לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
יישר כח פאר אלע חיזוק און עצות וואס איך באקום פון די שיעורים און פון די בריוו אין עצתו אמונה.
איך וואונדער מיר, און אויב איר קענט מיר עס ערקלערן וועל איך מיך זייער פרייען. איך פארשטיי אז איר שטעלט צו חתונות פאר מענטשן אין אייער קהלה פאר אומזיסט. דאס איז א מורא'דיגע חשובע זאך, און עס וואלט געווען געוואלדיג ווען מען קען עס איינפירן אויך אין אנדערע לענדער. איך וואונדער זיך אבער איין זאך; מען זאגט אז ווען מ'מאכט חתונה, עפענען זיך דאן די טויערן פון הימל, און מ'זאל נישט שפארן. איז ווי שטעלט זיך עס אפ? פארוואס זאל מען נישט מאכן א טייערע חתונה אויב די טויערן זענען סיי ווי אפן? איך מיין אייך נישט חס ושלום אפצופרעגן, אדרבה, איך וואלט אייך געוואלט נאכטון, איך בין נאר פשוט אביסל צומישט.
יישר כח
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת בא, כ"ט טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
איך ווייס נישט אויב דו ווילסט חוזק מאכן, אדער דו ביסט טאקע צעמישט; קען זיין דו האסט נאכנישט חתונה געמאכט קיין קינדער, דו ווייסט נישט בצערן של ישראל, דו ווייסט נישט וואס מענטשן גייען אריבער בעת שמחתם... טייערע משפחות גייען צוגרונד ווען מען הייבט אן חתונה מאכן די קינדער, מען גייט אריין אין שווערע חובות, ביז מען ווערט פשוט קראנק, עס טרעט זיי צו צום געזונט.
א גבאי צדקה דערציילט: איך נעם צוזאם געלט פאר א צדקה צוועק, איך גיי אין שולן און אויך ביי שמחות, פאסירט אמאל ביי א חתונה, איך גיי צום מחותן, און ווי געווענליך איידער איך בעט די מחותנים געלט, מאך איך זיכער אז יענער איז טאקע דער מחותן, פרעג איך דעם מחותן: "אנטשולדיגט, איר זענט דער בעל שמחה דא?" זאגט מיר יענער: "דו זוכסט דעם בעל שמחה? קום איך וועל דיר ווייזן ווער עס איז דער בעל שמחה"; איך האב נאכנישט געוויסט וואס דא גייט פאסירן, איך האב געטראכט אז מן הסתם האב איך זיך טועה געווען. איך גיי מיט אים, ער טראגט מיר ארויס פון זאל, אריין אין אפיס, דארט זיצט דער בעל הבית פונעם זאל; ער ווייזט מיר: "דא האסטו, ער איז דער בעל שמחה"; מיט טרערן אין די אויגן זאגט ער מיר: "דו זוכסט דעם בעל שמחה? איך בין דער בעל חוב, איך בין נישט דער בעל שמחה; בעט אים צדקה, ער האט היינט נאכט געמאכט פון די חתונה שווערע טויזנטער דאלער"; דער גבאי צדקה זאגט, ער האט נישט געוויסט וואס צו ענטפערן, ער איז געגאנגען אין די זייט און געוויינט.
די אלע וואס מאכן חוזק פון תלמידי היכל הקודש וואס מאכן חתונה פשוט, מען מאכט די שמחות אין בית המדרש אדער אין א אומזיסטיגע פלאץ, אן קיין רעש, אן קיין איבריגע זאכן, אזוי ווי די מסורה איז; אזוי ווי אונזערע עלטערן האבן חתונה געהאט, אזוי ווי מען האט זיך געפירט אינדערהיים, מען האט חתונה געמאכט אין שול; די אלע, אדער זענען זיי עשירים - זיי ווייסן נישט ווי מענטשן מוטשען זיך ביים מאכן שמחות, אדער האלטן זיי נאכנישט ביי חתונה מאכן די קינדער, אדער זוכן זיי סתם אזוי חוזק צו מאכן פון ברסלב; אנדערש וואלטן זיי נישט חוזק געמאכט.
עס האט נישט צוטון אויב מען האט געלט אדער נישט; אז די הימל עפנט זיך ביי א שמחה און עס קומט שפע מיינט נישט אז מען מעג אויסגעבן געלט צו באקומען כבוד וכדומה, אויסער דעם איז דאס א גרויסע אחריות, אז די פשוטי עם וואס האבן נישט און פארמאגן נישט - דארפן זיך צושטעלן און מאכן זייערע שמחות אויף דעם אופן, די קינדער ווילן די זעלבע שמחות ווי די חברים, און אז מען האט נישט די געלטער האלט מען זיך אפ פון מאכן שידוכים מיט די קינדער, מען לאזט די קינדער ווערן עלטער. די קינדער פאלן נעבעך אין עבירות, זיי גייען אריבער שרעקליכע פיין; קיינער ווייסט נישט וואס די בחורים און מיידלעך גייען אריבער, זיי ווילן זיין ערליך אבער זיי פאלן, און ווען מען מאכט שוין א שידוך דארף מען בארגן געלט, מען ווערט א בעל חוב השם ישמרינו.
מוהרא"ש זכותו יגן עלינו האט אזויפיל געשריבן אז מען זאל נישט אויסגעבן געלט ביי שמחות פאר נארישע נישטיגע זאכן, מוהרא"ש זאגט, ענדערש זאל מען נעמען די געלט און געבן פאר די פארפאלק זיי זאלן קענען לעבן, זיי זאלן זיך קענען שטעלן אויף די פיס.
וואויל איז דעם וואס בשעת א שמחה מאכט מען זיך נישט נאריש מיט זייטיגע זאכן, מען דאנקט און מען לויבט דעם אייבערשטן אז מען קען חתונה מאכן די קינדער. מען פריידט זיך מיט די שמחה, מען מאכט חתונה די קינדער יונגערהייט, אזוי ווי די הייליגע חכמים זאגן (יבמות סב:): "הַמַּדְרִיךְ בָּנָיו וּבְנוֹתָיו בְּדֶרֶךְ יְשָׁרָה", דער וואס איז מחנך די זין און טעכטער, "וְהֲמַשִׂיאָן סָמוּךְ לְפִרְקָן", און ער מאכט חתונה די קינדער יונגערהייט, אויף אים זאגט דער פסוק (איוב ה, כד): "וְיָדַעְתָּ כִּי שָׁלוֹם אָהֳלֶךָ".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.