תוכן השאלה
לכבוד הראש ישיבה שליט"א,
איך האב געוואלט פרעגן איבער מיין פראבלעם. איך בין זייער א צוריק- געהאלטענער מענטש, און דאס שטערט מיר שוין איבער 10 יאר. איך בין זייער פארמאכט, איך קען זיך נישט אויפמאכן מיט מענטשן. היינט צוטאגס שטערט עס מיר זייער ביי מיין ארבעט, איך קען זיך נישט לאזן הערן מיין מיינונג צווישן די אנדערע ארבייטער.
עס איז א זייער פיינע סביבה ביי מיין ארבעט, איך ארבעט שוין דארט איבער א יאר, איך וואלט אבער געקענט טון אסאך מער ווי די ארבעט וואס איך טו יעצט דארט, איך טו גאנץ א ביליגע ארבעט, איך וואלט געקענט זיין מער אנגענומען, אז איך זאל קענען טון עפעס מער ווי דעם. איך קען אבער נישט ווייזן שטארקייט פאר מענטשן אז זיי זאלן זען אז איך טויג יא באמת.
איך פיל און איך ווייס אז איך בין קיינמאל נישט אויפגעבויעט געווארן. פון אלס קליין קינד האט מיין טאטע האט אסאך געשריגן אויף מיר און מיר געגעבן קלעפ מער פון אלע ברידער, ווייל איך בין געווען זייער א ווילדער, ממילא בין איך אלעמאל געבליבן אלס "דער שלעכטער" אין די משפחה, און איך האב נישט באקומען די גוטע ווערטער און פארשטאנד וואס איך האב געדארפט האבן אויף צו לעבן.
איך האב קיינמאל נישט געקענט געהעריג אנגיין און לערנען אין ישיבה ווייל איך בין געווען צוקלאפט און פארמאכט. איך האב שוין פרובירט מיט אלע סארטן "טערעפיסטס", און איך ווייס נישט דער וועג ארויס, עס שטערט מיר יעצט זייער פון טרעפן א שידוך.
איך בעט זייער דעם ראש ישיבה מיר צו ענטפערן מיט אן עצה.
יישר כח פאר די שיעורים, און דער ראש ישיבה זאל האבן כוחות פון אויבן ווייטער אנצוגיין ווייטער עד ביאת גואל!
משה
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת וישב, ט"ו כסליו, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד משה נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
די עצה פאר זעלבסטזיכערקייט (סעלף קאנפינדענס) איז אמונה; ווי מער א מענטש נעמט אריין אין זיך אז עס איז גארנישט דא אויסער דעם אייבערשטן, די גאנצע וועלט איז איין שטיק אייבערשטער, דער אייבערשטער איז אין יעדע זאך, אין דומם, צומח, חיה, מדבר - אלעס איז נאר א פארשטעלאכטס פונעם אייבערשטן, דאס ברענגט אריין אין א מענטש א זיכערקייט, דאס מאכט אז דער מענטש זאל זיין זיכער מיט זיך. נאר אמונה איז די וועג צו ווערן אויפגעבויט, אמונה איז דער איינציגסטער וועג ארויס צו קריכן פון אלע ספיקות און פון אלע קאפדרייעניש.
ווי אזוי איז מען זוכה צו האבן א שטארקע אמונה? זאגט דער רבי (ליקוטי מוהר"ן, חלק ב', סימן מד) אויפן פסוק (תהלים פט, ב): "אוֹדִיעַ אֱמוּנָתְך בְּפִי"; ווי מער א מענטש רעדט צום אייבערשטן, אלץ מער איז ער זוכה צו וויסן אז עס איז גארנישט דא אויף דער וועלט אויסער דעם אייבערשטן. פרנסה - געבט דער אייבערשטער, א שידוך – געבט דער אייבערשטער, אלעס קומט נאר פון אים. איינמאל מען לעבט מיט אמונה איז דער לעבן אינגאנצן אנדערש, מען ווערט נישט מבולבל פון א צווייטן, מען איז מער נישט דערשראקן פון א צווייטן, מען טראכט מער נישט וואס וועט א צווייטער זאגן אויף מיר, וואס טראכטן די חברים אויף מיר וכו', מען איז שטארק מיטן אייבערשטן.
אמת, דו גייסט אריבער שוועריקייטן, דו ביסט פארמאכט און פארקלעמט, דיינע יונגע יארן קומען דיר כסדר ארויף אינעם זכרון, דו זעסט ווי מען שרייט אויף דיר, דו האלסט זיך אין איין דערמאנען ווי מען צעברעכט דיר, עס קומט דיר אריין אין מחשבה כסדר דאס וואס מען האט אויף דיר געשריגן טויזענטער מאל: "דו ביסט גארנישט", "פון דיר וועט גארנישט זיין" וכו' וכו', אבער דו דארפסט געדענקען וואס דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן כו): "ביי דער וועלט איז שכחה א חסרון, אבער ביי מיר - זאגט דער רבי - איז שכחה א גרויסע מעלה", ווייל אז מען געדענקט אלעס וואס איז אריבער איז נישט מעגליך אנצוהייבן א נייע בלעטל אין לעבן, מען קלאפט זיך אראפ מיטן פארגאנגענהייט, אבער אז מען פארגעסט וואס איז געווען, מען מאכט א נייע התחלה, דעמאלט קען מען אנהייבן פונדאסניי, דעמאלט איז מען מצליח אין לעבן.
דערפאר בעט איך דיר, דו זאלסט זיך צוגעוואוינען זיך אויסצורעדן דיין הארץ פארן אייבערשטן אויף דיין פשוט'ע שפראך, דערצייל אים אלעס וואס איז אריבער אויף דיר, ווי מען האט דיר פארשעמט דורכאויס אלע דיינע קינדער יארן, ווי מען האט דיר צעקלאפט, דערצייל פארן אייבערשטן אלעס וואס דו געדענקסט, יעדע קלייניקייט, אלע דיינע געפילן ווי מען האט דיר געהאלטן פארן 'שווארצן שעפסל' פון צווישן דיינע געשוויסטער, בעט אים: "רבונו של עולם, העלף מיר, געב מיר א שטארקע אמונה איך זאל גלייבן אז קיינער קען מיר גארנישט טון, איך וויל גלייבן אז מיין פרנסה קומט נאר פון דיר, מיין שידוך קומט נאר פון דיר, העלף מיר איך זאל זיין פרייליך, העלף מיר עס זאל מיר נישט אינטערעסירן וואס דער זאגט און וואס יענער זאגט", אזוי זאלסטו רעדן צו אים, ביז דיין אמונה וועט ווערן זייער שטארק. דעמאלט וועט דיר שוין נישט אינטערעסירן וואס דער זאגט אויף דיר און וואס יענער האלט פון דיר, דו וועסט זיין שטארק מיט דיר אליין.
דו שרייבסט מיר אז דו ביסט שוין געווען ביי אלע טערעפיסטן און קיינער האט דיר נאך נישט געקענט העלפן; יעצט אז דו האסט שוין אליינס געזען אז קיינער קען דיר נישט העלפן וועסטו קענען זאגן וואס יתרו האט געזאגט (שמות יח, א): "עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי גָדוֹל ה' מִכָּל הָאֱלֹקִים"; חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מכילתא יתרו א, יב) אז יתרו האט געדינט אלע עבודה זרה'ס, ער האט נישט אויסגעלאזט קיין איינס, און ער האט געזען אז אלעס איז נארישקייטן. יעצט, ווען דו וועסט פאלגן דעם רבינ'ס עצה, דו וועסט אנהייבן מאכן 'התבודדות', דו וועסט זיך אויסרעדן צום אייבערשטן אויף דיין מאמע לשון, וועסט אים פארציילן אלעס וואס באדערט דיר, וועסטו אויך זאגן: "עַתָּה יָדַעְתִּי כִּי גָדוֹל ה' מִכָּל הָאֱלֹקִים", 'איך' ווייס אז נאר דער אייבערשטער קען העלפן דעם מענטש.
עס איז נישט דא קיין שום וועג צו אויפבויען "סעלף קאנפידענס", נאר דורך די עצה פון רבי'ן, נאר דורך "אמונה"; זייער אסאך מענטשן גייען אריבער וואס דו ביסט אריבער, מען שלעפט זיך פון איין טערעפיסט צום צווייטן, מען געבט אויס ממון ודמים, און "דערווייל גייט אריבער כמה וכמה שנים", און מען ליידט נעבעך אינערליכע יסורים השם ירחם. אלע יסורים וואס עס איז דא, קומט נישט צו צו יסורי הנפש - אינערליכע יסורים וואס דער מענטש פייניגט זיך אין זיין מח מחשבה, א געזונטער מענטש קען דאס נישט פארשטיין, און דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל עס קיינמאל נישט פארשטיין - די אלע סארט מחלות רעים וואס דער מענטש גיייט אריבער פון שלעכטע מחשבות.
נאר דער רבי קען אויסהיילן דעם מענטש מיט זיינע וואונדערליכע עצות, אזוי ווי דער רבי האט אויסגעפירט די מעשה פון די זיבן בעטלערס (ספורי מעשיות, מעשה יג): "אין איך הייל זי"; דער רבי האט אזוי פיל חיזוק און גרינגע עצות ווי אזוי א מענטש קען ארויס קריכן פון זיינע שלעכטע מחשבות.
מאך זיך א שיעור אין רבינ'ס ספרים און הייב אן טון די עצות פון רבי'ן; כאפ א שפאציר יעדן טאג מיטן אייבערשטן, פארצייל אים יעדע מחשבה וואס דו האסט, בעט אים ער זאל דיר געבן א נייע מח, א נייע הארץ. וויין צו אים, ווייל נאר דאס איז די וועג צו ווערן אויפגעבויט און צו ווערן פרייליך.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.