שאלה אין קורצן ענין
#4 - עס אינטערעסירט מיר מער נישט קיין שום פאליטיק
מלכות הרשעה, ספרי ברסלב, תכלית, פאליטיק, בחירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך מוז זיך באדאנקען אויף דעם וואס איך בין דאס מאל נישט געגאנגען שטימען ביי די בחירות דא אין ארץ ישראל, אין זכות פונעם ראש ישיבה שליט"א. איך האב זוכה געווען מקיים צו זיין די מצוה פון "ועשית ככל אשר יורוך" במשך די 14 שעה פון טאג, יעדע מינוט פון טאג האב איך געפאלגט וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשריבן אז מען זאל נישט גיין צו די בחירות. אנדערש ווי די וואס גייען יא, מיט'ן אויסרייד אז זיי דארפן פאלגן זייערע רבי'ס און מקיים זיין דעם "ועשית ככל אשר יורוך" נאר איינמאל בשעת'ן אריינווארפן דעם צעטל...


איך מוז זיך באזונדער באדאנקען, ווייל איידער איך בין מקורב געווארן פלעג איך יא גיין צו די בחירות, מיט'ן לשם יחוד און דער גארטל, אזוי ווי מיינע אלטע חברים, און יעדעס מאל פלעג איך ליגן אין דעם מיט'ן גאנצן קאפ און מח, יעדע פאר מינוט האב איך נאכאמאל געדארפט רופן די נייעס קוועלער צו הערן וואו ס'האלט, וויפיל פראצענט האבן שוין געוועלט, וויפיל פראצענט פון יעדע קהלה האט שוין געוועלט, וואס מ'זאגט אלץ פאר ווער עס גייט געווינען, און אזוי ווייטער. שוין אפגערעדט די נאכט נאך די בחירות האב איך געדארפט אלעס מיטהאלטן ביז אינדערפרי, ווער עס האלט וואו. דאס יאר איז אבער געווען גאר אנדערש, איך האב געהערט וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אז מיר האבן נישט קיין שום שייכות מיט די ערב רב, און איך האב דאס אויסגעפאלגט אינגאנצן, איך בין נישט געגאנגען וועלן, און איך האב בכלל נישט מיטגעהאלטן קיין שום נייעס איבער די בחירות, נישט פארדעם און נישט נאכדעם, און עס אינטערעסירט מיר כמעט נישט די גאנצע זאך.


איך בין געווען איבערגענומען פון מיר אליין ווי אזוי איך האב געהאט די שטארקייט אויף דעם, ממש פונקט פארקערט פון ווי אזוי איך האב זיך געפירט איידער איך בין מקורב געווארן, און דאס אלעס האב איך צו פארדאנקען דעם פאר'ן ראש ישיבה שליט"א.


א גרויסן יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש שרייבט קלאר אין אשר בנחל מען זאל נישט האבן מיט די ערב רב, מען זאל נישט האבן מיט זיי קיין שום מגע ומשא. די אלע וואס שרייען: "ועשית ככל אשר יוריך" - איז איין גרויסע ליצנות, איין שטיק בלאף, איין שטיק שקר; אלע פארטייען איז פאר איין ציל: פאר כבוד און געלט.


מער און מער מענטשן ווערן מיד און האבן מער נישט קיין כח צו די זאכן, מען זעט שוין קלאר אז אלעס איז איין שטיק פאליטיק; מען מאכט משוגע מענטשן, יעדע פארטיי - פאר זייער אייגענע אינטערעסן.


לערן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים - וועסטו באקומען א קלארע מח, א ריינקייט, א זויבערקייט; עס וועט דיר נישט אינטערעסירן קיין נייעס, קיין פאליטיק, וועסט קוקן אין א צייטונג אזוי ווי דער האן קוקט אין בני אדם.


דעם רבינ'ס ספרים פילטערט דעם מח, מען הויבט אן לעבן מיט תכלית, מען הויבט אן לעבן מיט זכרון בעלמא דאתי, מען הויבט אן טראכטן 'איין טאג וועל איך זיין א גוסס און א טויטער, מען וועט מיר אראפלייגן אויף דער ערד מיט די פיס צום טיר'; דעמאלט וועט אפיר קומען אלע בלעטער גמרא, אלע פרקים משניות, דעמאלט וועט אפיר קומען אלע ווערטער וואס מען האט גערעדט צום אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - האט מוהרא"ש זי"ע געלאזט גיין צו די בחירות?
מלכות הרשעה, מוהרא"ש, בחירות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געליינט א בריוו אין עצתו אמונה איבער די בחירות אין ארץ ישראל, אז דער ראש ישיבה שליט"א האלט אז מען זאל נישט גיין וועלן ביי די בחירות, און דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אז מוהרא"ש זי"ע האט אויך אזוי געהאלטן.


איך וואונדער זיך אויף דעם, ווייל איך האב געזען א בריוו וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן אסאך יארן צוריק אז מען זאל יא שטימען, און אז מען זאל שטימען פאר די ש"ס פארטיי.


איך וועל זיך פרייען אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר ערקלערן וואס מוהרא"ש זי"ע האט טאקע געהאלטן וועגן דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


מוהרא"ש האט אונז געלערנט מיר זאלן נישט האבן קיין שום שייכות מיט קיין שום פארטיי. עס זענען פארהאן צענדליגער בריוו אין ספר הקדוש אשר בנחל וואו מוהרא"ש שרייבט מען זאל גארנישט האבן מיט קיין שום פארטיי, מוהרא"ש האט אונז קלאר געזאגט נישט צו גיין צו די בחירות הטמאות.


דאס וואס איז געווען די לעצטע פאר יאר, וואס מוהרא"ש האט אסאך געשריבן וועגן "ברסלב למען ש"ס" - האט מוהרא"ש מיר געזאגט אז ער האט א סיבה וכו' וכו'. דאס איז געווען א בחינה פון הוראת שעה, מוהרא"ש האט מיר געזאגט: "איך טו זייער אן איינגעשטעלטע זאך וכו'".


לאז זיך נישט פארדרייען דעם קאפ פון קיינעם, קוק אין די בריוו אין ספר אשר בנחל וואו מוהרא"ש איז מגלה ווער די ערב רב זענען און דאס שעדליכקייט פון האבן מיט זיי צוטון.


די אלע וואס שרייען: "מיר מיינען נישט קיין כבוד, מיר מיינען נישט קיין געלט" - איז א גרויסע בלאף, אלע פארטייען זענען איין גרויסע בלאף.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - ווי אזוי איז מען מצליח צו מאכן שמחות אן הארץ ווייטאג און חובות?
חובות, יבנאל, חתונה, אידיש געלט, שמחות, מלכות הרשעה, מוהרא"ש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


יישר כח פאר אלע חיזוק וואס איך באקום פון אייך.


איך זע אן אינטערעסאנטע זאך; אזויפיל עסקנים פרובירן צו העלפן אידישע קינדער צו קענען מאכן שמחות מתוך שמחה, אז מ'זאל נישט דארפן אריינפאלן אין שווערע חובות ביים חתונה מאכן א קינד, מ'פרובירט אזויפיל סארט עצות און תקנות, אבער עס ארבעט זיך נישט אויס אינגאנצן ווי עס דארף צו זיין. נישט לאנג צוריק האבן יחידים זיך געוואלט אליין שטעלן אויף די פיס און אנהויבן מאכן שמחות מיט א גראדן שכל, ס'האט זיך אבער אויך נישט אויסגעארבעט, מענטשן האבן זיך נישט אזוי צוגעכאפט דערצו. איך זע אבער אז דער ראש ישיבה שליט"א איז יא מצליח אין זיין קהלה אראפצוברענגען דעם הויכן סטאנדארט, איר האט יא הצלחה מיט אייערע תקנות, די מחותנים זוכן נישט אויסצושפילן דעם סיסטעם, איר גייט אן מיט א שטארקייט, איז מיין שאלה ווי אזוי מאכט מען דאס? וואס איז דער סוד פון הצלחה אונטער דעם? איז דא אן האפענונג אז אנדערע וועלן דאס אויך קענען נאכמאכן נאכ'ן דורכפאלן אזוי סאך מאל? איך טראכט פשוט ווי אזוי איך וועל זיך קענען ספראווען ביי די חתונות פון מיינע קינדער, איך ציטער פון די חובות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת עקב, ט"ז מנחם-אב, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


האסט אנגערירט א פארווייטאגטע נושא; ווען עס קומט צו רעדן פון אויסגעבן געלט פאר שמחות איז דאס זייער ווייטאגליך.


אויסגעבן געלט פאר שמחות איז א זאך וואס גייט נישט אריין אין קאפ, דער שכל פארנעמט דאס נישט, עס איז א הימל געשריי וואס גייט פאר היינטיגע טעג; די גרויסע הוצאות וואס עלטערן גייען אריבער ווען מען מאכט א שמחה, גלייך אין אנהייב ווען מען מאכט א שידוך, נאך פאר וואס, ווען, ווי - איז מען שוין א בעל חוב פון שווערע טויזנטער דאלער השם ישמרינו.


מחותנים גייען צוגרינד, מחותנים ווערן שווערע בעלי חובות; אנשטאט זיך פרייען מיט זייער שמחה - גייען זיי ארום פאר'דאגה'ט וואו זיי קענען שאפן די גרויסע געלטער וואס עס קאסט צו קענען אונטער פירן דעם קינד אונטער די חופה שטאנגען, זיי ווערן קראנק השם ישמרינו, די הארץ פון פלייש און בלוט קען דאס נישט פארנעמען, עס הערט אויף קלאפן; מען הערט ליידער אזויפיל מעשיות ווי מחותנים לייגן זיך צוזאמען בעת שמחתם השם ישמרינו.


אויך איז דאס גורם אז מען זאל נישט טון שידוכים מיט די קינדער; עלטערן זענען מפקיר די טעכטער, מען שיקט זיי אין אן אפיס ארבעטן זיי זאלן אהיים ברענגען געלט פאר טייערע שמחות, פאר דמיונות און כבוד המדומה; ענדערש ווארטן און נישט טון שידוכים כדי צו קענען חתונה מאכן ווי א רייכער מענטש, ווי איידער צו טון וואס איז גוט פאר די קינדער, טון דעם ווילן פונעם אייבערשטן.


דאס וואס מיר טוען אין די לעצטע יארן, מיר מאכן חתונה אונזערע קינדער בחנם, עס קאסט נישט קיין געלט פון אנהייב שידוך ביז נאך די חתונה, הכל בכל מכל כל קומט אויס זיבן אכט טויזנט דאלער; דאס איז נישט קיין נייע זאך, דאס האט מוהרא"ש איינגעפירט מיט צענדליגער יארן צוריק אין יבנאל - די ברסלב'ער שטאט אין ארץ ישראל, מען זאל קענען חתונה מאכן בחנם. מוהרא"ש האט זיך מוסר נפש געווען, אוועק געגעבן זיין לעבן פאר דעם, ער איז קראנק געווארן פאר דעם; ער האט געבויט א זאל אונטער דעם גרויסן בית המדרש אין יבנאל פאר אנשי שלומינו זיי זאלן קענען חתונה מאכן אומזיסט. עס איז אויסגעשטעלט אז מען בעט נישט קיין געלט פאר'ן זאל; די סעודה ווערט צוגעשטעלט דורך משפחות פון אנשי שלומינו, די נאנטע און באקאנטע ברענגען די עסן, יעדער עפעס אנדערש; איינער א קוגל, א צווייטער אביסל רייז, א דריטער אביסל לאקשן מיט מזונות, עס איז גענצליך בחנם, צענדליגער אנשי שלומינו האבן חתונה געמאכט דארט בחנם, לאנגע יארן האבן אנשי שלומינו געקענט חתונה מאכן די קינדער אן קיין חובות, אן קיין דאגות, אן גארנישט; מען דארף נישט בארגן, מען דארף נישט זארגן, מען טוט זיך אן די שטריימל און בעקיטשע, און מען גייט פרייליכערהייט צו די שמחה.


ביז עס איז געקומען דער רב וואס איז געשטעלט מטעם מדינת ישראל אין יבנאל, ער האט אנגעהויבן מסר'ן אנשי שלומינו - דעמאלט האט זיך אלעס אפגעשטעלט, דער רב האט געשטערט יעדע הייליגע זאך; וואס מוהרא"ש האט געטון - האט ער חרוב געמאכט, נישט געווען א זאך אין יבנאל וואס ער האט נישט געשטערט; ער איז א געלט רב, די מדינה שטעלט רב'לעך אין אלע דערפער אין שטעט וואס זיי זענען אונטער געקויפט פאר די מדינה הציונות אויסצורייסן די תורה און מצוות פון אידישע קינדער; פון דעמאלט האט מען אויפגעהערט מאכן שמחות אין יבנאל, לעצטנס הייבט מען צוריק אן צו מאכן שמחות בחנם.


ווען אנשי שלומינו אין אמעריקע האבן זיך דערזען מיט זין און טעכטער אין די יארן פון שידוכים, מען האט געזען וואס ווארט אונז אפ, מען האט געשפירט אז אט אט גייען מיר גיין צו די שחיטה, מיר גייען אנהייבן מיט חתונות, מיר גייען דאס נישט קענען נעמען; האבן מיר מחליט געווען אז מיר גייען טון וואס מוהרא"ש האט אונז געלערנט אלע יארן, מיר האבן נאכגעמאכט וואס מוהרא"ש האט מתקן געווען אין יבנאל און מיר מאכן חתונות אין ישיבה גענצליך בחנם.


אלע וואס באטייליגן זיך ביי די שמחות אין ישיבה זאגן בפה מלא: "וואס פעלט פאר די שמחה? פארוואס מאכט דאס נישט מיין רב? פארוואס טוט דאס נישט מיין קהילה? פארוואס זאלן מיר זיך נישט פרייען ביי אונזער קינדער'ס שמחות?" דאס איז א קשיא וואס אלע פרעגן און דאס איז טאקע א גרויסער קשיא, פארוואס זאלן מענטשן ליידן אזויפיל פלאג ווען מען מאכט שמחות?!


אפילו עלטערן וואס האבן יא געלט מעגן אויך נישט טון וואס מען וויל; מיר זענען אידן, מיר האבן א תורה וואס זאגט אונז וואס צו טון. אז מען האט געלט איז מען נאכנישט בארעכטיגט צו פארשוועמען די געלט פאר אביסל כבוד, ענדערש זאל מען נעמען די געלט און טון מיט דעם צדקה, ענדערש זאל מען נעמען די אוועקגעלייגטע געלט און דאס געבן פאר די פארפאלק זיי זאלן קענען לעבן מיט מנוחת הנפש, זיי זאלן נישט דארפן א טאג נאך זייער חתונה אריינפאלן אין די געיעג פון דעקן זייער דירה וכו'.


וואויל איז די וואס האבן ישוב הדעת, זיי מאכן זיך נישט נאריש מיט טייערע שמחות, זיי גייען צו די שמחה מיט גדלות המוחין; דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים, זיי לעבן פאר'ן אייבערשטן; וועלן זיי זוכה זיין צו זען נחת ביי די קינדער און קינד'ס קינדער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#1 - וואו איז דער מקור אז פאר ביאת המשיח וועט זיין א מבול פון אפיקורסות?
מלכות הרשעה, אמונה, נסיונות, משיח, ערב רב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געזען אין איינע פון די תורות פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע וואו ער ברענגט אראפ פון ליקוטי מוהר"ן אז פאר ביאת המשיח וועט אראפקומען א מבול פון כפירה קיין ארץ ישראל.


איך האב פרובירט צו זוכן דער מקור צו דעם, איך האב אבער עס נישט געטראפן. ס'שטייט טאקע אין שיחות הר"ן (סימן ל"ה) אז פאר ביאת המשיח וועט זיין אפיקורסות אויף דער וועלט, ס'שטייט אבער נישט דארט אז ס'וועט זיין דוקא אין ארץ ישראל.


אפשר ווייסט דער ראש ישיבה שליט"א דער מקור צו דעם?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער סאטמאר רבי זכותו יגן עלינו ברענגט אין ספר הקדוש ויואל משה (מאמר ישוב ארץ ישראל, סימן קנ) פון ספר שיחות הר"ן (סימן לה): "שֶׁהוֹלֵךְ אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל עַל הָעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין גרויסע אפיקורסים, "אַשְׁרֵי מִי שֶׁיַּחֲזִיק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה בְּאֵלּוּ הָעִתִּים", וואויל איז פאר די וואס וועלן זיין שטארק אין די אמונה אינעם אייבערשטן און דער רבי האט געזאגט: "אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ מוֹעִיל כְּלָל מַה שֶּׁהוּא מְסַפֵּר זֹאת, שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם וְשֶׁצְּרִיכִין לְהִתְחַזֵּק עַצְמוֹ בֶּאֱמוּנָה, כִּי אַף עַל פִּי שֶׁהוּא אוֹמֵר זֹאת אַף עַל פִּי כֵן מִתְגַּבֶּרֶת הָאֱפִּיקוֹרְסוּת וְהַבִּלְבּוּלִים", איך ווייס עס וועט נישט העלפן אז איך זאג שוין דאס אלעס פאראויס, "אַךְ אַף עַל פִּי כֵן אֲנִי מוֹדִיעַ זֹאת מִקֹּדֶם", דאך זאג איך יעצט וואס גייט זיין, "בִּשְׁבִיל אוֹתָן מְעַט הַכְּשֵׁרִים שֶׁיְּחַזְּקוּ עַצְמָן בֶּאֱמוּנָתָן", פאר די געציילטע ערליכע אידן, זיי זאלן זיך שטארקן, "וּבְוַדַּאי יִהְיֶה לָהֶם מִלְחָמוֹת גְּדוֹלוֹת בְּדַעְתָּן", זיי וועלן זיך דארפן אסאך שלאגן מיט די ביטערע נסיונות, "לְמַעַן יִהְיֶה לָהֶם לְמֵשִׁיב נֶפֶשׁ וְהִתְחַזְּקוּת וְהִתְאַמְּצוּת יוֹתֵר כְּשֶׁיִּרְאוּ שֶׁכְּבָר דִּבְּרוּ מִזֶּה מִקֹּדֶם", דאס וועט זיין פאר זיי גרויסע חיזוק ווען זיי וועלן זען אז מען האט שוין פון פריער געוויסט וואס עס גייט זיין.


אויך ברענגט ער דעם שיחה (שם, סימן רכ) וואס דער רבי האט געזאגט: "שֶׁיִּהְיֶה אֶפִּיקוֹרְסוּת גָּדוֹל בָּעוֹלָם", עס וועט קומען א צייט וואס עס וועט זיין אין די וועלט אפיקורסות, "כִּי מִלְמַעְלָה יָבוֹא אֶפִּיקוֹרְסוּת בָּעוֹלָם", פון הימל וועט מען ברענגען אפיקורסות, "בִּשְׁבִיל נִּסָּיוֹן", כדי צו אויספרובירן ווער עס וועט זיין שטארק אין די אמונה, עס וועט זיין זייער שווער פאר די ערליכע אידן, דער רבי האט געקרעכצט און געזאגט: "אוֹי, אֵיךְ יוּכְלוּ לַעֲמֹד אֲנָשִׁים מוּעָטִים נֶגֶד כָּל הָעוֹלָם", ווי אזוי וועלן אזוי ווייניג מענטשן קענען שטיין קעגן די גאנצע וועלט...


דער רבי זכותו יגן עלינו פירט אויס אין ויואל משה: "וְזֶה עִנְיָן שֶׁל רוּחַ הַקּוֹדֶשׁ שֶׁרָאָה מָה הִגִּיעַ אֵלֵינוּ בְּעִיקְבָא דִּמְשִׁיחָא", דאס איז א רוח הקודש פון רבי'ן, ער האט שוין דעמאלט געזען וואס וועט זיין אינעם היינטיגן דור.


וואויל זענען די וואס האבן נישט קיין שום שייכות מיט די מינים ואפיקורסים, די ערב רב; מען האלט זיך שטארק אין אמונה, מען גלייבט אינעם אייבערשטן און מען גייט אין די וועג פון די תורה, און ווארטן צו ווערן אויסגעלייזט דורך משיח צדקינו במהרה בימינו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.