שאלה אין קורצן ענין
#52 - וועלכע הכשרים מעג מען עסן?
כשרות, חיזוק פאר פרויען, קינדער, מורה דרך, היכל הקודש, מנהגים, חברים, מסורה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


אזוי ווי מיר האבן זיך אריבערגעצויגן צו אן אנדערע געגנט, און דא איז שווערער צו טרעפן עסנווארג מיט די בעסטע אנגענומענע הכשרים אזוי ווי מיר זענען געווען צוגעוואוינט אין אונזער פריערדיגע פלאץ, האבן מיר אנגעהויבן עסן נאך פארשידענע הכשרים וואס חברים פון היכל הקודש האבן געזאגט פאר מיין מאן אז יענע הכשרים זענען גוט און אז מוהרא"ש האט געהאלטן פון די הכשרים. האב איך אבער געוואלט פרעגן דעם ראש ישיבה שליט"א ווי אזוי זיך צו פירן איבער דעם.


איך האב געוואלט פרעגן נאך א זאך, איך גיי צו די צוזאמקומען פון פרויען פון היכל הקודש ביי אונז אין שטאט, און די פרויען האבן גערעדט וועגן זיך אפרוען פון נאך קינדער, און איך דארף זיך כסדר פארענטפערן פאר זיי, און דאס נעמט מיר אוועק די אפעטיט פון אהינגיין נאכאמאל. איך וויל האבן אסאך געזונטע קינדערלעך בעז"ה, אפילו עס איז שווער, און איך בעט נישט קיין הילף פון זיי. אבער איך ווער זייער צעבראכן צי איך בין גערעכט צי נישט, יעדעס מאל איך בין אביסל אויסגעמוטשעט טראכט איך שוין נאכאמאל צי איך האב כח פאר קינדער.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ד' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ט שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אז מען קומט קיין היכל הקודש - טאר מען נישט מזלזל זיין אין די גוטע וועג ווי מען האט זיך געפירט ביז אהער, היכל הקודש איז נישט אוועק צו נעמען די גוטע מנהגים, היכל הקודש איז - אויסלערנען די עצות פון רבי'ן; התבודדות, שמחה, זיך מחי' זיין מיט גוטע נקודות, אכטונג געבן אויף שלום בית; נישט אויף מזלזל זיין אויף מנהגים וואס מען האט זיך געפירט ביז אהער.


לאזט נישט נאך אויף הכשרים, בפרט פלייש דארף מען נאכמער אכטונג געבן צו עסן נאר פון א גאר ערליכע הכשר. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לז) אז צוליב נישט ערליכע שוחטים - מוטשעט מען זיך מיט פרנסה; גייט מיט די וועג פון אמאל, און נעמט היכל הקודש אויף חיזוק צו זיין פרייליך און צו מקיים זיין די תורה מיט שמחה.


בנוגע וכו'; אז מען קומט זיך צוזאם - די פרויען פון אנשי שלומינו – איין מאל א וואך אדער איין מאל א חודש - איז דאס זיך צו מחזק זיין אין די ענין פון רעדן צום אייבערשטן, און חיזוק אין זיין א געטרייע ווייב און א רואיגע מאמע; און אז דער זאגט דעות וועגן האבן קינדער וכו' און יענער זאגט דעות וכו' - דאס איז נישט קיין זאך וואס מען מעג רעדן, דאס איז נישט קיין זאך וואס חבר'טעס מאכן אפ, דאס האט מיט גרויסע ערליכע רבנים, דאס איז נישט קיין זאכן וואס מען רעדט ביי פרויען שמועסן.


גייט מיט אייער מאן נרו יאיר צו ענקער דיין, ענקער מורה דרך, און ער וועט אייך מדריך זיין מיט די וועג פון די תורה. ווייל עס איז דא צייטן וואס מען דארף בויען די וועלט, און עס איז דא צייטן וואס מען דארף זיך אפרוען, און ביי די פרויען צוזאמקום זאלט איר גיין זיך מחזק זיין און שעפן פרישע כוחות; מען קען שמועסן פון שטוב זאכן, פון קליידער, פון קאכן און באקן, פון עצה'לעך ווי זיך אומצוגיין מיט די קינדער, אבער נישט אויף צו מאכן א משפחה פלאן וויפיל קינדער, און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#51 - זאל איך בלייבן אין א קאנטרי וואו ס'איז א צעלאזטע מצב?
חברים, שכנים, זומער, ליצנות, קאנטרי

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך פלעג קיינמאל נישט פארן זומער אין קאנטרי, אבער דאס יאר האט מיך מיין ווייב זייער שטארק געבעטן אז זי וויל פארן צו א קאנטרי וואו אסאך פון אירע חבר'טעס גייען דארט אויף זומער, און מיר זענען טאקע אהינגעגאנגען אויף זומער.


עס איז א קאנטרי פון היימישע יונגעלייט פון שטאט, אבער ווען איך בין אנגעקומען אהער האב איך געזען אז די אטמאספער איז נישט צו היימיש, עס איז זייער א צעלאזטע און לויזע ווערטשאפט, און איך שפיר אז איך קען עס נישט נעמען, עס איז נישט גוט פאר מיר, איך וויל זייער צוריק פארן אבער איך ווייס נישט צי איך זאל עס טון ווייל עס וועט זייער וויי טון פאר מיין ווייב, זי וויל זיך אביסל אויסרוען פון די אנגעשטרענגטע ווערטשאפט פון א גאנץ יאר. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אנטלויף פון א קאנטרי וואס איז נישטא קיין יראת שמים, ראטעווע דיין נשמה און דיינע דורות; די גרעסטע סכנה איז זיך דרייען אין א נישט ערליכע סביבה. דוד המלך הויבט אן די הייליגע תהילים: "אַשְׁרֵי הָאִישׁ", וואויל איז דעם מענטש וואס גייט נישט אין א פלאץ פון רשעים, "וּבְמוֹשַׁב לֵצִים לֹא יָשָׁב", און זיצט נישט מיט לצים; ווייל דאס איז די וויכטיגסטע זאך פאר יראת שמים, פאר ערליכע דורות - מען זאל האבן ערליכע חברים.


גיין אין קאנטרי קען זיין א גרויסע סכנה פארן מענטש און פאר זיינע דורות הבאים. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ג, ב): "שְׁנַיִם שֶׁיּוֹשְׁבִין וְאֵין בֵּינֵיהֶן דִּבְרֵי תּוֹרָה, הֲרֵי זֶה מוֹשַׁב לֵצִים", אז צוויי מענטשן קומען זיך צוזאמען און מען רעדט נישט פונעם אייבערשטן, מען רעדט נישט ערליך - איז דאס שוין א מושב לצים; אזוי אויך, אויב מען פארט אין א קאנטרי אן דעם אייבערשטן - איז דאס א מושב לצים.


וויפיל טייערע אינגעלייט גייען צוגרונד אין קאנטרי, מען ווערט אפגעקילט פון יראת שמים. אויב איז נישט דא קיין רב אדער אן ערליכער איד וועמען מען הערט אויס און מען פאלגט - איז א סכנה אהין צו גיין, ענדערש בלייבן אין די ברענעדיגע היצן אין שטאט. אויף דעם איז געזאגט געווארן וואס אן אמורא האט געזאגט פאר זיינע קינדער (הוריות יב.): "תִיבוּ אַקִּילְקְלֵי דְּמָתָא מְחַסְיָא, וְלֹא תִּיבוּ אַפַּדְנֵי דְּפוּמְפְּדִיתָא", ענדערש זאלט איר זיצן אין די מיסט פון די שטאט מתא מחסיא ווי צו וואוינען אין די פאלאצן פון פומבדיתא; ווייל אין די שטאט מתא מחסיא האבן געוואוינט ערליכע אידן, אבער אין פומבדיתא האבן געוואוינט נישט ערליכע אידן, האט ער געזאגט פאר זיינע קינדער זיי זאלן ענדערש זיצן אין די מיסט פון מתא מחסיא וכו'; ענדערש בלייבן אין שטאט ווי צו גיין אין א קאנטרי וואו עס איז נישטא קיין יראת שמים.


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אידישע קינדער און אונז ארויסנעמען פון די אייגענע גלות.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#50 - איך וויל פשוט זיין א איד, ווי אזוי בין איך זוכה צו דעם?
קדושה, תפילה והתבודדות, קאמפיוטער, מאוויס, תשובה, ניבול פה, נסיונות, טעלעפאן, חברים, בחור, עבודת השם, מקוה, משניות, גמרא

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער דאנקבאר אויף די הערליכע בריוו און ברסלב'ע גליונות, עס געבט מיר אסאך חיזוק.


אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א געבן אן עצה, איך בין א 19 יעריגער בחור, איך לערן אין א גוטע ליטווישע ישיבה, אבער איך האלט אין איין אריינפאלן אינעם נעץ פון יצר הרע, איך פאל אריין אין פראבלעמען מיט קדושה נאכאמאל און נאכאמאל. איך שפיר ווי איך האלט עס מער נישט אויס, איך וויל פשוט זיין א איד, איך וויל מצליח זיין ברוחניות ובגשמיות, וואס קען איך טון ארויסצוקריכן פון דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ויצא, ז' כסליו, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זיך אכטונג צו האבן נאר ערליכע חברים, אז דו הערסט רעדן ניבול פה - זאלסטו אוועקגיין פונעם שמועס; נעם זיך חברים וואס רעדן איידל, וואס רעדן ריין.


ווארף אוועק אלע כלים וואס מען קען קוקן אויף דעם מאוויס, אויסגעלאסענע בילדער און קליפס. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית טז.): "אָדָם שֶׁתּוֹפֵס שֶׁרֶץ בְּיָדוֹ, אֲפִלּוּ טוֹבֵל בְּכָל מֵימוֹת שֶׁבָּעוֹלָם לֹא עָלְתָה לוֹ טְבִילָה, זְרָקוֹ מִיָּדוֹ כֵּיוָן שֶׁטָּבַל בְּאַרְבָּעִים סָאָה מִיַד עָלְתָה לוֹ טְבִילָה", אז מען טובל'ט זיך אין מקוה ווערט מען ריין נאר אויב מען ווארפט אוועק די טויטע שרץ, ווייל אויב מען כאפט ווייטער אן די טויטע שרץ, אפילו דער מענטש וועט זיך טובל'ן אין אלע מקוה'ס פון די וועלט - וועט ער בלייבן טמא; אז מען וויל תשובה טון - איז די ערשטע זאך אפלאזן די טויטע שרצים, די כלים וואס ברענגט טויט. מוהרא"ש באטיטלט דעם קאמפיוטער, מחשב - מיט'ן טיטל 'מכשף'; דער קאמפיוטער - אויב איז דאס נישט מסונן, געפילטערט - ברענגט דאס כישוף, עס ברענגט אלע צרות.


מאך זיך א שיעור אין ששה סדרי משנה. הויב אן אנהויב סדר זרעים, מסכת ברכות, זאג א פרק נאך א פרק, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין. אז דו קענסט זאגן אכצן פרקים יעדן טאג - מה טוב ומה נעים, דאס וועט דיך ארויסנעמען פון דיינע בלאטעס, משניות רייניגט דעם מענטש פון אלע פלעקן.


אויך זאלסטו זיך מאכן א שיעור אין תלמוד בבלי. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ריד): "'תַּלְמוּד' בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ 'לִילִית'", 'תלמוד' באטרעפט די זעלבע מספר ווי די נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית, "עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", און ווען מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה.


אודאי וועט דער סמ"ך מ"ם דיך נישט אזוי שנעל אפלאזן, ער געבט נישט אזוי שנעל אויף אויף זיינס א קרבן; ער וועט דיך נאכלויפן, ער וועט דיך נאכאמאל אראפווארפן אין די ביטערע עבירה פון פגם הברית רחמנא לצלן, אבער אז דו וועסט זיין שטארק מיט די זאכן וואס שטייט אינעם בריוו - וועסטו ווערן אן ערליכער איד.


גיי זיך מתבודד זיין, שמועס מיט'ן אייבערשטן אין דיין שפראך, אין ענגליש. דער אייבערשטער פארשטייט אלע שפראכן, דער אייבערשטער האט געמאכט אלע שפראכן. רעד אין ענגליש, זאג דעם אייבערשטן ווי שטארק דו ווילסט זיין ערליך און יעדע מאל פאלסטו נאכאמאל אראפ, דער יצר הרע ווארפט דיך אראפ אין פגם הברית, דו טוסט עבירות רחמנא לצלן. וויין צו אים אין דיין שפראך, בעט אים ער זאל דיר העלפן - וועסטו זיך ריינוואשן, און מיט די צייט וועסטו פטור ווערן פון די שווערע ביטערע נסיונות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#49 - פארוואס ווער איך צעבראכן ביים הערן פון א צווייטן א מעשה פון תפלה?
התחזקות, תפילה והתבודדות, חברים, יאוש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ווען איך הער איינעם דערציילן א מעשה פון תפלה, ווי אזוי יענער איז געהאלפן געווארן מיט א געוויסע זאך נאכ'ן בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, און די געוויסע זאך איז גראדע עפעס אויף וואס איך בעט שוין אויך א לאנגע צייט און איך בין נאך דערווייל נישט געהאלפן געווארן, ווער איך פון דעם זייער צעבראכן.


יענער מאכט מיר שפירן אז נאר זיי קענען פועל'ן, נאר זיי זענען גענוג חשוב ביים אייבערשטן ער זאל ענטפערן זייערע תפלות, און איך נישט.


איך פארגין יענעם אינגאנצן, איך בין נישט מקנא, איך פיל נאר דעמאלט ווי יענער מאכט זיך מער חשוב, זיי קענען פועל'ן, איך עפעס ווייס נישט ווי אזוי מען בעט אויפ'ן ריכטיגן וועג. און די שטעך איז נאך מער ווען די מעשה ווערט דערציילט מיט אזא גאווה און שטאלץ. איז עס נארמאל צו פילן צוקלאפט פון דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וויסן זאלסטו, תפילה העלפט; קיין איין תפילה ווערט נישט פארלוירן, יעדע ווארט וואס מען בעט דעם אייבערשטן - גייט ארויף צום אייבערשטן און מען ווערט געהאלפן, און אז מען זעט נישט גלייך די ישועה - דאס איז נישט אונזער געשעפט, מיר דארפן ווייטער בעטן.


אז דו זעסט נישט ווי דער אייבערשטער ענטפערט דיר - זאלסטו זיך נישט מייאש זיין פון תפילה, זאלסט ווייטער בעטן. אזוי ווי חכמינו הקדושים זאגן (ברכות לב:): "אִם רָאָה אָדָם שֶׁהִתְפַּלֵּל וְלֹא נֶעֱנֶה, יַחְזוֹר וְיִתְפַּלֵּל", אויב א מענטש זעט אז ער בעט דעם אייבערשטן אויף א זאך און ער האט עס נישט באקומען - זאל ער נאכאמאל בעטן, אזוי ווי עס שטייט אין פסוק (תהלים כז, יד): "קַוֵּה אֶל ה', חֲזַק וְיַאֲמֵץ לִבֶּךָ, וְקַוֵּה אֶל ה'".


מען טאר זיך נישט מייאש זיין פון בעטן דעם אייבערשטן; אז מען האט שוין געבעטן - דארף מען ווייטער בעטן. עס נעמט אמאל צייט, אבער ביים סוף - ווערט יעדע תפילה אנגענומען ביים אייבערשטן. אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ואתחנן ב, יז) אויפ'ן פסוק (דברים ד, ז): "כִּי מִי גוֹי גָּדוֹל אֲשֶׁר לוֹ אֱלֹקִים קְרֹבִים אֵלָיו כַּה' אֱלֹקֵינוּ בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו", וואס איז פשט פון בְּכָל קָרְאֵנוּ אֵלָיו? זאגן די הייליגע חכמים: "יֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְאַרְבָּעִים יוֹם", אמאל דארף מען ווארטן די תפילה זאל אנגענומען ווערן פערציג טעג, אזוי ווי מיר זעען ביי משה רבינו (דברים ט, יח): "וָאֶתְנַפַּל לִפְנֵי ה' כָּרִאשֹׁנָה אַרְבָּעִים יוֹם וגו'", משה רבינו האט געבעטן דעם אייבערשטן פערציג טעג. "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְעֶשְׂרִים יוֹם", אמאל דארף מען ווארטן די תפילה זאל אנגענומען ווערן צוואנציג טעג, אזוי ווי מיר זעען ביי דניאל (דניאל י, ג): "לֶחֶם חֲמֻדוֹת לֹא אָכַלְתִּי וגו' עַד מְלֹאת שְׁלשֶׁת שָׁבֻעִים יָמִים", ער האט געפאסט דריי וואכן, נאכדעם האט ער געבעטן (שם ט, יט): "ה' שְׁמָעָה ה' סְלָחָה וגו'". "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לִשְׁלשָׁה יָמִים", אמאל דארף מען ווארטן די תפילה זאל אנגענומען ווערן דריי טעג, אזוי ווי מיר זעען ביי יונה הנביא (יונה ב, א): "וַיְהִי יוֹנָה בִּמְעֵי הַדָּג וגו'", און נאכדעם שטייט (יונה ב, ב): "וַיִּתְפַּלֵּל יוֹנָה אֶל ה' אֱלֹקָיו מִמְּעֵי הַדָּגָה", יונה האט געבעטן דעם אייבערשטן אין די בויך פון די פיש. "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְיוֹם אֶחָד", אמאל ווערט די תפילה אנגענומען נאך איין טאג, אזוי ווי מיר זעען ביי אליהו הנביא (מלכים א יח, לו): "וַיִּגַּשׁ אֵלִיָּהוּ הַנָּבִיא וַיֹּאמַר" וגו'. "וְיֵשׁ תְּפִלָּה שֶׁנַּעֲנֵית לְעוֹנָה", אמאל ווערט מען גלייך געהאלפן, אזוי ווי מיר זעען ביי דוד המלך (תהלים סט, יד): "וַאֲנִי תְפִלָּתִי לְךָ ה' עֵת רָצוֹן", און אמאל דארף מען גארנישט ווארטן, מען ווערט געהאלפן נאך איידער מען דאווענט, דער אייבערשטער זאגט (ישעיה סה, כד): "וְהָיָה טֶרֶם יִקְרָאוּ וַאֲנִי אֶעֱנֶה".


זיי ממשיך מיט בעטן דעם אייבערשטן, זיי זיך נישט מבלבל פון אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#48 - ווי אזוי ווייס איך ווער עס איז א גוטער חבר?
תפילות אויף אידיש, ניבול פה, חברים, רעדן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער אזויפיל ווי דער ראש ישיבה רעדט צו די בחורים איבער אכטונג געבן פון שלעכטע חברים, וויל איך פרעגן וועגן דעם, ווער איז א גוטער חבר? און אויב ווער איך געוואויר אז איינער וואס איך קען זיך מיט אים, איז נישט קיין גוטער חבר וואס זאל איך טון מיט אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת ויקהל, כ"א אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט אונז געגעבן א סימן צו וויסן ווער איז ערליך און ווער נישט, מען זאל הערן ווי אזוי יענער רעדט; רעדן איז דער פענע פון הארץ. אן ערליכער איד קען נישט רעדן ניבול פה, אן ערליכער איד רעדט נאר גוטע זאכן, שיינע זאכן; ער רעדט דיבורי אמונה, דיבורי התחזקות, ער געבט יעדן איינעם גוטע ווערטער; ווידער א נישט ערליכער איד, ווען ער רעדט - הערט מען גלייך אויף זיין רעדן ווער ער איז. אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המדות אות ניבול פה, סימן א): "מִי שֶׁמְּדַבֵּר נִבּוּל פֶּה", ווער עס רעדט ניבול פה, "בְּיָדוּעַ שֶׁלִּבּוֹ חוֹשֵׁב מַחֲשָׁבוֹת אָוֶן", ווייסט מען אז דער מענטש איז פול מיט שלעכטע מחשבות.


אז דו הערסט בחורים רעדן ניבול פה - זאלסטו אנטלויפן פון זיי אזוי ווי מען אנטלויפט פון א סכנה! ווייל חס וחלילה אויב מען הערט רעדן ניבול פה און מען שווייגט - איז דאס א גרויסע עבירה. דער רבי זאגט (שם, סימן ד): "הַמְנַבֵּל פִּיו", דער וואס רעדט ניבול פה, "אֲפִלּוּ חוֹתְמִין עָלָיו גְּזַר דִּין שֶׁל שִׁבְעִים שָׁנָה לְטוֹבָה", אפילו מען האט אים פארזיגלט א גוטע גזר דין, "הוֹפְכִין עָלָיו לְרָעָה", דריידט מען עס איבער אויף שלעכט, "גַּם מַעֲמִיקִין לוֹ גֵיהִנֹּם", אויך מאכט מען אים טיפער דעם גיהנום, "גַּם לַשּׁוֹמֵעַ וְשׁוֹתֵק", און דאס אלעס פאסירט אויך פאר די וואס הערן ניבול פה און שווייגן.


אינדערפרי ווען מען זאגט די ברכות דארף מען אינזין האבן צו בעטן דעם אייבערשטן: "וְהַרְחִיקֵנוּ מֵאָדָם רָע, רבונו של עולם דערווייטער מיך פון א שלעכטער מענטש, וּמֵחָבֵר רָע, און דערווייטער מיר פון א שלעכטער חבר"; ווייל א שלעכטער חבר איז א גרויסע סכנה.


דער אייבערשטער זאל אונז היטן פון אלעם שלעכטס.

#47 - זאל איך אפהאקן מיט א חבר וואס שערט די בארד און פיאות?
התחזקות, חברים, בארד און פאות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב זייער א נאנטער חבר אין ישיבה, לעצטנס האט ער זיך אנגעהויבן שערן די בארד און פיאות, איך ווייס נישט וואס צו טון, זאל איך אפהאקן מיט אים?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ברכה, י"ג תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חס ושלום! בלייב נאנט מיט אים, זיי אים מחזק; רעד מיט אים פון הייליגן רבינ'ס עצות און התחזקות, ווייל דאס אז ער שניידט די בארד און פיאות - דאס איז א סימן אז ער דארף אסאך חיזוק, דאס ווייזט אז עפעס א שווערע צייט גייט ער אריבער און ער דארף יעצט מער חיזוק.


אזוי איז מיט אלע בחורים און אינגעלייט וואס הייבן אן פליקן די בארד און שניידן זיך קלענער און קלענער די פיאות; דאס איז פון צעבראכנקייט, פון יאוש.


א פרייליכן יום טוב.

#46 - זאל איך נאר לערנען און דאווענען, אדער אויך פארברענגען מיט חברים?
שידוכים, לימוד התורה, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אן עלטערער בחור, איך ווארט מען זאל מיר אנטראגן א שידוך. מיין שאלה איז אזוי, איך פלעג זיין זייער א פריינטליכער און שמועסדיגער מענטש, איך האב געהאט מיט יעדן און יעדער האט געהאט מיט מיר, ביז איינמאן ווען איך בין דורך א שווערע איבערגאנג אין לעבן, וואס האט שלעכט געווירקט אויף מיר, און דאן האב איך אפגעמאכט אז איך מוז טוישן מיין וועג אין לעבן, איך האב באשלאסן מיט א שטארקייט אז איך לאז אפ אלע מיינע חברים און איך זעץ מיך לערנען און דאווענען.


אין אנהויב האבן אלע געלאכט פון מיר, אבער איך האב אפגעמאכט מיט עקשנות אז איך שייד זיך אפ פון יעדן, איך רעד נישט מיט קיינעם, איך וועל ארבעטן שטיל, זאגן תהילים שטיל, און דאווענען ווי אזוי איך וויל. צוביסלעך האבן אלע איינגעזען אז עס איז נישט קיין וויץ, און איך האב אפגעהאקט מיט יעדן איינעם, איך רעד נישט מיט קיינעם.


איך ארבעט, און איך לערן אביסל, און אזוי ווייטער, אבער אן קיין שייכות מיט קיינעם. איך גריס נישט קיינעם, איך שמייכל נישט צו קיינעם, איך רעד נישט מיט קיינעם, איך האב עס גענומען זייער עקסטרעם ווייל איך האב געוואלט זיכער מאכן אז איך פארליר אלע מיינע אלטע חברים, און איך וועל נישט געשטערט ווערן פון לשון הרע לצנות און סתם צייט שטופעריי.


עס גייט שוין אן אזוי א שיינע פאר יאר, איך וויל אבער וויסן אויב דאס איז אויסגעהאלטן, ווייל פון די אנדערע זייט קען זיין אז עס וועט קראכן און איך וועל סתם בלייבן א דעפרעסטער איינזאמער מענטש. איך וויל וויסן וואס איז די ריכטיגע וועג, פון איין זייט זיך צו האלטן פארזיכערט אז איך פאל נישט צוריק צו די וועג פון שטופן צייט מיט חברים וכדומה, וואס אין מיינע אויגן קען איך עס נאר באווייזן מיט דעם עקסטרעמען וועג, אבער פון די אנדערע זייט האט עס די פראבלעם אז איך ווער אן איינזאמער מענטש.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת אמור, ט"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו האסט אויסדערוועלט די בעסטע זאך; דו לערנסט, דו דאווענסט און דו דינסט דעם אייבערשטן. האסט אפגעלאזט אלע חברים לצים, דו דינסט דעם אייבערשטן בתמימות ובפשיטות.


זיי זיך נישט מבלבל פון די אלע מחשבות, נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין שידוך - וועסטו מער נישט זיין איינזאם. ביז דיין שידוך קומט אן זאלסטו ווייטער לערנען און דאווענען און זוכן נאר ערליכע אידן מיט וועם צו גיין און קומען.


באמת, אז מען טראכט אריין זעט מען אז חברים איז סתם א דמיון; אז מען וועט גוט קוקן וועט מען זען אז אפילו דער וואס האט חברים - איז אליינס, עס קומט א צייט וואס מען זעט אז אלע חברים איז סתם א פארבלענדעניש. מען רעדט נישט אויב מען האט א גוטער חבר וואס מען איז זיך מחזק אויף תורה ותפילה, מען רעדט פון חברים וואס ביי די וועלט איז דאס חברים, היינט זעט ער אויס ווי א חבר און מארגן שטעכט ער דיר אריין און ער איז דער ערשטער דיר צו באגראבן.


טייערער ברודער, הארציגער חבר, שטארק זיך; גיי ווייטער אויף די גוטע וועג, מאך זיך שיעורים בכל התורה כולה אויפ'ן סדר דרך הלימוד פון רבי'ן. מאך זיך א שיעור יעדן טאג צו מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין משנה; משניות רייניגט דעם מענטש, און "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה"; ווי מער משניות דו וועסט לערנען - וועסטו זיך מְשַׁנֶה זיין אינגאנצן און ווערן ריין. ווען מענטשן וואלטן געוויסט וואס משניות מאכט, וואס משניות טוט פאר'ן מענטש - וואלט מען נישט אפגעלאזט די משניות, בפרט בחורים וואס מוטשען זיך און פאלן אין פגם הברית, פאר זיי איז זייער שווער צו זיין אפגעהיטן, זיי ווייסן נישט וואס צו טון; יעדעס מאל מען מאכט אפ אז מען גייט זיין ערליך - פאלט מען אראפ נאכאמאל און נאכאמאל, אויב וואלטן זיי זיך געפלייסט אין משניות - וואלטן זיי געהאט די כוחות צו זיין שטארק, ווייל משניות שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע. די ראשי תיבות פון (תהילים ל, ד): הֶ'עֱלִיתָ מִ'ן שְׁ'אוֹל נַ'פְשִׁי איז "מִשְׁנָה", אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריינגעפאלן.


נאכדעם מאך זיך א שיעור אין גמרא; די בלעטער גמרא וועט דיר ליכטיג מאכן דיין לעבן, דו וועסט מער נישט דארפן קיין חברים, ווייל גמרא מאכט ליכטיג; גמרא נעמט אוועק אלע טונקלקייטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (סנהדרין כד.) אויפ'ן פסוק (איכה ג, ו): "בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם", אָמַר רַבִּי יִרְמִיָּה זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל, דאס גייט ארויף אויף תלמוד בבלי; לכאורה, ווי אזוי קען מען זאגן אויף די הייליגע גמרא אז דאס איז א טונקעלע זאך, א טויטע זאך? נאר מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז א מענטש זאגט: "עס איז מיר פינסטער", "עס איז מיר טונקל", "איך שפיר זיך ווי א טויטער מענטש", "עס גייט אריבער אויף מיר שווערע ביטערע נסיונות, עס איז ממש ביי מיר מקיום געווארן דעם פסוק 'בְּמַחֲשַׁכִּים הוֹשִׁיבַנִי כְּמֵתֵי עוֹלָם'", זאגט מען אים: "זֶה תַּלְמוּדָהּ שֶׁל בָּבֶל", נעם א גמרא תלמוד בבלי און הייב אן לערנען, הייב אן זאגן די אותיות התורה, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין, דורכדעם וועט דיר ליכטיג ווערן און דו וועסט ווערן צוריק לעבעדיג.


איך בעט דיר זייער, האלט זיך שטארק, האלט זיך אין די תורה; די אלטע חברים זענען נישט דיינע אמת'ע פריינט, די תורה איז אן אמת'ער פריינט, די הייליגע גמרא וועט בלייבן דיין חבר אין דיינע שווערסטע מצבים.


די תורה איז די בעסטע חבר, נעם איר פאר א חבר און אין איר זאלסטו זיך באהאלטן ווען עס איז דיר ביטער; גלייב מיר, עס איז נישט דא קיין בעסערע פלאץ וואו צו אנטלויפן ווען מען האט א צרה ווי צו די הייליגע תורה, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תנא דבי אליהו רבה, פרק ו): "אִם רָאִיתָ שֶׁהַיִּסּוּרִין מְמַשְׁמְשִׁין וּבָאוֹת עָלֶיךָ, רוּץ לְחַדְרֵי דִּבְרֵי תּוֹרָה, וּמִיָּד הַיִּסּוּרִין בּוֹרְחִין מִמְךָ", אויב דו זעסט אז עס קומען אויף דיר צרות און יסורים, זאלסטו אנטלויפן צו די הייליגע תורה און דורכדעם וועסטו געראטעוועט ווערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#45 - זאל איך צוריק גיין לערנען מיט מיין חברותא בעיון?
לימוד התורה, חברים, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


שוין עטליכע יאר וואס איך האלט זיך פאר א תלמיד פון מוהרא"ש זי"ע און פון ראש ישיבה שליט"א, כאטש וואס איך האב קיינמאל נישט געזען מוהרא"ש, און אויך נישט דעם ראש ישיבה, הער איך האב די שיעורים וואס געבן מיר דעם ריכטיגן וועג אין לעבן, און איך בין זייער שטארק דאנקבאר אויף דעם.


אין מיינע יונגע יארן אין ישיבה האבן איך ב"ה ליב געהאט צו לערנען, און דער אייבערשטער האט מיר געשאנקען א גוטע קאפ צו פארשטיין לערנען, און איך האב געהאט ב"ה גוטע חברותות, און איך האב זייער מצליח געווען.


נאך מיין חתונה האבן איך ממשיך געווען צו לערנען מיט מיין חברותא אין כולל פאר עטליכע יאר, און מיט די צייט האבן מיר ביידע געדארפט גיין ארבעטן, אבער מיר האבן זיך נאכאלץ ווייטער קובע געווען יעדן טאג צו לערנען אינאיינעם איין און א האלב שעה, און מיר האבן ב"ה נישט פארברענגט די צייט, נאר באמת געלערנט פלייסיג גמרא רש"י תוספות, און אזוי האבן מיר גרינטליך דורכגעלערנט עטליכע מסכתות.


נאכ'ן אנהויבן הערן די שיעורים, האב איך זיך גאר שטארק געטוישט צום גוטן אין הנהגות הבית, אין חינוך פון די קינדער, און אין נאך אסאך זאכן. ביז מיט א האלב יאר צוריק בערך האט מיר אנגעהויבן כאפן אויך דער סדר דרך הלימוד. ווען מ'האט געהאלטן אינמיטן מסכת נדה און דער ראש ישיבה שליט"א האט דאן געזאגט אז מ'זאל נישט ווארטן אנצוהויבן מסכת ברכות, נאר שוין זיך מיטכאפן מיט א דף גמרא א טאג, האט דאס מיר זייער געכאפט, און איך האב טאקע אזוי געטון, און צו דעם האב איך אויך באקומען א שטארקע חיזוק צו לערנען יעדן טאג נאך פילע שיעורים כסדרן, ח"י פרקים משניות, דף בבלי, דף ירושלמי, שו"ע, נ"ך, חומש רש"י מיט'ן תרגום, זוהר, רמב"ם, תוספתא, מדרש רבה, ליקוטי מוהר"ן, און אזוי ציט זיך דאס שוין איבער 7 חדשים.


למעשה האב איך יעצט מער ווי 7 מאל ששה סדרי משנה, און די אנדערע שיעורים, אבער דאס איז געגאנגען אויפ'ן חשבון פון אונזער לאנג יעריגע חברותא'שאפט, איך האב געמוזט אויפגעבן דעם שיעור גמרא תוספות מיט מיין חבר, איך האב אים ערקלערט אז אפילו מיר האבן טאקע פלייסיג און גרינטליך געלערנט, זענען מיר אבער נאר אנגעקומען צו עטליכע מסכתות, און איך שפיר אז מיט'ן דרך הלימוד קען איך אנקומען פיל מער.


איך מוז אבער זאגן דעם אמת אז לעצטנס האט מיר אנגעהויבן שטארק צוריק צו ציען צו מיין אלטע שיעור, די געשמאק פון אפלערנען גרינטליך א בלאט גמרא מיט א חברותא איז בכלל נישט אוועקצומאכן, אבער פון די אנדערע זייט האב איך אויך גאר א שטארקע געשמאק אין לערנען און אנקומען אסאך מיט'ן סדר דרך הלימוד, און דערפאר בין איך זייער צעמישט ווי אזוי צו גיין ווייטער פון דא.


מיין חברותא בעט זיך זייער שטארק ביי מיר איך זאל צוריק קומען לערנען מיט אים, אבער איך זע אז איך האב נישט קיין צייט פאר ביידע זאכן, אדער בין איך ממשיך מיט מיינע שיעורים אויפ'ן דרך הלימוד, אדער גיי איך צוריק לערנען מיט אים אזוי ווי פריער.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן א קלארע תשובה וואס איך זאל טון, ווייל איך ווייס באמת נישט וואס איז די ריכטיגע וועג צו גיין.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת ראה, כ"ג מנחם-אב, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביסט נישט גערעכט מיט דעם וואס דו האסט אפגעלאזט די חברותא'שאפט; אז דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א גוטער חבר וואס דו לערנסט שוין לאנגע יארן מיט אים בהתמדה - אזא חבר לאזט מען נישט אפ, זאלסטו ווייטער אנהאלטן דיין שיעור און לערנען פלייסיג די הייליגע תורה.


דאס איז נישט קיין סתירה מיט'ן דרך הלימוד; דער רבי זעלבער רבי וואס הייסט לערנען שנעל הייסט אויך לערנען בעיון. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "גַּם צְרִיכִין לִלְמֹד אֵיזֶה שִׁעוּר בַּיּוֹם, בִּקְצָת עִיּוּן", אויך דארף מען האבן א שיעור אין עיון יעדן טאג, אויסער די שיעורים וואס מען זאל לערנען שנעל אן זיך פארטיפן, דארף מען אויך האבן א שיעור אין עיון התורה.


די ערשטע זאך זאלסטו צוריק באנייען דיין שיעור מיט דיין חברותא ביתר שאת וביתר עוז; ביז יעצט האסטו געלערנט מיט אים א שעה אין א האלב זאלסטו מוסיף זיין נאך מער צו לערנען מיט אים פלייסיג די הייליגע תורה, און אין די זייטיגע צייט זאלסטו לערנען דיינע שיעורים כסדרן בגירסא; מקרא, משנה, גמרא, מדרש, הלכה ואגדה און אלע ספרים אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן כח): "רָאוּי לָאָדָם, שֶׁיַּעֲבֹר וְיֵלֵךְ בְּזֶה הָעוֹלָם בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים, וְלִלְמֹד כֻּלָּם, כְּדֵי שֶׁיִּהְיֶה בְּכָל מָקוֹם", עס איז גוט פאר'ן מענטש דורך צו לערנען יעדע ספר וואס איז דא, כדי מען זאל קענען זאגן אז מען איז געווען אין יעדן פלאץ, "כְּמוֹ שֶׁנִּמְצָא הַשָּׂרִים הַגְּדוֹלִים, שֶׁהוֹלְכִים וְעוֹבְרִים בַּמְדִינוֹת וּמוֹצִיאִים הוֹצָאוֹת רַבּוֹת עַל זֶה כְּדֵי שֶׁיּוּכַל אַחַר כֵּן לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר שֶׁהָיָה בַּמְּדִינוֹת", אזוי ווי מען זעט ביי די גרויסע שרים וואס פארן ארום די גאנצע וועלט, זיי געבן אויס אויף דעם זייער אסאך געלט, אלץ נאר כדי זיי זאלן זיך קענען נאכדעם בארימען פאר אלעמען וואו זיי זענען אלץ געווען, "כְּמוֹ שֶׁדֶּרֶךְ הַשָּׂרִים לְהִתְפָּאֵר וְלוֹמַר: 'הָיִיתִי בְּוַרְשָׁא' וְכַיּוֹצֵא בָּזֶה", אזוי ווי די גרויסע שרים האלטן זיך גרויס "איך בין געווען אין ווארשא" און נאך, "כְּמוֹ כֵן רָאוּי שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם בָּעוֹלָם הַזֶּה בְּכָל מְקוֹמוֹת הַקְּדוֹשִׁים שֶׁל הַתּוֹרָה, כְּדֵי שֶׁיּוּכַל לְהִתְפָּאֵר בָּעוֹלָם הַבָּא שֶׁהָיָה בְּכָל מָקוֹם, דְּהַיְנוּ בְּכָל הַסְּפָרִים הַקְּדוֹשִׁים כַּנַּ"ל", דאס זעלבע דארף א מענטש לערנען אלע ספרים אז ער זאל זיך קענען בארימען אויף יענע וועלט אז ער האט אלעס געלערנט, ער איז געווען איבעראל; "וּלֶעָתִיד, בָּעוֹלָם הַבָּא מַזְכִּירִין אוֹתוֹ כָּל מַה שֶּׁלָּמַד בָּעוֹלָם הַזֶּה", און אויף יענע וועלט דערמאנט מען פאר'ן מענטש אלעס וואס ער האט געלערנט אויף די וועלט.


זאג נישט אז עס גייט נישט ביידע אינאיינעם, עס איז נישט אמת; עס איז דא גענוג און נאך צייט סיי פאר עיון און סיי פאר גירסא.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#44 - ווי אזוי זאל איך געבן די צדקה פאר מיין טאטע?
כיבוד אב ואם, פרנסה, חברים, צדקה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין ווערטער צו באדאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א פאר'ן מיר ממש געבן לעבן, אזוי ווי א טויטער מענטש וועט קיינמאל נישט קענען גענוג באדאנקען פאר דעם וואס האט אים מחי' מתים געווען. אין בין שוין טאקע אין די צוואנציגער יארן, אבער איך האב אנגעהויבן באמת צו לעבן ערשט לעצטנס ווען כ'האב אנגעהויבן הערן די שיעורים.


מיין טאטע איז א איד וואס זיצט א גאנצן טאג און לערנט, ער האט גארנישט אין לעבן אויסער תורה. איך האב זיך איינגעפירט אז איך געב יעדן חודש מיין מעשר און חומש פאר מיין טאטע, איך לייג עס אריין גלייך אין זיין באנק אקאונט (חשבון), איינער האט מיר אבער לעצטנס מעורר געווען אז דאס איז נישט די ריכטיגע וועג, ווייל מיין טאטע קען זיך שעמען אז זיין זון געבט אים געלט יעדן חודש, נאר איך זאל ענדערש געבן דאס געלט פאר א צדקה קאסע, און דורך זיי זאל עס אנקומען צו מיין טאטע, ס'זאל נישט גיין דירעקט פון מיר צו אים.


איך טראכט אבער אז אויב וועט ער זען ווי איך הער אויף אים צו געבן דאס געלט יעדן חודש ווי צוגעוואוינט, וועט עס אים מער וויי טון ווי ווען ער באקומט דאס געלט דירעקט פון מיר. וואס זאל איך טון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, כ"ה אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


די פראגע איז, וואס דארפסטו דערציילן פאר אנדערע וואס דו טוסט? ווי קומט דאס אז א צווייטער זאל בכלל וויסן אז דו געבסט דיין צדקה פאר דיין טאטע - מיט אלע איינצעלהייטן אז דו געבסט עס אין זיין באנק וכו', וכו'? אז דו געבסט צדקה פאר דיין טאטע דארפסטו דאס נישט מיט קיינעם מיטטיילן; דאס איז צווישן דיר אינעם באשעפער, קיינער דארף נישט וויסן דיינע חשבונות.


בכללל איז גוט צו וויסן וואס מוהרא"ש פלעגט שטענדיג זאגן פאר אינגעלייט וואס האבן אנגעהויבן א געשעפט אז זיי זאלן קיינמאל נישט דערציילן פאר קיינעם וויפיל מען פארדינט און וויפיל געלט מען האט אוועקגעלייגט וכו', וכו'. ווען אנדערע האלטן מיט די חשבונות קומט נישט ארויס פון דעם קיין גוטס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ח:): "אֵין הַבְּרָכָה מְצוּיָה אֶלָּא בְּדָבָר הַסָּמוּי מִן הָעַיִן", די ברכות קומען נאר ווען קיינער ווייסט נישט וויפל מען פארדינט.


זיי ממשיך מיט די צדקה, דוקא אויף דעם וועג וואס דו פלעגסט געבן ביז אהער; אין דעם זכות פון צדקה זאלסטו זוכה זיין אז דו זאלסט קיינמאל נישט דארפן אנקומען צו קיינעם נאר צום אייבערשטן, אזוי ווי דער רבי זאגט (ספר המידות, אות ישועה, סימן יג): "עַל יְדֵי צְדָקָה תִּזְכֶּה, שֶׁלֹּא תִּצְטָרֵךְ לִישׁוּעַת אָדָם", ווער עס געבט צדקה ווערט געבענטש אז ער וועט קיינמאל נישט דארפן אנקומען צו מענטשן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#43 - פארוואס רעדט איר קעגן די ערליכע בתי חינוך?
אידיש געלט, שמחות, חינוך הילדים, סקול, חברים, לערערין

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


עס איז שוין פילע יארן וואס איך פיר א בית חינוך לבנות וואס פירט זיך ברוך ה' על דרך ישראל סבא, פון וואו עס זענען שוין ארויסגעגאנגען טויזענטער ערליכע אידישע מאמעס, וואס האבן ווייטער איבערגעגעבן פאר זייערע דורות די חינוך וואס זיי האבן באקומען אין אונזער שולע.


איך האב אסאך געהערט פון אייך, עס איז מיר אבער קיינמאל נישט אויסגעקומען צו הערן אייערע שעורים. פאריגע וואך האט מיר איינער געגעבן צו הערן א שטיקל פון א שיעור ווי איר האקט זייער קעגן די חינוך וואס מען געבט פאר די מיידלעך, איר זאגט אז די מיידלעך ווילן נישט יעצט חתונה האבן אין די קאראנע צייטן ווייל מ'קען נישט מאכן קיין געהעריגע טייערע שמחות, און איר זאגט אז דאס איז א רעזולטאט פון די שלעכטע חינוך וואס מ'געבט זיי אין די בתי חינוך.


עס איז מיר געווען זייער א שטארקע איבעראשונג צו הערן ווי איר רעדט קעגן בתי חינוך וואס מען האט אויפגעשטעלט און עס פירט זיך בדרך ישראל סבא, מען לערנט מיידלעך צו גיין בצניעות, מען לערנט מיידלעך זיי זאלן אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות, ווי אזוי קען מען זאגן דערויף אז דאס איז נישט א גוטע חינוך?


איך וואלט אייך נישט געשריבן, היות יעדער האט זיך זיין וועג ווי אזוי ער פירט זיך, און בדרך כלל מישט מען זיך נישט אינעם צווייטנ'ס דרך, אבער היות איך ווייס אז עס זענען פארהאן תלמידות און לערערינס ביי אונזער מוסד וואס הערן אויס אייערע שיעורים און דאס קען מאכן אז עס זאל האבן א שלעכטע ווירקונג אויף די וועג ווי אזוי זיי קוקן אן די מוסדות החינוך וואס מען ערציעט זיי, דערפאר וויל איך דאס פארשטיין.


יישר כח, א מנהל פון א בית חינוך לבנות

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ד אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


יעצט אין די צייט וואס די רעגירונג לאזט נישט מאכן קיין גרויסע חתונות ווייל מען טאר זיך נישט צוזאמקומען אסאך מענטשן אין איין פלאץ, שטעלט זיך אויס אז די אלע וואס מאכן חתונה אין די יעצטיגע טעג קענען דאס נישט מאכן אין גרויסע זאלן, נאר זיי דארפן דאס מאכן אויף א באשיידענעם וועג, אזוי ווי מען האט חתונה געהאט במשך אלע דורות.


דאס האט געברענגט א גרויסע פראבלעם ביי זייער אסאך משפחות, אז די מיידלעך זאגן אז זיי ווילן נישט א כלה ווערן, זיי זענען נישט מוותר אויף די גרויסע לחיים, אויף די רייכע תנאים און פארשטייט זיך אויף די חתונה נאכט, די שבע ברכות און אזוי ווייטער. נאך א פראבלעם איז דא מיט די וואס זענען שוין כלות און זיי האבן געהאט פלענער פאר שיינע גרויסע רייכע חתונות אז זיי זיצן יעצט און וויינען אז זיי ווילן נישט גיין צו די חתונה, זיי זענען נישט מוותר אויף די גרויסע שיינע רייכע חתונה, זיי ווילן דאס ענדערש אפשטופן, אבי די חתונה זאל זיין אין א זאל מיט אלע צוגעהערן.


יעצט ווערט נתגלה פאר אלעמען ווי ליידיג און לער מיידלעך וואקסן אויף דורכאויס זייערע יארן אין סקול, יעצט ווערט אנטפלעקט אז זיי וואקסן אויף נישט האבנדיג קיין אנונג וואס דאס לעבן איז; אז מיידלעך זאגן אז זיי ווילן נישט חתונה האבן, ווייזט דאס אז זיי ווייסן נישט וואס דאס לעבן איז, ווייל די גאנצע פרייליכקייט פון חתונה האבן איז נישט די חתונה אליינס, נאר די חבר'טעס, די זאל, די מוזיק, די בלומען און די טייערע כלה קלייד וכו' וכו', דאס איז נישט א חינוך פון דרך ישראל סבא, דאס איז נישט קיין חינוך פון אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות.


ווען עס וואלט געווען וואר וואס דו שרייבסט, אז די מיידלעך באקומען א חינוך פון דרך ישראל סבא וואלטן די מיידלעך געזאגט פאר די עלטערן: מיר ווילן גארנישט, מיר דארפן גארנישט, מיר ווילן נאר טון וואס דער אייבערשטער הייסט, נישט שטיין און אויסגעבן טויזנטער דאללער פאר נארישע כבוד; מענטשן ווערן קראנק פון חתונה מאכן די קינדער, פאר נישטיגע פאר שעה שווענדט מען אוועק צענדליגער טויזנטער דאללער, פאר נישטיגע פאר שעה ווערט מען א בעל חוב; פון ווען מען מאכט דעם שידוך ביז'ן לחיים, תנאים - איז מען שוין א בעל חוב פון צען טויזנט דאללער אויב נישט מער, יעדן טאג וואס מען האט א חתן כלה אין שטוב קאסט עס אפ פאר'ן מענטש טויזנטער דאללער; פארוועם? פארוואס? פאר די מיידל וואס ווייסט נישט וואס לעבן איז? די מיידלעך וואלטן ווען געדארפט באקומען א חינוך פון דרך ישראל סבא, מען וואלט זיי געדארפט לערנען זיי זאלן אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות; מען זאל חוזק מאכן פון גיין אנגעטון טייער, די מיידלעך זאלן זיך שעמען צו קויפן א כלה קלייד פון טויזנטער דאללער פאר די פאר שעה פון די חתונה; מען וואלט געדארפט אריין לייגן אין זיי א חוזק, אפשפעטן פון לעבן פאר א צווייטן. דאס איז דרך ישראל סבא, דאס מיינט אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות.


וואס טראכסטו, ווער איז שולדיג אין די טייערע שמחות? ווער איז שולדיג אז עלטערן ווערן צובלוטיגט ווען עס קומט צו מאכן שמחות? אנשטאט זיך פרייען בשעת א שמחה, אנשטאט הנאה צו האבן יעדע רגע פון די שמחה דארף מען זוכן וואו און פון וועם צו בארגן געלט, מען ווערט אלט און שוואך ביז עס טרעט צו צום געזונט; ווער איז שולדיג אין דעם? נאר די סקול'ס! מען לערנט נישט מיט די מיידלעך וואס דאס לעבן איז, מען לערנט מיט זיי טיפע לימודים וואס זיי דארפן בכלל נישט וויסן און נישט קענען, מען מאכט זיי משוגע מיט זאכן וואס וועט זיי גארנישט העלפן אין לעבן; דאס איז א חינוך וואס דו רופסט דרך ישראל סבא? דאס מיינט אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות?


איך פרעג דיר, ווער איז שולדיג אז אינגעלייט קענען נישט לעבן? טייערע כולל אינגעלייט תלמידי חכמים, זיי ווילן לערנען נאך די חתונה, זיי ווילן לעבן א פשוט'ע לעבן - ווערן בעלי חובות ווען די ווייבער קויפן טייערע קליידער פאר זיך און פאר די קינדער, אלץ פאר יענעם, אלץ פאר די חבר'טעס פון סקול; דאס איז דרך ישראל סבא? דאס מיינט אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות?


טייערע אינגעלייט וואס ארבעטן ביטער שווער צו קענען ברענגען פרנסה ווערן פארקלעמט, זיי פאלן אריין אין גרויסע חובות ווען זייערע ווייבער האלטן אין איין קויפן טייערע חפצים, טייערע קינדער וועגעלעך (קערידזש) וכדומה. דאס גאנצע לעבן איז פאר חבר'טעס; ווער איז שולדיג אין דעם אויב נישט די חינוך? וואס באקומט א מיידל אלע אירע יארן אין סקול? וואס נעמט זי מיט אויף נאך איר חתונה פון אלע יארן סקול? דאס איז א חינוך וואס דו רופסט דרך ישראל סבא? דאס מיינט אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות?


אז מען רעדט שוין פון סקול'ס דארף מען אויך רעדן איבער ווער עס איז שולדיג אז יעדע צווייטע מיידל און ווייבל דארפן גיין צו טערעפיסטן זיך היילן, אויב נישט די סקולס וואס לייגן א שרעקליכע לחץ אויף די קינדער; מען פארלאנגט פון די מיידלעך זיי זאלן לערנען און זיך פארהערן סיי ענגליש און סיי אידיש, די קינדער קענען נישט נעמען די דרוק, און אויב זיי קענען נישט די בחינות ווערן זיי פארשעמט; דאס איז דרך ישראל סבא? אויב א מיידל האט א שארפע פארשטאנד איז זי א מצוינת און אויב א מיידל פארשטייט נישט וואס מען לערנט ווערט זי פון די שוואכע און זי דארף שוין האבן הילף - דאס מיינט אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות?


אנשטאט אויסלערנען מיידלעך זאלן העלפן אין שטוב, זיי זאלן זיך אויסלערנען ווי אזוי מען פירט א אידישע שטוב, זיי לאזן העלפן די מאמע, די באבע - שיקט מען זיי אהיים מיט היים ארבעט ביז אין די שפעטע שעות, דאס איז א חינוך פון דרך ישראל סבא? דאס מיינט אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות? דאס איז געווען די מטרה פון אונזערע צדיקים ווען זיי האבן געפענט די סקול'ס?


ווער ווייסט אויב די גאנצע פרשה פון פארמאכן די מיידל סקול'ס איז נישט פון די טרערן פון אידישע מאמעס וואס וויינען אויף דעם וואס מען פייניגט זייערע קינדער אין סקול'ס; מיידלעך וואס דארפן גארנישט וויסן פאר'ן לעבן, מאכט מען זיי צעדרייט מיט לערנען טיפע חכמות וואס קיינער דארף עס נישט האבן. זיי דארפן איין זאך וויסן, אז זיי זענען ווערד, זיי זענען חשוב און דער אייבערשטער האט זי ליב - זיי זאלן קענען אויפציען א אידישע שטוב, נעמט מען דאס אויך אוועק פון זיי.


חינוך פון דרך ישראל סבא איז אויסלערנען קינדער נישט אויסצוגעבן געלט, נישט גיין אנגעטון מיט קליידער וואס דאס גאנצע חן דערפון איז אז עס טראגט א טייערע נאמען פון א קאמפאני; דער פראבלעם איז אז די טיטשער אליינס האלט נישט ביי דעם, קען זי דאס נישט אריין ברענגען צווישן אירע תלמידות. הלואי זאל זיין אזוי ווי דו שרייבסט, אז דו לערנסט מען זאל אוועקשטיין פון די פרעמדע גאס און פון די פאלטשע מאדערענע השקפות.

#42 - וואס טו איך אז מיין מאמע לאזט מיר נישט האבן קיין טעלעפאן?
שידוכים, חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, טעלעפאן, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א גרויסן יישר כח פאר די שיעורים וואס איר געבט כסדר, דאס געבט מיר ממש לעבן, און ווייזט מיר א וועג ווי אזוי זיך צו פירן.


איך בין א מיידל פון 18 יאר, און איך גיי אין די צוועלפטע קלאס, און ביי אונזער סקול איז אנגענומען אז אין די צוועלפטע קלאס האט מען שוין אן אייגענעם טעלעפאן, אבער מיין מאמע וויל זייער נישט אז איך זאל האבן א טעלעפאן.


די סיבה דערצו איז ווייל מיין עלטערע שוועסטער האט זיך געקויפט א סמארטפאון גלייך נאך איר חתונה, און זי האט מורא אז איך וועל עס אויך טון. איך האב איר פרובירט מסביר צו זיין אז איך בין נישט אזוי ווי מיין שוועסטער, איך דארף נישט קיין סמארטפאון נאר א פשוטע טעלעפאן, זי זאגט אבער אז אזוי הויבט יעדער אן.


פון איין זייט פארשטיי איך איר, ווייל איך האב עטליכע געשוויסטער וואס פירן זיך נישט אויף אזוי ווי עס דארף צו זיין, און זי וויל נישט איך זאל גיין אין זייערע וועגן, און זי טענה'ט אז ס'איז מיר נישט וויכטיג צו האבן א טעלעפאן, פון די אנדערע זייט שפיר איך אבער אז ס'איז מיר יא וויכטיג, נאכדערצו אז איך בין די איינציגסטע מיידל פון מיין קלאס וואס האט נישט קיין טעלעפאן. האט איר אפשר אן עצה פאר מיר?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר בחקותי, ט"ז אייר, שנת תש"פ לפרט קטן


 


... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


אייער מאמע איז גערעכט, איר דארפט נישט קיין טעלעפאן, איר וועט גארנישט פארדינען מיט'ן טעלעפאן; ווען איר האט איבעריגע צייט זאלט איר העלפן אייער מאמע מיט די שטוב ארבעט, און אז עס איז אייך נאך אלץ געבליבן צייט זאלט איר זאגן תהילים; בעטס זיך אויס ביים אייבערשטן איר זאלט זוכה זיין צו טרעפן א גוטע שידוך, אן ערליכער חתן און צוזאמען אויפשטעלן שיינע דורות. יעצט איז די צייט צו מתפלל זיין אויף דעם, ווען מען איז נאך א מיידל דארף מען שוין טראכטן פון תכלית, מען דארף בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זוכה זיין צו ערליכע דורות.


חבר'טעס איז נישט א זאך וואס זעטיגט דעם מענטש, חבר'טעס מאכט נישט באמת פרייליך דעם מענטש; געבטס עפעס פאר אייער נשמה, קאפיטלעך תהילים טרינקט אן די נשמה, עס מאכט פרייליך. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כג): "וואויל איז דעם וואס טרינקט יעדן טאג אפאר קאפיטלעך תהילים"; אזוי ווי מיר געפונען אין די גמרא, די הייליגע חכמים פרעגן (ברכות ז:): פארוואס ווערט רות אנגערופן מיטן נאמען רות? "שֶׁזָּכְתָה וְיָצָא מִמֶּנָּהּ דָּוִד שֶׁרִיוָּהוּ לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בְּשִׁירוֹת וְתִשְׁבָּחוֹת", 'רות' איז א לשון פון טרינקען, פון איר איז ארויסגעקומען דוד המלך וואס האט אנגעטרינקען דעם אייבערשטן כביכול מיט'ן ספר תהילים, מיט שירות ותשבחות; דעריבער ווען מען זאגט תהלים איז דאס אזוי ווי א טרינק פאר די נשמה.


אייער מאמע ווארט צו זען אביסל נחת, האטס רחמנות אויף איר; איר קענט זיך נישט פארשטעלן די צער וואס עלטערן האבן ווען די קינדער פירן זיך נישט מיט יראת שמים, עס איז נישט דא נאך אזא צער ווי די צער. אז אייערע שוועסטערס מאכן נישט קיין נחת פאר אייער מאמע בעט איך אייך זייער פאלגט אייער מאמע; אז זי וויל נישט איר זאלט האבן א טעלעפאן זאלט איר דאס נישט האבן, דורכדעם וועט איר אנפילן די לעכער פון איר הארץ און אין דעם זכות וועט איר זוכה זיין צו א גוט לעבן.


חבר'טעס איז א דמיון; די אלע וואס לעבן פאר חבר'טעס, זיי פאלגן נישט די עלטערן צוליב חבר'טעס - די זענען א גרויסע רחמנות. עס קומט א צייט וואס מען הייבט אן פארשטיין וואס א מאמע איז, מען הייבט אן האבן שולד געפילן אויף די אלע יארן וואס מען האט פארברענגט מיט חבר'טעס און זיי נאכגעגאנגען אנשטאט די מאמע.


אז איר וועט אננעמען דעם בריוו וועט אייך גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.

#41 - ווי אזוי קען מען זאגן "ניין" פאר א מענטש?
חברים, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א פראבלעם אז איך קען נישט זאגן "ניין" פאר א מענטש. למשל ווען א חבר בעט מיר ארויסצוגיין עסן מיט אים, אדער אויב איינער וויל בארגן געלט פון מיר, אדער ביי אנדערע פעלער, ווען ס'קומט צו זאכן וואס איך וויל באמת נישט טון, וועל איך עס אבער יא טון ווי איידער צו זאגן ניין פאר יענעם.


האט דער ראש ישיבה שליט"א אן עצה אויף דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת יתרו, י"ט שבט, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


געב זיך זייער אכטונג זאלסט זיך נישט פארפלאנטערן דיין לעבן מיט מענטשן; מוהרא"ש האט געהאלטן אין איין חזר'ן מיט אונז דורכאויס אלע יארן: "א מענטש האט נישט קיינעם אויף די וועלט, אויב האט ער יא איינעם איז עס די ווייב"; אז חברים רופן דיר עסן מיט זיי, פארן מיט זיי, גיין און קומען וכו', - זאלסטו זיך ארויסדרייען מיט חכמה און נאר גיין מיט דיין ווייב, אז דו ווילסט אוועק פארן זיך אפרוען - פאר מיט דיין ווייב; פארן אויף וויקעישן מיט חברים און איבער לאזן די ווייב אין שטוב - איז נישט די וועג.


מוהרא"ש זכרונו לברכה פלעגט זיך בעטן ביי אונז: "איך בעט אייך, גלייבט מיר, איך האב דאס שוין געזען און געלערנט אויף מיין בארד, מען דארף זיך אכטונג געבן פון מענטשן וכו'".


אפגערעדט פון בארגן געלט און נוצן דיין נאמען וכו' וכו'; מען דארף זייער אכטונג געבן פון מענטשן וואס בארגן און באצאלן נישט, מען דארף זיך ארויסדרייען מיט חכמה.


איינער וואס איז דיר מחזק אויף עבודת השם, ער געבט דיר עצות פאר'ן לעבן - מיט אים איז גוט זיך צו חבר'ן, אבער אויך מיט א מאס, מיט א גרעניץ, אז יענער הויבט אן אריין קריכן אין דיין פריוואטע לעבן, דארפסטו האבן שכל זיך נישט צו לאזן אריין קריכן אין דיין פריוואטע לעבן. עס זענען דא מענטשן וואס העלפן אנדערע און בשעת מעשה ווען יענער איז זייער ווארעם זעענדיג ווי מען העלפט אים וכו', וכו', געבן זיי א זעקל אויס דעם מענטש, מען בארגט כלומר'יש אסאך געלט און מיט דעם ענדיגט זיך דער סיפור, השם ישמרינו.


פארוואס גיין עסן מיט חברים? עס מיט דיין משפחה, עס מיט דיין ווייב; גיי ארויס פון דיין קטנות הדעת, פון די קטנות וואס רופט זיך 'חברים'. בעט דעם אייבערשטן: "וְתַקְּנֵנוּ בְּעֵצָה טוֹבָה מִלְּפָנֶיךָ, רבונו של עולם געב מיר א גוטע עצה איך זאל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, איך זאל נישט ווערן פארפלאנטערט מיט נישט גוטע מענטשן; העלף מיר איך זאל נישט פארגעסן אז איך בין איינער אליין, איך האב קיינעם נישט נאר דיר איינציגער באשעפער".

#40 - ווי אזוי קען איך האבן א חבורת "היכל הקודש" אין מיין שטאט?
היכל הקודש, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ראשית כל וויל איך זיך זייער באדאנקען פאר אלע שיעורים און עצות, איך בין ב"ה געווארן זייער מקושר צו די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, צו די ספרים פון מוהרא"ש און פון רבי'ן, און איך דאנק דעם אייבערשטן וואס האט מיר ממש געגעבן א נייע לעבן מיט די הייליגע עצות.


איך וואוין אין ירושלים, און איך בין זייער מקנא די אידן פון אנדערע פלעצער וואס האבן א בית המדרש היכל הקודש, וואו זיי קענען לערנען די ספרים, הערן שיעורים, און זיך מחזק זיין אינאיינעם מיט נאך חברים. ביי אונז אין שטאט איז נישטא קיין בית המדרש היכל הקודש, און ס'איז נישטא קיין בית המדרש וואו ס'געפונט זיך דארט ספרים פון מוהרא"ש. איך שפיר זיך זייער איינזאם, איך בין זיך נאר מתחזק מיט מיין ווייב, און איך האב נישט נאך חברים.


איך וויל זייער שטארק האבן דא א חבורה פון אינגעלייט פון היכל הקודש, זיך צו שטארקן צוזאמען מיט די עצות פון רבי'ן און מוהרא"ש. אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר געבן חיזוק און עצות ווי אזוי דאס אויסצופירן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כ"ח חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס איז דא מקנא צו זיין? טו צו דער זאך און עפן א "בית המדרש היכל הקודש" אין ירושלים עיר הקודש וועסטו האבן חיזוק פאר דיר אליינס און נאך מענטשן וועלן זיך מחזק זיין, דו וועסט זיך קענען מחזק זיין מיט אנשי שלומינו. עס איז א גרויסע זאך צו עפענען א בית המדרש על שם רבינו וואו מענטשן וועלן זיך מחזק זיין מיט די עצות פון רבי'ן.


אז דו עפנסט א בית המדרש היכל הקודש זאלסטו זען מען זאל רעדן נאר דיבורים פונעם בעל תפילה. דער רבי דערציילט אין די מעשה פונעם בעל תפילה אז דער פרומער בעל תפילה פלעגט ארום גיין רעדן צו מענטשן און שמועסן מיט זיי פון תכלית (סיפורי מעשיות, מעשה יב), דער בעל תפילה פלעגט זאגן פאר אלעמען: "עֶס אִיז נִישְׁט דָא קַיין אַנְדֶערֶע תַּכְלִית אוֹיף דֶער וֶועלְט, נָאר צוּ דִינֶען דֶעם אֵייבֶּערְשְׁטְן", און וואס דער גיבור האט געזאגט פאר'ן בעל תפילה: "אִיךְ הָאבּ גֶעהֶערְט פוּנֶעם קֶענִיג אַז פוּן אַלֶע תַּאֲווֹת קֶען מֶען אַרוֹיס נֶעמֶען דֶעם מֶענְטְשׁ חוּץ אַ מֶענְטְשׁ וָואס אִיז אַרַיין גֶעפַאלְן אִין תַּאֲוַת מָמוֹן", און וואס דער בעל תפילה האט געזאגט: "נָאךְ אַלְץ וִוילְט אִיר גֶעלְט? פוּן גֶעלְט זָאלְט אִיר מִיט מִיר נִישְׁט שְׁמוּעֶסְן".


מוהרא"ש האט אויפגעשריבן די ווערטער אויף דעם בית המדרש הגדול אין יבנאל. יעדעס מאל ווען איך בין זוכה צו זיין אין יבנאל גיי איך נאכאמאל זען דאס בית המדרש וואס מוהרא"ש האט געבויט, איך גיי קוקן דעם טאוול וואס שטייט ביים אריינגאנג צום בית המדרש; מוהרא"ש האט געשריבן אויפ'ן טיר פונעם בית המדרש די ווערטער: "הַבַּעַל תְּפִילָּה אָמַר: עֲדַיִן אַתֶּם רוֹצִים מָמוֹן? מִמָּמוֹן לֹא תְּדַבְּרוּ כְּלָל", אין אידיש: "דער בעל תפילה האט געזאגט: 'נאך אלץ ווילט איר געלט? פון געלט זאלט איר מיט מיר נישט שמועסן'"; דאס ברענגט יעדעס מאל אריין אין מיר א שטארקע התעוררות, זעענדיג ווי מוהרא"ש האט געלעבט מיט'ן אייבערשטן און ווי שטארק מוהרא"ש האט גענומען דעם רבינ'ס ווערטער בתמימות ופשיטות אן קיין חכמות און אן קיין דריידלעך.


הייב אן אויף א קליינער פארנעם; עס קען זיין ביי דיר אין שטוב (מיט רשות פון דיין ווייב). הייב אן מיט שלש סעודות; קודם וועט קומען איינער נאכדעם א צווייטער, אזוי וועט עס נתפרסם ווערן, צוביסלעך וועלן קומען נאך און נאך מתפללים ביז דו וועסט ארויס נעמען א פלאץ און אזוי ווייטער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#39 - ווי אזוי קען מען ווערן א תלמיד חכם דורכ'ן סדר דרך הלימוד?
לימוד התורה, חברים, סדר דרך הלימוד

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך זייער באדאנקען פאר די שיעורים וואס האבן געטוישט מיין לעבן, ווי אויך דאס לעבן פון מיין ווייב און קינדער, צום גוטן.


איך קום פון א ליטווישע משפחה, איך האב אבער נישט מצליח געווען אין לערנען אויפ'ן ליטווישן דרך הלימוד, און איך האב זיך צוגעכאפט צום רבינ'ס דרך הלימוד, מיט וואס איך בין זיך ממש מחיה.


איך האב אבער צוויי פראגעס איבער דעם. איינס, דער דרך הלימוד פון רבי'ן האב א געוואלדיגע מעלה אז איך קען לערנען אין יעדע צייט, אפילו ווען איך האב נאר אפאר מינוט, און איך בין נישט אנגעהאנגען אין קיינעם, איך דארף נישט ווארטן אויף א חברותא, און דאס גלייכן. פון די אנדערע זייט איז דאס אבער א פראבלעם, ווייל די גמרא זאגט דאך הארבע זאכן אז מ'זאל נישט לערנען אליין נאר מיט א חברותא, און דער דרך הלימוד קען איך נישט לערנען מיט א חברותא.


צווייטנס, איך פארשטיי אז זאגן די ווערטער פון תורה האט א געוואלדיגע חשיבות, אזוי ווי דער רבי זאגט און מ'טרעפט דאס אויך אין זוהר און אין נאך ספרים, איך פארשטיי אבער נישט ווי אזוי מ'קען ווערן א תלמיד חכם דורכ'ן לערנען אויף דעם וועג. איך האב שוין געענדיגט ב"ה עטליכע מסכתות, אבער איך האב בלויז 'געדאווענט' די ווערטער, איך שפיר נישט אז איך קען יעצט עפעס מער פון פאר דעם.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וירא, ט"ז חשון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דיין לעבן איז דיר ליכטיג געווארן זייט דו האסט אנגעהויבן לעבן מיט די עצות פון הייליגן רבי'ן; ווען מענטשן וואלטן געוויסט וואס מען באקומט ווען מען הייבט אן לעבן מיט'ן רבינ'ס עצות וואלטן אלע גענומען די עצות פון רבי'ן און זיך מחי' געווען מיט דעם.


די אלע וואס רעדן אויף ברסלב, ווען זיי וואלטן ווען געוויסט באמת וואס איז ברסלב'ע חסידות - נישט נאר וואלטן זיי נישט גערעדט אויף ברסלב, נאר זיי וואלטן אלע געקומען צום רבי'ן מיט די קינדער. דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קפב): "עָלַי אֵין חוֹלְקִים כְּלָל, רַק הֵם חוֹלְקִים עַל מִי שֶׁעָשָׂה כָּךְ, כְּמוֹ שֶׁבּוֹדִים הַחוֹלְקִים עָלָיו, וְעַל אִישׁ כָּזֶה בְּוַדַּאי רָאוּי לַחֲלֹק", אויף מיר קריגן זיי נישט, זיי קריגן אויף איינעם וואס מען זאגט אויף אים די אלע לשון הרע'ס און אויף אים דארף מען קריגן, אויף אזא איינעם קריג איך אויך; דער רבי האט געזאגט: "זֵייא הָאבִּין זִיךְ אוֹיס גִּישְׁנִיצְט אַ מֶענְטְשׁ, אִין קְרִיגְן אוֹיף אִיהם", אויף אים קריג איך אויך.


בנוגע דיין פראגע ווי אזוי מעג מען לערנען אליינס אן א חברותא ווען די הייליגע חכמים זאגן זייער שארף (תענית ז.) אויפ'ן פסוק (ירמיהו נ, לו): "חֶרֶב" – עס זאל קומען א שווערד, "אֶל הַבַּדִּים" - אויף די וואס לערנען אליינס אן קיין חברותא; "וְנֹאָלוּ" – מען ווערט פארנארט און מען קומט צו זינד ווען מען לערנט אליינס; זאגט מען נאך פונעם הייליגן חזון איש זכותו יגן עלינו (ראה שאלות ותשובות תשובות והנהגות חלק א, סימן תקמב; ועוד) אז דאס איז געזאגט געווארן אין די צייטן פון חז"ל ווען עס איז נישט געווען קיין ספרים און מען האט געלערנט בעל פה, דעמאלט אויב מען לערנט אליינס קען מען צוקומען צו לערנען מיט טעותים דעריבער דארף מען לערנען מיט א חבר, אבער היינט ווען מען לערנט אין ספרים דארף מען נישט לערנען דוקא מיט א חבר; בפרט אז מען זיצט און מען פלוישט מיט א חבר דעמאלט איז זיכער בעסער צו לערנען אליינס. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה יב:): "כָּל הַפּוֹסֵק מִדִּבְרֵי תּוֹרָה וְעוֹסֵק בְּדִבְרֵי שִׂיחָה, מַאֲכִילִין אוֹתוֹ גַחֲלֵי רְתָמִים", ווער עס איז מפסיק אינמיטן לערנען באקומט אן עונש אז מען געבט אים צו עסן גחלי רתמים.


יעצט אויף דיין צווייטע פראגע אויב דורך זאגן קען מען אנקומען צו פארשטיין; עס איז כדי דו זאלסט אריין קוקן וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "טּוֹב לִלְמֹד בִּמְהִירוּת וְלִבְלִי לְדַקְדֵּק הַרְבֵּה בְּלִמּוּדוֹ. רַק לִלְמֹד בִּפְשִׁיטוּת בִּזְרִיזוּת. וְלִבְלִי לְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ הַרְבֵּה בִּשְׁעַת לִמּוּדוֹ מֵעִנְיָן לְעִנְיָן, רַק יִרְאֶה לְהָבִין הַדָּבָר בִּפְשִׁיטוּת בִּמְקוֹמוֹ", עס איז גוט מען זאל זיך צוגעוואוינען צו לערנען שנעל און נישט מדקדק זיין צופיל בשעת מען לערנט, נאר זען צו פארשטיין דעם פשטות הפשט, "וְאִם לִפְעָמִים אֵינוֹ יָכוֹל לְהָבִין דָּבָר אֶחָד, אַל יַעֲמֹד הַרְבֵּה שָׁם וְיַנִּיחַ אוֹתוֹ הָעִנְיָן וְיִלְמַד יוֹתֵר לְהַלָּן", און אויב מען פארשטייט נישט זאל מען נישט פארברענגען אסאך צייט אויף דעם ענין, ענדערש זאל מען גיין ווייטער, "וְעַל־פִּי הָרֹב יֵדַע אַחַר־כָּךְ מִמֵּילָא מַה שֶּׁלֹּא הָיָה מֵבִין בִּתְחִלָּה, כְּשֶׁיִּלְמַד כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת לְהַלָּן יוֹתֵר", און אז מען לערנט אסאך וועט מען שפעטער פארשטיין וואס מען האט פריער נישט אזוי גוט פארשטאנען.


נאך שרייבט רבי נתן (שם): אז דער רבי האט געזאגט: "שֶׁאֵין צְרִיכִין בְּלִמּוּד רַק הָאֲמִירָה לְבַד - לוֹמַר הַדְּבָרִים כְּסֵדֶר", אפילו מען פארשטייט גארנישט זאל מען זאגן די ווערטער, "וּמִמֵּילָא יָבִין", און ביים סוף וועט מען פארשטיין. "וְלֹא יְבַלְבֵּל דַּעְתּוֹ בִּתְחִלַּת לִמּוּדוֹ שֶׁיִּרְצֶה לְהָבִין תֵּכֶף, וּמֵחֲמַת זֶה יִקְשֶׁה לוֹ הַרְבֵּה תֵּכֶף וְלֹא יָבִין כְּלָל. רַק יַכְנִיס מֹחוֹ בְּהַלִּמּוּד וְיֹאמַר כְּסֵדֶר בִּזְרִיזוּת וּמִמֵּילָא יָבִין", מען זאל נישט ווערן צעבראכן ווען מען זעט אז מען פארשטייט נישט וואס מען לערנט, וואס דאס אליינס - אז מען וויל גלייך פארשטיין - מאכט אז עס זאל זיין שווער צו פארשטיין דאס לערנען, מען זאל נאר זאגן די ווערטער כסדרן און מען וועט שוין פון זיך אליינס פארשטיין, "וְאִם לֹא יָבִין תֵּכֶף, יָבִין אַחַר כָּךְ, וְאִם יִשָּׁאֲרוּ אֵיזֶה דְּבָרִים, שֶׁאַף עַל פִּי כֵן לֹא יוּכַל לַעֲמֹד עַל כַּוָּנָתוֹ - מַה בְּכָךְ?" און אויב מען פארשטייט נישט דעם ערשטן מאל, וועט מען עס פארשטיין ביים צווייטן מאל; און אויב מען וועט נישט פארשטיין דעם צווייטן מאל איז אויך גארנישט, "כִּי מַעֲלַת רִבּוּי הַלִּמּוּד עוֹלָה עַל הַכֹּל, וּכְמוֹ שֶׁאָמְרוּ רַבּוֹתֵינוּ זִכְרוֹנָם לִבְרָכָה: 'לִגְּמוֹר, וַהֲדַר לִסְבֹּר, וְאַף עַל גַּב דְּלָא יָדַע מַה קָאָמַר' שֶׁנֶּאֱמַר: "גָּרְסָה נַפְשִׁי לְתַאֲבָה", ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן, אז א מענטש זאל קודם אסאך זאגן די ווערטער פון די הייליגע תורה, אפילו ער פארשטייט נישט וואס ער לערנט, און דערנאך זאל ער לערנען צו פארשטיין, "כִּי עַל יְדֵי רִבּוּי הַלִּמּוּד, שֶׁיִּלְמַד בִּמְהִירוּת, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה, עַל יְדֵי זֶה יִזְכֶּה לַעֲבֹר כַּמָּה פְּעָמִים אֵלּוּ הַסְּפָרִים שֶׁלּוֹמֵד, לְגָמְרָם, וְלַחֲזֹר לְהַתְחִיל, וּלְגָמְרָם פַּעַם אַחַר פַּעַם, וְעַל יְדֵי זֶה מִמֵּילָא יָבִין וכו'", ווייל אז מען געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעל, קען מען זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך; מען איז זוכה איבערצוגיין יעדע זאך זייער אסאך מאל, ביז מען איז זוכה דאס צו פארשטיין.


רבי נתן זאגט דארט ווייטער: "וְדִבֵּר הַרְבֵּה מְאֹד בְּעִנְיָן זֶה, וְאִי אֶפְשָׁר לְבָאֵר דְּבָרִים אֵלּוּ בִּכְתָב הֵיטֵב, אֲבָל בֶּאֱמֶת הוּא דֶּרֶךְ עֵצָה טוֹבָה מְאֹד בְּעִנְיַן הַלִּמּוּד, כִּי עַל יְדֵי זֶה יְכוֹלִים לִזְכּוֹת לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, לִגְמֹר כַּמָּה וְכַמָּה סְפָרִים, וְגַם יִזְכֶּה לְהָבִין הַדְּבָרִים יוֹתֵר, מֵאֲשֶׁר הָיָה לוֹמֵד בְּדִקְדּוּק גָּדוֹל, כִּי זֶה מְבַלְבֵּל מְאֹד מִן הַלִּמּוּד", דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פונעם דרך הלימוד, אז מען זאל נישט זוכן צו פארשטיין גלייך ווען מען לערנט, נאר מען זאל לערנען אסאך אן פארשטיין, ביז מען וועט זוכה זיין צו פארשטיין; ווען מען לערנט אויף דעם סדר דרך הלימוד איז מען זוכה אנצוקומען אסאך מער ווי ווען מען לערנט שטייט און מען קלערט אריין אין יעדע ווארט, וואס דאס שטערט נאר דאס לערנען, "וְכַמָּה בְּנֵי אָדָם פָּסְקוּ מִלִּמּוּדָם לְגַמְרֵי עַל יְדֵי רִבּוּי הַדִּקְדּוּקִים שֶׁלָּהֶם, וּמְאוּמָה לֹא נִשְׁאַר בְּיָדָם", און זייער אסאך מענטשן האבן אינגאנצן אויפגעהערט צו לערנען צוליב דעם וואס זיי האבן געלערנט און געקוועטשט וכו', "אֲבָל כְּשֶׁיַּרְגִּיל עַצְמוֹ לִלְמֹד בִּמְהִירוּת כַּנִּזְכָּר לְעֵיל - בְּלִי דִּקְדּוּקִים הַרְבֵּה, הַתּוֹרָה תִּתְקַיֵּם בְּיָדוֹ, וְיִזְכֶּה לִלְמֹד הַרְבֵּה מְאֹד, גְּמָרָא וּפוֹסְקִים כֻּלָּם, וְתַנַ"ךְ ּמִדְרָשִׁים וְסִפְרֵי הַזוֹהַר וְקַבָּלָה, וּשְׁאָר סְפָרִים כֻּלָּם", אבער אז א מענטש געוואוינט זיך צו צו לערנען שנעלערהייט - אזוי ווי אויבן דערמאנט, וועט ער זוכה זיין צו לערנען זייער אסאך, און ער וועט לערנען די גאנצע תורה - גמרא מיט אלע פוסקים, תנ"ך מיט אלע מדרשים, און זוהר הקדוש, "וּכְבָר מְבֹאָר שִׂיחָתוֹ שֶׁל רַבֵּנוּ זִכְרוֹנוֹ לִבְרָכָה, שֶׁטּוֹב לָאָדָם שֶׁיַּעֲבֹר בְּחַיָּיו בְּכָל הַסְּפָרִים שֶׁל הַתּוֹרָה הַקְּדוֹשָׁה", אזוי ווי דער רבי האט געוואלט אז מיר זאלן דורך לערנען כל התורה כולה. עיין שם.


וואויל איז דעם וואס נעמט אן די ווערטער בתמימות ופשיטות, ער לערנט זיינע שיעורים כסדרן אויפ'ן דרך הלימוד פון רבי'ן; וועט ער זוכה זיין אז עס וועט זיך עפענען פאר אים זיין מח, ער וועט זוכה זיין צו ווערן א גרויסער תלמיד חכם און א גרויסער צדיק.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#38 - ווי אזוי שאפט מען חברים זיך צו שטארקן אינאיינעם?
הפצה, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


צום ערשט וויל איך זיך זייער באדאנקען אויף די הערליכע שיעורים, זייט איך האב אנגעהויבן הערן די געוואלדיגע שיעורים האט זיך מיין לעבן ממש געטוישט, איך שפיר א נאנטקייט צום אייבערשטן און איך שפיר א זיסקייט אין לעבן, איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך האב זוכה געווען אנצוקומען צו די שיעורים.


איך וואוין אויף א פלאץ וואו ס'זענען דא אסאך ברסלב'ע אידן, אבער אסאך פון זיי זענען מתנגדים אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א און אויף מוהרא"ש זי"ע, און דאס שטערט מיר זייער שטארק.


איך ווייס וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר אז מ'טאר נישט קוקן אויף אנדערע, נאר קוקן וואס איז גוט פאר מיר, למעשה אבער ווען איך הער א גוטע שיעור פונעם ראש ישיבה שליט"א שפיר איך ווי איך וויל דאס אויסשמועסן מיט נאך איינעם, איך וויל עס מיטטיילן מיט אנדערע, און איך קען דאס נישט טון דא. איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר געבן אן עצה איבער דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת האזינו, י"א תשרי, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


אז דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן, דו ביסט מקורב געווארן צום הייליגן רבי'ן, זאלסטו עוסק זיין אין הפצה - מקרב זיין נאך אידן צום אייבערשטן. דער הייליגער רבי האט אונז געהייסן מיר זאלן עוסק זיין אין הפצה, מיר זאלן צוריק ברענגען מענטשן צום אייבערשטן. אזוי ווי רבי נתן שרייבט (חיי מוהר"ן, סימן תקמג): "כַּמָּה פְּעָמִים הָיָה מְדַבֵּר הַרְבֵּה עִמָּנוּ, וְהִזְהִיר אוֹתָנוּ מְאֹד לְקָרֵב נְפָשׁוֹת לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ, לְהִשְׁתַּדֵּל לְדַבֵּר הַרְבֵּה עִם בְּנֵי אָדָם, כְּדֵי לְעוֹרְרָם וְלַהֲשִׁיבָם לְקָרְבָם לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ", דער רבי האט זייער אסאך מאל גערעדט מיט אונז און אונז געהייסן מיר זאלן עוסק זיין אין מקרב זיין אידישע קינדער צום אייבערשטן, "וְכַמָּה פְּעָמִים הָיָה מְבַזֶּה אוֹתָנוּ בְּבִזְיוֹנוֹת עַל שֶׁאָנוּ מִתְעַצְּלִים בָּזֶה, וּפַעַם אַחַת קָרָא אוֹתָנוּ 'עֵצִים יְבֵשִׁים' עַל שֶׁאֵין אָנוּ מוֹלִידִים נְפָשׁוֹת שֶׁיִּתְקָרְבוּ לְהַשֵּׁם יִתְבָּרַךְ עַל יָדֵינוּ", און זייער אסאך מאל האט דער רבי אונז פארשעמט און אונז אנגערופן: "עֵצִים יְבֵשִׁים" - טרוקענע ביימער, ווייל מיר געבוירן נישט קיין פרישע נפשות צום אייבערשטן. "וּפַעַם אַחַת בְּלֵיל מוֹצָאֵי שַׁבָּת עָמַדְנוּ לְפָנָיו עִם כַּמָּה אֲנָשִׁים מֵהַחֲשׁוּבִים שֶׁלּוֹ, וְהוֹכִיחַ אוֹתָנוּ מְאֹד כַּמָּה שָׁעוֹת עַל עִנְיָן זֶה", איינמאל מוצאי שבת האט דער רבי אונז געגעבן מוסר אפאר שעה, היתכן מיר זענען נישט גענוג עוסק אין הפצה.


מיר דארפן שטענדיג געדענקען וואס דער רבי געבט אונז; דער רבי געבט לעבן פאר'ן מענטש. דו שרייבסט אז דיין לעבן האט זיך אינגאנצן געטוישט דארפסטו האבן הכרת הטוב פארן רבי'ן, פאר מוהרא"ש און טראכטן: 'ווי אזוי קען איך מאכן נאך א איד זאל אנהויבן לעבן מיט די זיסע עצות?'


דער הייליגער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות, מעשה יג) ווי דער טויבער בעטלער האט געזאגט פאר די עשירים וואס האבן זיך בארימט מיט זייער חיים טובים: "איך לעב א חיים טובים בעסער ווי אייך, והא ראי', אויב איר לעבט א חיים טובים העלפט די מדינה".


ווען דו וועסט עוסק זיין אין הפצה וועסטו צוביסלעך זען ווי אלע שעפן חיות פון ספרי מוהרא"ש, ביודעים ובלא יודעים; פון אינדרויסן איז דא אן העלמה און אן הסתרה, אלעס איז פארשטעלט און באהאלטן, עס זעט אויס ווי עס איז דא מתנגדים, מען שפעט פון די קונטרסים וכו', אבער שטילערהייט האבן אלע חיות פון די ספרים, די ספרים און קונטרסים זענען מחי' די גאנצע וועלט; הייב אן פארשפרייטן די ספרים און קונטרסים וועסטו צוביסלעך זען אז עס איז דא מיט וועם צו רעדן און זיך מחזק זיין.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#37 - מעג מען לערנען אליין, אדער נאר מיט א חברותא?
לימוד התורה, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך לערן ב"ה אין כולל, און איך לערן ב"ה יעדן טאג מיינע שיעורים כסדרן. פארגאנגענעם זמן האב איך פרובירט צו לערנען שלחן ערוך מיט א חברותא, למעשה האט עס אבער אויסגעזען ממש ווי דער ראש ישיבה שליט"א לייגט עס אראפ ביי די שיעורים, ווען איך האב שוין יא געוואלט לערנען, האט מען חברותא נישט געהאט קיין געדולד, וחוזר חלילה.


איך האב שוין געטראכט אסאך מאל אנצוהויבן אליין לערנען שלחן ערוך, איך ווייס אבער נישט צי אויף דעם גייט ארויף דער פסוק "חרב על הבדים ונואלו", אז מ'זאל נישט לערנען אליין. אבער פון די אנדערע זייט לערן איך דאך מיינע שיעורים אויפ'ן דרך הלימוד אויך אליין.


אפשר קען דער ראש ישיבה שליט"א מיר זאגן ווען מ'מעג יא לערנען אליין, און ווען מ'דארף לערנען מיט א חברותא?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת במדבר, ראש חודש סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דאס וואס חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ז.) אויפן פסוק (ירמיהו נ, לו): "חֶרֶב" – עס זאל קומען א שווערד, "אֶל הַבַּדִּים" - אויף די וואס לערנען אליינס אן קיין חברותא; "וְנֹאָלוּ" – מען ווערט פארנארט און מען קומט צו זינד ווען מען לערנט אליינס; זאגט מען נאך פונעם הייליגן חזון איש זכותו יגן עלינו (ראה שאלות ותשובות תשובות והנהגות חלק א, סימן תקמב; ועוד) אז דאס איז געזאגט געווארן אין די צייטן פון חז"ל ווען עס איז נישט געווען קיין ספרים און מען האט געלערנט בעל פה, דעמאלט אויב מען לערנט אליינס קען מען צוקומען צו לערנען מיט טעותים דעריבער דארף מען לערנען מיט א חבר נישט צו קומען צו לערנען מיט גרייזן, אבער היינט ווען מען לערנט אין ספרים דארף מען נישט לערנען דוקא מיט א חבר; בפרט אז מען זיצט און מען פלוישט מיט א חבר דעמאלט איז זיכער בעסער צו לערנען אליינס. ווייל חכמינו זכרונם לברכה זאגן (חגיגה יב:): "כָּל הַפּוֹסֵק מִדִּבְרֵי תּוֹרָה וְעוֹסֵק בְּדִבְרֵי שִׂיחָה, מַאֲכִילִין אוֹתוֹ גַחֲלֵי רְתָמִים", ווער עס איז מפסיק אינמיטן לערנען באקומט אן עונש אז מען געבט אים צו עסן גחלי רתמים.


דעריבער אז דיר איז גרינגער צו לערנען אליינס זאלסטו נישט קוקן אויף גארנישט, נאר זיך קובע זיין שיעורים בכל התורה כולה על פי סדר דרך הלימוד פון הייליגן רבי'ן. נעם א חומש און לערן יעדן טאג חומש רש"י, נאכדעם מאך זיך א שיעור אין נ"ך, משניות, בבלי, ירושלמי, און אין שלחן ערוך. רוב גדולים זענען אויסגעוואקסן גדולים וצדיקים דורך לערנען אליינס, זיי האבן נישט געהאט צוטון מיט קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#36 - מיין נאנטער חבר טשעפעט מיר, זאל איך אים אפלאזן?
חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


א ריזיגן יישר כח פאר אלע דרשות און חיזוק. איך האב געוואלט פרעגן אזוי, איך האב א נאנטער חבר מיט וועמען ס'איז מיר זייער געשמאק צו רעדן און פארברענגען, כאטש דער ראש ישיבה שליט"א זאגט טאקע אז ס'איז נישטא אזא זאך ווי אן אמת'ער חבר, אויסער די ווייב און קינדער, פונדעסטוועגן מיין איך אז מיר האבן יא א שטארקע קשר. מיין שאלה איז נאר אז צומאל קען ער מיר ממש באליידיגן און ער טשעפעט מיר זייער שטארק, ער קען זיך נישט האלטן דאס מאל, זאל איך ווייטער בלייבן זיין חבר, און טון דאס וואס דער ראש ישיבה שליט"א לערנט אויס ביי שלום בית צו שלינגען און נישט ענטפערן, אבער זאל איך ענדיגן די חברותא'שאפט מיט אים?


א גרויסן יישר כח, מענדל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת עקב, י"ט מנחם-אב, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד מענדל נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א מענטש דארף האבן א חבר, ווייל אליינס איז זייער שווער זיך צו דערהאלטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית כג.): "אוֹ חַבְרוּתָא אוֹ מִיתוּתָא", אויב מען האט נישט א גוטע חבר איז מען ווי א טויטער מענטש; נאך זאגן אונז די הייליגע חכמים זכרונם לברכה (אבות ב, ט): "אֵיזוֹהִי דֶרֶךְ יְשָׁרָה שֶׁיִּדְבַּק בָּהּ הָאָדָם?" וואס איז די ריכטיגע וועג ווי אזוי א מענטש זאל זיך פירן, "רַבִּי יְהוֹשֻׁעַ אוֹמֵר, חָבֵר טוֹב", רבי יהושע זאגט ער זאל זיך נעמען א גוטער חבר, ווייל אז מען האט א גוטע חבר קען מען זיך מחזק זיין איינער דעם צווייטן.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לד) דורך א חבר קען א מענטש איבער חזר'ן אלע תורות פונעם צדיק, אזוי אויך קען מען זיך לערנען פון א חבר מער וויפיל מען לערנט פונעם רבי'ן, אזוי ווי רבי חנינא האט געזאגט (תענית ז.): "הַרְבֵּה לָמַדְתִּי מֵרַבּוֹתַי, וּמֵחֲבֵרַי יוֹתֵר מֵרַבּוֹתַי", איך האב געלערנט אסאך תורה פון מיינע רבי'ס, אבער פון מיינע חברים האב איך געלערנט נאך מער ווי פון מיינע רבי'ס.


א חבר איז נאר דער וואס איז מחזק צו עבודת השם; מיר געפונען ביי דוד המלך ווי עס ווערט אויסגערעכנט אין תנ"ך אלע יועצים ביי דוד המלך אין פאלאץ, צווישן אנדערע טרעפט מען (דברי הימים-א כז, לג): "וְחוּשַׁי הָאַרְכִּי, רֵעַ הַמֶּלֶךְ", חושי הארכי דער חבר פון דוד המלך, פארוואס באקומט ער דעם טיטל "רֵעֶה הַמֶּלֶךְ"? זאגט רש"י (שם) ווייל ווען דוד המלך איז אריבער די מעשה פון בת שבע, האט דוד המלך געפרעגט חושי הארכי אויב ער זאל תשובה טון, צי דער אייבערשטער וועט אננעמען זיין תשובה, האט אים חושי הארכי מחזק געווען ער זאל תשובה טון, דעריבער ווערט ער אנגערופן "רֵעַ הַמֶּלֶךְ", דוד המלך'ס חבר; ווייל נאר דאס איז א חבר, דער וואס איז מחזק מען זאל תשובה טון.


מוהרא"ש פלעגט מיט אונז שטענדיג חזר'ן אז א מענטש האט נישט קיינעם בזה העולם, ווייל יעדער איינער מיינט נאר זיך אליינס, און ווען א מענטש פאלט אריין אין א צרה וועלן זיי דיר נישט העלפן; ענדערש פארברענג מיט דיין ווייב און קינדער, ווייל דאס וועט איבער בלייבן פון דיר. דו אליינס שרייבסט דעם ענטפער אין דיין שאלה! ליין איבער דיין פראגע וועסטו זען וואס דו האסט צו טון; אז ער טשעפעט און באליידיגט דיר - איז ער דיין חבר? זוך דיר מענטשן וואס טשעפען נישט און האבן נישט קיין לויזע מויל וכו'.


מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט: "א אינגערמאן האט נאר איין חבר - זיין ווייב"; סתם פארברענען נעכט מיט אינגעלייט וואס אנטלויפן פון שטוב, אנטלויפן פון זייער לעבן - דאס זענען נישט קיין חברים, זיי זענען אינו מן הישוב, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ:): "כָּל שֶׁאֵין בְּיָדוֹ מִקְרָא, מִשְׁנָה, וְדֶרֶך אֶרֶץ, אֵינוֹ מִן הַיִּשּׁוּב"; סתם זיצן און שמועסן מיט אינגעלייט וואס עס קומט נישט ארויס פון די שמועסן קיין חיזוק צו לערנען חומש רש"י יעדן טאג, אדער משניות, אדער בענין פרנסה - עפעס תכלית, איז דאס אינו מן הישוב.


א חבר איז איינער וואס ווען איך גיי אריבער א צרה, איך גיי אריבער בזיונות -  שטארקט ער מיר און ער איז מיר מחזק; ווען קיינער וויל נישט קוקן אויף מיר וכו' וכו', דעמאלט קען מען זען וואס הייסט א חבר.


אז מענטש וועט גוט קוקן אויף זיך, וועט ער זען, אז יעדע שטיק צייט מיינט ער אז ער האט אנדערע בעסטע חברים און פלוצלינג טוישט זיך עס, אלע זיינע חברים זענען פלוצלינג פארשוואונדן געווארן...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.

#35 - וואס מיינט דער "נקודת החבר"?
חסידות ברסלב, צדיקים, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין ב"ה מקורב געווארן צו ברסלב, איך וויל זיין א ברסלב'ער חסיד, מיין שאלה איז וואס דאס מיינט דער "נקודת החבר" פון וואס דער רבי רעדט אין תורה ל"ד, דער רב וואס האט מיר מקרב געווען צו ברסלב, איז ער מיין "נקודת החבר"? אדער איז ער מיין רבי און איך דארף זיך מבטל זיין צו אים?


איך האף איר וועט מיר דאס קענען אויסקלארן, יישר כח


אריאל

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד אריאל נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שיט): "אֲנִי אֶעֱשֶׂה מִכֶּם כִּתּוֹת כִּתּוֹת", איך וועל מאכן פון ענק כיתות כיתות; אלע אנשי שלומינו זענען טייערע אידן, כולם אהבים כולם ברורים. מען דארף נאר געדענקען וואס דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן סא): עס זענען דא מנהיגים וואס קענען זיך אליינס נישט פירן, ווי אזו קענען זיי פירן אנדערע מענטשן? אויך דארף מען געדענקען וואס דער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; א מענטש דארף זייער אכטונג געבן ער זאל זיך נישט אפנארן.


דערפאר דארף א מענטש אויפזוכן ביי אנשי שלומינו איינער וואס קען אים מחזק זיין צו פאלגן דעם רבינ'ס עצות בתמימות ובפשיטות; סיי די עצה פון התבודדות און סיי די עצה פון לערנען אויפן 'סדר דרך הלימוד' (עיין שיחות הר"ן, סימן עו), ווייל נאר דאס בלייבט איבער פונעם מענטש; 'אט איז מען א קינד, אט איז מען א בחור, אט איז מען א אינגערמאן, און אט פירט מען שוין צום אייביגן ארט', אינעם אייביגן ארט נעמט מען נישט מיט קיין געלט, דארט נעמט מען מיט נאר תורה תפילה ומעשים טובים אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ו, ט): "אֵין מְלַוִּין לוֹ לָאָדָם לֹא כֶסֶף וְלֹא זָהָב וְלֹא אֲבָנִים טוֹבוֹת וּמַרְגָּלִיּוֹת, אֶלָּא תוֹרָה וּמַעֲשִׂים טוֹבִים בִּלְבַד".


התחזקות קען מען נעמען פון יעדן איינעם; דער רבי האט געזאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מח): "שָׁמַעְנוּ מִצַּדִּיק אֲמִתִּי שֶׁאָמַר, שֶׁאִלּוּ הָיָה אוֹמֵר לוֹ אֶחָד, 'יִהְיֶה מִי שֶׁיִּהְיֶה' בְּעֵת שֶׁעָסַק בַּעֲבוֹדַת הַשֵּׁם בִּתְחִלָּתוֹ. "אָחִי, חֲזַק וֶאֱחֹז עַצְמְךָ", הָיִיתִי רָץ וּמִזְדָּרֵז מְאֹד בַּעֲבוֹדָתוֹ יִתְבָּרַך. כִּי גַּם עָלָיו עָבַר כָּל הַנַּ"ל, וְלֹא הָיָה שׁוֹמֵעַ שׁוּם הִתְחַזְּקוּת מִשּׁוּם אָדָם", ער האט געהערט פון א אמת'ן צדיק אז אויב וואלט ער געהאט איינעם וואס זאל אים זאגן: "ברודער שטארק דיר און דערהאלט זיך" - וואלט ער זוכה געווען צו טון אסאך מער אין עבודת השם; ווייל אויף אים איז אויך אריבער שווערע ביטערע נסיונות, ער האט אויך געשפירט ביי זיך ווי קיינער דארף אים נישט, אבער קיינער האט אים נישט געגעבן קיין שום חיזוק ווערטער; דאס מיינט נקודת החבר, מען איז זיך מחזק איינער מיטן צווייטן, אבער זיך מבטל זיין דארף מען נאר צום אייבערשטן און צו די הייליגע תורה.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט אפנארן און מען זאל נישט נאכלויפן א מענטש וואס קען זיך אליינס נישט העלפן; מוהרא"ש שרייבט אין זיין צוואה (אות טו) וואס איז דער סימן פון אן אמת'ער מנהיג אדער א פאלשער מנהיג: "וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן, חֵלֶק ב', סִימָן עב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא, אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה. דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק", עיין שם.


אז דו טרעפסט איינער וואס איז דיר מחזק אויף התבודדות און אויף לימוד התורה זאלסטו אים נישט אפלאזן, נאר געב אכטונג מען זאל דיר נישט אפנארן, דאן וועט דיר גוט זיין אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#34 - דער רבי איז מחזק יעדן איינעם. זיך דערהאלטן ווען דער מאן איז אוועקגעפאלן
קדושה, חיזוק פאר פרויען, תפילה והתבודדות, חברים, בחור, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז נאכאמאל זאגן א גרויסן יישר כח פאר אלע שיעורים וואס האלטן אונז ממש ביים לעבן, ובפרט אויף דעם וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מ'קען תשובה טון אויף פגם הברית.


איך האב אייך געשיקט דעם בריוו איבער מיין חבר וואס זיין טאטע איז אוועקגעפאלן פון אידישקייט, א גרויסן יישר כח פאר אייער הערליכער ענטפער וואס איז געווען ממש כמים קרים על נפש עיפה, סיי פאר מיר און סיי פאר מיין חבר, איך האב אים איבערגעגעבן דעם בריוו (ער האט נישט קיין צוטריט צו אינטערנעט, און איך שיק דעם בריוו אויך נאר מיט רשות פון מיין טאטע אין זיין אפיס), און ער האט ממש געהאט טרערן אין די אויגן ווען ער האט זיך באדאנקט פאר די הארציגע תפלה, און פאר די עצה אז מ'קען מאכן פון דעם אליין א תפלה, אז מ'קען נישט רעדן צום אייבערשטן.


ער האט געוויזן דעם בריוו אויך פאר זיין מאמע, זי האט זיך אויך זייער מחזק געווען, און זי האט געבעטן אויב דער ראש ישיבה שליט"א קען שרייבן א תפלה אויך פאר איר.


יישר כח, מאיר

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד הבחור ... נרו יאיר


דער אייבערשטער האט רחמנות געהאט אויף אונזער דור און אראפ געשיקט דעם הייליגן רבינ'ס נשמה אויף דער וועלט, וואס ער הייבט אויף אלע נשמות וואס זענען אראפ געפאלן אין די עבירה פון פגם הברית - הוצאת זרע לבטלה, און דורך זיינע עצות ברענגט ער זיי אלע צוריק צום אייבערשטן.


דער הייליגער רבי האט געזאגט (שיחות הר"ן, סימן עא): אויף דעם וואס דער זוהר הקדוש זאגט (וישב קפח.; ויחי ריט.) אז אויב מען זינדיגט אין פגם הברית העלפט נישט קיין תשובה; האט דער רבי געזאגט: "קיינער פארשטייט נישט פשט אין דעם זוהר - נאר איך, און איך זאג אז עס העלפט יא תשובה, אפילו איינער וואס האט אסאך געזינדיגט מיט די עבירה".


דער הייליגער רבי האט אונז געגעבן א מתנה וואס רופט זיך 'התבודדות'; א מענטש זאל זיך אויסרעדן זיין הארץ צום אייבערשטן אויף זיין אייגענע שפראך, אויף זיין מאמע לשון. מען זאל גיין אויף א פלאץ וואו קיינער געפונט זיך נישט דארט און זיך אויסשמועסן דאס הארץ; א מענטש זאל דערציילן פארן אייבערשטן וואו דער יצר הרע ווארפט אים אלץ אראפ, און אז וויפיל מאל ער מאכט שוין אפ אז ער גייט זיין גוט, פאלט ער נאכאמאל צוריק אריין אין די עבירה. ווען א מענטש פירט זיך אזוי, נעמט דאס אראפ פון אים אלע עונשים און דינים.


וואויל איז דיר אז דו ביסט זיך מחזק מיטן הייליגן רבינ'ס עצות; דו שרייבסט אז דער רבי האלט דיר ממש ביים לעבן. דער אמת איז אז דער רבי האלט אונז אלע ביים לעבן; דער רבי געבט אונז אלע לעבן, ער פרישט אונז אויף מיר זאלן נישט אויפגעבן, נאר מיר זאלן אנהייבן פון דאסניי צו דינען דעם אייבערשטן, מיר זאלן נישט נאכגיין די אלע שלעכטע מחשבות וואס דער יצר הרע ברענגט אין אונז אריין, כאילו מיר זענען פארפאלן. דער רבי שלאגט זיך מיטן יצר הרע, דער רבי שרייט אויס (ליקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן עח): "אֵין שׁוּם יֵאוּשׁ בָּעוֹלָם כְּלָל!" "קיינער איז נישט פארפאלן", "קיינער איז נישט פארלוירן"; עס איז דא פאר יעדן איינעם א וועג צוריק צו קומען צום אייבערשטן.


בנוגע דיין חבר וכו'; דו קענסט זיך נישט פארשטעלן וואספארא גרויסע מצוה דו האסט מיט דעם וואס דו ביסט מחזק דיין חבר ... נרו יאיר. קיינער קען נישט משיג זיין די שרעקליכע צער און יסורים וואס א קינד גייט אריבער ווען עלטערן קריגן זיך, בפרט אין פאל וואס דער טאטע האט זיך נעבעך געטראפן חברים וואס שלעפן אים אוועק פונעם אייבערשטן, ער איז צעריסן און צעפליקט אינערליך השם ירחם, וואס די קינדער ליידן נעבעך צוזאם פון דעם. דעריבער האסטו זייער א גרויסע מצוה אז דו רעדסט מיט אים און איר זענט זיך אינאיינעם מחזק מיט די חיזוק פון הייליגן רבי'ן.


דער אייבערשטער זאל דיר העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.


דו האסט מיר געבעטן איך זאל שרייבן א בריוו פאר זיין מאמע, האב איך דא בייגעלייגט א בריוו.


 


לכבוד מרת ... תחי'


וואויל איז אייך אז איר ציט אויף אייערע קינדער צו גיין אין די וועגן פון די תורה און איר לייגט אריין אין זיי צו האבן אמונה אינעם אייבערשטן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות יז.): "נָשִׁים בְּמַאי זָכְיָין?" אויף וואס באקומען די פרויען שכר? "בְּאַקְרוּיֵי בְּנַיְיהוּ לְבֵי כְּנִישְׁתָּא וְכוּ'", מיט דעם וואס זיי שיקן די קינדער אין תלמוד תורה און ווארטן זיי אפ ווען זיי קומען אהיים; זעט מען פון דעם דאס גרויסקייט פון א מאמע וואס העלפט אירע קינדער גיין אין חדר און אין ישיבה, דורכדעם וועט זי זוכה זיין צו עולם הבא.


עס טוט זייער וויי צו הערן אז איר גייט אריבער שווערע צייטן מיט אייער מאן וכו' וואס ער האט קשיות אויף די אמונה רחמנא לצלן; די גאנצע ארבעט פון חינוך הבנים והבנות פאלט אויף אייך, איר דארפט זיין סיי די טאטע און סיי די מאמע. אבער וויסן זאלט איר, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (נדה מה:): "מְלַמֵּד שֶׁנָתַן הַקָּדוֹשׁ בָּרוּך הוּא בִּינָה יְתֵירָה בָּאִשָּׁה יוֹתֵר מִבָּאִישׁ", דער אייבערשטער האט געגעבן פאר א פרוי מער חכמה ווי פארן מאן; א פרוי האט זייער שטארקע כוחות צו פירן א שטוב.


חכמינו זכרונם לברכה פארציילן (בראשית רבה יז, ז): "מַעֲשֶׂה בְּחָסִיד אֶחָד שֶׁהָיָה נָשׂוּי לַחֲסִידָה אַחַת וְלֹא הֶעֱמִידוּ בָנִים זֶה מִזֶּה, אָמְרוּ אֵין אָנוּ מוֹעִילִים לְהַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא כְּלוּם, עָמְדוּ וְגֵרְשׁוּ זֶה אֶת זֶה", עס איז געווען א מעשה מיט אן ערליכער איד וואס האט חתונה געהאט צו אן ערליכע פרוי, נאכדעם וואס עס זענען אריבער לאנגע יארן וואס זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער, האבן זיי זיך גע'גט, "הָלַךְ זֶה וְנָשָׂא רְשָׁעָה אַחַת וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ רָשָׁע", דער ערליכער איד האט חתונה געהאט מיט א שלעכטע פרוי און זי האט אים געמאכט פאר א רשע, "הָלְכָה זֹאת וְנִשַֹּׂאת לְרָשָׁע אֶחָד וְעָשְׂתָה אוֹתוֹ צַדִּיק", און די ערליכע פרוי האט חתונה געהאט מיט א רשע, און זי האט אים געמאכט פאר א גרויסער צדיק, פירט אויס דער מדרש: "הֱוֵי שֶׁהַכֹּל מִן הָאִשָּׁה", זעט מען פון דעם אז אלעס איז געוואנדן אינעם פרוי.


אז איר וועט זיין שטארק אין די אמונה, און פון דער אנדערע זייט וועט איר אנהייבן געבן פאר אייער מאן אסאך ווארימקייט - וועט איר אים צוריק ברענגען צו די אמונה און ער וועט ווערן אן ערליכער איד; די אלע וואס גייען אוועק פונעם אידישן וועג, זיי פאררופן זיך "נישט גלויביג" (Atheist) די זענען בדרך כלל נישט קיין אפיקורסים, די זענען זייער צובראכענע נשמות וואס עס פעלט זיי "תשומת לב", זיי האבן נישט באקומען קיין ליבשאפט וכו', אבער אז מען געבט זיי אביסעלע ווארימקייט און ליבשאפט ווערן זיי אלע ערליכע אידן. דעריבער אז איר וועט האבן אסאך סבלנות, איר וועט נישט צעברעכן אייער שטוב, איר וועט זיין שטארק מיט אייער אמונה אינעם אייבערשטן, און איר וועט זיך פירן מיט אייער מאן מיט שיינעם, דורכדעם וועט איר אים צוריק ברענגען צו די אמונה.


אין יעדע צרה שיקט דער אייבערשטער א ליכטיגקייט; דאנקט און לויבט דעם אייבערשטן אז איר האט וואוילע קינדער, בפרט אייער בחור וואס לערנט פלייסיג און פירט זיך מיט יראת שמים און ער איז זיך מחזק מיטן הייליגן רבינ'ס ווערטער; דאס איז דאך מער פון אלסדינג. וואס נאך דארף א אידישע מאמע ווען זי זעט ווי אירע קינדער לערנען און דאווענען, דאס איז דאך די שטרעבן פון יעדע מאמע, און פארקערט, אז מען האט נישט קיין נחת פון די קינדער האט מען דאך גארנישט השם ירחם, דערפאר דארפט איר דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד אז איר האט קינדער ערליכע אידן.


אודאי ווייסט איר אז דער רבי האט זייער אויסגעלויבט די תפילות פון פרויען; ווען מען האט פארציילט פארן רבי'ן אז דער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו האט געזאגט: "ווען משיח וועט קומען וועט מען בטל מאכן די ווייבער שול", האט דער רבי געזאגט: "עס איז נישט אמת, און עס קען נישט זיין אז דער בעל שם טוב האט דאס געזאגט, פארקערט; משיח וועט קומען בזכות די תפילות פון אידישע פרויען וואס זיי דאווענען און בעטן אז משיח זאל קומען".


דערפאר זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן יעדן טאג אויף אייער שפראך, אז איר זאלט זוכה זיין צו מחנך זיין אייערע קינדער אויפן אידישן וועג, און אז אייער מאן זאל זיך אפלאזן פון זיינע געפאלענע חברים, וועט איר זען די ניסים וואס דער אייבערשטער וועט טון מיט אייך.


איך שרייב אייך דא א קליינע תפילה וואס איר זאלט זאגן יעדן טאג און אזוי אויך זאלט איר דאס זאגן בשעת איר צינדט אן די שבת ליכט, וואס דעמאלט איז אן עת רצון אנצונעמען אלע תפילות:


"רבונו של עולם, איך דאנק דיר און איך לויב דיר אויף אלע חסדים וואס דו טוסט מיט מיר, בפרט אויף די גרויסע חסד אז דו האסט מיר געגעבן אזעלכע טייערע קינדער וואס לערנען און דאווענען; וויפיל איך זאל דיר דאנקען קען איך דיר נישט אנהייבן דאנקען אויף די זכיה צו זיין א מאמע פון קינדער וואס לערנען די הייליגע תורה, דאס איז דאך מיין גאנצע שטרעבן אין לעבן, צו זען ווי מיינע קינדער פירן זיך אויפן אידישן וועג.


הייליגער באשעפער! איך בעט דיר זייער, העלף מיר אז מיין מאן זאל זיך צוריק קערן צו דיר; מיר האבן חתונה געהאט און אויפגעשטעלט א שטוב מיט קינדער, אלעס איז געווען וואויל און פיין, אבער יעצט פירט ער זיך נישט ווי א איד דארף זיך פירן, ער טוט נישט קיין מצוות, ער טוט נישט גוטע זאכן. הייליגער באשעפער העלף מיר איך זאל זיין שטארק, איך זאל האבן כח צו מחנך זיין ווייטער די קינדער אויפן דרך התורה; העלף עס זאל אריין גיין א רוח טהרה אין מיין מאן, העלף ער זאל זיך אפלאזן פון די געפאלענע חברים וואס צוען אים אוועק פון דיר. העלף מיר בזכות די אבות הקדושים אברהם יצחק און יעקב, העלף מיר בזכות די אמהות הקדושות שרה רבקה רחל און לאה, און בזכות דער הייליגער רבי רבינו נחמן מברסלב זכותו יגן עלינו, ובזכות אלע צדיקים און צדקניות וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן, אמן".

#33 - זאל איך אוועקפארן אן מיין ווייב?
שלום בית, חברים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך הער כסדר די שיעורים פונעם ראש ישיבה, און דאס איז מיר זייער מחזק אין תורה ותפלה, יראת שמים ושלום בית, און נאך פיל. א גרויסן יישר כח.


איך בין געוואוינט צו פארן אלע יארן זומער מיט מיין ווייב קיין חוץ לארץ אויף די בערג פאר וואקאציע אפאר וואכן, דאס געבט מיר געזונט און הרחבת הדעת. דאס יאר וויל זי נישט פארן (זי האט א גערעכטע סיבה דערצו, וואס איז נישט די פלאץ דא אויסצושמועסן), זי פארשטייט אבער אז איך דארף דאס האבן און זי געבט מיר רשות צו פארן אליין מיט מיינע חברים, למעשה וויל איך אבער נישט פארן אן איר, דאס איז נישט קיין וועג אין שלום בית, מצד שני וויל איך אבער פארן צוליב מיין געזונט.


איך האבן שוין פיל מתפלל געווען דערויף צו וויסן וואס צו טון, איך ווייס אבער נאכאלץ נישט וואס איז ריכטיג פאר מיר צו טון, אפשר קענט איר מיר זאגן וואס איך האב צו טון?


יישר כח.


יהודה

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת שמיני-ב, כ"ג ניסן, אסרו חג פסח, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד יהודה נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו


עס איז מיר שווער צו ענטפערן ווען איך ווייס נישט וואס, ווען און ווי; איך קען דיר שרייבן וואס דער הייליגער רבי האט געהאלטן (שיחות הר"ן, סימן רמא): דער רבי האט זייער מקפיד געווען מען זאל נישט אוועק פארן פון שטוב און איבער לאזן די ווייב וכו'. אין יענע צייטן פלעגן די מלמדים אוועק פארן פון שטוב, זיי האבן איבער געלאזט די ווייב פאר א האלבע יאר. דער רבי האט זייער מקפיד געווען אויף דעם און דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אויף זיי מיט א שלעכטע לשון, קוק נאך דעם לשון וואס דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט אויף זיי, עיין שם.


אז דו דארפסט אוועק פארן פון שטוב זאלסטו מיט נעמען דיין ווייב מיט דיר; חס ושלום אוועק פארן פאר א לאנגע צייט אן די ווייב, דאס איז א גרויסע סכנה, בפרט היינטיגע טעג, ודי לחכימא.


זע צו לערנען יעדן טאג דעם דף גמרא; דאס וועט דיר ברענגען א רפואה און דאס וועט דיר אויסהיילן בגשמיות וברוחניות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#32 - ווי אזוי קען איך העלפן מיין חבר, וואס איינער וויל אים אראפפירן פון וועג?
אמונה, חברים, בחור

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן קונטרס "עצתו אמונה", וואס איך האב באקומען פון א חבר, עס האט מיך זייער שטארק מחיה געווען און געגעבן עצות אויף אסאך זאכן.


איך האב א חבר, א זעכצן יעריגער בחור וואס ארבעט א האלבע טאג און א האלבע טאג זיצט ער אין ישיבה. די וואך דערציילט ער מיר אז א סעילסמאן, א פרייער איד, פון איינע פון די קאמפאניס וואס ברענגען סחורה צו די פלאץ וואו ער ארבעט, איז געווארן זייער גוט מיט אים אין ער שמועסט אסאך מיט אים, און בתוך הדברים פרעגט ער אים קשיות אויף די אמונה. אויך וויל אים יענער ארויסנעמען צו רעסטוראנטס פאר נאכטמאל.


איך פארשטיי אז דאס איז זייער נישט גוט פאר אים, און ער איז א תמים און ער כאפט נישט די גרוב וואס ער גראבט זיך אליין. איך האב פרובירט אים מסביר צו זיין, אבער ער האט בכלל נישט פארשטאנען וואס איז דער פראבלעם, ער פריידט זיך אז איינער געבט אים אויפמערקזאמקייט.


וואס נאך קען איך טון אים צו העלפן און ראטעווען?


א גרויסן יישר כח.


שמעון

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת יתרו, י"ג שבט, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד שמעון נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי אים מחזק ער זאל האבן איינעם אין לעבן וועם ער זאל פרעגן יעדע זאך, זיי אים מחזק ער זאל זיין מקושר צו אן ערליכן איד, א דיין, א רב, אדער זיין ראש ישיבה,  פון וועם ער זאל פרעגן זיינע שאלות און מיט וועם ער וועט זיך שפירן באקוועם צו רעדן און פארציילן וואס עס גייט אריבער אויף אים.


דער רבי זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סו): "מִי שֶׁהוּא מַקְטִין אֶת עַצְמוֹ בִּפְנֵי רַבּוֹ וְשׁוֹאֵל מִמֶּנּוּ כָּל הַסְּפֵקוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁרַבּוֹ מְבַיֵּשׁ אוֹתוֹ, עַל יְדֵי זֶה זוֹכֶה, שֶׁיּוֹצֵא מִמֶּנּוּ בֵּן שֶׁהוּא גָּדוֹל בַּתּוֹרָה יוֹתֵר מֵרַבּוֹ", ווער עס פרעגט אלע זיינע ספיקות פון זיין רבי און אפילו דער רבי פארשעמט אים פרעגט ער ווייטער אלע זיינע ספיקות, וועט ער זוכה זיין צו האבן קינדער וואס וועלן זיין גרעסערע תלמידי חכמים ווי זיין רבי; אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ד.): דוד המלך פלעגט פרעגן זיין רבי מפיבושת: מְפִיבֹשֶׁת רַבִּי, יָפֶה דַּנְתִּי? יָפֶה חִיַּבְתִּי? יָפֶה זִכִּיתִי? יָפֶה טִהַרְתִּי? יָפֶה טִמֵּאתִי? וְלֹא בּוֹשְׁתִּי"; דערפאר האט ער זוכה געווען צו האבן א זון וואס איז געווען גרעסער אין לערנען פון זיין רבי.


ווען דו רעדסט מיט א חבר און דו זעסט אז ער פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין און דו טראכסט צי דו זאלסט אים זאגן מוסר אדער נישט, דארפסטו געדענקען אז די וויכטיגסטע זאך איז אים צו מחזק זיין ער זאל האבן שייכות מיט אן ערליכער איד, זיך מיט אים דורך רעדן און פרעגן זיינע שאלות. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (אבות ב, ה): "וְלֹא הַבַּיְשָׁן לָמֵד"; מען דארף יעדע זאך פרעגן און זיך נישט שעמען.


יעצט צום עצם שאלה, צי ער זאל ארויס גיין עסן מיט דעם סעילסמאן וכו'; דאס איז דער וועג ווי אזוי דער יצר הרע כאפט אריין אידישע קינדער. אזוי ווי דער רבי דערציילט אין די מעשה פונעם חכם ותם (ספורי מעשיות, מעשה ט): "ווען דער חכם האט באקומען די בריוו פון דער שליח פונעם קעניג האט ער געמאכט א גרויסע סעודה און אינמיטן די סעודה האט דער חכם אנגעהויבן צו רעדן קעגן די אמונה", עיין שם; דאס איז דער וועג פון דער יצר הרע, ער מאכט א סעודה און דעמאלט ברענגט ער אריין ספיקות אין די אמונה.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עבודה זרה ח.): אויב מען גייט עסן מיט א גוי א סעודה, "אַף עַל פִּי שֶׁאוֹכְלִין מִשֶּׁלָּהֶן וְשׁוֹתִין מִשֶּׁלָּהֶן", אפילו דער איד ברענגט זיך מיט זיינע אייגענע כשר'ע עסן, "מַעְלָה עֲלֵיהֶם הַכָּתוּב כְּאִילוּ אָכְלוּ מִזִּבְחֵי מֵתִים", רעכנט דאס די תורה ווי דער איד עסט פלייש וואס מען האט מקריב געווען פאר עבודה זרה, אזוי ווי עס שטייט (שמות לד, טו): "וְקָרָא לְך וְאָכַלְתָּ מִזִּבְחוֹ". פון ווען דער גוי רופט דיר צו עסן מיט אים, רעכנט מען דאס שוין "כְּאִילוּ אָכְלוּ מִזִּבְחֵי מֵתִים" - ווי ער דינט עבודה זרה.


ליידער פאלן אזוי אוועק היינטיגע טעג זייער אסאך אינגעלייט. מען גייט ארויס עסן מיט גוים - כלומר'יש פאר ביזנעס; מען פארברענגט און מען שמועסט צוזאמען, נאכדעם הייבן זיי אן פרעגן זייערע קושיות, זיי מאכן ליצנות, ביז מען פאלט אוועק פון די אמונה.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז און שיקן דעם גואל צדק במהרה בימינו, אמן.

#31 - ווי אזוי לאז איך זיך אפ פון מיינע שלעכטע חברים
שידוכים, חברים, בחור, משניות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


קודם כל וויל איך זיך באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה פאר אלעס חיזוק און עצות וואס איך האב באקומען פון אייך.


יעצט צו מיין שאלה, דער ראש ישיבה רעדט אסאך איבער די הארבקייט פון זיך דרייען מיט שלעכטע חברים, איך האב ליידער אסאך שלעכטע חברים, איך וויל נישט זאגן אז זיי זענען שלעכט, איך ווייס אבער אז פאר מיר איז זייער שלעכט ווען איך דריי זיך מיט זיי, און איך ווייס נישט ווי אזוי איך קען אויפהערן זיך צו דרייען מיט זיי, כאטש וואס איך בין זייער קלאר אז צום סוף וועל איך זייער חרטה האבן אויף דעם, איך וועל זייער חרטה האבן אויף די זאכן וואס איך וועל טון צוליב זיי.


איך בין א בחור ווי אלע בחורים, און איך האב ליב צו פארברענגען מיט חברים און האבן פאן, און איך קען זיך שוין מיט די חברים פאר א לאנגע צייט, אבער ווי נאר איך האב אנגעהויבן צו הערן אייערע שיעורים האב איך געכאפט ווי נישט גוט ס'איז פאר מיר זיך צו דרייען מיט זיי, מיין שאלה איז נאר ווי אזוי קען איך זיי אפלאזן?


ס'איז געווען א שטיק צייט וואס איך האב נישט אויפגעהויבן ווען זיי האבן מיר גערופן, אבער מיר טרעפן זיך כסדר אויפ'ן גאס, און זיי פרעגן מיר אלעמאל פארוואס איך קום נישט פארברענגען מיט זיי, און ס'איז מיר שווער זיי אפצוזאגן אין פנים אריין.


יישר כח פאר'ן נעמען די צייט מיר צו ענטפערן, און נאכאמאל א יישר כח פאר די אלע גוטע זאכן וואס איך האב באקומען פון אייך.


...

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ויחי, ו' טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו הערן אז דו ביסט זיך מחי' ומחזק מיטן הייליגן רבינ'ס עצות. דער רבי לערנט אויס אונז מיר זאלן לעבן מיטן אייבערשטן, מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן, מיר זאלן אריין כאפן יעדן טאג תורה תפילה, ווייל נאר דאס וועט פון אונז איבערבלייבן.


וויסן זאלסטו אז א מענטש האט נישט קיין חברים, א מענטש איז איינער אליין; די אלע חברים וואס מען האט זענען גוט ווי לאנג עס גייט גוט פארן מענטש, ווען מען פאלט אריין אין א צרה, דעמאלט שאקלען זיך אפ פונעם מענטש אלע חברים און מען בלייבט איינער אליין. ווען א מענטש איז אריין געפאלן אין א צרה, עס גייט אריבער אויף אים בזיונות דעמאלט קען ער זען צי ער האט חברים, אויב האט ער דעמאלט א חבר וואס רעדט צו אים און איז אים מחזק - דאס איז א חבר.


מוהרא"ש זאגט, מען זעט ביי די פרשה פון יהודה מיט תמר, קודם שטייט (בראשית לח, א): "וַיֵּרֶד יְהוּדָה מֵאֵת אֶחָיו", יהודה איז אוועקגעגאנגען פון זיינע ברודער, "וַיֵּט עַד אִישׁ עֲדֻלָּמִי", ער איז געגאנגען צו א מאן וואס וואוינט אין שטאט עדולם, נאכדעם שטייט (שם, יב; כ): יהודה האט געשיקט פרעגן "רֵעֵהוּ הָעֲדֻלָּמִי", זיין חבר פון עדולם. פארוואס קודם שטייט סתם "איש עדולמי" דער מאן פון עדולם, שפעטער שטייט "רֵעֵהוּ הָעֲדֻלָּמִי", זיין חבר פון עדולם? זאגט מוהרא"ש, ווען א מענטש גייט אריבער בזיונות, עס איז א בזיון צו רעדן מיט דעם מענטש, דעמאלט קען מען זען צי מען האט חברים, אויב איינער רעדט מיט דיר ווען דו האסט אלעס פארלוירן, ביסט איינער אליין וכו' וכו' דאס איז א חבר. אנהייב ווען יהודה האט געטראפן א חבר פון עדולם, רופט די תורה אים נאך נישט אן "רֵעֵהוּ הָעֲדֻלָּמִי", ווייל ווען עס גייט גוט פארן מענטש, ער האט מענטשן ארום זיך, דאס איז נאך נישט קיין חבר, שפעטער ווען יהודה האט געהאט זיין פרשה, ער האט געזוכט אן עצה, ער האט געזאגט "תִּקַּח לָהּ, פֶּן נִהְיֶה לָבוּז", עס וועט זיין דא בזיונות, האט ער ווייטער מסכים געווען צו העלפן יהודה - דאס הייסט "רֵעֵהוּ הָעֲדֻלָּמִי".


סתם זיצן און פארברענען נעכט מיט חברים - דאס זענען נישט קיין חברים, דאס זענען בלויז כלומר'ישע חברים; די מינוט וואס דו וועסט זיי נישט צוניץ קומען וועט מען זיך אוועק דרייען די פנים פון דיר, קיינער וועט נישט קוקן אויף דיר.


דערפאר בעט איך דיר, לאז דיך אפ פון נישט גוטע חברים. נאך אביסל דארפסטו חתונה האבן, דעמאלט הייבט זיך אן דער לעבן, און אז דו וועסט פארברענען דיינע נעכט מיט נישט גוטע חברים וועט דאס האבן אויף דיר א שלעכטע השפעה, עס וועט דיר שטערן אויף שפעטער. ווייל ווען מען טראגט אן א שידוך און מען וויל וויסן צי דער בחור איז א וואוילער בחור קוקט מען ווער זיינע חברים זענען, אזוי ווי עס גייט דער שפריך ווארט: "ווילסט מיר קענען, קוק ווער מיין חבר איז".


אנשטאט גיין פארברענען די נעכט מיט חברים בלייב אין שטוב, לערן אביסל חומש - שנים מקרא ואחד תרגום; זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי און אזוי ווייטער ביז סוף וואך, אויך זע צו זאגן פרקים משניות, משניות רייניגט דעם מענטש, "מִשְׁנָה" איז די אותיות "מְשַׁנֶה", ווי מער א מענטש זאגט פרקים משניות איז ער זיך מְשַׁנֶה אינגאנצן, ער ווערט ריין.


משניות האט א סגולה אז עס שלעפט ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע בלאטע; אז מען זאגט משניות נעמט עס ארויס דעם מענטש פון די טיפסטע שמוציגסטע פלעצער וואו דער מענטש איז רחמנא לצלן אריין געפאלן.


נאכדעם, אז דו האסט נאך אביסל צייט, זע צו לערנען אביסל גמרא; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן ריד): "תַּלְמוּד בְּגִימַטְרִיָּא אוֹתִיּוֹת שֶׁל שְׁמָהּ לִילִית, עַל כֵּן יֵשׁ כֹּחַ בְּלִמּוּד הַתַּלְמוּד לְהַכְנִיעַ אוֹתָהּ", תלמוד באטרעפט די זעלבע ווי דער נאמען פון די קליפה וואס מאכט א מענטש זינדיגן אין פגם הברית; דערפאר אז מען לערנט גמרא איז מען מכניע די קליפה, אפילו דו פארשטייסט נישט אין אנהייב וואס דו לערנסט ניטאמאל עברי מיט טייטש קענסטו, דאך זאלסטו ווייטער לערנען, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן עו): "אפילו מען פארשטייט נישט דאס לערנען, זאל מען ווייטער לערנען, מען זאל זאגן די ווערטער ביז מען איז זוכה צו פארשטיין".


איך האף אז דו וועסט פאלגן דעם הייליגן רבי'ן, וועט דיר גוט זיין אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט.

#30 - אלע מיינע חברים זענען מצליח מער פון מיר
שלום בית, חברים, ענינים שונים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


פון אביסל נאך מיין חתונה, שוין איבער זעקס יאר, בין איך אין א גרופע פון איבער 30 געשמאקע אינגעלייט. אונז שמועסן אסאך און מיר קומען זיך צוזאם כסדר צו פארברענגען אין מלוה מלכה'ס.


אבער פון די גאנצע גרופע בין איך דער גרעסטער looser, אסאך פון מיינע חברים האבן שיין מצליח געווען אין ביזנעס און איך האב קוים ברויט אין שטוב. אסאך חברים קענען לערנען, איך זאג לעצטנס אביסל אויפ'ן סדר דרך הלימוד משניות מיט חומש אבער איך פארשטיי נישט גארנישט. אסאך חברים קענען שפילן מוזיק און דאווענען שיין פארן עמוד, איך קען נישט שפילן און נישט דאווענען און נישט ליינען. רוב חבירים האבן שוין געקויפט אייגענע גרויסע הייזער אין איך לעב אין א קליינע דירה.


יעדעס מאל מ'קומט זיך צוזאם, יעדער שמועסט הויך אבער איך האב נישט וואס צו פארקויפן. ס'מאכט מיך זייער צובראכן, איך פיל זיך ווי א דורכפאל וואס קיינער דארף נישט האבן.


א גרויסן ש'כח פארן אוועקגעבן צייט צו העלפן אנדערע.


חזקי

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת לך לך, ו' מר-חשון, שנת תשע"ח לפרט קטן


 


לכבוד חזקי נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי מיר מוחל, אבער איך פארשטיי נישט פארוואס דו ביסט אזוי צעבראכן וכו'; דער אייבערשטער האט דיר געהאלפן האסט חתונה געהאט שוין א שיינע פאר יאר, דו האסט א ווייב מיט קינדער, דו האסט פרנסה; אנשטאט דו זאלסט דאנקען דעם אייבערשטן טאג און נאכט אויף די ניסים וואס ער האט געטון מיט דיר און טוט מיט דיר, זוכסטו פון אונטער דער ערד אויף וואס צו קרעכצן.


עס איז זייער נאריש צו מקנא זיין א צווייטן, ווייל קיינער ווייסט נישט וואס עס טוט זיך אפ ביי א צווייטן; עס קען אויסקוקן צו מאל ווי דער מענטש פארדינט שיין, ער איז מצליח מיט אלעס, ער האט שלום בית, נחת וכו', אבער באמת האט דער מענטש בכלל נישט קיין לעבן, עס איז נאר געמאכט, עס זעט נאר אזוי אויס פון אינדרויסן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קנב:): "כָּל מִי שֶׁיֵּשׁ בּוֹ קִנְאָה - עַצְמוֹתָיו מַרְקִיבִין", ווער עס האט קנאה, ער איז מקנא א צווייטן, ווערן זיינע ביינער פארפוילט; בפשטות גייט עס ארויף אויף א נפטר, אז אויב א מענטש האט נישט געהאט קיין קנאה, וועט זיין גוף נישט פארפוילט ווערן אין קבר. אבער מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט, אז דאס גייט אויך ארויף אויף לעבעדיגע מענטשן; אז א מענטש וואס האט קנאה, ווערן אים זיינע ביינער פארפוילט נאך בחיים חיותו, זיין גאנצע לעבן עסט ער זיך אויף 'פארוואס האב איך נישט אזא לעבן ווי יענעם', 'פארוואס האב איך נישט אזא ווייב ווי יענעם', 'פארוואס האב איך נישט אזא הויז ווי יענעם'; ווען דער גאנצער יענער איז נעבעך צעבראכן אויף שברי שברים, עס זעט נאר אויס פון אינדרויסן אז יענער לעבט. און אפילו יענער זאל יא האבן א גוט לעבן, דארף מען אויך נישט מקנא זיין א צווייטן, ווייל אז דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די ווייב, די קינדער, און די סארט שטוב וכו' וכו', דארף איך גלייבן אז דאס איז דאס בעסטע פאר מיר, און בעסער קען נישט זיין.


דער הייליגער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן, חלק א', סימן לד): "כִּי יֵשׁ בְּכָל אֶחָד מִיִּשְׂרָאֵל דָּבָר יָקָר מַה שֶּׁאֵין בַּחֲבֵרוֹ, כְּמַעֲשֵׂה דְּאַבַּיֵי וְאַבָּא אֻמָּנָא, שֶׁהֵשִׁיבוּ לוֹ: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", יעדער מענטש האט אין זיך א נקודה וואס א צווייטער האט נישט; דער רבי ברענגט אראפ די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (תענית כא:) עס איז געווען א דאקטער וואס האט געהייסן אבא אומנא, ער פלעגט באקומען יעדן טאג א בת קול פון הימל: "שָׁלוֹם עָלֶיך אַבָּא אוּמְנָא"; אביי פלעגט באקומען נאר איין מאל א וואך א גריס פון הימל - יעדע ערב שבת, ער פלעגט הערן א בת קול: "שָׁלוֹם עָלֶיך אַבַּיֵי"; רבא פלעגט באקומען נאר איין מאל א יאר דעם בת קול, יעדן ערב יום כיפור פלעגט ער הערן: "שָׁלוֹם עָלֶיך רָבָא"; זאגט די גמרא אז אביי האט געהאט חלישות הדעת פארוואס דער פשוט'ער דאקטער באקומט יעדן טאג א בת קול און ער באקומט דאס נאר איינמאל א וואך, האט מען אים געענטפערט פון הימל: "לָא מָצִית לְמֶעֱבַד כְּעֻבְדָּא דְּאַבָּא אֻמָּנָא", דו קענסט נישט טון וואס אבא אומנא טוט; דערפאר איז נישט שייך צו קוקן אויף א צווייטן און מקנא זיין א צווייטן, ווייל יעדער האט זיין נקודה וואס דער אייבערשטער האט הנאה פון דעם, און פאר דעם איז ער באשאפן געווארן.


אז דו ביסט זוכה צו לערנען יעדן טאג מקרא, משנה וכו'; ביסטו דאך רייכער פון אלע דיינע כלומר'ישע חברים! וואס וועט יענער מיט נעמען אויף יענע וועלט, זיין שיינע קול? זיין שפילן? זיין הויז? וואס? חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת קכ.): אויפן פסוק (ישעיהו ג, ז): 'וּבְבֵיתִי אֵין לֶחֶם וְאֵין שִׂמְלָה' – "זֶה שֶׁאֵין בְּיָדִי לֹא מִקְרָא, וְלֹא מִשְׁנָה, וְלֹא תַּלְמוּד"; א מענטש וואס לערנט נישט יעדן טאג אביסל חומש, משניות און גמרא, דער מענטש איז דער גרעסטער ארימאן; נאך זאגן חז"ל (נדרים מא.): "אֵין עֳנִי אֶלָּא מִן הַדַּעַת", ווער איז אן ארימאן? דער וואס האט נישט קיין שכל; א מענטש וואס טראכט נישט פון תכלית, דער איז אן ארעמאן. א מענטש וואס לערנט נישט תורה יעדן טאג, ווען ער וועט אוועקגיין פון דער וועלט וועט ער זיין ארעם; אין בית החיים נעמט מען נישט מיט קיין געלט און קיין הייזער, דארט נעמט מען נישט מיט קיין שיינע קול, אדער שפילן וכו', דארט נעמט מען מיט נאר תורה ומעשים טובים; דערפאר פארשטיי איך נישט וואס דו שרייבסט מיט אזא צעבראכנקייט אז דו שפירסט זיך צווישן דיינע חברים ווי א פעלער, ווייל זיי קענען דאווענען פארן עמוד אדער שפילן, און דו קענסט גארנישט, נאר זאגן משניות און חומש וכו'.


איך וויל דיר פרעגן צי עס איז א נארמאלע זאך וואס דו טוסט, דו שרייבסט מיר אז דו האסט חברים, און מען קומט זיך כסדר צוזאם ביינאכט, און צו מלוה מלכה'ס; פארוואס זאלסטו ארויס גיין פארברענגען מיט חברים ווען דער אייבערשטער האט דיר געגעבן א מתנה אזא שיינע שטוב, דו האסט א ווייב מיט קינדער; פארוואס זאלסטו נישט פארברענגען אין שטוב מיט דיין ווייב און קינדער, פארוואס זאלסטו פארברענען דיינע יונגע יארן מיט חברים, וואס היינט איז ער דיין חבר און מארגן קען ער דיר מער נישט.


עס איז נישט דא אזא זאך ווי א חבר, מוהרא"ש זכרונו לברכה זאגט: "א אינגערמאן האט נאר איין חבר - זיין ווייב"; סתם פארברענען נעכט מיט אינגעלייט וואס אנטלויפן פון שטוב, אנטלויפן פון זייער לעבן, דאס זענען נישט קיין חברים, זיי זענען בכלל נישט דאהי, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (קידושין מ:): "כָּל שֶׁאֵין בְּיָדוֹ מִקְרָא, מִשְׁנָה, וְדֶרֶך אֶרֶץ, אֵינוֹ מִן הַיִּשּׁוּב"; סתם זיצן און שמועסן מיט אינגעלייט וואס עס קומט נישט ארויס פון די שמועסן קיין מקרא משנה, אדער פרנסה - עפעס תכלית, איז אינו מן הישוב.


א חבר איז איינער וואס ווען איך גיי אריבער א צרה, איך גיי אריבער בזיונות -  שטארקט ער מיר, און ער איז מיר מחזק; ווען קיינער וויל נישט קוקן אויף מיר וכו' וכו', דעמאלט קען מען זען וואס הייסט א חבר. אז מענטש וועט גוט קוקן אויף זיך, וועט ער זען, אז יעדע שטיק צייט מיינט ער אז ער האט אנדערע בעסטע חברים, און פלוצלינג טוישט זיך עס, און אלע חברים זיינע זענען פלוצלינג פארשוואונדן געווארן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.

#29 - פארוואס איז מיין חבר מער מצליח פון מיר?
לימוד התורה, תפילה והתבודדות, חברים, קנאה, פירושים, הצלחה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר די שיעורים און פאר אלעס וואס דער ראש ישיבה שליט"א טוט פאר כלל ישראל.


אלס בחור האב איך געהאט א שלעכטע חבר'שאפט מיט א געוויסער בחור, און מיר האבן אפגעהאקט און נישט געהאט קיין שייכות פאר דרייסיג יאר. א יאר צוריק האב איך אים געזען און איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון אים, איך בין קראנק אים צו טרעפן נאכאמאל, און נאכאמאל ווערן גוט מיט אים. איך טראכט פון אים יעדע פאר מינוט אין טאג.


איך בין אים זייער מקנא, און שפיר אז ער "האט עס" אסאך בעסער פון מיר, איך פיל אז ער האט מער געלט, כבוד, חברים, און א שענערע משפחה. איך האב געבעטן דעם אייבערשטן ער זאל אים ארויסנעמען פון מיין קאפ. איך לערן, און דאווען, און איך גיי אין מקוה יעדן טאג.


איך זוך ליבשאפט, מיין ווייב האלט אין איין בעטן זאכן און קריטיקירן, איך האב געפילט ליבשאפט ווען מיר זענען געווען חברים, און איך בין אים אזוי מקנא, און איך וויל זיין זיין חבר, ער איז קאלט צו מיר, אבער ער איז פאפולער מיט חברים, געלט, מ'האלט אים פאר א עושר.


ביטע מיר שרייבן, איך זאל האבן חיזוק.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת ויקרא, י' אדר ב', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואס מיינט סוקסעספול? אז מען האט געלט? וואס מיינט 'ער האט עס' - אז מען האט חברים? די תורה זאגט ביי יוסף הצדיק (בראשית לט, ב), ער איז געווען א סוקסעספולער מענטש, "וַיְהִי אִישׁ מַצְלִיחַ"; די תורה זאגט עס נישט ווען זיין טאטע האט אים ליב געהאט מער פון די ברידער, נישט ווען ער האט געהאט א זיידענע קלייד, נישט ווען ער איז געווארן משנה למלך אין מצרים, די תורה זאגט יוסף איז געווען א סוקסעספולער מענטש ווען מען האט אים ארויסגעשלעפט פון גרוב און פארקויפט פאר די שמוציגע אראבער, ווען פוטיפר האט אים געקויפט פאר א קנעכט.


שטעלט זיך א קשיא, דאס איז סוקסעס? א קינד וואס איז געווען די באליבסטער ביי זיין פאטער און מען האט אים מיט רציחה אריינגעווארפן אין א גרוב, פארקויפט פאר א קנעכט, ער איז פארכאפט ביי א מצרי - דאס איז סוקסעס? אויף אזא מענטש זאגט די תורה ער איז געווען אן איש מצליח? ווען אלע ברידער זענען חתונה געהאט, אלע האבן זייער לעבן און נאר יוסף האט נישט קיין שידוך; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פרקי דרבי אליעזר, פרק לו): "אלע שבטים, ווען זיי זענען געבוירן געווארן, זענען געבוירן געווארן מיט זיי זייער זיווג, חוץ יוסף הצדיק איז געבוירן געווארן אן א זיווג", - דאס איז איש מצליח?


נאר וואס דען, די תורה זאגט (שם): "וַיְהִי ה' אֶת יוֹסֵף", יוסף האט געלעבט מיטן אייבערשטן, יוסף הצדיק האט שטענדיג גערעדט צום אייבערשטן און זיך געשטארקט מיט אמונה, ער האט נישט געהאט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, דאס איז די גרעסטע הצלחה; ווען א מענטש גייט אריבער וואס ער גייט אריבער און ער רעדט זיך נישט אפ, ער האט נישט קיין קשיות אויפן אייבערשטן, ער איז נאכאלץ שטארק ביי די אמונה - דער איז אן איש מצליח, יוסף הצדיק האט געקענט פרעגן אן א שיעור קשיות 'פארוואס דארף איך ליידן? פארוואס האב איך נישט מיין שידוך? פארוואס האב איך די ביטערע נסיונות?' יוסף הצדיק האט נישט געפרעגט קיין קשיות, יוסף האט זיך זייער געשטארקט, ער האט געזינגען ניגוני אמונה, ער האט געטאנצן, געדאנקט און געלויבט דעם אייבערשטן, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (דברים רבה ד, ז) אויפן פסוק (תהלים לא, ח): "'אָגִילָה וְאֶשְׂמְחָה בְּחַסְדֶּךָ וגו'', זֶה יוֹסֵף".


נעם די עצה פון רבי'ן, תפילה והתבודדות; זוך א שטילע פלאץ, א ליידיגע צימער, אדער פאר מיט דיין קאר אין א ליידיגע פלאץ, אדער גיי אין א ליידיגע פעלד, און שמועס מיטן אייבערשטן, זאג אים אלעס וואס גייט אריבער אויף דיר, דערצייל אים דיינע מחשבות, דערצייל אים אז דו זוכסט ליבשאפט, דערצייל אים אז דו ביסט נישט פרייליך מיט דיר אליין, בעט אים ער זאל רחמנות האבן אויף דיר און דיך מקרב זיין צו אים, דו זאלסט אנהויבן שפירן די זיסקייט און איינגענעמע טעם פון שפירן דעם אייבערשטן, שפירן ליבשאפט פונעם אייבערשטן; דאס זאלסטו טון יעדן טאג, און מיט דער צייט וועסטו קיינעם נישט מקנא זיין, דו וועסט זיין זיכער מיט זיך.


מאך זיך שיעורים אין גמרא און אין משניות, דאס וועט דיך אויסגראדן דיין מח מחשבה, דו וועסט נישט זיין אנגעהאנגען אויף קיינעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#28 - וואס טו איך אז מיין חבר'טע האט זיך געקויפט א סמארטפאון?
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, טעלעפאן, חברים, סמארטפאון

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע שיעורים, עס איז מיר זייער מחזק.


איך האב געוואלט פרעגן וואס צו טון אז מיין חבר'טע האט זיך געקויפט א סמארטפאון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת תולדות, כ"ט מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


געבט זיך זייער אכטונג איר זאלט נישט אנקומען צו האבן א טעלעפאן וואס מען קען זען עבירות רחמנא לצלן. איר דארפט נישט אפהאקן די פריינדשאפט, מען קען ווייטער בלייבן פריינד אבער נישט קוקן אינעם טעלעפאן קיין שום זאך, אפילו נישט שלעכטע זאכן.


א רחמנות אויף אונזער דור, עס איז דא אזעלכע שווערע נסיונות; יונגע קינדער פאלן אראפ נאך איידער זיי באקומען דעת, יונגערהייט ווערט מען צוגעקלעבט צום טעלעפאן און נאכדעם האט מען שוין נישט די אויסוואל, מען קען שוין נישט אויסוועלן צו זיין גוט, מען איז שוין צוגעקלעבט צו קוקן און זיך שרייבן נישט גוטע זאכן.


בעטס דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער היט מיך פון שלעכטס, געב מיר כח צו קענען היטן מיינע אויגן און מיין מחשבה, געב מיר כח נישט צו ווערן נאכגעשלעפט נאך נישט גוטע זאכן, העלף מיך און מיינע דורות אלע זאלן בלייבן ביי די אמונה".


נאר מיט תפילה און אסאך התבודדות קען מען בלייבן ערליך און שטארק.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.