לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
קודם כל האב איך זיך געוואלט באדאנקען פאר'ן ראש ישיבה שליט"א פאר די אלע דרשות פון חיזוק און עצות. בזכות דעם ראש ישיבה האט זיך מיין לעבען אסאך געטוישט.
איך בין א יונגערמאן שוין א שיינע פאר יאר פון דער חתונה, איך האב געוואלט בעטן הדרכה, אבער קודם דארף איך אביסל מסביר זיין מיין מצב; איך בין אויפגעוואקסן אין אן עכטע חסידישע שטוב, מיין טאטע איז גאר א פארמאכטער מענטש, ער איז אריבער גאר אסאך אין לעבן, און איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין אמת'ער קשר מיט אים חוץ פון לערנען, ער האט מיר קיינמאל נישט אויסגעלערנט עניני קדושה, ווי אזוי מ'דארף זיך אפהיטן, און אויך אין אונזער חדר האט מען בשיטה נישט גערעדט פון דעם.
מיך האט שוין פון אלס קליין קינד געצויגן צו שלעכטע זאכן, שוין ביי די ניין יאר האב איך אנגעהויבן זינדיגען מיט פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה, רחמנא ליצלן, אן דעם וואס איך זאל האבן אן אנאנג אז מ'טאר דאס נישט טון, איך האב זיך אזוי שטארק צוגעוואוינט צו דעם אז עס איז געווארן א נארמאלע זאך ביי מיר, מיינע געפילן צו אידישקייט איז געווארן שוואכער און איך האב געשפירט אז דאס איז א דירעקטע רעזולטאט פון מיינע זינד, אבער איך האב דאך דעמאלט נישט געוואוסט וואס מ'טאר נישט טון, איך האב זיך געשעמט צו פרעגן און אזוי בין איך געפאלן מער און מער, איך וויל שוין נישט שמועסן ווען איך בין געוואויר געווארן אז דאס איז אן עבירה, מ'איז חייב אויף דעם מיתה, עס העלפט אויף דעם נישט קיין תשובה, דעמאלט בין איך אזוי געפאלן געווארן ביי מיר, אז איך האב שוין נישט געוואלט בלייבן אידיש, נישט להכעיס חס ושלום נאר פון יאוש.
ברוך ה' אז אין די לעצטע מינוט האט דער אייבערשטער מיך געראטעוועט און מקרב געווען צום הייליגן רבי'ן, איך האב זיך אינגאנצן איבערגעדרייט לטובה. בערך א יאר דערנאך בין איך א חתן געווארן און איך האב חתונה געהאט עב"ג בשעה טובה ומוצלחת.
אבער גלייך נאך מיין חתונה האט זיך אויפגעשאקלט מיין לעבן. מיין ווייב האט נישט געוואלט הערן פון א נארמאלע לעבן אינאיינעם, ווען זי האט געלערנט מיט איר כלה טיטשער האט זי איר שוין געזאגט אז זי וויל נישט חתונה האבן. און דער בראך איז געווען פיל גרעסער אז איך בין געקומען פון פונקט די פארקערטע זייט, איך בין שוין געווען א גוטער בחור, איך האב פרובירט זיך צו האלטן מיט'ן רבינ'ס עצות, און איך האב זיך מחזק געווען מיט דעם אז ווען איך וועל חתונה האבן וועט עס לייכטער ווערן, און דערווייל איז געשען פונקט פארקערט.
די ערשטע פאר יאר האבן מיר פרובירט צו גיין צו פסיכיאלאגן, איך וואלט געקענט קויפן א שיינע פאר קארס מיט די געלט וואס איך האב שוין אויסגעגעבן פאר דעם צוועק. שפעטער האב איך זיך נאכמער אריינגעלייגט אינעם רבינ'ס עצות, איך האב געלערנט און פארשטאנען אז אלע פראבלעמען קומען נאר פון מיינע עבירות, האב איך אפאר יאר געארבעט זייער שטארק אויף קדושה, איך האב אסאך תשובה געטון, אסאך גערעדט צום אייבערשטן, אסאך געלערנט תורה, און געזאגט אסאך תפילות, אבער גארנישט האט זיך געטוישט.
איך מוז צולייגן עטליכע נקודות, קודם כל אז מיר האבן זיך זייער ליב, מיר פארברענגען, שמועסן און לאכן אסאך צוזאמען, נאר ווען עס קומט צו א נארמאלע חתונה געהאטע לעבן פארשטייט זי נישט וואס איך וויל, זי האט ממש נישט קיין שום געברויך פאר דעם, און זי קוקט מיר זייער אראפ פאר דעם. נאך איין נקודה איז וואס אלע פרעגן די ערשטע זאך אויב איינער האט איר געטשעפעט אלס קינד, און דער ענטפער איז בפירוש אז נישט.
אזוי איז אריבער אסאך יארן וואס איך האב זיך באשולדיגט אז איך בין שולדיג אין אלעס וועגן מיין חטאת נעורים, און איך האב אסאך עוסק געווען אין תשובה, און איך האב זיך אריינגעלייגט שטארק אין דעם אז איך זאל גארנישט דארפן פון איר, איך זאל נאר זיין א משפיע, נאר געבן און נישט ווארטן צו באקומען גארנישט אויף צוריק, אבער דערווייל ארבעט עס נישט פאר מיר, און איך פאל א גאנצע צייט דורך אין פגם הברית, איך וויל נישט און איך שריי צום אייבערשטן, איך שפיר אז איך קען שוין נישט מער, איך פאל א גאנצע צייט אריין אין עבירות.
איך האב שוין אזויפיל מאל געקויפט אן אפענעם סמארטפאון און עס צעבראכן, איך דראפע זיך נאך און נאך, איך שריי צום אייבערשטן אז איך ווייס אז איך בין שולדיג אין אלעס פאר דעם איז זי נישט כרצוני ווי דער רבי זאגט אין ליקוטי מוהר"ן ביי כוונת אלול (תורה פ"ז) אבער וואס זאל איך טון? טאקע דערפאר וואס זי וויל נישט, בין איך אומדירעקט מער פוגם, נישט ווייל איך וויל, איז איך בין סטאק! איך זע נישט קיין וועג ארויס! איך ווייס אז זיך גט'ן איז נישט דער דרך אין ברסלב, בפרט ביים ראש ישיבה, ובפרט אז עס איז דא אהבה צווישן אונז.
אזוי וואלגער איך זיך פאר יארן, איך פרוביר אבער עס גייט נישט. איך האלט שוין די לעצטע שטיק צייט ממש על סף היאוש, איך האב פרובירט צו זאגן סליחות פאר ראש השנה, אבער ווען איך קום צום פסוק "לך ה' הצדקה ולנו בושת הפנים" ווער איך סטאק, האב איך דען אמאל געוואלט זינדיגן?! איך האב נישט געהאט הדרכה אלס קינד, און איך לעב אזויפיל יארן מיט אזא ווייב, וואס וויל דער אייבערשטער פון מיר? ער מאכט איך זאל זינדיגן, איך שריי א גאנצע צייט אז איך וויל נישט זינדיגן, איך גיי אין מקוה און איך זאג תיקון הכללי, וואס נאך וויל מען פון מיך? אלעס האט א שיעור!
איך בין געווען דאס יאר אין אומאן ראש השנה, און איך האב דארט געבעטן נאר איין זאך, אז איך וויל שוין שטארבן! איך וויל שוין נישט זיין מער דא! איך האב שוין גענוג געליטן! איך קען נישט זאגן סליחות, איך בין אזוי מיואש און צובראכן, איך זע נישט קיין שום עתיד פאר מיר, איך האב ערנסטע נסיונות פון דורכפאלן מיט נשג"ז, מיין שכל ארבעט שוין נישט, איך בין זייער פארלוירן און צעבראכן, נאכדעם וואס איך האב שוין אלעס פרובירט.
מיין שאלה אין קורצן איז וואס זאל איך טון, אפשר אין מיין מצב זאל איך זיך יא גט'ן? אבער עס איז שוין דא קינדער.
אנטשולדיגט מיר אויף די לאנגע שאלה, אבער לתועלת השאלה האב איך געמוזט מאריך זיין. איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר קענען ארויסהעלפן און געבן די ריכטיגע הדרכה.
יישר כח
בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת נח, כ"ז תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער ענטפער אין קורצן איז: חס ושלום זיך גט'ן!
יעצט אביסל מער באריכות, דו שרייבסט אז דו האסט געבעטן ביים רבינ'ס ציון אז דו ווילסט שטארבן; איך וויל דיר פרעגן, וואס טראכסטו, ווען מען שטארבט איז גרינגער? דו מיינסט אז נאכן שטארבן איז נישטא קיין דין וחשבון? ערשט דעמאלט הייבן זיך אן די פראבלעמען, דעמאלט דארף מען אפגעבן דין וחשבון אויף יעדע זאך וואס מען האט געטון, מען נעמט אפיר אלע מעשים, מען קען זיך אפילו נישט פארשטעלן וואס און וויאזוי עס וועט דעמאלט זיין, אזוי ווי רבי נתן זכרונו לברכה האט געזאגט: "אלעס קען איך אויסטראכטן וויאזוי עס גייט זיין, אויסער דער ברוך הבא אין קבר, ווען מען וועט מיר אריינלייגן אין דער ערד - דאס קען איך נישט אויסטראכטן וויאזוי עס וועט זיין".
צוריק צום שאלה, זיך גט'ן וועט דיר נישט העלפן; וואס ווייסטו וואס וועט זיין מיט די צווייטע ווייב וכו'? אפגערעדט אז דיינע קינדער וועלן דיר קיינמאל נישט מוחל זיין פאר'ן צעשטערן זייער לעבן, די ערגסטע זאך פאר קינדער איז ווען די עלטערן גט'ן זיך, קינדער פון גע'גט'ע שטובער וואקסן אויף אומזיכער, זיי גייען אריבער שרעקליכע פיין וואס מען קען נישט משיג זיין, און דו אליינס איז א ספק אויב דו וועסט טרעפן א שידוך, און ביז דו וועסט טרעפן א שידוך וועסטו זיין פארוואגלט, דו וועסט זיין נע ונד, און נאכדעם איז ווייטער א ספק ספיקא וואס וועט זיין מיט די צווייטע ווייב.
וואס איז יא די עצה? די עצה איז זאלסט גיין צום אייבערשטן און אים בעטן ברחמים ובתחנונים ער זאל דיר העלפן דו זאלסט טרעפן א וועג ווי אזוי צו לעבן מיט דיין ווייב און בעטן פאר איר זי זאל וועלן לעבן כדרך כל הארץ.
תפילה איז אזא שטארקע זאך, עס טוישט די טבע; תפילה איז אזוי שטארק - עס דריידט אלעס איבער, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן ט, אות ה): "תְפִילָּה הוּא בְּחִינַת נִסִּים שֶׁהוּא אֵין דֶּרֶךְ הַטֶּבַע", אז מען בעט דעם אייבערשטן זעט מען ניסים פארקערט פון די טבע, "כִּי לִפְעָמִים הַטֶּבַע מְחַיֵּב אֵיזוֹ דָּבָר וְהַתְּפִילָּה מְהַפֶּכֶת אֶת הַטֶּבַע", אפילו עס איז שלא כדרך הטבע קען מען זען ניסים דורך תפילה; וועסטו זען ווי אלעס וועט זיך איבערדרייען ביי דיר.
פארשטייט זיך אז מען דארף האבן אסאך סבלנות און אויך אסאך חכמה ווי אזוי זיך צו פירן אין שטוב; חס ושלום איר נישט מאכן פאר א פראבלעם, נאר איר ארויסנעמען פונעם פראבלעם; אז מען האט די דריי זאכן, מען האט סבלנות, אביסל שכל מיט אסאך תפילה - קען מען אלעס איבערדרייען צום גוטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.