Your app logo
Download the App
Open in app
Back
Search
Filter
  • Login
  • |
  • Register
Pidyon Nefesh ברסלב סענטער
Search Icon
  • ברסלב סענטער
  • לימודים
    • לוח השיעורים
  • נייעס
  • חיזוק
    • פראגעס
    • בריוון
    • מכתב יומי
    • ארטיקלען
  • אלבום'ס
    • בילדער
    • קליפּס
    • שיעורים
    • אודיאו שיעורים
    • היכל הנגינה
  • ספרים
  • סטאר
  • Search
  • פרישע אויפוואכונג שטענדיג צו גיין אנגטון מיט ריפלעקטארס

    פארגאנגענעם וואך האט פאסירט אין מאנסי אן אומגליק ווען א קאר האט אומוועלנדיג אראפגעקלאפט א פרוי, נישט באמערקענדיג צוליב די טונקעלקייט פון די נאכט, דאס האט אויפגעשאקעלט די אידישע וועלט צו זיין פארזיכטיג צו גיין שטענדיג אין די נאכט שעות מיט רעפלעקטער כדי די קארס אויף די וועגן זאלן באמערקן דעם פיסגייער.   דער ראש ישיבה איז שטענדיג מעורר מען זאל זען צו גיין מיט ריפלעקטארס, נאך דעם פאסירונג האט דער ראש ישיבה נאכאמאל געפאדערט מען זאל פרישע מעורר זיין דעם מען זאל זען גיין מיט ריפלעקטארס סיי די מענער און סיי די פרויען בפרט אין שטעטל, וואו די גאסן זענען זייער טונקל און גרעניצט זיך מיט סכנת נפשות.   אויך ביים שיעור ליל ששי שיעור פארגאנגענעם וואך האט דער ראש ישיבה גערעדט פון דעם טראגעדיע און געזאגט וואס מוהרא”ש פלעגט שטענדיג זאגן אז ווען מען גייט ארויס פון הויז זאל מען לייגן די הענט אויף די מזוזה און בעטן א קליינע תפילה “הייליגער באשעפער ברענג מיר און מיין משפחה צוריק געזונטערהייט” דאס איז א געוואלדיגע זאך וואס מוהרא”ש האט אויסגעלערנט, און אז מען געוואוינט זיך צו דאס צו טוהן און עס ווערט ווי א חלק פון די לעבן.   פאר א צייט צוריק האט מען געמאכט אין שטעטל ספעציעלע וועסטל ריפלעקטארס מיט די ברסלב’ע קרוין אויף דעם, עס איז נאך דא צובאקומען ביים באזאר אין שטעטל. אויך איז דא בעלטס ריפלעקטארס פאר די פרויען.   די בעלט ריפלקעטאר קמיע מיטן ברסלב'ע קרוין און קמיע לשמירה פון מוהרא"ש   ושמור צאתינו ובואינו לחיים ולשלום מעתה ועד עולם

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ג 📝
  • הרב יודא לייב אשלג שליט"א בעל הסמנים באזוכט אין ישיבה

    פארגאנגעם מיטוואך איז הרב אשלג שליט"א פון ארץ הקודש וואס געפונט יעצט זיך דא אין אמעריקע צוגאסט געקומען זיך באטייליגן צום שיעור חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א, הרב אשלג האט גענומען אויף זיך א מיסיע צו מאכן סימנים אויף אלע מאמרי חז"ל צו קענען געדענקען אויף וועלכע בלאט עס שטייט. ער האלט אינמיטן שרייבן א חיבור מיטן נאמען "זכרינו בזכרון" ווי ער שרייבט אראפ אלע סימנים וואס ער האט געטראפן. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אנגעהויבן דעם שיעור מיט די גמרא אין מסכת שבת דף פ"ב: "רב הונא פרעגט זיין זון רבה "פארוואס גייסטו נישט צו רב חסדא'ס שיעורים, ער רעדט שארפע זאכן", זאגט רבה פאר זיין טאטע, "ער רעדט וועלטליכע זאכן למשל וויאזוי מ'דארף זיך אכטונג געבן דאס געזונט ווען מ'גייט אין בית הכסא", זאגט רב הונא פאר זיין זיין "ער לערנט לעבן, כל שכן דארפסטו גיין צו אים!". &nbsp; דער ראש ישיבה האט געפרעגט הרב אשלג וועלכע סימן קען מען מאכן אויף די גמרא האט ער געזאגט "פלאות בגופו" געבויעט אויף די ווערטער פון אשר יצר "מפליא לעשות". &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז די ווערטער פון הייליגן רבין קען אויסזען ווי מ'רעדט מילי דעלמא, פשוטע זאכן, אבער למעשה דאס געבט לעבן, מיטן רבין קען מען האבן א גוטע לעבן. &nbsp; דער ראש ישיבה צוגעברענגט נאך גמרות ווי צום ביישפיל די גמרא פון שבת דף כ"ו "א שנור קען זיך נישט דורכקומען מיט א שוויגער, האט הרב אשלג געגעבן דעם סימן כ"ו איז ראשי תיבות "כלה וחמותה", אזוי האט ער געגעבן סימנים פאר נאך פארשידענע מאמרי חז"ל. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אים ארויפגערופן ער זאל זאגן אפאר ווערטער, ער האט פארציילט וואספארא חיזוק ער האט באקומען פונעם ראש ישיבה, און וויאזוי ער האט אנגעהויבן מיט די סימנים צו געדענקען אלע מאמרי חז"ל. ער האט געזאגט אז מענטשן פלעגן אים אפרעדן, און דער ערשטער וואס האט אים מחזק געווען ער זאל גיין ווייטער דערמיט איז געווען דער ראש ישיבה. ער האט מסביר געווען וויאזוי ער מאכט די סימנים. און האט געזאגט פאר די בחורים זיי זאלן וויסן וואס פארא אוצר זיי פארמאגן, ער האט פארציילט וויאזוי ער איז געוואר געווארן פונעם ראש ישיבה, ער האט געטראפן עטליכע מאל אידן אין ארץ ישראל וואס האבן אים "דער ראש ישיבה איז מיין רבי, איך האב אים קיינמאל געזען אבער מיין גאנצע רוחניות'דיגע לעבן קומט פון אים" און האט אויסגעפירט פאר די בחורים "אשרי חלקכם" אז איר זענט אויף אזא הייליג פלאץ.

    < זעה מער יג כסלו תשפ"ג 📝
  • געהאלט פון די אינגעלייט וואס לערנען אין כולל היכל הקודש געהעכערט

    דער כולל היכל הקודש איז נישט א כולל ווי יעדער חתן א טאג נאך די חתונה מוז אריינגיין פשוט ווייל דער שווער וויל אן איידעם א כולל אינגערמאן, נאר דאס איז א כולל אזוי ווי די גדולי ישראל אין די פריערדיגע דור האבן עס אהער געשטעלט אלץ א פלאץ ווי אינגעלייט תורתם אומנתם זאלן קענען זיך משלים זיין אין אלע מקצועות התורה. &nbsp; די אינגעלייט אין דעם כולל בטל'ן נישט קיין צייט, זיי זיצן און לערנען מיט גרויס התמדה און אקערן דורך איין מקצוע נאך די אנדערע, און דערנאך לאזן זיי זיך פארהערן ביי גרויסע רבנים, וואס דרוקן אויס גרויס התפעלות ווי שטארק זיי זענען בקי אין די פילע הלכות. &nbsp; יעצט האט דער ראש ישיבה געבעטן דעם גבאי מו"ה משה אריה שניטצלער הי"ו אז ער זאל העכערן דעם געהאלט צו דריי הונדערט און פופציג דאלער א וואך כדי די אינגעלייט זאלן ווייטער קענען לערנען אומגעשטערט. &nbsp; פאלגענד איז א בריוו פון ראש ישיבה פון פאריגע וואך, איבער דעם: &nbsp; יום ה' פרשת תולדות, א' דראש חודש כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן &nbsp; לכבוד ... נרו יאיר &nbsp; שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט; נישטא קיין גרעסערע זאך ביים אייבערשטן ווי אז איינער ברענגט צוריק זיינע קינדער צו אים. זיי ממשיך מיט דרוקן די ספרים פון רבי'ן וואס מוהרא"ש האט געשריבן פאר אונזער דור, דאס וועט ברענגען די גאולה. &nbsp; פינף כולל אינגעלייט האבן זיך פארהערט הלכות מקוואות, איך האב יעצט באקומען די צעטלעך וואס די רבנים שרייבן זיי, די רבנים דרוקן זיך אויס אז זיי האבן זייער גוט געקענט. איך וויל געבן פאר די אינגעלייט וואס האבן זיך פארהערט - עפעס מער, זאלסטו אנגרייטן דעם חודש ווען מען צאלט די כולל אינגעלייט נאך א טויזנט דאללער, פאר די פינף אינגעלייט: ר' יונה, שלמה, יענקי, חזקי, און אלי' פערל. א גרויסן יישר כח. &nbsp; אויך וויל איך פון היינט און ווייטער ארויפגיין מיט די געהאלט פאר די כולל אינגעלייט, אנשטאט צוויי הונדערט און פופציג דאלער א וואך - דריי הונדערט און פופציג דאלער א וואך, איך וויל זיי צאלן יעדע דריי וואכן טויזנט פופציג. &nbsp; גרייט מיר אן פאר אלע אינגעלייט זייער געהאלט פאר פרשת חיי שרה, תולדות און פאר ויצא; איך האף צו קומען איין טאג קומענדיגע וואך אין שטעטל - וועל איך עס נעמען פון דיר. &nbsp; דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים. &nbsp; אין לו להקב"ה אלא ד' אמות של הלכה

    < זעה מער יא כסלו תשפ"ג 📝
  • כולל מסיבה מיט סעודת ראש חודש ביים ראש ישיבה אינדערהיים

    גאר א שיינע מסיבה לטובת דעם כולל היכל הקודש צוזאמען מיט א סעודת ראש חודש איז פארגעקומען ביים ראש ישיבה שליט"א אינדערהיים ווי עס זענען געווען געלאדענט די וואס האבן די זכיה צו העלפן דעם כולל צו קענען צאלן פאר די חשובע אינגעלייט וואס לערנען פלייסיג די הייליגע תורה וואס אויף דעם שטייט די וועלט. &nbsp; די מסיבה איז פארגעקומען אויף א באשיידענעם אופן ביים ראש ישיבה אינדערהיים, מען האט סערווירט א סעודה, און אינצווישן האט מען געהאט די זכי' צו הערן שיינע שמועסן פונעם ראש ישיבה, הערליכע שכל וואס מען קען מיטנעמן אויף ווייטער פאר די גאנצע לעבן. &nbsp; ביים שמועס איז געווארן אויסגעשמועסן גאר שיינע נושאים צום ביישפיל האט מען גערעדט איבער די גרויסע זכות צו קענען העלפן אינגעלייט וואס זיצן און לערנען, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז מען זעט אין די משנה אין זבחים (פרק א' משנה ב') "שמעון אחי עזריה אומר", האט דער ראש ישיבה געפרעגט, וואס איז פשט אז ווען מען ווילן רעדן פון שמעון, שרייבט מען "שמעון דער ברודער פון עזריה"? נאר, האט דער ראש ישיבה געזאגט, דאס איז צוליב עזריה האט אויסגעהאלטן זיין ברודער שמעון זאל קענען לערנען, ממילא האט ער דעם זעלבן חלק אין זיין ברודער'ס לערנען, אזוי ווייט אז ווען מען שרייבט א מימרא פון שמעון, שרייבט מען "שמעון אחי עזריה אומר", ווייל נאר אין זיין זכות האט ער געקענט לערנען און אויסוואקסן א צדיק.&nbsp; &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז די אינגעלייט פון כולל האבן זיך נארוואס פארהערט ביי חשובע רבנים הלכות מקוואות, און אז די רבנים האבן געשריבן אז זיי האבן נאכנישט געהאט אזאנע אינגעלייט וואס זאלן קענען אזוי גוט הלכות מקוואות דורך און אדורך.&nbsp; &nbsp; דערנאך איז ארויפגעקומען די נושא פון שידוכים, איינער האט געברענגט און געוויזן פאר'ן ראש ישיבה א ספר פון דעם גרויסן גאון רבי חיים קנייבסקי זי"ע וואס באשטייט פון בריוון וואס מען האט צוזאמגענומען פונעם גאון וואס ער האט געענטפערט איבער די נושא פון שידוכים. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער ארויסגענומען א געוואלדיגע שכל פון איינע פון די בריוון, דער ראש ישיבה האט געזאגט אז איינער פרעגט דארט אן ביי רבי חיים'ען וואס מען זאל טון אויב די בחור אדער די מיידל האט א געוויסע באהאלטענע פראבלעם, אויב מען דארף דאס זאגן פאראויס, און אויב יא ווען זאל מען עס זאגן? האט אים רבי חיים געענטפערט אין צוויי ווערטער "לפני שגומרים" דאס הייסט ממש פאר מען ענדיגט דעם שידוך זאלסטו דאס זאגן, ווייל דעמאלט נאכן זיך טרעפן און זען אויב מען איז מסכים צום שידוך, קען מען גרינגער מחליט זיין אויב מען וויל יעצט נישט ווייטער גיין צוליב דעם פלעק און נישט קוקן דערויף. אבער אויב זאגט מען דאס ווען גלייך ווען מען טראגט אן דעם שידוך וועט יענער לכאורה גלייך אפזאגן דעם שידוך. דאס איז א הפלא'דיגע שכל.&nbsp; &nbsp; אויך האט מען ארום גערעדט נאך שיינע נושאים, פאר איבער צוויי שעה, מען קען עס זען און הערן אויף ברסלב סענטער ביי די שיעורים אפטיילונג אונטערן קעסטל פון די טעגליכע שיעורים פון פרשת תולדות, אזוי אויך קען מען עס הערן אויף קול ברסלב ביי די טעגליכע שיעורים פונעם ראש ישיבה, עס לוינט זיך אויסצוהערן.

    < זעה מער ג כסלו תשפ"ג 📝
  • סיום ש"ס ירושלמי קומענדיגע וואך זונטאג חיי שרה הבעל"ט

    עס איז יעצט א געוואלדיגע שמחה ביי אנשי שלומינו, ווען נאך איבער פיר יאר לערנען יעדן טאג א בלאט נאך א בלאט פון ירושלמי און ווען מען ווייסט אז מען האט פופצן הונדערט טעג וואס אין דעם איז אריינגערעכענט ימים טובים, שמחות, נסיעות, טעג וואס מען האט נישט גוט געפילט, טעג וואס מען איז געווען פארנומען, האט מען אבער געפאלגט דעם צדיק מוהרא"ש זי"ע וואס האט געבעטן אז אלע אנשי שלומינו זאלן לערנען יעדן טאג א בלאט בבלי, א בלאט ירושלמי, און א פרק תוספתא. מוהרא"ש פלעגט זאגן אז א מענטש האבן שטארק רחמנות ווען מען באגעגענט א היימלאזע פארשוין. איינע פון די חלומות פון יעדן אינגערמאן איז צו קויפן "אן אייגן הויז". מוהרא"ש פלעגט זאגן אז אויף יענע וועלט איז סאך א גרעסערע רחמנות צו זיין היימלאז, דא אויף דער וועלט אז איינער באגעגענט א איד וואס האט נישט קיין דאך איבערן קאפ, קען מען אים ארייננעמען אין שטוב, און אים העלפן, אבער אויף יענע וועלט איז שוין צו שפעט, דארט קען מען שוין נישט "קויפן קיין הויז". מוהרא"ש פלעגט אלץ זאגן אז מיט דעם וואס מען לערנט טעגליך די דריי לימודים בבלי ירושלמי און תוסתפתא וואס איז ראשי תיבות "בית", מיט דעם בויעט מען זיך אויף א "בית נצחי", מען זאל נישט זיין היימלאז אויף יענע וועלט. מוהרא"ש פלעגט אויך אלץ זאגן אז צו לערנען דעם "בית נצחי" טעגליך איז א סגולה מען זאל זיך קענען קויפן א הויז דא אויף דער וועלט. און מען זעט טאקע אז דאס איז בדוק ומנוסה, ווי אינגעלייט פארציילן אז זיי האבן אנגעהויבן לערנען די הייליגע ווערטער פון חז"ל יעדן טאג, און דער אייבישטער האט געהאלפן אז זיי האבן געקענט איבערקומען אלע שטרויכלונגען און זיך איינגעקויפט א שיינע דירה. &nbsp; קומענדיגע וואך זונטאג חיי שרה איז מען זוכה צו מסיים זיין דעם גאנצן ירושלמי, וואס אלע מסיימים וועלן פראווען מיט גרויס שמחה יעדער ביי זיך אינדערהיים. &nbsp; יעצט איז די צייט זיך מיטצוכאפן אויפן וואגן ווען מאנטאג הייבט זיך אן דער נייער מחזור. דער באן ווארט נישט אויף קיינעם נאר לאזט זיך תכף ארויס, און ווער עס האט שכל עפענט אויף די הייליגע גמרא יעדן טאג און זאגט די ווערטער פון די הייליגע תנאים און אמוראים. די אלע וואס האבן שפעקולירט פיר יאר צוריק צי עס הייסט יא געלערענט אדער נישט, וואס האבן זיי אויפגעטון אין די לעצטע פיר יאר? דערפאר דארפן מיר פאלגן דעם הייליגן רבין און נישט קוקן אויף קיינעם נאר זיך איינהאנדלען א שיינע גמרא ירושלמי ברכות און אין פיר יאר ארום, ווי גרויס וועט זיין די שמחה ווען מען וועט זוכה זיין צו ענדיגן צוזאמען מיט אנשי שלומינו דעם גאנצן ירושלמי. &nbsp; והאור זה תלמוד ירושלמי דנהיר נהורא דאורייתא (זוהר)

    < זעה מער טז חשון תשפ"ג 📝
  • הערליכע שיעור פון ראש ישיבה איבער שידוכים און שמחות

    ווי שוין גוט באקאנט פאר די ליינער פון "ברסלב סענטער" לערנט דער ראש ישיבה שליט"א פאָר עטליכע שיעורים יעדן טאג פאר די בחורים, צוערשט איז דא דער שיעור אין גמרא טעגליך אום 1:30, וואס איז מלא טעם ווי דער ראש ישיבה לייגט אראפ די הייליגע ווערטער פון חז"ל בטוב טעם ודעת, און דערנאך לערט דער ראש ישיבה שליט"א פאר א געשמאקע שיעור אין משניות, וואס דאס ווערט מיטגעהאלטן דורך די בחורים אין ישיבה, און ווערט אויך מיטגעהאלטן דורך הונטדערטע אידן טעגליך אויף די וועבסייט און אויפן טעלעפאן. &nbsp; דער גולת הכותרת פון די שיעורים איז בלי ספק דער טעגליכער חיזוק שמועס פון סיפורי מעשיות וואס ווערט פארגעלערענט פאר די בחורים פינף אזייגער נאכמיטאג, דער שיעור איז גאר שטארק באקאנט אויף דער וועלט, און אויסער די בחורים פון ישיבה וואס מאכן זיך זיך צו באטייליגן יעדן טאג, קומען כסדר ארויף בחורים פון אנדערע ישיבות אזוי אויך אינגעלייט ווען מען האט נאר א געלעגענהייט, אזוי אויך ווערט עס צוגעהערט דורך די וועבסייטס און די טעלעפאן וואס ווערן טעגליך באלאגערט פון שווערע טויזנטער אידן וואס מאכן זיכער נישט צו פארפאסן קיין שיעור, און שעפן זיך אן פון די התחזקות פון הייליגן רבין וואס ווערט איבערגעגעבן דורכן ראש ישיבה, אויף די וועג וואס ער האט מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; אזוי אויך ווערט יעדן טאג פארשפרייט די "חיזוק יומי", וואס איז אויסצוגן ארויסגענומען פון דעם טעגליכן חיזוק שיעור פאר די בחורים, און ווערט אויך איבערגעטייטשט צו נאך שפראכן וואס מען איז מפיץ דורך פילע וועגן צו צענדליגע טויזנטער אידן טאג טעגליך בלי גוזמא וואס דערקוויקן זיך דאס הארץ דערמיט, און דערמאנען זיך פונעם באשעפער דורך די הייליגע דיבורים. &nbsp; באמת וואלט מען געקענט שרייבן אן נייעס פון יעדן אייציגן שיעור, וואס איז יעדן טאג פריש און מתוק מדבש, און איז אנגעפילט מיט עצות חיזוק און שכל וואס מען קען נוצן יעדן טאג און יעדע מינוט. אבער אז דער אייבישטער האט געהאלפן אז עס איז געקומען אן עקסטרע ספעציעלע דרשה וואס האט געמאכט א גאר שטארקע רושם אויף די צוהערער, ווי מיר הערן צוריק די גריסן פון די מקשיבי השיעור, איז זיכער וויכטיג מען זאל עס באריכטן און אנמערקן. &nbsp; פאריגע וואך מיטוואך, טראצדעם וואס דער ראש ישיבה איז נאך געווען אביסל הייזעריג, און האט זיך געדארפט אנשטרענגען צו געבן דעם שיעור, האט דער אייבישטער געהאלפן אז עס איז ארויסגעקומען א שיעור וואס איז שוין לאנג נישט געווען. &nbsp; דער ראש ישיבה האט אנגעהויבט מיטן פרעגן די בחורים איבער וואס מען זאל רעדן, און ווען איינער האט זיך אנגערופן אז מען זאל רעדן איבערדעם אז "מען זאל זיך נישט קלויבן ביי שידוכים" האט דער ראש ישיבה געזאגט אז דאס איז א גאר וויכטיגע נושא, וואס מוהרא"ש זי"ע האט אסאך גערעדט דערפון. &nbsp; "דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן" האט דער ראש ישיבה צוגעברענגט "א מענטש דארף ארויסגיין פון כח הדמיון, און קומען צום שכל" מענטשן ליגן אין דמיונות, 'איך גיי האבן אזא שידוך, אזא הויז, אזוי וועלן מיינע קינדער אויסזען'... "וואס איז שכל, און וואס איז דמיון?" האט דער ראש ישיבה געפרעגט "שכל איז אז א מענטש לעבט מיטן אייבערשטן, ער טראכט וואס 'וויל דער אייבישטער אז איך זאל טון'. און דער אייבישטער וויל אז מען זאל חתונה מאכן די קינדער". &nbsp; דער ראש ישיבה האט נאכגעזאגט פון מוהרא"ש אז מען דארף זיך זייער היטן פונעם גרויסע שונא וואס הייסט "צייט", מען שטופט אפ דעם שידוך אויף מארגן, און דערנאך אויף מארגן, ווייל אפשר דעמאלטס וועל איך טרעפן מיין גליק שידוך, אבער דער מענשט כאפט זיך נישט ווי דאס לעבן גייט דורך זייער שנעל. מוהרא"ש שרייבט אן א שיעור מאל אין אשר בנחל איבער שידוכים "אל תהי בררן" - "זיי נישט קלויבעריש"! &nbsp; דער ראש ישיבה האט ארומגערעדט איבער דעם וואס מענטשן זאגן אפ שידוכים פאר נארישע סיבות, "וואס איז די כלה'ס משפחה נאמען"? דער ראש ישיבה האט געזאגט, מילא די מיידל רעדט זיך אפ אז דער בחור האט עפעס א מאדנע לעצטע נאמען וואס זי וועט באקומען נאך די חתונה; אבער דער חתן? וואס גייט דיר אָן איר נאמען, זי וועט דאך באקומען דיין "שיינע" נאמען...! &nbsp; "וויאזוי גייט מען דארט?" - "וויאזוי?" האט דער ראש ישיבה געזאגט "מיט א שמאטע אויפן קאפ...! וואס גייט דיר אן וויאזוי צו וועט גיין אויפן גאס? דו גייסט אפהאלטן א שידוך צוליב דיינע אזוי גערופענען חברים? דו מיינסט אז דו האסט חברים? ווען דיין בעסטע חבר איז נישט נעבן דיר, וואס רעדסטו אונטער זיין רוקן? פונקט אזוי רעדן דיינע "חברים" אונטער דיין רוקן...! אינדערהיים, נאכדעם וואס מען מאכט צו די טיר, גייען אלע פרויען מיט א שמאטע אויפן קאפ..., איינער רופט עס טרובאן, איינער סנוד, איינער שניעל, און איינער שטערן טיכל..." &nbsp; "איך וויל נישט דעם שידוך - דער בחור אדער מיידל קומען פון א צוטיילטע שטוב", דו ווייסט וויפיל שטובער זענען אומאפיציעל צוטיילט רח"ל נאר זיי ווילן פשוט קענען טון שידוכים מיט די קינדער, ווארטן זיי אויס אויפן "אפיציעלן" גט ביז נאכן חתונה מאכן די קינדער... "קוק אויפן קרן" האט דער ראש ישיבה געזאגט "אז דער קרן איז גוט, כאפ עס, און ענדיג עס אין א מזל'דיגע שעה". &nbsp; "זיי באקומען תומכי שבת פעקלעך... זיי האבן נישט קיין פרנסה" קען מען הערן א תירוץ. "נעמען א שבת פעקל ווען מען דארף עס האבן איז א בושה? אז דו פאפסט די גאנצע שטאט און דו בויעסט זיך אויף חובות, נאך א קרעדיט קארד, נאך א מארגעטזש, אבי נישט צו לעבן ווי א געזונטע מענטש, מיט דעם דארף מען זיך שעמען!" &nbsp; פון דא איז דער ראש ישיבה אריינגעפארן איבער דעם מכה אשר לא כתוב בתורה פון לעבן פאר יעדעם, "מילא דו געסט אויס דאס געלט פאר א שטריימל, מעבל, פאר א דירה, וועסט כאטש הנאה האבן פון דיין געלט אפאר יאר, אז דו האסט עס נישט, איז נאך אלץ נישט גערעכט עס צו טון, אבער אזוי נישט מיר נישט דיר אראפּפלאשן עטליכע צענדליגע טויזנטער דאלער פאר "איין נאכט", ביסט אויפן קאפ געפאלן? וואו איז דיין שכל? &nbsp; דער ראש ישיבה האט פארציילט אז איינער איז אמאל אריינגעקומען ביי א חתונה, ער איז צוגעגאנגען צו איינעם און אים געפרעגט "רבי איד, ווער איז דער בעל שמחה דא", דער איז איז געווען דער מחותן, האט זיך אנגערופן "קום איך וועל דיר ווייזן", ער טראגט אים צו באלעבאס פונעם זאל "ער איז דער בעל שמחה, ער האט היינט געמאכט אסאך געלט, איך בין דער בעל חוב"... &nbsp; אזוי האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער דעם נושא א לאנגע הערליכע שיעור וואס לוינט זיך אויסצוהערן. דער אייבישטער זאל העלפן אז די הייליגע דיבורים זאלן אריינגיין אין אונזערע הערצער, און אזוי וועלן מיר ווערן ערליכע אידן.

    < זעה מער יב חשון תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו מכיר טובה סענאטאר טשאק שומער

    אין די יעצטיגע טעג קומען פאר וואלן אין אלע סטעיטס אין אמעריקע, אויך אין ניו יארק קומען פאר וואלן פאר פילע אמטן אויף די פארשידענע שטאפלען פון די רעגירונג, סיי פעדעראלע, סטעיט, און לאקאל. &nbsp; אין קרית ברסלב קומען די איינוואוינער ארויס שטימען פאר די קאנדידאטן וואס די הנהלה האט אינדארסירט, לויט ווי זיי האבן פארשטאנען איז פאר די טובה פאר די וואוקס און די הצלחה פונעם שטעטל. &nbsp; ביים פארמעסט פונעם ניו יארק סטעיט סענאט האט די הנהלה האט געבעטן מען זאל שטיצן דעם אמיטרנדער סענאטער טשאק שומער וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג. אנשי שלומינו געדענקען וואס מען איז דורכגעגאנגען פאר צוויי יאר צוריק, אין די "קאראנע תקופה" ווען אלע שטאטישע אפיסעס זענען געווען פארמאכט. און טראץ דעם וואס פילע לענדער ארום די וועלט זענען געווען אפגעשפארט פאר באזוכער, האבן אבער אנשי שלומינו געמאכט פלענער צו פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, וואס דער רבי האט געבעטן אז קיינער טאר נישט פעלן, מען האט אסאך געבעטן דעם אייבערשטן, אזוי אויך האט מען זיך אנגעגרייט בגוף ובממון צו דעם גרויסן נסיעה. &nbsp; איין שטארקע שוועריקייט וואס האט זיך דאן געמאכט איז געווען אז די וואס האבן געדארפט באנייען זייער פאספארט, האבן עס נישט געקענט טון, צוליב וואס די פאספארט אפיסעס זענען געווען אפגעשפארט פאר זייער א לאנגע צייט, און ווען זיי האבן עס שוין ענדליך געעפענט, זענען זיי געווען הונטערשטעליג מיט איבער א האלבע יאר ארבעט, און עס איז כמעט נישט מעגליך געווען צו באקומען א פאספארט אין ווייניגער פון עטליכע חדשים צייט. &nbsp; דאן האט זיך סענאטאר שומער צוגעשטעלט און ארויסגעהאלפן די אלע וואס האבן שנעל געדארפט האבן דעם פאספארט, "דער שענסטער מידה איז הכרת הטוב" זאגט אלץ דער ראש ישיבה, דערפאר האבן אנשי שלומינו אויסגענוצט די די געלעגענהייט און געשטימט פאר טשאק שומער וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג אלץ דער פארטרעטער פון ניו יארק אינעם סענאט אין וואשינגטאן. &nbsp; אין די זעלבע צייט ווען די אלגעמיינע גאס ווערט אינגאנצן פארשוועמט פון די וואלן, מענשטן ווערן אינגאנצן צוקאכט און מען שרייט "מען מוז שטומען פאר דעם און דעם אז נישט וועט די וועלט אונטערגיין", און דער אנדערער שרייט פונקט פארקערט, "רחמנא ליצלן מען מוז וואוטן פארן אנדערן!", האט דער ראש ישיבה געשריבן נעכטן צו אנשי שלומינו, אז מיר זאלן געדענקען צו האלטן דעם קאפ גראד, און נישט אריינפאלן אינעם "עלעקשאן פאניק" אין וואס די מידיא פרובירט אונז אריינצושלעפן, אט זענען די לעכטיגע ווערטער פונעם ראש ישיבה "לאז זיך אפ פון די פאליטיק, עס וועט דיר גארנישט אויסמאכן ווער עס איז געווארן פרעמיער מיניסטער אין מדינת ישראל און ווער עס גייט ווערן גאווערנאר אין ניו יארק, אלעס וועט בלייבן די זעלבע. אלעס איז הבל הבלים; אלעס איז נאר אוועק צו שלעפן דעם מענטש ער זאל פארגעסן אז עס איז דא א באשעפער וואס ער פירט אלעס, מאכט אלעס און אין אים ווענדט זיך אלעס." "איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס אז דו האסט געוואונען, דו ביסט געווארן אן ערליכער איד." ותטה לב המלכות עלינו לטובה

    < זעה מער ט חשון תשפ"ג 📝
  • ראש חודש פארברענג פאר געקליבענע צאל תומכים פון כולל היכל הקודש

    די פארגאנגענע וואך איז פארגעקומען א שיינע ראש חודש סעודה ביים ראש ישיבה שליט"א אינדערהיים, מיט א געקליבענע צאל געלאדענטע געסט, וואס שטרענגען זיך אן ארויסצוהעלפן מיט גרעסערע סכומים די באקאנטע "כולל היכל הקודש", וואו די אינגעלייט זיצן און לערנען על התורה ועל העבודה. &nbsp; א רייכע סעודה איז סערווירט געווארן לכבוד ראש חודש, דער ראש ישיבה שליט"א האט נישט געגעבן קיין פארמאלע דרשה, נאר פארברענגט און געשמועסט מיט די פארזאמלטע, גאר געשמאקע שיינע שמועסן פון וואס דערעולם האט גאר שטארק הנאה געהאט. &nbsp; טייל פון די שמועסן איז רעקארדירט געווארן און מען קען זען און מיטהאלטן דא אויף "ברסלב סענטער" אזוי אויך קען מען עס הערן אויף "קול ברסלב" טעלעפאן ליין, מען האט גערעדט פון די מגילת סתרים, די באהאלטענע סודות וואס דער רבי האט געזאגט וואס ווען זיין ביז משיח וועט קומען, אריינגערעכנט וואס עס וועט ווערן פון רוסלאנד. מען האט גערעדט פון די כולל אינגעלייט, וואס מען לערנט יעצט, די מקצועות וואס זיי פארהערן זיך ביי פילע רבנים, איבער כולל געלט, איבער פארשידענע צדקה צוועקן, וועלכע זענען וויכטיגער פון די אנדערע, ווי אזוי ווייסט מען פאר וועמען צו געבן, מען האט געשמועסט פון די היסטאריע פון די קהלה און די מוסדות, וועלכע קינדער נעמט מען יא און און וועמען נישט, מיט פארשידענע מעשיות וואס האט זיך אפגעשפילט אין לויף פון די יארן, מיט נאך גאר אסאך אינטערעסאנטע פארשידנארטיגע נושאים. &nbsp; נאכ'ן בענטשן ברכת המזון האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טענצל, און דער ציבור איז זיך צעגאנגען מיט פרייליכע געפילן, נאך אזא געשמאקע ראש חודש פארברענג מיט'ן ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף איז אין פלאן צו מאכן כסדר אזעלכע סארט ראש חודש פארברענגען מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, ספעציעל פאר די חשובע תומכים וואס ברענגען גרעסערע געלטער צו קענען די הוצאות פונעם כולל פאר'ן גאנצן חודש. &nbsp; די אייגנארטיגקייט פון דעם כולל היכל הקודש איז ברייט באקאנט, דער ראש ישיבה שליט"א נעמט נישט אריין אין כולל סתם אינגעלייט וואס זוכן צו לערנען אביסל אויף יוצא צו זיין, פאר דעם צוועק קען מען גיין ארבעטן און נאך אנקומען צו לערנען גענוג און נאך אינדערפרי און ביינאכט, אין כולל היכל הקודש קומען אריין נאר די אינגעלייט וואס זענען באמת תורתם אומנתם, זיי האבן גארנישט עפעס אנדערש אויסער די הייליגע תורה, און מיט'ן ציל צו לערנען און אנקומען און זיך פארהערן, און אויסוואקסן דיינים און גדולי תורה. און ווי עס זאגן עדות סיי ווער עס גייט נאר אריין אינמיטן טאג אין כולל, איז ממש נישטא צו וועמען צו רעדן, די כולל אינגעלייט זענען איבערגעבויגן איבער די ספרים, עס הערט זיך א געשמאקע קול תורה, און מען זעט נישט און מען הערט נישט קיין שום זאך אויסער לימוד התורה. &nbsp; כי הם חיינו ואורך ימינו!

    < זעה מער ז חשון תשפ"ג 📝
  • בוי ארבעט אין בית המדרש היכל הקודש קרית יואל

    קרית יואל. - די וואך שבת קודש, ווען אנשי שלומינו זענען אריינגעקומען זענען געקומען דאווענען האט זיי אנטפאנגען א געשמאקע איבעראשונג. מען האט געזען אז די פאקטישע בוי ארבעט צו פארברייטערן און איבערפרישן דעם בית המדרש האט זיך שוין ברוך השם אנגעהויבן. &nbsp; דער בית המדרש היכל הקודש אין קרית יואל געפונט זיך שוין פאר לאנגע יארן צום גוטן אויף העיס קאורט, ווען הרה"ח ר' אברהם חיים פארקאש שליט"א האט אראפגענומען איינע פון די דירות וואס ער פלעגט פארדינגען און עס מנדב געווען אז אנשי שלומינו אין קרית יואל זאלן האבן א ווינקל ווי מען קען זיך צוזאם נעמען און הערן די ווערטער פון הייליגן רבין. מען האט עס דאן שיין איבערגעפיקסט און איינגערישט פארן בית המדרש. &nbsp; אזוי גייט שוין דער בית המדרש אן צום גוטן ווען מען דאווענען אינאיינעם אלע תפלות שבת קודש און ימים טובים, און ווערט געפירט דורכן געטרייען גבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א וואס געט איבער יעדן שבת קודש ביי סיפורי מעשיות און שלש סעודות די ווערטער פון הייליגן רבין ווי ער האט עס מקבל געווען פון מוהרא"ש זי"ע. &nbsp; אין די לעצטע האלבע יאר איז צוגעקומען די וועכענטליכע "עצתו אמונה פארברענג" יעדע דינסטאג נאכט וואס ציעט צו זיך פילע אנשי שלומינו וואס וואס קומען זיך צוזאם, מען לערנט אינעם הייליגן ספר "פעולת הצדיק" ווי מוהרא"ש זי"ע פארציילט די געשיכט פון הייליגן רבין וויאזוי ער איז געווארן א צדיק, מען לערנט "אשר בנחל" און "עצתו אמונה" און מען נעמט ארויס דערפון עצות וויאזוי אויך מיר קענען ווערן ערליכע אידן, דערנאך פארציילן אנשי שלומינו מעשיות פון תפלה, און מעשיות פון הפצה, וואס פלאמט אויף די הערצער צו רעדן צום אייבערשטן, און צו פארגינען פאר נאך א איד זאל וויסן פון די הייליגע עצות. &nbsp; אויסערדעם וואס די צאל באי בית המדרש ווערט ב"ה כסדר פארמערט, און מען מוז נויטיג פארגרעסערן דער בית המדרש, איז שוין דער בית המדרש שטארק אפגענוצט געווארן נאך אזוי פיל יאר וואס מען נוצט עס כסדר. יעצט האט זיך ברוך השם פארמירט א וועד עסקנים וואס נעמען צוזאם נדבות פון אנשי שלומינו וואס קויפן זכותים אין בית המדרש. עטליכע זכותים זענען נאך אוועיליבל, מען קען זיך ווענדן צו מו"ה נתנאל פארקאש הי"ו אויף 845-665-4889 צו האבן די זכיה און נעמען א חלק און אויפהאלטן דעם בית מקדש מעט. &nbsp; פאלגענד זענען די פרייזן און די זכותים: &nbsp; שער בית המדרש $3,000 טיילס $2,400 זעכציג בענקלעך $6,000 (פארקויפט) שער עזרת נשים $1,000 קאווע שטיבל $950 א יאר קאווע $1,250 א יאר מזונות פאר קידוש $2,500 (פארקויפט) פלאר $850 סינק $500 פענסטער $850 פלאמבינג מאטריאל $1,100 קאנסטראקשען מאטריאל $1,400 עלעקטריק מאטריאל $1,050 פעינטן $1,500 סקרעיפן $1,200 פלאמבינג ארבעט $1,500 קאנסטראקשען ארבעט $1,600 (פארקויפט) עלעקטריק ארבעט $1,500 פרעימינג $1,000 סיין אינדרויסן פון ביהמ"ד $1,000 (פארקויפט) &nbsp; ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם

    < זעה מער ה חשון תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו אין ספרינג וואלי קומען זיך צוזאם שב"ק אויף שלש סעודות

    שוין לאנגע יארן וואס עס גייט אן די בית המדרש היכל הקודש אין מאנסי, אנגעפירט דורכ'ן חשובן גבאי מו"ה חיים דוד ראזענבערג שליט"א, א פלאץ פאר אנשי שלומינו און פאר אלע אידן צו קומען זיך מחזק זיין מיט די עצות און לימודים פון הייליגן רבי'ן. דער בית המדרש געפונט זיך אויף 32 דאָלסאָן ראוד, און איז א תל תלפיות פאר די גאנצע אומגעגנט, מיט אלע תפלות אום שבת קודש. &nbsp; אזוי ווי מאנסי איז אבער גאר א גרויסע שטאט, נישט יעדער קען אנקומען צום בית המדרש, האט מען זיך אנגעהויבן צוזאמקומען אויף שלש סעודות אויך אין ספרינג וואלי געגנט, מען קומט זיך צוזאם אין שטוב פון מו"ה זושא פריעדמאן הי"ו, אויף 8 קאָלינס עוועניו נאך מנחה, 40 מינוט נאכ'ן זמן הדלקת הנרות. &nbsp; ביי שלש סעודות רעדט מען גאר שיינע דיבורים, די הערליכע לימודים וואס דער ראש ישיבה שליט"א געבט אונז איבער פון הייליגן רבי'ן, און מען באקומט פרישע חיזוק און הדרכה פאר די גאנצע קומענדיגע וואך. &nbsp; אנשי שלומינו אין די ספרינג וואלי געגענט בעטן דעם אייבערשטן צו טרעפן א פערמענאנטע פלאץ ווי מען וועט קענען מאכן א געהעריגע שול ווי מען וועט קענען דאווענען אלע תפלות שבת קודש, ווער עס האט א געדאנק קען זיך פארבינדן צום גבאי'ן&nbsp; אויף 845-445-9314. &nbsp; חדו השתא בהאי שעתא דביה רעוא דרעוין ולית זעפין! &nbsp;

    < זעה מער ב חשון תשפ"ג 📝
  • נייע תלמוד תורה און בית המדרש היכל הקודש אין שטאט טבריה

    טבריה. - מיט גרויס פרייד האבן אנשי שלומינו אויפגענומען די גאר פרייליכע נייעס אז אויפן פרישן ווינטער זמן תשפ"ג האט זיך געעפענט א פרישע תלמוד תורה היכל הקודש, יעצט איז עס אין גליל ארץ ישראל אין שטאט טבריה. דאס איז א געוואלדיגע שמחה ביי אלע אנשי שלומינו, ווען מען זעט אז די קהילה וואס מוהרא"ש האט אויפגעשטעלט און געארבעט שווער אויף דעם זיין גאנצן לעבן ווערט נאר גרעסער און שענער פון טאג צו טאג מיט נאך א חדר נאך א מיידל שולע און נאך א בית המדרש. &nbsp; אין די זעלבע צייט האט זיך אויך געעפענט אין טבריה א בית המדרש היכל הקודש פאר די תלמידים וואס וואוינען אין דעם געגענט, און דער ראש ישיבה האט טאקע געגעבן א שיעור פאר די מתפללים אינעם טאג פונעם רבינ'ס יארצייט חול המועד סוכות, ארויסברענגענדיג די שמחה אז מען עפענט אויף א בית המדרש אויפן רבינ'ס נאמען. &nbsp; דער ראש ישיבה האט זיי געזאגט צוויי וויכטיגע נקודות וואס אויב זיי וועלן דאס טון וועט דער בית המדרש האבן גרויס הצלחה, איינס אז מען זאל שטענדיג נאר רעדן פון רבינ'ס דיבורים - רעדן פון די חיזוק וואס קומט ארויס פונעם רבינ'ס שיחות, די צווייטע תקנה איז, אז יעדער זאל נאר זיין פארנומען מיט יענעמ'ס גשמיות, זען צי ער האט אויף שבת צו מאכן וכדומה, און נישט זיין פארנומען מיט יענעמ'ס רוחניות, ווי למשל ווען יענער קומט אין בית המדרש דאווענען וכדומה, דער בית המדרש איז געשטעלט צו קוקן יענעמ'ס גוטס. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט אז אין היכל הקודש פרובירט דער יצר הרע צו מאכן עפעס א מחלוקה און מיט דעם איז ער מרחק מענטשן פון ברסלב, דארף מען זען שטענדיג צו זיך ליבן האבן איינער דעם צווייטן. &nbsp; מוהרא"ש זי"ע פלעגט זאגן אז ווען דער הייליגער רבי איז געווען אין שטאט טברי' איז ער געשטאנען ביים קבר רבי עקיבא און געוויזן אויף יבנאל "דא איז גוט צו וואוינען", דער בית המדרש איז דאך א חלק אין יבנאל, קען מען זאגן אז דער רבי האט געוויזן אויף דעם פלאץ. דער גאנצער שיעור קען מען זען אויף ברסלב סענטער ביי די שיעורים אפטיילונג. &nbsp; אין א בריוו ערב שבת קודש פרשת בראשית האט דער ראש ישיבה געשריבן "עס איז דא גוטע נייעס, עס האט זיך געעפנט א תלמוד תורה היכל הקודש אין די שטאט טבריה. ביז דערווייל איז עס קליין, אזוי ווי מיר האבן געעפנט די מוסדות אין וויליאמסבורג מיט געציילטע קינדער, וואס פון דעם איז געווארן א שיינע גרויסע קהילה." &nbsp; זה הקטן גדול יהי', פון דעם ווינקל וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף ארויסקומען א לעכטיגקייט פאר די גאנצע געגענט און פאר די גאנצע וועלט.

    < זעה מער א חשון תשפ"ג 📝
  • אנשי שלומינו פראווען סיום מסכת כתבות והתחלת מסכת נדרים

    נאך כמעט דריי יאר זינט די גאנצע קהילה האט אנגעהויבן ש"ס אינאיינעם נאך דעם געהויבענעם סיום הש"ס, און נאך כמעט פיר חדשים וואס די גאנצע קהלה זקנים עם נערים האבן געלערענט א דף גמרא יעדן אייציגן טאג, קומט מען אין די טעג אן ברוך השם צו פייערן דעם סיום אויף דעם שיינעם לאנגען מסכת כתובות. &nbsp; אז מען מאכט א חשבון, האט מען זינט דאן שוין זוכה געווען צו דורכלערנען די 15 שיינע מסכת הש"ס ברכות, שבת, עירובין, פסחים, שקלים, ראש השנה, יומא, סוכה, ביצה, תענית, מגילה, מועד-קטן, חגיגה, יבמות און יעצט כתובות, וואס דאס אלעס איז בסך הכל איבער טויזנט בלאט. &nbsp; אנשי שלומינו וועלן פייערן דעם גרויסן מאמענט יעדער ביי זיך אינדערהיים מיט די ווייב און קינדער, און דערמיט אריינלייגן אין די קינדער א שמחה של מצוה און א ליבשאפט צו די תורה, ווען די קינדער זעען ווי די עלטערן זענען אזוי פרייליך מיט די זכיה אז מען האט געענדיגט א מסכת. דער ראש ישיבה זאגט אז עס פעלט אפילו נישט אויס צו מאכן קיין גרויסע זאכן ביי א סיום, אפילו אויב מען קען פשוט לייגן אן אנדערן קאליר טישטוך אדער אפילו דעם שבת'דיגן טישטיך מאכט מען פרייליך און די סיום גייט אריין אין די ביינער פון די קינדער. &nbsp; ברוך השם אז אלע האבן מיטגעלערענט, אין די פיר חדשים, זענען אנשי שלומינו געפארן קיין אומאן דורך די אלע וועגן און אומוועגן, מען איז דורך די פארנומענע סוכות טעג, אין די צייט וואס ווען דער שיינער מסכת, האט אונז באגלייט יעדן איינציגן טאג.&nbsp; &nbsp; יעצט איז די צייט אז אלע זאל יעצט אנצוהייבן דעם קומענדיגן שיינעם מסכת נדרים, און נישט קיין חילוק צו מען האט מיטגעהאלטן דעם שיעור ביז יעצט צי נישט, צי מען פארשטייט יא, אדער נישט, זאל מען זאגן יעדן טאג דעם בלאט גמרא, און מיט דעם זוכה זיין צו א שמירה עליונה, ווי דער רבי זאגט אין סיפורי מעשיות "ווי לאנג דער דף איז אויף דיר מגין דארפסטו פון קיינעם קיין מורא האבן", דאס גייט ארויף אויף לערנען א בלאט גמרא יעדן טאג, וואס היט דעם מענטש. &nbsp; כי הם חיינו ואורך ימינו

    < זעה מער ל תשרי תשפ"ג 📝
  • שיינע יום טוב סוכות מיטן ראש ישיבה אין וויליאמסבורג

    גאר א שיינער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו בצל הקודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, ווען מיר האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פונעם יום טוב, וואס דאס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר. &nbsp; עס איז נישט מעגליך אראפצושרייבן אויפ'ן פאפיר די געפילן פון הארץ פון די אלע וואס האט מיטגעלעבט דעם יום טוב מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, מיר וועלן פרובירן אבער אין קורצן איבערצוגעבן ווי אזוי דער יום טוב איז אריבער, און אביסל פון וואס מיר האבן זוכה געווען צו הערן און מקבל זיין פונעם ראש ישיבה שליט"א. &nbsp; ערשטע טעג יום טוב &nbsp; די ערשטע טעג יום טוב זענען אריבער מיט גאר געהויבנקייט מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג, ביידע טעג האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית פאר'ן עמוד מיט גרויס התעוררות און געשמאק, די הלל נענועים און די הושענות זענען געווען גאר דערהויבן. &nbsp; אינדערפרי פארן דאווענען האט דער ר"י פארגעלערענט אין זוהר הק' ווי ער האלט יעצט (פרשת חיי שרה), ווי מען רעדט ווי יצחק האט חתונה געהאט מיט רבקה, דער זוהר פרעגט פארוואס שטייט נאר ביי יצחק "ויאהבה", ער האט איר ליב געהאט? דאס איז וויבאלד יצחק האט געדינט זעם אייבערשטן מיט מדת גבורה, האט דער אייבישטער ארויסגעשריבן בפירוש אז ער האט איר ליב געהאט, ווייל אפילו מ'דינט די אייבישטער מיט גבורה, אבער שלום בית מוז צוגיין מיט אהבה. &nbsp; נאכ'ן דאווענען איז צוגעשטעלט געווארן א ברייטע קידוש אין די שיינע סוכה אין הויף פון די שול, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט גאר שיינע דברי התחזקות לכבוד יום טוב. &nbsp; ביים קידוש דעם ערשטן טאג האט ר"י גערעדט איבער דעם זוהר וואס שטייט אז אברהם אבינו געהאט א בוים און נאר ווער ס'איז געווען ראוי האט די בוים אים געמאכט א שאטן, האט דער ראש ישיבה געזאגט א שיינע פשט די בוים מיינט דער צדיק, און ווער עס גלייבט נישט אין צדיק "ער איז נישט אונטערן שאטן". דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער אברהם אבינו'ס געצעלט וואס האט געהאט פיר טיר, רש"י ברענגט יעדער האט געקענט קומען עסן, ווען מ'איז אוועקגעגאנגען אויב האט ער געדאנקט דעם אייבערשטן האט ער נישט געדארפט צאלן, זאגט דער ר"י, אברהם אבינו איז געווען איין שטיק הפצה, אזוי ווי דער רבי האט אונז אויסגעלערענט, מ'זאל מודיע זיין פאר יעדעם אז דער אייבישטער איז דא. &nbsp; דער צווייטער טאג פארן דאווענען האט דער ר"י פארגעלגערנט א קליין שטיקל פעולת הצדיק. &nbsp; נאכן דאווענען ביים קידוש אין סוכה, האט דער ראש ישיבה געפרעגט, פארוואס ווערט עקידת יצחק גערופן אברהם אבינו'ס נסיון? פארוואס הייבט זיך אן שמחת בית השואבה פונקט ביי אושפיזא דיצחק? און פארוואס פונקט ביי יצחק שטייט ויאהבה? נאר ווי באקאנט איז יצחק געווען מדת גבורה, דאס מיינט אלעס אוועקגעבן פארן אייבערשטן, זיך שחטן פארן אייבערשטן, דערפאר האט ער נישט געהאט אזא שווערע נסיון ביים עקידה, אבער אברהם וואס האט געדינט דעם אייבערשטן מיט "חסד", דעמאלטס איז שוין גאר א גרויסע נסיון צו שחטן זיין קינד. פארדעם טאקע שמחת בית השובה הייבט מען אן דווקא ביי יצחק, ווייל פאר יצחק וואס דינט דעם אייבערשטן מיט גבורה, איז א קונץ צו זיין פרייליך, און טאקע פאר דעם שטייט ביי יצחק ויאהבה. מענטשן מיינען אז די מאן און ווייב דארפן טראכטן די זעלבע, אבער ניין שלום בית איז דווקא ווען מען איז פארקערט, ווייל אפילו מיט מידת גבורה קען מען האבן שלום בית. &nbsp; יארצייט פון הייליגן רבין &nbsp; מיטוואך נאכט איז פארגעקומען די סעודת הילולא צו די יארצייט פון הייליגן רבי'ן. די סעודה איז פארגעקומען אין די גרויסע סוכה קעגן איבער דעם בית המדרש. &nbsp; מען האט זיך געוואשן צו א ברייטע סעודה, מ'האט געזינגען דעם שיר ידידות וואס רבי יצחק ברייטער זצ"ל האט מחבר געווען. &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיינע שמועס. דער ראש ישיבה האט געזאגט מענשטן פרעגן וואס מ'זאל זיך אונטערנעמען פארן קומענדיגן יאר, איך לערן שוין חומש רש"י, זאל איך צולייגן אור החיים? רבמ"ן? האט דער ראש ישיבה געזאגט לייג צו נאך א איד זאל לערנען חומש רש"י, מאך הפצה, און נאך א איד זאל וויסן אז מען קען לערנען יעדן טאג אביסל. דערנאך האט מען געטאנצט ביז שפעט אין די נאכט לכבוד שמחת בית השואבה. &nbsp; שבת חול המועד &nbsp; ביים באטע ביים ראש ישיבה אינדערהיים זענען געקומען עטליכע אינגעלייט און בחורים אנשי שלומינו, א בחור איז ארויפגעקומען און פארציילט ער האט נישט געהאט וואו צו עסן יעצט, קיינער האט אים נישט געלאדענט, איז ער געגאנגען צו רבי ישעי'לעס קאך, אבער למעשה איז נישט געווען דארט אויסער חלה מיט פיש, ער איז געווען זייער צובראכן, האט אים דער ראש ישיבה געזאגט "איך האב גארנישט קיין רחמנות אויף דיר. דו האסט דעם רבין! אנדערע האבן פיינע פיש פלייש קאמפאט און אפילו אייס קרים, אבער זיי האבן נישט דעם רבין, אויף זיי האב איך רחמנות; דער פארפאסטע סעודה וועט אריבערגיין"... &nbsp; דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די הושענות פון שבת וואס מ'זאגט דארט אינצווישן "הושענא יושבת וממתנת עד כלות שבת", אלע פרעגן מ'בעט דעם אייבערשטן אז אין זכות וואס אידן ווארטן זאל זיך שוין ענדיגן זאל מען ווערן געהאלפן?! דאס איז דען א זכות? דער תירוץ איז פשוט, א איד וויל רייכערן, ער וויל אנצונדן דעם עירקאנדישן, אבער ער ווארט, יעצט איז שבת, איך וועל אויסווארטן דעם זמן נאכדעם וועל איך טון אלע מלאכות. דאס איז די שיינקייט פון א איד. &nbsp; שבת קודש נאכן דאווענען ביים קידוש האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער דעם אז מ'דארף זיך פרייען מיט יעדע קליינקייט וואס מ'טוט פארן אייבערשטן ווי מ'זעט אין די הושענות פון שבת "אום נצורה" מ'בעט אין זכות וואס אידן וואס היטן שבת, אין זכות פון היטן אויפן תחום שבת, אין זכות פון עסן סעודת שבת, מ'קען זיך פרייען מיט יעדע קליינע זאך וואס מ'טוט פארן אייבערשטן. &nbsp; נאכדעם האט דער ר"י גערעדט איבער יוסף הצדיק די אושפיזא פון היינט, וויאזוי האט יוסף הצדיק געקענט ביישטיין די שווערע נסיונות אין מצרים? ויהי ה' את יוסף, ער איז געווען איין שטיק התבודדות ותפלה, ווי עס שטייט אז פוטיפר זיין בעל הבית האט געזען ווי זיין מויל שאקעלט זיך א גאנצן צייט, און נאר אזוי קען מען געראטעוועט ווערן פון די שווערסטע נסיונות. &nbsp; ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה צוגעברענגט א שטיקל פון חיי מוהר"ן איבערן מאמר חז"ל "כל העוסק בבנין מסמסכן" דער וואס בויעט ווערט ארעם, זאגט דער רבי אז דורך מצוות סוכה ווערט מען געראטעוועט. האט דער ר"י געזאגט, ווייל סוכה איז אמונה, און אז מ'גייט מיטן אייבערשטן וועט גארנישט שאטן. &nbsp; הושענא רבה &nbsp; מוצשב"ק האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם דף גמרא, שפעטער איז מען צוריק געקומען צו משנה תורה, נאכדעם געווען א סעודה אין סוכה לכבוד הושענא רבה, דערנאך האט דער גאנצער ציבור אויסגעזאגט תהלים. &nbsp; הושענא רבה אינדערפרי איז געווען א גרויס התעוררות, דער ר"י האט עטליכע מאל גערעדט ביי די הושענות, ער האט אסאך גערעדט איבער דעם אז אונז זענען געבליבן אידן נאר ווייל אונזערע עלטערן האבן געפאלגט די צדיקים מיט תמימות. דער ראש ישיבה האט געבעטן די פרויען מען זאל גיין צניעות'דיג "צניעות איז שיין" האט דער ראש ישיבה געזאגט. אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט מ'זאל בלייבן מיטן לולב - דאס מיינט אמונה א גאנץ יאר, און נישט חס ושלום אריינברענגען אין שטוב די כלים וואס מ'קען זען דערויף ווידיאס אדער האט אינטערנעט. &nbsp; צווייטע טעג &nbsp; שמיני עצרת ביים קידוש, האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט עצות פאר אינגעלייט וואס בלוטיגן מען מען מיינט אז מען מוז אנטון די קינדער מיט טייערע בגדים. &nbsp; ביים געזעגענען פון די סוכה, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז אסאך מענשטן ווערן נאך יום טוב "דאון", אבער דער רבי לערנט אונז אויס אז יעדן טאג איז סוכות שמחת תורה פסח און פורים, יום טוב נעמט אויף די הארה פון דעם יום טוב און מען האלט עס אן אויף א גאנץ יאר. &nbsp; שמיני עצרת און שמחת תורה זענען אפגעראכטן געווארן הערליכע הקפות פאר לאנגע שעות ווי מען האט אויך געזונגען צווישן די הקפות מיט די קינדער און מיט די בחורים, בפרט די אידישע ניגונים וואס ברענגט ארויס די בענקשאפט פון אידן צום אייבערשטן, און די גרויסקייט פון לערנען די הייליגע תורה. &nbsp; ביי די הקפות האט דער ראש ישיבה געבעטן מען זאל נישט שמועסן אין די זייט "א גאנץ ווינטער וועט מען קענען שמועסן, יעצט קומטס טאנצן מיט די תורה!" האט דער ראש ישיבה געזאגט. &nbsp; אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ביים לשם יחוד פון הקפות, זעט מען אז דורך די הקפות נעמט מען אוועק די מחיצת הברזל צווישן אידן און אייבערשטן, זעט מען אז דורך טאנצן די הקפות קען מען אנהייבן שפירן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט. &nbsp; שמחת תורה פארן דאווענען איז געווען א שיינע שמועס איבער חתונה מאכן די קינדער אינג און זיי נישט לאזן אלט ווערן. &nbsp; ביים נעילת החג איז דער ראש ישיבה געווען הייזעריג, דער ראש ישיבה האט געהייסן אויסרופן אז די ניעלת החג דרשה וועט זיין בעז"ה ביים ליל שישי שיעור דאנערשטאג בראשית. דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר. &nbsp; מי שלא ראה שמחה זו, לא ראה שמחה מימיו!

    < זעה מער כה תשרי תשפ"ג 📝
  • מיטוואך נאכט ב' דחוה"מ סוכות סעודת הילולא פון הייליגן רבין אין וויליאמסבורג

    מיט גרויס געהויבנקייט גרייטן זיך אנשי שלומינו חסדי ברסלב צום יומא דהילולא קדישא פון הייליגן רבין זי"ע, וואס פאלט אויס ח"י תשרי דעם צווייטן טאג חול המועד סוכות, אין טאג פון אושפיזא דמשה רעיא מהימנא. איבעראל ווי ברסלבע חסידים געפונען זיך אין אלע לענדער אין שטעט קומט מען זיך צוזאם אין אלע שטיבלעך און שולן, ווי מען רעכט אפ דעם יארצייט מיט גרויס געהויבנקייט, מען שמועסט און חזרט איבער דעם הייליגן רבינס עצות און חיזוק, און מען איז זיך מחזק אויף ווייטער צו לעבן מיט די הייליגע עצות, און מען טיילט זיך מיט די גרויסע ירושה וואס דער הייליגער רבי האט איבערגעלאזט. &nbsp; אזוי ווי מען האט דאס יאר אויך ברוך השם באקומען רשות צו בויען דעם סוכה אינעם גרויסן הויף קעגן איבער דעם בית המדרש היכל הקודש אויף 27 סקילמאן, וועט דער ראש ישיבה מיטן אייבערשטנ'ס הילף פראווען דעם יארצייט אין וויליאמסבורג. &nbsp; דער סעודת הילולא וועט בעז"ה פארקומען מיטוואך נאכט, דער צווייטער נאכט חול המועד, ווי מען וועט פראווען דעם יארצייט. מען וועט זיך וואשן צו א שיינע סעודה אינעם גרויסן סוכה לכבוד די הילולא פונעם הייליגן רבין זי"ע. דער ראש ישיבה שליט"א וועט בעז"ה געבן א שיינע שמועס פול מיט דברי הדרכה און חיזוק, אזוי אויך וועט מהנה זיין בזהשי"ת א שיינע קאפעליע. &nbsp; נאכן בענטשן וועט מען בעז"ה טאנצן בתופים ובמחולות אין היכל הבית המדרש לכבוד שמחת בית השואבה. &nbsp; תאו והתכנשו להילולא דרבינו

    < זעה מער יא תשרי תשפ"ג 📝
  • חתונה זאל "עטרת אַפּפּעל" ווערט פריש איבערגעמאכט

    אין די יעצטיגע טעג פרישט מען איבער דעם חתונה זאל אין ישיבה "עטרת אפפעל" דער חתונה זאל וואס האט שוין חתונה געמאכט צעדליכע גליקליכע חתנים און כלות בחנם אין כסף, אזוי ווי איר ליינט, די מתוחנתים האבן נישט געדארפט ארויסנעמען קיין רויטן פעני פאר די חתונה נאכט.&nbsp; &nbsp; אנפאנג האט מען נאך געדארפט האבן "חיזוק" מען זאל נישט קוקן אויף אנדערע, און מען זאל טון וואס איז ריכטיג. היינט ברוך השם האלט עס שוין אז עס איז שוין אן אנגענומענע זאך אז מען מאכט חתונה די קינדער אזוי ווי מען האט געטון אין אלע פריערדיגע דורות אויף א באשיידענעם אופן אין בית המדרש. די מחותנים זאגן אז עס איז פשוט נישטא די ווערטער זיך צו באדאנדען פאר דעם סערוויס פון קענען חתונה מאכן די קינדער אויף אזא וועג. זיי זענען אמת'דיג פרייליך ביי די שמחה, זיי שעפן נחת ווי זייערע קינדער הייבן אן צו בויען זייער אייגענע היים, אָן דעם וואס עס דרוקט ביים הארץ, און אָן דעם וואס מען זאל זיך דארפן אנטרוקען מיט וויין כדי צו פארגעסן פון די פילע הארץ עסענישן וואס די "שמחה" האט זיי געקאסט. אזוי אויך אלע באטייליגטע אַפּרישיעטן אזא שמחה, אויסער דעם וואס ביי די חתונות איז די לופט פשוט עפעס פרייליך, פראוועט מען נישט קיין צייט פארברענגענישן, אלעס גייט מיט א זייגער, און נאכדעם איז מען מקיים דעם הייליגן מנהג פון "מצוה טאנץ" אויף א געהויבענע פארנעם, ווען דער שמש רופט אויס די מחתונים און די זיידעס אָן קיין נערוון-קריכענדע גראמען און פאלשע חנופה'דיגע רימערייען צו וואס קיינער האט נישט קיין צייט און געדולד. ביי אזא שמחה קומען די זיידעס אראפ פון עולם העליון אן דעם וואס מען זאל אויסרופן, און זיי שעפן נחת פון זייערע קינדער וואס לעבן מיטן תכלית און זוכן נישט צו ווייזן פאר זייערע אזוי גערופענע חברים זייערע פאלשע עשירות. &nbsp; נאכן נוצן אזויפיל יאר איז שוין דאס פלאץ געווארן אביסל אפגענוצט, און דער חשובער נדבן פונעם זאל מו"ה אייזיק אפּעל הי"ו, האט זיך יעצט פריש אריינגעלייגט איבערצופרישן דעם זאל. מען וועט בעז"ה איבערמאכן די ווענט הערליך שיין. דער איבערגעמאכטער זאל וועט שוין בעז"ה גענוצט ווערן אנגעהויבן קומענדיגע וואך ווען אין די עטליכע וואכן ביז ראש השנה גייען בעז"ה פארקומען נאך פילע חתונות אין בית המדרש. &nbsp; עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים &nbsp;

    < זעה מער א אלול תשפ"ב 📝
« Previous Next »

Showing 211 to 225 of 435 results

1 2 ... 12 13 14 15 16 17 18 ... 28 29
  • קאַטעגאָריעס
  • פילטער לויט די יאר
  • אלע
  • ישיבה תפארת התורה
  • אומאן
  • תלמוד תורה היכל הקודש
  • בית פיגא
  • פרויען פאראיין
  • מחנה תפארת התורה
  • שמחות
  • קרן הדפסה והפצה
  • קהלות היכל הקודש
  • ציון מוהרא"ש ז"ל
  • ברסלב סענטער וועבסייט
  • ברסלב מיידל קעמפ
  • קרית ברסלב ליבערטי
  • צום פינטל
  • וועלטליכע נייעס
  • געדאנקען
  • מיט א טיפערן בליק
  • גאסט ארטיקל
  • די פרשה מיט אנדערע ברילן
  • היסטאריע ווינקל
  • אינטערוויו
  • איבער אלץ און אלעמען
  • בית התבשיל

פילטער לויט די יאר


  • אלע יארן
  • תש״פ
  • תשפ״ה
  • תשע״ז
  • תשפ״ג
  • תשפ״ב
  • תשע״ט
  • תשע״ח
  • תשפ״א
  • תשפ״ד
  • תשפ״ו
היכל הקודש ברסלב
breslevcenter.com