שאלה אין קורצן ענין
#5 - ווי אזוי שטארק איך זיך נאכ'ן ווערן צעבראכן פון א גראפאלאג?
חכמות, חידושי תורה, תמימות, דמיונות, פארנארן, גראפאלאגיע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב א זאך וואס שטערט מיך שוין לאנג, מיט בערך א יאר צוריק ווען איך בין געווען אין קעמפ האט מען אראפגעברענגט א גראפאלאג און מען האט געבעטן יעדן איינעם אראפצושרייבן א תורה און עס איבערגעבן פאר אים. עס איז געווען ממש שטוינענד ווי ער האט צוגעטראפן יעדן איינעם זיינע נאטורן, משוגעת'ן, משפחה, און אזוי ווייטער. ביי מיר האט ער אבער געזאגט אז ווייל איך שרייב אזוי אז סוף שורה איז נידריגער ווי די אנהויב, מיינט דאס אז מיין לעבן וועט גיין בארג אראפ.


עס גייט כמעט נישט דורך א טאג וואס איך זאל זיך נישט דערמאנען פון דעם, און עס שטערט מיר זייער שטארק. איך ווייס וואס דער ראש ישיבה זאגט וועגן גראפאלאגיע אז עס איז סתם דמיונות, איך קען דאס אבער נישט ארויסקלאפן פון קאפ.


וואס קען איך טון דערצו?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, די חכמה פון ליינען יענעמ'ס שריפט - איז איין גרויסע דמיון; עס איז א וועג ווי אזוי צו קענען ארבעטן אויף מענטשן, פארנארן מענטשן וכו'.


דאס וואס מען זעט ווי זיי טרעפן צו, זיי זאגן פונקט וואס דער מענטש טוט און טראכט וכו' וכו'; ווער נישט איבערגענומען פון דעם, עס איז נישט קיין קונץ צוצוטרעפן וואס גייט אריבער אויפ'ן מענטש, ווייל וואס מען זאל נאר זאגן אויף א מענטש - וועט מען צוטרעפן. מענטשן גייען אריבער אזויפיל אין לעבן, מען קען אין איין מענטש אלעס צוטרעפן.


מוהרא"ש זאגט (אשר בנחל, מכתב ה' תיט): "ומה שקולעים אל השערה בדיוק מה שקורה אצל הזולת", דאס וואס מען זעט אז זיי טרעפן צו אויפ'ן האר וואס עס פאסירט ביי יענעם, זאגט מוהרא"ש: "היום זה קל מאוד", עס איז זייער גרינג צוצוטרעפן; הער א לשון פון מוהרא"ש: "כי מה שרק לא יגידו", וואס מען זאל נאר נישט זאגן אויף דעם מענטש: "מסכן האיש עבר על זה וכו' וכו'", - איז נעבעך אריבער אויף אים.


איך בעט דיר זייער קלאפ זיך נישט אראפ, זיכער נישט מיט די צעדרייטע זאך פון ליינען א שריפט; קוק חידושי תורה פון אלע צדיקים, ביי רוב פון זיי וועסטו זען אז די שורות גייען אראפ; מאך זיך נישט נאריש, עס איז אויסגעזויגן פון די פינגער, עס האט נישט קיין שום מקור, נישט פון די תורה און נישט פון קדושה; ענדערש לייג אריין דיין קאפ אין די הייליגע אמונה, חזר אמונה - וועסטו ווערן אויטאמאטיש אויפגעהויבן; אמונה הייבט אויף דעם מענטש, אמונה ברענגט א זיכערקייט אינעם מענטש; ווי מער מען חזר'ט אמונה - אלץ מער ווערט מען זיכער ביי זיך, ביז מען דארף שוין נישט קיינעם נאר דעם אייבערשטן.


מוהרא"ש דערציילט אונז, ער פלעגט גיין שפאצירן אין פעלד; אנהויב האט ער מורא געהאט פון דאס און פון יענץ, האט ער זיך אנגעהויבן אונטערזינגען ווערטער פון לקוטי מוהר"ן (חלק א', סימן סד): "ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות בלעדיך יתברך כלל, ובכל תנועה ותנועה - שם אלופו של עולם"; ער האט דאס געזינגען און געזינגען, ער האט דאס געזינגען א גאנץ לעבן, יעצט זינגט ער דאס אין גן עדן און דאס וועט משיח זינגען; דאס זאלסטו זיך זינגען טאג און נאכט: "אלעס איז דער אייבערשטער, דער אייבערשטער איז אלעס, נישטא גארנישט אויסער אים" - וועסטו ווערן שטארק מיט זיך און דו וועסט קענען מחזק זיין אנדערע.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#4 - יישר כח פאר אלע עצות, שיעורים, און דרשות
חסידות ברסלב, לימוד התורה, הכרת הטוב, פארנארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה', איך דאנק דעם אייבערשטן אויף דעם וואס איך האב געענדיגט די צענטע מאל ששה סדרי משנה, און אויך גמרא מסכת יבמות וואס איך לערן על סדר הש"ס, איך האב נישט קיין ווערטער זיך צו באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א, וואס האט מיר געטוישט מיין לעבן צום גוטן.


יעדעס מאל וואס דער יצר הרע קומט צו מיר מיט זיינע טענות, פארוואס איך בין משוגע געווארן, פארוואס איך האב זיך אנגעהויבן זוכן נייע וועגן, געב איך נאכאמאל א קוק איבער ווי אזוי איך האב אויסגעזען פארדעם, איך בין טאקע געגאנגען יעדע נאכט צו א שיעור, וואס דער מגיד שיעור דארט האט באמת פלייסיג געזאגט דעם שיעור, אבער מיט מיר האט עס גארנישט געהאט. און יעצט ברוך ה' גייט נישט אריבער א טאג אן משניות, גמרא, ברייתא, חומש רש"י, מדרש, ליקוטי מוהר"ן, שיחות הר"ן, אוצר האמונה, עצתו אמונה, תהילים, שוחן ערוך מחבר רמ"א. און איך בין נאך אויך ברוך ה' פארנומען מיט מיינע טייערע קינדער בלע"ה, איך ארבעט אין א חדר, און נאכאלץ קומט אן זייער פיל.


יישר כח פאר אלע עצות, שיעורים, און דרשות, דאס איז ממש לופט צו אטעמען, דער אייבערשטער זאל העלפן דער ראש ישיבה זאל ווייטער קענען מרביץ תורה זיין אן קיין שטערונגען מיט אסאך הצלחה און נחת מיט אלעס גוטס.


נ. ב. איך שרייב דעם בריוו זיך צו באדאנקען, נישט אלס א שאלה.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת וארא, כ"ב טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ביי די ערשטע מעשה וואס דער רבי האט דערציילט (ספורי מעשיות, מעשה א) ווי מען האט אפגערעדט דעם שני למלכות, ווען דער ווילדער מענטש איז געקומען צום שני למלכות און אים אפגערעדט, ער האט אים געזאגט: "מען האט דיר איינגערעדט א נארישקייט", און אים געשיקט צו זיין ברודער וואס איז ממונה אויף די עופות, יענער ברודער האט אים אויך אפגערעדט און געזאגט: "מען האט דיר א נארישקייט איינגערעדט", און אים געשיקט צו זיין ברודער, דער וואס איז ממונה אויף די ווינטן; אלע גרויסע ווילדע מענטשן האבן אפגעלאכט פון דעם שני למלכות.


זאגט דער רבי, דער שני למלכות האט זייער געוויינט און האט פאר אלעמען געענטפערט דעם זעלבן לשון: "עס איז בוודאי יא דא!" זיי האבן אים געזאגט: "מען האט דיר איינגערעדט א נארישקייט", און ער זאגט זיי דעם לשון: "עס איז בודאי יא דא!" זאגט מוהרא"ש, די ראשי תיבות פון די ווערטער: "ב'ודאי י'א ד'א" איז "בְּיַד", אין מיין האנט; קוק וואס איך האב אין מיינע הענט.


די ווילדע מענטשן, די מתנגדים מאכן חוזק: 'עס איז נישט קיין גוטע פלאץ', זיי שפעטן פון די עצות וואס מיר הערן פון רבי'ן; וואס איז די עצה נישט צו ווערן צעפאלן? איך קוק אין מיין האנט! וואס האב איך אין האנט? איך זע וואס דער צדיק געבט מיר; דער רבי געבט מיר לערנען תורה, איך האב שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, איך ענדיג יעדע וואך די פרשה שנים מקרא ואחד תרגום מיט רש"י, איך האב א שיעור אין משניות, איך זאג פרקים משניות; איך האב שוין מסיים געווען עטליכע מאל ששה סדרי משנה. אזוי אויך מיט גמרא, און אזוי ווייטער. איך קוק אין מיין האנט, איך זע וואס איך האב אין האנט, איך דאווען, איך בין זיך מתבודד, איך לעב שיין מיט מיין ווייב, איך בין מחנך מיינע קינדער, איך האב פולע אוצרות אין מיין האנט.


דאס איז געווען די שטארקייט פונעם שני למלכות, ער האט אלץ געקוקט אין זיין האנט, 'וואס באקום איך ביים צדיק?' און דאס איז די שטארקייט פון תלמידי היכל הקודש. ווען עס קומען מתנגדים, סיי מתנגדים אין די לבוש פון א מענטש, סיי מתנגדים אין מח מחשבה, די אלע סארט בלבולים וואס קומען אריין אין פרישע מקורבים: 'בין איך יא אין א גוטע פלאץ? בין איך אין א משוגע'נע פלאץ? מען האט יא געהאלטן פון די פלאץ? מען האט נישט געהאלטן פון די פלאץ?' - איז די וויכטיגסטע זאך צו קוקן: 'וואס האב איך אין מיין האנט?'


אזוי ווי בגשמיות לאזט זיך א מענטש נישט נארן, ער קוקט שטענדיג אויב ער איז מרויח; קיינער ארבעט נישט בחינם, קיינער וועט נישט ארבעטן אין א פלאץ וואס מען צאלט נישט, קיינער וועט נישט ארבעטן אויב מען איז נישט מרוויח גוטע רווחים; אזוי, און נאך מער - איז ברוחניות. אז איך דריי זיך אין א פלאץ, איך האב געטראפן א רבי, א מורה דרך, אן ערליכער איד, א חבורה - דארף איך שטענדיג קוקן אויב איך בין מרוויח; אויב בין איך מרוויח, איך לערן, איך דאווען, איך באקום שלום בית. אויב מען האט יא געהאלטן פון דעם פלאץ אדער נישט - דאס גייט מיר שוין נישט אן, איך קוק "בְּיַד" - אין מיין האנט.


גיי ווייטער אן מיט דיינע שיעורים כסדרן; לערן משניות נאכאמאל און נאכאמאל אן אן ענדע, און לערן ווייטער ש"ס כסדרן, הלכה, און דעם רבינ'ס ספרים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - ווי אזוי ווערט מען נאנט אין "היכל הקודש"?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, ספרי ברסלב, צדיקים, ספיקות, היכל הקודש, דרשות, בלבולים, פארנארן, אמונת חכמים, חלישות הדעת

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ש'כח אייבערשטער עס איז געווען א הערליכע פרויען צוזאמקום און א הערליכע שיעור, די נקודה וואס מען האט גערעדט אז מען דארף זיך קאנצעטרירן אויף די שיעורים און אויף די תכלית פון די פלאץ, איז אזא וויכטיגע און שטארקע נקודה.


איך געדענק ווען איך בין געקומען די ערשטע מאל אין א שבת אין שול אין שטעטל, איז דעמאלט צוגעקומען צו מיר א פרוי און אנגעהויבן רעדן עפעס אזוי, "ש'כח אייבערשטער, אמת עס דא איז די שענסטע פלאץ אין די וועלט? און מיר זענען אזוי לאקי צו האבן אזא ראש ישיבה" און אזוי ווייטער אזעלכע סארט ווערטער, און עס האט זיך נישט געענדיגט. איך האב זיך שיעור אויסגעדרייט און אנטלאפן, עס האט מיר שרעקליך געאיבלט, איך האב אנגעהויבן טראכטן אז איך בין אריינגעפאלן אין די נישט ריכטיגע פלאץ.


שפעטער איז צוגעקומען צו מיר א צווייטע פרוי, און זי האט מיר געזאגט אז זי וויל מיר נאר זאגן א גוטע עצה, זי האט מיר געוויזן אויף די מחיצה און מיר געזאגט אז אויב איך וויל עכט וויסן וואס די פלאץ איז און נישט ווערן צעמישט, זאל איך קוקן נאר דא, און מיט דעם האט זי מיר אריינגעוויזן אין די מחיצה אויפ'ן ראש ישיבה שליט"א. זי האט מיר געזאגט, "קוק נישט רעכטס און נישט לינקס, ווייל אויב יא האסטו גרויסע שאנסן אוועקצוגיין נאך איידער דו קומסט אן".


איך בין איר זייער מכיר טובה. מערערע מאל האט זי מיר זייער מחזק געווען און מיר געהאלפן האלטן דעם קאפ אויפ'ן פלאץ. עס איז געווען צייטן ווען איך האב געשפירט אז דאס איז עס, און זי האט מיר זייער אויסגעקלארט און מחזק געווען. זי האט אלעמאל געהאט די ריכטיגע זאך צו זאגן.


איך האב אנגענומען איר עצה, און איך האב אזוי געטון סיי אין שטעטל און סיי ביי די פרויען שיעורים פאר די ערשטע לאנגע צייט. איך האב קודם נישט געוואוסט וואו איך בין אריינגעפאלן, איך בין געקומען צום שיעור און ארויסגעגאנען א מינוט נאכ'ן שיעור. אבער ש'כח אייבערשטער אז מען איז זוכה דורך די שיעורים אויסצואוואשן דעם מח מיט די אלטע וועג פון טראכטן, און זען די שיינקייט פון יעדן.


נישט אז היינט בין איך שוין אריבער אלע זיבן וואסערן, עס פאסירט נאך גענוג מאל וואס איך פאל אריין אין א קטנות הדעת ווען איך קום אין שטעטל. און אלעס און יעדער שטערט מיר, איך ווייס אבער כאטש אז איך בין דער פראבלעם און נישט יענער. ש'כח אייבערשטער.


איך שעפ זייער אסאך חיזוק ווען דער ראש ישיבה שליט"א רעדט פון זיין אנהויב התקרבות, ווייל איך זע אז איך האב נאך אפשר שאנסן אויסצוקלארן מיין בליק און מיין מח.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת ראה, כ"א מנחם-אב, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


היכל הקודש איז איין זאך: 'שכל און התחזקות פון הייליגן רבי'ן'; עס איז נישט קיין מענטשן, עס איז נישט דער און נישט יענער, עס איז גארנישט עפעס אנדערש אויסער די ספרים וואס זענען מגלה דעם אייבערשטן.


חלישות הדעת און בלבולים וכו' - דאס מוז זיין, ווייל ווען מען ווערט מקורב צום הייליגן רבי'ן, מען הויבט אן הערן דעם הייליגן רבינ'ס תורות, חיזוק און עצות, ווי אזוי צו לעבן מיטן אייבערשטן - ווערט דער סמ"ך מ"ם זייער דערשראקן, אז פון זיין שווערע הארעוואניע וועט גארנישט בלייבן, ער זוכט אלע וועגן ווי אזוי אוועק צו שלעפן דעם מענטש פון רבי'ן.


דער רבי האט דערציילט (סיפורי מעשיות מעשה ז', מזבוב ועכביש) אז פאר זיין נשמה איז אראפגעקומען אויף דער וועלט איז דער סמ"ך מ"ם געקומען צום בית דין של מעלה מיט א טענה: "אויב די נשמה קומט אראפ אויף דער וועלט, פארוואס האט מען מיך באשאפן?" האט מען אים געענטפערט: "די נשמה מוז אראפקומען אויף דער וועלט, דו גיי זוך אן עצה"; וואס איז דער סמ"ך מ"ם אזוי דערשראקן פון רבינ'ס נשמה? ווייל וויפיל ער זאל נאר צעברעכן, אראפווארפן און אוועקשלעפן דעם מענטש פונעם אייבערשטן - קומט דער רבי און ברענגט דעם מענטש צו תשובה, און צו אנהויבן א נייעם לעבן, דער רבי ברענגט אונז צו מדריגות פון צדיקים, מען טוט תשובה און אלע עבירות ווערן זכיות, דער רבי איז אים ווי א דארן אין אויג.


מיר האבן נישט קיין השגה אין דאס גרויסקייט פון צדיקים, אלע צדיקים זענען דבוק צום אייבערשטן און רעדן צו זייערע תלמידים פון עבודת השם יתברך, דער סמ"ך מ"ם האט נישט ליב קיין איינע פון די צדיקים, אבער ביים רבי'ן - דארט איז עפעס אנדערש, דער רבי כאפט ארויס נשמות וואס זענען שוין פארכאפט ביי די קליפות, דער רבי לאזט זיך אראפ צו אונז מענטשן וואס מיר זענען אזוי ווייט און האט אויף אונז רחמנות מיר זאלן אויך זוכה זיין צו שפירן דעם אייבערשטן; דאס קען דער סמ"ך מ"ם נישט ליידן, דעריבער טוט ער אלע פעולות אוועק צו שלעפן דעם מענטש פון רבי'ן; מיט לשון הרע און ליצנות, חלישות הדעת און בלבולים וכו' וכו'.


מוהרא"ש פארציילט אויף א משפיע ביי אנשי שלומינו וואס איז געפארן פון אמעריקע קיין ארץ ישראל צו זיין ראש השנה ביים קיבוץ אין ירושלים, נאך די ערשטע טאג ראש השנה איז יענער געווארן אזוי אנטוישט פון די הפקירות אין שול (מאה שערים), אז ער איז נישט צוריק געקומען דאווענען מיט אנשי שלומינו, ער איז געגאנגען דאווענען אין תולדות אהרן, ביז מוהרא"ש האט גערעדט מיט אים שעות אויף שעות ער זאל נישט קוקן אויף קיינעם, ער זאל נאר קוקן אין די ספרים און נעמען די שכל פון רבי'ן.


אן א שיעור מענטשן האבן אפגעלאזט דעם הייליגן רבי'ן צוליב חלישות הדעת וכו' וכו'. ווען איך בין מקורב געווארן האבן מיר זייער אסאך זאכן געשטערט, דעמאלט האב איך אפגעמאכט אז איך קוק נישט אויף קיינעם, עס גייט מיר גארנישט אן, איך קום צו מוהרא"ש, איך הער וואס איך דארף הערן און איך לערן די הייליגע ספרים, די הייליגע קונטרסים, מער אינטערעסירט מיר נישט.


מוהרא"ש האט אסאך גערעדט פון דעם צו אונז ביי די שיעורים; נישטא קיין נאנטע מקורבים, נישטא קיין ווייטע מקורבים, אלעס איז שטותים והבלים, איין זאך איז דא, די שיעורים, די ספרים; מען זאל טון וואס מען רעדט ביי די שיעורים, און זיך מאכן א חשבון: 'האב איך היינט גערעדט צום אייבערשטן? האב איך היינט געעפנט א משניות? האב איך היינט געעפנט א ליקוטי מוהר"ן?' מוהרא"ש פלעגט אזויפיל רעדן צו אונז מיר זאלן זיך נישט לאזן נארן, אזוי ווי דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן; מה שביד בטוח.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.



א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#2 - מתפלל זיין מיין ווייב זאל ווערן א ברסלב'ע, ווען זי בעט די פארקערטע?
שלום בית, תפילות אויף אידיש, חסידות ברסלב, תפילה והתבודדות, מעביר סדרה, אמת, חומש רש"י, פארנארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אזוי פרייליך אז איך האב זוכה געווען דעם פארגאנגענעם יאר צו ענדיגן גאנץ חמשה חומשי תורה, וואס איך האב זוכה געווען צו לערנען יעדן טאג אין לויף פונעם גאנצן יאר. א גרויסן יישר כח פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר אלע חיזוק און עצות.


עס מאכט מיר לאכן ווען איך האלט אין איין בעטן דעם אייבערשטן אז מיין ווייב זאל שוין מקורב ווערן צו ברסלב, און אין די זעלבע צייט איז מיין ווייב מתפלל אז איך זאל שוין אפלאזן ברסלב, איך זאל ווערן א ... חסיד.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת בראשית, אסרו חג סוכות, כ"ד תשרי, שנת תשפ"ד לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר, חיפה


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך פריי זיך זייער צו הערן אז דו האסט א גאנץ יאר זוכה געווען צו מעביר סדרה זיין שנים מקרא ואחד תרגום, די קומענדיגע יאר הבא עלינו לטובה זאלסטו אויך לערנען רש"י. עס איז נישט על מנת שתעלה לרקיע, יעדער איינער קען דאס באווייזן; טייל איין די פרשה לויט די וואך, לערן יעדן טאג אביסל חומש תרגום מיט רש"י, זונטאג ביז שני, מאנטאג ביז שלישי, דינסטאג ביז רביעי און אזוי ווייטער; אזוי במשך די יאר וועסטו ענדיגן חמשה חומשי תורה מיט רש"י הקדוש. דו וועסט זוכה זיין צו זיצן אין היכל פון רש"י אויף די וועלט און אויף יענע וועלט; אזוי האט דער הייליגער שר שלום פון בעלזא זכותו יגן עלינו געזאגט: "ווער עס וועט לערנען און ענדיגן יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז פארזיכערט אז ער וועט זיצן אויף יענע וועלט אין די היכל פון רש"י", און פון מוהרא"ש האבן מיר געלערנט אז "ווער עס לערנט און ענדיגט יעדע וואך חומש מיט רש"י, איז זוכה צו זיצן אין רש"י'ס היכל נאך אויף די וועלט", דאס הייסט די גאנצע לעבן ווערט אן אנדערע לעבן; א זיסע לעבן, א לעבן מיט הייליגקייט.


בנוגע דיין ווייב וואס זי בעט אז דו זאלסט אפלאזן ברסלב און דו ביסט מתפלל זי זאל מקורב ווערן צו ברסלב; בעט דעם אייבערשטן פאר זיך, בעט דעם אייבערשטן דו זאלסט זיך נישט נארן, דו זאלסט זיין ביים אמת, גיי אין א שטילע פלאץ און שריי (תהילים פו, יא): "'הוֹרֵנִי ה' דַּרְכֶּךָ אֲהַלֵּךְ בַּאֲמִתֶּךָ יַחֵד לְבָבִי לְיִרְאָה שְׁמֶךָ', ווייז מיר וואו איז די אמת, איך זאל זיך נישט נארן מיין גאנצע לעבן"; בעט פאר זיך, אויך זאלסטו בעטן פאר דיין משפחה און פאר אלע אידן, אלע זאלן לעבן מיט אמונה.


זיי זיך נישט מבלבל פון קיינעם, גיי דיין וועג, זיי עוסק אין תפילה והתבודדות און לערן דיינע שיעורים בכל התורה כולה, און דיין ווייב זאלסטו מכבד זיין, זאלסט שיין רעדן צו איר מיט דרך ארץ און עהרע; וועסטו זוכה זיין צו קומען אויפן אמת'ן וועג.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - וואו איז מיין שורש נשמה?
מורה דרך, צדיקים, נשמה, פארנארן

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין אויפגעוואקסן אין ליובאוויטשע שטוב, מיין עלטערן געהערן קיין חב"ד, אבער זיי גייען אויך צו א חשובער משפיע פונעם היינטיגן דור. עטליכע יאר צוריק האב איך זיך באקענט מיט ברסלב, און שפעטער בין איך געוואויר געווארן פון מוהרא"ש דורכ'ן ספר "אש קודש", איך האב געליינט די מעשיות דארט און איך בין שטארק נתעורר געווארן דערפון.


איך האב געהאט דעמאלט א שטיקל "מופת", ווייל איך האב געליינט דארט איבער פילע מופתים פון מוהרא"ש, און איך האב אנגעהויבן טראכטן איז דען מופתים דאס עס מאכט א צדיק, און פונקט דעמאלט האב איך געגעבן א מיש אויף צו די הקדמה, און דער מחבר שרייבט דארט, "זיכער איז נישט די מופתים וואס מאכן איינעם פאר א צדיק, נאר דאס וואס ער איז מקרב אידן צום אייבערשטן", און דאס איז מיר געווען א שטארקע חיזוק. שפעטער האב איך געלערנט נאך פילע ספרים פון מוהרא"ש און דאס האט מיר פיל געהאלפן אין לעבן.


יעצט בין איך אבער זייער צעמישט וואס מיין שורש נשמה איז, איך שפיר אז ס'איז אין ברסלב, און ברוך ה' אז מיין עלטערן פארשטייען דאס און שעצן דאס, פון דעסט וועגן בין איך אבער אויפגעוואקסן אין ליובאוויטש, און אויך האב איך זייער ליב דעם משפיע צו וועמען מיינע עלטערן גייען. איך וויל וויסן מיט א קלארקייט ווער מיין רבי איז, וואס מיין שורש נשמה איז, ווי אזוי קען איך וויסן אויב עס איז אין ברסלב, חב"ד, אדער ביי דעם חשובן משפיע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת קרח, כ"ח סיון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל וויסן וואו צו גיין און פון וועם צו מקבל זיין הדרכה אין לעבן.


דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן ו): "הַיֵּצֶר הָרָע דּוֹמֶה כְּמוֹ מִי שֶׁהוֹלֵךְ וְרָץ בֵּין בְּנֵי אָדָם", דער יצר הרע איז צוגעגליכן צו א מענטש וואס לויפט צווישן מענטשן, "וְיָדוֹ סְגוּרָה", מיט א פארמאכטע האנט, "וְאֵין אָדָם יוֹדֵעַ מַה בְּתוֹכָהּ", ער פאפט אויס אלעמען, יעדעם דאכט זיך אז ער האט אין זיין האנט דאס וואס ער וויל, דעריבער לויפן אים אלע נאך, ווייל מען מיינט אז מען וועט באקומען די זאך וואס מען וויל, "וְאַחַר כָּךְ הוּא פּוֹתֵחַ אֶת יָדוֹ וְאֵין בָּהּ כְּלוּם", ביים ענדע עפנט ער זיין האנט און מען זעט אז עס איז גארנישט דא דארט; "כְּמוֹ כֵן מַמָּשׁ הַיֵּצֶר הָרָע", אזוי טוט דער יצר הרע, "שֶׁהוּא מְרַמֶּה כָּל הָעוֹלָם, וְהַכֹּל רָצִים אַחֲרָיו וּמְרַמֶּה לְכָל אֶחָד וְאֶחָד", ער רעדט איין א מענטש מען זאל אים נאכלויפן, ביים סוף ווען דער מענטש גייט אוועק פון דער וועלט, עפנט ער זיין האנט און מען דערזעט זיך אינגאנצן אפגעפאטשט נאכדעם וואס מען איז אים נאכגעלאפן א גאנץ לעבן אומזיסט.


מוהרא"ש זאגט, דער רבי מיינט מיט דעם משל בעיקר דאס נאכלויפן א צווייטן; עס זענען דא וואס לויפן נאך אנדערע, מען לויפט צו משפיעים, צו רבי'ס - און מען ווערט אפגענארט, עס גייט אריבער דאס לעבן מיט גארנישט.


איין עצה איז דא: 'אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל אנקומען צום אמת'; מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן מען זאל זיך נישט נארן בזה העולם, דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן נא): "אֶת זֶה תְּקַבְּלוּ מִמֶּנִּי, שֶׁלֹּא יַטְעֶה אֶתְכֶם הָעוֹלָם, כִּי הָעוֹלָם מַטְעֶה מְּאֹד", דאס זאלט איר מקבל זיין פון מיר: די וועלט נארט אייך, לאזט אייך נישט נארן.


מוהרא"ש זאגט (צוואת מוהרא"ש, אות טו): "וִוי אַזוֹי קֶען מֶען וִויסְן אוֹיבּ אֵיינֶער אִיז אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג? דֶער סִימָן דֶערְצוּ זָאגְט דֶער רֶבִּי (לִיקוּטֵי מוֹהֲרַ"ן חֵלֶק ב' סִימָן ע"ב) אַז וֶוען אַ מֶענְטְשׁ גֵייט צוּ אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק דַאן פַאלְט אוֹיף אִים אַרוֹיף אַ שִׁפְלוּת, עֶר פִילְט אַז עֶר אִיז דֶער עֶרְגְסְטֶער מֶענְטְשׁ, אוּן עֶר הַאלְט זִיךְ נִישְׁט גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן. אוֹיבּ אָבֶּער וֶוען מֶען גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ, אוּן מֶען בַּאקוּמְט דָארְט אַ גַאֲוָה אוּן מֶען הַאלְט זִיךְ גְרֶעסֶער פוּן אַ צְוֵוייטְן, אַז נָאר עֶר וֵוייסְט דֶעם אֱמֶת אוּן קֵיינֶער וֵוייסְט נִישְׁט דֶעם אֱמֶת, דָאס אִיז אַ סִימָן אַז מֶען אִיז בַּיי אַ פַאלְשְׁן מַנְהִיג אוּן מֶען דַארְף אַנְטְלוֹיפְן פוּן דָארְט. פוּן אַן אֱמֶת'ן צַדִיק בַּאקוּמְט מֶען שִׁפְלוּת.


נָאךְ אַ סִימָן אִיז דָא אַז אַן אֱמֶת'עֶר צַדִיק אִיז מְעוֹרֵר זַיינֶע מֶענְטְשְׁן צוּ לֶערְנֶען דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אוּן אַ פַאלְשֶׁער מַנְהִיג וֶועט רֶעדְן פוּן אַלֶעס אוֹיסֶער פוּן תּוֹרָה, דֶערִיבֶּער וֶוען אִיר גֵייט צוּ אַ מֶענְטְשׁ אוּן אִיר זֶעט אַז דוּרְךְ יֶענֶעם בַּאקוּמְט אִיר אַ חֵשֶׁק צוּ לֶערְנֶען פְלַייסִיג דִי הֵיילִיגֶע תּוֹרָה, אִיז אַ סִימָן אַז אִיר זֶענְט בֵּיי אַן אֱמֶתְ'ן צַדִיק".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.