שאלה אין קורצן ענין
#1 - איך ציטער פון די אויסגאנג פון די וואלן אין אמעריקע
אומאן, אמונה, פחדים, נייעס, וואלן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין זייער דערשראקן אז איך האב נישט געקענט פארן דאס יאר קיין אומאן, עס איז דורכגעגאנגען אזא שרעקעדיגע יאר, שנת תש"פ, די גאנצע וועלט האט זיך איבערגעדרייט, אלעס האט זיך געטוישט. יעצט גייט זיין וואלן אין אמעריקע און איך קען נישט טראכטן וואס וועט פאסירן אז עס גייט קומען אן אלטער אפגעקאלעכטער מענטש און פירן א לאנד. ווען איך ליין עס ווען אין היסטאריע ביכער וואלט עס געווען גאנץ געשמאק, אבער עס מיטצולעבן איז גאר שרעקעדיג.


מיין גאנצע האפענונג איז געווען צו זיין ביים רבי'ן אויף ראש השנה און אויסבעטן א גוטע יאר, און יעצט אז מיר האבן נישט זוכה געווען דערצו, ציטער איך זייער שטארק וואסערע סארט יאר עס גייט קומען. איז נאך דא א וועג צו מאכן אז דאס יאר זאל זיין גוט און פיין?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ט' מר-חשון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שאד צו זארגן אומזיסטיגע זארג, דער אייבערשטער פירט די וועלט אזוי שיין און אזוי זיס, ער טוט אלעס און מאכט אלעס; נישט דער פרעזידענט וועט אונז העלפן און נישט דער פרעזידענט וועט שאדן מאכן, אלעס איז דער אייבערשטער, ער מאכט אלעס און טוט אלעס. אז מען פירט זיך מיט די תורה וועלן מיר האבן א זיסע יאר און אז מען פירט זיך נישט מיט די תורה דארף מען תשובה טון, ווייל אויב מען טוט נישט תשובה דעמאלט באקומט מען א שטראף; עס העלפט נישט אויב דער איז פרעזידענט אדער יענער איז פרעזידענט, עס ווענדט זיך נאר איין איין זאך 'אויב מען גייט מיט די תורה'.


הער אויף לעבן מיט דמיונות, אויב דער פרעזידענט געווינט וועט זיין גוט און אויב יענער געווינט וועט זיין שלעכט; נעם אריין אין זיך וואס דער אייבערשטער זאגט אין די תורה, אויב מען וועט גיין בדרך התורה וועט זיין גוט פאר אונז און פאר די גאנצע וועלט, און חס ושלום אויב מען גייט נישט מיט די תורה דעמאלט קומט אן עונש מן השמים.


מיר דארפן תשובה טון, זיך צוריק קערן צום אייבערשטן און טון נאר וואס דער אייבערשטער זאגט, דאן וועלן מיר האבן א שנת ברכה, א שנת גאולה; מען טאר נישט אויסהערן די נייעס וואס האקן און ליאמערן טאג און נאכט אין קאפ אז דער וועט זיין א ישועה אדער יענער וועט זיין א ישועה. אז די נייעס רעדט אין אידיש מיינט נאך נישט אז דאס איז כשר; מען קען רעדן אין אידיש, שרייבן אין אידיש - און עס איז קעגן די תורה, קעגן די אמונה, ווייל א ישועה וועט זיין נאר אז מען וועט זיך אויפהייבן דעם קאפ צום אייבערשטן, א ישועה וועט זיין ווען אלע וועלן איינערקענען אז 'אין עוד מלבדו'; דעמאלט וועלן מיר האבן א שנת ברכה, א שנת פרנסה.


אז דו ווילסט אן עצה נישט צו זיין דערשראקן - זאלסטו אויפהערן הערן נייעס; נייעס איז א שעדליכע זאך, עס מאכט דעם מענטש דערשראקן און ווארפט אים אריין אין א פאניק. דער הייליגער מנחת אלעזר זכותו יגן עלינו טייטשט דעם פסוק פון די תוכחה (ויקרא כו, לו): "וְהֵבֵאתִי מֹרֶךְ בִּלְבָבָם", דער אייבערשטער זאגט, אויב מען וועט נישט גיין אין די וועגן פון די תורה וועל איך אריין לייגן א מורא אין אייך, "וְרָדַף אֹתָם קוֹל עָלֶה נִדָּף", איר וועט אנטלויפן פאר שרעק פונעם קול וואס די בלעטלעך געבן ארויס ווען די ווינט בלאזט דערויף, טייטשט ער (בספר חיים ושלום) דער "עָלֶה נִדָּף", מיינט מען דער פארשטונקענעם בלעטל פון א צייטונג וואס דערשרעקט טאג איין טאג אויס פון מלחמות וכדומה; א רחמנות אויף די וואס לעבן מיט נייעס, זיי ווערן דערשראקן פון גארנישט מיט נישט, די נייעס ווארפט שטענדיג א פחד און א פאניק, דאס הרג'ט דעם מענטש מער ווי יעדע צרה.


חכמינו זכרונם לברכה ברענגען (תורת כהנים, בחוקותי, פרק ז) רבי יהושע בן קרחה האט דערציילט: "פַּעַם אַחַת הָיִינוּ יוֹשְׁבִים בֵּין הָאִילָנוֹת", איינמאל זענען מיר געזיצן צווישן די ביימער, "וְנָשְׁבָה הָרוּחַ וְהִטִּיחוּ הֶעָלִים זֶה בָּזֶה", אינמיטן האט א ווינט צעבלאזן די ביימער און די בלעטלעך האבן זיך געשאקלט איינע אויפ'ן צווייטן און ארויסגעגעבן א קול, "עָמַדְנוּ וְרַצְנוּ וְאָמַרְנוּ 'אוֹי לָנוּ שֶׁמָּא יַדְּבִּיקוּנוּ הַפָּרָשִׁים'", מיר זענען אנטלאפן פון פחד אז מען גייט אונז הרג'נען, "לְאַחַר זְמַן נִפְנִינוּ אַחֲרֵינוּ, וְרָאִינוּ שֶׁאֵין בֶּרְיָה", נאכדעם האבן מיר געזען אז קיינער יאגט נישט און קיינער לויפט אונז נישט נאך, האבן מיר געוויינט אז עס איז מקוים געווארן ביי אונז דאס וואס שטייט "וְרָדַף אֹתָם קוֹל עָלֶה נִדָּף"; אזא פנים האבן די וואס הערן די נייעס, מען ווערט דערשראקן און צעמישט. מען קען נישט שלאפן פון פחד, בשעת קיינער יאגט נישט און קיינער רודפ'ט נישט.


וואויל איז דער מענטש וואס זיין נייעס איז די פרשת השבוע, זיין נייעס איז א בלאט גמרא, מער פון דעם אינטערעסירט אים נישט; ער ווייסט אז דער אייבערשטער איז דער בורא ומנהיג לכל הברואים, דער אייבערשטער האט באשאפן די וועלט און פירט די וועלט, קיינער קען נישט בעסער מאכן אדער ערגער מאכן; אזא איינער איז זיך מחי' מיט'ן אייבערשטנ'ס וועלט, וואס ער דארף בעט ער דעם אייבערשטן, זיין האפענונג איז נישט אויף קיינעם נאר אויפ'ן אייבערשטן.


איך בעט דיר זייער, חזר זיך די ערשטע אני מאמין וועט דיר גוט זיין; חזר זיך: "אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה, שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְבָּרַךְ שְׁמוֹ הוּא בּוֹרֵא וּמַנְהִיג לְכָל הַבְּרוּאִים", איך גלייב אז דער אייבערשטער האט אלעס באשאפן און דער אייבערשטער פירט אלעס, "וְהוּא לְבַדּוֹ עָשָׂה וְעוֹשֶׂה וְיַעֲשֶׂה לְכָל הַמַּעֲשִׂים", נאר ער אליינס האט אלעס געטון, טוט אלעס און וועט אלעס טון.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.