שאלה אין קורצן ענין
#5 - דארף איך טוישן די מנהגים פון מיין טאטע און זיך פירן ווי היכל הקודש?
שבת קודש, ספיקות, היכל הקודש, מנהגים, עבודת השם, בלבולים, ניטל, שבועות, תשעה באב

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ברוך ה' איך האב נעכטן געענדיגט ששה סדרי משנה די צוויי און צוואנציגסטע מאל און היינט האב איך אנגעהויבן נאכאמאל. ברוך ה' איך הער די שיעורים און שמועסן פונעם ראש ישיבה שליט"א, ממש עס פרישט מיך אויף און עס לייגט אריין אמונה און בטחון אין מיינע ביינער. א גרויסן יישר כח פאר אלעס.


איך וויל פרעגן א שאלה וואס איז מיר צומאל גורם בלבולים, איך רעד לגבי די מנהגים ווי אזוי מען פירט זיך אין היכל הקודש; איך ווייס אז אין היכל הקודש איז דער עיקר צו רעדן פונעם אייבערשטן, א פלאץ פון אמונה, בטחון און תורה ותפילה, און אזוי ווייטער, ווען עס קומט אבער צו פרטיות'דיגע מנהגים, איז מיר עס אפאר מבלבל, צום ביישפיל דאס וואס איך האב געזען תשעה באב אז מען זאגט נישט קיין קינות אום תשעה באב אינדערפרי, נאר מען זאגט נאכאמאל מגילת איכה. אויך דאס וואס מען זאגט נישט די געהעריגע לאנגע תיקון ליל שבועות אום יום טוב שבועות ביינאכט, נאר די קורצע. אויך אום ניטל פירט מען זיך אז מען לערנט יא.


מיין טאטע פירט זיך אזוי ווי אלע פירן זיך, און איך וויל וויסן ווי אזוי זיך צו פירן; זאל איך זיך פירן ווי מיין טאטע אדער ווי אין היכל הקודש?


אויך וויל איך פרעגן, מיין טאטע האט געלערנט אלס אינגל אין סאטמאר און ער איז זייער מקפיד אויפ'ן זמן רבינו תם, סיי לגבי זמן מוצאי שבת קודש און ביים אויספאסטן נאך א תענית; האב איך געוואלט פרעגן ווי אזוי איך זאל זיך פירן, זאל איך ממשיך זיין צו טון אזוי ווי מיין טאטע אדער נישט?


יישר כח


 


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך - ב' פרשת עקב, י"ד מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


זיי זיך נישט מבלבל פון גארנישט, געב א קוק אויף תכלית; וואס האסטו אין די האנט? האסט צוויי און צוואנציג מאל ששה סדרי משנה, דאס איז מער פון אלעמען, אויך ווערסטו געשטארקט מיט אמונה און בטחון; אויף דעם זאלסטו קוקן.


מיר זאגן אויך קינות, מיר ליינען מגילת איכה סיי בייטאג און סיי ביינאכט און מיר זאגן די קינות פון ביינאכט, אויך אינדערפרי זאגן מיר די קינות פון ביינאכט, און אז דו ווילסט זאגן דעם גאנצן קינות - קענסטו דאס זאגן.


אזוי אויך קענסטו זאגן דעם גאנצן תיקון ליל שבועות, קיינער זאגט נישט מען זאל דאס נישט זאגן; מוהרא"ש זאגט, מענטשן זאגן בכלל נישט דעם תיקון ליל שבועות ווייל מען זעט אז דאס איז זייער אסאך און דעריבער האלט מען זיך צוריק פון זאגן, אויף דעם ארויף זאגט מוהרא"ש מען זאל זאגן די ערשטע פסוק און די לעצטע פסוק, און די תרי"ג מצוות וואס דאס נעמט נישט לאנג, דאס קענען אלע באווייזן.


בנוגע לערנען ניטל; מוהרא"ש זאגט מען זאל גיין שלאפן פרי און אויפשטיין פארטאגס לערנען, איך ווייס נישט פארוואס דו קוקסט אויף די אלע זאכן שווארץ.


בנוגע זמן רבינו תם; אודאי און אודאי זאלסטו האלטן די זמן רבינו תם, דאס האט נישט מיט חסידי סאטמאר, דאס איז דער זמן וואס ווערט גע'פסק'נט אין שלחן ערוך, אלע דארפן האלטן דעם זמן.


דער רבי שרייבט פאר זיין איידעם (מכתבי רבינו ז"ל, בריש ספר עלים לתרופה): "בַּקָּשָׁתִי מֵאֲהוּבִי חֲתָנִי, שֶׁתִּלְמוֹד בְּכָל יוֹם שִׁיעוּר גְמָרָא וּפוֹסֵק, שֶׁלֹא תַּעֲשֶׂה חַס וְשָׁלוֹם מִטָּפֵל עִיקָר, רַק אֶת הָאֱלֹקִים יְרֵא וְכוּ', כִּי זֶה כָּל הָאָדָם", מיין ליבער איידעם, איך בעט דיר זייער, זאלסט לערנען יעדן טאג גמרא און שלחן ערוך, זאלסט חס ושלום נישט מאכן פונעם טפל אן עיקר און פון עיקר א טפל; זעט מען וואס דער רבי האט געוואלט און וואס עס איז געווען ביים רבי'ן אן עיקר - נאר תורה, תפילה ויראת שמים.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#4 - וואס קומט מען זיך צוזאם אום יום שבועות ביי ברסלב'ע חסידים?
סיפורי צדיקים, חסידות ברסלב, לימוד התורה, תפילה והתבודדות, שבועות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


דער יום טוב שבועות איז איינע פון די צייטן וואס מען מאכט א קיבוץ אין ברסלב, מען קומט זיך צוזאם ברסלב'ע חסידים, האב איך געוואלט פרעגן וואס איז די שייכות צווישן יום טוב שבועות און חסידות ברסלב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת במדבר, כ"ט אייר,  מ"ד לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דער הייליגער רבי האט געזאגט, ווער עס וועט קומען צו אים אין די דריי זמנים - ראש השנה, שבת חנוכה און יום טוב שבועות - וועט געראטעוועט ווערן פונעם עונש פון עולם התוהו.


עס איז דא אין דעם אן אריכות הדברים (קוק אריין אין ספר פעלת הצדיק אותיות תתמג, תתמה און תתמו). דער רבי האט דערציילט, עס איז געווען אמאל א רב וואס איז נפטר געווארן און זיין נשמה האט זיך געוואלגערט אכט און צוואנציג יאר אין דמיון, אין עולם התוהו - השם ישמרינו. נאך האט דער רבי דערציילט אויף א געוויסער רב, אז ער האט שוין באזוכט און אפאר בתי חיים, דאס הייסט ער איז שוין אפאר מאל מגולגל געווארן, ער ליגט אין עטליכע בתי חיים; א פחד א שרעק, וואס וועלן מיר זאגן?! אז דאס פאסירט מיט א רב - וואס וועט זיין מיט אונז פשוט'ע מענטשן?! אויף דעם האט דער רבי געזאגט אז אויב מען וועט קומען צו אים די דריי זמנים - וועלן מיר געראטעוועט ווערן פון די עונשים.


מוהרא"ש געבט אונז צו פארשטיין די באדייט פון די דריי צייטן. אז מען קומט צום רבי'ן ראש השנה - וועקט אונז דער רבי אויף פון אונזער טיפן שלאף וכו', יום טוב שבועות באקומען מיר א שטופ און א פרישקייט צו לערנען די הייליגע תורה, דער רבי געבט אונז א וועג ווי אזוי מיר קענען זוכה זיין צו לערנען און שפאצירן בכל חלקי התורה (כמבואר בשיחות הר"ן, סימן עו), און שבת חנוכה באקומען מיר פון רבי'ן דער זאך פון תודה והודאה, לויבן און דאנקען דעם אייבערשטן אויף אלעס וואס ער טוט מיט אונז.


וואויל איז דעם וואס לאזט זיך נישט נארן, ער פאלגט דעם הייליגן רבי'ן בתמימות ובפשיטות, ער איז זיך מתבודד יעדן טאג; ער רעדט צום אייבערשטן, ער שמועסט מיט'ן אייבערשטן, ער דערציילט דעם אייבערשטן אלעס וואס גייט אריבער אויף אים, ער בעט דעם אייבערשטן צו זיין ערליך, צו זיין אפגעהיטן, און ער גייט דאווענען דריי מאל א טאג אין שול, שחרית מנחה מעריב, און ער לערנט שיעורים כסדרן בכל חלקי התורה; מקרא, משנה, בבלי, ירושלמי, תוספתא, אלע מדרשים, זוהר הקדוש, רמב"ם, טור, שלחן ערוך, ספרי הלכה, קבלה וכו'; דעמאלט ווען עס וועט קומען די טאג ווען מען וועט צוריקגעבן די נשמה צום אייבערשטן - וועט ער נישט האבן מיט עולם התוהו.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


 

#3 - ווי אזוי קען איך גיין קיין ברסלב, אן מצער זיין מיין פאמיליע?
חיזוק פאר מיידלעך, כיבוד אב ואם, חיזוק פאר פרויען, חסידות ברסלב, משפחה, חברים, ראש ישיבה, התנגדות, לשון הרע, שבועות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך דאנק דעם אייבערשטן אז איך בין אנגעקומען צו די שיעורים פון ראש ישיבה שליט"א וואס זענען מיר אזוי שטארק מחי' און העלפן מיר אזוי שטארק אין לעבן.


איך קום פון א ליטווישע משפחה, ביי אונז אין די משפחה האט מען נישט ליב ברסלב, מען רעדט אויף ברסלב, אבער מיר ציעט עס זייער שטארק, עס געבט מיר א סיפוק און חיות אין לעבן, ווען איך טרעף זיך מיט פרויען פון ברסלב ווער איך אזוי שטארק איבערגענומען פון די גוטע אטמאספער, ווי יעדער איז פרייליך און פאזיטיוו, ווי מען זאגט יעדע מינוט "יישר כח אייבערשטער", און איך וויל אזוי שטארק זיין א חלק פון די ברסלבע קהלה.


ווי אזוי געב איך זיך אבער אן עצה מיט מיין פאמיליע? ווי אזוי האלט זיך צוריק נישט צוריק צו ענטפערן ווען מען האלט מיר פאר וועגן ברסלב? יעדעס מאל איך וויל גיין צו עפעס א מסיבה אדער צוזאמקום אין ברסלב, דארף איך טרעפן עפעס א תירוץ פאר מיינע עלטערן וואו איך גיי און פארוואס איך גיי, יעדעס מאל בין איך נאכאמאל מסופק אויב איך זאל זיי בכלל זאגן אז איך גיי צו א ברסלב'ע פלאץ אדער טרעפן עפעס א תירוץ וואו איך גיי, ווי לאנג קען איך דאס אויסבאהאלטן און זיך נישט ארויסשטעלן אפן אז איך האב ליב ברסלב און איך וויל גיין צו ברסלב?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת אחרי ב', כ"ג ניסן, אסרו חג, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך האב צו אייך א פראגע, פארוואס דארפן בכלל אייער משפחה וויסן אז איר נעמט אייער חיות פון הייליגן רבי'ן? פארוואס דארף צוגיין דאס התקרבות מיט מחלוקות? פארוואס אוועקגיין פון שטוב? צי דען קען מען נישט זאגן "שכוח אייבערשטער" אין שטוב? מען מוז זיך צעקריגן מיט משפחה, אוועקגיין פון שטוב - צו קענען זאגן "שכוח אייבערשטער"? מען קען דאך זיין מקורב, בלייבן אין שטוב, אויסהערן שיעורים, לערנען דעם רבינ'ס ספרים - אן גיין און קומען וכו'.


איר דארפט פארשטיין, קודם, וואס איז דאס ברסלב? ברסלב איז שכל, עצות און חיזוק פון הייליגן רבי'ן. דער רבי לערנט אונז אמונה, דער רבי געבט אונז חיזוק צו קענען אריבערגיין שווערע זמנים אין לעבן; אז מען לערנט דעם רבינ'ס ספרים, מען הערט די שיינע דיבורים פון רבי'ן, שיעורים פון אנשי שלומינו ווי זיי לערנען און דערציילן פון רבי'ן - ווערט דער לעבן אזוי זיס, מען האט כח אריבערצוגיין די שווערע נסיונות, מען הויבט אן שפירן דעם אייבערשטן, מען הויבט אן שמועסן מיט'ן אייבערשטן, ממש א לעבן פון גן עדן.


עלטערן ווערן דערשראקן ווען פלוצלונג יעדן טאג וויל זייער טאכטער גיין דא, גיין דארט; מען ווערט דערשראקן ווען דאס קינד וויל כסדר ארויסגיין. די עלטערן ווייסן נישט פינקטליך וואס איז דאס ברסלב, און אסאך מאל הערט מען לשון הרע, דעריבער איז נישט כדאי זיך צו שפאַרן ארויס צו גיין דא, ארויסגיין דארט; מען קען האבן גוטע חבר'טעס דורך רעדן אויפ'ן טעלעפאן, ענדערש בלייבט מען אין שטוב העלפן די עלטערן.


איך בין אפאר יאר געווען מקורב צום רבי'ן אן דעם וואס איינער זאל בכלל וויסן, איך האב זיך מתבודד געווען און געלערנט מיינע שיעורים כסדרן, אויך האב איך געהאט שטילערהייט שיחות מיט ערליכע חברים, קיינער האט נישט גע'חלומ'ט בכלל אז איך בין ברסלב. שפעטער ווען איך בין געפארן קיין אומאן אויף ראש השנה, דעמאלט איז ארויסגעקומען דער סוד, מיין משפחה האט זיך דערוויסט אז איך צי זיך קיין ברסלב. נאך ראש השנה, נאכן צוריקקומען פון אומאן בין איך ווייטער געבליבן אלע זמנים וואס מען קומט זיך צאם מיט משפחה, איך בין נישט אוועקגעלאפן יעדע שני וחמישי.


מוהרא"ש האט מיר דאס געלערנט. איך האב אמאל געפרעגט מוהרא"ש פאר יום טוב שבועות: "איך קום אריין קיין בארא פארק צו מיינע עלטערן אויף שבועות, מיין טאטע דאווענט ביי מיין זיידע (שליט"א) [זכרונו לברכה], חברים זאגן מיר אז איך מוז קומען דאווענען אין היכל הקודש, ווייל שבועות דאווענט מען מיט אנשי שלומינו, דאס ראטעוועט פון עולם התוהו, אדער זאל איך בלייבן דאווענען אין קארלסבורג מיט מיין משפחה און נישט מאכן מחלוקות?" מוהרא"ש זאגט מיר: "קודם געב אכטונג נישט צו זיין בזה העולם אין עולם התוהו"; דאס איז געווען דער וועג פון מוהרא"ש, נישט צו מאכן קיין מחלוקות, בלייבן מיט די משפחה און דארט לעבן מיט די עצות פון רבי'ן.


למעשה האב איך אויסגעארבעט א וועג צו קענען דאווענען ביי מוהרא"ש. דעמאלט האט מוהרא"ש געדאווענט ותיקין, איך האב זיך געמאכט א חשבון אז איך גיי ותיקין צו מוהרא"ש און ווען מען ענדיגט דאווענען וועל איך גיין צו מיין זיידע, אזוי האב איך געטון אפאר יאר, איך האב געדאווענט ביי מוהרא"ש און נאכדעם בין איך געזיצן מיט'ן טלית ביי מיין זיידעס מנין פאר כמה שעות, איך האב זיך מתבודד געווען אונטערן טלית אן דעם וואס מען זאל וויסן אז איך בין אנדערש פון די משפחה.


באזונדער ווען עס רעדט זיך פון פרויען און מיידלעך וואס ווילן לעבן מיט די עצות פון רבי'ן, ביי זיי איז דאך אסאך גרינגער עס זאל נישט ווערן קיין מחלוקות. ביי מענער, דארט קלאפט עס אויס ביים פארן קיין אומאן אויף ראש השנה, ביי פרויען איז דאס נישט שייך, פרויען פארן נישט קיין אומאן ראש השנה, קען מען דאך בלייבן מיט די משפחה, מיט די עלטערן און שלום על ישראל.


וואס איז די זאך פון גיין צו ברסלב'ע מענטשן וואס זענען פאזעטיוו און זאגן א גאנצן צייט "שכוח אייבערשטער"? צי דען קען מען נישט בלייבן אין שטוב און דאנקען דעם אייבערשטן? מען מוז שטיין נעבן ברסלב'ער מענטשן צו קענען זאגן "שכוח אייבערשטער"?!


געדענקט, ברסלב איז נישט אוועקגיין פון משפחה, ברסלב איז נאר די זאך: דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן, בעטן דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך און זיך פרייען מיט גוטע זאכן וואס מען טוט; דאס קען מען טון ווען מען איז אויסגעמישט מיט די משפחה, און אזוי קען מען גאר מקרב זיין די גאנצע משפחה, אלע זאלן מקורב ווערן.

#2 - זאל מען ענדערש שלאפן שבועות ביינאכט, אויב מ'פארברענגט די צייט?
היטן די צייט, יום טוב, שבועות, תיקון ליל שבועות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב געהערט פונעם ראש ישיבה שליט"א ביי א שיעור אז אויב פארברענגט די צייט שבועות ביינאכט, מ'רייכערט מיט חברים און דאס גלייכן, זאל מען ענדערש גיין שלאפן. איך האב זיך געוואונדערט אויף דעם, ווייל איך האב דאך געהערט אז דער רבי האט געזאגט אז דער עיקר איז צו זיין אויף שבועות ביינאכט, אפילו מ'זאגט נישט דעם תיקון?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ח' סיון, אסרו חג שבועות, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


דו ביסט גערעכט, דער רבי האט טאקע אזוי געזאגט: "שבועות איז דער עיקר דאס אויפזיין, און הושענא רבה איז דער עיקר דאס זאגן"; אבער אז מען טוט נישט גוטע זאכן איז זיכער ענדערש צו גיין שלאפן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה ט, ו): "שֵׁנָה לָרְשָׁעִים, נָאֶה לָהֶם וְנָאֶה לָעוֹלָם", ווען רשעים שלאפן איז גוט פאר יעדן, אזוי טוען זיי נישט קיין שלעכטס.


עס איז א גרויסע זאך צו זיין אויף שבועות ביינאכט, אבער אז מען רייכערט ציגרעטלעך, מען איז מחלל יום טוב, מען מאכט חבורות פון לצים, מען רעדט לשון הרע און ניבול פה - איז קיין שום שאלה נישט אז מען זאל גיין שלאפן, אזוי וועט זיין נָאֶה לָהֶם וְנָאֶה לָעוֹלָם.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#1 - דארפן קינדער אויפזיין שבועות ביינאכט?
קינדער, שבועות, תיקון ליל שבועות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א אינגל פון ניין און האלב יאר, איך וואוין אין יבנאל, און איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו זען דעם ראש ישיבה שליט"א אין מירון ביי מעריב.


איך האב ברוך ה' זוכה געווען צו ענדיגן גאנץ משניות, ששה סדרי משנה, און יעצט לערן איך גמרא אויפ'ן סדר הש"ס, איך האלט יעצט מסכת מגילה י"ב.


איך בעט דעם אייבערשטן מיר זאלן זוכה זיין צו זיין ראש השנה אין אומאן, און איך גיי יעדן פרייטאג מיט מיין טאטע הפצה. און איך האב זייער ליב צו ליינען די מעשיות אין עצתו אמונה.


די פארגאנגענע יאר שבועות בין איך אויפגעווען די גאנצע נאכט, און איך וויל פרעגן אויב פאר קינד אין מיין עלטער איז גוט אויפצוזיין די גאנצע נאכט שבועות.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת במדבר, כ"ז אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, יבנאל


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו לערנסט פלייסיג די הייליגע תורה, דו האסט זוכה געווען צו מסיים זיין ששה סדרי משנה ביי די ניין יאר; עס זענען דא ניינציג יעריגע מענטשן וואס האבן נאכנישט זוכה געווען צו לערנען און מסיים זיין אפילו איין מאל אין זייער לעבן די ששה סדרי משנה, און יעצט לערנסטו גמרא, דו לערנסט ש"ס כסדרן אזוי ווי דער רבי האט געהייסן.


בנוגע אויפזיין שבועות ביינאכט, דו ווילסט וויסן אויב א קינד פון ניין יאר זאל אויפזיין; אודאי איז גוט אויפצוזיין אין אזא הייליגע נאכט, רבי נתן זאגט (ליקוטי הלכות משא ומתן, הלכה ד) אז מען איז אויף שבועות ביינאכט איז מען זוכה א גאנץ יאר צו שפירן דעם אייבערשטן; בעט דיין טאטע זאל דיר דערציילן די מורא'דיגע מעשה וואס דער הייליגער של"ה דערציילט, וואס האט פאסירט אין די צייטן פונעם הייליגן בית יוסף ווען זיי זענען אויפגעווען ביינאכט, ווי עס איז געקומען צו זיי א מלאך פון הימל און זיי אנטפלעקט וואס טוט זיך אין הימל, א רעש, פון די וואס לערנען ביינאכט דעם תיקון ליל שבועות.


אז מען זאגט דעם תיקון בתמימות מיט א שמחה קען מען אויך היינט זוכה זיין צו די גרויסע מדריגות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.