Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • תלמדים פון ברסלב'ע חדר בעטן זיך אויס ביים ריבניצער רבי'ס ציון

    פארגאנגענעם מיטוואך תצוה האבן די צוויי ברסלב’ע תלמוד תורה’ס; פון וויליאמסבורג און פון קרית ברסלב זיך ארויסגעלאזט אויף א געשמאקע אויספלוג, נאכדעם וואס די טייערע קינדער האבן זיך אויסגעצייכענט זייער שיין מיט אלעס וואס די טייערע מלמדים הייסן טון, זיי דאווענען ערליך, זיי לערנען פלייסיג, און זיי פירן זיך אויף מיט א געוואלדיגע דרך ארץ, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט”א פאדערט שטענדיג אז דרך ארץ דארף זיין די וויכטיגסטע זאך, פאר אלעמען.   די צוויי תלמוד תורה’ס האבן זיך אפגעשמועסט אז מיטוואך וועט מען זיך ארויסלאזן צוזאמען צום דעסטינאציע צום שטאט מאנסי, צום ערשט איז מען אריבער צום נייעם בית המדרש היכל הקודש אין מאנסי, ווי די גבאים האבן אויפגענומען די קינדער בסבר פנים יפות, עס איז געווען צוגעשטעלט פיינע איבערבייס פאר אלע חשובע קינדער און מלמדים. און דערנאך האט מען געדאווענט צוזאמען מנחה.   דערנאך איז מען אריבער צום ציון פון הייליגן ריבניצער זכותו יגן עלינו, און זיך גוט אויסגעבעטן פאר זיך און פאר גאנץ כלל ישראל.   די קלימאקס פונעם טאג איז געווען ווען מען האט זיך ארויסגעלאזט צו א פלאץ ווי עס איז דא א שניי בארג און מען קען זיך גליטשן געשמאק, אלע קינדער האבן זיך גוט אויסגעגעבן און הנאה געהאט יעדע מינוט, מען האט זיך געגליטשט מיטן אייבערשטן, א גאנצע צייט האט מען געהערט פון די קינדער אויסשרייען “שכח אייבערשטער”, די קינדער האבן גאר שטארק הנאה געהאט פון דעם טריפ.   פון דארט איז מען אהיים נאכן זיך אנשעפן מיט פרישע כוחות צו קענען ווייטער דינען דעם אייבערשטן ביתר שאת וביתר עוז.

    < זעה מער יט אדר תשפ"ג 📝
  • געהויבענע פורים דורך ביים ראש ישיבה שליט"א

    א גאר געשמאקע יום טוב פורים איז דורך אויף גאנץ כלל ישראל, אויף אלע אנשי שלומינו בכל קצוי תבל, און בפרט ביים ראש ישיבה שליט"א, פילע אנשי שלומינו זענען אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג מיטצוהאלטן קריאת המגילה, און די סעודת פורים ושושן פורים. &nbsp; תענית אסתר נאכמיטאג איז דער ראש ישיבה שליט"א אריינגעקומען צו מנחה אום 6:00, און דערנאך האט מען געגעבן מחצית השקל כנהוג, דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א הערליך פארגעליינט די מגילה אום 7:00 צו וואס דער גאנצער ציבור האט אויסגעהערט געשמאק, ווי דער ראש ישיבה לערנט אויס אז אויסהערן מגילה איז אזוי שיין, מ'הערט א שיינע מעשה, ווי דער אייבישטער פירט די וועלט, פון דרויסן זעט עס אויס ווי טבע מקרא מזל, אבער אלעס פירט דער אייבישטער וואס גרייט אן די רפואה פאר די מכה. מ'האט געקלאפט ביי המן, און געקלאטשט ביי "נדדה שנת המלך", ווי מען פירט זיך אין ברסלב. &nbsp; אינדערפרי האט מען געדאווענט שחרית אום 9:00, אנשי שלומינו און דער ראש ישיבה שליט"א זענען שוין אנגעקומען אסאך פריער אין בית המדרש כדי צו לערנען די פילע שיעורים אין מקרא משנה גמרא הלכה חסידות, כדי עס זאל נישט דורכגיין דער טאג חלילה אן קיין לימוד התורה, אן קיין בלאט גמרא. &nbsp; פורים האט דער ראש ישיבה אויפגענומען דעם ציבור ביי זיך אינדערהיים, אנשי שלומינו זענען אריבער געקומען ארויסווייזן הכרת הטוב און געבן משלוח מנות און זיך אנווינטשן, ווען דער דיין איז אנגעקומען האט דער ראש ישיבה געמאכט א גאנצע עסק פונעם דיין, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען דארף האלטן חשוב תלמידי חכמים, אזוי קען מען אויפציען ערליכע דורות וואס האבן ליב די תורה. &nbsp; אום 7:00 זענען אנשי שלומינו מיטן ראש ישיבה שליט"א געקומען אין בית המדרש ווי מען האט געטאנצט און זיך משמח געווען ביז אין די שפעטע נאכט שעות. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זיך אנגעטון א שיינע ווייסע בעקישע פון זיין גרויסן זיידן דער קארלסבורגער רב זי"ע. &nbsp; ביים טאנצן האט דער ראש ישיבה כסדר געמוטיגט דעם עולם נישט צו זיצן אין די זייט נאר מען זאל גיין טאנצן. &nbsp; אינמיטן האט דער ראש ישיבה צוגערופן דעם מלמד מומחה הר"ר יוסף שניטצלער הי"ו "ברענג אהער דעם בריוו וואס איך האב דיר געשריבן אינדערפרי", דער ראש ישיבה האט עס פארגעליינט הויך "מיין טייערע יוסף... היינט פורים קען מען זיין מער אפן פון א גאנץ יאר, היינט וועל איך דיר אויסזאגן דעם סוד וואס איך וויל פונעם שטעטל, איך וויל נישט מער נאר די איין זאך, אז די קינדער זאלן אויסוואקסן געזונט בנפש מיט א שטארקע אמונה, מיט א געפיל און א ליבשאפט צו אידישקייט, אויב קען מען דאס האבן האט זיך אלעס געלוינט, און אז נישט דארף מען אנהייבן פון פריש" דער ראש ישיבה האט זיך אנגערופן נישט אז "אז נישט איז נישט...", דער ראש ישיבה האט ווייטער געליינט "פולעווע אין די קינדער אמונה, ליבער ברודער היינט איז זייער א גרויסע א טאג, מ'קען פועלן זוכה צו זיין, צו קומען אויף אזא הויכע מדרגה, ליב צו האבן די תורה, און די וועג פון די תורה, זיך צו פארמיסן און פארקעלען פון עבירות", דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט "דאס מיינט דאך 'עד דלא ידע בין ארור המן לברוך מרדכי', מ'וויל זיין נאר מרדכי הצדיק", דער ראש ישיבה האט געזאגט "הערסט יאסי! פולעווע אין די קינדער אמונה!", דארט איז געשטאנען א קינד, דער ראש ישיבה פרעגט אים: "דו האסט ליב די פיאות? דו האסט ליב א בארד? מ'דארף זיך פארקעלען פון א המן!" דער ראש ישיבה האט ווייטער געזאגט "ס'איז אזוי שיין איידעלקייט! ס'איז דאך אזוי שיין ערליכקייט! נשמת ישראל זענען נעבעך אזוי אויסגעמישט, אז מ'ווייסט שוין נישט וואס שיין איז!" אזוי האט דער ראש ישיבה ווייטער מחזק געווען אנשי שלומינו מען זאל נישט ארויפקוקן דאס נאכמאכן גויים, נאר זיך מדבק זיין אין צדיקים און אין די תורה. &nbsp; שושן פורים נאכמיטאג פאר די סעודת שושן פורים האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט א בלאט ירושלמי, און דערנאך האט מען זיך געוואשן צום סעודה, און דער ראש ישיבה האט געגעבן א שיינע שיעור, צווישן אנדער האט דער ראש ישיבה אסאך גערעדט איבער חינוך, און איבער די נארשקייט פון "סטאטוס" (whatsapp status) דער ראש ישיבה האט געזאגט "דיין ווייב וויל רעדן מיט דיר, און דו קוקטס ווי יענער מאכט זיך נאריש? וואס גייט פאר מיט דיר?" &nbsp; דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ ביז אין די שפעטע שעות, מען האט געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים. &nbsp; והימים האלו נזכרים ונעשים בכל דור ודור

    < זעה מער יז אדר תשפ"ג 📝
  • פורים ביי אנשי שלומינו אין קרית יואל

    פורים ביי אנשי שלומינו אין קרית יואל &nbsp; אזוי ווי אין אלע שטעט וועלן אנשי שלומינו אין קרית יואל פראווען דעם הייליגן יום טוב מיט גרויס שמחה און געהויבענקייט. &nbsp; אין קרית יואל גייט אן שוין א לאנגע תקופה דריי הערליכע בתי מדרשים פון היכל הקודש אין אלע עקן פון שטאט. דער ערשטער בית המדרש היכל הקודש געפונט זיך אין צענטער פון שטאט אויף 8 העיס קט. ממש נעבן דעם בנין פונעם מבצר הכוללים. דער בית המדרש ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א. דער צווייטער געפונט זיך אויף א סטראטעגיש ווינקל אינעם בליענדן עצי תמרים קווארטל אויף 8 פרעמישלאן וועי זייער נאנט צום נייעם קארלסבורג גאס. וואס ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א. דער דריטער געפינט זיך אינעם פריש אויפקומענדן נייעם ריזיגן ווילידזש אויף סאוט בלומינג גראוו, אוויף 24 מעריוואלד לעין סאוט, וואס ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי הר"ר בערל לעווי שליט"א. &nbsp; די גבאים פון די שולן האבן ארויסגעלייגט די זמנים פאר די שולן ווי פאלגענד: &nbsp; היינט תענית אסתר וועט מען דאווענען מנחה אום 6:15, און דערנאך וועט זיין צוגעשטעלט מחצית השקל, און אום 7:00 וועט מען ליינען די מגילה. &nbsp; מארגן פורים וועט מען דאווענען שחרית אום 9:00 און אום 10:00 וועט מען ליינען די מגילה. &nbsp; אנשי שלומינו אין קרית יואל וועלן זיך צוזאם קומען צו א סעודת משתה היין אין שטוב פון הר"ר יואל פארקאש שליט"א אויף 17 חברון רד. #101 צו לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלע זיינע חסדים פורים נאכמיטאג אום 5:00. און אום 9:00 וועט מען דאווענען מעריב אינאיינעם בציבור. &nbsp; אלע דריי שולן וועלן האבן די זעלבע זמנים, אזוי אויך וועלן די ווייבער שולן זיין אפן פאר די פרויען. &nbsp; קימו וקבלו עליהם ועל זרעם להיות עושים את ימי הפורים האלה בזמניה"ם

    < זעה מער יג אדר תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך צו פורים במחיצת פון ראש ישיבה שליט"א

    פורים איז א יום טוב וואס גאנץ כלל ישראל פריידט זיך, עס איז א טאג ווי אלע רעדן אפן פונעם אייבערשטן, מען ליינט די "מגילת אסתר", אפילו ביי די וואס דער אויבערשטער איז פארשטקעט און פארשטעלט א גאנץ יאר פורים ווערט נתגלה דער הסתר, און אלע זינגען און טאנצן "אלעס איז דער אויבערשטער", "נאר אמונה אין בורא כל עולמים", אלע שרייען "געב נישט אויף, דער אויבערשטער האט דיר ליב", ביי גוים להבדיל ווען זיי ווערן שיכור, ווערט ביי זיי נתגלה זייער שמוץ און רצחיה, מען הוליעט מען הרג'עט זיך, אבער ביי אידישע קינדער קומט ארויס דאס שיינקייט, ווען א איד ווערט שיכור שרייעט ער "רבונו של עולם איך וויל זיין אן ערליכע איד!" ער וויינט "באשעפער ווען וועל איך שוין תשובה טון מיט אן אמת?!" &nbsp; אין ברסלב ווי דער הייליגער רבי האט אונז אויסגעלערענט צו רעדן פון אויבערשטן "מיט א טרוקענע מויל", ביים רבין איז נישט געווען קיין שכרות און קיין טרונקען א גאנץ יאר, אבער מען רעדט אפן פון אויבערשטן, מען דאנקט דעם אויבערשטן, און מען האפט צום אויבערשטן. פורים אין היכל הקודש שפירט מען א גילוי אלקות אויף א פארנעם ממש ביטול הבחירה. מען זעט אנשי שלומינו בגילופין שרייען און וויינען צום אויבערשטן הויך אויפן קול, אנשי שלומינו פרייען זיך און דאנקען דעם אויבערשטן אויף די אלע גוטע מתנות וואס ער געבט אונז. בפרט אויף די גרויסע מתנה אז מיר ווייסן אז מען קען רעדן צום אייבערשטן, און אז דער באשעפער ווארט אז מיר זאלן זיך ווענדן צו אים. &nbsp; אנשי שלומינו ווילן מיטהאלטן דעם הייליגן טאג במחיצת פונעם ראש ישיבה שליט"א, דערפאר וועלן מיר דא מפרסם זיין דעם סדר היום פון די הייליגע טעג. אלע תפילות און סעודות וועלן אפגעהאלטן ווערן אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף 27 סקילמאן סטריט, און אזוי אויך וועט די ווייבער שול זיין אפן ביי די תפילות, מגילה ליינען און סעודות. &nbsp; תענית אסתר נאכמיטאג וועט מען זיך צוזאם קומען צו מנחה מעריב אום 6:15 מען וועט געבן מחצית השקל און שטיצן די הייליגע מסודת וואו מען לערנט אמונה מיט די קינדער, דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה ליינען די מגילה אום 7:00. &nbsp; פורים אינדערפרי וועט דער ראש ישיבה שליט"א דאווענען שחרית אום 9:00 און מגילה ליינען וועט זיין אום 10:00. &nbsp; דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה קומען אין ביהמ"ד צום סעודת משתה היין אום 6:00 נאכמיטאג ווי מען וועט טאנצן און זיך פרייען לכבוד פורים צוזאמען מיט אנשי שלומינו ביז אין די שפעטע נאכט שעות. &nbsp; שושן פורים וועט בעז"ה פארקומען א שיינע סעודה אין בית המדרש פאר אלע אנשי שלומינו, ווי דער ראש ישיבה וועט געבן א שיינע שמועס פון וואס מען וועט ארויסנעמען שיינע התחזקות אויף למעשה צו קענען לעבן דערמיט טאג טעגליך, דערנאך וועט מען טאנצן אינאיינעם און לויבן דעם אייבערשטן על כל החסד אשר עושה עמנו בכל דור ובכל יום ובכל שעה, דער סעודה מיטן שיינעם פראגראם וועט זיכער איבערלאזן א געוואלדיגע איינדרוק אויף אלעמען. &nbsp;

    < זעה מער ט אדר תשפ"ג 📝
  • מסיבת הכרת הטוב דורך די רענט קאמפיין

    דער זיבעטער יערליכע מסיבה דורכן אלעמען באקאנטן "רענט קאמפיין" איז פארגעקומען פארגאנגענעם מוצאי שבת תרומה אין ישיבה, בהשתתפות דער ראש ישיבה שליט"א, צוזאמען מיט אנשי שלומינו פון אלע שטעט. &nbsp; צום ערשט איז ארויפגעקומען דער יושב ראש מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו וואס האט געעפענט דעם מלוה מלכה מיט הערליכע ווארעמע דיבורים, ארויסברענגענדיג די פילע פעולות פונעם רענט קאמפיין וואס ווערט געפירט דורך די צוויי חשובע אינגעלייגט מו"ה אשר דוב אינדארסקי הי"ו און מו"ה שבתי דוד מארקוס הי"ו. &nbsp; דערנאך האט מען געזינגען זמירות פון מוצאי שבת קודש, צווישן איין זמר און צווייטן האט מען ארויפגערופן דעם אלעמען באקאנטן משמח אלקים ואנשים מו"ה ישראל מיכל ראזענפעלד הי"ו וואס מיט זיין געשמאקע הומאריסטישע שפראך האט ער נישט אנטוישט דעם עולם. ר' מיכל האט זיכער געמאכט אז אלע האבן א שמייכל אויפן פנים און גייען ארויס פרייליך, און פארשטייט זיך מיט א מוסר השכל אויף למעשה. &nbsp; שפעטער האט מען מיטגעהאלטן א לייוו פאנעל פון דעם באקאנטן "חמין במוצאי שבת" פראגראם פון קול ברסלב, וואס ווערט געפירט יעדע וואך דורך מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו אינאיינעם מיט מו"ה מנשה איצקאוויטש הי"ו וואס פארציילט סיפורי צדיקים מיט מו"ה משה עקשטיין הי"ו וואס פירט אן אין שטעטל אן ארגענעזאציע צו גיין באזוכן אידן אין תפיסות. &nbsp; יעצט לכבוד דעם מעמד האט מען ארויפגעברענגט ר' אהרן, ר' יעקב, און ר' מנשה לייוו אויפן בימה, ווי מען האט פארפירט א שיינעם שמועס צוזאמען אזוי ווי יעדע וואך, ר' מנשה האט פארציילט הערליכע סיפורים&nbsp; פון צדיקים וואס די יארצייט געפאלט דעם וואך. &nbsp; סוף פונעם פאנעל האט מען געמאכט א גורל ווער וועט קענען פרעגן א שאלה לייוו פונעם ראש ישיבה שליט"א, א זאך אויף וואס ער וואלט שוין לאנג געוואלט הערן דעם חוות דעת פונעם ראש ישיבה, דער געוואונער איז ארויסגעקומען מו"ה לייב אפפעל הי"ו, וואס האט געפרעגט דעם ראש ישיבה צי מען דארף אריינקומען שמחת תורה אין שטאט, און געזאגט אז עס טוט זיך אויף דעם גאצעטע דעבאטעס א גאנץ יאר, ובפרט פאר שמחת תורה, דער ראש ישיבה האט געענטפערט אז ער גייט יעצט פארלערנען ברבים דעם לעצטן דף גמרא פון ירושלמי מסכתא פאה, און אינדערצווישן וועט מען פארענטפערן די שאלה. &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט דעם לעצטן דף און געמאכט דעם סיום, און דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א מעורר געווען אנשי שלומינו מען זאל לערנען יעדן טאג א דף גמרא בבלי, און אז מען קען זאל מען לערנען אויך יעדן טאג א דף גמרא ירושלמי, וואס דאס איז א זיכערע אינוועסטמענט וואס קיינער קען דיר נישט צונעמען. ליידער - האט דער ראש ישיבה געזאגט - זענען דא אינגעלייט אין די קהילה וואס האבן שוין פארלוירן ריזיגע סכומים דורך פיפיגע שווינדלערס וואס האבן זיי אריינגענארט אין א פאסקע מיט פאלשע אינוועסמענטס וואס איז לא היה ולא נברא, אבער א דף גמרא - האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט - דאס איז הונדערט פראצענט פארזיכערט. &nbsp; ביים סוף האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די שאלה צי מען זאל אריינקומען אין שטאט אויף שמחת תורה, האט דער ראש ישיבה געזאגט: "דאס איז זייער נישט קיין גוטע זאך צו קוקן אויף יענעם וואס יענער טוט, יעדער איינער דארף זען צו טון פאר זיך וואס ער האט צו טון, אז יענער פלאנצט איין ביימערלעך פארנט פון זיין הויז אפילו ער זאגט אז דער ראש ישיבה האט אים עס געהייסן טון, מיינט נאכנישט אז דו דארפסט דאס נאכטון, יעדער איינער זאל טון וואס ער פארשטייט וואס איז גוט פאר אים." דער גאנצער הערליכע שמועס קען מען זען אויף ברסלב סענטער וועבסייט, און מען קען עס הערן אויפן קול ברסלב טעלעפאן ליין. &nbsp; דערנאך האט מען אויסגעטיילט מתנות פאר די אלע נדבני פרנס החודש, און פאר די אלע וואס געבן שיינע נדבות במשך דעם יאר איז געווען אויסגעלייגט אינדרויסן פון בית המדרש שיינע מתנות. &nbsp; אלע באטייליגטע האבן באקומען דעם נייעם קונטרס "אויף שמחות" וואס איז יעצט צום ערשטן מאל ארויס פון דרוק. דער מסיבה וועט זיכער בלייבן אין זכרון פאר א לענגערע צייט ביי אלע משתתפים.

    < זעה מער ז אדר תשפ"ג 📝
  • מצה בעקעריי גייט אין אין פולן שוואונג

    &nbsp; די ברסלבע מצה בעקערי האט אריינגעטרעטן אין די טעג אין א נייע פאזע פון פראדוקטיוועטי. מ'האט אויפגענומען פרישע ארבעטער פאר די נאכט שעות, כדי די ארבעט זאל קענען אנגיין אלע שעות פון טאג אין א פרואוו נאכצוקומען דעם גרויסן פארלאנג. &nbsp; אנשי שלומינו באשטעלן די געשמאקע מוהדר'דיגע מצות אינגרויסן, און עס גייט אויס שנעלער ווי מען קען פראדוצירן. מטעם די הנהלה ווערן אנשי שלומינו געבעטן אריינצוגעבן זייערע ארדערס וואס שנעלער, כדי מען זאל קענען יעדעם צופרידן שטעלן על צד היותר טוב. מען וועט מיטן אייבערשטענ'ס הילף צושטעלן מצות ווי לאנג עס וועט זיין, און מען קען נישט גאראנטירן די ארדער וואס ווער אריינגעגעבן שפעט אז מען וועט עס קענען צושטעלן. &nbsp; אויסער די געווענליכע מצות, קען מען אויך באקומען ספעלט מצות, שברים מצות, מצות נשרפים, און תנור אחרון. מען האט אהער געשטלעט א ספעציעלע נומער פאר די מצה בעקערי 845-747-0444 ווי מען וועט קענען באשטלן דעם ארדער בעזרת השם יתברך. &nbsp; אזוי אויך קען מען זיך שוין דארט איינשרייבן צו ארבעטן ערב פסח און צו קויפן ערב פסח מצות, וואס וועט געבאקן ווערן מיט די גרעסטע מאס זהירות, צו קענען מקיים זיין די מנהג פון ערב פסח מצות. &nbsp;

    < זעה מער ו אדר תשפ"ג 📝
  • מתנות לאביונים בו ביום דורכן בית הבשיל

    צום הייליגע פורים טעג וואס איז שוין אט דא, גרייטן זיך אנשי שלומינו מקיים זיין די פילע מצוות היום, מען וועט הערן קריאת המגילה, געבן משלוח מנות, זיך פרייען אינעם גרויסן טאג אז מיר זענען ביי מרדכי הצדיק וואס ראטוועט אונז פון המן הרשע, מיר ווייסן פונעם אייבערשטן טראץ דעם גרויסן הסתר פנים. &nbsp; איינע פון די גרויסע מצוות היום איז מתנות לאביונים. וואס אנשי שלומינו וואס חסד און לויפט אין זייער בלוט ווילן זיכער מקיים זיין בהידור רב, וואס דאס וועט מיטן אייבערשטנ'ס הילף ערמעגליכט ווערן דורכן בית התבשיל. &nbsp; דער בית התבשיל איז א גאנץ יאר די אדרעס פון פילע נויטבאדערפטיגע משפחות, דער בית התבשיל וואס טוט פארשידענע פעולות במשך דעם יאר זיך אז אלע זאלן האבן פון אלעם גוטן, געט זיך ספעציעל אפ מיט די אידן וואס מוטשען זיך און קענען זיך נישט דעקן, בפרט פאר די תלמדי חכמים און לומדי תורה מתוך הדחק וואס באקומען כסדר שטיצע פון אנשי שלומינו דורכן בית התבשיל אויף פארשידענע וועגן. &nbsp; דער בית התבשיל לייגט אריין אין פילע גראסערי אקאונט כסדר שיינע סכומים געלט, אז זיי זאלן קענען איינקויפן אלעס וואס זיי דארפן, אויך באקומען פילע משפחות שבת פעקלעך מיט אלעם גוטן לכבוד שבת, גרעיפ דזשוס, פיש, פלייש און אזוי ווייטער. &nbsp; יעצט צום יום טוב פורים גרייט מען זיך אויסצוטיילן פאר די אלע משפחות גאר שיינע סכומים אין קעש, וואס וועט זיכער משפיע זיין אלע גוטע ברכות פאר אלע נותנים. &nbsp; דער בית התבשיל לויפט היינט צו טאגס אויף א בודשעט פון איבער א פערטל מיליאן דאלער, וואס רעכענט אריין בערך דריי טויזעט דאלער א וואך אין וועכענטליכע שבת ארדערס, איבער דרייסיג טויזענט דאלער גרערעסערע חלוקות פון ימים טובים, בערך זיבעציג טויזענט דאלער פסח חלוקה וואס שטעלט צו מכל טוב וטוב פלייש, גרעיפ דזשוס, מצות, פיש, גראסערי, וואס קומט אויס צו איבער א האלבע מיליאן דאלער א יאר. &nbsp; אויסער דעם ווערן אפגעהאלטן אסאך חלוקות פאר כל הקהל הקודש ווי מען טיילט בחנם פילע נוצבארע אייטעמס בהרחבה גדולה, דאס אלעס קען מען בעזרת השם דורכפירן מיט די ברייטהארציגע נדבות פון אנשי שלומינו וואס זענען ווארים צום בית התבשיל וואס דער ראש ישיבה האט אויפגעשטעלט, וואס ווערט אנגעפירט מיט גרויס געטריישאפט דורכן גבאי מו"ה שלמה יאקאבאוויטש הי"ו, מ'קען אים רופן צו מנדב זיין אויף 845-637-5367, אזוי אויך קען מען מנדב זיין אויף בית התבשיל אנליין פלאטפארמע פיר און צוואנציג שעה אין טאג, און די גרינגסטע וועג צו מנדב זיין איז דורכן בארימיט "בי-פעי" (ברסלב פעי) סיסטעם, אין וואס דער בית התבשיל איז אנגעשלאסן. &nbsp; זיך אנצושליסן אינעם בי-פעי סיסטעם קען מען טעקטסן דאס ווארט join צו 8453852400 און אויספאלגן די גרינגע אנווייזונגען וואס מען וועט באקומען אויף טעקסט.

    < זעה מער ו אדר תשפ"ג 📝
  • העפטיגע רענאוואציעס צו פארטאפלען ביהמ"ד היכל הקודש לאנדאן

    אין לאנדאן עיר הבירה גייט שוין אן פאר א לענגערע תקופה א בית המדרש היכל הקודש דער הערליכער ווינקל וואס ווי איז די "הצלה סטאנציע" פאר אלע תושבי סטעמפארד היל אין לאנדאן, ווען דער בית המדרש איז אלץ פול מיט אלע "פירסט עיד" געברויכן, עס זענען דא דארט די פילע ספרים פון מוהרא"ש זי"ע מיט וואס זיך צו כאפן דאס אטעם, און אין פאל פון א דעפרעשאן אטאטקע ח"ו קען מען דארט באקומען א זאפארטיגע "חיזוק אינדזשעקשאן" פון די פילע קונטרסים פון מוהרא"ש און דער ראש ישיבה שליט"א מיט וואס די אידן אין לאנדאן זענען זיך מחיה. &nbsp; דער בית המדרש געפונט זיך אין הארץ פון די אידישע געגענט אויף 23 A סעינט ענדרוס גראָוו, ווי אנשי שלומינו קומען זיך צוזאם טעגליך און וועכענטליך. יעדן טאג אום 9:15 ווערט פארגעלערענט א געשמאקע גמרא שיעור דורך מו"ה ישראל העסקעל הי"ו, און יעדע וואך ליל שישי קומט פאר א ווארימע חבורה, ווי מען זינגט אינאיינעם ווארימע ניגונים פון בענקשאפט צום אייבערשטן, און דערנאך הערט מען זיסע ווערטער פונעם גבאי מו"ה שמואל אליעזר פערל הי"ו. &nbsp; צוליב די ענגשאפט אין בית המדרש קען מען דערווייל נאכנישט דאווענען אלע דריי תפילות שבת קודש, דערווייל דאווענעט מען נאר פרייטאג צו נאכטס, און שבת נאכמיטאג קומט מען זיך צוזאם נאך מנחה צו א געשמאקע ווארימע שלש סעודות בשבת אחים, ווי מען זינגט צוזאמען זמירות פון שלש סעדות, און דערנאך הערט מען עטליכע געשמאקע דברי חיזוק געבויט אויף די ווערטער פון הייליגן רבין פונעם גבאי מו"ה שמואל אליעזר פערל הי"ו. &nbsp; יעצט האבן די געטרייע גבאים באשלאסן אז איז בהכרח צו פארברייטערן דעם בית המדרש, און אזוי ארום וועט מען בעז"ה אויך קענען פארברייטערן די אקטיוויטעטן אין בית המדרש, מען האט זיך שוין ב"ה גענומען צו די ארבעט, און אויפגעבראכן דעם וואנט, און מיטן אייבערשטנס הילף וועט מען פארגרעסערן דעם בית המדרש צו דאפלט די מאס פון ביז יעצט. &nbsp; אזוי ווי די הוצאות פון רענאווירן דעם בית המדרש ציעט אריין אין גרויסע הוצאות, איז יעצט דא די געלעגענהייט פאר אנשי שלומינו בכל מקומות מושבותיהם צו צוהעלפן אונזערע ברודער אין לאנדאן, און אפקויפן זכותים אינעם נייעם בית המדרש. ווער עס וויל האבן די זכיה קען רופן מו"ה שמחה בלאק הי"ו אויף 447388582855 +. און מיט דעם האבן א חלק אינעם הייליגן בית מקדש מעט אין שטאט לאנדאן. &nbsp; ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם &nbsp;

    < זעה מער כב שבט תשפ"ג 📝
  • נייע הערליכע מוזיק ווידיא: שלום און ליבשאפט

    לכבוד מוהרא"ש'ס יארצייט איז ערשינען א נייע הערליכע מוזיק ווידיא, וואס ברענגט ארויס איינע פון די וויכטיגסטע יסודות וואס מוהרא"ש האט אויסגעלערענט זיינע תלמידים. שלום בית. מוהרא"ש האט כסדר גערעדט פון די וויכטיגקייט פון רעדן שיין אין שטוב, און רעדן מיט ליבשאפט אין שטוב. מוהרא"ש פלעגט זאג אז די בעסטע מתנה וואס א מענטש קען געבן פאר די קינדער איז עלטערן וואס האבן זיך ליב. &nbsp; אויפן ווידיא, מייסטערהאפטיג פראדוצירט דורך שרוליק סאמעט, זעט מען דעם ראש ישיבה לערנען אין שטוב ווען אינמיטן קומען די&nbsp; קינדער, און דער ראש ישיבה באגריסט זיי ווארעם "שלום עליכם", און רופט זיך אן צו זיי "אוי גייט דא זיין פרייליך", דער ראש ישיבה פרעגט זיי "עטס האטס ליב צו זיין אין די הויז?", אויף וואס די קינדער ענטפערן "יא!", דער ראש ישיבה זאגט זיי ווייזענדיג אויף א בילד פון מוהרא"ש זי"ע "עסט ווייסט: מוהרא"ש איז געווען זייער א גרויסע צדיק, ער האט אונז אויסגעלערענט אז מ'דארף זיין פרייליך, מ'זאל זיך נישט קריגן, מ'זאל זיך ליב האבן", דערנאך הייבט זיך אן דער שיינער ניגון, געבויעט אויף די באקאנטע ניגון&nbsp; "שלום לבן דודי" אין באגלייטונג פון שיינע מעלערייען פונעם מייסטער זאמד מעלער צ. וואקסמאן. &nbsp; די ווערטער פונעם ניגון זענען ווי פאלגענד: &nbsp; מוהרא"ש פלעגט צו רעדן אסאך שלום בית די העכסטע זאך &nbsp; וואס מיינט אן עובד השם? העלפן אין שטוב ווען מען קען &nbsp; ווער איז אן ערליכע איד? מיט ליבשאפט מען רעדט אין שטוב &nbsp; ס'לוינט זיך צו רעדן שיין ס'לוינט זיך פאר זיך אליין וואס דארפסטו מאכן א פייט אז דיין ווייב דארף א נייע קלייד? &nbsp; וואס דארפסטו זיין צוקריגט און זאגן מיין מאן איז נישט קלוג? &nbsp; וואס דארפסטו מאכן א פאָס ווען דיין קינד האט פארשפעטיגט די באס? &nbsp; ס'לוינט זיך צו רעדן שיין ס'לוינט זיך פאר זיך אליין וואס דארפסטו ווערן אין כעס ווען דיין קינד איז אריין אין מארארסט? &nbsp; וואס דארפסטו רעדן מיט האַס ווען דיין פאון איז געווארן נאס? &nbsp; חסד דו טוסט אין גאס אינדערהיים רעדסטו נאר מיט שפאס &nbsp; ס'לוינט זיך צו רעדן שיין ס'לוינט זיך פאר זיך אליין דארטן ווי שיין מ'שמועסט וואקסן די קינדער זיס &nbsp; דארטן ווי יעדער פארגינט וואקסן די קינדער געזונט &nbsp; דארטן ווי מ'רעדט נאר שיין וואקסן די קינדער ריין ס'לוינט זיך צו רעדן שיין ס'לוינט זיך פאר זיך אליין פראדוצירט דורך: שרולי סאמעט &nbsp; ספאנסערד דורך: יואלי'ס קולינג 845-470-8888

    < זעה מער יח שבט תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו גרייטן זיך צו חמשה עשר בשבט

    חז"ל זאגן (כתובות קי"ב ע"ב) "עתידין כל אליני סרק שבארץ ישראל שיטענו פירות", רבי נתן זאגט, אז דאס גייט ארויף אויף א מענטש אזוי ווי אונז, ליידיגע ביימער, און ווען מען גיין צום צדיק בחינת משיח, און קיין ארץ ישראל, בחינת אמונה, הייבט מען אן ארויסצוגעבן הערליכע פירות. &nbsp; אנשי שלומינו פלעגן זאגן, אז ביז ווילאנג זיי האבן נישט טועם געווען פון די זיסע פרוכט פונעם הייליגן רבין, זענען זיי געווען ליידיג, מען האט גערעדט פון שטותים און נארישקייטן, מען איז געווען פארנומען וועלכע רבי איז גרעסער, און ווער עס האט מער געלט, און ווער עס איז א רעכטער און ווער עס איז א לינקער. &nbsp; אבער זייט זיי האבן אנגעהויבן צו לערנען די הייליגע ספרים פון רבין און פון זיינע הייליגע תלמידים, האט זיי דער רבי אנגעפילט מיט כל התורה כולה, מען האט אלץ גוטע ווערטער וואס צו זאגן, מען האט וואס צו פארקויפן, מען רעדן פון אמונה, מען רעדט פון דעם אז מען קען זיך אלץ באנייען, מען רעדן פונעם זיסן דרך הלימוד, מען רעדט פונעם תכלית. &nbsp; אזוי אויך איז באקאנט אז דער הייליגער רבי נתן איז געבוירן געווארן אום חמשה עשר בשבט, און כאטש עס איז אנגעומען אז מען פראוועט מען נישט קיין יום הולדת, דאס איז ווייל וואס איז די שמחה אז ער איז געבוירן געווארן, ווער ווייסט וואס ער וועט אלץ אפטון אין זיין לעבן, אבער ביי א צדיק איז אנדערש, נאדעם וואס מען זעט מיט וואס פארא פירות דער צדיק האט אונז איבער געלאזט איז דער טאג א גרויסע שמחה. &nbsp; ביי מוהרא"ש זי"ע פלעגט מען זיך אלץ צוזאם קומען אין דעם טאג, און פראווען א סעודה לכבוד חמשה עשר בשבט, ווי מען האט געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די מתנה וואס ער האט אונז געגעבן אין דעם טאג אז דער צדיק'ס נשמה איז געקומען אויף דער וועלט, און ביז היינט קען מען עסן פון זיינע זיסע פירות. &nbsp;

    < זעה מער יא שבט תשפ"ג 📝
  • שיעור כללי דורכ'ן דיין שליט"א זונטאג אין מאנסי

    &nbsp; &nbsp; אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין פילע אידישע קהלות, וועט מען אויסצונוצן די שובבי"ם טעג איבערצו'חזר'ן די וויכטיגע הלכות טהרה, די הלכות וואס זענען זייער נויטיג פאר אן ערליכע אידישע שטוב, וועט דעם קומענדיגן זונטאג בשלח פארקומען א שיעור כללי פון הלכות טהרה דורכן חשובן דיין פון קרית ברסלב הרה"ג ר' יונה זינגער שליט"א, ווי דער דיין שליט"א וועט מיט א קלארקייט ערקלערן די אלע וויכטיגע הלכות. דער שיעור וועט פארקומען אינעם נייעם נארוואס געעפענטער בית המדרש היכל הקודש ברסלב אין ספרינג וואלי, אויף 34 יוניאן רד. אום 9:00 אוונעט. שובו בנים שובבי"ם! &nbsp;

    < זעה מער ד שבט תשפ"ג 📝
  • חנוכת בית המדרש היכל הקודש ספרינג וואלי מיטן ראש ישיבה

    פארגאנגענעם ליל ששי וארא איז פארגעקומען די חנוכת הבית פארן צווייטן בית המדרש היכל הקודש אין ספרינג וואלי בהשתתפות דער ראש ישיבה, צוזאמען מיט א שיינעם סיום אויף מסכת ברכות אין תלמוד ירושלמי, וואס מען האט געענדיגט דאנערשטאג. &nbsp; עס איז געקומען צו פארן א גרויסע עולם פון פולע שטעט פון די טריי סטעיט עריע, מיטצוהאלטן דעם שיינע מעמד חנוכת הבית און סיום מסכתא, אנשי שלומינו פון איבעראל פרייען זיך מיט צו דעם עפענונג פונעם בית המדרש וואס איז שוין דער צווייטער בית המדרש היכל הקודש אין שטאט. &nbsp; &nbsp;אזוי ווי די שטאט מאנסי פארנעמט אויף די מאפע איבער זיבן מייל לאנג, און עס ממש אוממעגליך אנצוקומען דאווענען שבת און יום טוב אין בלויז איין בית המדרש אין גאנצן שטאט, צוליב דעם האבן זיך צאמגעזעצט אנשי שלומינו צו זען וואס מען קען טון, נאך אסאך תפילות צו טרעפן א גוטע פלאץ און א גוטע געגענט האט מען ברוך השם געפונען זייער א פיינעם געשמאקן פלאץ אין זייער א גוטע געגענט. &nbsp; די גבאים פון בית המדרש האבן געבעטן דעם ראש ישיבה אז לכבוד דאס עפענונג פונעם נייעם בית המדרש זאל ער קומען פראווען דעם סיום מסכת ברכות אינעם נייעם בית המדרש, און דער ראש ישיבה האט דאס טאקע אנגענומען, דאנערשטאג נאכט איז די געווענליכע אינגעלייט שיעור פארגעקומען אינעם נייעם בית המדרש, עס איז געווען צוגעשטעלט א ברייטע סעודה לכבוד די סיום, דער ראש ישיבה מיט אלע משתתפים האבן זיך געוואשן צום סעודת מצוה, דערנאך האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם לעצטן דף און דערנאך געמאכט דעם סיום. &nbsp; נאכן סיום האט מען געזינגען ניגונים פון תורה, דערנאך האט דער ראש ישיבה האט געגעבן א הערליכן שיעור די גרויסקייט פון לערנען יעדן טאג מיטן וועג וואס דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן, און אפילו א כולל אינגערמאן וואס לערנט א גאנצן טאג מיט חברותות, דארף זיך אויך קובע זיין צו לערנען שיעורים כסדרן אויפן סדר הלימוד, ווייל עס איז דא אזויפיל טעג וואס מען האט נישט קיין כולל, מען איז טרוד מיט אנדערע זאכן און מען קומט נישט אן צו לערנען, דארף מען זען צו נעמען דעם סדר הלימוד, אזוי וועט נישט אדורך גיין קיין איין טאג אן לערנען תורה. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה פון נאך גאר שיינע נושאים וואס לוינט זיך דערפאר אויסצוהערן דעם גאנצן שיעור, מען קען עס הערן אויף קול ברסלב, אזוי אויך קען מען עס זען אויף ברסלב סענטער וועבסייט. &nbsp; מיט ברכת המזון האט דער ראש ישיבה מכבד געווען דעם מגיד שיעור מו&rdquo;ה הערשל פריעדמאן הי&rdquo;ו וואס לערנט פאר דעם דף גמרא אין בית המדרש יעדע נאכט.&nbsp; בשעת מעשה האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ער האט הנאה פון די וועג וויאזוי ר&rsquo; הערשל איז מקורב געווארן, נאכדעם וואס ער האט געהערט איינעם חוזק מאכן פון א ניגון פונעם ראש ישיבה, און ער האט געוואלט הערן וואס דער ניגון איז, און פון דעם איז ער מקורב געווארן... &nbsp; ביים סוף האט דער ראש ישיבה אביסל געשמועסט מיט אנשי שלומינו פון דעם וואס מען רעדט לשון הרע&rsquo;ס אויף היכל הקודש יעדע מאל א אנדערע אויפגעטראכטע מעשה.&nbsp; &nbsp; אנשי שלומינו אין שטאט זענען ארויס מיט א געוואלדיגע חיזוק פון דעם באזוך פונעם ראש ישיבה שליט&rdquo;א, און אלע האבן זיך פארגענומען צו אנהייבן לערנען יעדן טאג א דף בבלי א דף ירושלמי און א פרק תוספתא און דערמיט זיך בויען א "בית נצחי".

    < זעה מער א שבט תשפ"ג 📝
  • גרויס שמחה ביי אנשי שלומינו צום סיום מסכת נדרים על סדר הש"ס

    דער מדרש זאגט אז דער נאר קומט אריין אין בית המדרש און קוקט אין דעם ספרים שאנק און טראכט "איך וועל קיינמאל נישט קענען ענדיגן דאס אלעס, עס איז צופיל", אבער "א קלוגע מענטש זאגט, היינט קען איך לערנען איין בלאט, וועל איך דאס טון", און אזוי קומט ער אן אביסל אויף אמאל צו ענדיגן זייער אסאך. &nbsp; יעדער איד טראכט צו זיך "הלואי קען איך ענדיגן ש"ס" אבער קודם קומט דער יצר הרע און מאכט דאס פאר א בארג "גאנץ ש"ס?!", אבער אפילו דער וואס שטארקט זיך דערויף און טראכט קלוג, און לערנט איין בלאט אויפאמאל, קומט דער סמ"ך מ"ם מיט א נייע טריק "דו מוזט אלעס פארשטיין, מ'קען נישט פלעין זאגן", און ווען ער קומט אן צו די שווערע בלעטער פון ש"ס, אדער ווען ער גייט דורך א שווערע צייט אין לעבן, מ'האט שמחות, טירדות, פאלט מען ארויס. &nbsp; מוהרא"ש האט זייער וויי געטון אז מענטשן ווייסן נישט פון הייליגן רבין און פון דעם סדר דרך הלימוד וואס ער האט אוועק געשטעלט. מוהרא"ש פלעגט שטענדיג חזר'ן מיט אונז דער שיחה אין שיחת הר"ן (סימן ע"ו) כי "אין צריכין בלימוד רק האמירה לבד", מוהרא"ש פלעגט זאגט "קענסט איבערטייטשן דעם שטיקל צו וועלכע שפראך דו ווילסט. דער רבי זאגט אז ביים לערנען דארפסט נישט מער פון זאגן די ווערטער, און דו וועסט עס שוין ממילא פארשטיין ביים צווייטן אדער דריטן מאל. און אויב דו וועסט עס דעמאלטס אויך נישט פארשטיין, שרייבט דער רבי דער לשון "מה בכך?", איז וואס? קוק נאך דער שיחה אינעווייניג. &nbsp; יעצט איז מען זוכה אז דער באן פון ש"ס אויף וואס אנשי שלומינו זענען אינאיינעם ארויפגעשטיגן מיט דריי יאר צוריק אום טבת תש"פ קומט אן צו נאך א סטאנציע, מען ענדיגט ברוך השם דער לאנגער און שיינער מסכת נדרים, נאכן דורכגיין 1,117 טעג פון לערנען יעדן טאג א דף גמרא. אז מען מאכט א שנעלע חשבון האלט מען שוין ביי איבער פערציג פראצענט פון ש"ס דורכגעגאנגען אין די דריי יאר. &nbsp; די שמחה איז זייער גרויס מיטן סיום פון נדרים. אנשי שלומינו וועלן פראווען א סיום אינדערהיים מיט די משפחה, ווי מען וועט זיך פרייען מיט די הייליגע תורה וואס דער אייבישטער האט אונז געגעבן, מען וועט דאנקען דעם אייבערשטן אשר בחר בנו מכל העמים ונתן לנו את תורתו, ער האט אונז אויסגעקליבן פון אלע פעלקער און אונז געגעבן זיין זיסע תורה. &nbsp; די וואס האבן נאך נישט אנגעהויבן ש"ס, אדער זענען ארויסגעפאלן אינמיטן די וועג, נוצן אויס דעם געלגעגענהייט ביים התחלה פונעם שיינעם מסכת נזיר וואס מען הייבט אן מיטוואך, און פרישן זיך אויף און הייבן אן צו לערנען יעדן טאג א דף גמרא, וואס דאס איז א שמירה פארן מענטש, און איז מסוגל צו אלע גוטע ברכות. עס איז א שאד צו ווארטן נאך דריי א האלב יאר און אנהייבן ש"ס ווען מען הייבט אן פון ברכות, "אל תאמר כשאפנה אשנה שמה לא תפנה" וואס ווייסט א מענטש וואס וועט זיין מארגן. ענדערש הייבט מען אן יעצט נזיר, און זיי וועלן ענדיגן ש"ס אין זיבן א האלב יאר ארום ווען זיי וועלן ענדיגן מסכת נדרים. &nbsp; כי הם חיינו ואורך ימינו

    < זעה מער א שבט תשפ"ג 📝
  • פרישע באריכטן איבער די נסיעה פון ראש ישיבה אין ארץ ישראל

    אויפן קול ברסלב טעלעפאן ליין קען מען הערן פילע שמועסן און אינטערוויוס פון די לעצטע נסיעה פונעם ראש ישיבה קיין ארץ ישראל, ווי דער עולם געבט איבער איז עס געווען אויף א גאר דערהויבענע פארנעם ווי קיינמאל בעפאר. כאטש דער סמ"ך מ"ם האט פרובירט אונטערצולייגן פיסלעך, ווען דער ראש ישיבה איז אנגעקומען קיין ארץ ישראל, האבן אים די גרעניץ וועכטער אויפגעהאלטן און מען האט דעם ראש ישיבה אריינגענומען אויף חקירות פאר עטליכע שעה, נאכדעם וואס מענטשן האבן ארויסגעלאזט א שמועה אז דער טייערער בחור וואס איז ליידער פארשוואונדן געווארן מיט כמעט א יאר צוריק אין די מירון געגענט זאל האבן חס ושלום עפעס א שייכות מיטן ראש ישיבה שליט"א. דער אייבישטער האט געהאלפן אז ביינאכט האבן זיין געלאזט דעם ראש ישיבה גיין. מיט די אלע שוועריקייטן איז דער נסיעה דורך מיט פיל סייעתא דשמיא. ווי דער עולם פארציילט האט מען אויף דעם ראש ישיבה גארנישט אנגעזען, ער איז געווען פרייליך און נאר געהאלטן און איין מחזק זיין דעם עולם ווי גארנישט וואלט געווען. &nbsp; עטליכע אינטערעסאנטע אויסצוגן פון די שמועס פון די ברודער מו"ה אברהם הערש און מו"ה יואל הי"ו וועבערמאן פון די וואך פרשת וארא: &nbsp; מו"ה יוחנן שור הי"ו: "איך בין צוריק פון א נסיעה, כדי צו זיין דא, דער עולם האט זיך באלעקט די פינגער, ווען דער ראש ישיבה איז דא איך קען נישט שלאפן, דעם גאנצן וויקענד בין איך געשלאפן א דריי-פיר שעה" &nbsp; דער מלמד פון ירושלים מו"ה יושע ראבינאוויטש הי"ו: "דער ראש ישיבה האט מיר געזאגט ווען נישט מוהרא"ש הייסט אים, וואלט ער געזיצן מיט די קינדער ביי שלש סעודות און פארציילט פאר זיי א מעשה" אזוי אויך האט ער פארציילט איבער די שיינע באזוך פון די ראש ישיבה אין חדר, דער ראש ישיבה האט געזאגט פאר די קינדער "וואס טוט מען אז מ'האט מורא פון א הונט? מ'זאל ווייזן די ציצית" &nbsp; מו"ה מאטי היימליך הי"ו: "איך האב געזען ווי תלמדי היכל הקודש אויף די אנדערע זייט וועלט, גייען אן מיט א שטארקייט, לערנען און פאלגן די עצות" &nbsp; מו"ה יעקב פיש הי"ו: "דער ראש ישיבה זאגט אייביג אז זמירות שבת קודש דארף זיין מיט געשמאק. די טיר איז געווען אפן, דער ראש ישיבה האט זיכער געמאכט צו פרעגן אינמיטן זמירות, איז נישט צו קאלט..." &nbsp; מו"ה יוסף זינגער הי"ו "נישטא קיין ווערטער, מיר האבן זוכה געווען צו האבן אזא ראש ישיבה" &nbsp; אזוי אויך איז דא א שיינע הערליכע באריכט פון די נסיעה דורך דעם ראש ישיבה'ס איידעם מו"ה נתנאל פארקאש הי"ו ווי ער געט איבער א לאנגע דעטאלירטע באריכט פון די גאנצע נסיעה מהכל ועד כלה. &nbsp; אזוי אויך זענען דא עטליכע אינטערוויוס און שמועסן מיט אנשי שלומינו ביי די אינטערוויו אפטיילונג פון מו"ה יואל טייטלבוים הי"ו און ביי די חמין מוצאי שבת מלוגמא שמועסן מיט מו"ה יעקב פיש הי"ו און מו"ה אהרן וועבערמאן הי"ו מיט גאר אינטערעסאנטע דעטאלן פון די נסיעה וואס לוינט זיך אויסצוהערן.

    < זעה מער כז טבת תשפ"ג 📝
  • שיעור ליל שישי וארא פון ראש ישיבה שליט"א אין היכל הקודש ספרינג וואלי

    אנשי שלומינו אין ספּרינג וואַלי נעמען אויף מיט גרויס פרייד די בשורה טובה, אז די וואך דאנערשטאג נאכט וועט דער בארימטער שיעור ליל שישי פאר די אינגעלייט פארקומען ביי זיי אין בית המדרש, און צוזאמען מיט דעם וועט אויך פארקומען א סעודת מצוה לכבוד די סיום וואס אנשי שלומינו פראווען די טעג ווען מען איז זוכה צו ענדיגן די ערשטע מסכת אין תלמוד ירושלמי מסכת ברכות. &nbsp; דער בית המדרש היכל הקודש אין ספרינג וואלי געפינט זיך אין צענטער פון שטאט און גייט שוין אן מיטן גאנצן שטארקייט, אומצאליג שעות תורה, תפלה, חסד, אמונה, חיזוק, און שיחות חברים קומט ארויס פון דעם פלאץ. &nbsp; יעצט וועט דער ראש ישיבה קומען אויף די איינלאדענונג פון די גבאים קיין ספרינג וואלי ווי ער וועט מחזק זיין אנשי שלומינו. &nbsp; דער שיעור וועט פארקומען אי"ה דאנערשטאג נאכט אום 9:00 אין נייעם בית המדרש אויף 34 יוניאן רד. אין ספרינג וואלי.

    < זעה מער כה טבת תשפ"ג 📝
« Previous Next »

Showing 166 to 180 of 423 results

1 2 ... 9 10 11 12 13 14 15 ... 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com