לערנט מען פאר דעם דף אום 8:45, און דערנאך אום 9:15 לערנט מען א קורצע שיעור אין שיחות הר"ן. נאך א געשמאקע ווארימע דאווענען לערנט דער געטרייע גבאי פאר א הערליכע שמועס אין ספר סיפורי מעשיות, וואס וועקט אלעמען אויף פון שלאף, און דערמאנט זיי דער תכלית צו וואס מיר זענען געקומען אויף דער וועלט. &nbsp; פארגאנגעם מאנטאג נאכט איז פארגעקומען א שיינע סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן זי"ע ווי א ריזיגער ציבור איז זיך צוזאם געקומען, און מען האט מיטגעהאלטן דעם שמועס וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן. &nbsp; יעדע וואך אין איינע פון די נעכט קומט פאר א "פרויען פארברענג" ווי פרויען אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם און מען הערט א שמועס פון התחזקות וויאזוי זיך אן עצה צו געבן מיט די טאג טעגליכע שוועריקייטן. דער פארברענג איז געווענליך דינסטאג נאכט אום 9:00, פאר מער פרטים קען מען זיך ווענדן צו איינע פון די גבאים. &nbsp; איינע פון די טייערע אינגעלייט מו"ה שמעון גאנצפריעד הי"ו ראש וראשון לכל דבר שבקודשה און איז אייביג גרייט ארויסצוהעלפן האט צוליב דעם ריבוי עם קע"ה צוגעקויפט פילע ספרים, סידורים, און חומשים, אזוי אויך האט ער באשטעלט פרישע ספרים שענק און האט עס מיט די אייגענע הענט אויפגעשטעלט, כדי נאכצוקומען דעם גרויסן ציבור וואס קומט כסדר צו צו נהנה זיין פון דעם לעכטיגן ווינקל וואס באשיינט גאנץ בארא פארק.

    < זעה מער יב טבת תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו אין ספרינג וואלי גרינדן נייע בית המדרש

    ספרינג וואלי. - גרויס פרייד הערשט ביי אנשי שלומינו, איינוואוינער פון ספרינג וואלי און די אומגעגנט, צו די עפענונג פונעם נייעם בית המדרש היכל הקודש, וואס וועט דינען ווי א לייכט טורעם פאר די שטאט, זיך מחזק צו זיין אינאיינעם מיט די לימודים פון הייליגן רבי'ן אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אונז. &nbsp; דער נייער בית המדרש געפינט זיך אין צענטער פון ספרינג וואלי אויף 34 יוניאָן רד. פון ווי אומצאליג שעות תורה, תפלה, חסד, אמונה, חיזוק, און שיחות חברים וועט ארויסקומען, וואס וועט זיכער ברענגען א נחת רוח פארן אייבערשטן. &nbsp; געלויב דעם אייבערשטן, אז עס גייט אן א הערליכע שיעור גמרא יעדע נאכט פון וואך. יעדן אווענט אום 9:00 קומען זיך אנשי שלומינו צוזאם אינעם נייעם שול און מען לערנט אינאנייעם גמרא און דערנאך דאווענט מען אינאיינעם א געשמאקע מעריב. אזוי אויך אום שבת קודש ווען די תפילות שוין אנגיין, אבער דערווייל נאר פרייטאג צו נאכטס און שלש סעודות, ווי מען וועט האבן די געלעגענהייט צו הערן שיינע דיבורים פון הייליגן רבין, און זיך קענען דערהאלטן אויפן גאנצן וואך. &nbsp; אנשי שלומינו אין ספּרינג וואַלי האבן שוין לאנג ארויסגעקוקט צו קענען דאווענען אינאיינעם, און האבן אריינגעגאסן אין דעם אן א שיעור תפלות צום אייבערשטן, און יעצט דאנקט מען דעם אייבערשטן אז מען האט זוכה געווען צו דעם געשמאקן ווינקל זיך צו קענען האלטן אינאיינעם בדיבוק חברים, זיך שטארקן אינאיינעם צו שעפן ווייטער פון דעם ריינעם און לויטערן קוואל פון הייליגן רבי'ן. &nbsp; פתחו לי שערי צדק!

    < זעה מער יא טבת תשפ"ג 📝
  • באזוך פון ראש ישיבה אין בלומינג גראוו צום סעודת הילולא פון הייליגן רבי נתן

    נעכטן מאנטאג אווענט אור ליום עשרה בטבת איז אפגעראכטן געווארן א דערהויבענע סעודת הילולא צום 178סטן יארצייט פון הייליגן רבי נתן, דער גרויסער תלמיד פון הייליגן רבין, וואס איז נסתלק געווארן עש"ק עשרה בטבת שנת תר"ה. &nbsp; אויף די איינלאדענונג פונעם גבאי פון ביהמ"ד היכל הקודש אין בלומינג גראוו הר"ר בערל לעווי שליט"א איז דער ראש ישיבה געקומען זיך באטייליגן צום יארצייט סעודה, צו מחזק זיין אנשי שלומינו פון קרית יואל והגלילות. אנשי שלומינו אין קרית יואל האבן יעדער גענומען א חלק אין צוגעשטעלן די סעודה, איינער האט געמאכט בליקעס, איינער פיש, דיפס, טרונקען, זופ און אזוי ווייטער. &nbsp; א גאר א גרויסע ציבור איז זיך צוזאם געקומען צום געלעגענהייט ווען מען וועט האבן די זכיה צו הערן דברות קודש פון ראש ישיבה אין קרית יואל, עס זענען אויך געקומען צו פארן פילע אנשי שלומינו פון מאנסי און פון שטעטל, אלע האבן זיך זייער גוט געפונען אין דעם בית המדרש, ווי עס הערשט א גאר געשמאקע אטמאספער. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט א שייע שמועס, פארן שמועס האט דער ראש ישיבה ארויפגערופן א חשובע אינגערמאן מאנשי שלומינו ר' פנחס דוד לעבאוויטש נ"י וואס האט געמאכט א סיום אויפן גאנצן ספר "ליקוטי הלכות" פון הייליגן רבי נתן, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז דאס וועט האפענטליך געבן א שטופ פאר אנדערע אויך אנצוהייבן לערנען ליקוטי הלכות. &nbsp; דערנאך האט מען געזוגען דעם ניוגן וואס רבי נתן האט געזונען פון "אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט מען זען ווען משיח וועט קומען". &nbsp; דער ראש ישיבה האט אויסגעשמועסט די סיפור התקרבות פון רבי נתן, ווי ער האט געזען ווי זיי חבר רבי ליפא זאגט די סליחות מיט אן עקסטערע געשמאק, ווען ער האט אויסגעפונען אז רבי ליפא איז נתקרב געווארן צו דעם נייעם רבין אין מעדוועדיווקע, האט ער באשלאסן אז ער גייט אהין, און אויף יענעם ראש השנה איז שוין רבי נתן געווען ביים רבין, נאכדעם וואס ער האט געהערט ווי דער רבי פארלאנגט אז מען זאל זיין ביי אים אויף ראש השנה. &nbsp; גלייך ביים אנהייב האט אים דער רבי אויסגעזאגט דעם סוד פון זיך אויסרעדן צום אייבערשטן אזוי ווי מען רעדט זיך אויס צו א גוטן חבר, און דאן רבי נתן געשפירט אז ער האט ביים רבין געטראפן וואס ער האט געזוכט, ער האט געוויסט אז נישט קיין חילוק וואס אויף אים וועט נאר דורכגיין האט ער שוין די עצה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי נאכדעם וואס רבי נתן האט באקומען א תיקון פון רבין צו זאגן יעדן טאג אכצן פרקים משניות, בשעת וואס רבי נתן איז געווען א גרויסער תלמוד חכם און א גרויסער למדן. האט זיך אנגהויבן שטארקע רדיפות, אויף אזוי ווייט אז רבי נתן'ס טאטע האט געבעטן זיין שנור זאל זיך גטן פון זיין זון. רבי נתן'ס ווייב האט באשלאסן צו פרעגן איר טאטע וואס האט איר געפרעגט צי רבי נתן לערנט, און ווען זי האט געענטפערט "ער האט אלץ געלערענט, אבער יעצט לערנט ער נאך אסאך מער", האט ער איר געזאגט "זאלסט אקערן מיט די נאז און ברענגען פרנסה", דאס האט געמיינט אז זי זאל טון אלעס וואס זי קען אים צו שטיצן. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה פארציילט אביסל איבער די פטירה פון רבי נתן ווי ער האט זיך אויסגעדורקט "עזרא הסופר גייט אוועק" דאס האט ער געמיינט צו זאגן אז ער גייט אוועק פון דער וועלט, "און טריף פסול איז זיך מתגבר", דאס מיינט די מינות אפיקורסות און שמוץ, "נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", האט דער ראש ישיבה געבעטן אז מען זאל זיך מחזק זיין אין הפצה, אזוי אויך צו מחזק זיין און ארויסהעלפן די מפיצים, און זיי העלפן מיט וואס מען קען, מיט געלט, מיט טירחא, מיט רצון. &nbsp; דערנאך איז דער ראש ישיבה אריין אין א שמועס איבער שלום בית, דער ראש ישיבה האט פארציילט ווי אויף די עלטערע יארן פון רבי נתן'ס טאטע, פלעגט ער רופן זיין זון "רבי נתן", און ווען רבי נתן האט אים געפרעגט פארוואס ער רופט אים מיט א "רבי", האט ער אים געזאגט "פארפאלן, פון דיר האב איך נחת", דער ראש ישיבה האט געזאגט אז אסאך מאל אין אנפאנג פון די התקרבות איז דא א גרויסע התנגדות פון די משפחה, אבער אויב מען וועט זיך האלטן שטארק, מכבד זיין די ווייב, מכבד זיין טאטע מאמע, קיינמאל זיך נישט טענה'ן, נאר זען ווי מען קען מוותר זיין, און רעדן שיין, וועט מען זען ווי צום סוף וועט זיך אלעס איבערדרייען. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט "נאך א דיבור צום אייבערשטן, נאך א משנה, נאך א מוותר זיין" נאר דאס נעמט מען מיט. &nbsp; דער שיינער באזוך פון ראש ישיבה אין בלומינג גראוו וועט לאנג בלייבן איינגעקריצט אין די הארץ פון אלע באטלייגטע. דער גאנצער שיעור פון ראש ישיבה קען מען שוין זען אויף דעם וועבסייט. &nbsp;

    < זעה מער י טבת תשפ"ג 📝
  • חנוכת הבית פון ביהמ"ד היכל הקודש לאנדאן צוזאמען מיט הילולת מוהרנ"ת

    סטעמפארד היל, לאנדאן. - גאר פרייליכע נייעס קומט אריין פון אנשי שלומינו אין עיר הבירה לאנדאן אז מ'האט ענדליך געטראפן א צוגעפאסטע פלאץ צו האבן אן אייגן ווינקל ווי תלמידי היכל הקודש לאנדאן וועלן קענען דאווענען, לערנען, און זיך מחזק זיין אינאיינעם. &nbsp; דאס קומט נאך טויזנטער טויזנטער תפילות וואס אינגעלייט, בחורים און קינדער תלמידי היכל הקודש תושבי לאנדאן האבן איינגעריסן ביים באשעפער און האבן מתפלל געווען צום אייבערשטן אז זיי זאלן קענען האבן א אייגענע ביהמ"ד זיך צו קענען מחזק זיין און דאווענען אינאיינעם, און האבן דארט חבורות א פלאץ ווי יעדער וואס דארף חיזוק זאל קענען קומען און זיך דערווארעמען די נשמה פון די רבי'ןס חיזוק.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה האט שוין עטליכע מאל געזאגט אז עס זייער וויכטיג מען זאל האבן אן אייגענע פלאץ פאר א שול, און ברוך השם בסייעתא דשמיא איז מען איבערגעקומען אלע שווערע מניעות און באוויזן צו עפענען א ביהמ"ד צו די גרויס פרייד פון אלע תלמידי היכל הקודש לאנדאן.&nbsp; &nbsp; די חנוכת הבית וועט פארקומען בעזרת השם יתברך מארגן מאנטאג נאכט אור ליום עשרה בטבת אינאיינעם מיט די יארצייט פון ר' נתן זצוק"ל, ווי אלע אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען צו די גרויסע געלעגענהייט צום נייעם בית המדרש וואס געפונט זיך אויף 23A סעינט ענדרוס גראוו (ביים זייטיגן אריינגאנג) &nbsp; 23A St. Andrews Grove - Side Entrance &nbsp; דער אייבישטער זאל העלפן אז פון דעם פרישן לעכטיגן ווינקל זאל ארויסקומען פילע שעות תורה תפלה הפצה, און דעם אייבישטנ'ס נאמען זאל נתקדש און נתרומם ווערן אויף דער וועלט.

    < זעה מער ח טבת תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו אין בלומינג גראוו וועלן אויפנעמען דעם ראש ישיבה קומענדיגן מאנטאג אווענט בהילולת מוהרנ"ת זי"ע

    קומענדיגן וואך דינסטאג ויחי עשרה בטבת, ווערט אפגעצייכעט דער 179'סטער יארצייט פונעם גרויסן תלמיד פון הייליגן רבי'ן - דער הייליגער רבי נתן זי"ע. אביסל א השגה ווער דער הייליגער רבי נתן איז געווען קען מען פארשטיין פון די אויסדרוקן וואס דער הייליגער רבי געלאזט פאלן פון צייט צו צייט: "מען דארף דאנקען רבי נתן, ווייל ווען נישט אים וואלט נישט געבליבן פון מיר א בלעטל שמות" (חיי מוהר"ן, סימן ש"ע). אזוי אויך האט דער רבי געזאגט ביי א געלעגענהייט, "קיינער פארשטייט מיר נישט נאר נתן, און נפתלי א ביסל". אין א בריוו פונעם דער ראש ישיבה שליט"א פארציילט ער איבער די גרויסקייט פון הייליגן רבי נתן זי"ע: "רבי נתן איז געווען א תלמוד חכם מופלג, ער איז געווען א שטארקע מתמיד און בקי בש"ס ופוסקים, רבי נתן האט געקענט אויסעווייניג גאנץ ש"ס מיט אלע תוספות. ביי זיין בר מצוה איז ער א חתן געווארן מיט א טאכטער פון הגאון הצדיק הרב ר' דוד צבי אויערבאך זכרונו לברכה וואס איז געווען רב אין דריי גרויסע שטעט - שאריגראד, קרעמניץ, מאהליב; זיין שווער האט געזאגט: "מען האט מיר אנגעטראגן אסאך תלמידי חכמים פאר מיין טאכטער, אבער אזא גלאטע האלז ווי נתנ'לע האב איך נאך נישט געזען". "בעפאר רבי נתן איז מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן איז ער געווען ביי גרויסע צדיקים; ער איז געווען ביים הייליגן רבי ברוך'ל ממעזיבוזש זכותו יגן עלינו, אויך איז ער געפארן צום הייליגן רבי ר' זושא מהאניפאלי זי"ע. ער איז געפארן צום צדיק הרה"ק ר' מרדכי מקרעמניץ זי"ע, צו הרה"ק ר' שלום מפראהביטש און צו הרה"ק ר' אברהם דוב מחמעלניק זי"ע; אלע צדיקים האבן אים זייער מקרב געווען, און זיך מיט אים משעשע געווען. "צום סוף איז ער מקורב געווארן צום גרויסן צדיק הרה"ק רבי לוי יצחק מבארדיטשוב זכותו יגן עלינו, אבער ער האט זיך נישט געקענט דורך קומען מיט די בארדיטשובע חסידים. דער הייליגער קדושת לוי פלעגט אים זייער ליב האבן מיט א באזונדערע ליבשאפט, ער פלעגט אים רופן בלשון חיבה "מיין נתנ'לע", אבער וויבאלד רבי נתן איז געווען א גרויסער מתמיד און א גרויסער למדן, האט ער נישט געקענט דערליידן די פארברענגען וכו' מיט די סעודות וכו', ער האט דאס אנגעקוקט ווי מען פארברענגט סתם די צייט. ער פלעגט ארום גיין מיט ספיקות און בלבולים וואס צו טון, 'ווי אזוי איז מען זוכה צו זיין אן ערליכער איד?' 'ווי אזוי איז מען זוכה צו דינען דעם אייבערשטן?' ער האט נישט געקענט טרעפן א תירוץ אויף דעם. "ביז איין מאל איז ער געזיצן מיט די תלמידים פון הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע ביי סעודת מלוה דמלכה, מען האט געמאכט א גורל צווישן זיי וועם מען זאל שיקן קויפן בייגל, און ר' נתנ'ס נאמען איז ארויסגעקומען ביים גורל אז ער דארף גיין איינקויפן בייגל, איז ער געגאנגען איינקויפן בייגל פאר מלוה מלכה. אויפן וועג איז ער געווארן זייער צעבראכן, ער האט געטראכט צו זיך: 'אויף דעם בין איך באשאפן געווארן, צו גיין קויפן בייגל?' ער איז געווארן זייער צעבראכן פון דעם, ער איז אריין געקראכן אין א פארמאכטע שול דורכן פענסטער, ער איז ארויף אין ווייבער שול, גענומען א תהילים און אנגעפאנגען זאגן קאפיטל נאך קאפיטל מיט גרויסע בכיות, ער האט געוויינט צום אייבערשטן: "וואס וועט זיין דער תכלית מיט מיר?" ער האט אזוי שטארק געוויינט ביז ער איז אראפגעפאלן אויף דער ערד און ער איז איינגעשלאפן. "ער חלומ'ט זיך ווי ער שטייט ביי א גרויסער לייטער, ער הייבט אן ארויפצוקריכן און ער פאלט אראפ, ער קריכט נאכאמאל ארויף און ער פאלט נאכאמאל צוריק, אזוי איז געווען יעדעס מאל, און יעדעס מאל וואס ער איז ארויף העכער איז ער געפאלן שטערקער, ביז ער איז שוין ארויף אלע טרעפ ביז אויבן, דעמאלט איז ער אראפגעפאלן און ער האט זיך מער נישט געקענט אויפשטעלן, פלוצלינג זעט ער א מענטש זאגט אים די ווערטער: "דראפע דיר און האלט זיך, שטארק דיר מיט אלע דיינע כוחות". "שפעטער ווען ער איז אנגעקומען צום רבי'ן האט ער גלייך געכאפט אז דער מענטש וועם ער האט געזען אין חלום ווי ער זאגט אים "דראפע דיר און האלט זיך", איז נישט קיין צווייטער ווי דער הייליגער רבי. אי"ה קומענדיגן וואך מאנטאג נאכט ויחי, אור ליום עשרה בטבת, וועט מען פראווען דעם יארצייט סעודה אין אלע ביתי מדרשים פון היכל הקודש, דער ראש ישיבה וועט זיך באטייליגן אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו, נעבן קרית יואל, אויף 24 מעריוואלד לעין סאוט, אום 8:30 אווענט. Address for the GPS: 24 Merriewold Ln S, Monroe, NY 10950 &nbsp; אינעם הייליגער יארצייט וועלן אנשי שלומינו אויסנוצן די געלעגענהייט צו שטיצן און מחזק זיין דעם קרן הדפסה וועלכע דרוקט און פארשפרייט די ספרים פון הייליגן רבין און זיינע תלמידים, וואס דאס איז געווען דער שאיפה פון רבי נתן זי"ע זיין גאנצע לעבן, און דאס זענען געווען זיינע לעצטע ווערטער אויף דער וועלט, ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין א בריוו "איידער רבי נתן איז נסתלק געווארן האט ער געזאגט די ווערטער (און דאס איז פאר אונז אזוי ווי א צוואה פון רבי נתן זכרונו לברכה): "עזרא הסופר גייט אוועק פון די וועלט און טריף פסול איז זיך מתגבר, אזויפיל ווי ס'איז היינט דא אלפים ורבבות טריף פסול; נאר איך האף, אז איין בלעטל פון רבינ'ס ספרים וועט זיין א תיקון אויף אלסדינג", און רבי נתן האט אויסגעפירט: "איך זאג אייך אן, אז אייער עובדא זאל זיין איר זאלט דרוקן די ספרים, סע זאל זיין 'יפוצו מעינותיך חוצה', איר זאלט זיין שטארק מיט 'געלט' מיט 'רצון' און מיט 'טירחא'"; (עזרא הסופר איז נסתלק געווארן עשרה בטבת; רבי נתן האט דאס מרמז געווען אויף זיך, אז ער האט געהאט נשמת עזרא הסופר). &nbsp; אז דו געבסט געלט פאר'ן דרוקן די ספרים האסטו די זעלבע חלק אין הפצה ווי די וואס גייען פארשפרייטן די ספרים; יעדע זאך וואס מען טוט צו העלפן פארשפרייטן די עצות פון רבי'ן איז מקרב די גאולה, עס ברענגט נענטער און נענטער משיח זאל קומען. ווייל די ספרים און קונטרסים ברענגען צוריק אידישע קינדער צום אייבערשטן און דער רמב"ם פסק'נט (הלכות תשובה פרק ז, הלכה ה): "הִבְטִיחָה תּוֹרָה שֶׁסּוֹף יִשְׂרָאֵל לַעֲשׂוֹת תְּשׁוּבָה בְּסוֹף גָּלוּתָן, וּמִיַּד הֵן נִגְאָלִין", די הייליגע תורה זאגט, ווען אידישע קינדער וועלן תשובה טון וועט זיי דער אייבערשטער גלייך אויסלייזן." &nbsp; כל הקהל מזומנים &nbsp;

    < זעה מער ה טבת תשפ"ג 📝
  • הפצה פארברענג אין קרית יואל וועט פארקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש פרעמישלאן

    שוין איבער א יאר וואס עס איז נתייסד געווארן דעם שיינער פארברענג יעדע דינסטאג נאכט ווי אנשי שלומינו שמועסן און רעדן פון הייליגן רבין, מען איז זיך מחזק צו פאלגן זיינע היייליגע עצות. צו ערשט לערנט הר"ר יואל פארקאש שליט"א פאר אין הייליגן ספר "פעולות הצדיק" פון היייליגן רבין, דערנאך פארברענגט מען מיט שיחת חברים, מען איז זיך מחזק אינאיינעם, מען פארציילט מעשיות פון הפצה, און מעשיות פון תפלה. &nbsp; יעדע וואך קומט דער פארברענג פאר אום 8:45 אין ביהמ"ד היכל הקודש העיס און אום 9:45 נאכן פארברענג דאווענט מען אינאיינעם מעריב, און דערנאך לאזט מען זיך ארויס אין א פרייליגע טאנץ, און מען פריידט זיך מיט נועם חלקינו אשר בנחל שם גורלינו, אז מיר האבן די זכיה אז מיר ווייסן פון הייליגן רבין, וואס דערמאנט אונז כסדר צו "קוקן אויפן הימל" און געדענקען דעם אייבערשטן, טראץ די גרויסע הסתרה וואס די וועלט פרובירט אים צו באהאלטן. &nbsp; יעצט צוליב די גרויסע רענאוואציעס וואס ווערן דורכגעפירט אין ביהמ"ד העיס, ווי מען רוקט אוועק די בתי כבוד אין א ווינקל, כדי צו קענען פארגרעסערן דעם היכל הבית המדרש, אזוי אויך ווערן די לייטס אינגאנצן איבערגעלייגט, און מען פעינט, מען סקרעיפט, פארשידענע פייפס ווערן ארויסגענומען און אריינגעלייגט אין די ווענט און אין די דאך, און דערווייל ווילאנג די ארבעט גייט אָן זענען די ווענט האלב רוי, האלב פון די לייטס פעלן, אלעס איז שטויביג, אזוי אויך ארבעט נישט די הייצונג דערווייל כדבעי, צוליב דעם וועט דער פארברענג צייטווייליג אריבערגערוקט ווערן צום ביהמ"ד היכל הקודש אויף 8 פרעמלישאן, ווי אנשי שלומינו וועלן זיך צוזאם קומען היינט דינסטאג נאכט פרשת ויגש, און מען וועט זיך אינאיינעם מחזק זיין אינאיינעם.

    < זעה מער ג טבת תשפ"ג 📝
  • תומכי הכולל באקומען מאיאסטעטישע איינלאדענונג צום סעודת ראש חודש מיטן ראש ישיבה

    ווי שוין איינגעפירט אין די לעצטע חדשים טוט דער ראש ישיבה אפרעכטן א געשמאקע סעודת ראש חודש צו וועלכע עס ווערן געלאדענט די גדולי תומכי הכולל, די וועלכע זענען מנדב גרויסע סכומים אז די אינגעלייט זאלן קענען זיצן און לערנען. &nbsp; קומעדיגע סעודת ראש חודש מיטן ראש ישיבה וועט בעז"ה פארקומען קומענדיגן זונטאג חנוכה, צו וואס די חשובע תומכי הכולל האבן באקומען א הערליכע איינלאדענונג. צווישן זיי געפונען זיך מו"ה מרדכי אהרן היילפערן הי"ו, מו"ה אשר בער אינדארסקי הי"ו, מו"ה משולם פינטער הי"ו, מו"ה מנחם שטיינבערג הי"ו, מו"ה יוסף הכהן פריעדמאן הי"ו און מו"ה שבתי מזרחי הי"ו וועלכע האבן מנדב געווען פארן כולל פאנטאסטישע סכומים, וועלנדיג האבן די זכיה צו נעמען א חלק אין די לימוד התורה פון די חשובע אינגעלייט, וועלכע זיצן און לערנען בהתמדה רבה, און זענען זיך משלים אין אלע מקצועות התורה. &nbsp; דער מסיבה אנטשפרעכט צו זיין גאר געשמאק, ווי דער ראש ישיבה שמועסט דורך אינטערעסאנטע און געשמאקע נושאים, פון וואס אלע וועלן בעז"ה ארויסגיין מיט פולע קעשענעס חיזוק און אינספיראציע. &nbsp; ווי דער ראש ישיבה זאגט כסדר איז דער כולל דער שמירה פארן שטעטל, און איז א שמירה פאר אלע וואס שטיצן איר, אלע וואס ווילן נעמען א חלק אין שטיצן דעם כולל קענען זיך ווענדן צום גבאי פונעם כולל מו"ה ארי' שניטצלער הי"ו וואס מאכט זיכער בסייעתא דשמיא אז די געהאלט פאר די תלמידי חכמים די לומדי הכולל זאל ווערן פולקאם באצאלט יעדע וואך. &nbsp;

    < זעה מער כח כסלו תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו תושבי ברסלב דערפרייען די אידישע ארעסטאנטן אין ניו יארק סטעיט תפיסות

    ליבערטי - דער נייער ארגאניזאציע אנגעפירט דורך מו"ה משה עקשטיין הי"ו, דערפרייט אידישע ארעסטאנטן אין די ניו יארק סטעיט תפיסות ארום ליבערטי. דער ארגאניזאציע וואס האט נאך דערווייל נישט קיין אפיציעלע נאמען, באשטייט פון בערך 20 געטרייע אקטיווע וואלונטירן וואס גייען ארום באזוכן אידישע ארעסטאנטן וואס זיצן נעבעך איינזאם אין די תפיסות אין נעפאנעק, וואודבארן, שוואנגאג, און גרין העווען. &nbsp; אין די אלע טורמעס געפונען זיך לעת עתה בערך 11 אידישע ארעסטאנטן וואס קוקן ארויס אויף באזוכער יעדן טאג, וואס פארגרינגערט זיי אביסל און מאכט זיי פארגעסן פון זייער צער. דער יעצטיגער ציל איז אז יעדער ארעסטאנט זאל באקומען כאטש איין באזוכער יעדע צוויי וואכן, וואס דאס איז וואס מ'קען דערווייל דערגרייכן מיט די צאל וואלונטירן וואס מען פארמאגט. יעצט אין די פרייליכע חנוכה טעג זוכט מען צו פארגרעסערן דעם מעמבערשיפ באזע, אזוי ארום אז מען זאל קענען אנקומען צו באזוכן יעדן ארעסטאנט לכל הפחות איין מאל במשך די חנוכה טעג. &nbsp; ווי מען הערט צוריק פון די ארעסטאנטן, ברענגען די באזוכן פון אנשי שלומינו תושבי קרית ברסלב א גרויסע הנאה פאר זיי, זיי קוקן שטארק ארויס אויף די באזוכן, זיי שלינגען מיט דורשט די ווערטער פון די באזוכער וואס זענען אנגעפילט מיט אמונה און מיט די עצות פון הייליגן רבין וואס האט די כח צו שטארק און באלייכטן אידן אין אלע מצבים פון לעבן. &nbsp; אויב זענט איר אינטערסירט זיך אנצושליסן מיט דעם געוואלדיגן גרויס חסד פראיעקט, ביטע רופט דעם גבאי מו"ה משה עקשטיין הי"ו אויף 845-428-2782. מיטן אייבערשטנ'ס הילף קען מען אויפלעבן און אריינברענגען פרישע האפענונג אין די אידישע ארעסטאנטן סיי במשך חנוכה, און במשך א גאנץ יאר.

    < זעה מער כז כסלו תשפ"ג 📝
  • לכבוד חנוכה קומט בית התבשיל ארויף אויפן בי-פעי סיסטעם

    קרית ברסלב - דער ראש ישיבה מאנט אלץ פון אונז אז ער וויל אז אין די קהילה זאל מען זיך זארגן איינע פארן צווייטנ'ס גשמיות. מען זאל גיין נאך געלט, זען ווי מען קען טון א טובה פאר א צווייטן, אזוי אויך וויל דער ראש ישיבה אז עס זאל זיך גיסן חסד אין שטעטל. דער ראש ישיבה האט אויפגעשטעלט אינעם אינגן שטעטל א ביקור חולים, חסד אין תפיסות, חברים, און נישט קיין ספק אז פון די גאר גרויסע חסד וואס טוט זיך אין שטעטל איז דער בית התבשיל. &nbsp; דער בית התבשיל לויפט היינט צו טאגס אויף א בודשעט פון איבער א פערטל מיליאן דאלער, אין דעם איז אריינגערעכענט וועכענטליכע שבת חלוקות פון קעש און גראסערי ארדערס פון בערך דריי טויזענט דאלער א וואך, אזוי אויך נעמט עס אין חשבון די גרערעסערע חלוקות פון ימים טובים, ווי די סוכות חלוקה וואס האט אפגעקאסט איבער דרייסיג טויזענט דאלער, ווי מען האט אפגעשיקט פלייש, פיש און גראסערי ארדערס פאר נויטבאדערפטיגטע משפחות, און דער פסח חלוקה וואס האט געשיקט מכל טוב וטוב פלייש, גרעיפ דזשוס, מצות, פיש, גראסערי און נאך וואס האט אריינגעצויגן צו בערך זיבעציג טויזענט דאלער, אזוי אויך א מתנות לאביונים חלוקה פון קעש געלט פון צענדליגע טויזנטער דאלער. דאס אלעס קומט אויס צו א חשבון פון איבער א האלבע מיליאן דאלער א יאר. &nbsp; אויסער די אויבנדערמאנטע חלוקה, ווערן אפגעהאלטן צענדליגע חלוקות א יאר פאר כל הקהל הקודש ווי מען טיילט בחנם פילע נוצבארע אייטעמס בהרחבה גדולה פון וואס אלע זענען זיך מחיה. איין אזא חלוקה איז פארגעקומען נעכטן זונטאג ערב חנוכה, ווי מען האט אויסגעפאקט טראקלאודס מיט צענדליגע געשמאקע פראדוקטן, ווי פיש, פלייש, אייער, אויל, גרעיפ דזשוס, צוויבל, פאטעיטעס, סנעקס, טשאקאלאד, דרינקס און נאך, וואס נאך די גרויסע אינפלאציע וואס הערשט היינט אין די גאס, זענען די רוב פון אויבנדערמאנטע פראדוקטן זייער שטארק ארויף, ווי צום ביישפיל א דאזען אייער קאסט היינט אין געשעפט איבער פינף דאלער, וואס מיט צוויי יאר צוריק האט צוויי דאלער א דאזען געהייסן טייער, אויל פלעגט גיין פאר בערך זעקס זיבן דאלער, און היינט איז עס ממש דאפעלט, אזוי אויך מיט פלייש, פיש, פאטעיטעס, צוויבל, ווי יעדער קען זיך עס איבערצייגן אין גראסערי. דעפאר איז עס געווען א געוואלדיגע דערלייכטערונג אז דער בית התבשיל האט אראנדזשירט דער גרויסער חלוקה. &nbsp; אזוי אויך האפט דער בית התבשיל צו אויסטיילן א ספעציעלע חלוקה פאר נויטבאדערפטיגע לכבוד חנוכה, פון טויזנטער דאלער, און לויט וויפיל עס וועט אריינקומען, אזויפיל וועט מען בעז"ה קענען אויסטיילן. &nbsp; די אלע חלוקות קען מען בעזרת השם דורכפירן מיט די ברייטהארציגע נדבות פון אנשי שלומינו וואס זענען ווארים צום בית התבשיל וואס דער ראש ישיבה האט אויפגעשטעלט, וואס ווערט אנגעפירט מיט גרויס געטריישאפט דורכן גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, מ'קען אים רופן צו מנדב זיין אויף 845-637-5367, אזוי אויך קען מען מנדב זיין אויף בית התבשיל אנליין פלאטפארמע פיר און צוואנציג שעה אין טאג, און די גרינגסטע וועג צו מנדב זיין איז דורכן בארימיט "בי-פעי" (ברסלב פעי) סיסטעם, אין וואס דער בית התבשיל האט זיך נארוואס אנגעשלאסן. &nbsp; אנשי שלומינו זאגן אז דער בי פעי איז א גאר געשמאקע וועג פון מנדב זיין געלט צו אלע ברסלבע צוועקן, און ווי די בי-פעי אנפירער זאגן, שליסן זיך יעדן טאג אן פרישע מעמבערס, וואס נוצן דאס בכל עת מצוא, ווען זיי ווילן געבן צדקה, ביי א ציון פון א צדיק, אינמיטן התבודדות, ערב שבת קודש, שיקט מען אריין א נדבה, יעדער לויט וויפיל ער קען דעמאלטס. &nbsp; צום ביישפיל נעכטן נאמיטאג פאר חנוכה לעכט צינדן, זענען אריינגעקומען גאר אסאך נדבות פון אנשי שלומינו יעדער איינער צום צוועק וואס ער האט אויסגעקליבן. &nbsp; זיך אנצושליסן אינעם בי-פעי סיסטעם קען מען טעקטסן דאס ווארט join צו 8453852400 און אויספאלגן די גרינגע אנווייזונגען וואס מען וועט באקומען אויף טעקסט. די קאוד פון קרן הדפסה אויף בי-פּעי איז BH05 &nbsp; פאר מער פרטים איבער בי-פעי סיסטעם, וויאזוי עס ארבעט, און וואס זענען די אפציעס, און וויאזוי מען ווערט א מעמבער קען מען זען דא.

    < זעה מער כה כסלו תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 181 to 195 of 423 results

1 2 ... 10 11 12 13 14 15 16 ... 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com